בנות מלכים גליון מג תשס"ט ג

בנות מלכים מג - - בנות מלכים מג ב - - בנות מלכים מג ג - - צוריק צו בנות מלכים בלעטל


הלכות צניעות ארויסגענומען פון ספר "בכל דרכיך דעהו".

1. עס איז אסור סתם ארומצושמועסן מיט פרעמדע מענער. רעדן וואס איז נוגע צו ערלעדיגן איז יא מותר. מען זאל אבער פרובירן מקצר צו זיין ווי ווייט מעגליך, און אוודאי דארף מען שטארק אכטונג געבן אז עס זאל זיך נישט אריינציען אין א היימישע געשפרעך.

2 . בשעת מען רעדט צו א פרעמדע מאן איז אסור צו ארומווערטלען (מאכן Jokes), טרייבן ליצנות, לאכן, אדער רעדן אויף א היימישע אופן.

3 . אין פאל וואס מען דארף יא עפעס זאגן פאר א פרעמדע מאן, איז גלייך צו שטיין אביסל פון דערווייטנס.

4 . אויב עס קומט אמאל אויס אז א פרעמדע מאן גיבט א פערזענליכע קאמפלימענט פאר א פרוי, זאל זי זיך מאכן ווי גלייך זי הערט נישט. 5 . זאגן "גוט מארגן" א.ד.ג. פאר א פרעמדע מאן (א געשעפטסמאן, דאקטער, באס- דרייווער א.ד.ג.) האט מען מתיר געווען, מען טאר דאס אבער נישט טאן אויף א (פריינטליכן) היימישן אופן. די זעלבע הלכה גייט אויך אן ווען א פרוי וויל אנוואונטשן “מזל טוב” פאר א מאן – א בעל שמחה.

6 . א טאטע, א ברודער, און א זוהן ווערן גערעכנט פאר "ריכטיגע קרובים" (נישט צוגעקומענע) און עס גייט נישט אן דער איסור פון ארומשמועסן. א שווער אדער אן איידעם ווערן נישט גערעכט פאר ריכטיגע קרובים, מען מעג אבער רעדן מיט זיי וויפיל עס פעלט אויס אלס דרך ארץ.

7 . א שוואגער אדער פלימעניק, ווערן "נישט" גערעכנט פאר א ריכטיגער קרוב און ממילא זאל מען נישט ארומלאכן מיט אים, טרייבן ליצנות, אדער עפעס שפילן אינאיינעם (א game א.ד.ג.).

גרייט

“האָט מֶען שוֹין גֶעפַּאקְט דִי שַבָּת שִיך?”

“וואוּ אִיז דֶער רֶעגְן מַאנְטְל?”

שָרה’לֶע, אִיז מֵיין זאָקְן שוֹין אִין רֶענְצֶל?”

אַזוֹי האָט זִיך גֶעהֶערְט בֵיי מִשְפַחַת פְרֵיילִיך דִי לֶעצְטֶע פָּאר שָעָה פַאר דִי נְסִיעָה. עֶס אִיז נִישְט קֵיין וואוּנְדֶער גֶעוֶוען צוּ זֶען זֵייעֶרֶע שִמְחָה’דִיגֶע פֶנִימֶ’ער אוּן הֶערְן זֵייעֶרֶע רוּהִיגֶע נְיגוּנִים וָואס זֵיי האָבְּן זִיך אוּנְטֶערְגֶעזִינְגֶען. דָאס לַאנְג עֶרְוַוארְטֶעטֶע חַתוּנה פוּן דִי מוּמֶע שִׁפְרָה קוּמְט שׁוֹין כִּמְעט אָן אוּן אָט וֶועט מֶען זִיך שׁוֹין קֶענֶען בַּאקֶענֶען מִיט דִי פִיל קאָזִינֶעס אוּן מִשְׁפָחָה.

"קוּק שָׂרִי, מֵיין רֶענְצֶל אִיז שׁוֹין פַארְמַאכְט!" “"מוֹישִי, קֶענְסְטוּ מִיר הֶעלְפְן צוּמַאכְן מֵיין רֶענְצֶל?" אָט שְטֵייט שוֹין דִי גַאנְצֶע מִשְפָּחָה גְרֵייט מִיט אַלֶע רֶענְצְלֶעך, אוּן וַוארְטן אַז דִי קַאר זאָל זֵיי קוּמֶען אָפְּצוּנֶעמֶען. אִינְמִיטְן וַוארְטְן הֶערְט זִיך אַ קְלִינְג פוּנְ’ם טִיר. "פֶעטֶער שִמְעוֹן אִיז דָא!" האָבְּן דִי קְלֵיינֶע אוֹיסְגֶערוּפְן, "עֶר וִויל אוּנְז נֶעמֶען צוּם לוּפְטְפֶעלְד"!

שְנֶעל אוּן פְלִינְק זֶענֶען דִי רֶענְצְלִעך אַרֵיינְגֶעפִירְט גֶעוָוארְן אִינם קַאר, אוּן דִי קִינְדֶער פוּן מִשְפַחַת פְרֵיילִיך זֶענֶען שוֹין גֶעזֶעצְן גְרֵייט צוּ פָארְן. פֶעטֶער שִמְעוֹן הָאט אָנְגֶעהוֹיבְּן פִירְן זיֵין קַאר עֶרְשְט דוּרְך קְלֵיינֶע גֶעסְלֶעך, דֶערְנָאך צוּ גְרֶעסֶערֶע גַאסְן, אוּן שְׁפֶּעטֶער אַפִילוּ צוּ דִי בְּרֵייטֶע. גְרוֹיסֶע גַאסְן. קוּקְנְדִיג אַרוֹיס פוּן פֶענְסְטֶער הָאט מֶען גֶעקֶענְט זֶען דִי קְלָארֶע בְּלוֹיעֶ הִימְל, דִי הֶערְלִיכֶע גְרִינֶע בֵּיימֶער, אוּן אוֹיך דִי קָאלִירְפִילֶע בְּלוּמֶען אוּנְטֶערְ’ן לִיכְטִיגְן זִין. דִי הֵייזֶער זֶענֶען אַדוּרְך גֶעפְלוֹיגְן אַזוֹי שְׁנֶעל אַז מְ’הָאט זֵיי קוֹים גֶעקֶענְט זֶען. צוּזַאמֶען מִיט אַלֶע אַרוּמִיגִע זַאכְן. מִיטְאַמָאל רוּפְט זִיך שִיפִי אָן “אִיך זֶע אַן עֶרֶעפְלַאן אִין דִי לוּפְט, עֶס זֶעט אוֹיס אַסַאך גְרֶעסֶער וִוי גֶעוֶוענְלִיך!”

שְלֹמֶה הָאט אִיר עֶרְקְלֶערֶט, "גֶעוֶוענְטְלֶעך וֶוען מִיר זֶעען אַן עֶרֶעפְלַאן זֶעט עֶס אוֹיס זֵייֶער קְלֵיין וֵוייל סְ’אִיז זֵייעֶר וֵוייט פוּן אוּנְז, אָבֶּער יֶעצְט אִיז מֶען שוֹין אַזוֹי נָאנְט צוּ דִי עֶרֶעפְלַאנֶען אַז מְ’קֶען שוֹין כִּמְעַט זֶען וִוי גְרוֹיס זֵיי זֶענֶען בְּאֶמֶת."

מיטאַמָאל האָט זִיך דֶער קַאר אָפְגֶעשְטֶעלְט אוּן יֶעדֶער אִיז אַרוֹיס פוּן קַאר, צוּזַאמֶען גֶענוּמֶען דִי רֶענְצְלֶעך, אוּן אַרֵיינְגֶעגַאנְגֶען אִין לוּפְטְפֶעלְד. דִי גְרוֹיסֶע גְערִידֶער פוּן אַזוֹיפִיל מֶענְטְשן הָאט מֶען גְלֵייך גֶעקֶענְט הֶערְן. יֶעדֶער אִיז גֶעוֶוען פַארְנוּמֶען טוּן אַלְץ וָואס זֵיי דַארְפְן כְּדֵי צוּ זֵיין גְרֵייט אִין צֵייט פַארְ’ן פְלִיגֶער. מִשְפַחַת פִרֵיילִיך הָאבְּן אָנְגֶעהוֹיבְּן עֶרְלֵעדִיגְן אַלֶע זֵייעֶרֶע זַאכְן, וֶוען אַ גְרוֹיסֶע הוֹיעֶכֶע גֶעשְטַאלְט אִיז זֵיי פְּלוּצְלִינְג אַנְטְקֶעגְן גֶעקוּמֶען. "קֶען אִיך בִּיטֶע זֶעהן אֵייעֶרֶע טִיקֶעטִס אוּן פַּאסְפָארְטְן?"

מָרְת פְרֵיילִיך הָאט אַ בְּלִיק גֶעטוּהן אוֹיף אִיר גְרוֹיסֶע טאָכְטֶער שָרְה’לֶע, מֵיינֶענְדִיג דֶערְמִיט אַז זִי זָאל אַרוֹיסְנֶעמֶען דִי טִיקֶעטְ’ס פוּן אִיר רֶענְצְל. פוּן גְרוֹיס אֵיילֶענִיש הָאט שָרְה’לֶע אָבֶּער פַארְגֶעסְן זֵיי אֵיינְצוּפַאקְן אוּן זִי אִיז יֶעצט גֶעבְּלִיבְּן שְטֵיין פַארְצְוֵוייפְלְט. "וָואס זָאל אִיך טוּהן?" האָט זִי אויסֹגֶערוּפְן מִיט פַארְדְרוּס, "אִין דִי גַאנְצֶע אֵיילֶענִיש הָאב אִיך פַארְגֶעסְן דִי צְוֵויי עִיקְר זַאכְן, כְּדֵי מִיר זָאלְן קֶענֶען פָארְן צוּ אוּנְזֶער בַּאלִיבִטֶע מוּמֶע שִׁפְרְה’ס חַתוּנה...!"

אַ בַּת יִשְרָאֵל פַארְגֶעסְט קֵיינְמָאל נִישְט אִיר עִיקְר צִיל – תְּהֵא צְנוּעָה! דָאס אִיז אוּנְזֶער "טִיקֶעט" צוּ אַ גְלִיקְלִיכְן לֶעבְּן אוֹיף דֶער וֶועלְט, אוּן אוּנְזֶער “פַאסְפָארְט” צוּ יֶענֶער וֶועלט!