רבי זונדל און ארבעת המינים
צוריק צו קורצע געשיכטעס פון ריזיקע מענטשן
איינמאל סוכות גאנץ פרי, פארן עלות השחר, האט מען געטראפן דעם צדיק רבי זונדל סאלאנטער, ווי ער האלט ארבעה מינים און ער מאכט דערמיט נענועים, פונק ווי מען מאכט בשעת מען זאגט די ברכה, ווי אויך ביי הלל.
האט אים איינער א פרעג געטאן און אויפמערקזאם געמאכט, דאס איז נאך פאר די צייט, און מען איז נישט יוצא יעצט מיט שאקלען.
דערויף האט אים רבי זונדל סאלאנטער געענטפערט:
איך ווייס אויך אז עס איז נאך פארן זמן, איך שאקל נישט יעצט כדי מקיים צו זיין די מצוה, נאר מיר דארפן זיך פירן ביי דינען דעם אויבערשטן פונקט ווי זעלנער וואס דינען אין מיליטער, זיי, די זעלנער, מאכן שטענדיק איבונגען כדי צו זיין צוגעוואוינט בשעת ווען מען וועט דארפן אנקומען דערצו. אזוי דארפן מיר, ביי די עבודה פון אויבערשטן, מאכן איבונגען מיט די מצוות, כדי בשעת מען דארף זיי מקיים זיין, זאל עס זיין פינקטלעך און ווי געהעריק.
מקורות
רעדאַקטירןדער אידישער שטראל