צוריק צו שושנת העמקים בלעטל


כוס רביעי – של לאה ומשיח
ליל הסדר במוחין דגדלות - יכולים לשאול כל הקשיות ועדיין אני ברור באמונת ד'

איהר ווייסט אויב עטס וועט מיר פרעגען ווען קומט משיח? עטס ווייסט, פארוואס ווייסען מיר נישט ווען משיח קומט? וואלט נישט געוועהן שיין ווען מיר ווייסען ווען משיח קומט דער א כ צ ט ע נ ט ע ר אדער דער נ י י נ צ ע נ ט ע ר , וואס איז די גאנצער ענין פון ביאת המשיח?

איך האב נישט קיין איינונג ווען ער קומט, איך ווייס נאר אז ער קומט, עטס ווייסט וואס די ענין איז, אז איך ווייס נישט ווען עס וועט זיין שלום אין דער וועלט, אבער איך ווייס נאר אז עס וועט זיין שלום, עטס ווייסט דער רמב"ם זאגט דרייצען אני מאמינ'ס מען דארף גלייבען דרייצען זאכען צו זיין א איד, און די בעל העקרים ער איז געוועהן פאר דער רמב"ם האט אלעס ארייינגעלייגט אין דריי וויכטיגע זאכען, מען דארף גלייבען אז דער באשעפער האט באשאפען הימעל אין ערד, מען דארף גלייבען אז השי"ת האט אונז געגעבן די תורה אויף בארג סיני, און דער דריטער זאך איז הגם די גלייבסט אז השי״ת האט ב א ש א פ ע ן הימעל אין ערד אבער השי"ת האט נישט באשאפען די וועלט אז עס זאל זיין אזוי ווי יעצט, אז מענטשען זאל זיך הארגענען, נאר די מיזט גלייבען אז איין טאג וועט משיח קומען, איך ווייס נישט ווען, און ערשט דאן וועט זיין דער וועלט ווי עס דארף צו זיין.

עטס זעהטס, די לעצטער כוס פון אליהו פון אונזער הייליגער מאמע לאה, איז אזוי טיף איך ווייס נישט ווען, איך ווייס ווען השי״ת האט מיר ארויסגענומען פון מצרים, איך ווייס פונקטליך וועלכער טאג דער אייבערשטער האט אונז געגעבן די תורה, אבער איך האב נישט קיין איינונג ווען משיח וועט קומען, און איך זאג פאר מיין קינד איך האב נישט קיין ענטפער פאר אלע דיינער קשיות, אבער געוואלד ווייס איך עפעס אנדערש אזוי טיף.

עטס ווייסט פריינט, די מענטשען וואס האבען גארנישט קלאר אינעוויינוג קענען נישט דורך מאכען די יאהר, ווייל די וועלט איז פיל מיט ספיקות, און דער אמת איז מיר האבען נאכנישט פאראכטען די עץ הדעת, אבער פאר איין וואך זאג איך פאר'ן רבונו של עולם נעם מיר צוריק אין גן עדן, זאל איך האבען איין וואך אין מיין לעבען וואס אלעס זאל זיין קלאר פאר מיר, און זאל דאס זיין אזוי קלאר אז אפי׳ איך ווייס גארנישט זאל עס אויך זיין קלאר. און עטס ווייסט וואס איך געב איבער פאר מיינער קינדער? אז אידישקייט איז נישט אלעס קשיות און תירוצים, עטס ווייסט אמאהל האבען מיר געזאגט מענטשען אז זיי ווילען אריבער קומען פרייטאג צו נאכטס און אדוירך-טוהן זאכען וועגען אידישקייט, און אין מיטען הייבט זיך אויף א מענטש און זאגט אז מען האט געזאגט אז מען גייט קענען אדוירך-טוהן אידישקייט און אזוי ווי אז מען ענטפערט עהם נישט אלע זיינע קשיות איז ער ארויסגעגאנגען, אדוירך-טוהן? וואס איז דא צו אדוירך-טוהן? איך ווייס נישט די תירוצים, איך זאג יעצט בעפאר די פרעגסט אז איך קען נישט אלע תירוצים, אונז אידען זענען מיר נישט דא צו ענטפערען אלע קשיות, די פרעגסט מיר א קשיא אז השי"ת וויל געבען פאר די אידען ארץ ישראל פארוואס איז עס אזוי שווער? איך ווייס נישט דער תירוץ, נאר איך ווייס אז איין טאג וועל איך אלעס פארשטיין.

עטס וועט מיר פרעגען אויב השי"ת האט ליב די אידען, פ א ר ו ו א ס לייגט ער זיי אדוירך אזוי פיל צער און פיין, זעקס מיליון, און די אינקוועזיציע? וואס גייט פאר דא? איך ווייס נישט? "אבער עטס ווייסט, מיין נישט וויסען.. נעמט נישט אוועק איין ביליאנסטעל פון וואס איך בין קלאר אינעוויינוג ביי מיר! עס נעמט נישט אוועק איין ביליאנסטעל"

איך וויל עטס זאלט וויסען עפעס, עס איז קלאר פאר מיר אז מיינער קינדער זענען די בעסטער קינדער אין דער וועלט, אז די וועסט מיר קומען פרעגען ווי קען זיין אז דער קינד האט געטוהן דעם עוולה און דער קינד דעם זאך? איך ווייס נישט דער תירוץ, אבער אויף א משיח בליק טיף אינעוויינוג זענען זיי מיינער קינדער דאס איז אזוי טיף, אידען דאווענען ביי דער כותל המערבי, איז דאס נארמאל? יא! עס איז אמת עס איז 2000 יאר אלט אבער פ א ר ו ו א ס דאווענען ענק דארט, זאגען מיר, עס איז דער הייליגער בית המקדש, פרעגט יענער ביזט די נארמאל? אלעס איז צובראכען דארט, איך ווייס נישט דער תירוץ אויף דעם אבער טיף אינערוויינוג ווייס איך אז דער הייליגער בית המקדש איז נאך אלץ דארט, און טיף טיף אינערוויינוג ווייס איך אז דער בית המקדש איז קיינמאל נישט חרוב געווארען.

ר׳ לייבעלע אייגער זאגט, איז דען דאס מעגליך אז די רוימישע פאלק די נישט הייליגער מענטשען זאלען חרוב מאכען דעם הייליגען בית המקדש? עס קען נישט זיין! נאר ווי קען זיין אז מיר זעהן עס נישט? עס זעהט דאך אויס אזוי חרוב, עס איז א גוטע קשיא, אבער איך ווייס נישט דער תירוץ.

איך וויל עטס זאלט וויסען א זאך אזוי טיף, עס איז זייער זיס עס איז דא ביכער ווי אזוי אויפצוווייזען אז עס איז דא א באשעפער אויף די וועלט, ווי אזוי אויפצווייזען אז מיר האבען באקומען די תורה אויף בארג סיני, די אלע ביכער זענען עבודה זרה, עטס מיינסט אז משה רבינו איז אראפגעקומען מיט א ביכעל וואס שטייט דעראין די הוכחה אז עס איז דא באשעפער אויף די וועלט? מיר האבען אסאך קשיות אויב איז דא א באשעפער פארוואס איז דער זאך אזוי וכו׳, ביזט הונדערט פערסענט גערעכט די אלע קשיות זענען קשיות, אבער פאר מיר ברענגט עס נישט קיין שום ספיקות.

און עטס זעהט דאס זאג איך ענק, די לעצטער כוס איז די כוס פון לאה, דאס איז די טיפסטער אונזער הייליגער מאמע לאה, ווייל מיר פרעגען לאה ווי קענסטו דאס טוהן צו דיין שוועסטער? עס איז אמת, עס איז א גוטע קשיא, עטס זעהט וואס מיר דארפען איבערגעבען פאר די קינדער, אויף שבועות געב איך איבער די תורה פאר מיינער קינדער, וואס געב איך איבער סדר נאכט פאר מיינער קינדער? נישט קיין עטפערס! איך געב זיי איבער "אז מיט אלע קשיות נעמט דאס נישט אוועק קיין משהו פון מיין גלייבען אין השי"ת".

געוואלד! איז דאס קלאר צו מיר אז עס איז דא איין באשעפער, געוואלד! איז דאס קלאר צו מיר אז השי"ת איז פיל מיט רחמנות! די וועסט מיר פרעגען, איך האב צוויי טויזענט קשיות, אויב השי"ת איז פיל מיט רחמנות ווי קען השי"ת צולאזען די אלע זאכען, עס איז א גוטע קשיא, אבער עס נעמט נישט אוועק איין מיליאנסטעל פון מיין אמונה אין עהם, געוואלד!

זאגט רבי נחמן נאר סדר נאכט ווען השי"ת ממש עפענט מיין הארץ, מיין קאפ און מיין מח, אריינלייגענדוג ממש מוחין דגדלות, מוחין דגדלות מיינט איך בין נישט קליינקעפיג, עטס ווייסט וואס ר' נחמן זאגט בעצם, אלע די גערעדעכטס פון קשיות קומט פון קליינקעפיגקייט, שוין די האסט א קשיא! מזל טוב!.. זיי נישט אזוי קליינקעפיג! איך האב טויזענט קשיות איך ווייס נישט די ענטפער, אבער וועם גייט דאס אהן, די ווילסט מיר זאגען אז עס איז נישטא קיין באשעפער חלילה ווייל די האסט צען נער׳ישער קשיות! אז עס איז דא איין באשעפער איז אזוי ריזיג אזוי ווינדערליך אז דיינער נער'ישע קשיות גייט מיר נישט אהן!

יא! איך וואלט מיר געווינטשען צו וויסען די ענטפערס, איך ווייס אבער נישט די ענטפערס, עטס ווייסט השי"ת האט אונז געגעבן די הייליגער לאנד דאס איז אזוי טיף, שוין האסטו קשיות, צען טויזענט קשיות, איך בין מודה די האסט גוטע קשיות, אבער וועגען דעם איז וואס?..

אבער עטס זעהטס די ט י פ ס ט ע ר טיפקייט איז, אז אפילו נאך פסח גיי איך ח״ו צוריק צו די גיהנום, נעם איך מיט גן עדן מיט מיר, דער גן עדן נעם איך מיט מיר א גאנץ יאהר.

איך וויל איהר זאלט וויסען איך בין זיכער אז איהר ווייסט דאס אבער מען דארף עס איבער זאגען,

געוואלד! איז סדר נאכט הייליג! און עטס ווייסט סדר נאכט איז נישט דער צייט פון זאגען אפי׳ וועגן מיר, רבונו של עולם זיי מיר מוחל איך האב געטוהן אזוי פיל נישט גוטע זאכען, און ציווישען יעדער שטיקעל מצה קלאפ איך מיך אשמנו איך האב דאס געטוהן יענס געטוהן, ווי אזוי זעהט דאס אויס צו ענק? השי״ת וועט מיר זאגען זיי נישט אזוי קליינקעפיג היינט נאכט, וואס קומסטו מיט דיינער עבירות?, איך רעד דא וועגען די גרעסטער זאך אין דער וועלט און די קומסט מיר פארציילען דיינע עוולות.

עטס ווייסט וואס איך מיין, איך שטיי פאר השי"ת און איך שריי, קדש! רבונו של עולם איך בין הייליג, נאכדעם פרעג איך מיך אליין ווי קענסטו זיין הייליג? האסט דאך געטוהן אזוי פיל זאכען, וועל איך זאגען, זיי נישט אזוי קליינקעפיג! היינט נאכט רעד איך אויף גאר אן אנדערען און הויכער מדריגה, איך רעד פון א גן עדן מדריגה פון מוחין דגדלות, מיט משיח׳ס אויגען.