צוריק צו שושנת העמקים בלעטל


בס"ד

מיינע טייערע פריינט, דער יו"ט סוכות, זאגט דער בעל שם טוב הק' איז די הייליגסטע צייט און יאר, ווייל אין דער סוכה טאקע טוט זיך השי"ת אנטפלעקן, מער ווי א גאנץ יאר, ווייל ווען די בית המקדש איז געשטאנען איז דארט געווען די השראת השכינה, אבער יעצט אין גלות, טוט די שכינה רוען אין יעדן צובראכענעם הארץ.

די סוכה אינעווייניק דארף טאקע זיין שיין באצירט, אבער וואס מאכט עס כשר, די סכך פון אויבן, די אראפגעפאלענע בלעטער פון דעם בוים, די צובראכענע נשמות, וואס נעכטן האבן מענטשן געטראטן אויף זיי, הייבן מיר דאס אויף העכער אונזער קאפ, און מיר זיצן טאקע אונטער דעם, דאס איז דער צילא דמהימנותא, דער שאטן פון אמונה, ווייל יעצט אין גלות איז דאס דער פלאץ ווי השי"ת רוט, אזוי ווי דוד המלך זאגט "זבחי אלקים רוח נשברה".

יעצט אין יו"ט סוכות איז השי"ת אונז מגלה, אז נישט די שטארקע שטיינער און דעכער איז וואס היט מיר אפ א גאנץ יאר, נישט די גרויסע באנק מיט איר געלט, אדער אלע כבוד אין דער וועלט איז מיין שמירה, איך זיץ אין א קליין סוכה'לע פון האלץ מיט א דאך פון אראפגעפאלענע בלעטער, עס קען זיין אביסעלע קאלט אדער אביסל נאס, אבער יעצט ווייסן מיר אז נאר איין באשעפער ב"ה, ער היט אונז אפ, נישט קיין שום פרעזידענט אדער קעניג טוט אונז היטן, נאר דער איינציגסטע היטער אליין דער באשעפער פון דער גאנצער וועלט וואס פירט איר מיט גרויס רחמנות, ויה"ר מיר זאלן זוכה זיין צו דעם ריכטיקן הויז ווען אלע צעבראכענע אידן פון דער וועלט וועלן צוזאמענקומען, מיטן בויען פון דעם דריטן בית המקדש, מיט משיח צדקינו שנעל אין אונזער טעג אמן.