צוריק צו שושנת העמקים בלעטל


ובנה ירושלים עיר הקודש במהרה בימינו, אם האדם בשלימות נראה לו הכל שלם, ימי ספירת העומר בין פסח לשבועות תש"ע לפ"ק

ובנה ירושלים עיר הקודש במהרה בימינו. איר ווייסט חתן כלה, א איד דארף זיין מקושר צום הימל און צו דער ערד, הר סיני איז אונזער קשר צום הימל, ירושלים איז אונזער קשר צו די ערד, איר ווייסט אין הימל ווערט גארנישט צעבראכן, אלעס איז זייער שיין, אבער דארט איז נישטא די שמחה פון צוריק אויפבויען, אבער אויף דיר וועלט אויף דער ערד ווערן זאכן צעבראכען אבער מען קען עס דא פארעכטן, פארעכטן איז נאר אויף דיר וועלט, איר ווייסט מיר ווערן אמאל אזוי צעבראכן אז ירושלים איז חרוב געווארען, אבער ווען השי"ת בענטש אונז און מען שטייט אונטער די חופה זעט מען איין, די טיפסטע טיפקייט, אז עס איז נאר חרוב כדי איך זאל האבן די זכי' עס נאכאמאהל אויפצובויען.

חתן כלה יעצט אין דעם רגע באקומען איר די כח צו פארעכטן אלע צעבראכענע זאכן אייער גאנצע לעבן, איר ווייסט די וועלט טוט אייביג נאך וואס יענער טוט, די וועלט פארעכט, פארעכט יעדערער, די וועלט צעבערעכט, צעברעכט יעדערער, אבער איר ווייסט וויפיל כח איר באקומט יעצט, אז אפי' אין א וועלט וואס יעדערער צעברעכט, טוען איר פארעכטן, איר ווייסט פארוואס מען צעברכעט דאס גלאז יעצט, צו זאגן אז אפי' אלעס ארום איז צעבראכן אבער איר ביידע וועלן דאס אדורכמאכן, איר וועלן קיינמאל נישט זיין צעבראכן, איר וועלן זיך אייביג צוזאם האלטן.

איך וויל אייך בענטשן עס זאל זיין א בנין עדי עד, איך וויל אייך עפעס זאגן, די וועלט מיינט אז דער בית המקדש איז חרוב, עס איז נישט אמת, די גמרא זאגט אז עס זעט נאר אויס אזוי, אויב די ביזט א צעבראכנער מענטש זעט עס אויס צעבראכן, אויב די ביזט בשלימות זעט דער בית המקדש אויס גאנץ, אויב די קומסט צו ירושלים און די ביזט הייליג בשלימות איז דער בית המקדש ממש דארט.

בענטשן מיר דיר מיט אלעס, מיט כח צו פארעכטן, איך וויל אייך בענטשן ווען מענטשן קומען אריין אין אייער הויז צעבראכען זאל זיי ארויסגיין גאנצעהייט, איר זאלט זיי מחזק זיין און זיי זאלן ווערן בשלימות נאכאמאל.

און די עיקר איז, מיר זענען מתפלל, רבונו של עולם בוי אויף נאכאמאל ירושלים די הייליגע שטאט, די ביזט דער איינציגסטע וואס קען עס אויפבויען פון דאסניי, די ביזט דער איינציגסטע. ובנה ירושלים עיר הקודש במהרה בימינו.