די ניובורג 4 טייל א - - די ניובורג 4 טייל ב - - די ניובורג 4 טייל ג - - די ניובורג 4 טייל ד


סיון תשס"ט

די "ניובורג 4" טעראר צעל

ווי אזוי די עף. בי. איי. האט אליין פראדוצירט אן אמעריקאנער טעראר נעסט פון א גרופע נארישע וואנדאלן

מיליאנען דאלארען פון די שטייערצאלער'ס געלט האט די אמעריקאנער רעגירונג פארשווענדעט צו פארוואנדלן אפאר נארישע קרימינאלן אין סוקסעספולע על-קאידא טעראריסטן. איינמאל די גרופע איז שוין אנטוויקלט געווארן, האט מען ווידער אויסגעגעבן מיליאנען דאס צו 'באסטען' און עלימענירן. שרייעדיגע העדליינ'ס האבן פארגאנגענעם מיטוואך געמאלדן די שאקירענדע נייעס אז מען האט באוויזן צו כאפן א גרופע טעראריסטן באצייטנס. פרעסע קאנפערענצן און דאנק צערעמאניעס זענען אפגעהאלטן געווארן איבער גאנץ ניו יארק. אבער אונטער דעם אלעם ליגט א קאנטריווערסיאלע געשיכטע וואס וועט ווארשיינדליך דארפן שטודירט ווערן איידער מען ווען אורטיילן די באנדע אין געריכט.

עס איז איז קלאר אז די חברה וואלטן קיינמאל נישט געקענט אויספירן און אפילו נישט טראכטן פון די אקציעס ווען נישט א רעגירונגס אינפארמאנט העלפט זיי ביי טריט און שריט. לעגאלע עקספערטן זענען זייער סקעפטיש צו עס וועט געלונגען פאר די אנקלעגער איבערציווייזן די ריכטער אז די חברה פארדינען די שטראף פון טעראריסטן. אראבישע פירער אין אמעריקע און איבער די וועלט טוהן שטארק פארדאמען די אקציע אבער אינאיינעם טוהן זיי פאדערען פון די רעגירונג אפצושטעלן זייער 'טרענירונג' פאר די סארט טעראריסטן.

צום ערשט לאמיר גיבן א בליק וויאזוי די גאנצע פאסירונג האט זיך אנטוויקלט פון אנהייב ביזן סוף, לויט די פרטים וואס עס זענען ביז היינט באקאנט.

א שוידערליכע טעראר פלאן

מיטוואך פ' במדבר תשס”ט,

ריווערדעיל, בראנקס

די נאכט איז הערשט צוגעפאלן, און די אידישע איינוואוינער אינעם שטילע ריווערדעיל געגנט (אין שטאט ניו-יורק) האבן זיך געגרייט צו גיין דאווענען מעריב אין די ארטיגע בתי מדרשים. די אידן האבן זיך געמיטלעך שפאצירט אויפן גאס, נישט באמערקענ'דיג עפעס ספעציעל אויפפאלנד. קיינעם איז נישט איינגעפאלן אז זיי זענען געפאלן א קרבן צו א באנדע געמיינע טעראריסטן וואס וויל זיי נאך ח”ו היינט נאכט זען אראפ פון די מאפע.

די לאנגע 18 רעדעל'דיגע טרעילאר

די לאנגע 18 רעדעל'דיגע טרעילאר וואס איז געווען פארקירט פארנט פונעם שוהל האט נישט געצויגן קיין פארדאכטן, און אלעס ארום האט אויסגעזעהן רוטין. אבער אין אמת'ן אריין איז די גאס שוין דאן געווען באוואכט מיט הונדערטער באהאלטענע פאליציאנטן, פון די סאמע בעסטע וואס די ניו יארק סיטי ען. ווי. פי. די. פארמאגט. די פאליציי האבן דאן געמאכט די לעצט מינוטיקע צוגרייטונגען אנצופאלן די חברה נאך איידער זיי וועלן קענען איינעם שעדיקן.

ארום 9 אזייגער האט א בלויע גרויסע סובארבען זיך אריינגעדרייעט אינעם לאנגן 'אינדיפענדענטס גאס', די הארץ פונעם אידישן געגנט אין ריווערדעיל. אינעווייניג האבן זיך געפונען פינף מענטשן וועלכע זענען נארוואס אראפגעפארן דעם לאנגן וועג פון אפסטעיט ניו יארק בלויז מיטן ציהל אנצוזייען פאניק און טעראר אינעם לאנד. די קאר איז צוגעפארן ביז צו נומערע 3700 , דאס איז געווען זייער ערשטע ציהל-פונקט, די ארטעדאקסישע שול פונעם געגענט, גערופן די 'ריווערדעיל אידישע צענטער'. פיר פון די גרופע האבן זיך דאן שטילערהייט ארויסגעשלייכט פון אויטא, דריי אירע זענען געשטאנען אויף די וואך זיכער מאכן אז קיינער זעט נישט וואס זיי טון, דער פ ע ר ט ע ר האט שנעל ארויס גענוממען פונעם סובארבען - לויט ווי זיי האבן געמיינט - א מאכטפולע 37 פונטיגע 'באמבע' און דאס אריינגעשטעלט אינעם טראנק (= באגאזש) פון א קאר וואס איז געווען פארקירט פארנט פונעם שול געביידע. די פיר זענען דאן געשווינד אריין אין קאר און צוגעפארן צו זייער נעקסטע ציל, די 'ריווערדעיל רעפארם טעמפל' וואס געפונט זיך אויך אויפן זעלבן גאס נאר מיט אייניגע בלאקס (=הייזער) ארויפציער. די פיר זענען ווידער ארויס פון קאר און דאסמאל האט איינע פון זיי אריינגעלייגט א צווייטע 37 פונטיגע באמבע אינעם אונטערשטן זיץ פון א פארקירטע קאר. די טעראריסטן זענען צוריק אריין אין קאר און אנגעהויבן זיך אוועק יאגן פונעם ארט איידער איינער וועט עפעס באמערקן. זייער פלאן אצינד איז, וואס שנעלער זיך אריינכאפן אינעם דערנעבענדיגן הייוועי (= שטראָז, כביש ראשי) און פארן צו זייער נעקסטע ציל. הפנים (= עס זעט אויס) זיי האבן נאך א פלאץ אויף זייער ליסטע וואס דארף אטאקירט ווערן איידער זיי וועלן אהיימגיין.

ווי נאר די קאר האט אנגעהויבן אוועקפארן, איז די סיגנאל געגעבן געווארן פאר די אוטאריטעיטן אנצוהייבן מיט זייער אפעראציע. די לאנגע ווייסע טרעילאר וואס איז געווען פאקירט ביים זייט פונעם גאס האט פלוצים געגעבן א פאר ארויס און זיך געשטעלט אויף די גאנצע ברייט פונעם שטראז, בלאקירענדיג דעם סובערבאן פון ווייטער פארן. פונעם אנדערן זייט גאס האבן ספעציעלע געפאנצערטע פאליציי אויטאס אנגהויבן אריינצושטראמען און ווי פון אונטער די ערד זענען פלוצים ארויסגעוואקסן צענדליגער פאליציי לייט און עף. בי. איי. אגענטן וועלכע האבן אנגעפילט די גאנצע גאס.

מיליטערישע עראפלאנען און העליקאפטער'ס האבן זיך באוויזן העכער די קעפ, די געגנט איז אצינד פארוואנדלט געווארן אין א געהעריגע שלאכט זאנע. די פאליצייאישע קרעפטן האבן גענומען שטורמען דעם קאר ווי די טעראריסטן זענען געזעסן, די טונקעלע פענסטערס זענען אויסגעשאסן געווארן, און אירע פאסאנדזשירן זענען איינציגווייז ארויסגעשלעפט געווארן דערפון. אנגעפאטשט פון זייער דורכפאל האבן די חברה נישט געשטעלט קיין ווידערשטאנד און שיינערהייט זיך געלאזט קייטלען. זיי זענען תיכף אוועקגעפירט געווארן מיט די ווארטענדיקע פאליציי אויטאס, באגלייט מיט א שווערע וואך.

דער דרייווער פונעם קאר האט אבער נישט געטיילט דעם זעלבן גורל זיינע פריינט. אים האט מען נישט בלויז נישט ארעסטירט, נאר מען האט אים גאר אויפגענומען ווי א העלד און גראַטולירט פאר זיין געלונגענע אקציע. וואס די טעראריסטן האבן נישט געוואוסט איז, אז זייער פירער, דער מאן וועלכע האט אפיציעל די פארבינדונגען מיט על-קאידא און האט זיי פארשאפט די באמבעס, איז גאר אן אינפארמאנט פאר די עף. בי. איי. וואס האט באגלייט די גרופע פונעם ערשטן מינוט און געטיילט מיט די עף. בי. איי. אלע זייערע פלענער. די אלע באמבעס זענען באמת פאלשע און האבן קיינמאל נישט געהאט די מעגליכקייט אויפצורייסן. זיי זענען ספעציעל ערצייגט (= פאבריצירט) געווארן דורך די עף. בי. איי. פאר די דאזיגע אקציע.

די נייעס ווערט געבראכן

ווען די נייעס איז ארויס אויף די גאס האט מען דאס אויפגענומען מיט געמישטע געפילן. פון איין זייט האט מען זיך געפרייט אז עס איז געלונב גען פאר די אינסטאנצן נאכצוגיין די גרופע און זיי אומשעדלעך מאכן, אבער פון די צווייטע זייט האט עס געוויזן אז די געפאר מיט על-קאידא איז זייער גרויס.

דאס קומענדיגע ציל פון די טעראריסטן האט געזאלט זיין אן לופטפעלד אין סוטארט. דארט האבן זיי געפלאנט צו אטאקירן א מיליטערישע סי 5- פליגער מיט א האנט געהאלטענער סטינגער מיסל.

די סטוארט-פליפעלד געפינט זיך אין אפסטעיט ניו יארק, נישט ווייט פון ניובורג, דאס שטעטל ווי די טעראריסטן האבן געוואוינט. די פליפעלד איז לכתחילה געבויעט געווארן צו דינען אלס טרענירונגס ארט פאר די דערנעבענדיגע וועסט פוינט, א מיליטערישע שטאט ווי נייע קאנדידאטן ווערן אויפגעצויגן איטלעכע חודשים ביז זיי זענען פולשטענדיג גרייט צו דינען אין די מיליטער. במשך פונעם קאלטן קריג איז סטוארט פארוואנדלט געווארן אין א מיליטערישע באזע פאר די יו. עס. פלי-מיליטער. אביסל שפעטער, אין 1970 האט די שטאט איבערגענומען א חלק דערפון אין אויפגעשטעלט א קאמערציאלע לופטפעלד זייט ביי זייט מיטן מיליטערישן באזע.

גאר לעצטנס האט די פארט אוטאריטעיט איבערגענומען דעם פליפעלד און פראבירן מיט אלע כוחות איר צו פארגרעסערן. די פארט אוטארעטי ווילן דערמיט לינדערן די שווערע טראפיק וואס הערשט אין די אנדערע דריי ניו יארקער לופטפעלדער. צוליב דעם שווערן עקאנמיע, ווען מענטשן פליען ווייניגב ער ווי אמאל, ווילן אבער לופטליניע'ס נישט איינשטעלן און קומען קיין סטוארט. אינגאנצן פיר פאסאנדשיר לופטליניעס פליען אצינד ארויס פון דארט.

אין סטוארט, איז היינט צוטאגס סטאנציאנירט די 105 'טע פליגל פון די אמעריקאנער פלי-מיליטער מיט אירע איבער 1000 פערסאנעל. ווי אויך זענען דארט איינקוואטירט 400 מארין רעזעוויסטן. די פלי-מיליטער האלט דארט אויף א פלאטע פון 13 סי 5- מיליטערישע טראנספארט עראפלאנען, מיט וועלעכע זי טראנספארירט העליקאפטער'ס, טאנקען, און נאך ארטילעריי קיין אפגאניסטאן און קיין איראק. די סי 5- איז א גאר ריזיגע עראפלאן, איר לענג איז אזוי גרויס ווי א פוסבאל פעלד און איז איבער זעקס שטאק הויך. איין אזא עראפלאן קען פארנעמען 270.000 פונט קארגא, און ווערט פארעכנט ווי איינע פון די גרעסטע פליגערס אויף די וועלט. די מארינען האבן אויך איטליכע קלענערע עראפלאנען סטאציאנירט אינעם ארטיגן לופטפעלד.

די הויפט מעלה פונעם עירפארט איז איר לאנגע צוועלף טויזענט פוסיגע ראנוועי. דאס איז ספעציעל געבויעט געווארן פאר די גרויסע סי 5- עראפלאן וועלעכע דארפן א לענגערע שטרעקע זיך צו קענען הייבן. זייענדיג פון די געציילטע עירפארטס מיט אזא לאנגע ראנוובי, האט נאסא איר באשטימט צו זיין אן ערזאץ לאנדונגס ארט פאר די ספעיס שאטעל אין פאל עס מאכט זיך וועטער קאמפליקאציעס אין איר אנדערע באזעס.

די טעראריסטן האבן געזען דעם לופטפעלד אלס א גאר פאסיגע ארט צו אטאקירן. זייער פלאן איז געווען אז נאכן אונטערלייגן די באמבעס אין ריווערדעיל וועלן זיי צוריק קומען אהער און הערשט דאן אקטיוויזירן די באמבעס דורך זייערע סעלפאנ'ס. אין דער זעלבער צייט וועלן זיי ארויסשיסן דעם סטינגער מיסיל און אטאקירן א מיליטערישע סי- 5- פליגער. די דאזיגע סטינגער מיסל איז אויך געווען א פאלשע און איז געברענגט געווארן צו זיי דורך דעם אינפארמאנט.

א ווארטזאגער פונעם לופטפעלד, פעטריק קארדאווע, האט געזאגט פאר די פרעסע אז די עף. בי. איי. האט שוין מיט אייניגע חדשים צוריק זיי איינגעמאלדן איבער דעם געפלאנטע אטאקע און האט זיי געווארענט צו זיין ספעציעל וואכזאם צו אלעס וואס קומט פאר ארום דעם באזע. נאר די וואס האבן געדארפט צו וויסן דערפון זענען איינגעמאלדן געווארן, אלע אנדערע ארבעטערס האבן אויסגעפונען די נייעס ווען דאס איז אַנאָנסירט געווארן מיטוואך נאכט.

דער קאנטראל-פלאץ ביי סטוראט נאכן ארעסטירן די טעראריסטן ווייט פון פאריבער און מען דארף ווייטער שטיין אויף דער וואך.

אין די אידישע גאס האט מען געלויבט דעם באשעפער אויף זיינע חסדים און דערביי געשעפשעט א תפלה אז עס זאל ווייטער גארנישט פאסירן פאר קיין שום איד בכל מקום שהם.

דעם קומענדיגן אינדערפרי, אום 6:45 , די צייט ווען עס שטעלט זיך די ערשטע מנין שחרית אינעם ריווערדעיל אידישע צענטער, האבן גאווערנאר פעיטארסאן, מעיאר בלומבערג אינאיינעם מיט פאליציי קאמישענער קעלי און נאך אנדערע פאלאטישאנ'ס אפגעהאלטן א פרעסע קאנפערענץ פארנט פונעם צענטער ווי זיי האבן פארציילט די פרטים און געגעבן קרעדיט פאר די עף. בי. איי. און די אנדערע אגענטורן פארן ארויסהעלפן אונטערצוברענגן די גרופע. קעלי האט אנגעוויזן אז די עף. בי. איי. גייט שוין נאך די גרופע שטילערהייט פאר איבער א יאר און אדאנק דעם איז מען קיינמאל נישט געווען אונטער א געפאר. בלומבערג האט פארזיכערט די איינוואוינער אז יעדער וואס איז פארמישט געווען אין דעם פרשה געפונט זיך שוין אונטער ארעסט און געבעטן אז מען זאל ווייטער אנגיין מיטן טאג טעגלעכן לעבן.

פאגאנגענעם פרייטאג האבן זיך די אידישע און להבדיל די קריסטליכע און אראבישע פירער פון ריווערדעיל זיך צוזאמענגענומען און אינאיינעם פארדאמט דעם טעראר אקט. דערביי האט מען אויך אויסגעדרוקט דעם ווילן פון די איינוואוינער פונעם געגענט ווייטער צו לעבן בשלום מיט די שכנים אפגעזעהן פון די רעליגיע מען איז אנגעשלאסן.

די אידישע געמיינדע האט דעם פארגאנגענעם שבת אינאיינעם גומל געבענטשט, און געדאנקט דעם באשעפער אויף זיינע חסדים. אין אן אינטערוויא מיט 'קול מבשר', האט איר רב, ר' יונתן ראזענבלאט, א תלמיד פון ישיבה אוניווערסיטי, דעקלערט אז עס איז זיכער אז די זכות פון זיין זיידע, יוסעלע דער חזן, איז בייגעשטאנען און באשיצט זייער געמיינדע פון די הענט פון די טעראריסטן.

די צווייפלהאפטיגע באריכטן

ביז געציילטע מינוטן נאך דעם ארעסט האבן שוין די מידיא קוואלן געוואוסט צו דערציילן אז די עף. בי. איי. האט נארוואס באוויזן צו אויפברעכן א טעראר גרופע וואס איר מיטגלידער זענען אלע 'היים געבוירענע' און זענען געהאדעוועט געווארן צו די טעראריסטישע אקציעס דא אין אמעריקע. לויט די באריכטן האבן זיי אנגענומען דעם איסלאמישן גלויבן זיצענדיג אין טורמע, און דארט האבן זיי אויסגעפלאנט דעם גאנצן אקציע. מען האט אויך געהערט איבער אן אינפארמאנט וועלעכע איז געקומען אויסזאגן די עף. בי. איי.

איבער זייערע אקטיוויטעיטן און אז נאר אדאנק איהם האט מען באוויזן צו צושטערן זייערע פינסטערע פלענער.

אין די קומענדיגע פאר טאג איז אבער ארויפגעשווימען גאר א צווייטע געשיכטע. עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער אינפארמאנט, מיטן שליחות פון די עף. בי. איי. האט גאר געגרונדעט די גאנצע גרופע פון אנפאנג אהן! ער האט זיי געהאלפן ביי יעדן טריט און שריט. די פיר טעראריסטן זענען געווען גאר נארישע און וואנזאניגע קרימינאלן וועלכע וואלטן זיך קיינמאל נישט צוזאמגענומען ווען נישט דעם אינפארמאנט.

מיר וועלן אצינד צוריקמישן די בלעטל מיט א יאר-צוויי און זען ווער דער אינפארמאנט איז געוועזן און וואספארע גרויסע ראלע ער האט געשפיעלט אינעם אקציע.

מקורות רעדאַקטירן

גלגל אינפא
זיך איינצושרייבן צו באקומען טאג-טעגלעך: signup@galgalejournal.com