רייזל פֿישלס
מיט דער הילף גוטש ית׳

מיט דער הילף גוטש ית’ האב איך מיר אין מיין זין גינומן,
אונ’ מיט דער הילף פון גוט ית’ האף איך דר דורך צו קומן,
דז געטליך ספר תהילים אויף טייטש אין דער צייט לושן ווייזן,
אין דער ווארטן דז אידר מן זול גוט ית’ לובן אונ’ פרייזן.
עש זייא ורויא אודר מאן,
אז דוד המלך ע”ה הוט גיטאן,
בפרט ווען מן עש ווערט ור שטין,
ווערט עס איקליכם צו הערצן גין,
איקליכר ווערט ווישן ווי דוד המלך עליו השלום זאך האט אן גיפנגן,
אונ’ וויא שווערלך עש אים איז גנגן,
אונ’ פיל פיינד זיין אויף אים גישטנדן,
אונ’ זיין אל ווארן צו שנדן.
אזו זול עש אויך ווייטר דען ביזן גין,
דיא אויף ורומי לייט ביגערן צו שטין,
אונ’ איר ביזר ראט זו ווערן ור שטירט,
אונ’ איר ביזן גידנקן ור קירט.
נו האב איך מיך גיפלישן,
דז איך דיא לייט וויל לוזן ווישן,
ווי איך צו דעם תהילים קומן מין אז אנדרן,
עש הוט זיך גיגעבן, דז איך האב מוזן וואנדרן,
דא האב איך דז ספר תהילים צו ק״ק הנוביר גיפונדן,
אין דר זעלבגן שטונדן,
דז הרב משה שטענדל הוט אויף טייטש גימכט,
אונ’ דעם ריים אונ’ אין ניגן פון שמואל בוך גיטרכט.
אין דר ווארטן עש זול זיין ליפליך צו לייאן,
מאנן אונ’ ורויאן אונ’ דיא ורומן מיידלך,
ווען עז ווערט זיין זיר בישיידלך.
דא האב איכש מיט מיינר הנט אויבר שריבן,
דז עש איז ניט דוישן גיבליבן,
אונ’ האב מיך בידכט,
אונ’ אין דען דרוק גיבראכט,
איך רויזל ר׳ פישלז טון מיך דיא לייט נענן,
דז מכט דז זי מיין פאטר ז״ל ניט קענין:
הר״ר יוסף לוי איז זיין נאמן פון דער לוים גישלעכט,
דיא זיין אל גוט ית’ קנעכט,
אונ’ זיין פאטר מהר״ר יודא לו עליו השלום דר אלטי,
דער הוט פופציג יאר צו ק״ק לאדמיר ישיבה גיהלטן.
גילובט זייא דער ליבא גוט,
דער אן דען לוים דר ווילט הוט,
אונ’ הוט זיא אויש דער קורן,
דארום איז איר גידעכטניש ניט פער לורן,
דא דנק איך אונ’ לוב גוט,
דז ער מיך אין דאש גישלעכט גיטיילט הוט,
אונ’ האף ער ווערט מיך ווייטר דער ברמן,
ער פער געשט ניט גישרייא דען ארמן,
איך ביט ער זול מיר בייא שטנד טון,
אז דוד המלך עליו השלום דר איז גיוועז דז פרומן ישי זון.
1586