די ניובורג 4 טייל ב
די ניובורג 4 טייל א - - די ניובורג 4 טייל ב - - די ניובורג 4 טייל ג - - די ניובורג 4 טייל ד
סיון תשס"ט
די "ניובורג 4" טעראר צעל
יעדער דארט האט איהם געקענט מיטן נאמען ‘מעקסאאד’. אנקומען פלעגט ער פרייטאג נאכמיטאג, די צייט ווען די מוסלימענער פרעפלערס פארלאזן די מאסק, און פלעגט זוכן אנצוקניפען פארבינדונגען מיט די ארטיגע מעמעבערס. זיינע שיינע אוטאס פלעגן אלץ ציען אן אויג. אמאל איז דאס געווען א שווארצע מערצעדעס און אמאל א זילבערנע האממער. און איז שטענדיג געגאנגען אנגעטוהן אין בעסערע און טייערע אנצוגן.
“ווער איז דער מאן?”. האט זיך יעדער געוואונדערט. “עפעס איז נישט אין ארדענונג מיט איהם. ער איז עפעס אויסערגעוו־ ענטליך העפליך, אין באט אן גרויסע געלטער פאר איינער וואס זאל זיין ‘זיינס א פריינד’!”.
שעיעד כוסעין, אן אימיגראנט פון פאקיסטאן, האט אין זיינע ערשטע יארן אין אמעריקע גאנץ שיין מצליח געווען. שעיעד האט באוויזן אפצוקויפן אפאר האטעלן און דאס האט איהם געברענגט שיין פרנסה. אין יאר 2003 בערך האט איהם אבער די עף. בי. איי. געכאפט ארויסהעלפן אנדערע אימיגראנטן מיט באקומען דרייווערס לייסענס אומלעגאל. אין אויסטויש פון גיין זיצן אין תפיסה, האט ער אנגעבאטן ארויסצוגעבן זייד נע חברים וואס האבן איהם געהאלפן מיט זיינע אקטיוויטעטן ווי אויך האט ער געהאלפן פאר די עף. בי. איי. אויפצוברעכן א געפערליכע דראג רינג. נאך סעפטעמבער 11 , האט איהם די עף. בי. איי. איינגעשפאנט פאר זייערע אפעראציעס אנטקעגן מוסלימענער טעראריסטן. ער איז באד פוילן געווארן זיך איינצוגלידערן אין א מאסק אין אלבעני, אויף וואס די עף. בי. איי. האט געהאט א חשד אז עס איז אן ארט וואס פארשפרייט האס אנטקעגן די אמעריקאנער באפעלקערונג.
קיין דירעקטע טעראריסטן אדער אומלעגאלע העצער’ס האט שעיעד נישט באוויזן צו טרעפן דארט, דעריבער האט מען אליין געמאכט טעד ראריסטן און זיי איבערגעגעבן צו די עף. בי. איי. מוחמד מושאראף כוסעין, א איינגענטומער פון א פיצא סטאר איז אריינגעשליידערט געווארן אין תפיסה פארן וועלן ליפערן געלט צו על קאידא דורך אן אינטערגעשטעלטע עף. בי. איי. אגענט. און יאסין אראף איז געכאפט געווארן פלאנירן אן אטאקע אויף א פאקיסטאנער דיפלאמאט וואס האט זיך דאן געפונען אין אמעריקע. ביידע זענען אויף געהעצט געווארן צו זייערע פלענער נאר דורך שעיעד.
אצינד, אז מען איז פארטיג מיט די צוויי קעיסעס, האט די עף. בי. איי. געשיקט שעיעד צו אנדערע מאסק’ס צו זעהן אויב עס זענען דא נאך מוסלימענער מיטגלידער וואס דרייען זיך מיט מחשבות זרות אנטקעגן אמעריקע. שעיעד’ס ערשטע סטאנציע איז געווען ביי א מאסק אין ווד עפינגטאן פאללס, ניו יארק. נאך א קורצע צייט, איז ער אבער אוועק פון דארט. זיין קומענדיגע סטאנציע איז געווען א מאסק אין ניובערג, א שטד עטל אין אפסטעיט ניו יארק. דא האט ער שוין שיין מצליח געווען אין באוויזען צו ברענגן פאר די עף. בי. איי. א היבש ביסל אויפמערקזאמקייט. מוחמד און יאסין’ס לויער’ס באשולדיגן שעיעד אין זיין אן ערפארענע ליגנער און אלס איינער וואס וועט טוהן וואס אימער מעגליך צו פארזיד כערען זיין טשעק. די לויערס דרוקן אויס וואונדד ער פארוואס די עף. בי. איי. נוצט איהם נאך אויף ווייטערדיגע אפעראציעס.
די שטאט ניובערג געפונט זיך אין א הערליד כע סביבה, אבער אינעם שטאט אליינס איז די מצב פונקט קאפויער. פארברעכענס גייט אן אויפן גרעסטן פארנעם, דראגס איז דא צו קויפן ביי יעדן ווינקל, און דעריבער איז זי א שטארקע צוציאונגס ארט פאר נידעריגע עלימענטן. עס איז דעריבער נישט קיין חידוש פארוואס שעיעד האט שנעל געפונען שותפים מיט וועם צו גיין צום טיש.
כדי צו אריינכאפן מענטשן אין שעיעד’ס נעץ, האט איהם די עף. בי. איי. געגעבן אפאר צענדד ליגע טויזענטער’ס וואס מיט דעם האט ער זיך איינגעקויפט טייערע קארן צו מאכן א רושם ווי א גרויסע עושר.
פארגאנגענעם יאר, אנפאנג זומער, האט זיך שעיעד באוויזן אינדרויסן פונעם מאסק אין ניוד בערג. ער פלעגט קומען פרייטאג נאכמיטאג, די צייט ווען די פרעפלעריי ענדיגט זיך און פלעגט פראבירן אנצוקניפען פארבינדונגען מיט אירע מיטגלידער. שעיעד פלעגט זיי בעטן ארויסצוקוד מען מיט איהם אין טייערע רעסטאראנטן, דארטן האט ער באשטעלט רייכע מאלצייטן און בשעת’ן עסן האט ער אנגעהויבן צו רעדן און זיך באקלאגן אויף די מצב אין אפגאניסטאן און אפען געפרעד דיגט קעגן אמעריקע. שעיעד האט געווארט צו זעהן וואס די רעאקציע פון דעם אנדערע וועט זיין. אויב האט יענער בלויז ארויסגעברענגט א האלבע ווארט קעגן אמעריקע, האט זיך שעיד עד ארויף געכאפט דערויף און איהם געבעטן צו העלפן דורך פירן ‘זשיהאד’ אטאקעס.
שעיעד האט זיך אנגעגעבן ווי איינער וואס האט א ריזיגע קאנסטרוקציע ביזנעס אין די שטאט און וועט געבן זשאבס פאר וועם עס וועט איהם געפעלן און עצות ווי אזוי רייך צו ווערן. צוויד שן אנדערע פלעגט שעיעד אנבאטן לעפטאפס און סעלפאון’ס פאר די אלע וואס ווילן קומען מיט איהם אין רעסטוראנט. פאר איינעם האט ער אפילו אנגעבאטן $25,000 צו ווערן זיינס א גוטע פריינד.
“אויב דארפסטו עפעס, לאמיר וויסן און איך וועל דיר זעהן צופרידן צו שטעלן.” פלעגט שעיעד זיי זאגן, מיטן ציהל צו געווינען זייער הערצער. זיין אויסערגעווענטליכע העפליכקייט און זיין ברייטע פזרנות האט אבער בלויז אויפגעברענגט חשדות אויף איהם. די מיטגלידער האבן איהם אנגעהויבן צו פארדעכטיגן צו זיין געשיקט פון די רעגירונג און יעדער איז אנגעזאגט געווארן נישט צו שטיין מיט איהם אין ווארט.
כאטש אז כמעט קיינער האט איהם נישט אנד געקוקט, האט שעיעד אבער נישט געהאלטן ביים אויפגעבן. ער האט זיך ווייטער געשטעלט יעדעס איינציגע וואך פארנט פונעם מאסק און גערופן די ארויסקומענדיגע מוסלימענער צו קומען כאפן א שמועס מיט איהם. איין פרייטאג האבן זיינע באמיאונגען ענדליך געשלאגן פירות. א שווארצע פארשוין אין עלטער פון 52 יאר איז פארבלענ �ד עט פון שעיעד’ס צוזאגעכצער און זיך אנגעהויבן צו באפריינדן מיט איהם. דער דאזיגע פארשוין איז היינט באוויסט אלס זשעמס קראמאטי, דער אפיציעלע פירער פון די ‘ניובערג 4’ טעראריסטן. במשך פון די נעקסטע פאר חדשים האט קראד מאטי באוויזן צוצושלעפן נאך דריי פריינט אין אינאיינעם מיט שעיעד האבן זיי אנגעהויבן צו פלאנירן אטאקעס אנטקעגן די אמעריקאנער פאלק.
לויט ווי די פאליציי קאמישענער, רעי קעלי, האט געזאגט ביים פרעסע קאנפערענץ פארנט פונעם ריווערדעיל שוהל, האבן די פיר קאנספיד רירט די אטאקעס ווען זיי זענען אינאיינעם געזיצן אין תפיסה. אבער ווי עס שטעלט זיך ארויס איז דאס א הוילע שקר. די פיר זענען קיינמאל נישט געזיצן אינאיינעם, עס איז בלויז די ארבעט פון דעם אינפארמאנט, שעיעד כוסעין, וואס האט צוד זאמגעשטעלט די גרופע.
ווען מען גיבט א בליק אויף די היסטאריע פון די פיר טעראריסטן שעיעד האט באוויזן צו באד יינפלוסן זיך צו פארנעמען מיט די אטאקעס, איז בכלל נישט שווער צו פארשטיין פארוואס זיי האבן דאס געטאן. מיר גייען נישט דא בארעכטיגן זייער שריט, אדרבה, עס איז צום פארדאנקן די אוטאריטעיטן אז זיי געפונען זיך אצינד אונטער אייזערנע גראטעס. זייער קרימינאלע פארגאנד גענהייט קען אין קיין פאל נישט בארעכטיגט ווערן. אבער די סיבות וואס האט זיי געברענגט צו מיטארבעטען מיט שעיעד איז נישט צוליב זייד ער האס אנטקעגן אמעריקע אדער צוליב זייער מוסלימענער גלויבן. די פיר זענען געווען ארימע קרימינאלן און האבן אלע געהאט ‘פיצי שכל'. עס איז בלויז די געלט און מתנות פון שעיעד וואס האט זיי פארבלענדעט די אויגן.
אויפן שפיץ פונעם ליסטע איז דער דערמאנטע זשעמס קראמאטי, אדער מיטן אראביש’ן נאמען, אבדול ראכמאן. אינעם קלאגע וואס איז אריינגד עגעבן געווארן אין געריכט אנטקעגן איהם, ווערט געשריבן אז קראמאטי זאל האבן געזאגט אז זיינע עלטערן שטאמען פון אפגאניסטאן. אבער דאס איז אויך א הוילע שקר. קראמאטי איז אויד פגעוואקסן אין די איסט סייד מאנהעטען צו אן אמעריקאנער פארפאלק אבער האט באקומען גאר א שוואכן ערציאונג. אין לויף פון די יארן איז ער 27 מאל ארעסטירט געווארן. דאס לעצטע מאל איז געווען נאך וואס ער האט פארקויפט דראגס פאר א באהאלטענע פאליציי מאן אונד טער א שולע אין בראנקס. אלעס אינאיינעם איז קראמאטי אפגעזיצן א צירקע פון 12 יאר אין די ניו יארקער טורמעס.
זיצענדיג אין טורמע, האט קראמאטי, ווי פילע אנדערע ארעסטאנטן, זיך געטויפט צו איסלאם. אין יאר 2004 איז ער ארויסגעלאזט געווארן אויף פערראל און ער האט זיך באזעצט אין ניובערג. דארט האט ער געפונען ארבעט אינעם לאקאלן וואל-מארט. דריי חדשים צוריק האט ער פארלד אזט דאס ארט, ווארשיינליך צוליב’ן דארפן האבן מער צייט אויסצופירן די אטאקעס.
קראמאטי איז געווען ווייט פון קלוג. א שוועסטד ער זיינע וואס איז אויסגעפרעגט געווארן נאך זיין ארעסט, האט באטיטול’ט קראמאטי אלס ‘דער מערסט דום קאפ זי האט אמאל באגעגענט’.
דער צווייטער טעראריסט איז א 32 יעריגע מאן פון ניובערג מיטן נאמען אנטע וויליאמאס. וויליאמס איז זינט די 15 יאר געווען עדיקטעט צו דראגס און איז צוויי מאל ארעסטירט געווארן דערוועגן. דאס ערשטע מאל איז ער געזיצן אין א אראנדזש קאנטי טורמע און דאס צווייטע מאל אין א פעדעראלע טורמע. וויליאמס האט זיך אויך געטויפט צו איסלאם אין טורמע און האט זיך א נאמען געגעבן ‘האמזא’.
נאכן ארויסקומען פון טורמע האט ער זיך באשעפטיגט מיט אנלאדענען טראקס ביז קרד אמאטי האט באוויזן איהם צו צושלעפן צו זיין גרופע.
דער 28 יעריגע דעוויד וויליאמס ווערט באצייכענט אלס די מערסט ווילד און שעדלעך פון די ‘ניובערג 4’ גרופע. לויט ווי ער האט זיך אפט אויסגעדריקט איז ער גרייט אפצורוימען סיי ווער עס שטייט איהם אין וועג. דעוויד וויליאמס, אדער לויט זיין אראבישע נאמען ‘דאוואד’, איז אויפגד עוואקסן אין די היימישע וויליאמסבורג געגנט אבער האט שפעטער זיך געצויגן קיין ניובערג ווי ער האט געוואוינט בשכינות פון קראמאטי. דעוויד וויליאמס איז אויך צוויי מאל ארעסטיד רט געווארן און האט זיך אין טורמע געטויפט צו איסלאם.
לעגאררע פאיען איז די איינציגסטע פון די גרוד פע וואס איז נישט קיין אמעריקאנער געבוירענע. פאיען איז אן אומלעגאלע אימיגראנט פון האיעטי און האט געהאלטן אינמיטן א דערפארטירונגס פראצעס. פאיען איז היינט 27 יאר און ליידט אויף דיפרעסיע. מיט פיר יאר צוריק האט זיך פאיען איין טאג ארויסגעלאזט קיין מאנסי און געשפענד דעם טאג אויף פאברעכן. צום ערשט האט ער פון זיין קאר אויסגעשאסן מיט א בי.בי. גאן אויף צוויי אומשולדיגע פיס גייער פארוואונדענדיג איינעם אויפן אויג און דעם צווייטן ביים אויער. שפעטד ער האט ער אוועק גערויבט בערזלעך פון צוויי פרויען. פאיען איז דאן געכאפט געווארן און איז אריינגעשליידערט געווארן און טורמע. דארט און טורמע האט ער אנגענומען די איסלאמישע גלויד בן, כאטש אז ער האט נישט צופיל געוויסט וואס דאס באדייט. ער פלעגט אפט פרעדיגן אייגענע שטותים והבלים אין דאס אויסטייטשן אלס טייל פונעם גלויבן.
זינט ער איז ארויס פון טורמע האט ער נישט געטראפן קיין מקום מנוחה. קודם האט ער זיך אויפגעהאלטן אינעם לאגווארדיע קעמפ, א שעלטער פאר היימלאזער. ווען די קעמפ האט זיך פארשלאסן איז פאיען אריבער קיין ניובעד רג ווי ער האט געלעבט אונטער גאר נידעריגע אומשטענדן.
פאיען איז גאר ווייט פון קלוג. זיינער לויערס באצייכענען איהם אלס איינער מיט גאר א קליינד עם איי. קיו. הערשט פארגאנגענע וואך ווען פאיען איז געברענגט געווארן אין געריכט זאל נאכן ארעסט אין ריווערדעיל, האט איהם דער ריכטער געפרעגט צו ער האלט אז ער איז ביים קלארן דעת צו פארשטיין וואס מען באשולדיגט איהם. אן קיין טראפ שכל האט זיך פאיען אנגערופן אז ‘כאטש ער האט בלויז נעכטן גערויכערט מאריד וואנע, דאך שפירט ער אז ער איז גענוג קלאר צו הערן וואס די ריכטער האט צו זאגן....!’ נישט נעמענדיג אין אכט אז די ווערטער קענען איהם שאפן בלויז נאך פראבלעמען.
מיט אזעלכע היסטאריעס איז דען א וואונדער אז פאר אביסל געלט האבן די גרופע מסכים געד ווען מיטצוארבעטען מיט שעיעד?! נאכדערצו ווען שעיעד ערלעדיגט זיי אלעס אן קיין ספעציעלע אנשטרענגונג! אלנפאלנס, דאס איז די בילד פון די געפערליכע טעראריסטן וואס שעיעד האט ‘אנטדעקט’ אינעם ניובערג מאסק.
מקורות
רעדאַקטירןגלגל אינפא
זיך איינצושרייבן צו באקומען טאג-טעגלעך: signup@galgalejournal.com