תיקון הכללי אויף יידיש
בס"ד
דאס איז זיינען צען מזמורים פון דעם תיקון הכללי.
איבערזעצונג פון תרגום יהואש - ספעציעלע אויגאבע - ניו-יארק תרצ"ח-1938.
געדריקט און גענדיקט פון א. אלכסנדר וינוגרדסקי פרנקל \ אברהם בן ברוך ביום ט"ז דתשרי תשס"ט צו יארצייט פון ר' נחמן זצ"ל. לשם מחילה. טובה. הצלחה. רפואה שלמה. פרנסה טובה. וירבו שמחות לכל עדת בית ישראל ולגר הגר בתוכם כי כל העם בשגגה. דער אויבערשטער האט געגעבן די ברכה צו זיין לעבעדיקע. אמן:
אלע מענטשן וואס וועלן זאגן די צען מזמורים פונעם "תיקון הכללי" פארן קבר פון דעם געבענטשטן ברסלאבער רב וועט דערלייזט ווערן פון דעם גיהינום. אזוי האט דער רב גערעדט און געזאגט שבועות:
תיקון הכללי פון ר' נחמן פון ברסלב - תהלים אין יידיש
א. מזמור ט"ז
א. אַ מִכתָּם פון דודן. באַהיט מיך, גאָט,
װאָרום איך האָב מיך באַשיצט אין דיר.
ב. האָסט געזאָגט צו גאָט: מײן האַר ביסטו,
מײַן גוטס איז בלױז בײ דיר.
ג. די הײליקע װאָס זײנען אױף דער ערד,
זײ זײנען די פירשטן װאָס אַלע מײן באַגער איז צו זײ.
ד. זאָלן מערן זײערע געצן די װאָס אײַלן צו אַן אַנדערן; איך װעל ניט
גיסן זײערע גיסאָפּפער פון בלוט,
און ניט נעמען זײערע נעמען אױף מײנע ליפּן.
ה. גאָט איז מײן באַשערטער טײל און מײן בעכער;
דו האַלטסט אױף מײן גורל.
ו. חלקים זײנען מיר צוגעפאַלן ליבלעכע,
יאָ, אַ שײנע נחלה איז מיר אָנגעקומען.
ז. איך לױב גאָט, װאָס ער האָט מיר געראָטן,
יאָ, אין די נעכט האָבן מיך מײנע נירן געלערנט.
ח. איך האַלט גאָט פאַר מיר תּמיד,
װאָרום אַז ער איז בײ מײן רעכטער האַנט, װעל איך ניט אומפאַלן.
ט. דרום איז פרײלעך מײן האַרץ, און לוסטיק מײן זעל,
אױך מײן לײב רוט אין זיכערקײט.
י. װאָרום װעסט ניט איבערלאָזן מײן זעל צו דער אונטערערד,
װעסט ניט לאָזן דײן פרומען זען די גרוב.
יא. װעסט מיך מאַכן װיסן דעם װעג פון לעבן;
אַ זעטיקײט פון פרײדן איז פאַר דײן פּנים,
תּענוגים אין דײן רעכטער האַנט אײביק.
ב. מזמור ל"ב
א. פון דָוִדן אַ באַטראַכטונג.
װױל צו דעם װאָס זײן פאַרברעך איז פאַרגעבן,
װאָס זײן חטא װערט פאַרדעקט.
ב. װױל צו דעם מענטשן װאָס גאָט רעכנט אים ניט קײן זינד,
און אין זײן גײסט איז ניטאָ קײן באַטרוג.
ג. אַז איך האָב געשװיגן, האָבן מײנע בײנער געפױלט,
פֿון מײן קרעכצן אַ גאַנצן טאָג.
ד. װאָרום טאָג און נאַכט פלעגט שװער זײן אױף מיר דײן האַנט,
מײן זאַפט איז פאַרביטן געװאָרן װי אין פאַרטריקנטע זומעראױפּס.
סֶלָה.
ה. האָב איך דיך געלאָזט װיסן מײן חטא,
און מײן זינד האָב איך ניט פֿאַרדעקט.
איך האָב געזאָגט: איך װעל זיך מודה זײַן אױף מײַנע
פֿאַרברעכן צו גאָט;
און דו האָסט פאַרגעבן די שולד פון מײן זינד. סֶלָה.
ו. אױף דעם זאָל איטלעכער פרומער מתפּלל זײן צו דיר,
אין דער צײט װאָס מע קען דיך געפינען:
אַז די גרױסע װאַסערן פֿלײצן איבער,
זאָלן זײ צו אים אָבער ניט דערגרײכן.
ז. דו ביסט מײן פאַרבאָרגעניש,
פֿון דעם פײנט באַהיטסטו מיך;
מיט געזאַנגען פֿון אַנטרינונג
רינגלסטו מיך אַרום. סֶלָה.
ח. "איך װעל דיך קליגן און דיר װײַזן דעם װעג װאָס דו זאָלסט גײן,
איך װעל האַלטן מײן אױג אױף דיר."
ט. איר זאָלט ניט זײן װי אַ פערד, װי אַ מױלאײזל, אָן פאַרשטאַנד,
װאָס מיט צאַם און געביס מוז מען אײנהאַלטן זײן אימפּעט;
אַז מע זאָל ניט קענען גענענען צו דיר.
י. פיל װײטאָגן האָט דער רָשע,
אָבער דער װאָס פאַרזיכערט זיך אױף גאָט,
אים װעט אַרומרינגלען גענאָד.
יא. פרײט זיך מיט גאָט, און זײט לוסטיק, צדיקים,
און זינגט, אַלע רעכטפאַרטיקע הערצער.
ג. מזמור מ"א
א. פאַר דעם געזאַנגמײסטער; אַ מזמור פון דָוִדן.
ב. װױל צו דעם װאָס גיט אַכט אױפן אָרימאַן!
אין טאָג פון בײז װעט אים גאָט מאַכן אַנטרינען.
ג. גאָט װעט אים באַהיטן און אים לאָזן לעבן,
און ער װעט זײן באַגליקט אין לאַנד;
און װעסט אים ניט איבערגעבן
אױף דעם באַראָט פון זײנע פײנט.
ד. גאָט װעט אים אונטערלענען אױפן קראַנקן בעט;
די גאַנצע צײט פון זײן ליגן פאַרנעמסטו זיך מיט זײַן קראַנקשאַפט.
ה. איך זאָג: גאָט, לײטזעליק מיך,
הײל מײן זעל, װאָרום איך האָב געזינדיקט צו דיר.
ו. מײנע פײנט רעדן שלעכטס װעגן מיר:
װען װעט ער שטאַרבן, און זײן נאָמען זאָל אונטערגײן!
ז. און אַז עמעצער קומט זען, רעדט ער פאַלש,
זײן האַרץ זאַמלט אָן אין זיך בײז;
גײט ער אַרױס אין גאַס, רעדט ער דערפון.
ח אין אײנעם סוֹדען זיך אױף מיר אַלע מײנע שָׂונאים,
זײ טראַכטן װעגן מיר בײז קעגן מיר:
ט. אַ בײזע זאַך איז אױסגעגאָסן אױף אים,
און װי ער האָט זיך געלײגט, װעט ער מער ניט אױפשטײן.
י. אַפילו מײן גוטער פרײנט װאָס איך האָב מיך פאַרזיכערט אױף
אים, דער װאָס עסט מײן ברױט, הײבט אױף אַ פוס אױף מיר.
יא. אָבער דו גאָט לײטזעליק מיך, און ריכט מיך אױף,
און לאָמיך זײ אָפּצאָלן.
יב. דערמיט װעל איך װיסן אַז דו באַגערסט מיך,
װאָס ניט שאַלן װעט מײן פײנט איבער מיר.
יג. און איך – אין מײן ערלעכקײט װעסטו מיך אױפהאַלטן,
און װעסטו מיך לאָזן שטײן פאַר דיר אײביק.
יד. געלױבט איז יהוה דער גאָט פון ישׂראל
פון אײביק און ביז אײביק.
אָמן און אָמן!
ד. מזמור מב
א. פאַר דעם געזאַנגמײסטער אַ באַטראַכטונג פון די קינדער
פון קֹרַח.
ב. װי אַ הינד לעכצט נאָך בעכן װאַסער,
אַזױ לעכצט מײן זעל נאָך דיר, גאָט.
ג. מײַן זעל טוט דאָרשטן נאָך גאָט,
נאָך דעם לעבעדיקן גאָט:
װען װעל איך קומען
און זיך װײזן פאַר גאָט.
ד. מײן טרער איז געװאָרן
מײן שפּײז טאָג און נאַכט,
אַז מע זאָגט מיר אַ גאַנצן טאָג:
אַװוּ איז דײן גאָט.
ה. דאָס טו איך דערמאָנען,
און גיס אױס מײן זעל אין מיר:
װי איך פלעג דורכגײן מיט אַן עולם,
זײ פירן צום הױז פון גאָט,
מיט אַ קָול פֿון געזאַנג און לױב,
אַ יום-טובדיק געזעמל.
ו. װאָס ביסטו געבױגן מײן זעל,
און טוסט ברומען אין מיר,
האָף צו גאָט, װאָרום איך װעל אים נאָך לױבן
פאַר דער הילף פון זײן פּנים.
ז. מײן גאָט, מײן זעל איז געבױגן אין מיר,
װאָרום איך טו דיך דערמאָנען,
פון ירדן-לאַנד און די חרמונס,
פון דעם באַרג מצער.
ח. תּהום צו תּהום טוט רופן
אין דעם קָול פון דײַנע װאַסערפאַלן;
אַלע דײנע אינדן און דײנע װעלן
זײַנען אַריבער אױף מיר.
ט. בײ טאָג באַפעלט גאָט זײן חֶסד,
און בײ נאַכט איז זײן געזאַנג מיט מיר,
אַ תּפילה צו דעם גאָט פון מײן לעבן.
י. איך זאָג צו גאָט מײן פעלדז:
פאַר װאָס האָסטו מיך פאַרגעסן?
פאַר װאָס מוז איך פינצטער אומגײן
פון װעגן דער דריקונג פון שׂונא?
יא. מיט רציחה אַזש אין מײנע בײנער
לעסטערן מיך מײנע פײנט,
אַז זײ זאָגן צו מיר אַ גאַנצן טאָג:
אַװוּ איז דײַן גאָט?
יב. װאָס ביסטו געבױגן מײן זעל,
און װאָס טוסטו ברומען אין מיר?
האָף צו גאָט, װאָרום איך װעל אים נאָך לױבן –
די הילף פון מײן פּנים, און מײן גאָט.
ה. פרק נט
א. פאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אַל-תַּשחֵת; פון דָוִדן אַ מִכתָּם,
װען שָאול האָט געשיקט, און מע האָט געהיט דאָס הױז, כּדי
אים צו טײטן.
ב. זײ מיך מציל פון מײנע פײנט, מײן גאָט,
פון די װאָס שטײען אָן אױף מיר זאָלסטו מיך באַשיצן.
ג. זײ מיך מציל פון די װאָס טוען אומרעכט,
און פון בלוטיקע לײַט טו מיך העלפן.
ד. װאָרום זע, זײ האָבן געלױערט אױף מײַן זעל;
עס קלײבן זיך די פאַרשײטע אױף מיר,
ניט פאַר מײן פאַרברעך און ניט פאַר מײן חטא, גאָט.
ה. אָן אַ זינד פון מיר, לױפן זײ און ברײטן זיך אָן;
דערװעק זיך מיר אַנטקעגן, און זע.
ו. דו ביסט דאָך יהוה, דער גאָט פון צבאות,
דער גאָט פון ישׂראל,
װאַך אױף זיך צו רעכענען מיט אַלע פעלקער;
ניט לײטזעליקן זאָלסטו אַלע אומגערעכטע פעלשער. סֶלָה.
ז. אַלע אָװנט קומען זײ װידער,
זײ װױען װי אַ הונט,
און דרײען זיך אום אין שטאָט.
ח. זע, זײ גײַװערען מיט זײער מױל,
שװערדן זײַנען אין זײערע ליפּן,
װאָרום װער הערט דען.
ט. אָבער דו גאָט טוסט לאַכן פון זײ,
טוסט שפּאָטן פון אַלע פעלקער.
י. קעגן זײן שטאַרקײט האַר איך אױף דיר;
װאָרום גאָט איז מײן פעסטונג.
יא. דער גאָט פון מײן גענאָד װעט מיר אַנטקעגן קומען,
גאָט װעט מיך לאָזן זען אױף מײנע לױערער.
יב. ניט הרגען זאָלסטו זײ, כּדי מײַן פאָלק זאָל ניט פאַרגעסן;
צעטרײסל זײ מיט דײן מאַכט, און װאַרף זײ אַנידער,
גאָט אונדזער שילד.
יג. פאַר דער זינד פון זײער מױל, דעם גערײד פון זײערע ליפּן,
זאָלן זײ באַצװוּנגען װערן אין זײער גאװה,
און פאַר די קללות און פאַר די ליגנס װאָס זײ רעדן.
יד. פאַרלענד אין גרימצאָרן, פאַרלענד אַז זײ זאָלן מער ניט זײן,
און זאָל מען װיסן אַז גאָט געװעלטיקט אין יעקב,
ביז די עקן פֿון דער ערד. סֶלָה.
טו. יאָ, אַלע אָװנט קומען זײ װידער,
זײ װױען װי אַ הונט,
און דרײען זיך אום אין שטאָט.
טז. זײ װאַנדערן אַרום צו פאַרצערן,
און בלײַבן אַ גאַנצע נאַכט ביז זײ װערן ניט זאַט.
יז. אָבער איך װעל באַזינגען דײַן שטאַרקײט,
און װעל שאַלן פרימאָרגנס דײַן חֶסד.
װאָרום דו ביסט מיר געװען אַ פעסטונג,
און אַן אַנטרינונג אין טאָג פון מײן נױט.
יח. מײן שטאַרקײט, צו דיר װעל איך זינגען,
װאָרום גאָט איז מײן פעסטונג, דער גאָט פון מײן גענאָד.
ו. מזמור ע"ז
א. פאַר דעם געזאַנגמייסטער, פאַר ידותון; פון אָסָפן א מִזמור.
ב. מיין קוֹל איז צו גאָט, און איך שריי,
מיין קוֹל איז צו גאָט, און פאַרנעם צו מיר.
ג. אין טאָג פון מיין נויט זוך איך גאָט,
מיין האַנט איז אויסגעשטרעקט בּיי נאַכט אָן אויפהער,
מיין זעל תיל דיך ניט טרייסטן.
ד. אז איך דערמאַן זיך, גאָט, טו איך בּרומען,
איך קלאָג, און מיין געמיט פאַרגייט זיך. סלה.
ה. דו האַלטסט צו די בּרעמען פון מיינע אויגן;
איך בּין צערודערט און קען ניט רעדן.
ו. איך טראַכט אן די טעג פון אַמאָל,
אָן די יאָרן פון פאַרצייטן.
ז. איך דערמאַן זיך מיין געזאַנג בּיי נאַכט,
איך רעד מיט מיין האַרצן,
און עס פארשט מיין גייסט:
ח. וועט אויף אייבּיק גאָט פאַרלאָזן,
און וועט מער ניט בּאַוויליקן ווידער?
ט. איז אויסגעגאנגען אויף אייבּיק זיין חסד?
איז דער צוזאָג געענדיקט אויף דור-דורות?
י. האָט פאַרגעסן צו לייטזעליקן גאָט?
צי האָט ער אין צאָרן פאַרשלאָסן זיין רחמנות? סלה.
יא. און איך זאָג: דאָס איז מיין ווייטאָק,
וואָס געבּיטן האָט זיך די רעכטע האַנט פון אויבּערשטן.
יב. איך דערמאַן די אויפטוען פון גאָט,
יאָ, איך דערמאַן דיינע וואונדער פון פארצייטן.
יג. און איך טראַכט אָן אַל דיין ווערק,
און אָן דיינע טואונגען טו איך קלערן.
יד. גאָט, אין הייליקייט איז דיין וועג;
ווער איז א גרויסער גאָט ווי גאָט?
טו. דו בּיסט דער גאָט וואָס טוט וואונדער,
האסט געלאזט וויסן צווישן די פעלקער דיין שטאַרקייט.
טז. האָסט אויסגעלייזט מיטן אָרעם דיין פאָלק,
די קינדער פון יעקב און יוסף. סלה.
יז. געזען האָבּן דיך די וואַסערן, גאָט,
געזען האבן דיך די וואסערן, האָבן זיי ווייען געקריגן,
און געציטערט האָבּן די תּהוֹמען.
יח. געפלייצט וואסער האָבּן די וואָלקנס,
א קוֹל האָבּן ארויסגעלאזט די הימלען,
און דיינע פיילן זיינען אומגעלאָפן.
יט. דער קוֹל פון דיין דונער איז געווען אין דעם ווירבּלווינט,
בּליצן האָבּן בּאַלויכטן די וועלט,
געציטערט און געשטורעמט האָט די ערד.
כ. דורכן ים איז געווען דיין וועג,
און דיין שטעג דורך וואַסערן גרויסע,
און דיינע טריט זיינען ניט געמערקט געוואָרן.
כא. האָסט געפירט אזוי ווי שאָף דיין פאָלק,
דורך דער האנט פון משה'ן און אהרנ'ען.
ז. מזמור צ
א. א תּפילה פון משה דעם געטלאַכן מאַן.
גאָט, דו בּיסט אונדז געווען
א באַשיצונג אין אלע דורות.
ב. איידער די בּערג זיינען געבּאָרן געוואָרן,
און דו האָסט בּאַשאַפן די ערד און די וועלט,
און פון אייבּיקייט בּיז אייבּיקייט,
בּיסט דו גאָט.
ג. בּרענגסט דעם מענטשן בּיז דערשלאָגנהייט,
און זאָגסט: טוט תּשובה, איר מענטשנקינדער.
ד. וואָרום טויזנט יאָר איז אין דיינע אויגן
ווי דער נעכטיקער טאָג, ווען ער איז פאַרגאַנגען,
און ווי א וואַך אין דער נאַכט.
ה. שטראָמסט זיי אוועק, ווי אַ דרעמל ווערן זיי;
אין פרימאָרגן ווי גראָז געוואַקסן,
ו. אין פרימאָרגן געליבּט און געוואַקסן,
צום אָוונט אָפּגעשניטן פון פאַרדאַרט.
ז. וואּרום מיר ווערן פארלענד אין דיין כּעס,
און אין דיין גרימצאּרן ווערן מיר פארכאפּט.
ח. האַלטסט אונדזערע זינד אַנטקעגן דיר,
אונדזערע פאַרבּארגענישן פאַרן ליכט פון דיין פּנים.
ט. וואָרום אַלע אונדזערע טעג פאַרגייען אין דיין גרימצאָרן,
מיר ענדיקן אונדזערע יאָרן אזוי ווי א הויך.
י. די טעג פון אונדזערע יאָרן, זיי זיינען זיבּעציק יאָר,
און אז אין גבורה, איז אכציק יאָר;
און זייער שטאָלץ איז מאַטערניש און אומגליק;
וואָרום גיך פאַרגייט עס, און מיר פליען אוועק.
יא. ווער פאַשטייט די מאַכט פון דיין כּעס,
אז ווי דיין מוראדיקייט אזוי איז דיין גרימצאָרן?
יב. לערן אונדז ריכטיק צו ציילן אונדזערע טעג,
כּדי מיר זאָלן קריגן א האַרץ פון חכמה.
יג. קער זיך אום, גאָט, ווי לאַנג נאך?
און דערבּאַרים זיך אויף דיינע קנעכט.
יד. זעטיק אונדז אין פרימאָרגן מיט דיין חסד,
כּדי מיר זאָלן זינגען און זיין פריילאַך אין אלע אונדזערע טעג.
טו. דערפריי אונדז ווי די טעג וואָס דו האָסט אונדז געפּייניקט,
די יאָרן וואָס מיר האבן געזען בּייז.
טז. זאָל באוויזן ווערן דיין טואונג צו דיינע קנעכט,
און דיין פּראַכט אויף זייערע קינדער.
יז. און זאָל די ליבּלאַכקייט פון יהוה אונדזער גאָט זיין אויף אונדז;
און בּאַפעסטיק פאַר אונדז דאָס ווערט פון אונדזערע הענט,
יאָ, דאָס ווערט פון אונדזערע הענט, באַפעסטיק עס.
ח. מזמור קה
א. גיט אַ דאַנק צו גאָט, רופט זיין נאָמען,
לאָזט וויסן צווישן די פעלקער זיינע טואוננען.
ב. זינגט צו אים, שפּילט צו אים,
רעדט פון אַלע זיינע וואונדער.
ג. רימט אייך מיט זיין הייליקן נאָמען;
זאָל זיך פרייען דאָס האַרץ פון די וואָס זוכן גאָט.
ד. פאָרשט גאָט און זיין שטאַרקייט,
זוכט זיין פּנים תּמיד.
ה. דערמאָנט זיינע וואונדער וואָס ער האָט געטאָן,
זיינע צייכנס, און די משפטים פון זיין מויל,
ו. איר זאָמען פון אברהם זיין קנעכט,
איר קינדער פון יעקב, זיינע אויסדערוויילטע.
ז. ער איז יהוה אונדזער גאָט,
איבּער דער גאַנצער ערד זיינען זיינע משפטים.
ח. ער געדענקט אייבּיק זיין בּונד,
דאָס וואָרט וואָס ער האָט באַפוילן אויף טויזנט דורות;
ט. וואָס ער האָט געשלאָסן מיט אברהמען,
און זיין שבועה צו יצחקן.
י. און ער האָט עס אויפגעשטעלט פאַר אַ חק צו יעקב,
פאַר אן אייבּיקן בּונד צו ישראל,
יא. אזוי צו זאָגן: דיר וועל איך געבּן דאָס לאַנד כּנען,
דער טייל פון אייער נחלה.
יב. אז איר זייט געווען מענטשן געציילטע,
ווינציק און פרעמדע דערין,
יג. און זיי זיינען אומגעגאנגען פון פאָלק צו פאָלק,
און פון איין קינינרייך צו אַן אַנדער אומה,
יד. האָט ער ניט געלאָזן אַ מענטשן זיי דריקן,
און האָט געשטראָפט מלכים וועגן זיי:
טו. איר זאָלט ניט אָנרירן מיינע געזאַלבּטע,
און מיינע נביאים ניט זאָלט איר בּייז טאן.
טז. און ער האָט גערופן א הונגער אויפן לאַנד,
יעטוועדער אונטערלען פון בּרויט האט ער צעבראָכן.
יז. ער האט זיי פאַרויס געשיקט אַ מאַן:
פאַר א קנעכט איז פאַרקויפט געוואָרן יוסף.
יח. מען האט געפּייניקט אין קייטן זיין פוס,
אין אייזן איז אריינגעטאָן געוואָרן זיין לייבּ;
יט. ביז דער צייט וואָס זיין וואָרט איז געשען,
האָט דער באַפעל פון גאָט אים געפּרוווט.
כ. דער מלך האָט געשיקט און אים לויז געלאָזט,
דער געוועלטיקער פון פעלקער - און אים פריי געמאַכט.
כא. ער האָט אים געמאַכט פאר אַ האַר איבּער זיין הויז,
און פאַר א געוועלטיקער איבּער זיין גאַנצן אייגנס,
כב. צו בּינדן זיינע האַרן לויט זיין באַראָט,
און זיינע עלטסטע זאָל ער קליגן.
כג. און ישראל איז געקומען קיין מצרים.
און יעקב האָט זיך אויפגעהאַלטן אין לאַנד חָם.
כד. און ער האָט זייער געפרוכפּערט זיין פאָלק,
און זיי געמאַכט שטאַרקער פון זייערע דריקער.
כה. ער האָט פאַרקערט זייער האַרץ פיינט צו האָבן זיין פאָלק,
זיך צו קליגן אקעגן זיינע קנעכט.
כו. ער האָט געשיקט משה זיין קנעכט,
אהרנ'ען וועמען ער האָט אויסדערוויילט.
כז. האָבן זיי געמאַכט צווישן זיי די זאַכן פון זיינע צייכנס,
און וואונדער אין לאַנד פון חָם.
כח. ער האָט אָנגעשיקט פינצטערניש און פינצטער געמאַכט;
און זיי האָבן ניט ווידערשפּעניקט זיין וואָרט.
כט. ער האט פאַרקערט זייערע וואַסערן אין בּלוט,
און האָט געטייט זייערע פיש.
ל. זייער לאַנד האט געווידמענט פרעש,
בּיז אין די קאַמערן פון זייערע מלכים.
לא. ער האָט געהייסן, און אַ געמיש פליגן איז געקומען,
אומגעציפער אין זייער גאַנצן געמאַרק.
לב. האָט געגעבּן אַנשטאָט זייערע רעגנס האָגל,
אַ פלאַמפייער אין זייער לאַנד.
לג. און ער האָט איינגעשלאָגן זייער וויינשטאָק און זייער פייננבּוים,
און אויסגעבּראָכן די בּוימער פון זייער געמאַרק.
לד. ער האָט געהייסן, און אַ היישעריק איז געקומען,
און אַ גראָזפרעסער אַזש אָן אַ צאָל;
לה. און ער האָט אויפגעגעסן יעטוועדער קרייטאַכץ אין זייער לאַנד,
און אויפגעגעסן די פרוכט פון זייער ערד.
לו. און ער האָט געשלאָגן יעטוועדער בּכוֹר אין זייער לאַנד,
די ערשטלינגען פון אַל זייער קראַפט.
לז. און האָט זיי ארויסגעצויגן מיט זילבּער און גאלד;
און ניט געווען צווישן זיינע שבָטים א שטרויכלער.
לח. מִצְרַיִם האָט זיך געפרייט מיט זייער ארויסגיין,
וואָרום זייער שרעק איז געפאַלן אויף זיי.
לט. ער האָט פארשפּרייט אַ וואָלקן צום צודעק,
און א פייער צו לייכטן בּיי נאַכט.
מ. מען האָט פאַרלאַננט, און ער האָט געבראַכט וואַכטל-פויגלען,
און מיט בּרויט פון הימל פלעגט ער זיי זעטן.
מא. ער האָט געעפנט א פעלז, און וואַסער איז גערונען,
געגאנגען ווי א טייך דורך די טריקענישן.
מב. וואָרום ער האָט געדאכט אן זיין הייליקן צוזאָג
צו אברהם זיין קנעכט.
מג. און ער האָט ארויסגעצויגן זיין פאָלק מיט פרייד,
מיט געזאַנג זיינע אויסדערוויילטע.
מד. און ער האָט זיי געגעבּן די לענדער פון די פעלקער;
און די מי פון די אומות האָבּן זיי געירשעט;
מה. כּדי זיי זאָלן האַלטן זיינע געזעצן,
און זיינע לערנונגען זאָלן זיי היטן.
סלה
ט. מזמור קל"ז
א. בּיי די טייכן פון בָּבל,
דאָרטן זיינען מיר געגעסן און געוויינט,
אז מיר האבּן זיך דערמאָנט אן ציון.
ב. אויף די ווערבּעס וואס אין איר
האָבן מער אויפגעהאָנגען אונדזערע האַרפן;
ג. וואָרום דאָרטן האָבּן אונדזערע פאַנגער
פאַרלאַנגט פון אונדז ווערטער פון געזאנג,
און אונדזערע פּייניקער, פריילאַכקייט:
זינגט אונדז פון דעם געזאַנג פון ציון.
ד. ווי זאָלן מיר זינגען דאָס געזאַנג פון גאָט
אויף פרעמדע ערד?
ה. אויבּ איך וועל דיך פאַרגעסן, ירושלים,
זאָל מיין רעכטע האַנט זיך פארגעסן [צו רירן].
ו. זאָל צוגעקלעפּט ווערן מיין צונג צו מיין גומען,
אויב איך וועל דיך נישט געדענקען,
אויב איך וועל נישט דערמאנען ירושלים
אויב מיין העכסטער שמחה.
ז. געדענק, גאָט, די קינדער פון אדום
דעם טאָג פון ירושלים;
די וואָס האָבּן געזאָגט: וואַרפט איין,
וואַרפט איין בּיז צום גרונט אין איר.
ח. טאָכטער בָּבל, דו אנגעבּרייטע צו פארוויסטונג,
וואויל צו דעם וואָס וועט דיר אפּצאָלן
דיין טואונג וואָס דו האָסט אונדז געטאָן;
ט. וואויל צו דעם וואָס וועט אָננעמען און צעהאַקן
דיינע קליינע קינדער אָן פעלז.
י. מזמור ק"נ
א. הללויה.
לויבּט גאָט אין זיין הייליקטום,
לויבּט אים אין זיין מאַכטיקן הימל.
ב. לויבּט אים ווען זיינע גבורות,
לויבּט אים לויט זיין פיל גרויסקייט.
ג. לויבּט אים מיט בלאָזונג פון שופר,
לויבּט אים מיט גיטאַר איו האַרף.
ד. לויבּט אים מיט פּויק און טאַנץ,
לויבּט אים מיט סטרונעס און פלייט.
ה. לויבּט אים מיט קלינגעדיקע צימבּלען,
לויבּט אים מיט הילכיקע צימבּלען.
ו. אַלץ וואָס אָטעם זאָל לויבּן יה.
הללויה.