צוריק צו שושנת העמקים בלעטל


וּבַשָּנָה הַשְּבִיעִת שַבַּת שַבָּתוֹן יִהְיֶה לָאָרֶץ שַבָּת לַד’
אין די שמיטה יאר איז השי"ת מגלה פאר יעדן איד די הייליגקייט פון זיין פעלד אין ארץ ישראל פרשת בהר בחקתי תש״ע לפ"ק

די הייליגקייט פון א איד וואס האט געארבעט אין ארץ ישראל האט ער מיט זיין אייגענע האנט געמאכט די לאנד נאך מער הייליג, ווען מיר האבן געארבעט זעקס יאר אין פעלד, קומט דאס זיבעטע יאר, אין עס קומט ארויס די הייליגקייט פון די אלע יארן וואס מען האט אריינגעלייגט, דאס מיינט שבת לד'.

א איד זייט איין עפעס אין ארץ ישראל איז די לאנד געווארן מער הייליג, ווייל די לאנד וואס השי"ת האט אונז געגעבן איז אזוי הייליג, אז די קדושה ווערט נתתוסף, און ווען איז מען טועם דאס קדושה, דאס איז דיאס זיבעטע יאר.

אזוי האבן מיר געלערנט אין פר' קדושים, עס שטייט קדושים תהי', ווער לערנט דיר דאס אויס? איש אמו ואביו תיראו זיי לערנען אויס דעם מענטש זיין אייגענע קדושה, און ווען איז מען דאס טועם, זאגט די פסוק את שבתותי תשמורו, דעם זיבעטען טאג שפירן מיר דאס.

שבת זענען מיר טועם דאס הייליגקייט וואס השי"ת געבט אונז, און יעדער איינער פאר זיך שפירט אויך זיין פערזענליכע הייליגקייט, וואס דאס איז אויף די מדריגה פון דאווענען.

איר ווייסט וואס דאס מיינט? אז דאווענען מיינט נישט אז איך גיי אלעס פארעכטן, אז עס זאל זיין צוריק אזוי ווי השי"ת האט באשאפן די וועלט, דאס מיינט נישט דאווענען, נאר די ענין פון תפילה איז אז מען זאל זיין מער הייליגער ווי מען איז געווען אפי' בשעת מען איז געבוירן, ווייל צוריק צו זיין נאר וויפיל מען איז געווען ביים געבוירן פאר דעם איז גענוג לערנען פון א רבי, אבער צו זיין מער הייליג ווי מען איז געבוירן, דאס געבן נאר איבער דער טאטע און מאמע, וועגן דעם שטייט קדושים תהי' כו׳ איש אמו כו' ווייל זיי האבן די כח איבערצוגעבן פארן קינד אז ער זאל זיין מער הייליג ווי ער איז געבוירן, און דאס איז דער גאנצע ענין פון שבת, אז עס גיט פאר אונז דאס טעימה ווי עס שפירט זיך צו זיין מער הייליג, דערפאר שטייט נאכדעם את שבתותי תשמורו.

קומט אויס אויב איך האב געהאט א קליינע פעלד אין ארץ ישראל, האט דאס א ספעצילע מיוחד’יגע הייליגקייט וואס קיין איין פעלד האט נישט אין ארץ ישראל, אבער נאר דער אמת'ע בעל הבית קען שפירן דעם קדושה, ווייל וואס מיינט אז דער פעלד געהערט צו מיר? נישט אז איך האב באצאלט דערפאר, נאר אז השי"ת האט עס מיר געגעבן פאר מיין שבט, דאס מיינט אז השי"ת איז מגלה פאר יעדע שבט די הייליגקייט פון דאס שטיקל לאנד וואס זיי וואוינען אויף איהר.

יעצט ווען עס קומט שמיטה איז השי"ת מגלה די הייליגקייט פון גאנץ ארץ ישראל, און די פיפציגסטע יאר יובל, איז השי"ת מגלה די הייליגקייט פון יעדע קליינע שטיקל פעלד ממש, וועגען דען מיז עס צוריק גיין צו די ריכטיגע שבט, ווייל א צווייטע קען נישט משיג זיין דיע פערזענליכע קדושה נאר די שבט אליין צו וועם עס געהער.

נאכדעם קומט פרשת בחוקתי, ווייל די תורה איז דער איינציגסטע וועג וואס ברענגט אראפ א ברכה אויף די פעלד און פירות, ונתתי גשמיכם בעתם, לויט וויפיל איך לייג אריין אין די תורה אזוי וואקסט בעסער די פעלדער, ווייל אלעס ליגט דאך אין די תורה הק׳, און דער הייליגער איזשביצער זאגט, אז די אלע מצוות זענן דאך זייער טיף, אבער ווי אזוי קען איך וויסען וואס השי״ת וויל באמת פון מיר? וויפיל קען איך דערגרייכען? ווייל איך קען אלעס טוהן הונדערט פערצענט ע״פ תורה ע״פ שולחן ערוך, אבער דאך השי״ת וויל דאך עפעס ״מער״ פון מיר, דאס רופט זיך ״בחוקתי״ די קענסט עס נישט פארשטיין מיט דיין קאפ, נאר דאס קומט פון די טיפסטע איינגעקריצטע פלאץ פון דיין נשמה, דאס איז מרומז אין די ווארט בחוקתי א לשון חקו״ק דאס איז שטארק איינגעקריצט ביי יעדן איד, זיין פערזענליכע ציל ווי ער קען אנקומען, מיט דעם קומט די ברכה אין דיין פערזענליכע חלק אין ארץ ישראל, אין דיין פעלד ממש, שנזכה לבנין בית המקדש בירושלים עיר הקודש בב״א.