קיצור שו"ע עברי טייטש סימן קיז
מפתחות - סימן קיג כבוד אב ואם - סימן קיד כבוד רבו, תלמיד חכם, און א כהן - סימן קטו דיני חתן וכלה - סימן קטז מנהגי החופה - סימן קיז שבע ברכות - סימן קיח מילה - סימן קיט פדיון הבן
(גשריבן געווארן לויט א גערעדטן יידיש. גיב א קוק אין ייווא)
סימן קיז דינים פון שבע ברכות. אנטהאלט אכט סעיפים.
א. ווען א בחור נעמט א בתולה אדער אן אלמנה וגרושה, אדער אן אלמן נעמט א בתולה, מאכט מען שטענדיק ביי דער ערשטע סעודה נאך דער חופה שבע ברכות ביי דעם בענטשן. מען גיסט א כוס צום בענטשן און מען זאגט "דוי הסר", און "ברוך אלהינו שהשמחה במעונו", און מען בענטש, און נאך בענטשן גיסט מען אן א צוויייטן כוס, און מען זאגט איבער אים זעקס ברכות, און דער נאך נעמט מען צוריק דעם כוס פון בענטשן, און מען מאכט איבער אים בורא בפרי הגפן.
ב. נאך דער ערשטער סעודה, גאנצע זיבן טעג, איז דער דין: דאס אזוי באלד (= אין א מנוט וואס) עס איז דא ביי דער סעודה א פנים חדשות, דאס הייסט א מענטש וואס צוליב אים וואלטן זיי מיין (= מער) אנגרייטן דאס ער זאל עסן ביי דער סעודה, און ביז יעצט האט ער נאך דארט אויף דער שמחה נישט טועם געווען, כאטשע מען האט זיך אויף אים נישט גערעכנט אנצוגרייטן, און ער עסט יעצט אויך נישט, זאלט מען שבע ברכות.
ג. ווען אבער עס איז נישט דא א פנים חדשות, נאר עס איז דא פרעמדע, נישט קיין הויז מענטשן, וואס האבן געגעסן צוליב די שמחה
[1], דען גיסט מען אן נאך דעם בענטשן א צווייטן כוס, און מען זאגט די ברכה "אשר ברא ששון ושמחה" אליין. און דער נאך נעמט מען צוריק דם כוס פון בענטשן, און מען מאכט "בורא פרי הגפן".
און אום (= אין) שבת ויום טוב אין די ערשטע צוויי סעודות, דארף מען ניט קיין פנים חדשות, נאר ביי שלש סעודות מוז זיין א פנים חדשות צו שבע ברכות, סיידן דער חתן זאגט א דרשה, דען הייסט שוין א פנים חדשות.
ד. ווען אן אלמן נעמט אן אלמנה איז דער דין, דאס נאר אין דער ערשטער סעודה נאך דער חופה מאכט מען שבע ברכות. אויך נאר באופן דאס אז דער יחוד איז געווען אין איין צייט מיט דער סעודה, דהיינו, מען האט זיי אריינגעלאזט אין א באזונדער שטיבל נאך דער חופה ביי טאג, און די סעודה אויך ביי טאג[2], אדער דער יחוד פון נאך דער חופה איז געווען ביי נאכט, און די סעודה אויך ביי נאכט. אבער ווען דער יחוס וואס נאך דער חופה איז געווען ביי טאג און די סעודה ביי נאכט, זאגט מען נאר די ברכה "אשר ברא ששון ושמחה".
ה. אויך ביי אלמן וואס נעמט אן אלמנה אין די ערשטע דריי טעג נאך דער חופה, זאגט מען ביי יעדער סעודה ווען עס זענען דא פרעמדע, נישט קיין הויז מענטשן, וואס האבן מיטגעגעסן ביי דער סעודה צוליב דער שמחה, זאגט מען נאך דער סעודה, ברכת "אשר ברא ששון ושמחה" איבער א צווייטן כוס. און איבער דעם כוס בענטשן (פון) בורא פרי הגפן. אבער נאך די דריי טעג, זאגט מען שוין גארנישט.
ו. ווען איינער נעמט צוריק זיין גרושה, מאכט מען נאר שבע ברכות ביי דער ערשטער סעודה, און ווייטער גארנישט. אויך נאר באופן דאס די חופה מיט דער סעודה זענען אין איין צייט, ביידע ביי טאג, אדער ביידע ביי נאכט. און מען זאגט נישט פאר דעם בענטשן "שהשמחה במעונו". ווען אבער די חופה איז געווען ביי טאג, און די סעודה ביי נאכט, זאגט מען ביי די ערשטע סעודה אויך גארנשיט.
ז. דער כלל איז דאס אפילו ווען מען זאגט שבע ברכות, זאגט מען אנדערש נישט, נאר סיידן עס איז דא א מנין, און מען מעג דעם חתן אויך מצרף זיין צו דעם מנין. ווען אבער עס איז נישט דא א מנין, אפילו בלויז א מזומן מיט דעם חתן, זאגט מען נאר די ברכה "אשר ברא ששון ושמחה", דען (= ווייל) די ברכה דארף נישט האבן קיין מנין, נאר א מזומן איז אויך גענוג.
ח. ווען מען זאגט נאר בלויז די ברכה "אשר ברא ששון ושמחה", זאגט מען נישט פאר דעם בענטשן "דוי הסר", נאר מען הייבט אן "נודה לשמך", און מען זאגט "שהשמחה במעונו".
הערות שוליים
רעדאַקטירן- ↑ דער טייטש איז: אז הגם 'אלע' שבע ברכות קען מען נישט מאכן, אבער די ברכה פון אשר ברא קען מען יא מאכן לכבוד די פרעמדע וואס האבן געגעסן צוליב די שמחה, הגם זיי זענען נישט קיין פנים חדשות. משא"כ אויב איז אזעלכע אויך נישט פאראן, נאר עס געפינען זיך נאר הויז-מענטשן וואס עסן דאך יעדן טאג דא נישט דוקא צוליב די שמחה, דאן מאכט מען ברכת אשר ברא אויך נישט.
- ↑ אפילו האט מען געענדיקט די סעודה ביי נאכט. קיצור שולחן ערוך קמט ד