צוריק צו שושנת העמקים בלעטל


אמור אל הכהנים, בא ליטמא פותחין לו בא ליטהר מסייעים אותו
לרגל יומא דהילולא של רבינו נפתלי צבי ב"ר מנחם מנדל מראפשיץ זיעועכי"א י"א אייר תקפ"ז

מיין טייער פריינט, עס זענן דא צוויי מיני טויערן וואס השי״"ת עפנט פאר אונז, דער גמרא זאגט (שבת קד.) בא ליטמא פותחין לו בא ליטהר מסייעים אותו, ווען איינע וויל טאן עפעס וואס איז נישט הייליג, עפנט השי"ת פאר עם די טויערן, לכאורה דארף מען פארשטיין צו דען טוט השי"ת עפנען פאר איינעם וואס וויל טאן נישט קיין הייליגע זאך? נאר די אמת איז אז די רגע פאר א מענטש טוט עפעס וואס טויג נישט עפנט השי"ת פאר עם אלע טויערן, כדי ער זאל זען ווי שיין עס איז ווען מען טוט א גוטע זאך, השי"ת זאגט דו ווייסט פארוואס די ווילסט טאן עפעס א שלעכטע זאך, נאר ווייל איך האב דיר נישט גענוג אויסגעלערנט ווי אזוי מען טוט גוטס ממילא איז א רגע פאר א מענטש טוט עפעס וואס טויג נישט, עפענט השי"ת אלע טויערן פאר דעם מענטש, און מען קען טועם זיין ווי גוט עס איז צו טאן גוטס, נאר דער מענטש פארקוקט עס ליידער.

דער הייליגע ראפשיצער זאגט, אז וואס א מענטש טוט, רופט מען דאך דאס אויס אין הימל, אבער ווען ער טוט עפעס וואס טויג נישט, רופט מען נישט אויס די זאך, ווייל אין הימל זאגט מען נישט קיין שום שלעכטע זאך, נאר מען זאגט אז דער מענטש עפנט אויף א נייעם דרך אין עבודת השם, אזוי ווי דער גרויסע מגיד ר"ר בער זאגט אז אין יעדער עבירה ליגט באהאלטן אין איר די תשובה וואס געהערט צו דעם, אזוי ווי די אויל ליגט באהאלטן אינעם איילבירט, דאס איז פשט אין די גמרא בא ליטהר מסייעין אותו, עס שטייט נישט פותחין לו, ווייל די שערי תשובה האט מען שוין געפענט די רגע פאר ער האט געטאן דעם עבירה, נאר יעצט אז ער וויל זיך רייניקן און תשובה טאן, דארף ער נישט מער ווי אביסל הילף צוריק צו קומען און תשובה טאן פאר השי"ת.

און דאס האט אונז אהרן הכהן אויסגעלערנט, וואס זיין עבודה ווייזט אויף דאס אינעווייניגסטע פון יעדע זאך, אז ווען מיר האבן געמאכט די עגל איז עס נישט געווען אז השי"ת האט אונז געפענט טויערן און מיר זענען נישט אריין, נאר מיר זענען שוין געווען אינעווייניג און מיר זענען ארויסגעגאנגען פון דארט, וועגן דעם זאגט די גמרא (ע"ז ד' ע״"ב) לא היו ישראל ראויים לאותו מעשה רק להורות תשובה לרבים, אז די גאנצע מעשה העגל איז נאר געווען ווייל השי"ת האט אונז געוואלט אויסלערנען אז אפי' רוב כלל ישראל קען אויך תשובה טאן.

דאס שטייט דא אין די וואכעדיגע פרשה, אמור אל הכהנים כו' לנפש לא יטמא בעמיו, ווייל די כהנים זענען אזוי הייליג, קענען זיי משיג זיין די שיינקייט און הייליגקייט פון טאן נאר גוטס, און די אלע טויערן וואס השי"ת עפנט, דעם פותחין לו זען זיי שוין, אפי' אן דעם הבא לטמא, ממילא מעג א כהן זיך נישט מטמא זיין, נאר ער זאל שטענדיג זיך צו האלטן ריין, און מיט דעם האבן זיי א זכי' צו קענען ריין וואשן די אלע אידן וואס קומען מיט זייער קרבנות צום משכן, עס זאל עולה זיין לריח ניחוח לד'. און לעתיד לבוא בביאת המשיח וועלן מיר אלע זיין ווי א כהנים וועלן מיר אויך זוכה זיין צו די אלע מדריגות בביאת גואל צדק בב"א.