צוריק צו שושנת העמקים בלעטל


יעדערער ווייסט עס איז אין דער סדרה די וואך, שטייט ביי ברכת כהנים יברכך ד' וישמרך, דער אייבערשטער זאל דיך בענטשען אין היטן, יאר ד' פניו אליך, השי"ת זאל דיך אריינשיינען מיט די ליכטיגקייט פון זיין פנים כביכול, דאס איז זייער א אויבערפלעכליכער פשט, אז מיינט דאס נאר אז השי"ת וועט די בענטשן און היטן, עס מוז דאך זיין אסאך טיפער, נאר דאס איז דער פשט פון דער גרעסטער רבי'ס אין דער וועלט דער הייליגער הייליגער ראזדינער (סוד ישרים) , עפענט אייער הארץ דאס איז אזוי טיף.

יברכך, איז א לשון בריכה, א לשון פון א גרויסער כלי וואס קען האלטן אסאך וואסער, איז דער ערשטער זאך איז אז דער גרעסטער פראבלעם פון רוב מענטשען איז, אז דאס טיפסטע אינעוויינגסטע פון אונזער הארץ איז אזוי פארמאכט, מיין כלי איז נישט אפן צו באקומען דער באשעפערס ברכה געהעריג, ווי למשל א טאטע מיט קינדער אוודאי איך גיב זיי צו עסן גוטע זאכן, זיי האבען גוטע צייט, אבער עס איז דא איין זאך וואס איך וויל זיי געבן אזוי טיף אין זייער הארץ, און דאס קענען זיי נאר באקומען דורכ'ן אנקומען צו די טיפסטער טיפקייט פון זייער הארץ, אין אויב דער טיפער פלאץ איז פארמאכט קען עס נישט אריינגיין.

דאס וויל אונז השי"ת געבן אזא שטארקער שיין, און דאס קען נאר אנקומען צו דעם טיפסטן פלאץ אין מיין הארץ צו דעם טיפסטן חלק פון מיר, דאס איז דאך אזוי שיין, די ברכה פון דער כהן, דער ערשטער זאך איז יברכך ד', השי"ת זאל עפענען און מאכן כלים ביי מיר אז די ברכה זאל קענען אנקומען אין דעם טיפסטן פלאץ.

איר ווייסט אסאך מאל קען מען אנקומען צו א מענטש, מען ווערט נאנט מיט עם פאר א פאר מינוט, אבער נאכדעם פארלירט מען עם, אזוי ווי אמאל האט א רייכער מענטש זאגט צו צו העלפן, שפעטער איז ער געווארן אפגעקילט דערפון, דאס איז וישמרך, אז ווען די באקומסט יא דער שיין ביי דיר זאלסטו עס אפהיטן אויף אייביג און נישט פארלירן, און איר ווייסט ווען מען איז מיט א מענטש זייער נאנט וויל מען פארברענגען מיט עם אליין, אן קיין אנדערע מענטשן, אזוי אויך איז מיט השי"ת ביזטו אליין מיט דעם באשעפער? מאכסטו צו די טיר? ביזטו אליין מיט דיין ברכות, מאכסטו צו די טיר?

און באמת אמאל איז מען זייער הויך שבת אדער יום כיפור, יעדער איד איז יום כיפור ממש ווי א מלאך, מיר קומען אן צו דעם העכסטן פלאץ , וואס געשען דעם נעקסטן טאג? מיר ווערן אפגעקילט, דאס איז ווייל מיר האבן נישט פארמאכט די טיר, אזוי ווי א ביי א בריכה וואס האלט וואסער, אויב עס איז נישט פארמאכט רינט ארויס דאס וואסער, דאס בענטש די כהן יברכך ד', השי"ת זאל דיך בענטשן און עפענען דעם טיפסטן פלאץ אין דיין הארץ, וישמרך, השי"ת זאל דיר ווייזן ווי אזוי דאס אפצוהיטן.

און אויך וויל איך איר זאלט וויסן דאס איז דאס טיפסטע ווארט פון דער איזשביצער, קלערט אריין איך גיי אויפן גאס און א איד א רבי זאגט: דו ווייסט דער באשעפער האט דיך ליב, השי"ת האט באמת ליב יעדער איינער, אבער מארגען פארגעס איך דערפון ווייל דאס איז נישט געווען פערזענלעך פאר מיר, די ידיעה אז השי"ת האט ליב יעדן בארירט מיך נישט אזוי שטארק, אבער ווען האלט איך עפעס ביי מיר, ווען איך ווייס אז עס איז נאר פאר מיר, דאס בענטש די כהן אונז אז מיר זאלן דאס טועם זיין, אז די ברכה און שיין איז נאר פאר מיר.

ווייל אפי' אלץ איד קען איך האלטן אלע מצות פון די תורה, אויב עס איז נישט די טיפסטע פריוואטע פארבינדונג צום באשעפער האלט זיך עס נישט, איך קען האלטן שבת אבער עס דארף זיין מיין פריוואטער שבת מיט השי"ת, דאס האלט זיך אויף אייביג. דאס זאגט די תורה לעשות את השבת לדורותם, א פערזענלעכער שבת, יעדער איד מיט'ן רבונו של עולם, מיין דאווענען מיין פאר תפילין.

נאכדעם שטייט יאר ד' פניו אליך, איר ווייסט אויב איך האב א נאנטער חבר, און איך גיב עם א מתנה, אויב ווען ער באקומט די מתנה, קוקט ער אויף דער מתנה, האט ער ליב דער מתנה נישט מיר, אבער אויב קוקט ער אויף דיר דאן האט ער דיך ליב נישט די מתנה, ווייל די מתנה איז נאר א סימן אז מיר זענען גוטע פריינט, דאס זאגט דער פסוק יאר ד׳ פניו אליך, די זאלסט באקומען די שיין פון השי"ת, אבער קוק נישט אויף דער מתנה קוק נאר אויף די פנים פון כביכול, דאס איז יאר ד' פניו אליך, השי"ת זאל שיינען זיין פנים אויף דיר, געוואלד איז דאס טיף, איך קען לערנען די תורה און איך קוק אויף די שיינער אותיות, אבער אויב קוק איך אויף די אותיות און איך זע ממש דעם יאר ד' פניו אליך, דאן איז עס גאר אנדערע ווערטער, גאר אנדערע לערנען, גאר אן אנדער שבת.

דאן שטייט ויחנך, איך ווייס נישט וואס מיינט חן ביי אייך, אבער פארגעסט וואס איך און איר ווייסן, לאמיר געדנעקען וואס דער איזשביצער זאגט, איר ווייסט אמאל בעט איינער א טובה און מען קען נישט זאגן ניין, נישט ווייל ער איז שיין אדער קליג נאר ער האט א געוויסער חן, אמאל זענען דא מענטשען וואס האבן ממש א חן, מען וויל אלעס טאן פאר זיי, איר ווייסט וואס דאס מיינט אמאל אין הימל. קען מיר השי"ת דן זיין אויב עס קומט מיר עפעס אדער נישט, אבער אמאל איז דא ויחנך אז די זאלסט האבן עפעס אין דיין נשמה וואס איז אזוי טייער אז די זאלסט געפינען חן ביי השי"ת, און דער אייבערשטער זאל טאן דאס פאר דיר אן, ער זאל פרעגן אויב עס קומט דיר, נאר ווייל די האסט חן.

און הערטס ווי טיף דאס איז, איך קען געבן פאר מיין קינד א מתנה און זאגן: אז איך גיב עס ווייל ער איז געווען גוט פאריגע וואך, ווי אזוי זעט דאס אויס? עס איז זיס אבער נישט די ריכטיגער זאך, ווייל דאס קינד מיינט אז ער באקומט נאר ווייל עס קומט עם, אבער א מתנה איז דאך אזוי פיל טיפער, א מתנה מיינט איך פרעג נישט אויב עס קומט דיר אדער נישט, מיין קשר מיט דיר איז נישט ווייל עס קומט דיר, נאר מיין קשר מיט דיר איז אזוי שטארק אז עס איז נישטא קיין זאך אין דער וועלט וואס איך וויל דיר נישט געבן. איר זעטס ווי די טיף דאס איז, דאס איז דער צווייטער ברכה יאר ד' פניו אליך, איך זאל האבן די זכי' צו זען דעם פנים פון כביכול, איך זאל האבן די טיפסטער זכי' איינצוזען אז השי"ת גיט מיר גארנישט ווייל עס קומט מיר, יא עס קומט מיר אביסל, אבער נישט וועגן דעם באקום איך דאס, נאר איך באקום דאס ווייל השי"ת האט מיר אזוי ליב, און איך האב חן פאר'ן באשעפער.

דער דריטער ברכה איז ישא ד' פניו אליך, השי"ת זאל הייבן זיין פנים כביכול צו דיר און וישם לך שלום, דאס איז אזוי געוואלדיג, אז איך באקום די ברכה פון הימל איז דאך למעשה דער אייבערשטער אין הימל און איך בין דא אויפן ערד, זאגט דער פסוק ישא ד' פניו אליך, דער אייבערשטער וועט דיך אויפהייבן פאר איין רגע אזוי הויך אז די וועסט דיך שפירן אזוי גוט און הייליג, ווי למשל איך גיב א מתנה פאר מיינע קינדער און איך בין הויך העכער פון זיי, איך שטיי דארט הויך, דאס איז איין וועג, אדער קען איך זיך אראפבייגן צו זיי צו זייער הויכקייט און זיי געבן, דאס איז דאך אזוי פיל מער טיפער די ליבשאפט צו זיי.

דאס איז דער ברכה פונעם כהן אז פאר איין רגע ווען דו באקומסט די השפעות זאלסטו זיין אזוי נאנט צום אייבערטשן כאילו איינס ממש, וישם לך שלום, דאס איז דער טיפסטער זאך, הערטס צו, אויב איך וויל ברעגנען שלום צווישן מענטשען נאך דערצו אויב זיי טענ'ען זיך, צי מיינסטו אז איך קען זיך טענ'ען מיט זיי? קען מען ברענגען שלום אזוי?

איר ווייסט וואס מען דארף טאן? מען מוז זיך אויפהייבן אויף גאר א נייער ראנג און הויכקייט, מען קען נישט שלום מאכן אויפן זעלבן ראנג, ווי מען האט זיך געקריגט, דאס הייסט וישם לך שלום, אז השי"ת זאל דיר געבן דער זכי' אז וואס דו טרעפסט זאלסטו ברענגען שלום ביי זיי מיט דעם וואס די וועסט זיי אויפהייבן מיט גוטע ווערטער דברי חיזוק, ווייל מענטשען האבן דיר דער מערסטער ליב ווען די הייבסט זיי אויף אפי' אביסל.

און איר זעסט, עס וועט קיינמאל נישט זיין שלום אויף דער וועלט נאר אויב מען הייבט אויף דער וועלט אויף גאר א נייעם ראנג, ווייל דער זעלבער טענ'ען וואס האט געברענגט די מלחמה קען נישט ברענגען שלום. יעצט זאגט דער איזשביצער די טיפסטע טיפקייט, אז שלום קומט פון אזא הויכער פלאץ אז די כלים פון א מעטנש מוז זיין ממש בשלימות, דאס זאגט דער פסוק וישם לך שלום, השי,ת זאל פארעכטן און גאנץ מאכן דיינע כלים, אז די גרויסע כלים פון שלום זאלן טרעפן די כלים ביי דיר אין הארצן צו קענען אנקומען דארט.