רויכערן איז שעדלעך 2
רויכערן איז שעדלעך 1 - - - רויכערן איז שעדלעך 2
אב תשס"ט
איז רויכערן טאקע שעדליך?
אן אפהאנדלונג איבער דעם נייעם סאספיקירטן אי-ציגארעטל
מיר פארשטייען שוין וויאזוי די אי-ציג איז צוזאמען געשטעלט, לאמיר אצינד א בליק טאהן אויף די מעלות וואס די קאמפאניס ווייזן אהן דערויף. ווי אויך פארוואס עס לוינט זיך משנה זיין מדרכי אבותינו און אויפטוישן דעם אור-אלטן ציגארעטל מיט עפעס א נייע סארט אי-ציג וואס איז קוים ערשינען אויף די מארקעט.
ווען מען טראכט אריין פון וואספארא שעדליכע באשטאנדטיילן א געווענטליכע ציגארעטל איז צוזאמען געשטעלט, שטעלט זיך פשוט אויף די האר פון קאפ פאר שרעק. עס איז ממש אומבאגרייפליך וויאזוי א נארמאלע מענטש קען בכלל דאס אריין נעמען אין מויל! מען דארף בלויז א בליק טוהן אין די שפיטעלער און זעהן די תוצאות דערפון.
א ציגארעטל איז צוזאמען געשטעלט פון איבער 4000 קעמיקאלן. 69 דערפון זענען א דירעקטע גורם צו יענע מעשה רח”ל. מיר וועלן אויסרעכענען טייל פון זיי: -
ארסעניק - א סם וואס ווערט גענוצט צו הארגענען ראטן.
פארמעלדיהייד - גענוצט צו פרעזעווירן טויטע קערפער. די דאזיגע קעמיקאל ברענגט צווישן אנדערע אויך אטעמען פראבלעמען און הויט קראנקהייטן.
עמאניע - דאס ווייסן שוין קינד און קייט אז עס איז שעדליך. די עמאניע דינט אלס טעם געבער ווי אויך העלפט דאס אפטיילן די טאבעקא פון די ניקאטין.
עסיטאן - די קעמיקאל וואס ווערט גענוצט אראפצונעמען קאלעך )פעינט סטריפער( אדער די נאגל גלאנץ (נעיל ווארניש).
היידראגין סייענייד - א גאר שארפע סם סובסטאנץ וועלכע איז גענוצט געווארן אויסצוהארגענען אונזערע זיידעס אין דייטשלאנד - אויך באקאנט אלס צייקלאן בי.
קארבאן מאנאקסייד - די שעדליכע גאז אויף וואס מיר האבן דיטעקטארס און די הויז דאס אויפצוכאפן.
די הויפט מעלה און דאס איז באמת דער תכלית פונעם גאנצן אי-ציג, איז אז די רויכערער קען דורך דעם פארמיידן די אלע שעדליכע קעמיקאלן. ביז היינט איז גילטיג געווען די וועלט’ס ווערטל אז “א ציגארעטל נעמט אוועק יארן פון לעבן, אבער עס גיבט צו לעבן צו די יארן..” אצינד האט זיך דאס אבער געטוישט. א ציגארטעל גיבט שוין היינט ביידע..
אין קעגנזאץ צו דעם געווענטליכן ציגארעטל, אנהאלט דער אי-ציג צווישן 10 ביז 20 אומשעדליכע באשטאנדטיילן (די 10-20 איז געוואנדן לויט די קאמפאני, פלעיוואר אדער שטארקייט) אבער אלע זענען זיי בלויז אזעלכע באשטאנדטיילן וועלכע ווערן גענוצט אין עסנווארג. אויסער די וועלכע האבן ניקאטין אבער דאס איז אויך נישט מער שעדליך ווי די קעפפין וואס געפונט זיך אין קאווע.
לויט ווי די קאמפאניס זאגן קען די אי-ציג בלויז זיין שעדליך אויב עס ווערט אריינגעשטעקט אין אויג אדער מען שלינגט דאס אראפ...
צווייטע האנט רויעך, זאגן פארשער איז פונקט אזוי שעדליך ווי פארן רויכערער אליין. מיטן אי- ציג פארמיידט איר אבער די פראבלעמען און מען העלפט דאס אייגענע הויז געזונט, לעבן א בעסערע לעבן. טא, איז דען פארהאן עפעס מער ווי דעם?!
ווי בא'טעמ'ט איז דאס אריינצוקומען אין שטוב און דאס ווייב שרייט אהן פארוואס מען שמעקט. אדער, מען קומט ארויף אויפן באס און קיינער וויל זיך נישט זעצן נעבן דעם רויכערער נאר מען באפאלט איהם מיט טענות הלמאי ער שמעקט אהן דעם באס. וכהנה וכהנה. מיט דעם אי-ציג ווערן די טענות פארשוואונדן נישט עס שמעקט און נישט עס דערווייטערט אייך פון אייער סביבה. אייער קאר ווערט נישט פאררויכערט און אויך נישט אייער הענט. א ציגארעטל באקומט אן אנדערע חן.
די אי-ציגארעטן זענען נישט אזוי ביליג ווי די פאפירענע אדער ביליגער ווי די פאפירענע. וואס הייסט? אן א-ציגארעט צו קויפן קומט אויס צו קאסטן צווישן $50 ביז $150 , געוואנדן אין פארשידענע פאקטארן. אבער דאס איז נאר אן איינמאליגע אינוועסטמענט. איינמאל איר האט דעם אי-ציג דארף מען בלויז קויפן די אי-ליקוואד דאס אנצופילן. א געווענטליכע אנגעפילטע אי- ציג קען דעליווערן איבער 2000 פיפקעס. דאס הייסט בערך 15 געווענטליכע ציגארעטן. עס ווערט געשאצט אז אויב א רויכערער וואס רייכערט 15 פעקלעך ציגארעטן א חודש און צאהלט $5 א פעקל, וועט איהם די אי-ציג פארשפארן $540 א יאהר!
זינט די אי-ציג ברענט נישט אויס גארנישט, איז נישט דא קיין אש און נישט קיין שמוץ. אלעס ארום בלייבט זויבער און ריין. ווי אויך עלעמינירט דאס די געפאר פון פייער. עס וועט גארנישט פאסירן אויב דאס וועט פאלן צו די ערד אדער אויפן גוף. איר קענט דאס אפילו מיטנעמען ביינאכט אין בעט אהנע מורא אז איר וועט אנטשלאפן ווערן מיטן ציגארעטל אין די האנט.
אנצינדן א ציגארעטל, וועלן אייך רויכערער מודה זיין, איז ווי אונטערשרייבן א קאנטראקט: מען קען דאס נישט אראפלייגן ביז מען ענדיגט נישט דאס גאנצע. א געווענטליכע רויכערער ברויך נישט מער ווי די ערשטע פאר פיפקעס דערנאך מוז ער דאס בלויז ענדיגן צוליב זיין שוינען דאס געלט וואס ער האט אויסגעגעבן דערפאר.
אונזערע עלטערן פלעגן טאקע אויסלעשן די האלבע ציגארעטן און צוריקשטעלן אין שאכטל.
היינטיגע רויכערער שעמען זיך אבער דאס צו טאהן. דער אי-ציג איז די פאסיגסטע לעזונג דערצו. קיין אויסרייד אז ‘מען ענדיגט בלויז צו דעם צוגארעטל’ איז אויך מער נישט שייך. מען רייכערט ווען מען וויל און וויפיל מען וויל. מען איז פשוט פריי פון יעדן שעבוד.
געווענטליך איז רויכערען אין פובליק ערטער שטארק פארבאטן. איינער וואס וויל כאפן א צוגארעטל מוז ארויס לויפן פון בנין אדער זיך איינהאלטן ביז ער געפונט זיך נישט צווישן מענטשן. ווינטער מיינט דאס רויכערן אין די ציפעדיגע קעלט און זומער איז דאס אונטער א ברענעדיגע זון. ווער רעדט נאך ווען מען פארט אויף א פליגער ווי מען איז געצווינגען צו זיצן פילע שעה’ן אין א צו אהן קיין איין ציה. לוינט זיך דען נישט דער אי-ציג?
דער אי-ציג איז אן אויסערגעווענטליכע הילף אין קענען אינגאנצן זיך געזעגענען מיט די ציגארעטן ביזנעס. דאס איז דערפאר ווייל מען קען קאנטראלירן די ניקאטין און צוביסעלעך אפגעוואוינען דעם קערפער פון זיין אנגעבינדן דערין. ביי די וואס דארפן דעם ציגארעטל אלס דעם פיזישן אפעקט דערפון וועט דאס טאקע נישט צופיל אויסמאכן, אבער די וואס דארפן די ניקאטין קענען זיך מיט דעם אי-ציג גרינג היילן.
נו, אז עס באשטייט פון בלויזע מעלות, וואס קען דען זיין שלעכט דערמיט?
זאך קענער זאגן אז נישט יעדע רויכערער וועט אזוי גרינג בייטן דעם באליבטן פאפירענעם אלט מאדישע ציגארעטל. פארוואס? פאר א פשוטע סיבה. די רויכערער גלייכן נישט בלויז דעם ניקאטין אדער דאס עצם רויכערען. עס איז די גאנצע סוגיא פון אנפאנג ביזן סוף וואס גיבט צו צום געשמאקקייט פונעם ציגארעטל. אנגעהויבן ביים עפענען דאס פעקל, אנצינדן דעם ציגארעטל, אראפקנאקן די אש, זעהן ווי דאס מעכטיגע געבוי ווערט קלענער און קלענער, און צום סוף דאס ארויסווארפן פון פענסטער אדער דאס צוטרעטן אויף די ערד. אלעס אינאיינעם איז טייל פון די הנאה וואס די רויכערער ערווארט פון ציגארעטל. אויב אריבערגיין צו דעם מאדערנעם אי-ציג מיינט אויפגעבן אויף די דאזיגע אפעקטן, וועט מען נישט אזוי גרינג דאס בייטן.
ווי גוט און ווי געזונט די אי-ציגארעטן זעהן אויס צו זיין, האבן נאך קיינער פון די וועלט’ס לענדער נאכנישט באשטעטיגט דעם פאקט. טייל לענדער ווי צום ביישפיל אוסטראליע און קאנאדא, האבן פארבאטן איר באנוץ ביז עס וועט גרונטליך אויסגעפארשט ווערן. אין אמעריקע האט די עף. די. עי. פארגאנגענעם מארטש פארכאפט ביים גרעניץ א ריזיגע שיפמענט פון די אי-ציגארעטן אבער זיך האט נישט אפיציעל פארבאטן דאס צו פארקויפן. די ציגארעטן ווערן אפען פארקויפט אין פארשידענע מאלל'ס אין אויף עמעזאן. וויפיל מען האט נאר געבעטן פון די עף. די. עי. צו פארשן און באשטעטיגן אז די אי-ציגארעטן זענען געזונט, האט אבער דאס גארנישט געהאלפן. הפנים, די רעגירונג מאכט צופיל געלט פון די געווענטליכע ציגארעטן שטייערן און וויל נישט אז דאס זאל זיך אויפהערן.
פילע קאמפאניס ווילן פארשפרייטן די אי- ציגארעטן און זוכן מענטשן וועלכע זענען דאס גרייט צו פארקויפן. צווישן די היימישע סביבה זענען פארהאן אסאך וועלכע וואלטן געווען אינטערסירט דאס צו קויפן. אויב שפירט איר אז איר זענט געאייגנט דערפאר דאן רופט אן די קאמפאניס און שרייבט אייך איין צו ווערן אן אגענט.
אויב יא, דאן טיילט מיט אייערע עקספיעריענס דערפון. שיקט אריין צום רעדאקציע אייער מיינונג און מיר וועלן עס אי”ה מפרסם זיין פאר אונזער ליינער.
מקורות
רעדאַקטירןזיך איינצושרייבן צו באקומען טאג-טעגלעך: signup@galgalejournal.com