צוריק צו שושנת העמקים בלעטל


בס"ד
דברי תורה עמוקים מני ים
על פרשת בשלח
נלמד מתוך ספר דברי בינה
מרבי יצחק יעקב מביאלא נכד היוד הקדוש זיעועכי"א
מפי הרשב"ן זצ"ל רבינו שלמה ב"ר נפתלי זצ"ל קארליבאך

דעם ספר, ווען מען דריקט דאס פארקויפען זיך אלע אין א פאר טעג, דברי בינה פון דער הייליגער ביאלא אן אייניקעל פון דעם יוד הקדוש. לאמיר צוזאם לייגען אלע אונזער כחות צו זאמען, זיך קאנצענטירען.

ויהי בשלח פרעה את העם, ויהי' איז א לשון צער, האט פרעה ארויס געלאזט די אידען פון מצרים, אלע מפרשים פרעגען וואס איז דער לשון צער עס איז דאך געוועהן א שמחה אין לשער, דער דברי בינה ענטפערט אזוי, אז עס איז דא צייטען און רגעים וואס מיר וואלטען געקענט האבען אלעס גוטס אויף דער וועלט, און די טרויעריגער זאך איז, אז עס איז נאר א משהו וואס מען דארף טוהן, עטס ווייסט יענער נאכט ווען מיר זענען ארויס פון מצרים האט השי"ת אונז אלעס געוואלט געבען, אונז וואלטען געקענט ברענגען משיח צדקינו, מיר האבען געקענט אלעס טוהן, און מיר זענען נאר ארויס פון מצרים און נישט מער.

איהר ווייסט א מאהל וויל מען א זאך אזוי שטארק און ווען עס געשעהט זענען מיר אזוי פרייליך מיט דעהם אז מיר באמערקען נישט אז אין דעם רגע קענען מיר טוהן טויזענטער נאך גוטער זאכען ברענעגען אויף די וועלט. איך וויל איהר זאלט וויסען דעם מעשה וואס איז מער ווי אומגלויבלעך, ר' נחמן האט מען גערופען נאך ר' נחמן הארדענקער, פון די גרעסטער תלמידים פון דעם בעש"ט הק', און ער האט געדארפט א שידוך טוהן, און ער האט געבעטען פון זיין רבי'ן א שידוך, און אויך איז געוועהן א יונג ווייבעל וואס האט אויך געזוכט א שידוך, און דער בעש"ט האט זיי צאם געפארט, און זיי האבען חתונה געהאט, און דער פלא איז נאכ'ן חתונה קומט ער נישט אהיים, נאר ער איז אהיים געקומען דעם נעקסטען טאג צו עסען מיטאג, און גייט צוריק לערנען אין ביהמ"ד, איז די פרוי פון ר' נחמן הארדענקער געקומען צום בעש"ט אין זיך אפגערעדט, האט דער בעש"ט געפרעגט ר' נחמן וואס איז דער סיבה פארוואס ער גייט נישט אהיים, האט ר' נחמן גענטפערט ווייל איך און דער רבי זעהן אז עס איז נגזר געווארען א ביטערע גזירה פון הימעל אז ווען מיין פרוי וועט האבען דעם ערשטען קינד וועט זי דארפען גיין פון די וועלט, האט דער בעש"ט געזאגט דאן זאג דאס פאר איהר זי זאל פארשטיין, און אזוי ווי ר' נחמן האט איהר געזאגט האט פארשטיין זי זיך איינגעבעטן ביי איהר הייליגער מאן אז זי איז מוכן פאר דעם אבי זיי לעבען צוזאמען, וכך הוה בשעת זי האט געהאט דעם קינד האט זי מתפלל געוועהן פון השי"ת אז זי זאל לעבען נאך פיר וואכען ווייל זי קען נישט גלייבען אז זי זאל נישט האבען דער זכי' צו זעהן דעם נייעם קינד, און אזוי איז טאקע געוועהן, זי האט געלעבט נאך פיהר וואכען, דער קינד האט געהייסען שמחה די טאטע פון ר' נחמן מברעסלאב, שפעטער האט ר' נחמן פארציילט פאר'ן בעש"ט די גאנצע פרשה, האט דער בעש"ט געזאגט אוי! צו ווייסט די נישט אז בשעת די פרוי געבוירט דאס קינד זענען אלע טויערען אין הימעל אפען זי האט זיך געקענט אויסבעטען ארוכת ימים ושנים.

[זעהט מען פון די מעשה, אז] די מינוט וואס די טויערען זענען אפען טאר מען זיך נישט באגרעניץ מיט קלייניקייטען מען דארף ממש מתפלל זיין און איינרייסען די גאולה שלימה. דאס איז ויהי בשלח פרעה בלשון צער, אז מיר האבען נישט געפועלט דעם גאולה שלימה אין יענע רגע, נאכדעם זענען מיר געוועהן ליידער אין נאך דריי גלות'ן, מיר האבען געקענט בעטען פון השי"ת פארעכט אונז דעם רגע, די טרויעריגער זאך איז געוועהן אז מיר האבען נאך מורא געהאט פון פרעה נאכ'ן ארויס גיין.

די גרעסטע נס איז אבער געשעהן, אז השי"ת האט ארויסגעריסען די גאנצע פחד וואס מיר האבען מורא געהאט פון די מצרים, התיצבו וראו את ישועת ד' התיצבו שטעלטס ענק אוועק אהן קיין פחד, און די רגע וואס איך האב נישט קיין מורא קען איך אנקומען זייער הויך, ווייל פחד ומורא לאזט נישט א מענטש זיך רירען, און די ווייניגער פחד מען האט קען מען זיך מער באוועגען, אויך זעהן מיר ראתה שפחה שבים מה שלא ראה יחזקאל בנבואה, די נידעריגסטע איד אין דער וועלט האט געקענט צו קומען צו די העכסטע מדריגה, אלע טויערען זענען געוועהן אפען פאר אונז, ווייל מיר זענען געוועהן גרייט אנצונעמען די העכסטע מדריגות, ווייל אין א וועג אפי' א נביא האט אביסעל פחד מקבל צו זיין די נביאה, אויך זעהט מען אז גאנץ כלל ישראל מיט משה רבינו אלע האבען געהאט די זעלבער רוח הקודש וואס צו זינגען אוזי ווי עס שטייט אז ישיר משה ובני ישראל את השירה הזאת לד' זעהט מען פון די אלע פסוקים וואס פארא הויכע מינוטען עס איז דאן געוועהן פאר גאנץ כלל ישראל, ויה"ר מלפני אבינו שבשמים שיעשה לנו כמו שעשה לאבותינו בימים ההם בזמן הזה, אמן.