צוריק צו שושנת העמקים בלעטל


מיר מאכן הבדלה מוצ"ש, איר ווייסט וואס הבדלה איז? דאס איז איינע פון די זאכן וואס מיר דארפן אזוי שטארק האבן, איז די שאלה "צי ווייסטו דו חילוק?"

מען קען אמאל איבערזאגן פאר איינעם די טיפסטע תורה אין דער וועלט, און דער צייטער קען זאגן "דיין תורה דערמאנט מיר פון (להבדיל) א גויישע יום טוב אדער פון עפעס א נער'ישקייט" נעבאך! וואס איז דער פראבלעם מיט דער מענטש? ער האט נישט קיין הבדלה, עס איז נישט גענוג אז מיר ווייסן וואס עס איז צו זיין א איד, איך דארף ווייסן די חילוק, די הבדלה.

די טיפסטע שאלה אין די וועלט איז, צי ווייסט דו דער חילוק פון שבת צו זונטאג, צווישן עפעס וואס איז הייליג אין נישט, צווישן לעכטיגקייט און פינסטער.

מיין טייער פריינט, איך וויל אייך זאגן: עס איז זייער שיין צו זיין אן אמת'ער איד, אבער מען דארף אסאך כח, מיר לערנען עס די וואך פרשת קרח, איך רעד נישט פון זיין א פשוט'ע איד, איך האב ציצית מיט א קאפל, נאר איך רעד טיפער, צו זיין א טיפער איד אינעווייניג, פאר דעם דארף מען אסאך כח, און פון דעם האט מען מורא, ווייל צו זיין גארנישט איז דאך אזוי לייכט, עס איז אזוי לייכט צו טאן מצות אן קיין טיפקייט אן פארשטיין די טיפקייט דערפון, איז זייער לייכט צו זיין א קליינע הערינג צווישן הערינג, אדער א בייגל צווישן בייגעלעך, אבער צו זיין באמת א איד מיט א טיפקייט האט מען מורא, צו זיין ממש עכט.

איר ווייסט וואס די וועלט זאגט? טו אלעס, אבער מיין עס נישט באמת, שמייכל, וויין, אבער מיין עס נישט, גרוס "א גוט מארגן" אבער מיין עס נישט עכט, נאר פון אונדרויסן, מיין עס נישט אין הארצן, אבער וואס וויל השי"ת פון אונז די מערסטע? השי"ת וויל מיר זאלן זיין "עכט", מען קען זאגן "איך גלייב אין אייבערשטן" יעדער צוויי סעקונדעס, אבער די שאלה איז צו מיינסטו טאקע וואס די זאגסט?, דער רבונו של עולם וויל אז מען זאל "עכטע אידן" מיט א טיפקייט, וועגן דעם זאגן מיר מוצ"ש ביי הבדלה, הנה קל ישועתי אבטח ולא "אפחד", איך גלייב אין השי"ת און איך האב נישט קיין מורא צו זיין "אן אמת'ע איד", צו וויסן די חילוק און טיפקייט צווישן שבת און א גאנצע וואך, כי עזי וזמרת קה, ווייל די השי"ת גיבסט אונז כח מיר זאלן נישט מורא פון זיין, און מיר נעמען מיט די פרייד פון שבת אויף א גאנצע וואך, ושאבתם מים בששון ממעיני הישועה, וועט שוין זיין ליהודים היתה אורה ושמחה שטענדיג.

דאס זען מיר די וואך משה רבינו האט געזאגט וְאֵת אשֶר יִבְחַר בּוֹ יַקְרִיב אֵלָיו, לכאורה אויב מען רעדט פון אהרן הכהן, האט מען דאך עם שוין אויסגעוויילט פריער, ער איז שוין אן אויסגעקליבענער, נאר זאגט דער זוהר הק' אז דאס גייט ארויף אויף משיח, די טיפקייט פון דעם איז אז משה רבינו האט זיי געווארענט אז זיי טשעפן זיך מיט די טיפסטע ענינים, די שאלה איז נישט נאר ווער איז כהן גדול, די שאלה איז צו גלייבסטו אז משיח גייט קומען? צו ווייסטו ווי גרויס א איד איז? צו ווייסטו וואס ארץ ישראל איז? צו ווייסטו וואס די וועלט איז?.

קרח האט אפשר פון אינדרויסן אויסגעזען מער הייליג ווי אהרן, מיט לאנגע פיאות און א גרויסע גארטל, און אהרן פלעגט רעדן מיט יעדן איד אויפן גאס, אבער קרח האט געהאט צוויי גבאים וואס האבן עם אנגעהאלטן ווייל ער איז געגאנגען מיט פארמאכטע אויגן, און קרח האט נאר גערעדט מיט שיינע אידן, און אפי' דאן איז זיין אויגן געווען האלב פארמאכט.

אבער אהרן אזוי ווי זיין עבודה איז געווען רעדן מיט מענטשן ער האט זיי אלץ מחזק געווען, האט קרח געטענה'עט "דאס איז דען הייליג?" מען איז פארנומען א גאנצן טאג רעדן מיט מענטשן? נאר אויף "נישט קיין משיח מדריגה" קען ער זיין גערעכט, קרח איז צו פאנומען מיט זיין קדושה אז ער הערט נישט א איד וויינען ווען ער גייט אין גאס, יא! אין א "וועלט וואס אלעס איז בלויז אינדרויסן" איז ער גערעכט, אין דער זוהר זאגט אז קרח האט נישט געהאלטן שבת, ווייל אויב די האסט נאר "אינדרויסענדיגע אויגן״ זעסטו נישט קיין חילוק פון שבת און זונטאג, אויב די האסט שבת'דיגע אויגן זעט אלעס אויס אנדערש.

דאס האט השי"ת געזאגט, די שאלה איז נישט צו קרח אדער אהרן, די שאלה איז, איז אלעס אינעווייניג מיט א טיפקייט, אדער איז אלעס בלויז פון אינדרויסן, דאס איז געווען דאס פראבלעם מיט די מרגלים זיי האבן אנגעקוקט ארץ ישראל מיט "אינדרויסענדיגע אויגן", די שאלה איז, צו גלייבסטו אז משיח וועט קומען, קרח איז נישט קיין "משיח איד" ער איז "א אינדרויסענדע איד", אבער אהרן הכהן, געוואלד! איז ער א געווען "איד מיט א טיפקייט" אן "אינעוויינג איד".

ווען אהרן האט געטראפן א בעל עבירה, עטס מיינטס ער האט עם געזאגט "אוי, ביזטו שלעכט"?, ניין!, נאר פלוצלינג אין די מחיצה פון אהרן איז יעדער איד געווען אן אינעוויינג איד, זיין אינעוויינג האט אן געפאנגען צו שיינען.

דאס איז פשט "להגיד שבחו של אהרן שלא שינה" עס איז דא מענטשען וואס ווילען מאכען בעלי תשובה, זאגן זיי "די מוזט זיך טוישן" אבער ווען די טרפעסט אהרן הכהן האט פלוצלינג פאנגט א פייער אן צו ברענען אינעווייניג, "דארפסט זיך גארנישט טוישן" ווייל דאס פראבלעם איז נישט דער איד, נאר ער איז נישט קיין "אינעווייניג איד" ממילא וואס די דארפסט יעצט טאן איז, בלויז זיין מער אינעווייניג א איד, דינען השי"ת מיט מער טיפקייט.

יעצט די וואך שבת איז אזוי גוט, קענן איר זיך פארשטעלן ווי צעבראכען מיר זענן געווען, נאך די מרגלים און קרח, ווייל מיר האבן געקוקט אויף ארץ ישראל מיט "אינדויסענדע אויגן", און השי"ת האט געזאגט פאר משה רבינו, איך קען נישט געבען ארץ ישראל ווייל אינדרויסענדע מענטשן, קומט יעצט די וואך אין השי"ת פארעכט אונז, אזוי ווי מיר זען ביי די שטעקענעס, איז אהרן שטעקען געוואקסן "בתוך המטות" טאקע צווישן אלע אידן, זאגט רש״"י אז מען האט עס נישט געלייגט ביי די זייט מען זאל נישט זאגן אז ווייל עס איז בצד שכינה איז עס געוואקסן, דאס איז מרמז אויף די עבודה פון אהרן, וואס ער געווען א מעורב בין הבריות, אן אוהב ורודף שלום, ממילא זאגט די מדרש וועט טאקע די שטעקן געניצט ווערן נאכאמאל דורך משיח צדקינו יבוא ויגאלנו במהרה בימינו, אמן.