צוריק צו שושנת העמקים בלעטל


דברי תורה נפלאים לפרשת ויצא שבת שלום ומבורך באמונה שלימה
ע"פ דברי השפת אמת, כי באר שבע מרומז על שבת קודש, וע"י שיעקב וכל יהודי מתקשר עצמו לשבת יוכל לתקן כל ששת ימי המעשה, וילך חרנה, כל אלו הדברים הלא טובים, נתקנים עכשיו בשלימות.

שבת קודש ארבעט מען נישט, וואס מיינט דאס טאקע אויף די העכסטער מדריגה, אז איך טוה גארנישט?, אמאל ביי מענטשן ווען איך האב גארנישט צו זאגן בין איך שטיל, און אמאל האב איך אזויפיל צו זאגן, אז איך זאג גארנישט, די זעלבע זאך ווען איך האב אביסל זאכן צו טוהן, טוה איך גארנישט, אמאל האב איך אזויפיל צו טוהן אז קען אפי' נישט אנהייבן צו טוהן, ממילא שבת קודש טוהן מיר אזויפיל פאר אונז אין פאר די וועלט, אז מען קען עס נישט טוהן מיט פשוט נעמן א שטיקל האלץ און מאכן א טיש און בענקל, ווייל וויפיל איך וועל טוהן וועט עס נישט זיין גענוג.

יעדער איינער ווייסט אז שבת קודש פארעכט מען אלעס וואס איך האב געטוהן במשך דעם וואך, און עטס ווייסט אמאל זאג איך עפעס און איך דערמאן זיך אז איך דארף נאך צולייגן איין ווארט, דאס מיינט איך האב נאך נישט גענדיגט רעדן, עטס ווייסט וואס געשעהט צו אונז שבת? שבת איז דער לעצטער צוענדיגן פון אלעס וואס איך האב געטוהן במשך דעם וואך, און נאך מער עס איז די לעצטער צוענדיגן פאר מיין אייגענער נשמה, וויפיל איך בין אנגעקומן א גאנצער וואך מיט אויסארבעטן מיין נשמה, טוהט דאס שבת צוענדיגן.

יעצט לערן איך פון ר' נחמן, נאר פאר איך לערן אינעוויינוג וויל איך ענק זאגן דאס, קיינער פון אונז זענן מיר נישט גאנץ, נאר השי״ת איז גאנץ בשלימות, קיינער זאגט מיר נישט אז איך מוז זיין בשלימות, נאר אמאל איז דא א זאך וואס פעלט און עס מאכט נישט אויס, אבער אמאל פעלט עפעס פון א מענטש און עס טוט באמת וויי, למשל מען טרעפט א מענטש וואס זעהט אויס בשלימות נאר ח"ו ער האט געהאט אן אומגליק און ער קען נישט גיין, דאס טוט דאך אזוי וויי, ער איז אזוי געלונגן נאר דיע זאך וואס פעלט, איז אזוי שטארק אז עס איז הארצרייסענד. דאס מיינט אז עס פעלט עפעס און עס טוט באמת וויי, אויך למשל איך גיי אריין וואוינען אין א נייער הויז און עס האט נישט קיין באלקאן, שוין עס פעלט טאקע, אבער עס מאכט נישט אויס, איך קען אויסהאלטן.

קומט אויס עס איז דא זאכן וואס אויב עס איז נישט דא מאכט עס נישט אויס, און אמאל אויב עס איז נישט דא טוט עס זייער וויי, און ווי העכער א מענטש קומט אן און עס פעלט עפעס טוט עס נאך מער וויי, למשל אויב איך האב אן ארבעטער און עס פעלט עם עפעס, שטערט עס מיר נישט, אבער אויב מיין נאנטער פריינט איז נישט בשלימות דאס טוט שוין מער וויי, דאס איז ווייל ווי מער נאנטער מען גייט, ווי העכער מען קומט אן, און עס איז נישט בשלימות, שפירט מען עס אסאך מער אז עס פעלט עפעס.

יעצט הערטס צו צו די טיפסטער טיפקייט, א גאנצער וואך קען איך נאך אויסהאלטן אין א וועלט וואס איז נישט אזוי גאנץ, אבער שבת קודש גיי איך ארויף אזוי הויך אז די וועלט מיז זיין גאנץ, וועגן דעם שבת קומט עפעס אריין פלוצלינג אין די וועלט, א גרויסער שיין שיינט פון הימעל, און די וועלט איז גאנץ, און עס ווערט קלאר פאר מיר אז אלעס איז ממש הערליך שיין און גאנץ, און אויב מען וועט מיר פרעגן, למעשה וואס איז דען געשען ציווישען היינט און נעכטן, אלעס איז דאך דאס זעלביגער? קענסטו מיר מסביר זיין שכל׳דיג אז עס איז דא עפעס שבת מער וואס איז נישט געווען נעכטן?

וועלן מיר יעצט אריין גיין אין עפעס זייער טיף, מיר האבן עס אסאך מאל געלערנט, די וועלט ווייסט אז עס איז דא "וויסענשאפט" און עס איז דא ״גלייבן״ ווען גלייב איך אין עפעס? ווען איך קען עס נישט אויפווייזן, עס איז נישט שכל'דיג, וואס קען איך טוהן, בלית ברירה מוז איך גלייבן, למשל איך בין נישט קיין דאקטאר, און ער זאגט מען דארף טוהן אזוי און אזוי מיט א חולה, איך בין נישט קיין דאקטאר ממילא גלייב איך עם, דאס מיינט אז מיין "גלייבן" איז בלויז אנשטאט ״במקום״ מיין "וויסענשאפט".

אבער ווען מיר רעדן וועגן גלייבן אין השי״ת, און איינער וועט זאגן דעם חשבון, אז וואס קען איך טון איך קען נישט זעהן השי״ת טוה איך "גלייבן" אנטשטאט ״וויסען״, דאס איז נישט קיין גלייבן באמת, "ווייל די אמת איז אז גלייבן אין השי"ת איז די העכסטער וויסענשאפט וואס עס איז נאר דא", עס איז דא וויסענשאפט פונעם קאפ, נאכדעם איז דא וויסענשאפט פון די נשמה, טיף טיף אינעוויניג וויסענשאפט, דאס ווערט אנגעריפען "אמונה", וועגן דעם במשך די וואך, פיר איך אלעס דורך מיין קאפ אדער אויגן אדער מיינער הרגשים, וועגן דעם זעהט אויס אז אלעס איז נישט בשלימות, אבער שבת, געשעהט עפעס צו מיר, אז איך ציה מיך אריין אין א נייער וועלט, פון א גאנצער גלייבונג, ״אמונה שלימה״, עס איז א פלא מען רעדט נישט קיין זאך פון דעם, מיר זאגן אני מאמין באמונה שלימה, עס מיז זיין "אגאנצער גלייבונג" ווייל אויב נישט האט דאס נישט קיין שום הסבר, עטס ווייסט וואס מיינט אמונה שלימה? "די מוזט זיין אינגאנצן מיט דעם".

למשל אויב איך וויל צאלן א חוב און מיין קאפ ווייסט אז איינס מיט איינס איז צוויי, נאר מיין פיס ווייסט נישט דערפון, איז עס נאך אלץ גוט, איך קען צאלן דעם חוב אן קיין פראבלעם, איך קען נישט זאגן, אז ווייל מיינער פיס פינגערס זענן נאך נישט זיכער אז איינס מיט איינס איז צוויי, קען איך נישט צאלן דעם חוב, דאס גייט קיינעם נישט אן, אבער דיע מין גלייבן, די העכסטער מין גלייבן די געטליכער וויסענשאפט, אמונה שלימה, מוז זיין גאנץ ממש, שטעלטס ענק פאר מיין זיסער פריינט, איך זאג אז איך קען דיך זייט די ביזט געבוירן, דאס איז קאפ וויסענשאפט, אבער ווען קען איך דיר אויף א טיפערע מדריגה? נאר שבת, שבת קודש זענן מיר אסאך נענטער איינעם צום צווייטן, עס איז אזוי טיף. און עטס ווייסט פריינט פארוואס מענטשן האבן זיך פיינט און קריגן זיך? ווייל זיי קענן זיך נאר מיט די קאפ אדער אפשר מיט די הרגשים, אבער שבת, ווען איך קען דיר אויף אזא הויכער מדריגה איז עס גאר עפעס אנדערש.

למשל אויב איינער וועט מיר פרעגן ווען איך זיץ אין א שטוב מיט פארמאכטער אויגן, זענן דיינער קינדער דא? אויב זיי זענן דא, דען וועל איך עס גלייך שפירן, ווייל איך האב זיי אזוי ליב, וויאזוי ווייס איך דאס? נישט מיטן קאפ, נישט ווייניגער פון מיין קאפ נאר אסאך טיפער פון דעם, ווייל איך בין ממש אזוי געבינדן מיט זיי מיט די מדריגה פון אמונה שלימה, איך ווייס אזוי שטארק פון זייער אנוועזנדקייט, אז אויב זיי וואלטן דא געווען וואלט איך שוין געוויסט.

און אויב איינער זאגט איך ווייס אז עס איז דא איין באשעפער, ווי אזוי ווייסט ער דאס, אויב ער ווייסט עס אזוי ווי איינס מיט איינס איז צוויי, דאס איז גאנץ זיס אבער עס העלפט גארנישט, שבת מיט מיין געטליכער וויסענשאפט וואס איז די טיפסטער גאנצער גלייבן, ווער איך געוואר אז עס איז נאר דא איין באשעפער וואס פירט די וועלט, עפעס געשעהט צו מיר אז מיין וויסען פון השי"ת איז אויף גאר א העכער מדריגה, מיין וויסענשאפט פון מענטשן איז גאר אנדערש, און ווען איך בין אויף אזא מדריגה איז דא בלויז שלום ציווישען מענטשן. ווייל מען קען זיך נאר קריגן מיט איינעם אויב מען ווייסט נישט באמת ווער דאס איז, אפי׳ מען קען יענעם זעהן מיט די אויגן, אבער עס איז מיר נישט קלאר ווער ער איז באמת, אבער אויב מיין טיפסטער אינעווייניג ווייסט ווער ער איז באמת, קען איך מיר נישט שלאגן מיט עם. און עטס ווייסט שבת, איז אלעס אזוי טיף, און שבת (איך חלום פון האבן א קהילה וואס וועט גאנץ שבת נישט רעדן) באמת רעדט מען זייער ווייניג, און אפי׳ וואס מען רעדט זאל זיין נישט מער ווי א טשעפטשע זייער שטיל, ווייל פארוואס שרייען מענטשן איינער אויף די אנדערע? ווייל זיי זענן זייער ווייט פון יענעם, אפי׳ ער שטייט לעבן עם רעדט ער נאך אלץ הויך, אבער שבת בין איך אזוי נאנט אז איך שריי נישט איך רעד שטיל, און אזוי אויך איז דא מענטשן וואס שרייען אזוי הויך ביים דאווענן, אויב זיי ווייסן אז השי"ת איז ממש פאר זיי דארפן זיי נישט אזוי שרייען, און אמאל וויינט מען שטארק, דאס איז אויך גוט ווייל מען וויינט ווייל מען שפירט נאכנישט השי״ת נאנקייט, אבער שבת וויינט מען נישט, און ווען מען דאווענט שבת איז עס אויף זייער א ווייעכער אופן, ווייל מיר זענן אזוי נאנט, נאר ווען מען זינגט איז טאקע גוט אויס צוגיסען די הארץ און זינגן הויך (ווייל נגינה קומט פון גאר אן אנדערע היכל ווי ווערטער פון דאווענן).

זאגט ר' נחמן אז ווען מען האלט שבת כראוי, געבט השי"ת א מתנה פארן מענטש "אמונה שלימה" א גאנצער גלייבן, ווייל פארוואס האלט איך שבת ווייל איך גלייב אז השי"ת האט באשאפן די וועלט אין זעסק טעג, און געריהט די זיבעטער טאג, זאגט השי"ת די גלייבסט אין מיר, גלייב איך גענוג אין דיר צו דיר געבן די העכסטער מתנה וואס איז דא, ממש א גאנצער גלייבן אין השי"ת, עטס ווייסט וואס דאס מיינט? מען קען דאס עס אפי׳ נישט מסביר זיין, אז א מענטש זאל ממש אינגאנצן גלייבן אין השי"ת.

אויך זאגט ער עפעס זייער טיף, מיר טוהען אסאך טובות במשך די וואך מיט מענטשן, אבער ווייל מיר האבן עס נישט געטוהן מיט גענוג אמונה שלימה אין השי"ת פעלט עפעס דעראין, למשל אן עושר געבט הונדערט דאלער פאר אן ארימאן, נאכדעם באקומעט ער פון א שלעפער איין דאלער וואס געבט עס מיט די גאנצער הארץ, וויל איך דיר זאגן אז דער איין דאלער איז מער ווערט, ווייל ווען מען געבט צדקה מיט אמונה שלימה אז די געלט איז נישט מיינע נאר עס געהערט פאר השי"ת, און עס איז די גרעסטער זכי׳ צו געבן צדקה פאר אן ארימאן, דאס איז צדקה בשלימות.

זאגט ר׳ נחמן אז שבת ווערן די אלע מעשים טובים פון מיר ממש בשלימות, און אמאל קען איך וויסן אלע פרטים פון אן ענין, מיינט נישט אז איך קען עס בשלימות, עס איז דא עפעס טיפער פון וויסן אלע פרטים, דאס איז שבת, שבת ברענגט אלעס צוזאמן בשלימות, און איך וויל ענק זאגן עפעס זייער טיף, מיר זאגן צו אזויפיל פאר השי"ת אז מיר וועלן טוהן גוטס און זיך פארבעסערן, אבער ליידער האלט מען נישט ווארט, עטס פארוואס נישט? ווייל איך געדענק אז איך האב עס קיינמאל נישט געטוהן, גלייב איך שוין מער נישט אין מיר אז איך קען עס בכלל טוהן, אבער שבת קודש געבט מיר דעם כח צו גלייבן אין מיר נאכאמל, אז איך זאל קענן טאקע אויספירן בשלימות די אלע זאכן וואס איך האב מיר אינטער גענומען, לטב, לחיים ולשלם, אמן.