צוריק צו שושנת העמקים בלעטל


די גאולה שלימה ווי די זון שטראלען רשב"י אנטפלעקט אונז ווי אזוי די גאולה שלימה וועט זיין

עטס ווייסט מיין טייערע פריינט די אויסלייזונג פון דער וועלט די גאולה שלימה, די אויסלייזונג פון יעדער איינציגסטער מענטש, וועט נישט זיין שנעל און פ ל ו צ ל י נ ג , נאר עס קומט שטארט.

לאז מיר זאגען און זינגט מיט מיר, איין פרי מארגען איין הייליגער פרי מארגען אדער אפשר שפעט ביינאכט עס איז געוועהן אזוי שפעט אזוי שפעט, דער וועלט איז געוועהן אזוי טינקעל אזוי טינקעל, עס איז געוועהן איין מינוט פאר דער מארגען שטערן איז ארויס, און ענק און איך ווייסען אז ווען דער וועלט איז די טינקעלסטער דאן ווערט שוין טאגס עס ווערט שוין לעכטיג.

דער זוהר הקדוש דער הייליגער ספר דער ספר פון דער גרויסער שיין, דער ספר וואס דעראין איז דא די טיפסטע עלטסטער ל י מ ו ד י ם א ו נ ז ע ר הייליגסטער ל י מ ו ד י ם , דאס שטייט דארט, איין מאל שפעט ביינאכט ר׳ שמעון בן יוחאי מיט זיין זוהן ר׳ אלעזר זענען געשטאנען אויף א בארג, עס איז געוועהן אזוי טינקעל, און די טינקעלסטער זמן נאך די חרבן בית המקדש.

פלוצלינג איין שטראל פון ליכטיגקייט איין היילגער שיין פון די זוהן, פאר איין סעקונדער א שיין פון לעכטיגקייט, נאכדעם איז געווארען טינקעל נאכאמאהל, און נאך א שטראל, עס איז נא א ביסעל ווייניגער טינקעל, און צוביסלעך צוביסלעך דער באשעפער׳ס שטערקסטער ליכטיג די זוהן קומט אויפשיינען פאר די גאנצע וועלט.

און שטעלטס ענק פאר איך מיט ענק שטייען דארט אויף דעם הייליגען בארג, און רבי שמעון בר יוחאי זאגט פאר זיין זון ר׳ אלעזר מיין זון קענסטו זעהן? דאס איז דער וועג ווי די אויסלייזונג פון דער וועלט די אויסלייזונג פון אונז אידען, די איבערבויען פון דער הייליגער שטאט ירושלים, וועט געשעהן..

איין שטראל פון ליכטיגקייט און נאך א שטראל.. און נאך א שטראל פון ליכטיגקייט.. ביז ביז ביז די גאנצע וועט ווערן אנגעפוהלט מיר דער פרייליכקייט און דער לעכטיגקייט. שנזכה להגאולה שלימה בב״א.