שטאַפּלען
מחבר:מאַקס וויינרייך
אויסגאַבע:בערלין, 1923
פאַרלאַג:וואָסטאָק
סקאַנירטע ווערסיע אין Internet Archive:nybc200407
די צאָל זייטן:v+260
זע אויך אין מאָדערנעם אויסלייג



שטאַפּלען




פיר עטיודן צו דער יידישער


שפּראַכוויסנשאַפט און
ליטעראַטורגעשיכטע
פון
ד״ר מאַקס וויינרייך



WOSTOK


1923
פאַרלאַג «וואָסטאָק», בערלין


↤ II


Copyright 1923 by Wostok (Der Osten)
Verlag und Büchervertrieb G. m. b. H., Berlin


Druck der Spamerschen Buchdruckerei in Leipzig


↤ III

אינהאַלט
I. וואָס מיר האָבן און וואָס אונז פעלט 5

אַלגעמיינס. יידישע שפּראַכן 6. — יידישע גראַמאַטיקעס. פאָנעטיק 10. — די עלעמענטן פון יידיש 21. — ווערטערביכער 24. — ליטעראַרישע שפּראַך און דיאַלעקטן 30. — ליטעראַטורגעשיכטע. ביבליאָגראַפיע. טעקסט־אויסגאַבעס 37. — געשיכטע פון דער יידישער שפּראַך. דער אָפּשטאַם פון יידיש און פון די יידישע דיאַלעקטן 47. — פאָלקלאָר 54.

II. דאָס ערשטע יאָרהונדערט יידישע שפּראַכפאָרשונג 59

לאַטײַן אין מיטלעלטער. רײַכלין 60. — בעשענשטיין 63. — בעשענשטיינס יידישע שרײַב־כּללים 67. — ר׳ אלי׳ לוי 72. — אלי׳ לויס יידיש־ווערק 76. — ר׳ אליס ווירקונג 87. — סעבאַסטיאַן מינסטער 88. — פּוילוס פאַגיוס 94. — פאַגיוס און די קאָנסטאַנצער חומש־איבערזעצונג 97. — דאָס ‚ספר מידות‘ און זײַנע אָרטאָגראַפישע כּללים 103. — פאַגיוסעס אָרטאָגראַפישע כּללים 111. — דאָס ספר של ר׳ אַנשיל 115. — מיסיאָנערן און יידיש 123. — שאַדעאוס און זײַן חיבור וועגן יידיש 131.

III. מגילת ווינץ, א יידישע היסטאָרישע פּאָעמע 140

דאָס ווערק און זײַן שטעלונג אין אונזער ליטעראַטור 140. — די היסטאָרישע פאַקטן 144. — דער מחבר און זײַן טעכניק 148. — די מעטריק 151. — אויסגאַבעס 153. — אונזער טעקסט 154. — אויסלייגונג 155. — אויסשפּראַך 156. — גראַמאַטיק 159. — דער ניגון 161. — טעקסט 164.

IV. דאָס קורלענדער יידיש 193

יידן און יידיש אין קורלאַנד 193. — קורלענדער יידיש א פאַרזיכדיגער דיאַלעקט 195. — נעמען 198. — וואָקאַלן 199. — קאָנסאָנאַנטן 202. — מאָרפאָלאָגיע און סינטאַקסיס 205. — ווערטערדיגער אוצר 208.

הוספות און תּיקונים 241
זוכצעטל 250


↤ IV

↤ V

דאָס בוך וויל געבן ניט מער, ווי דער טיטול זאָגט צו: איינציגע עטיודן אַלס שטאַפּלען צום געבײַ פון דער יידישער פילאָלאָגיע. צײַטנווײַז וועט דעם לייענער אפשר זײַן א חידוש, וואָס פון א גאַנצער ריי פאַקטן און בײַשפּילן זיינען ניט געמאַכט געוואָרן קיין אַלגעמיינע אויספירן וועגן דער געשיכטע פון דער יידישער שפּראַך און ליטעראַטור, וועגן דעם אויפקומען און די באַציאונגען פון אונזערע דיאַלעקטן. אָבער ס׳איז ניט קיין צופאַל און ניט קיין טעות; פאַרקערט, ס׳איז געווען א גאַנץ באַוואוסטזיניגער גאַנג. ניט נאָר דעם לייענער, נאָר איטליכן שרײַבער זיינען אויך מער צום האַרצן אַלגעמיינע סכעמעס, איבערבליקן און אויסבליקן; אָט דאָס אַלגעמיינע בילד איז דאָך די אונטערשטע שורה, וואָס צו איר שטרעבט די וויסנשאַפט. נאָר איך האָב זיך געפלײַסט בײַצושטיין דעם נסיון, איך האָב געזעהן צו בלײַבן בײַם קאָנקרעטן מאַטעריאַל, וואָרים איך האַלט, אַז די צײַט פאַר אַלגעמיינע קאָנצעפּציעס איז נאָך דערווײַלע ניט געקומען. לעת־עתה האַלטן מיר נאָך בײַם צונויפטראָגן די ציגל; אויף קיין גרעסערס האָב איך זיך ניט פאַרמאָסטן. צי טויגן מײַנע ציגל — דאָס זאָל אָפּשאַצן דער לייענער.

נאָך א פּאָר באַמערקונגען.

איך האָב אין דעם בוך אַרײַנגעפירט עטליכע נעאָלאָגיזמען, אייגענע און פרעמדע. מיר האָבן אין יידיש א שלל פרעמדע ווערטער, וואָס שטייען אונז ווי א ביין אין האַלז, ווײַל זיי טראָגן דעם שטעמפּל פון פרעמדקייט אויפן שטערן. נעאָלאָגיזמען מוזן קלינגען מאָדנע אין דער ערשטער מינוט, און איך באַשטיי גאָרניט אויף דעם, אַז די ווערטער, וואָס איך לייג פאָר, זיינען די פּאַסיגסטע; נאָר מען דאַרף זוכן, און אין א פילאָלאָגישן בוך, מיין איך, מעג מען זיך פאַרגינען אַזוינע עקספּערימענטן. בפרט נאָך, אַז איך טײַטש אַלעמאָל אויס, וואָס און ווען.

↤ 2

אינם ערשטן אַרטיקל, וואו איך רייד אַרום אונזער גאַנצע מאָדערנע פילאָלאָגישע ליטעראַטור, קאָן אפשר אויסקומען טיילמאָל, אַז איך גיב דאָ הסכמות. נאָר ווי האָב איך געזאָלט טון אַנדערש? יעדנפאַלס האָב איך געזעהן צו ריידן וועגן ווערק און ניט וועגן מענטשן.

פאַר אַלע מיני אָנווײַזונגען, תיקונים, צוגאָבן א.אַז.וו. זאָג איך שוין אַפריער א האַרציגן דאַנק. די בריוו בעט איך צושיקן אויפן אַדרעס פון פאַרלאַג.

בערלין, 23 מערץ 1922.

מ. וויינרייך.

↤ 3

רשימה פון די ביכער, וואָס ווערן ציטירט אין א פאַרקירצטער פאָרם

בערנשטיין: יוּדישע שפּריכווערטער אוּן רעדענסאַרטען. געזאַמעלט אוּן דערקלערט פון איגנאַץ בערנשטיין. 2טע אויפלאַגע, וואַרשוי תרס״ח (1908). [געדרוקט בײַ יוסף פישער אין קראָקע.]

באָראָכאָוו [מיט א נומער]: ב. באָראָכאָוו, ביבליאָטייק פונם יידישן פילאָלאָג, אין «דער פּנקס», ב. אַ. קלעצקין, ווילנע 1913.

בירנבוים: Salomo Birnbaum, Praktische Grammatik der jiddischen Sprache. Wien-Leipzig 1916, Verlag A. Hartleben

גייגער: L. Geiger, Das Studium der hebräischen Sprache in Deutschland vom Ende des 15. bis zur Mitte des 16. Jh. Breslau 1870

G:‏ Wörterschatz der deutschen Sprache Livlands von W. von Gutzeit, Riga 1886—87.

GN: דאָס אייגענע, Nachträge

גידעמאַן: Geschichte des Erziehungswesens und der Cultur der abendländischen Juden von Dr. M. Güdemаnn. В. III. Wien 1888.

גידעמאַן ייד׳: מ. גידעמאַן. אידישע קולטור־געשיכטע אין מיטלאַלטער. אידיש — נחום שטיף. «כלל־פאַרלאַג», בערלין 1922.

גינטער: Die deutsche Gaunersprache und verwandte Geheim- und Berufssprachen. Von Prof. Dr. L. Günther. Leipzig, Quelle & Meyer, 1919.

גערצאָן: Die jüdisch-deutsche Sprache. Eine grammatisch-lexikalische Untersuchung ihres deutschen Grundbestandes. Von Dr. phil. Jakob Gerzon. Frankfurt am Main, Verlag von J. Kauffmann. 1902.

גרינבוים: Jüdischdeutsche Chrestomathie von Dr. Max Grünbaum. Leipzig, F. A. Brockhaus, 1882.

ווילער: Jakób Willer, Żargon żydowski na ziemiach polskich, אין דער Encyklopedja Polska, פון דער קראָקער Akademja Umiejętności, קראָקע 1915, ב׳ III, ז׳ 395—424.

טענדלוי: Sprichwörter und Redensarten deutsch-jüdischer Vorzeit. Von A. Tendlau. Frankfurt am Main [1860].

ליפשיץ, יוד. רוס.: יודעש־רוסישער ווערטער ביך פין י. מ. ליפשיץ. פּרייז 80 קאָפּ׳ בדפוס ה״ר י. מ. באַקשט. זיטאָמיר 1876.

לעקסער [מיט א רוימישער ציפער]: Mittelhochdeutsches Handwörterbuch von Dr. M. Lexer В. I—III, Leipzig 1876.

לעקסער [אָהן א ציפער]: Mittelhochdeutsches Taschenwörterbuch von Matthias Lexer, 15. Auflage. Leipzig, 1920.

מיטטיילונגען: Mitteilungen zur jüdischen Volkskunde (דאָס איז דער איצטיגער טיטול; פריער האָט דער זשורנאַל געטראָגן א ביסל אַן אַנדער נאָמען).

פּנקס I: דער פּנקס, יאהרבוך פאר דער געשיכטע פון דער יודישער ליטעראטור און שפּראך, פאר פאלקלאר, קריטיק און ביבליאגראפיע. ערשטער יאהרגאנג — תרע״ב. רעדאקטירט פון ש. ניגער. ווילנער פאַרלאַג פון ב. א. קלעצקין, תרע״ג.

↤ 4

פּערלעס: Beiträge zur Geschichte der hebräischen und aramäischen Studien. Von Dr. Josef Perles. München, Theodor Ackermann, 1884.

פּרילוצקי [זעה ז׳ 34 פון דעם בוך]

פאָרזאַנגער: Het Joodsch in Nederland. Aan het hebreeuwsch en andere talen ontleende woorden en zegswijzen. Verzameld en toegelicht door J. L. Voorzanger en J. E. Polak. Amsterdam 1915. N. V. de erven H. van Munster en zoon.

Cat. Bodl.‎‏: M. Steinschneider. Catalogus librorum hebraeorum in Bibliotheca Bodleiana I—II. Berlin 1852—1860.

קלוגע: Etymologisches Wörterbuch der deutschen Sprache von Friedrich Kluge. 8. Auflage. Strassburg, Karl J. Trübner, 1915.

רייזען I: ז. רייזען, גראַמאַטיק פון דער יידישער שפּראַך. ערשטער טייל. ווילנע פאַרלאַג ש. שרעבערק.

שולמאַן: אלעזר שולמאַן. שפת יהודית־אשכנזית וספרותה. מקץ המאה הט״ו עד קץ שנות המאה הי״ח. יצא לאור ע״י בני משפחתו של המחבר המנוח בהשגחת י. ח. טביוב. ריגא, בדפוס אלי׳ לעווין. תרע״ג.

שטראַק: Jüdisches Wörterbuch mit besonderer Berücksichtigung der gegenwärtig in Polen üblichen Ausdrücke von D. Dr. Hermann L. Strack. Leipzig, J. C. Hinrichs’sche Buchhandlung, 1916.

שמעלער: J. Andreas Schmeller. Bayerisches Wörterbuch I—II. 2. Ausg. München 1872—1877.

*

ליטווישע ווערטער ווערן ציטירט אין דעם בוך לויט Wörterbuch der litauischen Sprache von Friedrich Kurschat, Halle 1870;

לעטישע ווערטער — לויט Lettisches Wörterbuch von Ulmann und Brasche, Riga und Leipzig 1880;

קורלענדער דײַטש פון אייגענעם זכרון און לויט Wörterschatz der deutschen Sprache Livlands von W. von Gutzeit, 1—4 und Nachträge, Riga 1886—1887 und 1889.

*

בײַ צוגאָבן און פּירושים צו ציטאַטעס האָב איך מײַנע באַמערקונגען געשטעלט אין קאַנטיגע קלעטערן [ ].

די טראַנסקריפּציע איז די אַלגעמיין־אָנגענומענע: z=ז; š=ש; s=ס א. אַז. וו.

*

אַה״ד = אַלטהויכדײַטש (די דײַטשע שפּראַך פון אַן ערך 750—1100); מה״ד = מיטלהויכדײַטש (פון אַן ערך 1100—1500); נה״ד = נײַהויכדײַטש (פון אַן ערך 1500 ביז הײַנט). דער אָנהייב פון נה״ד רופט זיך פרי־נײַהויכדײַטש (פרנה״ד).

↤ 5

וואָס מיר האָבן און וואָס אונז פעלט

1. מיר זיינען שוין ב״ה אַריבערגעוואַקסן יענע מדרגה, ווען שרײַבן וועגן יידיש האָט געהייסן: אויפווײַזן, אַז יידיש איז אויך א שפּראַך. אויך האָט שוין גענומען א סוף צו יענע דיסקוסיעס העברעאיש — יידיש, וואו מען האָט זיך געחקירהעט וועגן דער «נאַציאָנאַלער שפּראַך», ניט דורכקומענדיג אַפריער צווישן זיך, וואָס דאָס איז אַזוינס. די אַלע דיסקוסיעס און פּאָלעמיקעס זיינען געווען אַן עטאַפּ אויפן וועג צו אונזער נאַציאָנאַלער עמאַנסיפּאַציע; די יידישע פאָלקסמאַסע האָט געמוזט איבערקומען די זעלביגע מאָזלען און פּאָקן, וואָס אַלע אויפוואַכנדיגע פעלקער. אָבער אויף אַלץ איז א צײַט; און דאָס וואָס מיר זיינען שוין פּטור געוואָרן פון דעם פּאַפּירענעם «שפּראַכנקאַמף», איז א סימן, ווי ווײַט מיר האַלטן שוין.

הײַנט האָבן מיר שוין פאַר זיך פּאָזיטיווע אויפגאַבעס: ניט זאָגן, אַז יידיש איז די (אָדער «א») נאַציאָנאַלע שפּראַך, נאָר בויען די יידישע שול און די יידישע ליטעראַטור; ניט ברענגען ראיות, אַז יידיש איז אויך א שפּראַך מיט אַלע שפּראַכן צוגלייך, נאָר אויספאָרשן, וואָס פאַר א שפּראַך מיר האָבן, אין וואָס עס שטעקן אירע באַזונדערקייטן, ווי אַזוי זי איז אויסגעוואַקסן און ווי אַזוי זי אַנטוויקלט זיך איצטער.

די ביידע אויפגאַבעס גייען דערווײַלע האַנט אין האַנט. וואָס מער עס וואַקסט די יידישע שול, אַלץ גרעסער ווערט איר באַדערפעניש אין א וויסנשאַפטליכער אויספאָרשונג פון יידיש; און דאָס רוב מענטשן, וואָס אינטערעסירן זיך בײַ הײַנטיגן טאָג מיט יידישער פילאָלאָגיע, זיינען אָדער לערער, אָדער אַנדערע טוער, וואָס אַרבעטן אַרום דער שול. דאָס באַגרעניצט דערווײַלע דעם פאַרנעם פון אונזער וויסנשאַפט, אָבער ס׳איז א געזונטע ערשײַנונג, וואָרים דאָס איז אַן אָנצוהערעניש, אַז די וויסנשאַפט אַנטוויקלט זיך אָרגאַניש. מעג מען האָפן, אַז מיר וועלן זוכה זײַן צו ↰ 6 דערלעבן א צײַט, ווען די יידישע שפּראַך־וויסנשאַפט און ליטעראַטור־וויסנשאַפט וועט ווערן אַן ענין פאַר א הויכשול און פאַר א זעלבשטענדיגן צענטראַלן פאָרש־אינסטיטוט.1)

אַ היפּש ביסל איז שוין אויפגעטון געוואָרן ביז איצט, נאָר ס׳איז צעוואָרפן איבער ביכער, וואָס זיינען אַרויס אין אַלע עקן וועלט, איבער זאַמלביכער און זשורנאַלן; איז ניט אַזוי גרינג זיך צו אָריענטירן. נאָך מער איז געבליבן צו טון: פאַראַן פראַגעס, וואו מען קאָן אָנקומען צו הילפסביכער אויף אַנדערע שפּראַכן, פאַראַן ווידער פּראָבלעמען, וואו מען קאָן זיך גאָר קיין עצה ניט געבן. אָט דאָס איז דער באַשיידענער צוועק פון דעם אַרטיקל: אָנווײַזן, ווי אַזוי מען זאָל זיך באַקאָנען מיט די פאַרשיידענע געביטן פון דער «יידישיסטיק».

א
אַלגעמיינס. — יידישע שפּראַכן

2. וואָס וויל די פילאָלאָגיע?

זי וויל אויספאָרשן אַלע אַנטפּלעקונגען פון דער פאָלקס־נשמה, וואָס נעמען אָן א שפּראַכיגע פאָרם. דאָס איז קודם־כל די שפּראַך גופא, וואָס אין אירע קלאַנגען, אין אירע פאָרמען, אין איר זאַץ־געבײַ שפּיגלט זיך שוין אָפטמאָל אָפּ דער אייגענער נוסח פון דעם פאָלק. ווײַטער די ליטעראַטור, די אַלטע און די נײַע. און ענדליך אַלצדינג, וואָס טראָגט אויף זיך ניט קיין ליטעראַרישן חוֹתם און גייט אום אונטערן נאָמען «פאָלקסשאַפונג» (הגם עמיצער א יחיד מוז דאָך דאָס האָבן געשאַפן, מערניט ער איז געבליבן אַנאָנים): פאָלקסלידער, שפּריכווערטער, מעשהלעך, רעטענישן אד״ג.

1) אייגנטליך וואָלט מען געדאַרפט זאָגן אויף יידיש ניט «פאָרשן», נאָר «פאָרשטן»; דאָס איז כּמעט אין אונזער גאַנצער עלטערער ליטעראַטור דאָס שטענדיגע טײַטש־וואָרט פאַר «דרש»; «פאָרשן» אָהן א ט באַגעגנט זיך זעלטן. נאָר איך ניץ ביידע פאָרמען גלײַך. וואָס טוט מען ניט, פון שלום־בית וועגן.

2) דאָס וואָרט שטאַמט פון ז. רייזענען. ס׳גרילצט א ביסל אין אויער. אָבער צוריקגערעדט, אויב מען זאָגט מיט אַזאַ חשק: סלאַוויסטיק, גערמאַניסטיק, פאַרוואָס זאָל ניט טויגן «יידישיסטיק»? יעמאָלט וועט דאָס וואָרט «יידישיסט» אָנווערן זײַן משונהדיגן פּשט: «אָנהענגער(!) פון יידיש», און ס׳וועט באַטײַטן: פאָרשער פון דער יידישער שפּראַך.

די אַלע געביטן וועלן מיר באַטראַכטן אין דעם אַרטיקל. קיין בוך, וואָס זאָל געבן א השגה וועגן די אַלגעמיינע אויפגאַבעס פון דער שפּראַכוויסנשאַפט, האָבן מיר נאָך ניט. אויף אייראָפּעאישע לשונות ↰ 7 איז פאַראַן אָהן א שיעור אַזעלכע אַרײַנפירן; ווער ס׳האָט א מיגליכקייט צו באַקומען די ביכער, קאָן לייענען R. Meringeг, Aus dem Leben der Sprache (Berlin) אָדער H. Örtel, Lectures on the study of language (New-York). אָבער אַפילו ווען מען זאָל אַזאַ בוך איבערזעצן אויף יידיש, וועט עס ניט אינגאַנצן פאַרבײַטן אַן אייגן ווערק: וואָרים אַזאַ מין אַרײַנפיר דאַרף זײַן אויפגעבויט אויף בײַשפּילן פון דער אייגענער שפּראַך, שטיצן זיך אויף אייגענע פאָרמען און ווענדונגען. פעלן פעלט אונז אויך א בוך, אָדער כאָטש א ביכל, וועגן פאָנעטיק. פאָנעטיק איז די לערע וועגן די קלאַנגען, און איידער מען גייט אײַנהערן זיך און באַשרײַבן די קלאַנגען פונם אייגענעם לשון, דאַרף מען וויסן, ווי אַזוי קומען בכלל אויף די קלאַנגען, וואָס איז דער חילוק פון אַרטיקולירטע ביז ניטאַרטיקולירטע קלאַנגען, ווי אַזוי זיינען געבויט די מענטשליכע רייד־אָרגאַנען, צו וואָסערע גענג און אינסטרומענטן ס׳קומט אָן די הײַנטיגע עקספּערימענטאַלע פאָנעטיק. די פּאָר זײַטלעך, וואָס עס גיט וועגן דעם אגב־אורחא זלמן רייזען I (ז׳ 47-37), קלעקן ניט, און דער עיקר, זיי זיינען ניט גענוג קלאָר, ווײַל ס׳פעלן געמעלן. ס׳לוינט צו לייענען דעם פאָנעטישן טייל אין זשיטאָמירסקי־האָכבערגס «מעטאָדישע אָנווייזונגען צו דער נײַער שול» (ווילנע, ב. אַ. קלעצקין); נאָר א ספּעציעל בוך וועגן דעם איז אומבאַדינגט נייטיג, און דאָס וואָלט מען גראָד געקאָנט איבערזעצן. פאַר די, וואָס לייענען פרעמדע שפּראַכן, איז כּדאַי אָנצעווײַזן: R. W. Schulte, Abriss der Lautwissenschaft, Verlag О.R. Reisland, Leipzig., א קליין ביכל פון 47 זייטן; Jespersen, Elementarbuch der Phonetik, B.G. Teubner, Leipzig

3. די צוויי טעמעס: אַלגעמיינע שפּראַכוויסנשאַפט און פאָנעטיק, זיינען אָבער שוין גיכער פאַר אַזוינע, וואָס שפּירן שוין א צובונד צום עצם־ענין פון שפּראַכפאָרשונג; פאַרן אָנהייבער וועט זײַן צו האַרב אַפילו דאָס גרינגסטע ביכל פון דעם מין. דאָ וואָלט זיך געפּאַסט אַן עלעמענטאַרער אַרײַנפיר, וואָס זאָל זיך פאַרנעמען ניט מיט אַלגעמיינע פּראָבלעמען פון דער שפּראַכוויסנשאַפט, נאָר ער זאָל דורך קאָנקרעטע בײַשפּילן געבן א פאָרשטעלונג וועגן די צילן און די גענג פון דער וויסנשאַפט. און די בײַשפּילן וואָלטן געוויינטליך געדאַרפט גענומען ווערן פון יידיש. גראָד ↰ 8 מיט דער געשיכטע און מיטן צוזאַמענשטעל פון יידיש איז גרינג צו אילוסטרירן אַלגעמיינע געזעצן. ס׳איז א שפּראַך, וואָס איז אויסגעוואַקסן לפי־ערך מיט א קורצער צײַט צוריק, אַלע אירע תקופות האָבן זיך אָפּגעשפּיגלט בכתַב, דער לעקסיקאָן, די וואָרטבילדונג, דער סינטאַקסיס זיינען פּרינציפּיעל די אייגענע, וואָס בײַ א גרויסן טייל פון די הײַנטיגע שפּראַכן. ס׳איז נאָר א קשיה, צי לאָזט זיך שוין שאַפן אַזאַ ווערק (אַן ערך לויטן טיפּ פון יעספּערסענס בוך וועגן ענגליש אָדער בעהאַגהעלס וועגן דײַטש) בײַם הײַנטיגן שטאַנד פון דער יידיש־פאָרשונג; איך מיין אָבער, אַז יאָ. ניט אויף אַלע האַרבע קשיות לאָזט זיך נאָך געבן אַן ענטפער, ווייל עס ליגן נאָך אין אָקספאָרד, אין האַמבורג, אין מינכען, אין פּאַרמע און אין אַנדערע ערטער פיל צעהנדלינגער כתב־ידן, וואָס קיינער האָט נאָך אין די אויגן ניט אָנגעזעהן. אָבער וואו ס׳איז ניטאָ קיין ענטפער, קאָן מען איבערלאָזן א פרעגצייכן. אַן אָפּשילדערונג פון די פּראָבלעמען פון דער יידישער פילאָלאָגיע איז שוין אויך זייער אינטערעסאַנט.

כּל־זמן מיר האָבן נאָך ניט אַזאַ מין בוך פאַרן אָנהייבער, דאַרפן מיר אים אָפּשיקן צו יענע ביכער, וואָס מיר פאַרמאָגן יאָ. איך רעכן, אַז דאָס גלײַכסטע איז: נעמען זיך פריער פאַר אַלץ צום שטודיום פון דער לעבעדיגער שפּראַך: די געשיכטע פון א שפּראַך עפנט אויף פאַר אונז א סך ברייטערע פּערספּעקטיוון, אָבער לכתחילה מוז מען זיך דאָך אויסלערנען קוקן, אַניט זעהט מען גאָרנישט.

4. היינריך לעווע׳ס בוך Die Sprachen der Juden (אַרויסגעגעבן פון Jüdischer Verlag,‏ 1911) האָט זיך אונטערגענומען צו טון א וויכטיגע אַרבעט, נאָר אַרויסגעקומען זיינען דערפון צעהן נודנע דרוקבויגן. ס׳איז א גליקליכער געדאַנק: אויסשטעלן איינס לעבן דאָס אַנדערע אַלע לשונות, וואָס יידן האָבן איבערגעהאַט, זינט העברעאיש האָט אויפגעהערט צו קלינגען אין מויל פון פאָלק, און אויסגעפינען, וואָס פאַרבינדט די אַלע לשונות. עס קאָן גרײַליך געמאָלט זײַן, אַז מיר וואָלטן דאַן געפינען א סך קרובהשע שטריכן, וואָס נעמען זיך פונם בשותפותדיגן «יידישן גײַסט» אין די אַלע שפּראַכן. אָנשטאָט דעם האָט לעווע זיך פאַרמאָסטן צו צעשמעטערן אַלע «געגנער פון העברעאיש» (ד״ה אַזעלכע, וואָס גלייבן ניט אין דער אויפלעבונג פון דער העברעאישער שפּראַך); דעריבער ↰ 9 לאָזט ער זיך אַוועק אויף לאַנגע זײַטן אין א פּאָלעמיק מיט די אָנהענגער פון א יידישער שול און דערציילט זײַנע דײַטשע לעזער א מעשה (ז׳ 127), אַז «די יידן זיינען נאָך הײַנט א פאָלק, וואָס די גרעסטע מערהייט זיינע רעדט אויף איינעם פון די יידישע דיאַלעקטן, נאָר שרײַבן שרײַבט זי העברעאיש». אמת, לעווע איז פאָרט א דײַטשער ציוניסט; באַציט ער זיך צו יידיש מער טאָלעראַנט, ווי אונזערע היימישע תּרבות־לײַט (דאָס בוך ענדיגט זיך מיט א לויב־געזאַנג צו דער «תּרבות»), נאָר קיין ווערט קומט אים פון דעם ניט צו. אַרום און אַרום: א בוך, פון וועלכן ס׳ווערט אומעטיג אויפן האַרצן: אָט דאָס רופט זיך בײַ יידן וויסנשאַפט!

5. אָהן א שיעור טיפער, אינטערעסאַנטער און באַלערנדיגער איז דאָס ווערק פון מתתיהו מיזעס, וואָס איז אַרויס אין דער צײַט פון מלחמה: Matthias Mieses, Die Entstellungsursache der jüdischen Dialekte, R. Löwit Verlag, Wien 1915. מיזעס שטעלט זיך א פראַגע, וואָסערע סיבות עס האָבן געבראַכט דערצו, אַז יידן האָבן זיך כּמעט אומעטום אין גלות געשאַפן אייגענע שפּראַכן. די באַדריקטע לאַגע זייערע? נאָר אָט האָבן די שקלאַפן אין רוים, די צוגעהעריגע פּויערים אין מיטלעלטער ניט געהאַט קיין אייגענעם לשון. אפשר איז שולדיג די ראַסע? נאָר מיר זעהען א סך פאַלן, וואו די באַזונדערקייט פון דער אָפּשטאַמונג האָט ניט אַרויסגערופן קיין שפּראַכיגע באַזונדערקייט: די הוגענאָטן, וואָס זיינען פאַרוואָגלט געוואָרן פון פראַנקרײַך קיין דײַטשלאַנד, די גריכן אין דרום־גאַליע — זיי האָבן זיך אויסגעמישט מיט דער אָרטיגער באַפעלקערונג און זיינען פאַרשוואונדן געוואָרן פון דער ווײַסער וועלט. די ווירטשאַפטליכע שטעלונג פון די יידן, זייער ראָליע פון סוחרים און מַלווה׳ס? נאָר קיינמאָל האָבן ניט אַלע סוחרים גערעדט אויף א יידישן לשון, אַלעמאָל נאָר דער יידישער טייל פון די סוחרים.

און אַזוי ווײַטער און ווײַטער. מיזעס גייט דורך כּסֵדר אַלע אַרגומענטן און פרעגט זיי אָפּ, ביז וואַנען ער קומט צו דײַן טעזיס: יידן פלעגן זיךשאַפן באַזונדערע שפּראַכן, ווײַל זיי האָבן געהאַט א באַזונדער רעליגיע. ער ברענגט א גאַנצע ריי פאַקטן פון אַנדערע פעלקער, וואָס די שפּראַך האָט זיך בײַ זיי געשפּאָלטן צוליב קאָנפעסיאָנעלע שפּאַלטונגען: בײַ די אינדיער, בײַ די כינעזער, בײַ די סלאָוואַקן. דאָס ↰ 10 אייגענע געפינט ער אויס בײַ יידן אויך; די יידישע לשונות זיינען אויפגעקומען, ווײַל יידן האָבן געהאַט אַן אַנדער אמונה, ווי דאָס פאָלק, בײַ וועמען זיי פלעגן איבערנעמען די שפּראַך. נאָר איינמאָל אויפגעקומען, זאָגט מיזעס, וועלן שוין די יידישע שפּראַכן, און איבערהויפּט אונזער יידיש, עמאַנסיפּירן זיך פון דער קאָנפעסיאָנעלער אפּוטרופסות.

6. מיזעסעס אַרבעט (120 זײַטן) איז וויכטיג קודם־כל צוליב דעם גרויסן באַרג מאַטעריאַל, וואָס ער האָט אויפגעקליבן. וואָס ס׳איז שייך צו זײַן טעאָריע, דערזעהט מען באַלד, אַז זי איז ניט אַזוי משונה־פרעמד, ווי ס׳דוכט זיך אָפּ אין דער ערשטער מינוט. ניט אַזוי די אמונה גופא טרעט אַרויס ווי דער פאַקטאָר, וואָס פורעמט די שפּראַך, נאָר די אָפּגעשלאָסענע סביבה, וואָס ווערט דורך דער באַזונדערער אמונה געשאַפן. אַז א קאָנפעסיאָנעלער צווישנשייד ברענגט א גרויסע שפּראַכיגע אַנטוויקלונג — דאָס וועט קיינער ניט גיין אָפּלייקענען. מיר זעהען דאָס אַפילו אין אונזער קיבוץ אויך: די חסידישע באַוועגונג האָט געבראַכט צו א גרויסער אַנטוויקלונג פון יידיש. אָבער דאָס אייגענע, אפשר נאָך אין א גרעסערער מאָס, האָט אויפגעטון די אַרבעטער־באַוועגונג; אַלזאָ ניט דווקא א רעליגיעזע איבערקערעניש מאַכט אָן א שפּראַכיגע איבערקערעניש, נאָר אויך אַנדערע טיפע שינוים אין די תּנאים פון לעבן. הייסט עס, די גאַנצע פּראָבלעם ווערט אַריבערגעטראָגן אין אַן אַנדער פלאַך. די יידישע לשונות זיינען טאַקע באַשאַפן געוואָרן דורך דער אָפּגעשלאָסנקײַט פון די יידישע סביבות; נאָר עס בלײַבט א קשיה, מיט וואָס יידן האָבן אויפגעהיט זייער אָפּגעשלאָסנקייט, זייער אייגנאַרטיקייט, זייער קיום — צי דורך דער אמונה, צי מיט אַנדערע וועגן. ס׳הערט אויף צו זײַן א פראַגע פאַר דער פילאָלאָגיע, ס׳ווערט אַן ענין פאַר דער יידישער געשיכטע אין אַלגעמיין.

ב
יידישע גראַמאַטיקעס. פאָנעטיק

7. יידישע גראַמאַטיקעס האָבן מיר שוין עטליכע. איך מיין דאָ ניט זאַמלונגען פון איינציגע כּללים, צונויפגעשטעלט אין א געוויסן סֵדר; אַזאַ זאַמלונג האָט שוין געגעבן בוקסטאָרף אין 1609, און אין 1750 האָט שוין קריזאַנדער בפירוש אָנגערופן זײַן ווערק: «Jüdisch-Teutsche ↰ 11 Grammatick». אָבער די אַלע ווערק ביזן סוף פון 19טן י״ה זיינען נאָר גוט אַרויסצודרינגען פון זיי געוויסע זאַכן וועגן דער יידישער שפּראַך אין עלטערע צײַטן; פאַרלאָזן זיך אויף זיי קאָן מען בשום־אופן ניט, און אַגב האָבן זיי זיך דאָך געשטעלט גאָר אַנדערע צילן, ווי א הײַנטיגע יידישע גראַמאַטיק, וואָס וויל סיסטעמאַטיש באַשרײַבן אַלע זײַטן פון אונזער שפּראַכיגן לעבן.

אַלס ערשטער פּרוב פון א וויסנשאַפטליכער גראַמאַטיק דאַרף באַטראַכט ווערן שײַנעאַנוס רומענישע אַרבעט Studiu dialectologie asupra graiului Evreo-german (דיאַלעקטאָלאָגישער עטיוד וועגן דעם יידיש־דײַטשן ריידעניש), וואָס איז אַרויס אין בוקאַרעשט 1889. שײַנעאַנו, הײַנט איינער פון די באַוואוסטע רומענישע (און בכלל ראָמאַנישע) פילאָלאָגן, האָט שוין יעמאָלט געהאַט סאָלידע קענטענישן אין שפּראַכוויסנשאַפט, און ער האָט פאַרשטאַנען, אַז מען טאָר ניט גלײַכן יידיש צו דער הײַנטיגער נײַהויכדײַטשער ליטעראַטור־שפּראַך, נאָר מען דאַרף זוכן פּאַראַלעלן אין דער מיטלהויכדײַטשער שפּראַך פון איין זײַט און אין די לעבעדיגע דײַטשע דיאַלעקטן פון דער אַנדער זײַט. איבעריגס פיל האָט שײַנעאַנו נאָך ניט געקאָנט יעמאָלט אויפטון, מחמת דער שטודיום פון די דײַטשע דיאַלעקטן איז נאָך דאַן געלעגן אין די וויקעלעך; אויך האָט ער געמוזט זײַן קורץ, ווײַל ער האָט אין 78 זײַטן אַרײַנגעשפּאַרט א גראַמאַטיק, א פאַרגלײַך מיט די דײַטשע דיאַלעקטן, א פילאָלאָגישע ביבליאָגראַפיע, אויסצוגן פון עלטערע יידישע ווערק און א פֵּירוש אויף א סך ווערטער. — אין 1902 האָט שײַנעאַנו אָפּגעדרוקט א פאַרברייטערטע פראַנצויזישע איבערזעצונג פון זײַן אַלטער אַרבעט אין Mémoires de la société de linguistique, באַנד XII. אָבער די דאָזיגע באַאַרבעטונג איז אויך געבליבן ניט־פאַרענדיגט [באָראָכאָוו, No.‎‏ 119 און 120].

8. מיט א יאָר פריער פאַר שײַנעאַנון האָט זיך אָנגעהויבן דרוקן אין לעמבערגער «Israelit» אַן אַרבעט פונם דאָרטיגן אַדוואָקאַט פיליפּ מאַנש אונטערן נאָמען: «Der jüdisch-polnische Jargon» [באָראָכאָוו, No.‎‏ 118]. מאַנש איז געווען א מיטגליד פון דער לעמבערגער קהילה־פאַרוואַלטונג, דער שאַפער פון איר סטאַטוט; אַן איבערגעגעבענער פאָלקסמענטש, איז ער געווען מיט לײַב און זייל אַרײַנגעטון אין אַלע יידישע אַנגעלעגנהייטן, און ער איז געווען פעסט צוגעבונדן צו דער יידישער מאַסע. האָט ער זיך פאַראינטערעסירט ↰ 12 מיט איר שפּראַך אויך, וואָס ער האָט שוין געקענט פון די קינדערשע יאָרן, נאָר וואָס פאַר א גאַליצישן אינטעליגענט איז זי יעמאָלט געווען ניט קיין גרויסער יחוס. קיין פילאָלאָג איז מאַנש ניט געווען; ער שרײַבט אַליין, אַז ער וויל געבן ניט מער ווי א «דילעטאַנטישן עטיוד», וואָס זאָל דערוועקן אַן אינטערעס צו דער שפּראַך בײַ מלומדים. דעריבער זיינען פאַראַן בײַ אים א סך זייער ריזיקאַלישע השערות; איבערהויפּט ווען ער רעדט וועגן דעם, ווי אַזוי די צי יענע פאָרם איז אויפגעקומען. אָבער דערפאַר געפינען מיר אויך אין דער ארבעט א סך פײַנע אַכטגעבונגען 1), און ס׳וואָלט געוויס געווען א יושר אַרויסצוגעבן אין א באַזונדער ביכל א נײַעם אָפּדרוק פון מאַנשס עטיוד. איידער דאָס איז געשעהן, קאָן קיין רייד ניט זײַן וועגן ניצן די אַרבעט, וואָרים דער זשורנאַל, וואו זי האָט זיך געדרוקט אין פאָרטזעצונגען (דער מחבר איז געשטאָרבן 1890, ניט באַווײַזנדיג צו פאַרענדיגן זי אינגאַנצן), איז איצטער געוואָרן א יקר־המציאות. דוכט זיך, נאָר אין ביבליאָטעק פון דער לעמבערגער קהילה איז פאַראַן א גאַנצער קאָמפּלעקט.

9. וועגן אַנדערע ווערק, מער אָדער ווייניגער וויסנשאַפטליכע, וועל איך ריידן א ביסעלע שפּעטער; איצט ווילט זיך מיר דערמאָנען א בוך, וואָס איז גרינג צוטריטליך פאַר יעדערן און וואָס דערמיט איז די גלײַכסטע זאַך אָנצוהייבן די באַקענטשאַפט מיטן לעבן פון יידיש. דאָס איז זלמן רייזענס «גראַמאַטיק פון דער יידישער שפּראַך» I (ווילנע, 1920, ש. שרײַבערק). א שאָד, וואָס עס איז דערווײַלע אַרויס מערניט ווי דער ערשטער טייל; אָבער דאָס איז שוין אויך א גרויסער געווינס. געוויינטליך, חסרונות קאָן מען געפינען אין ז. רייזענס גראַמאַטיק, איבערהויפּט אין די אַלגעמיינע פאָרמולירונגען. די «ברעכונג», א שטייגער (133), איז ניט ריכטיג באַשריבן. אַן איבערגאַנג פון e צו a איז ניט קיין «פאַרטונקלונג» (157). די באַצייכענונג פון דער אויסשפּראַך אין פאַרשיידענע דיאַלעקטן וואָלט געדאַרפט געגעבן ווערן אין לאַטיינישע אותיות; וואָרים ווען איר שרײַבט (63): «אין דעם פּוילישן דיאַלעקט ווערט דער דיפטאָנג ’ײֵ‘, דער צירה, אויסגערעדט ײַ (אַי)» וועט א בעסאַראַבער לייענען דעם ײֵ = e + j, דעם ײַ = a און דעם אַי גאָר אפשר o + j (פגל׳ קאַץ — koc), און ס׳וועט

1) «בעאָבאַכטונגען» בלע״ז.

↤ 13

אַרויסקומען א גרויסער פּלאָנטער. דאָס זיינען זאַכן, וואָס מוזן אין דער צווייטער אויפלאַגע פאַרריכט ווערן. נאָך עטליכע קליינינקע ניט־גענוי־קײַטן וויל איך דאָ פאַרצייכענען. «קורץ» הייסט אויף לאַטײַן ניט brevus, נאָר brevis‏ (216). די אַלטגעזעסענע פאָרם פון smaragd אין יידיש איז ניט «שמאַראַגד» (242), נאָר «שמאַראַק», פּונקט ווי אין מה״ד (אַזוי שטייט, למשל, אין מיין אַלטן תם־וישר, אָהן א שער, כב b) אדער אַפילו «שמאָראַק» (šmorak‏, šmurak; ליפשיץ, יוד.־רוס. а216: שמ̈אַראַק). לבנה האָט געהייסן אין מה״ד ניט mant‏ (92), נאָר māne אדער mān; און «פּויפּס» (94), האָט «וי» ניט ע״פּ אַנאַלאָגיע מיט «אויבס» (א סמיכת־הפַּרשה!), נאָר צוליב דעם, וואָס אונזער וואָרט איז אַרויסגעוואַקסן פון דער דײַטשער דיאַלעקטישער פאָרם pōps. איבערהויפּט איז א חסרון פון בוך דאָס, וואָס רייזען רעכנט זיך צו פיל מיט דער דײַטשער ליטעראַרישער שפּראַך און נעמט כּמעט ניט אין אַכט די דײַטשע דיאַלעקטן.

10. איך האָב אויך אויסצוזעצן קעגן דעם אויפבוי פונם ערשטן טייל. צו וואָס האָט א דריטל פון בוך געדאַרפט פאַרנומען ווערן מיט אָרטאָגראַפיע? איך ווייס, אַז דאָס איז זייער אַן אַקטועלע טעמע בײַ הײַנטיגן טאָג, און דער הֶדיוט1) מיינט, אַז אָרטאָגראַפיע איז דאָס אייבערשטע פון שטייסל אין דער גאַנצער שפּראַכוויסנשאַפט. דאָס נעמט זיך דערפון, וואָס דעם עולם ווילט זיך שטאַרק וויסן, ווי אַזוי מען דאַרף שרײַבן «ריכטיג», גייט ער פרעגן א שאלה בײַ די פילאָלאָגן. אין דער אמתן קאָן אַן אויסלייג זײַן צוועקמעסיג אָדער ניט צוועקמעסיג, אָבער צו פילאָלאָגיע, צו וויסנשאַפט האָט דאָס ניט. איבעריגנס בין איך מודה, אַז אויב שוין יאָ אָפּגעבן דער אָרטאָגראַפיע אַזאַ חשובן אָרט, האָט ז. רייזען באַהאַנדלט דעם ענין זייער גוט: ער האָט געגעבן ניט נאָר כּללים, ווי אַזוי מען דאַרף שרײַבן, נאָר אויך א קיצורדיגע געשיכטע פון דעם, ווי אַזוי מען האָט געשריבן.

1) ד״ר זשיטלאָווסקיס אַן אויסדרוק : «לאַיע» בלע״ז.

טעותן און אומפּינקטליכקייטן קאָן מען, הייסט עס, געפינען אין רייזענס אַרבעט. אָבער דער עיקר זיינען ניט איינצלקייטן, נאָר דאָס גאַנצע; און דאָ איז נאָך אַלעמען דער ווערט פונם בוך זייער גרויס; איך מיין, אַז רייזענס «גראַמאַטיק» איז היינט פאָרט דער נעסטער מיטל פאַרן אָנהייבער צו באַקענען זיך נעהענטער מיט יידיש און א גוט האַנטבוך פאַר ↰ 14 יעדערן. דער מחבר סיסטעמאַטיזירט אויסגעצייכנט דעם פאַראַנענעם מאַטעריאַל, ער גיט א סך, און וואָס ער זאָגט, זאָגט ער באַשיידליך, אַזוי אַז איטליכער זאָל קאָנען פאַרשטיין. עס שפּירט זיך דאָס געניטע אויג פאַר די פּרטים פון שפּראַכיגן לעבן. לאָמיר פאַרהאָפן, אַז די ווײַטערדיגע בענד וועלן ניט לאָזן וואַרטן אויף זיך צו לאַנג.

11. אַן אַנדער בוך, וואָס האָט א שמעלערן, א ריין פּראַקטישן באַטײַט, איז ד״ר שלמה בירנבוימס: Praktische Grammatik der jiddischen Sprache. ס׳איז דער 128טער טייל פון א סעריע, וואָס ברענגט פּראַקטישע גראַמאַטיקעס פון אַלע שפּראַכן, און דאָס האָט אַרויפגעלייגט א שטעמפּל אויף בירנבוימס בוך אויך: ס׳איז א לערנבוך פאַר דײַטשן זיך אויסצולערנען כּולה תּורה פון יידיש אויף איין פוס. אויף 188 קליינע זייטלעך האָבן מיר דאָ א פאָנעטיק, א מאָרפאָלאָגיע, א סינטאַקסיס, א כרעסטאָמאַטיע (וואָס פאַרנעמט 30 זײַטן), א ווערטערבוך, א טאַבעלע פון די יידישע קלינגען און א ביבליאָגראַפיע. ווען מען זאָל דאָס נעמען אין אַכט, מוז מען פאַרחידושט ווערן, ווי אַזוי האָט זיך דאָס אײַנגעגעבן אויסצושפּרייטן אַזוי פיל מאַטעריאַל אויף אַזאַ קליינעם שֶׁטח.

בירנבוים איז א גאַליציאַנער און א הייסער חסיד פון גאַליצישן יידיש. דערפאַר הייסט עס בײַ אים: דאָס נפש, דאָס רחמנות, דאָס אָרט; פירלייענען; אַלדינגס (און ניט «אַלצדינג»). אָבער דאָס איז ניט קיין חסרון, נאָר א מעלה. דאָס גאַליצישע יידיש, און בכלל די שפּראַך פון דעם גרויסן פּויליש־גאַליציש־רומענישן קיבוץ, ווערט בײַ אונז צו ווייניג גענומען אין באַטראַכט. דאָס וואָס באָראָכאָוו האָט אָפּגעפּסקנט (פּנקס I ז׳ 78), אַז די יידישע ליטעראַרישע שפּראַך איז «די ווילנער מונדאַרט פון ליטווישן דיאַלעקט», איז נאָך זייער ווינציג. אונזער ליטעראַרישע שפּראַך קאָן געשאַפן ווערן נאָר דורך א קאָמפּראָמיס פון פאַרשיידענע דיאַלעקטן, און וואָס מער דאָס פּויליש־גאַליצישע יידנטום ווערט אַרײַנגעצויגן אינם אַלגעמיין־יידישן קולטור־לעבן, אַלץ מער וועט זיך לאָזן פילן זײַן לשון. דעריבער האָבן זיך ניט געקאָנט צונעמען די פּרובן פון די קלעצקינשע אויסגאַבעס צו שרײַבן «דער לעבן», «דער זײַן», דעריבער בירגערט זיך ניט אײַן דאָס ליטווישע «א פולע» אד״ג.

12. בירנבוימס בוך איז העכסט פּינקטליך אין זײַנע פאָרמולירונגען; מען קאָן זיך אויף אים פאַרלאָזן. ווען איך וויל וויסן, ווי אַזוי איז די און

↤ 15

די פאָרם בײַ די גאַליציאַנער יידן, גיב איך אַלעמאָל א קוק בײַ בירנבוימען. נאָר דעם ליטווישן דיאַלעקט איז ער אויך ניט מבַזה, און א גאַנצע ריי סימנים פון ליטווישן יידיש זיינען אויך בײַ אים פאַרצייכנט. ספּעציעל וואָס ס׳איז שייך צו דער אויסשפּראַך האָט בירנבוים צוגעקלערט א סיסטעם, וואָס איז אי גרינג, אי פאַרשטענדליך. אונזער הײַנטיגע אויסלייגונג איז אויפגעבויט אויפן ליטווישן דיאַלעקט, זי שרײַבט «טאָג» און «דאָך» אַלץ איינס מיט קמץ־אלף, כאָטש דרײַ פערטל פון יידישן פאָלק לייענען דעם ערשטן מאָל אַן u, דעם צווייטן מאָל о. דאָס אייגענע מיטן וּ. בירנבוים שטעלט אײַן פאַר אַזוינע פאַלן פאַרשיידענע צייכנס, א שטייגער אָ און א. דער פּויליש־רומעניש־אוקראַאינישער ייד זאָל וויסן, אַז אָ איז u און א איז о‏ (a=א); און דער ליטוואַק מעג זיך לייענען o אין ביידע פאַלן. אויך דער טראַנסקריפּציע איז בירנבוים בײַגעקומען מיט א קונציגן גאַנג דורך ספּעציעלע צייכנס: æj ĭ ů. למשל, «טאָג» ווערט מיט לאַטיינישע אותיות אָנגעשריבן tůg. דער גרויסער אות באַטייט די אויסשפּראַך פונם רוב יידן (u), דער אייבערשטער קליינער o איז א סימן, אַז אין ליטווישן יידיש שטייט דאָ о. דאָס אייגענע bĭch —‏ bich און buch; אָדער wæjst (דו ווייסט) — wajst און wejst.

בירנבוימס ביכל טאָר ניט פעלן בײַ קיינעם, וואָס וויל זיך אָפּגעבן מיט יידיש. ס׳זיינען אין אים ניטאָ קיין היסטאָרישע און פּסיכאָלאָגישע חקירות — דער מחבר האָט דאָך מער ניט צוגעזאָגט, ווי א פּראַקטישע גראַמאַטיק — אָבער דאָס וואָס עס איז דאָ, איז גוט.1)

13. מיט א סך א ברייטערן פאַרנעם איז צוגעטראָטן צו זײַן אַרבעט יעקב ווילער, וואָס האָט אָנגעשריבן דעם קאַפּיטל וועגן יידיש אין דעם פילאָלאָגישען אָפּטייל (באַנד II און III) פון דער «פּוילישער ענציקלאָפּעדיע» פון דער קראָקער אַקאַדעמיע. (אָט דער אָפּטייל: «Język polski i jego historja» האַלט צוויי טיילן, 422 + 545 גרויסע זײַטן, און פון דעם פאַרנעמט ווילערס אַרטיקל Żargon zydowski na ziemiach poiskich די זייטן 395—424 אין צווייטן טייל). דער מחבר גיט קורצע,

1) אגב אורחא וויל איך פאַרריכטן א גרײַז בײַ בירנבוימען ז׳ a118: אין דער ליטע זאָגט מען gawer, פּונקט ווי אין גאַליציע, און דעריבער דאַרף מען שרײַבן ניט «גײַווער», נאָר «גאַווער». דאָס וואָרט שטאַמט פון מה״ד geifer און איז איינס פון די ווערטער, וואָס מיר האָבן בײַ אונז אין מערב־יידישן געשטאַלט (זעה ז׳ 52 פ׳).

↤ 16

אָבער טרעפיגע דעפיניציעס. פון דער הקדמה ווערן מיר געוואויר, אַז ווילער האָט אין 1909/10 דערלאַנגט אין לעמבערגער אוניווערסיטעט א דיסערטאַציע אויף דײַטש מיטן נאָמען: «דער גאַליציש־יידישער דיאַלעקט, באַזירט אויף דעם דיאַלעקט פון לעמבערג. פאָנעטיק, מאָרפאָלאָגיע, וואָרטבילדונג.» א גרויסער שאָד, וואָס די דאָזיגע אַרבעט איז פאַרבליבן ניט־געדרוקט. גראָד אין דער קענטעניש פון דער לעבעדיגער רייד־שפּראַך ווײַזט ווילער אויס צו זײַן פערם; פאַרקערט, וואו ער לאָזט זיך אַוועק אויף א ברייטערן וועג, פאַלט ער אָפטמאָל אַרײַן אין טעותן. ער וויל, למשל, אויפווײַזן (ז׳ 397), אַז די יידישע שפּראַך שטאַמט פון שלעזישן דײַטשן דיאַלעקט. אָדער (ז׳ 409) שרייבט ער, אַז די ליטוויש־רוסישע יידן זאָגן «פאַרציילן» און די פּוילישע: «דערציילן». דאָ האָט ער זיך געלאָזט פאַרפירן פון זײַן לעמבערגער פאָרם, וואָס האָט טאַקע א «דער־»; דעם אייגענעם «דער־» האָבן אויך די ליטווישע יידן, און גראָד די קאָנגרעס־פּוילישע (פּרץ!) זאָגן און שרײַבן «פאַרציילן». בכלל מוז מען זײַן פאָרזיכטיג בײַ ווילערן, ווען ער ברענגט פּאַראַלעלן פון ליטווישן יידיש; אויף דעם האָט אים ניט געקלעקט קיין מאַטעריאַל.

דאָס זיינען אָבער אַלץ קלייניקייטן לגבי דעם אויפטו פון ווילערן אין זײַנע פאָנעטישע קאַפּיטלען. ער גיט א גענויע טיילונג אין לאַנגע און קורצע וואָקאַלן, ער כאַראַקטעריזירט די גענעזלטע וואָקאַלן, די דיפטאָנגען און די פּויליש־גאַליצישע «טריפטאָנגען» אין אַזעלכע ווערטער, ווי houəs (הויז), pouɒ (פּויער). ער ווײַזט אויף, אַז אין זײַן יידיש איז נאָך פאַראַן דער בײַט צווישן p און b, צווישן k און g, צווישן f און łabr :w (לײַבער), אָבער klugn ;łap (קלאָגן), אָבער kluk (קלאָג); priwn (פּרובן), אָבער prīft (ער פּרובט). פאַראַן א פאַרגלײַך מיט די עלטערע דײַטשע און סלאַווישע קלינגען, וואָס האָבן זיך געביטן, אַריבערגייענדיג אין יידיש. פאַראַן א דיפערענצירונג פון די רעדוצירטע וואָקאַלן ə (צערײַסן) און ɒ (אַהיים). גוט באַאַרבעט איז די מאָרפאָלאָגיע; אויך גיט ווילער פאַרבײַגייענדיג עטליכע אינטערעסאַנטע מזרח־גאַליצישע דיאַלעקט־ווערטער. ס׳וואָלט געווען א גרויסער געווינס, ווען ווילער וואָלט אַרויסגעגעבן (אויב מיגליך, אויף יידיש, אַניט איז כאָטש אויף דײַטש) זײַן גרויסע אַרבעט. דער יידישער פילאָלאָגיע וואָלט א סך צוגעקומען דערפון, בפרט נאָך, אַז די «פּוילישע

↤ 17

ענציקלאָפּעדיע» איז אינגאַנצן אויסגעפאַרקויפט און קיין נײַע אויפלאַגע זעהט זיך דערוויילע ניט.

14. נאָך שווערער איז בײַ הײַנטיגן טאָג צו באַקומען א ווערק, וואָס האָט אויפגעהויבן אויף א העכערן שטאַפּל די גאַנצע יידישע שפּראַכוויסנשאַפט: די אַרבעט פון יעקב גערצאָן: Die jüdisch-deutsche Sprache, פראַנקפורט 1902 [באָראָכאָוו, No.‎‏ 322]. גערצאָנס אויפטו באַשטייט אין דעם, וואָס ער האָט טריט פאַר טריט דורכגעפירט דעם פאַרגלײַך צווישן יידיש און מיטלהויכדײַטש און אויף אַזאַ אופן געשאַפן דעם יסוד פאַר א וויסנשאַפטליכער יידישער גראַמאַטיק. געטון געוואָרן איז דאָס אויף א גענוג פּרימיטיוון אופן: ער האָט גענומען פּוילס מיטלהויכדײַטשע גראַמאַטיק און איינגעטיילט זײַן יידישן מאַטעריאַל אויפן זעלביגן שטייגער, ניט אָפּצוטרעטן אויף א האָר. און דעם מאַטעריאַל זײַנעם האָט ער אויך צונויפגענומען מיט א מערקווירדיגן גאַנג. גערצאָן איז א דײַטשער ייד, וואָס האָט קיינמאָל קיין יידיש ניט גערעדט און ניט געהערט (סײַדן אַמאָל א פּאָר ווערטער בײַ זײַנע «רוסישע», ד״ה מזרה־יידישע קאָלעגן); האָט אים עמיצער געגעבן אַן עצה, בשעת ער האָט שטודירט גערמאַניסטיק אין היידעלבערגער אוניווערסיטעט, אַז ער זאָל אָנשרײַבן א דיסערטאַציע וועגן יידיש. גערצאָנען איז דאָס געפעלן, זײַן פּראָפעסאָר (ווילהעלם ברוינע, איינער פון די חשובסטע דײַטשע פילאָלאָגן) האָט אויך געגעבן זײַן הֶסכּם. האָט גערצאָן אַראָפּגעבראַכט פון רוסלאַנד פּרצעס יום־טוב־בלעטלעך, פרוגס לידער און געדענקען (אָדעס 1896), דרײַ דערציילונגען פון ד. פּינסקי, «א בינטל בלומען» פון שלום־עליכם (בערדיטשעוו 1888), די קליאַטשע און נאָך א פּאָר — אַרום און אַרום אַכט ביכלעך! פון דאָרטן האָט ער געשעפּט זײַן גאַנצע תּורה. צום העברעאישן און סלאַווישן עלעמענט אין יידיש האָט ער מורא געהאַט זיך צוצורירן — איז בײַ אים איבערגעבליבן נאָר אַן אויספאָרשונג פון די דײַטשע טיילן.

15. ווען מען נעמט אין אַכט, ווי אַזוי און פון וועמען דאָס בוך איז געשריבן געוואָרן, מוז מען זאָגן: ס׳איז געראָטן זייער גוט. ד״ר אַלפרעד לאַנדוי, אַליין אַן אויסגעצייכנטער קענער פון יידיש און פון גערמאַניסטיק (זעה אונטן) האָט אָנגעשריבן וועגן גערצאָנס בוך ניט קיין גינציגע רעצענזיע (Zeitschrift für deutsche Philologie באַנד 36, ז׳ 262—269), און

↤ 18

ס׳קומט בײַ אימ כמעט אויס, אַז גערצאָן האָט נאָר איין מעלה: ער האָט געהאַט מוט זיך צו נעמען צו דער אַרבעט, ניט קענענדיג ניט קיין יידיש, ניט קיין העברעאיש־אַראַמיש, ניט קיין סלאַווישע שפּראַכן. אַזאַ מין שאַרפער פּסק איז אַבסאָלוט ניט באַרעכטיגט, הגם לאַנדויס איינצלנע באַמערקונגען און אויסבעסערונגען קאָן מען אַלע אָננעמען. דאָס איז קיין ספק ניט, אַז ווען לאַנדוי אַליין וואָלט אונז מזַכּה געווען מיט א סיסטעמאַטיש ווערק וועגן יידיש, וואָלט דאָס געווען א שיינדל אין אונזער וויסנשאַפט; אָבער די מעשה איז, וואָס פון לאַנדוי׳ן פאַרמאָגן מיר נאָר אַרטיקלען וועגן איינציגע פראַגן, קיין סך־הכל פון זײַנע צעהנדלינג־יאָרעדיגע אַרבעטן האָט ער אונז ניט געגעבן. און איידער מען גייט אַריבער צו ווײַטערדיגע פאָרשונגען, מוז מען האָבן א סכעמע פון די באַציאונגען צווישן מה״ד און יידיש. די סכעמע געפינען מיר בײַ גערצאָנען, און זי העלפט אונז אָפט אויס אין ספק׳דיגע פאַלן, כאָטש ער איז טיילמאָל אַזוי אומבאַהאָלפן, אַז ער קאָן קיין שום אַלגעמיינעם געזעץ ניט פאָרמולירן. אויך איז וויכטיג, ניט געקוקט אויף טעותן, זײַן אָפּטיילונג «וואָרט־אוצר», וואָס טײַטשט אויס אויף 47 זײַטן די אָפּשטאַמונג פון 424 יידישע ווערטער.

16. זינט גערצאָן האָט אָפּגעדרוקט זײַן דיסערטאַציע, זײַנען אַוועק צוואַנציג יאָר, נאָר מיר האָבן נאָך ביז הײַנט ניט קיין צווייטן פּרוב דורכצופירן (מיט א בעסערער צוגרייטונג) א סיסטעמאַטישן פאַרגלײַך צווישן מאָרפאָלאָגיע, סינטאַקסיס און לעקסיקאָן פון מה״ד און יידיש. בנוגע פאָנעטיק איז אונז יאָ צוגעקומען א נײַס, וואָס איז אין די מערסטע פּרטים בעסער ווי גערצאָן, מחמת מיר האָבן דאָ צו טון מיט א מענטשן, וואָס האָט געהערט ריידן און אפשר אַליין גערעדט א לעבעדיגן יידישן דיאַלעקט. איך האָב אין זינען ד״ר עדוואַרד סאַפּיר׳ס עטיוד, וואָס איז אין דער צײַט פון קריג געווען אָפּגעדרוקט אונטערן נאָמען: Notes on Judeo-German Philology אין דעם אַמעריקאַנער זשורנאַל Jewish Quarteriy Review (נײַע סעריע, ב׳6, No.‎‏ 2 אָקטאָבער 1915). סאַפּיר, א מענטש, וואָס האָט שוין געשריבן וועגן אַלגעמיינע פילאָלאָגישע פראַגן, האָט אין דעם אַרטיקל (37 זײַטן) אַרומגערעדט די קלינגען פונם קאָוונער יידיש. אויף עפּעס ברייטערס פאַרמעסט ער זיך ניט, אָבער אין זײַן גבול האָט ער געגעבן גוטס, ניט נאָר «באַמערקונגען» (ווי ער רופט אָן מיט

↤ 19

עניוות זײַן אַרבעט), נאָר א סיסטעמאַטישן איבערבליק. אויך מאַכט ער אַלגעמיינערע אויספירן, ווי גערצאָן, און מיטן גרעסטן טייל קאָן מען מסכים זײַן. (אַמאָל ווערט סאַפּיר געשטרויכלט אויך. ער וויל, למשל, באַנעמען די פאָרם «ראַטעווען» לגבי דעם דײַטשן retten. מה״ד און אַה״ד איז אויך אַזוי, ווי נה״ד; אין דער גערמאַנישער אורשפּראַך איז געווען hradjan. איז סאַפּיר משער: אפשר איז געווען אין אורגערמאַניש, אחוץ דער פאָרם מיט j, נאָך א בײַפאָרם מיט w, אַן־ערך hradwan*, וואָס האָט געגעבן אין מה״ד ratwen, און די דאָזיגע פאָרם האָט זיך איינגעהיט אין יידיש? איידער אויפבויען אַזאַ מין טורעם און מטריח זײַן אַזש די גערמאַנישע אורשפּראַך פון פאַר 2000 יאָר, וואָלט געווען א סך פּשוט׳ער צו געבן דעם איינציג־מיגליכן ענטפער: אַז דאָס וואָרט «ראַטעווען» איז געקומען צו אונז ניט פון דײַטש, נאָר דורך דער פאַרמיטלונג פון פּוילישן ratować. ‏1) יעמאָלט ווערט קלאָר אי דער a, אי דער w.) ס׳וואָלט זייער כּדאי געווען צו האָבן סאַפּירס אַרבעט אין יידיש, כאָטש ער אַליין האָט זיך געשטעלט פאַר א ציל «צו דערווײַזן, אַז א גרונטיגע אויספאָרשונג פון דער פאָנעטיק, פון דער מאָרפאָלאָגיע און פונם וואָרט־אוצר פון יידיש מוז געבן רײַכע פרוכט פאַר דער דײַטשער דיאַלעקטאָלאָגיע».

17. אַז מיר האַלטן שוין בײַ פאָנעטיק, מוזן מיר זיך אָפּשטעלן נאָך אויף איינער אַן אַרבעט, וואָס איר מחבר האָט שוין גראָד ניט געקוקט אין דער פרעמד און דווקא געהאַט אין זינען דעם באַטײַט פון דער יידישער פילאָלאָגיע פאַר דער יידישער וויסנשאַפט. ס׳איז ח. טשעמערינסקיס ז״ל «יידישע פאָנעטיק» אין פּנקס I. אַלגעמיינע טענות קעגן טש׳ סיסטעם האָט שוין געגעבן ב. באָראָכאָוו אין זײַנע «אָנמערקונגען», וואָס זיינען געדרוקט באַלד נאָך טש׳ אַרבעט. ליידער האָט באָראָכאָוו ניט אָנגעוויזן, אַז בײַ טש׳ זיינען געבראַכט אַנדערע «מה״ד» בײַשפּילן ניט פון א מה״ד ווערטערבוך, נאָר פון דער הגדה; א שטייגער די חקירה וועגן vor און für (ז׳ 62), וועגן זון Sonne און זון Sohn (דאָרטן גופא). בכלל איז דאָ שטאַרק געפּלאָנטערט אין א סך זאַכן, וואָס זיינען שייך צו דײַטש, א שטייגער וועגן דעם קורצן i אין viel, ‏Glieder א. אַז. וו. (די אַנאַלאָגיע «פּויפּס — אויבס» האָט ז. רייזען, ווײַזט אויס, אויך פון טשעמערינסקין.)

1) ענליך איז אויך מיט «שאַנעווען». זעה ווײַטער אונטן «מגילת ווינץ»> הערה 76.

↤ 20

נאָר איך בין ניט מסכים מיט א רעצענזענט (אויב איך האָב קיין טעות ניט, איז דאָס געווען ה׳ בעל־דמיון אין דער «יידישער וועלט»), אַז אויב מען מוז שוין יאָ אָנקומען צו מה״ד, איז גלײַכער לכתחילה געבן א פאַרגלײַך פון אַלע יידישע קלינגען מיט מה״ד, איידער אָנקומען צום מאָדערנעם דײַטש, ווי טש׳ האָט דאָס געטון. בײַ מיר קומט אויס, אַז טש׳ איז אין פּרינציפּּ גראָד געווען גערעכט. פאַראַן א סך ערשײַנונגען אין יידיש, וואָס מען קאָן זיי מיט מה״ד ניט בײַקומען — ווער רעדט נאָך מיט יענע נאָרמאַליזירטע מה״ד פאָרמען, וואָס מען געפינט אין לעקסערס ווערטערבוך — און מען מוז ניט־ווילנדיג אַרײַנציען אין ראָד אויך די הײַנטיגע דײַטשע שפּראַך און אירע דיאַלעקטן.

18. צו די אַרבעטן וועגן פאָנעטיק קומט אונז אויס דערווײַלע צוצורעכענען אויך דעם «היסטאָריש־גראַמאַטישן פּרוב», וואָס מתתיהו מיזעס האָט פּובליקירט אין די No.‎‏ 62/61 און 64/63 פון די «מיטטיילונגען». איך זאָג «דערוויילע», מחמת פאַרמאָסטן האָט זיך דער מחבר אויף עפּעס ברייטערס, דאָס קעפּל הייסט: Die jiddische Sprache, נאָר לע״ע האָט זיך דער דרוק פון דער אַרבעט איבערגעריסן בײַ דער באַטראַכטונג פון די וואָקאַלן. פון דעם רייסטער פון די באַנוצטע ביכער, וואָס פאַרנעמט באַלד 4 זײַטן, זעהט מען שוין אַרויס מיזעסעס ווײַטגרייכיגע כּװָנות, און די ערשטע פּאָר זײַטלעך פון דער אַרבעט באַשטעטיגן, אַז דער מחבר האָט דאָ געהאַט בדֵעה צו געבן אַזוינס, וואָס זאָל מאַכן א סך־הכל פון די ביז־איצטיגע פאָרשונגען. נאָר איך האַלט ניט, אַז דער «פּרוב» זאָל קאָנען באַפרידיגן. מיזעס ברענגט זייער פיל בײַשפּילן, וואָס קאָנען צו־נוץ קומען; ער קען גוט די סלאַווישע שפּראַכן און ווייס צו ברענגען פון זיי אינטערעסאַנטע פּאַראַלעלן. אויך בין איך דורכאויס מסכים מיט אים, וואָס ער נעמט פאַר א יסוד פון זײַן באַטראַכטונג ניט דאָס ליטווישע יידיש, נאָר די דיאַלעקטן פון פּוילן, גאַליציע, וואָלין, פּאָדאָל, אוקראַאינע און צפון־אונגאַרן, וואָס ער רופט אָן אַלע צוזאַמען מיטן נאָמען «דרום־יידיש» (דאָס ליטווישע יידיש הייסט בײַ אים צפון־יידיש, דאָס כּמעט אויסגעשטאָרבענע יידיש פון דײַטשלאַנד — «מערב־יידיש»). נאָר מיזעס לאָזט זיך פאַרפירן פון זײַן הויפּטגעדאַנק, וואָס ער האָט אַרויסגעזאָגט אין זײַן בוך: «די סיבה פונם אויפקומען פון די יידישע דיאַלעקטן»

↤ 21

[זעה אויבן ז׳ 9—10]. וויבאַלד די רעליגיע איז די עיקר־סיבה פון שפּראַכיגע שינוים, מוז שפּילן די הויפּט־ראָליע יענער עלעמענט, וואָס בלײַבט איבער אין אַלע יידישע לשונות: דער העברעאישער עלעמענט. וויל מיזעס אויפווײַזן אין עטליכע פאַלן, אַז דווקא די אויסשפּראַך פון העברעאיש בײַ יידן האָט געבראַכט צו דער אָדער יענער אייגנטימליכקייט פון אונזער הײַנטיגן יידיש. א שטייגער, דער דײַטשער לאַנגער a איז בײַ אונז געוואָרן о. ס׳איז באַוואוסט, אַז אויף דער שוועל פון דער נײַער צײַט איז דער a אין דײַטש אויך כמעט ווי בָּטל געוואָרן, א גרויסער טייל דײַטשע דיאַלעקטן ווייסן פון אים הײַנט אויך ניט, און טאָמער האָט זיך אין דער דײַטשער ליטעראַטור־שפּראַך צוריק איינגעפונדעוועט דער a, איז דאָס א רעזולטאַט פון לאַטײַנישער, איטאַליענישער און פראַנצויזישער השפּעה. דוכט זיך, ס׳איז קלאָר, אַז דער יידישער o (לכל־הפּחות אין די דײַטשע עלעמענטן פון יידיש) איז אויך אַן אָפּשײַן פון דיזעלביגע פאַרהעלטענישן. נאָר מיזעס זאָגט ניין. ער ברענגט פריער אויף זעקסטהאַלבן זײַטן רַאיות, אַז דעם קמץ־גדול האָבן יידן אַרויסגערעדט מיט דער הײַנטיגער אַשכנַזישער הברה (о) נאָך איידער זיי זיינען געקומען קיין דײַטשלאַנד, און וויבאַלד אַזוי, איז דער o פון ā אין ניט־העברעאישע ווערטער «נאָר אַן אויסגעהאַלטענע פאַרשפּרייטונג פון אַן אייגנטימליכקייט, וואָס יידן האָבן מיטגעבראַכט פון דער פרעמד», און טאָמער שטימט דאָס מיט קלאַנגיגע שינוים אין דער דײַטשער שפּראַך, איז דאָס «א ריין צופעליגער צוזאַמענטרעף»!

ענליכע חקירות געפינען מיר אויך בײַ אַנדערע וואָקאַלן: אומעטום לאַנגע ציטאַטעס וועגן ערשײַנונגען פון דער העברעאישער אויסשפּראַך, וואָס האָבן צו אונז קיין דירעקטע שייכות ניט. נאָר איין שבַח קומט מיזעסן — ער האָט באַנוצט אַזוי פיל און אַזאַ פילזײַטיגן מאַטעריאַל, ווי קיינער ביז אים.

ג
די עלעמענטן פון יידיש

19. אַז יידיש באַשטייט פון דרײַ עלעמענטן: גערמאַניש, העברעאיש און סלאַוויש, דאָס איז פעסטגעשטעלט געוואָרן שוין פון לאַנג, און אומזיסט האָט ה׳ בעל־דמיון אין זײַן רעצענזיע אויפן «פּנקס» («יידישע וועלט» II און III,‏ 1914) געפּרובט אָפּפרעגן דעם אויסדרוק «עלעמענט» בנוגע סלאַוויש.

↤ 22

פּויליש, אוקראַאיניש, ווײַסרוסיש (טיילווײַז אויך גרויסרוסיש) זיינען פאַר אונז אין א גרויסער מאָס דאָס, וואָס פאַרן אַמעריקאַנער יידיש דאָס ענגליש — די מעכטיגע, אַמאָל איבערמעכטיגע שפּראַך פון דער אַרומיגער וועלט, וואָס פון איר דרינגען אַרײַן אין יידיש דורך אַלע פּאָרעס ווערטער, ווענדונגען, פאָרמען. איז דעריבער צו פאַרשטיין דער אינסטינקטיווער ווידערטַעם, וואָס יעדער ריינהאַלטער פון יידיש דערשפּירט בײַ א סלאַווישן אָדער אַן ענגלישן וואָרט. אָבער דאָס טאָר דאָך אונז ניט פאַרבלענדן די אויגן, אַז מיר זאָלן ניט זעהן וויכטיגע סימנים פון אונזער שפּראַך, וואָס שטאַמען גראָד פון סלאַווישע מקורים.

ניט דאָ איז דער אָרט צו ריידן וועגן דעם באַריכות, איך זאָג דאָס נאָר אויף צו באַווײַזן, אַז פּונקט ווי גערצאָן האָט אַנאַליזירט די גערמאַנישע טיילן פון יידיש, אַזוי איז זייער וויכטיג פונאַנדערצוגלידערן די העברעאישע און סלאַווישע טיילן, כדי מיר זאָלן זעהן, וואָס מיר האָבן זיי צו פאַרדאַנקען.

20. וואָסערע פונקציעס עס טוען אָפּ די פאַרשיידענע עלעמענטן פון יידיש: דײַטש, העברעאיש, סלאַוויש — דאָס האָט נאָך קיינער ניט באַשריבן אַזוי, אַז מען זאָל קאָנען פון דעם זײַן צופרידן. מיר שטייען נאָך הײַנט בײַ דער דעפיניציע, וואָס עס האָט געגעבן מיט 90 יאָר צוריק לעאפּאָלד צונץ אין זײַן ווערק: «Die gottesdienstlichen Vorträge der Juden» (בערלין 1832), ז׳ 438—441. די העברעאישע ווערטער, זאָגט ער, ניצט מען: א) פאַר געגנשטאַנדן, וואָס זײַנען שייך צו יידישקייט (טלית, חופּה, אתרוג, מצוה אד״ג) און צום יידישן לעבן (ישיבה, דין, קהל, בעל־הבית אד״ג); ב) פאַר השגות, וואָס דאָס לערנען פלעגט געבן (דווקא, בקי, אדרבא, פּשיטא א. א.); ג) פאַר פאַרשיידענע אויסדרוקן פון טעגליכן לעבן (אַכילה, גדולה, דאגה, מזל, תּכלית א. א.), און ד) פאַר געגנשטאַנדן, וואָס מען האָט בכּיוון ניט געוואָלט אָנרופן מיט דײַטשע ווערטער (בלבול, גזרה, משומד אד״ג).

ב. באָראָכאָוו האָט אין זײַן אַרטיקל «צו די אויפגאַבן פון דער יידישער פילאָלאָגיע» (פּנקס I, ז׳ 10) געפּרובט געבן אַן אַנדער פאָרמול: «די ערשײַנונגען, וואָס זיינען אויסגעוואַקסן אויפן באָדן פונם אינעווייניגסטן יידישן לעבן, ווערן אויסגעדריקט על פי רוב אין העברעאיש». נאָר דאָ

↤ 23

מוז ער באַלד נעמען צו־הילף א באַמערקיונג, אַז «געוויס, זיינען פאַראַן פיל און וויכטיגע אויסנאַמען»; און צונצעס קאַטעגאָריע, וואָס מיר האָבן געבראַכט אונטער ד, קומט אים נאָך אויך אויס צו באַהאַנדלען באַזונדער.

אַן אַרבעט וועגן דעם ענין, וואָס זאָל אויסשעפּן די טעמע, וועט מוזן אַרומנעמען ניט נאָר די העברעאישע ווערטער, נאָר אויך די העברעאישע סופיקסן און בכלל די העברעאישע עלעמענטן פון דער גראַמאַטיק. ביז איצטער איז שווער געווען זיך צו ריכטן אויף אַזאַ מין טיפער אויספאָרשטונג, וואָרים ס׳האָבן נאָך געפעלט די געהעריגע פאָראַרבעטן; נאָר איצטער, רעכן איך, לאָזט זיך שוין די אויפגאַבע שטעלן, וואָרים זי לאָזט זיך שוין פאַרענטפערן.

21. דער לעקסיקאַלישער אײַנטייל פון העברעאיש אין דער יידישער שפּראַך לאָזט זיך שוין פעסטשטעלן לויט יהואָש־ספּיוואַקס «אידיש ווערטערבוך», ניו־יאָרק 1911 (באָראָכאָוו, No.‎‏ 343), און פאַר דעם גראַמאַטישן טייל האָבן מיר שוין איצטער ד״ר שלמה בירנבוימס עטיוד: Das hebräisch-aramäische Element in der jiddischen Sprache (פאַרלאַג גוסטאַוו ענגעל, לצפציג 1922). בירנבוים שטעלט זיך דאָ ניט פאַר קיין ציל צו געבן היסטאָריש־פּסיכאָלאָגישע אויספירן, און דעריבער טאָר מען צו אים ניט קומען מיט קיין טענות, פאַרוואָס ער האָט זיי ניט געגעבן. דאָס וואָס עס איז יאָ דאָ: פאָנעטיק, מאָרפאָלאָגיע א. אַז. וו., נעמט אַרום אַלע פּרקים פון דער גראַמאַטיק און רעגיסטרירט געטרײַ אַלע פאַקטן. ס׳איז בעצם א צווייטער טייל צו גערצאָנען (מערניט מיט א סך א גרעסערער בקיאות): יענער האָט צונויפגענומען די דײַטשע עלעמענטן, בירנבוים די העברעאיש־אַראַמישע.

ווען מיר זאָלן נאָך באַקומען א מאָנאָגראַפיע וועגן די סלאַווישע עלעמענטן, וואָלט יעמאָלט א סך גרינגער געווען דער וועג פאַר א סינטעטישער גראַמאַטיק פון יידיש. אָט די איינהייטליכע גראַמאַטיק וועט ווײַזן דאָס, וואָס מען זעהט שוין אַרויס אי פון גערצאָנס, אי פון בירנבוימס אַרבעט: אַז די דײַטשע, העברעאישע און סלאַווישע עלעמענטן זיינען צו פעסט צונויפגעוואַקסן, אַז מען זאָל זיי גאָר קאָנען אָפּטיילן איינס פונם צווייטן.

געוויינטליך, אַן אַנאַטאָם קאָן באַשרײַבן ספּעציעל די האַנט און דעם

↤ 24


פוס, א גראַמאַטיקער קאָן אָנשרײַבן א חיבור וועגן דעם פּאַרטיציפּ פון דער פאַרגאַנגענהייט אָדער וועגן די הויפּטווערטער, וואָס ענדיגן זיך אין פּלוראַל אויף ־ן. אָבער פּונקט ווי די האַנט בלײַבט א טייל פונם אָרגאַניזם, פּונקט ווי דער פּאַרטיציפּ פון פאַרגאַנגענהייט איז אויסגעבונדן מיט אַלע אַנדערע פאָרמען פונם צײַטוואָרט, אַזוי זיינען פאַרקניפּט און פאַרבונדן צווישן זיך די דרײַ טיילן פון יידיש, וואָס וואַקסן פון פאַרשיידענע מקורים. אַמאָל קאָן זײַן נוציג צוליב וועלכן עס איז טעם צו צעגלידערן יידיש אויף חיבוד־צאָלן; אָבער גראָד ווען מען טוט דאָס, צײַגט מען זיך איבער, אַז דײַטש + העברעאיש + סלאַוויש איז נאָך ניט גלײַך יידיש, אַז דער סוד שטעקט אין דעם, ווי אַזוי די קאָמבינאַציע איז געמאַכט געוואָרן און ווי אַזוי די איינציגע טיילן האָבן זיך באַהאָפטן.1)

22. אין «השלח» פאַר 1914 האָט זיך געדרוקט אַן אַרבעט פון י. ח. טאַוויאָוון «היסודות הסלאַבים בז׳רגון». ליידער איז מיר ניט אויסגעקומען צו זעהן דעם מאמר. נאָר איך מוז זאָגן, אַז קיין גרויס צוטרוי צו אים האָב איך ניט, נאָכדעם ווי איך קען טאַוויאָווס מחיהדיגע הקדמה צו אלעזר שולמאַנס ליטעראַטורגעשיכטע (זעה ז׳ 141) און זײַן אַרטיקל, וואָס האָט זיך אַמאָל געדרוקט אין די חודשדיגע צוגאָבן צום «הזמן» [באָראָכאָוו, No.‎‏ 376]. אין יענעם אַרטיקל («היסודות העברים בז׳רגון») זיינען געווען א סך בײַשפּילן און אײַנפאַלן, נאָר דער שענסטער אײַנפאַל איז פאָרט געווען דעם מחברס פּלאַן: היות אין יידיש זיינען פאַראַן א סך העברעאישע עלעמענטן, דאַרף מען דאגהענען, אַז די צאָל זייערע זאָל וואָס מער פאַרגרעסערט ווערן, וועט מען זיך יעמאָלט צוביסלעך דערשלאָגן, אַז יידן זאָלן אינגאַנצן אָנהייבן ריידן העברעאיש. ס׳איז ממש ניט צו פאַרשטיין, פאַרוואָס דאָס יידישע פאָלק האָט ניט אָנגענומען אַזאַ טײַערן פּראָיעקט.

1) אַן אַרבעט וועגן די פונקציעס פון די העברעאישע עלעמענטן אין יידיש האָט פאַרענדיגט נ. שטיף (פּריוואַטע מיטטיילונג).

ד
ווערטערביכער

23. מיט די אַנדערע טיילן פון דער גראַמאַטיק קאָנען מיר זיך אָפּפאַרטיגן בקיצור. וועגן יידישער וואָרטבילדונג האָבן מיר גאָרנישט,

↤ 25

וועגן סינטאַקסיס — כמעט ווי גאָרנישט. (מ. וויינגערס «יודישער סינטאַקסיס» [וואַרשע 1913] איז ניט מער ווי אַן ערשטער פּרוב). פאַרצייכענען דאַרף מען די סינטאַקטישע קאַפּיטלען בײַ גערצאָנען (ז׳ 57—82) און אין ש. בירנבוימס גראַמאַטיק (ז׳ 57—70). אינטערעסאַנט איז אויך ח. טשעמערינסקיס עטיוד וועגן «מענדעלעס סינטאַקסיס», וואָס איז אַמאָל געווען געדרוקט אין א זאַמלבוך, וואָס דער «פרײַנד» האָט אַרויסגעלאָזן לכבוד מענדעלעס יובילעאום. ס׳וואָלט כּדאי געווען אָפּצוראַטעווען דעם אַרטיקל, אַרויסגעבנדיג אים פונדאָסניי.

24. מיר האַלטן בײַ די ווערטערביכער. מיר פאַרמאָגן עטליכע ווערטערביכער, נאָר קיין ווערטערבוך האָבן מיר נאָך ניט. און ווער ווייס, ווען מיר וועלן זוכה זײַן דאָס צו האָבן: גרימס «דויטשעס ווערטערבוך» מאַכט מען שוין צעהנדליגער יאָרן, און ס׳איז נאָך אַלץ ניט פאַרענדיגט; דער רוסישער אַקאַדעמישער לעקסיקאָן איז, דוכט זיך, אויך ניט דערפירט געוואָרן ביזן סוף. ווען מיר זאָלן שוין אַפילו האָבן דעם גאַנצן מאַטעריאַל, וואָלט אויך געווען אוממיגליך אים אָפּצודרוקן בײַ הײַנטיגע צײַטן.

דאָס יידישע וויסנשאַפטליכע ווערטערבוך, וואָס זאָל באמת ווערט זײַן דעם נאָמען, דאַרף אַרומנעמען אַלע אוצרות פון דער יידישער שפּראַך. אַלץ, וואָס עס איז פאַררעגיסטרירט אין דער ליטעראַטור, אַלץ, וואָס עס קלינגט פון שוואַרצן ים ביזן באַלטישן און פון אַטלאַנטיק ביזן פּאַסיפיק אין מויל פון פאָלק; אַלץ, וואָס עס ליגט באַהאַלטן אין דער עלטערער ליטעראַטור אונזערער און וואָלט נאָך געקאָנט באַפרוכפּערן אונזער מאָדערנע שפּראַך. אַן אויפגאַבע ניט אויף א יאָר־צוויי און ניט פאַר א יחיד, און די אינסטיטוציע, וואָס זאָל דאָס נעמען אויף זיך, האָבן מיר נאָך אויך ניט. וועלן מיר זיך נאָך א היפּשע וויילע מוזן באַנוגענען מיט האַלבע אַרבעטן, וואָס קומען צו גיין מיט מער עניוות. אַזוינע טייליגע זאַמלונגען קאָנען אויך האָבן א גרויסע ווערדע. א האָפענונג, אַז עס וועט אַמאָל פאַרטיג ווערן «דער אוצר פון דער יידישער שפּראַך», וועלכן עס גרייט צו ז. קאַלמאַנאָוויטש; א נישקשהדיגער טייל פון דער אַרבעט זאָל שוין זײַן אָפּגעטון.

↤ 26


25. יהואש־ספּיוואַקס «אידיש ווערטערבוך» האָבן מיר שוין דערמאָנט (ז׳ 23); ס׳האָט א ספּעציעלן ציל, און דעם ציל דערגרייכט דאָס פילווייניג. א חסרון איז נאָר, וואָס א סך ווערטער זיינען ניט פאַרטײַטשט, נאָר פאַרדײַטשט: אָנשטאָט דעם העברעאישן אויסדרוק שטייט א דײַטשער, אַפילו אויב ער ווערט אין יידיש ניט גענוצט. ש. בירנבויטס ווערטערביכל (ביי דער גראַמאַטיק) איז זייער קליין, נאָר אַמאָל איז גאַנץ נוציג אײַנצוקוקן. מיט עטליכע ווערטערביכער האָט אונז מזכּה געווען די צײַט פון דער דײַטשער אָקופּאַציע. פון זיי איז דאָס חשובסטע פּראָפעסאָר הערמאַן שטראַק׳ס «Jüdisches Wörterbuch», אַן ערנסטע אַרבעט, וואָס עס שטעקט אין איר א סך מי. געוויינטליך, עס שפּירט זיך זייער שטאַרק, אַז דער מחבר רעדט ניט קיין יידיש: איז ער צוגעשמידט צו די טעקסטן און ער קען ניט פַּסקענען פון פאַל צו פאַל, צי איז דאָס טאַקע א יידיש וואָרט אָדער ריין צופעליג אַרײַנגעפאַלן אין דעם טעקסט, וואָס ער האָט אונטער דער האַנט. אין «יידישן» ווערטערבוך שטייען דערפאַר אַזעלכע ווערטער ווי: אַבטיחים (פאַרטײַטשט «מעלאָנען»), אָדוק («פאַנאַטיקער»), אָטסטאַווקע («אַבשיעד»), אָטדיך («ערהאָלונג»), דענגי («געלד»). אַנדערע ווערטער זיינען אויסגעטײַטשט ניט ריכטיג, מסתּמא ווײַל דער קאָנטעקסט איז געווען ניט קלאָר; און דער הויפּט־חסרון איז, וואָס די אויסשפּראַך פון די העברעאישע ווערטער איז אָנגעוויזן לויט דער «האַוואַראַ האַספאַרדיט». פונדעסטוועגן איז אָפטמאָל ממש נשתּומם צו ווערן, וויפיל ווערטער פּראָפ׳ שטראַק האָט אַרײַנגענומען אין זײַן ווערק. ס׳איז אַן אמתער דענקמאָל פון דער התמָדה פון א דײַטשן פּראָפעסאָר.

דאָס «זיבן־שפּראַכן־ווערטערבוך», אַרויסגעגעבן פון דער דײַטשער אַרמעאישער הנהָגה אייבער־אָסט, האָט ניט קיין שום האַפט. אויף גיך צונויפגעשלעפּטער מאַטעריאַל, אָהן שום קריטישער באַציאונג. פאַר די אינעווייניגסטע באַדערפענישן פון דער מיליטערישער אַדמיניסטראַציע האָט דאָס אפשר געקלעקט; דרוקן האָט דאָס געלוינט סײַדן אויף צו שטעלן א מצֵבה דעם אייבער־אָסט. (פונדעסטוועגן זיינען דאָרטן פאַרצייכנט א פּאָר גוטע נעאָלאָגיזמען; למשל, «טונקשיף» אָנשטאָט דעם אומגעלומפּערטן «אונטערוואַסערשיפל»).

↤ 27

בעסער איז ק. שולצ׳עס ווערטערבוך, אַרויסגעגאַנגען אין דער צײַט פון די דײַטשן אין וואַרשע. דאָ ווערן אויך די יידישע וואָקאַבולן איבערגעזעצט אויף דײַטש.

26. דרייזינס «Полный русско-новоеврейскiй словарь» ברענגט, קאָנטיג, א פּראַקטישן נוץ, וויבאַלד ס׳איז אַרויס 1913 שוין די 5טע אויפלאַגע (1טע אויפלאַגע 1886). מען קאָן דאָרטן טאַקע געפינען אַמאָל גאַנץ גוטע ווערטער, כאָטש אָפט העלפט זיך דער מחבר גאָר אויף א גרינגן שטייגער; ווען ער ווייס ניט, ווי אַזוי איבערצוזעצן, שרײַבט ער: «א מין חיה», «א מין פויגל».

וועגן א. האַרקאַווי׳ס גרויסע ווערטערביכער (ענגליש־יידיש און יידיש־ענגליש) דאַרף מען קיין סך ניט ריידן; זיי זיינען זייער שוואַך פאַר דעם, וואָס זוכט יידישע ווערטער. אמת, די ביידע ביכער זיינען צונויפגעשטעלט געוואָרן אין א צײַט, ווען מען האָט נאָך אויף יידיש ניט אַזוי שטאַרק מקפּיד געווען (1891 און 1898). נאָר ערשטנס זיינען שפּעטער אַרויס נײַע אויפלאַגעס, און צווייטנס האָט האַרקאַווי, איינער פון די פּיאָנערן פון קאַמף פאַר דער אָנערקענונג פון יידיש, ניט געטאָרט פאַרגעסן, אַז יידיש האָט זיך זײַן אייגענעם נוסח. האַרקאַווי האָט אָבער אויף דעם ניט געקוקט און, ווי ער דערציילט אַליין, «זיך געווענדעט צו דיא לעקסיקאָנען פון דיא גערמאַנישע, סלאַווישע און סעמיטישע שפּראַכען, און האָט פון זיי הערויסגעצויגען יענע ווערטער, וועלכע ווערען אין איהר [אין דער יידישער שפּראַך] בענוצט». חוץ דעם האָט ער נאָך פאַרצייכנט אייגענע יידישע ווערטער — נאָר מישטיינס געזאָגט, וואָס עס האָט געקאָנט אַרויסקומען פון אַזאַ מין נישטערן איבער די רוסישע, דײַטשע און העברעאישע לעקסיקאָנען.

28. דוד הורוויצ׳עס «ספר המלים זשאַרגאָני־עברי יודישער לשון־קדשער ווערטער־בוך» (3טע אויפלאַגע אָדעס 1903) שטעלט זיך פאָר א ציל אויסצוגעפינען גענויע העברעאישע טײַטשן פאַר אַלע ווערטער פון דער לעבעדיגער שפּראַך. עס טוט אים וויי, זאָגט דער מחבר, וואָס עס גייט שוין פערציג יאָר א שָׂפה־ברוּרה־באַוועגונג, און נאָך האָט זיך קיינער ניט אונטערגענומען אָפּצוטון אַזאַ מין נייטיגע זאַך. מען ווייס ניט, ווי אַזוי הייסט אויף העברעאיש סאָדע, סאָלאָמיאַק, סעליטרע,

↤ 28


באָרשטש, באָנדער, טאָקער. אָט וועגן דעם דאגהעט הורוויץ; דער יידישער טייל פון ווערטערבוך אינטערעסירט אים א סך ווייניגער. פאַר אונז זיינען גראָד וויכטיג זײַנע יידישע ווערטער. הורוויץ איז א ייד פון קיעווער גובערניע, און די ליטעראַטור האָט אויף אים ניט אַזוי שטאַרק משפּיע געווען; גיט ער אָפטמאָל, ווי ער זאָל זיך ניט פלײַסן צו זײַן דײַטשמעריש, גוטע אוקראַאינישע דיאַלעקט־ווערטער. ער פאַרצייכנט, למשל, אַזעלכע שיינע ווערטער, ווי: מילכנער־פיש, טריף (=טריפוואַקס), ענעס («מאָדערן»: אַניס, א מין געוויקס), פאָרשטן (די איינציג־ריכטיגע יידישע פאָרם), פּיקהאָלץ (דער פויגל), קערמע (רודער), שאַרן (רודערן). הייסט עס, גוטער מאַטעריאַל. אָבער געוואָרנט דאַרף מען זײַן! אינמיטן דערינען גיבן זיך א לאָז אַרײַן אַזעלכע «יידישע» ווערטער, ווי: טאַטשקע, טאָלפּאַ, טאָפּרישטזע (הענטל פון א האַק) אָדער «מאָפּס — זעה באָלוואַן».

אַרום און אַרום: א בוך, וואָס קאָן קומען צו־נוץ, ווען מען ווייס ווי זיך צו באַגיין דערמיט.

29. גאָר פון אַן אַנדער טייג געקנאָטן זיינען י. מ. ליפשיצ׳עס ביידע ווערטערביכער: רוסיש־יידיש און יידיש־רוסיש (זשיטאָמיר, 1874 און 1876). יהושע מרדכי ליפשיץ וואָלט פאַרדינט א גוטע, בפרָטיותדיגע ביאָגראַפיע, און אין זײַן היים־שטאָט באַרדיטשעוו, וואו ער האָט אָפּגעלעבט זײַנע יאָרן, איז מסתּמא גאָרניט אַזוי שווער צונויפקלײַבן דעם נייטיגן מאַטעריאַל. דאָס וואָלט געווען ניט נאָר אַן אַקט פון פּיעטעט אַנטקעגן א מענטשן א האָרעפּאַשניק, וואָס האָט געטון זײַן אומדאַנקבאַרע אַרבעט מיט אַן אמתער מסירת־נפש, נאָר אַזאַ מין ביאָגראַפיע וואָלט אויך געווען צושטייער צו דער געשיכטע פון אונזערע געזעלשאַפטליכע באַוועגונגען. ליפשיץ איז געווען א פּיאָנער פון דעם קאַמף פאַר דער אָנערקענונג פון יידיש. ער האָט אויך אין «קול־מבַשר» געדרוקט עטליכע אַרטיקלען וועגן דעם ענין; נאָר אין זײַן «יודעש־רוסישן ווערטער ביך» גייט ער אַרויס אָפן מיט דער שפּראַך און ער רעכנט זיך אָפּ מיט אַלע זײַנע «סטיגאָטערס» (געגנער) אויף זײַן יאָדערדיגן באַרדיטשעווער לשון:1)

1) איך שרײַב דאָס איבער מיט אונזער אָרטאָגראַפיע, כדי צו פאַרגרינגערן די מי דעם זעצער און דעם לעזער. וועגן ליפשיצעס אויסלייג זעה רייזען רייזען I, §§ ‏55—66.

«פרעגט מען מיך, באַשר: צו וואָס טויג יידיש־רוסישע ווערטערביכער, אַז

↤ 29

יידן האָבן גאָר קיין ליטעראַטור? דער דאָזיגער אָפּפרעגער ווײַזט שוין אויס צו זײַן ניט קיין תּם, נאָר א חכם פון דער מה־נשתּנה. ער ווײַזט שוין אויס צו זײַן אַזאַ געבילדעטער, וואָס איז אַזוי פאַרגלייבט אין ליטעראַטור, ווי «די געבילדעטע קעכנע», וואָס אַז מען שמועסט מיט איר מכּוח קאָכן וואַרעמעס, ענטפערט זי פון ליטעראַטור. בײַ אים, מײַן מַקשן, מוז א וואָרט אַנדערש קיין ווערט ניט האָבן סײַדן אַז עס איז געדרוקט. איבעריגנס האָט זיך די יידישע שפּראַך אָהן עין־הרע, קיין בייז אויג, אויך עפּעס א ליטעראַטור הן אין אייגענע און הן אין איבערגעזעצטע. אַאַאַי וואָס?! זי טויג אויף כּפּרות? מילא, ווער־זשע איז שולדיג, אַז די יידישע שרײַבער באַשטייען פון גראָבע יונגען, אָדער פון מאַרשעליקעס, אָדער פון אַזעלכע, וואָס האָבן זיך קאַליע געמאַכט דעם מאָגן מיט דעם פאַרשימלטן העברעאיש (אונטער «העברעאיש» פאַרשטיי איך דאָ די דאָזיגע העברעאישע ליטעראַטור, וואָס די מחברים ווילן מחיה־מתים זײַן, דאָס הייסט זיי ווילן די טויטע שפּראַך לעבעדיג מאַכן). ווער־זשע איז שולדיג, אַז זיי מיינען, אַז דער צוועק פון שרײַבן איז אַבי מען זאָל הייסן שרײַבער; אַז זיי מיינען, אַז מען טאָר ניט נאָר שרײַבן וואָס מען דענקט, נאָר אַפילו ניט ווי אַזוי מען דענקט; אַז זיי ווילן ניט פאַרדינען, נאָר אויסנאַרן געלט; אַז אַפילו עס געפינען זיך שוין יאָ אַמאָל א פּאָר יידן, וואָס וואָלטן געקענט און געהאַט וואָס צו שרײַבן פון יידנס וועגן, שטופּן זיי זיך גאָר אין די הויכע פענצטער אַרײַן און שרײַבן ליבער אין מאָדערנע, אייראָפּעישע שפּראַכן, וואָס דאָרט זעהען זיי זיך אָן ווי א טראָפּן אין ים. קורץ פון דער זאַך! ניט דער פידעל איז שולדיג, נאָר דער קלעזמער.

«איך ווייס, אַז עס וועט די העברעער שטאַרק פאַרדריסן וואָס איך בין אַזוי אָנגעפאַלן אויף זייער העברעאיש; ערשטנס דערפאַר, וואָס עס הייסט גלאַט לשון־קודש און צווייטנס ווייל איך, אַלס ייד, קען מיך אַליין אין מיין שפּראַך אויך ניט באַגיין אָהן לשון־קודש־ווערטער. די ערשטע שאלה לאָז זיי גאָט פאַרענטפערן, נאָר די אַנדערע וועל איך פאַרענטפערן. מען ווייסט, אַז למשל אין רוסישן איז דאָ (חוץ העברעאישע, דײַטשישע, פראַנצייזישע וכדומה) א סך סלאַוויאַנישע, גרעקישע, טאָטערשע און לאַטײַנישע ווערטער. פונדעסטוועגן זײַנען ניט נאָר דאָ א סך רוסן, וואָס ס׳שמעקט זיי גאָרניט דער הײַנטיגער קלאַסיציזם, נאָר וועלכן רוס איר וועט שרײַבן

↤ 30

למשל א סלאַוויאַנישן פּראַקטישן בריוו אָדער בוך, וועט ער בַּטלען צו נ׳אײַך בייזע חלומות. נו איז מיט דעם לשון־קודש אויך אַזוי. אין שול מעגט איר רעדן מיט גאָט, מיט די מלאָכים אויף לשון־קודש; אָבער אינם פּראַקטישן לעבן, צו פּראַקטישע יידן האָט איר קיין שום פּראַווע ניט צו רעדן אָדער צו שרײַבן העברעאיש, ווען איר מיינט נאָר מיט זיי ערנצט און ווילט זיי באַהאַנדלען ווי אָרנטליכע מענטשן. שוין כלעבן צײַט, איר זאָלט אויסטון די קינדערשע שיכלעך און זאָלט פאַרשטיין וואָס איר האָט צו טון.» .

אָט אַזוי איז מיט פופציג יאָר צוריק, כאָטש פאָרמולירט אָהן שום «איזמען», אַרויסגעזאָגט געוואָרן דער תַּמצית פון אונזער דײַנטיגער קולטורבאַוועגונג. און ווען אַזאַ מין ליבשאַפט צו יידיש האָט זיך צונויפגעפּאָרט מיט א זעלטענעם פילאָלאָגישן טאַלענט, האָט געמוזט אַרויסקומען א רעזולטאַט, וואָס מעג זיך נאָך הײַנט באַווײַזן פאַר לײַטן.

30. געוויינטליך, בײַ פעלערן קאָן מען כאַפּן ליפשיצן אויך; אָבער מען קאָן זאָגן אָהן גוזמא: אין די פעלערן איז שולדיג די צײַט, די מעלות נעמען זיך פון אים אַליין. ער האָט אַן אייגענע סיסטעם פון באַצייכענען די אויסשפּראַך; ער ברענגט א געוואַלד ווערטער, וואָס מען ניצט זיי נאָר אין וואָלין אָדער פּאָדאָליע און זיי זיינען אונז אַלעמען נייטיג ווי אין לעבן; אַלע פרעמדווערטער און לײַווערטער גיט ער איבער פּונקט אַזוי ווי זיי ווערן אַרויסגערעדט. נח פּרילוצקי איז גערעכט, אַז ליפשיץ האָט כּמעט ווי אויסגעשעפּט דאָס דרום־רוסלענדער יידיש. אָהן ליפשיצעס ווערטערביכער קאָן זיך הײַנט ניט רירן פון אָרט קיין איינער, וואָס וויל שטודירן די יידישע שפּראַך אין אַלגעמיין אָדער אירע איינציגע דיאַלעקטן.

ה
ליטעראַרישע שפּראַך און דיאַלעקטן

31. דאָס ווייס איטליכער, אַז די אמתע, רעאַלע שפּראַך זיינען טאַקע די דיאַלעקטן. דאָס ליטעראַרישע לשון איז בײַ אַלע פעלקער, און בײַ אונז אויך דאָס אייגענע, מערניט אַן אַבסטראַקציע. אין איר גיסן זיך צונויף עלעמענטן פון פאַרשיידענע דיאַלעקטן, און עס איז שווער צו געפינען א

↤ 31

מענטשן, וואָס זאָל ריידן שטרענג «ליטעראַריש». בײַם ריידן וועט איר באַלד דערקענען א פּראָווינציעלע פאַרבונג; די ליטעראַרישע שפּראַך איז בעצם נאָר אַן אינסטרומענט בכתַב. ווען א פאָלק וואַקסט אַריבער די מדרגה פון פּראָווינציעלער אָפּגעשלאָסנקייט און הייבט זיך אָן שפּירן, ווי א נאַציאָנאַלער קיבוץ — יעמאָלט שטייט אויף אינאיינעם מיטן פאָלק די שפּראַך פון זײַן ליטעראַטור. אין א געוויסער מאָס קאָן מען זאָגן, אַז זי ווערט קינסטליך באַשאַפן.

אָבער איינמאָל פאַראַן אויף דער ליכטיגער וועלט, נעמט שוין די ליטעראַרישע שפּראַך לעבן איר אייגענעם לעבן. זי הייבט שוין אָן ווירקן אויף דעם לשון פון יעדער יחיד, אַפילו אויף די מענטשן פון דער מאַסע. צײַטונגסווערטער ווערן פּאָפּולער; דורכן טעאַטר, דורך די פּאַרטייען דרינגען אַרײַן אין פּוילישן יידיש ליטווישע ווערטער און פאָרמען, און דורך דער שיינער ליטעראַטור קומען אָן אין דער ליטע ווערטער פון פּוילן און פון אוקראַאינע. די ליטעראַרישע שפּראַך באַקומט צו־ביסלעך א שטיקל חשיבות בײַם ברייטערן עולם. נאָר פאַרקערט? ווי אַזוי באַציט זיך די ליטעראַרישע שפּראַך צו די דיאַלעקטן?

32. קוקן מיר זיך אײַן אין לעבן פון פאַרשיידענע שפּראַכן, באַמערקן מיר אומעטום דאָס אייגענע. צײַטן בײַטן זיך. געווען א צײַט פון קלאַסיציזם, ווען די פראַנצויזישע שפּראַך האָט זיך אָפּגעצאַמט מיט א כינעזישער וואַנט פון אַלע דיאַלעקטישע, «פּראָסטע» ווערטער. און דאָס איז געווען גוט אַזוי. די דיאַלעקטן זיינען רעאַל, אָבער דאָס רעאַלע איז אָפטמאָל מגושמדיג. דער פּויער אין דאָרף און דער פּראָסטער מענטש אין שטאָט פאַרמאָגן ניט קיין אויסדרוקן פאַר געהויבענע געפילן, פאַר צאַרטע איבערלעבונגען, פאַר מאַיעסטעטישע געשעהענישן. ווען די פראַנצויזישע שפּראַך וואָלט זיך בשַׁעתּו ניט אָפּגעטיילט פון די דיאַלעקטן, ווען זי וואָלט געבליבן צוגעשמידט צו דער ערד, וואָלט זי קיינמאָל ניט געוואָרן קיין שפּראַך פון סאַלאָנען, פון קונסט און פון וויסנשאַפט. אָבער דערנאָך איז געקומען די רעאַקציע. די ליטעראַטן האָבן זיך אַרומגעזעהן, אַז זיי האָבן זייער א שיינעם לשון, נאָר דאָס לשון איז טויט. זיי קאָנען בויען מי יודע ווי שיינע מליצות, נאָר זיי זיינען ניט אימשטאַנד צו ריידן וועגן רעאַלע, פּשוטע זאַכן. האָט מען זיך א לאָז געטון צוריק. די מאָדערנע

↤ 32


פראַנצויזישע ליטעראַטור איז פּאַק און פול מיט דיאַלעקטישע ווערטער און אויסדרוקן. מענטשן, וואָס האָבן זיך געלערנט פראַנצויז מיט א יאָר 40—50 צוריק, קלאָגן זיך, אַז זיי קאָנען גאָר הײַנט קיין פראַנצויזישן בוך ניט לייענען.

33. אַזוי איז אויך אין דער אַנטוויקלונג פון דײַטש און פון רוסיש. אומעטום האָט מען זיך א קער געטון צוריק צום מקור פון שפּראַך־לעבן, צו די דיאַלעקטן. און כאָטש אונזער ליטעראַטור האָט נאָך ניט באַוויזן איבערצולעבן אַזעלכע בליאונגס־תּקוּפות, דוכט זיך מיר אויס, אַז פאַר אונז איז אויך געקומען די צײַט אַרומצוקוקן זיך אויף די דיאַלעקטן. ניט כּדי אַרויסצושטופּן די ליטעראַרישע שפּראַך, נאָר כּדי זי צו באַרײַכערן. מיר דאַרפן אַריינפירן אין דער ליטעראַטור (און אין דער לעבעדיגער שפּראַך פון אונזער אינטעליגענץ) דאָס גאַנצע אייגנס, וואָס מיר האָבן בכל תּפוצות ישראל: אַניט וועט אונזער שפּראַך אינגיכן מגולגל ווערן אין א פלאַכן, לעבליכן פּובליציסטישן קוואַטש, אָהן טעם און אָהן פאַרב, אָהן לײַב און לעבן. אָהן די מעלות פון דער פראַנצויזישער קלאַסישער שפּראַך, נאָר מיט אַלע אירע חסרונות.

34. און פּונקט ווי מיר דאַרפן אויפהיטן און מפַרסם זײַן ווערטער, אַזוי איז אויך מיט פאָרמען און קלאַנגען. «איך האָב שוין געוועסט גענומען», «איך וואָלט געווען גענומען», «דאָס בוך» זאָגט מען ווײַט ניט אין גאַנצן יידישן שפּראַך־געביט; נאָר שרײַבן שרײַבט מען דאָס אומעטום, און פון דעם ווערט די שפּראַך רײַכער, בייגעוודיגער. «גלייבן» און «גלויבן» זאָגט מען אין פּוילן; דאָס ערשטע איז א צייטוואָרט, דאָס צווייטע א הויפּטוואָרט. איך מיין, אַז אַזאַ מין דיפערענץ מעג מען ראַטעווען; ס׳איז א געווינס פאַר דער שפּראַך. «ברייט» און «ברויט» זיינען צוויי פאַרשיידענע זאַכן, און איך פריי זיך אויף איטליכן מינסקער, וואָס לערנט זיך אויס אונטערצושיידן צווישן די צוויי דיפטאָנגען. מיט קיין שום דעקרעטן פון קיין שום אַקאַדעמיעס קאָן מען דאָ ניט העלפן, נאָר פאַראַן זאַכן, וואָס האַלטן אָפּ א נצחון איינע אַליין, פון זיך.

35. וואָס איז בײַ אונז פאַראַן געשריבנס וועגן די דיאַלעקטן אונזערע? כּמעט ווי גאָרנישט. מיר האָבן נאָך אַפילו ניט קיין פּראָגראַם, ווי אַזוי צו קלײַבן דיאַלעקטישע מאַטעריאַלען, אַן ערך אויף דעם שטייגער, ווי

↤ 33

פּראָפ׳ קאַרסקי האָט נאָך אין 1897 אַרויסגעלאָזן פאַר ווײַסרוסיש.1) אַזאַ מין ביכל פאַרענטפערט ניט קיין קשיות, נאָר עס גיט פונדעסטוועגן אַן אָנווײַז, און ווען מיר זאָלן האָבן אַזאַ האַנטביכל, וואָלטן געוויס א סך לערער און אַנדערע פאָלקסטוער, ניט דווקא פילאָלאָגן־ספּעציאַליסטן, פאַראינטערעסירט זיך מיט דער אַרבעט. הײַנט ווייס מען נאָך גאָרניט וועגן א סך דיאַלעקטישע אונטערשיידן. איינער א יידישער שרײַבער און גראָד אַזוינער, וואָס קאָן אויסגעצייכנט די שפּראַך, האָט מיר ניט געוואָלט גלייבן, אַז עס זײַנען פאַראַן געגנדן, וואו מען זאָגט: «מען שלאָגט זי» און ניט «מען שלאָגט איר». א פּשיטא ווייס מען שוין קיין זאַך ניט וועגן דיאַלעקטישע גרעניצן. א שטייגער, ווי ווײַט גייט די טעריטאָריע, וואו מען זאָגט tote אָנשטאָט tate? וואו נאָך, אַחוץ באַרדיטשעוו, זאָגט מען ile אָנשטאָט ale (אַלע)?

און שוין גאָר אַן עלעמענטאַרע פראַגע: וואו ציט זיך דער גרעניץ צווישן zogn און zugn, צווישן buch און bich? אויף אַזעלכע פראַגן דאַרף געבן אַן ענטפער א דיאַלעקטישער אַטלאַס. די דײַטשן האָבן זיך געשאַפן אַזאַ אַטלאַס. פון 1876 ביז 1888 האָט מען פונאַנדערגעשיקט העכער 40 טויזנט פראַגע־בויגנס, און ביז הײַנט באַאַרבעט מען דאָס. העכער טויזנט גרויסע קאַרטעס זײַנען שוין פאַרטיג. פאַר אונז איז דאָס נאָך דערווײַלע א טרוים, און צו אַזעלכע בדִיוקדיגע פאָרשונגען וועלן מיר מסתּמא גאָרניט זוכה זײַן. אָבער טון אין דעם מוז מען אומבאַדינגט, וואָרים די דיאַלעקטאָלאָגיע איז, ווי מיר האָבן געזעהן, א לעבעדיגע אַרבעט פאַר דער לעבעדיגער שפּראַך. וועגן איר באַטײַט פאַר דער געשיכטע פון דער שפּראַך איז שוין אָפּגערעדט.

1) Программы для собиранiя особенностей народныхъ говоровъ. Изданiе отдѣленiя русскаго языка и словесности императорской академiи наукъ. Санктпетербургъ 1897. — Ш. Е. Ѳ. Карскiй, Программа для собиранiя особенностей бѣлорусскаго нарѣчiя.

36. ווען מיר גיבן א קוק אויף ש. אײַזענשטאַטס אויבנאויפיגן מאמר: «די גרעניצן פון דער יודישער שפּראַך און איהרע אויסשפּראַכען» («ליטעראַרישע מאָנאַטשריפטען iv,‏ 1908), זעהט מען תּיכּף, ווי פיל מיר האָבן צו פאַרדאַנקען נח פּרילוצקין. ווען מיר זאָלן אַראָפּרעכענען אַלפרעד לאַנדויס אַרבעט וועגן דימינוטיוו (וואָס איז שייך מער צו דער

↤ 34

געשיכטע פון יידיש, זעה ז׳ 47) און עטליכע אַרטיקלען וועגן יידיש אין עלזאַס [באָראָכאָוו, No.‎‏ 347—350], זיינען פּרילוצקיס אַרבעטן די איינציגע וואָס מען קאָן אָנרופן. מען מעג זאָגן, אַז ער האָט דער ערשטער אַוועקגעשטעלט די פּראָבלעם פון די יידישע דיאַלעקטן. פריער אין זײַנע 2 בענד «פאָלקסלידער», וואו ער האָט זיך כאָטש געפלײַסט צו בלייבן געטרײַ דער אויסשפּראַך (להיפּוך צו גינזבורג־מאַרעק׳ס «ליטעראַריש»־עם־הארַצישער טראַנסקריפּציע), דערנאָך אין זײַנע צוויי בענד «זאַמלביכער» און ענדליך אין זײַנע «דיאַלעקטוֹלוֹגישע פוֹרשונגען», פון וועלכע מיר האָבן ביז איצטער: 1. דער יידישער קוֹנסוֹנאַנטיזם (ערשטע העלפט); 2. דיאַלעקטוֹלוֹגישע פּאַראַלעלען און באַמערקונגען (עטיודען וועגען יידישען וווֹקאַליזם); 3. צום יידישען וווֹקאַליזם.1)

37. אין דעם ערשטן פון די דרײַ ווערק רעדט נאָך פּרילוצקי איבערהויפּט וועגן די פּויליש־יידישע אונטערדיאַלעקטן, אין די ווײַטערדיגע צוויי ביכער נעמט ער שוין אַרײַן אין קאָן די אַנדערע יידישע געגנדן אויך. און אומעטום טוט ער אויף א נײַס: ער זוכט דעם צַד־השָווה צווישן הײַנטיגע יידישע ריידענישן און אַלט־יידישע ליטעראַרישע מאָנומענטן; אָפטמאָל ווײַזן זיך דערבײַ אַרויס זייער טשיקאַווע פאַקטן פון דער שפּראַך־געשיכטע. אין «וווֹקאַליזם», קאַפּ׳ iv, למשל, ווײַזט פּ׳ אויף, און ער איז גערעכט, אַז «ı̄̆־מונדאַרטן» (libm = לעבן, špiter = שפּעטער א. אַז. וו.) זיינען אַן אַלטע ערשײַנונג אין יידיש נאָך אין דייטשלאַנד, און ניט, ווי ז. רייזען איז משער (I,‏ 81), א ווירקונג פון אוקראַאיניש (רוס׳ мѣсяцъ: אוקר׳ мiсяц). אין די «פּאַראַלעלען און באַמערקונגען» איז שוין פאַראַן א פּרוב צו קלאַסיפיצירן די יידישע ריידענישן. לויט דער פאַרשיידענער אויסשפּראַך פון «וי» אין פאַרשיידענע ווערטער («טויב», דער פויגל — אַנטקעגן «טויב», דער וואָס הערט ניט) שטעלט פּרילוצקי אויף א טאַבעלע פון 4 דרום־רוסלענדישע אונטערדיאַלעקטן, 6 ליטווישע א. אַז. וו. דאָס אייגענע אויך בנוגע אַנדערע קלאַנגען.

1) «וֹ» באַטײַט בײַ פּרילוצקין דעם קורצן о, וואָס בלײַבט ניט־געביטן אין אַלע יידישע דיאַלעקטן.

38. פאַרצייכנט דאַרף אויך ווערן, אַז פּ׳ האָט געגעבן א פאַרזיכדיגע2) אַלגעמיינע קלאַסיפיצירונג פון אַלע יידישע דיאַלעקטן. ער נעמט פאַר

↤ 35

אַ יסוד ניט דעם o און u («טאָג»), ווי מען טוט דאָס ס׳רוב (א שטייגער, ש. בירנבוים רעדט וועגן u־דיאַלעקט און o־דיאַלעקט), נאָר דעם מה״ד ei (אין אַזעלכע ווערטער ווי ברייט, קלייד, הייסן). פּרילוצקי באַקומט דאָ 3 געשלאָסענע טעריטאָריעס, וואָס ציען זיך פּאַסנווײַז פון צפון אויף דרום:

2) «אייגנאַרטיג» בלע״ז.

1. מזרח־יידיש (ליטע, רוסלאַנד, אוקראַאינע), וואו מה״ד ei גיט ej. אַלזאָ: klejd.

2. מיטל־יידיש (דער גרעסטער טייל קאָנגרעס־פּוילן און דער גרעסטער טייל גאַליציע); מה״ד aj :ei. אַלזאָ: klajd (אָדער klajt).

3. מערב־יידיש (ביימען, מעהרן, אונגאַרן, דײַטשלאַנד); מה״ד ā :ei. אַלזאָ: klād.

צי וועט זיך אויפהאַלטן די טיילונג, איז נאָך לע״ע ניט אינגאַנצן זיכער.

אַ קלאַסיפיצירונג איז צוגעמאָסטן יעמאָלט, ווען זי איז אויפגעבויט אויף איין בולטן סימן; דעם באַדינג באַפרידיגט פּ׳ גרופּירונג אויסגעצייכנט. אָבער פאַראַן נאָך א באַדינג: יעטווידער גרופּע דאַרף זײַן פאַראייניגט ניט נאָר דורך דעם איין סימן, נאָר דורך אירע וויכטיגסטע, עיקרדיגע סימנים. וועגן דעם לוינט זיך איצטער ניט צו שפּאַרן — ס׳איז א שפּעטערדיגע זאַך, וואָס מעג וואַרטן, ביז וואַנען די יידישע דיאַלעקטן מיט זייערע באַזונדערקייטן וועלן זײַן בעסער אויסגעפאָרשט.

39. נאָר אַנטקעגן פּרילוצקיס זייער גרויסע מעלות שטייען ממשותדינע חסרונות. ערשטנס, דער אויפבוי. דער מאַטעריאַל איז צעוואָרפן, מען קאָן ניט געפינען אַזוי גרינג דאָס, וואָס מען דאַרף; א סך אָבסערוואַציעט זיינען ניט דערפירט ביזן סוף. איך מיין, אַז מער ווי איין לעזער וועט מסכּים זײַן מיט די ווערטער פונם מחבר (אין דער הקדמה צום «קוֹנסוֹנאַנטיזם»), אַז «איבעדהויפּט וווֹלט אפשר ראָטזאַמער געווען צו אַרבעטען איבער דעם בוך אַ פּאָר יאָר לענגער, כּדי עס זוֹל אַרויסקומען טעכניש פוֹלקוֹמענער».

40. ווײַטער האָב איך א טענה, וואָס פּ׳ גיט אָפּ אין די צוויי ביכער וועגן וואָקאַליזם אַזוי פיל אָרט פאַר ביישפּילן פון דײַטשע דיאַלעקטן. בעצם איז דאָס זייער א גלײַכער געדאַנק, וואָרים ווען מען קוקט זיך צו צו די דײַטשע דיאַלעקטן, געפינט מען דאָרטן כּמעט אַלע באַזונדערקייטן פון

↤ 36

אונזערע יידישע ריידענישן; מוז מען אויסגעפינען די שייכות און דעם גראַד פון פאַרשפּרייטקייט דאָרטן און ביי אונז. נאָר פּ׳ גיט די פּאַראַלעלן, ניט איבערקלויבנדיג, צי דאָס איז נידערדײַטש, צי הויכדײַטש, ער ווײַזט קיינמאָל ניט אָן, ווי ווײַט עס גרייכט די דײַטשע טעריטאָריע, וואָס האָט דעם אָדער יענעם סימן. וויבאַלד איך ווייס דאָס ניט, העלפט מיר שוין ניט דער אָנווײַז; מחמת אויב עס זאָל זיך אויסלאָזן, אַז דער סימן איז כאַראַקטעריסטיש נאָר פאַר א קליינעם שטח און נאָך אפשר אין א געגנד, וואו יידן זיינען קיינמאָל ניט געזעסן אין א גרעסערער צאָל, דאַן איז דערפון פאַר יידיש קיין זאַך ניט געדרונגען. אין א גרויסער מאָס זיינען אין דעם שולדיג פּ׳ מקורים (רייז און ווייזע, אויף וועלכע מען קאָן זיך ניט אַלעמאָל פאַרלאָזן, איבערהויפּט אויפן ערשטן); אויב שוין זוכן דעם מאַטעריאַל, דאַרף מען אים נעמען פון דײַטשן שפּראַך־אַטלאַס דירעקט אָדער פון די באַריכטן וועגן אים, וואָס פּראָפ׳ וורעדע האָט געדרוקט אין Anzeiger für deutsches Altertum, אָנהייבנדיג פון ב׳ 18. און צוליב וואָס דאַרף מען באַשווערן דאָס בוך מיט ראיות פון אינדאָגערמאַניש, פון מערב־גערמאַניש, פון גאָטיש, פון אַלטהויכדײַטש, בשעת עס איז שוין אַבסאָלוט זיכער, אַז פאַר דער מיטלהויכדײַטשער צײַט איז אונזער יידיש געוויס ניט אויפגעקומען? קיין וויסנשאַפטליכקייט קומט ניט צו פון אַזאַ באַלאַסט.

41. און ענדליך איז א גרויסער חסרון פון פּרילוצקיס אַלע ביכער דאָס, וואָס ער שרײַבט אַזוי האַרב. צײַטנווײַז ווערט באַשאַפן אַן אַיינדרוק, אַז ער פלײַסט זיך, מען זאָל אים ניט פאַרשטיין. צו וואָס דאַרף מען שרײַבן: «אין די קוֹמפּוֹזיטיס», ניט מאַכנדיג קיין פּרוב דאָס צו פאַרטײַטשן? צו וואָס דאַרף שטיין: «דאַטיוו פון פּרונומען דעמונסטראַט׳ נעווטרי סינגולאַריס» און אין אַן אָנמערקונג אונטערן טעקסט: «דאָס», בשעת מען האָט געקאָנט פּשוט זאָגן: «דאַטיוו פון ‚דאָס‘»? אַזוי גייט דאָרטן כּסדר. צי מיינט ניט אמאָל פּרילוצקי, אַז אַזעלכע שווער־פאָרשטענדליכע וויסנשאַפטליכע ווערק האָבן א גרעסערן פּאָליטיש־פּסיכאָלאָגישן באַטײַט אין פּאָליטישן קאַמף פאַר די רעכט פון דער יידישער שפּראַך (זעה קוֹנסוֹנאַנטיזם, ז׳ IX)? אויב יאָ, קומט דאָס אויס ביי מיר זייער קרום. יענע, ביי וועמען מען דאַרף אַרויסרײַסן די רעכט פון יידיש, קוקן זיך סײַ־ווי ניט אַרום אויף

↤ 37

אונזערע ביכער. א ווערדע האָבן יידיש־פילאָלאָגישע ביכער יאָ, אָבער ניט ביי «זיי», נאָר ביי אונז אין דערהיים, ביי אונזער אינטעליגענץ, וואָס דערשפּירט מער דרך־ארץ צו א שפּראַך, וויבאַלד זי ווערט וויסנשאַפטליך באַאַרבעט. נאָר אויב אַזוי, דאַרף מען דאָך דאגהנען, אַז די אינטעליגענץ זאָל דאָס קאָנען לייענען; אַניט וועט זיך דער אינהאַלט פון די «ריין־וויסנשאַפטליכע» פאָרמולירונגען צוקלעפּן צו איר, ווי אַן אַרבעס צו דער וואַנט.1)

ו
ליטעראַטור־געשיכטע. ביבליאָגראַפיע. טעקפט־אויסגאַבעס

42. די דײַטשן האָבן אַמאָל געהאַט א טבע אונטערצושיידן צווישן «ליטעראַר־געשיכטע» און «ליטעראַטור־געשיכטע». דאָס ערשטע האָט באַטײַט א זאַמלונג פון ביבליאָגראַפישע מאַטעריאַלן, איבערדערציילט, לשם קלאָרקייט, אין א כראָנאָלאָגישן סדר און אפשר אויך אין א צונויפגעבונדענער פאָרם; ליטעראַטור־געשיכטע איז די ווײַטערדיגע מדרגה, א שילדערונג, וואָס אַנטפּלעקט דעם אינעווייניגסטן צונויפבונד פון די ליטעראַרישע ערשײַנונגען און דעם אַנטוויקלונגס־גאַנג פון דער ליטעראַטור פון אירע אָנהייבן ביז אונזערע טעג.

מיר האָבן נאָך ניט קיין ליטעראַטור־געשיכטע, מיר קאָנען זי נאָך גאָרניט האָבן, ווײַל מען ווייס נאָך אַפילו ניט די נעמען פון אַלע אונזערע ליטעראַרישע ווערק; מען האָט שוין געדאַרפט פאַרמאָגן א הויכן גראַד פון תּמימות אויף צו שטורמעווען, אַזוי ווי פּינעס, מיט ליידיגע הענט אַזאַ מין אומצוטריטליכע פעסטונג. נאָך דעם, ווי בּעל־דמיון האָט אָהן רחמנות דעמאַסקירט פינעסעס «געשיכטע פון דער יודישער ליטעראַטור» [פּנקס I, ז׳ 313—348], פאַרשפּאָרט מען שוין צו זאָגן נאָך עפּעס וועגן דעם «ווערק». ס׳איז פאַר דער צײַט אַרויס (אַחוץ פראַנצויז און יידיש) נאָך אין רוסיש און דײַטש, נאָר בעסער איז עס פון דעם ניט געוואָרן.

1) דיאַלעקטאָלאָגישע מאַטעריאַלן זיינען אויך פאַראַן לרוב אין אַלע יאָרגאַנגען פון די מיטטיילונגען; נאָר מען דאַרף זיך אַלעמאָל באַציען צו זיי זייער אָפּגעהיט; פאַראַן דאָרטן א סך אומפּינקטליכקייטן און בפירושע גרײַזן.

43. א סך בעסער איז שוין ל. ווינער׳ס History ot Yiddish Literature in XIX Century; אָבער זי איז אויך מער אויסן צו אינפאָרמירן דעם

↤ 38

ניט־יידישן לעזער, איידער טאַקע באמת צו באַווײַזן דעם צונויפבונד צווישן די איינציגע ליטעראַרישע ווערק צווישן זיך און צווישן דער יידישער ליטעראַטור מיט דער יידישער געשיכטע. אָהן דעם דאָזיגן פירנדיגן געדאַנק מוז יעדער פּרוב פון א יידישער ליטעראַטורגעשיכטע בלײַבן בײַם וועלן.

די גלײַכסטע זאַך וואָלט געווען, ווען די נאָהענטסטע יאָרן זאָלן זײַן אָפּגעגעבן דער אויספאָרשטונג פון אונזער ליטעראַטור, איבערהויפּט פון דער עלטערער, און אויף צונויפגעבונדענע, סינטעטישע שילדערונגען זאָל מען זיך דערווײַלע ניט פאַרמעסטן. פון סברות און צעשאָטענע ברעקלעך קאָן מען אַפילו בײַם בעסטן ווילן קיין בנין ניט אויפשטעלן.

44. א גאַנץ גוטע «ליטעראַר־געשיכטע» איז אלעזר שולמאַנ׳ס «שפת יהודית־אשכנזית וספרותה. מקץ המאה הט״ו ער קץ שנות המאה הי״ח» (ריגע, 1913), און ווען ניט די געוואַלדיגע דרוק־קאָסטן הײַנטיגע צײַטן, וואָלט געוויס געלוינט דאָס ווערק אַרויסצוגעבן אויף יידיש (בּפרט נאָך, ווײַל אויף העברעאיש איז דאָס אויך כּמעט אוממיגליך צו באַקומען). שולמאַן האָט געטון זײַן אַרבעט א ביסל אַלטפרענקיש: ער איז ניט גענוי אין זײַנע ביבליאָגראַפישע אָנווײַזן, ער רופט ניט אָן די ערטער, פון וואַנען ער ברענגט זײַנע ציטאַטעס, צום בוך איז ניט צוגעגעבן קיין שום רייסטער (אין דעם איז שוין שולדיג דער רעדאַקטאָר, ה׳ טאַוויאָוו, וואָס האָט אַרויסגעגעבן דאָס בוך נאָך שולמאַנס טויט לויט דער בקשה פון זײַן געזינד). מען קאָן אויך מסופּק זײַן אין דער אײַנטיילונג פון די קאַפּיטלעך. נאָר אַרום און אַרום איז דאָס פאָרט א גאַנץ גוטער איבערבליק איבער אונזער עלטערער ליטעראַטור, צונויפגעשטעלט מיט גרויס ליבשאַפט אין יאָרנלאַנגער אַרבעט.

45. אַן אויסשניט פון דער עלטערער יידישער ליטעראַטור־געשיכטע גיט ש. ניגער׳ס: «די יודישע ליטעראַטור און די לעזערין» (אין פּנקס II פאַראַן אויך א באַזונדער אויסגאַבע, ווילנע 1919). אייגנטליך וואָלט דאָס געמעגט הייסן: «די פרוי און די עלטערע יידישע ליטעראַטור», וואָרים עס גייט א רייד ניט נאָר וועגן דער לעזערין, נאָר אויך וועגן שרייבערינס. מאַטעריאַל איז דאָ פאַראַן א סך; און דאָס וואָס מען קאָן זיך אין אים ניט איבעריגס גרינג אָריענטירן, איז אין דעם ניט אינגאַנצן שולדיג דער ↰ 39 מחבר; ס׳ליגט אויך אין א גרויסער מאָס אינם מאַטעריאַל גופא, וואָס איז שטאַרק מאָנאָטאָן און ס׳איז אים דעריבער שווער צו גרופּירן.

די אַרבעט איז זייער נוציג פאַר יעדערן, ווײַל זי לאָזט פילן די אַטמאָספערע פון דער אַלט־יידישער ליטעראַטור.

46. בכדי ניט צו פאַרנעמען אומזיסט פּלאַץ, וויל איך דאָ ניט גיין איבערחזרן די אויסגעצייכנטע צונויפשטעלונג פון אונזער ביבליאָגראַפישער ליטעראַטור, וואָס באָראָכאָוו האָט געגעבן אין זײַן «ביבליאָטייק», No.‎‏ 313—239. דער «פּנקס» I איז פאַראַן אין יעטווידער ביבליאָטעק, און מען קאָן אים נאָך קויפן אויך; און אָהן אים קאָן זיך ניט באַגיין קיין שום יידישער פילאָלאָג. נאָר איינם וויל איך אָנווײַזן: בײַ שטיינשניידער׳ס «Jüdisch-Deutsche Literatur» אין «סעראַפּעאום» (1848 און 1849), וואָס באָראָכאָוו שטעלט מיט רעכט אַוועק אויבנאָן, מוז מען זײַן אָפּגעהיט. שטיינשניידער האָט צונויפגעשטעלט די דאָזיגע רשימה פון 385 יידישע ליטעראַרישע דענקמאָלן אַן ערך ביז 1740 לויט ידיעות פון דער צווייטער האַנט, איידער ער האָט אַליין געזעהן די אָקספאָרדער ביבליאָטעק. דערפאַר האָבן זיך אין זײַן רשימה אַרײַנגעכאַפּט פעלערן, עטליכע זאַכן האָט ער פאַרזעהן (א שטייגער, «מגילת ווינץ» איז אינגאַנצן ניט דערמאָנט), אין אַנדערע פאַלן האָט ער אַליין ניט געוואוסט, ווי אַזוי צו פַּסקנען. נאָר מיט עטליכע יאָר שפּעטער איז שטיינשניידער געקומען קיין אָקספאָרד, און דאָרטן האָט ער געשאַפן זײַן מאָנומענטאַלן קאַטאַלאָג [באָראָכאָוו, No.‎‏ 297], וואו ער האָט די טעותן פאַרריכט. אַלזאָ, ווער עס וויל אַן אמתן בילד פון שטיינשניידערס אויפטו, דער וואָלט געדאַרפט אויסשרײַבן די קעפּלעך פון דער רשימה אין «סעראַפּעאום» און צוגעבן צו איטליכן ווערק די ידיעות, וואָס זיינען פאַראַן וועגן דעם אין אָקספאָרדער קאַטאַלאָג.

47. בכלל וואָלט שוין געווען צײַט צו האָבן א גוטע, פולע יידישע ביבליאָגראַפיע: א פאַרצייכעניש פון די כּתב־ידן און דרוק־ווערק, אַן אָנווײַז אויף אַלע אויסגאַבעס (בײַ דרוק־ווערק), און באַלד דערבײַ רעגיסטרירט די אַלע אַרבעטן, וואָס זיינען אָנגעשריבן געוואָרן וועגן די דאָזיגע ווערק. ווי אַזוי אײַנצואָרדענען דעם דאָזיגן «אוצר», כראָנאָלאָגיש צי לויט זאַכליכע אָפּטיילונגען, דאָס איז נאָך א פראַגע; אָבער אַז

↤ 40

אַזאַ אַרבעט איז שוין הײַנט מיגליך, דאָס איז פאַר מיר קיין פראַגע ניט. דער וועג איז אויסגעטראָטן, דאָס אייגנס פון די גרויסע ביבליאָטעקן איז פאַררעגיסטרירט; אָט פון די אַלע צוגרייטנדיגע זאַמלונגען דאַרף מען איצט פעסטשטעלן אונזער ליטעראַרישן אינווענטאַר. איידער דאָס וועט אָפּגעטון ווערן, וועלן מיר קיין ליטעראַטור־געשיכטע ניט האָבן.1)

48. זייער פאַרשווערט איז די אַרבעט צוליב דעם, וואָס די רײַכסטע יידישע ביכער־זאַמלונג געפינט זיך אין ענגלאַנד, אין דער אָקספאָרדער «באָדלעיאַנאַ», וואָס ס׳איז ניט אַזוי גרינג אַהין אָנצושפּאַרן. אָבער גרויסע יידיש־אוצרות זיינען אויך פאַראַן אין דײַטשלאַנד (מינכען, פראַנקפורט־מאַין, האַמבורג, בערלין) און אין ניו־יאָרק; הייסט עס, מען קאָן זיך אַן עצה געבן. אין מזרח־אייראָפּע איז ניטאָ קיין ביבליאָטעק, וואו מען זאָל קאָנען פירן וויסנשאַפטליכע אַרבעט וועגן יידיש, אויב מען זאָל ניט רעכענען דעם «אַזיאַטישן מוזעאום» אין פּעטערבורג.2) אין סטראַשונס ביבליאָטעק אין ווילנע זיינען פאַראַן א סך אַנטיקן, אָבער טאָמער דאַרפט איר א באַשטימטן ספר, איז דאָס גראָד ניטאָ, און אַחוץ דעם פעלן די עלעמענטאַרע הילפסביכער. זייער א שיינע ביכער־זאַמלונג האָט זיך געהאַט אָנגעקליבן אין משך פון לאַנגע יאָרן אלעזר שולמאַן אין קיעוו; וואו איז אַהינגעקומען זײַן ביבליאָטעק נאָך זײַן טויט?

1) ס׳איז באַוואוסט, אַז מאָריץ שטיינשנײַדער, וואָס איז געשטאָרבן 1907 אין עלטער פון 90 יאָר, האָט ביז די לעצטע טעג געפירט ווײַטער זײַנע ביבליאָגראַפישע אַרבעטן. ווי ס׳גיט מיר איבער ה׳ זענגער (דער באַלעבאָס פון דער בוכהאַנדלונג פּאָפּעלויער אין בערלין), האָט ש׳ פאַרמאָגט א האַנט־עקזעמפּלאַר פון זײַנע אַמאָליגע סעראַפּעאום־אַרבעטן וועגן דער יידיש־דײַטשער ליטעראַטור, וואָס דער עקזעמפּלאַר איז געווען ענג באַשריבן מיט כּלערליי הוספות און אויסבעסערונגען. ש׳ האָט געהאַט בדעה אָפּצוגעבן פאַר זײַנע פאָרשונגען וועגן יידיש־דײַטש צוויי בענד אין זײַנע «געקליבענע שריפטן», וואָס האָבן געזאָלט אַרויסגיין אין 12 בענד. דער טויט האָט אים אָפּגעריסן פון זײַן אַרבעט. נאָך זײַן טויט איז זײַן גאַנצע ביבליאָטעק, צוזאַמען מיט אַלע האַנט־עקזעמפּלאַרן פון זײַנע אייגענע ווערק, אַוועק קיין אַמעריקע. דאָס אַרויסגעבן ש׳ שריפטן האָט זיך פאַרהאַלטן עד־היום צוליב פאַרשיידענע סיבות, נאָר איצטער זאָל זײַן א האָפענונג, אַז די אַרבעט וועט פאַרגיכערט ווערן. — הייסט עס, מיר מעגן זיך ריכטן, אַז אין א צײַט אַרום וועלן מיר האָבן די פולקומע ביבליאָגראַפיע פון דער עלטערער יידיש־ליטעראַטור טאַקע פון שטיינשנײַדערן אַליין. קיין געבענטשטערע האַנט אויף דעם קאָן מען זיך גאָרניט פאָרשטעלן.

2) מיט דער סינאַגאָגע־ביבליאָטעק אין וואַרשע בין איך ליידער ניט באַקאַנט.

49. די דאָזיגע אינווענטאַר־רשימות זיינען אַן אומבאַדינגט נייטיגע זאַך, נאָר ס׳איז פאָרט מערניט דער ערשטער שטאַפּל. נאָכן רעגיסטרירן דאַרף קומן דאָס פּובליקירן. ווען איינער וויל הײַנט שטודירן די עלטערע יידישע ליטעראַטור, קאָן אים העלפן נאָר זײַן מזל: אויב ער

↤ 41

פּאַקט ביי א מוכר־ספרימניק דעם ספר, וואָס ער זוכט, איז גוט — אַניט איז פאַרפאַלן. די ביכער פון 16טן און טיילווײַז פוז 17טן י״ה איז שוין אָבער אוממיגליך צו קריגן: דער עולם האָט זיי בּשעתּו «צעלייענט» אויף פּיץ־פּיצלעץ, און גאָר געציילטע עקזעמפּלאַרן האָבן זיך אויפגעהיט אין די מערב־אייראָפּעאישע ביבליאָטעקן. ווידער ווען איר באַקומט שוין אַן עקזעמפּלאַר פון «יוסיפון» צו פון «לב־טוב», קאָנט איר ניט וויסן, אויף וויפיל די אויסגאַבע, וואָס איר האָט אין האַנט, שטימט מיט דער ערשטער אויסגאַבע; איר ווייסט ניט, וואָס עס האָבן אַרײַנגעטראָגן נײַס די שפּעטערדיגע איבערדרוקער, צי איז ניט דער אַרויסגעבער פון אײַער עקזעמפּלאַר געווען פאַראיינס א רעדאַקטאָר אויך. בײַ די אומות־העולם זיינען פאַראַן אויף דעם קריטישע אויסגאַבעס. א פאָרשטער נעמט די פאַרשיידענע כּתב־יַדן אָדער דרוקן פון א ווערק, ער גלײַכט זיי צו איינס צום אַנדערן, ער באַווײַזט איטליכן אַרויסגעבערס חידושים, ער געפינט אויס (אויב מיגליך) די מקורים, פון וואַנען דער מחבר האָט געשעפּט. דאָס רוב ווערן נאָך צוגעגעבן צו דעם גראַמאַטישע און לעקסיקאַלישע פּירושים, כדי דער לעזער, וואָס נעמט דאָס אין האַנט אַרײַן, זאָל האָבן א פולקום בילד פון דעם ווערק.

אָט אַזוינע קריטישע אויסגאַבעס דאַרפן מיר אויך האָבן, לכל־הפּחות פון די וויכטיגסטע דענקמאָלן פון אונזער אַלטער ליטעראַטור. מען וואָלט געדאַרפט אַרויסגעבן אויף אַזאַ שטייגער דאָס שמואל־בוך, דאָס מעשה־בוך, דעם תּהילים פון 1490 (א מאַנוסקריפּט אין דער בערלינער מלוכה־ביבליאָטעק) א. אַז. וו. אויף אַזוינע אַרבעטן וועט זיך אויפבויען אי די יידישע ליטעראַטור־געשיכטע, אי די געשיכטע פון דער יידשער שפּראַך.

50. די איינציגע באַפרידיגנדיגע טעקסט־אויסגאַבע, וואָס מיר פאַרמאָגן, איז אייגנטליך דאָס בינטל «פּראָגער בריוו פון 1619», וואָס ד״ר א. לאַנדוי און ד״ר ב. וואַכשטיין האָבן אַרויסגעגעבן (זעה פּנקס I, ז׳ 351—356). נאָר ס׳איז ניט קיין ליטעראַריש ווערק אין געוויינטליכן זינען פון וואָרט, הגם מען קאָן פון דאָרטן א סך אָפּלערנען.1)

1) צו די יידישע טעקסטן פון די בריוו איז נאָך צוגעגעבן (אַחוץ זייער א וויכטיגן אַרײַנפיר) א טראַנסקריפּציע מיט לאַטײַנישע אותיות. קעגן דער דאָזיגער טראַנסקריפּציע האָב איך א גרויסע טענה. דאָרטן שטייט כסדר אַן a, וואו נה״ד האָט а‏: hat,‏ lasen (לאָזן), gesagt אאַז׳וו. איך פּערזענליך בין זיכער, אַז נאָך די אַלטע יידישע שפּראַך האָט געהאַט o דאָרטן וואו דאָס הײַנטיגע ליטווישע יידיש האָט o; נאָר אויב ד״ר לאַנדוי האַלט אַנדערש (און זײַן מיינונג איז געוויס מי יודע ווי וויכטיג), האָט מען דאָס געדאַרפט דערווײַזן, ניט מאַכן זיך ניט וויסנדיג פון דער גאַנצער פּראָבלעם. איבעריגנס געפינען מיר דעם זעלביגן טעות אויך בײַ אַלע טראַנססקריפּטאָרן אין דײַטשלאַנד: אַווע־לאַלעמאַן, גרינבוים א. אַז. וו. אָנער ווען מען חזרט איבער א טעות א סך מאָל, ווערט ער דאָך דערפון ניט אויס טעות. — זעה וועגן דעם ז׳ 85 און 136.

↤ 42

פּראָפ׳ מ. באַלאַבאַנס אויסגאַבע פונם סטאַטוט פון דער יידישער קהילה אין קראָקע (פראַנקפורט־מאַין, 1913) איז מיר ליידער ניט אויסגעקומען צו זעהן.

51. מיט צוויי יאָר פאַר דער קריג איז אַרויס א קריטישע אויסגאַבע פון «קיניג אָרטוס הויף»: «Dr. L. Landau: Arthurian Legends, or: the Hebrew-German Rhymed Version of the Legend of King Arthur» (לייפּציג, סעריע «טייטאָניאַ», פאַרלאַג עדואַרד אַווענאַריוס, 1912). ס׳איז א בוך פון 16 דרוקבויגן, וואָס אַן ערך א דריטל פאַרנעמט זייער א געוויסנדיגער אַרײַנפיר. ד״ר ל. לאַנדוי האָט דורכגעפירט א בדִיוקדיגע פּאַראַלעל צווישן צוויי כּתב־יַדן פון אַרטוס־ראָמאַן, וואָס געפינען זיך אין דער האַמבורגער שטאָטישער ביבליאָטעק, און עטליכע געדרוקטע אויסגאַבעס. דער אַרײַנפיר איז אויסגעצייכנט; דער אָפּדרוק פון די טעקסטן האָט אָבער דעם גרויסן חסרון, וואָס ער איז געגעבן מיט לאַטײַנישע אותיות. דער מחבר שרייבט אַפילו, אַז ער האָט זיך געפלײַסט «אַזוי נאָהענט ווי מיגליך איבערצוגעבן אַלע כאַראַקטעריסטישע סימנים פונם העברעאישן טעקסט», ד״ה פונם טעקסט, וואָס איז געשריבן מיט יידישע אותיות. נאָר ווען ער שרײַבט אויפן מה״ד שטייגער «ouf», פון וואַנען קאָן מען וויסן, אַז אין טעקסט שטייט דווקא «אויף» (און ניט «אוף»); און אַז בײַ לאַנדוין שטייט «gegn», דאַרף מען טרעפן על־פּי סברא, אַז דער שרײַבער פון אָנהייב 15טן י״ה האָט געשריבן «גיגן». דאָס אייגענע שטייט אין כּתב־יַד «לנט» און לאַנדוי שר״נט «lant» ; «אויערם» טראַנסקריבירט לאַנדוי üerm, «מֵין»1) שרײַבט ער «men». אויפן גאַנצן טעקסטאָפּדרוק בײַ לאַנדוין קאָן מען זיך ניט פאַרלאָזן. דאָס וואָס ער האָט געגעבן איז אַפילו ניט גענוג געווען פאַר דער סעריע «טייטאָניאַ, אַרבעטן פון דער גערמאַנישער פילאָלאָגיע», און פאַר אונז אַוודאי ניט.

1) די נקודות, שטייען אין אָריגינאַל.

↤ 43

52. גליקל פון האַמעלנס פּרעכטיגע מעמואַרן זיינען אָפּגעדרוקט פון פּראָפ׳ דוד קויפמאַנען אין 1896 מיט יידישע אותיות (זעה פּנקס I, ז׳ 135), אָבער ד״ר א. לאַנדוי האָט שוין אויפגעוויזן אין «מיטטיילונגען» 7 [באָראָכאָוו, No.‎‏ 359], אַז אין פּרט פון שפּראַך איז די אויסגאַבע אומגעלונגען ביז גאָר. פּירושים, שפּראַכיגע און קולטורגעשיכטיגע, זיינען פאַראַן אין די «מיטטיילונגען», 7, 17 און 54.

53. און דאָס איז גאָר: מער האָבן מיר ניט קיין טעקסט־אויסגאַבעס.1) און די אויסצוגן, וואָס מיר פאַרמאָגן פון דער עלטערער יידישער ליטעראַטור, האָבן אויך א קנאַפּע ווערדע. אַווע־לאַלעמאַן [באָראָכאָוו, No.‎‏ 103] האָט אָפּגעגעבן די זײַטן 435—537 אויף פאַרשיידענע אויסצוגן פון אַלטע יידישע ספרים: פון «מעשה נסים», פון «טיל איילנשפּיגל», פון «מעשה־בוך» א. אַז. וו. אָהן א סיסטעם, נאָר מיט איין מעלה: אַלצדינג איז געגעבן מיט יידישע אותיות.

54. מאַקס גרינבוימס כרעסטאָמאַטיע [באָראָכאָוו, No.‎‏ 110] האָט באָראָכאָוו אָפּגעשאַצט ווי געהעריג. גרינבוים איז געווען דער אמתער טיפּ פונם וועלטפרעמדן מלוּמד, וואָס האָט געשעפּט זײַן גאַנצע וויסנשאַפט פון ביכער און פון זײַן אייגענעם קאָפּ. דאָס לעבעדיגע יידיש האָט ער ניט געקענט, און דערפאַר האָט ער זיך, א שטייגער, קוים געכאַפּט א מינוט פאַר ליכטבענטשן (אין א תּיקון־טעות אויף דער לעצטער זײַט), אַז «באדינער» (דער טײַטש פון ‚משרתים‘ אין תּהילים, קאַפּ׳ קד, ד) מאַכט ניט «bodener»[!], נאָר badíner.

1) ד״ר פעליקס ראָזענבערג האָט 1888 געשריבן אין בערלין א דיסערטאַציע אויף דער טעמע: «Über eine Sammlung deutscher Volks- und Gesellschaftslieder mit hebräischen Lettern». ס׳זיינען טעקסטן פון א יידישן כּ״י אין דער באָדלעיאַנאַ, נאָר טראַנסקריבירט מיט דײַטשע אותיות, און מיט אַלע חסרונות פון די דײַטשע טראַנסקריפּציעס. איבעריגנס האָט זיך ה׳ ראָזענבערג מיט דער שפּראַך פון די טעקסטן ניט אינטערעסירט, אים איז געגאַנגען וועגן זייער ליטעראַר־היסטאָרישן באַטײַט. צווישן די עטליכע צעהנדלינג לידער, וואָס ער ברענגט, זיינען דאָס רוב טאַקע פאַראַן אין דײַטשע זאַמלונגען אויך; דאָ וואָלט כדאי געווען צו אַנאַליזירן די שפּראַך אויף צו דערגיין, וואָס יידן האָבן אַרײַנגעטראָגן נײַס. פאַראַן אָבער אַזוינע, וואָס זיינען אין דײַטשע מקורים ניטאָ, נאָר פאַר ה׳ ראָזענבערג זיינען דאָס נאָך אַלץ «deutsche Lieder mit hebräischen Lettern». — וועגן מ. באַסינס אַנטאָלאָגיע זעה צום סוף אין די «הוספות».

אַ צווייט ביכל גרינבוימס: «Die jüdisch-deutsche Literatur in Deutschland, Polen und Amerika» (אַן אָפּדרוק פון אַן אַרטיקל אין ווינטער־ווינשע׳ס «די יידישע ליטעראַטור זייט אַבשלוס דעס

↤ 44


קאַנאָנס», ב׳ III, ז׳ 351 פפ. — טריר, 1894) איז פּשוט א קאַריקאַטור. אין 1894 ציטירט גרינבוים א ווילנער «מנורת המאור» פון 1880, א פּאָר לידער פון אליקום בדחן און א פּאָר מעשיות פון אייזיק מאיר דיקן, נאָר ער ווייס קיין איין וואָרט ניט צו דערציילן וועגן לינעצקין, וועגן מענדעלען, וועגן שלום־עליכמען!

נאָך גרינבוימען איז געגליכן בירושה א צווייטער, ניט געדרוקטער באַנד פון זײַן «כרעסטאָמאַטיע»; דער מאַנוסקריפּט געפינט זיך בײַ זײַנע קרובים אין האַנוי, לעבן פראַנקפורט־מאַין.1) ס׳וואָלט פונדעסטוועגן געווען א פאַרדראָס, אויב די אַרבעט וואָלט געבליבן ניט־פּובליקירט אָדער ניט־אויסגענוצט, מחמת די שפּראַכוויסנשאַפטליכע חקירות גרינבוימס זיינען אָפטמאָל זייער אינטערעסאַנט. ער איז געווען א מענטש מיט ברייטע קענטענישן, און ווען דאָס מזל וואָלט אים צונויפגעפירט מיטן מזרחדיגן יידנטום, וואָלט פון זײַן פלײַסיגער, מסירת־נפשדיגער האָרעוואַניע אַרויסגעקומען גאָר עפּעס רעכטס.

1) מיטגעטיילט אין פעליקס פּערלעס׳עס גאַנץ אינטערעסאַנטן אַרטיקל: «Zur Erforschung des Jüdisch-Deutschen» (אין Beiträge zur Geschichte der deutschen Sprache und Literatur ב' 43 און 44). אין דער אַרבעט פּרובט פּערלעס אויסטײַטשן (אָפטמאָל מיט ערפאָלג) עטליכע צעהנדלינג וואָקאַבולן, וואָס זיינען פאַראַן אין שטראַקס ווערטערבוך: ער ברענגט פּאַראַלעלעס פון מה״ד און פון נה״ד דיאַלעקטן. אָבער ווי נאָר ער רירט זיך צו צו דער עלטערער יידישער שפּראַך, איז ביטער. ער וויל למשל אויפווײַזן, אַז צו דער פאָרם beištidl (זעה ז׳ 122), וואָס איז פאַראַן אין דער ערשטער אויסגאַבע פון «ספר ר׳ אַנשיל» (1534), איז אין דער צווייטער אויסגאַבע פאַראַן א בײַפאָרם beištoidl. פון וואַנען איז דאָס געדרונגען? אָט פון וואַנען: עס שטייט געשריבן ‚בייא שטוידל‘. הייסט עס, ה׳ פּערלעס ווייס ניט, אַז אין דער עלטערער ליטעראַטור האָט דער ‚וי‘ קיינמאָל ניט באַטייט קיין oi, און אַז דאָ איז דאָס פּשוט א ü!

55. ס׳איז א גרויסער שאָד, וואָס ד״ר יוסף פּערלעס׳עס «Beiträge zur Geschichte der hebräischen und aramäischen Studien» (מינכען, 1884) איז געוואָרן אַזאַ יקר־המציאות. פּערלעס, א מינכענער ראַבינער און א גרויסער מלומד, האָט פאַרשטאַנען צו ברענגען די ציטאַטעס מיט די יידישע אותיות. און ציטירן ציטירט ער גראָד די עלטסטע כתב־ידן און דרוקן, וואו דער העברעאישער טעקסט איז אַדורכגעמישט מיט «טײַטשע» פאַרטײַטשונגען [באָראָכאָוו׳ No.‎‏ 68, 69, 71, 75, 79 אאַז״וו] אייגנטליך איז דאָס ניט קיין ליטעראַטור, נאָר מאַטעריאַל פאַר דער שפּראַך געשיכטע; נאָר פונדעסטוועגן קאָנען מיר אַרויסזעהן פון די דאָזיגע «גלאָסעס», ווי אַזוי ס׳איז אויפגעקומען בהדרגה אונזער ליטעראַטור: פון

↤ 45

איינציגע ווערטער צו איינציגע זאַצן צו פאַרגרינגערן דאָס לערנען, דערנאָך מוסר־ספרים און פאַרווײַלונגס־ביכער (מיט א מוסרדיגן אונטערשלאַק), און דערנאָך ווײַטער ביז אַלע פאַרצווײַגונגען, וואָס א מאָדערנע ליטעראַטור פאַרמאָגט.

56. אויסצוגן פון מוסר־ספרים, איבערהויפּט אַזוינע, וואָס כאַראַקטעריזירן דעם צושטאַנד פון בילדונג און ערציאונג בײַ יידן, האָט געבראַכט גידעמאַן אין דריטן באַנד פון זײַן «געשיכטע פון דער ערציאונג און קולטור בײַ די מערבדיגע יידן»1) און נאָך מער אין זײַן ווינציג־וואָס באַקענטן צוגאָב־ווערק: «Quellenschriften zur Geschichte des Unterrichts und der Erziehung bei den deutschen Juden» (בערלין, 1891, פאַרלאַג א. האָפמאַן עט קאָ.). דאָרטן זיינען פאַראַן אויסצויגן פון «בראַנטשפּיגל», פון «לב טוב», פון «ספר מידות» 1542 א. אַז. וו. — די קולטורגעשיכטיגע ווערדע פון גידעמאַנען (וואָס איז אומגעהײַער גרויס) איז ניט שייך צו אונזער טעמע.

1) אָט דער דריטער באַנד איז ניט לאַנג אַרויס אין יידיש: «מ. גידעמאַן, אידישע קולטורגעשיכטע אין מיטלאַלטער (אידן אין דײַטשלאַנד דאָס XIV און XV יאָרהונדערט). אידיש — נחום שטיף. כּלל־פאַרלאַג, בערלין 1922». וועגן שטיפס איבערזעצונג קאָן מען זאָגן מיט איין וואָרט: אויסגעצייכנט. איך וויל דאָ פונדעסטוועגן פאַרצייכענען עטליכע פון די פּגמ׳ען, וואָס איך האָב באַמערקט בײַם לייענען. ז׳ 21 איז דורכגעלאָזן גידעמאַנס סברא וועגן דער פאַרבינדונג צווישן די צוויי משה מולינס. ז׳ 105 איז «des Deutschen Ritterordens» איבערגעזעצט: «פון א ריטער־אָרדן». דאָרטן גופא ווערט דערציילט וועגן א פירשט, וואָס האָט ליב געהאַט «die Juden und das Rotwild», ד״ה יידן און הירשן; בײַ שטיפן שטייט אָבער: «ער האָט צו פיל ליב געהאַט אידן און ציגײַנער»! (אַפּנים, א קווי־פּראָ־קוואָ פון Rotwild און rotwelsch !) ז׳ 106 שטייט: די קריסטן אין מאַינץ האָבן געמיינט, אַז יידן ווילן מאַכן «eine Revolte»; בײַ שטיפן שטייט: א רעוולוציע! ז׳ 110 שטייט בײַ שטיפן: «לויט א פראַנצויזיש געדיכט פון Manessier», און מען קאָן מיינען, אַז דאָס איז א פראַנצויזישער שרײַבער אַזאַ. אין אָריגינאַל שטייט «nach dem französischen Gedicht des Manessier», און דאָס מיינט די באַוואוסטע Manessische Handschrift פון מה״ד טעקסטן, וואָס האָט זיך פריער געפונען אין פּאַריז (פגל׳ היינעס בערנע־פּאַמפלעט) און איצטער אין היידעלבערג. ז׳ 146 שטייט בײַ שטיפן, אַז דאָס «ספר מידות» איז אַרויס 1542 אין «יעסני»; אין דער אמתן הייסט די שטאָט «איסני» (Isny). ז׳ 182 ברענגט שטיף אַן אייגענע סברא צום אָפּשטאַם פון «יי» אַלס באַצייכענונג פון ei און באַמערקט דערבײַ (בײַ די שטעט־נעמען אויף heim-): «מעגליך, אַז די צוויי יי האָט מען אָנגעהויבן שרײַבן ערשט דאַמאָלס, ווען מ׳האָט שוין געלייענט דעם לעצטן טראַף ניט hîm, נאָר heim». אַזאַ מין אויסשפּראַך hîm איז גאָר קיינמאָל ניט געווען. די מה״ד און אַה״ד פאָרם איז שוין אויך געווען heim, און דערפאַר האַבן מיר טאַקע אין ליטווישן יידיש hejm און ניט hajm. — די צוריק־טראַנסקריפּציע פון די טעקסטן פון «ספר מידות» (ז׳ 148—157) גייט זיך שטאַרק פונאַנדער מיט דער אויסלייגונג פון יידישן אָריגינאַל. דאָס איז ניט קיין טענה קעגן נ. שטיפס חריפות: ע״פּ סברא לאָזט זיך ניט בעסער רעקאָנסטרואירן אַן אויסלייגונג, אין וועלכער ס׳איז געווען אַזוי פיל מוטוויל. נאָר דאָס יאָ: פאַר א בוך, וואָס איז אַרויס אין דײַטשלאַנד, איז ניט אַזוי שווער געווען אַראָפּצוברענגען פון פראַנקפורט־מאַין די איסניער אָריגינאַל־אויסגאַבע פון «ספר מידות».

↤ 46


57. אַן איבערבליק איבער דער רײַכער ליטעראַטור וועגן «שמואל־בוך» האָט געגעבן ד״ר פ. פאַלק [באָראָכאָוו, No.‎‏ 130]. דאָס איז א גדונטיגע אַרבעט, אָבער פאַרטיג געוואָרן זיינען פון איר מערניט ווי צוויי קאַפּיטלעך. דאָס ערשטע הייסט: אַרײַנפירנדיגע באַמערקונגען וועגן דער יידיש־דײַטשער ליטעראַטור (עלטער פון דער יידיש־דײַטשער פאָלקס־ליטעראַטור; כאַראַקטער, אויפקומען און פאַרשפּרייטונג פון דער פאָלקס־ליטעראַטור; איר אינהאַלט און גרייס; יידיש־דײַטשע שפּראַך און ליטעראַטור פאַרן משפּט פון עטליכע געלערנטע; איר ווערדע פאַר דער פאָרשונג פון דער דײַטשער שפּראַך און ליטעראַטור). דאָס צווייטע קאַפּיטל טראָגט דעם נאָמען: «די ביזאיצטיגע פאָרשונגען וועגן דעם שמואל־בוך און ניבעלונגען־סטראָפעס». דאָ ווערט געגעבן אַן איבערבליק איבער די וויכטיגסטע תּנ״ך־איבערזעצונגען, גלאָסאַרן און געגראַמטע תַּנַכן ביזן סוף פון 16טן י״ה; דערנאָך ווערט באַשריבן די שטעלונג פון די געלערנטע צו דער פּראָבלעם פון «שמואל־בוך». אָט גראָד דאָ, וואו ס׳האָט זיך געדאַרפט אָנהייבן אַן אַנאַליז פון דעם ווערק גופא, רײַסט זיך איבער די אַרבעט.1)

אַ פּאָר זײַטלעך ציטאַטעס פונם «שמואל־בוך» זיינען אָפּגעדרוקט אין ה. לאָטצע׳ס אַרטיקל: «צור יידיש־דויטשען ליטעראַטור» אין «Gosches Archiv für Literaturgeschichte»,‏ I, 1870. ס׳האָט יעמאָלט געזאָלט אָנהייבן אַרויסגיין א יידיש־דײַטשע טעקסטביבליאָטעק, און דער אַרויסגעבער פון «אַרכיוו» (גאָשע) האָט לכבוד דעם באַשטעלט בײַ לאָטצען אַזאַ מין אינפאָרמאַטיוון אַרטיקל. (פון דעם פּלאַן איז גאָרנישט געוואָרן.)

58. אין פּרילוצקיס זאַמלביכער II זיינען געדרוקט שטיקער פון משה מאַרקוזעס זייער אינטערעסאַנטן «ספר רפואות». איך וויל אַגב באַמערקן, אַז אַן עקזעמפּלאַר פון דעם דאָזיגן אַנטיק געפינט זיך אויך אין דער פראַנקפורטער שטאָט־ביבליאָטעק.

1) דיזעלביגע אַרבעט האָט פאַלק, יעמאָלט א פּריוואַט־דאָצענט אין זשענעווער אוניווערסיטעט, אַרויסגעגעבן מיט א יאָר פריער אין פראַנצויז [באָראָכאָוו, No.‎‏ 130]. דאָרטן איז פאַראַן אַן אָנמערקונג, פון וועלכער ס׳איז צו זעהן, אַז דער מחבר האָט געהאַט בדעה אַרויסצוגעבן א קריטישע אויסגאַבע פון «שמואל־בוך» (לויט די כתב־ידן פון פּאַריז און האַמבורג). ליידער איז דער פּלאַן ניט פאַרווירקליכט געוואָרן.

אָט דאָס איז, דוכט זיך, גאָר; מער קיין הילפסמיטלען זיינען ניטאָ אויף צו באַקענען זיך מיט דער עלטערער און אַלטער יידישער

↤ 47

ליטעראַטור. ס׳איז ווינציג! אויב ניט קיין גרויסע טעקסט־ביבליאָטעק איז כאָטש א כרעסטאָמאַטיע וואָלטן מיר שוין געוויס געמעגט און געקאָנט האָבן.1)

ז
געשיכטע פון דער יידישער שפּראַך. דער אָפּשטאַם פון יידיש און פון די יידישע דיאַלעקטן

59. נאָך ערגער ווי מיט דער ליטעראַטור־געשיכטע האַלטן מיר דערווײַלע מיט דער געשיכטע פון דער יידישער שפּראַך. און ס׳איז ניט קיין חידוש. די געשיכטע פון א שפּראַך נויט זיך אויף אויף צוויי עלעמענטן. די דענקמאָלן פון דער אַלטער ליטעראַטור געבן דעם יסוד, און דאָס וואָס די אותיות דערזאָגן ניט (פאָרט ניט מער ווי טויטער חומר!) קאָן מען טיילמאָל אַרויסדרינגען פון די הײַנטיגע גערעדטע דיאַלעקטן. אָבער אַז דאָס איז ניט אויסגעפאָרשט און יענץ איז ניט אויסגעפאָרשט — פון וואַנען זאָל זיך נעמען א געשיכטע פון דער יידישער שפּראַך?

1) נ. שטיף קלײַבט זיך שוין א צײַט מיט יאָרן אַרויסצוגעבן א לייענבוך פון דער עלטערער יידישער ליטעראַטור. — די «קולטורליגע» אין וואַרשע גרייט זיך אַרויסצוגעבן זלמן רייזנס א גרויסע כרעסטאָמאַטיע: «פון מענדעלסאָן ביז מענדעלי». — וועגן ז. רייזענס «לעקסיקאָן פון דער יידישער ליטעראַטור און פּרעסע» זעה צום סוף אין די «הוספות».

60. פון די פּאָר מאָנאָגראַפיעס, וואָס מיר פאַרמאָגן, זיינען די ווײַטוויכטיגסטע ד״ר אַלפרעד לאַנדויס אַרבעטן. די זיכערע האַנט און דער פעסטער בליק לאָזן זיך שוין פילן אין זײַן ערשטן אַרטיקל וועגן די פאַרקלענער־פאָרמען אין יידיש 2) [באָראָכאָוו, No.‎‏ 358], אָבער נאָך א בוך א גרעסערע בקיאות אין דער עלטערער יידישער ליטעראַטור און אין די דײַטשע דיאַלעקטן זעהט זיך אַרויס פון זײַנע ווײַטערדיגע פאָרשטונגען: וועגן דער שפּראַך פון גליקל פון האַמעלן [באָראָכאָוו, No.‎‏ 359] און וועגן די פּראָגער בריוו פון 1619 [באָראָכאָוו, No.‎‏ 360]. שוין די ווערטערביכלעך אַליין, וואָס פאַרנעמען אין איטליכן פון די ביידע אַרטיקלען צו 19 זײַטן, גיבן א סך לעקסיקאַלישן מאַטעריאַל. מיר ווערן געוואויר, א שטייגער, אַז דער ווילנער אויסדרוק: «מיט ליב אײַך אײַער גאַסט» איז שוין פאַראַן אין אָנהייב 17טן י״ה אין פּראָג; גליקל שרײַבט שוין (צום סוף פון 17טן י״ה) «באַזוכן» (מיטן טײַטש: «אַרומזוכן» 3)) אד״ג. ↰ 48 א סך ווערטער זיינען פאַראַן, ווי בכלל אין דער גאַנצער עלטערער ליטעראַטור, וואָס קאָנען בפירוש צו־ניץ קומען נאָך הײַנטיגן טאָג: «מאַכן אַן אויסרוף» (גליקל, = ליציטאַציע); באַטראַכטליך (גליקל, = באַקלערט, überlegt); קניפּלען (גליקל, = מאַכן שפּיצן, klöppeln) א. אַז. וו. — לאַנדוי באַנוגנט זיך אָבער ניט מיט פאַרצייכענען די ווערטער; ער טײַטשט זיי נאָך אויס, ער ברענגט בײַשפּילן פון אַנדערע יידישע טעקסטן און פּאַראַלעלעס פון דײַטשע דיאַלעקטן. אַכלל, די גלאָסאַרן זיינען א מוסטער פון אַן אַרבעט; די גראַמאַטישע באַמערקונגען, הגם זיי זיינען אויך שטרענג וויסנשאַפטליך, באַפרידיגן מיך ניט אין דערזעלביגער מאָס.

2) וועגן דעם דימינוטיוו אין דײַטש איז נאָך לאַנדויס אַרטיקל צוגעקומען א סך מאַטעריאַל פונם דײַטשן שפּראַך־אַטלאַס, פּובליקירט אין פּראָפ׳ וורעדע׳ס «Die Diminutiva im Deutschen»‏ (Deutsche Dialektgeographie‏ I, מאַרבורג, 1908).

3) דאָס וואָרט באַגעגנט זיך איבעריגנס מיט דעם פּשט נאָך אין מה״ד.

61. וועגן ד״ר ל. לאַנדויס אַרטוס־אויסגאַבע איז שוין אויסגעקומען צו ריידן (ז׳ 42). אויף זײַט LXV—XLVII איז דאָרטן געגעבן א זאָרגעוודיגער גראַמאַטישער אַנאַליז פון דעם אָרטוס־ראָמאַן, און אויף דעם סמך קומט לאַנדוי צום באַשלוס, אַז דער מחבר האָט געמוזט שטאַמען פון רייניש־פרענקישן געגנד, אַן ערך אַרום מאַינץ, פראַנקפורט אָדער וואָרמס.

62. בלויז אַזוינע מיני בדיוקדיגע אויספאָרשטונגען קאָנען אונז געבן אַן ענטפער אויף דער פראַגע, צי לאָזן זיך די עלטערע יידישע ווערק לאָקאַליזירן אין געוויסע דײַטשע געגנדן. דאָס איז זייער א וויכטיגע פּראָבלעם, וואָרים זי פירט אונז צו צו א צווייטן ענין: ווען האָט זיך די שפּראַך פון די יידן אין דײַטשלאַנד גענומען שטאַרק אונטערשיידן פון דער דײַטשער שפּראַך אַרום זיי? אין די פּראָגער בריוו 1619, א שטייגער, איז גרינג צו קאָנסטאַטירן סימנים פון פאַרשיידענע דײַטשע דיאַלעקטן; הייסט עס, יידן האָבן שוין געהאַט באַשאַפן אין יענער צײַט א פאַרזיכדיגע קאָמבינאַציע פון פאַרשיידענע דײַטשע שפּראַך־עלעמענטן מיט העברעאישע און סלאַווישע.1) דאָס אייגענע גליקל; זי האָט אָפּגעלעבט איר גאַנץ לעבן אין צפון־דײַטשלאַנד, און עס פילט זיך אין איר לשון א צפונדיגע («נידערדײַטשע» אָדער «פּלאַטדײַטשע») השפּעה, נאָר דער קֶרן פון איר שפּראַך איז הויכדײַטש, ד״ה דרום־דײַטש, ווי בכלל אין יידיש.

1) זעה וועגן דעם ז׳ 136.

גיכער ווי אַלץ זיינען וועדליג דעם מחבר און דעם אָרט פאַראַן פאַרשיידענע מדרגות פון צופּאַסונג צו די לאָקאַלע דײַטשע דיאַלעקטן. וואָס ↰ 49 ס׳איז שייך צו געדרוקטע אויסגאַבעס, דאַרף מען נאָך האָבן אין זינען די טראַדיציע. אויב א באַוואוסטע אַמסטערדאַמער דרוק, למשל, האָט שוין געהאַט צוגעוויינט אירע קונדן צו א געוויסן אויסלייג, וועט שוין דער קראָקער נאָכדרוקער אָדער קאָנקורענט אויך בלײַבן בײַ דער שרײַבונג; אָט האַלט זיך דאָך בײַ אונז אויך נאָך די אָרטאָגראַפיע פון דער וואַרשעווער פּרעסע, מחמת «דער עולם איז שוין אײַנגעוויינט»! ווידער דאַרף מען געדענקען, אַז אַמאָליגע יאָרן איז דער אויסווייניגסטער לבוּש פון א ווערק (אויך די שפּראַכיגע פאָרם) געווען געווענדט א סך מער אינם זעצער, קאָרעקטאָר און אַרויסגעבער, איידער אינם אויטאָר. יידישע ביכער פלעגן זײַן אויסגערעכנט אויף א קאָלאָסאַלער טעריטאָריע, און א בוך, פון וועלכן עס וואָלט געשמעקט צו שטאַרק מיט פראַנקפורטער לשון, וואָלט מען אין פּראָג און אין קראָקע און אין האַמבורג אין האַנט ניט גענומען. שוין צוליב געשעפטליכע טעמים אַליין האָט דער אַרויסגעבער געמוזט אָפּשלייפן די שאַרפע דיאַלעקטישע קאַנטן אין אַלע זײַנע אויסגאַבעס.1)

בײַ אַזוינע אומשטאַנדן איז אָפטמאָל זייער שווער אַרויסצושיילן דעם אמתן מיין פונם מחבר פון אונטער דער צווייאיגער שאָלעכץ פון טראַדיציע און פון דעם אַרויסגעבערס צופּוץ. אָבער שטרעבן דאַרף מען דערצו: אָנשטאָט די אותיות, וואָס פירן אַזוי אָפט אַרײַן אין טעות, דאַרף מען זיך פלײַסן משיג צו זײַן די קלאַנגען און פאָרמען, וואָס דער שרײַבער האָט בשעתו גענוצט אין זײַן ריידן. און פאַראיינס דאַרף מען זעהן צו פאַררעגיסטרירן יענע שותפותדיגע, איבער־דיאַלעקטישע בוך־שפּראַך, וואָס האָט זיך פּאַמעליך אויסגעפורימט בײַ יידן און געוואָרן די פאָרגייערין פון אונזער הײַנטיגער ליטעראַרישער שפּראַך.

1) לוטערן האָט מען א לאַנגע צײַט גערעכנט פאַר א מין אייבער־רעפאָרמאַטאָר פון דער דײַטשער שפּראַך און שרײַבונג. הײַנט איז מען אין א סך פאַלן זייער שטאַרק מסופּק, פון וואַנען וואַקסן די חידושים: צי פון לוטערן אַליין, צי פון זײַן דרוקער האַנס לופט. לוטער אַליין האָט געהאַלטן, אַז זײַן טירינגער דיאַלעקט איז דאָס שענסטע לשון, וואָס עס קאָן נאָר געמאָלט זײַן.

63. חוץ די שריפטליכע דאָקומענטן פון אַמאָליגע צײַטן איז פאַראַן נאָך א קוואַל פון מאַטעריאַל פאַר דער געשיכטע פון יידיש: דאָס זיינען די רעשטן פון יידיש אין מערב־אייראָפּע («מערב־יידיש», לויט דער טערמינאָלאָגיע פון מיזעסן און פּרילוצקין). דאָס יידיש איז אָפּגעשטאָרבן בײַ די דײַטשע יידן אין משך פון 1750—1850, אָבער אינגאַנצן איז עס נאָך ניט ↰ 50 אויסגעראָטן ביזן הײַנטיגן טאָג און עס לאָזט זיך נאָך פילן אינם דײַטש פון די יידן, וואו שטאַרקער, וואו שוואַכער. דאָס דריקט זיך אויס אי אין דער אויסשפּראַך (למשל, פּראָפ׳ מערינגער האָט אויסגעפונען, אַז יידן זאָגן זייער אָפט prson אָנשטאָט Person און mechanisch מיט א האָרטן ch אָנשטאָט מיטן ווייכן ich-קלאַנג), אי אין דעם ניגון, אי אין די ווערטער — איבערהויפּט ווען מען רעדט ניט מיט גוים, נאָר צווישן זיך.1) אָט אין די רעשטן פון אַמאָליגן יידיש, וואָס זיינען אין משך פון אַזאַ לאַנגער צביט געווען איזאָלירט פון אונזער מזרח־יידישער שפּראַך, האָבן זיך אָפטמאָל אויפגעהיט שפּורן פון אַלטערטימליכע פאָרמען און ווערטער. ליידער האָבן זיך נאָך צווישן די דײַטשע יידן ניט געפונען קיין בעלנים צו שטודירן אָט די שפּראַכיגע רואינען, וואָס דערמאָנען זיי אין די פאַרגאַנגענע צײַטן פון זייער «יידישליכקייט». דער איינציגער געגנד, וואָס איז פיל־ווייניג באַאַרבעט, איז עלזאַס. פאַראַן אַן אַרבעט פון ווייס׳ן, וואָס גיט א 400 יידישע (דאָס רוב העברעאישע) ווערטער אין זייער כאַראַקטעריסטישער אויסשפּראַך, און צוגאָבן צו דעם אַרטיקל פון עטליכע אַנדערע שרײַבער [באָראָכאָוו, No.‎‏ 347—350]. ווייס, אַליין דוכט זיך א קריסט, דערציילט, אַז ווען ער האָט זיך געווענדט צו איינעם א ראַבינער וועגן ספּעציפיש־יידישע ווערטער, האָט יענער זיך אָפּגעזאָגט אים צו געבן מאַטעריאַל, מחמת דאָס קאָן נאָך ווערן א געצײַג בײַ אַנטיסעמיטן אין די הענט!2)

די אַרבעט פון עמיל ווייל׳ן וועגן עלזאַסער יידיש (אין Revue des études juives) איז מיר געבליבן ניט באַקענט.

1) א סך ווערטער זיינען פון די דײַטשע יידן אַריבער צו די דײַטשן: mies (מיאוס), Moos (מעות), meschugge,‏ Dalles,‏ Mezzie א. אַז. וו.

2) פון ביימען און מערן איז פאַראַן א סך מאַטעריאַל אין די מיטטיילונגען; נאָר דערביי דאַרף מען נעמען אין אַכט דאָס, וואָס עס שטייט אין דער אָנמערקונג אויף ז׳ 37.

64. אין 1915 איז אַרויס א בוך וועגען יידיש אין האָלאַנד: Het joodsch in Nederland (פולער טיטול אין דער רשימה פון די אָפּקירצונגען). ס׳איז א דיק בוך, פון 324 זײַטן, מיט א היפּש ביסל אינטערעסאַנטן מאַטעריאַל. ס׳האָבן זיך אין האָלאַנד נאָך אויפגעהיט אַלטע יידישע ווערטער: «טעטשן» — בלאָזן שופר; «fraale» [= פרויעלע] — באָבע; «געשוויי» — שוועגערין, שוואָגערן «סקאָצל קומט»; «צאָכן» — קנויט א. אַז. וו. די זאַמלונג האָט ↰ 51 צונויפגעשטעלט מיט גרויס התמָדה א לערער פאָרזאַנגער, דערנאָך, נאָך זײַן טויט, איז די אַרבעט פאַרענדיגט געוואָרן דורך א צווייטן לערער, פּאָלאַק. א גאַנצע ריי אָנגעזעהענע יידישע פּערזענליכקייטן (צווישן זיי ד״ר יעקב גערצאָן, וואָס איז איצט א לערער פון א גימנאַזיע אין גראַווענהאַגען־האָלאַנד) האָבן מאַטעריעל מיטגעהאָלפן דאָס ווערק אַרויסצוגעבן. ליידער איז דאָרטן פאַראַן זייער פיל איבעריגס. צווישן די «יידישע ווערטער», וואָס ווערן פאַרטײַטשט, זיינען פאַראַן אַזוינע: אחד־העם, בבא־בוך, די חברה «כל ישראל חברים», רמב״ם א. אַז. וו.; אַלזאָ, א מין יידישע ענציקלאָפּעדיע, און דאָס פאַרוואַסערט דעם לינגוויסטישן אינהאַלט פונם בוך. פונדעסטוועגן איז דאָס זייער א וויכטיגער אויפטו, בפרט נאָך, ווען ס׳וועט זיך געפינען עמיצער, וואָס וועט דורכזיפּן דעם גאַנצן מאַטעריאַל.

65. זייער וויכטיג וואָלט געווען אַרויסצוגעבן א זאַמלונג מקורים צו דער אויספאָרשטונג פון דער יידישער שפּראַך, אָנהייבנדיג פון בעשענשטיינען [באָראָכאָוו, No.‎‏ 1] ביז קריזאַנדערן [באָראָכאָוו, No.‎‏ 20—21]. די זײַטלעך, וואָס די דאָזיגע געלערנטע האָבן געשריבן וועגן יידיש, זיינען דאָס רוב פאַררוקט אין גרויסע ווערק, וואָס זיינען שוין לאַנג געוואָרן א יקַר־המציאות. ס׳פּאַסט צו זאָגן, אַז אַפילו באָראָכאָוו האָט געזעהן מיט די אייגענע אויגן ניט מער ווי זעקס פון די 24 לינגוויסטישע ווערק, וואָס ער האָט פאַרצייכנט פאַר דער צײַט פון 16טן ביזן 18טן י״ה. דאָס רוב האָבן די אַלע געלערנטע געשריבן וועגן יידיש ניט קיין סך, און איך רעכן, אַז מיט א בוך פון א בויגן צעהן וואָלט מען געקאָנט איינמאָל פאַר אַלעמאָל געבן יעדערן א צוטריט צום פאָרשלאָסענעם אַלמער פון דער עלטערער יידישער פילאָלאָגיע.

66. בײַם אויספאָרשטן די געשיכטע פון יידיש מוז מען זיך אָנשטויסן אויף דער פּראָבלעם, ווי אַזוי ס׳זיינען אויפגעקומען די הײַנטיגע יידישע דיאַלעקטן: צי האָבן יידן זיי געבראַכט פאַרטיגערהייט פון דײַטשלאַנד אָדער זיי זיינען אויפגעקומען ערשט אין מזדח־אייראָפּע? א ביסל מאַטעריאַל וועגן דעם ענין איז פאַראַן בײַ א. לאַנדוין [באָראָכאָוו, No.‎‏ 358] און בײַ ריכאַרד לעווע׳ן [באָראָכאָוו, No.‎‏ 323 און 361]. ד. לייבל האָט זיך אונטערגענומען צו געבן אַן ענטפער אויף דער פראַגע אין זײַן אַרטיקל: «מזרח־יודישער אורדיאַלעקט» (זאַמלהעפט «אונזער לעבן», צום ↰ 52 דריטן יאָרצײַט פון ב. בּאָראָכאָוון, וואַרשע 1921). דער מחבר רופט עס אַליין אַן «א פּרוב»; ער פּרובט אויפווײַן, אַז אַמאָל איז די יידישע שפּראַך פון אַלע יידן געווען געגליכן צום פּוילישן דיאַלעקט, און דערנאָך האָט זיך פון דעם אַנטוויקלט דער ליטווישער דיאַלעקט. די פאַקטן, וואָס ער האָט געבראַכט פון דער געשיכטע פון דער דײַטשער שפּראַך, זיינען אָבער דורך און דורך פאַלש, און מען זעהט, אַז דער מחבר האָט זיך אַפילו ניט גענומען די מי אַרײַנצוקוקן אין א קליינעם מה״ד ווערטערבוך. ה׳ לייבל פרעגט א קלאָץ־קשיה: אויב דאָס פּוילישע יידיש איז ניט געווען דער אורדיאַלעקט, טאָ פאַרוואָס זאָגט מען אין דער ליטע «jid» און ניט «jud», וואָס עס נעמט זיך דאָך פון «Jude»?‏1) דער ענטפער איז: אין דער עלטערער דײַטשער שפּראַך איז טאַקע געווען א סך מער פאַרשפּרייט די פאָרם jüde; אין בערלין איז נאָך הײַנט פאַראַן א Jüdenstraße. צווייטע קלאָץ־קשיה: פאַרוואָס זאָגן די ליטווישע יידן: «ווינד (wind) און וויי», וואָס דאָס נעמט זיך פון wund und wehe? ענטפער: «ווינד» נעמט זיך גאָרניט פון wund, נאָר אין מה״ד איז געווען א וואָרט winde אָדער wint, וואָס האָט באַטײַט «ווייטאָג». דריטע קלאָץ־קשיה: פאַרוואָס זאָגט מען אין דער ליטע «ציך (cich), ציכל», וואָס דאָס נעמט זיך פונם דײַטשן Zug? ענטפער: ס׳האָט ניט קיין שום שייכות צו Zug, נאָר עס נעמט זיך פון Zieche, וואָס איר קאָנט הערן אין עסטרײַך ביז הײַנטיגן טאָג: שטאַמען שטאַמט דאָס וואָרט פון גריכיש theca (פגל׳ פּויליש teka — פוטערפּאַס, פּאָרטפעל). פערטע קלאָץ־קשיא: פאַרוואָס רופט מען די מיידלעך אין דער ליטע «פראַדל» (fradl) און ניט «פריידל» (frejdl)? ענטפער: אין גרעסטן טייל ליטע זאָגט מען טאַקע frejdl. און חוץ דעם לאָמיך ענטפערן צוריק מיט א פראַגע: אויב שוין יאָ fradl, איז דאָך דאָס אַלץ ניט קיין רַאיה אויף פּוילישער אָפּשטאַמונג! אין פּוילן וואָלט עס דאָך געדאַרפט הייסן, אויב בויען נאָר אויף די קלאַנגען־געזעצן: frajdl און אויך a lajbm brojt, פּונקט ווי מען זאָגט majdl און klajdl!

1) אַזוי ווי א שטייגער דאָס פּוילישע bich הייסט אין דער ליטע buch.

בנוגע «לאַבן ברויט» האָט שוין נ. פּרילוצקי אויסגעזאָגט דעם סוד אין וווֹקאַליזם I ז׳ 87: ס׳איז אַנטליען פונם מערב־יידישן דיאַלעקט, וואָס האָט אָנשטאָט מה״ד ei כסדר ā. אַזוינע אַנטלײַאונגען פון דיאַלעקט צו דיאַלעקט ↰ 53 טרעפן זיך זייער אָפט, און דערפון איז נאָך כּלל ניט געדרונגען, אַז איין דיאַלעקט שטאַמט פון אַנדערן. מיט אַנטלײַאונגען פון פּוילישן יידיש האָבן מיר אפשר צו טון בײַ די נעמען זאַנוול (פון ’sein will?) און שיע, אויב דאָ האָט ניט געשפּילט א ראָליע די פאָרם «הוֹשִיעַ».1) «צימעס» איז א קנאַפּערע ראיה, וואָרים ס׳איז גאָר א סברא, אַז עס נעמט זיך ניט פון zuo-müese, ווי מען טײַטשט דאָס רוב, נאָר פון z’imbis, וואָס שמעלער ברענגט פון בײַערן [גערצאָן, ז׳ 103].

וואָס זאָל מען זאָגן אויף אַזאַ מין חקירה וועגן אור־דיאַלעקט, וואָס האָט נאָך דערצו די פּרעטענזיע צו «שפּינען פון די דינסטע פעדימלעך די שטאַרקסטע שטריק פון דערקענטעניש»? גלײַכער, אַז מען זאָגט גאָרנישט.

67. יעדערער, וואָס וויל שטודירן יידיש, און א פּשיטא שוין די געשיכטע פון יידיש, דאַרף וויסן די געשיכטע פון דײַטש. פאַר אַן ערשטן אַרײַנפיר קאָן מען זייער רעקאָמענדירן Behaghels׳ס ניט איבעריג גרויס בוך (400 זײַטן): Die deutsche Sprache ‏(4טע אויפלאַגע 1917). א סך ספּעציעלער, גרונטיגער און שווערער איז דעם זעלביגן מחברס Geschichte der deutschen Sprache. וועגן די עלטערע תקופות פון דער דײַטשער שפּראַך אינפאָרמירט גאַנץ גוט Kluge׳ס Deutsche Sprachgeschichte (לייפּציג 1921; 340 זײַטן). וויכטיג איז דעם זעלביגן קלוגע׳ס Etymologisches Wörterbuch der deutschen Sprache (פאַראַן שוין א 9טע אויפלאַגע). פון די מה״ד גראַמאַטיקעס רעכנט זיך נאָך אַלץ פאַר דער בעסטער: Paul, Mittelhochdeutsche Grammatik‏; כמעט דאָס איינציגע מה״ד ווערטערבוך איז Lexer (די גרויסע אויסגאַבע אין 3 בענד איז שוין לאַנג ניטאָ אויפן מאַרק; מען ניצט איצטער ס׳רוב דאָס «טאַשענווערטערבוך» אין איין קליינעם באַנד).

אַלס הילפסמיטל פאַרן שטודיום פון יידיש וואָלט כּדאי געווען צו האָבן א כרעסטאָמאַטיע פון דײַטשע טעקסטן, וואָס זאָלן זײַן ספּעציעל צוגעקליבן. פון דאָרטן וואָלט מען גוט געקאָנט אַרויסזעהן, וואָס פאַר אַן אָרט יידיש פאַרנעמט צווישן די דײַטשע לשונות פון די עלטערע תּקופות און צווישן די הײַנטיגע דײַטשע דיאַלעקטן.

1) ה׳ קאַלמאַנאָוויטש וואָלט אויך פאַר מעגליך, אַז דאָ האָט זיך נאָך אַרײַנגעמישט דער נאָמען «יהושיעיהי» (פּריוואַטע מיטטײַלונג).

↤ 54

ח
פאָלקלאָר

68. איך וויל נאָך געבן א קורצן איבערבליק איבער דער ליטעראַטור וועגן יידישן פאָלקלאָר.

אַז מען רעדט וועגן שפּריכווערטער, דערמאָנט מען זיך קודם־כל אין בערנשטיינס גרויסער זאַמלונג [באָראָכאָוו, No.‎‏ 340]. ליידער זעהט מען בײַ אונז נאָר די אויסגאַבע פון «אונזער לעבן», וואָס האָט צונויפגעפּאָרט די שיינע מאַטריצן פון קראָקע מיט שמאַטעוואַטע פּאַפּיר און אַרויסגעוואָרפן דעם «גלאָסאַר». די קראָקער אויסגאַבע, פּרעכטיג געדרוקט און געבונדן, האָט ווידער פאַר אונז אַן איבעריגע משא: א לאַטיינישע טראַנסקריפּציע פון אַלע 4000 שפּריכווערטער, און דערצו נאָך, בנוגע די העברעאישע ווערטער, א פאַרגרײַזטע: ס׳וואָלט געדאַרפט שטיין ניט ssüku (סוכה), נאָר ssike אָדער ssüke, ניט ssimon (סימן), נאָר ssimen, ניט sojl (זוֹל), נאָר sol אד״ג. אין «גלאָסאַר» זיינען פאַראַן טעותן, נאָר ער איז פונדעסטוועגן נוציג. בכלל איז בערנשטיינס זאַמלונג שוין אויף אַזוי פיל מפוּרסם געוואָרן, אַז זי נייטיגט זיך ניט אין קיין הסכּמות. נאָר איין גרויסן חסרון האָט זי: די שפּריכווערטער זיינען דאָרטן נאָר אין גאָר א קליינער צאָל פאַלן לאָקאַליזירט. נאָר זעלטן־ווען שטייט, אַז אַזוי זאָגט מע, אין רומעניע, אין דײַטשלאַנד א. אַז. וו., דאָס רוב שטייט סתּם אַזוי א שפּריכוואָרט — און גיי טרעף, וואו מען זאָגט דאָס. טאָמער וואָלט מען זיך געקאָנט אָנשטויסן לויט דער אויסשפּראַך — איז אַלצדינג אַרײַנגעשטופּט אין דעם סדום־בעטל פון דעם וואָלינער־פּאָדאָלער דיאַלעקט. געוויינטליך, פאַראַן שפּריכווערטער, וואָס מען הערט זיי בכל תפוצות ישראל, א שטייגער: «זכות אָבות איז קיין קאַטאָוועס», אָדער: «אַז די מויז איז זאַט, איז דאָס מעל ביטער» און הונדערטער אַנדערע; אָבער ס׳זיינען דאָ נאָך הונדערטער שפּריכווערטער, בײַ וועלכע מען ווייס ניט, ווי ווײַט עס גרייכן זייערע גרעניצן. דאָ וואָלט אומעטום געמוזט זײַן פאַרצייכנט, וואו אָדער פון וואַסער לאַנדסמאַן דער צונויפשטעלער האָט דאָס געהערט.

69. די זאַמלונגען פון שפּריכווערטער אין די «מיטטיילונגען» זיינען זייער וויכטיג און דערגאַנצן גוט בערנשטיינען; נאָר מיט זיי איז דיזעלביגע ↰ 55 צרה, וואָס מיט אַלע אַרטיקלען אין דעם זשורנאַל: מען דאַרף זײַן זייער געוואָרנט מיט דער טראַנסקריפּציע, פאַראַן א סך גרײַזן. איבערהויפּט זיינען ווערט געדאַכט צו ווערן די אַנטיקן, וואָס זיינען אַרויסגעראַטעוועט געוואָרן פון אַן אונטערגייענדיגער וועלט: פון ביימען, פון מערן, פון פאַרשיידענע דײַטשע געגנדן.

70. אין די «מיטטיילונגען» 8 איז אָפּגעדרוקט ד״ר א. לאַנדויס א ביבליאָגראַפיע פון יידישע שפּריכווערטער [באָראָכאָוו, No.‎‏ 168 און 169]; אָבער זי גייט נאָר ביז 1900. איך גיב דאָ די נעמען פון די וויכטיגסטע אַרבעטן, וואָס זיינען אַרויס נאָך דער צײַט (אַחוץ די יאָרגאַנגען פון די «מיטטיילונגען», וואָס זיינען פול מיט אַזאַ מאַטעריאַל).

י. פּיראָזשניקאָוו האָט אַרויסגעגעבן 1908 א זאַמלונג «יידישע שפּריכווערטער» (איך האָב געזעהן דאָס בוך מיט א לאַנגער צײַט צוריק און נעם זיך איצט ניט אונטער צו זאָגן אויף דעם מבינות).

נ. פּרילוצקי האָט אין זײַנע זאַמלביכער I [באָראָכאָוו, No.‎‏ 163] און II אָפּגעדרוקט העכער 1100 «געאָגראַפישע» שפּריכווערטער און ווערטלעך (זעה צו דעם די רעצענזיע פון ב. ב. אין פּנקס I).

דער אירקוטסקער ראַבינער ביילין, אַליין א ייד פון מאָהליווער גובערניע, וואָס האָט אין משך פון לאַנגע יאָרן צוגעשטעלט אַזוי פיל מאַטעריאַל פאַר די «מיטטיילונגען», האָט פאַרעפנטליכט 1912 אין אירקוטסק א ביכל: С. Х. Бейлинъ. Пословицы и поговорки сибирскихъ евреевъ. עס שטייט אויף דעם: «העפט 1», נאָר מער, דוכט זיך, איז ניט אַרויס. דער יידישער טעקסט איז געדרוקט, צוליב דעם הויכן מעמד פון די אירקוטסקער דרוקן, מיט רוסישע אותיות. די פּירושים זיינען אויך אויף רוסיש. פאַראַן שיינע ווערטלעך אין ה׳ ביילינס זאַמלונג, נאָר ליידער האָט ער געגעבן צו פיל פּירושים: אויף 24 זײַטן זיינען געגעבן ניט מער ווי 35 נומערן — ווייטער אַלץ מעשיות, אַנעקדאָטן א.ד.ג., וואָס מען דאַרף כּלומרשט האָבן אויף צו פאַרשטיין דעם טעקסט. דאָס ביכל איז פונדעסטוועגן זייער נוציג; ה׳ ביילין ווײַזט אַן גאַנץ ריכטיג, אַז צווישן די יידן אין סיביר, וואָס זיצן דאָרטן שוין דורות־לאַנג, האָבן זיך אויפגעהיט אַלטע יידישע ווערטער, ווערטלעך און לידער.

ש. באַסטאָמסקי האָט אַרויסגעגעבן 1920 אין ווילנע: «בײַם קוואַל, ↰ 56 יידישע שפּריכווערטער, ווערטלאַך, גלייכווערטלאַך, רעדנסאַרטן, פאַרגלײַכענישן, ברכות, ווינטשענישן, קללות, חרמות, סימנים, סגולות, זאַבאָבאָנעס א. אַ.». ס׳איז מאַטעריאַל פון ווילנע און פון ווילנער קאַנט, אָבער ווער עס קאָן דעם פאַרביגן ווילנער לשון, זעהט באַלד, אַז דאָ פעלט נאָך א סך: «אַז עס קומט דער באשערטער, ווערט אין צוויי ווערטער»; «געלט איז ניט שפּעלט»; «איך וועל ניט קריכן מיטן קאָפּ אין אָרון־קודש»; «אַז ס׳איז א זול, איז א יקרות»; «אַז מען מאַכט א טאָכטער ניט חתונה, מאַכט זי זיך אַליין חתונה»; «אַז מען עסט קנאָבל, שטינקט»; «שלעפּער, שלעפּער, וואָס וועט זײַן מאָרגן?» (צו א הוליאַקע) — און אַזוי ווײַטער, און אַזוי ווײַטער. דערקלערונגען זיינען געגעבן, אָבער דאָס רוב בײַ אַזעלכע אויסדרוקן, וואָס יעדערער קאָן זיך אַליין אָנשטויסן. דערפאַר איז ניט אויסגעטײַטשט, וואָס עס הייסט «אויסקרעמלען זיך», «וועסט זיך ניט אונטעררײַסן», «אויפלייגן די אויגן» א. אַז. וו. — (אין אַלגעמיין האָט די זאַמלונג א היפּשן ווערט, איך האָב נאָר געוואָלט מאַכן עטליכע באַמערקונגען, און דעריבער האָב איך עובר געווען אויפן דין, אַז מען זאָל מעסטן דאָס וואָס עס איז דאָ און ניט וואָס עס פעלט.)

בײַ באַסטאָמסקין אין דער «הקדמה» (וואָס איז ניט איבעריגס געראָטן) איז אויך פאַראַן א קליינע ביבליאָגראַפישע רשימה.

אַ היפּשן מאַטעריאַל קאָן מען געפינען אין דער «יעוורייסקאַיאַ סטאַרינאַ».

71. דערמאָנען ווילט זיך מיר וועגן א ביכל, וואָס עס האָט אַרויסגעגעבן דער פּראָפעסאָר פאַר פאָלקלאָר אינם אַלט־נײַעם (איצטער עסטישן) אוניווערסיטעט דערפּעט וו. אַנדערסאָן: Die Geschichte von Kaiser und Abt bei den Minsker Juden (דערפּעט, 1920). דער מחבר איז ביז דער מלחמה געווען פּריוואַט־דאָצענט אין קאַזאַן; אין דער צײַט פון דער דײַטשער אָקופּאַציע איז ער פאַרוואָגלט געוואָרן קיין מינסק און בלֵית־ברֵירה געוואָרן א לערער פון דײַטש אין עטליכע שולעס. מיט דער מעשה וועגן דעם קיסר און דעם גלח האָט ער זיך שוין פאַרנומען פריער און אַרויסגעגעבן וועגן דעם א בוך אויף רוסיש; איצטער האָט ער זיך פאַראינטערעסירט מיט דעם, צי איז פאַראַן די מעשה בײַ יידן אייך, און ↰ 57 ער האָט אַרויסבאַקומען בײַ זײַנע תּלמידים און תּלמידות 24 וואַריאַנטן, וואָס ער האָט פּובליקירט (אין א גוטער לאַטײַנישער טראַנסקריפּציע) אין דעם ביכל. ווײַטער האָט פּראָפ׳ אַנדערסאָן געווירקט אויף די קינדער, זיי זאָלן אים ברענגען נאָך מעשיות, לידלעך, קינדערשע גראַמען א.אַז.וו., און ער האָט אויף אַזאַ שטייגער אויפגעקליבן, לויט ווי ער גיט איבער, 453 מאַנוסקריפּטן מיט העכער 1300 זײַטן. הלוואַי אויף אונזערע יידישע לערער געזאָגט געוואָרן!

72. א באַזונדערן אָרט פאַרנעמט יהודה עלזעט׳ס: «דער וואונדער־אוצר פון דער יידישער שפּראַך», וואַרשע 1918 און פפ. (איך האָב געזעהן דריי העפטן: דאָס דאַוונען, מלאכות און בעלי־מלאכות, יודישע מאכלים). ס׳איז געוויס זייער א נוציגע אַרבעט צו סיסטעמאַטיזירן לויט געוויסע קאַטעגאָריעס דעם פאָלקלאָריסטישן מאַטעריאַל, וואָס איז פאַראַן אין דער יידישער ליטעראַטור און אין די שוין געדרוקטע זאַמלונגען. די דאָזיגע אַרבעט איז אָפּגעטון גוט. אָבער ס׳ווילט זיך פרעגן, צי וואָלט ניט בײַ הײַנטיגן טאָג מער כּדאַי געווען אויפצוקלײַבן גלײַך פון פאָלק די ווערטלעך און שפּריכווערטער, וואָס ווערן צו־ביסלעך פאַרשוואונדן? דאָס וואָס עס איז אָפּגעדרוקט, וועט שוין ניט פאַרפאַלן ווערן, און דאָ דאַרף מען ראַטעווען דאָס, וואָס עס וועט אין א יאָר צעהן־צוואַנציג אַרום שוין מער ניט זײַן! (איך מיין דערמיט ניט אַרויסצוזאָגן א מיינונג, אַז די יידישע פאָלקסשאַפונג גייט אונטער; די קריג, די רעוואָלוציע, די נײַע מדינות האָבן געגעבן ניט ווינציג שטאָף פאַר נײַע לידער, גלײַכווערטלעך, צונעמענישן און אַנעקדאָטן; אָבער דער אַלטער מאַטעריאַל ווערט פאַרגעסן, און דאָס דאַרף מען צונויפנעמען, כּל־זמן ס׳איז נאָך ניט צו שפּעט.)

73. צו דער ליטעראַטור וועגן יידישע פאָלקסלידער וויל איך נאָר דערמאָנען צוויי ביכער, וואָס זיינען אַרויס פאַר דער לעצטער צײַט. דאָס איז ערשטנס פריץ מרדכי קויפמאַנ׳ס ע״ה Die schönsten Lieder der Ostjuden (בערלין 1920, Jüdischer Verlag), וואָס מבינים זאָגן אויף דעם, אַז די מוזיקאַלישע זײַט איז זייער גוט באַאַרבעט; קיין נײַע טעקסטן זיינען דאָרטן ניטאָ. און צווייטנס, ש. לעהמאַנ׳ס זאַמלונג: «אַרבייט און פרײַהײַט» (וואַרשע, 1921), עטליכע הונדערט ↰ 58 לידער פון דער פרײַהײַטס־באַוועגונג, צווישן וועלכע ס׳זיינען פאַראַן א סך טשיקאַווע טעקסטן.

די עלטערע זאַמלונגען (גינזבורג־מאַרעק, י. ל. כהן, נ. פּרילוצקי) זיינען באַוואוסט, און איך פאַרשפּאָר דאָ אויסצושרײַבן זייערע טיטולן.

ט
אויסלאָז

74. אָט אַזוי האָבן מיר אַדורכגעשפּרײַזט איבערן פעלד פון דער יידישער פילאָלאָגיע פון אָנהייב ביזן סוף. דאָ אָפּגעשטעלט זיך א ביסעלע לענגער, דאָ געבליבן מער ניט ווי א רגע, צו א דריטער זאַך אַפילו ניט צוגעגאַנגען נאָהענט. אַזאַ מין איבערבליק מוז נעמען אויף זיך די אַחריות פאַר א געוויסער סוביעקטיווקייט. אַפילו א ביבליאָגראַפיע א גוטע מוז דאָך זײַן סוביעקטיוו, ד״ה אויב זי וויל ניט זײַן סתּם א רשימה און פאַרצייכענען נעמען פון ביכער, נאָר אויך אָפּשאַצן די ווערדע פון די ביכער. און דער דאָזיגער איבערבליק האָט דאָך געזאָלט זײַן עפּעס אַנדערש ווי א ביבליאָגראַפיע; ער האָט לכתּחילה געוואָלט דערמאָנען ניט אַלץ, נאָר דאָס וויכטיגסטע, כדי דער לייענער זאָל זיך קאָנען אָריענטירן און געפינען א וועג.

די אונטערשטע שורה?

מיר האָבן געפרעגט, וואָס מיר האָבן און וואָס אונז פעלט. פעלן פעלט אונז נאָך א ים (יאָ, אַ ים, וואָס שעפּט זיך קיינמאָל ניט אויס); אָבער מיר האָבן שוין אויך א היפּש ביסל, מער ווי אַנדערע רעכענען. עס ווילט זיך האָפן, אַז די ידיעות, וואָס זיינען דאָ געבראַכט, וועלן צוגעבן חשק דעם אָדער יענעם אַרײַנצודרינגען טיפער אין דער וויסנשאַפט פון דער יידישער שפּראַך און ליטעראַטור.

דאָס איז ניט אַזאַ גרינגע אַרבעט. אָבער ס׳איז ווערט די מי!

↤ 59

דאָס ערשטע יאָרהונדערט יידישע שפּראַכפאָרשונג

ווען ס׳איז אין דריטן יאָר פון דער וועלט־מלחמה אַרויסגעגאַנגען פּראָפ׳ הערמאַן שטראַקס יידיש ווערטערבוך, איז דאָס פאַרן גרעסטן טייל לעזער געווען קָשה: ווי קומט דאָס א בערלינער פּראָפעסאָר פון טעאָלאָגיע, אַן עוואַנגעלישער קריסט מבֶּטן ולֵידה, צו פאַרנעמען זיך מיט יידישן צי איז דאָס ניט א חידוש, וואָס גראָד א דײַטש האָט זיך אָפּגעגעבן מיט אונזער שפּראַך אין דער צײַט פונם גרויסן נאַציאָנאַליסטיש־ציוניסטישן טאָרעראַם בײַ די דײַטשע יידן?

נאָר זאָל דער וואונדער קיין וואונדער ניט זײַן. פּראָפ׳ שטראַק איז דערווײַלע דער לעצטער, אָבער ווײַט ניט דער ערשטער קריסטליכער טעאָלאָג, וואָס פאַראינטערעסירט זיך מיט יידיש. ער איז — באַוואוסטזיניג צי אומבאַוואוסטזיניג — דער יורש פון א לאַנגער טראַדיציע. ניט נאָר אין ערשטן יאָרהונדערט פון דער יידישער שפּראַכפאָרשונג — אין זעכצעהנטן יאָרהונדערט — נאָר ביז אין 19טן י״ה אַרײַן האָבן קריסטן געשריבן וועגן יידיש פאַראיינס מיט יידן, און גראָד קריסטן האָבן מיר צו פאַרדאַנקען גאָר גרויסע אויפטוען פון אונזער וויסנשאַפט: א בוקסטאָרפן, א קריזאַנדערן, א וואַגענזיילן. געווען צײַטן, ווען פּראָפעסאָרן האָבן אין די דײַטשע אוניווערסיטעטן געלייענט קורסן פון יידיש. אמת, דאָס זיינען אַלץ געווען ניט קיין «אָנהענגער פון יידיש» מיטן הײַנטיגן פּשט פון וואָרט, זיי האָבן געהאַט דערבײַ זייערע אייגענע כּוונות. אָבער מען דאַרף דאָך האָבן א היסטאָרישע פּערספּעקטיוו. דאָס איז דאָך דער פּסק פון אַלע פאָלקסשפּראַכן, פון אַלע פאָלקסליטעראַטורן, וואָס פריער באַמערקט מען זיי סתּם ניט; דערנאָך, אַז זיי וואַקסן אויס ↰ 60 און וואַרפן זיך שוין צופיל אין די אויגן, נעמט מען זיי אויסניצן צוליב זײַטיגע, קלויסטערשע אָדער פּעדאַגאָגישע צילן. די קריסטליכע פאָרשטער, מיט וועלכע מיר וועלן זיך באַלד באַגעגענען, זיינען גאָר אָפטמאָל ברוגז אויף אונז יידן, וואָס מיר האָבן קאַליע געמאַכט די שיינע דײַטשע שפּראַך. נאָר מיר זיינען זיי דאָס מוחל במחילה גמוּרה. בײַ די יידישע לומדים און מדקדקים, וואָס האָבן געשריבן אין פאַרגאַנגענע יאָרהונדערטער וועגן יידיש, איז דאָך אויך דאָס אייגענע: זיי האָבן אויך ניט געטון פאַר יידיש לשמָה. נאָר מיר האָבן גאָרנישט ניט צו די און ניט צו יענע: זיי זיינען געווען זין פון זייער דור. אַדרבא, עס קומט זיי אַלעמען א דאַנק דערפאַר, וואָס זיי האָבן זיך אַרומגעקוקט אויף דער יידישער שפּראַך, וואָס זיי האָבן זיך פאַראינטערעסירט מיט איר בוי און מיט אירע געזעצן. זיי זיינען געווען די ערשטע אין דער אַרבעט; ווײַל דאָס וואָס עס איז פאַראַן אין יידישע מקורים פון פריערדיגע יאָרהונדערטער ביזן זעכצעהנטן (טײַטש־ווערטער, גאַנצע יידישע זאַצן און אַפילו גאַנצע ווערק יידישע) איז נאָר מאַטעריאַל פאַרן יידישן שפּראַכפאָרשער, ניט די יידישע שפּראַכפאָרשונג גופא.

דער דאָזיגער עטיוד נעמט אַרום די יידישע פילאָלאָגיע פון זעכצעהנטן יאָרהונדערט. דאָ זאָל געמאַכט ווערן א פּרוב צו אַנטפּלעקן ניט נאָר די פאַקטן, ניט נאָר די אויפטוען, וואָס זיינען געבליבן, נאָר אויך די געזעלשאַפטליכע אַטמאָספערע און די כּוונות פון די פאָרשער.

1.

אין קריסטליכן מיטלעלטער איז לאַטײַן געווען די איינציגע שפּראַך פון גאָטסדינסט און בילדונג, די איינציגע, וואָס האָט געפּאַסט פאַר א לײַטישן מענטשן. דער כּלל איז געווען, אַז מען מעג אַכפּערן גאָט אויף דרײַ לשונות: אויף העברעאיש, גריכיש און לאַטײַן. נאָר אַזוי ווי קיין העברעאיש און גריכיש האָט מען ניט געקענט, איז געבליבן לאַטײַן אַליין. וועגן די וואָכעדיגע שפּראַכן אין גאָטסדינסט האָט אין מערב־אייראָפּע ניט געטאָרט זײַן קיין רייד — און אַחוץ גאָטסדינסט און טעאָלאָגישע סכאָלאַסטיק זיינען דאָך ניט געווען קיין אינטערעסן אין א תּקופה, וואָס האָט געהאַלטן, אַז די וויסנשאַפט איז נאָר א דינסטמויד בײַ דער קירך. האָט ↰ 61 דאָך נאָך אין 1486, ד״ה מיט א קורצער צײַט פאַר דער רעפאָרמאַציע, דער מאַינצער אַרציביסקופּ גוזר געווען: קיין שום רעליגיעזע ביכער טאָרן ניט איבערגעזעצט ווערן אויף דײַטש, סײַדן מיטן הֶכשר פון געוויסע קאָמיסאַרן, מחמת די דײַטשע שפּראַך איז ניט גענוג בייגעוודיג און איז גיט פעאיג איבערצוגעבן געטרײַ די טיפע געדאַנקען פון די גריכישע און לאַטײַנישע שריפטן.1)

מיר זעהען שוין אָבער דאָ א גרויסן פּראָגרעס: דער אַרציביסקופּ רעדט שוין וועגן לאַטײַן און גריכיש. דאָס גריכיש איז געווען גאָר א יונגער געווינס פון 15טן י״ה; ביז יעמאָלט האָט מען געשטודירט די גריכישע פילאָסאָפן און אַפילו דעם נײַעם טעסטאַמענט נאָר אין לאַטײַנישע איבערזעצונגען. דער גרויסער עראַסמוס פון ראָטערדאַם, איינער פון די קעפּ פון האָלענדיש־דײַטשן הומאַניזם, איז געווען דער הויפּטפאַרשפּרייטער און הויפּטפאַרטיפער פון די גריכישע קענטענישן. זײַן קריטישע אויסגאַבע פונם נײַעם טעסטאַמענט האָט באַוויזן, וויפיל ניטפאַרשטייענישן, וויפיל בפרושע גרײַזן ס׳האָבן געשטעקט אין דער לאַטײַנישער איבערזעצונג, אין דער «וואולגאַטאַ», וואָס מען האָט ביז ניט לאַנג פאַרהייליגט. גריכיש איז געוואָרן א מוז־זאַך פאַר איטליכן געלערנטן. די הומאַניסטן ריידן אין זייער קאָרעספּאָנדענץ סתּם וועגן «ביידע שפּראַכן», און די שולן, וואו מען לערנט לאַטײַן און גריכיש, הייסן «צוויישפּראַכיגע קאָלעגיומס».

צום אָנהייב פון 16טן י״ה געפינען מיר שוין «דרײַשפּראַכיגע קאָלעגיומס»: עס איז נאָך צוגעקומען העברעאיש אויך.

פּונקט ווי מען האָט פאַרן נײַעם טעסטאַמעגט געזוכט דעם גריכישן אור־קוואַל, אַזוי האָט מען זיך באַלד געמוזט אָנשטויסן, אַז מיט דער לאַטײַנישער איבערזעצונג פון תּנ״ך איז אויך ניט אַלצדינג גלאַטיג. מען האָט געבענקט נאָכן אָריגינאַל, און דערצו האָט מען געדאַרפט האָבן העברעאיש. גראַף פּיקאָ דעלאַ מיראַנדאָלאַ (געשטאָרבן 1494), דער גרויסער איטאַליענישער הומאַניסט, האָט שוין געקאָנט העברעאיש און אַפילו געלערנט קבָּלה. אָבער דער אמתער אויפשטײַג פון די העברעאישע שפּראַך־קענטענישן וואַקסט ניט פון איטאַליע, נאָר פון האָלאַנד און דײַטשלאַנד.

1) Gieseler, Kirchengeschichte II, 4, 350.

↤ 62

יאָהאַן רייכלין — דאָס איז דער נאָמען פונם מאַן, וואָס דאַרף דאָ קודם־כל דערמאָנט ווערן. ער האָט אפשר געהאַט געוויסע פאָרגייער, נאָר מען מעג זאָגן אויף זיכער: ער איז געווען דער לערער פון העברעאיש פאַר דער גאַנצער קריסטליכער וועלט. ער איז געווען א גרויסער בקי אין גריכיש אויך, און אַן אָנצוהערעניש אויף דעם געפינען מיר שוין אין זײַן צונאָמען: ער אַליין רופט זיך «קאַפּניאָן», און זײַנע גוטע פריינד, די הומאַניסטן, רופן אים אויך אַזוי. «רויך» הייסט אויף גריכיש «קאַפּנאָס», און דעריבער הייסט רייכלין (=רייכעלע, א קליינער רויך): «קאַפּניאָן».1)

רייכלין איז געוואָרן דער «מוסטער פון די דרײַ שפּראַכן». נאָך לאַנגער שווערער מי גיט זיך אים אײַן צו באַהערשן די העברעאישע שפּראַך. יאָרן און יאָרן האָט ער זיך געמאַטערט איינער אַליין, ביז וואַנען ער האָט זיך אָנגעשטויסן בײַם הויף פון קיסר פרידריך III. אויף א יידישן דאָקטער יעקב יחיאל לאָאַנס. אָט דאָס באַגעגעניש, שרײַבט ל. גייגער, איז געווען א וועלטהיסטאָרישער מאָמענט.2) לאָאַנס איז געוואָרן רייכלינס רֶבי, און אים צוזאַמען מיט רייכלינס שפּעטערדיגן רבין, עובדיה ספורנו (Sforno), האָט די קריסטליכע וועלט צו פאַרדאַנקען די העברעאישע קענטענישן, וואָס זי פאַרמאָגט.

1) ס׳איז אַזאַ מאָדע פון דער צײַט, אַז מען בײַט די נעמען, ווער אויף לאַטײַן און ווער אויף גריכיש. דעזידעריוס עראַסמוס האָט אַפילו אַרײַנגעכאַפּט ביידע שפּראַכן. געהייסן האָט ער: Geer Geerts, וואו «Geer» באַטײַט אַן ערך «דער באַגערטער», געליבטער; האָט ער איבערגעזעצט דעם ערשטן נאָמען אויף לאַטײַן און דעם צווייטן אויף גריכיש, און ס׳איז אַרויסגעקומען אַזאַ אַלטקלאַסישער נאָמען ווי «דעזידעריוס עראַסמוס».

2) גייגער, ז׳ 26. — גייגערס בוך איז אַפילו איצט פאַרעלטערט אין אַנדערע פּרטים, נאָר אין אַלגעמיין איז עס נאָך ביז הײַנטיגן טאָג דאָס בעסטע, וואָס איז אָנגעשריבן געוואָרן וועגן דעם ענין.

בײַם ברייטערן עולם איז נאָך דאָס העברעאיש געווען גענוג טרייף, וואָרים ס׳איז דאָך געווען די שפּראַך פון די פאַרהאַסטע און פאַראַכטע יידן. מעכטיגע כוחות זיינען נאָך אַרויסגעטראָטן קעגן: גענוג צו דערמאָנען זיך די העצע, וואָס דער משומד פעפערקאָרן מיט די דאָמיניקאַנער האָבן געפירט קעגן תּלמוד. אָבער גראָד רייכלין האָט געהילפן דורכברעכן די וואַנט: צו אים, דעם מלומד, האָט זיך געווענדט דער קיסר מאַקסימיליאַן, און רייכלין האָט זיך הייס אָנגענומען פאַר די יידישע ספרים. דער פּויפּס, די ↰ 63 העכסטע אינסטאַנץ פון דער קירך, האָט אײַנגעשטימט מיט רייכלינען, און ס׳איז אַראָפּגענומען געוואָרן דער איסור צו דרוקן די תּלמודישע און רבָּנישע ליטעראַטור.

דאָס האָט ווײַטער געשטאַרקט דעם חשק צו פאַרנעמען זיך מיט דער הייליגער שפּראַך, «אויף וועלכער גאָט אַליין האָט גערעדט», «וואָס האָט אָנגעהויבן קלינגען נאָך אין גן־עדן».1) עס איז שוין אויפגעקומען א גאַנצע גרופּע מענטשן, ווער מיט מער קענטענישן, ווער מיט ווינציגער, נאָר אַלע מיט א גרויסן חשק צו קענען. און די אַלע מענטשן קוקן אויף רייכלינען, ווי אויפן קאָפּ פון זייער גאַנצער עדה.

אָט דאָ, צווישן דעם עולם פון רייכלינס חסידים, געפינען מיר — א געלערנטן איז שווער צו זאָגן, נאָר א לערנער, וואָס האָט שוין א דירעקטע שייכות צו דער געשיכטע פון דער יידישער שפּראַכפאָרשונג.

2.

אין 1518 איז אין דער שטאָט רעגנסבורג בײַ דער טיר פון אַן אַכסניא געווען צוגעקלאַפּט אַזאַ מין צעטעלע:

«איך יוחנן בישנשטיין קייזרליך מאישטאט קאפעלאן וויל איינן אידן [= יעדן] אין זֵיכז [= זעקס] טגן לערן היבראיש טויטש לערן שרייבן אונ׳ לעזן אום איין צימליך געלט ווער לערנן וויל דער קום אין דיזא הירווערג [= האַרבעריג] היא אנגישלאגן».

אַן אינטערעסאַנטער פּאַרשוין, אָט דער בעשענשטיין, דער ערשטער מחבר פון כּללים ווי אַזוי צו שרײַבן יידיש. א מענטש פון נידעריגן שטאַנד, ווי א סך הומאַניסטן; א נע־ונדניק זײַן גאַנצן לעבן, ווי דאָס רוב הומאַניסטן. א טיפּישע פיגור.

1) דאָס זיינען ציטאַטעס פון קריסטליכע טעאָלאָגישע שריפטן; זיי זיינען געבראַכט בײַ גייגערן, ז׳ 4 אָנמ׳.

אויסגעפינען די ביאָגראַפיעס פון יענעם דור מענטשן איז ניט פון די גרינגע זאַכן. כּל־זמן זיי האָבן געלעבט, האָט מען זיך מיט די פּרטים פון זייער לעבן ווינציג וואָס אינטערעסירט, די מעטריקעס און די קלויסטערשע פּנקָסים זיינען אָפטמאָל פאַרברענט און צעריסן געוואָרן. איין גליק נאָר, ↰ 64 וואָס מענטשן האָבן אין יענע צײַטן געהאַט א טבע צו ריידן וועגן זיך א סך מער ווי הײַנט. יעטווידער ביכל, וואָס מען האָט אַרויסגעגעבן, פלעגט מען באַלייטן מיט א לאַנגער הקדמה, דאָס רוב א הייליגונג צו עפּעס א גוטן־פרײַנד א געלערנטן, און דאָרטן פלעגט מען אַגב־אורחא דערציילן פאַקטן פון דער אייגענער און פון דעם אַדרעסאַטס לעבנסגעשיכטע. מען פלעגט זיך שרײַבן בריוו איינס צו די אַנדערע, און א בריוו פלעגט מען יעמאָלט שיקן מיט א געלעגנהייט, וואָס האָט זיך געמאַכט ניט אַזוי אָפט; פלעגט מען אַרײַנלייגן אין דעם א סך מער מי און זאָרגעוודיקייט. פלעגט א הומאַניסט קויפן א בוך אָדער א כּתב־יַד, האָט ער געהאַט א טבע אָנצושרײַבן בפרוֹטרוט זײַן נאָמען און דעם אָרט, וואו ער האָט דאָס געקויפט, און ווען, און פון וועמען. אַמאָל טרעפט, אַז אַן אַנדער שרײַבער דערמאָנט זײַנע קאָלעגן צום גוטן אָדער צום בייזן. אָט פון אַזוינע ברעקלעך, פון איינציגע אָפּגעריסענע ידיעות, קומט אויס איצטער צו קאָמבינירן א בילד. טרעפט טאַקע טיילמאָל, אַז גאַנצע יאָרן אין עמיצנס לעבן בלײַבן פאַר אונז אינגאַנצן א רעטעניש.


בעשענשטיין האָט געהאַט אַן אומגליק, וואָס מען האָט אים חושד געווען, אַז ער שטאַמט פון יידן. צי דער חשד איז געווען א פאַרעכטיגטער, וועלן מיר באַלד זעהן; ער אַליין האָט דאָס אָבער שאַרף געלייקנט און אַפילו אַרויסגעגעבן א ספּעציעלע שריפט צו פאַרענטפערן זיך קעגן דעם בִּלבול: אַזוינע ליגנס, זאָגט ער, וואַקסן פון די שונאים פון העברעאיש, וואָס ווילן פאַרמיאוסן די שפּראַך, טענהענדיג, אַז אירע פאַרשפּרייטער זיינען יידן. «ווען איך וואָלט יאָ געווען א ייד, וואָלט איך זיך צוליב דעם ניט געהאַלטן נידעריגער בײַ גאָט, וואָרים איך ווייס, אַז בײַ גאָט זיינען אַלע גלײַך, איטליכער, וואָס פאָרכט גאָט און טוט גערעכט, דער איז אײַנגענומען בײַם רבונו של עולם, פון וואָסער פאָלק אָדער שטאַם ער זאָל ניט זײַן; אָבער איך מוז פונדעסטוועגן מבטל זײַן דעם חשד צוליב מײַנע קינדער און קינדסקינדער».1) ער איז געבוירן געוואָרן, זאָגט ער, פון פרומע קריסטליכע עלטערן אין דער שטאָט עסלינגען (אין ווירטעמבערג), און זײַנע שוועסטערקינדער זיינען נאָך ↰ 65 הײַנט ערליכע פישער אין א קליין שטעטל אין דער שווייץ, לעבן קאָנסטאַנץ.

1) דער דײַטשער אָריגינאַל פון דעם זאַץ איז געבראַכט בײַ גייגערן, ז׳ 49.

ס׳איז אָבער א גרויסע סברא, אַז דאָס לייקענען איז טאַקע געווען פון די קינדערס און קינדסקינדערס וועגן. דאָס וואָס סעבאַסטיאַן מינסטער1) רופט אָן בעשענשטיינען baptizatus Judaeus (געשמדטער ייד), קאָן מען נאָך אויסטײַטשן מיט קנאה פון א העברעער א קאָנקורענט. נאָר מיר האָבן א גבִית־עדות פון מעלאַנכטאָנען (לוטערס נאָהענטסטן מיטהעלפער בײַ דער רעפאָרמאַציע), וואָס האָט זיך דווקא באַצויגן צו בעשענשטיינען זייער גוט. אָט זיינען זײַנע ווערטער 2): «מיר האָבן געהאַט מיט 30 יאָר צוריק דאָ אין וויטענבערג א פּראָפעסאָר פון העברעאיש, פלעגט ער זאָגן: וואָס זאָל איך דאָ טון? אַנדערשוואו קאָן איך געפינען א בעסערע פּרנסה. איך האָב אים געפרעגט, וואו איז דאָס אַזוינס. האָט ער געענטפערט: אין רעגענסבורג קאָן איך לעבן פרײַ צווישן די יידן. איינמאָל האָב איך אינדערפרי פון מײַן געזונט וועגן געשפּאַצירט אין טעמפּל [מסתּמא: שולהויף]. איז געקומען אַן אַלטע יידענע, געגעבן מיר א באַצען [אַזאַ מטבע] און געבעטן מיך, איך זאָל פאַר איר זאָגן תהלים [מעלאַנכטאָן: ut legam pro se missam]; דערנאָך איז געקומען א צווייטע און א דריטע, און אַזוי קאָן איך פאַרדינען פאַר א וואָך זעקס באַצען.»

1) זעה ווײַטער אין דעם אַרטיקל.

2) איבערגעזעצט פון לאַטײַן אויף דײַטש (ניט אינגאַנצן גענוי) בײַ גייגערן ז׳ 52.

דער פּראָפעסאָר, וועגן וועמען מעלאַנכטאָן רעדט אין 1550טן יאָר, איז ניט קיין אַנדערער, ווי בעשענשטיין. אין 1518 איז ער טאַקע געווען א קורצע צײַט אין וויטענבערג, און מיט א קורצער צײַט פריער איז ער געווען אין רעגענסבורג. דאָס ווייסן מיר פון א נאָטיץ, וואָס ער האָט געמאַכט מיט זײַן אייגענער האַנט אויף א העברעאישן כּתב־יד פון תּהלים, וואָס געפינט זיך הײַנט אין מינכען.3) דאָרטן שטייט אָנגעשריבן אַזוי: «דש תהלם [!] הב איך יוחנן בֵישנשטיין קאופט צו טובינגען בשנת א״ ק׳ת׳ ↰ 66 י״ז אום רביעי זהב», און א שטיקעלע ווײַטער: «משה אוירבאך טובו׳ רבו׳ עשה לי וכל הקהלה בריגנשבורג י״י יתן [«יָגן»?] עליהם». הייסט עס, אַחוץ די פּאָר אַלטע יידענעס האָט בעשענשטיין געהאַט נאָך גוטע פרײַנד אין רעגענסבורג. און אויב מען קאָן נאָך משער זײַן, אַז די קריסטליכע קאָלעגן־קאָנקורענטן בעשענשטיינס האָבן אים ע״פּ טעות אָנגענומען פאַר א ייד, קאָן מען אָבער זײַן זיכער, אַז די רעגענסבורגער קהילה און די אַלטע יידענעס אויפן רעגעגסבורגער שולהויף האָבן שוין געוויס קיין טעות ניט געהאַט.1)

3) זעה שטיינשנײַדערס קאַטאַלאָג פון די מינכענער העבר׳ כּ״י 400 און No.‎&rlm און פּערלעס ז׳ 27.
אַגב: שטיינשנײַדער האַלט (Zeitschrift für die Geschichte der Juden in Deutschland I, ז׳ 285) אַז פּערלעסעס פּרוב איבערצוזעצן ‚eine Messe lesen‘ («missam legere») מיט ‚זאָגן תהלים‘ איז «zu gewagt».

1) פּערלעס מיינט אַפילו (ז׳ 27), אַז בעשענשטיין האָט זיך אַליין מודה געווען, אַז ער איז א משומד. אין דעם זעלביגן מינכענער העברעאישן כּ״י No.‎‏ 400 שטייט אויף דער צווייטער זײַט: «זולט איין משומד אין אמנה העולי׳ אלז ויל ליידן אלז ביי יהודי׳ מן וערד קיין משומד אים עולם דש גלאב איך גענצליך». — דאָס ברענגט שטיינשנײַדער אין זײַן מינכענער קאַטאַלאָג, שטעלנדיג נאָך «העולי׳» א «so» און נאָך «גענצליך» א פרעגצייכן. דער פּשט פון זאַץ איז אָבער קלאָר: דער משומד, וואָס שרײַבט דאָס, האָט געהאַט אויסצושטיין גוטע צרות פון יידן. איז פּערלעס משער, אַז דאָס האָט געשריבן בעשענשטיין. אָבער ערשטנס ווײַזט שטיינשנײַדער אָן, אַז דער דאָזיגער זאַץ איז געשריבן «von etwas verschiedener Hand», און צווייטנס האָט דאָך בעשענשטיין אַקאָרשט אַליין געשריבן און אונטערגעחתמעט, אַז ער האָט געהאַט טובות פון יידן! פּערלעסעס השערה איז ניט אינגאַנצן גלאַטיג. — איך אַליין האָב ליידער ניט געהאַט קיין מיגליכקייט צו זעהן דעם מינכענער כּ״י, האָב איך דעריבער ניט קיין אייגענע מיינונג ניט וועגן דעם כּתב און ניט וועגן די ספקדיגע ווערטער.

ווי די מעשה איז, קיין מזלדיגן לעבן האָט בעשענשטיין ניט געהאַט. די יידן, שרײַבט ער, רודפן אים, ווײַל ער זאָגט אויס פאַר די קריסטן זייערע סודות (און אויב ער איז געווען א משומד, האָט ער מסתּמא טאַקע בײַ יידן קיין האָניג ניט געלעקט, סײַדן זיי האָבן ניט געוואוסט וועגן זײַן שמד); און די קריסטן ווידער קאָנען אים ניט מוחל זײַן, וואָס ער גייט אום מיט יידן. אַפילו אין תּפיסה איז אים אויסגעקומען צו זיצן; פאַר וואָסערע מעשים־טובים, פאָרשווײַגט ער. זײַן פּרנסה איז אויך געווען צו דערלײַדן. פון וויטענבערג איז ער אַפּנים אַוועק, ווײַל מען האָט אים געצאָלט צו ווינציג; און ווען ער איז 1521 געקומען קיין היידעלבערג, 49 יאָר־אַלט, מיט די בעסטע רעקאָמענדאַציעס אין קעשענע, איז ער געווען זייער אַן אָנגעלייגטער גאַסט אין אוניווערסיטעט, נאָר קיין געהאַלט האָט דער קורפירשט ניט געוואָלט צאָלן. די אַנדערע פאַקולטעטן האָבן באַשלאָסן צו געבן צושטײַער פון זייערע אייגענע מיטלען פאַר דער פּראָפעסור פון העברעאיש, נאָר אַרום און אַרום האָבן זיי געקאָנט אויפקלײַבן ↰ 67 א 20—25 גאָלדגולדען א יאָר. דאָס האָט אַפילו אין יענע צײַטן ניט געקלעקט אויף חיונה, און אין אויגוסט 1522 האָט בעשענשטיין פונדאָסנײַ גענומען זײַן פּעקל אין האַנט. געשטאָרבן איז ער מיט 10 יאָר שפּעטער, 60 יאָר אַלט; זײַן געבוירן־יאָר איז געווען 1472.

וואו ער האָט זיך געהאַט געלערנט העברעאיש, ווייסן מיר ניט. אין זײַן היימשטאָט עסלינגען געפינען מיר אים שוין פאַר א לערער. ער אַליין דערציילט, אַז זײַן רבי איז געווען Mosche Möllin פון דער שטאָט ווײַסענבורג; דאָס איז דער איינציגער, וואָס איז אים געבליבן געטרײַ אין אַלע אָנשיקענישן פון לעבן. עס איז אים שווער אָנגעקומען צו לערנען «moseas voces»1), און ער האָט דאָס געמוזט באַהאַלטן, שרײַבט ער, «ווי א טײַערן פּערל, וואָס מען רײַסט אַרויס בײַ די שונאים». קיין גרויסער למדן איז ער ניט געוואָרן, דאָס זעהט מען אַרויס פון אַלץ וואָס ער האָט געשריבן.

1) ווערטליך: «די מאָזאַאישע קלאַנגען», ד״ה די העברעאישע (משה רבינו׳ס) שפּראַך.

3.

דאָס מזל האָט געפירט בעשענשטיינען דורך גאַנץ דרום־ און מיטל־דײַטשלאַנד. מיר געפינען אים אין מינכען און אין נירנבערג, אין וויטענבערג און אינגאָלשטאַט, אין רעגענסבורג און אין דאָנויווערט. אין 1514 איז ער פאַרוואָגלט געוואָרן קיין אויגסבורג, און דאָרטן האָט ער אָפּגעדרוקט דאָס קליין ביכעלע, וואָס רופט אַרויס בײַ אונז אַזאַ גרויסן אינטערעס. ס׳איז די ערשטע זאַמלונג פון כּללים, ווי אַזוי צו שרײַבן דײַטש מיט העברעאישע אותיות. געשריבן נעבעך שטאַרק אומבאַהאָלפן, ממש קינדערש. אָבער פאַר אונז איז וויכטיג, אַז עס איז געווען א באַדערפעניש אין אַזאַ ביכל.

שוין די אײַנטיילונג פונם מאַטעריאַל און דער טעקסט מאַכן א קלאָגעדיגן אײַנדרוק. די ערשטע זײַט ברענגט דעם טיטול, וואָס דערציילט אויס, ווי דער שטייגער איז, אַלצדינג וואָס עס שטייט אין דעם בוך2). גלײַך אויף דער צווייטער זײַט (קיין פרײַע קעגנזײַט פונם שַׁער איז ניטאָ) גייט א לאַטײַנישע הקדמה אין דער פאָרם פון א בריוו צו רייכלינען. ↤ 68 דער מחַבר דערציילט דאָרטן וועגן די רדיפות אויף אים, ווייל מען האָט אים חושד געווען, אַז ער איז א ייד, דערמאָנט צום גוטן זײַן רבי׳ן Mosche Möllin. בעשענשטיין ברענגט א גאַנצע ריי מענטשן, וואָס האָבן געלערנט בײַ אים העברעאיש; לויט זייער פאַרלאַנג, אָבער מער ווי אַלץ לויט רייכלינס בקשה, האָט ער אָנגעשריבן דעם חיבור. אים, קאַפּניאָנען, וואָס איז אַזוי געניט אין די דרײַ שפּראַכן, הייליגט ער דאָס דאָזיגע ביכל.

2) זעה די רעפּראָדוקציע אויף דער נאָהענטסטער זײַט. — «ארבעה אותיות» מיינט דעם נאָמען פון גאָט (יהוה); אַלזאָ, א וואַריאַנט פונם אויסדרוק «בשם ה׳».

דערנאָך גייען צוויי לאַטײַנישע שירים צו בעשענשטיינען, וואו מען זאָגט אים צו אַן אייביגן שם פאַר זײַן אויפטו; ווײַטער דער פּסוק דברים כ״ז, ח׳ און די לאַטײַנישע איבערזעצונג דערפון.

↤ 69

דערמיט זיינען פאַרנומען די ערשטע פינף זײַטן. אַצונדערט, אָהן שום קעפּל און אָהן שום איבערגאַנג, אויף דער זעקסטער זײַט (רעכטס) גייט דער קורסיוו־אלף־בית (ווײַבערטײַטש), און דערנאָך שטייט:

pro i in principio tenens vim vocalis אי pro o quia iudaei carent littera o in alphabeto אוֹ א וֹ
v in principio tenens vim vocalis אוּ
pro au vel eu אוי
pro ai in principio איי Haec tria elementa non scribantur nisi in lingua sancta ⎧ ח
⎨ ס
⎩ ת
pro ei יי
pro v consona in principio, sed alias semper vocalis ו
pro f leni בֿ
pro ff dupiici פֿ k ⎧
c ⎨
q ⎩
ק
pro sp שפ
pro st שט

דערמיט איז פול די גאַנצע זעקסטע זײַט. קיין סך שטייט דאָ ניט, אָבער א ביסל פאָרט. מיר ווערן געוואויר, אַז מען שרײַבט וֹ, א אָדער אוֹ פאַר о, «ווײַל יידן האָבן ניט קיין o אין זייער אלף־בית». ח, ס, ת ניצט מען נאָר אין העברעאישע ווערטער (וואָרים ch און t ווערן באַצייכנט דורך כ און ט; ש באַטײַט אי s אי š), ווען מען דאַרף אין אָנהייב וואָרט א i,‏ u‏1),‏ au אָדער ei, דאַרף מען פאַרן וואָקאַל שטעלן אַן «א». א «ו» וואָרט אײַן באַטײַט ניט קיין u, נאָר א v, ד״ה אי אַ w, אי א f; וואָרט־אין ווערט אַ w באַצייכנט דורך בֿ.

אויף דער זיבעטער זײַט גייען נאָך ווײַטער די כּללים:

«אויב אין אָנהייב וואָרט שטייען צוויי קאָנסאָנאַנטן, וואָס קאָנען פאַר זיך, אָהן אַ וואָקאַל, ניט זײַן קיין טראַף, קאָן מען זיך פאָרשטעלן צווישן זיי דעם וואָקאַל a, א שטייגער מרטין, ד״ה Martin.

1) בעשענשטיין שרײַבט ניט u, נאָר v; אין דער עלטערער לאַטײַנישער שריפט פלעגט מען פאַר ביידע קלינגען ניצן דעם זעלביגן אות, די דיפערענצירונג איז א יונגער אויפטו.

↤ 70

«אויב צום סוף וואָרט שטייט א ליקוויד: l,‏ m,‏ n אָדער r, קאָן דורכגעלאָזן ווערן דער אות e, א שטייגער פֿטר». [id est pater‏1), טײַטשט אויס בעשענשטיין.]

«אַן אויסנאַם זיינען איינטראַפיגע ווערטער, למשל מעל. וואָרים אין אַזוינע איינטראַפיגע ווערט דורכגעלאָזן ניט e, נאָר а.

«אָנמערקונג: יידן פאַרטאָפּלען ניט בײַם שרײַבן קיין שום אות, נאָר אָנשטאָט דעם שטעלן זיי א פּינטל אינמיטן אות, וואָס הייסט דגש, למשל מילּר, וואָס דאָס פּינטל פאַרטאָפּלט און שטאַרקט דעם אות l.‏2) אַזוי דאַרפסטו אויך פאַרשטיין אין אַנדערע ענליכע פאַלן.»

«פון דעם דאָזיגן אלף־בית און פון די קורצע כּללים וועסטו, אָ לעזער, אויפן אָנגענעמסטן אופן דורך דײַן אייגענער פליסיקייט, אָהן גרויסער מי, קאָנען לייענען און שרײַבן מיט העברעאישע אותיות סײַ אונזער פאָלקסשפּראַך, סײַ לאַטײַן.»

«און איצט — צו די גרויסהאַנטיגע אותיות.»

די גרויסהאַנטיגע אותיות (litterae majusculae), להיפּוך צו דער ווײַבערטײַטשער קורסיוו־שריפט — דאָס איז העברעאיש. און דערמיט שעפּט זיך אויס אונזער אינטערעס פאַר דעם ביכל. אויף דער איינס־פאַר־לעצטער זײַט שטייט, אַז דאָס ווערק איז געדרוקט אין מאַי מאָנאַט 1514 אין אויגסבורג, בײַ Erhard Oeglin. אויף דער לעצטער זײַט געזעגנט זיך בעשענשטיין מיט די לעזער:

JOANNES ВOESCHENSTAIN
שָׁלוֹם וְשַׁלוָה לְכָל קוֹרְאִים

און ער זאָגט אָן דעם לעזער, אַז דאָס ביכל דאַרף מען לייענען ניט ווי אַנדערע ביכער: ניט פון לינקס אויף רעכטס דאַרף מען גיין, נאָר פון רעכטס אויף לינקס.

1) דאָס הייסט «פאָטער».

2) בעשענשטיין האָט גאַנץ ריכטיג באַמערקט, אַז יידן טאָפּלען ניט קיין קאָנסאָנאַנטן. בכדי צו דערקלערן פאַר זיך דעם פאַקט, וואָס עס איז אויסגעקומען בײַ אים אומפאַרשטענדליך, האָט ער צוגעקלערט די מעשה מיטן דגש. איך ווייס ניט פון קיין איין יידישן כּתב־יד אָדער בוך, וואו מען זאָל ניצן דעם דגש אָנשטאָט דער פאַרטאָפּלונג.

↤ 71

אַרום און אַרום האַלט דאָס ביכל 3 בויגן צו 4 בלעטער. קיין גאונות האָט דער מחבר אויף די 24 זײַטן ניט אַרויסגעוויזן, און הײַנטיגע צײַטן, ווען עמיצער גייט אַרויס מיט אַזאַ «ווערק», וואָלטן מיר אים געמשפּט אַנדערש. אָבער מיר טאָרן דאָך ניט פאַרגעסן, אַז דאָס איז געווען דער ערשטער פּרוב צו פאָרמולירן יידישע שרײַב־כּללים; דער «ספר מידות», וואָס זײַנע אָרטאָגראַפישע געבאָטן ווערן אַזוי אָפט ציטירט [באָראָכאָוו, No.‎‏ 84], איז דאָך אָפּגעדרוקט ערשט מיט 28 יאָר שפּעטער, אין 1542! און דאָס לאָמיר אויך געדענקען, אַז ווי עס זאָל ניט פאַרענטפערט ווערן די פראַגע וועגן בעשענשטיינס אָפּשטאַם, נאָר איינס איז קלאָר: געשריבן האָט ער זײַן ביכל פאַר קריסטן. ווען מען זעהט דעם ווײַטערדיגן אינהאַלט פון זײַן «Introductorium» (אַרײַנפיר), וואָס באַשטייט איבערהויפּט פון קאַפּיטלעך פונם נײַעם טעסטאַמענט, איז דער ערשטער אײַנדרוק, אַז דאָס איז מאַטעריאַל פאַר מיסיאָנערן. איך האַלט אָבער, אַז אַזאַ מין מיינונג וואָלט געווען א טעות. אין דעם גאַנצן ביכל, ניט אין טעקסט, ניט אין דער הקדמה (און אויך אין די אַנדערע שריפטן זײַנע) געפינען מיר ניט קיין זכר פון מיסיאָנערישע כּװָנות. קאַפּיטלעך וועגן יעזוסן און מאַריען געפינען מיר אָבער יאָ (א שטייגער, אין זײַן העברעאישער גראַמאַטיק 1518); איך מיין, אַז דאָס איז פּשוט געווען א פּעדאַגאָגישער גאַנג אַזאַ (וואָס מען געפינט נאָך צײַטנווײַז אַפילו בײַ מחברים פון הײַנטיגע לערנביכער), וואָס ניט מען וויל געבן דעם תלמיד גוטן לייען־שטאָף, נאָר אַזאַ מאַטעריאַל, וואָס זאָל איהם זײַן «נאָהענט 1).»

1) איך האָב אַזוי ברייט ציטירט בעשענשטיינס «ווערק», ווײַל דאָס ביכל איז זייער זעלטן; סײַ לאַנדוי און סײַ באָראָכאָוו ווײַזן אָן אין זייערע ביבליאָגראַפיעס, אַז זיי האָבן דאָס ניט געזעהן. איין עקזעמפּלאַר דערפון איז פאַראַן אין היידעלבערג, וואו גייגער האָט עס גענוצט; איך האָב דאָס גענוצט אין דער פּרײַסישער מלוכה־ביבליאָטעק אין בערלין. אין די מזרח־אייראָפּעאישע ביבליאָטעקן איז דאָס מסתּמא אין ערגעץ נישטאָ.

דאָס דאַרף מען אָבער יאָ וויסן זײַן: אַז אָט דער מיסיאָנערישער ציל — אויסניצן יידיש פאַר א מיטל צו פאַרשפּרייטן די קריסטליכע אמונה צווישן יידן — איז געווען איינער פון די טעמים, וואָס האָבן געשטופּט קריסטליכע געלערנטע צו פאַרנעמען זיך מיט דער פאַראַכטער שפּראַך פון די פאַראַכטע יידן. מיר וועלן דאָס באַלד זעהן גענויער. א צווייטער ציל איז ↰ 72 געווען: דורך דער באַקענטשאַפט מיט יידיש פאַרגרינגערן דעם שטודיום פון דער העברעאישער שפּראַך. אָט דאָס איז מסתּמא אויסן געווען בעשענשטיין מיט זיינע הילפלאָזע כּללים. ניט אַלעמאָל לאָזט זיך ציען א שאַרפער גרעניץ צווישן די איינציגע געלערנטע, אַז מיר זאָלן קאָנען זאָגן: דער האָט געהאַט נאָר העבראַאיסטישע, און יענער נאָר מיסיאָנערישע כּװָנות, אָט סעבאַסטיאַן מינסטער, וועגן וועלכן עס וועט אונז באַלד אויסקומען צו ריידן, איז שוין געוויס געווען א ריינער הומאַניסט, און פונדעסטוועגן האָט ער אויך אָנגעשריבן א חיבור קעגן יידישקייט אונטערן נאָמען: «Messias christianorum et iudaeorum» (דער קריסטליכער און יידישער משיח). נאָר אינאיינעם גענומען האָבן די צוויי מאָטיוון אין משך פון הונדערטער יאָרן געשטופּט צעהנדלינגער קריסטליכע געלערנטע צו פאַרנעמען זיך מיט יידיש. שפּעטער זיינען נאָך צוגעקומען אַנדערע, וואָס זיינען געפאַלן אויף יידיש, זוכנדיג די גנבים־שפּראַך. א ריינער, וויסנשאַפטליכער אינטערעס צו דער יידישער שפּראַך איז אויפגעקומען ניט פריער ווי אין דער צווייטער העלפט פון 19טן יאָרהונדערט.

4.

פון בעשענשטיינען ביז די ווײַטערדיגע יידיש־פאָרשטער (בעשענשטיינען אַליין קאָנען מיר אָנרופן «פאָרשטער» נאָר אין גענזנפיסלעך) איז קיין סך צײַט ניט אַוועק: סעבאַסטיאַן מינסטערס יידיש־גלאָסן זיינען שוין אָפּגעדרוקט אין 1523, פּוילוס פאַגיוס האָט פּובליקירט זײַן העברעאישע גראַמאַטיק (מיט א קאַפּיטל וועגן יידיש) אין 1542. הייסט עס, אַפילו קיין פולע 30 יאָר ניט. נאָר וואָס פאַר א מהלך! געוויינטליך, עס קאָנען דאָ שפּילן א ראָליע פּערזענליכע פעאיקייטן און בעשענשטיינס פּערזענליכע אומפעהיקייט. נאָר פונדעסטוועגן, מיין איך, וועט קיין טעות ניט זײַן, אויב מיר וועלן אָננעמען, אַז דעם פּראָגרעס לגַבּי בעשענשטיינען האָבן די צוויי צו פאַרדאַנקען אין א גרויסער מאָס זייער יידישן רבין. דאָס איז געווען ניט קיין קלענערער, ווי ר׳ אֶלי׳ לֵוי, וואָס האָט געהייסן בײַ די קריסטליכע געלערנטע «עליאַ לעוויטאַ» און בײַ יידן דאָס רוב «אליהו בחור» אָדער «אליהו הלוי אשכנזי».

↤ 73

וועגן אלי׳ לוי1) איז אָנגעשריבן א גרויסע ליטעראַטור. מען האָט זיך געקריגט וועגן דעם, צי איז ער טאַקע געבוירן געוואָרן אין דײַטשלאַנד; עס איז געווען א פּלוּגתּא, צי שטאַמט פון אים די קאָנסטאַנצער תּורה־איבערזעצונג 1544; איצטער זיינען שוין די געלערנטע געקומען צו א הסכּם, און אין משך פון די לעצטע צעהנדלינגער יאָרן האָט מען אויך געמאַכט דעם סך־הכל פון אליס וויסנשאַפטליכע אויפטוען. אָבער דערבײַ האָט מען אַלעמאָל געהאַט אין זינען נאָר די העברעאישע גראַמאַטיק; וועגן זײַן שרײַבן אין יידיש און וועגן יידיש פעלט נאָך די אויספאָרשטונג. ס׳איז אָבער כּדאי זיך מיט דעם צו פאַרנעמען.

1) דווקא אַזוי מוזן מיר אים רופן און ניט «אליהו לעוויטאַ» אָדער «אליהו הלוי». ער אַליין פלעגט זיך חתמענען (זעה זײַן בריוו, אָפּגעדרוקט בײַ פּערלעסן ז׳ 158): «אלי הלוי», און אויך אין שפּעטערדיגע צײַטן האָט מען אים אַזוי גערופן (פּראָגער אויסגאַבע פון «ספר ההרכבה», 1793: «... חברו המדקדק הגדול האשכנזי ר׳ אלי׳ לוי הובא עתה שלישית לבית הדפוס»). אויב א מענטש, וואָס איז שייך צו אונז, האָט א גוטן יידישן נאָמען, טאָ צו וואָס זאָלן מיר זוכן פאַר אים נעמען פון לאַטײַן אָדער העברעאיש?

אלי׳ לוי איז געבוירן געוואָרן אין 1469 אָדער 1472 אין א קליינשטעטל אין בײַערן, נײַשטאָט (Neustadt an der Aisch), ניט ווײַט פון נירנבערג. ער איז געווען דער יינגסטער פון 9 זין. ער דערציילט אין די שפּעטערדיגע יאָרן, אַז זײַן פאָטער האָט מיט אים געלערנט, און געלערנט גרונטיג. ווי אַזוי אלי׳ איז געקומען קיין איטאַליע, ווייס מען ניט אויף קלאָר. יעדנפאַלס, אויב ער איז אַפילו ניט אַוועק אַהין ספּעציעל אויף צו שטודירן, האָט אים אָבער דער אויפהאַלט אין איטאַליע שטאַרק צוגעהאָלפן אין זײַן לערנען. בײַ די דײַטשע יידן זיינען די קענטענישן אין הענרעאיש געווען א סך שוואַכער, וועגן דקדוק האָט מען ווינציג וואָס געוואוסט; ניט צופעליג זיינען רייכלינס רבּיים געווען גראָד איטאַליענישע יידן. אלי׳ לוי האָט זיך א סך אויסגעלערנט. 1496 געפינען מיר אים אין ווענעציע, 1504 איז ער אין פּאַדוע, שוין אַרומגערינגלט מיט תּלמידים. מיט פינף יאָר שפּעטער קערט ער זיך אום קיין ווענעציע, 1512 פאָרט ער אַריבער קיין רוים און בלײַבט דאָרטן 15 יאָר. אין רוים האָט ער זיך באַקענט מיטן גײַסטליכן עדזשידיאָ וויטערבאָ, וואָס איז שפּעטער געוואָרן קאַרדינאַל. עדזשידיאָ האָט זיך פאַרנומען מיט קבּלה, און כּדי צו פאַרשטיין די קבּלה־ספרים אין אָריגינאַל, האָט ער זיך גענומען לערנען בײַ ר׳ אלין העברעאיש. די 15 יאָר, וואָס אלי׳ איז געווען אין רוים, זיינען די פרוכפּערדיגסטע ↰ 74 יאָרן פון זײַן לעבן. אין דער צײַט האָט ער אָנגעשריבן דעם גרעסטן טייל פון זײַנע גראַמאַטישע ווערק (די קאָנקאָרדאַנץ, וואָס איר כּתב־יד איז פאַראַן אין דער מינכענער ביבליאָטעק; דעם «ספר הבחור»1); דעם «ספר ההרכבה»; דעם «פּרק שירה», אאַז״וו).

1527 האָט ר׳ אלי׳ צוליב קריגס־מהוּמות געמוזט פאַרלאָזן רוים. נאָך עטליכע יאָר נע־ונד זײַן קומט ער אָן צוריק אין ווענעציע. אַפילו אונטערוועגנס האָט ער אויך ניט אַוועקגעוואָרפן זײַן אַרבעט. עטליכע ווערק, וואָס זייערע מאַנוסקריפּטן זיינען פאַרפאַלן געוואָרן אין רוים, האָט ער גענומען שרײַבן פונדאָסנײַ; פּלענער, וואָס האָבן אין אים געלעבט, האָט ער איצטער גענומען פאַרווירקליכן. ער איז געוואָרן קאָרעקטאָר (און אין יענע צײַטן האָט דאָס אָפטמאָל געהייסן רעדאַקטאָר) אין דער באַרימטער דרוק פון באָמבערגן, און דאָ האָט ער אויך געדרוקט אייגענע ווערק. זײַן שם איז געוואָרן אַלץ גרעסער, און מען האָט אים פאַרבעטן קיין פּאַריז פאַר א פּראָפעסאָר פון העברעאיש; נאָר ער האָט זיך אָפּגעזאָגט. 1538 איז אַרויס פון דרוק זײַן «מסורת המסורת», וואָס האָט נאָך גרעסער געמאַכט זײַן נאָמען.

1) די געשיכטע פון זײַן צונאָמען «בחור» איז ניט קלאָר. טייל מיינען, אַז דאָס איז א פאַמיליע־נאָמען; אַנדערע זיינען משער, אַז «בחור» איז געווען א מין מיליטערישע באַצייכענונג, און ר׳ אליס פאָטער איז געקומען קיין איטאַליע אַלס ליוועראַנט פאַרן מיליטער; נאָך אַנדערע האַלטן, אַז מען האָט אים א נאָמען געגעבן «בחור», ווײַל ער איז געקומען קיין איטאַליע ניט קיין באַווייבטער . זעה: Dr. J. Levi, Elia Levita und seine Leistungen als Grammatiker (ברעסלוי, 1888), ז׳ 7 אָנמערקונג.

אינגיכן האָט זיך פאַרמאַכט באָמבערגס דרוק, און ר׳ אלי׳ האָט געמוזט זוכן אַן אַנדער דרוקער. איז אים גראָד אָנגעקומען (1540) א בריוו פונם פּריידיגער פּוילוס פאַגיוס אין איסני (ווירטעמבערג), וואָס האָט געעפנט א העברעאישע דרוק און געבעטן דעם גרויסן געלערנטן, ער זאָל אים העלפן אין זײַן אַרבעט. ר׳ אלי׳ איז אַוועק קיין איסני אין 1540. לאַנג איז ער דאָרטן ניט געווען. פאַגיוסעס דרוק האָט ניט געהאַט קיין באַשטאַנד, אויך האָט ר׳ אלי׳ ניט געוואָלט שטאַרבן ווײַט פון זײַנע אייגענע. 1542 לאָזט ער זיך שוין אַוועק צוריק קיין ווענעציע. בײַ פּוילוס פאַגיוסן האָט ער באַוויזן אַרויסצוגעבן עטליכע עלטערע ווערק זײַנע, און ער האָט אויך אָנגעשריבן א שולבוך, דעם באַוואוסטן «שמות ↰ 75 דברים», דאָס ערשטע יידיש־העברעאישע ווערטער־ביכל, וואו די יידישע ווערטער גייען נאָכן אַלף־בית. אין ווענעציע האָט ער ווײַטער געאַרבעט אין באָמבערגס דרוק, וואָס האָט זיך צוריק געהאַט געעפנט, און דאָ איז 1544 אַרויס זײַן יידישע תּהלים־איבערזעצונג. 1548 האָט ער נאָך געשריבן א שיר צו דוד באָמבערגס גרויסער תּנ״ך־אויסגאַבע. ער איז געשטאָרבן דעם 28טן יאַנואַר 1549 אין ווענעציע1), עטליכע טעג האָבן אים געפעלט צו פולע 80 יאָר.

צווישן ר׳ אליס תלמידים זיינען געווען די חשובסטע פּערזענליכקייטן: קאַרדינאַלן און ביסקופּן, געלערנטע און אַמבאַסאַדאָרן. אַלע האָבן נאָר דערציילט שבָחים וועגן זײַן לומדות, וועגן זײַן עניוות און זײַן אַרבעטס־חשק. יידן האָבן קאָנטיג ניט אַזוי געהאַלטן פון אים; מען האָט געקוקט אויף אים קרום, וואָס ער חברט זיך מיט קריסטן, און אין דער הקדמה צו «מסורת המסורת» געפינט ר׳ אלי׳ פאַר נייטיג זיך צו פאַרענטפערן. עס איז דאָך נאָר פאַרווערט, זאָגט ער, צו לערנען די קריסטן די סודות פון מעשה־בּרֵאשית און פון מעשה־מרכָּבה; נחס זיבן געבאָט מעג מען זיי בפֵרוש לערנען. נאָר ווי אַזוי קאָן דאָס געמאָלט זײַן, אויב מען זאָל זיי ניט אויסלערנען פריער די העברעאישע שפּראַך, וואָס אין איר איז געשריבן די גאַנצע תורה?

1) די ביאָגראַפישע ידיעות זיינען גענומען פון ד״ר י. לעווי (זעה אָנמערקונג אויף ז׳ 74). אויך בײַ ל. גייגערן (ז׳ 56—65) איז פאַראַן מאַטעריאַל.

אָבער די התנַצלות האָט מסתּמא אויף יידן קנאַפּ וואָס געווירקט. ר׳ אלי׳ איז געזעסן אין רוים בײַם קאַרדינאַל אין שטוב; צי פירט זיך אַזוי א פרומער ייד? אין זײַנע שריפטן וואַרפן זיך דורך באַמערקונגען, וואָס האָבן געמוזט באַליידיגן א יידן — שוין אָפּגערעדט וועגן דעם, וואָס א טייל פון זײַנע ווערק האָבן זיך געדרוקט מיט הקדמות אין «גַלחות» (לאַטײַן). אַזוי שטייט, למשל, אין תּשבי, ז׳ 9: «אמר לי הקרדינל...», גאַנץ פאַמיליער. אויף ז׳ 71 שטייט: «... ובעל המדרש נקרא דרשן כמו רבי משה הדרשן וכן נקרא אדוני הנוצרי פּוילוש באַגיוס הדרשן בעיר איזנה». הייסט עס, דער קריסטליכער פּריידיגער פּוילוס פאַגיוס ווערט צוגעגליכן צו ר׳ משה הדרשן! און איך מיין ניט, אַז פּוילוס פאַגיוס, דער אַרויסגעבער און לאַטײַנישער איבערזעצער פונם «תּשבי», זאָל דאָס ↰ 76 האָבן צוגעשריבן פון זיך; וואָרים גראָד אין לאַטײַנישן טעקסט, וואו דער קריסטליכער לייענער וואָלט דאָס א סך בעסער פאַרשטאַנען, פעלט דער זאַץ. אין דער ניט־געחתמעטער לאַטײַנישער הקדמה צו דער דאָזיגער תּשבי־אויסגאַבע (וואָס שטאַמט אָבער אַפּנים פון פאַגיוסן) שטייט וועגן ר׳ אלין: «כאָטש איך האַלט, אַז מען דאַרף באַדויערן, וואָס ער איז ניט אַרײַנגעטראָטן אין דער עֵדה פון די קריסטן», און אינם זעלביגן בוך שטייט צום סוף: «... שנת אלף וחמש מאות וארבעים ואחת לביאת משיחנו וגואלנו ישוע יתברך שמו לעולמי עולמין אמן». צום אַרטיקל יֵשוּ (יעזוס) האָט פאַגיוס, אין זײַן אייגענעם נאָמען, געמאַכט א צוגאָב בזה הלשון: «יעזוס איז געווען דער משיח... ער האָט אָפּגעטון די אַלע נִסים, וואָס די נביאים האָבן געהאַט פאָרויסגעזאָגט וועגן אים...»

צי האָבן יידן געקאָנט זײַן צופרידן פון אַזוינע ריין־קריסטליכע זאַצן אין העברעאישע ספרים?1)

ר׳ אלי׳ לוי איז אָבער אַבסאָלוט ניט געווען קריסטליך געשטימט; ער איז נאָר געווען א פרײַערער מענטש, ווי דער גרעסטער טייל יידן אין זײַן צײַט. אַז ער איז געווען נאָהענט צו יידן, אַז ער האָט געקענט זייערע אינטערעסן און זייער לשון — אויף דעם זאָגן עדות זײַנע ווערק.2)

5.

אינגאַנצן אויף יידיש זיינען פאַראַן נאָר צוויי ווערק ר׳ אליס: 1) דאָס «בָּבא־בוך», געשריבן 1507 אין פּאַדוע, געדרוקט צווישן 1508 און 1549, דער דרוק־אָרט איז ניט באַוואוסט; 2) די איבערזעצונג פון «תּהלים», ווענעציע 1545‏3). — נאָך פון 18טן י״ה גייט אום פון איין בוך אין צווייטן די השערה, אַז ר׳ אלי׳ האָט אַרויסגעגעבן 1544 די חומש־איבערזעצונג אין קאָנסטאַנץ. דעם טעות חזרט איבער גרעץ אין זײַן געשיכטע (ער ווייס אַפילו צו דערציילן, אַז ר׳ אלי׳ האָט געמאַכט די איבערזעצונג, ↰ 77 «צוריקוועגס פון איסני קיין ווענעציע»)1), און אַפילו גרינבוים ז׳ 70 שרײַבט נאָך אין יאָר 1882: «מיר וועלן לאָזן ניט־פאַרענטפערט די פראַגע, צי לעוויטא איז געווען דער מחבר פון דער קאָנסטאַנצער איבערזעצונג». שטיינשניידער האָט שוין אָבער מיט 13 יאָר פריער (Serapeum, 1869, ז׳ 149—151 אָנמ׳) דערוויזן, אַז דער גאַנצער טעות נעמט זיך פון א באַמערקונג אין וואָלפס Bibliotheca Hebræa‏2). עס זיינען אַפילו ניטאָ קיין ראיות, אַז ר׳ אלי׳ איז געווען ווען עס איז אין קאָנסטאַנץ.

1) אַגב־אורחא מעג דאָ דערמאָנט ווערן, אַז ר׳ אליס צוויי אייניקלעך האָבן זיך געשמדט און זיינען געוואָרן שונאי־ישראל, בשעת זייער מוטער, אליס טאָכטער, איז נאָך געווען בײַם לעבן. זעה גרעצעס געשיכטע, ב׳ IX‏2, ז׳ 344.

2) אַז ר׳ אלי׳ האָט אַפילו געהאַט בפירוש א נעגאַטיווע באַציאונג צו דער קריסטליכער אמונה, איז צו זעהן פון דער ציטאַטע ז׳ 124 אָנמ׳.

3) פּרטים וועגן דער איבערזעצונג בײַ שולמאַנען ז׳ 21—22; די הקדמה איז געבראַכט בײַ גרינבוימען ז׳ 552—554.

מיר האָבן גערוסן פון ר׳ אליס נאָך עטליכע ווערק.

1) ב׳ IX‏2, ז׳ 219.

2) ב׳ I ז׳ 159. וואָלף איז געשטרויכלט געוואָרן צוליב א נאָטיץ אין שבתי בַּס, שפתי ישנים [באָראָכאָוו, No.‎‏ 465], נאָר דערנאָך האָט ער דאָס אין ב׳ IV, ז׳ 193 אַליין פאַרריכט און אָנגעוויזן ווי ס׳געהער צו זײַן, אַז די קאָנסטאַנצער איבערזעצונג שטאַמט פון מיכאל אַדאַמען בשותּפות מיט פאַגיוסן. — דער אָפּגעהיטער שטיינשניידער לאָזט אָבער אויס זײַן באַווײַז מיט א טאָמער: «ich möchte nicht geradezu jede Art der Mitwirkung Levitas beim Pentateuch entschieden in Abrede stellen».

קאָרנעליאָ אַדלקינד, דער אַרויסגעבער פון ר׳ אליס תּהלים־איבערזעצונג, דערציילט אין דער הקדמה, אַז ער איז דורכגעקומען מיט ר׳ אליה בחור, «ער זול מיר איטליכי [= עטליכע] ספרים טוייטשן אונ׳ צום ערשטן דש תהלים נאך דעם דקדוק»; און באַלד נאָכדעם, אַז גאָט וועט געבן, וועלן אַרויסגיין משלי און איוב און דניאל, וואויל געטײַטשט. אָט די ווײַטערדיגע ספרים זיינען ניט אַרויס פון דרוק; צי איז די אַרבעט געווען געענדיגט אין כּתב־יד? וועגן איין ספר, וועגן איוב, ווייסן מיר געוויס, אַז יאָ. אין 1592טן יאָר שרײַבט דער שטראַסבורגער פּריידיגער און מיסיאָנער שאַדעאוס, וואָס מיר וועלן זיך באַלד מיט אים באַגעגענען פונדאָסניי, אין זײַן «געוויסן באַריכט» [באָראָכאָוו, No.‎‏ 5]: «אויב איך וועל אַרויסזעהן, אַז די דאָזיגע אַרבעט מײַנע [וואו ס׳ווערט דערציילט, ווי אַזוי מען שרײַבט «העברעאיש־טײַטש»] איז אָנגעלייגט, וועל איך אַרויסגעבן מיט דער דאָזיגער (ווײַבערטײַטש־)שריפט דעם ספר איוב, פאַרטײַטשט וואָרט בײַ וואָרט דורכן גרויסן מלומד, דעם געניטן ר׳ אלי׳ לוי, און אויפגעשריבן פון זײַן מויל מיט דער אייגענער האַנט דורכן ווערדיגן הער פּוילוס פאַגיוס («von Wort zu Wort verdeutscht durch den hochgelehrten und erfahrenen R. Eliah Levi und durch den ehrwürdigen Herrn Paulum Fagium aus seinem Munde mit eigener Hand excipiret»). ליידער האָט שאָדעאוס ↰ 78 ניט דורכגעפירט דעם פּלאַן, און דער מאַנוסקריפּט איז פאַרפאַלן געוואָרן.1)

בלײַבן מיר, הייסט עס, מערניט ווי בײַ די צוויי ווערק ר׳ אלי׳ס. געוויס וואָלט געלוינט צו באַטראַכטן זיי גענוי הן אין פּרט פון שפּראַך און הן אין פּרט פון סטיל; עס וואָלטן זיך דערבײַ אַרויסגעוויזן זייער אינטערעסאַנטע פאַקטן. נאָר אין דעם איצטיגן צוזאַמענבונד, ווען מיר ריידן וועגן דער געשיכטע פון דער שפּראַכפאָרשונג, איז נאָך וויכטיגער א קוק צו טון אויף יענע ווערק פון ר׳ אלין, וואָס זיינען ניט ריין יידיש, נאָר געמישט העברעאיש מיט יידיש. ריכטיגער: ווערק וואָס זיינען העברעאיש און די כּוונה איז געווענדט אויף העברעאיש, נאָר אַגב אורחא ווערן אַרויסגעזאָגט זאַכן, וואָס זיינען שייך צו יידיש. דאָס זיינען: 1) ספר התשבי לאליהו התשבי» און 2) «ספר שמות דברים».

דער «תִּשבּי» איז אַרויס, אינאיינעם מיט א לאַטײַנישער איבערזעצונג, בײַ פּוילוס פאַגיוסן אין איסני 1541. «תִּשבּי» איז דער בײַנאָמען פון אליהו הנביא — אַן אָנצוהערעניש אויפן נאָמען פונם מחבר — און אַגב מאַכט תשב״י: 712; דאָס איז די צאָל ווערטער, העברעאישע און תּלמודישע, וואָס ווערן אויסגעטײַטשט אין דעם בוך. די ווערטער זיינען אויסגעשטעלט נאָכן אַלף־בית, און א סך פון זיי זיינען איבערגעזעצט אויף איטאַליעניש (בּלעז) און אויף יידיש (בלשון אַשכנז). ס׳איז אָבער ניט אינגאַנצן «לשון אַשכנז»; ס׳זיינען טיילווײַז פאַרזיכדיגע יידישע ווערטער, הגם אַנדערע זיינען שוין הײַנט פאַרעלטערט. דער «תִּשבּי» איז א גראָבער באַנד, פּאַפּיר האָט מען אין יענע צײַטן ניט געזשאַלעוועט, אײַלן זיך האָט מען אויך ניט געדאַרפט — שטויסן מיר זיך אָן אומגעריכט אויף טשיקאַווע באַמערקונגען, וואָס זיינען כאַראַקטעריסטיש פאַר דער שפּראַך פון יענער תּקופה, פאַר די קולטורעלע פאַרהעלטענישן אָדער פאַר אלין אַליין.

אָט האָט איר א געמעל, ווי גרונטיג ר׳ אלי׳ האָט געאַרבעט:

1) א. שולמאַן איז משער (ז׳ 28 אָנמערקונג), אַז שאַדעאוס האָט צעפּלאָנטערט יידישע איוב־איבערזעצונג מיט דער העברעאישער איוב־אויסגאַבע, וואָס ר׳ אלי׳ האָט רעדאָקטירט 1544 אין ווענעציע. זייער א מאָדנע השערה! עס איז ניטאָ קיין שום גרונט צו ספקן, אַז אָט דער כתב־יד, וועגן וועלכן שאַדעאוס רעדט מיט אַזאַ באַשטימטקייט, איז פון פאַגיוסעס ירושה אַרײַנגעפאַלן צו שאַדעאוסן; פאַגיוס איז שטאַרק געווען פאַרבונדן מיט שטראַסבורג, וואו שאַדעאוס איז מיט א יאָר 50 שפּעטער געווען פּריידיגער. זעה ווײַטער ז׳ 96 אָנמ׳ 1 און ז׳ 132.

↤ 79

«מַשְקֶיט — אַזוי רופט מען די דינע שריפט, ד״ה די וואָס איז ניט פירקאַנטיג. מיט א צײַט צוריק האָט מען מיר געזאָגט, אַז דאָס איז אַן אַראַביש וואָרט, און דער פּשט איז שוואַך, דאַר. נאָר נאָכדעם בין איך געוואויר געוואָרן, אַז דאָס איז גאָרניט קיין אַראַביש. איך האָב געפרעגט בײַ א סך איטאַליענישע («לועזים»), פראַנצויזישע, שפּאַנישע, גריכישע («יונים») און אַראַבישע יידן; אַלע רופן די שריפט מיט דעם נאָמען, נאָר קיינער ווייס ניט צו זאָגן, פון וואַנען דער נאָמען נעמט זיך. און מיר דײַטשע יידן (אַשכנזים) רופן זי מֶעשֵיט און מיר ווייסן ניט וואָס דאָס איז. איך האָב געפונען אין ספרים, אַז מען רופט דאָס קײַלעכדיגע שריפט. און נאָך איז פאַראַן א שריפט ...»

ר׳ אלי׳ איז היימיש מיטן לעזער: אינמיטן דעם שטרענגן העברעאישן טעקסט גיט ער א זאָג:

«נשלמה אותֿ הגימל
גילובט זיי גוט בֿון [פון] הימל.»

יידיש איז אים בכלל נאָהענט, און דווקא יידיש, ניט דײַטש; דאָס זעהט מען אַרויס, ווען מען גלײַכט צו זײַנע טײַטש־ווערטער, וואו ער שרײַבט «בלשון אשכנז», צו יענע דײַטשע ווערטער, וואָס פּוילוס פאַגיוס ברענגט מיט לאַטײַנישע אותיות אינם פּאַראַלעלן לאַטײַנישן טעקסט. ר׳ אלי׳ שרײַבט: «הבל — ובלשון אשכנז אוֹטם»; «סעודה — איין מול». דער «וֹ» קאָן אַנדערש ווי o ניט געלייענט ווערן. דעם ערשטן מאָל שרײַבט פאַגיוס ריכטיג: «Germanice Athem», דעם צווייטן מאָל ווערט ער נכשל אין זײַן דײַטש און שרײַבט «germanice ein mol», כאָטש די דײַטשע אָרטאָגראַפיע האָט דאָ אַלעמאָל געפאָדערט א а. ר׳ אלי׳ שרײַבט לויט דער יידישער טראַדיציע, פון דער דײַטשער אויסלייגונג מאַכט ער זיך ניט וויסנדיג; דעריבער האָבן מיר בײַ אים דעם שטומען א: דכן — באנקא (פאַגיוס: banck), עין — וארבא (פאַגיוס: farb) אאַז״וו; מיר געפינען בײַ אים צֵיטֵל, לוּפְט, און ניט Zettel,‏ Lufft, ווי פאַגיוס שרײַבט; ער שרײַבט ווי ס׳געהער צו זײַן אזו און ניט also.

ר׳ אלי׳ האָט א קלאָרע פאָרשטעלונג וועגן דעם אונטערשייד פון יידיש ביז דײַטש. אַזוי שרײַבט ער, א שטייגער, וועגן דעם וואָרט סעד, סעודה: ↰ 80 «... בלעז פּאשטו ופותרים אותו המלמדים האשכנזים פּוֹשְט; אבל אינו לשון אשכנז רק נלקח מלשון לעז ובלשון אשכנז איין מול».1) מילא, קאָרעקט דײַטש איז ניט Mol, נאָר Mal, אָבער ניט וועגן דעם גייט דאָ. דער עיקר איז אָט וואָס: דער מחבר ווייס, אַז עס זיינען פאַראַן אַזוינע יידישע ווערטער, וואָס יידן ניצן, און אין דײַטש זיינען זיי ניטאָ. דאָס וואָרט «פּאָסט» פאַר «מאָלצײַט» באַגעגנט זיך טאַקע אין ספר של ר׳ אנשיל (קראָקע, 1534), אין דער קראָקער איבערזעצונג פון מגילת אסתּר (1590), אין דער קרעמאָנער חומש־אויסגאַבע 1560, אין ר׳ אלי׳ לויס «בבא־בוך» אאַז״וו.2)

ר׳ אלי׳ ברענגט נאָך אַזעלכע ווערטער, וואָס זיינען אַרײַן אין יידיש (אויך אין דײַטש) פון איטאַליעניש: פּריזאַנט (מתנה), קאָסטן (טועם זײַן) «והוא נלקח מלשון רומי גוּשטרי... (gustare)». ער האָט סתּם גוטע ווערטער: «געפאַלן» — פאַלן אויף א געוויסן טאָג; «באַשיידליך» —קלאָר, דײַטליך; יחוס פאַרטײַטשט ער «איידלשאַפט». גאָר א טייער וואָרט געפינען מיר אויף ז׳ 197. «קֻבְיָא... דאָס זיינען קליינע ביינדלעך מיט זעקס קאַנטן; אויף איין קאַנט איז אויסגעקריצט איין פּינטל, אויפן צווייטן צוויי פּינטלעך, אויפן דריטן דרײַ אאַז״וו, און מען שפּילט זיך דערמיט, און בלשון אשכנז וואורפיל אָדער טופּיל שטיין». «טאָפּלשטיין» — דאָס איז א וואָרט, וואָס קאָן תֵּכף אַרײַן אין אונזער געברויך!

אין א סך ערטער פון «תשבי» לאָזט זיך דער מחבר אַרײַן אין חקירות, פון וואַנען עס נעמט זיך א וואָרט; מיר האָבן דאָס שוין געזעהן אויבן בײַ «משקט». «סאַרגענעס»3) פירט ער אַרויס פון פראַנצ׳ sarge, וואָס באַצייכנט אַזאַ סאָרט שטאָף. בײַם וואָרט «קרבץ» שטעלט ער זיך אָפּ אויף דער ווירקונג, וואָס פראַנצייז האָט געהאַט אויף דער יידישער שפּראַך. ↰ 81 «קְרֻבַּץ רופן די אַשכנזים די פּיוטים, וואָס מען זאָגט שבת און יום־טוב, און מען האָט ניט געפונען קיין אַנדער דערקלערונג, ווי די ראשי־תיבות: קול רנה וישועה באהלי צדיקים. נאָר דער טעם האָט קיין טעם ניט [ר׳ אליס א וויץ אינמיטן דעם ערנסטן וויסנשאַפטליכן טעקסט!]... איך וועל דיר געבן צו פאַרשטיין, ווי אַזוי צו אונז איז אַרײַנגעפאַלן אָט דער גרײַז. עס איז באַוואוסט, אַז מיר דײַטשע יידן קומען פונם שטאַם פון די פראַנצויזישע, וואָרים בעת מען האָט אונז פאַרטריבן פון פראַנקרײַך אין יאָר כלה גרש יגרש1), זיינען מיר צעשפּרייט געוואָרן איבער דײַטשלאַנד. זיינען איבערגעבליבן אין אונזער מויל א סך ווערטער פון זייער שפּראַך, און א סך פון אונז מיינען, אַז די ווערטער נעמען זיך פון לשון קודש, ווי איך האָב געוויזן בײַם וואָרט סַרְגְנֵס. אָט די פּיוטים ווערן גערופן קרוּבוֹת, ווייל מען דערנעהנטערט זיי(«שֶמְקַרְבִין אותם») צו די תפילות. ... און מחמת די פראַנצויזן שיידן ניט אונטער פון א c ביז א s («בין הַצַדֵי ובין התָּי״ו הרפויָה»), האָבן מיר, הערנדיג ‚קרובות‘, געמיינט, אַז זיי זאָגן ‚קְרֻבּוֹץ‘».

1) «אויף איטאַליעניש פּאשטו, און די דײַטשע מלמדים טײַטשן דאָס פּוֹשט [= פאָסט]; ס׳איז אָבער ניט קיין דײַטש, נאָר ס׳איז גענומען פון איטאַליעניש, און אין דײַטש הייסט עס איין מול».

2) ייִדן זיינען געזעסן אין צפון־איטאַליע אין א לפי־ערך גרויסער צאָל, און זייער שפּראַך דאָרטן איז געווען יידיש; ווען ר׳ אלי׳ איז געקומען פון בײַערן קיין ווענעציע, האָט ער זיך געקאָנט צונויפריידן מיט די דאָרטיגע יידן אויף זײַן היימישן לשון. פון דאָרטן זיינען עס מסתּמא געקומען אין אונזער שפּראַך אַרײַן יענע דרום־ראָמאַנישע ווערטער, וואָס מיר פאַרמאָגן (בענטשן, «אָרן» = דאַוונען אאַז״וו).

3) א קיטל; דאָס וואָרט ווערט גענוצט ביז הײַנט בײַ די דײַטשע יידן.

בײַם וואָרט «כַּתָּבוּת» (קאַטאָוועס) גיט דער מחבר צו, אַז דאָס שטאַמט פונם שורש «כתב», שרײַבן, און ער מאַכט אוף דעם אַזאַ פֵּרוש: «פאַרצײַטנס פלעגן וויצלינגען און משלים־שרײַבער באַהאַלטענערהייט שרײַבן זייערע ווערטער אויף די טירן פון די רייכע הייזער אָדער אין די רוישיגע גאַסן, אַז מען זאָל ניט וויסן, ווער עס האָט דאָס געשריבן; און אַזוי פירט זיך נאָך הײַנט אין רוים. אָט די געשריפטסן רופט מען כַּתָּבות. נאָר דער גרויסער עולם האָט א טעות און מיינט, אַז מען לייגט דאָס אויס מיט א ט: ‚כַּטוֹב‘ און ‚כַּטָבוּת‘ פונם וואָרט טוב». און דאָ קומט ווידער א גלײַכווערטל: «ואינם מבחינים בין דע לטוב».2)

1) צוליב דער מליצה (דער פּסוק איז גענומען פון שמות יא) וואָלט געווען אוממעגליך צו טרעפן, וואָס דאָס מיינט; פאַגיוס שרײַבט אָנשטאָט דעם: «a condito orbe 55 55», ווייס מען ערשט ניט, וואָס פאַר א יאָר דאָס איז. נאָר פּערלעס ז׳ 115 ציטירט פון «תשבי» (פון אַן אַנדער אויסגאַבע אָפּנים) און פון אַנדערע שריפטן דעם זעלביגן זאַץ אַזוי: «שנת קנ״ה וסימנך כלה גרש יגרש»; הייסט עס, ר׳ אלי׳ מיינט דאָ דעם גירוש פון 1395.

2) פאַגיוס זעצט איבער אויף לאַטײַן: «אַזוינע געשריפטסן רופן מיר ‚כתבות‘, ד״ה facetiae». אָט דאָס וואָרט facetia (וואָס איז נאָך הײַנט פאַרשפּרייט אין יידיש אין דער פאָרם «פאַצעצע») איז זייער וויכטיג. אַזוי האָט געהייסן א ליטעראַרישער זשאַנר, וואָס איז אין 15טן און 16טן י״ה געווען זייער באַליבט בײַ די הומאַניסטן. הייסט עס, פאַר פאַגיוסעס געפיל איז «פאַצעציע» און «קאַטאָוועס» געווען אַן ערך דאָס אייגענע.

↤ 82

איבערהויפּט ווערן אינטערעסאַנט ר׳ אליס אַגב־אורחאדיגע באַמערקונגען, ווען ער רירט אָן העברעאישע ווערטער, וואָס זיינען אַרײַן אין יידיש און האָבן בײַ אונז באַקומען אַן אַנדער פּשט. די יידישע שפּראַך איז דאָך ניט סתּם א קאָמבינאַציע פון דײַטש מיט העברעאיש (א דײַטשער ראַבינער מישט אויך אָפטמאָל אַרײַן אין זײַנע רייד העברעאישע ווערטער, אָבער קיין יידיש ווערט פון דעם פאָרט ניט), נאָר א גאַנץ באַשטימטע קאָמבינאַציע, וואו אי די דײַטשע ווערטער, אי די העברעאישע ווערטער באַקומען אַן אַנדער פּנים און אַן אַנדער אינהאַלט. בנוגע צו דײַטשע ווערטער אין יידיש האָבן מיר שוין פריער געזעהן, אַז ר׳ אלי׳ ברענגט זיי אין אַן אייגנאַרטיגער פאָרם, און ממילא זיינען זיי געווען אין אַן אייגנאַרטיגער פאָרם) איצטער וועלן מיר האָבן דעם זעלביגן סימן בנוגע עטליכע העברעאישע ווערטער.

אויף זײַט 193 &rlm1) שטייט געשריבן: «מָחָה... בלשון אשכנז אב מֵיקן. אָבער דאָס איז ניט קיין לשון אשכנז, נאָר לשון־הקודש, וואָס איז פאַרגרײַזט געוואָרן אין מויל פון די קינדער. וואָרים די מלמדים, וואָס האָבן ניט געוואוסט, ווי צו פאַרטײַטשן מחיקה, האָבן דאָס געזאָגט אויף לשון־הקודש מֶחְקַן; האָבן די תּלמידים געמיינט, אַז דאָס איז דײַטש, און געזאָגט מֵיקַן, ניט אַרויסריידנדיג דעם ח («ולא הִנִיעוּ החית»), ווי דער שטייגער איז בײַ די דײַטשן.2) איך וועל אויך אָנווײַזן אויפן וואָרט שַחְטַן, וואָס מען רעדט אַרויס שֶעכְטַן און מען מיינט, אַז דאָס איז דײַטש; ס׳איז אָבער דערזעלבער שורש, ווי שחיטה.»

ביצם וואָרט «אחור» (ז׳ 7) איז פאַרצייכנט: «און דער המון («והמון העם») רופט דאָס תַּחַת.» ר׳ אלי׳ ווייס שוין פון ספּעציעלע אויסדרוקן פון פאָלק!

בײַ «גוי» (ז׳ 39): «... און אויב עס איז א פרוי, זאָגט מען גויה, און אין פילצאָל גוֹיוֹת, כאָטש עס איז ניט לויט די כּללים פון דער שפּראַך» («אף על פי שלא יתָּכן בלשון»).

צום וואָרט «עם־הארץ» (ז׳ 255)3) באַמערקט ר׳ אלי׳: «פאַראַן אַזוינע, ↰ 83 וואָס מאַכן דערפון א פילצאָל: ‚עמי הארצים‘. — אין דער אמתן זיינען זיי אַליין עם ארצים!» דאָ נעמט מען שוין שפּירן דעם בייזער פונם מלומד. און ער איז גערעכט אויך: «גויע» און «גויעס» און «אַמעראַצים» קלעפּט זיך טאַקע ניט צו די כּללים פון דער העברעאישער שפּראַך; נאָר פאַרפאַלן, עס זיינען יידישע ווערטער!

1) איך ציטיר דאָ, ווי אומעטום, די אויסגאַבע איסני 1541.

2) מען דאַרף האָבן אין זינען, אַז גרויסע טיילן פון די דײַטשע יידן האָבן קיין ח ניט אַרויסגערעדט, און דערפאַר פלעגט מען ריידן וועגן «בני חי״ת» און «בני הי״ת». אויספירליך וועגן דעם בײַ גידעמאַנען, ז׳ 75—76 (ייד׳ ז׳ 58).

3) צוליב א טעות־הדפוס שטייט דאָ אין אָריגינאַל 155; נאָך 199 האָט דער זעצער אָנגעהויבן די פּאַגינאַציע נאָך אַמאָל פון 100.

פאַרשטייט זיך, פון אָנהייב 16טן י״ה האָט זיך יידיש שטאַרק אַנטוויקלט, פּונקט ווי יעטווידער שפּראַך; אָבער א שפּראַך פאַר זיך איז דאָס שוין געווען אין ר׳ אליס צײַטן.

דער מחבר פון «תשבי» שפּירט אַפילו די ווירקונג פון דער יידישער פאָלקסשפּראַך אויפן העברעאיש פון זײַן צײַט. צום וואָרט «מזג» (ז׳ 191) באַמערקט ער: «אונזערע רבּנים האָבן גערופן דעם ווײַן, וואָס איז געמישט מיט וואַסער ‚יַיִן מָזוּג‘... און דערפון נעמט זיך דער אויסדרוק ‚מוזגין לו כוס שניי‘ [מען גיסט אים אָן א צווייטן בעכער‘], און אַפילו אויב דער ווײַן איז ניט קיין געמישטער, זאָגט מען אויך אַזוי... בלשון אשכנז הייסט דאָס ‚איין שענקן‘.1) און דערפון נעמט זיך בײַ די דײַטשע יידן א פײַנער גרײַז, וואָס צו דעם ברענגט זיי די דײַטשע שפּראַך: אָנשטאָט ‚דוֹרוֹן‘ [געשאַנק] זאָגן זיי אויך ‚מזיגה‘; ווײַל זיי זעהען ‚שענקן‘ און ‚איין שענקן‘, מיינען זיי, אַז אין לשון קודש ווערן אויך ביידע באַגריפן אויסגעדריקט מיט איין וואָרט.» אַז דאָס מאָדערנע העברעאיש פון מענדעלען, שלום־עליכמען אאַז״וו וואָלט ניט געקאָנט געמאָלט זײַן אָהן יידיש, דאָס ווייסן מיר. אָבער שפּורן פון דער «יידישיזירונג» פון העברעאיש באַמערקן מיר שוין לרוב אין דער אַלטער העברעאישער ליטעראַטור אין דײַטשלאַנד2), און אָט געפינען מיר בײַ ר׳ אלי׳ בחור א בפֵרושן אָנווײַז אויף דעם.

1) פגל׳ דאָס וואָרט «שענק»

2) עטליכע בײַשפּילן זיינען געבראַכט בײַ גידעמאַנען III, ז׳ 160 (ייד׳ ז׳ 112).

*

כדי צו פאַרענדיגן מיט ר׳ אליס ווערק, דאַרפן מיר נאָך דערמאָנען צום גוטן דאָס ווערטערביכל «שמות דברים» (איסני 1542). ס׳איז א העפט פון 62 זײַטן קליין 8, אַרויסגעגעבן, אַפּנים לויט פּוילוס פאַגיוסעס פאַרלאַנג, «in gratiam omnium tyronum ас studiosorum linguae ↰ 84 sanctae».‏1) דער מאַטעריאַל איז צעטיילט מאָדנע. פריער גייען נעמען פון זאַכן («שמות דברים באלפא ביתא»), דערנאָך די בײַווערטער («שמות התוארים»), ווײַטער: «נאמן דער דינג דיא מן ניט זעהען און גרייבן [= גרייפן, אָנטאַפּן] קאן» (דאָ גייען אַרײַן: ליגן, געווין, פאַרלוסט, זיס, הונגער, דאָרשט, פיל, זייל אאַז״וו), «נאמן דער קראנקהייטן», «נאמן דער אַרצניי» וכו׳. די נעמען פון די קאַפּיטלעך זיינען געשריבן אַזוי דײַטשמעריש, אַז זיי שטאַמען געוויס פון פאַגיוסן.

ר׳ אלי׳ איז ניט אויסן געווען אָפּצומאָלן דעם יידישן וואָרט־אוצר פון זײַן צײַט; ער האָט אַפילו ניט אַרײַנגענומען אין זײַן ווערטערביכל יענע יידישע ווערטער (מעקן, קאַטאָוועס אאַז״וו), וואָס ער דערמאָנט אין «תשבי». דער צוועק פון דעם חיבור איז געווען גאָר אַן אַנדערער. ס׳האָט געדאַרפט זײַן א הילפסבוך פאַר די קריסטליכע תלמידים איבערצוזעצן פון דײַטש (אָדער לאַטײַן) אויף העברעאיש. האָט ר׳ אלי׳ ניט געקאָנט ברענגען יידישע ווערטער (פון העברעאיש אָדער פון די ראָמאַנישע שפּראַכן אָדער איבערגעאַנדערשטע ווערטער פון דײַטשן שורש), נאָר ער האָט געמוזט נעמען אַזוינס, וואָס די תלמידים זאָלן פאַרשטיין, ד״ה דײַטשע ווערטער, — אַלץ איינס, צי יידן האָבן זיי גענוצט אָדער ניט. דעריבער טאָרן מיר אינם «שמות דברים» ניט זוכן קיין כאַראַקטעריסטישע יידישע ווערטער; נאָר ווען־ניט־ווען שפּרינגען זיי אַרויס קעגן דעם ווילן פון מחבר. אָפּלערנען פון דעם ביכל קאָנען מיר איבערהויפּט וועגן דער קלאַנגיגער אַנטוויקלונג פון יידיש.

איטליך וואָרט גייט פריער אויף יידיש, דערנאָך אויף העברעאיש, לאַטײַן און דײַטש; די דײַטשע איבערשרײַבונג האָט געגעבן פּוילוס פאַגיוס לויט זײַן גוסט. איז ווען מען גלײַכט צו ר׳ אליס «לשון אשכנז» צו פאַגיוסעס דײַטש, זעהט מען אָפטמאָל אַרויס וויכטיגע קלאַנגיגע אונטערשיידן.

ר׳ אלי׳ שרײַבט «ו» (חולם, דער o פון יענעם אויסלייג) כמעט אומעטוט, וואו מיר האָבן הײַנט o אין ליטווישן יידיש און וואו פאַגיוס שרײַבט a: אודר — Ader, בלוזבאלק — Blasbalg, הור — Har, נודל — ↰ 85 Nadel אאַז״וו. דערפון, האַלט איך, איז געדרונגען: דאָרטן, וואו עס שטייט געשריבן «א» פאַר אונזער הײַנטיגן ליטווישן o («א» האָט געקאָנט באַטײַטן אי a, אי o), דאַרפן מיר אויך לייענען o.

1) «פאַר אַלע אָנהייבער און לערנער פון דער הייליגער שפּראַך».

א זײַטל פונם «שמות דברים»

זייער וויכטיג איז די עוואָלוציע פונם u-קלאַנג. ר׳ אלי׳ שרײַבט טויך (בֶּגֶד, Tuch), לוינג (רֵיאָה), צוינג (לָשוֹן), שויל (כְּנֶסֶת), שלוינג (וֵשֶט), שנויר (קַו) 1) אאַז״וו; אין די אַלע פאַלן האָט פאַגיוס דיזעלביגע ווערטער, ↰ 86 נאָר מיט א ריינעם u.‏1) לויט מיין מיינונג קען מען דאָס אויסטײַטשן נאָר אויף איין אופן: אַז «וי» איז דאָ דער מיטלדיגער שטאַפּל (= ü) אינם איבערגאַנג פון u צו i. מיר געפינען דאָ, הייסט עס, בײַ ר׳ אלי׳ לוי אַן עלעמענט פון אונזער שפּראַך, וואָס איז כאַראַקטעריסטיש פאַרן הײַנטיגן פּויליש־אוקראַאינישן יידיש.

1) אין דער עלטסטער יידישער אָרטאָגראַפיע באַצייכנט דער «וי» סײַ דעם au, סײַ דעם ö‏ (oe), סײַ דעם ü‏ (ue). זעה וועגן דעם ווײַטער ז׳ 110.

לאָמיר נאָך פאַרצייכענען א ריי אינטערעסאַנטע ווערטער, וואָס זיינען פאַראַן אין דעם ביכל. אנצליט (פּנים; איינס פון די ווערטער, וואָס גייען אַדורך דורך דער גאַנצער עלטערער יידישער ליטעראַטור; אין קיין שום דײַטשן מקור האָב איך אָט די בייפאָרם פון Antlitz ניט געפונען); אק (= נאַקן, די דאָזיגע פאָרם שטייט אויך); צוֹכן (קנויט; אויך דאָס איינציגע וואָרט פאַר דעם באַגריף אין דער גאַנצער עלטערער ליטעראַטור); קיט (שלשלת; דווקא מיט «י» = ē, להֵפּוך צום דײַטשן Kette); שילטקרוֹט («וֹ» האָט שפּעטער געגעבן «וי», און דעריבער הייסט Schildkröte אויף יידיש «שילדקרויט», ווי עס באַווײַזט דער נאָמען פונם באַוואוסטן אַרטיסט). פּויער (דווקא מיט א «פּ»); פראַנצוֹזן (סיפיליס); שניט (פאַגיוס אָנשטאָט דעם: Erndt); אויף גאנג, נידר גאנג, מיט טאג, מיט נאכט (מזרח, מערב, דרום, צפון); הורן יעגר (זַנָאִי), גישוויי (שוועגערין, זייער פאַרשפּרייט אין דער עלטערער שפּראַך); פּרידיגר (דער ערשטער «י» = ē, אַלזאָ דאַרפן מיר הײַנט ריידן און שרײַבן: פּריידיגער). איינס פון די לעצטע ווערטער, וואָס שטייען אין דעם «שמות דברים», איז «דוֹרטן», וואָס פאַגיוס טראַנסקיבירט: dort.‏2) האָבן מיר ווידעראַמאָל א ראַיה, אַז שוין יעמאָלט האָט מען געשפּירט דעם בפֵֵרושן אונטערשייד צווישן דײַטשע און יידישע פאָרמען, כאָטש די מחיצה איז נאָך יעמאָלט ניט געווען אַזוי שאַרף, ווי הײַנט.3)

1) עס שטייען איינס לעבן דעם אַנדערן: די זוין (שמש, פאַגיוס: Sunn), אָבער אין [=איין] זון (בן, פאַגיוס: Sûn). נאָר א פּאָר זײַטלעך ווײַטער שטייט שוין «זוין», און פאַגיוס גיט דאָס איבער מיט Son. הייסט עס, קיין פולע אויסגעהאַלטנקייט איז ניטאָ. איינמאָל, אין אַן אַנדער בוך, שרײַבט פאַגיוס אויך ü. זעה ז׳ 115.

2) די פאָרם ‚דאָרטן‘ באַגעגנט זיך אין טייל דײַטשע דיאַלעקטן.

3) לויט ווי שטיינשנײַדער גיט איבער (Cat. Bodl.‎‏ I‏ 938), איז א קליין ווערטערביכל («glossariolum vocum exoticarum») צוגעגעבן אויך צו דער ערשטער אויסגאַבע פון ר׳ אליס בבא־בוך. ס׳וואָלט געווען טשיקאַווע צו וויסן, וואָסערע «אויסלענדישע» (exoticus) ווערטער דער מחבר האָט דאָ פאַרצייכנט; נאָר ליידער שווײַגט וועגן דעם שטיינשנײַדער, און פון א פאַרבײַגייענדיגער באַמערקונג בײַ גרינבוימען (ז׳ 509) ווערן מיר נאָר געוואויר, אַז דאָס וואָרט «ריגאץ» איז פאַרטײַטשט «רענד» (Renner, לויפער). קיין אַנדערער האָט דאָס ערשטע «בבא־בוך» ניט באַשריבן. — א ביסל יידישע ווערטער, אַלס טײַטש־ווערטער, זיינען פאַראַן אין ר׳ אליס תרגום־ווערטערבוך «מתורגמן» (איסני, 1542), מיר געפינען דאָרטן «מוּלטוואורף» (רוס׳ кротъ), «הייבט» (ניט מיט וי און אויך אָהן אַן איבערקלאַנג, אַלזאָ ניט Haupt און ניט Heupt, נאָר דווקא hejpt) ; «שילטליך», וואָס גיט אָנצוהערעניש אויף דעם, ווי אַזוי ר׳ אלי׳ פלעגט בילדן די פאַרקלענער־פאָרמען (שילטליך» איז פּלוראַל דעמינ׳ פון «שילט», דאָס טײַטש־וואָרט פאַר «שלט» ירמיה יג, כג). א פּאָר יידישע ווערטער זיינען אויך פאַראַן אין ר׳ אליס באַמערקונגען צו קמחי׳ס «ספר השורשים». נאָר קיין גרעסערן יידיש־פילאָלאָגישן באַטײַט האָבן ניט די לעצטע צוויי ביכער, מעגן מיר ניט מאריך זײַן וועגן דעם. אַגב פאַרשפּאָר איך דאָס צו טון, ווײַל בײַ גרינבוימען (ז׳ 508—521) זיינען די ווערטער געבראַכט און אויסגעטײַטשט.

↤ 87

6.

עס איז גאָר שווער זיך פאָרצושטעלן, וואָס פאַר א רושם ר׳ אליס העברעאישע גראַמאַטישע ווערק האָבן געמאַכט אויף דער קריסטליכער וועלט. רייכלין האָט געהאַט געבראַכט זײַנע קענטענישן פון איטאַליע, אַהין האָט ניט יעדערער געקאָנט זיך אַוועקלאָזן, כאָטש קריסטליכע יונגעלײַט («אָרעם־בחורים» וואָלטן מיר זיי גערופן) האָבן ניט געזשאַלעוועט קיין צײַט און קיין מי און קיין וועג צו זוכן פאַר זיך העברעאישע לערער. און וואָס מען האָט געקענט אין דײַטשלאַנד, האָבן מיר שוין געזעהן בײַ בעשענשטיינען: קלאָגעדיג ווייניג. פאַר די אַלע, וואָס האָבן געגאַרט נאָך העברעאישן דקדוק, זיינען ר׳ אליס ווערק געווען אַזוי ווי אַן אַנטפּלעקונג; און ווען זיי האָבן זיך באַקאַנט מיטן מחבר, זיינען זיי נאָך מער נתפּעל געוואָרן. א מענטש מיט א גרויסן וויסן, און פאָרט אַן עָניו; א געטרײַער ייד, און פאָרט א «פרײַער», וואָס האָט ניט מורא אומצוגיין מיט קריסטן; א מלומד ווי אַן איטאַליענישער ייד, און פאָרט א דײַטש, מיט וועלכן מען קאָן זיך אויפריידן. דער גאַנצער טיפּ איז זיי געווען נאָהענט; צי איז ר׳ אלי׳ דער נע־ונדניק, וואָס טראָגט זיך אום מיט זײַנע כּתב־ידן פון שטאָט צו שטאָט, ניט געווען געגליכן צו די וואַנדערנדיגע הומאַניסטן פון 16טן י״ה? פּונקט ווי ר׳ אלי׳ לוינט שטאַרק אין דער הקדמה צום «תשבי» פּוילוס פאַגיוסן, וואָס האָט אים אויסגעהאָלפן מיט זײַן דרוק, ווען באָמבערגס דרוק אין ווענעציע האָט זיך פאַרמאַכט, אַזוי קאָנען זיך פּוילוס פאַגיוס און סעבאַסטיאַן מינסטער גאָרניט אָפּלויבן אויף ר׳ אלין, אויף זײַן בקיאות און חריפות.1)

1) די לויבגעזאַנגען זיינען»!פגעדרוקט בײַ גייגערן, ז׳ 57—60.

אָנהייבנדיג פון דריטן יאָרצעהנדלינג פון 16טן י״ה זיינען עטליכע צעהנדלינג יאָר פון העברעאישע לימודים אין קריסטליכן דײַטשלאַנד אָנגעפילט ↰ 88 כמעט נאָר מיט איין זאַך: מען דרוקט איבער אָדער מען זעצט איבער אָדער מען אַנדערשט איבער ר׳ אליס ווערק. און מען טוט דאָס ניט באַהאַלטענערהייט, נאָר גאַנץ אָפן, מען גרייסט זיך דערמיט; מיר זיינען דאָך נאָך אין יענע צײַטן, וואו אָריגינעלקייט איז לאַו דווקא — בעסער אַלטס, אַבי גוטס. אין א וואָסערע פינף און צוואַנציג יאָר זיינען צוגעקומען אַזוי פיל לערנביכער, אַז מיר זעהען שוין אַן אויסווייניגסטן אונטערשייד. בעשענשטיין דערציילט אין דער הקדמה צו זײַן חיבור, אַז מען האָט זיך בײַ אים אײַנגעבעטן, ער זאָל דאָס אָפּדרוקן. פּוילוס פאַגיוס, פאַרקערט, גייט שוין אַרויס מיט א התנַצלות צום לעזער: ער ווייס, אַז עס זיינען פאַראַן גענוג העברעאישע לערנביכער און פון גרויסע מלומדים, נאָר פונדעסטוועגן מאַכט דאָך דאָס ניט אויס, וואָרים ס׳איז גוט צו האָבן פאַרשיידענע ביכער, «פּונקט ווי דער מאָגן האָט הנאה פון פאַרשיידענע מאכלים». לאָמיר מוחל זײַן דעם וואוילן פּריידיגער זײַן «פּאָעטישן» פאַרגלײַך און אָפּלערנען דערפון, ווי גיך די פאַרהעלטענישן האָבן זיך געניטן.

ס׳זיינען געווען יעמאָלט א סך העבראַאיסטן אין דײַטשלאַנד, וואָס האָבן אַלע געאַרבעט לויט זייערע כּוחות. נאָר מער ווי אַלץ האָט מען געהאַט צו פאַרדאַנקען, ווי ס׳איז שוין דערמאָנט געוואָרן, אלי׳ לויס תּלמידים: סעבאַסטיאַן מינסטער אוין פּוילוס פאַגיוס.

סעבאַסטיאַן מינסטער איז געבוירן געוואָרן 1489 אין אינגעלהיים (לעבן מאַינץ), נאָר דעם גרעסטן טייל פון זײַן לעבן האָט ער פאַרבראַכט אין באַזעל, וואו ער איז געווען פּראָפעסאָר פון העברעאיש. מינסטער איז געווען א פילזײַטיגער מענטש; ער האָט זיך פאַרנומען מיט מאַטעמאַטיק, אינטערעסירט זיך מיט רעליגיעזע פּראָבלעמען (ס׳איז געווען די שטורעמצײַט פון דער רעפאָרמאַציע!). ער איז געווען א פראַנציסקאַנער מאָנאַך, נאָר שפּעטער האָט ער אָנגענומען די רעפאָרם. אויף דער עלטער, אין 1544, האָט ער אַרויסגעגעבן א גוואַלדיג־גרויסען ספר אונטערן נאָמען «קאָסמאָגראַפיע», און שוין ניט אויף לאַטײַן, ווי אַלע פריערדיגע ווערק זײַנע, נאָר אויף דײַטש.

ס׳איז זייער א טשיקאַווע ווערק, ווײַל עס באַווײַזט זיך דאָ דער גײַסטיגער שניט פון א גאַנצער עפּאָכע. «קאָסמאָגראַפיע» איז בײַ ↰ 89 מינסטערן ניט אַזוי, ווי הײַנט, א פיזיקאַליש־אַסטראָנאָמישע וויסנשאַפט, גאָר פּשוּטו כמשמעָו: «וועלטבאַשרײַבונג»; ער באַשרײַבט אַלע פיר וועלט־טיילן (אויסטראַליע איז נאָך ניט געווען אויפגעדעקט), אָבער דעם גרעסטן אָרט, מער ווי א העלפט פון בוך, גיט ער אָפּ פאַר דײַטשלאַנד. אַפּנים דאָס ווערק האָט שטאַרק אויסגענומען בײַם לעזער, ווייל מען האָט עס איבערגעדרוקט זייער א סך מאָל, אַפילו איבערגעזעצט אויף לאַטײַן, איטאַליעניש און פראַנצייז. לויט אונזער הײַנטיגן קוק איז דאָס אויפגעבויט אָהן שום סיסטעם, אָנגעפילט מיט מעשיות, גענעאַלאָגיעס און באַשרײַבונגען פון אויסווייניגסטע סימנים פון א שטאָט: צו וועמען זי באַלאַנגט איצטער, צו וועמען זי האָט באַלאַנגט פריער אד״ג. צײַטנווײַז כאַפּט זיך דער מחבר אַרויס מיט א לעבעדיגן וואָרט, און יעמאָלט זעהען מיר, אַז ער האָט געהאַט א גוט אויג פאַר די ערשײַנונגען פון לעבן: א שטייגער, ווען ער רעדט וועגן דעם וויסטן מזל פון די צוגעהעריגע פּויערים, וואָס קומען אָפּ אין פינסטערע, קויטיגע הײַזקעס, וואָס גענערן זיך מיט וואַסער און ברויט און מוזן טון פאַר זייערע פּריצים די שווערסטע אַרבעט. נאָר באַלד האָט מינסטער חרטה אויף אַזעלכע לעבעדיגע רייד, און ער כאַפּט זיך אַרויף צוריק אויף זײַנע נודנע כלומרשט «וויסנשאַפטליכע» שטאָלצן. אָט הייבט זיך אָן בײַ אים א קאַפּיטל: «וועגן די מידות און מנהגים פון די איצטיגע דײַטשע פעלקער», און מיר פרייען זיך שוין, וואָס מיר וועלן דאָ הערן באַריכטן פון א באַגלייבטן עדות. גיט ער זיך אָנשטאָט דעם א קערעווע און זאָגט: «כמעט יעדער איינער ווייס דאָך, וואָסערע קליידער און וואָסער שפּײַז עס ווערן באַנוצט אין דײַטשלאַנד, דעריבער פאַרשפּאָרט מען וועגן דעם צו שרײַבן».

אָט דערזעלביגער אומגליק איז מיט מינסטערס לינגוויסטישע שריפטן אויך. ער איז שטײַף, אָנגעצויגן, «וויסנשאַפטליך»; נאָר אַגב־אורחא, אַזוי ווי קעגן זײַן ווילן, כאַפּט זיך אַמאָל אַרויס בײַ אים א שאַרפע באַמערקונג, א גוטע אַכטגעבונג.1) אַזוי גיט ער, למשל, איבער אין דער הקדמה צו זײַן «דקדוק לשון אַרַמי» (באַזעל, 1527) זײַנעם א שמועס מיט ↰ 90 א יידן. ער, מינסטער, האָט צו אים געזאָגט: «אײַערע שרײַבער האָבן א טבע אַרײַנצומישן אַראַמישע ווערטער אין זייער העברעאיש; פּונקט ווי הײַנט: ווען זיי ווייסן ניט ווי צו טײַטשן עפּעס א העברעאישן וואָרט, נעמען זיי צוהילף די פאָלקס־שפּראַך, שפּאַניש אָדער דײַטש». אַן אַנדערש מאָל גליטשט זיך אַרויס בײַ מינסטערן א באַמערקונג, וואָס קלינגט פאַר אונז ממש פּובליציסטיש. אינם ערשטן קאַפּיטל פון אָט דעם «דקדוק לשון אַרמי» (ז׳ 4) רעדט ער אַרום די קרובהשאַפט צווישן אַראַמיש (כאַלדעאיש) און העברעאיש, און ער דערציילט, אַז נאָך גלות־בָּבל, ווען יידן האָבן זיך אומגעקערט קיין ארץ־ישראל, האָבן זיי אַהין מיטגעבראַכט מיט זיך די אַראַמישע שפּראַך.1) «פּונקט דאָס אייגענע ווי ווען מען וואָלט אונזערע דײַטשע יידן געגעבן א מיגליכקייט צו באַזעצן זיך אין הייליגן לאַנד און צו באַזיצן דאָס; זיי וואָלטן אויך געמאַכט דאָרטן די דײַטשע שפּראַך פאַר אַן אומגאַנגס־שפּראַך, וואָרים נאָר גאָר א קליינע צאָל צווישן זיי קאָנען ריידן העברעאיש.»

1) אָט דאָס וואָרט לייג איך פאָר אָנשטאָט «בעאָבאַכטונג», וואָס טויג פאַר אונז ניט, ווײַל מיר האָבן ניט קיין וואָרט «אָבאַכט». די כלומרשט «יידישיזירטע» פאָרם «באַאויבאַכטונג» (באָראָכאָוו) קומט אויס בײַ מיר גאָר ווילד. «אָבאַכט» אויף דײַטש איז פּונקט דאָס אייגענע, וואָס דאָס יידישע «אַכט», אַפילו דער אייגענער שורש.

1) איך וויל פאַרבײַגייענדיג באַמערקען, אַז די הײַנטיגע וויסנשאַפט איז שטאַרק מסופּק אין דעם, צי איז אַראַמיש געקומען צום יידישן פאָלק מיט דעם וועג.

אַזוינע אַגבדיגע באַמערקונגען ווײַזן אונז, אַז מינסטער האָט זיך אומגעפירט מיט יידן, געטראַכט וועגן יידישע ענינים און געוויס געקענט יידיש (ער רופט די שפּראַך פון די יידן «דײַטש», פּונקט ווי ר׳ אלי׳ שרײַבט כסדר «לשון אשכנז» און פּונקט ווי מען זאָגט נאָך הײַנט «טײַטש־חומש»). נאָר אין זײַנע ווערק האָט זיך דאָס ניט אָפּגעשפּיגלט. אין דער קאָסמאָגראַפיע וואַרפט זיך דורך וואו־ניט־וואו א וואָרט וועגן יידן (ז׳ 129-128, א שטייגער, דערציילט ער, איינס לעבן דעם אַנדערן, די געשיכטע פון די הונען אין איטאַליע אין יאָר 454 און דעם בלוט־בלבול אויף יידן אין טריענט אין 1475), נאָר ער באַגרעניצט זיך מיט הוילע פאַקטן. אין זײַנע פיל ווערק וועגן העברעאיש זעהט זיך כמעט אין ערגעץ ניט אַרויס, אַז דאָס רעדט ער וועגן דער שפּראַך פון א לעבעדיגן פאָלק, וואָס לעבט אין זײַן לאַנד. איין צײַט האָט מען געמיינט, אַז מינסטער האָט אין זײַן Opus grammaticum‏ (1542) אָפּגעגעבן א ספּעציעלן קאַפּיטל דער יידישער שפּראַך; אַזוי האָט דערציילט אלעזר שולמאַן. נאָר ↰ 91 ב. באָראָכאָוו האָט שוין אויסגעפונען1), אַז שולמאַנען האָט זיך דאָס אָפּגעדוכט. בלײַבן איבער אַלס עדות פון זײַנע קענטענישן אין יידיש נאָר די איינציגע ווערטער, וואָס זיינען צעשפּרייט איבער זײַן העברעאישן און כאַלדעאישן לעקסיקאָנען. אַרום און אַרום זיינען דאָס אפשר בײַ א זיבעציג־אַכציג ווערטער, וואָס נאָר א קליינער טייל פון זיי האָבן אַן אינטערעס פאַר אונז. א שטייגער אינם Dictionarium hebraicum (אַרויסגעגעבן 1523):

אָבְנַיִם cathedra, rota. Judaei dicunt בֿורם.
אָשֶך Testiculus, coleus. גמיכֿט Germanico. 2)
כֻסֶמֶת Far, triticum. Judaei דינקל.
מְנַצֵחַ Carmen triumphale, victoria ... Judaei dicunt אובר זייגונג.
עַלִיל Vas alchimicum. Psal. 12. Judaei טעשט‎.3)
פָז Aurum obrizon et purgatum ... Judaei גימא‎.4)
רָחָם Porphirion, avis quaedam. Judaei dicunt אגלאשטר.
שָלָך Mergulus, quaedam avis ... Judaei רענד.

1) באָראָכאָוו No.‎‏ 2.‎‏

2) לעסקער I,‏ 834:‏ gemaht, פילצאָל gemehte:‏ genitalia,‏ testiculi.

3) זעה ז׳ 122.

4) דער א איז א שטומער; פגל׳ אונזער אויסדרוק: «גינגאָלד».

מיט פיר יאָר נאָכן העברעאישן ווערטערבוך האָט מינסטער אַרויסגעגעבן א «Dictionarium chaldaicum ערוך». ס׳איז ניט זײַן ווערק, נאָר אַן אויסצוג פונם אַלטן תַּרגום־ווערטערבוך «עָרוך», וואָס ר׳ נתן בן יחיאל פון רוים האָט צונויפגעשטעלט אַרום 1100טן יאָר. אָט דאָס ווערק איז געווען פאַרשפּרייט איבער גאַנץ אייראָפּע אין א גרויסער צאָל כתב־ידן, ביז וואַנען עס איז אויפגעקומען דער בוכדרוק און מען האָט דאָס גענומען דרוקן. מינסטער האָט געהאַט אין די הענט דעם מאַנוסקריפּט — אַן אויסצוג פון «ערוך» — וואָס געפינט זיך הײַנט אין מינכען (כתב־יד No.‎‏ 420) און פריער איז ער געווען אין רעגענסבורג. מינסטער האָט געמיינט, אַז דאָס איז ניט קיין אויסצוג, נאָר טאַקע דער «ערוך» אַליין, און מחמת אין דעם מאַנוסקריפּט זיינען א סך שווערע ווערטער פאַרטײַטשט «בלשון אַשכנז», דרינגט מינסטער דערפון אַרויס, אַז דער בעל־הערוך ↰ 92 איז געווען דווקא א דײַטשער ייד. אין דער אמתן איז דאָס געווען א שפּעטערדיגע איבערשריפט (פון 14טן י״ה, ווי ס׳ווײַזט אויף פּערלעס), וואו א דײַטשער ייד האָט זיך פאַרגרינגערט די אַרבעט דורך פאַרשטענדליכע טײַטשן. פּונקט אַזוי זיינען אין דער קאָנסטאַנטינאָפּאָלער געדרוקטער אויסגאַבע פון 1511 צוגעגעבן נײַגריכישע, שפּאַנישע און טערקישע טײַטש־ווערטער.1) אָט פון דעם דאָזיגן רעגענסבורגער כתב־יד שעפּט מינסטער זײַנע פּאָר «דײַטשע» וואָקאַבולן:

גִדֵר — ... Germanice שטונף.

גַדְגַדְּנִיוֹת [ד״ה גוּדְגְדַנֹיוֹת] — Primo sunt Germanice קיירשין, id est cerasa.

דַַלְמַטְקיוּן — Germanice קפא, id est Сарра.

דאָ, בײַ דעם אַראַמישן ווערטערבוך, איז מינסטערס מקור באַוואוסט. נאָר פון וואַנען דואט ער זײַנע «Judaei dicunt» פאַרן העברעאישן ווערטערבוך?

ער אַליין דערציילט אין זײַן הקדמה צו אָט דעם ווערק, ווי שווער עס איז אים אָנגעקומען צו געפינען הילפסביכער פאַר זײַן שטודיום. נאָר דאָ האָט אים דער חשובער געאָרג רייש (Georgius Keischius Cartusianus) פאַרשאַפט «א דײַטשע איבערזעצונג פון אַלטן טעסטאַמענט, וואָס אַנדערע שרײַבן צו ר׳ שלמהן. פון דעם בוך האָב איך אַרויסגענומען פאַרשיידענע דערקלערונגען פון ווערטער (... in manus meas venit Germanica veteris instrumenti versio, quam Rabbi Salomoni quidam adscribunt. Ex quo libro varias vocabulorum interpretationes excerpsi).»

1) פּערלעס, ז׳ 2 און 20—44.

הייסט עס, פון וואַנען מינסטער האָט געשעפּט, ווייסן מיר שוין. נאָר אָנשטאָט דעם שווימט אַרויף א צווייטע פראַגע, נאָך א האַרבערע: וואָס איז דאָס פאַר א יידישע איבערזעצונג פון אַלטן טעסטאַמענט, וואָס אַנדערע שרייבן צו ר׳ שלמהן? דאָס איז אַן ענין, וואָס רירט אָן אונזער גאַנצע עלטערע ליטעראַטור־געשיכטע, וואָרים די צאָל ביכל־איבערזעצונגען איז בײַ אונז גאָרניט אַזוי גרויס. פּערלעס, וואָס האָט ↰ 93 גרונטיג אויסגעפאָרשט די גאַנצע מינסטער־ליטעראַטור, איז משער, אַז דאָס מיינט ער דעם ספר ר׳ אַנשיל1); אָבער די טעמים זיינען שוואַכע ביז גאָר. פּערלעס שרײַבט (ז׳ 33 אָנמערקונג), אַז Anschel און Salomo איז דערזעלביגער נאָמען; פון וואַנען איז דאָס געדרונגען? נאָר אויב שוין יאָ, איז אָבער דער ספר ר׳ אַנשיל אַרויסגעגאַנגען פון דרוק ערשט 1534, און מינסטערס לעקסיקאָן שטאַמט פון יוני 1523! מוז מען אָננעמען, הייסט עס, א פרישע סברא: אַז דער ספר ר׳ אַנשיל האָט פריער צירקולירט אין מאַנוסקריפּט2); נאָר אויף דעם איז קיין שום באַשטעטיגונג ניטאָ. אַגב שטימען גאָר ניט מינסטערס אַלע טײַטשן מיטן ספר ר׳ אַנשיל, און דאָס וואָס דאָס רוב שטימען יאָ, איז נאָר אַן אָנצוהערעניש אויף דער פעסטער מלַמדישער טראַדיציע פון טײַטשן דעם תנ״ך, וואָס האָט זיך אויסגעאַרבעט בײַ דײַטשע יידן אין משך פון הונדערטער יאָרן. ווען מען זאָל נאָך נעמען אין אַכט, אַז ר׳ אַנשיל טײַטשט נאָר איינציגע ווערטער, אין דער צײַט וואָס מינסטער רעדט וועגן א «versio», אַן איבערזעצונג, וועלן מיר מוזן קומען צום באַשלוס, אַז פּערלעסעס גאַנצע השערה איז געבויט אויף זאַמד. ביכער ווי אַלץ האָט מינסטער געהאַט אין די הענט א זעלבשטענדיגע תנ״ך־ (אָדער אפשר נאָר חומש־) איבערזעצונג.

נאָר וואו איז די איבערזעצונג? דאָס ווייס מען ניט. מינסטערס ליטעראַרישע ירושה און זײַן ביבליאָטעק זיינען שפּעטער געווען בײַ יאָהאַן בוקסטאָרפן, וואָס איז געווען פּראָפעסאָר פון העברעאיש אין באַזעל מיט א האַלבן יאָרהונדערט נאָך מינסטערן. בוקסטאָרפס ירושה געפינט זיך איצטער אין דער באַזעלער אוניווערסיטעטישער ביבליאָטעק, נאָר דער דאָזיגער כתב־יד איז דאָרטן, דוכט זיך, ניטאָ.3) הייסט עס, ווידעראַמאָל א בלויזער אָרט אין צוזאַמענהאַנג מיט מינסטערן, וואָס האָט געוויס געוואוסט אונז צו זאָגן א סך און געזאָגט אַזוי ווינציג!

ניט נאָר ביכער האָבן זייער מזל, ווי דאָס לאַטײַנישע שפּריכוואָרט זאָגט, נאָר ביכער־שרײַבער אויך.

1) זעה ווײַטער ז׳ 115—123.

2) אַזוי האַלט טאַקע פּערלעס; זעה ז׳ 124 אָנמ׳ 2.

3) פגל׳ די אַרבעט פון מ. שוואַב: Les manuscrits hébreux de la Bibliotheque de Bâles אין V ,Revue des études juives, ז׳ 250—256.

↤ 94

7.

אליהו לעוויטאַס צווייטער תלמיד אין דײַטשלאַנד, דער פּריידיגער פּוילוס פאַגיוס, האָט אין דעם רבינס לעבן געשפּילט א גרעסערע ראָליע, איידער מינסטער, און דעריבער דערציילט ר׳ אלי׳ וועגן אים באריכות. אין דער הקדמה צום «תשבי» 1541 גיט ער איבער, ווי ביטער עס איז אים געווען, ווען עס האָט זיך פאַרמאַכט די דרוק פון «דניאל בומבירגו» (= באָמבערגאָ; שוין אין יענע צײַטן האָבן יידן געהאַט א טבע צוצופּאַסן זייערע נעמען צו דער שפּראַך פון לאַנד, איז פון דעם עכט דײַטשן «באָמבערג» געוואָרן דער איטאַליענער «באָמבערגאָ») אין ווענעציע און ער האָט ניט געהאַט וואו צו דרוקן זײַנע ווערק. ער האָט געקלערט אַריבערשיקן דעם כּ״י קיין באָלאָניע, נאָר דערווײַלע איז ער געוואויר געוואָרן, אַז דאָרטן האָט זיך אויך פאַרמאַכט די יידישע דרוק. דאָ איז אים אָנגעקומען א בריוו פונם «דרשן» פאַגיוס פון איסני, וואָס האָט אים געמאָלדן, אַז ער עפנט א יידישע דרוק, און געבעטן אים קומען צו הילף אין דער אַרבעט. ר׳ אלי׳ איז טאַקע אַוועקגעפאָרן אַהין, און פאַר דער צײַט, וואָס ער איז אָפּגעווען אין איסני, האָט ער געאַרבעט טאָג ווי נאַכט (אי ער אַליין שרײַבט דאָס, אי פאַגיוס רעדט וועגן דעם), כדי אַרויסצוגעבן זײַנע פאַרטיגע ווערק און צוצוגרייטן נײַע. פּוילוס פאַגיוס האָט דאָס אַלץ אַרויסגעגעבן און ווי ווײַט מיגליך אים טעכניש צוגעהאָלפן אין זײַן אַרבעט — איז קיין וואונדער ניט, וואָס ר׳ אלי׳ איז באַגײַסטערט פון זײַן תלמיד און מעסט אָן אויף אים דעם פּסוק, וואָס איז געזאָגט געוואָרן אויפן רמב״ם. «פון פּוילוסן [דעם אַפּאָסטאָל] ביז פּוילוסן [פאַגיוס] איז ניט אויפגעשטאַנען אַזוינער ווי פּוילוס» — שרײַבט ר׳ אלי׳ אין זײַן הקדמה.

אין דער אמתן איז פּוילוס פאַגיוס ניט געווען אַזאַ גרויסע פּערזענליכקייט. שוין דער זאַץ אַליין, וואָס מיר האָבן געבראַכט פריער (ס׳איז גוט צו האָבן פאַרשיידענע לערנביכער, «פּונקט ווי דער מאָגן האָט הנאה פון פאַרשיידענע מאכלים») זאָגט עדות אויפן ניט־איבעריגס הויכן פלי פון זײַן געדאַנק. נאָר איין גרויסע מעלה האָט ער געהאַט: ער איז געווען ענערגיש און איבערגעגעבן צו דער זאַך, וואָס ער האָט געמאַכט פאַר זײַן לעבנס־אַרבעט — צום שטודיום פון דער העברעאישער שפּראַך.

↤ 95

פוילוס פאַגיוס איז געבוירן געוואָרן 1504 אין שטעטל ריינצאַבערן, (אין געגנד פון שפּייער), וואו זײַן פאָטער איז געווען לערער און שטאָטישער שרײַבער. עלף יאָר אַלט איז ער אַוועק אין היידעלבערגער אוניווערסיטעט.1)

1522 געפינען מיר אים אין שטראַסבורגער אוניווערסיטעט, וואו ער לערנט בײַם הומאַניסט קאַפּיטאָ העברעאיש. 1527, 23 יאָר אַלט, איז ער אַרויסגערופן געוואָרן אַלס לערער קיין איסני. ער האָט זיך דאָ איינגעלעבט, חתונה געהאַט; דער עולם האָט פון אים שטאַרק געהאַלטן. אין א צײַט אַרום האָט ער זיך אַוועקגעלאָזט א צווייטן מאָל קיין שטראַסבורג, שטודירט דאָרטן צוויי יאָר טעאָלאָגיע, און 1537, ווען ער האָט זיך אומגעקערט קיין איסני, איז ער צום לערער נאָך געוואָרן פּריידיגער. 6 יאָר האָט ער דאָ געטון זײַן אַרבעט באמונה. אין דער שולע זײַנער האָט ער געלערנט העברעאיש אויך.

פאַרשפּרייטן די קענטעניש פון העברעאיש איז געווען זײַן העכסטער פאַרלאַנג; האָט זיך אים געמאַכט אַזאַ געלעגנהייט, וואָס ער אַליין האָט זיך דערויף ניט געריכט. די גוט־פרײַנדשאַפט פון א רײַכן בירגער, א ליבהאָבער פון דער העברעאישער שפּראַך, האָט אים געגעבן א מיגליכקייט צו עפענען א העברעאישע דרוק, וואָס האָט אָנגעהויבן אַרבעטן 1541. קיין אַריכת־ימים האָט זי אָבער ניט געהאַט: פאַגיוסעס העברעאישע גראַמאַטיק, וואָס מיר וועלן באַלד ריידן וועגן איר ברייטער, איז אַרויס, מאַי 1543, שוין אין קאָנסטאַנץ; הייסט עס, זײַן איסניער דרוק האָט שוין אַפּנים יעמאָלט ניט עקזיסטירט.8)

1) וויבאַלד ער האָט זיך אָנגעהויבן לערנען, איז אים שוין געוויינטליך ניט אָנגעשטאַנען דעם פאָטערס כשרער דײַטשער פאַמיליע־נאָמען בוכלין, און ער האָט דאָס געמוזט איבערזעצן אויף לאַטײַן. בוכלין הייסט א קליינע Buche, און דער בוים Buche הייסט אויף לאַטײַן fagus. אין אָנהייב האָט זיך דער תלמיד גערופן Faginus, נאָר דערנאָך איז אים בעסער געפעלן געוואָרן Fagius, און דערבײַ איז ער געבליבן. — דאָס וואָס אַן עלף־יאָריג יינגל איז אָנגעקומען «אין אוניווערסיטעט», זאָל קיין חידוש ניט זײַן; אין יענע צײַטן פלעגט מען דעם צוגרייטונגס־קורס אויך דורכגיין בײַם אוניווערסיטעט גופא.

2) די סיבות, פאַרוואָס די איסניער דרוק האָט געפּלאַצט, זיינען ניט באַוואוסט; צי צוליב דוחק אין געלט, צי צוליב ר׳ אליס אָפּפאָר, צי איבער דעם, וואָס פאַגיוס אַליין האָט זיך שוין געקליבן קיין שטראַסבורג און געהאַט נאָך א קירכישע שליחות אין קאָנסטאַנץ? אין שטראַסבורג געפינט זיך נאָך (זעה Herzog, Realenzyklopädie für protestantische Theologie V) א בינטל בריוו פאַגיוסעס; דאָרטן וואָלטן מיר אפשר געפונען דעם באַשייד פונט רעטעניש. — טייל פאָרשער מיינען איבעריגנס, אַז די ק נסטאַנצער דרוק איז אויך געווען פאַגיוסעס אייגנס

↤ 96

1544 האָט פאַגיוס אָנגענומען די העברעאישע פּראָפעסור אין שטראַסבורג, וואָס מען האָט אים געהאַט פאָרגעלייגט נאָך מיט דרײַ יאָר פריער, באַלד נאָך קאַפּיטאָס טויט. ער איז געוואָרן זייער חשוב בײַ דער שטראַסבורגער באַפעלקערונג, אי ווי א דאָצענט, אי ווי א פּריידיגער; און ער האָט געאַרבעט ווײַטער אין זײַן וויסנשאַפט אויך. 1546 האָט ער אַרויסגעגעבן דעם ערשטן טייל פון א לאַטײַנישער איבערזעצונג פון תרגום אונקלוס, געפירט א וויסנשאַפטליכע קאָרעספּאָנדענץ מיט פאַרשיידענע הומאַניסטן. ער האָט אַפילו געפּרובט אויפבויען דאָ אויך א העברעאישע דרוק, נאָר ער איז אַרײַנעגעפאַלן צו אַן אומגעניטן מייסטער אין די הענט, ס׳האָט אים אָפּגעקאָסט א סך מי און געלט, און ס׳איז פון דעם פּלאַן גאָרנישט ניט געוואָרן.1) 1549, דעם 5טן אַפּריל, האָט מען אים פאַרטריבן פון שטראַסבורג, אויפן סמך פון נײַע קירכישע תקנות, אינאיינעם מיט נאָך מיינונגס־חברים. ער האָט אָנגענומען די פאַרבעטונג קיין קעמברידזש אין ענגלאַנד (די נסיעה פון שטראַסבורג ביז לאָנדאָן האָט געדויערט 21 טעג) און גענומען לייענען לעקציעס פון העברעאיש אין דאָרטיגן אוניווערסיטעט. דאָ איז ער אינגיכן געשטאָרבן, דעם 12טן נאָוועמנער 1549‏.2)

1) אַזוי ווי דער דאָזיגער וויכטיגער שטריך אין פאַגיוסעס טעטיקייט ווערט אין ערגעץ בײַ זײַנע ביאָגראַפן (גייגער, פּערלעס אאַז״וו) ניט דערמאָנט, געפין איך פאַר נייטיג צו ברענגען, וואָס עס שרײַבט שאַדעאוס, Grammatica Hebraeae Linguae (שטראַסבורג 1591), אין דער הקדמה: «Etiam, Typographiam hebraeam, quae nostra schola destituta fuerat ... instituere et parare coepi. Inprimis vero exemplum, rudera et monumenta quaedam Typographica et literaria insignis viri Pauli Fagii me moverunt, et calcar mihi addiderunt: ut licet scirem, operam et sumptus ipsum in ea restauranda in hac urbe (siquidem in imperitum artificem incideret) perdidisse, ut ipsemet in literis ad amicum conqueritur: tamen ... opus in manus ipse sumpsi.» (זעה האָרנינג, Magister Elias Schadäus, לייפּציג 1892, ז׳ 9.)

2) פּערלעס ז׳ 231 ברענגט אַן אַנדער דאַטע: 15 נאָוועמבער 1550. נאָר איך האָב אין ערגעץ ניט געקאָנט געפינען דעם מקור, פון וואַנען ער האָט דאָס גענומען

אין פאַגיוסן געפינען מיר אויך, פּונקט ווי מיר האָבן דאָס געזעהן בײַ מינסטערן און מיר וועלן דאָס נאָך זעהן בײַם גרעסטן טייל קריסטליכע העברעאיסטן ביז אונזערע טעג, א פאַראייניגונג פון צוויי כוונות. ערשטנס: שטודירן און לערנען אַנדערע העברעאיש; צווייטנס: פאַרשפּרייטן די קריסטליכע אמונה צווישן יידן. א מוסטער דערפון האָבן מיר שוין געזעהן אין זײַנע צוגאָבן צו ר׳ אלי׳ בחורס שריפטן (זעה אויבן ↰ 97 ז׳ 76). נאָך מערקווירדיגער איז די ראָליע, וואָס פּוילוס פאַגיוס האָט געשפּילט אין דער קאָנסטאַנצער חומש־איבערזעצונג 1544.

עס שטייט אין די כתבים פון א בן־דור, אַז אָט די חומש־איבערזעצונג האָט געמאַכט דער משומד מיכאל אַדאַם (Michael Adam) פון ציריך, דער אייגענער, וואָס האָט מיט צוויי יאָר שפּעטער אַרויסגעגעבן אין ציריך דעם ערשטן יידישן «יוסיפון».1) שטיינשניידער גיט איינמאָל אָנצוהערעניש2), אַז מיכאל אַדאַם האָט צו דער זאַך אפשר פאָרט קיין שייכות ניט געהאַט, און דער אַרויסגעבער איז געווען פּוילוס פאַגיוס; נאָר קיין באַווײַזן ברענגט שטיינשנײַדער ניט. יעדנפאַלס איז זיכער, אַז פּוילוס פאַגיוס איז געווען א שותּף אין דער זאַך. אָט איז די בעסטע ראַיה, וואָס מען ברענגט. פאַגיוס האָט אַרויסגעגעבן 1543 א הילפסבוך צו לערנען העברעאיש: די ערשטע פיר קאַפּיטלעך בּראשית מיט א יידישער איבערזעצונג און לאַטײַנישע פּירושים; איז דאָרטן די יידישע איבערזעצונג כמעט וואָרט בײַ וואָרט געגליכן צו מיכאל אַדאַמס טעקסט, כאָטש פאַגיוסעס ביכל איז אַרויס פון דרוק מיט א יאָר פריער. חוץ דעם שרײַבט פאַגיוס אין דער הקדמה צו די «ערשטע פיר קאַפּיטלעך», אַז ער גרייט נאָך א «דײַטשע העברעאישע ביבל», און אויף דעם סמך זאָגט פּערלעס אַפילו3), אַז פאַגיוס האָט געדרוקט די קאָנסטאַנצער איבערזעצונג. איבעריגנס האָט שוין וואָלף אין 1733 געדרונגען, אַז «איבערגעזעצט דעם גרעסטן טייל פון דער ביבעל האָט מיכאל אַדאַם, נאָר פּוילוס פאַגיוס האָט סײַ געמאַכט פאַרבעסערונגען, סײַ געדאגהעט וועגן אַרויסגעבן דעם ספר».4)

1) זעה וואָלף, IV Bibliotheca hebraea, ז׳ 193.

2) I Zeitschrift für die Geschichte der Juden in Deutschland, ז׳ 286—287.

3) Monatsschrift für Geschichte und Wissenschaft des Judentums,‏ 1876, ז׳ 366.

4) IV Bibliotheca hebraea, ז׳ 193. — וואָלף דערמאָנט נאָך, אַז די כללים פון יידיש־דײַטשן אויסלייג, וואָס זיינען פאַראַן אין פאגיוסעס «פיר קאַפּיטלעך בראשית», חזרן זיך איבער וואָרט בײַ וואָרט אין דער הקדמה צו דער תורה־איבערזעצונג.

ווי מיר זעהען, שטיצען זיך די אַלע חקירות אויף פאַגיוסעס הקדמה צו די «פיר קאַפּיטלעך» און אויף דער ענליכקייט פון טעקסט. מיט אָט דער קאָנסטאַנצער איבערזעצונג איז אָבער צונויפגעקניפּט נאָך א פאַקט, וואָס וואַרפט א העלע שײַן אויף פאַגיוסעס מאָטיוון בײַ זײַן אַרבעט און בכלל אויף זײַן גאַנצער פּערזענליכקייט. ווען מען נעמט אין אַכט דעם ↰ 98 פאַקט, וואָס מיר וועלן תּיכף מעלדן, און מען דערמאָנט זיך, אַז פאַגיוס האָט געהאַט אויף זיך אין פאַרשיידענע צײַטן עטליכע קירכישע שליחותן, וועלן מיר מוזן אָפּוואַרפן גייגערס כאַראַקטעריסטיק1), אַז פאַגיוס איז געווען «א רואיגער מאַן, מער אַרײַנגעטון אין געלערנטער אַרבעט, איידער אין טעאָלאָגישע די».

מחלוקתן ערשטע פיר קאַפּיטלעך בראשית, מיט א יידיש־טײַטשער איבערזעצונג וואָרט בײַ וואָרט און א לאַטײַנישן קאָמענטאַר, האָט פאגיוס אָנגעגרייט — אַזוי דערציילט ער אַליין אין זײַן הקדמה צו דעם דאָזיגן ביכל — ווײַל בײַ עטליכע פון זײַנע תלמידים האָבן פאַרפעלט העברעאישע תנ״כן. מיט דער יידישער איבערזעצונג איז ער אויסן געווען ניט צו לערנען יידיש, נאָר צו פאַרגרינגערן דעם שטודיום פון העברעאיש. זעהענדיג, אַז די אַרבעט זײַנע האָט געהאַט א פּעולה, האָט ער באַשלאָסן דאָס צו מאַכן צוטריטליך פאַר א ברייטערן עולם, און ווײַל ניט אַלע קאָנען לייענען יידיש־טײַטש, האָט ער צוגעגעבן צום סוף א קורצע לערע וועגן דעם. «דורך דעם דאָזיגן גאַנג האָב איך זיך פאַראיינס אויך צוגעגרייט א וועג צו א דײַטשער העברעאישער ביבל, וואָס מיר פאַרעפנטליכן אויך, צוליב א באַשטימטן טעם, ווי ס׳איז צו זעהן פון דער הקדמה צו דעם דאָזיגן ווערק.2)

נאָר וואָס איז עס געווען פאַר א «באַשטימטער טעם», צוליב וועלכן פאַגיוס האָט געוואָלט אַרויסגעבן א יידישע תורה־איבערזעצונג? אַן ערקלערונג זאָגט ער צו צו געבן אין דער הקדמה צו דער דאָזיגער איבערזעצונג. שולמאַן3) ברענגט פון דער הקדמה א גרויסן אויסצוג. «זינטמאל [היות] וויר זעהן דאז זיך די הערצן בון [= פון] טאג צו טאג מינדרן אין דעם ור שטאנד אונ׳ אין דער ווייסהייט ... צו דעם דאז וויר זעהן די קהילות בעונות הרבים אויך אימר דַר [כסדר] אב נעמן אונ׳ צר שטערט ווערדן דורך ויל פֿאלטיג [אָפטע] גירושים, דז וואו מן בור [פאַר] צייטן האט צעהן קהלות גיבונדן [= געפונען] גיבינט מן אצונדר קום [= קוים] אייני בעו״ה, אונ׳ דורך זולכי גירושים ווערדן די בעלי בתים גינויטיגט ↰ 99 אויף דען דורפֿרן [= דערפער] צו זיצן, אונ׳ איז אבער ניט אין איינשׂ איטליכן ור מיגן [= פאַרמעגן] דז ער קאן איין מלמד האלטן דער אים זייני קינדר לערנט, דא דורך דען גרושי עם האַרצים דר וואכסן. דארום זיין וויר בוועגט ווארדן דז וויר דז חומש ... צו דויטש גטריקט [= געדרוקט] הבן, וויא די זעלביגי איטליכי [= עטליכע] גלערטי יהודים אונ׳ רבנים אויש לשון הקודש אין לשון אשכנז ור דויטשט הנן ... אלזו דז נון איין איטליכר געל הבית דער נור דויטש לייאן [= לייענען] קאָן זייני קינדר זעלבר מאג לערנן אונ׳ אינן דז חומש צו ור שטיין געבן.»

1) Allgemeine Deutsche Biographie,‏ VI,‏ 533.

2) «‎... qua ista ratione simul quoque viam pararem ad Germanica Hebraica Biblia, quae non sine certa causa, ut ex ejus operis praefatione patet, quoque evulgamus.»

3) ז׳ 6

זייער א וואוילע כוונה. נאָר צי וועט פאַגיוס, דער פרומער קריסט, גיין אַוועקגעבן אַזוי פיל מי, כדי די בעלי־בתים אויפן ישוב זאָלן קאָנען אַליין לערנען מיט זייערע קינדער, אויב זיי קאָנען זיך ניט פאַרגינען צו האַלטן א מלמד? אָט דאָס זאָל זײַן דער «באַשטימטער טעם», וואָס פאַגיוס האָט צוגעזאָגט צו ברענגען אין דער הקדמה? עפּעס לייגט זיך דאָס ניט אויפן שכל.

די קשיה איז פאַר מיר געוואָרן אויס קשיה, ווען איך האָב דערזעהן דעם עקזעמפּלאַר פון דער קאָנסטאַנצער ביבל־איבערזעצונג 1544, וואָס איז פאַראַן אין דער פּרײַסישער מלוכה־ביבליאָטעק אין בערלין. דער טעקסט פון חומש שטימט וואָרט פאַר וואָרט מיט יענע פּסוקים, וואָס שולמאַן ברענגט. נאָר פונדעסטוועגן איז דאָס עפּעס אַנדערש. דער בערלינער עקזעמפּלאַר האָט ניט קיין יידישע הקדמה און אויך ניט קיין העברעאישן טיטול, ווי דער וואָס שולמאַן באַשרײַבט אים, נאָר א דײַטשן:

Die fünff bücher Moſis ... auß Hebraiſcher ſprach nach Jüdiſcher art / von wort zu wort ins Teutſch verdolmetſchet / und mit Hebraiſcher ſchrifft / deren ſich die Juden in irem Teutſch ſchreiben gemainlich gebrauchen / gedruckt / nit on ſondere urſach beſchehen / wie man findt in der Vorrede. Gedruckt zu Coſtenz Anno M.D.XLiiij

«Non sine certa causa, ut ex ejus operis praefatione patet ...»;‏ «nit on ſondere urſach beſchehen / wie man findt in der Vorrebe» — אָט האָבן מיר געפונען די שפּור פון יענעם צוזאָג, וואָס פאַגיוס האָט געגעבן ↰ 100 מיט א יאָר פריער! און טאַקע, קערט איבער דאָס שער־בלאַט, לייענט איר באַלד אויף דער צווייטער זײַט פונם אייגענעם בלאַט:

VORREDE ZUM LESER
1

אָט האָבן מיר דאָס! און דאָ, אין א דײַטשער הקדמה, פאַר ניט־יידישע באַנוצער, גייט פאַגיוס אַרויס מיט דער שפּראַך גאָר אויף אַן אַנדער שטייגער, איידער אין די רייד, מיט וועלכע ער (אָדער מיכאל אַדאַם) האָט זיך געווענדט צו די יידישע לעזער. מען וועט זיך מסתמא זייער חידושן, שרײַבט דאָ פאַגיוס, וואָס ער העלפט אַרויסגעבן א יידישע ביבל («daß durch mein fürdernus / diſe Jüdiſch Bibel an tag gebracht wird»);

ווינציג גוטע בּיבלען זיינען פאַראַן הײַנטיגע צײַטן; מען דאַרף נאָך זויפן דעם גאַווער, מיט וועלכן יידן באַשמירן דאָס קריסטליכע הייליגע בוך פון דער ביבל; נאָר פאַראַן א ספּעציעלער וויכטיגער טעם. ערשטנס, זאָגן יידן תמיד, אַז די קריסטן האָבן ניט קיין רעכטע ביבל, און דאָס פירט אַרײַן אין ספקות די תמימותדיגע קריסטן. האָט מען אים געבעטן צו פאַרטײַטשן די ביבל אויפן יידישן שטייגער, כדי מען זאָל זעהן, ווער ס׳פאַרמאָגט א מער ריינע ביבל: יידן אָדער קריסטן. ער האָט איצטער געטון צו ליב די בעטער און אַרויסגעגעבן פאַר א פּראָבע דעם חומש מיט די מגילות. יידן קאָנען ניט לערנען, אַפילו זייערע רבנים אויך ניט. וואָרים אין תנ״ך קוקן זיי אַרײַן סײַדן יינגלווײַז, דערנאָך טוען זיי זיך אַרײַן אינגאַנצן אין תלמוד, און פון דאָרטן נעמען זיי אויך ניט דאָס גוטע, וואָס מען קאָן דאָרטן געפינען, נאָר דורכאויס פּוסטע זאַכן: ווי אַזוי מען זאָל בויען א סוכּה, וועגן טלית און תפילין אד״ג. די גאַנצע יידישקייט שטייט אויף איסור־והֶתּר.

יידן וועלן ביכער געהאָלפן ווערן, שרייבט ווייטער די הקדמה, ווען זיי וועלן לייענען די הייליגע שריפטן און אָפּטון זיך פון אַנדערע ספרים. געוויינטליך וואָלט געווען בעסער, ווען זיי לייענען אַנדערע בּיבלען; נאָר זיי ווילן דאָך ניט, די רבנים פאַרווערן דאָס, מען טײַטשט אויס פאַלש אַפילו אַזוינע פּסוקים פון תנ״ך, וואָס ווייזען אַן בפירוש אויף קריסטוסן. דאַרף מען דרוקן די ביבל אויפן יידישן שטייגער. [ווייטער ↰ 102 גייען זלזולים אויף יידן, וואָס האָבן פאַרדרייט דעם אמתן גלייבן, פּונקט ווי די פּויפּסישע.]

דאָס ערשטע זײַטל פון דער קאָנסטאַנצער חומש־איבערזעצונג 1544

טאָמער וועט זיך עמיצער וואונדערן, שרײַבט ווײַטער פּוילוס פאַגיוס אין זײַן הקדמה, פאַרוואָס איז דאָס געדרוקט מיט יידישע אותיות, זאָל מען וויסן זײַן, אַז דאָס איז אויסגערעכנט ניט פאַרן געמיינעם מאַן, נאָר פאַרן געלערנטן (צווישן קריסטן). איך האָב בדעה, זאָגט דער בעל־הקדמה, אַרויסצוגעבן נאָך אַנדערע ספרים מיט יידישע ↰ 102 אותיות. דערפאַר וויל איך זייער, אַז מען זאָל זיך אײַנגעוויינען צו לייענען אַזאַ שריפט, און דערפאַר קומט דאָ א באַריכט, ווי אַזוי דאָס צו לייענען. זאָל יעדער לעזער בעטן פאַר מיר צו גאָט, ער זאָל מיר געבן כוח צו טון מײַן שליחות און אָפּצוצאָלן אים מײַן חוב.

אַלזאָ, א ריין־מיסיאָנערישע כוונה האָט געטריבן פאַגיוסן אונטערצונעמען אַזאַ גרויסע אַרבעט. אײַ די הקדמה, וואָס שולמאַן ציטירט און וואָס ברענגט גאָר אַנדערע מאָטיוון, פאַרשווײַגנדיג אינגאַנצן דעם קריסט פאַגיוסעס נאָמען? דאָס איז אַפּנים געווען א געשעפטליכער דריי. א נאָכפרעג אויף יידישע תּנ״כן איז געווען א גרויסער (די בעסטע ראיה איז, וואָס אין דעם זעלביגן יאָר 1544 איז אַרויס אין אויגסבורג א צווייטע חומש־איבערזעצונג, פּוילוס עמיליוס׳עס), נאָר אַן איבערזעצונג מיט א טרייף־פָּסולן פאָרוואָרט, מיט זלזולים אויף יידן און יידישקייט, וואָלטן יידן אין האַנט ניט גענומען. דרוקן ווידער אַזאַ גרויסן ספר, וואָס האָט געמוזט קאָסטן א מטמון מיט געלט, בלויז פאַר די פּאָר קריסטן, וואָס חלשן מֵמיר צו זײַן א יידן, האָט ניט געלוינט. איז דאָס געווען דער גלײַכסטער פּלאַן: אַרויסלאָזן צוויי אויסגאַבעס: דער גאַנצער טעקסט דער אייגענער, נאָר די פּאָר זײַטלעך פון דער הקדמה געזעצט און געדרוקט איבעראַנײַס.1)

1) די אויגסבורגער ביבל־איבערזעצונג 1544 איז אויך אַרויס אין צוויי באַזונדערע אויסגאַבעס מיט פאַרשיידענע שער־בלעטער, ווי דאָס איז אויפגעוויזן געוואָרן אין Revue des études juives,‏ V, ז׳ 143 און 315. וואָס עס איז דאָרטן געווען די כוונה, קאָן איך ניט זאָגן; איך האָב ניט געהאַט קיין געלעגנהייט צוצוגלײַכן יענע עקזעמפּלאַרן. נאָר דער פאַקט גופא איז שוין א כאַראַקטעריסטישער; א סימן, אַז פאַגיוס איז ניט געווען דער איינציגער אַרויסגעבער, וואָס איז געפאַל אויף אַזאַ פּלאַן.

*

אָט דער אויפטו פאַגיוסעס מיט דער ביבל איז פאַר אונז, לויט זײַן געזעלשאַפטליכן און ליטעראַר־היסטאָרישען פאַרנעם, אפשר וויכטיגער, איידער זײַנע גראַמאַטישע כללים, וואָס ווערן דערמאָנט אין די ביבליאָגראַפיעס (למשל, באָראָכאָוו, No.‎‏ 3; באָראָכאָוו האָט אָבער די כללים ניט געהאַט געזעהן). פונדעסטוועגן זיינען זיי אויך זייער ווערט צעגלידערט צו ווערן, ווײַל פאַגיוס האָט אַרויסגעוויזן אָן אַן אויסגעצייכנטן חוש פאַר דער יידישער אָרטאָגראַפיע און אויפגעטון גרויסע זאַכן. נאָר כדי עס זאָל קלאָר ווערן, וואָס ער האָט דערגרייכט אייגנס און וואָס ער האָט גענומען ↰ 103 פון די פריערדיגע, איז גלײַכער צו באַהאַנדלען אים אינאיינעם מיט יענעם ספר, וואָס ער האָט געוויס געהאַט אין האַנט — מיטן «ספר מידות».

8.

דער «ספר מידות» איז איינע פון די אינטערעסאַנטסטע ערשײַנונגען אין דער עלטערער יידישער ליטעראַטור, סײַ לויט זײַן אינהאַלט און סײַ לויט די פּראָבלעמען, וואָס זיינען מיט אים צונויפגעקניפּט. דעם עטיש־רעליגיעזן תָּוך וועלן מיר איצטער לאָזן אין א זײַט; דאָס איז א זאַך, וואָס איז שייך צו דער געשיכטע פון רעליגיעז־עטישע השגות בײַ יידן. אין א געוויסער מאָס איז דער ספר א מאַטעריאַל פאַר יידישער קולטור־געשיכטע אויך. היפּשע אויסצוגן פון דעם ווערק האָט געבראַכט גידעמאַן III, ז׳ 227–238 (ייד׳ 157-148), נאָר עפּעס האָט ער דאָס געמאַכט אויף א מאָדנעם אופן: אַרומגעפּוצט און אַרומגעשניטן, דורכגעלאָזן גרויסע שטיקער, צונויפגעבונדן דעם אָנהייב פון איין זאַץ מיטן סוף פון אַן אַנדער זאַץ. בעסער וואָלט ער געגעבן א קלענערע צאָל קאַפּיטלעך, נאָר אינגאַנצן, וואָלט יעמאָלט דער קאָלאָריט פונם בוך געווען א סך מער אָנזיכטיג. אויך מיט דער שפּראַך האָט זיך גידעמאַן אָפּגעפאַרטיגט אויף א מאָדנעם שטייגער. בײַ אים קומט אויס, אַז דאָס לשון פון דעם ספר איז ריין דײַטש; אמת, עס זיינען פאַראַן העברעאישע אויסדרוקן, אָבער «מען טאָר זיי ניט פאַרבײַטן מיט העבראַאיזמען אָדער יודאַאיזמען, אַזוינע זוכט מען אומזיסט אין דעם בוך». דאָס איז א פראַגע פון אָפּשאַצונג, צי א זאַץ: «אויך זול מן מיט קיינם גוי מיט שקר אודר מיט רמאות אום גין [אומגיין], דען עש איז איין חילול השם» — איז «ריין דײַטש»; לויט מײַן מיינונג איז דאָס יידיש, און «מחייה זײַן», «מקבל זײַן», «צדקה געבן», «מבֿטל זײַן», «חניפֿות טרײַבן», «גנבֿען», «סֵדרן» קלינגט פאַר מײַן אויער אויך ניט איבעריגס הויכדײַטש. נאָר צו וואָס האָט גידעמאַן, דער שטרענגער און ערליכער פאָרשטער, געדאַרפט אין א גאַנצער ריי ערטער פריזירן דעם טעקסט, כדי ער זאָל אויסקומען דײַטשער? (ה׳ שטיף האָט איבערגעלאָזן די אַלע ערטער, ווײַל ער האָט ניט געהאַט בײַ דער האַנט דעם אָריגינאַל). אָט זיינען א פּאָר בײַשפּילן. קאַפּ׳ 5, אַריגינאַל: «זו קאן ער אויך הקדוש ברוך הוא ניט דינן». ↰ 104 גידעמאַן: «... גאָט ניט דינען». קאַפּ׳ 23, אָריגינאַל: «אונ׳ מן זול מודה זײַן אויף דען אמת. דש מאיינט [מיינט] מן זול דער ווארהייט ביקענן»; גידעמאַן: «מן זאָל דער וואַרהייט ביקענען». דאָרטן גופא, צוויי שורות ווײַטער, האָט גידעמאַן דורכגעלאָזן א זאַץ: «דש איז דש חותּם פֿון הק׳בה׳». נאָך אינם זעלביגן קאַפּיטל, אין אָריגינאַל: «ווער אבר מיט ווארהייט אונ׳ באמונה מיט גוים האַנדליט דער איז מקדש השם יתֿ אונ׳ הייליגט זײַן הייליגן נאמן»; בײַ גידעמאַן: «... דער הייליגט ...» אין קאַפּיטל 27 שרײַבט דאָס «ספר מידות»: «דרום זול איינר זײַן קינדר אונ׳ זײַן גיזוינדא [געזינד] כלל ניט בטול [!] לושן [לאָזן] גין». גידעמאַן שטעלט אַרײַן אָנשטאָט דעם «müszig», און נ. שטיף טראַנסקריבירט דאָס צוריק אין דער יידישער איבערזעצונג אויפן אַלטן שטייגער: «מוישיג».

איך וועל דאָ ניט מערן קיין בײַשפּילן, ווײַל ס׳איז דאָך נאָר געקומען צו רייד אַגב־אורחא. אויך קאָנען מיר זיך דאָ ניט אַרײַנלאָזן אין דער פּראָבלעם פונם «ספר מידות», צי איז ער געווען געשריבן לכתחילה אויף יידיש אָדער אויף העברעאיש. געדרוקט געוואָרן איז די יידישע אויסגאַבע א סך פריער פאַר דעם העברעאישן «ספר אורחות צדיקים והוא ספר מדות» (יידיש איסני 1542, העברעאיש פּראָג 1580). אָבער דער העברעאישער ספר איז שוין באַקענט געווען פריער, אין 1579 ווערט ער שוין ציטירט; איז דעריבער א סברא, אַז ער האָט צירקולירט אין כּתב־יד, נאָך איידער עס איז אַרויס פון דרוק די יידישע אויסגאַבע פון איסני, און אויף דעם זיינען פאַראַן גרונטיגע ראַיות.1)

1) פאַראַן וועגן דעם ענין א היפּשע ליטעראַטור. אַחוץ פערלעסן ז׳ 173—177, שטיינשנײַדערן אין Serapeum‏ 1869 ז׳ 132—136 און גידעמאַן III ז 225 (ייד׳ 146, וואו נ. שטיף האָט צוגעגעבן אַן אינטערעסאַנטע אָנמערקונג), דאַרף נאָך גענומען ווערן אין אַכט די מיינונג פון G. Margouliouth אין דעם Catalogue of Hebrew and Samaritan Manuscripts in the British Museum,‏ III‏ (1915), ז׳ 169. מאַרגוליוט, דער מחבר פון דעם קאַטאַלאָג, רעדט אַרום דעם כ״י פון «ספר מידות», פון דער ערשטער העלפט פון 16טן י״ה, וואָס געפינט זיך אין בריטישן מוזעאום, און זאָגט אַרוים דעם געדאַנק, אַז די ערשטע העברעאישע אויסגאַבע (פּראָג 1580) איז ניט איבערגעזעצט פון יידיש. «נאָר היות דער יידיש־דײַטשער טעקסט זעהט אויס גיכער ווי א באַאַרבעטונג, איידער ווי אַן איבערזעצונג, קאָן מען אפשר אָננעמען, אַז דער מחבר האָט פריער געשריבן דאָס העברעאישע און דערנאָך געמאַכט א פרײַע איבערגעבונג פון דעם זעלביגן ווערק אויפן אומגאַנגס־לשון. דאָס וואָס די יידיש־דײַטשע פאָרם פונם ווערק איז פאַרעפנטליכט געוואָרן פריער פאַר דער העברעאישער, האָט געקאָנט זײַן אַרויסגערופן דורך געוויסע ספּעציעלע אומשטענדן; אפשר דורך דעם, וואָס אויף א יידישן בוך איז געווען א גרעסערער נאָכפרעג.» — מאַרגוליוט ווײַזט אויך אָן, אַז שלמה זלמן לונדונס יידישע אויסגאַבע פון «אורחת צדיקים» = ספר מידות (אַמסטערדאַם, 1735) איז אויף אַזוי פיל נאָהענט צום טעקסט פון דער ערשטער אויסגאַבע, אַז עס קאָן קיין רייד ניט זײַן וועגן א צוריקאיבערזעצונג פון העברעאיש, ווי אַנדערע האָבן משער געווען.

↤ 105

די פראַגע וועגן דעם מחבר פון «ספר מידות» איז אויך א רעטעניש און וועט שוין מסתמא בלייבן א רעטעניש. אויפן שער־בלאַט שטייט ניט קיין נאָמען, און צום סוף שטייט אויף העברעאיש אַזאַ גראַם:

«נשלם ספר מדות
בעזרת יושר תהלות.
לך ובשר לכל חסידים וחסידות
הדרים בישובים ובקהלות.
נרפס בעיר אייזנא על ידי פלוני אלמוני שנת ̍ש̍ב ̍ל̍פ̍ק.»

«אייזנא» איז «איסני», די שטאָט, וואָס איז אונז גוט באַקענט פון אלי׳ בחורס און פאַגיוסעס טעטיקייט. נאָר ווער איז דער «פּלוני אלמוני»? וואָלף, דער גרויסער קריסטליכער ביבליאָגראַף, האָט נאָך אין אָנהייב 18טן י״ה געשריבן אין זײַן Bibliotheca Hebraea‏ III, ז׳ 1177: «איך וואָלט מיינען, אַז פּוילוס פאַגיוס האָט דאָס אָפּגעטון אָדער צום־ווייניגסטן געאַרבעט דערביי, ווי ס׳איז צו זעהן פון דער ענליכקייט פון שריפט». יאָסט, דער יידישער געלערנטער פון אָנהייב 19טן י״ה, האָט געפּרובט טרעפן אויף ר׳ אלין, כאָטש קיין שום ראַיות זיינען ניטאָ. פּערלעס (ז׳ 173–177) וויל האָבן, אַז דאָס איז פּוילוס עמיליוס, דער משומד, וואָס האָט 1544 אַרויסגעגעבן אין אויגסבורג די יידישע חומש־איבערזעצונג; און אויף פּערלעסעס שאַרפזיניגע אַרגומענטן דאַרף מען זאָגן, אַז «אויב ס׳איז ניט ריכטיג, איז עס כאָטש גוט צוגעקלערט». גידעמאַן האַלט (III, ז׳ 224–225, ייד׳ 146—147), לויט אַן אַנאַליז פון אינהאַלט פון «ספר מידות», אַז נאָר איין פּערזאָן האָט געקאָנט אָנשרײַבן אַזאַ ווערק, דער מחבר פון «נצחון», ליפּמאַן מילהויזן.

ווי מען זאָל ניט קוקן אויף דער פּלוּגתּא — איינס איז קלאָר, דוכט זיך מיר: אַז ניט ר׳ אלי׳ בחור און ניט פּוילוס פאַגיוס זיינען געווען די מחברים פון «ספר מידות». בײַ ר׳ אלין דעם מדקדק קלעפּט זיך ניט דער «ספר מידות» צום גאַנצן שניט פון זײַן פּערזענליכקייט; און פּוילוס פאַגיוס ווידער איז ניט געווען אַזאַ בקי אין יידישער עטיק און ניט אַזאַ קענער פון יידיש, אַז ער זאָל דאָס האָבן אָנגעשריבן אַזאַ ספר. אַגב, ווען מיר דערמאָנען זיך די ריכטונג פון זײַנע אינטערעסן און סימפּאַטיעס, לויט ווי ↰ 106 זי האָט זיך אָפּגעשפּיגלט אין דער דײַטשער הקדמה צו דער קאָנסטאַנצער ביבל־איבערזעצונג, דאַרפן מיר פרעגן: ווי אַזוי וואָלט זיך דאָס פאַגיוסן גאָר געקאָנט פאַרגלוסטן צו שרײַבן אַזאַ מין ספר, אָהן שום קריסטליכע טענדענצן, דורכאויס פאַר יידן? ניין, דאָס איז אוממיגליך.

אָבער דערפאַר, דוכט זיך מיר אויס, קאָן מען זאָגן אויף זיכער, אַז דאָס «ספר מידות» איז געדרוקט געוואָרן בײַ פאַגיוסן אין דרוק. בײַ פּערלעסן קומט אויס קשה, וואָס דאָ שטייט «אייזנא», אין דער צײַט וואָס פאַגיוס פלעגט אַלעמאָל שרײַבן «איזגה». אָבער א סך מער, איידער אַזאַ מין וואַקלעניש אין אויסלייג, וועגט אַן אַנדער פאַקט (וועגן וועלכן וואָלף האָט שוין געגעבן אָנצוהערעניש): אַז די אותיות, מיט וועלכע עס איז געדרוקט דאָס «ספר מידות», זיינען זייער ענליך צו דעם יידישן שריפט, וואָס איז גענוצט געוואָרן אין ר׳ אליס «שמות דברים», איסני 1542. נאָך א כאַראַקטעריסטישע קלייניקייט, וואָס איז נאָך אין ערגעץ ניט באַטאָנט געוואָרן: די דרײַ בלעטעלעך, וואָס שטייען פון צירונג וועגן אויפן שער־בלאַט פון «ספר מידות», זיינען פּונקט די אייגענע (נאָר א ביסל אַנדערש אויסגעשטעלט), ווי די דרײַ בלעטעלעך אויף ר׳ אליס «ספר מתורגמן», געדרוקט בײַ פאַגיוסן אין איסני 1541.

יעדנפאַלס האָט פאַגיוס געקענט דאָס «ספר מידות». ווען מיר זאָלן ניט האָבן אויף דעם קיין שום אַנדער באַווײַז, וואָלט גענוג געווען צוצוגלײַכן זײַנע אָרטאָגראַפישע כללים צו די אָנווײַזונגען, וואָס עס גיט דער מחבר פון «ספר מידות».

*

דאָס «ספר מידות» איז געווען באַשטימט דורכאויס פאַר יידישע לעזער, און טאָמער האָט מען דאָרטן אויך געדאַרפט צושטעלן כללים וועגן לייענען «טײַטש», איז א סימן, אַז יידן פלעגן אויך אָפטמאָל געשטרויכלט ווערן בײַ דער שווערער אויפגאַבע אויסצולייגן גערמאַנישע ווערטער מיטן העברעאישן אלף־בית.1) ס׳איז זייער מאָדנע, וואָרים אין מיטן 16טן י״ה ↰ 107 האָט דאָך שוין יידיש געהאַט א שרײַב־טראַדיציע צום ווייניגסטן פון פירהונדערט יאָר — נאָר ס׳איז א פאַקט. דער בעל־ספר־מידות זאָגט בפירוש, אַז צוליב דעם שטעלט ער די כללים: «... וועלכֿר דער דא וואורד לייאן אין דיזם ספר מידות אונ׳ ... וואורד אים ניט וואל בֿון שטאט גין מיט דעם לייאן דש ער מירש ניט צום ערגשטן אויש ליג. דארום וויל איך אוייך דיא מענגיל אן צאייגן גאר קורץ דארינן איינר אודר אייניא ווייש דרויש צו קומן. ערשטליכן איז צו ווישן...», און אַזוי ווײַטער, ווי ס׳ווערט געבראַכט בײַ גידעמאַנען.1)

1) באָראָכאָוו שרײַבט [ביבליאָטעק, No.‎‏ 84], אַז די כללים פון דער יידישער אָרטאָגראַפיע אין «ספר מידות» הייבן זיך אָן מיט אַזאַ מין אַרײַנפאָר: «אונ׳ איצונדר וועלן מיר איין קליין וועניג רעדן פון דעם וויא מאן טוייטש לייען אונ׳ שרייבן זאל». באָראָכאָוו אַליין האָט דאָס «ספר מידות» ניט געהאַט געזעהן, און אַזוי ווי ער איז זיך סומך אויף גידעמאַנען III ז׳ 280—285, דאַרף מען זיך אָנשטויסן, אַז ער האָט דאָס גענומען פון דאָרטן, צוריק־טראַנסקריבירנדיג דאָס ע״פּ סברא אויף יידיש. — נ. שטיף (גידעמאַן ייד׳ III, ז׳ 180) מעלדט אויך: «דער איבערזעצער פון ‚ספר מדות‘ בריינגט צום סוף בוך כללים: ‚וויא מן טוייטש לייאן אונ׳ שרייבן זול‘.» אָט דאָס קעפּל שטאַמט ניט פונם «ספר מידות», נאָר פונם ציריכער «יוסיפון» 1546, וואָס האָט איבערגעדרוקט די גאַנצע כללים פונם «ספר מידות», מערניט מיט קליינע אָרטאָגראַפישע און סטיליסטישע שינוים («עירשטליכֿן» אָנשטאָט «ערשטליכֿן»; «דיא בֿויר נעמליכֿשטן פונטל» אָנשטאָט «דיא עיקרן פוינטיל»; «צירונג» אָנשטאָט «צירונגא» אאַז״וו). — ה׳ נ. שטיף האָט מיר אויך (פּריוואַט) אָנגעוויזן, אַז דיזעלביגע כללים פונם «ספר מידות» זיינען איבערגעדרוקט אין דעם אַמסטערדאַמער «לב טוב» 1670 און אויף אַזוי פיל וואָרט בײַ וואָרט, אַז עס איז אַפילו געבליבן דער זאַץ: «וועלכר דער דא וואורד לייאן אין דיזם ספר מידות...»

אויף דער אומזיכערקייט פון דער אָרטאָגראַפיע ווײַזט נאָך אָן די פּאָלעמיק מיט די «פּינטלער» (נקודות־שטעלער), וואָס פאַרנעמט א העלפט פון די צוויי זײַטלעך כללים. דער געדאַנק פון דער פּאָלעמיק איז אָט־וואָס: נקודות מעג מען שטעלן, אויב די נקודות גופא האָבן א באַשטימטן קלאַנג־ווערט; נאָר אַז מען ווייס ניט, ווי אַזוי אַרויסצוריידן די נקודה אָדער מען האָט אַזעלכע אותיות, צו וועלכע עס קלעפּט זיך ניט די נקודה — וואָס טויג דאָ דאָס פּינטלען? אַזאַ פילטײַטשיגע נקודה איז דער חטף־קמץ; אַן אומפּאַסיגער זיווג פון אות און נקודה קומט אַרויס, אויב מען וויל פּינטלען דעם «וי», וואָס באַצייכנט דאָס דײַטשע aw‏ (= au). «דארום וואו איינר וינט [געפינט] איין ויו אונ׳ איין יוד בייא אננדר זוא מוז ערש נאך זיינם ור שטאנדא לייאן.»2)

אַראָפּגערעכנט אָט דעם וויכוח מיטן אָפּאָנענט דעם «פּינטלער», גיט דער «ספר־מידות» אַזוינע אָנווײַזונגען:

1) זעה די רעפּראָדוקציע אויף די נאָהענטסטע צוויי זײַטן.

2) נאָך מען מיינונג האָט גידעמאַן פאַלש אויסגעטײַטשט דעם כלל וועגן au. בײַ אים קומט אויס, אַז דער «ספר מידות» הייסט איבערגעבן דעם au אַזוי: שרײַבן א «ו», ד״ה u, און דערנאָך פאָרשטעלן זיך, אַז דער פריערדיגער אות איז געפּינטלט מיט א פּתח, ד״ה а; אַלזאָ а און u‏ = au. בײַ מיר קומט אויס, אַז דער פאַרפאַסער וויל זאָגן אָט־וואָס: עס איז אוממיגליך צו געפינען פּאַסיגע נקודות פאַר «וי», וואָס באַצייכנט au, סײַדן מען זאָל וועלן איבערגעבן דעם au ניט דורך דער קאָמבינאַציע «וי», נאָר דורך דער פאַרבינדונג «אַוּ», אָט פּונקט ווי די גוים שרײַבן: «פראַוּ, גנאַוּ, באַוּ» (fraw ,gnaw ,baw).

↤ 108

די לעצטע צוויי זײַטלעך פונם «ספר מידות» (איסני, 1542). דאָ

1. י באַטײַט חיריק און צירה.

2. א באַטײַט קמץ און פּתח.

3. ו באַטײַט מלאפּום און חולם.

↤ 109

געפינען זיך די אָרטאָגראַפישע כּללים פון אָנהייב ביזן סוף.

4. ע באַטײַט סגול.

5. יי באַטײַטן aj און ej (איין, צווייא, דרייא) דער אונטערשייד צווישן די דיפטאָנגען אין «צוויי» און «דרײַ» ווערט ניט גענומען אין אַכט).

↤ 110

6. א וואָרט־אויס האָט ניט קיין קלאַנגיגע ווערדע, «דען עש מאכֿט דער גישריפֿט איין צירונגא».

7. וי קאָן באַטײַטן au און oe (עווענטועל ü).

אָט די כללים ווילן מיר צוגלײַכן צו יענע אָרטאָגראַפישע אָנווײַזונגען, וואָס עס גיט פּוילוס פאַגיוס אין זײַן העברעאישער גראַמאַטיק: «Compendiaria Isagoge in linguam hebraeam» («קיצורדיגער אַרײַנפיר אין דער העברעאישער שפּראַך»). די דאָזיגע גראַמאַטיק, וואָס מיר האָבן שוין איינמאָל (ז׳ 95) דערמאָנט, איז אַרויס פון דרוק אין קאָנסטאַנץ 1543, מיט א יאָר נאָכן «ספר מידות». פאַגיוס האָט ניט געהאַט בדעה זיך אַרײַנצולאָזן טיפער אין א חקירה וועגן יידיש; זײַן קאַפּיטל, וואָס ער גיט דעם אָפּ, פאַרנעמט סך־הכל 4 קליינע זײַטלעך און הייסט פּשוט: «De variis literarum figuris seu notulis» («וועגן פאַרשיידענע פאָרמען אָדער סימנימלעך פון די אותיות»). נאָר ס׳אַראַ מהלך פון פאַגיוסעס באַמערקונגען ביזן «ספר מידות»! עס פילט זיך בײַ אים אין יעדער שורה די שולונג פון א פילאָלאָג, וואָס איז אײַנגעוויינט צו טראַכטן אין גראַמאַטישע קאַטעגאָריעס.1) אַז מען גיט א קוק אויף אַלע אַכטגעבונגען, וואָס ער האָט אַרײַנגעשפּאַרט אין זײַן קורצער סקיצע, זעהט מען: ער האָט ניט פאַרפעלט קיין איין פאַקט פון די אַלע, וואָס גידעמאַן ברענגט אין זײַן דערגאַנצונג צו די כללים פון «ספר מידות»2); מיט אַנדערע ווערטער, ער האָט געגעבן א פולקומען איבערבליק איבער דער יעמאָלטיגער יידישער אָרטאָגראַפיע.

1) נאָר אין איינס איז פאַגיוס געבליבן הינטערשטעליג: ער האָט ניט דערמאָנט די אויסלייגונג פונם ü.

2) ז׳ 289—291, ייד׳ 187—188.

פאַגיוס כאַראַקטעריזירט פריער די קוואַדראַטישע אותיות און דערציילט, אַז מען רופט זיי: «כתיבה אשורית» אָדער סתם «כתיבה». חוץ דעם איז פאַראַן א «כתיבה קטנה», וואָס רופט זיך נאָך אַנדערש «מַשֵט»; «מיר» (די קריסטן) רופן דאָס קורענט־שריפט; יידן ניצן דאָס אין זייערע קאָמענטאַרן און אין פאַמיליע־בריוו (דאָ ברענגט פאַגיוס דעם רשי־שריפט). יענער שריפט ווידער, וואָס איז אין גאַנג, ווען מען דרוקט אָדער שרײַבט דײַטש מיט העברעאישע אותיות, זעהט אויס אַזוי (אָט דאָ קומט דער ↰ 111 «ווײַבערטײַטש»־אלף־בית). בכדי עס זאָל זײַן גרינגער אײַנצוגעניטן זיך, ברענגט נאָך פאַגיוס פאַר זײַנע לעזער דאָס אייגענע פאַרקערט: ער שרײַבט אָן כסדר דעם דײַטשן אַלפאַבעט און באַצייכנט, מיט וואָס פאַר א יידישן צייכן עס ווערט איבערגעגעבן יעטווידער אות. ווײַטער גייען נאָך עטליכע אָרטאָגראַפישע כללים, צו וועלכע מיר וועלן זיך באַלד אומקערן, און ענדליך, אַלס פּראַקטיק אין לייענען, די עשרת־הדברות געדרוקט אויף «טײַטש», מיט די ווײַבערטײַטש־אותיות. דערמיט לאָזט זיך אויס דאָס קאַפּיטל וועגן יידיש, און פאַגיוס נעמט אײַנריידן דעם באַנוצער פון בוך, אַז אין דער העברעאישער שפּראַך דאַרף מען זייער שטאַרק מקפּיד זײַן אויף דער אויסשפּראַך.

טא וואָס ווייס אונז פאַגיוס צו דערציילן?

די אַלע זיבן כללים, וואָס מיר האָבן געבראַכט פון «ספר מידות», זיינען פאַראַן בײַ אים אויך, מערניט אין אַן אַנדער סדר.1) דעם כלל 6 דריקט ער אויס אַזוי, אַז ס׳איז קיין ספק ניט, אַז ער האָט די פאָרמולירונג גענומען פונם «ספר מידות»: «In fine ... dictionum non rare, Aleph vocalem non necessitatis sed ornatus causa ponere solent lieb ליאבא, lob לובא ut». נאָר חוץ דעם ברענגט ער פאַרבײַגייענדיג נאָך א סך אַנדערע באַמערקונגען, וואָס מיר וועלן דאָ אויפשטעלן און אויסרעכענען פּונקטנווײַז. כדי עס זאָל אַרויסקומען, צוזאַמען מיט די נאָטיצן פונם «ספר מידות», א בּוֹלט בילד פון דער יידישער אויסלייגונג אין מיטן 16טן י״ה, גיי איך דאָ ווײַטער מיט דערזעלביגער נומעראַציע פון די כללים.

1) בײַם כלל 2 פון «ספר מידות» איז פאַראַן א קליינער וואַריאַנט. פאַגיוס שרײַבט אָנשטאָט דעם: «Aleph pro a vocali»; וועגן o דערמאָנט ער ניט. אַן o באַצייכנט ער נאָר מיט «ו» אָדער «או» (דאָס לעצטע מיינט ער מסתמא אין אָנהייב וואָרט און נאָך «וו», ווײַל ער שרײַבט אין זײַן טעקסט־פּראָבע: אודר, וואורט).

דאָס וואָס דער «ספר מידות» האָט דערמאָנט וועגן אָרטאָגראַפיע, איז דורכאויס שייך צו די וואָקאַלן. קיין חידוש איז דאָס ניט; איבערגעבן די דײַטשע וואָקאַלן מיט העברעאישע אותיות איז טאַקע געווען א סך שווערער, איידער די קאָנסאָנאַנטן (די אַשכנזיגע הברה אין העברעאיש איז, לויט אַלע סמָנים, שוין יעמאָלט געווען פעסט). נאָר פאַגיוס באַנוגנט זיך מיט דעם ניט. מיר ווערן נאָך בײַ אים געוואויר פאַרשיידענע זאַכן אי ↰ 112 וועגן די קאָנסאָנאַנטן, אי וועגן דעם אויסלייג פון גאַנצע טראַפן. אָט זיינען זײַנע כללים, איבערדערציילט, געוויינטליך, אין אַן אַנדער סדר. די ערשטע פּאָר פּונקטן זיינען נאָך א דערגאַנצונג צו די באַמערקונגען וועגן וואָקאַלן, דערנאָך גייען די קאָנסאָנאַנטן און ענדליך די גאַנצע טראַפן.

8. eu ווערט אויסגעדריקט דורך עויי.

דאָס איז פאַגיוסעס אַן אומפּינקטליכקייט. סיי אין «ספר מידות» און סיי אין אַנדערע דאָקומענטן פון יענער צײַט איז טאַקע נאָך פאַראַן א באַזונדער צייכן פאַרן eu; א סימן, אַז דער קלאַנג איז נאָך יעמאָלט אַרויסגערעדט געוואָרן. אָבער שרייבן פלעגט מען ניט «עויי» (דער ע האָט זיך מסתמא אַרײַנגעגליטשט ע״פּ טעות, דורך דער אַנאַלאָגיע מיטן דײַטשן eu), נאָר «ויי». דאָס «ספר מידות» לייגט אויס: לוייט (= לייט), טוייטש (= טייטש), טוייטן (= טײַטן, אָנווײַזן מיטן פינגער) אאַז״וו. ביי פאַגיוסן גופא אין זיין שרייב־פּראָבע (די עשרת הדבּרות) באַגעגנט זיך נאָר איין מאָל אַן eu, לייגט ער אָבער אויס «צויגניש» און ניט «צוייגניש» (= צייגניש). אין דער קאָנסטאַנצער תורה־איבערזעצונג שטייט געשריבן: «ביצוייגן» (= bezeugen).

9. ie ווערט איבערגעגעבן דורך יא.

אין די ביישפּילן, וואָס מיר האָבן געבראַכט פון פאַגיוסן, האָבן מיר שוין געזעהן די שרייבונג: ליאבא — lieb. דער לעצטער א איז בפירוש א שטומער, פון שיינקייט וועגן; נאָר דער א נאָכן י? אין מיטלהויכדײַטש איז דער e נאָך i געווען דורכאויס א קלינגעוודיגער, מען פלעגט טאַקע זאָגן li-e-be (ליבע), wi-e (ווי) אד״ג. אין א סך דײַטשע דיאַלעקטן איז דער ie נאָך היינט א דיפטאָנג. ס׳איז א גרויסע סברא, אַז אין דעם כלל קלינגט דורך אָדער פאַגיוסעס אייגענע דײַטשע אויסשפּראַך אָדער דער געדאַנק וועגן אַנדערע, וואָס ריידן אַזוי. אין פאַגיוסעס פּראָבע־טעקסט שטייט: דיאנשט (= דינסט), אָבער פאַראיינס אויך: דיני (= דין), ליבא (= ליב). אין «ספר מידות» האָב איך זיך מיט אַזאַ דיפטאָנגישער שרייבונג ניט געטראָפן.

10. דער f ווערט איבערגעגעבן אויף דריי אופנים: דורך ו, בֿ און פֿ.

דער כלל (אָדער די כלל־לאָזיגקייט) שטימט דורכאויס מיט דער ↰ 113 פּראַקטיק פון יענער צײַט. פאַגיוס ווײַזט אויך אָן גאַנץ ריכטיג, אַז דער «ו» ווערט גענוצט «מער ווי אַלץ אין אָנהייב וואָרט».

11. w ווערט איבערגעגעבן דורך וו.

פון פאַגיוסעס פאָרמולירונג פון דעם כלל זעהט מען אַרויס קלאָר, פון וואַנען עס נעמט זיך אַזאַ געברויך:

«geminatum vaf pro vv, ut וויר vvir, וואש vvass etc.».

אין דער לאַטיינישער און אין דער עלטערער דייטשער שרייבונג איז פאַר u און v געווען דערזעלביגער צייכן; w איז אָבער אין דער שרייבונג ניט קיין אַנדער זאַך, ווי צוויי v נאָכאַנאַנד (w = vv; פאַרגלייך דאָס ענגלישע double u!). הייסט עס, אויב v‏ (u און v) איז «ו», מוז w) w) זײַן «וו».

12. ח, כּ און תּ ווערן גענוצט נאָר אין העברעאישע ווערטער.

13. ch ווערט איבערגעגעבן דורך כ מיט א שטריכעלע (רָפֶה) פון אויבן.

דאָס איז זייער א וויכטיגע באַמערקונג, וואָרים אין דער קלאַסישער העברעאישער אָרטאָגראַפיע איז אַזאַ כּלל ניט געווען (אגב אורחא: פאַגיוס האָט געהאַט איבערגענומען פון לעוויטאַן די ספרדישע הברה, וואָס האָט שוין פון רייכלינען געגאָלטן אין קריסטליכן דײַטשלאַגד).

14. דער s-קלאַנג ווערט אויסגעדריקט דורך דרײַ אותיות: ש ס ז. דער š‏ (sch) ווערט אויך באַצייכנט דורך א ש.

דער פּונקט איז געווען פאַר פאַגיוסן זייער א האַרבער ענין. טעאָרעטיש האָט ער געוואוסט גאַנץ ריכטיג, אַז יידן ניצן: a)‏ samech pro s acuto (ס פאַרן שאַרפן s; פאָנעטיש s);‏ b)‏ Zain pro s lene (ז פאַרן לינדן s; פאָנעטיש z);‏ c)‏ Schin pro s et sch (ש פאַר s און sch; פאָנעטיש s און š). די יידישע ספרים, אויך דאָס «ספר מידות», ווייסן טאַקע גוט דעם אונטערשייד. אָבער אין פאַגיוסעס דײַטשער אויסשפּראַך איז קאָנטיג דער גרעניץ צווישן s און z געווען זייער מטושטש, פּונקט ווי מען קאָן נאָך היינט ביי א ווירטעמבערגער ניט דערקענען, צי זאָגט ער s אָדער z. דערפאַר שרייבט פאַגיוס אין זײַן מוסטער־טעקסט: שוכט (= זוכט), שאבט (= זאַבאַט = שבת), שעכס (= זעקס), שעגנט (= זעגנט; בענטשט). אין דעם עשרת־הדבּרות־טעקסט פון דער קאָנסטאַנצער ביבל־איבערזעצונג ↰ 114 באַגעגנט זיך נאָר איין וואָרט פון די אַלע: זעקס; און ס׳איז טאַקע געשריבן מיט א «ז». צי זאָל דאָס זײַן מיכאל אַדאַמס ווירקונג?1)

15. אינם לעצטן טראַף ווערט אָפטמאָל דורכגעלאָזן דער וואָקאַל. מען שרייבט, הייסט עס: «בֿאטר» און ניט «בֿאטער» (= פאָטער), «מוטר» און ניט «מוטער», «שרייבן» און ניט «שרייבען», «עשן» און ניט «עשען». (די אַלע ביישפּילן ברענגט פאַגיוס גופא.)

16. אויך ווערט אָפט דורכגעלאָזן דער וואָקאַל אין איינטראַפיגע ווערטער: «דש» אָנשטאָט «דאש», «דר» אָנשטאָט «דער» אאַז״וו.

17. אַן אַנדערש מאָל פעלט אויך דער וואָקאַל אין מערטראַפיגע ווערטער אין ערשטן טראַף אָדער אין מיטן: ‚גזאגט‘ אָנשטאָט ‚גיזאגט‘, ‚גרעט‘ אָנשטאָט ‚גירעט‘; ‚אידרמן‘ אָנשטאָט ‚אידערמאן‘ (iederman), ‚אנדרש‘ אָנשטאָט ‚אנדערש‘, ‚הינדרשט‘ אָנשטאָט ‚הינדערשט‘ (הינטערשט). — די אַלע בײַשפּילן זיינען פאַגיוסעס.

נעמען מיר צונויף אָט די אַלע כּללים, געסֵדרט אַזוי, אַז מען זאָל זיך קאָנען אין זיי אָריענטירן, דאַן דוכט זיך אונז אויס, אַז מיר האָבן דאָ צו טון ניט מיט א העבראַאיסט פון 16טן י״ה, נאָר מיט א מאָדערנעם יידישן גראַמאַטיקער, וואָס שטודירט די געשיכטע פון זײַן שפּראַך. ביז גידעמאַנען (וואָס רעדט אָבער נאָר וועגן אויסלייג פון ‚ספר מידות‘) האָט נאָך קיינער ניט פאָרמולירט אויף א בעסערן אופן די פּרינציפּן פון דער אַלטער יידישער אָרטאָגראַפיע. דער שרײַבער פון ‚ספר מידות‘ האָט געקאָנט יידיש אָהן א שיעור בּעסער פאַר פאַגיוסן, זײַן שפּראַך איז טאַקע יידיש, אין דער צײַט וואָס פאַגיוס האַקט א שלעכטן דײַטש — אָבער ווען ביידע האָבן גענומען אַבסטראַהירן פון די טעקסטן אָרטאָגראַפישע כּללים, האָט זיך באַלד אַרויסגעוויזן פאַגיוסעס געניטקייט אין הלכות גראַמאַטיק. —

1) נאָך א מיגליכקייט איז פאַראַן. אין דער יידישער הקדמה צו דער קאָנסטאַנצער איבערזעצונג שטייט דאָך בפירוש (זעה אויבן ז׳ 99), אַז «וויר דז חומש ... צו דויטש גטריקט הבן, וויא די זעלביגי איטליכי [ = עטליכע] גלערטי יהודים אונ׳ רבנים אויש לשון הקודש אין לשון אשכנז ור דויטשט הבן...» ס׳איז טאַקע זייער מיגליך, אַז מיכאל אַדאַם מיט פאַגיוסן האָבן געהאַט אין די הענט אַן עלטערן מאַנוסקריפּט, געשריבן פון א יידן; יעמאָלט ווערט פאַרענטפערט ניט נאָר די פראַגע וועגן דער ריכטיגער שרײַבונג פון «ז», נאָר אויך א סך אַנדערע קשיות.

די זעלביגע אָרטאָגראַפישע אָנווײַזונגען, מערניט א ביסעלע קירצער, געפינען זיך אויך אין פאַגיוסעס ‚פיר קאַפּיטלעך בּראשית‘ און אין זײַן דײַטשער הקדמה צו דער קאָנסטאַנצער בּיבּל־איבערזעצונג; פאַרשפּאָרן מיר ↰ 115 אַרומצוריידן דאָס בּאַזונדער. נאָר אין דערזעלביגער הקדמה געפינען מיר אַגב־אורחא — א מערקווירדיגע צײַט איז דאָס, וואָס דעם וויכטיגסטן מאַטעריאַל אירן דאַרף מען זוכן אין דרך־אַגבדיגע באַמערקונגען! — אַזאַ מין זאַץ: «Es iſt auch zů wiſſen / das wie die Juden im brauch haben / wenn ſie teutsch mit ainander reden / dz ſy Hebraiſche wörter einmengen / also thün ſie auch im teutſch ſchreiben».

עס איז גענוג איבערצולייענען די רייד פון דעם באַגלויבטן בּן־דור אויף צו פאַרשטיין, ווי שטאַרק גערעכט עס איז גידעמאַן מיט זײַן געדאַנק, אַז אין 16טן י״ה האָבן נאָך יידן אין דײַטשלאַנד גערעדט אויף א ריינער דײַטשער שפּראַך.
9.

חוּץ דעם «ספר מידות» האָט פּוילוס פאַגיוס געהאַט אין האַנט נאָך א צווייטן בוך, וואָס האָט א גרויסע ווערדע פאַר דער יידישער פילאָלאָגיע. ס׳איז דאָס ספר, וואָס מען רופט «ספר של רבּי אנשיל»- כאָטש די ערשטע אויסגאַבע פון 1534 (וואָס פאַגיוס האָט אַגב אויך געמוזט בּאַנוצן) טראָגט ניט דעם נאָמען פונם מחבר.1) תחילת האָט דאָס געהייסן «מרכבת המשנה לקונקורדנשיו», און ס׳ווערט פאַרטײַטשט, אַז «כך נקרא שמו מפני שמוּרכב משתי הלשונות לשון הקודש ולשון אשכנזי». ס׳איז טאַקע א מין קאָנקאָרדאַנץ: די העברעאישע ווערטער, מיט אַלע פּרעפיקסן און סופיקסן, זיינען אויסגעשטעלט נאָכן אלף־בּית, ס׳איז אָנגעוויזן, וואוּ דאָס וואָרט באַגעגנט זיך אין תנ״ך, און דערנאָך גייט דאָס טײַטש־וואָרט אויף «לשון אשכנזי שהוא המורגל בּינינוּ אשכנזים».2) קיין ראַציאָנעלע סיסטעם איז דאָס ניט, לויט אונזער הײַנטיגן קוק, וואָס מען פאַרטײַטשט דרײַ מאָל באַזונדער «וּבְרָקִים», «בְּרַק», «בְּרָקָיו» און פינף מאָל «בַת», «בִּתּוֹ», «בִּתְּךָ», «בְבִתְּכֶם», «בִּתֵּנוּ» אד״ג, אָנשטאָט אַוועקצושטעלן נאָר דעם שורש און צו ברענגען דערנאָך אַלע טײַטשן, וואָס דאָס וואָרט קאָן האָבן. נאָר אין יענער צײַט איז שוין דאָס געווען א גרויסער אויפטו, וואָס מען האָט געסֵדרט די ווערטער לויטן אַלף־בּית פון די שורשים.

1) באָראָכאָוו Nr.‎‏ 83 — Cat. Bodl.‎‏ I‏, 738.

2) «די דײַטשע שפּראַך, וואָס איז אָנגענומען צווישן אונז דײַטשן (אשכנזים)».

↤ 116

פאַר פּוילוס פאַגיוסן איז דאָס «ספר רבּי אנשיל» געווען זייער א געשמאַקער ביסן. ס׳האָט אים שטאַרק אונטערגעהאָלפן בײַם טײַטשן דעם תנ״ך פאַר זײַנע תלמידים. חוּץ דעם האָט ער נאָך דאָ געפונען א הקדמה, וואָס האָט זיך אָפּגעגעבן (אין יידיש) מיט א האַרבן ענין פון דער העברעאישער גראַמאַטיק: מיט די «אותיות משרתים» און זייערע פונקציעס אין דער שפּראַך. ניט לאַנג געטראַכט, האָט פאַגיוס אין זײַנע «פיר ערשטע קאַפּיטלעך בּראשית» איבערגעדרוקט די גאַנצע הקדמה פון «ספר רבּי אַנשיל» אונטערן נאָמען: «quo pacto Iudaei suis pueris officia literarum servilium germanice tradunt».‏1)

פאַר דער הײַנטיגער יידישער שפּראַכפאָרשונג איז דאָס «ספר רבּי אנשיל» אויך א גרויסער אוצר, נאָר ס׳איז ליידער מער אַן אָביעקט, ווי א סוביעקט פון אונזער פאָרשונג. דער מחבּר האָט געלעבט אין די פּוילישע לענדער, ער האָט אונז איבערגעלאָזן איינעם פון די עלטסטע דענקמאָלן, וואָס מיר האָבן פונם מזרחדיגן (ניט־דײַטשלענדישן) יידיש. נאָר ס׳איז אים ניט געלעגן אין קאָפּ אונטערצוהערן, מיט וואָס זײַן שפּראַך שיידט זיך אונטער פון דער שפּראַך פון די דײַטשע יידן אָדער גאָר פון די דײַטשע דײַטשן. ער האָט געדאגהעט וועגן דעם, אַז מען זאָל פאַרשטיין דעם פּשט פון די העברעאישע ווערטער, ער האָט געוואָלט שאַפן א הילפסמיטל פאַרן שטודיום פון תנ״ך. דעריבער איז ניטאָ בײַ אים אַפילוּ דאָס בדעקל אָרטאָגראַפישע כּללים פאַר יידיש, וואָס עס גיט, א שטייגער, דאָס «ספר מידות».2)

1) אָט דאָס איבערדרוקן גאַנצע שטיקער פון פרעמדע ווערק איז זייער כאַראַקטעריסטיש פאַר די ליטעראַרישע מנהגים פון יענער צײַט. הײַנטיגן טאָג שײַט זיך א גראַמאַטיקער איבערצודרוקן א גאַנצן קאַפּיטל בײַ א צווייטן, און טאָמער טוט ער דאָס יאָ, מוז ער זײַן אַן אומר דבר בשם אומרו, אַניט איז ער א פּלאַגיאַטאָר. די הומאַניסטן זיינען ניט געווען אַזעלכע מחמירים: זיי האָבן נאָר געוואָלט געבן עפּעס רעכטס, און וואו זיי פלעגן דאָס געפינען, פלעגן זיי נעמען. זעה אויך ז׳ 88 און 150.

2) זעה איבעריגנס אויף ז׳ 124 אָנמ׳ 3 וועגן פּערלעסעס השערה, אַז דאָס ספר של ר׳ אַנשיל שטאַמט פון א סך א פריערדיגערער צײַט. צו פּערלעסעס רייד וועגן דעם «ריינעם מיטלהויכדײַטש» אין ספר ר׳ אַנשיל דאַרף מען זיך באַציען סקעפּטיש.

אָבער אַפילוּ ווען מען קוקט זיך צו נאָר אויבנאויף צום «ספר רבּי אַנשיל», זעהט מען שוין, וויפיל מען קאָן פון דאָרטן אָפּלערנען פאַר דער געשיכטע פון אונזער שפּראַך. דאָ קאָנען מיר זיך בּאַריכות מיט דעם ניט

↤ 117

דער שַער פון דער צווייטער אויסגאַבע פון «ספר של רבּי אנשיל», קראָקע 1584.

↤ 118

פאַרנעמען); ערשטנס האָב איך געהאַט אין די הענט נאָר די צווייטע אויסגאַבע פון דעם ספר (קראָקע 1584), און פאַר אַזוינע פאָרשונגען דאַרף מען זיך אַלעמאָל רעכענען פריער פאַר אַלץ מיטן תחילתדיגן געשטאַלט פון א בוך; צווייטנס, וואָלט אַזאַ מין אָפּהאַנדלונג בּכלל אַריבערגעשפּרײַזט איבערן גבול פון אונזער טעמע, וואָרים מיר ריידן דאָך דאָ אַרום נאָר די געשיכטע פון דער יידישער פילאָלאָגיע, ניט די געשיכטע פון דער יידישער שפּראַך. א פּאָר באַמערקונגען — מער אָנצוהערענישן, ווי ענדגילטיגע אויספירן — ווילט זיך מיר פונדעסטוועגן געבן.

1. אין «ספר של ר׳ אַנשיל»1) איז א גרויסער פּלאָנטער אין אויסלייגן. טיילמאָל איז דאָס טאַקע נאָר א גראַפישער אונטערשייד, אַזוי א שטייגער, ווען אין איין עמוד שטייט «נעפּל» און «גינעבלט», «פּרוען», און «אויג ברוען» (Brauen; ברעמען). ס׳איז די אומזיכערקייט צווישן b און p, וואָס איז א סימן פון אייבערדײַטש, וואו ביידע קלאַנגען ווערן אַרויסגערעדט כּמעט גלייך. דאָס אייגענע איז א וואַקלעניש צווישן d און t: «ויינט» און «ויינד» (פיינד). אַן אַנדער מאָל האָבן מיר אָבער צו טון מיט ערשײַנונגען, וואָס האָבן ניט נאָר א גראַפישן באַטײַט. דאָס זיינען קודם־כּל די פאַקטן, וואָס זיינען שייך צום איבערקלאַנג. מיר געפינען דאָ איינס לעבן דאָס אַנדערע: «פליגל» און «פלויגל», «גורטן» און «גוירטן», «לוייט» און «לייט», «איר פּרובט» און «ער פּרויבט», «רוקן» און «רויקן», «גיריטלט», «גירוטלטי» און «רויטליך». דאָס זיינען ניט סתּם דרוק־גרײַזן. ווען איך זעה צוויי שרײַבונגען, וואָס איינע שטימט מיט דער טראַדיציע פון די פריערדיגע יאָרהונדערטער און די אַנדערע מיט אונזער פּלאָנטער אין הײַנטיגער אויסשפּראַך, זעה איך דערין א ראַיה, אַז אונזער הײַנטיגע אויסשפּראַך האָט שוין דאַן אויך געגאָלטן (אַניט וואָלט דאָך דער שרײַבער ניט אויסגעפאַלן אויסצולייגן אַזוי, ווי מיר שרײַבן הײַנט); נאָר איין פראַגע בלײַבט: צי זיינען נאָך דאַן ביידע אויסשפּראַכן געווען איינע לעבן דער אַנדערער, אָדער דער עולם האָט שוין דורכאויס גערעדט i און e אָנשטאָט ü און ö, מערניט דער אַלטער ↰ 119 שריפט־בילד איז נאָך געשטאַנען פאַר די אויגן און ס׳האָט געווירקט די טראַדיציע.1)

1) דאָ און בײַ אַלע ווײַטערדיגע פּונקטן בעט איך נעמען אין אַכט: ס׳גייט אַלץ וועגן דער אויסגאַבע קראָקע 1584.

2. נה״ד ā ווערט אויסגעדריקט סײַ דורך א, סײַ דורך ו: אין איין שפּאַלט שטייט «דאזיגי» און «דוזיגי». ווען ס׳זאָל געווען זײַן כּסדר «א», וואָלט געקאָנט זײַן א ספק, צי מיינט דאָס פּתח אָדער קמץ.2) נאָר ווען איך זעה אָפט א חולם (הוסט, הוט, בלוטרן, און [= אָהן] אד״ג) סײַ אָנשטאָט נה״ד ā, סײַ אָנשטאָט גה״ד o (דו זולסט, בוטשפט, מורט אד״ג) קאָן דערפון זײַן נאָר איין אויספיר: די שרײַבונג איז געווען ניט קיין קאָנסעקווענטע, נאָר די אויסשפּראַך פון נה״ד ā איז בײַם מחבּר פון «ספר ר׳ אַנשיל» געווען o.

3. e ווערט באַצייכנט דורך י און ע; דער כּלל איז אַפּנים אַזאַ, אַז ē איז י, ĕ איז ע: ביהעלטניס, גיוועלטיגער, אלט גיזעסנר, לערנר — אָבער מיר (Meer, ים), גיריטלט (=גערייטלט), ליבּ (= לייב, די חיה). דאָס וואָרט «אייל» (א מאָס), וואָס האָט נה״ד א קורצן Elle) ĕ) און אין יידיש א «יי», וואָס קאָן זיך נעמען נאָר פון א e אין אַן אָפענעם טראַף, האָט שוין אין «ספר ר׳ אַנשיל» א לאַנגן e (דף זb: «אַמָה — איל»).3)

4. להֵפּך צום גרעסטן טייל ווערק פון 16טן י״ה איז דאָ דער ס אַן אָפטערע באַצייכענונג פאַרן s, איידער ש: בס (= פּאַס), וער לוסט (= פאַרלוסט), דו זולסט.

5. פאַראַן שוין אַן אָנצוהערעניש אויפן פּויליש־אוקראַאינישן איבערגאַנג פון u (דורך ü) צו i: דו טוישט (=דו טוסט; וי = ü); אים (= אום) די צייט.4)

1) אָט איז א פאַקט, וואָס איז שייך צו דער געשיכטע פון איבערקלאַנג: דער «בראַנטשפּיגל» פראַנקפורט 1676 באַצייכנט אים כמעט שטענדיג, דער «צוכטשפּיגל» פראַנקפורט 1680 האָט אים ניט. צי האָט זיך די שפּראַך אַזוי ראַדיקאַל געביטן פאַר פיר יאָר צײַט? ניין, דער דרוקער פון «בראַנטישפּיגל» האָט זיך געהאַלטן בײַ דער טראַדיציע, דער דרוקער פון «צוכטשפּיגל» בײַ זײַן פאַקטישער אויסשפּראַך.

2) קיין שום נקודות זיינען אין «ספר ר׳ אנשיל» ניטאָ; דאָס אייגענע איז אויך ניטאָ קיין רפה איבער ב, פ אאַז״וו (וואָס דאָס איז זייער זעלטן אין אַלט־יידישע שריפטן). די העברעאישע ווערטער זיינען געזעצט מיט נאָרמאַלע געכתיבהעטע אותיות; אָבער פאַר די יידישע ווערטער איז באַנוצט ניט דער ווײַבערטײַטש־שריפט, נאָר דער רש״י־שריפט.

3) מה״ד elle און ele. דאָס הײַנטיגע דײַטשע Elle נעמט זיך פון דער ערשטער פאָרם, אונזער יידישע «אייל» פון דער צווייטער. — דאָס אייגענע איז מיט יידיש «קייט» (וואָס מוז שטאַמען פון א פאָרם מיט e אין אַן אָפענעם טראַף) לגבי נה״ד Kette. אין מה״ד איז די פאָרם מיט איין t טאַקע עלטער און אָפטער; די פאָרם מיט tt קומט אויף ערשט אין 15טן י״ה (לעקסער I,‏ 1562). זעה אויך ז׳ 86.

4) פגל׳ ז׳ 85 און 86.

↤ 120

6. די ענדונג ־יג ווערט טיילמאָל (ניט קאָנסעקווענט) אויסגעדריקט דורך ־יק: שולדיק, אירשטיקייט (= ערשטיקייט, בּכורה).

7. די ענד־טראַפן ווערן פאַרטונקלט: הערציג (= הערצאָג).

8. דער פאָדערטראַף דער־ ווערט דורכגעפירט כּסדר: דר ציהר (= דערציער), אויש דער ווילט (= אויסדערוויילט).

9. העכסט וויכטיג איז דער «ספר ר׳ אַנשיל» מיט זײַן נייגונג פון נאָמען און צײַטוואָרט. אין דעם פּרט איז פאַר אונז גראָד בעסער, וואָס מיר האָבן פאַר זיך ניט קיין ריינעם ווערטערבוך. וואָלט געשטאַנען סתּם, ווי אין א הײַנטיגן לעקסיקאָן: «אֶת» מיט אַלע טײַטשן פון דעם וואָרט, וואָלט דאָס אונז קנאַפּ וואָס צוגעדינט. שטייט אָבער דאָ ניט א וואָרט סתּם, נאָר מיט פאַרשיידענע סופיקסן און פּרעפיקסן, און דערבײַ האָבן מיר דעם פּשט: «צו זי», «מיט זיא», «פון זיא». «זי» אָדער «זיא» מיינט «זיי»; ווייסן מיר, הייסט עס, אַז אין 16טן י״ה האָבן יידן שוין אויך געזאָגט, פּונקט ווי הײַנט, «מיט זיי» און ניט «מיט אין».1) פאַרקערט, «וְאַפְסִי» איז פאַרטײַטשט: «און (= אָהן) מיך», וואָס הײַנט זאָגן מיר «אָהן מיר».

10. אָט פּונקט ווי בײַ די קלאַנגען קאָנען מיר בײַ די פאָרמען אויך קאָנסטאַטירן א קאַמף צווישן לעבן און טראַדיציע. איינע לעבן דער אַנדערער שטייען אַזוינע פאָרמען ווי «ער שפלטט» (špaltet) און «שפלט» (špalt). הייסט עס, אין ריידן איז געווען די הײַנטיגע צוזאַמענגעצויגענע פאָרם2) (פגל׳ מה״ד geret, יידיש «גערעדט» לגבּי נה״ד geredet). דאָס «ספר ר׳ אַנשיל» שרײַבט אויך, ווי ס׳געהער צו זײַן, «דרמורט» (= דערמאָרדט) און ניט «ערמאָרדעט». — דער פּלאָנטער צווישן «וואש» (מה״ד was) און «וואר» (נה״ד war) איז אויך א סימן פון דער אומזיכערער שפּראַך אין אַן איבערגאַנגסצײַט.

1) אַזוי (in) איז די מה״ד פאָרט לגבי נה״ד ihnen. טאָמער שטייט נאָך אין די דענקמאָלן פון 17טן י״ה, למשל אין «מגילת־ווינץ», די פאָרם «אין» (א שטייגער סטראָפ׳ כט, מט), איז דאָס גיכער ווי אַלץ ניט קיין פראַנקפורטער אייגנטימליכקייט, נאָר א «דײַטשמעריזם».

2) וואָס איז אַגב כאַראַקטעריסטיש אויך פאַר מה״ד.

11. ספּעציעל איז כּדאַי זיך אָפּצושטעלן א ביסל אויפן פּרוב פונם «ספר ר׳ אַנשיל» איבערצוגעבן די פאַרזיכדיגע פאָרמען פונם העברעאישן צײַטוואָרט. דער מחבּר האָט געהאַט פאַר זיך ניט קיין ↰ 121 שיחת־חוּלין, נאָר א הייליגן טעקסט, דעם תנ״ך; איז קיין וואונדער ניט, וואָס א געטרײַע איבערזעצונג לויטן פּשט איז פאַר אים געווען ווינציג, ער האָט געוואָלט איבערגעבן די הייליקייט אות־בּאות. פּונקט דיזעלביגע כּוונה האָבן געהאַט די דײַטשע איבערזעצער פון דער בּיבּל ביז לוטערן; מערניט זיי האָבן געהאַט פאַר זיך דעם פאַרהייליגטן לאַטײַנישן טעקסט, זיינען זיי געוואָרן שקלאַפן בײַ דער לאַטײַנישער קאָנסטרוקציע און בײַ דער לאַטײַנישער וואָרטבילדונג. אונזער מחבּר פאַרטײַטשט דעם לשון־קודשדיגן טעקסט, וויל ער נאָכפורימען אַלע קנייטשן פון די העברעאישע בּניָנים, און טאָמער געפינט ער ניט קיין אַדעקוואַטע פאָרם אין זײַן שפּראַך, באַשאַפט ער א נײַע. קיין פולע אויסגעהאַלטנקייט אין ניצן די אייגנאַרטיגע פאָרמען איז ניטאָ, נאָר פונדעסטוועגן לאָזן זיך אַרויסשיילן אַן ערך אַזוינע כּללים:

א) דער עבר פון בּנין קל ווערט איבערגעגעבן דורכן פּערפעקטום: אָמַרְתִּי — איך האב גיזאגט; אָפְפוּ — זיא האָבין אויס גירינגלט; אָצַלְתָּ — די הוסט גישיידן.

ב) דער עתיד פון בּנין קל מיטן ו המהפּך ווערט איבערגעגעבן דורכן אימפּערפעקטום: ויאכַל — אונ׳ ער אס; וַתֹּאמַרְנָה — אונ׳ זיא זאגטן.

ג) דער בּנין פִּעֵל ווערט אויסגעדריקט דורך א קאָנסטרוקציע מיט «מאַכן»: הַמְאַזְרֵנִי — דער דו (= דאָ) הוט מכין גורטין מיך.1)

ד) דער הִפְעִיל ווערט איבערגעזעצט דורך א קאָנסטרוקציע מיט «טון»: הֵבִיא — ער טעט ברענגין; וְהִבְדִילָה — אונ׳ זיא זאָל טון שיידן; וְהִגְבַלְתָּ — אונ׳ דו זולשט טון גימערקן; הִגַעְתָּ — דו טוישט (= טוסט) גרייכן.

ה) דער הִתְפַּעֵל ווערט אויסגעדריקט דורך אַרומשרײַבונגען מיט «זײַן». ס׳טרעפט זיך די פּשוטע פאַרבינדונג «וואר» (אָדער «וואס») מיטן אינפיניטיוו2): ער וואש טרויארן; ער וואר רינגן; זי ווארן טרויארן. אָבער א סך אָפטער טרעפן זיך מער קאָמפּליצירטע פאַרבינדונגען: הַמִתְאַוִים ↰ 122 — דיא דא ווארן זיין גילוסטן; הִתְאַזְרוּ — זייט זיין גורטן; הִתְאַמֵץ — ער וואש זיך זיין שטערקן; יִתְבַּרַך — ער ווערט זיך זיין בירוימן (= באַרימן).

1) די קאָנסטרוקציע מיט «מאַכן», וואָס האָט אַן אָנשפּאַר אין מה״ד און נאָך מער אין פרנה״ד (זעה Paul, Deutsche Grammatik,‏ IV,‏ § 336), איז געווען גאַנץ אָפט אויך אין עלטערן יידיש. למשל, «ספר מידות», איסני 1542, יח b: «ער מאכט אנדר לוייט אויך אונרעכט טון». שפּעטער איז בײַ אונז די קאָנסטרוקציע אײַנגעשרומפּן געוואָרן, און מיר האָבן דערלעבט, אַז איצטער ווערט זי צו אונז אַרײַנגעטראָגן דורך די ניו־יאָרקער צײַטונגען, און מען קוקט אויף דעם, ווי אויף א בפרושן אַנגליציזם!

2) זעה ז׳ 160.

12. דאָס «ספר ר׳ אַנשיל», פּונקט ווי יעדער אַנדער דענקמאָל פון דער עלטערער יידישער ליטעראַטור, איז רײַך אין גוטע יידישע ווערטער, וואָס צום טייל זיינען זיי נאָך הײַנט פאַראַן אין אונזער ליטעראַטור, צום טייל וואָלט מען זיי גרײַליך געדאַרפט האָבן. איך ברענג דאָ עטליכע אַזעלכע ווערטער לויט אונזער הײַנטיגן אויסלייגן; אין האַלבע לבנות דערבײַ — די אָריגינעלע אויסלייגונג און, וואו נייטיג, דאָס העברעאישע וואָרט, וואָס ווערט דאָ פאַרטײַטשט:

אומגאַנג (אום גאַנג, כרכוב); אומטרעכטערין (אונטרעכטרין, עקרה); אַלטגעזעסענער (אַלט גיזעסנר, אזרח); אַנטשפּויזן (אוֹרָשָה — אנטשפּוזט); באַהעלטעניש(ביהעלטניס); ביישטידל (בייא שטודל, אמות)1); גים2) (כּתּם); גיספאַס (גיס בס, אַגַרְטְלֵי); געבונט (גיבונט, אַגֻדָה); געוועלטיגער (גיוועלטיגר); געלוסט (גילוסט, תּאוה); געמייזעכץ (גימוזיכט, אגמים); געמעכט (גימעכט, אָשֵך); געמערק (גימערק, גבוּל); געשטויבּ (גישטויב, אבקה); דיך (ירך); דערמייען (דר מייאן, שעשוּעים); האָגלשטיין (האגיל שטיין, אלגביש); הויערן (הויארן, קרס)3); הענגל (הענגיל, אשכול); די וויי (ווייא, אַיָה); טעסט (כור)4); טענער (טענר, כּף)6); יונגפרויקייט (יונק ורויא קייט, בּתוּלים); לאָגל; לוגער (לוגר, אורב); מילגרוים (מילגראם); ענצליט (פּנים), די פאָרם, וואָס געוועלטיגט דורכאויס אין אונזער עלטערער ליטעראַטור6); פּאָסט (פוסט, מרזח)7); פּריזאנט (חשמנים); פאַרוואָר (פר וואר, אמנם, אבל); פאַרוואָגלט (ור וואגלט); פאַרטומלט (ור טומלט, ↰ 123 נדהם); די קעלטערבוים (קעלטר בוים, גת); קוועלברונעם (קוועל ברונן, מבוע); שאַלקהאַפטיג (שאַלק הפטיק, בּליעל).

1) אויך «בייא שטוידל».

2) פגל׳‚גינגאלד‘ לגבי דער העברעאישער פאַרבינדונג: «כּתם־פז».

3) פּערלעס ז׳ 119 פאַרגינט זיך צו געבן אויף דעם אַזאַ פּירוש: «horwegen oder horgen — schmutzen». דאָס דאַרף מען קאָנען! א סימן, ווי גוט מען קאָן שטודירן «יידיש־דײַטש», אויב מען קאָן ניט דאָס הײַנטיגע יידיש.

4) ליפשיץ, ייד. רוס. 104‏ b : «טעסט = плавильникъ».

5) זייער אָפט אין דער עלטערער ליטעראַטור.

6) למשל: בראַנטשפּיגל, פפד״מ 1676; בליץ, תנ״ך־איבערזעצונג, אַמסטערדאַם 1679; קהלת שלמה, אַמסטערדאַם 1744. אין לעקסערס גרויסן מיטלהויכדײַטשן ווערטערבוך (I,‏ 81) איז אַזאַ פאָרם גראָד ז׳ ניט פאַרצייכנט. זעה ז׳ 86.

7) זעה ז׳ 80; אין «ספר מידות» איסני 1542, לבb איז אויך פאַראַן א צײַטוואָרט «פּושטן» (פאָסטן) מיטן פּשט: הוליען, האַלטן סעודות.

דאָס זיינען אַלץ פאַקטן און ווערטער, וואָס זיינען גענומען פונם «ספר ר׳ אנשיל» מערניט ווי פאַרבײַגייענדיג, אויף וויפיל דאָס איז מיגליך געווען אין א קורצער אַגבדיגער סקיצע. איך האָב נאָר געוואָלט געבן א השגה וועגן דעם, וואָס פאַר א טיפע דערקענטעניש מען קאָן באַקומען פון דעם ספר — און פאַראיינס אַן אָנצוהערעניש, וואָס פאַר א גרויסע שפּראַכיגע רײַכקייט, דערווײַלע נאָך ניט קיין אָנגערירטע, עס שטעקט אין יעדער איינציגן ווערק פון אונזערע עלטערע כּתבים. ניט נאָר א ריין לינגוויסטישע ליבשאַפט צו «אַלטוואַרג» דאַרף אונז טרײַבן צום שטודיום פון דער עברי־טײַטש־ליטעראַטור, און אַפילוּ ניט נאָר דער קולטור־היסטאָרישער אינהאַלט אירער, נאָר אויך א לעבעדיגער, אַקטועלער אינטערעס פאַר דער ווײַטערדיגער אַנטוויקלונג און באַרײַכערונג פון דער יידישער שפּראַך.

10.

מיר האָבן שוין געזעהן, אַז דער מחבּר פונם «ספר ר׳ אנשיל» האָט זיך מיט זײַן אייגענער רייד־שפּראַך גאָרניט אינטערעסירט. אָבער די לעצטע שורות פון דער ערשטער אויסגאַבע1) ווײַזן אויף, אַז וועגן דעם ערפאָלג פון לשון־קודשדיגן שפּראַך־שטודיום האָט ער אויך ווינציג וואָס געדאגהעט. ער האָט געהאַט אין זינען א העכערן, א געטליכן צוועק: דעם קאַמף קעגן די קריסטליכע מיסיאָנערן. די גאַנצע אַטמאָספערע איז אין יענער צײַט געווען אָנגעזאַפּט מיט רעליגיעזע אינטערעסן. ס׳האָט שוין לאַנג געיוירן אין דער קאַטוילישער קירך: אין 1517 איז לוטער אַרויס אָפן מיט דער שפּראַך, און די קאַטויליקן האָבן זיך פאַרטיידיגט מיט היץ. יעדער צד איז געווען זיכער, אַז ער האָט דעם «אמתן» גלויבן, און וויבאַלד אַזוי, האָט זיך די מיסיאָנערישע טעטיקייט ניט געדאַרפט אָפּשטעלן בײַ די טויערן פון קריסטנטום. יידן זײַנען אויך געווען א פּאַסיגער אָביעקט, און מען האָט געהאָפט, אַז ווען די קירך וועט זײַן אויסגעהיילט «אין קאָפּ און אין די אברים», וועלן יידן אויפהערן מורא ↰ 124 צו האָבן פאַר איר. מען האָט געזוכט א וועג צום האַרץ פון די יידן. אָט האָבן מינסטער און פאַגיוס געדרוקט מיסיאָנערישע טראַקטאַטן; פאַגיוס האָט זיך עוסק געווען מיט אַרויסגעבן א יידישע ביבּל־איבערזעצונג, און עס קאָן שטאַרק געמאָלט זײַן, אַז א גענויערע אויספאָרשטונג פון מיכאל אַדאַמס חוּמש וואָלט אויסגעפונען דאָרטן שפּורן פון מיסיאָנערישע אויסבעסערונגען. בײַ אַזאַ מין אָנגרייף האָבן יידן זיך גענומען ווערן. אין 1488 איז געדרוקט געוואָרן (איינער פון די ערשטע העברעאישע דרוקן בּכלל!) דער «מקרי דרדקי», א העברעאיש־איטאַליעניש־אַראַבישער גלאָסאַר; 1523 איז אַרויס אין ווענעציע די ביבלישע קאָנקאָרדאַנץ «יאיר נתיב» — ביידע מיט דער כּוונה צו געבן די יידן אַן אָנשפּאַר אין זייערע רעליגיעזע וויכּוּחים מיט קריסטן.1) עס קאָן ניט זײַן קיין שום ספק, אַז דאָס איז אויך געווען דער ציל, צו וועלכן עס האָט געשטרעבט דער «ספר ר׳ אנשיל»; די פעסטע ראיה זיינען די שוּרות, מיט וועלכע עס לאָזט זיך אויס די ערשטע אויסגאַבע פון דעם ספר.2) אַז דער אָנגרייף אויף דער יידישער אמונה איז געווען ניט קיין אויסגעטראַכטער, זעהט מען פון דעם, וואָס מיט עטליכע יאָר נאָכן «ספר ר׳ אנשיל», אין 1540, האָט דער משומד Paul Halic (האַליטש?) אין דערזעלביגער קראָקע אַרויסגעגעבן מיט יידישע אותיות לוטערס דײַטשע ביבל־איבערזעצונג.3) עס איז געווען אַן אמתע קריג, און ביידע צדדים האָבן געשמידט זייערע וואָפן...

1) זעה ז׳ 124 אָנמ׳ 2.

1) אויך ר׳ אלי׳ לויס קאָנקאָרדאַנץ «ספר הזכרונות» (פון 1515; מינכענער כ״י N‏ 74) ברענגט צום סוף פון דער הקדמה אַזאַ זאַץ: «... ויועיל מאד להתווכח עם המתנגדים אלינו באמונתינו». ציטירט לויט פּערלעס ז׳ 119.

2) זעה Cat. Bodl.‎‏ I‏, 738: «הלא כפטיש יפוצץ סלע וכאש דברו נחמה ומשיבת נפש הוא לעינים עורות ולתועה בדרך דרך סלולה יורה ולא לצאת עוד לקראת הנחשים והעקרבים דרך המדברה לכן הזקו וקנו ספרי ...» «וואָרים אַזוי ווי א האַמער וואָס צעמורשט א פעלז און ווי פײַער זײַנען זײַנע רייד; א טרייסט און אַן אָפּרו פון דער זייל איז דאָס פאַר בלינדע אויגן און פאַרן בלאָנדזשענדיגן ווײַזט עס אַן אויסגעטראָטענעם וועג; און מען זאָל מער ניט דאַרפן גיין קעגן שלאַנגען און עקדישן אינם וועג פון דער מדבר — דעריבער שטאַרקט זיך און קויפט מען בוך ...» — דעם געדאַנק וועגן דער פּאָלעמישער טענדענץ פון ס׳ ר׳ אַנשיל האָב איך צו פאַרדאַנקען פּערלעסן ז׳ 117.

3) פון יאָר 1537 איז פאַראַן א ידיעה, אַז האַליץ האָט מֵמיר געווען אין פּויזן 14 יידן, מאַנסבילן און פרויען; זעה Hebräische Bibliographie‏ 1864, ז׳ 42. — פאַרצייכנט דאַרף ווערן, אַז אויפן שער פון דער ערשטער אויסגאַבע פון «ספר ר׳ אנשיל» ווערן אָנגערופן אַלס דרוקער דרײַ ברידער העליץ: שמואל, אשר און אליקום, וואָס זייער פאָטער האָט געהייסן חיים. נאָר צי האָבן זיי זיך אָנגעקערט קרובים מיט יענעם פּויל העליץ, איז ניט באַוואוסט. — שטיינשנײַדער איז משער, אַז אָט דער אשר בן חיים העליץ איז דער מחבר פונם «ספר ר׳ אנשיל» (אַנשיל = אשר). פּערלעס ז׳ 118 לייקנט דאָס; ער האַלט, אַז דאָס ספר שטאַמט פון אַן עלטערער צײַט און די ברידער העליץ האָבן נאָר אָפּגעדרוקט אַן אַלטן כתב־יד.

↤ 125

אַז מען דאַרף ברענגען די פאַרבלאָנדזשעטע «אומגלייביגע» נשמות צום ליכט פון אמתן גלויבן — דאָס האָבן די פאָרשטייער פון דער קריסטליכער אמונה געוואוסט נאָך פון גאַנץ לאַנג, כּמעט פון דער צײַט, ווען דאָס קריסטנטום איז געוואָרן די הערשנדיגע רעליגיע אין דער מערבדיגער וועלט. אָבער כּמעט ביזן סוף מיטלעלטער איז דאָס שטאַרקסטע מיטל געווען: כּוח. א וועסטגאָטישער קיניג האָט נאָך אין 7טן י״ה געגעבן יידן די ברירה: אויסוואַנדערן אָדער שמדן זיך. קאַרל דער גרויסער האָט באַצוואונגען די געצנדינער פונם זאַקסן־לאַנד מיטן שווערד; שפּעטער איז מען געוואָרן ראַפינירטער, און מען האָט די הערעטיקער און אומגלייביגע גענומען ברענען און בראָטן אויף די שײַטערהויפנס.

ווען ס׳געוועלטיגן פײַער און שווערד, מוז שווײַגן די גוטמוטיגע שטים, וואָס פּרובט איבערריידן און איבערצײַגן. געווען פּריידיגער, וואָס האָבן געוואָלט אויפקלערן די פאַרבלאָנדזשעטע; נאָר זיי האָבן זיך אַלעמאָל אָנגעשפּאַרט אויף דער רעאַלער מאַכט. דער ייד, צו וועמען עס פלעגט קומען דער קריסטליכער מיסיאָנער, האָט ניט געקאָנט פרײַ באַשטימען לויט זײַן שכל און געוויסן, צי איז שוין דער משיח געקומען אָדער ער דאַרף נאָך קומען. וואָרים דער ייד האָט געהאַט פאַר זיך, פון איין זײַט, די גאַנצע באַדריקונג, וואָס איז אין משך פון גאָרן מיטלעלטער געלעגן אויפן יידישן קיבּוץ, און פון דער אַנדער זײַט די מיגליכקייט צו לעבן מיט לײַטן צוגלײַך. דאָס איז שוין געווען אין בעסטן פאַל, אויב דער מיסיאָנער האָט ניט געהאַלטן אין איין האַנט דעם צלם און אין דער צווייטער האַנט — די האַק פונם תַּלין. לוטער האָט דעריבער געמעגט זאָגן וועגן די קריסטליכע נשמות־ראַטירער: «זיי האָבן זיך בּאַגאַנגען מיט יידן, גלײַך דאָס וואָלטן געווען הינט און ניט קיין מענטשן; זיי האָבן נאָר געזידלט די יידן און צוגענומען בײַ זיי זייער האָב און גוטס; נאָכדעם ווי מען האָט זיי געטויפט, האָט מען זיי ניט באַוויזן ניט קיין קריסטליכע לערע און ניט קיין קריסטליכן לעבן».

«נאָר די פּראַקטיק האָט בּאַוויזן — אַזוי שרײַבט דער דײַטשער מיסיאָנער קאַספּאַר קאַלווער אין 1710 1) אַז מיט פײַער און שווערד קאָן מען די געוויסן פון יידן ניט צווינגען. אומעטום האָבן יידן זיך געלאָזט ↰ 126 טייטן אין די טויזנטער, און די וואָס האָבן זיך געלאָזט טויפן, זיינען דאָס רוב געווען פאַרשטעלטע; זיי האָבן בּשתּיקה מל געווען זייערע קינדער, בּשתּיקה אָפּגעהיט שבּת...» דאָס האָט מען געהאַט באַמערקט נאָך מיט טויזנט יאָר פריער, און דער באַרימטער קירכישער קאָנציל אין טאָלעדאָ האָט געהאַט באַשטימט אין יאָר 633: «מען דאַרף ניט ראַטעווען די נשמות פון די יידן קעגן זייער ווילן (Non... inviti saivandi sunt)». אָבער ווען מען פלעגט זעהן, אַז דאָס וואָרט העלפט ניט, פלעגט מען זיך אַלעמאָל צוריק נעמען צום בײַטש.

1) Caspar Calvör: Gloria Christi. כבוד ישוע משיח. Leipzig 1710.

פון צײַט צו צײַט, דערציילט קאַלווער ווײַטער, זיינען פאָרט אויפגעשטאַנען מענטשן, וואָס האָבן געגלייבט, אַז יעזוסעס וואָרט איז גענוג אויף איבערצוקערן די פאַרשטאָפּטע יידישע הערצער. דווקא אין קאַסטיליע און אַראַגאָן, וואו מען האָט מער ווי וואו עס איז געפּײַניגט די יידן אין די עִנוי־קעלערס פון דער אינקוויזיציע, האָט אין מיטן פון 13טן י״ה א קאָנציל (ווידעראַמאָל אין טאָלעדאָ) באַשטימט אַכט מאָנאַכן, זיי זאָלן שטודירן אַראַביש, כאַלדעאיש און העברעאיש, כּדי זיי זאָלן קאָנען אָפּפרעגן די פאַלשע השגות פון די סאַראַצענער און יידן אויפן גרונט פון זייערע אייגענע הייליגע שריפטן. איינער א באַרסעלאָנער מאָנאַך ראַימונדוס מאַרטינוס איז געווען אַזוי קלאָר אין די רעליגיעס פון די מחמדאַנער און יידן (אַזוי זאָגט קאַלווער), אַז ער האָט אָנגעשריבן אויף לאַטײַן עטליכע ווערק קעגן די ביידע אמוּנות.

צי איז דער ראַימונדוס מאַרטינוס טאַקע געווען אַזאַ בּקי אָדער קאַלווער לויבט אים נאָר דערפאַר, ווייל «ער איז געווען דער ערשטער, וואָס האָט דורכגעבראָכן דאָס אײַז אין דער דאָזיגער שווערער זאַך» — דאָס איז אַלץ איינס; ער האָט געמעגט זײַן דער גרעסטער קענער פון יידישקייט און דער בעסטער פּאָלעמיסט אין דער וועלט — נאָר וואָס פאַר א ווערדע האָבן געקאָנט האָבן בײַ יידן לאַטײַנישע כּתבים? ניט נאָר וואָס דער יידישער המון־עם, נאָר אַפילו די לומדים האָבן דאָך קיין שײַטל לאַטײַן ניט געקאָנט!

יאָהאַן קריסטאָף וואַגענזייל, דער גרויסער געלערנטער קענער פון יידן, יידיש און יידישקייט, האָט סוף 17טן י״ה1) געמאַכט דעם רעכטן תּכלית ↰ 127 פון דעם דאָזיגן מין לאַטײַנישן מיסיאָנערנטום, וואָס עס האָבן געפירט דער געמעלדטער ראַימונדוס, ניקאָלאַאוס דע־ליראַ און פיל אַנדערע. «עטליכע פון די, וואָס האָבן ביז איצט אָפּגעפרעגט בײַ אונז אין דער לאַטײַנישער... שפּראַך די יידישע טעותן, האָבן, אמת, מיט זייערע פּרעכטיגע שריפטן געבראַכט גרויס נוצן דער קריסטליכער קירך, אָבער ניט דער יידישער סינאַגאָגע, וואָרים די לאַטײַנישע שפּראַך איז אין ערגעץ בײַ די יידן ניט אָנגענומען; וועגן די יחידים צווישן זיי, וואָס האָבן זיך יאָ וואו עס איז אויסגעלערנט לאַטײַן, איז דאָך ניטאָ וואָס צו ריידן.»

1) אין Fürtrag צו זײַן Belehrung [באָראָכאָוו, No.‎‏ 26].

«... געבראַכט גרויס נוצן דער קריסטליכער קירך, אָבער ניט דער יידישער סינאַגאָגע»! געשריבן האָבן זיי דאָך אָבער גראָד פאַר דער «סינאַגאָגע»; פאַר גלייביגע קריסטן האָט מען דאָך ניט געדאַרפט אויפווײַזן, אַז יידישקייט איז א פאַרבלענדעניש! בּנאמנות, מען וואָלט געקאָנט אַרויסלייענען איראָניע פון וואַגענזיילס עטליכע שורות, ווען ער זאָל ניט געווען זײַן אַזאַ טויט־ערנצטער מאַן. —

ווען מען האָט ביסלעכווײַז דערזעהן, אַז די לאַטײַנישע מיסיע פאַר יידן איז א בּרָכה־לבטָלה, האָט מען גענומען זוכן אַנדערע וועגן. די קענטעניש פון דער העברעאישער שפּראַך האָט זיך וואָס ווײַטער אַלץ מער פאַרשפּרייט צווישן קריסטן — ס׳איז געווען דאָס 16 טע י״ה — איז מען געפאַלן אויף אַן אַנדער פּלאַן: אויב לאַטײַן נעמט ניט די יידן, איז אפשר העברעאיש. צו דער שטרעמונג באַלאַנגען אויך מינסטער און פאַגיוס מיט זייערע מיסיאָנערישע טראַקטאַטן.

איינער פון די חשובסטע קריסטליכע מיסיאָנערן אויף העברעאיש איז געווען עמנואל טרעמעליוס, בּכלל זייער אַן אינטערעסאַנטע פּערזענליכקייט. געבוירן געוואָרן איז ער אין אָנהייב 16טן י״ה אין פעראַרע (איטאַליע), בײַ א יידישן דאָקטער־מעדיצין. אין איטאַליע איז די מחיצה צווישן קריסטן און יידן ניט געווען אַזוי גרויס, ווי אין דײַטשלאַנד1), און חוץ דעם האָט נאָך די פּראָפעסיע צונויפגעפירט דעם פאָטער מיט א סך איטאַליענער, און דווקא פון די געבילדעטע. דער יונגער טרעמעליוס האָט פון זײַנע יינגסטע יאָרן פאַרנומען זיך ניט נאָר מיט תּורה, נאָר אויך מיט וועלטליכע חכמות. ווען ער איז אַלט געווען א יאָר צוואַנציג, האָט ער זיך ↰ 128 אָנגעהויבן חַברן נאָך נעהענטער מיט קריסטן. צווישן זײַנע באַקענטע איז געווען א מאַן, וואָס האָט שפּעטער געשפּילט א וועלטגעשיכטיגע ראָליע — אַלעקסאַנדער פאַרנעזע, דער שפּעטערדיגער פּויפּסט פּוילוס III. טרעמעליוס האָט זיך געשמדט, געוואָרן א הייסער אָנהענגער פון דער רעפאָרמאַטאָרישער באַוועגונג לויט קאַלווינ׳ס נוסח; די רדיפות אויף די רעפאָרמירטע האָבן אים גענייט צו פאַרלאָזן זײַן היים, און ער איז געוואָרן א נע־ונדניק אויף זײַן גאַנצן לעבן. ער איז אויסגעווען אין דער שווייץ, אין ענגלאַנד, אין פראַנקרײַך, אין דײַטשלאַנד. אין א סך אוניווערסיטעטן איז ער געווען פּראָפעסאָר פון דער העברעאישער שפּראַך; נאָר קיין רו האָט ער אין ערגעץ ניט געפונען.

1) זעה גידעמאַן III, ז׳ 253 און ווײַטערדיגע (ייד׳ 167 און וו׳).

מיט קאַלווינען איז ער געווען גוטע־פרײַנד, און ער האָט איבערגעזעצט אויף העברעאיש קאַלווינס קאַטעכיזם, כּדי צו דינען דערמיט זײַנע יידישע «ברידער». אָט דאָס סֵפרל «חִנוּך בְּחִירֵי יָה» האָט אונז געמאַכט ריידן וועגן טרעמעליוסן אין דעם צוזאַמענהאַנג. דער «חנוּך» איז אַרויס דאָס ערשטע מאָל 1551 מיט א פּאַראַלעלער גריכישער איבערזעצונג, אין דריי יאָר אַרום אין העברעאיש אַליין, מיט א לאַטיינישער און א העברעאישער הקדמה.1)

1) גענויערס וועגן טרעמעליוסן אין דעם ביכל: Wilhelm Becker, Immanuel Tremeilius. Ein Proselytenleben im Zeitalter der Reformation. Leipzig 1891. מען דאַרף אָבער האָבן אין זינען, אַז דאָס ביכל איז אָנגעשריבן פון א פּאַסטאָר מיט מיסיאָנערישע כּוונות און אַרויסגעגעבן פונט מיסיאָנערישן Institutum Judaicum אין לייפּציג. — דער «חנוך בחירי יה» האָט זייער שטאַרק אויסגענומען בײַ די מיסיאָנערן. אין 1591 האָט מען דאָס אָפּגעדרוקט נאָך א מאָל אין ליידען (האָלאַנד) מיט א גריכישער און א לאַטײַנישער איבערזעצונג. 1819 איז עס געדרוקט געוואָרן אין מאַדראַס (אינדיע). 1820 האָט די לאָנדאָנער געזעלשאַפט צו פאַרשפּרייטן דאָס קריסטנטום צווישן יידן אַרויסגעגעבן דאָס ביכל באַזונדער אויף העברעאיש און יידיש. א דײַטשע אויסגאַבע פון דער הקדמה און די ערשטע 82 פראַגעס איז אַרויס נאָך אין 1886. — אונזערע אויסצוגן זיינען גענומען פון דער לאָנדאָנער העברעאישער אויסגאַבע 1820; קיין עלטערע האָב איך ניט געקאָנט באַקומען.

דאָס בוך איז צעטיילט, אַזוי ווי דאָס רוב יידישע מוסר־ספרים פון יענער צײַט, אויף «שערים»: שער האמונה, שער המצות, שער התפילה אאַז״וו. יעדער שער באַשטייט פון פראַגעס און ענטפערס. אָבער פאַר אונז איז וויכטיג ניט אַזוי דער אינהאַלט פונם ביכל (וואָס ברענגט ניט, דוכט זיך, קיין שום אָריגינעלס לגבּי קאַלווינען), נאָר טרעמעליוסעס ביידע הקדמות. אין זײַן לאַטײַנישער הייליגונג צו עפּעס א פירשט ווײַזט ↰ 129 ער אויף, אַז די מיסיאָנערישע אַרבעט אויף לאַטײַן איז אַרויסגעוואָרפענע אַרבעט. «הגם דאָס יידישע פאָלק האָט הײַנט פײַנט אונזער אמוּנה, נאָר פונדעסטוועגן לייענט עס פאָרט, וואָס די אונזעריגע שרײַבן אויף העברעאיש, ווײַל יידן ווילן וויסן, וואָס פאַר ראַיות מיר ברענגען פאַר אָדער קעגן זיי, וואָס מיר דרינגען אַרויס און ווי אַזוי מיר גייען זיך פונאַנדער וועגן גאָטס־אַכפּערונג און פרומקייט. פאַרקערט, ווען די אונזעריגע שרײַבן עפּעס אויף לאַטײַן אָדער אין א פרעמדן לשון, קוקן זיך יידן ניט אַרום אויף דעם.» טרעמעליוס מיינט, אַז ער, מיט זײַן העברעאישן חיבּור, וועט אויפטון גרויסע זאַכן, און ער צעלאָזט זיך אין דער העברעאישער הקדמה אויפן הויכן שטייגער: «... אָט זיינען אונזערע אָבות פאַרטריבן געוואָרן אין גלות, און פיל צרות און שלעק אָהן א צאָל האָבן זיי אַרומגערינגלט, ווײַל זיי האָבן האַרט געמאַכט זייער נאַקן און פאַרגעסן זייער גאָט און ניט געקענט אים... און איצט, מחמת מײַן האַרץ טוט מיר וויי אויפן בראָך פון מײַן פאָלק און איך קוק אויס אויף זײַן גאולה, און מײַן גאַנצער באַגער איז צו זעהן די ישוּעה פון ישראל׳ן, דעריבער האָב איך געשריבן אָט דאָס בוך... לאָמיר איבערבײַטן אונזער וועג און זוכן און אומקערן זיך צו גאָט, וועט ער זיך צוריק אויף אונז מרַחם זײַן...»

דער «חִנוּך בְּחִירֵי יָה» האָט אויך גאָרנישט ניט געפּועלט בײַ יידן, כאָטש ער איז געווען נאָכגעמאַכט לויטן מוסטער פונם באַרימטן יידישן «ספר החנוך», וואָס אהרן מבּית לוי פון באַרסעלאָנע האָט אָנגעשריבן צום סוף פון 13טן י״ה. עס האָט די יידן ניט גענומען; זיי זיינען געבליבן «האַרטנעקיג» און אײַנגעשפּאַרט.

וואַגענזייל, וואָס האָט געשריבן מיט 150 יאָר שפּעטער, האָט שוין געוואוסט צו דערציילן, פאַרוואָס די הענרעאישע מיסיאָנערישע אַרבעט האָט אויך קיין הצלחה ניט געהאַט. באַלד נאָך די זאַצן וועגן דער לאַטײַנישער מיסיע, וואָס מיר האָבן געבראַכט מיט א פּאָר זײַטלעך פריער, זאָגט ער זיך אַרויס בּזה הלשון:

«שרײַבן [די מיסיאָנערישע שריפטן] אויף ריינע הענרעאיש איז ניט גרינג, די שפּראַך פאַרטראָגט דאָס ניט..., זי איז צו אָרעם אין ווערטער; און ווען מען זאָל אַפילו וועלן נעמען צו־הילף דעם רבָּנישן, תּלמוּדישן און כאַלדעאישן דיאַלעקט, וואָס דאָס איז זייער שווער און פאַר א קריסט כּמעט ↰ 130 ווי אוממיגליך, איז דאָס נאָך אַן אומזיסטע טִרחא אויך, און ס׳איז א שאָד די אַרבעט: וואָרים פון הונדערט יידן איז פאַראַן אפשר איינער, וואָס קאָן לייענען אַזאַ בוך.»

פאַר וואַגענזיילן איז דעריבער קלאָר, אַז «אויב מען מיינט נאָר מיט אַן אמת צו דערלאַנגען די יידן א מיטלײַדיגע און הילפיגע האַנט, בּכדי זיי אַרויסצוציען פון דער טיפעניש פון אומגלויבן, אין וועלכן זיי זיינען פאַרזונקען געוואָרן, דאַן בלײַבט קיין זאַך ניט איבער, ווי צוצופּאַסן זיך צו זיי און צו שרײַבן לויט זייער דיאַלעקט און אויך צו דרוקן די דאָזיגע חיבּוּרים מיט זייערע אותיות».

מיר הערן דאָ, אַזוי צו זאָגן, דעם טעאָרעטיקער פון דער מיסיע אויף יידיש. געשריבן איז דאָס בײַם סאַמע אויסלאָז פון 17טן י״ה. אין 18טן י״ה נעמען זיך די מיסיאָנערן מיט התמָדה צו דער יידישער פאָלקס־שפּראַך, און עס קומט אויף אינגיכן א היפּשע ליטעראַטור אין און וועגן יידיש

אָט אַזוי האָט די קריסטליכע מיסיע צווישן יידן אין א לפי־ערך קורצער צײַט איבערגעלעבט דרײַ תּקוּפות: לאַטײַן — העברעאיש — יידיש. געוויינטליך דאַרף מען «תּקוּפות» קיינמאָל ניט פאַרשטיין אַזוי פאָרמעל, אַז אָט האַקט זיך אָפּ אין דעם יאָר איין תּקוּפה און פון אָנהייב קומענדיגן יאָר הייבט זיך אָן די צווייטע. די גײַסטיגע אַנטוויקלונג ווייס ניט פון קיין שפּרונגען, זי גייט בהדרָגה; און אַן אידעע קאָן נאָך האָבן אירע פאָרשטייער און פאַרטיידיגער, ווען זי איז שוין פון דער געשיכטע פאַרמִשפּט צום טויט. די וועלט זאָגט זיך ניט אָפּ אַזוי גיך פון אײַנגעליבטע אײַנריידענישן. אַזוי האָט טרעמעליוס טעאָרעטיש דערוויזן, אַז נאָר העברעאיש טויג פאַר דער קריסטיגונגס־אַרבעט צווישן יידן, אָבער די עפּיגאָנען פון דער לאַטײַנישער מיסיע זיינען נאָך א היפּשע צײַט געגאַנגען מיט זייער אויסגעטראָטענעם וועג. און אויף העברעאישע מיסיאָנערישע שריפטן האָט מען נאָך לאַנג־לאַנג געפַּטרט געלט, צײַט און ענערגיע, כאָטש עס האָט שוין מיט הונדערט יאָר פאַר וואַגענזיילן געלעבט א מאַן, וואָס האָט אָנגעוויזן אויף יידיש אַלס אינסטרומענט צו פאַרשפּרייטן דאָס קריסטנטום בּיי יידן. א געדאַנק נעמט קיינמאָל ניט אײַן די וועלט מיט אימפּעט, בּפרט נאָך אין יענע צײַטן, ווען מענטשן האָבן געאַרבעט יעדערער פאַר זיך, יעדערער אין זײַן ווינקעלע, אָהן אַן ענגערן צוזאַמענבונד צווישן זיך.

↤ 131

וואַגענזיילס פאָרגייער, וואָס האָט קלאָר פאַרשטאַנען דעם באַטײַט פון יידיש (הגם ער האָט דאָס ניט געקאָנט פאָרמולירן אַזוי באַשיידליך, ווי וואַגענזייל) איז געווען דער שטראַסבורגער פּריידיגער און פּראָפעסאָר פון טעאָלאָגיע עליאַס שאַדעאוס.

11.

שאַדע — ער וואָלט זיך אַליין אָנגערופן בפַרהֶסיא עם־האָרץ, ווען ער זאָל ניט געווען איבערבײַטן זײַן נאָמען אויף שאַדעאוס, עס זאָל קלינגען געבילדעט — שאַדע האָט ליב געהאַט צו ריידן פאַר זײַן עֵדה אין קלויסטער, מיט וואָסערע מיטלען מען קאָן ברענגען יידן צום אמתן, ד״ה צום קריסטליכן גלויבן. ער טרעט אַרויס שאַרף קעגן רדיפות און גוואַלד־מעשים; פאַר דער שנאה, וואָס יידן האָבן צו די קריסטן, דאַרף מען זיי אָפּצאָלן מיט ליבשאַפט. אָבער בּכדי יידן זאָלן בעסער אויפנעמען קריסטוסעס לערע, וואָלט געווען גלײַך, אַז מען זאָל זיי ניט לאָזן וואוינען אינאיינעם, וואָרים זיי שטאַרקן נאָר איינער בײַם אַנדערן די אײַנריידענישן; בעסער זאָל מען זיי באַזעצן צעשפּרייטערהייט צווישן קריסטן. אויך זאָל מען זיי לאָזן פאַרנעמען זיך מיט ערדאַרבעט, מלאָכה און אַנדערע פּרנסות, ווײַל פון לופט קאָנען זיי דאָך ניט לעבן, און אַז מען לאָזט זיי ניט צו צו די געוויינטליכע באַשעפטיגונגען, גייען זיי אום פּוסט און פּאַס אָדער זיי ווערן פּראָצענטניקעס. פאַראַן א סך באַווײַזן, זאָגט שאַדע, אַז ביז און נאָך קריסטוסעס געבורט האָפן יידן זיך פאַרנומען מיט מלאָכות און אַנדערע ערליכע באַשעפטיגונגען. דער אַפּאָסטאָל פּאַוולוס איז געווען א טעפּיך־מאַכער, און פּיליגרימען גיבן איבער, אַז נאָך הײַנטיגן טאָג זיינען יידן אין קאָנסטאַנטינאָפּאָל, אין עגיפּטן און אין ירושלים זיך עוסק מיט פאַרבערײַ און אַנדערע מלאָכות.

שאַדע פעט בײַ די שררות, זיי זאָלן פאַרווערן יידן צו ניצן וועלכע עס איז לעסטער־ביכער קעגן קריסטוסן, און קודם־כל דעם «תּולדות ישו».1) ווײַטער זאָל מען אויפהאָדעווען אין די הויכע שולן אַזעלכע מענטשן, וואָס ↰ 132 זאָלן קאָנען ריידן מיט יידן און זײַן באַהאַוונט אין העברעאיש. אויך איז געוואונטשן, מען זאָל געבן יידן א מיגליכקייט צו לייענען דעם נײַעם טעסטאַמענט לויט ווי זיי זיינען אײַנגעוויינט («ווײַל זיי לייענען דאָך ניט קיין שום ביכער אַחוץ העברעאישע אָדער אַזוינע, וואָס זיינען געדרוקט אָדער געשריבן אויף זייער שטייגער מיט העברעאישע אותיות»). די קריסטן דאַרפן בעטן פאַר דער נשמה פון די יידן, «וואָרים ניט מיט וועלטליכע כלי־זיין צעשטערט מען דעם טײַוולס מַלכות און מען מערט די קריסטליכע קירך, נײַערט מיט דער שווערד פון גײַסט, דאָס הייסט מיט גאָטס וואָרט».

1) אַן אַריסגאַבע פון אַן אינטערעסאַנטן יידישן כתב־יד פון «תּולדות ישו», וואָס געפינט זיך אין דער באָדלעיאַנאַ אין אָקספאָרד, האָבן מיר באַקומען פון ד״ר עריך בישאָף: Dr. Erich Bischoff. Ein jüdisch-deutsches Leben Jesu. Verlag von Wilhelm Friedrich. (לייפּציג, 1895). ליידער איז דער יידישער טעקסט איבעלגעשריבן מיט דײַטשע אותיות.

אונזער שאַדע אַליין האָט געמאַכט עטליכע פּרובן אַרויסצוגעבן יידיש־טײַטשע שריפטן: ס׳האָט אים געשטופּט דערצו דאָס געדעכעניש פון פּוילוס פאַגיוסן, וואָס איז געווען פּראָפעסאָר און פּריידיגער אין שטראַסבורג מיט א יאָר פערציג פריער. אין 1589 האָט ער אײַנגעאָרדנט א העברעאישע און יידיש־טײַטשע דרוק און פאַרניצט דערבײַ די רעשטן פון שריפט און מאַטעריאַל, וואָס פאַגיוס האָט איבערגעלאָזן.1) לויט ווי קאַלווער גיט איבער אין זײַן שוין ציטירטן חיבור «Gloria Christi», האָט שאַדע אַרויסגעגעבן אין יידיש־טײַטש «auf solche Maße, wie sie der selige Lutherus verdolmetschet»: דעם לוקאַס־עוואַנגעליום, דעם יאָהאַנעס־עוואַנגעליום, די מעשים פון די אַפּאָסטאָלן, פּאַוולוסעס כתב צו די רוימער און דעם כתב צו די יידן. ער האָט אויך געהאַט בדעה אָפּצודרוקן פון פּוילוס פאַגיוסעס מאַנוסקריפּט ר׳ אלי׳ לויס איבערזעצונג פון איוב.1)

אונז אינטערעסירט אַם־מערסטן פון שאַדעס אַלע ליטעראַרישע פּרובן זײַן טעאָרעטישער מאמר «Ein gewisser Bericht von der teutsch-hebräischen Schrift, deren sich die Juden gebrauchen‏. 3) דאָ ברענגען פון דאָרטן גרעסערע אויסצוגן, ווײַל צום סוף פון 16טן י״ה, פאַר בוקסטאָרפן, האָט דאָ שאַדע אויפגעטון אמתע חידושים.

1) זעה ז׳ 96.

2) זעה ז׳ 77.

3) ליידער קאָן איך ציטירן נאָר פונם נײַעם איבערדרוק פון 1892 [באָראָכאָוו, תיקונים צו Nr.‎‏ 5]. דאָס איז זייער פאַרדראָסיג, ווײַל ס׳האָבן זיך דאָרטן אַרײַנגעכאַפּט א סך דרוק־גרײַזן. אין מײַנע ציטאַטעס האָב איך די גרײַזן ווי ווײַט מיגליך פאַרריכט.

↤ 133

ווער עס וויל זיך אויסלערנען די טײַטש־העברעאישע שפּראַך פון די יידן, זאָגט דער מחבר, דער דאַרף האָבן אין זינען דרײַ זאַכן: 1. דעם אלף־בית, 2. די וואָקאַלן און דיפטאָנגען; 3. עטליכע באַזונדערע סימנים און גענג, וואָס יידן ניצן אין זייער שרײַבן און פאַרטײַטשן.

דאָס ערשטע קאַפּיטל. וועגן אלף־בית. יידן שרײַבן פון רעכטס אויף לינקס. יידן האָבן אויך צוויי אלף־ביתן: די הייליגע אותיות, מיט וועלכע זיי שרײַבן איבערהויפּט דעם תנ״ך, און די מַשקט־שריפט (וואָס הייסט «בײַ אונז» קורענט), וואָס זיי ניצן אין פּירושים און אין זייערע טאָג־טעגליכע געשריפטסן.1)

עס גייען ביידע אלף־ביתן און דער צאָל־ווערט פון די אותיות2), דערנאָך עטליכע פּירושים צום געברויך פון די אותיות.

ב איז b; מיט א פּאַסיקל איז דאָס v אָדער f. ו אין אָנהייב וואָרט איז אויך א f און ווערט גענוצט נאָר פאַר a,‏ e,‏ i (א שטייגער וא, וע, וי) און פאַר e און r (א שטייגער ולייש fleisch, ור ver). אין אַנדערע פאַלן איז ו א וואָקאַל.

י אין אָנהייב וואָרט איז א קאָנסאָנאַנט, אין אַנדערע פאַלן — א וואָקאַל.

פּ איז p, מיט א פּאַסיקל ph; געטאָפּלט (פריער א פ אָהן א רפה און דערנאָך מיט א רפה) איז דאָס pf, א שטייגער פּפֿאף, pfaff.‏ 3) ף איז א f (דאָס הייסט, אַז p בלײַבט וואָרט־אויס אויך פ).

דער העברעאישער אלף־בית האָט דרײַ צייכנס פאַר s : ז, ס, ש. דער ז איז א שאַרפער s, כמעט א האַלבער צ, נאָר ער ווערט פאָרט גענוצט אַלס s אָהן אונטערשייד, איבערהויפּט פאַר וואָקאַלן: זא זע זי זוֹ זו. אין מיטן וואָרט ווערט דער ז געטאָפּלט אָנשטאָט ss, ווי א שטייגער: מעזזער Messer, וואַזזעד Wasser. — ס איז א פּשוטער s, מען קאָן אים ניצן אומעטום, כאָטש עטליכע יידן ניצן אים זייער זעלטן אין טײַטש און ↰ 134 אַנדערע כמעט ווי גאָרניט. — ש איז דער פאַרשפּרייטסטער s, וואָרט־אײַן, וואָרט־אין און וואָרט־אויס: שטאט stat, וואש was, דאש das; אין מיטן איז דער ש אָבער ניט אַזוי אָנגענומען, נאָר אַנדערע יידן שרײַבן כסדר ש פאַר ss: וואשר Wasser. ש ווערט נאָך גענוצט פאַר sch אויך.1)

1) «שאַדעאוס רופט «משקט» ניט די רש״י־שריפט, ווי דאָס רוב שרײַבער, נאָר די ווײַבערטײַטשע אותיות.

2) דערבײַ שטעלט שאַדעאוס (אין יידישע שריפטן טרעפט זיך דאָס אויך, נאָר זעלטן) די שלאָס־אותיות ך ם ן ף צום סוף און באַצייכנט זיי מיט 500, 600, 700, 800.

3) אין שאַדעאוסעס עלזאַסער אויסשפּראַך האָט דער pf געקלונגען זייער שאַרף; דער איבערגאַנג פון pf אין f וואָרט־אײַן און р וואָרט־אין און וואָרט־אויס (ווי אין יידיש) איז כאַראַקטעריסטיש פאַרן מזרחדיגן טייל פון מיטל־דײַטשלאַנד.

ח און ת ווערן אין טײַטש גאָרניט גענוצט, סײַדן אין העברעאישע ווערטער. ער, שאַדע, וואָלט געגעבן אַן עצה, אַז מען זאָל ניצן ת פאַר th; נאָר אין זײַנע ווערק האָט ער דאָס ניט דורכגעפירט, וואָרים יידן שרײַבן כסדר ט.

דאָס אַנדערע קאַפּיטל. וועגן וואָקאַלן און דיפטאָנגען. מען דאַרף וויסן, אַז די יידישע אותיות זיינען כמעט אַלע קאָנסאָנאַנטן, און אָנשטאָט וואָקאַלן ניצן יידן פאַרשיידענע פּינטלעך. אָבער אין טײַטש־העברעאיש ווערן די פּינטלעך אָדער גאָרניט גענוצט אָדער נאָר א פּאָר און דאָס אויך זעלטן, בשעת דער פּשט פון וואָרט איז ניט קלאָר, א שטייגער אֵר Ehr, מֵיר Meer, אַניט וואָלט מען געלייענט אר ar, מיר mir.

אין אַנדערע פאַלן ווערט פאַר a גענוצט א. פאַר e, איבערהויפּט פאַרן ווייכן, וואָס איז נוטה צו ä, ווערט גענוצט ע, ערבש Erbs, ערנד Ernd. פאַרן האַרטן און געוויינטליכן e שרײַבט מען י, א שטייגער גי ge. פאַר i שטייט אויך י: מיר mir, דיר dir. פאַר o שטייט ו, פאַר v Vokal [ד״ה u] אויך ו.

א ווערט אויך גענוצט פאַר א קורצן e, וואָס מען איז זיך נוהג צו שרײַבן, נאָר מען הערט עס כמעט ניט, און דעריבער ווערט עס טאַקע טיילמאָל פאַרפעלט; א שטייגער ליאב lieb, דיאב dieb, דיא die, זיא sie, וויא wie‏2), וואָס מען שרײַבט אויך אַמאָל, «nach Gelegenheit des Schreibens», ליב lib, דיב dib, די di, זי si, ווי wi.

1) פון שאַדעס פֵּירוש אויף די «דרײַ אותיות פאַר s» איז צו זעהן, אַז ער מיט זײַן עלזאַסער אויסשפּראַך, האָט — פּונקט ווי פאַגיוס — כמעט ניט געשפּירט קיין אונטערשייד צווישן ז און ס, כאָטש טעאָרעטיש האָט ער יאָ געוואוסט, אַז ז איז «א שאַרפער s». — שאַדע ווײַזט אָן, אַז בכדי אונטערצושיידן צווישן ש = s און ש = sch האָט ער אײַנגעפירט אין זײַנע אייגענע אויסגאַבן צוויי באַזונדערע צייכנס: s = ש און sch = <קורסיווער ש> (דעם קורענט־צייכן). אויף ווײַטער וועט ער דאָס אויך כסדר ניצן אַזוי, «nicht allein um des gemeldeten Unterschiedes willen, sondern darum dass ich es in eines gelehrten Juden Briefe an den H. Paulum Fagium seliger geschrieben also befunden».

1) זעה אויף ז׳ 112 פּוילוס פאַגיוסעס שרײַבונג: ליאב, דיאנשט.

↤ 135

ווײַטער דאַרף מען וויסן, אַז ווען i,‏ o,‏ u שטייען אין אָנהייב וואָרט, שטעלט מען אַלעמאָל צו פון פאָרנט אַן א, כדי מען זאָל וויסן, אַז דאָס זיינען וואָקאַלן און ניט קיין קאָנסאָנאַנטן. א שטייגער איר Ir, אַניט וואָלט דער י געווען א קאָנסאָנאַנט און ס׳וואָלט געהייסן יאר Jar. דאָס אייגענע און הייסט on אָדער vn [ד״ה un], אַניט וואָלט דאָס געמיינט von.

אויב עס שטייט אַ י און מען דאַרף באַשליסן, צי דאָס איז i אָדער e, אָדער אויב עס שטייט ו און מען ווייס ניט, צי איז דאָס o אָדער u, דאַרף מען דאָס דרינגען פונם צוזאַמענהאַנג פון טעקסט. מען קאָן אָבער נעמען צו־הילף די פּינטלעך: י באַטײַט e, און א פּינטל איבער ו באַטײַט אַן o: מיר mir, מיֵר mer; און un, אוֹן on. דאָס אייגענע אֵ איז א האַרטער e, און אֹ איז אַן o‏.1)

די וואָקאַלן a און e וואַרפט מען אָפט אַרויס אינגאַנצן, אויב מען קאָן זיך גרינג אָנשטויסן: דש אָנשטאָט דאש daß, ור אָנשטאָט וער ver, דר אָנשטאָט דער der, וטר vtr אָנשטאָט ואטער vater.

דיפטאָנגען ווערן געשריבן אַזוי: אי ai, ווי אין ain אויף שוועביש. עי ei אין אָנהייב וואָרט, א שטייגער עין ein, עיזען eisen‏.2) אַנדערע שרײַבן איין ein. אָבער אין מיטן און סוף וואָרט שרײַבט מען נאָר יי, א שטייגער מיין mein, דיין dein, זיין sein, וריי frei, מאַנכֿרליי mancherlei. דעם דיפטאָנג ö גיט מען איבער דורך וֹי: פוֹילקער Völker.‏ ü ווערט איבערגעגעבן דורך וי: מויגליך müglich.

דאָס דריטע קאַפּיטל. וועגן עטליכע באַזונדערקייטן, וואָס יידן ניצן. שאַדע פאַרצייכנט זיבן אַזעלכע יידישע אייגנטימליכקייטן. עטליכע זיינען שייך צו אָרטאָגראַפיע: יידן שרײַבן «גוֿט» (מיט א פּאַסיקל) אָנשטאָט Gott, צום אונטערשייד פון גוט gut; אָנשטאָט «אונד» שרײַבן זיי «אונ׳»3); בכלל איז דאָס אויסלייגן בײַ יידן וואַקלדיג, פּונקט ווי בײַ די דײַטשן.4)

1) «... welche Unterschiede wir oft in unserem Werke mit Fleiss gebraucht», גיט צו שאַדע.

2) דאָס איז אַפּנים שאַדעס אייגענער קאָפּ. אין יידישע שריפטן זיינען ניטאָ אַזעלכע קאָמבינאַציעס פון צייכנס

3) «... wie auch die Deutschen, sonderlich im Druck, un̄ für und gebrauchen»

4) «... wie unter uns Deutsche [!], also auch die Juden, fast ein Jeder seine Art hat zu schreiben, und eine bessere Schrift macht als der andere, und dass sie, als der Grammatica und Orthographie unerfahren, etwa einen Buchstaben vor den andern setzen, als ein d für ein t, k für ein g etc., wie gemeine Laien ihr Deutsch schreiben.»

↤ 136

עטליכע באַמערקונגען מאַכט שאַדע וועגן דעם יידישן לעקסישן מאַטעריאַל. א) יידן מישן אַרײַן אין זייער דײַטש עטליכע העבּרעאישע ווערטער, וואָס זיינען בײַ זיי אָנגענומען, א שטייגער: הושטו לחם, דר גוי, עש אישט ביי דעם אדוני וואר, האשט וואָס גיגאנפט [געגנבעט]. צום טייל טוען דאָס יידן פון געוויינטשאַפט וועגן, צום טייל כדי קריסטן זאָלן ניט פאַרשטיין. ב) יידן האָבן עטליכע באַזונדערע ווערטער: benschen אָנשטאָט segnen,‏ leien אָנשטאָט lesen,‏ das dasige אָנשטאָט dieses אאַז״וו. ג) די פאַרקלענער־ווערטער, וואָס ענדיגן זיך אויף דײַטש 1) מיטן טראַף «lein», ענדיגן יידן מיט א lich, א שטייגער kindlich,‏ meidlich,‏ büchlich אָנשטאָט Kindlein,‏ Meidlein,‏ Büchlein אאַז״וו.

ענדליך געפינען מיר נאָך אַן אָנווײַז אויף דער אויסשפּראַך פון יידיש: «... ist zu wissen, dass sie fast allesammt auf nürnbergische oder fränkische Art die Vokale grob aussprechen, sonderliсh das a fast wie ein о».

דער ווערט פון די דאָזיגע פּאָר שורות איז אומגעהייער גרויס. ס׳איז דאָס ערשטע מאָל, וואָס א זײַטיגער מענטש ווײַזט אָן אויף די אייגנטימליכקייטן פון דער יידישער אויסשפּראַך. די יידן ריידן אַרויס די וואָקאַלן «גראָב, אויפן נירנבערגער אָדער פרענקישן שטייגער» — אַזוי פּרובט שאַדעאוס כאַראַקטעריזירן די שפּראַך פון די יידן. ווען דער ברייטער דײַטשער עולם אין עלזאַס וואָלט אויך אַזוי גערעדט, וואָלט ער ניט געדאַרפט זוכן אַזעלכע ווײַטע בײַשפּילן; הייסט עס, צום סוף פון 16טן האָבן יידן שוין געוויס געהאַט א לשון, וואָס האָט זיך אונטערגעשיידט פון די לאָקאַלע דײַטשע דיאַלעקטן.2) אויפן סמך פון אומדירעקטע סימנים אין די יידישע מקורים קאָן מען דאָס קאָנסטאַטירן נאָך א סך פריער, אָבער דאָרטן קאָנען זײַן ספקות, און דאָ הערן מיר א זיכערן, כשרן עדות. איבערהויפּט איז פאַר שאַדעאוס א חידוש דער בײַט פון a אויף о. דאָס לערנט אונז (צוזאַמען מיט נאָך א סך פאַקטן), אַז דעם נה״ד ā מעגן מיר אין דער גאַנצער עלטערער ליטעראַטור ↰ 137 אונזערער לייענען דורכאויס ווי о‏1), פּונקט ווי אין הײַנטיגן ליטווישן יידיש. די טראַנסקריפּציע פון די דײַטשע געלערנטע (גרינבוים, פּערלעס, גידעמאַן אאַז״וו), וואָס שרײַבן אין יידישע טעקסטן אַלעמאָל אַן a, וואו נה״ד האָט a, ווײַזט זיך אַרויס ניט פאַר א פּלוגתא־זאַך, נאָר פאַר א בפירושן גרײַז.

1) «... in gemeiner deutschen Sprache ...»

2) זעה אויך אויף ז׳ 137 די אָנמערקונג וועגן das dasige.

ניט ווייניגער וויכטיג זיינען שאַדעס נאָטיצן וועגן דעם ווערטערדיגן צוזאַמענשטעל פון יידיש. יידן האָבן אין זײַן צײַט שוין געהאַט ווערטער, וואָס זיינען אין דער שפּראַך פון די קריסטן ניט געווען, זיי האָבן געהאַט אייגענע סופיקסן צו בילדן פאַרקלענער־פאָרמען, זיי פלעגן אַרײַנמישן אין זייער שפּראַך העברעאישע ווערטער. שאַדע האָט זיך ניט געשטעלט פאַר קיין ציל און איז ניט געווען בכּוח צו געבן א סיסטעמאַטישע כאַראַקטעריסטיק פונם לשון פון די יידן, ער האָט אַרויסגעכאַפּט עטליכע פון די בולטסטע שטריכן און אונטערגעטראָגן דאָס דעם לעזער. ווען די שפּראַך פון א קיבוץ פאַרמאָגט שוין אַזעלכע אייגנטימליכקייטן, ווי שאַדע ווײַזט דאָ אָן, איז קלאָר, אַז חוץ די אייגנטימליכקייטן האָבן געמוזט זײַן נאָך א סך אַנדערע.2)

1) ריכטיגער אפשר å, זעה ז׳ 158.

2) וויכטיג איז, וואָס שאַדע קוקט אויפן וואָרט «das dasig», ווי אויף א ספּעציפיש יידישן וואָרט. אין דער אמתן איז דאָס א דײַטש וואָרט (לעקסער I,‏ 412), נאָר ראשית באַגעגנט זיך עס אין דײַטש ניט איבעריגס אָפט און צווייטנס איז דאָס אַן אויסדרוק, וואָס איז פאַראַן איבערהויפּט אין בײַערישע דענקמאָלן. ווען שאַדעאוס וואָלט געקענט דאָס וואָרט פון זײַן דיאַלעקט, וואָלט ער ניט אויסגעפאַלן צו שרײַבן, אַז דאָס איז א יידישע באַזונדערקייט. הייסט עס, יידן האָבן שוין אין 16טן י״ה באַוויזן אַריבערצוטראָגן בײַערישע באַזונדערקייטן אין עלזאַס און צו שאַפן א פאַרזיכדיגן לשון פון פאַרשיידענע דײַטשע דיאַלעקטן. קלוגע ז׳ a85 ברענגט א פאַקט, אַז נאָך צום סוף 18טן י״ה האָט מען געקוקט אויף dasig, ווי אויף א יידיש וואָרט.

שאַדע באַציט זיך צו דער שפּראַך פון די יידן אָהן שום פאָראורטיילן (פּונקט ווי צו יידן גופא), ער האָט צו זיי קיין טענות ניט, וואָס זיי האָבן אים «איבערגעפירט» זײַן שיינע דײַטשע שפּראַך (ווי וואַגענזייל מיט הונדערט יאָר שפּעטער). פאַרקערט, ער איז מלַמד־זכות אויף זיי. רעדט ער וועגן דער וואַקלעניש אין יידישן אויסלייגן, ווײַזט ער באַלד אָן, אַז אין דײַטש איז אויך ניט בעסער; דערציילט ער וועגן דער פאַרבינדונג פון העברעאישע שורשים מיט דײַטשע ענדונגען, פאַרשטייט ער, אַז דאָס איז ניט קיין אייגנטימליכקייט פון יידיש, נאָר דײַטשן טוען אויך דאָס אייגענע. ער איז זיך אַפילו סומך אויפן בײַשפּיל פון די קאַנצעלאַריעס ↰ 138, וואָס זיינען אין 16טן י״ה בײַ א סך מענטשן געווען מוסטער־געבער פון שפּראַך און סטיל: «... pflegen sie unter ihr Deutsch etliche hebräische Wörtlein, so ihnen gemein, mit unter zu mengen, wie in den deutschen Kanzleien mit den lateinischen oder französischen Worten geschieht, als radiren, abkopiren, injuriren, protestiren, arestiren etc.»

ווען מיר נעמען נאָך אין אַכט, אַז שאַדע האָט געהאַט רעפאָרמאַטאָרישע פאַנטאַזיע (די אונטערשיידונג צווישן וֹ און ו, דער פאָרשלאָג אַרײַנצופירן תּ פאַר th), מוזן מיר אָנערקענען, אַז זײַן «קורצער בּאַריכט» איז מי יודע ווי רײַך אין אינהאַלט, און מיר וועלן מסכים זײַן מיט באָראָכאָוון 1), אַז דער חיבור שטייט «אין געוויסע פּרטים אַפילו העכער פון בוקסטאָרפס אַרבעט».

מערניט איין גרויסער חילוק: שאַדע איז געבליבן כמעט ווי אומבאַמערקט, אַפילו די מיסיאָנערן האָבן זיך אויף אים ווייניג וואָס אַרומגעקוקט; א סברא, אַז בוקסטאָרף גופא האָט פון אים אויך ניט געוואוסט. בוקסטאָרף, פאַרקערט, האָט באַשאַפן א שולע. אין משך פון אָנדערטהאַלבן הונדערט יאָר איז בוקסטאָרף געווען פאַר דער קריסטליכער וועלט דער רבי פון יידיש, פּונקט ווי ער איז געווען דער רבי פון העברעאיש. אין 17טן און אין דער ערשטער העלפט פון 18טן י״ה האָבן זיך א סך קריסטן פאַרנומען מיט יידיש, אגב־אורחא און ספּעציעל; טייל פון זיי זיינען אויף אַנדערע געביטן (ליטעראַטורגעשיכטע אאַז״וו) אַוועק א סך ווײַטער פון בוקסטאָרפן; נאָר זייערע קענטענישן וועגן דער יידישער שפּראַך האָבן זיי אַלע געשעפּט פון אים, אַפילו וואַגענזייל אויך. פון שאַדעאוסן האָט קיינער ניט געשעפּט. שאַדעאוס איז דער וועג־זוכער, וואָס ווערט פאַרפאַלן אין דער מדבר; עס קומט אים א חָשובער פּלאַץ צווישן די לײַט פון דער וויסנשאַפט. אָבער דעם פּראָגרעס אין דער וויסנשאַפט האָבן מיר צו פאַרדאַנקען ניט אים, נאָר זײַן יינגערן בן־דור, דעם באַזעלער פּראָפעסאָר יאָהאַן בוקסטאָרף דעם פאָטער.2) —

1) פּנקס I, ביבליאָטייק, ז׳ 66.

2) ס׳איז נאָך געווען א «יינגערער בוקסטאָרף», דעם עלטערנס א זון, אויך א יאָהאַן, אויך א פּראָפעסאָר פון העברעאיש אין באַזעל און אויך א גרויסער מלוּמד.

↤ 139

פאַרן ערשטן יאָרהונדערט פון איר אַנטוויקלונג האָט די יידישע שפּראַכוויסנשאַפט דורכגעשפּרײַזט א ווײַטן וועג: פון בעשענשטיינס ערשטע אומזיכערע, קינדערשע טריט, איבער ר׳ אלי׳ בחור און זײַנע קריסטליכע תלמידים ביז דער סאַמע שוועל פון בוקסטאָרפס טעטיקייט.

בוקסטאָרף גופא קער זיך שוין ניט אָן מיט דער תקופה, וואָס מיר האָבן אַרומגערעדט אין דער איצטערדיגער אַרבעט. ער האָט אַפילו אויך אָפּגעלעבט דעם גרעסטן טייל פון זײַן לעבן אין 16טן י״ה (ער איז געבוירן געוואָרן 1564, געשטאָרבן 1629), נאָר זײַן «Thesaurus grammaticus linguae sanctae hebraeae» איז אַרויס אין 1609, און בכלל איז זײַן גאַנצע השפּעה געווענדט פאָרויס, צום זיבצעהנטן יאָרהונדערט. דאָס אייגנס, וואָס ער האָט באַקומען בירושה פון זײַנע פאָרגייער, האָט ער אויפגעהיט און געמערט און געלאָזט גלאַנצן פאַר לײַטן.

↤ 140

מגילת ווינץ
אַ יידישע היסטאָרישע פּאָעמע פון אָנהייב 17־טן יאָרהונדערט
1. דאָס ווערק און זײַן שטעלונג אין אונזער ליטעראַטור

די «מגילת־ווינץ» וואָס מיר ברענגען דאָ, איז ווײַט ניט די איינציגע היסטאָרישע פּאָעמע אין דער עלטערער יידישער ליטעראַטור. אדרבא, ווען מען זאָל שוין האַלטן בײַ א פאַרגלײַך, מוז מען זאָגן, אַז אַמאָליגע יאָרן האָט די יידישע ליטעראַטור א סך בעסער, א סך פילזײַטיגער אָפּגעשפּיגלט דאָס יידישע לעבן, ווי די ווערק פון אונזער מאָדערנער תקופה. אמת, דאָס דאַרף מען האָבן אין זינען: דאָס לעבן איז דאַן געווען ניט אַזוי קאָמפּליצירט, און די פאָדערונגען, מיט וועלכע מען פלעגט קומען צום שלײַבער, זײַנען אויך ניט געווען אַזוי האַרב, ווי הײַנטיגן טאָג.

די יידישע היסטאָרישע דיכטונג איז אַזאַ מין געביט פון אונזער ליטעראַטור־געשיכטע, וואָס איז באמת ווערט, מען זאָל אים אָפּגעבן מער אינטערעס, ווי מען טוט דאָס הײַנט. נאָר צוריק גערעדט: וואָסער טייל פון אונזער עלטערער ליטעראַטור איז יאָ אויסגעפאָרשט? צי פאַרמאָגן מיל כאָטש אַן אינווענטאַר פון אונזער ליטעראַרישן אייגנס?1) ווען מיר וועלן שוין זוכה זײַן צו אַן «אַלט־יידישער טעקסט־ביבליאָטעק», וואָס זאָל געבן איטליכן לעזער א השגה וועגן אונזער האָב־און־גוטס, דאַן וועט זיך אַרויס־

1) צוויי אַרבעטן, אַן אָנהייב פון א פונדאַמענט, מוזן דערמאָנט ווערן. שטיינשניידערס Jüdisch-Deutsche Literatur‏ (Serapeum,‏ 1848, 1849, 1869) האָט א גוואַלדיגן ווערט, ניט געקוקט אויף בלויזן און גרײַזן. — שולמאַנס «שפת יהודית־אשכנזית וספרותה מקץ המאה הט״ו עד קץ שנות המאה הי״ח. יצא לאור ע״י בני משפחתו של המחבר המנוח בהשגחת י. ח. טביוב. ריגא, תרע״ג» גיט ניט דאָס וואָס עס זאָגט צו: וועגן «שפה» איז דאָרט קיין זאַך ניטאָ, און די «ספרות» איז אייגנטליך נאָר א קאַטאַלאָג. דאָס בוך עפנט ניט קיין ברייטערע פּערספּעקטיוון, אָבער ס׳האָט אין זיך זייער א סך מאַטעריאַל, און זאָל מען זיך ניט לאָזן איבערפירן דעם טעם דורך דער נאַאיווער אויפגעבלאָזענער העברעאיסטישער מליצה, מיט וועלכער י. ח. טאַוויעוו האָט «באַצירט» דאָס לעבנסווערק פון א האַרציגן און ערנסטן מענטשן.

↤ 141

ווינצענץ (ווינץ־האַנס) פעטמילך,

דער רעדלפירער פון דעם פראַנקפורטער פּאָגראָם פון 1614. פון אלחנן בר׳ אברהם העלן איז קיין שום בילד און בכלל כמעט קיין זֵכר ניט געבליבן; דער צוֹרר־היהוּדים איז פאַראייביגט דורך א פּאָרטרעט. צי איז דאָס ניט א סימבאָל פון דעם גאַנצן מאַטעריאַל, מיט וועלכן עס קומט אויס צו אָפּערירן דעם יידישן היסטאָריקער?

↤ 143

ווײַזן, אַז דאָס איז גאָרניט «דאָס ביסל אָרעמקײַט», ווי מען האָט זיך אײַנגעוויינט צו טראַכטן, נאָר אַז יידן האָבן באַוויזן צו באַשאַפן אין 15טן 16טן, 17טן, 18טן י״ה א ליטעראַטור א ברייטע, א ווײַט־פאַרצווײַגטע, וואָס האָט באַפרידיגט זייערע גײַסטיגע באַדערפענישן. און ס׳איז א גרויסער טעות, אַז פאַר יידישע גײַסטיגע באַדערפענישן זײַנען יעמאָלט גענוג געווען טײַטש־חומש און מוסר־ספרים. ס׳איז א ווילדע אײַנריידעניש, אַז ביז דער עמאַנסיפּאַציע איז דער ייד געווען כולו רוחניות און האָט נאָר געקלערט וועגן תורה און מצוות. גאָט צו דאַנקען, די וועלט־פרעמדקײַט פון יידן איז אַלעמאָל געווען א סך קלענער, ווי מען פּרובט אונז אײַנשמועסן, און דווקא די יידישע ליטעראַטור, וואו ס׳האָט זיך אָפּגעשפּיגלט דאָס טאָג־טעגליכע לעבן פון יידישן פאָלק, גיט אונז די פעסטע ראיות, אַז אין געטאָ האָט מען אויך געוואוסט, וואָס הייסט ליבע און לעבן און לעבנסלוסט. געוויס, די שרײַבער פון די ספרים זײַנען געווען דאָס רוב אַסקעטיש געשטימט — אָבער דער ייד פון א גאַנץ יאָר האָט געהאַט א געזונטן חוש צום לעבן, און דאָס יונגוואַרג האָט זיך אַפילו הינטער די געטאָ־מויערן געקוויקט מיטן ביסל זון, וואָס פלעגט אַהין אַרײַנדרינגען.

דעריבער איז אונזער עלטערע ליטעראַטור ניט קיין זאַמלונג פון רעליגיעזע און מוסר־ספרים אַליין. מיר האָבן גרויסע און קליינע היסטאָרישע ווערק (סײַ אין פּראָזע, סײַ אין גראַמען), מיר האָבן מעשיות און לעגענדעס, פילאָסאָפישע און מעדיצינישע ווערק, געאָגראַפיעס און רײַזע־באַשרײַבונגען, דראַמאַטישע סצענעס און מעמואַרן, און אַפילו כיראָמאַנטישע לערנביכער און באַאַרבעטונגען פון באָקאַטשיאָס «דעקאַמעראָן».

דערהויפּט איז רײַך די צאָל היסטאָרישע פּאָעמעס. דאָס רוב דערציילן זיי וועגן עפּעס א גזירה, א גירוש, א שרפה, און אַזעלכע טעמעס האָבן דאָך קיינמאָל ניט געפעלט.

די «מגילת־ווינץ», וואָס מיר דרוקן דאָ איבער, איז, הייסט עס, ניט קיין צופאַל־ווערק, און איידער עס איז צונויפגענומען און פּובליקירט אונזער גאַנצער ליטעראַרישער אוצר, קאָן מען זיך אַפילו ניט אונטערנעמען צו זאָגן, אַז דאָס איז דאָס בעסטע, וואָס מיר פאַרמאָגן פון דעם מין. אָבער איינס דערקענט מען בפירוש: אַז מיר האָבן דאָ צו טון מיט ↰ 144 א קונסטווערק. און וואָס מער מען לייענט זיך אַרײַן (מען טאָר זיך ניט אָפּשרעקן, אויב אין אָנהייב גייט דאָס צו א קאַפּעלע שווערליך), אַלץ מער דערשפּירט מען די מעלות פון דער פּאָעמע.

געוויינטליך, איטליך ליטעראַריש ווערק דאַרף מען מעסטן מיט דער מאָס פון דער עפּאָכע, ווען דאָס איז אָנגעשריבן געוואָרן, און מען טאָר ניט זוכן אין דער פַּשטות פונם שרײַבער פון 17טן י״ה די ראַפינירטע טעכניק פון אונזער מאָדערנער פּאָעזיע. אָבער פּרובט למשל צוגלײַכן אונזער «מגילה» צום דײַטשן היסטאָרישן שיר, וואָס באַהאַנדלט די זעלביגע געשעהעניש און איז מסתמא אָנגעשריבן אינם זעלביגן יאָר.1) וועט איר זעהן, ס׳אַראַ גוואַלדיגער מהלך עס איז צווישן די הילצערנע גע׳מלאכה׳טע דײַטשע גראַמען, וואָס האַקן אָפּ א שורה נאָך א שורה אָהן שום אינעווייניגסטן געפיל, און דער יידישע פּאָעמע, אין וועלכער עס שפּירט זיך די נשמה פון אַן אמת׳ן דיכטער, הגם אונזער מחבר איז אויך ניט אַלעמאָל באַלעבאָס אויף דער פאָרם און טעכניק. דער העברעאישער טעקסט פון דער «מגילה», וועלכן דער זעלביגער מחבר האָט אָנגעשריבן און אָפּגעדרוקט צוזאַמען מיטן יידישן, איז אויך א סך שוואַכער, עס פעלט אים די אוממיטלבאַרקײַט, וואָס דאָס יידישע ווערק האָט אין זיך.

2. די היסטאָרישע פאַקטן 2)

פראַנקפורט בײַם מאַין, אַן אַלטער יידישער ישוב, האָט פון מיטן 16טן י״ה שוין געהאַט א היפּשע קהילה. די יידן האָבן געוואוינט אין דער «יידישער גאַס», וואָס פלעגט פאַרשלאָסן ווערן אַלע בײַנאַכט און אויך אין יום־טובים און חגאות. אין דער צײַט, ווען ס׳געפאַלן די געשעהענישן, ↰ 145 וואָס ווערן באַשריבן אין דער «מגילה», האָט פראַנקפורט געהאַט א 2000 יידישע נפשות. אין זייער אינעווייניגסטן לעבן זײַנען זיי געווען אינגאַנצן זעלבשטענדיג, נאָר מיט איין תנאי: זיי זאָלן אָפּהיטן די כּללים פון די «פּריווילעגיעס» (אין דער פּאָעמע הייסן זיי «פרײַהײַטן» אָדער «קיומים», אויפן אָפיציעלן לשון Jüdische Stättigkeit). קויפן נחלאות האָבן יידן ניט געטאָרט; צו די צעהן פון די בעלי־מלאכות האָט מען זיי אויך ניט צוגעלאָזן. אויך איז זיי געווען פאַרווערט צו האַנדלען מיט נײַע קליידער, מיט געווירץ, מיט שניט־סחורה א .אז .וו. דער מיין איז געווען א קלאָרער: ווי ווײַט מעגליך באַוואָרענען דעם קריסטליכן האַנטווערקער און קרעמער פון דער יידישער קאָנקורענץ. דעריבער איז בײַ יידן געבליבן סוף־כּל־סוף נאָר איין פּרנָסה: אויסלײַען געלט אויף פּראָצענט. אין די תקנות זײַנען אויסגערעכנט די פאָרמאַליטעטן וועגן אַרויסגעבן די הלװָאות און וועגן די שטָרות, ס׳זײַנען דערמאָנט זאַכן, וואָס יידן טאָרן בשום־אופן ניט נעמען פאַר מַשכָּנות (זאַכן, וואָס באַלאַנגען צום שטאָטישן ראָט, קלויסטערשע חפֵצים א. ד. ג.) פאַר עובר זײַן אויף די תקָנות איז געקומען א האַרבע שטראָף, נאָר בעצם איז נעמען וואָכער געווען א כּשר׳ע פּרנסה. דער שטאָטישער ראָט גופא פלעגט אַנטלײַען די יידן (אויף פּראָצענט, געוויינטליך) געלט אַלס «אויסקער־קאַפּיטאַל», און יידן האָבן געמוזט, כּדי צו געניסן עפּעס דערפון, נעמען פון זייערע קליענטן נאָך גרעסערע ריװָחים. יידן האָבן געמעגט נעמען 12 פּראָצענט, אין דער צײַט ווען קריסטן איז געווען ערלויבט ניט מער ווי 6. אמת, די קאָנקורענץ צווישן יידן גופא איז געווען גרויס, מַלווים זײַנען געווען א סך, און דעריבער פלעגט דער פּראָצענט אָפטמאָל געמינערט ווערן; נאָר פונדעסטוועגן איז די קריסטליכע באַפעלקערונג געווען שטאַרק אויפגעבראַכט, ווײַל זי האָט ניט געוואוסט און ניט געוואָלט וויסן פון דעם, אַז די מאַכט «פּראָטעזשירט» די יידן נאָר צוליב דעם, כּדי זיי דערנאָך בעסער צו באַרײַסן.

1) אָפּגעדרוקט: דער אָנהייב בײַ שודטן Jüdische Merkwürdigkeiten etc.‎‏, טייל II, בוך VI, קאַפּ. 5 (זײַט 65—68); דער סוף אין Zeitschrift für die Geschichte der Juden in Deutschland, herausgegeben von Ludwig Geiger, В. V (1892), S. 24—26.

2) אין דער פּאָעמע גופא זיינען די פאַקטן באַלויכטן ניט גלײַכמעסיג: א טייל האָט מער אינטערעסירט דעם מחבר, א טייל ווינציגער, אַחוץ דעם איז די פאָרגעשיכטע אינגאַנצן ניט באַרירט. דער דאָזיגער קאַפּיטל וויל נאָר דערגאַנצן און אַוועקשטעלן אין א ריכטיגערער באַלויכטונג די פּאָעמע; איך בין ניט אויסן צו געבן דאָ א פולקומע היסטאָרישע באַשרײַבונג. דעריבער האָב איך זיך געמוזט אָפּשטעלן גענויער אויף די לעבנסבאַדינגונגען פון יידן אין פראַנקפורט פאַרן גירוש און אויך אויף מאַנכע געשעהענישן, וואָס די «מגילה» שילדערט ניט גענוג אויספירליך. אַקעגן, וואו דער מחבר פון דער «מגילה» גיט א גענוג בולטן בילד (למשל, בײַ דער באַשרײַבונג פונם עצם פּאָגראָם), דאָרט האָב איך זיך געמעגט באַנוגענען מיט עטליכע שורות.

זייער גרויס איז אויך געווען די אומצופרידנקײַט פון די קריסטליכע בעלי־מלאָכות און קרעמער, וועל ניט געקוקט אויף אַלע איסורים האָבן זיך יידן פאָרט (שטילערהייט) פאַרנומען אי מיט מלאָכה, אי מיט מִסחר. אין די אַקטן פון יענער צײַט געפינען זיך אָהן א שיעור פּעטיציעס וועגן דער יידישער קאָנקורענץ. די שנײַדער האָבן טַענות, אַז אין דער יידישער ↰ 146 גאַס זײַנען פאַראַן פּעק נײַע קליידער; די זײַדנס־און געוואַנט־קרעמער קלאָגן זיך, אַז יידן רײַסן אַרויס בײַ זיי דעם ביסן ברויט פון מויל. יידן האָבן, פאַרשטייט זיך, אויך ניט געשוויגן און ענערגיש זיך פאַרטיידיגט.

בײַ דער קריסטליכער באַפעלקערונג איז גרויס געווען דער פאַרלאַנג פָּטור צו ווערן אינגאַנצן פון יידן. און היות דער שטאָטישער ראָט איז געווען אויפן צַד פון די יידן, האָט מען אָנגעהויבן העצן קעגן דעם ראָט אויך.

די פירער פון דער באַוועגונג זײַנען געווען: דער לעקעך־בעקער (געוועזענער «שרײַבער», ד״ה ווינקל־אַדוואָקאַט) ווינצענץ (ווינץ־האַנס) פעטמילך, דער שנײַדער קאָנראַד שאָפּ און דער סטאָליער קאָנראַד גערנגראָס. זיי האָבן גערופן דאָס פאָלק צו מאָנען בײַם ראָט, אַז מען זאָל פּובליקירן די «פרײַהײַטן» — די פּריווילעגיעס, וואָס די פרײַע שטאָט פראַנקפורט האָט באַקומען בײַם קיסר; זיי האָבן פאַרלאַנגט צו וויסן גענוי, וואָסערע רעכט און וואָסערע התחײַבות׳ן זיי האָבן. ווײַטער האָבן זיי געפאָדערט, מען זאָל פאַרקלענערן די צאָל יידן און פאַרווערן זיי צו נעמען א הויכן פּראָצענט; זיי האָבן געפאָדערט א דין־וחשבון אויף די שטאָטישע געלטן. דער ראָט האָט אָפּגעצויגן דעם ענטפער; אַן אַפּעלאַציע פון די בירגער צום קיסר האָט אויך ניט געהאָלפן.

דאָ האָט זיך אין פראַנקפורט אָנגעהויבן א מהומה; צײַטנווײַז האָט געשטורעמט, צײַטנווײַז איז געוואָרן א ביסל שטילער, נאָר רואיג איז שוין ניט געוואָרן אין משך פון עטליכע יאָר. איינמאָל האָט זיך דער המון אַרײַנגעריסן אין «ריימער» (ראָטהויז), געמאָנט די פּריווילעגיעס, אויסגעקליבן אַן אייגענעם בירגער־קאָמיטעט. דער שטאָטישער ראָט איז געגאַנגען א ביסל אויף הנָחות, נאָר גלײַכצײַטיג געבעטן הילף בײַם קיסר. קיסר מאַטיאַס ווידער האָט איבערגעגעבן די זאַך זײַנע קאָמיסאַרן, דעם אַרציביסקופּ פון מאַינץ און דעם לאַנדגראַף פון העסען. זיי האָבן געהייסן מאַכן אַן אויספאָרשונג, און דורך דעם האָט זיך די זאַך ווידער פאַרצויגן אויף לאַנגע חדָשים. די קאָמיסאַרן האָבן געפּרובט פּסק׳ענען לטובת די יידן, נאָר קיינער האָט זיי ניט געפאָלגט. פאַרקערט, די אויפרעגונג איז געוואָרן וואָס ווײַטער אַלץ גרעסער.

↤ 147

די יידישע באַפעלקערונג האָט די גאַנצע צײַט געליטן פון דער הֶפקֵרות פון המון; נאָר די אמת׳ע צָרות פאַר יידן האָבן זיך אָנגעהויבן אין 1614. אום שבועות האָט שוין איינמאָל געהאַלטן דערבײַ, אַז אָט־אָט רײַסט זיך דער המון אַרײַן אין די יידישע הייזער. יעמאָלט איז נאָך אַריבער בשלום, גאָר מיט עטליכע חדשים שפּעטער האָט זיך געטראָפן דאָס אומגליק.

דעם 22טן אויגוסט האָט זיך אָנגעהויבן א שטורעם אויף דער יידישער גאַס; אויף מאָרגן האָבן זיך די מורדים אַרײַנגעריסן אין די טויערן. מען האָט געראַבירט א גאַנצן מעת־לעת נאָכאַנאַנד, און קיין איין ייד איז ניט געווען זיכער מיטן לעבן. דעם 23טן האָט מען ענדליך געטון די יידן א «טובה»: מען האָט זיי ערלויבט צו פאַרלאָזן די שטאָט; זיי זײַנען אַוועק אין די נאָהענטע קהילות. סך־הכל האָט מען געציילט אַרויסגייענדיג פון טויער 1380 יידן; אַנדערע זײַנען נאָך געבליבן באַהאַלטן אין שטאָט און זײַנען אַוועק א ביסל שפּעטער.

איצט האָט זיך אַרײַנגעמישט דער קיסר. ער האָט געגעבן א באַפעל, מען זאָל אַרעסטירן די אָנפירער פון דער מרידה. פונדעסטוועגן זײַנען אַוועק דרײַ חדשים, און מען האָט געמוזט אָנווענדן שטרענגע רעפּרעסיעס קעגן פראַנקפורט, ביז וואַנען עס האָט זיך אײַנגעגעבן אַרײַנצוזעצן אין תפיסה פעטמילכן און זײַנע חברים. די יידן האָבן פונדערווײַטנס געוואַרט מיט האַרצקלאַפּעניש אויפן רעזולטאַט פון דער אויספאָרשונג; אָבער ניט אַזוי גיך איז זיי באַשערט געווען אומצוקערן זיך אַהיים. דער קיסר האָט אַפילו שוין אין 1614 פאָרגעלייגט די קאָמיסאַרן זײַנע, אַז מען זאָל די יידן אומקערן קיין פראַנקפורט, נאָר די קאָמיסאַרן האָבן געהאַלטן, אַז ס׳איז נאָך צו פרי. אין סעפּטעמבער 1615 איז ענדליך אַרויס א באַפעל, אַז פראַנקפורטער יידן מעגן זיך אומקערן אַהיים. די יידן האָבן אָבער נאָך מורא געהאַט, און דעריבער האָבן די פַּרנָסים (פאָרשטייער פון דער קהילה) באַשטימט ע״פ גורל פערציג פּערזאָן, און מען האָט זיי אַרויסגעגעבן די שליסלען פון דער יידישער גאַס און פון דער שול.

אין משך פון גאַנצן ווינטער האָט מען געאַרבעט אויף פאַרריכטן די צעשטערטע הײַזער, און דערווײַל איז געגאַנגען די געריכטליכע אויספאָרשונג קעגן די אָנפירער פונם אויפשטאַנד. דעם 21טן פעברואַר 1616 איז אַרויס א הודעה פון די קאָמיסאַרן, אַז דעם 28טן וועט מען מקַיים ↰ 148 זײַן דעם פּסק־דין; מען האָט געהייסן דעם תַּלין זײַן גרייט צום באַשטימטן טאָג. צו די פראַנקפורטער יידן איז אַרויס א באַפעל, אַז זיי זאָלן זיך אויפקלײַבן דעם 28טן אינדערפרי פאַרן באָקנהיימער טויער און וואַרטן וואָס מען וועט זיי הייסן.

אין דעם באַשטימטן טאָג איז פאָרגעקומען די עקזעקוציע איבער די מורדים, און דערנאָך האָט מען די יידן מיט גרויס פּאַראַד אַרײַנגעפירט אין געטאָ. די פּרטים וועגן דעם זײַנען דערציילט אין דער «מגילה» גופא. בכלל גיט די «מגילת ווינץ» (אחוץ עטליכע ניט־קלאָרע ערטער) א זעלטן געטרײַען בילד פונם גירוש און פונם אומקער אַהיים.

פאַר א זֵכֶר צו דער פאַרטרײַבונג און צו דער אויסלייזונג זײַנען אין פראַנקפורט באַשטימט געוואָרן, כּנָהוג, געדענקטעג. כ״ז אלול איז פאַרבליבן א תָּענית, דער «תָּענית גירוש», א צווייטער תָּענית איז באַשטימט געוואָרן אויף י״ט אדר, דעם טאָג ערב דעם צוריק־פירן, מחמת מען האָט דאַן מורא געהאַט פאַר אומרוען; דאָס איז דער «תָּענית־ווינץ». אויפן צווייטן טאָג, ד״ה כ׳ אדר, איז באַשטימט געוואָרן דער פרייליכער «פּורים ווינץ». אין דעם גליקליכן טאָג פלעגן יידן לייענען מיט זייערע קינדער די «מגילת־ווינץ», ווײַזן זיי דעם אָרט אויפן מאַין־בריק, וואו מען האָט אויפגעהאַנגען פעטמילכס אָפּגעהאַקטן קאָפּ; און צו שַחרית פלעגט דער חַזן זינגען דעם «אדון עולם» ביז «ולא אירא» גאָר מיט אַן אַנדער ניגון ווי אַלעמאָל, האָפערדיג און פרייליך.

די דאָזיגע געדענק־טעג האָבן זיך אויפגעהאַלטן ביז דער צווייטער העלפט פון 19־טן יאָרהונדערט.1)

1) א גענויע שילדערונג פון די פראַנקפורטער געשעהענישן 1614—1616 קאָן מען געפינען בײַ קראַקויער, Die Juden Frankfurts im Fettmilchschen Aufstand, אָפּגעדרוקט אין: Zeitschrift f. d. Geschichte der Juden in Deutschland, her. von L. Geiger, ב. IV א (זז. 127—169, 365—319) און באַנד V (ז. 1—26). — וועגן די געדענקטעג דערציילט שודט (טייל II, בוך VI, קאַפּ. 5, ז. 55). — א דערציילונג פון די פאַקטן איז פאַראַן אויך אין «העבר», בוך II (פּעטערבורג) פון מ. קולישער. אין דעם מאמר זײַנען געבראַכט אויסצוגן פון «מגילת ווינץ» אויך, פונם העברעאישן טעקסט; וועגן דער יידישער פּאָעמע איז דאָרט אַפילו ניט דערמאָנט.

3. דער מחבר פון מגילת־ווינץ און קינסטלערישע טעכניק

דער מחבר פון אונזער «מגילה» שטאַמט פון א חשוב׳ער פראַנקפורטער פאַמיליע העלן, וואָס האָט נאָך געהאַט דעם בײַנאָמען ווערטהיימער; ↰ 149 שודט דערציילט וועגן דעם אין זײַנע «Jüdische Merckwürdigkeiten». ער אַליין, אלחנן בר אברהם העלן, איז געווען א תלמיד־חכם; ער האָט אָנגעשריבן די מגילת־ווינץ אויף העברעאיש און יידיש. א סברא, אַז דאָס איז ניט זײַן איינציג ווערק; לויט ווי שטיינשנײַדער איז משַׁער, איז ער דאָס יענער «אלחנן פראַנקפורט», פון וועמען ס׳איז אַרויס אין לובלין (1624) די פּאָעמע «שיר וזמר נאה על אורך הגלות», אויך אויף העברעאיש און יידיש. אין וועלכן יאָר ר׳ אלחנן איז געבוירן געוואָרן, ווייסן מיר ניט; געשטאָרבן איז ער, לויט געוויסע סימנים, ניט שפּעטער ווי אין 1624־טן יאָר.1)

אָט דאָס איז אַלץ, וואָס עס איז אונז באַוואוסט וועגן דעם מחבר פון אונזער ווערק. כּמעט ווי גאָרנישט! אַזוי איז שוין דאָס מזל פון די שרײַבער, וואָס האָבן געשריבן אין יענע צײַטן, ווען אין דער ליטעראַטור האָט געגאָלטן נאָר דאָס טיפּישע, די סכעמע. אין משך פון גאַנצן מיטלעלטער (אַזוי איז אומעטום, ניט נאָר בײַ יידן, מערניט מיט דעם אונטערשייד, וואָס בײַ אונז גרייכט דער מיטלעלטער ביז דער פראַנצויזישער רעוואָלוציע) איז די פּערזענליכקײַט אונטערגעדריקט; עס קאָן זיך ניט אַרויסווײַזן אין איר פולער מאָס די קינסטלערישע אינדיווידואַליטעט, און ממילא איז ניטאָ קיין אינטערעס צום קינסטלער. אי דער לעזער, אי דער שרײַבער זײַנען געבונדן דורך דער טראַדיציע. דער זשאַנר איז א פעסטער, די קינסטלערישע גענג זײַנען שוין אויך באַשטימט פון פריער; די אייגנאַרטיגקײַט און פאַנטאַזיע פונם דיכטער באַוועגן זיך גאָר אין שמאָלע גרעניצן. פאַראַן זאַכן, וואָס מוזן זײַן — אַניט איז דאָס ווערק קיין ווערק ניט. אָט פּונקט ווי פראַנקפורטער יידן האָבן געוואוסט, אַז צום זכר פון גירוש מוזן זיי באַשטימען א פורים2), אַזוי איז געווען אָנגענומען, אַז לכבוד אַזאַ געשעהעניש זאָל מען אָנשרײַבן א ווערק אין גראַמען, און מען זאָל דאָס דערנאָך זינגען. וועגן א נײַער קינסטלערישער טעכניק קלערט מען ניט. פאַראַן א באַליבטער ניגון: «די שלאַכט פון פּאַוויע» — פּאַסט ר׳ אלחנן צו זײַן שיר צו דעם ניגון; פאַראַן א באַליבטע פּאָעמע «מגילת ↰ 150 אנטיוכס» — ווייס ר׳ אלחנן, אַז פאַר זײַנע לעזער וועט דאָס זײַן די בעסטע מתנה, אויב ער וועט זיך שוין אינם טיטול סומך זײַן אויף «מגילת אנטיוכס». די נאָרמע האָט געפאָדערט, אַז א היסטאָרישע דיכטונג זאָל קודם כל לויבן דעם בורא. אַזוי טוט דאָס די «מגילת אנטיוכס», וואָס הייבט זיך אָן: «גוֹט (גאָט) דען הערן וויל איך לוֹבן, גאָר גרוֹשׂ זיין זייני וואונדר» און אַזוי טוט, פאַרשטייט זיך, דער מחבר פון «מגילת־ווינץ». און ווען ער נעמט זיך שפּעטער צו אַן אַנדער ווערק, צום «שיינעם ליד און געזאַנג וועגן דער לענג פון גלות», קלערט ער צו א נײַע וואַריאַציע: «מיינט גוט (גאָט) טוּא איך לוֹבן אונ׳ זינגן אויף דיזר וועלט דער גרינגן» — אָבער אַז מען קאָן זיך אפשר באַגיין אָהן אַזאַ אַרײַנפאָר, דאָס קומט אים גאָרניט אַרויף אויפן זינען. א היסטאָריש ליד מוז בעטן צום סוף, אַז משיח זאָל קומען וואָס גיכער — פאַרגײַסט דאָס חלילה ניט ר׳ אלחנן. ווען דאָס ליד ברענגט די דאַטע, איז אָנגענומען צו שרײַבן: «דא מען ציילט (אַזוי און אַזוי פיל) יאָר»; שרײַבט טאַקע די «מגילת ווינץ» אויך: «דא מֶן ציֵלט שע״ב...» או אַזוי ווײַטער, און אַזוי ווײַטער.

1) Steinschneider, Catal. libr. Hebraeorum in Biblioth. Bodleiana באַנד 1, זייט 921.

2) שטיינשניידער ווייס צו פאַררעגיסטרירן פון פאַרשיידענע מקורים ניט ווייניגער ווי 22 אַזעלכע פּורימס אין פראַנקרײַך, אין שפּאַניע, אין דײַטשלאַנד און אַפילו אין צפון־אַפריקע (Monatsschrift für Geschichte und Wissenschaft des Judentums, 47, p. 282—286).

דער מיטלעלטער האָט בכלל ניט געהאַט יענעם באַגריף וועגן אָריגינעלקײַט, וואָס מיר האָבן הײַנט. די יידישע ליטעראַטור האָט גענומען דעם מיטלעלטערישן שניט בײַ די דײַטשן, די דײַטשן ווידער — בײַ די האָלענדער, פראַנצויזן און איטאַליענער. די דײַטשן, פראַנצויזן, ענגלענדער און איטאַליענער, וואָס האָבן זיך אָפּגעגעבן מיט שרײַבן לאַטײַנישע שירים, זײַנען לכתחילה געווען זיכער, אַז בעסער פאַר ווערגיליוסן און האָראַציוסן וועלן זיי דאָס ניט מאַכן, און זייער העכסטע אַמביציע איז געווען — צונויפשטעלן א שיר דורכאויס פון פּסוקים פון די רוימישע קלאַסיקער; און פלעגן זיי זיך נעמען צו זייער מוטערשפּראַך, איז פאַר זייערע אויגן אַלץ געשטאַנען דער לאַטײַנישער אידעאַל. דאָס איז דער סטיל פון א גאַנצער גרויסער היסטאָרישער תקופה, און די יידישע און העברעאישע ליטעראַטורן זײַנען ניט געשטאַנען מחוץ למחנה. דאָס עפנט אויף אַן אינטערעסאַנטן אויסבליק אויף די ליטעראַרישע באַציאונגען צווישן יידן און ניט־יידן אין די צײַטן פון מיטלעלטער. צווישן דעם גײַסטיגן לעבן אויף דער און אויף יענער זײַט געטאָ־וואַנט איז געווען א סך א גרעסערע קרובה׳שאַפט, איידער מען איז אָפטמאָל נוטה צו מיינען. —

↤ 151

4. די מעטריק פון דער «מגילה»

די מעטריק פון «מגילת ווינץ» איז פּשוט און קלאָר און שטייט אפשר אויף א העכערער מדרגה, ווי די דורכשניטליכע דײַטשע פּאָעזיע פון יעגער צײַט. עס איז יענע ריטמיק, וואָס מיר געפינען נאָך ביז הײַנטיגן טאָג גאַנץ אָפט אין אונזער פאָלקס־פּאָעזיע.

דער יסוד איז די מוזיקאַלישע אײַנטיילונג אין סטראָפעס, יעדער סטראָפע באַשטייט פון א גלײַכער צאָל פערזן, יעדער פערז פון א גלײַכער צאָל טאַקטן. איטליכער טאַקט פאָדערט פאַר זיך בײַם לייענען און בײַם זינגען פּונקט אַזוי פיל צײַט, ווי איטליכער אַנדערער טאַקט פון דעם שיר. נאָר אין דעם טאַקט גופא איז ניט וויכטיג די צאָל טראַפן (זילבן). עס קאָן זײַן מער אָדער ווינציגער. אויב מער טראַפן, פאַרניצט מען אויף יעדער טראַף ווייניגער צײַט, אויב ווינציגער טראַפן, ציט מען איטליכן טראַף מער פונאַנדער — דער עיקר איז נאָר, אַז די צײַט פון איין טאַקט זאָל זײַן געגליכן צו דער צײַט פון אַלע אַנדערע טאַקטן1). אָפטמאָל קאָן אַפילו טרעפן, אַז א טאַקט איז שפּראַכליך ניט פאַרווירקליכט, ד״ה עס פעלן אין אים טראַפן, נאָר מוזיקאַליש בלײַבט דער טאַקט פאָרט א טאַקט, ער ווערט אויסגעפילט דורך א פּויזע. דער אָנהייב פון טאַקט רעכנט זיך אַלעמאָל פונם אַזוי גערופענעם «גוטן» טאַקט־טייל, ד״ה פון יענעם טראַף, אויף וועלכן עס שטייט די טראָפּ, די באַטאָנונג. פאַרן ערשטן טאַקט מעג נאָך שטיין דער «אויפטאַקט», אַן אומבאַטאָנטער טראַף, אַמאָל אַפילו צוויי אומבאַטאָנטע טראַפן.

1) דעם וואָס מען מאָנט בײַ אונזערע מאָדערנע דיכטער א רעגלמעסיגן בײַט פון הייבונג און פאַלונג (ד״ה באַטאָנטע און אומבאַטאָנטע טראַפן) און מען וויל בײַ זיי דווקא אויסגעפינען יאַמבוסן, כאָרעאוסן, דאַקטילוסן א. ד. ג., איז גענאַשט פון דער פרעמד, אומהיסטאָריש ביז גער, צוגעפּאַסט צו גאָר אַנדערע שפּראַכליכע פאַרהעלטענישן. יידיש באַלאַנגט צו יענע שפּראַכן, וואָס דער טאַקט איז פאַר זיי די איינציגע מאָס אין דער פּאָעזיע. א געזונטע טעאָריע פון דער יידישער מעטריק באַדאַרף זיך גרינדן אויף צוויי זײַלן: אויף דער אַלטער יידישער ליטעראַטור און אויף דעם יידישן פאָלקסליד.

אָט די אַלגעמיינע פּרינציפּן פון געזונטן פערז־בוי זײַנען דורכאויס דורכגעפירט אין «מגילת־ווינץ». איטליכע סטראָפע באַשטייט פון 8 פערזן, וואָס גראַמען זיך לויט דער סכעמע: 1–3, 2–4, 5–7, 6–8. איטליכער פערז באַשטייט פון צוויי 4/4־טאַקטן. א טייל הייבונגען איז ניט פאַרווירקליכט ↰ 152 און ווערט אויסגעפילט דורך א פּויזע. למשל אין סטראָפע א׳, פערז 1 האָבן מיר פיר באַטאָנטע טראַפן:

איך וו̍יל דערצ̍יילן ג̍אָטס1) שט̍ערק,

דאס אייגענע אין סטראָפע ח׳, פערז 1:

מיר ה̍אָבן געה̍אַט א גר̍אָסע עת־̍צָדה,

און אַזוי ווײַטער; דער כּלל איז, אַז פערז 1 און 5 פון יעטווידער סטראָפע האָבן אַלעמאָל אַלע 4 הייבונגען פאַרווירקליכט. אַקעגן, אין די אַנדערע פערזן ווערט זייער אָפט א הייבונג פאַרביטן דורך א פּויזע. למשל, סטראָפע א׳ פערז 3:

זײַן קר̍אַפט און א̍ויך זיינע וו̍ערק ̍

אָדער סטראָפע ב׳, פערז 3:

דערוו̍עקט זיך איין גר̍אָסער שט̍רייט ̍

«אויפטאַקט» איז אויך א זאַך, וואָס דער מחבר פון «מגילת־ווינץ» האָט זייער ליב; מיר געפינען דאָס כּמעט אין אַלע פערזן. סטראָפע א׳, פערז 1: «איך וויל דערציילן..»; פאַר דער ערשטער טראָפּ «וויל» שטייט נאָך «איך», וואָס מען מאַכט אָפּ אין לייענען און זינגען בקיצור; דאָס איז דער אויפטאַקט. אויך א צווייטראַפיגער אויפטאַקט איז ניט זעלטן; טאַקע באַלד מיט א שורה ווײַטער האָבן מיר:

«זײַנע ווא̍ונדער און צ̍ייכן די גר̍אָסן;»

דאָ שטייען פאַר דער ערשטער טראָפּ צוויי אומבאַטאָנטע טראַפן «זיי־נע», ד״ה מיר האָבן דאָ א צווייטראַפיגן אויפטאַקט. ס׳טרעפט אפילו א פילטראַפיגער אויפטאַקט (סטראָפע טו׳, פערז 5).

1) אָדער «גאָטעס», ווי וואַגענזייל וויל האָבן?

אַלצדינג, וואָס איז דאָ געבראַכט פון דער מעטריק, דאַרף נאָר דינען אויף צו דערקלערן און צו אילוסטרירן; בשום־אופן זײַען דאָס ניט קיין כּללים, וואָס מען דאַרך אײַנ׳חזר׳ן, איידער מען נעמט זיך לייענען די ↰ 153 פּאָעמע. דאָס איז טאַקע די מעלה פון דעם מין פערז־בוי: גענוג צו לייענען נאַטירליך, וועט שוין זײַן ריכטיג1).

5. אויסגאַבן פון «מגילת־ווינץ»

די «מגילת־ווינץ» איז אַרויסגעגעבן געוואָרן א סך מאָל סײַ אויף העברעאיש, סײַ אויף יידיש. דער ערשטער דרוק איז אַרויס (אין ביידע שפּראַכן גלײַכצײַטיג), אָהן א יאָר און אָהן א שטאָט; שטיינשניידער איז משער, אַז דאָס איז פאַרעפנטליכט באַלד נאָך דער ליקווידאַציע פון גירוש, אין 1616טן יאָר2). דאָס צווייטע מאָל איז עס געדרוקט געוואָרן 1648 אין אַמסטערדאַם; אַרויסגעבער איז געווען, ווי דאָס איז צו זעהן פונם העברעאישן טייל פון שער־בלאַט, דעם מחבר׳ס אייניקל אלחנן בן נפתלי. לויט ווי ער דערציילט, איז די «מגילה» געוואָרן אַזוי זעלטן, אַז מען נעמט שוין פאַרגעסן די פאַקטן; דעריבער דרוקט ער דאָס, כּדי עס זאָל זײַן אַן אָנדענק פאַר די קומענדיגע דורות. די אַמסטערדאַמער אויסגאַבע ברענגט אויך אי דעם העברעאישן, אי דעם יידישן טעקסט. בלויז אויף העברעאיש איז די מגילה איבערגעדרוקט אין «צמח דוד» פון דוד גאַנז3); נאָר אויף יידיש — איז זי אַרויס אין א באַזונדער אויסגאַבע פראַנקפורט־מאַין 1696 און אָפּגעדרוקט געוואָרן אין דער יידישער איבערזעצונג פון «צמח דוד», פראַנקפורט־מאַין 1698.

די אויסגאַבע פון 1648 איז אויך איבערגעדרוקט געוואָרן אין יידיש־טײַטשע כרעסטאָמאַטיעס, וואָס קריסטן האָבן אַרויסגעגעבן: איינמאָל בײַ וואַגענזייל׳ן Belehrung der jüdisch-teutschen Red- u. Schreibart,‏ 1699) א צווייטן מאָל בײַ שודט׳ן (Jüdische Merkwürdigkeiten,‏ 1715).

שטיינשנײַדער פאַרצייכנט נאָך א יידישע יונגע אויסגאַבע, קראָקע 1879: «מגלה עפה», אַרויסגעגעבן פון אהרן ראָזענליכט, 51 זײַטן אין 80.‏4)

1) די פּאָר ציטאַטעס אין דעם קאַפּיטל זײַנען געשריבן, לשם גרינגקײַט, ווי ווײַט מעגליך מיט אונזער מאָדערנער אויסלייגונג.

2) זעה שטיינשנײַדער Catalogus Librorum Hebr. in Bibliotheca Bodleiana, ב. I., ז. 921. פון דעם אָרט בײַ שטיינשניידערן זײַנען אַרויסצוזעהן די טעות׳ן, וואָס האָבן זיך אַרײַנגעכאַפּט אין ז. רייזענס «לעקסיקאָן פון דער יידישער ליטעראַטור און פּרעסע», ז. 217: ערשטנס, איז אַן עקזעמפּלאַר פון דער ערשטער אויסגאַבע פאַראַן אין דער באָדלעיאַנאַ (אין אָקספאָרד), צווייטנס, איז זי געדרוקט ניט אין פראַנקפורט, ווײַל דאָרט איז דאַן קיין יידישע דרוק ניט געווען, נאָר אפשר אין האַנוי אָדער אין באַזעל.

3) אָנהייבנדיג פון דער אויסגאַבע פון 1692, פראַנקפורט־מאַין.

4) שטיינשניידער, (Geschichtslit d. Juden, Abt. I (1905, נומ. 140

↤ 154

6. אונזער טעקסט פון דער «מגילה»

בכדי צו געבן דעם לעזער א פולן בילד, ווי אַזוי עס זעהט אויס א יידיש ליטעראַריש ווערק פון 17־טן י״ה, האָב איך איבערגעדרוקט דעם טעקסט מיט דער אויסלייגונג פון יענער צײַט1); אין אָנהייב קומט אָן דאָס לייענען א קליין ביסעלע שווערליך, נאָר מען געוויינט זיך צו גאַנץ גיך. ליידער האָב איך ניט געקאָנט באַקומען (ניט געקוקט אויף דער פרײַנדליכער מיטהילף פון דער אינפאָרמיר־ביוראָ פון די דײַטשע ביבליאָטעקן) ניט די ערשטע אויסגאַבע און ניט די אויסגאַבע פון 1648. איך האָב דעריבער געמוזט צוריק־קאָנסטרואירן דעם אָריגינאַל־טעקסט ע״פ די איבערדרוקן, וואָס זײַנען פאַראַן בײַ וואַגענזייל׳ן און בײַ שודט׳ן. סײַ וואַגענזייל, סײַ שודט זאָגן, אַז זיי האָבן געדרוקט פון דער אַמסטערדאַמער אויסגאַבע פון 1648; און די אַמסטערדאַמער אויסגאַבע ווידער איז מסתמא איבערגעדרוקט פון דער ערשטער אויסגאַבע. פונדעסטוועגן זײַנען פאַראַן געוויסע דיפערענצן אין דער אויסלייגונג, מען האָט אין יענער צײַט ניט אַזוי שטאַרק מקפּיד געווען אויף יעדער «ע» און «א». וואַגענזיילס און שודטס חבורים זײַנען געוויס געזעצט פון קריסטליכע זעצער (מען דאַרף זיך דערמאָנען, אַז אַפילו א סך יידישע מוסר־ספרים פון יענער צײַט זײַנען געזעצט פון קריסטן, מכּל־שכן ביכער, וואו דער גרעסטער טייל טעקסט איז דײַטש), און דאָס האָט געבראַכט דערצו, אַז עס שפּירט זיך אין זיי די השפּעה פון דער דײַטשער אָרטאָגראַפיע פון יענער צײַט, וואָס האָט זיך שטאַרק אונטערגעשיידט פון דער יידישער. דערהויפּט מוז דאָס געזאָגט ווערן וועגן שודטן.

אויג מיר ווילן אַרויסבאַקומען דעם נוסח פון דער עלטסטער אויסגאַבע, קאָנען מיר אויפשטעלן אַזאַ מין כּלל: אויב בײַ וואַגענזיילן שטייט «הנט» און בײַ שודטן «האנט», דאַרף מען משער זײַן, אַז אין דעם טעקסט, וואָס זיי ביידע האָבן געהאַט פאַר זיך, שטייט יענע פאָרם, וואָס איז ווײַטער פון דײַטש, ד״ה «הנט».

1) אָבער ניט מיט דער דעמאָלטיגער שריפט (וואָס הייסט «ווײַבער־טײַטש» אָדער «מַשקֶט»), נאָר מיט אונזער מאָדערנעם אלף־בית. אויך איז אויסגעקומען, צוליב טעכנישע סיבות, צו ניצן ב, כ, פ, ת ניט מיט און אָהן א שטריך, ווי דאָס איז אָנגענומען אין דער גאַנצער עלטערער ליטעראַטור, נאָר די דיזעלביגע אותיות מיט א דגש און אָהן א דגש.

↤ 155

וואַגענזייל, דאָס מוז מען זאָגן, איז בכלל געבליבן מער געטרײַ דעם אָריגינאַל, און דעריבער איז אונזער טעקסט פיל־ווייניג א קאָפּיע פונם איבערדרוק אין וואַגענזיילס «Belehrung». איך קאָן זיך דאָ ליידער ניט פאַרגינען אָנצעווײַזן אַלע ערטער, וואו איך נעם פאָרט אַן אַנדער פאָרם, ווי בײַ וואַגענזיילן, הגם גאָר א שטרענגע קַפּדָנות פאָדערט, אַז מען זאָל גענוי אָנרופן די אַלע ערטער און ברענגען אַלע טעמים פאַר און געבן. נאָר איין זאַך (וואָס איך וויל, צוליב דוחק אין פּלאַץ, אויך נאָר פאַרצייכענען, ניט באַגרינדן): אומעטום, וואו בײַ וואַגענזייל׳ן שטייט «דז», «ווז» און «אויז», שרײַב איך «דש», «ווש» און «אויש» (דער «ס» איז אין דער עלטערער ליטעראַטור ווינציג־וואָס גענוצט געוואָרן).

פּרטים וועגן דער אויסלייגונג אין קומענדיגן פֵּרק.

7. אויסלייגונג

איך וועל דאָ פאַררעגיסטרירן נאָר יענע אייגנטימליכקײַטן פון דער אויסלייגונג, און פון זיי אויך נאָר די וויכטיגסטע, וואָס זײַנען אין 17טן י״ה געווען אַנדערש ווי הײַנט. אַניט וואָלט אויסקומען אַרײַנצולאָזן זיך אין אַלגעמיינע באַטראַכטונגען וועגן די פּרינציפּן פון דער יידישער אָרטאָגראַפיע, און דאָס לאָזט זיך ניט מאַכן אגב־אורחא.

מען טאָר זיך ניט וואונדערן, וואָס די שרײַבונג אין דער «מגילה» איז ניט אינגאַנצן אויסגעהאַלטן. אַמאָל שטייט «גינומן», אַמאָל «גנומן»; אַמאָל «גאנץ» און באַלד דערבײַ «גנץ». אין יענער צײַט האָט מען אויף אַזעלכע זאַכן ניט געקוקט אַזוי שטאַרק; אין דער דײַטשער אויסלייגונג פון יענער צײַט איז נאָך א גרעסערער פּלאָנטער, ווי בײַ אונז.

1. עס פעלן א סך וואָקאַלן, ד״ה מען שרײַבט אויפן העברעאישן שטייגער פּשוט: הנט, הט, גנץ — אָנשטאָט אונזערע הײַנטיגע: האַנט, האָט, גאַנץ. דאָס אייגענע: וואונדר, אונטר, גנומן — אָנשטאָט וואונדער, אונטער, גענומען.

איך האָב אין די אַלע פאַלן, וואו עס קאָן זײַן א שוועריגקײַט, צוגעשטעלט נקודות: דָש, בַלד. אין אָריגינאַל זײַנען קיין שום נקודות ניטאָ.

2. צום סוף וואָרט און אין די פאָדערטראַפן באַ־, גע־ שטייט אָפטמאָל א «י» אָנשטאָט אונזער הײַנטיגן «ע» אָדער «א»: קלייני, שוואכי, גינומן, ביצוואונגן. טיילמאָל, דערהויפּט אין דער ענדונג «ען» פון אינפיניטיוו ↰ 156 און אין פאָדערטראַף אֶר־ (= דער־) ווערט דער קלאַנג אויסגעדריקט דורך אַן «א»: שרייאן, ארמייאן (פּשט: דערפרייען).

די אויסשפּראַך איז אַזוי ווי אינם רוב געגנדן בײַ הײַנטיגן טאָג: ניט קיין קלאָרער e און ניט קיין קלאָרער i.

3) דער «י» באַטײַט אָפט א צירה: ניז (= בייז), ריד (= רייד).

טיילמאָל האָב איך צוגעשטעלט נקודות, כּדי עס זאָל זײַן גרינגער צו לייענען: ריֵד, ביֵז.

4. דער שטומער «א» איז אַן אָפטער גאַסט. ווען דאָס וואָרט לאָזט זיך אויס מיט א וואָקאַל, איז דאָס אונז ניט קיין חידוש: דיא, דוא, בייא, פרייא שרײַבט מען ניט נאָר אין 17טן י״ה, נאָר ביז הײַנטיגן טאָג נאָך אין אַנדערע אַמעריקאַנער אויסגאַבן. אין אונזער «מגילה» באַגעגענען מיר אָבער נאָך עטליכע מאָל דעם שטומען «א» וואָרט־אויס נאָך א קאָנסאָנאַנט אויך, למשל: קאפא (קאָפּ), שאפא (שאָפּ, דער נאָמען פון איינעם פון די שונאי־ישראל). בדרך־כּלל איז אָבער די דאָזיגע שרײַבונג צום אָנהייב 17טן י״ה שוין פאַרשוואונדן געוואָרן: פריער, נאָך ביזן 16טן י״ה, איז זי געווען זייער פאַרשפּרייט.

5. דער «ס» איז זייער זעלטן: א סך אָפטער שטייט אָנשטאָט אים «ש», וואָס באַטײַט אי s, אי š (דײַטש sch, פּויל. sz, ענגל. sh). בײַם לייענען דאַרף מען זיך רעכענען מיט דער הײַנטיגער אויסשפּראַך. אין קשה׳דיגע פאַלן האָב איך געשטעלט דאָס פּינטעלע אויפן «ש», כּדי מען זאָל גרינגער קאָנען דערקענען, וואָס מען מיינט.

6. די פאָדערטראַפן, פּרעפּאָזיציעס א. אַז. וו., ווער רעדט נאָך צוזאַמענגעזעצטע ווערטער, ווערן אין דער גאַנצער עלטערער ליטעראַטור, און ממילא אויך אין אונזער «מגילה», געשריבן באַזונדער. למשל: פוס קנעכט, פַר לאָזן, אום פַר צאָגט (ד. ה. ניט־דערשראָקן), אֶר טאַפּן (דערטאַפּן, ד. ה. כאַפּן; די נקודות אומעטום אונזערע), אויש רופן.

8. אויסשפּראַך

זייער א האַרבער ענין איז די פראַגע וועגן דער אויסשפּראַך פון יידיש אין אַמאָליגע יאָהרהונדערטער. דאָס איז א פראַגע, וואָס איז נאָך אין ערגעץ ניט באַאַרבעט געוואָרן. בײַ די דײַטשע יידן, וואָס האָבן טראַנסקריבירט ↰ 157 עלטערע יידישע ווערק מיט לאַטיינישע אותיות (בריל, גרינבוים, בערלינער א. אז. וו.) איז גאָר קיין קשיה ניט, אַז די ווערטער קלינגען אַזוי ווי אין הײַנטיגן דײַטש: tag, das, haben; זיי גייען אַפילו אַזוי ווײַט, אַז זיי טראָגן אַריבער די מאָדערנע דײַטשע אָרטאָגראַפיע אין דער טראַנסקריפּציע פון יידיש און שרײַבן stat (שטאָט, נאָכן נה״ד stadt),‏ gestorben (מיט s אָנשטאָט š) א. אז. וו.

וועגן דעם קאָן גאָר קיין רייד ניט זײַן. די זאַך איז א סך קאָמפּליצירטער; מען דאַרף פעסטשטעלן די אויסשפּראַך לויט יענע מעטאָדן, מיט וועלכע מען דערגייט בכלל די אויסשפּראַך פון עלטערע תקופות. איינע פון די וויכטיגסטע ראיות זײַנען די גראַמען. למשל:

אויב אין טעקסט שטייט «הט» צי «האט» קאָן איך ניט וויסן, ווי אַזוי מען דאַרף דאָס לייענען: hat אָדער hot. נאָר אויב אין גראַם שטייט «האט» און דאָס גראַמט זיך מיט «נוט», דרינגען מיר אַרויס דערפון באַלד עטליכע זאַכן:

ערשטנס, אַז ביידע ווערטער האָבן דאַן געהאַט דעם זעלביגן וואָקאַל, ניט אַזוי ווי הײַנט. אָבער וואָסער וואָקאַל? גרינבוים וואָלט געשריבן לויט מאָדערנעם דײַטשן שטייגער hat און not. דאָס איז אַן אומזין, ווײַל דאַן וואָלט דאָך דאָס ניט געווען צום גראַם. הײַנט ריידן מיר אַרויס hot און nojt, און הײַנט וואָלט קיין איין יידישער דיכטער ניט געשטעלט די צוויי ווערטער אין גראַם. דער אמת איז — און דאָס איז דער צווייטער אויספיר, צו וועלכן מיר קומען — אַז יידן האָבן צום אָנהייב 17טן י״ה שוין געזאָגט hot אָדער håt, אָבער זיי האָבן נאָך געזאָגט nōt, מיט א שוואַכן u־קלאַנג נאָכן o.

ווען מיר זאָלן האָבן נאָר דעם איין פאַל, וואָלטן מיר דערפון, געוויינטליך, קיין זאַך ניט געקאָנט אָפּלערנען. ס׳וואָלט געקאָנט זײַן א צופאַל, א טעות בײַם דיכטער, אַן אומפּינקטליכער גראַם און כ׳ווייס וואָס נאָך. אָבער אויב אַזוינע פאַלן חזר׳ן זיך איבער, און נאָך דערצו די כאַראַקטעריסטישע געלעגנהײַטן, קאָן מען דערפון אָפּלערנען זייער פיל.

אַן אַנדער נייטיג הילפסמיטל אויף צו דערגיין די אַלטע יידישע אויסשפּראַך איז די טראַנסקריפּציע פון יידישע ווערטער בײַ ניט־יידישע שרײַבער, מיט ניט־יידישע אותיות.

↤ 158

איך וועל זיך דאָ, צוליב דוחק אין פּלאַץ, ניט אַרײַנלאָזן אין באַגרינדן די אַלע אויסשפּראַך־כללים, וואָס איך גיב; דאָ ברענג איך זיי נאָר. אַחוץ עטליכע ספּעציעל־פראַנקפורטער אייגנטימליכקײַטן, וואָס איך האָב ספּעציעל באַצייכנט, זײַנען די דאָזיגע כּללים חל אויף אַלע יידישע שפּראַך־דענקמאָלן פון 17־טן י״ה.

1. אומעטום, וואו מיר האָבן אין הײַנטיגן ליטווישן יידיש o (פּויליש־ יידיש u) להיפּוך צום דײַטשן a, איז שוין יעמאָלט געווען o.

2. עס טרעפן פאַלן, וואו אַזוינע ווערטער, וואָס האָבן הײַנט א בפירוש׳ן a אין יידיש, האָבן דאַן אויך געהאַט א קלאַנג, וואָס שטייט אינמיטן צווישן a און о, אַן ערך ווי דאָס שוועדישע å‏ (о מיט מער אָפענע ליפּן). למשל, סטראָפע כו׳: דערבארמען — derbårmen; סז׳: שטראסן — štråsn (נאָך הײַנט אין גאַליצישן יידיש «שטראָז» štrūz, מיטן פּשט «שליאַך», Landstrasse), מז׳ ווארטן — wårtn (= וואַרטן) א. ד. ג.

דאָס איז אַן אייגנטימליכקײַט פון דער פראַנקפורטער דײַטשער ריידעניש, און דאָס איז אַריבער אין פראַנקפורטער יידיש אויך1).

3. «ו» קאָן באַטעטן סײַ u (ווי הײַנט אין ליטווישן יידיש), סײַ о: אַלזאָ «הוט» קאָן באַדײַטן hut און hot. אין אָריגינאַל איז ניטאָ קיין שום גראַפישער אונטערשייד, מען האָט זיך פאַרלאָזן אויפן לעזער, אַז ער וועט זיך אַליין אָנשטויסן. איך האָב אין מאַנכע ערטער צוגעשטעלט נקודות לשם קלאָרקײַט (וּ = u; וֹ = o).

1) מען זעהט אַרויס דערפון, אַז עס שטעקט פאָרט א ביסל אמת אין די (אין תוך פאַלשע) ווערטער, וואָס היינריך היינע שרײַבט אין זיין בערנע־פּאַמפלעט: „Was wir in Norddeutschland Mauscheln nennen, ist nichts anderes, als die eigentliche Frankfurter Landessprache, und sie wird von der unbeschnittenen Population eben so vortrefflich gesprochen, wie von der beschnittenen.“

4. אין אַלע יענע פאַלן, וואו דאָס מאָדערנע דײַטש האָט o און דאָס מאָדערנע יידיש «וי» (נויט, ברויט א. ד. ג.) דאַרף אין דער «מגילה» געלייענט ווערן o מיט א שוואַכן u נאָכדעם. הייסט עס: nout און ניט nojt,‏ brout און ניט brojt. — דאָרט וואו דאָס מאָדערן־יידישע (ליטווישע) «וי» שטימט מיטן מאָדערן־דײַטשן au, למשל הויז (Haus), אויס (aus), האָט מען מסתמא געזאָגט ou, אַלזאָ: houz,‏ ous. — פּונקט ווי אין פראַנקפורטער דײַטש פלעגט זיך אויך אין פראַנקפורטער יידיש טרעפן אַן אויס ↰ 159 שפּראַך פון ā א (אַן ערך ווי aa) אָנשטאָט דעם הײַנטיגן דײַטשן au: א aach,‏ laafen,‏ kaafen (קויפן, לויפן, אויך) א. אַנד. די פאָרם אַך (āch = אויך) געוועלטיגט כמעט אין דער גאַנצעד עלטערער יידישער ליטעראַטור.

דער o, וואָס שטימט מיט אונזער הײַנטיגן «וי», איז אין דער «מגילה» תמיד געשריבן «ו». איך שטעל ערטערווײַז צו פון דײַטליכקײַט וועגן א חולם (וֹ).

5. דער אָקאָרשט געבראַכטער כּלל איז חַל אויך אויף די העברעאישע ווערטער, וואָס האָבן א חולם. מען דאַרף לייענען אין דער מגילה ניט נאָר «סוד» מיט אַן о, ווי מיר זאָגן נאָך הײַנט, נאָר אויך tore (תּורה), more (מורא) א. אז. וו.

6. דער «פּפ» אין אַזעלכע ווערטער, ווי פּפייפן, פּפארטן א. אז. וו. דאַרף געוויס ניט אַרויסגערעדט ווערן ווי א р מיט אַן f. גיכער ווי אַלץ איז דאָס א נאָכקרימעניש נאָך דער דײַטשער ליטעראַרישער אָרטאָגראַפיע, מיט וועלכער דער מחבר צי דער זעצער צי דער קאָרעקטאָר איז געווען באַקאָנט. די גלײַכסטע זאַך איז לייענען, אַזוי ווי אין הײַנטיגן יידיש, «פײַפן», און מאַכן זיך ניט וויסנדיג, אַז עס שטייט «פּפ».

אָט דאָס זײַנען די מער וויכטיגע פּונקטן פון די אַלט־יידישע אויסשפּראַך־געזעצן, אויף וויפיל זיי זײַנען שייך צו «מגילת־ווינץ».

9. גראַמאַטיק

די עלטערע יידישע שפּראַך האָט זיך אירע פאָרמען, אירע געזעצן, וואָס גייען זיך אָפטמאָל פונאַנדער מיטן הײַנטיגן יידיש. איך וועל דאָ ברענגען נאָר עטליכע באַמערקונגען, וואָס זײַנען אומבאַדינגט נייטיג אויף צו פאַרשטיין ווי ס׳געהער צו זײַן דעם טעקסט פון אונזער «מגילה».

!. דער אימפּערפעקטום, וואָס איז אין הײַנטיגן יידיש לחלוטין אויסגעשטאָרבן, באַגעגנט זיך גאַנץ אָפט. אַלזאָ, «ער וואר» (אויסצוריידן מיט å, ד״ה כּמעט ווי מיט א קמץ) אָנשטאָט «ער איז געווען», «זיא לאגן» אָנשטאָט «זיי זײַנען געלעגן»; «בראכטן» אָנשטאָט «זיי האָבן געבראַכט»; «ער שטאנד» אָנשטאָט «ער איז געשטאַנען» א. אז. וו.

↤ 160

2. אויך איז ניט זעלטן דער איינפאַכער קאָניונקטיוו (ניט צונויפגעשטעלט מיט «וואָלט»), ווי נאָך הײַנטיגן טאָג אין דײַטש: «זיא העטן» = זיי וואָלטן געהאַט; «עשׂ פרעכט» = עס וואָלט געבראַכט א. אז. וו.

3. אָפט באַגעגנט זיך די אַרומגעשריבענע פאָרט פון פאַרגאַנגענהייט מיט «טון»: ער טעט נעמן = ער האָט געטון נעמען = ער האָט גענומען; מיט הוכער שטים טעט ער אויש רופן = האָט ער געטון אויסרופן = האָט ער אויסגערופן.

4. פאַראַן א פאָרם פונם צײַטוואָרט, וועלכע קלינגט הײַנט אינגאַנצן פרעמד: וואר, וואַרן1) מיטן אינפיניטיוו. למשל, ער וואר זאגן = ער האָט געזאָגט; זיי ווארן נעמען = זיי האָבן גענומען. די דערקלערונג פון דער דאָזיגער מאָדנער פאָרם ליגט אָט־וואו. לכתחילה איז דאָס געווען א קאָנסטרוקטציע ניט מיטן אינפיניטיוו, נאָר מיטן פּאַרטיציפּ פון דער געגנוואָרט. אַלזאָ ניט: «ער וואר זאָגן», נאָר «ער וואר זאָגנדיג» (מה״ד: ёг was sagende). די ענגלישע שפּראַך האָט נאָך איינגעהיט ביז הײַנטיגן טאָג די זעלביגע פאָרם, אמת, מיט א ביסל אַן אַנדער ניואַנס. דער ענגלענדער קאָן זאָגן ניט נאָר he is writing, נאָר אויך he was writing, וואָס אויף אונזער אַלטן לשון וואָלט דאָס געמוזט הייסן: «ער וואר שרייבנדיג». דער פשט ווערט קלאָר, ווען מען שטעלט זיך פאָר: ёг was sagende = ער איז געווען א זאָגנדיגער = ער האָט געזאָגט.

אין דער מיטלהויכדײַטשער שפּראַך קאָן מען שוין זייער פרי באַמערקן א פּלאָנטער צווישן פּאַרטיציפּ פון געגנוואָרט און אינפיניטיוו, און ס׳איז פאַראַן א גאַנצע ריי פאַרבינדונגען, וואו דער אינפיניטיוו נעמט קאָנקורירן מיטן פּאַרטיציפּ און שטופּט אים סוף־כל־סוף אַרויס. אַזוי איז מיט דער קאָנסטרוקציע אויך.

1) אויסשפּראַך: wår,‏wårn.

די פאַרבינדונג was (שפּעטער war),‏ waren מיטן אינפיניטיוו פאַרשפּרייט זיך אין מיטלהויכדײַטש אין 14־טן י״ה, אין 16־טן י״ה שטאַרבט זי אָפּ2). צי זײַנען די פאָרמען נאָך געווען לעבעדיג אין דער יידישער גערעדטער שפּראַך פון 17־טן י״ה — דאָס איז א פראַגע, וואָס לאָזט זיך נאָך ↰ 161 בײַם הײַנטיגן שטאַנד פון דער יידישער שפּראַך־וויסנשאַפט ניט פאַרענטפערן אויף געוויס. ס׳איז א סברא, אַז די פאָרמען זײַנען שוין דאַן אויך געווען טויט, אין דער לעבעדיגער שפּראַך האָט מען זיי ניט גענוצט. אָבער עס איז געווען א שאַבלאָן, א פעסטע פאָרמול. מען האָט געמעגט טויזנט מאָל אין טאָג זאָגן: «ער איז געקומען», נאָר דער שריפטשטעלער האָט געוואוסט, אַז ווען ער זעצט זיך שרײַבן, דאַרף ער אָנשרײַבן «ער קאם (å)», און דער לעזער גופא וואָלט אויך נשתומם געוואָרן, ווען ער וואָלט געפונען די ניט־געקינצלטע פאָרם. האָבן מיר דאָך נאָך הײַנט אַזעלכע יידן, וואָס ריידן, אַז ס׳איס א פאַרגעניגן צו הערן, און ווי נאָר זיי נעמען זיך צו דער פּען, שפּרינגען מיטאַמאָל אַרויס משונה׳דיגע דײַטשמערישע ווערטער.

2) פּרטים וועגן דעם בײַ .‎‏in Wilmanns, Deutsche Gramm. III,‏ 1,‏ §§‏ 31,‏ 61,‏ 92.

אַז אונזער שרײַבער האָט אויך געהאַט «ליטעראַרישע» (דײַטשמעריש־ליטעראַרישע) כּוונות, זעהט מען אַרויס פון דעם, וואָס ער ניצט אַזעלכע ווערטער, ווי אַלז דען, זינד (= זײַנען, אָנשטאָט דער יעמאָלט נאָרמאַלער פאָרם «זיין»), אלבֶרייט א. אז. וו. פון דער דאָזיגער טעאָריע, אַז א דײַטש וואָרט גיט צו חן, זײַנען מיר פּטור געוואָרן ערשט א סך שפּעטער, אויפן שוועל פון 18־טן צום 19־טן י״ה, און אין שמ״ר׳ס ראָמאַנען האָט זיך די שיטה נאָך א מאָל פונאַנדערגעבליט אין איר פולער פּראַכט.

10. דער ניגון
«האב איך איין ניגון דרויף גיטראכט
אַז וויא פון פּאביא איז דיא שלאַכט»,

שטייט באַלד בײַם אַרײַנפאָר אין דער מגילה1). די שלאַכט בײַ פּאַוויע (אין צפון־איטאַליע), פון 1525טן יאָר, וואו די דײַטשן האָבן מנצח געווען דעם פראַנצויזישן חיל, האָט שטאַרק גערייצט די פאַנטאַזיע פון דײַטשן פאָלק. ס׳זײַנען אויפגעקומען עטליכע לידער וועגן דער שלאַכט, און די ניגונים זייערע זײַנען אין משך פון א קורצער צײַט געוואָרן מי יודע ווי פּאָפּולער. א גאַנצע ריי דײַטשע לידער (אַפילו קלויסטערשע כאָראַלן) פון סוף 16־טן און אָנהייב 17־טן י״ה זײַנען באַצייכנט מיט די ווערטער: «צו ↰ 162 זינגען מיטן ניגון פון דער שלאַכט בײַ פּאַוויע». ווי מיר זעהען, האָט די מאָדע זיך אַריבערגעכאַפּט צו יידן אויך.

1) אַזוי שטייט אויף דער אויסגאַבע פון 1648; אין דער אויסגאַבע פון 1696 זײַנען א פּאָר ווערטער געביטן.

וואָס איז דאָס פאַר א «פּאַוויער־ליד»? א לאַנגע צײַט איז עס געווען פאַרגעסן. ענדליך, נאָך לאַנגע זוכענישן, האָט מען אין 1836 אויסגעפונען דעם טעקסט. נאָר דער ניגון איז ווײַטער געבליבן אומבאקענט. נאָך אין 1876־טן יאָר האָט דער באַוואוסטער אַווע־לאַלעמאַן (וואָס האָט גרויסע פאַרדינסטן פאַר דער יידישער שפּראַכפאָרשונג אויך), נאָכגעפרעגט זיך אין א זשורנאַל1), צי ווייס ניט ווער עס איז דעם ניגון פון דער שלאַכט בײַ פּאַוויע. אויף דעם האָט ער באַקומען אַן ענטפער2) פונם אַקטואַר פון דער יידישער קהילה אין פראַנקפורט־מאַין, עליאַס אולמאַן. אולמאַן דערציילט, אַז «ביז מיט א פּאָר יאָר צוריק» פלעגט מען אום «פּורים־ווינץ» (זעה אויבן, אין קאַפּיטל 2) זינגען דעם «אדון עולם» גאָר מיט א באַזונדערן ניגון, און דאָס איז טאַקע דער ניגון פון דעם «פּאַוויער־ליד». «מיט עטליכע יאָר צוריק» האָט אולמאַן געלאָזט פאַרשרײַבן דעם ניגון לויטן געזאַנג פון אַן אַלטן חזן. אָט זײַנען די נאָטן, וואָס אולמאַן ברענגט:

אולמאַנס ניגון פון «אדון עולם».
טעקע:Odoyn oylom ulman shtaplen.png

Die Gegenwart, herausgeg. von Paul Lindau, 1876, No. 46.. (1

2).דאָרט גופא, 1877, ז. 62, 4 No.‎&rlm.

אינם זעלביגן יאָר 1877 איז אָבער אַרויס די באַרימטע זאַמלונג פון Altdeutsches Liederbuch :Böhme, און דאָרט איז אָפּגעדרוקט גאָר אַן אַנדער ניגון פונם פּאַוויער־ליד. בעהמע האָט אים געפונען אין אַלטע לידערביכער פון 16־טן י״ה; שוין דאָס אַליין איז א ראיה, אַז מיר האָבן דאָ צו טון מיט א מער עכטערן ניגון. אַחוץ דעם איז פאַראַן נאָך א ראיה: דער טעקסט פונם דײַטשן פּאַוויער־ליד, וואָס בעהמע ברענגט, שטימט לויטן משקל אינגאַנצן מיט דער «מגילת־ווינץ». הייסט עס, מיר מעגן זאָגן: אויף וויפיל מען קאָן איצט בכלל באַשטימען גענוי א מעלאָדיע פון פאַר הונדערטער ↰ 163 יאָרן, האָט בעהמע געבראַכט די ריכטיגע מעלאָדיע פון דעם «פּאַוויער־ליד» און ממילא פון דער «מגילת־ווינץ» אויך. אָט זײַנען די נאָטן 1):

דאָס פּאַוויער ליד.
טעקע:Pavier lid.png
עטליכע פּויזעס האָט בעהמע געשטעלט אין האַלבע לבנות, ווײַל ער האַלט, אַז זיי פאַרשטערן די סימעטריע.

אַלזאָ: ה׳ אולמאַן (אָדער «דער אַלטער חזן», אויף וועלכן ער פאַררופט זיך) האָט א טעות געהאַט מיינענדיג, אַז דער ניגון פון «אדון עולם» אום «פּורים־ווינץ» איז דערזעלביגער, ווי דער ניגון פון «מגילת ווינץ». ס׳זײַנען צוויי גאַנץ באַזונדערע ניגונים2). די פאַלשע פאָרשטעלונג, אַז מען האָט געזונגען דעם «אדון עולם» און די «מגילת ווינץ» מיט דעם אייגענעם ניגון, נעמט זיך מסתמא פּשוט דערפון, וואָס מען האָט שלעכט גע׳דרש׳ענט אַן אומקלאָרן אָרט אין שודט׳ס באַשרײַבונג פון פּורים־ווינץ.

1) מיר ברענגען זיי פון בעהמעס צווייטער זאַמלונג: Erk und Böhme, Deutscher Liederhort II (‏1893), ז. 70.

2) פריץ מרדכי קויפמאַן ז״ל, דער מחבר פונם בוך: Die schönsten Lieder der Ostjuden, האָט מיר פּריוואַט מיטגעטיילט: פ׳קאן אויך קיין רייד ניט זײַן וועגן דעם, אַז אולמאַנפּ ניגון זאָל זיך האָבן אַנטוויקלט פון בעהמעס. אולמאַן האָט פאַרנאָטירט זייער א שיינעם «אדון עולם», אָנער עס איז ניטאָ דערין קיין שום קרובה׳שאַפט מיט די זעלנערשע לידער פון 16־טן י״ה.

↤ 164

דש וינץ הַנש ליד

דש דא החכם המופלג כמהורר אלחנן בר אברהם ז״ל העלין האט גמאכט. אונ׳ דש לשון הקודש מיט דעם טייטשן וואוֹל ביטראכט... דש ליד ווערט אייך זאגן. וויא דיא מורדים צו פרַנקפורט דיא יהודים האבן טון פַר יאגן: איר ווערט אָבר זעהן גאָטשׂ קרַפט אונ׳ מאכט. וויא דער שומר ישראל האט בייא אונז גיוואכט. דרום זאלן מיר הש״י לוֹבן. דער אונז האט גינידֶרט אונ׳ ווידֶר דר הוֹבן. מגילת וינץ זאל מן עשׂ היישׂן איבֶראל. דען עשׂ האט אזוֹ פיל אז מגילת אנטיוכס אין דער צאל. דער ניגון איז דרויף גיטראכט. אז וויא פון פאביא איז די שלאכט*.

א. איך וויל דער ציֵלן גאטֶשׂ שטֶרק1,

זייני וואונדר אונ׳ צייכן דיא גרושׂן,

זיין קראפט אונ׳ אַך2 זייני ווערק,

וויא ער אונז ניא האָט פר לאָזן.

אן אלי פאַרט 3 אונ׳ אין אלי לאנד

וויל איך אויף אין ביצייגן;

זיין נאמן וויל איך טון ביקאנט

מיט דער ווארהייט אונ׳ וויל ניט לייגן.


ב. דא מֶן ציֵלט שע״ב4, אין דער זעלביגן צייט

אין שטאָט פרַנקפורט דער ווערדן5

דער וועקט זיך איין גרושׂר שטרייט,

אַז מיר אי 6 גיזעהן האבן אויף ערדן.

זולכישׂ ווארן מיר דער שראקן זער,

דא מיר זולכישׂ ווארדן אינֶן7.

אלמעכטיגר גאט, דיזן שטרייט פַר שטער!

הובן מיר אַל אָן צו בַגינֶן.

  • דאָס איז דער טיטול פון דער פראַנקפורטער אויסגאַבע 1696; די אַמסטערדאַמער פון 1648 האָט א העברעישן טיטול «דברי השירה הזאת...» אונ׳ דערנאָך גייט אַזוי: «דש עברי גאר וואול פר טייטשט אונ׳ בישיידליך. היפּש פאר ווייבר אונ׳ מיידליך. צו אֶר קענן גאטשׂ קראפט אונ׳ מאכט»... און ווייטער כּמעט אַזוי, ווי אויבן. — דעם אָנהייב פון טיטול «איין שיֵן ליד היפּש אונ׳ גישיידליך. פר ווייבר אונ׳ מיידליך א. אַז. וו.» וואָס שטייט בײַ וואַגענזיילן, האָט וואַגענזייל אַליין קאָנטיג צוגעקלערט; ער האָט געדאַרפט האָבן א זעלבשטענדיגן אָנהייב, מחמת ער האָט דעם העברעאישן טייל פון טיטול ניט געדרוקט.

1 שטאַרקייט. 2 אַך (מיט א לאַנגן a) = אויך. 3 אן אלי פאַרט = אויף אַלע נסיעות = שטענדיג. 4 1612. 5 ווערט = ווערדיג, חשוב 6 ווען עס איז. 7 ווען מיר זיינען דאָס געוואויר געוואָרן.

↤ 165

ג. דָש גֶמיין פאלק האט זיך אין זין גישטעלט,

אַך איין טייל סוחרים אונ׳ צונפט8,

וויא זיא דער עצה9 ביי קומן וועלט10,

אן צו גרייפן מיט פר נונפטן11.

«אונזרי פרייאהייטי דיא געבט אונז הער,

מיר וועלן12 זיא ניט לענגר אנטבערן13;

אונ׳ אונזר שאַץ איז אַך שיר לער,

דיא רעכן שאַפט14 דער פון וועלן מיר הערן».


ד. זיא וואלטן עש ניט בלייבן לאָזן15;

אין רעמר16 טעטן זיא דרינגן;

זיא טעטן דיא עירונים איבר איין הויפן שטושן17;

זיא וואלטן ווישן אלי דינגן18.

איבר19 אונז האטן זיא אַך גיהַלטן ראָט,

אויש דֶר קהילה אונז צו פַר טרייבן;

דאש זעלביג האט אונז גיבראכט אין גרושי נוט,

אז20 מיר ווייטר וועלן שרייבן.


ה. איין אן שלאַק21 הָטן זיא גימַכט,

דש זיא אַך וואלטן האבן איין פירֶר;

אויף איינֶן האטן זיא אל גיטראכט,

אויף וינץ הַנש דער אויף רירֶר22.

איין גרושׂר שאַלק23, איין ביֵזר גאַשׂט,

זיינשׂ גלייכן זיין24 גיוועשׂט25 גאר וויֵֵניג —

אויף אונז גיוועזט איין גרושׂר לאַשט —

האבן זיא אויף גינומן צו איינם קיֵניג.


ו. צוויֵן26 זיינשׂ גלייכן האט ער צו זיך גיזעלט27,

אויף אונזרן קאָפּא אונז צו טרעטן;

מיט נאמן זיין זיא ביידי גימעלט:

קונרוט שאָפּא, גערן גרושׂ אונטר אנַנדר גיקנעטן.

מיט גרושן הדיוטות28 זיין זיא קומן

איבר אונז אַלן זאַמט אונ׳ זונדר29;

דאש אונזר האבן זיא אונז אב גינומן

אונ׳ מיט אונז גיטריבן דען וואונדר30.


ז. טעגליך הוֹבן זיא בייא אונז גיהולט31,

וואש איר32 הערץ האט טאן ביגערן;

זיא האבן אונז פאָר גימאָלט:

מיר מוזן דעם פאלק אב ווערן33.

אירן34 ריֵד האבן מיר מוזן גלויבן געבן35,

8 צעכן. 9 עצה = שטאָט־ראָט, שטאָטפאַרוואַלטונג. 10 ווי אַזוי זיי זאָלן קאָנען בײַקומען... 11 מיט שכל. 12 = ווילן. 13 זיך באַגיין אָהן זיי. 14 דין־וחשבון. 15 = זיי האָבן זיך ניט געוואָלט אָפּלאָזן. 16 ריימער (Römer) — ראָטהויז אין פראַנקפורט. 17 אָפּגעשטופּט אין א זײַט. 18 זאַכן. 19 וועגן, מכוח. 20 ווי. 21 פּלאַן. 22 מורד. 23 רשע. 24 = זײַנען. 25 = געווען. 26 צוויי. 27 = האָט ער געמאַכט פאַר געזעלן, פאַר חברים. 28 מוטוויל, הפקרות. 29 אָהן אויסנאַם.; 30 וואונדער: געשעהעניש, מעשה (פגל. בײַ ביאַליק: «בייז וואונדער»). טרײַבן וואונדער: אָפּטון מעשים. 31 צוגענומען, אָפּגענומען. 32 זייער. 33 ד״ה: ווען מיר זאָלן דאָס ניט געבן דעם פאָלק, וועט זײַן נאָך ערגער. 34 = זייערע. 35 גלויבן געבן = גלייבן.

↤ 166

האבן זיך וואול מוזן לאזן שנעלן36;

האבן אימטאר37 גידרײַאט31 אויף אונזר לעבן:

«אודר מיר שיקן איבר אייך דיא גיזעלן»39.


ח. מיר האבן גיהַט איין גרושׂי עֵת צָרֶה,

אז אי גיוועזט אין אונזֶרן טאָגן;

דען מיר האבן גיהַט קיין שרָרֶה,

דָש מן איינֶן דער פאר העט קענֶן פַר קלאָגן 40

דיא מורדים האבן גיהַט די איבר האנט,

דיא אונז האבן וועלן פַר שניידן41,

נימַט42 האט קיֶגן אינֶן43 דָש מויל אויף גישפּאנט,

מיר האבן אלז וואול מוזן ליידן.


ט. וואו מֶן אים מקום44 יהודים האט דער ווישׁט45,

עשׂ זייא גרושׂ, אוֹדר קלייני,

האבן זיא46 זיך אויף זיא47 גירישׂט48,

גישלאגן אודר גיווארפן מיט שטייני.

אך נוך גיווארפן ליים אונ׳ קוֹט,

אונ׳ און ניצי ווארט49, אונ׳ קלָלות,

אונ׳ נוך גירופן פריִא אונ׳ שפּאָט50

«כּלָבים» אונ׳ זונשט אנדֶרי נבָלות.


י. עטליכי יודן זיין ווארדן איין גיצאגן51;

אירש מָמון האבן זיא וועלן גינישׂן;

מיט שקרים האבן זיא46 זיא47 בילוגן,

דא נימַנט ניקש12 האט דארום63 טון ווישׂן.

אַך קיינֶם יהודי קיין געלד צו געבן,

קיין שולד מן קיינם קיינש זאל טון ברענגן:

צו שפּייאר54 וועלן זיא עשׂ אָן קלעבן,

אָנש משפּט דארט וועלן זיא עשׂ הענגן.


יא. דיא זאך האבן מיר אונז צו הערצן לאזן גאָן55,

איין גרושׂ בישווערנִש גיוועזט אויף אונז אַלן;

דען אונזר געלט האבן מיר גיהַט בַלד פַר טאָן,

36 לעקסער, Mhd. Handwörterbuch,‏ II,‏ 1031‏ ein snellīn snellen — אָפּטון א שפּיצל; דאָ: מיר האָבן זיך געמוזט לאָזן נאַרן. 37 תמיד. 38 געסטראַשעט (נײַהויכדײַטש dräuen, בײַפאָרם פון drohen. אין מאָדערנעם יידיש וואָלט היסטאָריש ריכטיג געווען «דרײַען», ניט «דראָהען»). דער «א» אין «געדרייאט» איז א שטומער. 39 «געזעל» מיינט דאָס רוב סתם חבר; נאָר דאָ, אין מויל פון די בעלי־מלאכות, באַטײַט דאָס מסתמא די פּועלים, וואָס זײַנען שטײַפער בײַ זיך און האָבן געזונטע הענט. ס׳איז היסטאָריש באַשטעטיגט, אַז די פּועלים האָבן זיך מיט א באַזונדער ברען באַטייליגט אין ראַבירן די יידישע גאַס. 40 = בײַ וועמען מען זאָל קאָנען עמיצן דערפאר פאַרקלאָגן. 41 אויסראָטן. 42 קיינער. 43 = זיי. 44 שטאָט. 45 דערווישן = דײַטש erwischen = כאַפּן. 46 די מורדים. 47 די יידן. 48 גרייטן זיך; דאָ: אָנפאַלן. 49 אין עלטערן יידיש, פּונקט ווי אין מה״ד, איז «וואָרט» סײַ איינצאָל, סײַ פילצאָל. 50 = שפּעט. 51 קאָנפיסקירן. 52 קיין זאַך ניט. 53 וועגן דעם. 54 די שטאָט שפּייער בײַם ריין; דאָרט איז געווען א הויכע געריכטליכע אינסטיטוציע, דער «קאַמערגעריכט»; 55 = גיין.

↤ 167

פון דען חובות איז קיין אנדרש56 גיפאלן57.

כּלי בית האבן מיר פַר קויפט צו גרושׂר נוט —

ניט פיל האבן מיר געטון מיט58 גיידן59;

דיא קינדר האבן אונז אן גיהיישׁן60 ברוט;

איין זולך רחמנות איז ניט צו ליידן!


יב. דיא עירָנים61 צום טייל זיין ניט גיבליבן

אין דער שטאט פרַנקפורט דיא גימעלטי62.

זיא63 האבן גיזעהן דיא מוט וויל, דיא זיא64 האבן גיטריבן;

עשׂ גיֵט וואול65 אויש66 גאר זעלטי67.

די דאקטורת68 אונ׳ שרייבר אַך צום טייל

זיין אַך ארויש גיפלוגן;

זיא גידאכטן69: עש איז דא וועדר70 גליק נאך הייל71,

מיר וועלן עש ניט לענגר וואָגן72.


יג. דיזי זאכן זיין ווארדן פאָר גיבראכט

לֶהַקיֵסֶר יר״ה73 אונזֶרם ליבן הערן;

האט בריף מיט גיטיילט וואול בידאכט

אָן74 די קוֹמישַׂריאֶ, זיא זאלן אב ווערן:

דיא זאכן צו הערן אונ׳ אורטל אויש שפּרעכן,

איטליכם נאך זיינם פַר דינשׂט צו לונן;

אך צו היילן אונזֶרן גיברעכן75

אונ׳ אין דער זאכן נימַנט פַר שׁונֶן76:


יד. די זַכן האבן זיא טאן77 גרינדן78,

דיא קוֹמישַׂריאֶ דיא פירשטן דיא פרומן;

56 פגל. אונזער חײַנטיגן אויסדריק: «ער ענטפערט ניט דאָס אַנדערע וואָרט». 57 אויסגעצאָלט ווערן; פגל. דעם דײַטשן אויסדריק: fällig.‏ 58 מיט = דערמיט. 59 פּראַווען שמחות, הוליען. 60 אָנהיישן (מיט š) — בעטן, פאַרלאַנגען. 61 עירון = די הערן פון ראָט; וואַגענזייל זעצט איבער: die Gerichtsherren.‏ 62 מעלדן = דערמאָנען, אָנרופן. 63 די עירונים. 64 די מורדים. 65 וואול (וואויל) באַטייט דא: מסתמא. 66 אויסגיין = פאָרקומען, טרעפן. 67 = זעלטן; ס׳איז א פראַנקפורטער דײַטשע און יידישע אייגנטימליכקײַט אָפּצעוואַרפן דעם n אין דער ענדונג en-.‏ 68 דאקטורת = דאָקטאָרעס, די לאַטײַנישע פילצאָל־פאָרם פון «דאָקטאָר»; דאָס הייסט: די מלומדים, וואָס זיצן אין ראָט. 69 געדענקען = רעכענען, מיינען, קומען צום באַשלוס. 70 וועדער — נאָך, אַזוי ווי אין דײַטש; ניט — ניט. 71 געזונט. 72 דווקא אַזוי, מיט א קמץ, ניט ווי מען האָט דאָס בײַ אונז פאַרדײַטשמערישט אין «וואַגן». 73 ירום הודו = דערהויבן זאָל ווערן זײַן מאַיעסטעט. 74 צו. 75 פּונקט ווי אין מה״ד: der gebrëche = «קרענק». הײַנט וואָלטן מיר געזאָגט: אונזער בראָך. 76 schonen וואָלט הײַנט געדאַרפט זײַן קלאַנגענגעזעצליך: «שוינען» (ווי brot = ברויט). אונזער «שאַנעווען» איז דאָס אייגענע וואָרט, נאָר פריער איז עס געקומען פון דײַטש צו די פּאָליאַקן, וואָס האָבן געמאַכט דערפון szanować. מיר האָבן עס פון פּויליש. 77 = געטון; פאַראַן עטליכע צײַטווערטער (טון, קומען, א. אַז. וו.), וואָס בילדן זייער פּאַרטיציפּ אָהן גע־. 78 = דערגרונטעווען, אויספאָרשן.

↤ 168

איין אורטל האבן זיא טאן פַר קינדן,

אַז ווען עשׂ פום הימל אראָב ווער קומן79.

דענוכט80 האבן דיא מורדים ניט וועלן הערן

אונ׳ האָבן גיטאן נאך אירם אַלטן זיטן81:

«ווער איז דער דער אונז וויל ווערן?

מיר האָבן עשׂ פון קיינם נוֹך גיליטן».


טו. דיא בוזהייט82 איז ערשׁט ווארדן גרושׂ

אונז צו שמעהן83 אונ׳ צו שלאגן;

דַש איז גיווען זונדֶר84 אונטר לוש85;

נימַנט האבן מירשׂ86 קענֶן קלאָגן.

זיא האבן גיהערשט איבר אונז מיט גַנצֶר מַכט,

מיר זיין גישטַנדן87 אין אייטל זאָרגן88;

צו מאָרגנש האבן מיר גיווינשט, עשׂ ווער89 נַכט,

אונ׳ בייא נַכט — עשׂ ווער מארגן.


טז. שבועות שע״ד90 זיין מיר דער שראקן זער,

זארג אונ׳ אנגשׂט אונז האט ביפונדן91;

מן האט גיזאגט, דיא מורדים קומן דא הער82,

זיא האבן זיך עפּישׂ אונטר וואונדן93:

דיא פּפאָרטן94 וועלן זיא איין שטוסן95

אונ׳ וועלן שטורמֶן אונזֶר קהילה.

«ליבר גאט, טוא אונז ניט פַר לאזן!»

זא איז גיוועשׂט אימֶר דאר96 אונזר תפילה.


יז. השם יִתבָרֶך האבן מיר פַר טרויאט,

דער האט זיא גימַכט אָב ווענדיג97;

דען דער98 אויף זיין הייליגן נאמן בויט,

דש זעלביג איז בישׁטענדיג.

מיר האבן תשובה גיטאן מיט אַלֶרלייא פּיין,

מיט פַשׂטן אונ׳ פיל אוֹרֶה99;

מיר האָבן גימיינט מֶבַטל צו זיין

דיא גזיֵרה אונ׳ די צָרה.


יח. קלייני קינדר אונ׳ ווייבֶר מיר גאר בַלד

האבן פַר שיקט אונ׳ טאָן פַר שטרייאֶן,

דַש מן אָן אינֶן100 זאל ברויכן קיין גיוואַלט,

79 גלייך עס וואָלט אַראָפּגעקומען פון הימל. 80 פונדעסטוועגן. 81 «זיטע» איז אין דער עלטערער שפּראַך, סײַ דײַטש, סײַ יידיש, לשון זכר. 82 בייזקײַט, כּעס. 83 schmähen — זידלען. 84 אָהן. 85 Unterlass; «זונדר אונטר לוש» = אָהן אויפהער. 86 = מיר עס. 87 = געשטאַנען. 88 אין הוילע זאָרגן. 89 עס זאָל זײַן. 90 1614. 91 מיר האָבן דערשפּירט... 92 קומען צו גיין. 93 אונטערווינדען זיך — אַרײַנגעמען זיך אין זינען. 94 פּפאָרטע (א וואָרט, וואָס קומט אין דײַטש פונם לאַטײַנ. porta) — טויער. 95 einstossen — אײַנרײַסן, צעברעכן. 96 אימערדאר = תמיד. 97 ער האָט זיי אָפּגעווענדט פון אונז. 98 דער = דער וואָס. 99 אָרע, (פון לאַט. ora) — תפילה; די דײַטשע יידן זאָגן נאָך הײַנטיגן טאָג oren אָנשטאָט דאַוונען. 100 אַנטקעגן זיי.

↤ 169

שאַנד אונ׳ זינד אָן אינֶן גידייאֶן101.

אָן אַלי פּפאָרטן אונז ביזוכט אונ׳ אָן גישפּראָכן,

דָש מיר קיין ממון זאלן אנויש102 פירן;

אונזר הערץ איז אונז שיר צו בראכן,

דא 103 מיר זולכשׂ האבן טאן שפּירן.


יט. גאטש גינאָד דיא האט קיין ענט,

איז ניט קומן104 אויש אונזרם גידַנקן;

זיין הילף איז אין איינם אויגן גליק; בֶהענט105

קאן ער היילן דיא קראַנקן.

דיא קומיסריא זאלטן קומן ווידֶר,

האָרטן106 מיר פון אידרמן107 זאָגן;

דא פרייאטן זיך אלי אונזרי גלידֶר.

אלז אַך גישאַך103 אין חדש אב טאָגן.


כ. דא יום א׳ כ״ו אלול שע״ד קאם בייא די הנט109,

טעטן מיר ניקש אנדרש דען שדייאן אונ׳ וויינֶן;

דען דיא שונאים האטן דאש מויל אויף גישפַּנט,

זיא זעלטן110 זיך הַרט111 ווידר אונז ליינֶן112.

צו פאַשׂטן האט מן ארום גֶזייאט113

אויף יום ב׳ צו מארגנש מיט בֶטריבטן הערצן;

דען גַנצן טאָג און מוט114 אונ׳ טרויאֶריקייט,

דיא נַכט װַכן מיר מיט גרושן שמערצן.


כא. דא דער מארגן יום ב׳ קאם ארבייא,

הַטן מיר אכטונג אויף גאר עבן115,

אלי אויגן בליק קאמן צרות, דיא ווארן נייא;

טרעפן אָן לייג אונ׳ לעבן.

דיא הייפּט מורדים קאמן זעלבשט דא הער

מיט גרושׂי עַלילות, דיא ווארן שקרים:

«איר האט גיטאן ווידר אונזרי ער116,

איר האט גירעט דיזי דברים117».


כב. דא עש וואר צייט מנחה אורן118,

פַר גינג אונז זעהן אונ׳ הערך119,

דען דָש פאלק זַמלט זיך פַר דען טאָרן120;

101 אָנטון זיי. 102 = אַרויס. 103 ווען, בעת. 104 = געקומען. 105 = בײַ דער האַנט, ד״ה פלינק. 106 = hörten, האָבן מיר געהערט. 107 = יעדער מאַן, איטליכער. 108 וויי ס׳איז אויך געשעהן. 109 ווען ס׳איז אָנגעקומען זונטאָג כ״ו אלול — 10טער סעפּטעמבער 1614. 110 זעלטן (= זאָלטן): זיי האָבן געזאָלט; דאָ מיינט עס: באַלד, ווי איר וועט זעהן, זײַנען זיי אויפגעשטאַנען אויף אונז. 111 שטרענג, שווער. 112 ליינען (פגל. זיך אָנליינען) — זיך אָנשפּאַרן. דאָ: זיי האָבן זיך אַ שפּאַר געגעבן אַנטקעגן אונז. 113 = געזאָגט. 114 אונמוט = אומעט. 115 האָבן מיר גענוי אַכטונג געגעבן. 116 = ערע. 117 ווערטער. 118 דאַוונען. 119 איז אונז געוואָרן פינסטער אין די אויגן. 120 = טויערן.

↤ 170

אונזר טרויאֶרן וואר זיך מערן.

צו דער גַסן צו121 ווארן זיא דרינגן,

די פּפארטן טעטן מיר צו שליסן;

אין דיא שול מיר דאך גינגן,

מיר מיינטן דער122 תפילה צו גניסן.


כג. וויא מן דיא הפטרה האט אויש טאן זאגן123,

איין גרוש יעמֶרליך גישרייא מיר האָרטן;

דיא שונאים ווידר דיא פּפארטן שלאגן,

זיא צו ברעכן זיא אן אלי אורטן124.

דער שונא וואר אונז אויף דעם הַלז,

אויש דער שול טעטן מיר אַל לאַפן125.

וויֵא דעם דער דאש האט גיזעהן אַלז,

וויִא דיא זַך איז גיוועזט גישאַפן!


כד. איין טייל פרומי ווייבר, נָשים יקָרות,

אירֶה ליבֶה קינדר זיא מיט נאמן,

ליֵגטן זיך אויף דש בית הקברות:

«היא וועלן מיר שטערבן מיט אַזאַמן126»

אך איין טייל לופן היים צו הויז

אונ׳ הולטן 127 אירי שפּיז אונ׳ שווערטר128:

«לייכט שלאגן מיר זיא ווידר אנויש,

איֵ129 דער קריג ווערט לענגער130 הערטר».


כה. איין טייל האטן זיך אויף דיא מויאֶר גישטעלט

מיט זייל131 איינם גרושן;

זא זיך דיא מהומה ניט שטילן וועלט132,

אין איינֶן גארטן אַנאָב133 זיא זיך וואלטן לושׂן.

עטליכי ווארן מַציל134 אין אירם הויז,

איֵ עש די שונאים טעטן אֶר פאַרן135;

איין טייל ליפן136 צו דער גאסן אנויש

אן אֶרטֶר, דא זיא ביקאנט ווארן.


כו. איין קעשׂטליכר137 עירון אין דער שטאט

טעט זיך איבר אונז דֶר בארמן;

איינֶן גרושן גארטן אונ׳ היפּש הויז ער האט,

ער שלוֹס138 עש אויף אונז אָרמן.

מיר גינגן אניין אין הויז, אין הוף -

121 די גאַס = די יידישע גאַס, דער געטאָ. 122 הײַנט וואָלטן מיר געזאָגט: פון דער תפילה. 123 אויסזאָגן = ענדיגן. 124 = ערטער. 125 = לויפן (אויסשפּראַך laafn, פּונקט ווי aach).‏ 126 = מיטאַנאַנד, אינאיינעם. 127 האָבן געבראַכט. 128 שווערדן. 129 = איידער. 130 דאָ פעלט: און. 131 שטריק. 132 ד״ה: אויב די מהומה וועט... 133 = אַראָפּ. 134 הײַנט וואָלטן מיר געזאָגט: זיך מציל זײַן. 135 דערגיין, געוואויר ווערן. 136 אימפּערפעקטום פון «לויפן». 137 «קעסטליך» איז אין דער עלטערער ליטעראַטור דאָס רעגולערע טײַטשוואָרט פאַר «חשוב». 138 אימפּערפעקטום פון «שליסן».

↤ 171

מן דאַרפט איכו דער צו ניקש לונֶן139;

מיר גינגן דינֶן140 וויא די פר ערטן141 שוף,

וואול זעקשׂ הונדרט פַּרשׁונֶן.


כז. מיטן אין גארטן אויף דֶר ערדן.

זיין גיזעסן אין איינם רינגן

צעהן קינדבעטרן142 נוך אירם גֶבערטן143;

מיין הערץ מיר דאריבר האט וועלן צו שפּרינגן!

איר שלייאֶר אום גיוואונדן144,

אַז דיא אַבֵלים, ביז אין דיא אויגן,

אירי קלייני קינדר אים שוֹס145 גילעגן גיבונדן;

איין טרעהרן146 דען אנדרן האט טאן יאגן.


כח. דיא גזלנים האבן זיא גיווארפן אויש אירי בעטן

אונ׳ אונטר אינן זיא147 אוועק גיטראגן;

איך העט148 פיל דארויף טאן פַר וועטן,

ווען איכשׂ ניט גיזעהן העט מיט אויגן.

איין זעלך אכזריות, אז זיא האבן גיטריבן,

שטיֵט ניט וואול צו גלאבן;

איין קינטבעטרן פון איינם טאג אדר זיבן,

דש זיא אזו מיט אינֶין אום גַנגן האבן149.


כט. עטליכי זיין גישׁטַנדן מיט גרושׂר ווער150,

ביז איינר פון אונז איז ווארדן דער שוֹסן;

אך עטליכי זיין ווארדן פַר וואונד151 זער.

דא זיין מיר אל ווארדן פַר דראסן,

דא זיין מיר אל גילאפן אנוועק 152,

אונזר קיינר איזט מער גיוועזט פַר הַנדן153;

דא האבן זיא גיפילט גיפּעק אונ׳ זעק,

עס איז אין 154 נימַנט אַנטקיֵגן גישטַנדן.


ל. דיזי נַכט איז אונז גיוועזט צו ווידר,

עש איז ניט אַלֶר155 צו זאגן;

139 ד״ה: מען האָט אים דערפאַר קיין זאַך ניט געדאַרפט באַצאָלן. 140 = דרינען / דאָרט אינעווייניג. 141 פאַרערט (verirrt, דער i איז געוואָרן אַן e, ווי אין בערנע, קערמעשל, הערש, פערשט) — פאַרבלאָנדזעט. 142 = קימפּעטאָרנס. 143 = געבורט, געבירט (i ווערט e, ווי אין הירש = הערש א. אַז. וו.). 144 אַרומגעבונדן. 145 = שויס. 146 »טרער« איז אין דער עלטערער שפּראַך, סײַ דײַטש, סײַ יידיש, לשון זכר. 147 די בעטן. 148 וואָלט. 149 אז זיי זיינען זיף אַזוי מיט זיי באַגאַנגען. 150 מיט א שטאַרקער פאַרטיידיגונג. 151 מיר שרײַבן הײַנט »פאַרוואונדעט«. דער שרײַבער פון 17־טן י״ה האָט ניט געוואוסט פון דער דײַטשמערישער המצאה און געזאָגט אין גײַסט פון יידיש: «פאַרוואונדט» (פּונקט ווי: «גערעדט»). 152 אַוועק. 153 פאַראַנען. 154 אין = אינען = זיי. 155 אַלץ.

↤ 172

דיא גזלנים זיין גַנגן אויף אונ׳ נידר,

האבן דאש אונזֶד אוועק גיטראגן:

זילבד אונ׳ גאלד אונ׳ באר156 געלט,

וואש זיא האבן אן גיטראפן,

תכשיטים, וויא מן זיך ווינשן זעלטי15;

זיא זיין איבר אלי דיא קישׂטן158 גילאפן.


לא. קעשׂטליכי וויין, גוטי בעט אונ׳ הויז ראָט169

ניט שענֶר גיזעהן איז ווארדן מיט אויגן;

קארן אונ׳ מעל — אלז זונדר160 גינאָד,

אלז אַוועק גיפירט ווארדן אויף איינם וואגן.

אך פיל מעכטיגי ספרים161, דיא קעשטליך זיין,

דיא איין לערנֶר טאן אֶר פרייאֶן,

האבן זיא גיווארפן אין דרעק אניין

און אויף דיא גאסן טאן שטרייאן.


לב. וויא גרוש זיין גיוועזט אונזרי זינד,

וויא וואול162 מירשׂ163 ניט וועלן אֶר קענֶן!

דיא רשעים האבן איין גרושׂ פייאֶר אָן גיצינד

אונ׳ האבן דיא ספרים דינן טאן פר ברענֶן.

זיא האָבן גיברוֹטן איבר דען ספרים

דיר164 פליישׁ, דש זיא אונז האבן גינומן;

דאש האבן גיטאן דיא מורדים דיא עיקרים165 —

אזו איז עשׂ אינן אך ביקומן166!


לג. אַך פּערגימענטי167 ספרים האבן זיא אֶרבערט 168,

האבן זיא אונטר אנַנדֶר טאן טיילן;

זיא זיין גיוועזט כמה אלפים ווערט;

דיזי מכות זיין ניט צו היילן.

איינם בוך בינדר פַר קויפט צו שערץ169,

אנדרי כיכֶר דריין צו נינדן;

קיין פאָרכט איז אין גַנגֶן צו הערץ

דש זיא זיך זאָלטן דראן פַר זינדן.


לך. אך דיא אלֶר בעשטן סחורה,

אז אי170 איזט ווארדן גיזעהן מיט אויגן,

כתיבת ידות171 יהאבן מיר אַך פַר לָארֶה172,

156 מזומנ׳ע. 157 ווי מען וואָלט זיך געמעגט ווינטשן. 158 קאַטטנס. 159 כלי־בית. 160 אָהן. 161 אין העברעאישן טעקסט: «ספרי קודש». 162 וויא וואול — הגם, כאָטש. 163 = מיר עס. 164 dürr; איצט: דאַר. 165 די הויפּט־אָנפירער. 166 פאַרגל. דעם אויסדריק: «זאָל דיר וואויל באַקומען». 167 פּאַרמעטענע. 168 erbërn (דערזעלביגער שורש, ווי entbehren): ארויסשלעפן, אויפדעקן. פאַר וואַגענזיילן איז דאָס דאָזיגע מה״ד וואָרט שוין געווען פרעמד, און דעריבער לייענט ער: erobert.‏ 169 שפּיל, פאַרגעניגן. 170 ווען עס איז. 171 אין העברעאישן טעקסט שטייט אויף דעם אָרט: «שטרי חובות». צי איז דאָ געביטן נאָר דער אויסדריק אָדער דער באַגריף אויך? 172 אין פראַנקפורטער ריידעניש, סיי דײַטש, סײַ יידיש, פאַלט אָפט אָפּ דער n צום סוף (פגל. אויבן, סטראָפע יב׳: זעלטי = זעלטע אָנשטאָט זעלטן). א סך בײַשפּילן פון דעם מין בײַ טענדלוי Sprichwörter und Redensarten aus deutsch-jüdischer Vorzeit פראַנקפורט־מאַין, 1860.

↤ 173

זיא האבן עש אלז אוועק גיטראגן.

קיין ערביט173 האט זיא טאן פר דריסן,

זיא האבן ניקש174 לאזן ליגן;

וואש ניט איז גילעגן אונטר דען פיסן,

זיין זיא דער נאך גישטיגן.


לה. דיא גנצי נַכט האבן זיא גישוועבט 175

אן אַלי אורטן אונ׳ אן אַלי ענדן;

וואש זיא האבן אן גירירט, דאשׂ האט גיקלעבט,

האבן עשׂ ביהַלטן אין אירן הענדן.

טליתות אונ׳ תפילין האבן זיא ניט ליגן לושׂן,

דיא מזוזות אויש דעם בַלקן גישטאכן;

אוֹבן176 אונ׳ פענשׂטֶר האבן זיי איין גישטוֹסן,

טירן אונ׳ שענק האבן זיא צו בראכן.


לו. כּלָיות177 האבן זיא גימאכט, ניט און גיפערד178 —

מוטוויליגר וויישׂ179, ווידר180 אַלי זיטן;

שמאלץ האבן זיא גיגאסן אויף דיא ערד

אונ׳ איין זאק מיט מעל דאריין טאן שיטן.

דארויף זיין זיא הין אונ׳ הער גאנגן

אונ׳ דארויף גיטרעטן מיט אירן פיק.

דש מען זאל זעלכי זאכן אן פאנגן,

דא מן ניקש דער פון קאן גֶניסן!


לז. אויף דען העלן טאג האבן מיר טאן האפן,

דש מיר דער צו האבן וועלן אנטרינֶן.

דא נון דער טאג ארבייא איז גילאפן,

זיין מיר שיר קומן פון זינֶן!

דיא פּפארטן וואלטן ניט גֵין אויף:

דאש וואר אירֶר181 הייפּט לייט ביפעלכי182;

מיר ווארן איר183 תופס מיט מָמון אונ׳ גוף.

ווער האָט גיזעהן איין עֵת צָרה איין זעלכי?


לח. דיא מורדים דיא האטן אן גישטעלט184

דעם שטאט פאלק צו ווערן185,

קיין יודן איין צו נעמען אין אירי גיצעלט

בייא איינם גרושן בוּס186 אונ׳ שווערן187.

דא הוּלף188 ניט וועדר געלט אדר גוּט,

173 = אַרבעט; מי. 174 קיין זאַך ניט. 175 «שוועבן» הייסט אין דער עלטערער שפּראַך סתם: באַוועגן זיך אַהין און אהער. 176 אויוונס. 177 פונם זעלביגן שורש איז אויך אונזער הײַנטיגס: «קאַליע מאַכן». 178 gevaerde הייסט אין מה״ד: זײַטיגער מיין, פּניה; «אָהן געפערד» = על־פּי־טעות, צופעליג, בשוגג. 179 «־ווײַז» דאָס אייגענע, ווי אין «איינציגווײַז»; = מוטוויליגערהייט. 180 קעגן. 181 געניטיוו פון לשון רנים; «פון זייערע». 182 = באַפעל; bevëlhen איז די עלטערע פאָרם פון «באַפעלן». 183 זייער. 184 אנשטעלן: באַשטימען. 185 = פאַרווערן. 186 שטראַף. 187 ווייטאָג. 188 האָט ניט געהאָלפן.

↤ 174

אויף דער גַסין מוזטן מיר בלייבן.

נון דענקט וויא אונז וואר צו מוּט!

עש איז ניט אַלר צו שרייבן.


לט. דער שראקן ווארן דיא געשׂט אך זער,

דיא און גיפערליך189 הער190 ווארן קומן.

זיא לופן הין זיא לופן הער,

דא זיא דיזי ווערק האטן פַר נומן.

דא וואר אין צו העלפן ניכט,

זיא ווארן מיט אונז אין דער צָרה;

זיא פאָרכטן זיך פַר ביֵזן גישיכט191,

פַר דען מורדים האטן זיא גרוש מורא.


מ. דא עשׂ קאם נאהנט אום דיא מיטן צייט192,

איין שטים אין דער שטאט טעט דֶר שַלן:

«דער יודן ווערדן מיר גאר באלד ווערדן קווייט193,

דש לוֹז194 איז אויף זיא גיפַלן!»

וינץ הַנז זעלבֶרט ווידר אונז זאגט:

«איך בין אייער הָמן אין דיזן צייטן;

פַר מרדכי בין איך און פר צאגט195 —

עשׂ זיין ניט אונטר אייך זאָ פרומי לייטן.»


מא. נאך דיזר צייט איין קלייני פרישׂט186

וינץ הַנז קאם זעלבֶרט גיגַנגֶן

מיט איינם פאלק197 וואר גאר וואול גֶרישׂט;

נאך אונז האט ער פַר לַנגֶן.

שפּיס אונ׳ ביקסן אונ׳ אַלֶרלייא וועהר

טעטן זיא אל אן טראגן,

אז וויא גולית קיֵגן דוד טראט הער

אונ׳ אנטיוכס אין דער יװָנים טאגן.


מב. אַלי יודן טעטן זיא אוישׂ שפּירן,

וואו זיא זיא וואושטן צו פינדן,

אונ׳ טעטן זיא צו אַנַנדֶר פירן.

זאגטן: «מיר מוזן אייך עפּישׂ פַר קינק198».

ער זאמלט אונז אויף דש בית הקברות,

אז וויא דיא בהמות וואר ער אונז טרייבן,

אונ׳ זעצט אויף אונז פיל שמירות,

דש קיינר פון אונז זאלט אוישׂן בלייבן.

189 ווי אויבן: צופעליג. 190 = אַהער. 191 = געשעהעניש. 192 וואַגענזייל טראַנסקריבירט: Metten-Zeit, ד״ה די צײַט פון דער (קריסטליכער) פרימאָרגנדיגער תפילה. ס׳קאן אָבער אפשר הייסן «מיטן־צײַט» = מיטאג־צײַט, און אזוי שטייט טאַקע אין העברעאישן טעקסט: «סמוך לחצי היום». 193 קוויט, קווייט = פּטור (מיטן געניטיוו: «דער יודן»; מענדעלע שרייבט נאָך אויך: «פּטור ווערן זיינער»). 194 גורל. 195 = אומפאַרצאָגט = ניט שרעקעדיג; פאַר א מרדכי האָב איך קיין מורא ניט. 196 וויילע. 197 דאַ פעלט «דש». טייטש: מיט אַן עולם, וואָס איז געווען גוט באַוואָפנט. 198 אָנזאָגן.

↤ 175

מג. אונזר הערץ וואר פַר שטאפּפט אונ׳ שווער;

מיר מיינטן עש ווער קומן199 אונזרי ענד;

מיר יאמרטן אונ׳ שריאֶן זער,

גאט זאל דער בארמֶן אונז איֵלענד200.

ווייב אונ׳ קינד, יונג אונ׳ אלט

מיט אונז טעטן מיר נעמֶן:

זא201 דיא שונאים אן אונז טעטן גיװַלט,

דשׂ אונזרי נשמות צו הק״בה צו זאמן קעמן.


מד. דא מיר נון קאמן אין דאשׂ בית הקברות אניין,

איין הסכּמה טעטן מיר מאכן;

דש מיר אַל202 מקדש השם וואלטן זיין,

טעטן מיר בַשליסן פַר אלי זאכן203.

עטליכי לייט תכריכים אן טעטן,

מיר הַטן זיך דר וועגן204 אונזר לעבן;

וידוי אונ׳ הצור תמים ווארן מיר בעטן

אונ׳ פיל קעשׂטליכי תפילות דֶר נעבן.


מה. עטליכע האבן זיך גינומן אין אירן ווילן,

ווייבֶר, אונ׳ מיידליך, אונ׳ יונגֶן,

גאטשׂ דינשׂט צו אֶר פילן,

דש זיא איבֶר אירן ווילן205 ניט זאלטן ווערדן ביצוואונגֶן.

זיא וואלטן שפּרינגֶן אין איינֶן ברונֶן,

צו זיין בירייט200 צו איֵביגן לעבן;

דאך הטן זיא זיך ווידֶר207 ביזונֶן —

גאט האט אונז אזו ווידר איין גיגעבן.


מו. דיא מורדים טעטן אוישׂ שפרעכן:

«דיזי שטאט זאלט איר מײַדן;

דיא בורגֶר מעכטן208 זיך אן אייך רעכן209;

זיא וועלן210 אייך ניט לענגר היִא ליידן.

מיר האבן ניט אין אונזר מַכט

אייך צו שוצן אונ׳ צו בַשׁירמֶן;

דרום איז אייך אויף גיזאגט211 דיא וואַכט212,

איר זעכט213 וואול וויא דיא בירגר שווירמֶן»214.


מז. דא בעטן מיר צום זעלביגן מוֹל,

ער זאלט אונז עפנֶן דיא פּפאָרטן.

דיא ענטװֶרט וואר, וואשׂ דשׂ איילן זאל215;

199 אַז עס איז געקומן. 200 «עלנט» איז אייגנטליך דער טײַטש: אַן אַנדער לאַנד, דערנאָך: גלות, שפּעטער בכלל: איינזאַמקײַט, נויט, אומגליק.201 אויב. 202 = אַלע. 203 קודם כל. 204 «זיך דערוועגן» הייסט אין דער עלטערער שפּראַך: זיך מיַאש זיין. 205 קעגן זייער ווילן. 206 גרייט. 207 צוריק. אַניט וועלן די בירגער... 209 רעכן (פון «ראַכע») = נעמען נקמה. 210 ווילן. 211 אויפזאָגן = אָפּזאָגן, קינדיגן. 212 שוץ. 213 = זעהט. 214 זשומען (ווי די רינען). 215 צו וואָס איז די איילעניש.

↤ 176

«איר קענט נאָך וואול אַווייל ווארטן».

דאש שטאט פאלק אלז נאך216 דא שטונד,

אונ׳ אירי ביקסן ווארן גילאדן;

דער זאכן 217 קאנטן מיר ניט ווישׂן קיין גרונד;

דאשׂ באד מוזטן מיר אוישׂ באדן.


מח. מיר הורטן וויא דיא שטימן גינגן,

מיר הטן אכטונג218 גאר עבן219;

זיא צו ריֵדן דא אן פינגן:

מן ווערט אין220 נעמן איר221 לעבן.

עטליכי זאגטן: עשׂ ווערט ניט אזו זיין,

מן ווערט זיא אוישׂ דער שטאט טדייבן222;

דיא ריֵד ליפן אונז צו דען אורן223 אניין,

פַר צרות קוֹנטן מיר קויט בלייבן.


מט. דיא מורדים האטן איין צאנק224 איין גרושן,

אי איינר225 ווידר דען אנדרן;

איינר זאגט: מן זאל זיא226 ניט לעבן לוֹזן,

דר אנדר זאגט: מן זאל זיא לאזן וואנדֶרן.

הש״י אין דיא וואג שאל בליז227,

דשׂ דיא זכיות טעטן איבר וועגן,

דש מן אונז אונזר לעק לישׂ228,

איין גירֶשׁ זאלטן מיר האבן דער קעגן229.


נ. מיר מיינטן, דיא פּפארטן זאלטן גיֵן אויף;

דען צוֹרֶר230 טעטן מיר זער ביטן221.

מיר ביקאמן אבֶר קיין תשונה דארויף,

נייאֶרט גרוש רִשעת נאך זיינם זיטן232,

מן פיל אים צו פוס מיט קלעגליכי ווארט233

אונ׳ וויינטן פַר אים גאר זעריֶ234

דא ליש ער אויף טאן235 דיא פּפארט —

מיר העטן236 גיוואלט, דשׂ מיר הוישׂן237 ווערי238.


נא. ניט לענגר וואר צו ווארטן מער;

מיר צוֹגן איין רויש239 מיט גרושן שארן240.

216 נאָך אַלץ. 217 דער זאַכן (געניטיוו) = פון דער זאַך. 218 האָבן אַכטונג = געבן אַכטונג. 219 עבן הייסט דאָ: גענוי, זאָרגעוודיג. 220 אין = אינען = זיי (די יידן). 221 זייער. 222 בײַ וואַגענזיילן שטייט דאָ, אויך אין דער דײַטשער טראַנטקריפּציע, «דרינגען»; א בפירוש׳ער טעות, ווײַל דאָס קלעפּט זיך ניט צום גראַם «בלײַבן». בײַ שודט׳ן שטייט «דרייבן» — די דיאַלעקטישע פאָרם פון «טרײַבן». 223 = אויערן. 224 קריג, סכסוך. 225 אי איינער = איטליכער, יעדערער. דאָס «אי» (ie, וואָס איז שפּעטער געוואָרן je) איז טאַקע דאָס אייגענע, וואָס דער ערשטער טראַף («אי» און «יע») אין אונזער «איטליכער» און «יעדערער». 226 די יידן. 227 בליז — אימפּערפעקט: האָט א בלאָז געטון. 228 ליש = האָט געלאָזן. 229 אָנשטאָט דעם. 230 באַדריקער; ווינץ. 231 = בעטן. 232 ווי זײַן שטייגער איז. 233 «ווארט» איז אין דער עלטערער שפּראַך סײַ לשון יחיד, סײַ לשון רבים. 234 זייער. 235 אויפטון = אויפעפענען. 236 וואָלטן. 237 דרויסן (=אויסן). 238 = ווערן (קאָניונקטיוו): אַז מיר זאָלן שוין זײַן... 239 = אַרויס. 240 מחנות.

↤ 177

זיא טעטן אונז לֶוַיֶה נאָך241 מיט אירֶר242 ווער,

ביז מיר צום טאר243 אנויש ווארן.

מיר צוֹגן אַרוישׂ מיט גרושׂר פריידן,

דאך אַך מיט טרויאֶרן דער נעבן:

דאש טרויאֶרן, פון דער קהילה צו שיידן,

אונ׳ די פרייד, דשׂ מיר ביהַלטן244 דשׂ לעבן.


נב. עטליכי צוֹגן אויף דעם וואשֶׂר צו הַנד245,

צו246 היֵכשׂט247 ווארן זיא אן קומן;

איין טייל — צו פוס איבר לַנד.

אן אלי אורטן האט מן אונז אן גינומן.

פיל טויזנט זיך אויף דיא בריק הטן גישטעלט;

אונזר אוּן גליק וואלטן שויאֶן248,

וויא מיר זא איֵלענדיג249 צוֹהֶן250 אויף דעם פעלד,

מאַן251 אונ׳ קינדר אונ׳ פרויאֶן.


נג. עשׂ וואר אונז נאך ניט גאר וואול,

מיר פארכטן זיך זער פאַר שיסן

פון דער בריקן אראב דש זעלביג מאל,

דען דש שיף מוזט דר דורך פליסן.

אז בייא אובן באך252 גישעהן איז אלברייט253,

אונ׳ דער זעלביג254 טראף255 זיינֶן גיזעלן;

דער צַדיק ווארד256 בישירמט פון לייד,

אונ׳ אן זיינֶר שטאָט257 הש״י איין אנדרן טעט שטעלן.


נד. אלן גוטן ווילן האט מן אונז אֶר צייגט,

וואו מיר הין קאמן אן אלן אָרטן;

מיט אלן זַכן איז מן גיוועזט אונז גינייגט,

מיט עשׂן אונ׳ טרינקן אונ׳ גוטי ווארטן.

יודן אונ׳ גוים אונז האבן אלז גוטשׂ גיטאן

אן אלן אוֹרטן, דא מיר זיין גיוועזן;

הש״י זאל אין געבן גוּטן לוֹן,

אָבֶד אין איינם אנדרן וועזן258.

241 «טון (אָדער: נאָכטון) לויה» הייסט אין דער עלטערער שפּראַך: באַלייטן. 242 זייער. 243 טויער. 244 באַהאַלטן — אויפהיטן. 245 צוהאנט — תיכף. 246 אין. 247 Höchst, א שטאָט ניט ווײַט פון פראַנקפורט. 248 זעהן. 249 אין עלנט, אין נויט. 250 אימפּערפעקטום: צוֹהֶן = צוֹגן = זײַנען געצויגן. 251 «מאַן» אין דער עלטערער שפּראַך סײַ לשון יחיד, סײַ רבים. 252 Offenbach.‏ 253 שוין. 254 = דערזעלביגער; דער וואָס האָט געשאָסן. 255 אימפּערפעקטום: האָט געטראָפן. 256 איז געוואָרן. 257 שטאָט = אָרט; מיר האָבן נאָך דאָס וואָרט אינם אויסדריק: «א שטאָט אין שול» און אין «אַנשטאָט» — אויפן אָרט פון..; אן זיינר שטאָט — אויף זײַן אָרט. 258 וועזן — שטייגער; פּשט: הלוואי זאָלן זיי ניט דאַרפן אָנקומען צו אַזאַ מין הילף.

↤ 178

נה. דיא מורדים האבן זיך ווייטר גירישׂט259,

וויא איר דֶר נאך ווערט הערן;

זיא טעטן אלז וואשׂ זיא גילושׂט,

עשׂ דארפט260 זיא נימַנט ווערן.

זיא גינגן אויף דאש בית הקברות,

אַזוֹ בַלד אז מיר זיך אוועק האבן טאן ווענדן;

דארט צו ריסן261 זיא פיל ספר תּוֹרות

אונ׳ טעטן ניקשׂ אָנדֶרש, דען262 לעסטֶרן אונ׳ שענדן.


נו. איין בכור שור263 וואר אויף דעם קברות,

האט זיך לַנג צייט דרויף דער הַלטן;

זיא טעטן אים אן גרושׂי צרות,

מיט אירים שווערט טעטן זיא אים שפּאלטן.

זיין פלייש זיא איינם ווירט264 גאבן,

דש ער זאלט דראן גידענקן:

וועלכר דער קעם265 אונ׳ וואלט וויין האבן,

זאלט מן אים איין שטיק פלייש דער פון שענקן.


נז. דש קברות וואלטן זיא ניט ליידן מער —

איין קעגיל פּלאץ266 דעש267 צו גֶניסן,

אַך צו בויאֶן איין שיצן הויז268 דא הער,

נאך דער שייבן269 דא צו שיסן.

אונזֶד הייזֶר האטן זיא מיט קרייד גישמיצט270

אונ׳ מיט גוֹרל זאלטן זיא אוישׂ ווערדן גיגעבן;

אונ׳ דש טַנץ הויז271, דש מיר לַנג האבן גיניצט,

דארויף וואלטן זיא צעכן272 אונ׳ וואול לעבן.


נח. אין אונזר ביֵת הַכּנֶסֶת273, די הייליג אונ׳ ריין,

פיל הדיוֹטות274 האבן זיא דינן טון טרייבן;

259 געגרייט זיך. 260 דאַרפן — טאָרן; קיינער האָט ניט געטאָרט. 261 אימפּערפעקטום: האָבן זיי צעריסן. 262 ווי. 263 אַן אכּקס, וואָס מען טאָר אים ע״פ דין ניט טייטן; ביז וואַנען ער שטאַרבט, לאָזט מען אים פּאַשען זיך אויפן בית־עלמין (היינט זעהט מען אין די יידישע שטעטלעך ציגנבעק, וואָס האָדעווען זיך אויף בית־עלמין). 264 א שענקער. 265 ווען ווער עס איז וועט קומען... 266 א פּלאַץ פאַר קעגל־שפּיל. 267 דעש (דעס) — געניטיוו; הײַנט זאָגן מיר: פון דעם, דערפון. 268 שיצן־הויז = שיס־הויז. 269 «די שײַב» = א ראָד, וואוהין מען צילט בײַם שיסן. 270 באַצייכענען, באַשמירן. 271 יידן האָבן ניט נאָר אין פראַנקפורט, נאָר אין א סך אַנדערע ערטער אויך, געהאַט טאַנץ־הײַזער, וואו די יוגנד פלעגט זיך משמח זײַן מיט שפּיל און טאַנץ. שודט דערציילט (II, בוך VI, קאַפּ. 25, § 8), אַז אין אויגסבורג האָט מען יידן געגעבן דאָס רעכט צו בויען א טאַנץ־הויז שוין אין 1290טן יאָהר. ליטעראַטור וועגן דעם זעה בײַ Güdemann, Geschichte der Cultur u. d. Erziehungswesens bei den abendländ. Juden,‏ III,‏ ז. 139 ‏אָנמ. 1. 272 הוליען. 273 שול. 274 נבלות.

↤ 179

בייא דעם ארון הקוֹדש בייא דעם זעלביגן שטיין

וואַרן זיא מֶזַבל275, דש מן ניט קוֹנט בלייבן.

בלעטר פון סִפרי קוֹדש נאמן זיא דא זעלבן276

אונ׳ טעטן עש דרויף שטרייאֶן;

דשׂ טעטן זיא אזו גרושׂ אז277 דש גיוועלב,

מן קאנשׂ278 ניט אלז שרייבן אדר לייאֶן279.


נט. נאך איינשׂ הטן זיא זיך בידאכט:

צו דען שררות אום אונז ארום טעטן זיא ציהֶן,

הטן ליגן גיטרַכט אונ׳ פאר גיבראכט280,

דש זיך קיין שרָרה מיט אונז זאלט בַמיהֶן,

דש אונז קיין שרָרה אין נעמן281 זאלט,

דש זיא אונז ווייט וואלטן פַר יאגן.

אָבֶר הש״י עשׂ ניט האבן וואלט282,

גאב אונז לייט זעליקייט283 אין אירן284 אויגן.


ס. אלז וואשׂ מיר טעטן אן זיא285 ביגערן,

אן דיא (פירשטן)286 אונ׳ אך הערן,

אונזר גיבעט טעטן זיא גיווערן287

אונ׳ ניט לער ווידר קערן288.

מיט אלר גרושׂר דעמוטיקייט289

האבן זיא אונז אלז גוטשׂ פַר גאָלטן290;

צו אלר ביגערונג זיין זיא אונז גיוועזט בירייט,

מיר טעטן וואונֶן, וואו מיר וואָלטן291.


סא. עשׂ זאל אונז ניט קומן אוישׂ אונזֶרם זין,

דש זיא אונז צו אינֶן292 האבן טון גינעהֶן293.

מיט פריד זאלן זיא וואנדֶרן אוישׂ אונ׳ איִן294,

קיין לייד זאל אינֶן גישעהֶן!

וואו זיא זיך הין קערן, זאלן זיא ביגליקן,

אונ׳ אירי לעבן זאלן זיך אֶר לענגן295;

275 מזבל זײַן — פאַרשמוצן. 276 דאָרט גופא. 277 אַזוֹ גרושׂ אז... — אַזוי גרויס ווי דאָס געוועלב איז; איבער דער גאַנצער גרייס פון געוועלב. 278 קאָן עס. 279 = לייענען. 280 פאָרברענגען — דערציילן. 281 איננעמען = אַרײַננעמען. 282 האָט עס ניט געוואָלט האָבן. 283 חסד. 284 זייערע. 285 פון זיי. 286 דאָס וואָרט «פירשטן» שטייט אין האַלבע לבנות — מסתּמא פון גרויס יראת־הכבוד וועגן, פּונקט ווי אין א סך ווערק פון אונזער עלטערער ליטעראטור זײַנען אַלע העברעאישע ווערטער אַוועקגעשטעלט אין האַלבע לבנות. אַמאָל שטעלט מען אויך האַלבע לבנות, כּדי סתּם אונטערצוּשטרייכן א וויכטיג וואָרט (זעה סטראָפע סו׳, סט׳). 287 ערפילן. 288 ווידר קערן — אומקערן; זיי האָבן אונז ניט אָפּגעשיקט צוריק «לער», ד״ה מיט גאָרנישט. 289 דאָס רוב הייסט דאָס «עניוות»; דאָ: גוטסקײַט, ווייכקײַט. 290 באַצאָלן (ניט דווקא געלט), אָפדינען. 291 האָבן געוואָלט. 292 זיי; דאָ: צו זיך. 293 דערנעהנטערן; 294 = אײַן. 295 = פאַרלענגערן.

↤ 180

אירי פיינד זאלן זיך קיֵגן אינן בוקן,

אונ׳ אירי צייט מיט פרייד פולי ברינגן296!


סב. דיזי זַכן דיא זײַן אל פאָר קומן

פַר דען (קיסר יר״ה)297 אונזרם הערן דען ליבן:

וויא דיא מורדים דשׂ אונזר298 האבן גינומן

אונ׳ מיט ליֵדיגר הַנט אונז האבן פַר טריבן;

דער גרוֹשׂ מוט וויל אונ׳ דער פַר לוּסט,

אונ׳ אלז, וואשׂ זיא האבן טון שטיפטן299,

אונ׳ אלז וואשׂ זיא האבן גיטאן זונשט300,

איז ניקשׂ בליבן301 שטיֵן אין ליפטן302.


סג. אלי זַכן זײַן ווארדן אן גיהערט

לפני303 הקיסר יר״ה דער שטארק אונ׳ מעכטיג;

דען אֶמֶת האט ער אוישׂ דעם שֶקֶר אֶר קלערט304

אונ׳ וויא305 האבן גיהַנדלט זא גאר איבר ברעכטיג306.

בריף מיט גינאָד זײַן ווארן צו גישטעלט

דען קומִסַריא צו אייגֶנֶי הענדן:

זאלן אונז ווידר זעצן אין אונזר גיצעלט

אונ׳ איין אורטל איבר דיא מורדים ענדן307.


סד. דיא קוֹמִסַריא האָבן די זַכן גינומֶן פאר דיא הַנט

אונ׳ דען מורדים טון צו שיקן308,

זיא זאלן זיך היטן פר שפּאָט אונ׳ שַנד,

זאלן אב שטיֵן פון אידן ביֵזי שטיקן.

צום אופטֶרן מוֹלט309 אין אזוֹ אן גיצייגט310,

קיין שליחות האט זיא טון דויאֶרן311;

דיא מורדים אָבר אירי אוֹרן312 ניט האבן געייגט,

296 פולי ברינגן = vollbringen — ענדיגן. 297 יר״ה = ירום הודו, דערהויבן זאָל ווערן זײַן מאיעסטעט. 298 דאָס וואָס עס איז אונזערס; אונזער אייגנס. 299 אָנמאַכן. 300 צ. לייענען: «זוסט» — צום גראַם פון «פאַרלוסט». — א ראיה, ווי שטאַרק דער שרײַבער איז געווען אונטער דער השפּעה פון דער דײַטשער אָרטאָגראַפיע. די אויסשפּראַך איז שוין דאַן געוויס געווען «זוסט» (דערפון אונזער הײַנטיגע פאָרם «זיסט», פגל. אומזיסט). 301 = געבליבן. 302 = אין דער לופטן. 303 פאַר. 304 ערקלערן — קלאָר מאַבן. 305 דאָ פעלט «זיי», ד״ה די מורדים. 306 «בראַכט» — געשריי, געפּילדער, ליאַרעם; איבערברעכטיג — מיט א גוואַלדיגן טומל. 307 פּסק׳ענען. 308 שיקן אַן אָנזאָג. 309 מוֹלט = מאָל. א «ט» צוגעקומען, ווי אין אָנ׳עט, אָפּ׳עט א.ד.ג.; צום אָפטערן מאָל — א סך מאָל, כּמה מאָלן 310 אנצייגן — געבן צו וויסן. 311 דויערן — פאַרדריסן; זיי האָבן ניט געשפּירט, ניט געזשאַלעוועט... 312 = אויערן.

↤ 181

האבן זיך פַר לאָזן אויף אירי שטַרקי מויאֶרן.


סה. דיא קוֹמִסַריא מיט אירם דעמוטיגן מוּט

האבן דיא זַכן לַנצום313 לוֹזן שלייכן314

זיא העטן עשׂ גערן גיזעהן גוּט,

דש זיא עשׂ אין דער גוטי315 העטן קענֶן פַר גלייכן316.

אבר דיא מורדים דעשׂ גלייכן317 האבן ניט גיטאן,

האבן ניקשׂ אויף אירי318 ריֵד געבן319;

דארום האבן זיא אנטפַנגן320 אירן לוֹן.

עשׂ מוכטן321 לייכט אירי איין טייל נאך לעבן.


סו. דיא קומסריא האבן פַר צאָרן גיברענט

אונ׳ האבן אירי פקידים322 טאן גיביטן323:

«זא איין (פרַנקבורטר)324 קומט אין אייערי הענט,

זאלט איר אין פַר וואכן325 אונ׳ היטן;

זא איין פרַנקבורטר טרעט אויף אונזר ערד,

זאלט איר אין איין שליסן:

אונזר אורטל האבן זיא פַר שטערט

אונ׳ דעם קיֵסרשׂ מאַנדאַטן וועלן326 זיא ניט ווישׂן.»


סז. דיזר כיפעלך האט גאר וואול גיבָט327.

פיל סוחרים האט מן טאן ווענדן

אין גערלסום328 דער פירשׂטן שטאט

אונ׳ אך פיל אן אנדֶרן ענדן329.

פיל מענשן זיין ווארדן גיפאנגֶן

אן אלי אורטן, אויף אלי שטרוֹסן330;

קיינר דער דא זיכֶר איז גַנגֶן,

נימַנט האט מן פרייא גילוסן.


סח . אין פרַנקפורט הטן זיא זיך אֶר וועקט,

דיא אוישׂ דֶר וויֵלטן אונ׳ דיא בעשׂטֶן:

«וואש זאלן מיר איֵביג זיין אזו פַר שטעקט331,

צו בלייבן אין אונזרן נעשׂטן?

דען קוֹמִסַריא וועלן מיר געבן גיהער332,

דאשׂ333 קיסרש ריֵד מיר ניט וועלן פַר שוועכן —

313 = לאַנגזאַם. 314 גיין שטילערהייט. 315 = מיט גוטן. 316 פאַרגלייכן = אויסגלייכן, מאַכן א פּשרה. 317 = דאָסגלייכן; אַזוי. 318 זייערע. 319 גאָרנישט געבן אויף די רייד — ניט געקוקט אויף די רייד. 320 באַקומען. 321 ס׳האָבן געקאָנט. 322 באַאַמטע. 323 באַפעלן. 324 וועגן די האַלבע לבנות אויבן (אָנמערקונג צו סטראָפע ס׳). 325 «פאַרוואַכן» אין עלטערן דײַטש און יידיש: האַלטן אונטער א שמירה. 326 ווילן. 327 אין העברעאישן טעקסט שטייט: «עשה רושם»; «געבויט»? אדער אפשר פון boten — אָנזאָגן, באַקאַנט מאַכן? 328 Gerolsheim.‏ 329 דאָ: ערטער. 330 = Strassen; גאַסן. 331 באַהאַלטן, פאַררוקט. 332 געבן געהער — צוהערן זיך צו עמיצן. 333 אייגענטליך «דעס» (היינט: דעם קיסר׳ס). דאָס וואָס דער מחבר (אָדער זעצער?) פּלאָנטערט «דעס» מיט «דאָס», איז א סימן, אַז די פאָרם «דעס» איז שוין אין יענער צײַט אויך ניט געווען מער אין דער לעבעדיגער שפּראַך.

↤ 182

עשׂ מעכט334 אונז צו לעטץ335 ווערדן צו שווער,

אן אונז אלן מוכט מן עשׂ רעכן336.»


סט. דיזי ריֵד האטן מאכט אונ׳ קראפט:

(וינץ האַנז) טעט מן הין פירן,

זייני גיזעלן הילט337 מן אך אין האַפט338

אונ׳ וואו מן איין אויף רירֶר339 טעט שפּירן.

אונ׳ דא דיא קומִסַריא האטן ווידֶר דיא איבר הַנט,

ביקאמֶן מיר ווידֶר גוטן ווילה340;

מיר מוֹכטן341 וואוֹנֶן הוישן342 אויף דעם לַנד343

אדר ווידר ציהן אין דיא קהילה.


ע. מיר ווארפן גוֹרל אונטר אונז אלן,

ווער דיא קהילה צום ערשׁטן זאלט ביוואוֹנֶן.

אויף פערציג בעלי בתּים וואר עשׂ גיפאלן;

קיינֶן טעט מן דארונטֶר פַר שונן.

אין אֶלוּל שע״ה זיא איין צוֹגן;

זיא צוֹגן איין אין אייטל344 מורא:

זיא טעטן עשׂ נאך ניט גערן וואָגן,

ווייל דיא מורדים נאך ניט ווערן צו כּפָּרה.


עא. אין כּסליו שע״ה האט מן דיא מורדים גיפירט

קען345 היֵכשׂט, אך קען ריסלסום346.

ביז קען אדר שע״ו האט מן זיא ניט גישפּירט,

אזו לַנג זיין זיא גיוועזט תּפוסים347.

י״ח אדר איז קען פרַנקפורט קומן

איין משולח פון דען שָׂרים,

האט אוישׂ גירופן מיט פּפייפן אונ׳ טרומן348

אלז349 איך דער ציֵלן וויל דיא דבָרים.


עכ. אין אלן גאסן האט ער זיך גישטעלט,

מיט הוכֶר שטים טעט ער אוישׂ רופן:

זא350 דער קיסר אייך ניט גינאד טון וועלט351,

אלי אייער לייב ווער שולדיג352 צו שטראפן.

אן נעשׂטן353 מיט וואוֹך ווערט אייער הוֹך מוט354 פַר גיֵן;

איין אורטל ווערט אייך ווערדן גיגעבן,

334 אַניט קאָן אונז... 335 צום סוף. 336 רעכן — נקמה נעמען; פּשט: מיט אונז אַלעמען קאָן מען זיך דערפאַר אָפּרעכענען. 337 אימפּערפעקטום: האָט מען געהאַלטן. 338 אַרעסט. 339 מורד. 340 = ווילן (אָפּפאַל פון п- איז א פראַנקפורטער אייגנטימליכקייט); פּשט: האָט מען פונדאָסנײַ אָנגעהויבן גוט באַציען זיך צו אונז. 341 מיר האָבן געמעגט. 342 = אויסן, דרויסן. 343 אויפן ישוב, הינטער דער שטאָט. 344 הוילע; אין הוילע שרעק. 345 קיין. 346 Rüsselsheim.‏ 347 אַרעסטירטע. 348 = טרומייטן. 349 ווי. 350 אויב, ווען. 351 פּשט: ווען דער קיסר זאָל ניט וועלן... 352 פּשט: וואָלט איר פאַרדינט, מען זאָל אײַך אַלעמען באַשטראָפן. 353 = nächsten; קומענדיגן. 354 גאווה.

↤ 183

וועלכֶר שטערבן מוז אונ׳ ווערט ניט בַשטיֵן,

אוֹדֶר וועלכֶר ווערט בלייבן לעבן.


עג. דער מֶשוּלֶח רופט אך מיט הוכֶר שטים:

עשׂ זאל אך קיינֶר קיין וויין טרינקן,

ביז דער נעשׂט מיט וואוֹך איז ארום;

פון דיזֶם גיבאָט זאלט איר ניט ווינקן355.

אך קיין ווירט זאל קיין וויין צַפּין,

נייאֶרט איינֶם356 אלטן אוֹדר קרַנקן

מיט קיינם ווער357 זאל זיך קיינֶר לוֹזן אֶר טאַפּן358

עשׂ ברעכט359 זונשׂט איין ביֵזן גידאנקן.


ער. קיין פרויא אודֶר קנעכט זאל ניט גיֵן אוישׂ דעם הויז,

טעט ער אויך אוישׂ רופן,

ביז דער מיט וואוֹך איז גאנץ אוישׂ;

אוֹדר מן ווערט אין360 צימליך361 שטראָפן.

פּפייפן אונ׳ פּויקן פאר דען משולח גינגן,

איִדר מאן שוויג גאר שטילן362;

מיט גרושׂר פאָרכט זיא זיין ידֵר אנטפינגֶן363;

איִדר מאן אן די פענשטֶר פילן364.


עה. צו מאָרגנש, אם דינשׂטָג גלייך דער נאך,

אלי צימד לייט365 טעטן זיא ריכטן:

צו דער ערבייט366 וואר אין גאך367,

דער קומִסריא גיבאָט ניט צו פַר ניכטן.

איין גרוֹשׂ גישטעל ריכטֶטן זיא אויף,

אויף דען ראָשׂ368 מַרק טעטן זיא עשׂ שטעלן;

זעקשׂ שטאַפּלֶן מוזט מן גיֵן אנויף;

אויף ביידי זייטן האט עש שטאַפּלן אונ׳ שוועלן.


עו. אויף דשׂ גישטעל האָבן369 זיא מיט אירֶר הַנד,

וויא איין טיש אויף פיר פיסן,

דארויף אן צו ריכטן370 זינד אונ׳ שאַנד

דיא פינגֶר פון דען, דיא דא מוזן ביסן371.

אך דש דער תּליון דארויף ליֵגן זעלט372

זיין שווערט אונ׳ אנדֶרי זאכן;

355 זיך אָפּקערן. 356 סײַדן פאַר אן... 357 = געווער. 358 ertappen — כאַפּן. 359 פּשט: אַניט וואָלט דאָס געקאָנט ארויפברענגען אויף א בייזן געדאַנק. 360 = אים. 361 ווי ס׳געהער צו זיין. 362 = שטיל. 363 אימפּערפעקטום פון «אַנטפאַנגען» — צונעמען. 364 = אימפּערפעקטום: זײַנען צוגעפאַלן. 365 = בוימײַסטער. 366 = ארבעט. 367 = גיך (אויסשפּראַך מסתּמא gåch).‏ 368 ראָס — פערד. 369 אימפּערפעקטום פון «הייבן»: האָבן זיי געהויבן. 370 אנריכטן — צוגרייטן; דאָ: אנטון (שאַנד). 371 נה״ד büssen: באַקומען די שטראָף. 372 = זאָל.

↤ 184

דיא קומסריא האטן עס אך אזוֹ גישטעלט,

דש מן דש אלז זאלט פאָר373 מַכן374.


עז. פיר אדלר טעט מן דא גינעהן,

וואורדן אן גישלאגן אויף פיר זײַלן;

דורך דען אויברשטן375 שוטר376 וואר עשׂ גישעהן;

דיא עש זאַכן377 דיא מוזטן היילן378.

איין קליין גישטעל נאך אלֶר גימעס379

אן דען ראָס צאָל380 טעטן זיא עש מאכן;

צו דען הערן זאלט דש זיין איין גיזעשׂ381,

דש זיא דא פַר ריכטֶטן382 אירי זַכן.


עח. דיא קוֹמִסַריא הטן אונזֶרן (פַּרנָסים)383 צו פאָר גיזייאט384:

אויף דיזן טאג זייט פַר הַנדן385;

זאלן קומן אלי יודין דיא דא זיין פאַר שפּרייאט,

דיא דא זיין הין גיצוגן אין אלי לַנדן.

זיא זאלן קומן פַר דיא פּוֹקנהיימֶר פּפאָרט,

אונ׳ קיינֶר זאל עשׂ פַר לאסן386,

זא וועלן מיר אייך הוֹלן387 דארט

אונ׳ איין זעצן אין אייערי גאסן.


עט. דא נון דער מיטוואך קאם דא הער,

דא מן לַנג דער פון האט הערן זאגן,

קאם איין גרוש פאלק מיט גרושֶר עהר,

רייטֶר, אונ׳ פוס קנעכט, אונ׳ הער וואגן388;

פַּנצֶר אונ׳ הארניש388, שפּיס אונ׳ שווערט,

אך טרומעטן, פּויקן אונ׳ פּפייפן;

דש פאלק אַלז זיך נאך פרַנקבורט קערט,

אז ווען זיא עפּישׂ וועלטן390 אן גרייפן391.


פ. צום ערשטן דעשׂ קואר פירשטן392 פאלק מיט גַנצֶר קראפט,

ריטֶר, פוס קנעכט מיט לַנגן שפּיסן,

373 אפריער. 374 «פאר מכן» — צוגרייטן אפריער. 375 דער «וי» באצייכנט דאָ פּשוט אַן e, וואָס שטאַמט פונם עלטערן ö‏ (öberster). אָט די פאָרט מיטן ö גיט אונז צו פאַרשטיין, פון וואַנען עס נעמט זיך אונזער איצטיגע אויסשפּראַך «אייבערשטער» (ליטוו. ej, פּויל. ai).‏ 376 אויפן הײַנטיגן לשון: פּאָליציאַנט. 377 אימפּערפעקטום פון «זעהן»: דיא וואָס האָבן דאָס געזעהן. 378 שרײַען, וויינען אויף א קול. 379 אינגאַנצן לויט דער מאָס; ווי ס׳געהער צו זײַן. 380 ראָס־צאָל: אין דעם אָרט, וואו מען נעמט צאָל (מֶכֶס) פון די פערד. 381 אַן אָרט צום זיצן. 382 פאַרריכטן — אָפּטון. אין העברעאישן טעקסט שטייט אָנשטאָט דעם: «שלא יהיו נדחקים ונדרסים» — «כּדי מען זאָל זיי ניט שטופּן און טרעטן». 383 פאָרשטייער פון דער קהילה. 384 געזאָגט. 385 = פאַראַן. 386 פאַרזאַמען. 387 אָפּנעמען. 388 הער (מה״ד her, נה״ד Heer) — חיל; הערוואָגן — רײַטוואָגן. 389 א מין שוץ. 390 גלייך ווי זיי וועלטן געוואָלט... 391 אָנפאַלן. 392 «דער קורפירשט» — דער אַרציביסקופּ פון מאַינץ.

↤ 185

מיט גרושֶׂר מאכט, מיט גרושֶׂר הערשאפט;

אך טאָפּיל הוֹקן393, שויצן394 מיט צו שיסן.

צור גאלגן395 פּפארט טעטן זיא היניין דדינגֶן,

מיט גדושֶׂם שטורֶם טעטן זיא רענֶן396;

דיא טרומן אונ׳ פּפייפן טעטן קלינגן,

איר פעלד צייכן397 סעט מן בַלד קענֶן.


פא. אֵי398 דיזֶש פאלק האט איין ענד,

קאם דעשׂ פירשׁטן פון דאַרמשטַט פאלק גיריטן;

איין וואול גירישׂט פאָלק אונ׳ גאר ביהענד399,

אלז וויא דא איז דֶשׂ קריגשׂ פאלק זיטן.

דורך דיא פּוֹקנהיימֶר פּפארט שפּרענגטן400 זיא אניין,

גאר הערליך אונ׳ וואול גיצירט;

טרומן אונ׳ פּפייפן קלוּנגן401 אך דאריין

איר הויבט מַן402 האט זיא אזוֹ גיפירט.


פב. זיא האטן מיט זיך גיבראכט, דער דוכּסים403 גיזינד404,

אין אייזעדן קעטן405 אן גישלאסן

איין טייל פון דיא תּפוסים דיא ווילדי קינד406,

דיא זיא אין אירם לַנד האטן איין זעצן407 לוסן.

זיא שפּרענגטן אין דיא גאסן, אויף די מערק,

אונ׳ אויף אלי דיא פעשׂטן408;

זיא נאמן זיא איין מיט גרוֹשׂר שטערק

אונ׳ זעצן דארויף שומרים דיא בעשׂטן.


פג. מיר זאמלטן זיך צו אַנַנדֶר גאר גישווינד

פאר דער בוֹקנוֹמר פּפארטן409;

393 הוֹקן (hokn) איז אייגטליך געשיכטליך ריכטיגער, איידער אונזער הײַנטיגע פאָרט «האַקן», מחמת אין מה״ד הייסט דאָס וואָרט «hâke», און א לאַנגער a גיט אין יידיש כּסדר אַן о. אפּנים, עס איז נאָך געווען אין מה״ד א דיאַלעקטישע בײַפאָרם מיט א קורצן а. — טאָפּל־האַקן — א אין שיס־געווער. 394 שוּיצן Schützen (וי = ü) = שיסער. 395 גאַלגן — תּליה; Galgentor — איינער פון די טויערן פון פראַנקפורט. 396 לויפן; פאָרן רײַטנדיג. 397 פעלרצייכן — פאָנע. 398 = איידער. 399 פלינק. 400 אויף גיך אַרײַנפאָרן רײַטנדיג. 401 אימפּערפ.: האָבן געקלונגען. 402 הויפּטמאַן — אָנפירער. 403 דוכֶּס (א וואָרט, וואָס באַגעגנט זיך אָפט אין דער עלטערער יידישער ליטעראַטור): פירשט, הערצאָג (פון לאַט. dux). ‏ 404 «געזינד» באַטײַט תּחילת די געפאָלגסלײַט פונם הערשער, זײַן דינערשאַפט, דערנאָך סתּם, ווי אויף דעם אָרט אויך: דער חיל. ס׳איז דערזעלבער שורש, ווי דאָס דײַטשע senden (שיקן). — דער באַגריף «הויזגעזינד, משפּחה», וואָס מיר געפינען אין סטראָפע פג׳, איז שוין צוגעקומען דערנאָך. — קאָנסטרוקציע: זיא, דער דוכּסים גיזינד, האטן מיט זיך גיבראכט איין טייל פון דיא תּפוסים, אין... קעטן אן גישלאסן... 405 = קייטן. 406 «קינד» איז אין דער עלטערער שפּראַך סײַ יחיד, סײַ רבים. «די ווילדע קינדער» — איידעלער אויסדרוק, אָנשטאָט: «די פאַרברעכער». 407 אײַנזעצן = אַרײַנזעצן. 408 = באַפעסטיגונגען. 409 Bockenheimer Tor.

↤ 186

איין איקליכֶר410 מיט זיינם גיזינד411,

וואו מיר זײַן גיוועזט פון אלן אורטן.

אך זוּנשׂט אַנדֶרֶי ב״ב412 מער,

דיא דא וואוֹנטן אונטֶר אַנדֶרֶי שרָרות,

לופן אך מיט אונשׂ קען פרַנקבורט הער,

דש זיא קענן זאגן דער פון לדוֹרי דוֹרוֹת413.


פר. אם מיט וואוֹך, אי עש הויב אן צו טאגן,

דרייא פעלד געשיץ414 טעט מן פירן

אויף דעם ראס מַרק אויף דרייא וואגן.

דא עש טאג וואר, טעט מן זיא415 שפּירן416.

אֵי דש פאלק קאם צו רייטן,

ווארן דיזֶי זאכן אלז פאר אן גישטעלט417,

דאש מוזט418 אלז גישעהן ביצייטן

דש ניט איִדֶר מַן419 דער פון ווישׂן זעלט420.


פה. דיא תּליונים זוימטן זיך אך ניט;

עש ווארן אירֶר זעקשׂ אוֹדר זיבן;

אירי כּלי משחית421 בראכטן זיא מיט,

אזו ווַרדן זיא ווארדן בישריבן422.

אויף דש גישטעל טראטן זיא מיט איין

אונ׳ דוֹרטן טעטן זיא ווארטן;

אירי שווערטֶר מאכטן זיא היפּש אונ׳ ריין

דש זיא ניט האטן שאַרטן423.


פו. פום424 ראס צאל לייאט425 מן איקליכם זיין בישייד426,

איקליכם מוֹרֶד ביזונדֶר מיט זיינֶם נאמֶן;

עש וואר אים ליב אדר לייד —

דער נאך דיא תּליונים אין ביקוֹמן.

צום ערשטן האט מן דא הער גיבראכט

(וינץ האנז), פַר פירֶר דער לייטן427,

זיין אורטל וואורד428 צום טוֹט גידאכט,

אז איך אייך ווייטֶר וויל ביטייטן429,


פז. דיא תּליונים קאמן מיט אים גירענט430;

אויף דש גישטעל דא מוזט ער בלייבן.

דא הויאטן431 זיא אים צוויֵן432 פינגֶר פון דער רעכטֶי הַנט

אונ׳ דער נאך זיין קאָפְּא433 פון זיינֶם לײַבן 434.

410 איטליכער. 411 משפּחה. 412 בעלי־בתּים (באַלעבאַטים). 413 אויף אייביגע צײַטן. 414 האַרמאַטן. 415 די האַרמאַטן. 416 = דערשפּירן, באַמערקן, דערזעהן. 417 איז אַלצדינג געווען אָנגעגרייט פון פריער. 418 אימפּערפעקטום; = האָט געמוזט. 419 יעדער איינער. 420 = זאָל. 421 פאַרניכטונגס־געצײַג. 422 אַזוי ווי זיי זײַנען באַשריבן געוואָרן (אויבן, סטראָפע עו׳). 423 Scharte — א פּגם. 424 = פון דעם, פונם. 425 = לייענט. 426 פּסק 427 געניטיוו; = פון די לײַט. 428 איז געוואָרן. 429 געבן צו פאַרשטיין, דערציילן. 430 געלאָפן. 431 הויען — האַקן. 432 = צוויי. 433 שטומער א. 434 פון זײַן לײַב.

↤ 187

זיין גידערם אונטר דען גַלגן זיא טעטן ביגראבן,

דען לייב טעט מן נאך איין ווייל ביהַלטן.

אזו זול עשׂ גיֵן אלי מוט וויליגי קנאבן435,

דיא דא וועלן הערשן מיט גיוואַלטן.


פח. זיין קוירפֶּר436 האט מן גיטאן אַווייל אויף איין זייט,

ביז אלי אורטל ווארדן גיהַלטן;

דער נאך נאם מן זיין פלייש, דא עס וואר צייט:

צו פיר טייל וואר מן אין שפּאַלטן437,

אונ׳ הענגט זיא אן פיר שטראסן.

צו איינר גידעכטנישׂ דאָ הענגן בלייבן,

דש זיך איין אַנדֶרֶר זאָל דראן שטוֹסן438

אונ׳ זאל ניט זא גרושׂי מוט וויל טרייבן.


פט. זיין הויז טעטן זיא צו דער ערדן פעלן439,

צו איֵביגֶר צײַט זאָל ניט גיבויט ווערדן,

איין שטיינֶן זײַל אן דיא שטאט440 צו שטעלן,

דארויף צו שרייבן אל זיינֶי גיבערדן441.

דיא אַנדֶרֶי דרייא מיט נאמֶן גינענט442:

קונרַט שאָפְּא, שוואבן יוֹרג, גערן הַנז גרוֹשׂ;

מן היב443 אין אב דיא פינגֶר פון דען הענט,

דער נאך ליֵגט מן אינֶן444 דען קאָפְּפא אין דען שוֹס445.


צ. דש אורטל האט מן טאן אוישׂ שפּרעכן,

דש מן דיזי פיר הייפּטֶר446 זאל נעמן.

אויף איינֶן הוֹכן טוֹרן447 זאל מן זיא שטעכן,

דש זיא ניט אראבֶר448 קעמן449.

אויף דען בריקן טוֹרן ווארדן זיא גישטעקט,

דיא הייפּטֶר פון אלי פירן;

אירֶר בוזהייט450 ווערט ניט אוישׂ גימעקט,

אזוֹ לאנג אז מן דיא הייפּטר טוט שפּירן451.


צא. מן ברוֹכט452 נאך אַנדֶרֶי דרייא,

איר נאמן דיא וויל איך גענֶן453

435 «מוטוויליגע קנאבן» (Knabe הייסט אייגנטליך «יינגל»), ווי אויבן, סטראָפע פב׳, «ווילדי קינד». 436 וי = ö, ארויסצוריידן ווי e (זעה אויבן, סטראָפע עז׳, די אָנמערקונג צו «אויבערשטער»). 437 האָט מען אים געשפּאָלטן. 438 «שטוֹסן» (שטויסן) זיך אָן עפּעס — נעמען עפּעס אין אַכט; פגל. אונזער «אָנשטויסן זיך». 439 פעלן — מאַכן פאַלן. 440 אויף דעם אָרט. 441 אויפפירונג. 442 אָנגערופן. 443 אימפּערפעקטום פון «הויען» — האַקן; מען האָט זיי אָפּגעהאַקט. 444 זיי. = שויס. 446 הויפּט — קאפּ. 447 = טורעם. 448 = אַראָפּ (פּונקט ווי מען זאָגט הײַנט: «אראָפּ׳עט»). 449 זיי זאָלן ניט קומען... 450 = בייזקײַט; רשעות. 451 ווי אין סטראָפע פר׳: זעהן. 452 אימפּערפעקטום: מען האָט געבראַכט. 453 אָנרופן.

↤ 188

אדלוף 454 קאַנטוֹר, הערמן גייז ווארן אך ניט פרייא455,

שטעפן וואלף טוּט מן אך וואוֹל קענֶן.

דיא הייפּטר פום לייב טעט מן אב שלאגן,

דיא קיֶרפֶּר פילן צו דער ערדן;

דער זולכישׂ האט גיזעהן מיט אויגן

זעלט ביליך466 פרום ווערדן.


צב. עטליכי האבן אירן לוֹן אך אַנטפַנגֶן:

אירֶר ניין האט מן טאן אויז פיצן457,

ווייל זיא דיא שטאט זיין אזו הינטר גַנגן458.

האבן צו גיהַלטן459 מיט דען און ניצן460.

מן האט דיא שטאט פר וויזן461 אירֶר עכט462.

דער שוטר האט זיא אנוישׂ טאן פירן:

זיא האבן גיהַנדלט גיהַט אך ווידר רעכט 463,

דארום איז איר464 ער465 גיוועזט פַר דען טירן466.


צג. מיר האבן גיוואַרט פַר דער בוֹקנוֹמר פּפארט,

ביז דש ווערק אלז איז גיוועזט גישעהן;

דא איזט איינֶר קומן467 צו רייטן דארט,

וויא איין הויפּט מַן האט ער גיזעהן468.

צו אונז קומן469 אונ׳ ווידֶר470 אונז גיזייאט471,

דש מיר אונ׳ דיא גַנץ יודיש הייטן472

פַר דער גַלגן פּפארט זולן זיין בירייט;

פון דַנֶן וועלן זיא אונז אין דיא גאסן473 גלייטן474.


צד. פאר דיא גַלגן פּפארט האבן מיר זיך טאן שלייפן475.

דער הויפּט מַן איז ווידֶר476 צו אונז קומן

454 אַדאָלף. 455 ד״ה פריי פון שולד. 456 מיר קענען איצט נאָר דעם קאָמפאַראטיוו פון אָט דעם בײַוואָרט: «בילכער». «ביליך» הייסט «פּאַסיג», און דערפון נעמט זיך דער נײַער פּשט פונם וואָרט «ביליג» — פּאַסיג לויטן פרײַז. די עלטערע יידישע ליטעראַטור קאָן פאַר אָט דעם באַגריף «ניט־טײַער» נאָר דאָס וואָרט «וואָלוול». 457 שלאָגן מיט ריטער, שמײַסן (אייגנטליך: קנײַפּן, צופּן). 458 הינטערגיין — אָנפאַלן אויף עמיצן; אָפּנאַרן. 459 צוהאַלטן — מאַכן חבחמא, גיין צוזאַמען מיט עמיצן. 460 «די אוננוציגע» — די רשעים; פגל. אויבן, סטראָפע ט׳: «און ניצי ווארט». 461 פאַרווייזן — פאַרטרייבן. 462 = אַכט. 463 קעגן דעם געזעץ. 464 זייער. 465 = ערע. 466 פּשט: דערפאַר האָט מען זיי געבעטן מחילה אין דרויסן אַרויס. 467 = געקומען. 468 אויסגעזעהן. 469 געקומען. 470 צו. 471 = געזאָגט. 472 «הייט» איז תּחילת געווען א זעלבשטענדיג וואָרט און האָט באַטײַט «פּערזאָן»; «דיא גנץ יודיש הייטן» הייסט דעריבער אַזוי פיל, ווי «אַלע פּערזאָנען, וואָס זײַנען יידן», ד״ה אַלע יידן. — שפּעטער האָט דאָס וואָרט «הייט» (אָדער «קייט»), דערהויפּט אין צוזאמענזעצונגען, באַקומען די באַדײַטונג: באַשאַף, וועזן, שטייגער. דער אויסדרוק «יידישהייט» אין זינען פון «יידנטום», «יידישע קהילה» איז א גאַנץ געוויינטליכער אין מיטלהויכדײַטש און באַגעגנט זיך אויך אין אָפיציעלע דקומענטן. 473 אין דער גאַס אַרײַן. 474 פירן, באַלייטן. 475 «שלייפן» אייגנטלין = שלעפּן; דאָ: זיינען מיר אַוועק. 476 פונדאָסנײַ.

↤ 189

מיט טרומן, אונ׳ פּויקן, אונ׳ פּפייפן,

מיר האבן זיא בַלד הערן ברומֶן;

אך פיל פאלק מיט גרוֹשׂם פּרייז477,

רייטר אונ׳ פוס פאלק, איין גרושי שארן478:

«איר זאָלט ניט גין וויא דער יודן ווייז479,

נייארט זעקשׂ אונ׳ זעקשׂ זאלט זיך פּאָרן.»


צה. מיט ערשטן480 איין גרושׂר פאלק, אייטל פוּס קנעכט,

דיא ביקסן איבֶר דען אַקסלֶן לאגן,

דער נאך דיא רייטֶר וואוֹל גירישׂט רעכט,

ניט שענֶר גיזעהן ווארדן מיט אגן;

אלז דען481 דיא אדלֶר אויף איינֶן וואגן גילעגן זינד482,

אונ׳ דער נאך דיא פּפייפן אונ׳ טרוּמן;

אלז דען מיר ארמי דֶר שראָקֶנֶי קינד

אינן נאך גַנגן אונ׳ מיט קומן.


צו. איין רייטֶר מיט איינֶר זילבערן טרומיֵט נאך אונז צוֹך483,

אונ׳ דער נאך רייטר אונ׳ ריטר פיל זערי484;

אלז דען פיל פוס פאלק צוג ווידֶר נאך,

וואל גירישט דיא אלי ווערי485.

אין אלי גַסן, וואו מיר אין קערטן,

בליז486 מן דיא טרומן מיט גַנצֶר גיוואלטי;

אלי דיא בארגֶר דיא דש הארטן,

דיא העטן גיוועלט, זיא העטן אונז פאר487 ביהאלטי488.


צז. בייא דעם גישטעל צוֹגן מיר דא הער,

דא מן דארויף זיא אלי האט טאן ריכטן;

איין גרושׂ פאלק שטַנד דא אין איר ווער,

דיא דא הַטן מוזן זיין בייא דען גישיכטן489.

מיט איינם פליגנדיגן490 פאנֶן491 וואָל איבר דיא צייל492

פירט מן אונז צו אונזרי גאסן;

דא קאם איין שרייבר אין איינר אייל

אונ׳ טעט דיא אדלֶר צו זיך פאסן493.

477 לויב, פּראַכט. 478 מחנה. 479 ווייז — שטייגער: «איר זאָלט ניט גיין אויפן יידישן שטייגער» (האָט געזאָגט דער הויפּטמאן). 480 פריער. 481 אלזדען — דערנאך. 482 = זיינען. 483 אימפּערפעקטום: איז געצויגן. 484 זייער פיל. 485 ווערע (דערזעלביגער שורש, ווי «געווער») באַטײַט: «געווער» (ווי שוין אויבן און אויך אין סטראָפע צז׳) און «חיל». «דיא אלי ווערי» — דער גאַנצער חיל. 486 אימפּערפ.: האָט געבלאָזן. 487 פריער, לכתחילה. 488 = באַהאַלטן; איבערגעלאָזן בײַ זיך. 489 געשיכטע = געשעהניש. 490 דער מחבר שרײַבט אמת יידיש: דער פּאַרטיציפּ ענדיגט זיך ביי אים אויף -יגער און ניט, ווי מאַנכע זײַנען זיך היינט נוהג צו שרײַבן אונטער דער ווירקונג פון דײַטש: «פליענדער». 491 «פאָן» איז אין דער עלטערער שפּראַך אָפטמאָל לשון זכר. 492 צייל (אייגנטליך: «שורה») איינע פון די גרעסטע גאַסן אין פראַנקפורט. 493 נעמען צו זיך.


↤ 190

צח. דדייא אדלר טעט ער אן העפטן

אין אונזרי גאסן אן דרייא טארן,

מיט שטַרקיֶ נעגיל מיט קרעפטן,

איין פרייאֶט494 צו זיין צו לַנגיֶ יארן.

אין דעם קאם איין מעכטיגֶר שרייבֶר צו רייטן

אונ׳ דיא נייאי קיומים495 טעט ער לאנגן496;

אונזרי פּרנסים שטַנדן אימ אן דער זייטן,

אונזר קהל קאם דר צו אך גיגאנגן.


צט. צוואוֹ497 גַנצי שעות האט ער צו טון,

ביז ער זיא האט גילייאט498 צו דעם ענדן;

אל דאש פאלק בליב אלז שטיל שטאן,

קיינר טעט זיך קערן אוֹדר ווענדן.

דער נאך הוֹרט499 קיינר זיין אייגן ווארט

פון וועגן גרוֹש פּפייפן אונ׳ טרומן;

אל הילטן זיא הַלטן500 דארט

ביז מיר אין אונזר הייזֶר ווארן קומן.


ק. איין טרומיֵטֶר ריט501 מיט אונז צור גאסן אניין;

גאר הוך נליז ער אן מיט קרעפטי,

ביז איין איקליכֶר אין זיין הויז גינג אניין;

דֶר נאך צוֹג ער502 ווידֶר היים נאך זייני גישעפטי.

מיר צוגן איין מיט גרושֶר פרייד

אין אונזֶרי הייזֶר, וויא מיר זיא פאנדן503,

השם ית׳ זאל אונז ווייטֶר ביהיטן פר אלם לייד,

ביז משיח צדקינו וועט זיין פַר הַנדן.


קא. פיל מעכטיגי סכּנות דיזֵר צייט צו פאר504,

דיא אונֶזר קהילה האבן איבֶר לאפן505;

וואול אכט אודר ניין יאר,

דש מיר מיט רוּא ניט האבן גישלופן.

אונזֶרֶי גרושׂי זינד דאש אלז מַכין,

זיא זיין אופן בורט506 אונ׳ אך פַר בארגן.

הש״י האט אונז גיוויזן, מיר זאלן וואכן,

אונ׳ איקליכר איז שולדיג507 דער פאר צו זארגן.

494 = פרײַהײַט, פּריווילעגיע. 495 דאָס אייגענע. 496 דערלאַנגען. 497 אין מה״ד זײַנען פאַראַן דרײַ פאָרמען פאַר «2»; מענליך: zwêne, ווײַבליך: zwô, זעכליך: zwei. שפּעטער האָט זיך די פאָרם «צוויי» אויסגעשפּרייט אויף אַלע דרײַ געשלעכטן. אין אונזער מגילה ווערט נאָך דער כּלל אפּגעהיט: אויבן, סטראָפע ו׳, שטייט «צוויֵן»; דאָ, היות ווי «שעה» איז ווייבליך, שטייט «צוואוֹ». 498 = געלייענט. 499 = הערט. 500 מסתּמא א טעות, אנשטאָט: «טעטן זיא האלטן». האלטן — וואַרטן, צו־וואַרטן. 501 אימפּערפעקטום פון «רײַטן»: איז געפאָרן רייטנדיג. 502 דער טרומייטער. 503 אימפּערפעקטום פון «פינדן» (געפינען): מיר האָבן זיי געפונען. 504 פאַר דער דאָזיגער צײַט, וואָס איז דאָ באַשריבן. 505 באַפאַלן, טרעפן. 506 offenbaren — אַנטפּלעקן; אָפן. 507 מחויב.

↤ 191

דער שאַנד־סטויפּ

אויפן פּלאַץ, וואָס איז איבערגעבליבן, ווען מען האָט אַראָפּגעריסן פעטמילכס הויז, האָט מען אַוועקגעשטעלט א שאַנד־סטויפּ («איין שטיינען זײַל», זעה סטראָפע פט), און דאָרטן האָט מען אָנגעשריבן: אויף לאַטײַן א קורצע באַשרײַבונג פון פעטמילכס זינד און אויף דײַטש א התרָאה. אָט איז דער דײַטשער טעקסט אות־באות:

Daß dieſer Plaz bleibt öd und wüſt,

Dran Vincenz Fettmilch ſchultig iſt,

Welcher dieß Statt drey ganzer Jahr

Gebracht hatt in manch groß Gefahr,

Deſſen er endlich hat davon

Getragen dieſen böſen Lohn,

Daß er erſtlich an der Richtstatt

Sein zween Finger verlohren hat,

Dernach den Kopf geviertheilt drauff

Und die Viertheil gehencket auff

An die vier Straßen dieſer Stadt,

Den Kopf man auffgeſtecket hat

Am Brücken-Thurm: auch Weib und Kindt

Ewig des Landts verwieſen ſind,

Das Haus geſchleyfft: deß ich allhier

Zu trewer Warnung ſtehe dir.

«אין דעם וואָס דער פּלאַץ בלײַבט פּוסט און וויסט, איז שולדיג ווינצענץ פעטמילך, וואָס האָט אין משך פון גאַנצע דרײַ יאָר געבראַכט אין גרויס סכָּנה אָט די שטאָט. סוף־כל־סוף האָט ער דערפאַר באַקומען זײַן ביטערן שכַר. פריער האָט ער אויפן פּסק־פּלאַץ אָנגעוואוירן זײַנע צוויי פינגער, דערנאָך דעם קאָפּ, נאָכדעם האָט מען אים געפערטלט, און די פיר טיילן האָט מען אויפגעהאַנגען בײַ די פיר אויסגאַנגען פון שטאָט. דעם קאָפּ האָט מען אַוועקגעשטעלט אויפן בריק־טורעם; זײַן פרוי און קינד האָט מען אויך אויף אייביג פאַרטריבן פון לאַנד און דאָס הויז געמאַכט מיט דער ערד גלײַך. איך [דער סטויפּ] שטיי דיר דאָ פאַר א געטרײַער התרָאה דערפון.»

↤ 192

קב. דארום זאל איין איקליכר לאזן508 זייני ביֵזֶי ווערק,

דער נִסים ונִפלָאות ניט צו פר געשׂן509,

אזו וואול אז510 יציאת מצרים מיט גרושׂר שטערק,

דא מיר דינֶן511 קנעכט זיין גיזעשׂן.

מיט פלייס512 איז קומן דש אלז פון גאט,

דש מן הופֶרט513 אונ׳ מוט וויל זאל אב שטעלן,

אודר וועלכר זונשט גיזינדט514 האט;

הש״י לאזט זיך ניט שנעלן515.


קג. אלי מייני ריֵד, וואש איך דא האב גירעט,

אלז, וואש איך האב גיזונגן,

קיין ליגן האב איך דא אינֶן516 פַר צעט 517,

נייארט דיא ווארהייט ביצייגט מיט מיינֶר צונגן.

נייארט קערט אב פון אלם ביֵזן,

אונ׳ דאש גוט כיפאַסט618 מיט ביידֶי הענדן,

זא ווערט אונז הש״י פון אליֶ צרות דער ליֵזן

אונ׳ משיח בן דוד זענדן»519.

אמן וכן יהי רצון
תם ונשלם
על ידי הפּועל במלאכת הקודש מרדכי בר יהודה שליטא520.

508 אַוועקוואַרפן. 509 כּדי ניט צו פאַרגעסן...510 פּונקט ווי... 511 דינען = דרינען, דאָרט אינעווייניג, דאָרט; בשעת מיר זײַנען דאָרט געזעסן, ווי קנעכט. 512 מיט א כיוון; פגל.: אויף־צו־פלײַסנס. 513 גאווה: דערפון אונזער הײַנטיג וואָרט: «האָפערדיג. 514 = געזינדיגט. 515 אָפּנאַרן. 516 אײַך. 516 דאָ מוז זײַן עפּעס א גרייז; אפשר «פאַריעט»? jëhen הייסט «זאָגן» אין מה״ד, verjëhen — דערציילן; אָבער פון jëhen וואָלט דער פּאַרטיציפּ געדאַרפט זײַן «פר יעהען». אָדער אפשר איז עס דאָס צײַטוואָרט מה״ד verzetten, וואָס באַדײַט. (verlieren, verstreuen :(318, III Lexer? דאן וואָלט דער פשט געווען אַן ערך אַזוי: «קיין ליגנס האָב איך דאָ פאַר אײַך ניט אויסגעשאָטן». — וואַגענזייל פאַרטײַטשט: «דערציילט». 518 נעמט אָן. 519 שיקן. 520 דער דאָזיגער זעצער («הפועל במלאכת הקודש» — זעצן ביכער איז א הייליגע אַרבעט) איז באַצייכנט אויף דער אויסגאַבע פוו 1648.

↤ 193

דאָס קורלענדער יידיש
1.

וואָס עפּעס גראָד קורלאַנד? ניטאָ קיין בילכערע יידישע דיאַלעקטן?

פאַראַן. דאָס פּוילישע יידיש, דאָס ליטווישע יידיש, דאָס אוקראַאינישע יידיש זיינען געוויס א סך וויכטיגער פאַרן אויפבוי פון דער אַלגעמיין־יידישער ליטעראַטור־שפּראַך. איך קלער גאָרניט דאָס צו לייקענען. איך וויל נאָר אַרויסרופן אַן אינטערעס צו א צווייג פון דער שפּראַך, וואָס מען לאָזט אַלעמאָל אינגאַנצן אויסער אַכט. איך האַלט, אַז דאָס לוינט.

וואָס פאַר א לשון האָבן דאָס בּכלל קורלענדער יידן?

אויף איינער פון די ערשטע באַראַטונגען פון דער חברה מפיצי־השכּלה (אין 1913 צי אין 1914) האָט דער באַוואוסטער כּלל־טוער ה׳ ל. בראַמסאָן געטענהעט, אַז דאָרטן, וואו יידישע קינדער ריידן ניט קיין יידיש, דאַרף מען דאָך קיין יידישע שולן ניט. א שטייגער, האָט ער געזאָגט, אין קורלאַנד; דאָרטן רעדט מען דײַטש, און דאָרטן וועט מען דאָס «לערנען אויף דער מוטערשפּראַך» בּשוּם־אופן ניט קאָנען אויסטײַטשן, ווי לימודים אויף יידיש.

קיינער האָט זיך מיט דעם ה׳ בראַמסאָן ניט געאַמפּערט, אָבער ער איז פונדעסטוועגן ניט געווען גערעכט. פאַראַן אויף דעם אַזאַ כּשרער עדות, ווי די רוסלענדער פאָלקסציילונג פון 1897. פון די דאָזיגע גבִית־עֵדות איז צו זעהן, אַז אָפיציעל האָבן אָנגעגעבן יידיש פאַר זייער מוטערשפּראַך 63 פּראָצענט פון אַלע יידן אין קורלענדער גובערניע. אמת, א סך ווינציגער, ווי אין די גובערניעס פון תּחום, וואו די פּראָצענטן דערגרייכן אומעטום אין די ניינציגער, אָבער פאָרט א היפּשע מערהייט.

נאָר דאָס איז אַלץ ניט מער ווי א האַלבער אמת.

↤ 194

קורלאַנד איז פון יענער קליינער צאָל געגנדן אויף דער וועלט, וואו די דײַטשע און די יידישע שפּראַך עקזיסטירן איינע לעבן דער אַנדערער. געוויינטליך, עס איז שוין איצטער קיין ספק ניט, אַז יידיש האָט זיך געהאַט אויסגעפורעמט ווי א באַזונדער שפּראַך נאָך בּשעת יידן זיינען געזעסן מאָסנווײַז אין דײַטשלאַנדן אָבער ווען די יידיש־ריידער זאָלן ניט געווען עמיגרירן בּשַׁעתּו קיין מזרח־אייראָפּע, איז א גרויסע סברא, אַז יידיש וואָלט ניט דערגרייכט צו אַזאַ מדרגה פון זעלבשטענדיגער אַנטוויקלונג און ס׳וואָלט ניט געקאָנט בײַשטיין אַנטקעגן דעם אימפּעט פונם מאָדערנעם דײַטש. האָט זיך געדאַרפט מאַכן, אַז אין אַזאַ מין ווינקעלע, ווי קורלאַנד, זאָל זיך די דײַטשע שפּראַך פונדאָסנײַ באַגעגענען מיט איר אָרימער יידישער קרובטע. דײַטש איז אַפילו ניט די לאַנד־שפּראַך אין קורלאַנד, דער פּראָצענט דײַטשן איז נאָר א קליין ביסעלע גרעסער, ווי דער פּראָצענט יידן (אַרום 7). אָבער ביז גאָר ניט לאַנג זײַנען די דײַטשן געווען די אמתע באַלעבאַטים אויפן קולטורעלן לעבן פון די באַלטישע פּראָווינצן, און ביז אַלעקסאַנדר III. «רעפאָרמעס» איז אַפילו די אָפיציעלע שפּראַך אין די געריכטן און אין דער אַדמיניסטראַציע געווען דײַטש. די שולעס און די צײַטונגען זיינען געווען דײַטשע. יידן וואוינען דאָס רוב אין די שטעט, זײַט בײַ זײַט מיט די דײַטשן) דער דײַטש גיט אָן דעם טאָן. וואָס וואָלט געווען דער וואונדער, ווען דער דײַטשער וואַלפיש וואָלט אײַנגעשלונגען דאָס יידישע יוֹנהלע?

חוּץ אַלע זאַכן, איז דאָך אין קורלאַנד די מיגליכקייט פון א שפּראַכיגער אַסימילאַציע א סך נעהענטער, ווי אין א וויטעבסק, למשל. וואָרים פון יידיש ביז רוסיש איז א ווײַטער מהלך, און צווישן יידיש און דײַטש איז, ווי מען זאָגט אין קורלאַנד, «א קאַצנשפּרונג». אַרײַנפלעכטן דײַטשע ווערטער אין זאַץ; איבערשטעלן די ווערטער אויפן דײַטשן שטייגער; אַרויסריידן די קלינגען מעשה־דײַטש — דאָס איז אַלץ א סך גרינגער, ווי בײַ רוסיש אָדער פּויליש. און נאָך אַן אומגליק האָבן געהאַט קורלענדער יידן: זיי זיינען געווען איזאָלירט פון דער גאַנצער דרויסנדיגער יידישער וועלט. פון דער צײַט וואָס קורלאַנד איז אַריבער צו דער רוסישער אימפּעריע ביז גֵירוש־קורלאַנד אין 1915 זיינען פאַרביי פּונקט 120 יאָר. זינט עס איז אײַנגעפירט געוואָרן דער תּחוּם אין רוסלאַנד, איז דער וועג ↰ 195 קיין קורלאַנד אויך פאַרצאַמט געוואָרן פאַר די תּחוּמישע יידן, און נאָר א פּאָר מאָל האָבן זיך אַרײַנגעכאַפּט אַהין דורך שמאָלע שפּעלטעלעך ניט קיין גרויסע גרופּעס. קורלענדער יידן זיינען געבליבן אויג אויף אויג מיט דער מעכטיגער דײַטשער שפּראַך, און דאָס יידיש זייערס האָט אַפילו ניט געהאַט קיין אָנשפּאַר אין דעם גרויסן קיבֶּוץ, וואָס האָט גערעדט אויף «מאַמע־לשון» פון דער דווינע ביזן שוואַרצן ים.

פאַרן קורלענדער ייד איז די וועלט געווען אײַנגעטיילט אין באַלטישע פּראָווינצן (אייגנטליך נאָר קורלאַנד מיט ריגע) און «זאַמעט». יעדער ייד פון דער פרעמד איז געווען א «זאַמעטער», אַפילו ווען ער איז געקומען צו פאָרן פון קעשעניעוו אָדער פון אירקוטסק. און ווי דער שטייגער איז, האָבן קורלענדער געהאַלטן, אַז זיי זיינען איידעלער, קולטורעלער. און איינער פון די חסרונות פון די זאַמעטער איז געווען דאָס, וואָס זיי ריידן אַזוי «גראָב» יידיש. (ד. מאַרשאַק האָט אַמאָל געפּרובט אין א ראָמאַן, וואָס האָט זיך געדרוקט אין «פרײַנד», שילדערן די באַציאונגען צווישן קורלענדער און זאַמעטער יידן).

הייסט עס, דײַטש האָט געהאַט אויף זײַן זײַט אַלע שאַנסן. און פונדעסטוועגן האָט יידיש זיך אויפגעהיט. די יידישע שפּראַך אין קורלאַנד איז בײַגעשטאַנען, ביז וואַנען עס האָט אָנגעהויבן אויף איר משפּיע זײַן דער יידישער טעאַטער, די צײַטונג, די נײַע ליטעראַטור, די אַרבעטער־באַוועגונג און די יידישע שול.

ווען מען זעהט די 63 פּראָצענט יידיש־ריידער אין 1897, דאַרף מען ניט פרעגן: פאַרוואָס אַזוי ווינציג? ניין, מען דאַרף זיך חידושן אויף דעם מערקווירדיגן קעגנשטעל־כוח, וואָס די יידישע שפּראַך האָט אַרויסגעוויזן אַנטקעגן איר איבערמעכטיגן קאָנקורענט.

2.

עס לייגט זיך אויפן שכל, אַז אַזאַ מין געראַנגל מוז איבערלאָזן וואונדן און ראַצן. אין א סך פאַמיליעס רעדט מען אויף א קאָמבינירטן לשון פון יידיש און דײַטש, און ס׳קאָנען געמאָלט זײַן פאַרשיידענע מינים פון קאָמבינאַציע: א יידיש מיט דײַטשע ברעקלעך, א דײַטשמעריש יידיש, א ↰ 196 יידישליך דײַטש, און נאָך און נאָך.1) צו די 63 פּראָצענט קאָן מען צורעכענען נאָך א שפּאָר ביסל יידן, וואָס ריידן פאַקטיש יידיש אָדער דרײַ־פערטל יידיש, נאָר זיי האָבן דאָס בײַ דער ציילונג פאַרבאַהאַלטן, ווײַל דײַטש איז א מער «לײַטישע» שפּראַך. אַנדערע האָבן אפשר טאַקע געמיינט בּתּמימות, אַז דאָס לשון זייערס איז דײַטש — נאָר זיי האָבן נעבעך א ביטערן טעות געהאַט.

אָבער זאָל שוין זײַן גענוג וועגן אונזערע «דײַטשן». לאָמיר זיך אײַנקוקן א ביסל נעהענטער אין קורלענדער יידיש.

טאָמער ווייס מען שוין, אַז אין קורלאַנד רעדט מען אויך יידיש, פאָרמולירט מען דאָס אַזוי: ס׳איז דאָס ליטווישע יידיש, אויסגעמישט מיט דײַטש. אין דעם זאַץ זיינען קאָנסטאַטירט צוויי זאַכן, וואָס יעדערע פון זיי איז כּמעט ווי ריכטיג: ערשטנס, אַז דאָס קורלענדער יידיש איז נעהענטער צום ליטווישן יידיש, איידער צום פּויליש־וואָלינער טיפּ; און צווייטנס, אַז אויף קורלענדער יידיש האָט געווירקט דאָס קורלענדער דײַטש. אָבער דער גאַנצער זאַץ איז א פאַלשער. ווען מען קוקט זיך אײַן אין די פאַקטן, מוז מען קומען צום באַשלוס, אַז דאָס קורלענדער יידיש איז בײַ אונז א דיאַלעקט פאַר זיך. ווען איך זאָג דאָס, מיין איך ניט זיך צו שפּאַרן וועגן דעם בּכבודיגן נאָמען «דיאַלעקט», וואָרים ווער איז דאָס אימשטאַנד צו דעפינירן דעם אונטערשייד צווישן שפּראַך, דיאַלעקט און ריידעניש (אונטערדיאַלעקט); די קריג צווישן גרויסרוסיש און אוקראַאיניש, צווישן טשעכיש און סלאָוואַקיש איז ניט קיין פילאָלאָגישע פּלוּגתּא, נאָר א פּאָליטישע פּראָבלעם, און נאָר דערפאַר זיינען אָט די פראַגעס געוואָרן אַזוי פאַרשאַרפט. דאָרטן, וואו ס׳איז ניטאָ קיין צוזאַמענשטויס פון פּאָליטישע אינטערעסן, מאַכט ניט אויס, וואָס די גרעסטע דײַטשע פילאָלאָגן גיבן אַרויס א סעריע «גראַמאַטיקעס פון גערמאַנישע ↰ 197 דיאַלעקטן» און רעכענען אַרײַן אַהין: גאָטיש, אַנגלאָסאַקסיש, אַלטהויכדײַטש אאַז״וו — אַלץ אַזוינע לשונות, וואָס זיינען שוין לכל־הדעות זעלבשטענדיגע שפּראַכן.

1) דאָס «דײַטש», וואָס קורלענדער יידן נעמען איבער אינגאַנצן דער צו־ביסלעך, איז, פאַרשטייט זיך, דאָס קורלענדער דײַטש. למשל, קורלענדער דײַטשן ריידן אַרויס א g פאַר e און i ווי א j; אַלזאָ, מען זאָגט gut ,Gott ,Gabe, אָבער jeben און jibt, אָנשטאָט geben און gibt. דאָס קורלענדער יידיש ווייס פון דעם ניט, מען זאָגט, פּונקט ווי אומעטום בײַ יידן, געבן, גיט (מיט א g). נאָר ווען א קורלענדער ייד וויל ריידן «הויכדײַטש», קאָן ער ריידן בנוּסח «נח מיט זיבן גרײַזן», אָבער ווען ס׳קומט צום g פאַר א e און i, וועט ער דווקא זאָגן jejeben, ווײַל בײַ אים קומט אויס, אַז דער דאָזיגער סימן (א מאָדנער פּראָווינציאַליזם פון די קורלענדער דײַטשן) איז דאָס אייבערשטע פון שטייסל אין דער «הויכדײַטשער» ליטעראַטור־שפּראַך.

הייסט עס, ניט דער נאָמען איז דאָ דער עיקר (דערווײַלע האָבן נאָך ניט די קורלענדער יידן קיין אייגענע פּאָליטישע אַספּיראַציעס); ס׳גייט נאָר וועגן פעסטשטעלן א געוויסע מאָס פון אייגנאַרטיקייט. און דאָ געפינען מיר אויס אָט־וואָס:

1. פאַראַן געוויסע באַזונדערקייטן אין דער קלאַנגען־סיסטעם, אין די פאָרמען, אין זאַץ־בוי.

2. פאַראַן א היפּש ביסל ספּעציפישע קורלענדער ווערטער און אויסדריקן.

ווען מיר נעמען אַנאַליזירן דעם דאָזיגן מאַטעריאַל, וואַרפט זיך אונז אין די אויגן:

3. קורלענדער יידיש האָט אין זיך אַזוינע עלעמענטן, וואָס זיינען פאַראַן אין אַנדערע יידישע דיאַלעקטן, נאָר אין ליטווישן יידיש זיינען זיי ניט בּנמצא.

4. פאַראַן עלעמענטן, וואָס זיינען געווען אין דער עלטערער יידישער שפּראַך, נאָר הײַנט זיינען זיי אין אַלע אַנדערע דיאַלעקטן ניט געוואָרן.

היוצא מדברינוּ: דאָס קורלענדער יידיש רעפּרעזענטירט אַן אַנדער שפּראַך־שטאַנד, ווי די אַנדערע דיאַלעקטן אונזערע. מיט אַנדערע ווערטער: ס׳איז א פאַרזיכדיגער דיאַלעקט.

און ס׳וואָלט געווען פאַלש צו זוכן דעם קוואַל פון דער באַזונדערקייט אין דער שכנות פון דײַטש. געוויס וועט אונז אויסקומען צו באַגעגענען זיך מיט דער דײַטשער השפּעה אויך, ווען מיר וועלן זיך באַלד צוקוקן צו די פּרטים פון קורלענדער גראַמאַטיק און לעקסיקאָן. אָבער צוריק גערעדט, קאָנען מיר אויפווײַזן פאַלן, וואו דאָס קורלענדער יידיש האָט זיך באַשאַפן א מין קעגן־גיפט קעגן דײַטש און אײַנגעפירט בײַ זיך אַזעלכע ערשײַנונגען, וואָס זיינען ניטאָ אין אַנדערע יידישע דיאַלעקטן. אין קורלאַנד זאָגט מען, א שטייגער, «האַרבסט», ניט «הערבסט» (אויף דעם האָט שוין אָנגעוויזן טשעמערינסקי אין זײַן «יידישער פאָנעטיק», פּנקס I). קורלאַנד פירט דורך די אַפּאָקאָפּע («די אָפּהאַקונג») פון e א סך אויסגעהאַלטענער, ↰ 198 ווי די אַנדערע דיאַלעקטן. מען זאָגט ניט נאָר בלום, גאַס, זײַט לגבּי נה״ד ‏Blume‏, Gasse‏, Seite, נאָר מען זאָגט אויך: «זי האָט זיך געמאַכט א נײַע בלוז» (= בלוזע), «ער האָט אויפגעגעסן א גאַנצע גורק» (דאָס דײַטשע Gurke, אָבער פאַריידישט). אויך האָבן זיך אויפגעהיט א סך עלטערע ווערטער.

איין ווירקונג האָט דײַטש יאָ געהאַט, און דווקא א נעגאַטיווע: אַ סך גוטע יידישע ווערטער זיינען אַרויסגעשטופּט געוואָרן. מען פאַרשטייט נאָך, וואָס עס הייסט «זייגער», אָבער מען זאָגט שוין דאָס רוב «אור») «אויסגיין» איז דער טײַטש (פּונקט ווי אין אַמעריקע) ניט «גוססן», נאָר, ווי אין דײַטש, «שפּאַצירן»; א קרעמעל רופט זיך «א בוד», פּונקט ווי אין קורלענדער דײַטש.

3.

שוין די נעמען פון די קורלענדער יידן ווײַזן אָן אויף א באַזונדער שניט. איר געפינט דאָ אַזוינע פאַמיליע־נעמען, וואָס טרעפן זיך סײַדן נאָר בײַ יידן אין דײַטשלאַנד: בייערפעלד, וואולפסאָן (דווקא ניט וואָלפסאָן), יאַקאָבי, היידענרייך, קליינבערג, פרידלענדער, הערצענבערג, פריידענשטיין. מיידלשע נעמען האָט איר דאָ אַזוינע (אַחוּץ די אַלגעמיין־יידישע): בעטשע (א קאָמבינירטער צערטל־נאָמען פאַר בערטאַ און רעבעקאַ), מינצע (צערטל־נאמן פאַר מיננאַ), לינצע (צערטל־נאָמען פאַר לינאַ), יעטע, יעטכען (= עטל, אסתּר, פאַרפײַנערט אין «הענריעטע»), ראַלע (= רחל). פון די מאַנסבילשע נעמען איז כּדאַי צו דערמאָנען: יאָלצע און אַדזשע. ביידע זיינען צערטל־נעמען. דער ערשטער ווערט אויסגעטײַטשט «יוליוס», דער צווייטער — אַדאָלף. פון די פּאָר בײַשפּילן איז שוין צו זעהן, אַז כּמעט יעדער קורלענדער ייד האָט אַחוּץ זײַן כּשרן יידישן נאָמען נאָך א דײַטשן צווייטן נאָמען, און דער יידישער נאָמען שווימט אַרויס אייגנטליך נאָר אין צוויי פאַלן: אין שול, ווען מען רופט אויף צו דער תּורה, און בײַ באַציאונגען מיט דער מאַכט, ווען מען דאַרף שרײַבן פּונקט אַזוי ווי אין דער מעטריקע שטייט.

זייער אינטערעסאַנט איז דער נאָמען: מאַלע (מיט א לאַנגן а). ווען די קליינע מאַלעס וואַקסן אויס, רופן זיי זיך «אַמאַליע»; נאָר ביי מיר איז ↰ 199 כּמעט ווי באַשלאָסן, אַז דער נאָמען נעמט זיך ניט פון דאַנען. איך האַלט, אַז דאָס איז, אַזוי צו זאָגן, א פאַלשע נאָרמאַליזירונג, פּונקט ווי ריווע. פון וואַנען וואַקסט אַזאַ פאָרם, ווי «ריווע» אָנשטאָט ריווקע (רבקה)? דער עולם ווייס, אַז אויף ־קע ענדיגט מען א נאָמען, ווען מען איז דעם מענטשן מבטל: ביילקע, סאָרקע, מירקע (און אַזוי אויך בײַ מאַנסבילשע נעמען: מוישקע, שלוימקע — להיפּוך צו מוישעלע, שלוימעלע). דער שפּראַך־געפיל פון פאָלק שיידט ניט אונטער פון «העברעאישע» ביז «דײַטשע» אָדער «סלאַווישע» נעמען; אַלע זיינען אין א גלײַכער מאָס יידיש; דעריבער איז «ריווקע» אויך אַרײַנגעפאַלן צווישן די בּיטול־נעמען. ווי איז אָבער, ווען דאָס קינד וואַקסט אונטער און מען נעמט מיט אים ריידן מעשה־מענטש? דאַן זאָגט מען: ביילע, סאָרע — און ריווע. אָט דאָס אייגענע איז, נאָך מײַן מיינונג, געוואָרן מיט מאַלע פון «מאַלקע» (מלכּה).1)

לאָמיר זיך איצטער אָפּשטעלן אויף א ווײַלע בײַ די וויכטיגסטע פּרטים פון דער קורלענדער גראַמאַטיק.2) מיר וועלן גיין כּסדר: קלינגען, פאָרמען, זאַץ־בוי.

1) אין דײַטש איז אויך פאַראַן א צערטל־פאָרם Malchen, פון Amalie; נאָר אַנדערש ווי דורך מײַן השערה לאָזט זיך, דוכט זיך, ניט אויפטײַטשן דער פאַקט, וואָס דווקא אַלע מלכּה׳ס ווערן «אַמאַליעס» אויפן וועג דורך «מאַלע».

2) ס׳איז אָנגענומען, ווען מען באַשרײַבט דיאַלעקטן, אַז יעטווידער מחבר זאָל דערציילן זײַן באַציאונג צו דעם דיאַלעקט, וואָס ער באַשרײַבט, בכדי מען זאָל וויסן, אויף וויפיל מען קאָן זיך אויף אים פאַרלאָזן. אַלזאָ: איך בין אַליין א קורלענדער און האָב געהערט דאָס קורלענדער יידיש פון די יינגסטע יאָרן. אָבער אַליין האָב איך אויף דעם דיאַלעקט ניט גערעדט, און ווען איך האָב שפּעטער גענומען ריידן יידיש, איז דאָס שוין געווען ניט דאָס ריין־קורלענדער לשון. דעם מאַטעריאַל, וואָס איך ברענג דאָ, געדענק איך נאָר טיילווײַז פון מײַן אייגענער פּראַקטיק, אָבער איך האָב אַלצדינג דורכגעקאָנטראָלירט (אָנהייבנדיג פון 1914) בײַ באַגעגענישן מיט א סך עלטערע עכט־קורלענדער יידן. פון זיי האָב איך אויך «אַרויסגענאַרט» (אָהן זייער וויסן) א סך פאָרמען און ווערטער, וואָס זיינען געווען פאַר מיר נײַ. דאָרטן, וואו איך ווײַז ניט אָן בפירוש קיין אַנדער אָרט, מאָל איך אויס די גראַמאַטיק און דעם ווערטער־אוצר פון דער שטאָט גאָלדינגען (לעטיש Kuldiga) אין די לעצטע יאָרן פאַר דער מלחמה. און ווײַל ס׳איז שייך צו דער צײַט פון פאַר דער מלחמה, זאָל מען אויף מיר קיין פאַראיבל ניט האָבן פאַר אַזוינע אַנאַכראָניזמען, ווי «קורלאַנד», «קאָוונער גובערניע» אד״ג.

דאָס ערשטע, וואָס קומט אויס מאָדנע בײַם ליטוואַק: אין קורלענדער יידיש איז דער חילוק צווישן לאַנגע און קורצע וואָקאַלן ניט בּטל געוואָרן. אויב מען זאָל באַצייכענען די לענג פון די וואָקאַלן דורך א פּאַסיקל איבערן אות, די קירץ דורך א פּאָדקעווע, דאַן האָבן מיר: zōg (זאָג), אָבער zŏk (זאָק), אין דער צײַט וואָס אין ליטווישן יידיש איז, דוכט זיך, ↰ 200 קיין שום חילוק ניטאָ. דאָס אייגענע: zāl (זאַל), אָבער zălc (זאַלץ); tūch (טוך), אָבער tŭn (טון, פאַס); bīn (דײַטש Biene), אָבער bĭn (איך בין); ērew (למשל, ערב־שבּת) אָבער ĕsn (עסן). דער לעצטער בײַשפּיל ווײַזט שוין, אַז דער כּלל איז חל אויף אַנדערע העברעאישע ווערטער אויך: chŏchme (חכמה), אָבער mōes (מעות); kŏrn (קאָרן), אָבער zikōrn (זכּרון). נאָר אין א סך העברעאישע ווערטער זיינען די וואָקאַלן געקירצט: pŏnim (פּנים), rŏšešŏne (ראש־השנד.).

דאָס «יִיִ» אין אַזעלכע ווערטער ווי צוויי, פרייד, איי ווערט אַרויסגערעדט ניט ווי אין ליטווישן יידיש, נאָר כּמעט ווי א דיפטאָנג ei (אָבער ניט ווי דאָס בערלינער ei, וואָס איז געגליכן צו ai, נאָר ווי ä און i). דער נאָכקלאַנג פון i הערט זיך א סך שטאַרקער, למשל איידער אין ווילנע.

זייער וויכטיג איז די דיפערענצירונג פון די פאַרשיידענע קלינגען, וואָס ווערן אין דער ליטעראַרישער אויסלייגונג באַצייכנט מיט «וי». א «קויל» אויף צו שיסן הייסט kaul; א «קויל», וואָס ברענט, הייסט keul. ער האָט זיך אויסגעבויט א hauz; אָבער ער האָט צעריסן א heuz. אָט דאָס eu ווערט אַרויסגערעדט ניט ווי אין דער דײַטשער טעאַטער־שפּראַך אַלס oi, נאָר אַזוי ווי אין קורלענדער דײַטש (אין ווערטער ווי Eule,‏ Beule אד״ג), אַן ערך ווי öi. — אָט די שפּאַלטונג איז ניט קיין הפקר־זאַך, נאָר א שטרענג געזעצמעסיגע. די מעשה איז, וואָס אונזער צייכן «וי» איז א סימן פאַר פאַרשיידענע מה״ד קלאַנגען, וואָס זיינען אין דער מאָדערנער דײַטשער שפּראַך אַוועק גאָר מיט אַנדערע דרכים. אין אַזאַ וואָרט, ווי הויז = Haus האָבן מיר צו טון מיט אַן אַלטן hūs) ū). אָט דער מה״ד ū קלינגט אין הײַנטיגן קורלענדער יידיש פּונקט ווי דער דײַטשער au:‏ maul,‏ haut,‏ mauz (מויל, הויט, מויז, — מה״ד אַלע מיט ū),‏ raut (רויט, ד״ה א פענסטער־שויב, מה״ד rūte). די צווייטע גרופּע נעמט אַרום יענע ווערטער, וואָס האָבן אין הײַנטיגן דײַטש א לאַנגן о‏ (Kohle,‏ Sohle,‏ sich erholen) אָדער א au פון מה״ד ou:‏ Auge (מה״ד ouge),‏ Baum (מה״ד boum),‏ laufen (מה״ד loufen). די אַלע ווערטער האָבן אין קורלענדער יידיש אַזאַ פּנים: böim,‏ löifen,‏ köil,‏ zöil,‏ erhöiln,‏ öig.

ווי אַזוי באַגייט זיך מיט די ווערטער אַן אמתער «ליטוואַק»? דאָס דײַטשע Haus הייסט בײַ אים houz,‏ hoiz,‏ huiz. «אויג» הייסט ejg, און ↰ 201 Brot (ברויט) הייסט כּמעט אין דער גאַנצער ליטע brejt, און ס׳איז דאָרטן ניטאָ קיין שום חילוק אין דער אויסשפּראַך פון «ברויט» און «ברייט», פון «טויג» (ער טויג) און «טייג».

אַ קליינע טאַבעלע וועט קלאָר מאַכן, וואָס דערפון איז געדרונגען.


אין הײַנטיגן

ליטעראַרישן דײַטש

Haus

(פון מה״ד ū)

Auge

(פון מה״ד ou)

Brot

(פון מה״ד o)

breit

(פון מה״ד ei)

אין ליטווישן

יידיש

oj (ou, uj) ej ej
אין קורלענדער

יידיש

au öi äi

ראשית קאָנען מיר דערפון אָפּלערנען, אַז סײַ אין הײַנטיגן דײַטש, סײַ אין הײַנטיגן יידיש האָט זיך די צאָל מה״ד קלינגען פאַרקלענערט: פון די פיר מה״ד וואָקאַלן זיינען געבליבן ניט מער ווי דרײַ. אָבער די קאָמבינאַציע איז פאָרגעקומען אויף אַן אַנדער שטייגער: אין דײַטש האָבן זיך צונויפגעגאָסן מה״ד ū און ou‏ (Haus,‏ Auge פון hūs,‏ ouge), אין יידיש זיינען ū און ou געבליבן אָפּגעשיידט, נאָר ס׳האָבן זיך דווקא צונויפגעגאָסן ou און o.‏1) הייסט עס, אַז יידיש קאָן ניט שטאַמען פון הײַנטיגן דײַטש, נאָר עס מוז שטאַמען פון אַזאַ מין תּקופה אין דער דײַטשער שפּראַך, ווען אַלע פיר קלאַנגען זיינען נאָך געווען פאַר זיך.2)

1) בלויז יענער o, וואָס אָדער ער איז שוין אין מה״ד געווען לאַנג, אָדער ער האָט אין הײַנטיגן דײַטש געגעבן (אין אַן אָפענעם טראַף) א לאַנגן o.

2) דער ענין איז אַרומגערעדט בײַ פּרילוצקי, פּאַראַלעלען און באַמערקונגען, נאָטיץ 1 (ז׳ 213—241).


אָבער וויבאַלד אַזוי, דאַרפן מיר באַלד מאַכן א צווייטן ענליכן אויספיר בנוגע די באַציאונגען צווישן קורלענדער און ליטווישן יידיש. דאָס קורלענדער יידיש האָט פאַר די פיר מה״ד קלאַנגען דרײַ, דאָס ליטווישע — ניט מער ווי צוויי. ס׳קאָן, הייסט עס, ניט ↰ 202 געמאָלט זײַן, אַז דאָס קורלענדער יידיש זאָל שטאַמען פון ליטווישן. אין דעם קורלענדער לשון שפּיגלט זיך אָפּ אַן עלטערער שפּראַכיגער צושטאַנד, איידער אין ליטווישן יידיש.

4.

מיר האָבן זיך פאַרזאַמט א ביסעלע לענגער בײַ די וואָקאַלן, מחמת מיר האָבן פאַראיינס געוואָלט אויפקלערן א פּרינציפּיעלע פראַגע. דער קאָנסאָנאַנטיזם וועט אונז אויך אַרויפפירן אויף א ברייטערן שליאַך. מיר גייען דאָ מיטן זעלביגן גאַנג וואָס פריער: מיר ווײַזן אָן נאָר די עיקר־אונטערשיידן פון קורלענדער יידיש ביזן ליטווישן.

קורלענדער יידן לאַכן זיך אויס פון די «זאַמעטער», וואָס פּלאָנטערן דעם «ש» מיטן «ס». אָבער אַליין זיינען זיי נעבעך אויך געכאַפּט אויף דער מעשה. און א מאָדנע זאַך: גראָד אין אַזוינע ווערטער, וואָס זיינען אין דײַטש ניטאָ, ד״ה אין ווערטער, וואָס נעמען זיך פון העברעאיש און סלאַוויש. למשל: שוקע (סוכה), שימכע (שמחה), שייכל (שכל), שידער (סידור), יאָר־מאַשעמאַטן (משא־ומתן), שאַשע (דער יינגלשער נאָמען סאַשאַ; דער a גאַנץ קורץ). אויך פאַרקערט, הגם זעלטענער: ביינעס (דער נאָמען בייניש), שאַמעס (שמש), בעשמעדרעס (בית־מדרש). אַפילו אין ווערטער פון לעטיש טרעפט זיך דער פּלאָנטער. סכך רופט מען «שקויעס» (škujes), לעטיש skuje.

היות נאָר אין דײַטשע שורשים איז ניטאָ אַזאַ צומישעניש, באַרעכטיגט דאָס צו דער השערה, אַז לכתחילה איז אין גאַנצן קורלענדער יידיש געווען אַן אומזיכערקייט בנוגע די s- און š-קלאַנגען, נאָר שפּעטער איז די אויסשפּראַך פון יענע ווערטער, וואָס געפינען זיך אין דײַטש אויך, נאָרמאַליזירט געוואָרן אונטער דער ווירקונג פון קורלענדער דײַטש.1)

1) עס איז א סברא, אַז די דאָזיגע אומזיכערקייט בנוגע «ס» און «ש» איז כאַראַקטעריסטיש פאַר דער גאַנצער יידישער שפּראַך אין א געוויסער תּקופה אָדער אין געוויסע געגנדן. ווען דאָס זאָל זײַן ריכטיג, וואָלט ניט געווען קיין צופאַל, וואָס די עלטערע יידישע ליטעראַטור ניצט דאָס רוב ניט דעם «ס», נאָר דווקא דעם «ש» אי פאַר s, אי פאַר š. וואָרים דער «ש» איז געווען א נײַטראַלער צייכן (שׁ און שׂ), וואָס יעדערער האָט געקאָנט לייענען אויף זײַן שטייגער.

אַ ראיה האָבן מיר פון דער גרופּע ווערטער, וואָס האָבן אין מיטלהויכדײַטש ↰ 203 געהאַט ss. דער מה״ד s איז ניט געווען געגליכן צום «ס», נאָר ס׳איז גיכער געווען א š (א זֵכר דערפון האָבן מיר אין דער דײַטשער אויסשפּראַך špīl,‏ štein דאָרטן, וואו מען שרײַבט Spiel,‏ Stein), און דעריבער איז גאַנץ נאַטירליך, וואָס מיר האָבן אין יידיש קושן (מה״ד küssen), קישן (מה״ד אויך küssen, דער i איז א מאָדערנער דײַטשער «גרײַז»), מעש (mess) וכו׳. דאָס קורלענדער יידיש האָט זיך אָבער אין די ווערטער צוגעגליכן צום מאָדערנעם דײַטש, און מיר האָבן דאָ: קוסן, קיסן, מעס. א «ס» געפינען מיר אויך דאָרטן, וואו כלל־יידיש האָט (להיפּוך צום ליטעראַדישן דײַטש) א «s» נאָך א «ר»: ערסטער, הינטערסטער, פאָדערסטער.

פּונקט אַזאַ פּסק האָט געהאַט בײַ קורלענדער יידן דער שטימיגער דענטאַלער ספּיראַנט, z (דער חילוק פון s ביז z, פון š ביז ž באַשטייט נאָר אין דעם, וואָס בײַ z און ž קלינגען־מיט די שטימבענדער, ד״ה די קלאַנגען זיינען שטימיג; בײַ s און š רוען די שטימבענדער, ד״ה די קלאַנגען זיינען שטימלאָז). דײַטש ווייס ניט פון דעם קלאַנג ž (סײַדן אין פרעמדווערטער), און דאָס קורלענדער יידיש האָט אים אויך פאַרלוירן. דאָס איז נוגע סײַ דעם ž וואָס האָט זיך ענטוויקלט אין דײַטשע שורשים נאָך א r (הירזש, קירזשנער), סײַ אין ווערטער, וואָס נעמען זיך פון אַנדערע שפּראַכן. קורלענדער יידן זאָגן: הירז, קירזנער (ס׳טרעפט זיך אויך די גענאַשטע דײַטשע פאָרם: «קירשנער»), זאַלעווען, זופּעצע, זאַרגאָן. «זש» איז אַרײַנגעפירט געוואָרן ערשט אין דער סאַמע לעצטער צײַט, דורך ליטעראַרישע אײַנפלוסן.

מיט č (טש) איז אויך דאָס אייגענע. וואו דער קלאַנג איז פאַראַן אין דײַטש, דאָרטן האָט אים אונזער יידיש: קוועטשן, קוטשער. אָבער ווען צוויי קורלענדער יינגלעך צעקריגן זיך, וועט איר הערן פון זיי: «צעפּע (= טשעפּע) זיך אָפּ פון מיר, אָדער איך דערלאַנג דיר א פּאַץ (=פּאַטש)». די יידענע צערנע (= טשערניע; דער נאָמען פלעגט פאָרקומען, הגם ניט איבעריגס אָפט, בײַם עלטערן דור) שטעלט דעם צאָלנט, און איצע דער פורמאַן פאָרט צו מיט זײַן קלאַצע צו דער קרעצמע.

אָט דאָ האָבן מיר זיך ווײַטער אָנגעשטויסן אויף אַן ענין, וואָס האָט אַן אַלגעמיינעם באַטײַט.

↤ 204

פון די ווערטער: איצע, צאָלנט, קלאַצע, קרעצמע זיינען די לעצטע צוויי היסטאָריש בפירוש פאַלש, וואָרים אין די שטאַם־שפּראַכן שטייט א č;‏ kretscheme, מיט א tsch, איז פאַראַן נאָך אין מיטלהויכדײַטש, וואוהין ס׳איז מסתמא אַריבער פון טשעכיש אָדער אַן אַנדער סלאַווישן דיאַלעקט. פאַרקערט, «איצע» איז אַבסאָלוט ריכטיג: ס׳איז דאָך א בײַ־פאָרם פון «יצחק», וואָס האָט קיינמאָל קיין «טש» ניט פאַרמאָגט. אויב שוין חידושן זיך, איז אויפן פּוילישן «איטשעלע». בײַ «טשאָלנט» איז א קשיה. די אָפּשטאַמונג פון וואָרט איז נאָך ניט אויסגעטײַטשט; די עלטערע ליטעראַטור אונזערע אין דײַטשלאַנד שרײַבט תמיד «שאליט» (פגל׳ בײַ היינריך היינען עטליכע מאָל: Schalet). אין א ווילנער «לב־טוב» פון 1864 געפינען מיר (דף נא с) אויף א מהלך פון זיבן שורות: «טשאָלינט» און «צאָלינט».

וואָס לאָזט דאָס אונז הערן? ס׳לאָזט אונז הערן, אַז אין דער עלטערער יידישער שפּראַך איז געווען א צײַט (ווען — דאַרף נאָך אויסגעפאָרשט ווערן), ווען אין אַלע געגנדן האָבן פון א סך ווערטער זיך געפּלאָנטערט איינע לעבן דער אַנדערער טאָפּעלע פאָרמען, מיט «צ» און מיט «טש». שפּעטער איז פאָרגעקומען אַן אויסגלײַך, א ניוועלירונג, אָבער ניט אין דער גאַנצער יידישער שפּראַך, נאָר יעדער דיאַלעקט האָט דאָס געטון אויף זײַן שטייגער. דאָס פּוילישע יידיש, למשל, האָט דורכאויס דורכגעפירט בײַ זיך דעם «טש», דאָס קורלענדער יידיש האָט זיך אָפּגעשאָקלט פון «טש» און געבליבן בײַ «צ» (אפשר זיינען אין דעם שולדיג די שכנישע לשונות: פּויליש איז איבערפול מיט «טש», דײַטש ווייס כמעט ניט פון דעם). דערבײַ זיינען אָבער אין דעם ניוועלירונגס־פּראָצעס אַרײַנגעצויגן געוואָרן ווערטער, וואָס באַלאַנגען בעצם גאָר צו אַנדערע קאַטעגאָריעס; און אָט האָט מען דעם וואַרשעווער «איטשע־מאיר» מזַכּה געווען מיט א «טש», וואָס עס קומט אים גאָרניט, דער «געצקע» (דײַטש Götze) איז אין גראָדנע געוואָרן א «געטשקע», און אין קורלאַנד האָט מען בײַ דער «קרעטשמע» צוגענומען איר «טש».

מיר זעהען פון דעם פּרט, אַז דער שטודיום פון אונזערע לעבעדיגע דיאַלעקטן עפנט פאַר אונז אַן אויסבליק אויף לאַנג־פאַרזונקענע שפּראַכיגע תקופות.

↤ 205

אַן אַנדער ערשײַנונג פון קורלענדער קאָנסאָנאַנטיזם באַווײַזט אונז פאַרקערט, אַז ס׳זיינען פאַראַן פאָנעטישע געזעצן, וואָס זיינען חל אויף אַלע דיאַלעקטן פון דער יידישער שפּראַך, אָהן שום אויסנעם.

די דײַטשע פאַרבינדונג pf ברענגט, ווי באַוואוסט, אין יידיש צווייערליי רעזולטאַטן: וואָרט־אײַן א f (פערד, פײַל, פעניג אד״ג), וואָרט־אין און וואָרט־אויס א p (עפּל, קופּער, קאָפּ, טאָפּ). איז לאָזט זיך אויס, אַז דער דאָזיגער געזעץ ווערט אָפּגעהיט אין יידיש אַזוי שטרענג, אַז ער איז חל אַפילו אויף אַזוינע ווערטער, וואָס זיינען אין קורלאַנד פריש אַרײַנגענומען פון דײַטש און באַגעגענען זיך ניט אין קיין שום אַנדערע דיאַלעקטן. למשל, א קורלענדער, וואָס שנײַדט מיט א שטומפּן (stumpf, ד״ה טעמפּ) מעסער, איז א פושער (Pfuscher, א פּאַרטאַטש). ווען א קורלענדער פאַרקילט זיך אין א רעגן אום פינגסטן (די זומערדיגע חגאות), כאַפּט ער ניט קיין קאַטער, נאָר א שנופּן (Schnupfen). —

נאָך א קלייניקייט, וואָס איז שייך צו וואָקאַלן און קאָנסאָנאַנטן אינאיינעם: a אין דער פאַרבינדונג אַנק און פֿפֿטרעקינג|אַנג}} (א שטייגער באַנק, יאַנקעלע, געזאַנג) ווערט אַרויסגערעדט ריין, (ניט ווי אין ליטע אַלס aj). די אויסשפּראַך פון a איז דיזעלביגע, ווי אין דײַטשן Wange,‏ wanken.

5.

אַ קורצער אויסצוג פון דער מאָרפאָלאָגיע (דאָס וואָס מען האָט אין די אַמאָליגע רוסישע גראַמאַטיקעס גערופן «עטימאָלאָגיע») און פון סינטאַקסיס.

די הויפּטווערטער האָבן נאָר א לשון־זכר און א לשון־נקבה, אַזוי ווי אין ליטווישן יידיש. אויסנעם: «דאָס קינד» און (בײַ עלטערע לײַט) «דאָס מענטש», ווען מען רעדט וועגן א פרוי. דער געשלעכט איז אָבער ניט אַלעמאָל דערזעלבער, ווי בײַ די ליטוואַקעס. אַזוי זאָגט מען, א שטייגער, אין גאָלדינגען: «די בוך».

די פאַרקלענער־פאָרמען זיינען די אייגענע, וואָס אין ליטווישן יידיש: דער טאָפּ — דער טעפּל — די טעפּלעך. די פאָרמען «טעפּעלע» און «טעפּעלעך» (אימינוטיוו) זיינען זעלטענער. די ענדונג ־עך ווערט אַרויסגערעדט ווי א קלאָרער ach-: מיידלaך, קינדערלaך, קניידלaך, טייגלaך.

↤ 206

די הויפּטווערטער טיילן זיך בנוגע זייער בייגונג אויף שטאַרקע און שוואַכע. די שוואַכע האָבן, פּונקט ווי אין דײַטש, א ־ן אַלס ענדונג אין דאַטיוו און אַקוזאַטיוו. למשל: «א נאַרן צײַגט [=ווײַזט] מען ניט קיין האַלבע אַרבעט»; דאַטיוו פון «א בער»: א בערן.

זייער אָפט ווערן דער דאַטיוו און דער אַקוזאַטיוו אויסגעדריקט דורך «אָן»: ער האָט געגעבן אָן שלמהן. — ער האָט געשלאָגן אָן שלמהן. דאָס איז זייער אַן אינטערעסאַנטע פאָרם, וואָס איז, דוכט זיך, בײַ קיין שום אַנדערע יידן ניטאָ, נאָר דערפאַר איז זי אַמאָל געווען בײַ גרויסע גרופּעס יידן. אַזוינס, למשל, גיט אונז איבער רעע, שילדערנדיג די שפּראַך פון די יידן אין צפון־דײַטשלאַנד אַרום 1840.‏1) אָנשטאָט צו זאָגן: «ich gab es dem Mann», זאָגט דער ייד: «ich habb es an den Mann geben». אין א גאַנצער ריי ווערק פון דער עלטערער ליטעראַטור געפינען מיר אויך די דאָזיגע פאָרם. דהיינו, אייניגע בײַשפּילן (פון זייער א סך) פון «שארית ישראל», דיהרענפורט 1799. פּרק כא: «דר דא [= ווער] אן די יהודים אן רירט איז גלייך אלש ווען ער זעלט אן רירן אן דז שווארץ אפפֿיל פֿון זיין אויג») דאָרטן גופא: «דא האבן זיא אן די יהודים גראטין [= אַן עצה געגעבן]; דאָרטן גופא, פּרק כה: «איין מתנה צו געבן אן דען פאבשט». זייער אָפט באַגעגנט זיך די פאָרם מיט «אן» אין בראַנטשפּיגל, פראַנקפורט 1676. זעה אויך «מגילת ווינץ», סטר׳ יג 4. — איך נעם זיך ניט צו זאָגן לעת־עתה, פון וואַנען די ווענדונג שטאַמט2); נאָר דאָס איז על־כל־פּנים קלאָר, אַז קורלענדער יידן האָבן דאָ אויפגעהיט א ירושה פון פאַרגאַנגענע דורות.

דער קאָמפּאַראַטיוו פון «פיל» איז כסדר: «מערער».

א פּאָר ווערטער וועגן פּראָנאָמען. די פאָרם «אים» איז אומבאַוואוסט; מען זאָגט תּמיד «em», סײַ באַטאָנט און סײַ אומבאַטאָנט. דאָס איז אויך אַן אייגנטימליכקייט, וואָס באַגעגנט זיך טיילמאָל נאָך אין דער אַלטער ליטעראַטור. למשל, אין דעם אַקאָרשט ציטירטן «שארית ישראל», פּרק ח׳: «דיא עז מיט עם ווארן האלטן». — די פאַרבינדונג פון «בײַ» און «אונז» איז כמעט שטענדיג: «benunz».

1) Dr. Anton Rée. Die Sprachverhältnisse der heutigen Juden. Hamburg 1844.

2) זי באַגעגנט זיך אויך אין טייל דײַטשע דיאַלעקטן.

↤ 207

די יידישע שפּראַך האָט אָפּגעשאַפט דעם אונטערשייד, וואָס איז פאַראַן אין הײַנטיגן דײַטש צווישן ihm און ihn: איך גיב אים, איך שלאָג אים. דאָס קורלענדער יידיש איז געגאַנגען ווײַטער (פּונקט ווי א טייל ליטווישע ריידענישן) און האָט אָפּגעשאַפט די ספּעציעלע אקוזאַטיוו־פאָרם אויך פאַר די אַנדערע פּערזאָנען. אַלזאָ: דו זאָגסט מיר, דו שלאָגסט מיר; איך זאָג דיר, איך שלאָג דיר, איך זאָג איר, איך שלאָג איר.

דאָס צײַטוואָרט האָט עטליכע באַזונדערקייטן, וואָס דאַרפן דערמאָנט ווערן.

«געבן» ווערט געבויגן אַזוי: איך געב, דו גיסט, ער גיט, מיר געבן, איר גיט, זיי געבן; אין האָזנפּוט זאָגט מען אַפילו: «דו געסט». — די ערשטע און דריטע פּערזאָן פון פילצאָל פון «זײַן» איז אויך אַזוי, ווי דער אינפיניטיוו: «מיר זײַן געווען אין שטוב»; «וואו זײַן זיי געווען?»

דער קאָניונקטיוו ווערט געפורעמט ניט מיט «וואָלט», נאָר מיט «מעכט»: «ווען איך מעכט געהאַט געלט, מעכט איך געקויפט». ווען א קורלענדער ייד פאַלט אַרײַן אין א געזעלשאַפט פון «זאַמעטער», מאַכט מען פון אים חוזק פאַר זײַן «דײַטש»־ריידן. אין דער אמתן איז דאָס ניט קיין דײַטש, נאָר א רעשט פון אַן אַלט־יידישער פאָרם, וואָס איז פריער געווען זייער פאַרשפּרייט. למשל, אין די פּראָגער בריוו 1619, בריוו 15: «פיל לייכֿט מעכֿט זיא זיך וואז קערן אן אייר [= אייער] בריבֿ». אין מנהגים, פיורדא (פירט) 1756, יטb: «איין עבֿירה מעכֿט דר דורך קומן». אמונת ישראל, 2טע אויפלאַגע, ווילנע 1817 (1טע אויפלאַגע אַמסטערדאַם 1764), בb: «אויך ווען חלילה זיין געלט פון דען עושר מאכֿט [= מעכט] פֿר לארן ווערן...»

דער פּאַרטיציפּ פון «קריגן» איז «געקראָגן», פון «וועלן» — «געוועלט», ניט געוואָלט. דער פּאַרטיציפּ האָט אין קורלענדער יידיש א פאַרברייטערטע אָנווענדונג. אָנשטאָט: «דו וועסט קריגן קלעפּ» קאָן מען זאָגן: «דו וועסט קריגן געשלאָגן». נאָך מער איז כאַראַקטעריסטיש פאַרן קורלענדער א צווייטער אויסדרוק. אָנשטאָט «ער איז געקומען צו גיין, צו פאָרן» אד״ג זאָגט דער קורלענדער: ער איז געקומען געגאַנגען, געפאָרן אאַז״וו. דאָס איז אַגב ווידער ניט קיין אָרטיגע «אויסטראַכטעניש», נאָר אַן אַלטע ירושה. למשל, אין וואַגענזיילס איבערדרוק פון «קיניג אַרטוס» ↰ 208 (Belehrung, ז׳ 284) שטייט געשריבן: «דא זוימט זיך ריטר גאביין ניט לאנגן. אונ׳ קאם ווידר צו קיניג ארטיש גיגאנגן [= געגאַנגען]».1)

נאָך צוויי פּרטים פון סינטאַקסיס.

קורלענדער יידן ווייסן ניט פון קיין «וואוהין»: וואו ביזטו, וואו גייסטו. איך בין בײַ די מאַמען, אין גיי בײַ די מאַמען («גיין בײַ עמיצן» זאָגט מען כסדר אָנשטאָט «גיין צו עמיצן»; דאָס אייגענע זייער אָפט אין די כתבים פון גליקל פון האַמעלן, אַרום 1700).

אין בײַזאַץ ווערן אָפטמאָל די ווערטער אויסגעשטעלט אויף א דײַטשן נוסח: «ווען איך ניט זעה, קענסטו טאָן וואָס דו ווילסט».

6.

איצטער גייט דאָס גרעסטע קאַפּיטל — דער ווערטער־אוצר. ניט קיין «לעקסיקאָן», וואָס נעמט אַרום אַלע ווערטער פון דעם דיאַלעקט, נאָר אַן «אידיאָטיקאָן», וואָס פאַרצייכנט נאָר די באַזונדערע און אויסטערלישע ווערטער, ווערטלעך און וואָרט־פאַרבינדונגען. אָבער פון דעם פאַרמאָגט דאָס קורלענדער יידיש אויך ניט קיין קליינע צאָל, און בײַ א טייל וועלן מיר ווײַטער אויסגעפינען, אַז דאָס איז אונזער אייגנס נאָך פון גאָר אַמאָליגע צײַטן.

דער מאַטעריאַל איז צונויפגעשטעלט נאָכן אלף־בית. אַרום און אַרום זיינען דאָס העכער 300 פאַרצייכענונגען. די פּירושים, אַנאַלאָגיעס און ליטעראַרישע פּאַראַלעלעס שטייען באַלד דערבײַ. בײַ טייל ווערטער קאָן זיך געוויינטליך אַרויסווײַן, אַז זיי ווערן גענוצט ניט נאָר אין קורלאַנד אָדער אין יענע ערטער, וואָס איך ווײַז אָן. נאָר פונדעסטוועגן פּרוב איך לאָקאַליזירן, האָפנדיג אויף צוגאָבן און דערגאַנצונגען פון די לייענער. דער פּרינציפּּ איז בײַ מיר, אַז איך האָב ניט אַרײַנגענומען קיין אויסדרוקן, וואָס זיינען פאַראַן אין אונזער ליטעראַרישער שפּראַך, הגם דורך דעם פאַלט אָפּ די מיגליכקייט צו באַקומען א פולן בילד פונם קורלענדער יידישן שפּראַך־אוצר.

1) ביידע קאָנסטרוקציעס זיינען אַלט־יידישע. שמואל־בוך, באַזעל 1612, סט а: «ווען מיין ויינד [= פײַנד] קומט גיגאנגן»; מלכים־בוך, קראָקע 1583, בויגן g 7: «גר באלדא דער נאך קאם דיא קויניגין צו וארן [= פאָרן].»

↤ 209

אַוועקוואַרפן. «ער וואַרפט אַוועק ברויט און גייט זוכן ברעקלאַך» (מיטאַווע).

אויג מעלעכאַבאָשן (עוג מלך הבשן). ווערטל: «ער איז גרויס, ווי עוג מלך הבשן». טענדלוי No.‏ 25‏ «Di Gfröß’ von Og-Melech-Habboschon».

אויסגיין (au).‏ 1) גיין שפּאַצירן (פּונקט ווי אין אַמעריקע). 2) «עס וועט דיר שלעכט אויסגיין» [= דו וועסט האָבן א ביטערן פּסק]. אין אַן אַלטן «לב־טוב» (ליידער אָהן א שער, און איך ווייס דעריבער ניט קיין יאָר און ניט קיין דרוק־אָרט) שטייט אין פּרק י׳: «עש גינג אים ניט וואול אויש ווען ער זיין ווייב זעלט מאכֿין וויינן». פּראָגער בריוו 1619, בריוו 32: «איז ברוך השם וואל אויז גנגן».

אויסטראָגן. «דער שייכל (שכל) טראָגט אויס, אַז...» פּשט: איז מחייב.

אויסנלאַנד. אָנשטאָט: אויסלאַנד. ליפשיץ יוד. רוס. b21: «אָיסנלאַנד — заграница». פגל׳ דעם אויסדרוק «געזעלנשאַפט» (גערעדט פון א ביאַליסטאקער).

אויסקריכן. בטל ווערן, מכוּלה ווערן. «דער שידאַך (שידוך) איז אויסגעקראָכן».

אויסשטיין. 1) ענדיגן צו שטיין. ער איז אויסגעשטאַנען שעמענעסרע (שמונה־עשרה). 2) בײַ א קרענק: «עס וועט זיך שוין אויסשטיין»; עס וועט שוין פאַרבײַגיין פון זיך אַליין.

אומראַס, דער. א קינד, וואָס גיט קיין רו ניט, וואָס שרײַט טאָג און נאַכט. מסתמא פון דײַטשן Unrast.

אור. זייגער. אויך: אורמאַכער. פונם אויסדרוק: אום דרײַ אור, אום פיר אור אד״ג איז געוואָרן די משונהדיגע פאַרבינדונג, וואָס מען הערט אָפט: «אור דרײַ», און אַפילו «אור דרײַ אור», «אור פיר אור».

איינע אין איינע. די מאַרק־יידענע זאָגט: זעהט נאָר, סערע שיינע אייער, איינע אין איינע.

אייפערן. זײַן אייפערזיכטיג. «ער אייפערט איר צו מיר». ניט פון הײַנטיגן דײַטש, נאָר אַן אַלט יידיש וואָרט. באַגעגנט זיך אויך אין שאַוולער געגנד. דאָס דײַטשע Eifer האָט תחילת אויך געהאַט נאָר דעם פּשט פון Eifersucht.

↤ 210

12. איפּערסטער. דער איפּערסטער — דער נאַטשאַלניק, Vorgesetzter. דאָס וואָרט דערמאָנט אָן נידערדײַטש, און דאָס איז ניט קיין וואונדער: אין קורלענדער דײַטש זיינען אויך פאַראַן א סך נידערדײַטשע עלעמענטן. איך האָב דאָס וואָרט געהערט פון מײַן זיידן; איצטער איז דאָס שוין כמעט ווי פאַרגעסן. אין G ניטאָ.

אַכטקאַנטיג. «איך וועל דיר אַרויסוואַרפן אַכטקאָנטיג». דעם פּשט ווייס איך ניט. אַן ערך דאָס אייגענע, ווי אין פּאָדאָליער גובערניע: «כ׳וועל דיך אַרויסוואַרפן אויף פיר שפּענדלעך».

אַכיבע, כיבע. פון פּויליש. פּשט: סײַדן; דאָס וואָרט «סײַדן» איז זעלטן.

איינס. «איינס פּראָצענט». אַן אייפעמיזם. כּדי ניט צו זאָגן אויף א פּראָצענטניק, אַז ער נעמט 12 פּראָצענט, זאָגט מען «איינס פּראָצענט»; נאָר אַלע פאַרשטייען, וואָס דאָס מיינט.

אַלדאָסבייז. א הויפּטוואָרט. «זי איז אַן אַלדאָסבייז».

אַלט. «איך וועל דיר דערלאַנגען א פּאַץ [= פּאַטש], וועסטו ניט וויסן, ווי אַלט דו ביזט».

אַלעמאָל. דער איינציגער אויסדרוק פאַר «שטענדיג».

אַלערטוועגן. דער איינציגער אויסדרוק פאַר «אומעטום». 29GN:‏ «allerwegens».

אַמאַסע (א מאַסע). דער איינציגער אויסדרוק פאַר «א סך».

אָנברעכן. «מען האָט אים גוט אָנגעבראָכן די ביינער».

אָנמאַכן. «אָנמאַכן פײַער», אָנצינדן.

אָנמאַקלען. «אָנמאַקלען די ביינער». פון העבר׳ מַקֶל — שטעקן. .

אַנקען. (איך אַנק, דו אַנקסט אאַז״וו) קרעכצן. געוויס א סלאַווישער שורש; דאָס אייגענע, וואָס פּויליש jękać. אָבער ס׳איז פאַראַן אויך בײַ די דײַטשן אין קורלאַנד און אין צפון־דײַטשלאַנד. זעה Bremisches Wörterbuch פון 18טן י״ה.

אָנקרייטיג. 1) איינער צו וועמען עס קלעפּט זיך גרינג צו א קרענק, א ווייטאָג אד״ג. 2) שפּירעוודיג אין גײַסטיגן זינען: בײַ א באַליידיגונג אד״ג. — ליפשיץ יוד. רוס. 14 а: «אימקרעיטיג — нечистъ ↰ 211 на руку». — איך מיין, אַז דאָס וואָרט מוז זיך נעמען פון מה״ד ungeraetic, ניט געראָטן, און שפּעטער, ווען די עטימאָלאָגיע איז שוין געווען פאַרטונקלט, האָט מען אין קורלאַנד פון «אומ־» געמאַכט «אָנ־». אויך אין טעלז (קאָוונער גוב׳) זאָגט מען: «אָנקרייטיג». זעה פ. פּערלעס Zur Erforschung (ציטירט אויף ז׳ 44 אָנמ׳), ב׳ 44, ז׳ 183.

אָפּבײַסן. «זיי בײַסן זיך אָפּ די נעזער». איראָניש, וועגן צוויי צו־גוטע פריינד; פּשט: זיי האַלטן אין איין קושן זיך.

אָפּטאָן. אָנמאַכן פאַרדראָס. «דו מיינסט, דו וועסט מיר אָפּטאָן, ווען דו וועסט בלײַבן אין שטוב?»

אַפּטייק־בוד. אָפּטייק־קראָם, להיפּוך צום קורלענדער־דײַטשן «דראָגען־האַנדלונג».

אָפּשטיין. אײַנשטיין. «איך קען ניט אָפּשטיין אויף די פיס».

אַראָפּ. ווערטל: «באָראַך (ברוך) אַראָפּ.» אויף איינעם, וואָס האָט אַראָפּגעלאָזן די נאָז (מיטאַווע).

אַרבעט. ווערטל: «אַן אַרבעט פאַר א נאַכטוועכטער». א שווערע, ניט קיין אײַנגענעמע, ניט קיין פּראָדוקטיווע אַרבעט. פגל׳ ווילנע: «אַן אַרבעט פאַר א גאָראָדאָוואָי».

אַרבעס. «עס קלאַפּט, ווי אַן אַרבעס אָן וואַנט». פאַרגרײַזט פון: «עס קלעפּט זיך...».

אַרונטערמאַכן. ריידן שלעכטס. «ער איז א שלעכטער מענטש, אַלעמען מאַכט ער אַרונטער». .

אַרײַנזאָגן. זאָגן דעם אמת, ניט שאַנעווענדיג.

אָרצע. העבר׳ «ארצה». קללה: «גיי אין אָרצע». פגל׳ אָנשטאָט דעם אין ביאַליסטאָק: «ער ליגט אָרצע» (אָהן ‚אין‘).

אַש. «ער האָט געמאַכט פון אים אַש». פגל׳ «ער האָט אים געמאַכט אויסצודרייען».

באָבע. שפּריכוואָרט: «ווען די באָבע וואָלט געהאַט רעדער, מעכֿט [= וואָלט] זי געווען אַן אָמניבוס». איראָניש וועגן איינעם, וואָס ברענגט אוממיגליכע «ווענ׳ס».

באַווײַזן. דאָס אייגענע, וואָס אין רוסיש успеть.

באַכיינט (באַחֵנט). מאַכן זיך באַכיינט פאַר עמיצן — מאַכן ↰ 212 חנדלעך, קאָקעטירן. פגל׳ מענדעלע, שלמה רב חיימס: «פריש־געלע בלומען שטעקן אַרויס די קעפּלעך פון צווישן יונגן גראָז, קוקן אַרויס און מאַכן חן».

באָכעריכע (אַקצענט אויפן i). א פעמינינום צו «באָכער» (בחור). אַ פרוי, וואָס יאָגט זיך נאָך מאַנסבילן.

באַלקן. א רעטעניש פאַר קינדער: «עס ליגט א באַלקן אין וואַסער און ווערט ניט נאַס — א צונג, קינד, טרעף וואָס איז דאָס?» דער ענטפער איז שוין פאַראַן אין דער פראַגע; מען פרעגט זייער גיך.

באָמבאָן, דער; פילצאָל «באָמבאָנס». צוקערקע. די n אין איינצאָל ווערט אַרויסגערעדט ווי אין «לונג», אָבער אָהן א «ג»; אין פילצאָל הערט זיך שוין «ג» אויך.

באָמע, די. א דיקער שטעקן, א פּלאַקן. לעטיש?

באָנדע. 1) א גרויסע קײַלעכדיגע בולקע, פון שווערע טייג. 2) אן אומבאַהאָלפענער מענטש.

באָראַכשאָמער (בָרוך שֶאָמַר). ווערטל: «ער פאַנגט [= הייבט] אָן אַלעמאָל פון באָראַכשאָמער»; פון אָנהייב.

בוד, די (קראָם). «ער האָט אַן אײַזן־בוד»; «ער שטייט א גאַנצן טאָג אין בוד». אויך אין קורלענדער דײַטש און אין שכֵנישן טייל קאָוונער גובערניע.

בוט, די. א פיש (אין ווילנע: די פלאָנדערקע). מיט א יאָר 30 צוריק האָט מען געזונגען אַזאַ קינדער־לידל:

ווער איז דער כאָסן (חתן)?
— ברודער נאָסן (נתן).
ווער איז די קאַלע (כלה)?
— שוועסטער מאַלע.
ווער איז דער מעכוטן (מחותּן)?
— איצע מיט די גוטן .

בורבלען. פּשט: דאָס דײַטשע «מורמעלן», אַרויסריידן שטיל און ניט־דײַטליך.

בורלאַק, דער (אַקצענט אויפן a). «א, דו בורלאַק איינער!» זידלוואָרט. אויך אין קורלענדער דײַטש. — אין קאָוונער גוב׳: בולעך, אָהן א r (מיטטיילונג פון ד״ר אל. אָלשוואַנגער).

↤ 213

בורש, דער. שיק־יינגל אין א קראָם.

ביטער. «א ביטערער יונג!» פּשט: א בֶריה. אויך איראָניש.

בייגל. א רעטעניש: «אַז מען עסט אויף א בייגל, וואו בלײַבט די לאָך?» באַשייד: «אין קעשענע».

בײַסן און ברעכן. ווערטל: «ער האָט ניט וואָס צו בײַסן און צו פרעכן» (ער איז נעבעך א ביטערער אָרימאַן). טענדלוי ברענגט דעם אויסדרוק אונטער No.‎‏ 209.

בירגעלט. דײַטש: «טרינקגעלט». פגל׳ פּויל׳: na piwo.‏ 144 GN

בעדאַלעס (בדלות). ווערטל: «נו, בין איך בעדאַלעס!». פגל׳ פּיקעלן.

בעזמער. א געוויכט, מיט א קרוק אונטן, וואו מען הענגט אויף די משא. א ווײַזערל, וואָס איז פאַרבונדן מיטן קרוק, ווײַזט אויף א טאָוועלע, וויפיל דער געגנשטאַנד האַלט די וואָג. רוס׳ безмен. די פאָרם «בעזמער» באַגעגנט זיך אין באַלטישן דײַטש שוין אין יאָר 1203. וועגן דער אָפּשטאַמונג פון וואָרט (טאָטעריש אָדער סקאַנדינאַוויש) איז א פּלוגתּא. ליטעראַטור וועגן דעם אָנגעוויזן אין GN ז׳ 138—133.

בעלאַנגזאַם. «גיי בעלאַנגזאַם». — טענדלוי, וואָס ברענגט (No.‎‏ 415) דעם זעלביגן אויסדרוק פון פראַנקפורט־מאַין, איז משער, אַז «בעלאַנגזאַם», «בעמעליך» (פּאַמעליך) איז געפורעמט ע״פּ אַנאַלאָגיע מיט «בכבוד», «בנחת». פאַר א ראיה ברענגט ער א פּסוק פון «לב טוב», וואָס איז פאַראַן אין וואַגענזיילס Belehrung ז׳ 322: «die Zenuah redet belanzum bemählich» (בײַ וואַגענזיילן שטייט דאָס אויף יידיש, נאָר טענדלוי האָט דאָס איבערגעשריבן מיט דײַטשע אותיות און מאָדערניזירט דאָס אויסלייגן). נח פּרילוצקי וויל אָפּפרעגן (קונסונאנטיזם I ז׳ 171) טענדלויס השערה. ער שרײַבט: «אויסער דעם, איז מיר דער בעלאַנצום באַ וואַגענזיילן איבערהויפּט א ביסל פאַרדעכטיק, וואָרום אין ‚לב טוב‘ ליינען מיר: ‚לאנצום במעלך‘». די טענה פּרילוצקיס איז יעדנפאַלס א פאַלשע. אין מײַן עקזעמפּלאַר פון «לב טוב» (ליידער אָהן שער) שטייט אויף דעם דערמאָנטן אָרט אין פּרק ה׳, «לאנצום» (לאַנגזאַם). אָבער שוין מיט א פּרק ווײַטער («הלכות שבת»), שטייט אין פּסוק ל: «וויל איינר בילנצום נאך זאגן איטליכש וואָרט...», און בכלל איז «בילאַנצום» (= בעלאַנגזאַם) אַן אַלטגעזעסן וואָרט אין יידיש: אין פראַנקפורטער ↰ 214 בראַנטשפּיגל» 1676 באַגעגנט זיך די פאָרם אין איין קאַפּיטל (פּרק כא) אַזש פיר מאָל! אין «מליץ יושר» (לובלין 1622), וואָס עס האָט אָנגעשריבן רב יעקב בר׳ יצחק פון יאַנאָווע, דער מחבר פון «צאינה וראינה», שטייט: «אין דען ספר קאן ער בילנצום לייאנן» (שולמאַן, ז׳ 37). אַלס pendant איז זייער וויכטיג דאָס האָלענדיש־יידישע: bejiddischlich («אויף אַן אמת יידישן שטייגער»), זעה פאָרזאַנגער ז׳ 40. — «פּאַמעליך» איז אין קורלאַנד ניט באַוואוסט; «לאַנגזאַם» און «בעלאַנגזאַם» ווערן גענוצט גלײַך.

בער, דער. 1) ווערטל: «קוס [= קוש] אַ בערן», אויך: «קוס א בערן אין פּעלץ». פּשט: רוף מיך קנאַקניסל. פגל׳ אין גראַיעווע, לאָמזש, גוב׳: «קוש א בערן אונטערן פאַרטעך». מיכל גאָרדאָן, יודישע ליעדער (וואַרשע, 1889) ז׳ 88: «און ווען דו בעטסט עס [געלט] בייא דיין שווער בעקומסט דו אנ־ענטפער: קוש א בער». 2) «ווער?» — «דער בער». אַזוי ענטפערט מען עמיצן, וואָס האַלט אין איין פרעגן אויף זאַכן, וואָס ער מעג ניט וויסן אויך. פגל׳ אין ווילנע: «פאָר וואָס?» — פאַר שבת.

בערזעלע, די. פילצאָל: בערזעלאַך. א קליינע קלעפּיגע פרוכט, מיט וועלכער מען וואַרפט זיך אום תשעה־באב. דײַטש Klette, רוס׳ лопух, ענגל׳ burdock.

בראַמענען זיך. זיך באַרימען. אויך אַקטיוו: «אויסבראַמענען». עטימאָלאָגיע?

בראַנד. א בֶריה. «א בראַנד א מיידל»; «א בראַנד פון א מיידל».

בראַנציק. דאָס יינגעלע בעט בײַם טאַטן: «טראָג מיר בראַנציק!» אויפן אַקסל. רוס׳ баранчиком.

ברויט. «ער פאַרדינט אַזוי פיל — ברויט מיט לעפלען צו עסן!» (איראָניש).

בריען. אויסזיצן אייער. אין הײַנטיגן דײַטש הייסט דאָס brüten; נאָר קלוגע ברענגט אויף ז׳ b71: «אין עלטערן נײַהויכדײַטש באַטײַט brühen דאָס אייגענע, וואָס brüten».

געשעפט. ווערטל: «א געשעפט!» אַן איראָנישער ענטפער מיטן פּשט: איך טראַכט גאָרניט וועגן דעם!

↤ 215

גאַל. ווערטל: «ביטער ווי גאַל».

גאָלד. ווערטל: «זיכער ווי גאָלד!» — טענדלוי No.‎‏ 49: «Bewährt wie Gold».

גאָר, דער. אַזוי רופט זיך דאָס חנוכה־דריידל: «מען שפּילט אין גאָר». די פיר אותיות: נ, ג, ה, ש ווערן אויסגעטײַטשט: ניט, גאַנץ, האַלב, שלעכט. — פּוילינע ווענגעראָוו, «מעמואַרען איינער גראָסמוטטער» (בערלין 1913) I ז׳ 23 ברענגט דאָס וואָרט פון באַברויסק, פון צווייטן פערטל פון 19טן י״ה. זי דערקלערט דעם נאָמען מיט דעם, אַז דער וואָס וואַרפט אויף ג, נעמט צו «גאָר».

גוט־פריינד. (אַקצענט אויף u). מיט עם [= אים] איז גוט צו זײַן «גוט־פריינד פון ווײַטן».

גורק, די. דאָס וואָרט «אוגערקע» פאַרשטייט מען אויך.

גיין אין... יאָר. ער גייט אין צוועלפטן יאָר = ער איז אַלט פולע עלף מיט עפּעס. — קינדערשע רעטעניש: «וואו גייט א האָן, ווען ער ווערט אַלט אַכט יאָר? — אין די נײַנטע»; הייסט עם, «יאָר» בלשון נקבה.

געהעפט, דער. הויף בײַ א הויז, двор‏ I G‏ 326.

געווערן (אַקצענט אויפן צווייטן טראַף). דורכאויס אָנשטאָט «געדויערן». אַזוי אויך דאָס רוב אין דער עלטערער ליטעראַטור. שארית ישראל 1799, פּרק כא: «עש העט נאך פֿיל לענגר גווערט»; מנהגים, פיורדא 1756: «די צייט... גווערט ביז איין שעה פֿר נאכֿט».

געזונט. שפּריכוואָרט: «נאָר געזונט, כאָצביק רײַך» (מיטאַווע). פגל׳ שלום־עליכם: «איידער דרײַ וואַכן קראַנק, איז בעסער דרײַ יאָר געזונט».

געלט. שפּריכוואָרט: «פאַר געלט באַקומט מען צוקער».

געפעליג זײַן. געפעלן. די זאַך איז מיר געפעליג געווען.

גערירט. משוגע.

געשמירט. «געשמירטע מצה». קעזקוכן פון מצה; די מצה איז פון אויבן «געשמירט» מיט קעז (צוואָרעך).

גראָבין. א קליין שטעטעלע לעבן ליבאַווע (קורלענדער אויסשפּראַך: lībo). אין גאָלדינגען וויצלט מען זיך, אַז אין גראָבין (אַקצענט אויפן i) זיינען פאַראַן צוויי גאַסן: די גאַס און יענע גאַס.

↤ 216

גראַבלען זיך. גראָבן זיך, פּאָרקען זיך. — ליפשיץ ייד. רוס. b72: «גראַבלען — царапать; דאָרטן גופא b18: «אָיסגראַבלען — выцарапывать». ב. קאָוונער [פון גאַליציע], «פאָרווערטס» דעצעמבער 16, 1922: «איך וועל איהר... די אויגען אויסגראַבלען.»

גראַטולאַנט, דער. זעה רומפּל.

גראַפּן (ā), דער. א קליין טעפּל. לעטיש.

גרײַליק. גרײַליך.

גרעפּסן. דײַטש: aufstoßen. לעקסער II,‏ 428 ברענגט roffezen מיט בײַ־פאָרמען: ropzen,‏ reubsen אאַז״וו. — דער «ג» איז מסתמא דער פאָדערטראַף «גע־» מיט אַן עלידירטן «ע», ווי ‚גלויבן‘ פון מה״ד geloube אָדער ‚גליק‘ פון מה״ד gelücke.

דאָס. «ער דרייט זיך, ווי א דאָס אין ראָסל.»

דובלטן. דער באָדאָרט Dubbeln ביים ריגער «שטראַנד». לעט׳ Dubulte.

דוקאַטן. «געשטאָכענע דוקאַטן». פּשט: דאָס בעסטע וואָס עס קאָן נאָר געבן, דאָס אייבערשטע פון שטייסל.

דיבערן. פון העבר׳ דיבור. פּשט: בַטלען, ריידן פּוסטע דיבורים. אַרײַנגעדרונגען אין דײַטש אויך. — אין אַנדערע יידישע דיאַלעקטן: דאַבערן (דַברן).

דיק. ער איז געוואָרן «דיק און שטיק». אָנגעשטאָפּט, פעט.

דען. 1) דאַן; 2) אויב אַזוי. «דען בין איך געגאַנגען אַהיים». «דען איז אַן אַנדער זאַך!»

דעס־מאָרגנס. אינדערפרי. פגל׳ קהלת שלמה, אַמסטערדאַם 1744, נד а: «דש אובנטש אונ׳ מארגנש וויל איך טאן».

דעקן. אָנזידלען. «האָב איך אים געדעקט!»

דראַנק, די. פּאָמיעס. ס׳איז דער «Trank» פאַר די קי. אויך קורלענדער דײַטש.

האָזנפּוט. די שטאָט Hasenpot, לעט, Aispute.

האָן. א גאָרנישט, א בוידעם. ווערטלעך: «פון דער מעשה איז אַרויסגעקומען א האָן»; «ער מאַכט גאָר א האָן פון דער גאַנצער זאַך». — כ׳רעכן, אַז דאָס האָט ניט צו טון מיטן יידישן «האָן», נאָר ס׳איז גאָר דאָס ↰ 217 דײַטשע Hohn (שפּאָט, חוזק), וואָס מען האָט ניט איבערוואָקאַליזירט, מחמת מען האָט דאָס צונויפגעקניפּט מיט «האָן».

האַנדלשאַפט. שפּריכוואָרט: «האַנדלשאַפט איז קיין ברודערשאַפט».

האַרבעריג, די. די צוגעבויטע הויף־וואוינונג, דאָס וואָס מען רופט אין רוסיש флигель, פּויליש oficyna, אין בערלין Gartenhaus.

הון. ווערטל: «גיי בײַ די הינער». גוטמוטיג; פּשט: טראָג זיך אָפּ!

הונט. 1) ווערטל: «אין הונטס מויל אַרײַן!» פּשט: פאַרפאַלן לעולם ועד! 2) ווערטל: «א הונט א גאָרנישט». 3) זײַן א הונט אַנטקעגן עמיצן: «איצע איז א הונט אַנטקעגן עם» — איז גאָרנישט ניט ווערט לגבי אים. 4) זידלוואָרט: «משוגענער הונט!» 5) שפּריכוואָרט: «דער הונט ווי דער הונט; אָבער די הינטישע משפּחה!» פּשט א שטייגער: דער חתן איז נאָך א האַלבע צרה, נאָר זײַן משפּחה — זאָל גאָט אויסהיטן! 6) שפּריכוואָרט: «האָט א הונט א הויז?» זעה פאָרזאַנגער ז׳ 43.

הײַנט. אויב אַזוי..., אָט... — בײַשפּיל: איך האָב דאָך דיר געזאָגט, אַז ער האָט צובראָכן די גלאָז; הײַנט וואָס ווילסטו פון מיר? — די אָפּשטאַמונג ווייס איך ניט-

הילצערן. «הילצערנע טײַטש» — עברי־טײַטש. אויך, פאַראַכטליך, יידיש בכלל.

הינטערסטער, דער. אָחור.

ואכלת ושבעת וברכת. דער דאָזיגער פּסוק («דו וועסט אָפּעסן און זאַט זײַן און בענטשן») ווערט אויף א קאַטאָוועס איבערגעזעצט אַזוי: «זאָלסט אָפּעסן און אָפּשווערן און אַנטלויפן» [= וברחת].

וואָגן. שפּריכוואָרט: «אויף וועמעס וואָגן מען זיצט, אַזאַ ליד זינגט מען». פגל׳ בערנשטיין, וואָגן 2.

וואולף. די חיה הייסט «וואָלף», אָבער דער נאָמען איז נאָר «וואולף» — א נידערדײַטשע פאָרם (קלוגע ז׳ 494). דאָס איז וויכטיג פאַר דער גענעאַלאָגיע פון קורלענדער דיאַלעקט; ס׳זיינען דאָ היפּש באַריר־פּונקטן מיט צפון־דײַטשלאַנד.

וואונדער. ווערטל: «דער וואונדער זאָל דיר קיין וואונדער ניט זײַן».

↤ 218

וואונצן. וואָנצעס. פּויל׳ wąsy.

וויצקע. צוונגל. אויך אין שאַוולער געגנד. און לאָמזשער גור׳: וויטשע. געוויס דערזעלביגער שורש, ווי вѣтка; אָבער די פאַרמיטלונג?

וועטן. קינדערשע שפּיל: ווען צוויי פאַרוועטן זיך וועגן עפּעס, נעמט מען זיך אָן פאַר די הענט און מען זאָגט אַזוי: «לאָמיר וועטן — איבער די קעטן [= קייטן]; איך וועל ש... — דו וועסט בײַסן».

וואַרטן. ווערטל (צו א מאַרודניק): «וואָס וואַרטסטו, אויף כבוד?»

ווערים. ווערטל: «מיר קומט אַלץ אָן מיט ווערים» (אָדער: «מיט גרינע ווערים»). פּשט: מיט מאַטערניש.

ווענטע, די. דער טײַך Windau, לעט׳ Wente. אויך אין ליטע, וואו דער טײַך פליסט אַדורך, רופט מען אים אַזוי אויף יידיש. די שטאָט Windau הייסט «ווינדוי».

זאַלץ. ווערטל: «שיט עם [= אים] אָן זאַלץ [אָדער: «פּסחדיגע זאַלץ»] אויפן עק». מען זאָגט דאָס, אויב עמיצער איז אַנטלאָפן און מען קאָן אים שוין מער בשום־אופן ניט כאַפּן.

זאַמעטער. יעדער ניט־קורלענדער ייד. זידלוואָרט: «זאַמעטער חזיר».

זויערמילך. שפּריכוואָרט: «זיבן מײַל נאָך א טרונק זויערמילך». ווען עמיצער טוט אָפּ א גוואַלדיגע אַרבעט צוליב א נישטיגן רעזולטאַט.

זיבן. «זיבן איז א ליגן». — פאַרוואָס? — ווײַל «זי» דאַרף זײַן ניט «בן», נאָר «בת».

זיבנזאַכן. פּשט: אַלע זאַכן. «נעם דײַנע זיבנזאַכן און גיי אַהיים». גראַיעווע (לאָמזש׳ גוב׳): אַלע זיבנזאַכן. פגל׳ קלוגע ז׳ 420.

זירופּ, דער. פּאַטעקע. אויף שבת מאַכט מען א «זירופּ־קוגל». — גראָדנע: «צירעפּ».

ח־ זעה אונטער כ־.

טאַמבור־וואָגן, דער. א קליינער וואָגן, דאָס רוב אויף צוויי רעדער, אָהן אַן אָנליין.

↤ 219

טויבע־לאָך. אַזוי זאָגט מען אויף א טויבן אָדער צו א טויבן. לאָך = אויער.

טויגענישט, דער. דער גאָרנישט. דײַטש Taugenichts.

טופּענען. הויערן, זיצן אײַנגעקאָרטשעט. «זי טופּעט אַלעמאָל אינדערהיים». לעטיש: tupet.

טורעס. «מאַכן טורעם פון איינעם» — חוזק מאַכן. ווילער ז׳ 398 ברענגט דאָס וואָרט אין דער פאָרט tores און מאַכט אויף דעם אַזאַ פּירוש: די יידן, וואָס זיינען אַנטרונען געוואָרן פון שפּאַניע און האָבן זיך אין 16טן י״ה געראַטעוועט קיין פּוילן, האָבן אויפגעהיט דעם אָנדענק וועגן די אָקסן־קאַמפן, און דערפון נעמט זיך דער אויסדרוק «tores» אין דער ווענדונג: «tores szpīln», פון שפּאַנישן «los toros», וואָס באַטײַט «אָקסן, אָקסן־קאַמפן». — מיר דוכט זיך אויס דער פּירוש זייער ניט וואַרשײַנליך; אפשר «טורן» אין טאַנץ, וואו מען דרייט זיך אַהין און אַהער?

טײַוולשקייט. דײַטש Teufelskot, אַזאַ מין סמאָלע, מיט אַן עקלדיגן ריח, וואָס מען ניצט צוליב מעדיצינישע צוועקן. «אידישקייט איז דאָך טײַוולשקייט» — אַזאַ מין שפּריכוואָרט, מיינען פרומע לייט, גייט אום בײַ די אַפּיקורסים. (דאָס וואָרט איז אינטערעסאַנט פאָנעטיש: די צווייטע העלפט ווערט אַרויסגערעדט ניט אויף קורלענדער שטייגער «köit», נאָר ליטוויש, און דורך דעם ווערט זי צוגעגליכן צו דער ענדונג «־קייט», אָבער ניט אין איר הײַנטיגער ליטווישער און קורלענדער פאָרם «kajt», נאָר אין איר היסטאָריש־באַרעכטיגטן געשטאַלט, ווי למשל אין ראָוונע, וואו מען זאָגט: «שיִיִנקיִיִט», כּמעט ווי «šejnket». פגל׳ מגילת ווינץ סטר׳ צח: ‚פרייאֶט‘ = פרייהייט.

טײַטש. ווערטל: «טײַטש ריידן לאָזט מיר!» איראָניש וועגן איינעם, וואָס קאָן ניט און נעמט זיך אונטער.

טײַטש־נאָר. אַזוי זאָגט מען אויף די דײַטשן. פגל׳ ווילנע: «יעקע טײַטש».

טאַם (טעם). ווערטל: «קיין טעם און קיין ראַם» (מען דאַרף צוגעבן: «איז אין דעם ניטאָ»). פגל׳ «אָהן טעם און אָהן ריח». יהודה עלזעט, «יודישע מאכלים» ז׳ 73: «אָהן טעם און אָהן ראַאַם», און דערצו אַן אָנמערקונג: «אָהן ריים?» אין דער אמתן האָט דאָס צו ריים = גראַם ↰ 220 קיין שום שײַכות ניט. ס׳איז דאָס הײַנטיגע דײַטשע Rahm — סמעטאַנקע; דאָס וואָרט ווערט הײַנט אין קורלאַנד ניט גענוצט, ניט אין דײַטש און ניט אין יידיש (זעה: שמאַנט). אַלזאָ, א ירושה פון אַמאָל. און טאַקע, פרידריך ברענגט אין זײַן ווערטערבוך (אַרויסגעגעבן 1784 אין פּרענצלוי, פּרײַסן; באָראָכאָוו, No.‎‏ 42) ז׳ 70: «Does hot kein tahm un kein rahm — dieſes iſt eine abgeſchmackte Sache».

טאַמען (תם). אויפפירן זיך ווי א תם. «עד זיצט און טאַמט».

טיפלע, די (תִּפלה). קלויסטער (פאַראַכטליך).

טערעץ, דער; פּלוראַל: טערוצים. ווערטל: «לאַנג לעבן זאָל דער טערעץ!» אויך «לאַנג לעבן זאָל דער אויסריידן» טענדלוי No.‎‏ 293: «Gott, lass mir mein Ausred’ gesund».

טערכענען. שמירן. ער האָט באַטערכעט די וואַנט מיט פאַרב. שטראַק ז׳ 160 : «צוזאַמען־טרחה׳ן — durch Arbeit zusammenbringen». א קנאַפּע סברא; נאָר קיין בעסערע דערקלערונג ווייס איך ניט.

טראַכט, דער. «א טראַכט וואָסער». צוויי עמער מיט א טראָג־שטאַנג (זייער אָפט מיט d: «דראַכט», ווי אין קורלענדער דײַטש).

טראַנטע, די. «אַלטע טראַנטעס» — אַלטוואַרג, וואָס האָט קיין ווערדע ניט. — איך רעכן, אַז דאָס איז פון שורש «טרענען»: אַלע נעט זיינען צעטרענט.

טראַקטעמענטן, די. כּיבוד, וואָס מען שטעלט פאַר גײַסט. דאָס וואָרט איז פאַראַן אין דער דערציילונג «דער גלגול», וואַרשע 1865, וואָס טראָגט ניט אויף זיך דעם נאָמען פון מחבר, נאָר איך רעכן, אַז זי איז אייזיק מאיר דיקס.

יאַגדע, די. רוס׳ ягода, פּויל׳ jagoda. [בירנבוים ז׳ a134 ברענגט: «יאַגעדע .Erdbeere — f». א מאָדנע פאַרענגערונג פון פּשט!]

יאַנע (ā). אויב מען שפּילט אין זעקס־און־זעכציג און מען איז שוין אַריבער 33, איז מען «אויס יאַנע». — «יאַנע» איז די לעטישע פאָרם פון נאָמען «יאָהאַן»; דעם אָפּשטאַם פאַרשטיי איך ניט. אויך פון אַן אַלטער מויד זאָגט מען: «זי איז שוין אויס יאַנע». אין טעלז (קאָוונער גוב׳) זאָגט מען: «אויס יאָהאַן».

↤ 221

יאַפּע. פאַראַכטליכע באַצייכענונג פאַרן לעטישן פּויער און בכלל פאַרן לעט.

יאַקרעס. דאָס העברעאישע «יקרות» איז געוואָרן לשון־זכר, און דערפאַר זאָגט מען אויך בײַ א הויכן פּרײַז: «א יאַקרעס גאָדל!» (יקרות־גדול). דער אויסדרוק איז באַקענט אויך אין גראַיעווע, לאָמזש׳ גוב׳. ס׳איז א מערב־יידישע ירושה: מיר געפינען שוין דעם אויסדרוק אינם יידישן «האַנטלעקסיקאָן», וואָס עס האָט אַרויסגעגעבן 1773 אין פּראָג דער דאָרטיגער צענזאָר לעאָפּאָלד טירש [באָראָכאָוו, No.‎‏ 41].

יאָר־מאַשעמאַטן, דער (יאָר־משא־ומתן). ווערטל: «א יאָר־מאַשעמאַטן מיט דיר!», ד״ה: «מען קאָן זיך דאָך מיט דיר גאָרניט אויסטענהען!» ליפשיץ יוד. רוס. ז׳ 108: «י̈אר־משא־ומתן — .см י̈אר־עסק», און אונטער «י̈אר־עסק» שטייט: «долговѣчныя хлопоты».

יוי (jöi). יאָ. ס׳באַגעגנט זיך אויך די פאָרם «יאַ», פון דײַטש.

יורקעס הונט. ווערטל: «ער שווײַגט ווי יורקעס הונט», ד״ה ער דערוועגט זיך ניט צו ענטפערן קיין וואָרט. — «יורקע» פאַראַכטליך פון Juris,‏ Jure, לעטישער נאָמען, באַצייכנט בכלל א פּויער.

יעלה ויבוא — ניין! אויף איינעם, וואָס זאָגט דווקא ניין, צי עס פּאַסט, צי עס פּאַסט ניט. די מעשה: א ייד האָט זיך אַמאָל געקלאָגט פאַר זײַן ווײַב, אַז אין קהלשע עסקים ווייס ער קיינמאָל ניט צו זאָגן קיין מיינונג. האָט די פרוי אים געהייסן, אַז ווען מען וועט ווײַטער ריידן וועגן עפּעס, זאָל ער זיך אַרײַנמישן און זאָגן «ניין». דעם ערשטן שבת נאָכדעם האָט מען געבענטשט ראש־חודש. גיט דער שמש א קלאַפּ: «הײַנט זאָגט מען יעלה־ויבוא». רופט זיך אָפּ דער ייד מיט היץ: «ניין!».

יעקן. חוזק מאַכן. פאַראַן אויך ערגעץ־וואו בײַ יהואשן אין די «פאַבלען». פון דײַטש Geck‏ [«eingebildeter Narr»], זעה Heyne,‏ 1047,‏ Deutsches Wörterbuch I.

יתומה. פרוי שאַרלאָטע וו., פון מיטאַווע, גיט מיר איבער, אַז דאָרטן האָט מען מיט א יאָר 45 צוריק געזונגען א ליד וועגן א יתומה, וואָס זי געדענקט פון דעם נאָר שטיקלעך:1)

1) איך זאָג זיך אָפּ צו געבן א פאָנעטישע שרײַבונג, מחמת די דאַמע רעדט צו שטאַרק פאַרדײַטשט, און לאָז איבער נאָר א פּאָר כאַראַקטעריסטישע סימנים פון איר אויסשפּראַך.

↤ 222

«אויף דעם בייסאַקוואָרעס
אונטער א מאַצייווע
הערט מען א קאָל

פון א נעקייווע.

שרײַט אַ מוטער:
אָ וויי, אָ ווינד,
וואָס וויל די זינדיגע שטיפמוטער
פון מיין איינציגעס קינד.
די מאַרשאַס [מרשַעת] די ווילדע טיר
— — — — — — — —
— — — — — — — —
— — — — — — — —
מאָרדכע, מאָרדכע,
דו ביזט געוועזן מײַן מאַן,
דו ביזט דעם קינדס פאָטער,
אַן אייגן טיראַן.
דו ביזט פון אײַזן,
דײַן האַרץ איז פון שטיין,
מײַן קינדס הייסע טרערן
וועלן אויך ניט צערגיין.»

ס׳איז, קאָנטיג, אַן אויסטערלישע איבעראַרבעטונג פון מיכל גאָרדאָנס א ליד, וועמענס ווערק ס׳זיינען געווען אַזוי פּאָפּולער, אַז זיי האָבן אָנגעשפּירט אַזש ביז מיטאַווע. איבערהויפּט איז ענליך די ערשטע סטראָפע (כאָטש דער משקל איז געביטן); פגל׳ מיכל גאָרדאָן, יודישע ליעדער (וואַרשע 1889) ז׳ 40, «די שטיפמוטער»:

«אָפין בית הקברות, אונטער א מצבה
הערט זיך ביטער א קול פון א נקבה,
דאס שרייט א מוטער: אָי ווייא מיר אָי ווינד,
וואס טהוט א שטיפמוטער מיין טהייערען קינד.»

↤ 223

כאָווענען זיך. «ער כאָוועט זיך א גאַנצן טאָג» = ער שטאָפּט זיך א גאַנצן טאָג מיט עסן. — פון פּויליש.

כאַיעראָע, די (חיה־רעה). זידלוואָרט, אויף א צעלאָזענעם קינד: «כאַיעראָע דו!».

כאָכעם־באַלײַלע, דער (חכם בלילה). איראָניש צו איינעם, וואָס האָט געזאָגט א נאַרישקייט; פּשט אפשר: ביזט א חכם בײַ־נאַכט, ווען דו שלאָפסט און שווײַגסט. — קליאַטשע ז׳ 40 שורה 25: «איך, בחור, בין דאָך אויך געוואָרן א חכם בלילה». אין גראַיעווע (לאָמזש׳ גוב׳): «חכם בלילה, טיפּש ביום» אָדער וואולגאַריזירט: «חכם בלילה, שטינקער ביום».

כײַוועקאַיעם, דער (חי־וקים). ווערטל: «א פּראָסטער כײַזועקאַיעם».

כאָצביק. כאָטש. «נעם כאָצביק און באַגראָב זיך».

כאַצקע. שפּריכוואָרט: «ווי קומט כאַצקע צו האָזנפעלז» פּשט: וואָס האָט אַזאַ מענטש פאַר א שײַכות צו אַזוינע איידעלע זאַכן?

כוועטשקע, דער און די. א קליינער, דאַרער מענטש. — אָפּשטאַמונג?

כיילעק, דער (חלק). ווערטל: «וואָס איז, דו האָסט אײַנגעלייגט א כיילעק?» ווער ס׳האָט אײַנגעלייגט א חלק אין געשעפט, דער איז א שותף און מעג מאָנען; אָבער ווער ס׳האָט קיין חלק ניט אײַנגעלייגט, דער דאַרף זײַן צופרידן פון דעם, וואָס מען גיט אים.

לאטכענען. גנבענען. פון: לַקח׳ענען.

לאָך, די. ווערטל: «ער מאַכט מיר אָן א לאָך אין קאָפּ». פּשט: ער רעדט אַזוי פיל, אַז מיר ווערט ניט גוט הערנדיג. — פגל׳ ווילנע: «איך האָב דאָס געדאַרפט האָבן, ווי א לאָך אין קאָפּ».

לאַנד, די. «אַפן לאַנד» = אויפן ישוב, אין דאָרף.

לאָקשנברעט, דער. בלשון־חוזק אויף זייער א דאַרן מענטשן, איבערהויפּט אויף א דאַרער פרוי.

לופּיטע, די (ú). שמאַטע. 1) א שלעפּער. 2) דאָס באַוואוסטע שפּריכוואָרט קלינגט אַזוי: «ווען מען רייבט זיך אויס, ווערט מען א לופּיטע» (פגל׳ בערנשטיין, «אויסרייבן»). דאָס וואָרט איז לעטיש lupats,‏ lupata — איינס פון די ווייניג לעטישע ווערטער, וואָס זיינען אַרײַן אין קורלענדער ↰ 224 יידיש. די ווירקונג פון לעטיש אויף יידיש איז געווען א סך קלענער, איידער פון ליטוויש אין דער שכנישער קאָוונער גובערניע, אפשר דערפאַר, ווײַל אין קורלאַנד האָט זיך אַרײַנגעמישט אינמיטן די דײַטשע שפּראַך.

ליגן, דער. ווערטל: «אַלעוואַי (הלוואי) זאָל איך ליגן זאָגן» (... נאָר איך זאָג דיר, אַז דערפון וועט גאָרנישט ניט ווערן).

לישקענען זיך. חנפענען זיך צו עמיצן.

לישקעס. דאָס וואָס אין דײַטש: Schmeichelkatze. אָפּשטאַם?

לעבער־יאַם, דער. ווערטל: «גיי אויפן לעבעד־יאַם». גוטמוטיג: טראָג זיך אָפּ פון דאַנען. דער אויסדרוק lëbir-meri באַגעגנט זיך שוין אין אַן אַלטהויכדײַטשן כתב־יד פון 12טן י״ה און דערנאָך ניט זעלטן אין דער מה״ד ליטעראַטור. דער פּשט איז: «פאַרגליווערטער ים» («לעבער» און ג־ליווער־ן איז טאַקע איין שורש, פגל׳ ענגל׳ liver, רוסיש ливер); ס׳איז געווען א לעגענדע, אַז ס׳איז פאַראַן א פאַרגליווערטער ים, וואו די שיפן קאָנען זיך ניט רירן פון אָרט.1) — אין מאַליאַט (ווילנער גוב׳) זאָגט מען: «גיי דאָסן אויפן לעבער־יאַם».

לעץ־געלט, די. געלט, וואָס מען לאָזט די קינדער אַוועקפאָרנדיג. ווילנע: «אַדיעזנע» (от’ездные). «לעץ» אין מה״ד: «אָפּשייד»; פגל׳ דאָס דײַטשע: zuguterletzt. אין «בראַנטשפּיגל», פפד״מ 1676, פּרק כז (ע״פּ טעות געצייכנט כח): «אויף די נכֿט הוט אין [= זיי] דער ווערט [= ווירט] איין סעודה גימכֿט צו לעץ אונ׳ איז מיט זיא פֿרויליך גיוועזן». «איין שין מעשה מיט פיר סוחרים פון פּראג» (אָהן א שער) קאָנטיג, א דרוק פון נאָווי־דוואָר פון סאַמע אָנהייב 19טן י״ה): «אונ לאָזט איר איין גוטה לעצט געלט אונ געזעגנט זיך מיט אלי».

מאַגריטש, דער (אַקצענט אויפן i). דער סוחר צום קונה: «נאַט אייך אייער פונט מעל און נאָך צוויי באָמבאָנס אויף מאַגריטש». רוסיש, אויך לעטיש באַגוצט. — ליפשיץ יוד. רוס. ז׳ b118: «מאָריטש».

מאַד, די (ā). אַן אַלטע מאַד. די מערב־יידישע (פראַנקפורטער־אונגאַרישע) פאָרם (מה״ד ei: ייד׳ ā)! ‏2)

מאַכן זיך. שפּריכוואָרט: «ווי עס מאַכט זיך, איז רעכט».

1) גענוי וועגן דעם וואָרט און דער לעגענדע אין Denkmäler deutscher Poesie und Prosa des 8.—12. Jh.‎, ז׳ 348.

2) זעה ז׳ 52.

↤ 225

מאַכער־לוין, דער. אַרבעטסגעלט בײַ א בעל־מלאכה. — פּראָגער בריוו 1619, בריוו 10: «... דעם שניידר מכֿיר לון...».

מאַלאַך, דער (מלאך). שפּריכוואָרט: «ווען מען רופט דעם מאַלאַך (=מלאך), קומט דער גאַלאַך (= גלח). — פגל׳ בערנשטיין, מלאך 1.

מאַנסביל. ווערטל: «וויפיל מאַנסבילן זיין (= זיינען) מיר אין מאָסקעווע? איך און מײַן ברודער זאָראַך (זרח) און נאָך א פּאָר». מעשה־ חוזק, אויף א באַרימער.

מוסטער:ֻטרעקינג. א גרויסע שטאָט; אויך איראָניש. שפּריכוואָרט: «פון א מאָקעם (מקום) לויפט מען ניט» (מיטאַווע).

מוסטער:ֻטרעקינג. ווערטל (אויף א פוילן): «קום איך ניט הײַנט, קום איך מאָרגן».

מוסטער:ֻטרעקינג, דער (ā). אָחור. דאָס וואָרט באַגעגנט זיך אין דעם אַחשורוש־שפּיל, וואָס שודט האָט אָפּגעדרוקט 1715 אין זײַנע «מערקווירדיגקייטן» III.

מוסטער:ֻטרעקינג, די. ווערטל: «ניט אין מויל צו נעמען».

מולטוואָרעם, דער. דאָס רוסישע крот, דײַטש Maulwurf. די פאָרם באַגעגנט זיך שוין מה״ד און אין הײַנטיגע דײַטשע דיאַלעקטן. זעה לעקסער I‏ 2125: קלוגע 303. — מה״ד molte — שטויב, ערד.

מוסטער:ֻטרעקינג. בכּיוון. — פגל׳ מגילת ווינץ קב (ז׳ 192 פון דעם בוך).

מוסטער:ֻטרעקינג. ווען בײַ א קינד פאַלט אַרויס א צאָן, דאַרף עס נעמען דעם צאָן, אַרויפוואַרפן אויפן אויוון און זאָגן דערבײַ: «מײַזעלע, מײַזעלע, נאַ דיר א ביינערנע, גיב מיר אַן אײַזערנע». אין גראַיעווע, לאָמזש׳ גוב׳:

«מײַזעלע, מײַזעלע,
נאַ דיר א ציינדעלע,
נאַ דיר א ביינערנעם,
גיב מיר אַן אייזערנעם».

מוסטער:ֻטרעקינג, די. פּלוראַל: ־ן. דײַטש Mütze. נאָך אָפטער «מיצקע». פגל׳ בײַ ל. שאַפּיראָ, «אין דער טויטער שטאָט»: מיצל. אויך בײַ ↰ 226 אמ״דן, ר׳ שמעיה גוט יום טוב ביטער, איז פאַראַן דאָס וואָרט. פריער איז דאָס אַפּנים געווען פאַרשפּרייטער. פגל׳ דעם ווילנער פּאַראָדיסטישן אויסדרוק: «אין מיצקע דרינען» (אין מיטן דערינען), וואָס וואָלט ניט געקאָנט באַשאַפן ווערן, ווען דאָס וואָרט «מיצקע» וואָלט ניט געווען באַקאַנט.

מוסטער:ֻטרעקינג, די (מדינה). «גיין אויף דער מעדינע» — זײַן א קאָראַבעלניק. גינטער ברענגט פון דער דײַטשער גנבים־שפּראַך: «Medine geier» און פאַרטײַטשט דאָס: «Landhausierer».

מוסטער:ֻטרעקינג. ווערטל: «אַז דו הייסט מענדל, עס איך פון דײַן פענדל» (מיטאַווע).

מוסטער:ֻטרעקינג, דאָס. פאַרעלטערטע פאָרם; וועגן פרויען. אַזוי אין דער עלטערער ליטעראַטור.

מוסטער:ֻטרעקינג, דער. קינדערשער שפּיצל: «זאָג: גיב מיר א מעסער!» — גיב מיר א מעסער! — «לעק אין מ... איז בעסער!»

מוסטער:ֻטרעקינג (נחום). ווערטל: «נאָכעם גראָס» (ō) — אויף איינעם, וואָס האַלט זיך שטאַרק גרויס. אין ביאַליסטאָק זאָגט מען: «מוישע (משה) גרויס».

מוסטער:ֻטרעקינג, דער. 1) שפּריכוואָרט: «א נאַרן צייגט מען ניט קיין האַלבע אַרבעט» (בערנשטיין, נאַר 44). 2) שפּריכוואָרט: «אַז דער נאַר איז ניט מײַנער, לאַך איך מיט» (בעדנשטיין, נאַר 63). 3) «נער הייתי וגם זקנתי» זאָגט מען, אָנווײַזנדיג מיטן פינגער אויף איינעם, וואָס בענטשט אויך בײַם טיש; יענער איז, הייסט עס, דער נאַר.

מוסטער:ֻטרעקינג, די. שפּריכוואָרט: «נאַרישקייטן געדענקען זיך». פגל׳ בערנשטיין, נאַרישקייט.

מוסטער:ֻטרעקינג, די. א גרויסע, דיקע שטיק ברויט.

מוסטער:ֻטרעקינג (נשמה). שפּריכוואָרט: «א פרויענצימער האָט נײַן און נײַנציג נעשאָמעס»; ווען 98 גייען אַרויס, בלײַבט נאָך אַלץ איבער איינע. פּשט: ווייבערשע איבערטראָגעוודיקייט האָט קיין שיעור ניט.

מוסטער:ֻטרעקינג. «הינטערן סאַמבאַטיע». סַמבַטיון. אַזאַ מין אָפּוואַרפונג פון אומגעוויינטליכע ענדונגען טרעפט זיך אין אַלע דיאַלעקטן אונזערע (ווי בכלל אין אַלע שפּראַכן). דאָס וואָרט очередь («שלאַנג»), ↰ 227 א שטייגער, וואָס איז אַזוי פּאָפּולער געוואָרן אין די מלחמה־יאָרן, רעדט מען אין ווילנע דאָס רוב אַרויס: ocere (אָצערע); נעמען נעמט זיך דאָס דערפון, וואָס די ענדונג ־ד איז פרעמד דעם יידישן געפיל. (אַגב, ביי מענדעלען באַגעגנט זיך אַמאָל דאָס אייגענע וואָרט אין דער פאָרם: «אָטשערעדע»: הייסט עס, אים איז אויך געווען דערווידער די פאָרם אויף ־ד.)

מוסטער:ֻטרעקינג. ווען מען באַלייט זיך איינער דעם צווייטן אַהין און צוריק און מען קאָן זיך אַלץ ניט געזעגענען. סאַסמאַקן — גאָר א קליין שטעטל אין קורלאַנד; איינער וואוינט לעבן דעם צווייטן.

מוסטער:ֻטרעקינג, דער. א מאָס, אויף וועלכער מען קויפט קאַרטאָפל, עפּל אד״ג. לעטיש.

מוסטער:ֻטרעקינג (סידור). שפּריכוואָרט: «אייגענער סידער, אייגענע גרײַזן».

מוסטער:ֻטרעקינג, דער (ī). די באַלקנס, וואָס מען לאָזט אַראָפּ מיטן טײַך ווענטע. ס׳איז דאָס ענגל׳ sleeper. פון וואַנען עפּעס ענגליש אין אַזאַ כרך, ווי גאָלדינגען? איז דער תירוץ: דאָס האָלץ פון קאָוונער און קורלענדער גוב׳ עקספּאָרטירט מען דורך דער ווענטע מאָסנווײַז קיין ענגלאַנד.

מוסטער:ֻטרעקינג, די. אָזערע. לעטיש.

מוסטער:ֻטרעקינג, די. פּלוראַל: ערבערן = פּאָזעמקעס (דײַטש: Erdbeere). דאָס וואָרט באַגעגנט זיך אין דער עלטערער יידישער ליטעראַטור.

מוסטער:ֻטרעקינג, די. טראַנטעס. אין גראַיעווע (לאָמזש׳ גוב׳) אָנשטאָט דעם: ספּאָדעס. דאָס גיט אָנצוהערעניש אויף פּוילישער אָפּשטאַמונג; ס׳איז דערזעלביגער שורש, ווי «ספּאָדניצע».

מוסטער:ֻטרעקינג, דער (פּחד);. «איך האָב פּאַכעד», «האָב ניט קיין פּאַכעד» אאַז״וו. — דאָס וואָרט «מורא» ווערט אַבסאָלוט ניט באַנוצט.

פּאָלקע, די. א גענזענע פּאָלקע.

פּאַפּע. דאָס דײַטשע Papa, מיטן עכט־יידישן איבערגערוקטן אַקצענט. מײַן פּאַפּע; אויך בלשון־ווענדונג: פּאַפּע, קום אהער! נאָר אָפטמאָל אָנשטאָט דעם דאָס דײַטשע «פּאַפּ̍אַ».

מוסטער:ֻטרעקינג, דער. דער מעל־צודעק אויפן זירופּ־קוגל; מיט דעם פאַרקלעפּט מען דאָס קריגל, אין וועלכן דער קוגל געפינט זיך. דעם «פּאַרך» גופא עסט מען ניט.

↤ 228

פּאַרך־קאָפּ, דער. זידלוואָרט. פרידריך (זעה אויבן ז׳ 220) פאַרצייכנט שוין דאָס וואָרט.

פּויער, דער (au). פּלוראַל: פּויערים. 1) אַמאָל איז «פּויער» געווען אידענטיש מיט «לעט»; הײַנט איז דאָס א פאַראַכטליכער נאָמען פאַר די לעטן. 2) «פּויערשע קאָפּ» — זידלוואָרט. 3) שפּריכוואָרט: «קאָך א פּויער זיס און זויער, בלײַבט ער אַלץ א פּויער (בערנשטיין, פּויער 3). 4) «שאַבעס־פּויער», דאָס אייגענע וואָס אין דער ליטע: שבת־גוי.

פּויער־שייגעץ, דער. = שייגעץ. דאָס אייגענע: «פּויער־גויע», «פּויער־שיקסע».

פּורים־ברעקלאַך. די באַלעבאָסטע זאָגט: «איך האָב געמאַכט א מיטאָג פון פּורים־ברעקלאַך» דאָס מיינט: אָהן גרויסע מאכלים, נאָר קלייניקייטן. פּשט: שיריים, וואָס זיינען געבליבן פון דער פּורימדיגער סעודה.

פּיים, דער. ווערטל: «עס איז ניט ווערט קיין פּיים». פּיים (Pehm,‏ Böhm)‏ 3 קאָפּיקעס. זעה שטראַק ז׳ 138.

פּילטענער בעזמער, דער. ווערטל אין גאָלדינגען: «דײַן אור (= זייגער) גייט נאָכן פּילטענער בעזמער». פּילטן איז גאָר א קליין שטעטעלע; בעזמער — א וואָג, וואָס קאָן קיין צײַט ניט באַשטימען. איראָניש: דו ווילסט מעסטן די צײַט מיט אַן אינסטרומענט, וואָס טויג דערצו ניט, און נאָך מיט א פּילטענער דערצו — קאָן דאָך ניט זײַן ריכטיג.

פּיקעלן. גאָלדינגער ווערטל: «איז פּיקעלן בעדאַלעס (בדלות)!» פּשט: אויך מיר א דאגה! פּיקעלן — גאָר א קליין שטעטעלע.

פּלאַנכענען. פאַראַכטליכער אויסדרוק: וויינען. זייער אַן אַלט יידיש וואָרט, פון אַן איטאַליענישן שורש, וואָס נעמט זיך ווידער פון לאַט׳ piangere. אויף דער אָפּשטאַמונג פון וואָרט האָט שוין אָנגעוויזן צונץ אין זײַנע Gottesdienstliche Vorträge (בערלין 1832), ז׳ 439.

פּע, די (פּה). ווערטל: «האַלט די פּע!»

פּראָוועי, דער (אַקצענט אויפן צווייטן טראַף). קלאָזעט. לעקסער c189:‏ «privêt... Abtritt (altfranz. priveit, mittellatein. privata, nämlich camera)».

↤ 229

פאָר. אין דעם זאַץ: «גיי אַוועק פון פאָר!» — ד״ה: פאַרשטעל מיר ניט דעם וועג, די זון.

פאַריבל, דער. ווערטל: «האָסטו פאַריבל — פּ.. אין גריבל».

פאַרגעסן זיך. = פאַרגעסן. «איך האָב זיך פאַרגעסן, אַז איך דאַרף גיין אַהיים».

פאַרהעקערן זיך. פאַרטשעפּען זיך, פאַרהאַקן זיך. «דער וואָגן האָט זיך פאַרהעקערט אָן א שטיק האָלץ».

פאַרלייזיגט. באַדעקט מיט לײַז. ליפשיץ יוד. רוס. ז׳ 151: «פאַרלייזיגט — овшивѣлый».

פאַרשאַרוועט. פאַרטון [=פאַרסאַרווערט?].

פינף פינגער. ווערטל: «דאָס האָט געקאָסט פינף פינגער מיט א ביסל שרעק». פּשט: ס׳איז געגנבעט.

פינק (דער?). א פאַרשטעלט וואָרט פאַר טורמע. (גע־פענק־עניש?) — GN‏ 291:‏ «Finkenplatz האָט געהייסן אין דער אַלטער ריגע א פּלאַץ, וואו מען האָט געשטראָפט גנבים».

פלאָקן, דער. «ער שטייט, ווי א פּלאָקן». אומבאַהאָלפענער מענטש, דראָנג.

פלעדערוויש, דער. א גענזענע פעדער, וואָס מען ניצט פאַר א בערשטל. דײַטש: Flederwisch. ליפשיץ יוד. רוס. b163: «פלעדערוויש — щетка изъ птичьяго крыла».

פלעשל. ווערטל: «ער האָט שוין אין קעפּל מער ווי אין פלעשל». פּשט: ער איז שוין גוט שיכור.

פעלדמעסטן. פרוי בערטע ט. גיט מיר איבער, אַז מיט א יאָר 35 צוריק האָט מען אין גאָלדינגען בײַם פעלדמעסטן געזונגען א ליד, פון וועלכן זי געדענקט אַזוינע שורות:

«געגאַנגען איז ער אין א קייטעלע,
פאַר זײַן נעשאָמע א קנייטעלע,
דריי דעם פאָדעם, דריי.»

פעפער, דער. ווערטל: «ער טרײַבט עם (=אים), וואו דער שוואַרצער פעפער וואַקסט». פּשט: צו אַל די שוואַרץ־יאָר.

↤ 230

פערדינג, דער. ½1 קאָפּיקעס. דאָס וואָרט באַגעגנט זיך שוין אין מה״ד. לעקסער III‏ 339:‏ vardinc,‏ vierdinc — א פערטל פון א מאָס אָדער א מטבע. אויך אין קורלענדער דײַטש.

פערם (אַדיעקטיוו). באַהאַוונט. «אין דער זאַך איז ער שוין פערם», — אויך אין פּלונגיאַן (קאָוונער גוב׳) קען מען דעם אויסדרוק. נעמט זיך (דורך וואָסער דײַטשן דיאַלעקט?) פון לאַט׳ firmus, פעסט.

פראַנצברויט, דער. א זעמל, וואָס באַשטייט פון צוויי גלײַכע, האַלבקײַלעכדיגע העלפטן.

פראַשקע, די; פּלוראַל: ־עס. פּאַטש אין באַק. «איך וועל דיר געבן א פראַשקע (אין באַק).» ערגעץ אין דער ליטע (ווילנע?) האָב איך געהערט «פראַסק». צי הענגט דאָס צוזאַמען מיט נה״ד Fresse — מאָרדע?

צאָנווייטיג. ה׳ מאָריץ מ. גיט מיר איבער וועגן אַן אָפּשפּרעכעניש קעגן צאָנווייטיג, וואָס מען פלעגט ניצן מיט א יאָר 35 צוריק אין מיטאַווע. מען האַלט אין האַנט א נאָזטיכל און מען רעדט אַרײַן אַהין אָט־וואָס: «איוב הלך בדרך והוא שָרוּי בצער. ופגע בו אליהו הנביא ואמר לו: מפני מה אתה שרוי צער? ואמר לו: מפני כִּאוּב שנים. אמר לו: לך וטבול שבעה פעמים אל נהר קִירְדְנַן [?] ותִּתְרַפֵּא. וְהָלַך וְטָבַל שבעה פעמים בנהר קירדנן וַיִתְרַפֵּא. אליהו הנביא שֶרִפָּא את איוב הוא ירַפֵּא את התולה פלוני בן פלוני.» דערנאָך בינדט מען אַרום די באַק מיט דעם טיכל. — איך האָב געפונען פאַר נייטיג צו ברענגען אָט דאָס פּרעכטיגע שטיקל, הגם ס׳איז העברעאיש, וואָרים ס׳איז מי יודע ווי אינטערעסאַנט קולטורהיסטאָריש. ס׳איז פּונקט דער אייגענער טיפּ אָפּשפּרעכעניש, ווי מיר געפינען אים מיט טויזנט יאָר צוריק אין די אַה״ד Merseburger Zaubersprüche.

צוויי. ווערטל: «איך מיט עם זיין [= זיינען] ווי אַנדערע צוויי». מעשה־שפּאַס. אין «פאָרווערטס» 1922, דעצעמבער 28, ז׳ 4 האָב איך געפונען (אין אַן אַנאָנימען אַרטיקל): «מיט מיסיס... איז ער געוואָרן גאָר ווי אַנדערע צוויי».

צוויי. די פאָרט גיט מיר איבער פרוי סאָפיע וו. פון גאָלדינגען מיט א יאָר 45 צוריק; דער פּשט זאָל זײַן Sauerampfer,‏ щавель. ה׳ מאָריץ מ. ↰ 231 זאָגט, אַז ער האָט אין יענער צײַט געהערט אין וועקשנע (קאָוונער גוב׳) «שוויי». צי זאָל דאָס טאַקע זײַן פון щавель אָדער פון עפּעס א בײַפאָרם?

{{טרעקינג|צווישנצעט׳די. זאַץ: מיטאָג עס איך אור דרע, אוונטכרויט אור נען, און אין צווישנצעט טרינק איך טיי.

צו־פּאַס קומען (אַקצענט אויפן а). צו־ניץ קומען. אין גראַיעווע באַטײַט דאָס: צו דער צײַט, פּונקט ווען מען דאַרף, ווי רוס׳ кстати.

ציג, די. ווערטל: «א ווילדע ציג», וועגן א מיידל אָהן מאַנירן.

צײַג, די. שטאָף (דײַטש: Zeug). א וואָרטשפּיל:

«צײַג! (= ווײַז מיר!).»
— צײַג איז אין בוד (= קראָם).

צעהן. ווערטל: «עס טויג אויף צעהן» (... כפּרות).

קאָזען (אַקצענט אויף е), דער. שוועסטערקינד. «n» אַרויסגערעדט ווי אין «באָמבאָן».

קאַלאָטכען, דער. («כ» ווייך, ווי אין דײַטש ich). יאַרמעלקע. פון פראַנצ׳ calotte.

קאָלע־צאָרעס (כל־הצרות). «ער טוט דאָרטן אָפּ קאָלע־צאָרעס».

קאַלעקאָצקענען. פּלאַפּלען אָהן א שיעור, ווי א קאַלעקאָטקע (קלעפּערל). אָפּשטאַמונג? י. עלזעט (פּרילוצקיס זאַמלב׳ II ז׳ 171 און 210) וויל דאָס אַרויסדרינגען פון «קהַל־קָטן», נאָר מיר לייגט זיך דאָס אויפן שכל אַן ערך ווי די משכילישע המצאה «פּראָטאָקאָל» פון «פּרטי־כל». ה׳ אל. אָלשוואַנגער ברענגט פון גראַיעווע דאָס צײַטוואָרט «קאַלע-קאָטקען».1)

קאָלק, דער. א טיפער אָרט אין טײַך; א וואַסער־ווירבל. — קלוגע a253:‏ «Kolk, ndd. ndl. ‘Abgrund, Strudel, Loch’». — אויך אין קורלענדער דײַטש.

1) צו «קאַלעקאָטקע» באַמערקט ה. אָ.: «א המן־דרייער פון צוויי אָדער דריי ברעטער, וואָס דרייען זיך אַרום א שטאַנג און פּילדערן. באַוואוסט איז די קאַלוואַריער (סוב׳ גוב) קאַלע־קאָטקע».

↤ 232

קאָלשער (קהלשער). «ער איז אַרײַנגעטון אין קאָלשע געשעפטן».

קאַסטן, דער. בית־זונות. גינטער ברענגט פון דער דײַטשער גנבים־שפּראַך: «הורנקאַסטען» און ווײַזט אָן, אַז «קאָסטן» ווערט בכלל פאָלקסטימליך גענוצט פאַר «הויז». G‏ 2 ז׳ 19 ברענגט דאָס וואָרט מיטן זעלביגן פּשט.

קאָפּ, די. 1) «א שווערע קאָפּ» — א קאָפּ, וואָס קאָן ניט באַנעמען. 2) ווערטל: «גאָיאישקע (גוי׳אישקע) קאָפּ!» גוטמוטיג צו איינעם, וואָס פאַרשטייט ניט, וואָס מען רעדט צו אים (אינטערעסאַנט דער «ק» אין «גויאישקע»). 3) קללה: «צו דײַן קאָפּ, צו דײַן לײַב, צו דײַן לעבן!» (...זאָל זיך דאָס אויסלאָזן). 4) קללה: «קאָפּ אין דר׳ ערד, פיס אין קלייסטער». וואָס הייסט דאָס? אין שאַוולער געגנד זאָגט מען אויך די קללה, נאָר דאָס לעצטע וואָרט באַנעמט מען ווי «קלויסטער», וואָס ווערט אַרויסגערעדט מיט ej. אין קורלאַנד ווייס מען ניט דאָס וואָרט קלויסטער (אָדער «טיפלע», אָדער — איידל — «קירך»); «קלייסטער» הייסט אין קורלאַנד דאָס אײַנבינדערשע קלעפּעכץ (פּאַפּ). 5) «מאַכן קאָפּאיבער אַריבער», מאַכן קאָזשעלקעס.

קאָפּגעלט, די. דער שטײַער אויף יעדן נפש.

קאָפּשטיק, דער. א זעץ אין קאָפּ. — קינד: איך וויל אויך א שטיק!... מאַמע: וואָס, א קאָפּשטיק ווילסטו?

קאַפּעל, די (é). קריסטליכער בית־עולם. = Kapelle. אויך בײַם נידעריגן קלאַס אָרטיגע דײַטשן ווערט געברויכט דאָס וואָרט, אָנשטאָט Friedhof.

קאַץ, די. ווערטל: «ער הערט עם (אים), ווי די גראָע קאַץ».

קאַצנשפּרונג, דער. גאָר א קליינער מהלך. «פון דאַנען ביז מיר איז א קאַצנשפּרונג».

קאַרטאָפל. ווערטל: «גיי קאַרטאָפל קראַצן». פּשט: טראָג זיך אָפּ פון דאַנען (גוטמוטיג).

קוואַטערשאַפט, די. שפּריכוואָרט: «דאָס קינד איז געשטאָרבן, די קוואַטערשאַפט איז אויס» (מיטאַווע).

קוידזע, די (au). א גרויסע קופּע צעזעגטע האָלץ, צונויפגעלייגט אינאיינעם. לעטיש.

↤ 233

קוצע, די; דאָס רוב: «קוצקע». א שטיק מיסט.

קורץ פון דער זאַך. בקיצור. «לב טוב», ווילנע 1864, עט d: «... קורץ פון דער זאַך ער מוז טאָן צו ביידי גלייך». ליפשיץ יוד. רוס. הקדמה: «קערץ פין דער זאך!...»

קושקע, די. א בינטל, וואָס מען ניצט צום וואַשן. רוס׳ мочалка. א לעטישער שורש.

קיזעוו, דער (כזב). אויך: «שעקער וועקיזעוו», «קיזעוו וועשעקער», «קיזעוו קיזאָווים».

קײַכן. שטאַרק לאַכן. (אין אַנדערע דיאַלעקטן זאָגט מען: «קײַכן פון געלעכטער»).

קיכלאַך. דעם ערשטן שבת נאָכדעם ווי ס׳איז געבוירן געוואָרן א מיידל, איז מען אין גאָלדינגען געגאַנגען «אויף קיכלאַך»; ס׳איז אַזאַ יום־טוב, ווי בײַ א יינגל דער ברית.

קינדער. שפּריכוואָרט: «ווען די קינדער זײַן (= זיינען) יונג, דערציילן די עלטערן זייערע כאָכמעס (חכמות); ווען די עלטערן זײַן אַלט, דערציילן די קינדער זייערע נאַרישקייטן».

קירצער. ווערטל: «מאַכן מיט א קאָפּ קירצער» = טייטן.

מוסטער:ֻטרעקינג (ó), די. «איך האָב מיט אים נאָר קלאַפּאָטן». פּויל׳ kłopot.

קלונטע, די. א דיקע פרוי, קוים וואָס זי רירט זיך. G‏ 2 ז׳ 57: אַ נידערדײַטש וואָרט.

קלייט, די.ניט ווי אין ליטווישן יידיש א קראָם, נאָר: סקלאַד, שפּײַכלער, וואו מען האַלט שטוביגע זאַכן. לעטיש klētz; דער זעלביגער שורש, ווי דאָס רוסישע клѣть. שײַנעאַנוס סברא אין Mém.‏ XII ז׳ 189 (זעה ז׳ 11), אַז דאָס נעמט זיך פון «סקלאַד», איז בפירוש פאַלש.

קניבלען. קאַלופּען: ק. די נעגל. פגל׳ דײַטש: knibbern.

קראַפּירן. אָנשטאָט דעם זאָגט מען אויך «פּייגערן» (פֵּגרן).

קרוטשקע, די. שווינדל, דריידל, המצאה. «ער מאַכט קרוטשקעס» = ער שווינדלט (בײַ א שפּיל, למשל); דערפון דאָס צײַטוואָרט: «קרוטשקענען» און דער אויסדרוק: «קרוטשקע־מאַכער». שפּריכוואָרט: «קרוטשקעס באַווײַזן זיך». — דערזעלביגער שורש, ווי רוס׳ крючок, ↰ 234 נאָר אפשר דורך אַן אַנדער סלאַווישער שפּראַך. פאַראַן אין קורלענדער דײַטש: G‏ 2 ז׳ 108. ליפשיץ יוד. רוס. b201: «קריטשיקל — придирка, зацѣпка» ; שטראַק ז׳ 179: «קרוטשען — durch Winkelzüge täuschen».

קרויט. א רעטעניש פאַר קינדער: «לאַטע בעלאַטע [דער ב־ העברעאיש, ווי «אות באות»], א קעפּל קרויט — קינד, טרעף וואָס איז דאָס?» — פגל׳ «באַלקן».

קרום און לאָם. זייער שלעכט. «די אַרבעט איז אַרויסגעקומען בײַ עם קרום און לאָם».

קרייען. ווערטל: «ער האָט געהערט א האָן קרייען». פגל׳ אַקסענפעלד, דאָס שטערנטיכל ז׳ 55: «העֶרט עֶר קליִנגיִן איִן [= און] קאָן ניִט נאָך זיִנגיִן».

קרײַציק, דער. דאָס האַלב־קײַלעכדיגע שטיקל בײַ ביידע זײַטן פונם לאַבן ברויט. רוסיש: крайчик.

קרעזדאָר, די (אַקצענט אויף o), פּלוראַל: קרעזדאָרן. אַגרעס (דאָס דאָזיגע וואָרט איז אויך באַקענט). אייגנטליך איז דער סינגולאַר «קרעזדאָרן» = Christdorn, קריסטוסעס דאָרן. דאָס וואָרט איז פאַראַן אין קורלענדער דײַטש און אין לעטיש (krisdōle). זעה GN אונטער Krisdohren.

ראָכע (רחל). ווערטל: «גוט מאָרגן ראָכע». ווען איינער זאָגט עפּעס א ווילדע נאַרישקייט אָדער א זאַך, וואָס אַלע ווייסן שוין סײַ־ווי־סײַ.

ראַץ, די; פּלוראַל: ראַצן. דײַטש: Ratte. קלוגע 360: אייבערדײַטש Ratz. אויך קורלענדער דײַטש: G‏ 3 ז׳ 10.

רובל, דער. אין גאָלדינגען, ווען מען רופט אויף צו דער תורה, שרײַט דער שמש אויס: «בעבור שנדר... ג׳ רובל». דאָס מיינט: דרײַ מאָל צו 25 קאָפּיקעס; אַ רובל (אויך: «אַ רובל באַנקאָ») איז 25 קאָפּ׳. אויב דער וואָס האָט באַקומען די עליה מיינט טאַקע 3 רובל, דאַן זאָגט דער שמש: «ג׳ רובל כסף». דער אונטערשייד האַלט זיך נאָך פון יענער צײַט, ווען עס זיינען געווען אַסיגנאַציעס מיטן ווערט פון א פערטל פונם זילבערנעם רובל. דעריבער זאָגן אַלטע לײַט: «איך האָב באַצאָלט דערפאַר דרײַ רובל זילבער». (איבעריגנס, דאָס איז אַלץ געווען ביז ↰ 235 דער מלחמה. הײַנט, בײַ דער נײַער לעטישער וואַלוטע, האָבן זיך געוויס געביטן די באַצייכענונגען אויך.)

רויז. פרוי מ. פון מיטאַווע גיט איבער אַזאַ מין אָפּשפּרעכעניש קעגן א רויז (рожа)‏ 1), וואָס זי האָט געהערט מיט א יאָר 35 צוריק:

«ראָזע פּאָלע העווע
איץ פּראָץ לעץ וואָן».

די דאַמע אַליין ווייס ניט דעם פּשט; איך מיין, אַז דאָס איז פאַרגרײַזט פּויליש־רוסיש (ווײַסרוסיש?): פּאָלע — דער נאָמען Pola; העווע — דער נאָמען Ewa‏ (Hewe, חַוה); איץ — פּויל׳ ić (גיי); פּראָץ — רוס׳ прочь; לעץ — פּויל, leć (פלי); וואָן — רוס׳ вон. אַלזאָ, דער פּשט פונם גאַנצן: «רויזע, פּאָליע, חַוה — גיי אַוועק, פלי אַרויס». א ספּעציאַליסט אין הִלכות אָפּשפּרעכענישן וועט אונז אפשר אויסטײַטשן דעם טיפּ פון דעם שפּראָך.

דומפּל, דער. דער פײַערליכער אויפנעם בײַם יונגן פּאָרפאָלק דעם ערשטן שבת נאָך דער חתונה. דאָס וואָרט איז פאַרשוואונדן געוואָרן פון דער שפּראַך, מיט א יאָר 35 צוריק איז עס שוין אויך געווען פרעמד; אָנשטאָט דעם האָט מען גענומען רופן דעם אויפנעם (ניט דעם גאַסט) מיטן «דײַטשן» אויסדרוק: «דער גראַטולאַנט».

רויט, די (au); פּלוראַל: רויטן. פענסטערשויב. מה״ד rūte; פון וואַנען עס נעמט זיך דאָס וואָרט צו מה״ד, איז ניט באַוואוסט (קלוגע ז׳ 361). אויך קורלענדער דײַטש: G‏ 3 ז׳ 12.

רויטע זופּ, די. בלוט. ווערטל: «איך וועל דיר געבן א פּאַץ (= פּאַטש), אַז די רויטע זופּ וועט אַרויסשפּריצן».

1) ליפשיץ יוד. רוס. ז׳ а59: «בישעכע — летучей огонь, рожа».

רופּענען. «וואָס רופּעט עס דיר? וואָס קענסטו ניט אײַנזיצן?» גרינטשענקאָ Словарь украiнськой мови‏ IV,‏ 17:‏ рипатися — אָפט אויפעפענען די טיר. בײַשפּיל: «сиди в хатi, не рипайся». אַלס אַקטיוו איז דאָרטן גופא אָנגעוויזן: рипати — סקריפּען. — ליפשיץ יוד. רוס. ז׳ Ь205: «ריפּען — пиликать; ריפּען זעך — часто выидти». אויב די עטימאָלאָגיע שטימט, האָבן מיר דאָ איינעם פון די פאַלן, וואו ↰ 236 דאָס ליטוויש־קורלענדער יידיש האָט ע״פּ אַנאַלאָגיע אַוועקגעשטעלט אַ u, כאָטש היסטאָריש איז גאָר באַרעכטיגט i. — מען דאַרף אָבער אויך נעמען אין באַטראַכט דאָס ליטווישע rupieti, לעטיש rūpet: אָנגיין עמיצן, זײַן עמיצנס דאגה.

ריכן. שמעקן, האָבן א ריח. ווערטל: «ניט ריכט ער, ניט שטינקט ער». פּשט: ער איז ניט אַהין, ניט אַהער; ניט פיש, ניט פלייש.

רעדל, די; פּלוראַל: רעדלען. לייטער; לעטיש (טייל מיינען, אַז ס׳איז געקומען אַהער פון עסטיש). דערפון: «דער רערל־וואָגן» (דײַטש: Leiterwagen). אויך קורלענדער דײַטש. זעה G‏ 3 ז׳ 18.

רעבע, דער (רבי). 1) ווערטל: «דערצו דאַרף מען האָבן דעם רעבנס קויאַך (כוח)». פּשט: איבערמענטשליכע כוחות. 2) ווערטל: «דעפּ רעבנס (וואַריאַנט: די רעבעצנס) ציג מעג» (... שפּרינגען אין א פרעמדן גאָרטן); פגל׳ בערנשטיין, רבי 5 און 9.

שאַבייסע־נאַכט (אַקצענט אויפן äi). פון וואַנען אַזאַ מערקווירדיגע פאָרם און אַקצענט? «מנהגים», פיורדא 1756, גa: «שבתות צו נאַכט», אויך קהלת שלמה, אמסטערדאם 1744, עגс. — טענדלוי No.‎‏ 582:‏ «E ganzer Wagen voll Schbeeses zu Nacht»; טענדלוי איז משער, אַז דאָס איז פאַרגרײַזט פון «שבתות». «מיטטיילונגען» 1 ז׳ 20: — Speesnacht פון דרום־דײַטשלאַנד.

שאַבעס, דער (שבת). ווערטל: «שאַבעס־אַגאָדל (שבת הגדול) און קורץ־פרײַטיק» — אויף א פּאָרפאָלק, וואָס איינער איז גאָר גרויס און דער אַנדערער פון א קליינעם וואוקס.

שאַרווענען, זיך (אויך: צו־שאַרווענען זיך). צומאַכן זיך, זעהן אײַנצוקויפן זיך בײַ יענעם מיט חניפה. צי איז דאָס פונם שורש «סאַרווער»? אָדער פונם זעלביגן שורש, ווי דאָס דײַטשע scharwenzeln? זעה קלוגע a385.

שווערן זיך. שווערן. פגל׳ מיכל גאָרדאָן, יודישע ליעדער (וואַרשע 1889) ז׳ 19: «איך שווער זיך רֶבוּניו...» — א קינדערשער וויץ: «שווער זיך צעהן מאָל, וועל איך דיר גלויבן [אָדער: גלייבן?] אָהן א שוואוע (שבועה)».

↤ 237

שטאַבונע, דער און די. א נאַרישע קאָפּ (גוטמוטיג).

שטאַדאָל, די (שײַער). קלוגע ז׳ 432 ברענגט stadel פון מה״ד, וואָס באַגעגנט זיך אויך דיאַלעקטיש אין הײַנטיגן אייבערדײַטש, נאָר דער ă, און נאָך דער אַקצענט אויף דעם קלאַנג, ווײַזן אָן אויף דער פאַרמיטלונג פון פּוילישן stodoła (דאָס פּוילישע וואָרט איז אויך פון דײַטש, זעה בריקנער, Język Polski‏ I — די קראָקער ענציקלאָפּעדיע ז׳ 116).

שטודינג, דער. דאָס וואָס מען רופט אין דער ליטע «פיסנאָגע». רוס׳ студень.

{{טרעקינג|שטולפּ, די; פּלוראַל: שטולפּן. מאַנזשעטן. קלוגע 444: א וואָרט, וואָס איז אַרײַן ערשט אין נײַהויכדײַטש פון האָלענדיש. אויך אין קורלענדער און אין פּרײַסישען דײַטש.

שטונק, די. געגנזאַץ פון «בראַנד»: א פרוי, וואָס קאָן זיך קיינמאָל ניט אָפּפאַרטיגן צו דער צײַט מיט איר אַרבעט, און וואָס זי טוט, טויג אויף כפּרות. — פון ווערבום: «שטינקען».

שטערנקוקער, דער. א צעטראָגענער, א פאַרחלומטער מענטש. — פּראָפעסאָר פישער ברענגט דאָס וואָרט פון שוועבישן דיאַלעקט (אין Schwäbisches Wörterbuch) מיטן זעלביגן פּשט; אין עלזאַסישן און אין שווייצער ווערטערביכער איז דאָס וואָרט Sterngucker פאַרצייכנט מיטן פּשט: «בעל־גאווה». אין פּרײַסן (Preußisches Wörterbuch פון Frischbier,‏ II‏ 396): אייבער־חכם.

שטיפּענען. פרירן, мерзнуть. — אָפּשטאַם?

שטירדעס, די. פאַרביסנקייט, כעס. «ער רעדט ראַק (רק) מיט שטירדעס». אַן אינטערעסאַנט וואָרט; וואו איז זײַן שורש? ליפשיץ, יוד. רוס. ברענגט ז׳ 212: «שטערדיש .см סטערדיש». דאָס איז דאָס אייגענע וואָרט: א פּלאָנטער פון s און š איז פון די געוויינטליכע זאַכן בײַ עטימאָלאָגיש אומפאַרשטענדליכע ווערטער, i ווערט אָפט e אין דרום־רוסלאַנד (ליפשיץ ז׳ 63: בעריק — бурак, ז׳ 77: דערך — чрез, ז׳ 78: דערכזעכטיג, ז׳ 87: הערט — הורט; אין די אַלע בײַשפּילן געפינען מיר אָנשטאָט דעם ליטווישן u ניט קיין i, נאָר אַן е). אויף ז׳ 135 שטייט: «סטערדיש — угрюмый,‏ суровый,‏ сердитый». מיטן פּשט ↰ 238 «דרייסט, ווידערשפּעניג» איז פאַראַן דאָס וואָרט «סטערדיש» אין פּיאָסק, לובל׳ גוב׳. — ווילער ז׳ 411 ברענגט אַרויס דאָס וואָרט פונם דײַטשן störrisch (וואו r זאָל זײַן געוואָרן א d, ווי אין א צווייטן בײַשפּיל, וואָס ווילער ברענגט: שטידאָקס — פּשט: פּרא־אָדם, פון Stierochs). איך בין אָבער שטאַרק מסופּק אין ווילערס עטימאָלאָגיע, וואָרים störrisch איז ערשט נה״ד, און אונזער וואָרט באַגעגנט זיך שוין אין 13טן י״ה! אָט איז דער באַווייז. פּערלעס ברענגט ז׳ 145—153 א גלאָסאַר [באָראָכאָוו No.‎‏ 68], און דאָרטן שטייט אין א פּירוש אויף ירמיה מ״ט, טז: «תפלצתך לשון פלצות ובהלות באש׳ דיין שטורדשקייט». פּערלעס מיינט, אַז דאָס איז א נאָכפורימונג פון פראַנצויזישן étourdi (ער מיינט אַפּנים אַזוי: פּונקט ווי פראַנצ׳ état איז אויף דײַטש Staat, פראַנצ׳ étoffe איז דײַטש Stoff, אַזוי האָבן יידן געמאַכט פון étourdi, אַלטפראַנצ׳ estourdi — שטורדיש, און דערפון א סובסטאַנטיוו: «שטורדשקייט»). א סברא פון א חריף, און זי איז יעדנפאַלס מיגליך: étourdi הייסט «לײַכטזיניג, אומבאַטראַכט». נאָר ווי די מעשה איז, קורלענדער יידן האָבן אָנגענומען «שטורדיש» אָדער «שטירדיש» פאַר א הויפּטוואָרט; די ענדונג «־עס» באַווײַזט, אַז מען האָט עס מצרף געווען צו דער קאַטעגאָריע העברעאישע הויפּטווערטער אויף ־וּת: ראַכמאָנעס, יאַקרעס... שטירדעס.

שיווערלעוו, דער (שבר־לב). אַקצענט אויפן לעצטן טראַף. האַרצווייטיג. טענדלוי No.‎‏ 634:‏ «Es is e Schiwer-Lew!‎».

שייטל, דער; פּלוראַל: שייטלען. ווײַבערשער פאַרוק.

שייכל, דער (שכל). שפּריכוואָרט: «דער שייכל קומט ניט פאַר די יאָרן». פגל׳ בערנשטיין, שכל 7.

שײַן, די; פּלוראַל: שײַנען. «די האָלץ ליגט אין האָלץ־שײַן». דײַטש: Scheune; שײַער.

שין (אַרטיקל?). זאַץ: «זײַנע האָר זײַן (=זיינען) פול מיט שין»; перхоть. — שמעללער II‏ 429 ברענגט ענליכע פאָרמען און בינדט דאָס צונויף מיט «שינדן». אויך קורלענדער דײַטש: G‏ 3 ז׳ 119.

שלאָפמיץ, די; פּלוראַל: ־ן. א פאַרשלאָפענער מענטש, א מאַרודניק. דײַטש Schlafmütze.

שלורע, די; פּלוראַל: שלורעס. אָפּגעטרעטענער שוך אָדער ↰ 239 פּאַנטאָפל; פיגוראַל: א מענטש פון א נידעריגן יחוס. — אין קורלענדער דײַטש און אין נידערד׳ איז נאָך פאַראַן א צײַטוואָרט schlurren (פּשוט נאָכגעמאַכט נאָכן קלאַנג?) — שאַרן מיט די פיס. G‏ 3 ז׳ 137. (דאָס ליטווישע šliurė איז, ע״פּ קורשאַט, אויך פון נידערדײַטש).

שלוישים, די (פּלוראַל; שלושים). וויץ: «די מיידל מעג שוין הערן מוזיק». «וואָס איז?» «זי איז שוין נאָך שלוישים». וואָרטשפּיל: שלושים — 30 טעג נאָך עמיצנס טויט; איבער 30 יאָר. פגל׳ בערנשטיין, שלושים.

שליטע, די; פּלוראַל: שליטעס (שליטה, ־ות). אַן אַלטער אויסדרוק, איצט שוין כמעט ווי פאַרגעסן. זאַץ: «ער האָט די שליטע» = ער איז אַרײַנגעטון אינגאַנצן אין דעם ענין, ער קלערט גאָר וועגן קיין אַנדער זאַך ניט; מיט אַנדערע ווערטער: דער געדאַנק, די זאַך האָט די שליטה איבער אים. — דער אמתער באַטײַט פון «שליטה» איז אין קורלענדער יידיש ניטאָ.

שמאַנט, די. גאָלדינגען: זיסע שמאַנט (סמעטאַנקע); זויערע שמאַנט (סמעטענע). ליבאַווע: שמעטן.

שנאָדער, דער. דאָס וואָס עס פאַרשטאָפּט דעם נאָז בעת א קאַטער. 1) זידלוואָרט: «שנאָדערנאָז». 2) וועגן א מענטש א גאָרנישט זאָגט מען: «א שנאָדער־יונג» (ליפשיץ יוד. רוס. a137: סמאַרקאַטש). 3) ווען מען פּאַראָדירט דאָס אויפרופן צו דער תורה, זאָגט מען אָנשטאָט שֶנָדַר — «שנאָדער». לעקסער II‏ 1043:‏ snuder,‏ schnoder. — מיטטיילונגען 1 ז׳ 20: schnodern (אָהן אַן אָנווײַז אויפן אָרט). אויך קורלענדער דײַטש: G‏ 3 ז׳ 153.

שניקערן. שנײַדען אָהן א זינען, צעשנײַדן אויף קליינע שטיקלעך. «ער קאָן אָפּזיצן א גאַנצן טאָג און שניקערן פּאַפּיר.» א צײַטוואָרט צו «שנײַדן», פּונקט ווי «שניצן» און snitzeln וואָס Lexer ברענגט. — אויך קורלענדער דײַטש: G‏ 3 ז׳ 151.

שעפּס, דער; פּלוראַל: ־ן. דורכאויס אָנשטאָט «שאָף». אין אָרטיגן דײַטש זייער זעלטן: G‏ 3 ז׳ 157.

שפּוקן. שפּײַען. דײַטש (מסתמא נידערדײַטש, זעה קלוגע 431): spucken. ווערטל: «ער שפּוקט ווי א ציגײַנער».

↤ 240

שקיץ! די אינטעריעקציע, מיט וועלכער מען שרעקט א קאַץ.

{שקרעמבע, די. «אַן אַלטע שקרעמבע.» אַן אַלטע פרוי. אָפּשטאַם פּויליש, נאָר פון וואָסער וואָרט?

שראָוועטקע, די. ליפשיץ יוד. רוס. ז׳ 138: «סראָוועטקע — сыворотка». פּויליש (Słownik jęz. polsk.‎‏, Linde‏ V‏ a247‏) syrowatka,‏ serwatka.

↤ 241

הוספות און תּיקונים

צו ז׳ 24. «וועגן יידישער וואָרטבילדונג האָבן מיר גאָרנישט» איז א ביסל צו שאַרף פאָרמולירט; מען וואָלט געמעגט אַרײַנרעכענען אַהער ד״ר א. לאַנדויס עטיוד וועגן די פאַרקלענערפאָרמען (זעה ז׳ 47).

צו ז׳ 26. פּראָפ. הערמאַן שטראַק איז געשטאָרבן דעם 5טן אָקטאָבער 1922.

צו ז׳ 27. אלכסנדר האַרקאַווי האָט אָפּגעדרוקט אין «פאָרווערטס» פון אָקטאָבער 31, 1922, א «בעקאָנטמאַכונג», אַז ער גייט אַרויסגעבן נײַע ווערטערביכער פון ענגליש און יידיש (און נאָך מיט א צוגאָב פון העברעאיש). «דער ערשטער טייל — אידיש־העברעאיש־ענגליש — וועט זײַן פאַרטיג אין דעצעמבער 1923, דער צווייטער טייל — ענגליש־העברעאיש־יידיש — וועט אַרויסגעהן אין פריהלינג פון 1925». «דער אידישער טייל, שרײַבט ה׳ האַרקאַווי, וועט האָבען א חוץ די אידישע ווערטער און פראַזעס פון מען פריהערדיגען אידיש־ענגלישען ווערטערבוך טויזענדער אַנדערע, וועלכע איך האָב אין דעם משך פון דרײַ צעהנדלינג יאָהר געקליבען פון ליטעראַטור און פון דעם לעבעדיגן מויל פון פאָלק. פאַר אידיש וועט אין מײַנע נײַע ווערטער [מסתמא: ווערטערביכער] אײַנגעפיהרט ווערען די נײַע איינפאַכע אָרטאָגראַפיע (אויסלייגעכץ) אָנשטאָט דער געדײַטשטער, וועלכע איך האָב אָנגענומען פאַר מײַנע פריהערדיגע ווערטער־ביכער».

צו ז׳ 37. פון א פּריוואַטער מיטטיילונג ווער איך געוואויר, אַז עס איז פאַראַן א האָפענונג, מיר זאָלן אינגיכן זוכה זײַן צו זעהן אַן אויסשניט פון ד״ר אַלפר׳ לאנדויס גאַליציש־יידישן ווערטערבוך, איבער וועלכן ער אַרבעט שוין היפּשע עטליכע צעהנדלינג יאָר. אינם יאָרבוך, וואָס דאַרף אַרויסגיין אָנשטאָט די «מיטטיילונגען», וועט זײַן אָפּגעדרוקט ד״ר לאַנדויס אַרבעט: יידישע שפּריכווערטער און ווערטלעך פון גאַליציע.

↤ 242

צו ז׳ 38. פון נײַע אַרבעטן צו דער ליטעראַטורגעשיכטע דאַרפן דערמאָנט ווערן: נ. שטיף, הומאַניזם אין דער עלטערער יידישער ליטעראַטור (כלל־פאַרלאַג, בערלין 1922); בעל־מחשבות, דאָס דרום־יידנטום אין דער יידישער ליטעראַטור («צוקונפט», 1922); מ. צינבערג, פּורים־שפּילן אין פאַרשיידענע צײַטן («צוקונפט» 1923) און ש. גינזבורג, מענדעלעס בריוו (דאָרטן גופא).

צו ז׳ 43. מ. באַסינס אַנטאָלאָגיע «פירהונדערט יאָר יידישע פּאָעזיע» איז שייך צו אונז נאָר אין איר ערשטן טייל. איך האָב דאָס בוך ניט אַדורכגעאַרבעט גרונטיג, נאָר דעם אַלגעמיינעם אײַנדרוק האָב איך, אַז די אַרבעט איז אָפּגעטון געוואָרן געוויסנדיג, מערניט די אויסצוגן זיינען דאָס רוב צו קורץ, אַז מען זאָל קאָנען פון זיי באַקומען א געהעריגן בילד פון די ווערק. באָראָכאָווס פילאָלאָגישע פּירושים זיינען זייער אינטערעסאַנט. בנוגע «ור ואלבן» אין אלי לויס תהלים־איבערזעצונג (ווענעציע 1545) קאַפּ׳ א (... לֹא יִבּוֹל) וויל איך באַמערקן, אַז דאָס האָט קיין שייכות ניט צו מה״ד verwelben, ווי באָראָכאָוו מיינט, נאָר מען דאַרף דאָס לייענען farfalbn; דאָס נעמט זיך פונם שורש fahl,‏ falb (בלייך). אין מה״ד ווערטערבוך בײַ לעקסערן איז דאָס צײַטוואָרט ניט פאַרצייכנט; אין יידישע מקורים באַגעגנט זיך עס: אין א מחזור אויף ראש־השנה (גרינבוים ז׳ 293), אין מינכענער כ״י No.‎‏ 66 (גרינבוים ז׳ 27), אין א סידור פפד״מ 1723 (גרינבוים ז׳ 325) אאַז״וו. «פאָרפאַלבן» וואָלט נאָך הײַנט געווען פאַר אונז א טײַער וואָרט אָנשטאָט «פאַרוועלקן», «פאַרוויאַנען», «פאַרוויאַלען» און ענליכע באָרג־סחורה.

צו ז׳ 46. ד. ק־על האָט אַרויסגעגעבן 1922 (ווילנע, ש. שרעבערק): «א. מ. דיק. געקליבענע ווערק». וועגן דעם דאָזיגן מישטיינס געזאָגט «ווערק» זעה מײַן רעצענזיע אין «ביכער־וועלט» 1922 No.‎‏ 4—5 — מוסטער:ברעקינג אַרבעט שוין א צײַט מיט יאָרן אויף אַמ״דס שריפטן, און עס איז שוין באמת צײַט, אַז מיר זאָלן פון דעם נהנה זײַן. בײַ ש. ניגערן מעג מען זיך ריכטן, אַז ער וועט אונז געבן ניט נאָר קאָרעקטע טעקסטן, נאָר אויך א גרונטיגן ליטעראַר־היסטאָרישן אַנאַליז.

צו ז׳ 47 זעה רייזנס «לעקסיקאָן פון דער יידישער ליטעראַטור און פּרעסע» איז נאָך אין דער ערשטער אויפלאַגע געווען זייער א וויכטיג ↰ 243 אינפאָרמיר־בוך, ניט געקוקט אויף דער אומגלײַכמעסיקייט און דער באַאַרבעטונג פון מאַטעריאַל. די צווייטע אויפלאַגע, וואָס ווערט צוגעגרייט צום דרוק, איז אָהן א שיעור רײַכער און וועט מסתמא אויך זײַן א סך אויסגעהאַלטענער אינם אויפבוי.

צו ז׳ 71 אָנמ׳. די שטאָטישע ביבליאָטעק אין פראַנקפורט־מאַין פאַרמאָגט אויך אַן עקזעמפּלאַר פון בעשענשטיינס חיבור.

צו ז׳ 77 אָנמ׳ 2. אָט איז איינער פון די טעמים, וואָס ברענגען שטיינשנײַדערן פאָרט צו א ספק. ער איז משַער (Serapeum 1869, ז׳ 153), אַז אלי׳ לויס יידישע תהלים־איבערזעצונג (געדרוקט ווענעציע 1545) איז אידענטיש מיט יענעם יידישן כתב־יד פון תהלים, וואָס איז פאַראַן אין פּאַרמע צווישן דע־ראָסיס מאַנוסקריפּטן [באָראָכאָוו No.‎‏ 312—313] און וואָס איז אָנגעשריבן מיט 35 יאָר פריער, אין 1510. וויבאַלד אַזוי, מיינט שטיינשנײַדער, איז איינס פון די צוויי: אָדער ר׳ אלי׳ האָט גענוצט אַן עלטערע איבערזעצונג, אָדער זײַן איבערזעצונג האָט שוין פריער געקורסירט צווישן עולם, נאָך איידער זי איז געדרוקט געוואָרן. צו דעם גיט שטיינשנײַדער צו: «Es ergiebt sich hieraus vielleicht auch ein Argument für die Autorschaft des [Konstanzer] Pentateuch». אין דער אמתן «האָט גאָט געטון אַ נס, און די גאַנצע מעשה איז אַ ליגן». איך האָב זיך פּערזענליך איבערגעצײַגט אין פּאַרמע, אַז די ביידע איבערזעצונגען זיינען ווײַט ניט גלײַך; דער פאַרמער כ״י איז אַן איבערזעצונג אינאיינעם מיט א פּירוש, ר׳ אלי האָט איבערגעזעצט אות־באות. ממילא איז אַבסאָלוט איבעריג אויפצוהייבן פונדאָסנײַ די פראַגע וועגן ר׳ אלי לויס באַציאונג צום קאָנסטאַנצער חומש. פגל׳ וועגן דעם מײַן אַרטיקל: «א אידישער גערוס פון פאַר 400 יאָר» («צוקונפט», מערץ און אַפּריל 1923).

צו ז׳ 83. וועגן דער ווירקונג פון יידיש אויפן מאָדערנעם העברעאיש איז כדאַי צו לייענען, וואָס עס שרײַבט אַן איבערגעגעבענער פאַלעסטינער העברעאיסט, ריידנדיג וועגן מענדעלען: «‎...‎ indem er den Geist der jiddischen Volkstümlichkeit in das Hebräische übertrug ... Er übertrug den Geist des Jüdisch-Deutschen in sein Hebräisch» (זעה Vom lebendigen Hebräisch,‏ E. m. Lipschütz, «יידישער פערלאַג», בערלין 1920, ז׳ 21).

↤ 244

צו ז׳ 120 אָנמ׳ 1. על אחת כמה וכמה מעג מען פאַררעכענען צווישן די «דײַטשמעריזמען» די פאָרם «אינן» (ihnen), וואָס באַגענגט זיך אין «מגילת ווינץ» (סטראָפעס ח, יח, כח, סא); די פאָרם איז אין לעבעדיגן יידיש מסתמא קיינמאָל ניט געווען.

צו ז׳ 135 אָנמ׳ 2. אינם «ספר היראה», פרײַבורג־ברייסגוי 1583 (וואָס סײַ לויט דער צײַט און סײַ לויטן דרוקאָרט קאָן זייער געמאָלט זײַן, אַז שאַדעאוס האָט עס גענוצט) געפינט זיך יאָ די קאָמבינאַציע עי אין אַזוינע ווערטער, ווי: עיר [Ehre], עינד [Ende], עיסן [essen] אאַז״וו אַנטקעגן איביג, צום אירשטן אד״ג. צי האָט שאַדעאוס דאָס געהאַט אין זינען?

צו ז׳ 140 און ווײַטערדיגע. נאָכדעם ווי די «מגילת ווינץ» איז געווען אָפּגעדרוקט אין זאַמלבוך «דער אָנהייב» (פאַרלאַג «וואָסטאָק», 1922), האָבן זיך באַוויזן רעצענזיעס: פון ז. רייזענען («אונזער טאָג», ווילנע), ד״ר י. שאַצקי («Nasz Kurjer»), פּראָפ׳ מ. באַלאַבאַן («ביכער־וועלט»); אויף עטליכע אָנמערקונגען רוף איך זיך דאָ אָפּ. מער ווי אַלץ האָב איך צו פאַרדאַנקען א בריוו פון ד״ר א. לאַנדוי (ווין), וועמענס אויסבעסערונגען איך גיב דאָ ווײַטער אונטן געצייכנט מיט א ’ל‘; אין טעקסט גופא זיינען געביטן נאָר עטליכע קלייניקייטן.

צו ז׳ 149. פּראָפ׳ באַלאַבאַן ווײַזט אָן אויף עטליכע ווערק, וואו עס וועלטן געקאָנט זײַן ידיעות וועגן ר׳ אלחנן העלן. איך ווייס וועגן יענע ווערק און איך האָב אין זיי געזוכט; נאָר איך האָב דאָרטן קיין שום נײַס לגבי שוטדן און שטיינשנײַדערן ניט געפונען. אפשר האָט פּראָפ׳ באַלאַבאַן געהאַט מער מזל פון מיר?

צו ז׳ 153. מיט מײַן זאַץ וועגן «מגלה עפה» האָב איך אַרײַנגעפירט אין טעות די ה״ה שאַצקי און באַלאַבאַן, וואָס האָבן איבערגעחזרט אין זייערע רעצענזיעס מײַן גרײַז. ד״ר לאַנדוי האָט מיר אָנגעוויזן, אַז די «מגילה עפה», גיט ניט דעם יידישן, נאָר דעם העברעאישן טעקסט פון דער «מגילה». שפּעטער האָט זיך מיר אַליין אויך אײַנגעגעבן צו זעהן אָט דאָס קראָקער ביכל. «עפה» איז צוגעקליבן לויט די ר״ת: עיר פראַנקפורט המעטירה. פאַרן טעקסט גייט פריער א הסכמה פון א קראָקער רב, דערנאָך א רשימה פון די פּרענומעראַנטן און ענדליך אַן ↰ 245 אינטערעסאַנטע הקדמה, וואו דער אַרויסגעבער (אהרן ראָזענליכט) דערציילט, ווי שווער עס איז אים אָנגעקומען אויסצוגעפינען דעם טעקסט פון דער פּאָעמע. אין יאָר תר״ח האָט ער געזעהן אין רעדלהיימער לוח: «ד׳ י״ט אדר תענית פ״פ, ה׳ ך׳ בו פּורים פ״פ», נאָר קיין פּרטים האָט קיינער ניט געוואוסט. אַפילו אין פראַנקפורט גופא, וואוהין ער איז פאַרוואָגלט געוואָרן 1876, האָט ער קיין זאַך ניט געקאָנט געוואויר ווערן. «הלכתי אל זקנים המופלגים לא אחד ולא שנים, ודרשתי וחקרתי היטיב, והנה אמת נכון הדבר, רק אשר לפנים ידעום, לעשות את שני הימים לצום ולשמחה. אך עתה זה חמישים שנה, קם דור אחד, ואין זכרון לאחרונים מימים ראשונים, כי אם לזקנים שבדור העושים את יום העשרים לחודש אדר יום משתה ושמחה ויו״ט». איינער פון די דאָזיגע זקנים האָט אים טאַקע געגעבן דעם טעקסט (קאָנטיג, א געשריבענעם) פון דער «מגילה».

צו ז׳ 160. די קאָנסטרוקציע פון הילפסצײַטוואָרט «זײַן» מיטן פּאַרטיציפּ איז פאַראַן אין העברעאיש אויך, נאָך פון דער ביבלישער צײַט אָן (היה עושה, היה אומר). דורך דער שותפותדיגער ווירקונג פון דער דײַטשער און דער העברעאישער קאָנסטרוקציע איז מסתמא אויפגעקומען בײַ אונז — ס׳איז דערווײַלע מער ניט ווי מײַן אייגענע השערה — יענע גרויסע גרופּע פון צונויפגעשטעלטע צײַטווערטער, וואָס ווערן געפורימט דורכן הילפסצײַטוואָרט פון דײַטשן שורש און דורכן העברעאישן פּאַרטיציפּ. פון «הייתי מקַדש» און «איך וואַר הייליגנ(דיג)» זיינען אַרויסגעוואַקסן פאָרמען ווי «איך וואַר מקדש».

צו ז׳ 166. שנעלן. פגל׳ «באַשנעלן» מיט אַן אַנדער ניואַנס אין «געלט אונט קיין געלט רעגירט דיא גאנצי וועלט» (אָהן אַן אָרט, 1733): «דיא קעלט האָט איהם גטאהן בישנעלין. דוא העשט איהם וואהל העלפין זעלין».

צו ז׳ 172 הערה 171. «כתיבת ידות» אין יידישן טעקסט און «שטרי חובות» מיינט טאַקע דאָס אייגענע. אין עלטערן יידיש איז כתב־יד = שטר (אויך דאָס דײַטשע Handschrift האָט ביז אין 18טן י״ה אַרײַן דעם פּשט Schuldbrief, זעה גרימס ווערטערכוך IV‏ 2,‏ 415), פגל׳ דאָס בינטל פּראָגער בריוו [באָראָכאָוו, No.‎‏ 360], ז׳ 20 (ל׳).

↤ 246

צו זייט ז׳ 181, סטראָפע סז. מען דאַרף לייענען ניט «גיבָט», נאָר «גיבַט». ס׳איז דאָס צײַטוואָרט baten (פּשט: ניצן, העלפן, האָבן א פּעולה). דאָס וואָרט איז איבערהויפּט נידערדײַטש, נאָר ס׳באַגעגנט זיך אויך אין מיטל־ און אין אייבערדײַטשלאַנד. ס׳איז פאַראַן אין גליקל פון האַמעלנס זכרונות, ז׳ 266, (ל׳). טענדלוי פאַרצייכנט No.‎‏ 511 דאָס שפּריכוואָרט: .«Bats nix, schadts nix»

צו ז׳ 183, הערה 365. ס׳דאַרף שטיין: טעסליאַרעס.

צו ז׳ 188, הערה 457. «פיצן» מיטן לפי־ערך זעלטענעם פּשט «שמײַסן» באַגעגנט זיך אויך אין «מלכים־בוך», קראָקע 1583, בויגן e3 «אונ׳ ביגונט אין צו שמיצן. גלייך אז מן טוט דען קינדן דיא מן מיט רוטן [= ריטער] מוש ויצן». — דאָס וואָרט האָט זיך אויפגעהיט אין אונגאַרישן יידיש. פגל׳ Das Buch des jüdischen Jargons,‏ Ed. Naschér, (ווין־לײַפּציג 1910), ז׳ 31: «fetzen — Prügel erteilen».

צו ז׳ 192, הערה 516. «דא אינֶן» איז דער טײַטש ניט «אייך», נאָר «דאָ אינעווייניג», אין דעם ווערק (ל׳).

צו ז׳ 208 און ווײַט׳. די פּאַראַלעלעס פון גראַיעווע (לאָמזשער גוב׳), וואָס זיינען צעשפּרייט איבערן «אידיאָטיקאָן», האָב איך צו פאַרדאַנקען ד״ר אליהו אָלשוואַנגערן, וואָס האָט זיך גענומען די מי דורכצוקוקן דעם גאַנצן מאַנוסקריפּט און צו מאַכן זײַנע הערות.

צו ז׳ 210. די נידערדײַטשע עלעמענטן אין קורלענדער יידיש גיבן אָנצוהערעניש, אַז אין דער אויספורימונג פון קורלענדער יידנטום האָבן געהאַט א שטאַרקן חֵלק יידן פון צפון־דײַטשלאַנד. טייל פאָרשטער, וואָס האָבן זיך פאַרנומען מיט דער געשיכטע פון קורלענדער יידישן קיבוץ, זיינען אויפן סמך פון אַנדערע פאַקטן אויך געקומען צום אייגענעם באַשלוס. זעה א שטייגער דעם אַרטיקל Courland אין דער Jewish Encyclopedia‏ IV, ז׳ b312: «בנוגע דעם אָפּשטאַם פון קורלענדער יידן גייען זיך פונאַנדער די מיינונגען. אַנדערע האַלטן, אַז דער גרעסטער טייל זיינען אָנגעקומען מיטן ים פון פּרײַסן און צפון־דײַטשלאַנד; און די ביאָגראַפיעס פון די רבנים און אַנדערע חשובע מענטשן, וואָס זיינען אויסגערעכנט ווײַטער אונטן, ווײַזן, אַז דאָס רוב פון זיי זיינען געבוירן געוואָרן אין אויסלאַנד. פונדעסטוועגן איז מסתמא גערעכט בּרוצקוס ↰ 247 («וואָסכאָד» 1896), אַז דער גרעסערער טייל פון קורלענדער יידן זיינען אײַנגעוואַנדערט פון די שכֵנישע קאַנטן פון ליטע און פּוילן». (דאָרטן גופא איז אָנגעוויזן נאָך ליטעראַטור וועגן דעם ענין.) איר זעהט, אַז אַפילו ברוצקוס רעדט נאָר וועגן דעם גרעסערן טייל יידן. מיר האָבן דאָ א פאַל, וואו די רעזולטאַטן פון דער פילאָלאָגישער אויספאָרשטונג האָבן אַן אַלגעמיין־היסטאָרישן באַטײַט.

צו ז׳ 211. אַרײַנלייגן. שפּריכוואָרט: «אַז מען לייגט גוט אַרײַן, נעמט מען גוט אַרויס». פגל׳ גראָדנע: «אַז מען לייגט אַרײַן, געפינט מען» (דאָס מיינט: דעם קוגל). ווילנע: «אַז מען לייגט אַרײַן אין די ציינער, געפינט מען אין די ביינער» («אונזער טאָג», אַקטאָבער 13, 1922).

צו ז׳ 213. בירגעלט. פגל׳ «וואונדרליכי אונד קאמישי גשיכטי פאן איילן שפּיגל» (אָהן א יאָר, ווײַזט אויס, א נאָווידוואָרער דרוק פון סאַמע אָנהייב 19טן י״ה, נאָר דער טעקסט איז א צפון־דײַטשער) אויף ז׳ וa: «ווען ער דען בויאר [= פּויער] גוט אן פיהרט זא גיבט ער אים איין גוט ביהר געלד».

צו ז׳ 217. הינטערסטער. דאָס וואָרט איז אויך פאַראַן אינם «איילן שפּיגל».

צו ז׳ 223. כוועטשקע. איך בין געקומען צום באַשלוס, אַז דאָס איז ניט קיין אַנדער וואָרט, ווי דאָס דײַטשע דיאַלעקטישע Quetschke (גרימס .Deutsches Wb ברענגט דאָס נאָך פון 1540טן יאָר), ליטעראַריש Zwetschge — די קליינע בלויע פלוימען. אַזאַ אײַנגעקאָרטשעטע פלוים זעהט טאַקע אויס זייער נעבעכדיג. דאָס וואָרט איז א תושב אין אונזער שפּראַך; פגל׳ דאָס «אחשורוש־שפּיל» פון 1708 (אָפּגעדרוקט בײַ שודטן III ז׳ 207): «איין נעפּלי [נאָפּעלע] אז וויא איין נאדל קעפּלי. וי״א אז וויא איין גרושן לאב ברוט. וי״א אז וויא איין פר דארטי קוועטשקה».

צו ז׳ 225. מיט פלייס. פגל׳ אהרן וואָלפסזאָן־האַללי, לייכטזינן אונד פרעממעלייא, ברעסלויא 1796, ז׳ 51: «דער רבי האָטטס דאך ניט מיט צו פלאהז געטאָהן».

צו ז׳ 227. סאַמבאַטיע. צום אָפּפאַל פון n- (מחמת די ענדונג איז אַן אויסטערלישע) פגל׳ Michael Klapp, Komische Geschichten aus dem jüdischen Volksleben, בערלין 1858 [די געשיכטעס שפּילן אין ↰ 248 פּראָג], ז׳ 59: «Tachne», וואָס דאָס מיינט: «תַּחנון». אויך ראָכע פון רָחל (זעה ז׳ 234) באַלאַנגט אַהער.

צו ז׳ 227. האָבן פַּחד. אין קונטרס גזרת תתנ״ו (אַרויסגעגאַנגען אָהן מחבר, אָרט און יאָר, נאָר ניט פריער ווי 1854) איך האַלט, אַז דער מחבר איז אמ״ד) ז׳ 5 : «אֵיין אִשָה חֲסִידָה הָאט... זִיך אַלֵיין גֶעקוֹלֶעט װַייל זִי הָאט פַּחַד גֶעהַאט דָאס מֶע װֶעט אִיר מְטַמֵא זַיין».

צו ז׳ 230. צאָנווייטיג. גאָר אַן ענליכן שפּראָך געפין איך אין «לחשים וסגולות», ירושלים 1881, No.‎‏ 42: «לחש לשטעכענעש ד״ל [.] ישים ידו על מקום הכאוב ויאמר [:] אנא ד׳ אלקי ישראל [!] אליהו הנביא איז גיגיינגען איבערין בארג [.] דא באגעגינט אים איין שטיך [.] דא שפראכט צו דעם שטיך אליהו הנביא [:] ווא ווילסטו גיין [?] דא שפראכט דער שטיך [:] איך וויל גיין אין דעם הויז פון פלוני בן פלוני און איך וויל זיין בלוט טרינקען אין [= און] זיין הארץ שטעכין. דא שפראכט אליהו הנביא צו אים [:] איך פאר באט דיר ביי גאט ית״ש און ביי זיינער קראַפט אין [= און] זיינער מאכט [׳] אז דו זאלסט גיין [.] אוף דעם בארג שטייען דרייא בערין [;] איינער איז גרין וויא איין גראז [,] דער אנדערער איז געל אזוי וויא איין וואקס [,] דער דריטער איז ביטער וויא איין גאל [.] די דרייא זאלסטו שטעכין [,] אין [= און] דעם מענטש פב״פ זאלסטע ניט שטעכין און זאָלסט אים איין רפואה שלימה זיין [.] דאס וואר אין גאטס נאמען אכי״ר! צ״ל כנ״ז ג׳ פעמים [,] ובכל פעם ישים ידו על לבו און זאל אפ ווישין די האנט אין הארץ וישים אח״כ ידו על מקום השטכענעש [.] ויועיל בעזר הש״י.» — אַן אַנדער אָפּשפּרעכעניש אין דעם זעלביגן ביכל (No.‎‏ 20) איז נאָך מער ענליך אויף אונזער טעקסט: «איוב הלך כדרך ופגע בו אליהו והיו[?] שרוי בצער, ואמר אליו לאיוב מפני מה אתה שרוי בצער אם מפני כאב לב או מפני כאב ראש ואמר לו איוב מפני כאב ראש, יהי רצון מלפני אבינו שבשמים כשם ששלחת רפואה לאיוב כן תשלח רפואה לפב״פ מכל עיה״ר ומכל פורעניות הבאות לעולם אמן סנ״ו.» .

צו ז׳ 234. ראַץ. «אקטא אסתר מיט אחשורוש» (2טע אויסגאַבע, פּראָג 1763), בויגן d7: «דאמיט הלטין זיא אונז אונווערדיגר אלש דיא ראטצן» (צום גראַם: «גזאצין»).

צו ז׳ 236. שאַבייסע־נאַכט. פגל׳ נאָך: יהודה לייב זעליכאָווער, ↰ 249 שירי יהודה, אַמסטערדאַם 1696, ז׳ יb: «אז דא קומט (שביתות) צו נאכט». ד״ר שלמה עטטינגער, משלים, פּט״ב 1889, ז׳ 154: «שַבֵּיתוֹת צו נאַכטס».

צו ז׳ 240. שראוועטקע. דאָס וואָרט באַגעגנט זיך, מיט דער אייגענער וואָקאַליזידונג, נאָך אין «אור זרוע» (פון 13טן י״ה). זעה ב׳ IV, ז׳ b71: «מי חלב סרובדקא בלשון כנען». ציטירט לויט Dr. J. Markon, Die slavischen Glossen bei Isaak ben Mose Or Sarua (פּט״ב 1906).

↤ 249

זוכצעטל