תפילה פון רבי אברהם בן רבי נחמן חזן טולטשינער (א ברעסלעבער חסיד) פון ספר כוכבי אור.


רבונו של עולם פאר דער איז אנטפלעקט וואס פאר העלמה דו האסט געגעבן אין הארץ פון יעדן מענטש, אז כמעט מען ווייסט גאר נישט, צי מען וועט א מאל שטארבן.
העלף מיר איך זאל עס וויסן קלאר בלי שום ספק, אז מען וועט פלוצלינג מוזן ווערן א מת. עס וועט גאר קיינער נישט קענען העלפן. און בשעת גסיסה וועט מען מוזן אויסמייקען אלע תאוות. עס וועט פון זיי אקוראט אקוראט[1], גאר נישט ארויסקומען.
און מען וועט זיך מוזן באגעגענען מיט דעם מלאך המות בלי שום טענה, און מען וועט אים מוזן אויסשטרעקן דעם האלדז בלי שום תירוץ. און מען וועט מוזן פארזוכן דעם טעם פון דער גסיסה, וואס איז טויזנטער מאל ערגער פון ביטער און פון שלעכט און פון אלע מיני פּאַסקודנקייט[2] אין דער וועלט. מען וועט ווארפן די אויגן אויף אלע זייטן, טאמער קען עמעצער אפראטעווען, און אלע פריינד וועלן אויסדרייען דעם קאפ, און וועלן גאר נישט קוקן אין דער גאנצער גוף, וואס מען האט אים אנגעשטאפט מיט די תאוות.
וועט ער מוזן איבערגעפוילט ווערן אין דער ערד, און ביי די ווערעם אין בויך. און מען וועט זיך פון דעם אלצינג נישט אויסדרייען, און נישט אויסבאהאלטן בשום אופן.

און ווען איך וועל זיין פארזיכערט מיט אלע אכציק יאר, אז זיי פליען זיך אויך כהרף עין, און אסאך פון זיי איז שוין איבערגעלאפן פונק אזוי ויי זיי זיינען גאר נישט געווען, און זיי וועלן זיך שוין צו מיר געוויס נישט אומקערן, און אזוי ווייס איך געוויס אז דאס איבעריקע וועט אויך איבערלויפן כצל עובר, מען וועט אזוי לאנג האנדלן, ביז עס וועט ווערן אויס טעג, מיט אויס נעכט, מיט אויס יארן.

ובפרט, ובפרט, אז אפילו מיט די ביסל יארן, ווייס איך אויך נישט, ביי וואס איך האלט, אז מען איז נישט זיכער מיט דעם לעבן אפילו איין רגע. און בכל רגע ורגע איז מען מוכן ומזומן אויך צו ווערן א בר מינן. היינט אויף וועמענס תקיפות טרעט איך אפ פון דיר? וועלכעס וועל איך געווינען? ווייס איך דען נישט אז עס איז אין גאנצן בלאטע מיט בלאטע[3]?
דער גרעסטער גביר, דער גרעסטער עולם-הזה-ניק מוז קריכן אין גרוב, און מוז אנטאן תכריכים, און מוז באקומען דעם געלן פאטרעט, מיט דער געשטארבענער צורה, און יעדן אבר מוז פראשטונקען ווערן, און איבערגעגעסן ווערן, צו די ציין פון די ווערעם. און נתעכל ווערן אין זייער מיסטן און פּארסקודנעם בויך.
עס העלפט אים נישט קיין געלט און קיין שום זאך. היינט וואס האב איך דא אנצוווערן אין דער נארישער וועלט, אין דער פארפירטער וועלט, אז איך מיך האלטן אין דיינע תורה ומצוות.

הערות שוליים

רעדאַקטירן
  1. אקוראט = בדיוק.
  2. פאסקודנע =געלי, נבזי, מגעיל. פאסקודנקייט = גועל נפש, רקבון, נבזות.
  3. בלאטע מיט בלאטע = גארנישט מיט גארנישט.