צוריק צו שושנת העמקים בלעטל


אליהו הנביא במהרה יבא

אנו במצב כזה שצריכים ישועה מיד ממש, וישועת ד׳ כהרף עין

אֵלִיָּהוּ הַנָּבִיא. אֵלִיָּהוּ הַתִּשִׁבִּי. אֵלִיָּהוּ הַגִלְעָדִי: בִּמְהֵרָה יָבאֹ אֵלֵינוּ עִם מָשִׁיחַ בֶּן דָּוִד: זמירות למוצאי שבת.

עטס ווייסט פריינט, עס איז דא א צייט צו זיין אויבערפלעכליך און עס איז דא א צייט צו זיין ממש אביסעלע טיפער, למשל לאמיר עס מסביר זיין אויף דעם אויפן, שטעלטס ענק פאר איך טרעף א איד און ער זאגט מיר איך גלייב נישט ח״ו אין דעם אייבערטשען, איך גלייב נישט אין קיין ניסים, זאג איך עם, אפשר פופציג אדער הונדערט יאר צוריק וואלט איך עס נאך אויסגעהאלטן, אבער היינטיגע צייטן, בין איך נישט אינטעריסרט אין דיר, איך ווינטש עם נישט קיין שלעכטס, אבער אז די גלייבסט נישט אין אייבערשטען, האב איך נישט קיין צייט פאר דיר.

ווייל איך ארבעט אין אן (עמערדשזענסי) נויטפילער אפטיילונג און איך קען נאר היילען מענטשן וואס ווייסען אז זיי זענן קראנק, געוואלד ביזטו קראנק, אז די ווייסט נישט אז די ביזט קראנק, וואס קען איך טון מיט דיר? מיר אלע זענן קראנק, מיר אלע דארפן די גרויסער דאקטאר.

עטס ווייסט פריינט, אמאל ווען מען קומט אין שפיטאל, אמאל זאגן זיי דארפסט אביסעל ווארטן דער דאקטאר קומט און פיר פינעף שעה אדער אמאל דארפסטו ווארטן א גאנצע נאכט, דאס איז נאר אויב מען איז נישט געזונט, אבער אין די (עמערדשזענסי) נויטפילער אפטיילונג, מיז דער דאקטאר קומען שוין אין דיע מינוט.

עטס ווייסט דאס איז די זעלבע מיט אונז, די גמרא זאגט (ברכות דף נח.) מלכותא דארעא כעין מלכותא דרקיעא, וואס געשעט דא אויף דיע וועלט איז ווייל אזוי געשעט אין הימעל, ממילא אויב מען זאגט אונז זענן בלויז אביסעל קראנק, דאן זאגט השי"ת, ווארט צו אביסעל איך וועל דיר העלפן שפעטער, וועגן דעם דארפן מיר וויסען אז ממש יעצט איז עס א (עמערדשזענסי) נויטפילער מצב, די גאנצע וועלט איז אין א נויטפילער מצב, דארף השי"ת אונז ממש שוין שנעל העלפן.

איך וויל זינגען א ווייכער ניגון, ועינינו תראינה, נישט נאר ווילען מיר אז השי"ת זאל אונז שוין העלפן, נאר מיר בעטן אויך אז ענק און מיר, אונזער קינדער זאלן שוין זוכה זיין דאס צו זעהן, ווייל וואס אונזער קינדער דארפן צוקוקען מיט זייער אויגן איז זייער שווער, אונז זענן מתפלל זיי זאלען זעהן עפעס מיט זייער אויגן, עפעס אזוי הייליג און שיין.

וְעֵינֵינוּ תִרְאֶינָה מַלְכוּתֶךָ כַּדָּבָר הָאָמוּר בְּשִׁירֵי עֻזֶּךָ. עַל יְדֵי דָּוִד מְשִׁיחַ צִדְקֶךָ: קדושה שחרית ליום שבת