צוריק צו שושנת העמקים בלעטל


חודש ניסן און סדר נאכט
ניסן, יעדען טאג א יום טוב - זמן חירתינו פריי צו דינען השי"ת
קדש - רבוש"ע לאמיר זיין באמת הייליג - ורחץ לאמיר אויסוואשען די וועלט

גוט יום טוב, גוט חודש, גוט פסח, ניסן איז דער חודש פון יהודה פון דוד המלך פון דער גאולה שלימה מיט משיח, און וואס פארא יום טוב דאס איז, דרייסיג טעג יעדען טאג איז א יום טוב, יעדער איינער ווייסט ביי די אלע גרויסער רבי׳ס ספעציעל ביי די הייליגער צאנזער פלעגן זיי גיין מיט א שטריימעל די גאנצע חודש און האבען ג ע מ א כ ט סעודות מצוה יעדען טאג, ווייל עס איז א יום טוב יעדער שפירט אזויפיל זיסקייט אין די ליפט אזויפיל פריישאפט.

און עטס ווייסט מיין באליבטער פריינד אז מיר מיינען אז ווייל די נאטור ווערט פריי עס איז פרילינג אלעס שפראטץ ארויס, וועגען דעם זענען די אידען ארויס דיע צייט פון מצרים, עס איז פונקט פארקערט ווייל אונז זענען ארויסגעקומען פון מצרים וועגען דעם איז ווערט אלעס פריי אין דעם חודש, יעדער בוים, יעדער בלום, יעדער גראזעלע אלעס ווערט פריי, עס איז דא אזויפיל זיסקייט און די לופט.

עטס ווייסט וואס האלט אונז צוריק פון ווערען פריי? עס איז אמאהל זייער קליינער זאכען, חמץ איז במשהו אמאהל איין ברעקעלע, איין ברעקעלע קען קאליע מאכען די לעבען, עטס ווייסט מיינע פריינט, איך קען צוזאגען אז רוב פאר פאלק וואס גט׳ן זיך איז נישט צוליב קיין גרויסע זאכען נאר עס איז קליינוגקייטן ״ברעקעלעך״, פסח איז די צייט וואס מיר ווערן פטור פון אלע ברעקעלך, און אויך אויף די גוטע זייט, די קליינע זאכען קען מאכען א זאך אזוי ספעציעל, עטס ווייסט אונז קענען הונדערטער מענטשען אבער נאר מיט איינער האבען מיר א ספעציעלע ידידות און מ'וועט פרעגען וואס האט דער מ ע נ ט ש מער ווי די אנדערע? ער האט דעם משהו מער דאס מאכט עהם אן אויסנאם, עטס ווייסט אמאהל האט מען א געוואלדיגען שבת מער ווי אלע שבתים, מיט וואס איז עס מער? מיר האלטען דאך יעדער שבת, נאר דער שבת האט געהאט דער משהו.

עטס ווייסט פריינט, פרייהייט איז א משהו, ציווישען זיין אינטערטעניג און פריי איז א משהו, ציווישען זיין א גוטע טאטע און מאמע איז אויך נאר א משהו, א זאך אזוי קליין, אבער וואס איז דער ריכטיגע פרייהייט? מיר גייען ארום מיט א לעכט און מיר טרעפען די ברעקעלעך די קלייניגקייטען און מיר פארברענען עס, און דער קארלינער זאגט ווי פארברעט מען עס? מיט די פייער פון די הארץ מיט די פייער פון דינען השי"ת, [דאס הייסט מבטלו בלבו אין זיין הארץ].

און עטס ווייסט מיין ב א ל י ב ט ע ר פריינד וואס ר' דוד לעלוב׳ער (אדער ר' משה קאברינער) זאגט, איך האב מיך אמאהל אויסגעלערנט דינען דעם אייבערשטען פון א קאזאק, איך בין אדוירך א פלאץ ווי זיי לערנען זיך צו זיין סאלדאטען, און דארט האב איך געזעהן ווי מען שלאגט א קאזאק אלס עונש, האב איך געפרעגט וואס האט ער געטוהן? האבען זיי מיר געזאגט נעכטען נאכט איז ער געשטאנען און געהיטען דאס פלאץ און היינט צופרי האבען מיר עהם געטראפען האלב פארפרוירען האב איך זיי געזאגט אויב אזוי געבסט עהם א מעדאל אז אפי׳ עס איז געוועהן קלאט איז ער נאך אלץ געשטאנען און געהיטען?, האבען זיי מיר געזאגט די פארשטייסט נישט, א קאזאק אויב ער דינט באמת די צאר פון רוסלאנד דאן אלעס וואס ער טוהט מיז זיין מיט אזויפיל פייער אז עס זאל איהם האלטען ווארעם.

איז אויף פסח איז דא א פייער אין אונזער הארץ אלעס וואס מען טוהט איז מיט א פייער מיט א ברען, אזויפיל פייער אזויפיל זיסקייט, און עטס ווייסט ווען מיר זענען געוועהן קליין געדענק איך, איך מיט מיין ברידער און שוועסטער, סדר נאכט זענען מיר געזעצען ביים טיש, אונזער טאטע איז געוועהן אזוי ווי די גרעסטער קעניג, מיין טאטע פלעגט אונז זאגען קינדער – היינט ביי נאכט זענן מיר אלע אזוי ווי א קעניג, ווי א פרינץ און פרינצעסן, מיר אלע זיצען ביי דעם באשעפערס טיש, עס איז נישט מיין טיש עס איז דעם ב א ש ע פ ע ר ס טיש, און איך געדענק ווי מיינער אויגען האבען געשיינט מיין ברידער און שוועסטערס אויגען האבען געשיינט, אלע וואס האבען געגעסען דארט, געוואלד! מיר זיצען ביי דעם טיש פון דער באשעפער פון דער וועלט.

און עטס ווייסט וואס די אנפאנג איז, מען שרייט קדש! באשעפער פון דער וועלט א גאנץ יאהר האב איך נישט קיין סאך געקלערט פון מיר איך האב נישט געוויסט ווי הייליג איך קען זיין, אבער היינט ביינאכט רבונו של עולם! איך ווייס, אז איך קען זיין אזוי הייליג איך בעט דיר קדש מאך מיר אזוי הייליג! מאך מיינע קינדערלעך אויך הייליג, מאך דער גאנצער וועלט אזוי הייליג.

נאכדעם זאגט מען ורחץ א גאנץ יאהר ווען איך זעה א מענטש מיט נישט קיין ריינער פנים, אביסעל שטויב אויף זיין נשמה, דריי איך מיר אוועק, אבער היינט ביינאכט זאג איך האר פון דער וועלט איך וואלט מיר געווינטשען צו זיין א ריינונגס-מענטש פאר דיר, היינט נאכט ווען איך האב אביסעל זייף, א שטיקעל מצה וואס ריינוגט אזוי אויס אלעס, זאג איך רבונו של עולם לאז מיר ריינוגען דער וועלט, און נאכדעם שרייט מען יחץ און דער קאזניצער מגיד זאגט דער וועלט איז אזוי צובראכען איך ווייס דער וועלט איז אזוי צובראכען, אבער רבונו של עולם נאר פאר אונזער קינדער, אונזער קינדער קען מאכען די וועלט גאנץ נאכאמאהל, און עטס געדענקטס מיר צוברעכען די מצה די קליינער שטיקעל האלט מען מיט אונז און די גרויסער שטיקעל די גרעסער צובראכענקייט ברענגען אונזער קינדער דאס צוריק ביי די ענדע פון דער סדר, ווייל אונזער קינדער זיי זענען דיע וואס נעמען אוועק די צובראכענקייט פון אונז.

איך וועל ענק זאגען עפעס, אמאהל קום איך אהיים זייער שפעט, איך בין אזוי שטארק מיד, אויב איינער וועט מיר אויפוועקען פונעף אזייגער פארטאגס וועל איך זיין אביסעל בייז אויף יענעם, אבער אויב מיינע קינדער וועקען מיר אויף, אהה דאס איז אזוי שיין, האר פון דער וועלט ווי קען איך און מיין לעבען דיך דאנקען פאר מיינע קינדער, ביי קינדער איז אלעס אזוי איז גוט און אלעס איז שיין, איך וואלט נישט געוואלט מיינער קינדער זאלען אויפוואקסען און אזא צובראכענער וועלט, און צובראכען מיינט נישט פון יסורים און טרויער, צובראכען מיינט ציווישען גוט און שלעכטס, צובראכען ציווישען וויסען און נישט וויסען.

און מיר מאכען קידוש, אה קידוש! און דער וויין אויף סדר נאכט איז אזוי הייליג, א גאנץ יאהר קען וויין מיר אפשר מאכען שיכור, אבער סדר נאכט בין איך נישט שיכור פון וויין איך בין שיכור פון פרייקייט איך בין שיכור פון דאנקען דעם באשעפער פאר אונז אויסלייזען, די האסט אונז אויסגעוועלט אז אונז זאלען ווייזען די וועלט וואס פריי זיין מיינט באמת, ווייל צו זיין פריי מיינט נישט אז איך קען טוהן וואס איך וויל טוהן, פריישאפט מיינט איך בין פריי צו דינען השי״ת איך בין פריי צו פאררעכטען מיין נשמה, צו פארעכטען די וועלט.