בנות מלכים בלעטל גליון מג תשס"ט

בנות מלכים מג - - בנות מלכים מג ב - - בנות מלכים מג ג - - צוריק צו בנות מלכים בלעטל


צוויי מיינונגען

דאס שטעטל האט גע’רעש’ט און גערידערט, אלעס איז געפארן אויף רעדער. נישט יעדן טאג האט דאס קליין פארשטיפטן שטעטל זוכה געווען צו א באזוך פון א גדול הדור. אבער דאסמאל, ווען עס האט זיך אויסגעשטעלט אז צוויי צדיקים זענען אנגעקומען פונקט אינ’ם זעלבע צייט, האט זיך די ערד פונ’ם שטעטל ממש געשאקלט. אלע זענען זיך צוזאמגעלאפן אינ’ם ארטיגן גאסט-הויז, וואו ביידע צדיקים האבן זיך אויפגעהאלטן דורכאויס זייער קורצע באזוך. קיינער האט זיך נישט געוואגט צו פארפאסן דעם דערהויבענעם און היסטארישן מאמענט. דער עולם איז געשטאנען אויפ’ן שפיץ פינגער, צוזאמגעדריקט איינער צום צווייטן, און פרובירט איינצוזאפן די סצענע. מען האט אנגעשטרענגט די אויגן, און אנגעשפיצט די אויערן, אויפצוכאפן יעדען ווארט, קנייטש און תנועה. די צוויי צדיקים, ר’ פנחס’ל קאריצער און ר’ ייבי מאוסטרא, זענען געזעצן פארטיפט אין א העכערע שמועס. צווישן די צוויי ריזן איז באהאנדלט געווארן די שווערע פראגע - “פארוואס איז משיח נאך נישט געקומען?” אויפן טיש זענען ארויפגעברענגט געווארן צוויי באזונדערע מיינונגען, און ס’האט זיך אריינגעצויגן אין א הייסע וויכוח.

דער הייליגער קאריצער האט געזאגט קלאר אז דער סיבה פארוואס משיח זוימט זיך צו קומען, איז ווייל עס פעלט אין די צניעות פון די אידישע טעכטער. ר’ ייבי אבער, האט געהאלטן אז משיח ווערט אפגעהאלטן דורך די מענטשן וואס רעדן ביים דאווענען. ביידע צדיקים האבן זיך געהאלטן פעסט מיט זייער דעה, און מ’האט נישט געקענט צוקומען צו קיין פשרה.

אזוי ווי זיי האבן געזען אז זיי קענען נישט ארויסקריכן פונ’ם סיכסוך, האבן זיי מחליט געווען צו עפענען א חומש און זען וואס זיי וועלן טרעפן. דער חומש איז געעפנט געווארן צום פסוק אין וישלח: הכזונה יעשה את אחותינו – די שבטים האבן געזאגט: “אונזער שוועסטער איז נישט אויף הפקר”, – א קלארע באווייז אויף דער מיינונג פון ר’ פנחס’ל קאריצער. דערנאך האבן זיי אריינגעקוקט אין תרגום יונתן און זיי האבן געזען דארט די ווערטער “לא יאי למהוי מתאמר בכנשתיהן דישראל – ס’נישט ריכטיג אז מ’זאל רעדן אין בית המדרש – א קלארע רמז אויף ר’ ייבי’ס מיינונג!

די צדיקים האבן פארשטאנען אז פון הימל ווייזט מען קלאר אז ביידע מיינונגען זענען ריכטיג, און יעדע התחזקות אין די צוויי ענינים וועט זיכער ברענגן משיח נענטער!

מזל טוב, מעשה שהיה תשס"ז

מיר האבן געקלאפט אין אלע טויערן, מיר האבן פרובירט צו דרייען פיל שליסלעך, און דאן... האבן מיר זיך פלוצלינג אנגעשטויסן אין דעם ריכטיגע שליסל... די טיר האט זיך ברייט צועפענט... און פאר אונז איז געלעגן די לאנג–ערווארטערטע ישועה... פאלגענד איז א פערזענליכע מעשה וועלכע אונזער משפחה האט לעצטנס מיטגעלעבט, און מיר פילן אז ס’איז א זכי’ און א חוב עס מיטצוטיילן מיט די חשובע ליינערינס פון בנות מלכים.

עס איז געווען עטליכע יאר נאך מיין שוועסטער בלימי’ס חתונה, און זי האט נאכנישט זוכה געווען צו האלטן אויף אירע הענט אן אייגן קינד. מיר, שוועסטערס, האבן נישט אדורכגעלאזט קיין געלעגנהייט, און געטון אלעס וואס איז געווען אין אונזער מעגליכקייט צו העלפן בלימי. די גאנצע משפחה, אריינגערעכנט די קינדער און אייניקלעך, האבן הייס מתפלל געווען און געזאגט פיל תהלים... מיר האבן געגעבן צדקה יעדן טאג און אינזין געהאט אז ס’זאל זיין א זכות פאר בלימי... מיר האבן געזאגט שיר השירים... מיר האבן געזאגט תהלים החידא פאר 40 טעג... מיר האבן געארבעט מיט די קינדער אויף זאגן ברכות און אמן הויעך... מ’האט אינזין געהאט איר נאמען ביי חלה נעמען...

מיר האבן געהאפט און געווארט, און כאטש מיר האבן געוואוסט אז מיט יעדע פעולה, תפילה, און סגולה, ברענגן מיר די ישועה נאך אביסל נענטער, איז אונזער שוועסטער נאך אלס נישט געווען קיין געהאלפענע...

חוה”מ סוכות תשס”ו האט איינער פון אונזער משפחה פונקט געטראפן גליון ל”ה פון די בנות מלכים אויסגאבע. דארט האט זי געליינט די מעשה פון א קלאס וועלכע האט זיך פארגענומען צוויי קבלות אין צניעות פאר א זכות פאר זייער’ס א חבר’טע. עס איז נישט אריבער קיין גאנצע יאר פון ווען די קלאס האט אנגעפאנגען זייער “צניעות פראיעקט” ביז זייער חבר’טע איז געהאלפן געווארן מיט א קינד...! מער פון דעם האב איך נישט געדארפט. איך האב תיכף אנגערופן צום אפיס פון בנות מלכים און געבעטן זיי זאלן מיר שיקן 75 קאפיעס פון די בנות מלכים – גליון ל”ה און א טעיפ פון די “בנות מלכים כינוס התעוררת”.

זיי האבן געזאגט אז זיי וועלן מיר עס גערן שיקן. מיינע שוועסטערס און איך האבן זיך דאן גענומען צו דער עבודה. מיר האבן מסדר געווען א ליסטע פון אלע אדרעסן פון בלימי’ס קלאס–חבר’טעס, און מיר האבן אויך צוגעלייגט די אדרעסן פון די פרויען מיט וועמען בלימי האט געארבעט, און פון אונזערע קרובים אין איר עלטער. מיר האבן געשריבן א בריוו, אין וועלכע מיר האבן דערציילט פאר בלימי’ס חברטע’ס, אז דער משפחה האט שוין פיל געטון פאר בלימי און זי איז נאכנישט געהאלפן געווארן. מיר האבן זיך געוואנדען צו זיי מיט דער בקשה אז זיי זאלן זיך פארנעמען 2 קבלות אין צניעות פאר איר זכות. מיר האבן דאן ארויסגעשקיט די בריוו, די בנות מלכים אויסגאבע, און די טעיפ צו אלע אויף אונזער ליסטע און געהאפט אויף גוטע רעזולטאטן.

מיר האבן נישט געדארט ווארטן לאנג... די כוס פון זכותים איז איבערגעפילט געווארן דורך די מעכטיגע שטופ פון די זכות פון צניעות... די השפעות טובות זענען איבערגערינען... און ס’איז נישט אדורך קיין גאנצע יאר ביז בלימי איז געווארן א “מאמע” צו א ליכטיגע יונגעלע נאך ניין יאר פון ווארטן...

אין זכות פון אלע חשובע “בנות מלכים” האט אונזער שוועסטער זוכה געווען צו האלטן אויף אירע ארעמס איר “בן מלך”!!!
(געהערט פון בלימי’ס שוועסטער, וועלכע האט אריינגערופן בנות מלכים צו דערציילן די מעשה)

אונטערן שאטן פון מרת פיץ

רויזי איז געזעצן ביים טיש אין איר צימער איבערגעבויגן איבער די נייע אויערינגלעך וועלכע זענען געלעגן פאר איר. עס איז געווען דער ווער–ווייסט–וויפלטן מאל וואס זי באטראכט די דריי פאר אויערינגלעך מיט דער גרעסטער מאס קאנצענטרירונג. רויזי האט געדארפט אויסוועלן איינער פון זיי, אבער אפילו נאך לאנגע שעות פון קווענקלענישן, האט זי נישט געקענט צוקומען צו קיין החלטה.

רויזי איז בכלל נישט געווען פון די סארט מיידלעך וואס ווייסן נישט וואס זיי ווילן, פארקערט, זי האט געוואוסט פונקטלעך וועלכע פון די דריי אויערינגלעך געפעלט איר די מערסטע. זי וואלט שוין פון לאנג אויסגעקליבן יענע אויערינגל, ווען נישט זי וואלט זיך געדארפט רעכענען מיט די מיינונג פון די הויעכגעשעצטע מרת. פיץ. רויזי האט שטארק געוואלט אז איר נייע אויערינגלעך זאלן געפעלן פאר די עלעגאנטע שכנ’טע.

רויזי האט בכלל נישט געבעטן פון מרת. פיץ קיין מבינות, די שכנ’טע האט אפילו נישט געוואוסט אז זי האלט ביים קויפן נייע אויערינגלעך. אבער ווי אזוי אלעמאל, האט זיך רויזי פרובירט פארצושטעלן וואס מאדאם פיץ וואלט געהאלטן, און לויט דעם האט זי געוואלט מאכן איר באשלוס.

מרת. פיץ, וועלכע האט געוואוינט טיר ביי טיר מיט רויזי’ס משפחה, איז געווען גאר א פארנומענע פרוי. אבער אנדרעש ווי רויזי’ס מאמע, און ווי די מאמעס פון רויזי’ס חבר’טעס, איז זי נישט געווען פארנומען מיט פירן איר שטוב. מרת. פיץ האט געהאט גאר אן אנדערע באשעפטיגונג, וועלכע האט אויפגענומען אלע שעות פון איר טאג – זי איז געגאנגען “שאפינג”.

פאר א לאנגע צייט האט רויזי באטראכט מרת. פיץ פון דער נאנט. זי האט באמערקט אז מרת. פיץ האט שטארק מקפיד געווען אז איר קליידונג זאל אלעמאל זיין אויסגעהאלטן לויט די נייעסטע מאדע. זי איז קיינמאל נישט ארויסגעטרעטן פון הויז אנגעטון די זעלבע צוויי מאל – אלעמאל איז עפעס געווען ניי. ווען די מאדע איז געווען א סתירה מיט די הלכות פון צניעות, האט מרת. פיץ געהאט נאר איין ברירה – טרעפן א היתר. און א פאל ווען ס’איז איר געווען אוממעגליך צו טרעפן א היתר, האט זי זיך באניצט מיט אן אנדערע מיטל צו באזייטיגן די “שוועריגקייטן” – זי האט געמאכט א שארפע, שפאטישע באמערקונג קעגן אלע וואס האבן געהאלטן אנדערש ווי איר, און דאן האט זי זיך געטון איר’ס.

רויזי האט פיל מאל געהערט די קנאקעדיגע וויצן פון די "מאדאם", און כאטש זי האט גוט פארשטאנען ווי לעכעריג זיי זענען, האט זי דאך נישט געוואלט זיין די אדרעס דערפון. רויזי האט פרוביט מיט אלע אירע כוחות צו געפעלן פאר די “חשובע” מרת. פיץ, און ווען ס’איז איר ענדליך געלונגען צו באקומען א קאמפלימענט, גאר א זעלטענע ערשיינונג, האט זי געפילט ווי זי האט געוואונען א גאלדענע מעדאל. כאטש רויזי איז געווען גאר אן איידעלע מיידל, האט זי זיך פיל מאל געצווינגען אנצוטון מלבושים וועלכע זענען געווען אינגאנצן קעגן איר געשמאק, נאר ווייל זי האט געוואלט אז מרת. פיץ זאל “האלטן” פון איר. זי האט געשפירט אז זי מוז אויפווייזן אז זי איז נישט פון די "פאנאטישע", זי איז א חלק פון די “קלוגע”, "פארגעשריטענע", און "אויפגעקלערטע"...

רויזי האט נאכאמאל אויפגעהויבן די אויערינגלעך איינס ביי איינס אין זיי באטראכט. ניין, זי האט נאך אלס נישט געקענט באשליסן וועלכע פון די דריי וואלטן געפונען חן אין די אויגן פון די "בעסערע" שכנ’טע. זי האט שווער אפגעאטעמט, זיך אויפגעשטעלעט, און אוועקגעלייגט די אויערינגלעך. "איך וועל מיזן צוריקקומען שפעטער און מאכן מיין החלטה", האט זי געקלערט "יעצט וועל איך גיין העלפן מיין מאמע..."

"רויזי גיי ביטע אריבער צו משפחת פיץ," האט איר מאמע געבעטן "און פרעג אויב מיר קענען בארגן אייער..." רויזי האט זיך געקוקט אין שפיגל און פאראכטן איר האר. זי האט געוואלט מאכן זיכער אז זי זעהט אויס אזוי ווי עס פאסט פאר א באגעגעניש מיט די סאפיסטיקירטע פרוי פיץ.

רויזי איז אריבערגעגאנגן צו די פיץ’ס און געקלאפט אויף זייער טיר. זי האט געהערט ווי מרת. פיץ רעדט פון אינעווייניג, אבער קיינער איז נישט צוגעקומען צום טיר. רויזי האט נאכאמאל געקלאפט, דאסמאל שטערקער, אבער קיין ענטפער איז נישט געקומען. “איך וועל ווארטן אביסל” האט זי געקלערט “אפשר אין א מינוט – צוויי וועט מרת. פיץ קענען צוקומען.”

"איך האלט עס שוין נישט אויס!" האט זי פלוצלינג געהערט ווי מרת. פיץ זאגט “איך פיל ווי כ’קען שוין נישט אזוי ווייטער אנגיין...”

רויזי האט געוואסט אז ס’נישט ריכטיג זי זאל דארט בלייבן שטיין און צוהערן צו יענעם’ס פריוואטע טעלעפאן שמועס, אבער איר נייגער האט איר געהאלטן צוגענאגלט צום ארט.

"... ווען כ’בין געווען יונג," האט מרת. פיץ ווייטער געזאגט, "האב איך געמיינט אז אזוי וועל איך זיין גליקלעך ... אבער ווי עלטער איך ווער, אלס מער אנערקען איך מיין ביטערע טעות. כ’האב געמיינט אז ווען כ’וועל מצליח זיין אלעמאל אויסצוזען "דזאסט סא" פון קאפ ביז פיס, דאן וועל איך זיין באמת צופרידן... אבער כ’זעה אז ווען איך דערגרייך ענדליך מיין ציל, פיל איך נישט די זיסער טעם אזוי ווי כ’האב מיך פארגשטעלט... אנשטאט דעם שפיר איך א ליידיגקייט און א הונגער פאר מער... מיינע טיפע חרטה געפילן שטעכן מיר ווי שפיזן, און כ’קען זיך נישט מוחל זיין אויף דעם וואס כ’בין נישט בייגעשטאנען די נסיונות אין צניעות. איך פיל ווי געפאנגען אין א נעץ פון וועלכע איך קען זיך נישט ארויסדרייען ... אויב איך וועל יעצט צוריקדרייען דעם רעדל – וואס וועט מען זאגן אויף מיר? אז כ’פרוביר זיך אויפצופירן אזוי ווי די אלע פון וועם כ’האב אלע יארן געטריבן שפאס...?"

רויזי איז בלאס געווארן. זי האט זיך אנגעלאנט אויפן וואנט שוואכערהייט און פארמאכט אירע אויגן. ס’איז איר געווען אוממעגליך אראפצושלינגען די מציאות וועלכער האט זיך יעצט אנטפלעקט פאר אירע אויגן. זי האט געפילט ווי איינער האט פלוצלונג ליכטיג געמאכט אינ’ם טינקעלן טונעל אין וועלכע זי בלאנדזעט שוין א לאנגע צייט. ס’איז איר אנגעקומען שווער צו גלייבן אז אינטער’ן דיקן מאסק פון שטאלץ און גליק ליגט א בארג פון אומזיכערקייט און אומצופרידנקייט. צי קען עס זיין אז אט די פרוי, וועלכע איז אין אירע אויגן געווען די קעניגן פון גליק איז באמת אזוי אומגליקלעך?!!

רויזי האט געווארפן נאך א בליק אויף די פארמאכטע טיר, און איז שנעל אוועקגעגאנגען. זי האט געעפנט די טיר פון איר הויז, און איז שטילערהייט אריין.

"וואס האט גענומען אזוי לאנג?" האט זיך איר מאמע געוואונדערט "ביסט פארלוירן געווארן אויפן וועג?" רויזי האט טיף אריינגעאטעמט "...איך האב זיך נישט פארלוירן, מאמי..." האט זי געזאגט שטאט "...כ’האב זיך ענדליך געטראפן...!!"