רכילות
געזונגען דורך יום טוב עהרליך
פערל זאגט, אינדרויסן טאגט, שמערל פארמאגט, האט בערל דעריאגט. שמערל געשוירן, די שערל פערלוירן, חי' געטראפן, האט שמעי' געשלאפן, האט ישעי' געלאפן, די סטאר געווען אפן. נישטא קיין קרים, צובראכן די סטים, האט דער חזן פארקילט די שטים. האט דער לויער גערעדט, ער זאל ליגן אין בעט, אויפן העט, פאר וועלכן חטא, א גאנצן סעט.,איז מיסטער גליק, מיט ראביי צוויק, געפארן אויפן בריק, איז געוארן א ליק, איז בען געפארן צוריק, א קאר אן אנטיק, צען דאלער א שטיק, האט פוילע שטיק. איז געשטאנען אין די בלעטער, אן אייגענע פעטער, א פאררעטער, געקומן שפעטער, א גרויסער לעטער, פון צוואנציג מעטער, קוקט ער, זעט ער, ס'איז דא א היתר. וויל די קהילות, האבן א רגילות, נישט צו באצאלן די בעלי תפילות, אט דאס איז רכילות!