צוריק צו שושנת העמקים בלעטל


מיר אלע ווייסן אז דער נוסח פון ראש השנה יו"כ איז געבויט אויף די ניגונים פון די בית המקדש, דאס זענען די ניגונים פון דוד מלך ישראל חי וקים, און דער חי' הרי"ם האט באקומען אמאל א בריוו פון איינע פון זיינע חסידים, פרעגענדיג וואס איז דער שפיץ פון די אלע תפילות פון ראש השנה און יו"כ?. האט דער חי' הרי"ם גענטפערט, אז עס אומעגלעך צו ענטפערן אלע פיל בריוון יעצט אין די ימי הרחמים והסליחות, אבער אזוי ווי דיין בריוו איז געווען אדורך געווייקט מיט טרערן האב איך עס געמוזט גלייך ענטפערן, דער וויכסטיקסטע תפילה איז מלוך על כל העולם כלו, וידע כל פעיל כי אתה פעלתו, מיר זענען מתפלל אז די גאנצע בריאה זאל וויסן אז השי"ת האט זיי באשאפען און אז ער פירט די וועלט אויף אייביג.

ר' נחמן זאגט, אז מענטשן האבן זיך נאר פיינט ווייל עס איז נישט קלאר ביי זיי אז עס איז דא נאר איין באשעפער, און ער האט זיי באשאפען, ווייל ווי קען איך פיינט האבן איינער פון דער באשעפער'ס באשעפנישן.

בשעת מיר זענען מקיים די תורה והמצוות, איז דא עטלעכע מדריגות, א מענטש אמאל קען זיין אז טיף אין הארצן איז עס נאך נישט קלאר אז ער דארף טאקע טאן דיע מצוה וכדו', דארף ער זיך ראנגלען מקיים צו זיין די מצוה, אדער ווען ער האט שוין נישט קיין נסיון מיט דעם, ווי למשל היטן שבת אדער לייגן תפילין ער קען פשוט נישט טאן אנדערש ער ווייסט ער מוז דאס טאן, דאן איז דער נסיון פאר עם אויב טוט ער די מצוה ווייל ער איז אזוי צו געוואוינט, מצות אנשים מלימודה, אדער טוט ער דאס ווייל אזוי האט השי"ת באפוילן צו טאן, דאס איז דער העכסטע מדריגה פון קיום התורה והמצוות רחמנא אמר תקעו אז מיר בלאזן שופר וכדו' ווייל דאס איז דער רצון השם.

דאס זאגט די תורה הק' דא, כי תצא למלחמה כו' א מענטש וואס וויל ארויסגיין לערנען תורה און העלפן אנדערע אידן, צו א טאטע וואס וויל לערנען מיט זיין קינד אדער רב לתלמידו, ווען קענען מיר זוכה זיין צו די ברכה פון ונתנו ד׳ אלקיך בידך נאר ווען עס איז ושבית שביו ווען די האסט שוין איינגענומען די תורה און מצוות, עס איז שוין ביי דיר קלאר ווי דער טאג אז עס איז דא נאר איין באשעפער, די גלייבסט באמונה שלימה בד' ותורתו, ווייל אויב א מענטש ראנגלט זיך נאך מיט די תורה וקיומה, דאן גיט ער דאס איבער ווייטער א געראנגעלטע תורה, אויב ווילסט אז דיין קינד זאל היטן די תורה כדבעי' מוז עס זיין קלאר ביי דיר אליין פון די טיפעניש פון דיין הארץ.

וועגן דעם טאקע איז די סיום הפרשה מיט מחיית עמלק, ווייל עמלק בגי' ספק, ער קומט זאגן זיי עובר אויף די עבירה וכדו', נאר ער פרעגט ביזטו זיכער אז מען דארף היטן די תורה טאקע?, ער ווארפט אריין ספיקות, און נאך די קיום המצות פון די אלע מצות פון די פרשה, קענען מיר קלארערהייט אויסמעקן דער נאמען פון עמלק, מיט פרייד קענען מיר זאגן עס איז אזוי קלאר ביי אונז אז עס איז דא איין באשעפער איך נישט קיין שום ספיקות, מיט דעם וועלן מיר זוכה זיין בקרוב צו דער גאולה שלימה ברחמים וחסדים בב"א