קיצור מסעות בנימין השלישי/מאָדערנער אויסלייג

קיצור מסעות בנימין השלישי
מחבר:מענדעלע מוכר־ספרים
אויסגאַבע:מאָסקווע, 1948
ערשטע אויסגאַבע:1878
פאַרלאַג:דער עמעס
סקאַנירטע ווערסיע אין Internet Archive:nybc212776
די צאָל זייטן:176
זע אין אָריגינעלן אויסלייג



מענדעלע מוכר⸗ספרים


מסעות
בנימין
השלישי



אָגיז * מלוכה פאַרלאַג „דער עמעס” מאָסקווע * 1948


↤ 2

אינהאַלט
זייט
הקדמת מענדעלע מוכר⸗ספרים 3
דאָס ערשטע קאַפּיטל. ווער דער בנימין איז, פונוואַנען ער איז און ווי די נסיעה האָט פּלוצלים צו אים זיך גענומען 8
דאָס צווייטע קאַפּיטל. ווי בנימין ווערט אַ קדוש און זעלדע אַן עגונה 20
דאָס דריטע קאַפּיטל. ווי בנימין סקאָמפּאַנייעט זיך מיט סענדערל דער יידענע 34
דאָס פערטע קאַפּיטל. ווי בנימין מיט סענדערלען פאַרלאָזן טונעיאַדעווקע 50
דאָס פינפטע קאַפּיטל. וואָס מיט אונדזערע פּאַרשוינען פּאַסירט זיך באַלד ביים ערשטן אַרויספאָר 57
דאָס זעקסטע קאַפּיטל. ווי אונדזערע פּאַרשוינען פאַרשלעפּן זיך קיין טעטעריווקע, און בנימין כאַפּט אַ פּאַטש 74
דאָס זיבעטע קאַפּיטל. ווי צוליב בנימינען ווערט אַן איבערקערעניש אין דער פּאָליטיק 85
דאָס אַכטע קאַפּיטל. ווי אונדזערע פּאַרשוינען זענען אַרומגעגאַנגען איבער די הייזער 94
דאָס ניינטע קאַפּיטל. ווי זכות אבות האָבן פאַר אונדזערע פּאַרשוינען זיך געלייגט 98
דאָס צענטע קאַפּיטל. הוראַ, רויטע יידלעך! 111
דאָס עלפטע קאַפּיטל. חידושים ונפלאות אויף דער פּיאַטיגנילעווקע 125
דאָס צוועלפטע קאַפּיטל. ווי מען פירט אונדזערע פּאַרשוינען אין באָד 138
דאָס דרייצנטע קאַפּיטל. זעלנער זענען, נעבעך, אונדזערע נוסעים געוואָרן 153
דאָס פערצנטע קאַפּיטל. אויס כלה — ווייטער אַ מויד! 164
באַמערקונגען צו „מסעות בנימין השלישי” 169

↤ 3



קיצור
מסעות בנימין השלישי
דאָס הייסט
די נסיעה אָדער אַ רייזע⸗באַשרייבונג פון בנימין דעם דריטן:

וואָס ער איז אויף זיינע נסיעות פאַרגאַנגען העט ווייט, אַזש אונטער די הרי⸗חושך, און האָט זיך גענוג אָנגעזען און אָנגעהערט חידושים שיינע זאַכן, וואָס זיי זענען אַרויסגעגעבן געוואָרן אין אַלע שבעים לשונות און היינט אויך אין אונדזער לשון.

פון
מענדעלע מוכר⸗ספרים




הקדמת מענדעלע מוכר⸗ספרים

אמר מענדעלי מוכר ספרים, זאָגט מענדעלע מוכר⸗ספרים, געלוינט איז דער בורא, וואָס באַשטימט דעם גאַנג פון די גלגלים אין די הימל אויבן און דעם גאַנג פון זיינע אַלע באַשעפעניש אויף דער ערד אונטן. אַפילו אַ גרעזעלע קריכט נישט אַרויס פון דער ערד, ביזוואַנען אַ מלאך שלאָגט עס נישט און זאָגט: וואַקס! קריך אַרויס! מכל שכן אַ מענטש, ער האָט ↰ 4 אַוודאי אַ מלאך, וואָס שלאָגט אים און זאָגט: גיי, גיי, קריך אַרויס! און מכל שכן נאָך מער די פיינע מענטשעלעך, שיינע יידעלעך. זיי האָבן דאָך בוודאי לכל⸗הפּחות אַ מאה כיתות מלאכים, וואָס שלאָגן איטלעכן פון זיי באַזונדער און זאָגן אַשטייגער אַזוי: כייקעלע, טייערע נשמה, גיי אַנטליי געלט, וויפל דו קענסט! גיי, גיי נעם אָן דאָרט ביי די דייטשן סחורה, וויפל דו ווילסט! שפּראָץ, וואַקס, כייקעלע, קריך אַרויס, שקאָץ איינער, פון דער בלאָטע! גיי, גיי, גיי גנבע שטילערהייט אַרויס די גאַנצע סחורה דיינע, פון דיין קלייט טאַקע, און ענטפער דערנאָך דעם עולם קוממיות!.. גיי, גיי, איציקל קאַלבויניק, זיי זיס מטריח זיין צו דיין פּריצל, מאַך עפּעס אַ מאַניפאָרגעלע, און רוים אים דאָרט איין אין אויער עפּעס אַ פּזמון אויף דעם, אויף יענעם און אויף וועמען דו ווילסט... אָדער די מלאכים זאָגן אַזוי: וואַקסט, שפּראָצט, קבצנים, אין דער שטאָט, ווי גראָז, ווי קראָפּעווע! גייט, גייט, יידישע קינדער, און שלעפּט זיך אַרום איבער די הייזער!.. גייט, באַלעבאַטים, איר זיצט דאָך אַ בלויז ליידיק און האָט נישט וואָס צו טאָן, גייט זשע, גייט, באַלעבאַטים, אין באָד אַריין!..

נאָר נישט דאָס אָבער בין איך אויסן. איך בין אויסן צו דערציילן דאָ אייך, רבותים, ווי איינער פון אונדזערע ברידער איז פאַרגאַנגען העט⸗ווייט אין די ווייטע מקומות און האָט דערמיט קונה⸗שם געווען.

אַלע ענגלישע און דייטשע גאַזעטן זענען פאַראַיאָרן פול געוועזן מיט דער וואונדערלעכער נסיעה, וואָס בנימין, אַ פּויליש יידל, האָט געמאַכט אין די ארצות המזרח ערגעץ. „סטייטש, סטייטש, — האָבן זיי זיך געחידושט, — אַ ייד, אַ פּוילישער ייד, ↰ 5 אָן כלי⸗זין, אָן מאַשינעס, נאָר מיט אַ טאָרבע אויף די פּלייצעס און מיט אַ טלית⸗ און תפילין⸗זאַק אונטערן אָרעם, זאָל אָנשפּאַרן אין אַזעלכע ערטער, וואו גרויסע באַרימטע ענגלישע רייזנדע האָבן אַהין נישט געקענט צוקומען? נישט אַנדערש, אַז דאָס איז געשען נישט מיט קיין מענטשלעכן כוח עפּעס, נאָר מיט אַזאַ כוח, וועלכן דער שכל קאָן כלל נישט משיג זיין, דאָס הייסט, דער שכל איז פּונקט נישט אַזוי בכוח, אַזוי ווי דער דאָזיקער כוח איז נישט בשכל. נאָר בכל⸗האופנים, ווי די מעשה איז שוין דאָרט געווען, בנימינען האָט די וועלט צו דאַנקען פאַר די חידושים, גרויסע זאַכן, וואָס זענען דורך אים אַנטפּלעקט געוואָרן, און פון איצט אָן וועט די מפּה אָדער די לאַנדקאַרטע באַקומען גאָר אַן אַנדער פּנים. בנימין פאַרדינט מיט רעכט דעם מעדאַל, וואָס די געאָגראַפישע געזעלשאַפט אין לאָנדאָן האָט אים געגעבן”...

די יידישע גאַזעטן האָבן די ריזיקע רייד אויפגעכאַפּט מיט ביידע הענט און געהאַט דערמיט צו זינגען און צו זאָגן דעם גאַנצן פאַר⸗אַ⸗יאָרעדיקן זומער, אַזוי ווי איטלעכן, וואָס לייענט די דאָזיקע גאַזעטן, איז באַקאַנט. זיי האָבן אויסגערעכנט אַלע חכמים, וואָס זענען ביי יידן געווען פון אדם הראשון אָן ביז אַצינד, בכדי צו באַווייזן, וואָס פאַר אַ קלוג פאָלק יידן זענען. האָבן אויך אויסגעשטעלט אַ צעטל פון די נוסעים (רייזנדע) אין אַלע צייטן, פון בנימין דעם ערשטן, מיט אַ זיבן הונדערט יאָר צוריק, און בנימין דעם צווייטן מיט דער גאַנצער חברה נוסעים, וואָס וואַנדרעווען היינט ביי אונדז אַרום. און בכדי מפליג צו זיין די נסיעה פון אונדזער איצטיקן בנימין, האָבן זיי, ווי דער שטייגער איז פון יידן, דערווייל פון יענע ↰ 6 בלאָטע געמאַכט און געזאָגט, אַז די גאַנצע כנופיא היינטיקע נוסעים זענען טאַקע נאָר פּראָסטע שלעפּערס, ווייסן נישט פון זייער חיות. די גאַנצע נסיעות זייערע, מישטיינס⸗געזאָגט, באַשטייט נאָר דערינען, אַרומצושלעפּן זיך ווי מקבלים איבער די הייזער, זיי האָבן אַלע אַ פּנים ווי מאַלפּעס אַקעגן איצטיקן בנימין, אַקעגן בנימין דעם דריטן, דעם עכטן אמתן נוסע. זיי האָבן אויף אים און אויף די ספרים, וואָס מען האָט געמאַכט פון זיין נסיעה, געזאָגט, ווי געוויינטלעך, דעם געוויסן פּסוק: „לא בא כבושם הזה”, דאָס טייטש: ס׳איז נאָך אַזעלכע בשמים, אַזעלכע שמעקנדיקע געווירץ ביי יידן קיינמאָל נישט געווען. געבענטשט און איינגעוויקלט מיט דימענטן זאָל ווערן דער דאָזיקער, — האָבן זיי אַלע פּה⸗אחד געזאָגט, — וועלכער עס וועט דעם טייערן אוצר פון בנימינס נסיעה, וואָס געפינט זיך אין אַלע פרעמדע לשונות, איבערטראָגן אויך אין לשון הקודש. נעכיי לאָזן יידן, נעבעך, אויך פאַרזוכן די פּאַטעקע, וואָס רינט פון יידישן בינשטאָק, און זאָל זיי דערפון ליכטיק ווערן אין די אויגן.

ואני מענדעלע, און איך מענדעלע, וואָס מיין כוונה איז תמיד נוצן צו ברענגען אונדזערע יידעלעך כפי מיין מעגלעכקייט, האָב איך מיך נישט געקענט איינהאַלטן און געזאָגט: איידער די יידישע מחברים, וואָס זייער מינדסטער פינגער איז גרעבער פון מיינע לענדן, איידער זיי וועלן זיך אויסשלאָפן אַרויסגעבן די ספרים פון בנימינס נסיעה אין לשון קודש, וועל איך דערווייל מיך פּרואוון כאָטש אַ קיצור פון זיי אַרויסגעבן אויף פּראָסט יידיש. איך האָב אָנגעגורט מיינע לענדן ווי אַ גיבור, און ווי אַלט און שלאַף איך בין, לא עליכם, האָב איך ↰ 7 מיר פאָרט שטאַרקע מי געגעבן אַרויסצובאַקומען פונעם גרויסן אוצר אַזעלכע ענינים, וואָס טויגן פאַר די קינדער ישראל, און צו דערציילן זיי פריי, כפי מיין שטייגער. איך האָב עפּעס געפילט, ווי מען שלאָגט מיך פון אויבן מיט די ווערטער: הקיצה, מענדעלע, כאַפּ זיך אויף, מענדעלע, און קריך אַרויס פון אונטער אויוון! גיי נעם אָן פולע הויפנס געווירץ פון בנימינס אוצר און מאַך דערפון פּאָטראַוועס צו דיינע ברידער, אַזוי ווי זיי האָבן ליב. איך בין מיט גאָטס הילף אַרויסגעקראָכן און צוגעגרייט די געשמאַקע שפּייז, וואָס איך שטעל איצט דאָ פאַר אייך אַנידער. עסט, רבותים, לאָז אייך וואויל באַקומען! ובזכות דער נסיעה לאָמיר גיך אין אַלע זייטן זיך ווענדן און קערן, איטלעכער כפי זיין גאַנג און כפי זיין באַגערן, און ווען חלילה איינער באַגייט עפּעס אַ פעלער, לאָז ער זיך אויסדרייען גלאַט ווי אויף אַ טעלער, און בלייבן תמיד גוט און פרום אי גערעכט, אַזוי ווי עס ווינטשט אייך אייער געטרייער קנעכט הקטן מענדעלע מ״ס.

↤ 8

דאָס ערשטע קאַפּיטל
ווער דער בנימין איז, פונוואַנען ער איז און ווי די נסיעה האָט פּלוצלים צו אים זיך גענומען

„כל ימי, — אַזוי זאָגט בנימין דער דריטער אַליין, כל ימי נתגדלתי בטונעיאַדעווקע, מיין גאַנץ לעבן, דאָס הייסט ביז מיין גרויסער נסיעה בין איך נתגדל געוואָרן אין טונעיאַדעווקע. דאָרט בין איך געבוירן געוואָרן, דאָרט בין איך דערצויגן געוואָרן, און דאָרט האָב איך למזל חתונה געהאַט עם אשתי, מיט מיין פּלוניתטע הצנועה מרת זעלדע תחיה”.

↤ 9

טונעיאַדעווקע, דאָס קליינע שטעטל, איז אַ פאַרוואַרפן ווינקל, אָן דער זייט פונעם פּאָטשטאָוון טראַקט, כמעט אָפּגעריסן פון דער וועלט, אַזוי, אַז ווען אַמאָל מאַכט זיך, איינער קומט אַהין צו פאָרן, עפנט מען די פענצטער, די טירן און מען קוקט פאַרוואונדערט אָן דעם פרישן פּאַרשוין. שכנים פרעגן איינער ביים אַנדערן, אַרויסקוקנדיק פון די אָפענע פענצטער, אַ סך מער ווי פיר קשיות: האַ, ווער זאָל עס אַזוינס זיין? פון וואַנען האָט ער פּלוצלים פון דער העלער הויט אַהער זיך גענומען? וואָס קען אַזעלכער באַדאַרפן? האָט ער עפּעס נישט אַ מיין? עפּעס אַזוי גלאַט קען עס ניט זיין, גלאַט אַזוי דען נעמט מען און מען קומט! מסתמא ליגט דאָך דאָ עפּעס, וואָס מען מוז עס דערגיין... דערביי וויל איטלעכער אַרויסווייזן זיין חכמה, זיין געניטשאַפט, און בויך⸗סברות פאַלן ווי מיסט. אַלטע לייט דערציילן מעשיות און ברענגען משלים פון אורחים, וואָס זענען אין דעם און אין דעם יאָר געקומען אַהער צו פאָרן. בעלי⸗המצאות זאָגן מכוח דעם ווערטלעך, אַביסל עפּעס נישט קיין שיינע, מאַנצביל האַלטן זיך ביי די בערדלעך און שמייכלען, אַלטע ווייבער זידלען אויף די בעלי⸗המצאות אויף קאַטאָוועס, מיט אַ בייזער אי מיט אַ לאַכן אינאיינעם, יונגע ווייבלעך דערלאַנגען פון די אַראָפּגעלאָזענע אויגן אַ געבויגענעם קוק פון אונטן אַרויף, האַלטן די האַנט אויפן מויל און שטיקן זיך, לאַכנדיק אין קולאַק. דער שמועס מכוח דעם דאָזיקן ענין קויקלט זיך פון שטוב צו שטוב, ווי אַ קויל פון שניי, און ווערט, קויקלענדיק זיך, אַלץ גרעסער, גרעסער, ביז ער קויקלט זיך אַריין אין בית מדרש סאַמע אונטערן אויוון, אין דעם אָרט, וואָס אַהין פאַרקויקלען זיך אַלע שמועסן פון אַלערליי ↰ 10 ענינים, הן סודות פון שטוב⸗זאַכן, הן פּאָליטיקע מכוח סטאַמבול, מכוח דעם תוגר ומכוח קירהן, הן געלט⸗געשעפטן, מכוח ראָטשילדס פאַרמעגן אין פאַרגלייך מיט די גרויסע פּריצים און די אַנדערע געוויסע נגידים, והן פּאָטשטן מכוח די גזירות ומכוח די רויטע יידלעך וכדומה, און וואָס דאָרט ראַזביראַיעט זיי כסדר אַ באַזונדער קאָמיטעט פון שיינע באַטאָגטע יידן, וואָס זיצן שטענדיק אַ גאַנצן טאָג ביז שפּעט אין דער נאַכט, זענען מפקיר ווייב אי קינדער און גיבן זיך מיט די אַלע געשעפטן טאַקע אמת געטריי אָפּ, טוען זייער זאַך בשלמות, גלאַט אַזוי, לשם שמים, נישט צו נעמען פאַר זייער מי, פאַר זייער פּראַצע אַפילו אַ צעבראָכענעם העלער. פון דעם דאָזיקן קאָמיטעט גייען אָפט די ענינים אַוועק אין באָד אויף דער אייבערשטער באַנק, און אין אַ פּאָלנער סאָבראַניע פון שטאָט⸗באַלעבאַטים ווערן זיי דאָרט אוטוויערדעט, והכל שריר וקים, אַז דערנאָך זאָלן אַפילו קומען כל מלכי מזרח און מערב, זיך שטעלן מיט דעם קאָפּ אַראָפּ און מיט די פיס אַרויף, וועלן זיי גאָרנישט פּועלן. דער תוגר איז שיער איינמאָל נישט אומגליקלעך געוואָרן אין אַזאַ סאָבראַניע אויף דער אייבערשטער באַנק, ווען עטלעכע יוסטע באַלעבאַטים זאָלן נישט געווען האַלטן מיט אים בלאַט, ווער ווייסט, וואו ער וואָלט איצט אָנגעשפּאַרט. ראָטשילד, נעבעך, האָט שיער ניט פאַרלוירן דאָרט עפּעס אַ צען — פופצן מיליאָן. דערפאַר האָט אים גאָט געהאָלפן אין אַ פּאָר ↰ 11 וואָכן אַרום. דער עולם איז געווען, ווי מען זאָגט, בגילופין, אויף דער אייבערשטער באַנק איז גראָד געווען אַביסל לעבלעך, די בעזעמלעך האָבן זיך געהויבן, און מען האָט אים מיטאַמאָל צוגעלאָזט ריין פאַרדינסט אַקעגן אַ ק״ן מיליאָן קערבלעך!

די איינוואוינער אַליין אין טונעיאַדעווקע זענען, נעבעך, כמעט אַלע, לא עליכם, גרויסע אביונים, שטאַרקע דלפנים. נאָר דעם אמת מוז מען זאָגן, זיי זענען פריילעכע אביונים, לוסטיקע קבצנים, ווילדע בעלי⸗בטחונס. אַז מען זאָל, אַשטייגער, פּלוצלים אַ פרעג געבן אַ טונעיאַדעווקער יידן: פונוואַנען און וויאַזוי ער איז זיך מפרנס? בלייבט ער תחילת שטיין ווי צעמישט, ווייסט, נעבעך, נישט וואָס צו ענטפערן. נאָר שפּעטער אַביסל אָבער קומט ער צו זיך און ענטפערט בתמימות:

— איך, ווי אַרום איך לעב, איך? עט, ס׳איז דאָ אַ גאָט, זאָג איך אייך אָט⸗אָ, וואָס פאַרלאָזט נישט אַלע זיינע באַשעפעניש. ער שיקט צו, און וועט מסתמא ווייטער צושיקן, זאָג איך אייך אָט⸗אָ.

— פאָרט וואָס טוט איר אַזוינס? האָט איר כאָטש עפּעס וואָס ס׳איז פאַר אַ מלאכה אָדער אַ פּרנסה אין דער האַנט?

— געלוינט איז השם⸗יתברך! איך האָב, ברוך השם, אַזוי ווי איר קוקט מיך אָן אָט⸗אָ, אַ מתנה פון זיין ליבן נאָמען, אַ כלי, אַ קול⸗נגינה און דאַוון מוספים ↰ 12 ימים⸗נוראים אין דער סביבה. איך בין אַ מוהל און אַ מצה⸗רעדלער איינער אין דער וועלט. איך פיר אַמאָל אויס אַ שידוך פיר איך אויס, איך האָב אַ שטאָט, אַזוי ווי איר קוקט מיך אָן אָט⸗אָ, אין דער שול. היינט האַלט איך אויך, צווישן אונדז זאָל עס בלייבן, אַ שענקל, וואָס מעלקט זיך צוביסלעך, איך האָב אַ ציג, וואָס מעלקט זיך, אָן עין הרע, זייער גוט, און האָב נישט ווייט פונדאַנען אַ רייכן קרוב אָט⸗אָ, וואָס לאָזט זיך אונטער אַ שלעכטער צייט אויך אַביסל מעלקן. היינט חוץ די אַלע זאַכן, זאָג איך אייך אָט⸗אָ, איז גאָט אַ טאַטע און די ישראל זענען רחמנים⸗בני⸗רחמנים, זאָג איך אייך אָט⸗אָ, נישט צו פאַרזינדיקן!..

אויך מוז מען די טונעיאַדעווקער איינוואוינער דעם שבח נאָכזאָגן, אַז זיי זענען צופרידן, מיט וואָס גאָט גיט, און קלייבן חלילה אין דער הלבשה און אין דעם עסן שטאַרק נישט איבער. אַז די שבתדיקע קאַפּאָטע, אַשטייגער, איז צעהאַקט, צעפאַלן, צעריסן, אַביסל פאַרשלומפּערט און עפּעס נישט אַזוי ריין, מאַכט אויך ניט אויס, אַבי זי איז פאָרט פון אַטלעס און גלאַנצט. אַי ערטערווייז קוקט ווי פון אַ רעשעטע אַרויס דאָס הוילע לייב, מילא, וואָס אַרט עס וועמען, ווער וועט זיך דאָ אַזוי שטעלן צוקוקן? למאי פּיאַטעס, מיט וואָס איז דאָס ערגער פון אויסגעריסענע פּיאַטעס? פּיאַטעס איז דען נישט קיין לייב, קיין מענטשן⸗פלייש?.. אַ שטיקל ברויט מיט אַ קאָליש, אַבי ס׳איז גאָר דאָ, איז זייער אַ גוטער מיטיק. ווער שמועסט אַ בולקע מיט אַ ראָסלפלייש פרייטיק, ווער עס האָט נאָר, דאָס איז טאַקע אַ מאכל⸗מלכים, קיין בעסערס דערפון איז שוין, דאַכט זיך, אויף דער וועלט נישטאָ. לאָז מען זיי דערציילן, אַשטייגער, פון אַנדערע ↰ 13 מיני פּאָטראַוועס, חוץ פיש⸗יויך, געבראָכנס און אַ מערן⸗ אָדער אַ פּאַסטערנאַק⸗צימעס, קומט זיי דאָס אויס עפּעס משונה⸗ווילד און זאָגן דערויף אויף פאַרשיידענע ווערטלעך מיט דעם גרעסטן געלעכטער, גלייך ווי דער, וואָס זאָגט עס, איז נאַריש, משוגע, און וויל זיי אויך מאַכן משוגע, איינרעדן זיי אַ קינד אין בויך, אַ קו איז געפלויגן איבערן דאַך און געלייגט אַן איי. אַ שטיקל באָקסער אין חמישה⸗עשר, דאָס איז אַזאַ פּרי, וואָס מחיה⸗נפשות. קוקנדיק דערויף, דערמאָנט מען זיך אין ארץ ישראל, נישט איין מאָל פאַרגלאָצט מען דערביי די אויגן מיט אַ קרעכץ: אַך, ותוליכנו קוממיות, זאָלסט אונדז, האַרצעדיקער פאָטער, פירן קוממיות, טאַקע וואָס קוממיות הייסט, לארצנו, צו אונדזער לאַנד, וואָס ציגן עסן דאָרט באָקסערן!.. על⸗פּי מקרא האָט איינער אַמאָל אין דעם שטעטל גראָד געבראַכט אַ טייטל, האָט איר באַדאַרפט זען, וויאַזוי מען איז דאָס געלאָפן אָנקוקן אויף חידושים. מען האָט אויפגעמישט אַ חומש און געוויזן, אַז תמר, דער טייטל, שטייט אין חומש! סטייטש, דער טייטל, אָט דער טייטל וואַקסט דאָך פון ארץ ישראל!.. קוקנדיק אויפן טייטל, האָט זיך אויסגעדאַכט, ארץ ישראל איז פאַר די אויגן. אָט גייט מען איבער דעם ירדן, אָט איז די מערת⸗המכפּלה, דער מוטער רחלס קבר, דאָס כותל מערבי, אָט באָדט מען זיך אין חמי טבריא. מען ↰ 14 קריכט אַרויף אויפן הר⸗הזיתים, מען עסט זיך אָן מיט באָקסערן, מיט טייטלען, און מען לייגט אָן פולע קעשענעס מיט ארץ ישראל⸗ערד. אַך! האָט מען געקרעכצט, און אין די אויגן האָבן איטלעכן זיין געשטעלט טרערן.

„יענע צייט, — אַזוי זאָגט בנימין, — איז גאַנץ טונעיאַדעווקע, ווי גרויס זי איז, געווען אין ארץ ישראל. מען האָט געשמאַק גערעדט פון משיחן, אָט⸗אָט איז שוין גאָטס פרייטיק נאָך האַלבן טאָג. דער נייער פּריסטאַוו, וואָס איז נישט לאַנג אָנגעקומען, האָט גראָד ביד רמה דענסטמאָל געפירט דאָס שטעטל, ביי אַ פּאָר יידן האָט ער אַראָפּגעריסן די יאַרמעלקעס, איינעם אָפּגעשניטן אַ פּאה, עטלעכע נעבעך געכאַפּט שפּעט ביי דער נאַכט אין אַ געסל אָן פּאַספּאָרטן, ביי נאָך איינעם פאַרנומען אַ ציג, וואָס האָט אויפגעגעסן אַ נייעם שטרויענעם דאַך, און ער איז דערמיט אויך געווען די סיבה דערפון, וואָס דער קאָמיטעט אונטערן אויוון האָט זיך שטאַרק געדורעט מיט דעם תוגר. עד⸗מתי וועט דער שר של ישמעאל אַזוי שולט זיין? מען האָט אויפגעמישט דעם געוויינטלעכן שמועס מכוח די עשרת השבטים, ווי גליקלעך זיי לעבן דאָרט אין יענע ווייטע מקומות, אין גדולה, עושר און כבוד. מען ↰ 15 האָט אַפירגענומען די רויטע יידלעך, די בני משה, מיט גוזמאות מעשיות פון זייערע גבורות וכדומה. אלדד הדני, עס פאַרשטייט זיך, האָט אויך געטאַנצט אינדערמיט. יענער צייט צומייסטן האָב איך צו פאַרדאַנקען די נסיעה מיינע, וואָס איך האָב דערנאָך געמאַכט.”

פריער איז בנימין געווען ווי אַ הינדעלע, וואָס ליגט אין איי, אָדער ווי אַ וואָרעם, וואָס ליגט אין כריין, ער האָט געמיינט, אַז אויף יענער זייט טונעיאַדעווקע עקט זיך די וועלט, קיין זיכער, קיין בעסער לעבן ווי דאָ איז גאָר נישטאָ.

„איך האָב געמיינט, — זאָגט בנימין ערגעץ אין איין אָרט, — אַז רייכער פון אונדזער אַרענדאַר באַדאַרף מען שוין נישט זיין. אַ קלייניקייט. עפּעס אַזאַ שטוב מיט באַלעבאַטישקייט: פיר פּאָר מעשענע לייכטער, אַ זעקס⸗רערנדיקער הענגלייכטער, אויבן מיט אַן אָדלער, צוויי קופּערנע פּאַרעווע טעפּ, מיט אַ פינף קופּערנע פענדלעך, אַ פּאָליצע צינערנע טעלער, און אַוודאי אַקעגן אַ טוץ טעמבעקאָווע לעפל, צוויי זילבערנע בעכערלעך, אַ הדסל, אַ חנכה⸗לעמפּל, אַ ציבעלע⸗זייגער אין צוויי קופּערטעס מיט אַ גראָב קייטל פון זאַמד⸗פּאַטשערקעס, צוויי קי מיטאַמאָל, און אַ טעלעצע אויף דער צייט, צוויי שבתדיקע קאַפּאָטעס וכדומה נאָך און נאָך אַזאַ גוטס. איך האָב געמיינט, אַ חכם איז טאַקע נאָר איין ר׳ אייזיק⸗דוד ר׳ אהרן יוסעלעס שרה זלאַטעס. אַ קאַטאָוועס! מען זאָגט, אַז ער ↰ 16 האָט אַמאָל אין דער יוגנט געהאַט אַ ידיעה אין תשבורת. ער האָט געמעגט זיין מיניסטער, ווען דאָס שטיקעלע מזל זאָל אים נאָר דינען. ווער האָט נאָך, האָב איך געמיינט, אַזאַ הדרת פּנים, אַזאַ בנימותדיק שמועסל ווי אונדזער חייקל זאַאיקע, אָדער ווער איז אַזאַ מומחה, אַזאַ דאָקטער, וואָס מאַכט פון טויט לעבעדיק, ווי אונדזער רופא, וואָס ער האָט, כפי השמועה, די חכמת הדאָקטאָריע געלערנט ביי אַ ציגיינער פון די חרטומי מצרים”.

הכלל, דאָס לעבן אין זיין שטעטל האָט בנימינען זיך אויסגעוויזן זייער שיין, זייער גוט. ער האָט אַפילו געלעבט אין דחקות, ער מיט זיין ווייב און קינדער זענען געגאַנגען קרועה⸗בלואה. נאָר האָט דען אדם הראשון און זיין ווייב, בשעת זיי זענען געווען אין גן⸗עדן, פאַרשטאַנען זיך צו שעמען, וואָס זיי זענען נאַקעט און באָרוועס? די וואונדערלעכע מעשיות אָבער פון די „רויטע יידלעך” און די „עשרת השבטים” זענען אים אַריין טיף אין האַרץ, און פון יענער צייט אָן איז אים עפּעס ווי ענג געוואָרן אין זיין שטעטל. עס האָט אים עפּעס געצויגן אַלץ אַהין, אַהין דאָרט אין די ווייטע מקומות אַריין. דאָס האַרץ האָט אין אים זיך געצויגן, אַזוי ווי קליינע קינדער ציען זיך מיט די הענטלעך אַקעגן דער לבנה. דאַכט זיך אין פלוג, וואָס איז אַזוינס אַ טייטל, אַ פּריסטאַוו, אַ יאַרמעלקע, אַ פּאה, אַ ייד נעבעך, וואָס ווערט נלכד אין אַ געסל שפּעט ביי דער נאַכט, אַ ציג און אַ שטרויענער דאַך? נאָר דאָס אַלצדינג האָט אָנגעמאַכט אין אים אַ גרויסע פאַרענדערונג. עס האָט געפירט ↰ 17 דערצו, אַז ער זאָל באַגליקן די וועלט מיט זיין באַרימטער נסיעה. אין דער וועלט זעט מען נישט איין מאָל, ווי פון קליינע סיבות קומען אַרויס גרויסע, זייער גרויסע זאַכן. דערפון, וואָס דער מוזשיק האָט געזייט ווייץ און קאָרן, וואָס דער מילנער האָט עס געמאָלן, וואָס דערפון איז אַ טייל אַריין אין דער גאָראלניע און געוואָרן בראָנפן, און אַ ביסל פונעם מעל איז אַריין אין גיטל דער שענקערנס הענט, וואָס זי האָט עס געראָשטשינעט, געקנאָטן, געקאַטשעט און געמאַכט קנישעס, מצורף לזה, וואָס די פעניציער האָבן מיט טויזנטער יאָר צוריק אַנטדעקט די המצאה, ווי מען מאַכט גלאָז, און דורך דעם איז אַרויסגעקומען כוסות אי קעלישקעס, — אָט פון די דאָזיקע אַלע קליינע סיבות זענען ביי אונדז אין אַ סך שטעט אַרויסגעשפּרונגען יענע ווילדע קהלס⸗לייט, יענע משונה⸗באַרימטע פּיינען בריות...

מעגלעך איז, אין בנימינען איז געלעגן אַ ניצוץ פון אַ נוסע, נאָר דער ניצוץ וואָלט פאַרלאָשן געוואָרן, ווען די שיחות און די מעשיות פון יענער צייט וואָלטן אים נישט אויפגעבלאָזן. און ווען אַפילו דער ניצוץ וואָלט נישט פאַרלאָשן געוואָרן אינגאַנצן, וואָלט ער, ווען נישט די דאָזיקע סיבות אין יענער צייט, געהאַט אַזאַ קליינעם כוח, אַז פון בנימינען וואָלט מיט דער צייט אויסגעוואַקסן אַ וואַסערפירער, אָדער ווען פיל — אַ בעל⸗עגלה.

איך האָב אין מיין לעבן באַגעגנט זייער פיל בעל⸗עגלות און שמייסערס, וואָס זיי זענען מסוגל געווען צו ↰ 18 זיין אַזעלכע נוסעים גלייך כ׳לעבן ווי יענע, וואָס וואַנדרעווען היינט אַרום צווישן יידן... נישט דאָס אָבער בין איך אויסן.

פון יענער צייט אָן פלעגט בנימין מיט גרויס חשק זיך פאַרטיפן אין רבה בר בר חנהס נסיעות אויפן ים און אין דער מדבר. ער האָט אויך דערטאַפּט שפּעטער דעם ספר „אלדד הדני”, דעם ספר „מסעות בנימין”, וואָס ער האָט מיט אַ זיבן הונדערט יאָר צוריק גערייזט ביז עק וועלט, דעם ספר „שבחי ירושלים”, מיט הוספות, און דעם ספר „צל עולם”, וואָס אין זיבן קליינע בלעטלעך איז ער כולל אַלע שבע חכמות און דערציילט חידושים ונפלאות פון דער גאַנצער וועלט און פון אירע משונה⸗ווילדע באַשעפעניש. די דאָזיקע ספרים האָבן אים געעפנט די אויגן און אים איבערגעקערט פּשוט גאָר פאַר אַן אַנדער מענטשן.

„פון די וואונדער⸗שיינע מעשיות דאָרט, — דריקט זיך אַזוי בנימין אויס אין זיין ספר, — פלעג איך שטאַרק נתפּעל ווערן. אַי, אַי! פלעג איך נישט איין מאָל פאַר גרויס התפּעלות אַ געשריי טאָן, ווי העלפט מיר גאָט כאָטש אַ הונדערטל דערפון צו זען מיט מיינע אויגן! דער קאָפּ מיינער האָט געטראָגן ווייט⸗ווייט”...

↤ 19

פון דענסטמאָל אָן איז אים טונעיאַדעווקע שוין טאַקע געוואָרן צו ענג, ער האָט ביי זיך גומר געווען אַרויסצוכאַפּן זיך פון דאָרט מיט אַלע כוחות, גלייך ווי אַ הינדעלע, וואָס הייבט זיך אָן אויסצופּיקן און אַרויסקריכן פונעם איי אויף דער ליכטיקער וועלט.

↤ 20

דאָס צווייטע קאַפּיטל
ווי בנימין ווערט אַ קדוש און זעלדע אַן עגונה

בטבע איז אונדזער בנימין, דער נוסע, געווען אַ ווילדער בעל⸗פּחדן, היינו ביי דער נאַכט פלעגט ער מורא האָבן צו גיין אויף דער גאַס; שלאָפן איינער אַליין אין אַ שטוב וואָלט ער נישט געוואָלט, מען זאָל אים אָפּגילטן. אַרויסצוגיין אַ ביסל ווייט פון דער שטאָט האָט ביי אים געהייסן פּשוט זיך איינשטעלן דאָס לעבן, מאַלע וואָס קען, חלילה, געשען. פאַר אַ ליאַד הינטל האָט ער געציטערט אימת⸗מוות.

„איינמאָל, — אַזוי דערציילט בנימין, — איינמאָל, איך ↰ 21 געדענק עס ווי היינט, דאָס איז געווען תמוז, אין אַ שרעקלעך הייסן טאָג, איז אונדזער רב מיט איינעם פון זיינע לייט געגאַנגען זיך אָפּטובלען אין דעם טייכל, וואָס אונטער דער שטאָט. איך מיט אַ פּאָר יינגלעך, מיינע חברים, זענען מיט גרויס דרך⸗ארץ נאָכגעגאַנגען פון הינטן, און געווען ביי זיך זייער זיכער, אַז מיר וועלן נישט האָבן קיין שום שלעכטע באַגעגעניש און, אם ירצה השם, קומען צוריק בשלום אַהיים, געדופעט אויף דעם רב. עפּעס אַ קאַטאָוועס אַ רב, וואָס פאַר אים האָט דרך⸗ארץ אַ וועלט, וואָס קיין עלטערס פאַר אים איז שוין גאָר נישטאָ! וואָס דער טיטל זיינער פאַרנעמט אַ בלעטל פּאַפּיר... דער רב, אונדזער באַשיצער, איז מיט ברייטקייט געגאַנגען היפּש פריער פאַר אונדז, און אַז ער האָט געהאַלטן אין אויסטאָן זיך, איז אינמיטן⸗דערינען אָנגעקומען עפּעס אַ שייגעץ און אויף אים אָנגערייצט זיין הונט. אונדזער באַשיצער איז נישט טויט⸗לעבעדיק אַנטלאָפן, צוגעהאַלטן, מחילה, די אָפּגעשפּיליעטע תחתונים מיט איין האַנט און מיט דער אַנדערער דאָס קיילעכדיקע געשטעפּטע פעלפּענע היטל. מיר יינגלעך זענען אַוודאי מבולבל געוואָרן. דען, אַז דער לוויתן ווערט אויף דער ווענטקע געכאַפּט, וואָס זשע, נעבעך, זאָלן שוין טאָן די פּלאָטקעס אין דער בלאָטע? מיר האָבן אָנגעגורט אונדזערע לענדן און געשווינד ווי די הירשן געלאָפן פאָרויס מיט אַ גוואַלד, מיט אַ ביטער געשריי, ביז מיר זענען אַזוי הענדום⸗פּענדום אָן אַ נשמה אינאיינעם מיט אונדזער גיבור אַריינגעלאָפן אין דער שטאָט. ס׳איז געוואָרן אַ מהומה, אַ צונויפלויפעניש, אַ ליאַרעם: עס ברענט! מען הרגעט, מען שלאָגט! איינער פונעם אַנדערן האָט נישט געוואוסט.”

↤ 22

אַז בנימין האָט פירגענומען די נסיעה אין די ווייטע מקומות, איז ביי אים געבליבן קודם⸗כל זיך צו שטאַרקן אַוועקצואוואַרפן דעם פּחד. ער האָט זיך געצוואונגען דווקא גיין אַליין שפּעט ביי דער נאַכט, דווקא שלאָפן איינער אַליין אין אַ חדר און דווקא אַרויסגיין אָפט אונטער דער שטאָט, כאָטשע דאָס האָט אים געקאָסט געזונט, און איז פאַר שרעק, נעבעך, פונעם פּנים אַראָפּ. די נייע הנהגה זיינע אין דער היים און אין בית מדרש, זיין פאַרטראַכט בלייך פּנימל און זיין פאַרפאַלן ווערן אָפט אויף עטלעכע שעה פון דער שטאָט איז איטלעכן געוואָרן עפּעס אַ פּליאה. מען האָט אים גענומען אין מויל אַריין און פון אים געשמאַק גערעדט. אַ טייל האָבן געזאָגט: נישט אַנדערש, ער איז משוגע, חסר דעה. איינמאָל, אַזוי האָבן זיי געדרונגען, איז בנימין טאַקע געווען תמיד אַ ביסל שוטהוואַטע, עס האָט אים געפעלט אין קאָפּ אַ קלעפּקע; צווייטנס, איז שוין טאַקע אין טונעיאַדעווקע לערך עטלעכע יאָר נישט געווען קיין משוגענער, און ווי שיקט זיך עס עפּעס? מיר האָבן דאָך אַ קימא⸗לן, האַ, ווי זאָגט מען עפּעס: עיר ועיר וחכמיה, עיר ועיר ומשוגעיה, איטלעכע שטאָט מיט איר חכם אי מיט איר משוגענעם. בפרט נאָך היינט אין אַזעלכע גרויסע היצן. פּשוט איז פּשוט, בנימין איז משוגע. ווידער אַ טייל, און בראש פון זיי ר׳ אייזיק⸗דוד ר׳ אהרן⸗יוסעלעס שרה⸗זלאַטעס, האָבן געמאַכט: עט, עט!.. טאַקע נאָכאַמאָל עט! אמת טאַקע, בנימין איז שוטהוואַטע, טאַקע שטאַרק שוטהוואַטע, נאָר דערפון איז נאָך כלל נישט געדרונגען, אַז ער מוז ווערן אי משוגע, ↰ 23 וואָרעם, זעלט עס אַנדערש זיין אַזוי, איז דאָך די קשיא, פאַרוואָס גראָד אַצינד און נישט פריער? אדרבא⸗ואדרבא, דערצו האָט ער געהאַט צייט אי פאַר⸗צוויי⸗יאָרן אי פאַראַיאָרן זומער, וואָס די היצן זענען דענסטמאָל געווען אַ גוזמא גרעסער. אַי, וואָס איר זאָגט, טונעיאַדעווקע איז, וועדליק דעם קימא⸗לן, נישט ערגער פון אַנדערע שטעט, מילא, בלייבט דאָך טאַקע אַלץ די קשיא, פאַרוואָס איז עטלעכע יאָר לערך נישט געווען דאָ קיין משוגענער? אַי, וואָס טוט מען ווידער צוריק מיט דעם קימא⸗לן? דער תירוץ איז אָבער — אונדזער טייך. דער טייך אונדזערער, האָבן מיר דאָך אַ קימא⸗לן, נעמט זיכער צו פון אייביק אָן אַ מענטשן אַלע יאָר, און פונדעסטוועגן האָט ער שוין אַ פּאָר יאָר קיינעם נישט צוגענומען! פאַרקערט, ער אַליין איז אין די פּאָר יאָר אָפּגעפאַלן, אַז ערטערווייז קען מען ממש אים איבערגיין טרוקן⸗פוס... אַי, בנימין? וואָס טוט מען מיט בנימינען? בלייבט תיקו, אַ קשיא. דער גרעסטער טייל אָבער, און צווישן זיי די ווייבער, האָבן געזאָגט: ער מוז האָבן צו טאָן מיט זיי... ער פּאָרעט זיך אַוודאי מיט אים... מיט דעם בעל⸗דבר... וואָס דען זשע בראָדזעט ער אַליין ביי נאַכט אין דער פינצטער? וואָס דען זשע ווערט ער אַמאָל פאַרפאַלן אויף עטלעכע שעה? וואָס דען זשע שלאָפט ער איינער אַליין אין ספּיזשאַרנע? זעלדע, זיין אייגן ווייב, דערציילט אויך, אַז זי האָרכט ביי דער נאַכט, ווי מען קלאַפּט ביי אים אין ספּיזשאַרנע, זי האָרכט אַ קלאַפּעריי, ווי מען גייט דאָרט מיט פיס...

דער דאָזיקער שמועס מכוח דעם ענין האָט, ווי געוויינטלעך, זיך אַוועקגעקויקלט אַהין אונטערן אויוון. פון דאָרט ↰ 24 אין דער סאָבראַניע אויף דער אייבערשטער באַנק. מען איז איבער בנימינען דאָרט צווישן זיך נאָך נישט פאַרטיק געוואָרן. נאָר דערווייל איז געבליבן מוסכם ביי אַלע, מען זאָל צונויפשטעלן אַ קאָמפּאַניע פון אַ פּאָר שיינע יידן מיט דעם סופר, וואָס זיי אינאיינעם זאָלן אַרומגיין אין אַלע הייזער, כסדר נאָכן צעטל, און אומעטום בודק זיין, רעווידירן די מזוזות. און ווייל די סאָבראַניע האָט אויף דעם ענין געקוקט ווי אויף אַ קהלשער זאַך, אַ פּאָלזע פאַר דער שטאָט, לכן איז געבליבן, אַז בכדי אויסצושטיין די הוצאות, וואָס אַזאַ קאָמפּאַניע באַדאַרף קאָסטן, זאָל מען אַרויפציען דעם מקח פון פלייש... אין טונעיאַדעווקע איז דאָ אַ ווערטל: פון וואָס מען זאָל ניט שמועסן, מוז אַרויסקומען אויפן טויט, און פון וואָס מען זאָל נישט רעדן אויף אַן אסיפה, מוז מען אויסלאָזן מיט דער טאַקסע פון פלייש. און באמת איז עס טאַקע על⸗פּי דרך⸗הטבע, אַנדערש קען עס טאַקע גאָר נישט זיין, דער שכל איז אויך אַזוי מתחייב, וואָרעם: סוף כל אדם למות, וסוף יהודי לטאַקסע, דאָס טייטש: דער סוף פון אַ מענטשן איז צו שטאַרבן, און דער סוף פון אַ יידן — צו צאָלן טאַקסע! דער טויט און די טאַקסע — דאָס זענען בטבע אַזעלכע צוויי זאַכן, וואָס מען קען פון זיי בשום אופן נישט פּטור ווערן. אַזוי האָט דער אייבערשטער באַשאַפן די וועלט, און ווי ער האָט זי באַשאַפן, ↰ 25 אַזוי איז גוט, אַזוי געהער עס זיכער צו זיין. קשיות פרעגן נאָר אפּיקורסים...

שפּעטער אַ ביסל האָט מיט בנימינען זיך פאַרלאָפן אַ מעשה, וואָס ער האָט מיט איר קונה⸗שם געווען. אַרויסגייענדיק איינמאָל פון דער שטאָט, תמוז אין אַ הייסן טאָג, צוועלף אַזייגער אינדערפרי, סאַמע ווען די זון האָט געבראָטן, איז ער פאַרגאַנגען טיכלעך אין אַ וואַלד, אַקעגן אַ דריי תחום⸗שבתן פון דער שטאָט. מיט זיך אין דער קעשענע האָט ער געהאַט זיינע ספרים, וואָס אָן זיי פלעגט ער נישט גיין קיין טריט. ער איז געזעסן אין וואַלד אונטערגעלענט אונטער אַ בוים און האָט געשמאַק געטראַכט. צו טראַכטן האָט ער געהאַט זייער פיל. באַלד איז אים דער קאָפּ פאַרפלויגן ווייט אַהין אין יענע לענדער אין עק וועלט. ער איז געגאַנגען איבער בערג, איבער טאָלן, איבער מדבריות און אַלע ערטער, וואָס שטייט אין זיינע ספרים. ער האָט געוואַנדרעוועט פוס⸗טריט נאָך אלכסנדר מוקדון, נאָך אלדד הדני וכדומה, ער האָט געזען דעם שרעקלעכן פּיפּערנאָטער, דעם לינדנוואָרעם, שלאַנגען, עקדישן און אַלע מיני שלעק משלחתן. ער האָט זיך צוגעשלאָגן צו די רויטע יידלעך און גערעדט מיט די בני משה, דערנאָך איז ער בשלום צוריקגעקומען צו זיך און האָט געטראַכט, וויאַזוי און ווען זשע זאָל ער שוין טאַקע מאַכן די נסיעה.

אין מחשבותן איז דערווייל צוגעפאַלן די נאַכט. ער איז אויפגעשטאַנען, אויסגעגלייכט די ביינער און זיך געלאָזט גיין ↰ 26 אַהיים. ער גייט און גייט — נאָך אַלץ נישט פונעם וואַלד אַרויס. ער גייט אַ שעה, צוויי, דריי, פיר שעה, ס׳איז קיין סוף, קיין עק. ער האָט נאָך טיפער אין וואַלד זיך פאַרשלאָגן, און דאָ איז פינצטער, כאָטש אַן אויג אַרויסצונעמען. פּלוצלים איז נאָך געוואָרן אַ שטורעם⸗ווינט מיט אַ שלאַקסרעגן, עס האָט געבליצט, געדונערט, און די ביימער האָבן גערוישט — אַ שרעק! בנימין איז געבליבן שטיין. דער רעגן האָט אים געוואַשן, אַ צאָן אָן אַ צאָן האָט אים געקלאַפּט פאַר קעלט, פאַר נעץ און פאַר גרויס פּחד. עס האָט אים זיך געדאַכט, אָט פאַלט אויף אים אָן אַ בער, אָט פאַרצוקט אים אַ לייב, אַ לעמפּערט, אָט גייט דער „מאַטול”, וואָס, כפי עס שטייט אין „צל עולם”, איז ער אַ גרויסער, אַ לאַנגער מין באַשעפעניש, מיט צוויי לאַנגע הענט, מיט וועלכע ער וואַרפט אַנידער אַ העלפאַנד. אַנגסטן האָבן אים באַשלאָגן, נעבעך, און דאָ איז ער נאָך טויט⸗הונגעריק, חוץ אַ רעטשן קיכל איז דעם גאַנצן טאָג אין זיין מויל נישט געקומען. ער האָט פאַר אַלע צרות זיך גענומען דאַוונען מעריב און געדאַוונט מיט התלהבות פונעם גאַנצן האַרץ.

גאָט האָט געהאָלפן, ס׳איז טאָג געוואָרן. אונדזער בנימין נעמט זיך ווייטער צום גיין אויף גאָטס באַראָט. ער גייט, ער גייט, ביז ער שלאָגט זיך צום סוף אַרויף אויף עפּעס אַ שטאַלן וועג. מיט דעם וועג איז ער געגאַנגען אַקעגן אַ שעה צוויי — און פּלוצלים דערהערט ער פונדערווייטנס אַ קול פון אַ מענטשן. אַנשטאָט ער זאָל מיט דעם קול זיך דערפרייען, איז ער, שונא ציון, פאַרצאַפּלט געוואָרן. אים האָט זיך נישט אַנדערש געדאַכט, אַז דאָס איז אַוודאי אַ גזלן. מחמת שרעק האָט ער ↰ 27 זיך געלאָזט לויפן צוריק אָן אָטעם, אַקוראַט ווי ער איז אַמאָל, נישט פאַר אונדז געדאַכט, געלאָפן פאַרן רב. באַלד אָבער האָט ער זיך באַטראַכט: פע, בנימין! דו ווילסט וואַנדרעווען אַזוי ווייט איבער ימים און מדבריות, וואָס דאָרט שוויבלט און גריבלט פון עקדישן, פון חיות רעות און ווילדע אומות, און דאָ האָסטו מורא פאַרן געדאַנק, טאָמער באַגעגנסטו אַ גזלן! אַי, פע, מעגסט, כ׳לעבן, זיך שעמען, בנימין. איז דען אלכסנדר מוקדון אויך אַנטלאָפן אַזוי ווי דו? האָט דען אלכסנדר מוקדון אויך אַזוי ווי דו זיך מיאש געווען, בשעת ער איז געפלויגן רייטנדיק אויף זיין אָדלער און ס׳איז אויסגעגאַנגען דאָס פלייש פונעם שפּיץ שפּיז, וואָס דער אָדלער פלעגט עס פּיקן און פליען דורך דעם אַלץ העכער? ניין, אלכסנדר מוקדון איז נישט אַנטלאָפן, אלכסנדר מוקדון האָט ביי זיך אַליין אויסגעשניטן אַ שטיק פלייש און אַרויפגעשטאָכן אויפן שפּיז! אדרבא, שטאַרק זיך, בנימין, דאָס וויל גאָט דערמיט דיך נאָר אויספּרואוון. האַלטסטו אויס די פּראָבע, אַז וואויל און גוט איז דיר דענסטמאָל! דענסטמאָל, בנימין, ביסטו אַ מענטש און וועסט טאַקע ווערט זיין צו האָבן די זכיה פון השם⸗יתברך צו דערגרייכן דיין וואונטש וועגן די בני משה און מיט זיי איבערשמועסן מכוח דעם כלל ישראל אין אונדזער ווינקל, דערציילן זיי גאַנץ פּאָדראָבנע די הנהגות פון אונדזערע יידעלעך דאָ, וואָס זיי טוען און וואָס זיי מאַכן. וועסטו איצט אויסשטיין נאָך אי די דאָזיקע פּראָבע און גיין צוריק אַקעגן דעם קול, דענסטמאָל ביסטו מנצח אַלע פּחדים און שרעקענישן, וועסט ווערן אַ כלי⸗שלמה, אַ ברכה, ↰ 28 אַ בענטשונג צווישן די קינדער ישראל, און אָנטאָן כבוד גאַנץ טונעיאַדעווקע. טונעיאַדעווקע און מוקדון — דאָס וועלן זיין צוויי ערטער, גלייך באַקאַנט אין דער גאַנצער וועלט דורך אלכסנדר טונעיאַדעווקער און בנימין מוקדון!..

אונדזער בנימין האָט זיך אומגעקערט טאַקע צוריק און איז געגאַנגען באַהאַרצט ווי אַ גיבור מיט גרויס בטחון, ביז ער האָט פאַר זיך דערזען דעם גזלן. דאָס איז געווען אַ מוזשיק וואָס איז געפאָרן אויף אַ פּאָר אָקסן מיט אָנגעלאָדענע זעק אין וואָגן.

— דאָברי דיען! — האָט בנימין, צוגייענדיק, אַ זאָג געטאָן ראַפּטעם אויף אַ משונה קול, וואָס ער האָט אין זיך געהאַט אַלע טעמים: אי געשריי, אי געבעט, אי ווי איינער זאָגט: נאַ, נאַ, טו מיט מיר, וואָס דו ווילסט אי עפּעס ווי אַ בקשה: גוואַלד, האָב רחמנות אויף מיר, אויף מיין ווייב און קינדער, נעבעך!..

אָפּזאָגנדיק אָדער אָפּשרייענדיק אי אָפּוויינענדיק דעם „דאָברי דיען”, איז בנימין געבליבן אָן לשון ווי דערוואָרגן. דער קאָפּ האָט אים זיך פאַרדרייט, אין די אויגן איז אים געוואָרן פינצטער, די פיס האָבן אים אויפגעהערט צו דינען, און ער איז טויט אַנידערגעפאַלן אויפן אָרט.

אַז ער האָט אויפגעעפנט די אויגן און איז צו זיך געקומען, האָט ער זיך געפונען ליגנדיק אין וואָגן אויף אַ גרויסן זאַק קאַרטאָפליעס, איבערגעדעקט מיט אַ גראָבער סוויטע. צוקאָפּנס איז אים געלעגן אַ געבונדענער האָן, וואָס האָט אויף אים געקוקט אין דער זייט מיט איין אייגל און אים געגראַבלט מיט די נעגל, צופוסן איז געשטאַנען אָנגעשטעלט קאָראָבקעלעך מיט יונגן קנאָבל ↰ 29 אי ציבעלעס און שאָר ירקות. אייער, אַפּנים, איז דאָרט אויך געלעגן, וואָרעם פּאָלאָווע זענען געפלויגן און אים פאַרשאָטן די אויגן. דער מוזשיק איז געזעסן, גערייכערט גאַנץ רואיק דאָס ליולקעלע און איטלעכע רגע אויף די אָקסן אונטערגעשריגן. סאָפּ, הייטאַ, סאָפּ! די אָקסן, קוים וואָס זיי האָבן זיך גערירט, און די רעדלעך פונעם וואָגן האָבן משונה געסקריפּעט איטלעכס אויף אַן אַנדער קול, אינאיינעם איז אויסגעקומען עפּעס אַ סקריפּנריקעד קאָנצערט, וואָס האָט געגרילצט אין די אויערן. דעם האָן, אַפּנים, ווי עס האָט אויסגעזען, איז אַזאַ סקריפּעריי אויך נישט געווען לרצון, וואָרעם איטלעכס מאָל, בשעת די רעדלעך פלעגן אינגאַנצן זיך אומדרייען און אויסלאָזן אויף אַ סווישטש מיט אַ שלשלת, פלעגט ער בנימינען אַ שטאַרקן גראַבל טאָן מיט די נעגל און אַ קריי געבן קוקוריקו מיט כעס, מיט אימפּעט, אַז עטלעכע רגע דערנאָך פלעגט ביי אים כאָרכלען פאַרדומפּן אינעווייניק אין האַלדז. בנימין האָט אין זיך נישט געפילט קיין גאַנץ אבר און איז געלעגן אַ היפּשע צייט שטאַרק פאַרדולט: אַ שפּאַס, וואָס ער איז אויסגעשטאַנען: שרעק, הונגער, נעץ און קעלט! עס האָט אים זיך געדאַכט, אַז אַ טערק האָט אים געפאַנגען אין דער מדבר און פירט אים פאַרקויפן ערגעץ פאַר אַ קנעכט. נעכיי, האָט ער געטראַכט, נעכיי זאָל ער מיך כאָטש פאַרקויפן צו אַ יידן, וואָלט איך נאָך געקענט פאָרט עפּעס אויפגעריכט ווערן, און באם אָבער, ער וועט מיך פאַרקויפן צו אַ פּרינץ אָדער חלילה גאָר צו אַ פּרינצעסן פון די אומות העולם, בין איך דאָך פאַרלוירן, פאַרלוירן אויף אייביק. דערצו נאָך האָט ער זיך גראָד דערמאָנט די מעשה פון יוסף הצדיק ↰ 30 מיט זליכהן, און האָט מחמת יסורים אַ שטאַרקן קרעכץ געטאָן.

דער מוזשיק האָט זיך אומגעקוקט, אַז ער האָט דערהערט בנימינס קרעכץ, זיך צוגערוקט נעענטער און אים אַ פרעג געטאָן:

— נו, זשידקאָ, אַ שטשאָ, טראָשקע ליפּשע?

דער קאָפּ איז בנימינען באמת געוואָרן אַ ביסל פרייער, און ער האָט זיך דערמאָנט אינגאַנצן, וואָס מיט אים איז פאָרגעקומען. ער האָט אָבער זיך געפילט אין זייער אַ שלעכטער לאַגע: גויאיש קען ער כמעט נישט קיין וואָרט, היינט וואָס זשע טוט מען דאָ? ווי ענטפערט מען דעם ערל און ווי טענהט מען מיט אים זיך דאָ אויס צו וויסן אַקוראַט, וואוהין ער פירט מיך?

בנימין האָט געפּרואווט זיך אויפזעצן, נאָר אומזיסט, די פיס האָבן אים שטאַרק געבראָכן.

— טראָשקע טעבע ליפּשע? — האָט אים דער מוזשיק ווייטער אַמאָל געפרעגט און טאַקע בנשימה אחת אַ מאַך געטאָן:

— סאָפּ, הייטאַ, סאָפּ!

— ליפּשע. רק ריבי מאָאי אַי, אַי, אַי! — האָט בנימין געענטפערט, ווי ער האָט נעבעך געקענט, און אים געוויזן אויף די פיס.

— איזווידקי טי, זשידקאָ?

— איזווידקי טי, זשיטקע?! — האָט בנימין געמאַכט מיט אַ ניגון ווי אַ מהפּך⸗פּשטא — יאַ ניאָמקאַ, ביניאָמקאַ אואוו טונעיאַדעווקו!

↤ 31

— טי איז טונעיאַדעווקי? קאַזשי זשע, שטשאָ טי וויטאַראַשטשיל נאַ מעני אָטשי אי גליאַניש יאַק שילאָני. אליע מאָזשע טי טאַקי אי שילאָני? טראַסצאַ טוואָי מאַטערי! סאָפּ, הייטאַ, סאָפּ!

— יאַ, סטייטש, יאַ טעבי לכתחילה קאַזאַטע, יאַ ניאָמקע סאַם אואוו טונעיאַדעווקו! — האָט בנימין געענטפערט, געמאַכט דערביי אַ רחמנות⸗פּנים, אַ ווייז געטאָן מיט דער האַנט און געבעטן רחמים: — גוואַלד, אואוו טונעיאַדעווקי זשינקאַ טעבי דאַם טשאַרקע שליש אי שאַבאַשקאָווע בולקע, אי דאָברע דאַנקואיעט טעבי.

דער מוזשיק, אַפּנים, האָט זיך אָנגעשטויסן, וואָס בנימין מיינט.

— דאָברי, זשידקאָ! — האָט ער געזאָגט, זיך געזעצט אויף זיין אָרט מיט דעם פּנים צו די אָקסן און געמאַכט: סאָפּ, הייטאַ!

אַקעגן אַ פּאָר שעה אַרום איז דער וואָגן אַרויפגעפאָרן גלייך אויפן מאַרק אין טונעיאַדעווקע, ווייבער און מאַנצביל האָבן זיך אַ שאָט געגעבן אַקעגן מיט פאַרשיידענע שאלות.

דער שרייט:

— טשואיעש, סקילקע כאָטשעס זאַ פּיווען? זאַ ציבולי?

יענער פרעגט:

— מאָזשע מאיעש קאַרטאָפל, יאַיצי?

בתוך הבאים קומט איינער מיט אַ שאלה:

— טשואיעש, מאָזשע טי באַטשיל נאַ דאָראָגי זשידקאָ? או נאַס יעדין זשידקאָ, ביניאָמקאַ, ווטשאָראַ פּראָפּאַל יאַק אואוו וואָדי.

↤ 32

און איידער דער מוזשיק האָט אוספּייעט איטלעכן צו ענטפערן זענען די אַלע ווייבער ווי די היישעריקן איבערגעפאַלן דעם וואָגן, האָבן אויפגעדעקט די סוויטקע און אין איין קול אַרויסגעלאָזט אַ געשריי:

— בנימין!.. ער איז דאָ! ציפּע⸗קרוינע! בת⸗שבע⸗בריינדל, לויפט גיכער צו זעלדען מיט דער גוטער בשורה, אַז איר שאָדן האָט זיך אָפּגעזוכט! זי וועט שוין נישט זיין קיין וויסטע עגונה.

ס׳איז געוואָרן אַ ראַש, אַ צונויפלויפעניש. גאַנץ טונעיאַדעווקע האָט זיך געוויגט, קינד און קייט זענען געלאָפן אָנקוקן בנימינען. מען האָט אים פאַרוואָרפן מיט רייד, מיט שאלות, מיט ווערטלעך, מען האָט דערציילט, אַז דעם גאַנצן נעכטיקן טאָג מיט דער נאַכט האָט מען אים געזוכט, געאַקערט, מען האָט אים שוין געהאַלטן פאַר אַ קדוש און זיין ווייב פאַר אַ וויסטע עגונה.

פּלוצלים אינמיטן געטומל איז דאָס ווייב זיינס צוגעלאָפן מיט אַ געוויין. זי האָט געבראָכן די הענט, אָנקוקנדיק איר באַשערטן, ווי ער ליגט בלייך און טויט און קען קיין ריר זיך נישט טאָן. זי האָט, נעבעך, אַליין נישט געוואוסט וואָס צו טאָן, צי זאָל זי אים שעלטן, אויסלאָזן צו אים איר שווער ביטער געמיט, צי זאָל זי אַרויסווייזן איר פרייד, איר שמחה, וואָס גאָט האָט זי, וויסטע עגונה, אויפגעריכט.

אין עטלעכע מינוט אַרום האָט מען בנימינען, אַזוי טאַקע ווי ער איז געלעגן אויפן זאַק קאַרטאָפליעס, געפירט צו זיך אַהיים איבער דעם מאַרק מיט אַ גרויסער פּאַראַדע. דער גאַנצער טונעיאַדעווקער עולם פון קליין ביז גרויס האָט אים אָפּגעגעבן כבוד, קיינער האָט זיך נישט געלאָזט בעטן און אים באַלייט מיט אַ ראַש, מיט אַ געשריי: קדוש! קדוש! קדוש!

↤ 33

דער נאָמען קדוש איז בנימינען פון דענסטמאָל אָן טאַקע אויף תמיד געבליבן. ער האָט געהייסן בנימין דער קדוש, און זיין ווייב — זעלדע די עגונה.

דער טונעיאַדעווקער מומחה איז נאָך דעם טאָג טאַקע צו בנימינען געקומען און האָט אים געגעבן ראַטונעק מיט אַלע תחבולות, וואָס איז נאָר מעגלעך געווען. ער האָט אים געשטעלט באַנקעס אי פּיאַווקעס, אויך אינגאַנצן אים אָפּגעגאָלט און געזאָגט פאַרן אַוועקגאַנג, אַז נאָך די אַלע מיטל וועט ער, אם ירצה השם, גענעזן ווערן און וועט נאָך מאָרגן קענען, אויב ער וועט כוח האָבן, גיין גומל בענטשן אין בית מדרש אַריין.

↤ 34

דאָס דריטע קאַפּיטל
ווי בנימין סקאָמפּאַנייעט זיך מיט סענדערל דער יידענע

די דאָזיקע מעשה, וואָס מיט בנימינען האָט זיך געטראָפן, וואָס האָט אָנגעמאַכט אַזויפיל יסורים זיין ווייב, אַזויפיל לייטישע רייד, אי אין דער שטאָט, אי דאָרט אונטערן אויוון, אי אויף דער אייבערשטער באַנק, האָט אין פלוג, דאַכט זיך, באַדאַרפט אויף אייביק פון אים אַרויסשלאָגן דעם געדאַנק פון זיין נסיעה אין די ווייטע מקומות. נאָר אָבער אַ טעות, פאַרקערט, עס האָט נאָך אין אים דעם דאָזיקן געדאַנק ערשט בעסער אַריינגעשלאָגן. ער האָט פון דענסטמאָל אָן אויף זיך ↰ 35 געקוקט מיט דרך⸗ארץ, ווי אויף אַ מענטשן אַ געניטן, וואָס איז גענוג אין זיין לעבן אויפגעשטאַנען. ער איז ביי זיך געווען צען מאָל טייערער פאַר זיין באַהאַרצטקייט, פאַר זיין שטאַרקייט, מיט וועלכער ער איז אויפגעשטאַנען אַזויפיל שווערע פּראָבעס און גובר געווען אינגאַנצן די טבע זיינע. ער האָט אָנגעהויבן זיך צו האַלטן פאַר אַ גיבור, פאַר אַ חקרן, וואָס האָט אַ ידיעה אין אַלע שבע חכמות, וועלכע עס געפינען זיך נאָר אין דעם „צל עולם”, וואָס האָט זיך אָנגעלייענט ווי אַ פּויק אין אַזעלכע מיני ספרים און ווייסט, וואָס אויף דער גאַנצער וועלט טוט זיך. ער האָט אָנגעהויבן אַליין אויף זיך אַ מבין צו ווערן און זיך אַליין צו באַדויערן, וואָס ער, אַזאַ מענטש ווי ער, געפינט זיך, נעבעך, כשושנה בין החוחים, ווי אַ רויז צווישן דערנער. וואו? אין טונעיאַדעווקע, אין אַזאַ העק, צווישן פּראָסטע מענטשן, וואָס פאַרשטייען נישט און ווייסן נישט פון זייער לעבן צו זאָגן! די לייטישע רייד און די ווערטלעך, וואָס זענען איבער אים געפאַלן, זיי האָבן, אדרבא, אים ערשט געטריבן אין וועג אַריין. עס האָט אים זיך געגלוסט ווי צום גיכסטן אַוועק פון טונעיאַדעווקע. ווי דערלעב איך שוין, פלעגט ער אַלץ טראַכטן, זיך אַוועקצולאָזן אַהין, ווייט, און קומען בשלום צוריק מיט ישועות און גחמות אויף יידן, מיט כבוד און מיט אַ גוטן נאָמען אין דער וועלט! און דענסטמאָל וועט גאַנץ טונעיאַדעווקע וויסן, פון קליין ביז גרויס, וואָס איך, בנימין, בין, וואָס איך, בנימין, באַטייט...

בנימינען האָט לעת⸗עתה אָפּגעהאַלטן פון דער נסיעה נאָר די דאָזיקע קליינע מניעות: ערשטנס, וואו נעמט מען אויף הוצאות? ↰ 36 ביי אים אַליין האָט קיינמאָל זיך נישט געפונען קיין גראָשן אין קעשענע. ער פרעגט תמיד זיצן ליידיק אין בית מדרש און זיין פּלוניתטע איז געווען די אשת חיל, די פּרנסה⸗געבערן פון אַ נאַס אַפּטייקל, וואָס זי האָט זיך געקאָנט באַלד נאָכן קעסט אַראָפּגייענדיק, און, מישטיינס⸗געזאָגט, וואָס דאָס גאַנצע קלייטל האָט אָנגעטראָפן: ווען זי זאָל דערביי נישט געווען אַרבעטן זאָקן, נישט פליקן ווינטער ביז שפּעט אין דער נאַכט פעדעם, נישט פּרעגלען אויף צו פאַרקויפן פּסחדיק שמאַלץ, נישט איינהאַנדלען אַמאָל אין אַ מאַרק⸗טאָג ביי אירע באַקאַנטע מוזשיקעס קיין מציאות, וואָלט נישט געווען מיט וואָס די נשמה צו דערהאַלטן. פאַרקויפן עפּעס פון שטובזאַכן? נאָר וואָס אָבער האָט דאָרט זיך געפונען? אַ פּאָר מעשענע לייכטער, וואָס זענען זעלדען געבליבן ירושה פון אירע עלטערן, אין וועלכע זי בענטשט ליכט, שייערט עס תמיד און זיך דערמיט שטאַרק מהנה. קיין צירונג האָט זי נישט, חוץ אַ זילבערן רייפעלע מיט אַ פּערל פון איר מאַמעס שטערן⸗טיכל, וואָס דאָס ליגט ביי איר פאַרשלאָסן און טוט עס אָן נאָר אַמאָל בשעת אַ גרויסע שמחה אָדער בשעת אַ מזל⸗טוב אָפּגעבן. פאַרקויפן זשע עפּעס פון זיינע חפצים? נאָר אינגאַנצן האָט ער געהאַט אַ שבתדיקע אטלעסענע קאַפּאָטע נאָך פון דער חתונה אָן, צעהאַקט, צעפאַלן פאָרנט אי הינטן און דער געלער אונטערשלאַק האָט אַרויסגעקוקט. ער האָט געהאַט, פּראַוודע, אי אַ טולעפּל, נאָר אונטן איז ער געווען אינגאַנצן אָפּגעבאַרעט, דער קאָלנער מיט גאָרנישט באַלייגט. בשעת זיין חתונה האָט דער טאַטע זיינער, אים צו לאַנגע יאָר, געהייסן נישט זשאַלעווען, אדרבא, מאַכן אַ לאַנגן קאָלנער פון דער ↰ 37 פולער האַנט און אָפּשטעפּן אים לעת⸗עתה פון אויבן מיט אַ שטיק אונטערשלאַק, וואָס איז געבליבן יתור פון זיין קאַפּאָטע, און האָט דערביי זיך מתחייב געווען צו באַלייגן דעם קאָלנער מיט פיי, אם ירצה השם, שפּעטער ביים סילוקן דעם מוסר פונעם נדן. דעם נדן אָבער האָט ער ניט געסילוקט, און דער קאָלנער איז געבליבן, אַזוי ווי ער איז געווען ביז דעם היינטיקן טאָג...

צווייטנס, האָט בנימין נישט געוואוסט, ווי מען רייסט זיך אַרויס פון דער היים.

איבערשמועסן מכוח דער נסיעה מיט זיין פּלוניתטע און אַרויסזאָגן איר די גאַנצע זאַך בפירוש? חלילה⸗וחס! עס וואָלט געוואָרן אַ ליאַרעם, אַ געפּילדער, זי וואָלט אים אָפּגעוויינט מיט טרערן און אים געהאַלטן זיכער פאַר ריין משוגע. וואָרעם, ווי האָט אַ יידענע שכל אַזעלכע עינינים משיג צו זיין? אַ יידענע, אַז זי איז שוין אַפילו גאָר די אשת⸗חיל, איז זי דאָך פאָרט נישט מער ווי אַ יידענע. וואָס דער מינדסטער מאַנצביל האָט אין נאָגל, האָט עס נישט און קען עס גאָר נישט האָבן די פיינסטע און די קליגסטע יידענע אַפילו אין איר קאָפּ...

אַוועקגיין זשע בשתיקה און דעם זיי⸗געזונט פאַרגעסן? איז עפּעס אויך פּריקרע. דאָס איז אַ ביסל מעשה ליטוואַק. ווידער זשע בלייבן זיצן אין דער היים און אָפּזאָגן זיך פון דער גאַנצער נסיעה? דאָס איז ריין אוממעגלעך. עס הייסט אַזויפיל ווי אָפּזאָגן זיך צו לעבן.

די נסיעה איז בנימינען געוואָרן די צווייטע נאַטור. ווי אַ ייד מוז דריי מאָל אין טאָג דאַוונען, אַזוי האָט ער געמוזט ↰ 38 איטלעכע רגע אין דער נסיעה טראַכטן. אַפילו אין שלאָף איז זי אים פון זינען נישט אַרויס און האָט אים זיך שטענדיק געחלומט. זי האָט טיף זיך איינגעוואָרצלט אים אין האַרץ און זיך באַשעפטיקט געמאַכט מיט זיינע אויגן און אויערן אַזוי, אַז ער האָט אויפגעהערט צו זען אי צו הערן דאָס אַלצדינג, וואָס פאַר אים. ער האָט נאָר געזען אי געהערט דאָס, וואָס טוט זיך דאָרט, דאָרט העט ווייט אין יענע מקומות. נישט איין מאָל פלעגט ער אין אַ שמועס מיט עמעצן פּלוצלים אַריינמישן: הינדיא, סמבטיון, אַנטיקודאָ, פּיפּערנאָטער, לינדנוואָרעם, אייזל, מויל⸗אייזל, באָקסער, כצפּיחית, טערק, טאָטער, גזלן וכדומה נאָך אַזעלכע ווערטער.

די נסיעה האָט געמוזט געמאַכט ווערן, נאָר וואָס טוט מען מיט די מניעות? דאָס האָט ער זיך קיין עצה נישט געקענט געבן. ער האָט געפילט, אַז ער באַדאַרף האָבן איינעם, מיט וועמען ער זאָל קענען מכוח דעם זיך מישב זיין.

איש אחד היה בטונעיאַדעווקע, איין מענטש איז געווען אין טונעיאַדעווקע, ושמו סענדערל, און ער האָט געהייסן סענדערל, נאָך זיין עלטערזיידן ר׳ סענדערל. זה הסענדערל, דער סענדערל, היה איש פשוט, איז געווען אַ פּשוט מענטשל, דאָס הייסט אַ פּראָסטער אָן חכמות. אין בית מדרש האָט ער געהאַט אַ שטאָט אונטער דער בימה, און דאָס אַליין איז שוין דער בעסטער סימן, אַז ער איז ניט געווען פון די טונעיאַדעווקער פיינע⸗בריות, פונעם דאָרטיקן צימעס און דער גילדענער פאָן. די שמועסן אין בית מדרש אָדער ערגעץ אַנדערש ↰ 39 פלעגט ער דאָס רוב צוהערן שטיל, ווי אַ זייטיקער פּאַרשוין אָדער אַ וואָלנע סלושאַטעל. נאָר פלעגט ער אַמאָל זיך אָנרופן אַ וואָרט, האָט עס אָנגעמאַכט אַ גרויס געלעכטער, נישט מחמת דערינען איז געלעגן עפּעס אַ ווילדע חכמה אָדער, אַ גרויסע המצאה, ניין, נאָר גלאַט זיינס אַ וואָרט האָט עפּעס געמאַכט לאַכנדיק, כאָטשע ער האָט עס נעבעך געזאָגט גאַנץ פּשוט בתמימות און האָט כלל גאָרנישט געמיינט יענעם דערמיט לאַכנדיק צו מאַכן. אדרבא, אַז מען פלעגט לאַכן, פלעגט ער אויסשטעלן אַ פּאָר אויגן און אָנקוקן, פאַרוואָס מען לאַכט. פאַראיבל האָבן דערפאַר פלעגט ער קיינמאָל נישט, וואָרעם ער איז בטבע געווען אַ גוטער, אַ פּאָקאָרנער, ווי עס גיט זיך אַמאָל אויס אַ פּאָקאָרנע קו; ער האָט גאָר נישט געוואוסט, אַז מען באַדאַרף פאַראיבל האָבן. יענער לאַכט, נו, מילא, לאָז ער זיך לאַכן. מסתמא האָט ער דאָך הנאה.

דאָך מוז מען מודה זיין, אַז אין סענדערלס אַ וואָרט איז אַמאָל געלעגן טאַקע אַן אמת גלייכער איינפאַל, כאָטש ער אַליין האָט עס גאָר אַזוי ווייט נישט געמיינט און דאָס געזאָגט גלאַט בתמימות. מיט אים פלעגט מען ליב האָבן קאַטאָוועס צו טרייבן. דער גרעסטער טייל בערלעך אין תישעה⸗באב זענען אין זיינע פּאות איינגעפּלאָנטעט געווען. דער בעסטער חלק קישעלעך, וועלכע מען וואַרפט הושענא רבא ביי דער נאַכט ביים אויפזיין, איז אים אָנגעקומען. אַקעגן זשע דער קלענסטער חלק רעטשן קיכל און בראָנפן פון תיקון אָדער גלאַט אַזוי בראָנפן — איז ווידער טאַקע אין אים אָנגעקומען.

הכלל, סענדערל איז תמיד און אומעטום געווען דאָס כפּרה⸗הינדל, און מחמת דעם האָט ער טאַקע באַקומען ↰ 40 אַ צונעמעניש: סענדערל דאָס כפּרה⸗הינדל. סענדערל איז בטבע נישט געווען, ווי אַנדערע, קיין עקשן; האָט איינער געזאָגט אַזוי, איז פון זיינעטוועגן רעכט געווען אַזוי. סענדערל האָט געטאָן יענעמס רצון, נישט מחמת מבטל צו זיין זיין רצון, כדי יענער זאָל דערפאַר מבטל זיין זיין רצון פאַר זיין רצון, נאָר גלאַט פּראָסטע איז מאָסטע, ער האָט געטאָן יענעמס רצון.

— וואָס אַרט עס מיך? — איז זיין שטייגער געווען צו זאָגן. — וואָס פאַר אַ דאגה איך האָב? דו ווילסט דווקא אַזוי, נו, זאָל זיין אַזוי.

צווישן יינגלעך איז סענדערל געווען אַ יינגל. ער פלעגט עפטערס גיין, שמועסן, זיך שפּילן מיט זיי אינאיינעם און האָבן דערפון תענוג. צווישן זיי איז סענדערל באמת געווען ווי אַ פּאָקאָרנע בהמה, וואָס לאָזט צו זיך צו קינדער, זיי זאָלן אויף איר רייטן און איר קראַצן די מאָרדע. קונדסים פלעגן אים קריכן אויפן קאָפּ און צופּן אים ביים בערדל. אַנדערע פלעגט עס אַמאָל אַרן און פלעגן אָנשרייען: תרבית, שקצים, פאַר אַן עלטערן, פאַר אַ יידן מיט אַ באָרד! וואָס צופּט איר אים דאָס בערדל?!

— נישקשה, נישקשה, — פלעגט סענדערל זיך אָנרופן, — וואָס אַרט עס מיך? וואָס פאַר אַ דאגה איך האָב? זאָלן זיי מיך אַביסל קראַצן.

ביי זיך אין דער היים האָט סענדערל נעבעך קיין האָניק נישט געלעקט. זיין ווייב איז געגאַנגען אין ספּאָדעק, און ער האָט ביי איר געהאַט אַ וויסטע, ביטערע דאָליע. זי פלעגט אים האַלטן אין דער מורא, אַמאָל דערלאַנגען אַ זעץ, און ער, נעבעך, ↰ 41 האָט עט געמוזט מקבל⸗באהבה זיין. אונטער אַ יום⸗טוב פלעגט זי אים אַנידערשטעלן אויסווייסן די שטוב און אונטערבינדן אים דאָס בערדל מיט אַ טיכל. ער פלעגט איר שיילן קאַרטאָפליעס, קאַטשען און בראָקן לאָקשן, אָנפילן פיש, אָנטראָגן אי אַריינלייגן אין אויוון האָלץ און אונטערהייצן, אַקוראַט ווי אַ יידענע. דעריבער האָט מען אים טאַקע אויך גערופן „סענדערל די יידענע”.

אָט דעם סענדערל די יידענע האָט אונדזער בנימין אויפגעקליבן אים צו עפענען דאָס האַרץ און מיט אים זיך שואל בעצה זיין, וואָס ער זאָל טאָן. דער טעם דערפון, פאַרוואָס גראָד סענדערל? איז דער: ווייל בנימין האָט תמיד געפילט צו אים עפּעס אַ שטיקל ליבשאַפט. סענדערל איז אין פיל זאַכן אים זייער געפעלן. ער האָט אין אַ סך ענינים זיך מיט אים אויסגעגלייכט און פלעגט אַמאָל אין אַ שמועס מיט אים זיך פּשוט מחיה זיין. מעגלעך אפשר נאָך אי צוליב דעם אויך, וואָס בנימין האָט גערעכנט דערויף, וואָס סענדערל איז קיין עקשן נישט. ער, סענדערל, וועט זיין פּלאַן אָננעמען און אים נאָכגעבן אַלצדינג, וואָס ער וועט אים זאָגן. און אויב סענדערל וועט אפשר אין עטלעכע פּונקטן זיך איינשפּאַרן, וועט ער אים מיט גאָטס הילף און מיט זיין חלקת הלשון גובר זיין...

ויהי כבוא בנימין לסענדערל, און אַז בנימין איז געקומען צו סענדערלען, האָט ער אים געטראָפן כשהוא יושב על ספסל החלב וקולף קאַרטאָפליעס, ווי ער זיצט אויף דער מילכעדיקער באַנק און שיילט קאַרטאָפליעס. איין באַק האָט אים ↰ 42 שטאַרק געפלאַמט און אונטערן אויג איז אים געווען בלוי מיט אַ גראַבל, עפּעס ווי מען דערלאַנגט אַ קרעל מיט אַ נאָגל. ער איז געזעסן ווי אַ נעכטיקער, באַטריבט און פאַראומערט ווי אַ יוגנט, וואָס דער מאַן אירער האָט זי אַוועקגעוואָרפן און איז אַוועקגעגאַנגען למדינת⸗הים, אָדער ווי אַן אשה, וואָס דער מאַן האָט איר דערלאַנגט אַ פּאַטש...

סענדערלס ווייב איז ניט געווען אין דער היים.

— גוט⸗מאָרגן, סענדערל! וואָס ביסטו, סערדצע, אַזוי באַטריבט? — האָט בנימין געזאָגט אַריינקומענדיק און געוויזן סענדערלען מיט אַ פינגער אויף דער באַק. — האַ, ווייטער זי? וואו איז זי, די בחורטע?

— אין מאַרק.

— גאַנץ גוט! — האָט בנימין כמעט אַ געשריי געטאָן פאַר גרויס שמחה. — לייג אַוועק, נשמה מיינע, דיינע קאַרטאָפליעס און קום מיט מיר אין אַלקער אַריין. דאָרט איז קיינער נישטאָ? קיין שומר מיט דיר באַדאַרף איך איצט נישט האָבן, איך וויל דיר אַנטפּלעקן מיין האַרץ. איך קען מיר שוין נישט איינהאַלטן, עס קאָכן אין מיר די געבליטן. אַך, גיכער, סערדצע, גיכער, זי קען נאָך אָנקומען און אונדז שטערן, איידער מיר וועלן פאַרטיק ווערן.

— וואָס אַרט עס מיך? דו ווילסט טאַקע גיך, זאָל זיין גיך, וואָס פאַר אַ דאגה איך האָב? — האָט סענדערל זיך אָנגערופן און איז אַריין אין אַלקער.

— סענדערל! — האָט בנימין אָנגעהויבן מיט אַזאַ שמועס. — זאָג מיר, דו ווייסט, וואָס אויף יענער זייט טונעיאַדעווקע איז?

↤ 43

— איך ווייס, דאָרט איז די פּריטשעפּע, וואו מען באַקומט אַמאָל אַ גוט ביסל בראָנפן.

— דו ביסט אַ נאַר, איך מיין ווייטער, אַ סך ווייטער.

— נאָך ווייטער פון דער פּריטשעפּע? — האָט סענדערל פאַרוואונדערט זיך אָנגערופן. — ניין, ווייטער דערפון ווייס איך ניט. און דו, בנימין, ווייסט?

— אויב איך ווייס? אַ שאלה אַ ביסל, אויב איך ווייס? דאָ איז ערשט דאָ אַ וועלט! — האָט בנימין אַ זאָג געטאָן מיט התלהבות, גלייך ווי קאָלומבוס, בשעת ער האָט אַנטדעקט אַמעריקע.

— וואָס זשע איז אַזוינס דאָרטן?

— דאָרטן, דאָרטן, — האָט בנימין זיך צעפלאַקערט, — פּיפּערנאָטער! לינדנוואָרעם!..

— דער לינדנוואָרעם, מיט וועלכן שלמה המלך האָט געשניטן די שטיינער צום בית המקדש? — האָט סענדערל אַריינגערוקט זיין וואָרט בתמימות.

— יאָ, נשמה מיינע, יאָ, דאָרט איז ארץ ישראל, דאָרט איז יענע מקומות... האַ, דו וואָלסט געוואָלט זיין דאָרט?

— און דו וואָלסט געוואָלט?

— אַ שאלה אַ ביסל! איך וויל, סענדערל, איך וויל און וועל טאַקע דאָרט באַלד זיין.

— איך בין דיר מקנא, בנימין. דו וועסט עס דאָרט זיך אָנעסן אַ ביסל מיט באָקסערן און מיט טייטלען, האָ⸗האָ!

— דו, סענדערל, קענסט עס אויך עסן ווי איך. דו האָסט אין ארץ ישראל אַזאַ חלק ווי איך.

— חלק האָב איך טאַקע, נאָר ווי קומט מען אָבער אַהין? דאָרט איז דאָך דער תוגר.

↤ 44

— דערצו, סענדערל, איז דאָ אַ תרופה. זאָג מיר, סערדצע, דו ווייסט עפּעס פון די רויטע יידלעכ?

— איך האָב זיך אָנגעהערט גענוג מעשיות איבער זיי אונטערן אויוון, נאָר וויסן אַקוראַט, וואו זיי זיצן און ווי מע קומט צו זיי, דאָס ווייס איך נישט. איך זאָל וויסן, מסתמא, וואָלט איך דיר מודיע געווען. פאַרוואָס ניט? וואָס אַרט עס מיך?

— הע⸗הע! זעסטו, און איך ווייס, — האָט בנימין געזאָגט מיט גדלות און אַרויסדערטאַפּט פון קעשענע דעם „שבחי ירושלים”, — זעסטו, וואָס דאָ שטייט. איך וועל דיר עס לייענען.

„אַז איך בין געקומען קיין ברוטי, אַזוי שטייט געשריבן, האָב איך געפונען פיר יידן פון בבל. האָב איך גערעדט מיט איינעם פון זיי, וואָס האָט פאַרשטאַנען לשון קודש און האָט געהייסן רב משה, האָט ער מיר דערציילט גאַנץ אמתע זאַכן פונעם טייך סמבטיון, אַז ער האָט געהאָרכט פון ישמעאלים, וואָס האָבן אים געזען, און אַז דאָרט זיינען דאָ די בני משה.”

אויך, זאָגט ער ווייטער: „אַז דער נגיד האָט מיר דערציילט, אַז אַ יאָר דרייסיק אין דעם איז ביי אים איינגעשטאַנען איינער, וואָס ער איז געווען פון שבט שמעון, און ער האָט געזאָגט, אַז אין זיין מקום זיינען דאָ פיר שבטים. איינער פון זיי איז דער שבט יששכר, וואָס איז זיך עוסק אין תורה און פון דעם שבט איז דאָ אַ מלך איבער זיי.”

חוץ דעם שטייט נאָך בפירוש אי אין דעם דאָזיקן ספר „מסעות בנימין” אָט די ווערטער: „פון דאָרט איז אַ מהלך פון צוואַנציק טעג צו די בערג גיסבון, וואָס אויף דער טייך ↰ 45 גוזן. אין די בערן גיסבון לוינען דאָ פיר שבטים: דער שבט דן, דער שבט זבולון, דער שבט אשר און דער שבט נפתלי, זיי האָבן מדינות און כרכים אין די בערג. פון איין זייט נעמט זיי אַרום דער טייך גוזן. זיי האָבן ניט אויף זיך קיין יאָך פון די אומות, נאָר איין מלך איז דאָ איבער זיי, און ער הייסט ר׳ יוסף אמרכלא הלוי. און זיי האָבן אַ ברית, אַ בונד מיט דעם כופר אל⸗תורך. אַחוץ דעם שטייט נאָך און נאָך זאַכן וועגן די בני רכב אין דעם לאַנד תימא, וואָס זיי האָבן איבער זיך אַ יידישן מלך און פאַסטן און בעטן גאָט תמיד אויפן גלות⸗ישראל. נו, וואָס דענקסטו, סערדצע, אַז זיי וואָלטן אַשטייגער פּלוצלים דערזען מיך, מיך, זייער ברודער בנימין פון טונעיאַדעווקע קומט צו זיי צוגאַסט? האַ, וואָס דענקסטו, סענדערל? אדרבא, זאָג, איך בעט דיך, וואָס זאָגסטו דערצו?

— זיי וועלן פּשוט זיך מחיה זיין, זאָג איך דיר, בנימין, אַ קאַטאָוועס אַזאַ גאַסט, אַזאַ טייערער גאַסט? איטלעכער וועט דיך פאַרבעטן צו זיך אויף אַ מאָלצייט. דער מלך אמרכלא מסתמא אויך, לאָז זיי דאָרט כאָטש פון מיר נאָר פריינדלעך גריסן. איך זאָל קענען, וואָלט איך, כ׳לעבן, אויך מיט דיר אַהין געגאַנגען.

— האַ! — האָט בנימין אַ מאַך געטאָן פאַרפלאַמט פון אַ נייעם געדאַנק, וואָס איז אים איינגעפאַלן. — האַ! טאָמער באמת טאַקע, סענדערל סערדצע, וואָלסטו מיט מיר אינאיינעם געמאַכט די נסיעה. נאַרעלע, אַצינד, כ׳לעבן, האָסטו זייער אַ גוטע געלעגנהייט. איך גיי אַ בלויז אַהין, וועל איך דיך מיטנעמען. ↰ 46 נאַרעלע איינער, אינצווייען איז היימלעכער. טאָמער וועל איך דאָרט, אַ קשיא אויף אַ מעשה, ווערן מלך, וועל איך דיך מאַכן, כ׳לעבן, פאַר אַ משנה למלך. נאַ דיר מיין האַנט תקיעת⸗כף. וואָס וועסטו, נאַרעלע, דאָ זיצן און ליידן גלות, נעבעך, פון דיין פּלוניתטע, די רשעטע. קוק אָן, וואָס פאַר אַ באַק, נעבעך, דו האָסט. דו האָסט דאָך ביי איר אַ וויסטע, פינצטערע דאָליע. כ׳לעבן, סענדערל, קום, וועסט נישקשה קיין חרטה נישט האָבן.

— טאָ, — האָט געזאָגט סענדערל, — אויב דו ווילסט דווקא אַזוי, זאָל זיין אַזוי. אַי זי? וואָס פאַר אַ דאגה איך האָב? אַ נאַר וואָלט איך באַדאַרפט זיין, איר זאָגן, וואוהין איך לאָז מיך אַוועק.

— נשמה מיינע, לאָמיך דיך אַ קוש טאָן! — האָט בנימין אַרויסגעלאָזט מיט גרויס שמחה און פאַר ליבשאַפט אַרומגענומען סענדערל די יידענע. — דו האָסט מיר, סערדצע, מיט איין וואָרט פאַרענטפערט אַ קשיא, אַ קלאָץ⸗קשיא! איך זאָג איצט אויך אַזוי ווי דו: אַי זי? מיינע, מיין איך, וואָס פאַר אַ דאגה איך האָב? ס׳איז אָבער דאָ נאָך אַ קשיא: וואו נעמט מען אויף הוצאות?

— אויף הוצאות? דו ווילסט דען זיך אויסקליידן, בנימין, אָדער איבערניצעווען דיין קאַפּאָטע? הערסטו, און איך וואָלט געזאָגט, מע באַדאַרף, כ׳לעבן, נישט. אין וועג איז אדרבא גלייכער אַלטע קליידער. דאָרט וועלן מיר מסתמא באַקומען גאָלע שיינע קאַפּאָטעס.

— יאָ, טאַקע אמת, דאָרט האָב איך שוין קיין דאגה נישט. ↰ 47 מע באַדאַרף דאָך אָבער לעת⸗עתה ביז דאָרט האָבן עפּעס געלט פּראָסט אויף צו עסן?

— וואָס הייסט, בנימין, אויף צו עסן? דו האָסט דען בדעה מיטפירן מיט זיך אַ קיך? צי וואָס? נישטאָ דען אויפן וועג קיין קרעטשמעס, קיין הייזער?

— איך פאַרשטיי דיך, סענדערל, נישט, וואָס דו מיינסט, — האָט בנימין פאַרוואוינדערט זיך אָנגערופן.

— איך מיין, — האָט סענדערל געענטפערט בתמימות, — אַבי ס׳איז נאָר דאָ הייזער, קען מען אין איין וועג טאַקע גיין איבער די הייזער. וואָס טוען דען אַלע אַנדערע יידן? היינט גייען אַ טייל צו יענע אין די הייזער, דערנאָך גייען יענע פון זייער זייט צו אַנדערע אין די הייזער. ס׳איז דאָך אַ יידישע זאַך, נאָר אַ גמילות⸗חסד...

— דו ביסט, כ׳לעבן, גערעכט! — האָט בנימין אַ זאָג געטאָן בשמחה — אַצינד איז מיר ליכטיק געוואָרן אין די אויגן. אויב אַזוי, בין איך, ברוך השם, אינגאַנצן פאַרטיק און פאַרזאָרגט מיט אַלצדינג. נאָך מאָרגן טאַקע, גאַנץ פרי, אַז דער עולם וועט נאָך שלאָפן, קענען מיר אַוועקגיין. פאַרלירן צייט איז, כ׳לעבן, אַן עבירה. דו ביסט מוסכם?

— דו ווילסט מאָרגן? זאָל זיין מאָרגן. וואָס פאַר אַ דאגה איך האָב?

— מאָרגן גאַנצפרי, הערסטו, סענדערל? וועל איך שטילערהייט אַרויסגיין פון דער היים. לעבן דער פּוסטער ווינטמיל דאָרט וועל איך אויף דיר וואַרטן. געדענק זשע, סענדערל, מאָרגן גאַנצפרי זאָלסטו אַהין אַרויסקומען. געדענק זשע! — האָט בנימין נאָכאַמאָל איבערגעחזרט און שוין געוואָלט אַוועקגיין.

↤ 48

— וואַרט נאָר, בנימין, וואַרט אַ ביסל! — האָט סענדערל געזאָגט, זיך געבאָברעט איבער דער בוזעם⸗קעשענע פונעם לייבל און אַרויסדערטאַפּט פון דאָרט עפּעס אַן אַלט פאַרשוויצט שטיקל יערכע, אַרומגעוויקלט מיט בענדלעך עטלעכע מאָל הין און צוריק און פאַרקניפּט אַוודאי מיט אַ צוואַנציק קניפּלעך. — זעסטו, בנימין, אָט דאָס קניפּל האָב איך אוספּייעט אָנזאַמלען אונטער מיין ווייב פאַר דער גאַנצער צייט, וואָס איך האָב פאַר איר חתונה געהאַט. עס וועט אונדז אין דער התחלה צוניץ קומען, האַ?

— אַצינד, סערדצע, ביסטו ווערט, מען זאָל דיר אויסקושן איטלעכס אבר, איטלעכס גליד באַזונדער, — האָט בנימין געזאָגט הויך, לעבעדיק און אַרומגעכאַפּט סענדערל די יידענע.

— אָ, פאַרכאַפּט זאָלסטו ווערן! קוקט נאָר אָן, איך בעט אייך, דאָס גרויסע ליבשאַפט ווי מען נעמט זיך אַזוי אַרום, און דאָ אין שטוב שטייט אַ ציג און עסט די קאַרטאָפליעס! ווערעם זאָלן עסן דיין לייב, — האָט זיך פּלוצלים געהערט אַ געשריי.

דאָס געשריי איז געווען פון סענדערלס פּלוניתטע. זי איז געשטאַנען אָנגעצונדן אין אַ פייער, מיט איין האַנט געוויזן אויף דער ציג און מיט דער אַנדערער גערופן צו זיך סענדערלען. סענדערל האָט מיט אַן אַראָפּגעלאָזטן קאָפּ זיך געלאָזט פּאַמעלעך⸗פּאַמעלעך אַריינגיין אין שטוב, גלייך ווי אַ פאַרזינדיקט קינד, וואָס מען וויל אים מקיים פּסק זיין.

↤ 49

— שטאַרק זיך, נשמה מיינע, דאָס איז איר שוין דאָס לעצטע מאָל, געדענק זשע, מאָרגן... — האָט בנימין שטילערהייט איינגערוימט סענדערלען אין אויער און ווי אַ קעצעלע זיך אַרויסגערוקט פונעם שטוב.

↤ 50

דאָס פערטע קאַפּיטל
ווי בנימין מיט סענדערלען פאַרלאָזן טונעיאַדעווקע

אויף מאָרגן גאַנצפרי, איידער דער פּאַסטעך האָט נאָך פאַרנומען די בהמות אין דער טשערעדע אַריין, איז אונדזער בנימין שוין געשטאַנען גרייט לעבן דער ווינטמיל מיט אַ פּעקל אונטערן אָרעם. אינעווייניק, אין דעם פּעקל, איז געלעגן אַלע זאַכן, וואָס זענען נייטיק געווען צו דער נסיעה, היינו: טלית און תפילין, אַ סידור „דרך החיים”, אַ חק׳ל, אַ תהילים און יענע אַלע ספרים, אָן וועלכע ער האָט זיך נישט געקענט רירן, אַזוי ווי אַ בעל⸗מלאכה אָן זיין געצייג. די שבתדיקע קאַפּאָטע זיינע איז אויך דאָרט געלעגן, — מען מוז דאָך פאַר דער וועלט אַ פּנים האָבן און יוצא זיין פאַר לייט. אין קעשענע האָט ער געהאַט אַ פופצנטהאַלבן גראָשן, וואָס ער האָט פאַרן אַוועקגאַנג אַרויסבאַקומען ביי זיין פּלוניתטע אונטער דעם קישן.

↤ 51

הכלל, ער איז געווען, ברוך השם, פאַרזאָרגט מיט אַלצדינג און שוין געקענט זיך לאָזן אין וועג אַריין.

די זון איז דערווייל אויפגעגאַנגען זייער שיין און האָט אַראָפּגעקוקט מיט איר ליכטיקן פּנים אויף דער וועלט. איין קוק אירער האָט צוגעגעבן אַ שטיק געזונט, מחיה געווען איטלעכע זאַך באַזונדער. ביימער און גראָז האָבן עפּעס ווי זיס געשמייכלט, איידער די גרויסע טרערן טוי פון ביינאַכט זענען זיי נאָך נישט אויסגעטריקנט, אַקוראַט ווי קליינע קינדער צעלאַכן זיך פּלוצלים פריילעך אינמיטן געוויין פון אַ בלישטשענדיק טשאַטשקעלע, בשעת טרערן ווי די באָב שמייען זיי נאָך אין די אויגן. די פעלד⸗פייגעלעך האָבן געשווינד זיך געטראָגן אין דער לופט, געשפּילט און געזונגען אַרום בנימינען, גלייך ווי זיי וואָלטן געזאָגט:

— קומט, לאָמיר זינגען אי שאַלן און דערפרייען דעם פיינעם פּאַרשוין לעבן דער ווינטמיל! דאָס איז בנימין אַליין, דאָס איז בנימין דער טונעיאַדעווקער, דער אלכסנדר מוקדון פון זיין צייט, וואָס ער פאַרלאָזט זיין פאָטערלאַנד, וואַרפט אַוועק ווייב און קינדער און גייט אין גאָטס שליחות, וואוהין די אויגן טראָגן! אָט שטייט דער גרויסער בנימין, וואָס ער איז, ווי די זון, אַרויס פון זיין געצעלט, און פרייט זיך ווי אַ גיבור צו לויפן אין וועג מיט זיין פּעקל אין דער האַנט! ער איז שטאַרק ווי אַ לעמפּערט און גרינג ווי אַן אָדלער צו טאָן דעם רצון פון אונדזער פאָטער אין הימל! זינגט, שפּילט: טרילילילי, טרריל, טריל! שאַלט, זינגט און דערפרייט זיין האַרץ!..

בנימינען איז טאַקע באמת פריילעך געווען אויפן האַרץ, ער האָט ביי זיך געטראַכט: „איך בין דאָך דער גליקלעכסטער מענטש אויף דער וועלט. וואָס פעלט מיר אָן עין הרע? וואָס גייט מיר אָפּ? מיין ווייב האָב איך, געלויבט איז השם⸗יתברך, ↰ 52 פאַרזאָרגט. זי האָט אַ שטיקל פּרנסה. איך אַליין בין אַ פרייער פויגל, גלייך ווי די אַלע פעלד⸗פייגעלעך דאָ. די גאַנצע וועלט איז פאַר מיר אָפן. מיט מיין געניטשאַפט, מיט מיין באַהאַרצטקייט און מיט מיין שטיקל ידיעה אין די שבע חכמות וועל איך נישקשה ערגעץ נישט פאַרפאַלן ווערן. היינט דערביי בין איך דאָך עפּעס אַ ייד, אַ שטיקל בעל⸗בטחון. אַוועקגעלייגט שוין אַלע מעלות אין דער זייט, לעבן דאָך יידן אויף אַ וועלט מיט בטחון אַליין, און גאָט פירט זיי אויס.

בנימינען איז עפּעס זייער גוט געווען אויפן האַרץ, אַזוי, אַז די לעפצן זיינע האָבן זיך געעפנט, און ער האָט בנעימותדיק אויפן ביי⸗קול אונטערגעזונגען אַ מאַרש פונעם מלך עליון. זיין מאַרש האָט זיך פאַרמישט מיט דעם געזאַנג פון די פייגעלעך, מיט דעם זוזשען פון די פליגלען, מיט דעם שמוצערן פון די גרילן, און האָבן אין אַ קאָנצערט זיך דערהויבן ביז צום כיסא הכבוד פון זיין ליבן נאָמען, הויך⸗הויך אויף דעם אייבערשטן הימל!

דערווייל איז אַוועק אַ היפּשע צייט, און סענדערל איז נאָך נישטאָ. דאָס האָט אָנגעהויבן בנימינען אַ ביסל צו אַרן און צעשטערט זיין שמחה. ער האָט געקוקט אין אַלע זייטן, זיך אַרויסגענומען די אויגן קוקנדיק. נאָר אומזיסט די מי. מען הערט נישט, מען זעט נישט. ניטאָ סענדערל!

האָט אים אפשר דען די רשעטע זיינע מכבד געווען מיט עפּעס אַ מלאכה? נאָר דערצו איז נאָך אָבער איצט נישט די צייט. גאַנץ טונעיאַדעווקע שלאָפט נאָך אַצינד געשמאַק. קאַרטאָפליעס הייבט מען אָן צו שיילן העט שפּעטער, יידענעס נעמען זיך צום וואַרמעס ערשט נאָכן אָנקריגן און אָפּשעלטן ↰ 53 זיך מיט די מאַנען, ערשט דערנאָך, ווען מען שמייסט שוין אָפּ קינדער און מען הענגט אַרויס טריקענען די בעבעכעס...

אונדזער בנימין האָט ניט געוואוסט וואָס צו טאָן, און אים איז געוואָרן נישט פריילעך. שטאַרק ניט פריילעך. אומקערן זיך אַהיים? פע, דאָס איז מיאוס! אלכסנדר מוקדון האָט צעבראָכן די בריק, איבער וועלכער ער איז אַריבער קיין הינדיא, בכדי ער זאָל נישט קענען צוריקגיין. לאָזן זשע זיך אַליין אָן סענדערלען? ניין, דאָס איז פּריקרע, זייער פּריקרע! סענדערל איז אים געווען שטאַרק נייטיק. זינט ער האָט מיט אים זיך סקאָמפּאַנייעט, איז אים עפּעס ליכטיק געוואָרן אין די אויגן. אָן סענדערלען זיך אַוועקצולאָזן וואָלט אויפגעקומען עפּעס משונה⸗ווילד, עס וואָלט נאָר אַ פּנים געהאַט ווי אַ שיף אָן אַ רודער, אָדער ווי אַ מלוכה אָן אַ מיניסטער.

פּלוצלים האָט זיך געלאָזט זען פונדערווייטנס עפּעס ווי אַ מענטשן⸗געשטאַלט. דאַכט זיך, סענדערל, און פאָרט נישט סענדערל. דאַכט זיך, גאָר איינע אין אַ ציצן קליידל און מיט אַ טיכל אויפן קאָפּ.

בנימינען האָט אַ טיאָכקע געגעבן דאָס האַרץ, און איז געוואָרן טויט, בלייך ווי די וואַנט. אים האָט זיך געדאַכט, אַז דאָס גייט זיין ווייב. ניין, זי גייט נישט, זי לויפט, זי יאָגט. אָט קומט זי צו לויפן, כאַפּט זיך אויף אים אַרויף מיט גרויס כעס, לאָזט צו אים אויס איר שווער ביטער האַרץ און שלעפּט אים אַהיים מיט אַ יאָמער, אַ קלאָג.

„איין גאָט נאָר ווייסט, — אַזוי דערציילט בנימין אַליין, — ווי איך בין דענסטמאָל געשטאַנען אין איינע צרות, אין געהאַקטע וואונדן, הונדערט פּיפּערנאָטערן וואָלט מיר דענסטמאָל ליבער געווען צו באַגעגענען ווי מיין ווייב, וואָרעם אַ פּיפּערנאָטער בייסט נאָר דאָס לייב, דעם גוף, און אַ ווייב בשעת ↰ 54 כעס גריזעט און בייסט די נשמה. השם⸗יתברך אָבער האָט מיך געשטאַרקט, איך בין באַלד טאַקע באַהאַרצט אַנטלאָפן, זיך פאַרבאָרגן הינטער דער ווינטמיל און געלוגט דאָרט ווי אַ לייב לוגט אויף זיין פאַרצוקונג.”

אין עטלעכע מינוט אַרום איז בנימין אַרויסגעשפּרונגען פון זיין פאַרבאָרגעניש מיט אַ שרעקלעכן שפּרונג און מיט אַ געשריי ווי אַ ריינער משוגענער:

— האַ, סענדערל!

סענדערל איז געגאַנגען אָנגעטאָן אין אַ ציצן כאַלאַטל, אונטערגעבונדן ביידע באַקן מיט אַ פאַרשמאָלצענעם טיכל. אונטער ביידע אויגן בלוי, צעגראַבלט. אַ שטעקן אין דער האַנט, און אויף די פּלייצעס אַ היפּש פּעקל.

ער האָט אין בנימינס אויגן געהאַט דענסטמאָל דעם זיבעטן חן, ווי אַ שיינע אויסגעפּוצטע כלה אין די אויגן פונעם חתן.

בנימין שילדערט זיין שמחה דענסטמאָל מיט די ווערטער: „ווי אַ אינד, וואָס גלוסט אויף קוואַלן וואַסער, ווי אַ דאָרשטיקער אין דער מדבר, וואָס געפינט לעבעדיקע, קוועלנדיקע וואַסער, וואָס רינט אַראָפּ פון אַ שפּיץ סקאַלע, אַזוי האָט מיין גלוסטיקע לייב זיך געטאָן טאָן דערפרייען אויף סענדערלען מיין באַשערטן, מיין געטרייען געזעלן.”

— וואָס איז די מעשה, סענדערל? וואָס האָסטו געלאָזט אויף זיך אַזוי לאַנג וואַרטן?

— סטייטש, איך בין דאָך געגאַנגען צו דיר אַהיים, — האָט סענדערל בתמימות געענטפערט, — ביזוואַנען איך בין דערגאַנגען, און ביזוואַנען איך האָב אויפגעוועקט דיין זעלדען, איז דערווייל אַוועק אַ היפּשע צייט.

↤ 55

— אויפגעוועקט זעלדען! — האָט בנימין אַ געשריי געגעבן משונה⸗ווילד נישט מיט זיין קול. — סענדערל, למאי, משוגענער, האָסט אַזוינס געטאָן?

— וואָס, סטייטש למאי?! — האָט סענדערל פאַרוואונדערט זיך אָנגערופן, — למאי, אַז איך האָב דיר פריער אָנגעקלאַפּט אין דער ספּיזשאַרנע, און דו האָסט זיך נישט אָנגערופן, האָב איך מיך גענומען קלאַפּן אין דער שטוב⸗טיר סטוק, סטוק, סטוק. נו, איז זעלדע, נישט טויט, נישט לעבעדיק, אויפגעשטאַנען, און איך האָב זי געפרעגט מכוח דיר.

— סענדערל, מיר זענען פאַרביי! דו האָסט פאַרקאָכט אַ גוטע קאַשע. סטייטש, זעלדע וועט נאָכלויפן, זעלדע, און וועט...

— אַי, שרעק זיך נישט, בנימין! זי האָט מיך אָפּגעשיקט צו אַלדי שוואַרצע יאָר מיט אַזאַ כעס, גלייך ווי איך וואָלט איר געקוילעט די קאַפּאָטע. „גיי מיט מיינעם אינאיינעם, אין דער ערד אַריין ביידע!” — האָט זי געזאָגט און צוגעמאַכט די טיר. איך בין אַ היפּשע צייט געבליבן שטיין אין דרויסן ווי צעמישט. דערנאָך ערשט האָב איך מיך דערמאָנט אָן דער ווינטמיל און זיך געשטויסן, דו מוזט שוין אַפּנים זיין דאָ. און דעריבער טאַקע האָט אַפּנים דיינע געזאָגט: „גיי מיט מיינעם אינאיינעם, אין דער ערד אַריין ביידע!” זי האָט אַפּנים, מוז געדרונגען זיין, געזען, ווי דו ביסט אַוועקגעגאַנגען.

— וואָס, וואָס, סענדערל! זי האָט געזען? אפשר גייט זי, גייט זי אפשר?

— חלילה, בנימין! זי האָט גאָר פאַרקייטלט די טיר. אַז איך האָב פאַרן אַוועקגיין ווידער אָנגעקלאַפּט און געפרעגט: זעלדע! זעלדע! וואָס זאָגסטו עפּעס אָן צו דיין מאַן, זעלדע? אָדער האָסטו, אפשר, אַ קשיא אויף אַ מעשה, וואָס אים מיטצוגעבן, זעלדע? האָט זי נישט געענטפערט קיין גוט וואָרט. אַפּנים ↰ 56 זי האָט זייער אַ האַרטן שלאָף, און שלאָפט געשמאַק, אָן עין הרע. נו, האָב איך געזאָגט: זעלדע, דו שלאָפסט, שלאָף זשע, שלאָף געזונטערהייט! זיי מיר געזונט, זעלדע. האָב איך געזאָגט און בין מיר אַוועקגעגאַנגען.

סענדערלס לעצטע ווערטער האָבן אַזוי ווי טראָפּנס אָפּגעמינטערט בנימינען. ער האָט אָנגעהויבן פריי צו אָטעמען און געסאָפּעט, גלייך ווי אַ שטיין איז אים פונעם האַרץ אַראָפּ. דאָס פּנים האָט אים געשיינט, און זיינע אויגן האָבן געפלאַקערט פאַר גרויס פרייד.

— אַצינד, סענדערל! — האָט ער עפּעס ווילד אַ קוויטש געגעבן, — אַצינד מיט דער רעכטער פוס!

אין דער צייט האָט פון אַ לוזשע אין דער זייט זיך אַרויסגעלאָזט אַ קול פון זשאַבעס, גלייך ווי זיי האָבן זיך געזעגנט מיט אונדזערע פּאַרשוינען און זיי צוגעקוואַקעט אַ מאַרש. טונעיאַדעווקער זשאַבעס שרייען משונה⸗שטאַרק אין זייערע פאַרשימלטע בלאָטעס. זיי זינגען באַרימט אין דער וועלט גלייך מיט דניעפּראָוויצער וואַנצן און טאַראַקאַנעס...

↤ 57

דאָס פינפטע קאַפּיטל
וואָס מיט אונדזערע פּאַרשוינען פּאַסירט זיך באַלד ביים ערשטן אַרויספאָר

אונדזערע פּאַרשוינען האָבן זיך אַ לאָז געטאָן ראַפּטעם און געגאַנגען געשמאַק גיך, גלייך ווי די וואָלטן זיך אָפּגעריסן פון אַ קייט, אָדער גלייך ווי איינער וואָלט זיי פון הינטן געטריבן מיט אַ בייטש. מיט זייערע ברייטע פּאָלעס, וואָס האָבן געשוועבט אויפן ווינט, האָבן זיי זיך געמעגט גלייכן צו אַ שיף, וואָס גייט געשווינד אויף אירע אויסגעשפּרייטע זעגלען. די קאָנדוקטאָרס פון געוויסע דיליזשאַנסן אין אונדזער ווינקל וואָלטן זיך, ↰ 58 כ׳לעבן, געמעגט ווינטשן: הלוואי דער גאַנג פון אונדזערע וואַנדערער — אויף זייערע פערד געזאָגט געוואָרן! סאָראָקעס און וואָראָנעס, וואָס האָבן אַרומגעשפּאַצירט אויף דער ערד, האָבן מיט דרך⸗ארץ אָפּגעטראָטן דעם וועג, און זענען שרייענדיק זיך צעפלויגן אין אַלע זייטן, מחמת גרויס פּחד פאַר די צווייפיסיקע מיני באַשעפענישן, וואָס האָבן זיך געיאָגט מיט גרויס חשק און התלהבות.

קיין פּען איז נישט ביכלות צו באַשרייבן, ווי גליקלעך, איבערגליקלעך זיי זענען דענסטמאָל געווען. עס האָט זיי עפּעס משונה הנאה געטאָן, און זענען געווען שטאַרק צופרידן — צופרידן פון זיך אַליין, צופרידן איינער פונעם אַנדערן און צופרידן פון דער גאַנצער וועלט.

סענדערל, ווי עס האָט אויסגעזען, איז זייער פריילעך געווען, וואָס ער האָט זיך אַרויסגעכאַפּט פון זיין ווייבס הענט און איז פּטור געוואָרן אַזאַ שווערן, ביטערן גלות. נעכטיקער טאָג באזונדערס איז פאַר אים, נעבעך, געווען זייער אַ שווערער, אַ ביטערער, אַ טאָג פון צרות און יסורים, וואָס האָט איבערגעלאָזט אַ סליעד פון סיניאַקעס אויף זיין לייב, וואָס האָט מיט שטורעם אויסגעוואָרצלט אַ סך האָר פון זיין בערדל און וואָס האָט גאַנץ פריי פאַר דער גאַנצער וועלט זיך געחתמעט מיט ברוין⸗בלויע צייכנס אונטער זיינע ביידע אויגן. נישט פאַר אייך, פּאַנטאָפל⸗מענער, געזאָגט געוואָרן אַזאַ וויסטן פינצטערן פּעטשאַטאָק, וועלכן סענדערל, נעבעך, האָט נעכטן פרי געכאַפּט פון זיין בחורטע!

אַ היפּשע צייט זענען אונדזערע פּאַרשוינען געלאָפן כמעט אָן אַ נשמה, שאַ, שטיל, נישט צו רעדן איינער מיט דעם ↰ 59 אַנדערן אַ וואָרט. זיי האָבן זיך שטאַרק דערוואַרעמט, און גרויסע טראָפּן שווייס האָבן זיי אַרויסגעטראָטן אויפן פּנים. סענדערל האָט אָנגעהויבן ביסלעכווייז זיך אָפּצושטעלן און געסאָפּעט ווי אַ גאַנדז.

— גיכער, גיכער, סענדערל! — האָט בנימין אים אַלץ אונטערגעגעבן קוראַזש און איז געלאָפן מיט אימפּעט פאָרויס, ווי אַ גיבור, וואָס גורט אָן זיינע לענדן און לויפט מיט פייל⸗און⸗בויגן אין דער מלחמה.

— גוואַלד, בנימין, האָב רחמנות אויף מיין נשמה! — האָט סענדערל געבעטן רחמים. — איך האָב מער קיין כוח נישט דיר נאָכצולויפן. דו לויפסט, אָן עין הרע, ווי אַ הירש אויף די בערג און ווי אַ צאַפּ פאַר דער טשערעדע.

— גיכער, גיכער, סענדערל! — האָט בנימין אים אַלץ געשריגן און געלאָפן פאָרויס מיט גדלות אויף זיין בריהשקייט — זעסטו, סענדערל, איך וואָלט אַזוי געלאָפן, געלאָפן ביז עק וועלט!

— נאָר צו וואָס, בנימין, איך בעט דיך, לויפסטו אַזוי? — האָט סענדערל געפרעגט. — מיר וועלן, כ׳לעבן, גאָרנישט פאַרזאַמען. אַז מיר וועלן אָנקומען אַהין שפּעטער מיט אַ טאָג אָדער אַפילו מיט עטלעכע טעג, איז אויך, כ׳לעבן, קיין סכנה נישט. די וועלט וועט נאָך אַזוי גיך נישט אונטערגיין. זי האָט נאָך צו שטיין, כפי איך האָב געהאָרכט, ביז דעם אלף השביעי, שטאַרקע עטלעכע הונדערט יאָר.

— גיכער, סענדערל, גיכער, אַן עבירה די צייט! וואָס גיכער אַרויסרייסן זיך פונדאַנען, איז אַלץ בעסער. האָרעווע, ↰ 60 סענדערל, קנעל אַ ביסל צו, נישקשה! דערפאַר, קומענדיק אַהין, וועסטו אויסגלייכן דיר די ביינער, וועסט עטעמען און לעבן ווי אַ שררה.

— דו ביסט, בנימין, זייער גערעכט. דו ווילסט גיכער, וואָס פאַר אַ דאגה איך האָב, זאָל זיין גיכער, ביי מיר האָסטו געפּועלט, נאָר וואָס טוט מען מיט די פיס, מיט מיינע פיס?

איין ברירה, בנימין האָט געמוזט צוליב טאָן סענדערלען און איינהאַלטן אַ ביסל דעם גאַנג.

אַז די זון איז אַרויס פון איר פוטערפאַס און האָט געשמאַק געוואַרעמט, געבראָטן מיט אירע ליכטיקע שטראַלן, זענען אונדזערע וואַנדערער אַנידערגעפאַלן לעבן אַ וועלדעלע, ביי דער זייט פונעם וועג. זיי זענען געלעגן אין איין שווייס און האָבן שטאַרק געסאָפּעט, געמאַכט מיט די זייטן, די פרישע סיניאַקעס האָבן ביי סענדערלען זיך צעפּריעט, און ער האָט געפילט אַ ווייטיק, ווי מען שטעכט מיט שפּילקעס.

נאָך דעם, אַז זיי האָבן אַ ביסל אָפּגערוט, איז די ערשטע זאַך זייערע געווען אַרויסצונעמען טלית⸗און⸗תפילין און דאַוונען. בנימין האָט זיך געשאָקלט, געדאַוונט לעבעדיק, מיט אַ ברען. ער איז ווערט געווען דערנאָך אַ ביסל בראָנפן. נאָר ווי האָט ער עס אָבער געקענט דאָ אויספירן? ער וואָלט גערן געווען, ער זאָל האָבן כאָטש אַ שטיקל ברויט. דאָס האַרץ האָט אים געחלשט, דער אַפּעטיט זיינער איז געווען זייער גרויס נאָך אַזאַ געשמאַקן גאַנג. ער וואָלט געקענט עופותן אַ וועלט, און דאָ האָט ביי אים, מעשה שטן, זיך נישט געפונען אַפילו אַ ברעקל ברויט ווי אַ כזית.

↤ 61

ער האָט געוואָרפן מיט די אויגן אַהין און אַהער, אויסגעקנאַקט די פינגער, געגענעצט, זיך געקראַצט, פּאָסמאַקעוועט, געמאַכט אַלץ טאַ⸗טאַ, געגלעט, געצויגן די פּאות, דאָס בערדל, נאָכאַמאָל אַ קראַץ און נאָכאַמאָל טאַ; ביז ער האָט זיך מישב געווען און אַרויסדערטאַפּט פונעם קלומיקל עפּעס אַ פערטלדיקן ספר ווי אַ מחזור׳ל, אין וועלכן ער האָט אַריינגעקוקט און אונטערגעברומט מיט אַן אקדמות⸗ניגונדל.

— סענדערל! — האָט בנימין אינדערמיט מפסיק געווען, — דו ווייסט, וואָס איך זאָג דאָ איצט אַזוינס? דו ווייסט, פאַרוואָס איך זאָג עס איצט מיט דעם ניגונדל?

— דו מוזט אַוודאי הונגעריק זיין, — האָט סענדערל געענטפערט בתמימות.

— גראַם⸗שטראַם, — האָט בנימין זיך אָנגערופן, — און אַז איך בין הונגעריק, מילא?!

— מילא, מילא, דעריבער זינגסטו, — האָט סענדערל געענטפערט, — ס׳איז דאָך דאָ אַ בפירוש ווערטל: קאָלי זשיד ספּיוואַיע, קאָלי ווין גאָלאָדני. דו, בנימין, מעגסט דיר זינגען, זינג דיר, זינג, און איך וועל מיר דערווייל עפּעס אַנדערש טאָן.

אין דעם, ווי סענדערל האָט גערעדט, האָט ער טאַקע אַריינגעשטעקט די האַנט זיינע צו זיך אין פּעקל און אַרויסבאַקומען פון דאָרט אַ טאָרבע.

— עט, דו ווייסט נישט, דו פאַרשטייסט נישט, אַקעגן וואָס איך טו עס, — האָט בנימין געזאָגט. — סענדערל, נאַרעלע, איך וועל דיר מפורש זיין דעם טעם דערפון.

↤ 62

נאָר סענדערל אָבער האָט דערווייל זיך זיינס געטאָן און פּאַמעלעך⸗פּאַמעלעך אויפגעבונדן די טאָרבע. אַז בנימין האָט אַ קוק געטאָן, איז אים ליכטיק געוואָרן אין אַלע רמ״ח אברים. אין טאָרבע איז געלעגן פון כל⸗טוב: ברויט, שטיקלעך קוילעטש, וואָס איז איבערגעבליבן פון שבת, אוגערקעס, רעטעכלען, ציבעלעס און קנאָבל! סענדערל האָט אינזינען געהאַט אַלצדינג אָנצוגרייטן ווי אַ גוטע באַלעבאָסטע, און ער איז ביי בנימינען דערפאַר געהויכט, געקרוינט געוואָרן נאָך אַ סך מער ווי פריער. בנימין האָט אין האַרץ זיך שטאַרק געפרייט, וואָס השם⸗יתברך האָט אים באַשערט אַזאַ טייערן חבר אויף דער נסיעה. סענדערלען האָט מיר גאָט צוגעשיקט, אַזוי האָט ער געטראַכט, ווי די קינדער ישראל מן אין דער מדבר.

נאָך דעם, אַז זיי האָבן אונטערגעלענט זייער האַרץ, האָט סענדערל איינגעוויקלט דאָס ביסל שפּייז, וואָס איז איבערגעבליבן, צוריק אין טאָרבעלע, מיט די ווערטער:

— דאָס ביסל שפּייז וועט אונדז צוניץ קומען נאָך אויף אַ מאָל, און דאָס טאָרבעלע אויף טויזנט מאָל, אויף אונדזער גאַנצן לעבן. דערמיט וועלן מיר, אם ירצה השם, איבער די הייזער אַרומגיין. נישקשה, גאָט ברוך⸗הוא וועט אונדז העלפן!

דאָס וואונדערלעכע טישטעכל אין די מעשה⸗ביכלעך, וואָס מען זאָגט: טישטעכל, טישטעכל, גיב מיר עסן! גיב מיר דאָס, גיב מיר יענץ! און דאָס טישטעכל גיט — אָט דאָס דאָזיקע חידושים⸗וואונדערלעכע טישטעכל איז ביי אונדז יידן די טאָרבע. פיל נפשות, זייער פיל, שפּייזן זיך חידושלעך⸗גרינג זייער גאַנץ לעבן נאָר פון דער טאָרבע און לאָזן זי איבער בירושה קינדס⸗קינדס⸗קינדער. די טאָרבע איז, אין תוך אַריין, אַלץ איינע, ↰ 63 נאָר ביי פאַרשיידענע קלאַסן מענטשן באַקומט זי אַן אַנדער מין פאָרמע און אַן אַנדער מין נאָמען. ביים פּראָסטן עולם איז זי פּשוט אַ טאָרבע, אַ פּראָסטע לייוונטענע טאָרבע, ביים געהויבענעם עולם נעמט זי אָן אַלערליי מיני געשטאַלטן, ווי אַשטייגער: אַ קעסטעלע, אַ קאָראָבקעלע, אַ כלי⸗קודשל, אַ חברעלע, אַ פּושקעלע, אַ קהלש בייטעלע, אַ גמילות⸗חסד⸗באַנקעלע, אַ מחברישער פּלוידער⸗זעקעלע וכדומה. די אַלע זענען באמת טאַקע נאָר טאָרבעס, טאָרבעס, עכטע יידישע טאָרבעס!..

— סענדערל! — האָט בנימין זיך אָנגערופן, געשטאַרקט פון סענדערלס ווערטער. — מיר ביידע זענען אַ זיווג מן השמים, מיר ביידע זענען ווי אַ גוף מיט דער נשמה. ווען דו זאָרגסט אין גשמיות מכוח עסן און טרינקען אויף אונדזער נסיעה, אַקעגן זשע זאָרג איך אין רוחניות⸗זאַכן. נאָכאַמאָל פרעג איך דיך, סענדערל, דו ווייסט, פאַרוואָס איך זאָג אקדמות? איך האָב דערמיט אַ גרויסן כיוון, איך זאָרג מיך איצט, אַז השם⸗יתברך וועט אונדז בשלום ברענגען אַהין, צו די בני משה, זאָלן מיר קענען אַ מויל עפענען און מיט זיי זיך אויסטענהן. זיי רעדן עפּעס האַלב⸗תרגום, צומייסטן רעדן זיי דאָרט אקדמות⸗לשון. אלדד הדני, וואָס איז פון יענעם ווינקל צו אונדז געקומען, ער האָט דאָך דאָס דעם אקדמות געמאַכט. ושריות שותא, סענדערל, איז דער טייטש — איך הייב אָן צו שפּרעכן, געדענק זשע, סענדערל! דאָ אין חוץ⸗לארץ קען מען זיך באַגיין מיט אונדזער לשון, מיט דייטש, אָבער דאָרט מוזן זיי קיין דייטש אַוודאי נישט קענען.

↤ 64

— איך פאַרלאָז מיך אין די זאַכן אינגאַנצן אויף דיר, — האָט סענדערל געזאָגט בהכנעה. — דו ביסט אַ געלערנטער מענטש און קוקסט אַריין אין דיינע ספרים, מסתמא ווייסטו, וואָס דו טוסט, וואוהין דו גייסט. אַ סימן, איך האָב דיך אַפילו נישט איבערגעפרעגט, צי גייען מיר מיט דעם גלייכן וועג. דו גייסט, וואָס פאַר אַ דאגה איך האָב, גיי, איך גיי דיר נאָך ווי אַ קו נאָך אַ קעלבל.

בנימינען האָט משונה הנאה געטאָן סענדערלס גרויסער בטחון אויף זיין חכמה. ער האָט ביי זיך אין די אויגן אויסגעזען ווי אַ שיפס⸗קאַפּיטאַן, וואָס ער אַליין פירט די שיף אויפן ים. דאָס פונדעסטוועגן האָט אים נישט אָפּגעהאַלטן זיך באַלד טאַקע צו באַטראַכטן, אַז ער ווייסט באמת נישט, וואו ער געפינט זיך, מעגלעך אפשר בלאָנדזעט ער און איז גאָר אַראָפּ פונעם וועג.

דערווייל ווי ער האָט געטראַכט, האָט גאָט אָנגעטראָגן אַ מוזשיק, וואָס ער איז געפאָרן פאַרביי אויף אַ פולן, אָנגעטאַסעוועטן וואָגן מיט היי.

— סענדערל, — האָט בנימין געזאָגט, — עס שאַדט כלל נישט אַ פרעג צו געבן דעם ערל מכוח דעם וועג. גיי אויף ציקאַוועשטש, גיך אַ פרעג. דאָ אין חוץ⸗לארץ וועסטו בעסער פון מיר זיך קענען אויסטענהן מיט די מוזשיקעס אויף זייער גראָבן לשון. דיין פּלוניתטע פלעגט דאָך עפטערס דיך מיטנעמען מיט זיך אויפן מאַרק.

סענדערל האָט זיך אויפגעהויבן פון זיין אָרט, צוגעגאַנגען מיט גרויס דרך⸗ארץ צום מוזשיק און געזאָגט כהאי לישנא:

— דאָברי דיען! קאַזשי נאָ, טשעלאָוויטשע, קודי דאָראָגי אויף ארץ ישראל?

↤ 65

— שטשאָ?! — האָט דער מוזשיק פאַרוואונדערט געמאַכט און אויסגעשטעלט אַ פּאָר אויגן. — יאַקי סרול? ני באַטשיל יאַ סרוליאַ!

— ני, ני! — האָט בנימין זיך נישט געקענט איינהאַלטן און זיך אַריינגעמישט פונדערווייטן. — עטאָ ווי סרול, אַ ווין, להבדיל, ארץ ישראל קאַזאַטע ווין. סענדערל, זאָג אים נאָכאַמאָל בפירוש אַרויס. ער האָט אַ פּויערש קעפּעלע. שאַרפער, שאַרפער, סענדערל!

— אויף ארררץ ישראל קודי דאָראָגי? — האָט סענדערל נאָכאַמאָל שאַרף איבערגעחזרט.

— אַ פּיעס וואַס, זשידקי, זנאַיעט, שטשאָ ווי מאָראָטשעטע מעני גאָלאָווי, עטאָ דאָראָגי דאָ פּיעווקי, אַ וויני עלעסלאָעל! עלעסלאָעל! — האָט דער מוזשיק זיך נאָכגעקרימט, אַ שפּיי געטאָן און אַוועקגעפאָרן ווייטער.

אונדזערע פּאַרשוינען האָבן זיך געלאָזט ווייטער אין וועג.

בנימין האָט געפילט אַ ווייטיק אין די ליטקעס, די פיס זענען אים געווען, לא עליכם, ווי אָפּגעשניטן. דאָך האָט ער, נעבעך, זיך נישט וויסנדיק געמאַכט, זיך געמאַכט האַרץ, אַלץ אונטערגעגעבן קוראַזש. און מחמת אים איז, נישט פאַר קיין יידן געדאַכט, זייער שווער געווען צו גיין גלייך און געשווינד, האָט ער געמוזט אַלץ אונטערשפּרינגען. אַוודאי איז דאָס נישט געווען אַזאַ גאַנג ווי פריער. עס איז געווען געמוטשעט. נאָר פונדעסטוועגן האָט ער געטאָן זיינס און איז געגאַנגען, וואָרעם די קשיא איז דאָך, וואָס האָט ער דען געקענט מאַכן? אַנידערלייגן זיך, שונא ציון, אויפן וועג? מילא, וואָס וואָלט דערפון דער תכלית געווען? היינט ווי לייגט עס זיך אַ ייד אינמיטן וועג גלאַט אַנידער? ער וואָלט נאָר מצער געווען סענדערלען, ↰ 66 און די נסיעה וואָלט, חלילה, אויפגעהאַלטן געוואָרן. הכלל, זיי זענען געגאַנגען, געגאַנגען אַזוי אַ גאַנצן טאָג, ביז גאָט האָט זיי בשלום געבראַכט קיין פּיעווקי אויף נאַכטלעגער.

אַריינקומענדיק אין פּיעווקער קרעטשמע, איז בנימינס ערשטע זאַך געווען זיך אַ וואָרף צו טאָן ווי גרויס ער איז אין אַ ווינקעלע, אויסצורוען די פיס און כאַפּן דעם אָטעם.

סענדערל איז, ווי אַן אַלטע באַלעבאָסטע, געגאַנגען צו באַשעפטיקן זיך אין דעם באַלעבאַטישקייט און שמועסן מכוח וועטשערע.

דער אַרענדאַר האָט אָנגעקוקט סענדערלען פון קאָפּ ביז די פיס און האָט פון זיין גאַנצן הולך אַרויסגעזען, אַז דאָס איז עפּעס נישט גלאַט אַזאַ פּאַרשוין ווי אַנדערע, וואָס פאָרן געוויינטלעך דורך. ער האָט אים אָפּגעשטעקט אַ שלום עליכם, און אויף דער שאלה: מה שמכם? פונוואַנען איז אַ ייד? האָט סענדערל געענטפערט בתמימות, ער הייסט סענדערל, ער איז אַ שטיקל ארץ ישראל⸗ייד, ער איז משמש ביי ר׳ בנימין, וואָס ליגט איצט מיט זיין כבוד דאָ אין אַ ווינקל. דער אַרענדאַר האָט געמאַכט אַ פרום פּנימל, זיך אַ ביסל פאַרטראַכט און געבעטן סענדערלען זיצן.

לאָמיר לאָזן די בת⸗מלכה, דאָס הייסט, סענדערלען, שמועסן מיט דעם אַרענדאַר, און זיך אומקערן צום בן⸗מלך, צו בנימינען, זען, וואָס ער מאַכט און וואָס ער טוט.

אונדזער בנימין, אַז ער האָט זיך אַ וואָרף געטאָן אין ווינקל, איז געבליבן ליגן ווי אַ שטיין און נישט געוואוסט, ↰ 67 אויף וועלכן עולם ער איז. די אָדערן פון די פיס זענען געווען שטאַרק אָנגעקוואָלן, דאָס בלוט האָט אין זיי זיך צעשפּילט, געזעצט און געשטשיפּעט, גלייך ווי מורעשקעס וואָלטן דאָרט הויפנסווייז אַרומגעלאָפן און געביסן, געשטאָכן. די שלייפן האָבן געהאַקט, געקלאַפּט ווי האַמערס. אין די אויערן האָט פאַרדומפּן גערוישט, און דאָס רוישן פלעגט זיך אַלץ אויסלאָזן צום סוף מיט אַ הילכעדיקן לאַנגן קלונג, ווי אַ תקיעה⸗גדולה, אָדער מיט אַ שאַרפן שום, ווי בשעת מען לאָזט ראַקעטן. ביי איטלעכן אַרויספליענדיקן ראַקעט פונעם קאָפּ האָט מיטאַמאָל אים אַ בלישטשע געגעבן אין די אויגן טויזנטערליי פייערווערק: געלע, גרינע, בלויע, העלע, רויטע, פּאָמסענע, נאָך אי נאָך קאָלירן אָן אַן עק, אָן אַ סוף. אין אַ מינוט אַרום ווערן די פייערווערק אויסגעלאָשן, חושך⸗פינצטער ווערט אים אין די אויגן, און אין די אויערן רוישט ווידער ווי אין אַ מיל.

ליגנדיק פאַרטראָגן אַזוי אַ היפּשע צייט, הערט בנימין אַ קול פון גלעקלעך קלינגען אין דרויסן פונדערווייטן. מיט איטלעכער מינוט קומט דער קול צו אַלץ נעענטער, נעענטער, ווערט אַלץ העלער אי שטאַרקער, און פּלוצלים גיט אַ סקריפּ ווי אַ וואָגן האָט זיך אָפּגעשטעלט לעבן טויער. פונעם וואָגן לאָזן זיך הערן אַלערליי מיני קולות: בייקולכלעך, פיסטלעך, געמבעס, הייזעריקע, כאָרכלענדיקע אי צוגעלעגערטע שטימעס, גלייך ווי אַ גאַנץ שטעטל האָט דאָרט זיך פאַרקליבן אויף אַ וויכטיקער, וואַזשנער אסיפה. אַלע רעדן, שרייען מיטאַמאָל, און מען הערט נישט איין וואָרט. פון קעץ, וואָס פאַרזאַמלען זיך צייטנווייז אויף די דעכער, הערט מען כאָטש אַ מיאַאוקען, דאָס הייסט, ווען אַפילו ↰ 68 קאַצן⸗לשון איז נישט צום פאַרשטיין, דאָך, אויסהערנדיק אַ סאָבראַניע קעץ, קען מען ווייניקסטנס זאָגן גאַנץ באַשטימט: יאָ, די קעץ מיאַאוקען. נאָר דאָ אָבער איז ריין אוממעגלעך צו באַשטימען אי דאָס אויך, וואָס פאַר אַ מין איז דאָס געשריי פון די פּאַרשוינען, ווייל דערינען איז אויסגעמישט אי געלעכטער, אי אַ געקרעכצעריי, געזיפצעריי, אי אַ שושקעריי, אי אַ קוויטשעריי, אי אַ טאָן פון אַ שייגעץ, אי דאָס זיסע חניפה⸗קולכל, אי אַ הוסטעריי, אי נאָז⸗שנייצעריי, אַ געקלאַפּעריי און אַ געפּאַטשעריי. היינט גיי פאַרשטיי, וואָס דאָס אַלצדינג אינאיינעם איז, וואָס דאָס באַטייט? באַלד דערויף עפנט זיך די טיר, און אַ כאָפּטע מענטשן שיטן זיך אַריין אין שטוב מיט אימפּעט.

בנימין רוקט זיך ווייטער, ווייטער אין ווינקל און נורעט זיך שטאַרק איין.

דערווייל ווערט אין שטוב זייער ליכטיק פון אַ סך ליכט, וואָס ברענען אין שבתדיקע מעשענע לייכטער; אַ טייל זענען פאַרשטופּט מיט שנויצן, און די ליכט שטייען אויף זיי צוגעשטאָלצן, נאָר אויף מישקולות, אַ טייל זענען מיט צו גרויסע, ברייטע, נישט קיין טיפע לעכער, און די ליכט שמייען אין זיי קרום, אין דער זייט פאַרשטעקט פון אונטן מיט אַ קויל.

ביים עק פון אַ לאַנגן דעמבענעם טיש זיצט אַ חברה קלעזמער און סטרויען, שטעלן אָן זייערע כלים. דער פידלער פּאָרעט זיך מיט דער פידל, קיצלט זי מיט פינגער, און איטלעכע סטרונע רופט זיך אָפּ: זים, זים, זים אויף איר קול, גלייך ווי זיי רעדן: נישקשה, מעגסט אונדז קיצלען, פון אונדזערטוועגן זענען מיר פאַרטיק, אַבי פון ריין סמיטשעק זאָל נאָר קיין מניעה נישט זיין. ער כאַפּט זיך צום סמיטשעק, גלעט אים און האַלט ↰ 69 אים גרייט צום שפּיל. דער פלייטער שמועסט איבער שטיל מיט דער פלייט, זי פייפט אים שטילערהייט אָן, און דער צימבלער לויפט זיך דורך איבער דעם צימבל און קלאַפּט זיך פּאַמעלעך מיט די העמערלעך. נאָר דער בלינדער פּויקער זיצט אָנגערוקט מיט דער קוטשמע איבער די אויגן און כאַפּט אַ דרעמל.

לעבן די קלעזמער שטייט אויף אַ בענקל עפּעס אַ מין פּאַרשוין, וואָס קוים רעדט ער אויס אַ וואָרט, שטיקט מען זיך פאַר געלעכטער, אַפילו קינדער, וואָס שטייען אָנגעשטופּט און קוקן אַריין פון די פענצטער, לאַכן משונה און קרימען זיך נאָך. דער פּאַרשוין גיט דערנאָך אַ געשריי: הררי! לכבוד די מחותנים ולכבוד דעם באַלעבאָס ולכבוד כל המסובים בכאן שפּילט אויף אַ לעבעדיקס, אַ פריילעכס! און די קלעזמער צעלאָזן זיך באַלד אויף די כלים, פריילעך, לעבעדיק, ווייבער מיט מאַנצבילן נעמען זיך צונויף און טאַנצן אַ ראָד — האָץ, האָץ.

אַלצדינג האָט זיך באַוועגט, אַפילו וואַנצן אי טאַראַקאַנעס זענען אַרויס פון די שפּאַלטן און זיך צעקראָכן איבער די ווענט.

טאַנצנדיק פאַלט איינער אַרויף אויף בנימינען אין ווינקל. דער טענצער קוקט אים אין פּנים אַריין און לאָזט אַרויס אַ געשריי:

— אַ, בנימין! איך האָב אים דערטאַפּט, כ׳לעבן, די כשרע מציאה, ער איז דאָ, ער איז דאָ!

אויף דעם געשריי לויפן צו נאָך מענטשן. בנימין דערקענט צווישן זיי טונעיאַדעווקער פיינע⸗בריות און דעם דאָרטיקן רב׳ל.

איין קול, איין געשריי:

↤ 70

— בנימין, קום טאַנצן! בנימין, קום טאַנצן!

— איך קען, אסור, ניט, — בעט זיך בנימין רחמים, — איך קען זיך נישט רירן פונעם אָרט.

— נישקשה, נישקשה — ענטפערט מען אים. — קום, זאָגט מען דיר, דו וועסט קענען. וואָס האָט מען דאָ צו קענען? אדם אַ מענטש, קאַטשקע רוק זיך! ריר זיך, בהמה, מיר וועלן נישקשה דערציילן.

— זעלדען! — גיט בנימין אַ געשריי אין איין אָטעם. — איך בעט אייך, דערציילט נישט זעלדען!

— ריר זיך זשע, בהמה! — שרייט מען אים. — ריר זיך, בהמה, שטעל זיך שוין אויף די פיס!

— דערבאַרעמט זיך, יידישע קינדער! — בעט זיך בנימין. — איך קען, כ׳לעבן, זיך איצט נישט רירן. איך האָב יאָ טעם, פאַרוואָס איך קען נישט. ס׳איז אַ סוד, וואָס איך וועל אים מגלה זיין דעם רב.

און ווי ער כאַפּט אַרום דעם רב פעסט מיט ביידע הענט איינצורוימען אים אין אויער אַ סוד, פילט ער פּלוצלים אַ שרעקלעכן זעץ אין דער זייט, אַזש ס׳איז אים פאַרגאַנגען אין דער נאָז ווי פון כריין. ער גיט זיך פאַר ווייטיק אַ וואָרף, רייבט די אויגן און זעט, אין שטוב איז גאָר טונקל, די לבנה שיינט אַריין פון די פענצטער. ער ליגט לעבן אַ קעלבל און האַלט זי אַרומגענומען שטייף מיט ביידע הענט.

וואָס טוט זיך דאָ אַזוינס?! פונוואַנען נעמט זיך דאָ פּלוצלים אַ קעלבל? האָט זיך דען בנימין געקעלבט? נאָר ווי שיקט זיך עס? אָנגענומען די סברא — בנימין איז אַ בהמה, צען מאָל, הונדערט מאָל אַ בהמה, נאָר ער איז דאָך אָבער אַ צווייפיסיקע ↰ 71 בהמה, און וואו איז דאָס געהערט אי געזען געוואָרן, אַז אַ צווייפיסיקע בהמה זאָל האָבן אַ קעלבל?! אמת, ביי אונדז איז דאָ אַ סך קעלבלעך, און דאָס רוב דווקא אין לייטישע הייזער, אָבער דאָס זענען דאָך פאָרט נישט מער ווי קעלבלעך אין אַ מענטשנס געשטאַלט. זיי זענען נאָך דאָס רוב גראָד זייער שיין, מיט אַ שיין פּנימל און מיט חן⸗גריבעלעך. אָבער דאָס קעלבל, וועלכע בנימין האַלדזט דאָ און נעמט זי שטאַרק אַרום, איז דאָך טאַקע פּשוט אַן אמת קעלבל. היינט פונוואַנען, איז די קשיא, האָט זי זיך אַהער גענומען? אַ חידוש נפלא. נישט אַנדערש, זי איז פונעם הימל אַראָפּגעפאַלן?..

ניין, רבותי, גלייבט נישט אין הימלשע קעלבלעך. צווישן אַלע אונדזערע קעלבער איז אַפילו נישט אי איין קעלבל פונעם הימל אַראָפּגעשיקט געוואָרן. עס איז גאָר נישט אַזאַ חידוש נפלא, ווי איר מיינט. איר האָט זיך אויף דעם קעלבל גאָרנישט אַזוי צו וואונדערן און פון אים אַזאַ פּירוש צו מאַכן. פּראָסטע איז מאָסטע, נאָר אָן קונצן. די מעשה דערפון איז אַזוי געשען.

אַז בנימין איז, נישט טויט, נישט לעבעדיק, אַנידערגעפאַלן אין ווינקל, האָט ער פאַר גרויס מידיקייט נישט באַמערקט, אַז דאָרט ליגט אַ קעלבל. בשעת אים האָבן זיך צעשפּילט די געבליטן, איז ער אָנשלעפּן געוואָרן און אים האָט זיך פאָרגעשטעלט אין חלום די גאַנצע חתונה מיט די מחותנים און מיט די קלעזמער. ער איז געווען שרעקלעך אומרואיק, זיך אַלץ גערוקט, גערוקט אין ווינקל. און בשעת ער האָט אין חלום אַרומגענומען דעם טונעיאַדעווקער רב׳ל, האָט ער גאָר אַרומגעכאַפּט פעסט דעם פּיעווקער אַרענדאַרס קעלבל און אים איינגערוימט ↰ 72 אין אויער דעם סוד פון זיין נסיעה. דאָס קעלבל אָבער האָט עס נישט גורס געווען, נישט געוואָלט ליידן, מען זאָל אים אַזוי האַלדזן אי שטיקן. עס האָט אויסגעשטרעקט דאָס פיסל, אָנגערירט בנימינען אין דער דיך, און בנימין האָט זיך אויפגעכאַפּט.

אַז בנימין האָט זיך אויפגעכאַפּט, האָט ער נאָך אַלץ געהאַלטן אַרומגענומען דאָס קעלבל מיט ביידע הענט זייער פאַרדולט און צעמישט. ערשט אין אַ רגע שפּעטער האָט ער פון זיך אַ שטופּ געטאָן דאָס קעלבל, זיך אויפגעהויבן דערשראָקן און זיך געלאָזט גיין געשווינד. דאָס קעלבל פון זיין זייט, וויבאַלד עס איז לייז געוואָרן פון פרעמדע הענט, איז אויך אויפגעשטאַנען געשווינד און זיך געלאָזט מאַכן אַ פּליטה, איז, לויפנדיק, אַרויף ראַפּטעם אויף בנימינען, און ביידע זענען געפאַלן איבער אַ גרויסן צעבער וואַסער, טראַך מיט אַ שרעקלעכן קלאַפּ!

שטאַרק דערשראָקן פון אַזאַ טראַך איז סענדערל און דער אַרענדאַר מיט אַ ליכטל אין האַנט אַרויסגעלאָפן פונעם אַנדערן חדר אין שטוב אַריין. זיי גיבן אַ בליק: אָ⸗וואַ, אַ שרעק! בנימין מיט דעם קעלבל ליגן ביידע אויסגעצויגן אויף דער ערד און שווימען פּשוט אין אַ לוזשע וואַסער, עפּעס נישט אַזוי פריש שמעקנדיק!

ווען אַ לידל⸗מאַכער זאָל געווען דענסטמאָל זיי ביידע אָנקוקן, וואָלט ער אַזוי געמאַכט: „ליבהאַרצעדיקע און זיסע, אי אין ווינקל אי אין דער לוזשע זענען זיי ניט צעשיידט געוואָרן!”

נאָר דער אַרענדאַר און סענדערל זענען געווען פּראָסטע בשר ודם, נישט קיין לידל⸗מאַכער, און האָבן די ליבהאַרצעדיקע ↰ 73 אי זיסע באַלד צעשיידט. דאָס קעלבל האָט מען אָפּגעשיקט צו דער מוטער מיט שטעכווערטלעך פאַר איר שלענטער אויפפירונג, און בנימינען האָט מען פון דער טבילה אַריינגעפירט אין אַ באַזונדערן אַלקער און באַלייגט אויף עטלעכע קוליקלעך שטרוי מיט אַ קישן צוקאָפּן.

↤ 74

דאָס זעקסטע קאַפּיטל
ווי אונדזערע פּאַרשוינען פאַרשלעפּן זיך קיין טעטעריווקע, און בנימין כאַפּט אַ פּאַטש

בנימינס אברים זענען אַ ביסל אָפּגעגאַנגען אין דער ליל⸗טבילה, נאָך דעם אָפּשווענקען זיך מיט אַ גאַנצן צעבער קאַלטע וואַסער, און, אויפשטייענדיק אינדערפרי, האָט ער זיך געפילט פרישער אי געזינטער. ער האָט באַשיימפּערלעך אַרויסגעזען אַ פינגער פון וואונדער אין נעכטיקער מעשה מיט דעם קעלבל, וואָס דורך אים גראָד איז געקומען די רפואה צו זיינע ווייטיקן. ער האָט באַוויזן סענדערלען דערמיט, ווי אומגערעכט דער זינדיקער מענטש איז, וואָס באַקלאָגט זיך בשעת ↰ 75 עפּעס אַן אומגליק און פאַרשטייט נישט, אַז דאָס אומגליק, קען זיין, פירט גאָר צום גליק, און פון דער רעה קומט אַרויס אַ טובה; ווי דער אייבערשטער מאַכט פאַר אַ שליח אַלע זיינע באַשעפעניש, אַפילו אַ בהמה; ווי אַ דאָקטער קען אַמאָל גאָר זיין אַ קעלבל; ווי אַ מוק אַפילו קען אַמאָל פּיקן אין קאָפּ, שטאַרק דאָקוטשען און שטיין אין דער גרגרת. פאַר אַ ראיה דערצו דינט די מוק מיט טיטוס הרשע אין די אַלטע, אַלטע צייטן. דאָס נעכטיקע באַגעגעניש איז אים איצט געווען אַ גוטער סימן, אַז די נסיעה זיינע איז אין אַ גוטער מזלדיקער שעה, און ער וועט אם ירצה השם מצליח זיין צו דערגרייכן, וואָס ער ווינטשט.

1 די באָד⸗נאַכט.

— אַ וואַסערטרעגער, וואָס גייט איבער מיט פולן, איז פון אייביק אָן אַ גוטער סימן, אַפּשיטא שוין אַ גרויסער, אַ פולער צעבער! — האָט סענדערל זיך אָנגערופן און צוגעבאַסעוועט מיט די רייד.

נאָר מחמת דעם ווייטיק, וואָס בנימין האָט נאָך געפילט אין די פיס, און מחמת די קוליקלעך שטרוי, וואָס דערויף איז אים ווייך געווען צו ליגן, איז בנימין פאַרבליבן דעם גאַנצן טאָג אין פּיעווקע. ער איז געגליכן געווען צו אַ שיף אין ים, וואָס האָט זיך געזעצט אויף אַ זאַמד און קיין גוטער ווינט איז נישטאָ אַראָפּצוטרייבן פון דאָרט.

אויף מאָרגן גאַנצפרי האָט בנימין זיך אויפגעהויבן פון זיין געלעגער און זיך געלאָזט ווייטער אין וועג אַריין.

↤ 76

אַ היפּשע צייט איז בנימין געגאַנגען עפּעס ווי מרה⸗שחורהדיק, שטיל פאַרטראַכט, נישט צו רעדן קיין וואָרט. דערנאָך האָט ער אַ פּאַטש געגעבן זיך אין שטערן און געבליבן שטיין שטאַרק באַטריבט. ערשט אין אַ פּאָר מינוט שפּעטער האָט ער געעפנט אַ מויל און אַרויסגעלאָזט מיט אַ קרעכץ די ווערטער:

— אַך, סענדערל, איך האָב פאַרגעסן!

— וואו פאַרגעסן? — וואָס פאַרגעסן? — האָט סענדערל זיך אָנגערופן און זיך אַ כאַפּ געטאָן צו דער טאָרבע.

— אין דער היים, סענדערל, אין דער היים האָב איך פאַרגעסן!

— אַי, בנימין, וואָס פאַלט דיר איין? — האָט סענדערל געמאַכט. — מיר האָבן, דאַכט זיך, מיטגענומען אַלצדינג, וואָס נייטיק איז מענטשן אין וועג אַריין: אַ טאָרבע, נישט צו פאַרזינדיקן, איז דאָ, טלית⸗און⸗תפילין מיט סידורים איז אויך דאָ, שבתדיקע קאַפּאָטעס — אויך דאָ. דאַכט זיך, אַלצדינג, ברוך השם, איז דאָ, אַלצדינג האָבן מיר פאַרנומען. וואָס גייט אונדז דען אָפּ? און וואָס האָבן מיר אַזוינס געקענט פאַרגעסן?

— די זאַך, וואָס איך האָב פאַרגעסן, סענדערל, איז זייער וויכטיק, נייטיק אין לעבן אַריין, הלוואי אַלצדינג זאָל אָפּלויפן בשלום, נאָר באם, חלילה, לא יעלה ולא יבוא, גאָט זאָל שומר⸗ומציל זיין, אויפן וועג וועט עפּעס מעשה שטן געשען, דענסטמאָל וועלן מיר ערשט דערפילן דעם גרויסן ווערט פון דער טייערער זאַך, וואָס איך האָב פאַרגעסן. אַרויסגייענדיק פון דער היים, האָב איך אין איילעניש פאַרגעסן צו זאָגן אַ שפּרוך, וואָס שטייט געשריבן אין אַ ספר, אַרויסגענומען פון ↰ 77 אַ גאַנץ אַלטן כתב⸗יד. דער שפּרוך מוז געזאָגט ווערן פאַר אַ נסיעה, אַרויסגייענדיק פון דער היים, ביי דער ראָגאַטקע, און מען איז ערב, אַז ער איז אַ זיכערע שמירה אין וועג פאַר כל⸗המיני סכנות און שלעכטע באַגעגעניש, — אָט וואָס איך האָב פאַרגעסן!

— אפשר איז דיין גוטער ווילן זיך אומקערן אַהיים? — האָט סענדערל געזאָגט בתמימות.

— דו ביסט משוגע צי חסר דעה! — האָט בנימין אַ געשריי געטאָן, און דאָס גאַנצע בלוט איז אים אין פּנים אַריין. — סטייטש, וואָס הייסט, זיך אומקערן אַהיים? נאָך אַזויפיל מי און אָנגיין זיך אַזאַ וועג — פּלוצלים אומקערן זיך! סטייטש, און די וועלט? וואָס וועט זאָגן די וועלט?

— וואָס הערן מיר, בנימין, די וועלט? — האָט סענדערל זיך אָנגערופן. — די וועלט האָט דען דיך געבעטן מאַכן אַזאַ נסיעה? האָט זי דען מיט דיר אַ קאָנטראַקט געמאַכט און דיר אויף הוצאות געגעבן, דו זאָלסט גיין וואַנדרעווען?

— גאַנץ שכלדיק! — האָט בנימין זיך נאָכגעקרימט. — און אלכסנדר מוקדון, אים האָט דען די וועלט געבעטן, ער זאָל גיין קיין הינדיא און מלחמה האַלטן דאָרט? און די אַלע וואַנדערער ביי אונדז יידן האָט דען די וועלט געבעטן אַרומצואוואַנדרעווען פון שטאָט צו שטאָט?

— ווייס איך? — האָט סענדערל געמאַכט מיט אַ שמייכעלע — פון מיינעטוועגן האָבן זיי אַלע געמעגט, כ׳לעבן, זיצן אין דער היים. עס וואָלט, דאַכט זיך, בעסער און גלייכער געווען פאַר איטלעכן. אַך, נאַרעלע, נאַרעלע, דו, אלכסנדרל מוקדון, דו האָסט אין דער היים פון כל⸗טוב, זיץ, לעב דיר צופרידן און ↰ 78 גלעט דיר דאָס בייכל. צו וואָס טויג דיר נאָך, נאַרעלע, הינדיען? סידי דאָמאַ דאַ ני ריפּאַיסאַ, איז דאָ אַן עולמס ווערטל. און דער עולם זאָגט: אַן עולמס ווערטל איז, להבדיל, אַ גמרא. מער חידוש איז אויף אונדזערע יידעלעך. זיי האָבן דאָך טאַקע יאָ געמעגט האַלטן פון דער גמרא, זיצן אויף זייער אָרט און באַשעפטיקן זיך איטלעכער מיט זיין זאַך. צו וואָס טויג דאָס אַרומוואַנדרעווען, דאָס אַרומבלאָנקען זיך ווי אַ דולער הו⸗האַהאַ, נישט צו וויסן אַליין פונעם געזונט, פונעם לעבן, און נאָר אומזיסט⸗אומנישט רייסן שטיוול? ווי איך בין אַ ייד, בנימין! איך זאָל אַזאַ פּאַרשוין באַגעגענען, וואָלט איך אים גלייך אויפן אָרט אָפּגעזאָגט דעם עולמס ווערטל, להבדיל, די גמרא מיין איך.

אַ היפּשע צייט האָבן אונדזערע פּאַרשוינען זיך אַוועקגעאַמפּערט. סענדערל האָט געפרעגט קשיות, און בנימין האָט אים אַלץ אויסגעוויזן, אַז ער איז אַ נאַר און האָט קיין פּיצל ידיעה נישט אין אַזעלכע זאַכן.

סעגדערל איז דענסטמאָל געגליכן געווען צו אַ פערדל, וואָס תמיד דינט עס זיין האַר געטריי און פאָלגט אים אין פייער, אין וואַסער אַריין, פּלוצלים מאַכט זיך אַמאָל, פאַלט אויף אים אָן פון דער העלער הויט עפּעס אַ מאַנקאָליע, עס שפּאַרט זיך איין, שטעלט זיך דיבאָם און וויל זיך נישט רירן פונעם אָרט, כאָטש טו זיך דאָ, שונא ציון, אַ מעשה אָן. און ווען בנימין האָט דענסטמאָל ניט דער געשמיסן דעם איינגעשפּאַנטן סענדערלען מיט אַ בייטש, דערפאַר האָט ער אים דורכגעבויקערט מיט זיין זיס צינגל און אים אָפּגעשאָטן מיט רייד, ביז סענדערל איז געוואָרן ווייך ווי אַ טייג, אַ גוט פערדל ווי פריער. ער האָט אויפגעשטעלט ↰ 79 די אויערן, הערנדיק בנימינס רייד, וואָס האָבן געבראָכן דעם מוח, און לסוף האָט ער זיך אָנגערופן, ווי זיין שטייגער איז געוויינטלעך, מיט די ווערטער:

— אויב דו ווילסט דווקא אַזוי, זאָל זיין אַזוי. וואָס פאַר אַ דאגה איך האָב?

אַז בנימין איז פאַרטיק געוואָרן מיט סענדערלען, האָבן זיי זיך ווייטער געלאָזט אין וועג אַריין, און נאָך דעם, אַז זיי זענען זיך אָנגעגאַנגען אויף וועגן און זייטן⸗וועגעלעך, זענען זיי נישט טויט, נישט לעבעדיק אָנגעקומען קיין טעטעריווקע.

טעטעריווקע איז די ערשטע גרויסע שטאָט, וואָס אונדזערע וואַנדערער האָבן געזען אין זייער לעבן. דעריבער איז קיין וואונדער נישט, וואָס זיי האָבן געקוקט אויף די גלייכע אויסגעברוקירטע גאַסן אי אויף די גרויסע הויכע מויערן און נישט געקאָנט זיך זאַט אָנקוקן. כמעט אויף די שפּיצן פינגער זענען זיי געגאַנגען אויף די טראָטואַרן און געהויבן די פיס עפּעס משונה, גלייך ווי זיי וואָלטן זיך געהיט צו שטאַרק נישט צו באַרירן די גלאַטע שטיינער און נישט אָנמאַכן, חלילה, קיין שאָדן. פיס, וואָס האָבן נישט עפּעס אַזאַ גוטע דאָליע ביי זייערע באַלעבאַטים אין די קליינע שטעטלעך און וואָס מען מאַכט דאָרט פאַר זיי נישט עפּעס גרויסע צערעמאָניעס! קליינשטעטלדיקע פיס, וואָס ווייסן, נעבעך, נישט פון קיין פּאָדלאָגע צו זאָגן אַפילו אין שטוב, וואָס קריכן, נעבעך, ווי די חזירים אין בלאָטע, וואָס זייערע באַלעבאַטים שטעקן זיי גייענדיק טיף אַהינצו אַריין און דראָלן מיט זיי פּראָסטע⸗מאָסטע, גאָר אָן שום מלאכות, אַזעלכע פיס מוזן באמת מבולבל ווערן ווי די שיכורע, אַז זיי דערפילן פּלוצלים אונטער זיך אַ בריק פון שטיינער, און מוזן פאַר גרויס כבוד טאַקע אַ ביסל אונטערשפּרינגען און נישט וויסן אַ צייט זיך וואוהין⸗צו⸗טאָן. פריש ערשט⸗אָנגעקומענע ↰ 80 קליינשטעטלדיקע פיס וועט איר באַלד דערקענען אויף די אויסגעברוקירטע גאַסן אין די גרויסע שטעט.

אונדזערע טונעיאַדעווקער פּאַרשוינען זענען געגאַנגען ווי מיט אַ פאַרקלעמט האַרץ און בהכנעה אָפּגעטראָטן פאַר אים לעבן דעם וועג. סענדערל פלעגט אין אַזאַ פאַל אָננעמען בנימינען פאַר דער פּאָלע און אים אַ שלעפּ טאָן אין דער זייט. אַמאָל איז דורך דעם סענדערלען אויסגעקומען צו כאַפּן אַ שטיל טענצל מיט עמעצן, וואָס איז געקומען אַקעגן. יענער איז זיך געגאַנגען גלייך זיין וועג און האָט זיך אָנגעשלאָגן מיט סענדערלען, וואָס מחמת דעם אָפּטרעטן האָט ער אים פּונקט גאָר פאַרשטעלט דעם וועג. יענער כאַפּט זיך רעכטס, אָבער אונדזער סענדערל האָט אים מקדים געווען און שטייט שוין גרייט. ביידע וואַרפן זיך לינקס און ווייטער רעכטס, ביז יענעם געראָט לסוף אויסצומיידן זיך. איינער, וואָס איז גראָד נישט אויפגעלייגט געווען צו טאַנצן מיט סענדערלען, האָט אים פּראָסט אָנגענומען און אַ וואָרף געטאָן אין דער זייט, אַז די ציין זענען אים שיער נישט אַרויסגעפאַלן.

אַלצדינג זענען פאַר אונדזערע פּאַרשוינען געווען ניי, אַלצדינג האָט זיך זיי אויסגעוויזן, טייט אויף זיי מיט די פינגער. די דראָזשקעס שרייען, די פאַעטאָנען פּילדערן, די טויערן שטייען האָפערדיק, קוקן שטאָלץ מיט זייערע גרויסע גלעזערנע טאַפליעס, און די מענטשן קרימען זיך. אַלצדינג שרייט זיי נאָך: תרבית, קבצנימלעך! תרבית, קליינשטעטלדיקע יידעלעך! תרבית, תרבית!

— הערסטו, בנימין! — האָט סענדערל געזאָגט נאָך דעם, ↰ 81 אַז ער האָט פאַרריסן דעם קאָפּ און געקוקט אויף די מויערן מיט דרך⸗ארץ. — איך מיין, בנימין, דאָס איז סטאַמבול.

— גיי שוין, גיי, נאַרעלע, ווי קומט עס צו סטאַמבול? — האָט בנימין געמאַכט מיט אַזאַ מינע, גלייך ווי ער איז אַ סטאַמבולער אַ געבירטיקער — סטאַמבול, נאַרעלע, האָט ת״ק מאָל ת״ק גאַסן, איטלעכע גאַס האָט ת״ק מאָל ת״ק פופצן, צוואַנציק, אָדער אפשר דרייסיק⸗גאָרנדיקע הייזער, און אין איטלעכן הויז וואוינען ת״ק מאָל ת״ק מענטשן! דו מיינסט, אַז דו ביסט שוין פאַרטיק? ניין, וואַרט נאָר, וואַרט, נאַרעלע איינער, היינט איז נאָך דאָ קליינע גאַסן, יורדיקעס, קאַטשעניווקעס, מאָטשעניווקעס, פּיסקעס, יאַרן און פּאָדאָלן כחול⸗הים!

— אַי, אַי, אַי! — האָט סענדערל געמאַכט פאַר גרויס וואונדער, — ס׳איז דאָך עפּעס גאָר אַ שרעק, כ׳לעבן, אַזאַ גרויסע שטאָט! נאָר איך בעט דיך, בנימין, פונוואַנען קומט עס אָט די אַלע גרויסע שטעט? מענטשן זאָלן זיך צונויפשטיקן אין איין אָרט און ליגן איינער איבער דעם אַנדערן, גלייך ווי די וועלט איז ווייניק און נישטאָ מער קיין ערד! עס מוז דאָך אַוודאי דערינען עפּעס זיין, וואָס מענטשן דערווייטערן זיך פון דער ערד און ווילן אַלץ פליען אין הימל, אין די הויכע, הויכע פענצטער. זאָל עס אפשר זיין דעריבער, וואָס דעם מענטשנס נשמה וואַקסט פון הימל און מחמת דעם ציט עס אים, נעבעך, אַלץ אַרויף, אַרויף, און ער האָט זייער שטאַרק חשק אויסצושפּרייטן די פליגעלעך און זיין אַלץ פון אויבן? וואָס זאָגן דערצו עפּעס דיינע חקרנים, בנימין? האָסטו נישט באַגעגנט מכוח דעם עפּעס אַ שמועס אין דיינע חקירה⸗ספרים?

↤ 82

— על⸗פּי חקירה, — האָט בנימין געמאַכט מיט אַ קנייטשל, — איז וועגן דעם ענין דאָ אַ גאַנץ ווייטער שמועס. איך האָב שוין דערפון אַפילו געהאַט אַמאָל צו טאָן ביי אונדז אין בית מדרש אונטערן אויוון, און דורך דעם איז פאַרענטפערט געוואָרן די גמרא פון די צען טעפּ אָרעמקייט, וואָס זענען אַראָפּגעשיקט געוואָרן אויף דער וועלט, ווי אויך דער פּסוק: כי מלאה הארץ חמס, די וועלט איז פול געוואָרן מיט רויב. נאָר איך וועל עס דיר אַ ביסל מסביר זיין, על⸗פּי אונדזער תורה. חומש האָסטו דאָך געלערנט, סענדערל. לויט ווי עס שטייט אין חומש, האָבן אונדזערע עלטערן גאָר תחילת, אין די פריערדיקע דורות, געוואוינט אין געצעלטן, נאָר בשעת דעם דור⸗הפלגה האָבן אַלע מענטשן זיך פאַרקליבן אין איין אָרט, זיך גענומען מאַכן ציגל און אויסבויען אַ שטאָט מיט הויכע מויערן אין הימל. אינדערמיט אַרבעט טאַקע איז שוין אויף זיי אָנגעפאַלן אַ בייזע מהומה, אַ געטומל. איינער האָט נישט פאַרשטאַנען דעם אַנדערן, און די גאַנצע פירונג דאָרט איז עפּעס אויסגעקומען קאַפּויר. אַ נס, וואָס גאָט האָט זיי באַלד צעטריבן, האָבן מענטשן ווידער אָנגעהויבן צו לעבן, עטעמען פרייער, און די וועלט איז ווייטער אויפגעריכט געוואָרן. נאָר דער חטא פונעם דור⸗הפלגה האָט נאָך אינגאַנצן נישט אויפגעהערט. פון יענער צייט אָן ציט זיך נאָך אַלץ, בעונותינו הרבים, די תאווה ביי מענטשן צו שטיקן און צונויפשטיקן זיך, אויסצומויערן זיך הויך, צו מאַכן זיך אַ שם און פליען אין הימל. — וואָס האָסטו אין מיר זיך אָנגעטשעפּעט ווי אַ ↰ 83 זלידניע? — זאָגט אברהם צו לוט׳ן. — למאי זאָלן דיינע מענטשן זיך קריגן מיט מיינע איבער אַ שפּאַן ערד? די גאַנצע וועלט שטייט דאָך פאַר דיר פריי, גיי דיר, וואוהין דו ווילסט, און לאָז מיך געמאַך!

נאָר איידער נאָך בנימין האָט געענדיקט דעם שמועס, האָט זיך געלאָזט הערן אַ שטאַרקער געשריי פון אַ פּאַרטשיק, וואָס איז אונדזערע פּאַרשוינען אָנגעפאָרן פון הינטן און האָט זיי שיער ניט מזיק געווען מיט דעם דישעל.

— אוכניאָקעס! — האָט דער פּאַרטשיק געשריגן אין איין אָטעם און געמאַכט אויף זיי מיט דער בייטש. — וואָס קריכט איר, צו אַלדי שוואַרצע יאָר, ווי די ראַקעס, און פאַרשטעלט דעם וועג! היי, היי, יאָלדן! היי, היי, פלאָכטן!

אונדזערע פּאַרשוינען, נעבעך, האָבן געהויבן פיס און געלאָפן פאַר שרעק ווי די פאַרסמטע מייז, דער אַהין און דער אַהער.

לויפנדיק האָט סענדערל זיך אַ זעץ געטאָן אין אַ שטופּ און זיך אויסגעצויגן, נעבעך, ווי גרויס ער איז, אויף דער ערד.

בנימין האָט אין איילעניש זיך אָנגעשלאָגן אין אַ קויש מיט אייער, וואָס אַ קורעלאַפּניטשקע האָט געטראָגן. די אייער האָבן זיך צעבראָכן, און אויף אים האָט זיך געעפנט אַ גיהנום, אַ פּיסק, אַ פייער, אַ געשריי. יענע פון די צעבראָכענע אייער, נעבעך, האָט אים אָפּגעשאָטן מיט טויטע קללות, זי האָט אים געוואָלט אָפּשטעקן, אָדער זי האָט אים שוין טאַקע אָפּגעשטעקט אַ פּאַטש און שטאַרק חשק געהאַט איינצופּלאָנטען זיי אין זיינע האָר. קורץ, בנימין האָט גענוג געלייזט, ביז ער איז קוים מיט צרות לעבעדיק אַרויס פון אירע הענט און געמאַכט ↰ 84 אַ פּליטה אין אַ הינטערגעסל, וואָס אַהינצו איז אויך סענדערל באַלד צוגעקומען.

— אָט האָסטו דיר אַ גרויסע שטאָט! — האָט סענדערל געזאָגט און אָפּגעווישט מיט דער פּאָלע דעם שווייס פון זיין פּנים. — דאָ גיי נישט, דאָ שטיי נישט, דאָ רו נישט. ווייסט זיי אַלע דער שוואַרץ⸗יאָר!

— דאָס ציט זיך נאָך אַלץ פונעם דור⸗הפלגה, — האָט געענטפערט בנימין, וואָס האָט געסאָפּעט ווי אַ גאַנדז, דאָס אַלצדינג, וואָס דו זעסט דאָ, איז אַלץ דור⸗הפלגה, מיט זיין בייזער מהומה, זיין געטומל, גנבה, גזלה און רציחה!

— אַ, אין דער ערד אַריין מיטן קאָפּ! — האָט סענדערל אַ מאַך געטאָן. — קום, בנימין, לאָמיר זיך אויסרוען! דו זעסט עפּעס שרעקלעך אויס, עס פייערט דיר עפּעס אַ באַק, אַ רוח אין דער חצופהס טאַטן אַריין! וויש נאָר אָפּ, זיי מוחל, דעם פּנים. די חצופה האָט, אַפּנים, בשעת⸗מעשה דיך אויסגעשמירט מיט געלכן פון אייער!

↤ 85

דאָס זיבעטע קאַפּיטל
ווי צוליב בנימינען ווערט אַן איבערקערעניש אין דער פּאָליטיק

אין איינעם פון די טעטעריווקער קלייזלעך האָט שטאַרק געקאָכט פון דער דענסטמאָליקער קרימער מלחמה. דער אונטער⸗אויוון איז צעפאַלן אויף פאַרשיידענע כיתות. איטלעכע כיתה מיט איר פּרעזידענט און מיט איר גאַנג אין דער פּאָליטיקע.

חייקל בעל⸗מוח און זיין קאָמפּאַניע איז זייער באַשעפטיקט געווען מיט דער מומע וויטען, פלעגט זי צעלייגן אויף טעלערלעך און באַווייזן די הסברות אי די שפּיצלעך, וואָס אין איר שטעקט.

חייקל איז געווען אַמאָל אַ שטיקל זייגערמאַכער, ער האָט ↰ 86 געהאַט אַ גרינגע האַנט צו מצה רעדלען, קיינער האָט ניט געקענט, אַזוי ווי ער, אַ סוכה מאַכן. דאָס לאָקשן⸗ברעט, די לאָפּעטע, די מילכעדיקע באַנק, דאָס טשאָלנט⸗ברעטל און די צעבראָכענע שטייג פון עופות זענען אין קיינעמס סוכה נישט געווען אַזוי גוט צוגעפּאַסט ווי אין זיינער. דעריבער, ווען עס פלעגט נאָר אויסקומען עפּעס אַ רייד אין מאַשינען⸗זאַכן, פלעגט דער עולם האָבן פאַר אים אָפּשיי און זאָגן:

— דאָס געהער זיך אָן מיט חייקלען, חייקל ווייסט.

חייקל פלעגט אַלץ דערציילן וואונדערלעכע זאַכן פון משונה⸗ווילדע ענגלישע מאַשינעס, אַזש די האָר פלעגן זיך שטעלן פּשוט קאַפּויר הערנדיק. און אַז איינער האָט אים אַמאָל מפסיק געווען די רייד מיט עפּעס אַ קשיא און אים געפרעגט דעם שכל דערפון, פלעגט חייקל דערקלערן דאָס אינגאַנצן קורץ און פּראָסט מיט עפּעס אַזאַ מין שפּרינזשינקעלע און דערביי מאַכן אַזאַ מינע מיט אַ זיס שמייכעלע, גלייך ווי ער וואָלט פאַרענטפערט אַ קלאָץ⸗קשיא און יענעם געעפנט די אויגן. הכלל, מיט אַ שפּרינזשינע האָט חייקל דערקלערט אַלצדינג, אי דעם זייגער, אי דעם טעלעגראַף, אי אַ שפּיל⸗פּושקעלע און אַלע אַנדערע מיני המצאות אויף דער וועלט. איציק פּשטן אָבער איז קיינמאָל נישט צופרידן געווען מיט חייקלס שפּרינזשינקעס. ער פלעגט קוקן דערויף עפּעס ווי אויף אפּיקורסות און מאַכן מיט אַ געשפּעט:

— באַלד וועט שוין חייקל זאָגן, אַז אַ גולם וכדומה אַזעלכע מופתים זענען אויך דורך אַ שפּרינזשינקעלע!.. פע, ↰ 87 פע, כ׳לעבן! זיינע אַלע זאַכענישן זענען, פּשוט איז פּשוט, איך בעט אייך איבער, גאָרנישט, טאַקע אמתע נאַרישקייטן.

און ווייל חייקל בעל⸗מוח איז געווען פאַרקאָכט אין וויטען, דעריבער האָט איציק פּשטן, חייקלס באַשטענדיקער מתנגד אין אַלע זאַכן, זיך אָנגעטשעפּעט אין דער מומע ראָסיע און זיך אַרויסגעשטעלט פאַר איר מיט אַלע קרעפטן. איטלעכער פון ביידע צדדים האָט שטאַרק געאַרבעט צו בייגן אויף זיין זייט די איבעריקע קאָמפּאַניעס. איז חייקל שוין געשטאַנען אויף אַ שטיקל שטייגער מיט שמואליק באָקסער, דער פּרעזידענט פונעם פעטער ישמעאלס כנופיא, און האָט שוין כמעט ווי האַלב זיך אויסגעגלייכט מיט בערל פראַנצויז, נאַפּאָלעאָנס אַ הייסער חסיד, האָט איציק אָנגעמאַכט אַ האַרמידער און צוגעצויגן צו זיך טביה מאָק, קירהס מענטש. פּאָטשטן זענען געפלויגן פון אַלע זייטן. איטלעכער האָט געלאָזט זיינע ראַציעס, די וועלט האָט זיך געקערט, און דאָס קלייזל האָט זיך פּשוט געוויגט!

אָט אין דער דאָזיקער צייט בשעת דער גרויסער מהומה זענען אונדזערע פּאַרשוינען אָנגעקומען קיין טעטעריווקע און זיך אָפּגעשטעלט אין דעם דאָזיקן קלייזל אויף סטאַנציע.

סענדערל מיט זיין כאַראַקטער איטלעכן נאָכצוגעבן האָט אין די עניני הפּאָליטיקע אויך זיך נישט איינגעשפּאַרט און איטלעכן צוליב געטאָן אַזוי, ווי ער וויל. דו ווילסט אַזוי, פלעגט ער זאָגן, וואָס פאַר אַ דאגה איך האָב, זאָל זיין אַזוי. און דעריבער טאַקע האָט ער שטאַרק נושא⸗חן געווען און איז באַלד איטלעכן געפעלן. ביים ערשטן שלום עליכם איז ↰ 88 ביי דעם עולם געבליבן, אַז סענדערל איז אָן אַ גאַל, אַ ייד אָן חכמות, וואָס האָט אין זיך נישט די מידה פון עקשנות. און ווען סענדערל איז געווען אויפגעטראָגן מיט אַלע גלייך גאָר אָן אַ שום חילוק, אַקעגן זשע איז בנימין געווען אַן איבערקלייבער, און גאָר צום ערשטן איז אים מער פון אַלע עפּעס געפעלן שמואליק באָקסער, צו וועלכן ער האָט ביסלעכווייז זיך צוגעלאָזט, ביז ער איז מיט אים געוואָרן שטאַרק חבר. בנימין האָט אים מגלה געווען דעם גאַנצן פּלאַן פון זיין נסיעה, און שמואליקן איז די זאַך זייער שטאַרק געפעלן. ער האָט מכוח דעם איבערגעשמועסט מיט חייקלען, חייקל האָט דאָס גענומען אויף זיין מוח; און הגם די זאַך איז אים אויפגעקומען אַ ביסל שווערלעך, דאָך איז דאָס אים געגאַנגען אין קאָפּ. ער האָט באַלד טאַקע אין אַ סעסיע מיט בערל פראַנצויז און טביה מאָק אַפירגענומען דעם דאָזיקן ענין, און זיי האָבן זיך דערויף שטאַרק פאַרחידושט.

— בנימין, — האָבן זיי געזאָגט, — זעט טאַקע עפּעס ניט אויס ווי אַ געוויינטלעכער מענטש, ער איז עפּעס ווי צעטראָגן, נישט אויף דעם עולם. אַז ער רעדט, איז שווער צו פאַרשטיין, וואָס ער מיינט, ער פאַרטראַכט זיך אַמאָל, שטעלט אויס אַ פּאָר גלעזערנע אויגן און שמייכלט. זיין הילוך און זיינע אַלע פּאָסטעמקעס זענען עפּעס משונה. דאָס אַלצדינג באַווייזט, אַז ער איז העט⸗העט גאָר פון אַן אַנדערער מדרגה, נישט גלאַט אַ מענטש. אין אים מוז בוודאי עפּעס שטעקן, גלאַט פּשוט קען עס לגמרי נישט זיין. ווער ווייסט, אפשר איז דער בנימין גאָר נישט קיין בנימין, אַ קשיא אויף אַ מעשה!..

↤ 89

אַז בנימין און סענדערל זענען פאַרסאָפּעט אַריינגעקומען אין קלייזל נאָך דער מעשה מיט דער יידענע פון די אייער, איז דאָרט געווען אַ שרעקלעכער געפּילדער. די סעסיע פון אונדזערע פּאָליטיקער האָט שטאַרק זיך מפלפּל געווען מיט איציק פּשטן, וואָס ער האָט זיך געריסן אויפן גאָרגל און איטלעכן אַריבערגעשריגן:

— נאַט זעט, וואָס שטייט אין יוסיפון, — האָט איציק געשריגן אין איין אָטעם און געטייט מיטן פינגער אין אַ ספרל, — אין יוסיפון שטייט, אַז אלכסנדר מוקדון האָט געוואָלט גיין צו די קינדער יונדב בן רכב איז ער דערגאַנגען ביז צו די הרי חושך, און ער מיט זיינע גיבורים האָבן דאָרט נישט געקענט לחלוטין גיין, זייערע פיס זענען געזונקען אין בלאָטע ביז איבער די קני. מחמת די זון שיינט דאָרט נישט, איז די ערד אין יענעם אָרט שטאַרק זומפּיק. היינט פאַרשטייט איר שוין: אלכסנדר מוקדון, דער גרויסער אלכסנדר מוקדון, וואָס איז געפלויגן אויף אַן אָדלער און וואָס איז שוין געווען ביי די טירן פונעם גן⸗עדן, ער האָט נישט געקענט אַריבער די הרי חושך, מכל שכן אייער פּאַרשוין, אַזאַ נפש ווי ער! עס וועט אים נישט העלפן דערצו אַפילו חייקל מיט אַלע זיינע שפּרינזשינקעס.

— דו, גראָבער קאָפּ איינער! — האָט חייקל זיך געלאָזט אויף אַ קול און געטיטשעט איציקן מיטן גראָבן פינגער. — וואו זענען דיינע אויגן? אדרבא, זע טאַקע, וואָס דאָ שטייט ווייטער. ער זאָגט, אַז אלכסנדר מוקדון האָט דאָרט געהערט עופות, פייגלעך ריידן יוונית. איין פויגל האָט אים געזאָגט בזה הלשון: ↰ 90 דיין מי איז אומזיסט, ווייל דו ווילסט קומען אין גאָטס הויז און אין דעם הויז פון זיינע קנעכט, די בני אברהם יצחק ויעקוב — היינט פאַרשטייסטו שוין, גראָבער קאָפּ איינער, פאַרוואָס אלכסנדר מוקדון האָט אַהינצו נישט געקענט גיין?

— מילא, וואָס וועסטו אָבער טאָן, מיין גרויסער בעל⸗מוח, אויב עס קומט גאָר אויס ווי די יש⸗אומרים דאָרט, אַז די עשרת השבטים מיט די רויטע יידלעך אָדער די בני משה וואוינען גאָר דאָרט ערגעץ לעבן דעם לאַנד פונעם פּריסטער יאָן? נו, היינט לאָז דיין נפש מוחל זיין געפינען ערגעץ דאָס לאַנד פונעם פּריסטער יאָן! מאָרגן נאָכן קאַלטן קוגל!

— עט, נאַרישקייטן, איציק! כ׳לעבן, נאַרישקייטן.

— וואַרט נאָר, וואַרט, מיין בעל⸗מוח! עס איז עפּעס נאָך דאָ אַ סמבטיון אויך! וואָס וועט ער טאָן מיט דעם סמבטיון, וואָס ער שליידערט אַ גאַנצע וואָך שטיינער? לאָמיר שוין אָננעמען אין דער סברא, אַז ער איז שוין אַריבער די הרי חושך, ער האָט שוין געפונען דאָס לאַנד פונעם פּריסטער יאָן. נו, קומט ער צו צום סמבטיון, טפּררו! עס רעגנט מיט שטיינער, אוממעגלעך צו שטעלן אַ פוס, דאָס דאָ וועט דאָך אים נישט העלפן אַפילו דיין וויטע. זי זאָל זיך אַפילו שטעלן מיטן קאָפּ אַראָפּ און מיט די פיס אַרויף.

— הע, הע, דו טשעפּעסט שוין זיך אין וויטען! אָט וואוהין דו ביסט פאַרקראָכן.

↤ 91

— וואָס איז דאָס אין אמתן פאַר אַ גאַנג, איציק, אומזיסט⸗אומנישט שפּעטן פון די מלכיות, — האָט בערל פראַנצויז זיך אַריינגעמישט מיט פאַרדראָס. — מיר רעדן דאָך איצט פון בנימינען, זידל דיר בנימינען און מיש ניט אַריין די מלכיות, איך בעט דיך!

— פאַרוואָס זידלען בנימינען? — האָט זיך אָנגערופן טביה מאָק — בנימין גייט, דאַכט זיך, אויף אַ דרך. דורך אים קען נצמח ווערן יידן אַ ישועה.

— אַי, מאָק, מאָק! — האָט איציק געמאַכט מיט תרעומות און געשאָקלט מיטן קאָפּ. — אויף דיר, מאָקעניו, האָב איך מיך, כ׳לעבן, נישט געריכט, אַז דו זאָלסט האַלטן מיט זיי און מאַכן אַזאַ פּירוש פון בנימינען. וואָס האָסטו אין אים אַזוינס דערזען?

— הערט נאָר, איך בעט אייך, אַ גאַנג פון אַ מענטשן: וואָס האָסטו אין אים אַזוינס דערזען?! — האָט שמואליק באָקסער זיך נאָכגעקרימט מיט אַ געשפּעט. — משוגע ביסטו היינט, איציק, צי וואָס? זיין אָפּגעלאָזנקייט, זיין צעטראָגנקייט, זיין קוקן, זיין רעדן מיט זיין גאַנץ באַנעמען באַווייזן, דאַכט זיך, זייער גוט, ווער ער איז אַזוינס. דאָס פּנים איז דער בעסטער שפּיגל. אויב דאָס אַלצדינג איז ביי דיר קיין באַווייז נישט, ווייס איך שוין ניט, וואָס הייסט ביי דיר אַזוינס אַ מענטש. אדרבא, איך בעט דיך, אָט איז ער איצט אַליין אָנגעקומען. קוק אים, זיי מוחל, אָן, און זאָג, אויב דו ביסט נישט משוגע, טאַקע ריין חסר דעה... איר זעט, עפּעס פלאַמט אים דאָרט אַ באַק און דריי געלע פּאַסקעלעך ציען זיך אים ווי אַ שין אויפן פּנים! נו, איציק, וואָס פאַר אַ פּנים האָסטו איצט?

↤ 92

איציק איז צוגעגאַנגען נעענטער צו בנימינען, האָט אים אָנגעקוקט פון קאָפּ ביז די פיס, אים אַ שפּיי געטאָן כמעט אין פּנים אַריין און איז אַוועקגעגאַנגען אין איין כעס.

פון דעם דאָזיקן שמועס אָן וועגן בנימינען האָט באַקומען די פּאָליטיקע אַן אַנדער פּנים. שמואליק באָקסער מיט בערל פראַנצויז האָבן געשלאָסן בלאַט מיט חייקלען. וויטע האָט אַרויסגעשיקט אין ים טויזנט גרויסע אָקרענטן מיט שרעקלעך ווילדע מאַשינעס, דער פעטער ישמעאל איז אַריבער דעם פּרוט און נאַפּאָלעאָן האָט געשאָסן מיט באָמבעס אויף סעוואַסטאָפּאָל, טביה מאָק איז געשטאַנען אויף מישקולות, נישט אַהין, נישט אַהער, געדרייט מיט דער צונג, נישט צו וויסן, מישטיינס⸗געזאָגט, אויף וועלכער וועלט ער איז. און איציק פּשטן איז געבליבן איינער אַליין ווי אויפן וואַסער. ער האָט, נעבעך, געאַרבעט אויף אַלע כלים און שיער נישט געשפּרונגען אַרויס פון דער הויט. אַ קאַטאָוועס איינער אַקעגן אַזאַ חברה! דערפאַר האָט ער זיך פאַרעסן אויף בנימינען, ער האָט פון יענער צייט אָן זיך אַלץ צו אים געזוכט און אים געטאָן אין דער גאַל אַריין.

„גאָט איז מיין עדות, — דערציילט בנימין אין איין אָרט, — אַז איך האָב מיך נישט געמישט אין דער פּאָליטיקע, וואָרעם איינמאָל, צו וואָס טויג עס? צווייטנס, וואָס געהער זיך עס מיט אַ יידן אָן? פון מיינעטוועגן האָט געמעגט זיין אַזוי אָדער אַזוי, אַלץ גלייך. סענדערל מיינער האָט אין אַזעלכע זאַכענישן זיך אויך, אסור, נישט געמישט. און פונדעסטוועגן האָט מיך איציק נישט געלאָזט רוען, איך האָב פון אים נישט געהאַט קיין טאָג און קיין נאַכט. אַ מאָל פלעגט ער מיך אַרומשמעקן הינטן מיט פעדערן, אָדער וואַרפן אויף מיר שטילערהייט אַ קישעלע, ↰ 93 אָדער פאַרשליידערן ערגעץ מיינס אַ שוך, אַז איך האָב מיר דעם קאָפּ פאַרדרייט זוכנדיק. בין איך ביי דער נאַכט אַנטשלאָפן געוואָרן אויף מיין געלעגער, פלעגט ער מיט אַ שטרויעלע מיר קיצלען די פּיאַטעס, אַז איך פלעג אַזש אונטערשפּרינגען, אָדער ער פלעגט מיר לאָזן אַ פּאָמפּע אונטער דער נאָז. איך פלעג זיך אויפכאַפּן נישט טויט, נישט לעבעדיק און קייכן, הוסטן מחמת דעם רויך אפשר אַ שעה כסדר, גלייך ווי איך בין שולדיק געווען אין דעם, וואָס די דריי קאָמפּאַניעס האָבן געמאַכט יד אחת.”

↤ 94

דאָס אַכטע קאַפּיטל
ווי אונדזערע פּאַרשוינען זענען אַרומגעגאַנגען איבער די הייזער

דעם גרעסטן טייל טאָג זענען אונדזערע פּאַרשוינען טרוד געווען מיט דער פּרנסה. זיי האָבן געמאַכט וויזיטן אין די טעטעריווקער הייזער און האָבן אין אַ קירצער צייט קונה⸗שם געווען אַזוי, אַז מען פלעגט אויף זיי נאָכטייטן מיט די פינגער און באַגעגענען זיי — דער מיט אַ גלייכווערטל, דער מיט אַ שמייכעלע. אַן אַנדערער אויף זייער אָרט וואָלט זיך שטאַרק איבערגענומען פון אַזאַ כבוד און צעפּויקט אומעטום פון זיין גרויסקייט, אָן עין הרע, אין דער וועלט, ווי מען האָט זיך געשמאָלצן, ↰ 95 פּשוט, אָנקוקנדיק אים, ווי מען האָט זיך געלאָבט מיט איטלעך זיינס אַ וואָרט, און מיט וואָס פאַר אַ שמייכעלע מען פלעגט אים אויפנעמען און אַרויסבאַלייטן פון דער טיר. נאָר אונדזערע פּאַרשוינען אָבער זענען ביי זיך געווען פּראָסטע מענטשלעך און האָבן פון אַזאַ כבוד זיך גאָרנישט געמאַכט. בנימין איז געווען פאַרטראָגן אין זיינע זאַכן, און סענדערלען איז געלעגן אין זינען, די טאָרבע זאָל זיין פול, און אין דער קעשענע זאָל זיין עטלעכע גראָשן אויף הוצאות. צי גיסטו מיט אַ שמייכעלע צי מיט אַ קרים — וואָס מאַכט עס אַ יידן אויס? אַבי גיב.

היינט איז פּורים, מאָרגן איז אויס —

גיב מיר אַ גראָשן און טרייב מיך אַרויס!

אָט דאָס איז דאָס באַקאַנטע יידישע לידל, וואָס שילדערט זייער גוט זייער פּראָסטקייט, זייער עניוות און וואָס סענדערל פלעגט עס, גייענדיק אויפן וועג, זייער אָפט שטילערהייט אונטערזינגען.

— אַ גוט⸗מאָרגן, גאָט העלף! — פלעגט סענדערל זאָגן ביים אַריינקומען ערגעץ אין אַ שטוב, נאָכשלעפּנדיק הינטער זיך בנימינען פאַר דער פּאָלע. דערנאָך פלעגט ער אים דערלאַנגען אַ שטופּ פאָרויס, אים איינרוימען אין אויער, ער זאָל זיך ניט שעמען און אַליין אַנידערשטעלן זיך אין דער זייט מיט גרויס דרך⸗ארץ.

אַרומגייענדיק אויף אַזאַ שטייגער, זענען אונדזערע פּאַרשוינען איינמאָל אַריין אין אַ שטוב, אין וועלכער זיי האָבן געטראָפן עפּעס אַ יונגנמאַן, טענהנדיק מיט דעם באַלעבאָס. עס האָט אויסגעזען פון די רייד, ווי דער יונגערמאַן גיט דעם באַלעבאָס ↰ 96 צו פאַרשטיין די וויכטיקייט פון עפּעס אַן ענין, וואָס דורך דעם קלינגט מיט אים איצט די וועלט, ווי ער לויבט זיך פאַר אים אָפּ, ווייזט פּאַפּירן און פאַרלאַנגט פון אים עפּעס אַ זאַך. נאָר דער באַלעבאָס קרימט זיך אָבער, טענהט, ווי ער קאָן, און צאַפּלט פּשוט זיך אויסצודרייען פונעם יונגנמאַנס הענט. דער באַלעבאָס האָט זיך אָנגעכאַפּט אין אונדזערע פּאַרשוינען אַזוי ווי אַ דערטרונקענער אין אַ שטרוי. ער האָט געשווינד זיך צוגעלאָזט צו זיי אין דער האָפענונג, אפשר האָבן זיי צו אים אַ נייטיק געשעפט און וועלן אים דערווייל באַפרייען פון דער נויט. נאָר קוים אָבער האָט ער דערהערט, ווער די זענען און וואָס זיי ווילן, איז ער געבליבן שטיין צעמישט, שטאַרק פאַרוואונדערט, ווי איינער, בשעת דאָס אָנשיקעניש טרעט אים פּלוצלים צו פון אַלע זייטן.

— אָט האָט איר נאָך נוסעים! — האָט דער באַלעבאָס זיך אָנגערופן נאָך דעם, אַז ער איז צו זיך געקומען, און זיך געווענדט צו דעם יונגנמאַן. — די דאָזיקע יידן, זעט איר, זענען אויך נוסעים! נאָט אייך נייס, נוסעים אויף אונדזער קאָפּ!

דער יונגערמאַן מיט אונדזערע פּאַרשוינען האָבן איינער דעם אַנדערן זיך אָנגעקוקט.

— הערסטו, — האָט סענדערל אַ צי געטאָן בנימינען פאַר דער פּאָלע און אים איינגערוימט אין אויער, — מעגלעך, אַז דער דאָזיקער יונגערמאַן וואַנדרעוועט אויך אַהינצו... ער קען נאָך, חלילה, פאַרלויפן פריער און אונדז אָפּטאָן אויף טערקיש.

— אפשר זענט איר טאַקע אַלע איין קאָמפּאַניע? — האָט דער באַלעבאָס זיך ווייטער אָנגערופן.

— חלילה, חלילה! — האָט בנימין מיט סענדערלען ביידע אין איין קול געשריגן. — מיר גייען באַזונדער גייען מיר!

— גייט אייך געזונטערהייט באַזונדער, ביי מיר אָבער הייסט ↰ 97 איר איין קאָמפּאַניע, — האָט דער באַלעבאָס געזאָגט און אַרויסגענומען אַ מטבע פון דער קעשענע.

— גיט, זייט מוחל, אונדז, אונדז גיט, — האָט סענדערל געבעטן און אויסגעשטרעקט די האַנט, — מיר וועלן שוין דעם יונגנמאַן אַרויסגעבן זיין חלק. קומט, יונגערמאַן, מיר וועלן אייך אַרויסגעבן. איך האָב מינץ.

אינמיטן⸗דערינען האָט זיך געעפנט די טיר פון דער קיך, און אַ שרעקלעכער קול האָט זיך געלאָזט פון דאָרט הערן משונה⸗ווילד:

— דאָס איז ער, ער! אָט דער, וואָס שטייט לעבן דעם קליינעם דאַרן יידל. זיי האָבן דענסטמאָל אויך ביידע זיך אַרומגעשלעפּט. איך האָב אים דערקענט, דעם שיינעם נפש, אין זיין פּנימל, אין זיין געל בערדל, אויסגעצופּט זאָל עס אים ווערן! אין זיין צעכראַסטעט הערצעלע, אַ, פאַרכאַפּט, רבונו⸗של⸗עולם, לאָז ער ווערן! לאָז עס מיט אים קויקלען, מאָרדעווען און אויסרינען דאָס מאַרך פון זיינע טרפהנע ביינער... אויסרינען!

— קום, בנימין, אַוועק! — האָט סענדערל געזאָגט, שלעפּנדיק בנימינען פאַר דער פּאָלע. — אַ רוח אין דער חצופהס טאַטן אַריין! זי האָט נאָך אַלץ צו טאָן מיט די צעבראָכענע אייער!

↤ 98

דאָס ניינטע קאַפּיטל
ווי זכות אבות האָבן פאַר אונדזערע פּאַרשוינען זיך געלייגט

זיפצן און קרעכצן מוז מען, אַז מען לייענט די געשיכטן פון די גרויסע באַרימטע קאָפּ⸗מענטשן, ווי זיי האָבן, נעבעך, געליטן שטאַרק זייער גאַנץ לעבן פון דער וועלט, פאַר וועלכער זיי האָבן מקריב געווען זייערע טעג און יאָרן און זי באַגליקט מיט זייער נוצלעכע זאַכן, וואָס זיי האָבן מיט זייער שכל דערגאַנגען. די וועלט איז בטבע אַ קינד, וואָס האָט ליב זיך צו האַלטן נאָר אין דער מאַמעס פאַרטעך, נישט אָפּצוטרעטן פון איר אויף אַ האָר; וואָס האָט אַלץ ליב די אַלטע נאַרישע מעשיות, וועלכע די ניאַנקעס ↰ 99 און אַלטע באַבעס חזרן זיי אים איבער הונדערט מאָל אין טאָג; וואָס מיינט, אַז בעסערס פון זיינע שפּילכעלעך איז טאַקע גאָר נישטאָ, אין דערינען שטעקט די גאַנצע חכמות, וואָס קען נאָר זיין, און אַז דער באַהעלפער קומט אים נעמען אין חדר אַריין, אויסצולערנען אים עפּעס, שרייט ער גוואַלד, גלייך ווי מען וואָלט אים געקוילעט. די וועלט האָט ליב צו לעבן, אַזוי ווי זי איז געוואוינט, עפּעס אַ נייס קומט איר אויס משונה⸗ווילד, זי שרייט דערויף מעשים און זידלט, מאַכט מיט דער בלאָטע גלייך דעם, וואָס טראַכט אַזוינס אויס. ערשט דערנאָך, אַז דאָס נייס איז שוין נולד געוואָרן, עס האָט זיך איינגעלעבט און ווייזט באַשיימפּערלעך אַרויס דעם גרויסן נוצן, וואָס אין אים ליגט, ערשט דענסטמאָל כאַפּט מען זיך אין דעם שטאַרק אָן, מען האָט דערפון גרויס הנאה און פאַרגעסט כלל יענעם, נעבעך, וואָס האָט עס מיט נויט⸗שווייס ממציא געווען. נאָך זייער שיין פון דער וועלט, אַז זי האָט זיך זיינער דערמאָנט אים צו מאַכן כאָטשע אַ מלא און צו שטעלן אים אַ מצבה. מיליאָנען מענטשן לעבן היינט גליקלעך און אָטעמען פריי אין אַמעריקע, און קאָלומבוס, בשעת אים איז אַריין דער געדאַנק צו אַנטדעקן אַמעריקע, האָט, נעבעך, שטאַרק געליטן, די וועלט האָט אים געהאַלטן פאַר משוגע און אויס אים חוזק געמאַכט.

דעסגלייכן איז אויך געווען מיט אונדזער בנימינען פון טונעיאַדעווקע. נאָר אָנקוקנדיק אים, האָט מען אים געהאַלטן פאַר אַ משוגענעם, און הערנדיק זיינע רייד איבער דער נסיעה, האָט מען זיך געשטיקט פאַר געלעכטער, מען האָט מיט אים געטריבן קאַטאָוועס, איטלעכער האָט מיט אים געהאַט צו טאָן און אויס אים געמאַכט אַ קאָטער. אַ נס, וואָס בנימין האָט עס ↰ 100 אַזויפיל נישט פאַרשטאַנען. זיסט וואָלט ער זיך פאַרעסן, חס ושלום, קראַנק געוואָרן און אַ שפּיי געטאָן אויף דער גאַנצער נסיעה!

מיר היפּערן איבער אַ סך זאַכן פון דעם עולמס המצאהלעך איבער בנימינען, בכדי דאָס זאָל אויף אונדז אַלע נישט פאַלן פאַר קיין אייביקן פלעק און דאָס זאָל אונדז נישט זיין צו קיין חרפּה, צו קיין בושה אין דער געשיכטע פאַר די שפּעטערדיקע דורות. מיר מאַכן זיך נישט⸗וויסנדיק פון די אַלע זאַכן, כאַטע⸗פּאָקרישקע! און נעמען זיך ווייטער צו אונדזער דערציילונג.

„אין טעטעריווקע, — זאָגט בנימין, — איז דאָ אַ גרויסע קהילה יידן, זאָלן זיך פרוכפּערן און מערן. ווער זיי זענען, וואָס פאַר אַ מיני מענטשן זיי זענען, און פונוואַנען זיי האָבן זיך גענומען, דאָס, פרעגט זיי בחרם, ווייסן זיי אַליין נישט, זיי האָבן נאָר בקבלה פון טאַטעס, זיידעס און עלטער⸗עלטער⸗זיידעס, אַז זיי וואַקסן פון יידן, און ווי עס זעט אויס פון אַ טייל זייערע מנהגים, פון זייער הלבשה, פון זייער לשון און פון זייער האַנדל וכדומה, זענען זיי, אַפּנים, טאַקע מחויב צו זיין יידן, נאָר צונויפגעלאָפענע, אָפּגעריסענע פון פאַרשיידענע שבטים. וואָרעם איינער מיט דעם אַנדערן געהער זיך כמעט נישט אָן, לאָז, אַשטייגער, איינער פאַלן, וועט דער אַנדערער אים נישט אויפהייבן, כאָטש ער זאָל, שונא⸗ציון, די כפּרה ווערן, די מיתה⸗משונה אָננעמען דאָ אויפן אָרט...

צווישן זיי איז דאָ אַ טייל, וואָס פאַרשטייען זייער גוט מאַניפאָרגע⸗לשון. מאַניפאָרגע איז פון דעם שורש מאַניפאָרגי⸗סימוס. ↰ 101 דאָס הייסט: מאַני — לשון, פאָרגי — ציגיינעריש. מאַניפאָרגע⸗יידן קענען חכמת היד, קוקן יענעם אין דער האַנט אַריין און ציען געוויינטלעך דערפון זייער פּרנסה. דערצו נאָך קענען זיי אַנדערע מלאכות, לעמפּלעך⸗מאַכערס און טאָקערס זענען זיי טאַקע איינע אין דער וועלט, חידושן נאָר מוז מען זיך, ווי זיי מאַכן אַמאָל יענעם אַ לעמפּל און טאָקן אָפּ זאַכן עפּעס נאָר שלא כדרך הטבע. אויך האָבן זיי אַ מתנה פון זיין ליבן נאָמען אָפּצוזאָגן אַמאָל אַ פּזמון, און דווקא שטילערהייט, מיט אַזעלכע מיני תנועות, אַזש טרערן שטעלן זיך דורך דעם אין די אויגן, און זיי נעמען דערמיט ביי יענעם פּשוט צו דאָס חיות... מען זאָגט, יאַקבי זיי שטאַמען פון די ערב רב פון דער גזע כפתורים.

בכלל, זאָגט בנימין, זענען די איינוואוינער דאָרט ערלעכע לייט, גוטע מענטשן. זיי פלעגן מיך אויפנעמען תמיד מיט אַ שמייכעלע און משונה הנאה האָבן מיט מיר זיך אָפּצוגעבן. מען האָט געזען באַשיימפּערלעך, אַז זיי זענען מיט מיר שטאַרק צופרידן. איך ווינטש זיי פונעם גאַנצן האַרצן, אַז גאָט און לייט זאָלן פון זיי אייביק אויך אַזוי צופרידן זיין. אמן!”

אַ חידוש נפלא, — דערציילט ווייטער בנימין, — דאָרט אין דער סביבה באַגעגנט מען אַמאָל פּאַרשוינען, וואָס זענען אַ ביסל ווי חזירעוואַטע. מען דערקענט עס זיי באַלד אין דעם אָנבליק. אַ טייל זאָגן, אַז דאָס איז אַזאַ פּאָראָדע, ווידער אַ טייל ווילן האָבן, אַז דער אָרט איז דערצו מסוגל. בנימין וויל דערינען נישט מכריע זיין. דאָס געהער זיך אָן מיט די געלערנטע, ↰ 102 זיי זאָלן די זאַך פאָרשן און אונדז דערקלערן אַקוראַט, וואָס דאָס באַטייט. נאָר ווי די מעשה איז, זאָגט בנימין, אַזוי צי אַזוי, די זאַך אַליין איז קיין נייס נישט אויף דער וועלט. נאָך דער אַלטער מתתיהו דעלעקאַרטי העט⸗העט אין די פריערדיקע יאָרן ברענגט אין זיין ספר „צל עולם” בזה⸗הלשון:

„אין בריטאניה איז דאָ אַ פאָלק מיט אַן עק פון הינטן ווי ביי בהמות. אויך זענען נאָך דאָ ווייבער, הויכע, גרויסע, ווי די ריזן, און זיי זענען באַוואַקסן מיט שטשעטינעס (חזיר⸗האָר) ווי די חזירים. אין צרפת האָט זיך געוויזן אַ פאָלק מיט הערנער. אויף יענע בערג זענען דאָ קרומע ווייבער, און די, וואָס איז מער קרום, איז אַלץ שענער.” טאַקע ממש ווי מען באַגעגנט נאָך ביי אונדז היינטיקע צייטן זייער פיל ווייבער, וואָס קומען אויס קרום, שטאַרק בולט, מחילה, פון הינטן, מיט אַ לאַנגן עק, וואָס באָמבלט זיך און שלעפּט זיך זיי נאָך אויף דער ערד. „דאָס, וואָס איז געווען, זאָגט דער פּסוק, דאָס וועט אויך זיין, און ס׳איז נישטאָ קיין נייס אונטער דער זון!”

טעטעריווקע, — זאָגט בנימין, — איז גרויס, מיט שיינע מויערן און לאַנגע גאַסן. אָנקוקנדיק זי ביים ערשטן מאָל, דאַכט זיך אויס, זי לעבט, עס קאָכט דאָרט און רוישט. נאָר דערנאָך, אַז מען ווערט אַ ביסל איינגעוואוינט, זעט מען, אַז זי איז אין תוך אַריין אַ מין גרויסע טונעיאַדעווקע. די איינוואוינער דאָרט עסן, לייגן זיך שלאָפן, שטייען אויף ווי געוויינלעך אַלע טאָג אין איין צייט. די צייט ווערט גערעכנט דאָרט נאָך דעם עסן. פונעם אָנבייסן, אַשטייגער, ביז וואַרמעס; און פון וואַרמעס ביז וועטשערע. מחמת אָנבייסן, וואַרמעס און וועטשערע זענען דריי קרעטשמעס אין זייער לעבן, וואָס אַהינצו גאַרט מען זיך צו דערשלעפּן ↰ 103 אויף אַ פּאָפּאַס און עפּעס טאָן נאָך דעם, אַז מען האָט פאַרבראַכט אַ שטיק צייט מיט גאָרנישט אין אַ פּוסטן סטעפּ. מען זאָגט, יאַקבי טעטעריווקער לופט מאַכט בטבע פויל, אָפּהענטיק און שלעפעריק. ווען עס פאַלט אַהינצו אַריין עפּעס אַ מענטש מיט אַ קוראַזש, מיט אַ חשק עפּעס צו ווירקן, נעמט עס אין אַ קורצער צייט ביי אים צו אי דעם קוראַזש אי דעם חשק, און עס בלייבט אים מער נישט איבער ווי דער חשק צו עסן, צו שלאָפן און אויפצושטיין, בכדי ווייטער צו עסן און צו שלאָפן.

בנימין האָט דאָרט געזען די סטאַנציעס פון די קליינשטעטלדיקע סבאָרשטשיקעס און פּאָוויערענעס. אַוועקפאָרנדיק פון דער היים, האָבן זיי אַרויסגעוויזן קוראַזש און שטאַרקייט נאָך פיל מער, ווי מען באַדאַרף. מען מוז פאָרן, האָבן זיי אַלץ געדרונגען און איינגעשמועסט דעם עולם, מען מוז פאָרן, זיך סטאַרען, אַרבעטן און איינלאַדעווען מכוח דעם געלט פון געוויסע קהלשע הצטרכות און מכוח נאָך אַנדערע שטאָטישע זאַכן, כאָטש זייער סטאַרען זיך, אַרבעטן און טאָן וועגן דעם איז אינגאַנצן אַן איבעריקע זאַך, טאַקע נאָר ווי אַ פינפטע ראָד צום וואָגן, ווייל דערויף איז דאָ אַ סמעטע, און אַלצדינג וועט געמאַכט ווערן גאָר אָן זייער הילף. נאָר זיי האָבן אָבער פאָרט באַקומען שטאַרק חשק, עס האָט זיך זיי משונה פאַרגלוסט, האָבן זיי גענומען ביים עולם געלט פאַר זייערע ווייבער און קינדער אי פאַר זיך אויף הוצאות און מאַרש אין וועג אַריין אין אַ גוטער, אין אַ מזלדיקער שעה. אין טעטעריווקע קומענדיק, איז זיי, מעשה שטן, באַלד פאַרגאַנגען דער חשק. וואו בריהשקייט, ווען בריהשקייט! האָבן זיך אַנידערגעזעצט אויף דער סטאַנציע פויל, אָפּהענטיק, ↰ 104 נאָר געגעסן, נעבעך, געטרונקען און געשלאָפן, גלייך מען האָט זיי אַ כישוף אָנגעטאָן. אין דעם צושטאַנד פאַרברענגען זיי, נעבעך, דאָרט זייערע טעג און יאָרן, דער עולם שיקט זיי אַלץ צו, אויף זייער בקשה, געלט און ווייטער געלט, און זיי הינען טאַקע אַלץ, גענעצן, עסן, שלאָפן, נעבעך, ווי די פאַרצויבערטע פּרינצן, און ס׳איז פּשוט אוממעגלעך זיי פון דאָרט אַרויסצורייסן, אַפילו קיין בעל⸗שם און קיין טאָטער קענען דערצו אויך נישט העלפן.

בנימינען האָט אָנגענומען אַ יצר הרע זיך צו באַקענען מיט די באַרימטע געלערנטע און שריפטשטעלער, וואָס אין טעטעריווקע. עפּעס איז ער דאָך אויך אַ שטיקל קענער, אַ חקרן, וואָס קוקט אַריין אין די קליינע אותיותלעך און ווייסט, וואָס איז אַזוינס אַ יידישער חקירה⸗ספר, פונוואַנען די דאָזיקע לייט האָבן געשעפּט זייער תורה, זייער ידיעה אין די שבע חכמות. היינט ווי שיקט זיך עס, קומען אַהער און זיך נישט זען מיט זיין סאָרט מענטשן?! חוץ דעם האָט זיך אים געוואָלט טאַקע איבערשמועסן מיט זיי וועגן זיין נסיעה. אַזעלכע לייט וועלן אים דאָך פאַרשטיין און קענען אָפּשאַצן דעם ווערט זיינעם. ער האָט געהאָפט, זיי וועלן אים נאָך געבן הסכמות און אים הייבן ווי אויף דרוקעס. זיי האָבן דאָך ליב אַרויסצוגיין מיט זייערע הסכמות אויף קלייניקייטן, שמאָכטעלייען, בפרט נאָך אויף אַזאַ זאַך, אויף אַזאַ וויכטיקע זאַך, דאָ וועט דאָך די פּען זייערע זיך צעלאָזן גאַלאָפּ, גאַלאָפּ ווי אַ פערד.

נאָר צו וועלכן פון זיי בנימין איז געקומען, האָט ער אים אַלץ געטראָפן — אָדער ער עסט אָדער ער שלאָפט! איינמאָל איז אים געראָטן צו טרעפן איינעם פון די לייט — אַ ווילדער ↰ 105 שרייבער, משוגע אַ באַרימטער בריה — ווי ער איז געזעסן אָנגעלענט אויף אַ באַנקבעטל אין אַן אָפּגעזונדערט חדרל.

— גוט⸗מאָרגן!..

— גוט⸗יאָר! וואָס וויל אַ ייד?

— עט, אַזוי, אַ ביסל שמועסן!

אַהין⸗אַהער, עפּעס פּלאַטשיק דער עסק. דער בריה איז עפּעס ווי צעקראָכן, קוים וואָס ער רירט מיט די ליפּן, די נשמה ליגט אים אויף דעם שפּיץ נאָז און עס קלעפּן זיך אים די אויגן. בנימין מינטערט אים, רעדט איבער אים, ווי ער קען, נאָר אומזיסט די מי, ער איז קאַלט ווי אייז. ערשט דערנאָך האָט ער זיך אַ ביסל אויסגעטשוכעט, אַ שטאַרקן גענעץ געטאָן און אַריינגערופן דאָס ווייב.

— ווען וועט מען שוין גיין עסן? — האָט ער זי אַ פרעג געגעבן און אויסגעקנאַקט די ביינער מיט אַ געשמאַקן גענעץ.

— לאָז מען שוין געבן עסן, וואָרעם איך וויל, — האָט ער געזאָגט, — איך וויל אַ ביסל צולייגן מיך שלאָפן...

הכלל, טעטעריווקע איז אַ גוטע ספּאַלניע, אַלצדינג שלאָפט דאָרט רואיק, אי דאָס געלערנטקייט, אי דער האַנדל, אי די בענק, אי די פּראָצעסן (לאָדענישן) און אַלע מיני געשעפטן. ווי מען זאָל זיי נישט פּרואוון וועקן, קען מען זיי אַלץ נישט דערוועקן. אַפילו ווען עטלעכע מענטשן פאַרקלייבן זיך אַמאָל אינאיינעם, נעמט זיי באַלד אָפּ דאָס לשון, זיצן, גענעצן און קוקן איינער דעם אַנדערן אָן ווי די גולמס, און די גאַנצע געזעלשאַפט ווערן אַנטשלאָפן. ערשט ווען מען דערלאַנגט די וועטשערע, רירט זיך אין זיי אַן אבר, זיי ווערן לעבעדיק, נעמען זיך געשמאַק צו דער אכילה, עסן אָפּ — און אַ גוטע⸗נאַכט! זיי גייען אַהיים שלאָפן...

אונדזער בנימין האָט עס געפילט שפּעטער אויף זיך אַליין. ↰ 106 ער האָט דערנאָך אין טעטעריווקע נישט מער געטאָן ווי געגעסן און געשלאָפן, און דער חשק פון דער נסיעה איז אים עפּעס ווי פאַרגאַנגען. ער איז געווען אין אַ גרויסער סכנה פאַרפאַלן צו ווערן דאָרט, אַזוי ווי אַ שיף, וואָס כאַפּט זיך אַריין אין דעם שטילן ים, און אָפּשלעפּן דאָרט זיין לעבן ביז אַצינד, ווען מיט אים זאָל זיך נישט געווען מאַכן אַ מעשה, וואָס האָט, ווי אַ שטורעמווינט, אויף זיין גליק און אויף דער וועלטס גליק, אים מיט גוואַלד אַרויסגעטריבן פונדאַנען ווייטער צו זיין נסיעה.

די שנאה פון איציק פּשטן צו בנימינען האָט וואָס אַ טאָג אַלץ מער געוואַקסן. ער האָט די לעצטע צייט ווי אַ זלידניע זיך איינגעגעסן אין בנימינען און זיך גענומען שטאַרק מפלפּל צו זיין מיט אים איבער זיין נסיעה, אים לייגן שטיינער אויפן האַרצן, אַז דענסטמאָל, ווען דאָ אויף דער דלאָניע וועט וואַקסן האָר, וועט ער קומען צום סמבטיון און זען די רויטע יידלעך, ווי ער זעט זיין אויער.

בנימין אָבער האָט זיך נישט געלאָזט שפּייען אין דער קאַשע און אויסגעדרונגען, אַז ס׳איז דאָ אין דער וועלט אַ בורא, וואָס פאַרלאָזט נישט די, וואָס האָבן אין אים אַ בטחון. נישקשה, ער וועט, אם ירצה השם, מיט גאָטס כוח דערגיין אַהינצו, שונאים אויף צעשפּרינגעניש. און אַז בנימינען פלעגט, טענהנדיק, זיך צעשפּילן די געבליטן, פלעגט ער ווערן פלאַם⸗פייער און אין⸗דערמיט שמועס אַריינוואַרפן אויף אַ קול: פּיפּערנאָטער, לינדנוואָרעם, אייזל, מויל⸗אייזל וכדומה! דאָס האָט געהייסן אַזויפיל ווי: בילט אויף די ציין, אָט בין איך שוין העט⸗ווייט, אָט בין איך שוין דאָרט אין דער מדבר און גיי און גיי און גיי!..

איציק פלעגט דריי מאָל אויסשפּייען און זאָגן: ער איז פּשוט משוגע, חסר דעה, מען באַדאַרף אים פירן צום טאָטער. און ↰ 107 האָט צום סוף אַזוי ווייט געבראַכט, אַז קוים האָט בנימין זיך געוויזן אויף דער גאַס, זענען אים ווייסע⸗חברה נאָכגעלאָפן ווי נאָך אַ משוגענעם מיט שטיינער, אים געמאַכט אַ הוראַ און געשריגן: פּיפּערנאָטער, לינדנוואָרעם!

איינמאָל, אַז בנימין מיט סענדערלען זענען פאַרנאַכט געגאַנגען ביידע אין גאַס, איז חברה זיי באַפאַלן ווי די היישעריקן און זיי שטאַרק דאָקוטשעט, אַזוי אַז זיי האָבן געמוזט אַנטלויפן מיט הינטערגעסלעך. אין איינעם פון די ענגע געסלעך האָבן זיי, לויפנדיק באַרג⸗אַראָפּ איבער אַ לאַנגער, שמאָלער קלאַדקע, זיך באַגעגנט דאָרט סאַמע אויף⸗דערמיט מיט אַ מענטשן, וואָס איז זיי געקומען אַקעגן. אויסמיידן זיך דאָרט איז נישט געווען קיין שום מעגלעכקייט, סיידן אַראָפּשפּרינגען און צעשלאָגן דעם קאָפּ אָדער ווייניקסטנס זיך אויסברעכן אַ פוס. די ביידע זאַכן אָבער האָבן אונדזערע פּאַרשוינען באַדאַרפט האָבן נייטיק אין לעבן אַריין. אָן אַ קאָפּ אָדער אָן אַ פוס וואָלט דאָך קיין סברא נישט געווען צו מאַכן זייער נסיעה. און בנימין מיט סענדערלען זענען געבליבן שטיין מיט אַראָפּגעלאָזענע נעזער.

— אַ⸗אַ, שלום עליכם, בנימין! — האָט יענער פּאַרשוין, וואָס איז געקומען אַקעגן, אַ זאָג געגעבן מיט אַ פאַרדראָס אי מיט אַ געלעכטער אינאיינעם. — אַ גוטע באַגעגעניש, כ׳לעבן, אַזוי ווי געוואונטשן!

— שלום עליכם, עליכם שלום, ר׳ אייזיק⸗דוד! — האָט בנימין געענטפערט נישט מיט זיין קול שטאַרק צעמישט.

דער דאָזיקער פּאַרשוין איז געווען ר׳ אייזיק⸗דוד ר׳ אהרן⸗יוסעלעס שרה⸗זלאַטעס, דער חכם פון טונעיאַדעווקע.

— שיינע מענטשן! — האָט ר׳ אייזיק⸗דוד געמאַכט מיט תרעומות. — מען פאָרט אַוועק פון דער היים בגנבה, גלאַט ↰ 108 אַוועק, פאַר וואָס, פאַר ווען? ווייס איך? אַלצדינג מוז דאָך זיין עפּעס מיט אַ גאַנג, מיט אַ דרך⸗הטבע. וואָס הייסט גלאַט אַוועק און מאַכן ווייבער, נעבעך, אָן אַ שום גאַנג, פאַר וויסטע עגונות מאַכן ווייבער! ווייס איך? סטייטש, אדרבא, שוין אַוועקגעשטעלט אַלצדינג אין דער זייט, פרעג איך אייך נישט מער, נאָכאַמאָל טאַקע, אדרבא, סטייטש, סטייטש?! פאַרקערט, זאָגט, וואָס טוט איר דאָ? איך מיין טאַקע דיך אויך, סענדערל. נישקשה, איך זע דיך, ווי דו שטייסט פון הינטן. דיין ווייב, סענדערל, וועט דיר, נישקשה, געבן, גוט מכבד זיין וועט זי דיך, דיין ווייב. ווי אַ הערינג, אַזוי אין כעס איז זי, וואָלט זי דיך צעריסן, דיין ווייב. דאָס האַרץ, אָבער, האָט איר געזאָגט, אַז דאָ מוזט איר אַוודאי זיין, האָט איר געזאָגט דאָס האַרץ, דיין ווייב, און זי האָט געוואָלט, נישט אַנדערש פאָרן גאָר אַהער, האָט זי געוואָלט, נאָר מיט מיר, דיין ווייב.

— האַ, ער איז דאָ! — האָט אַ געשריי געטאָן אַ יידענע, וואָס איז אונטערגעקומען פון הינטן צו ר׳ אייזיק⸗דודן.

סענדערל האָט אין קול דערקענט זיין בחורטע. ער איז געוואָרן טויט ווי די וואַנט און געבליבן אָן אַ נשמה פאַר שרעק. ער האָט מיט ביידע הענט זיך אָנגעכאַפּט אין בנימינס פּאָלע, ער זאָל נישט אַראָפּפאַלן פון דער קלאַדקע, אַזוי האָט אים זיך דער קאָפּ פאַרדרייט. עס האָט אים זיך געדאַכט, אָט נעמט אים שוין אָן זיין ווייב און פּעטש שיטן זיך אים ווי האָלץ.

— קוקט נאָר אָן די נפשות, די שיינע נפשות. אַ, די כפּרה זאָלן זיי ביידע ווערן! האַ, וואו איז ער דאָרט ערגעץ, מיין ימח⸗שמוניק? לאָזט מיך נאָר צו אים צו אַ ביסל, לאָזט מיך, איך וועל אים ווייזן, וואָס פאַר אַ גאָט מיר האָבן!

↤ 109

אַזוי האָט אין איין אָטעם געשריגן סענדערלס ווייב און געשטופּט ר׳ אייזיק⸗דודן.

— נאָר אָן געשריי, אָן רעש, — האָט ר׳ אייזיק⸗דוד זי געבעטן, — האָט נאָר צייט. אַז איר האָט אַזויפיל געוואַרט, וואַרט זשע נאָך אַ ביסל. קיין עגונה, מיט גאָטס הילף, וועט איר דאָך שוין קיין עגונה נישט זיין. און ווייטער, ווי זאָגט מען עפּעס, האַ? אויך די אייגענע מעשה, אַ יידענע בלייבט טאַקע אַ יידענע. דאַכט זיך, אַ קלוגע, און פאָרט אַ יידענע. לאָמיר שמועסן די אייגענע זאַך פאַרקערט. מילא, מה רעש? ס׳איז נישט מער, גלאַט פאַרדראָסיק: גלאַט אַוועק, פאַר וואָס, פאַר ווען? אַלצדינג מוז דאָך זיין עפּעס מיט אַ גאַנג, פאַרשטייט איר מיך? נאָר אַז ס׳איז שוין אַזוי, איז דאָך שוין טאַקע אַזוי, היינט וויבאַלד ס׳איז אַזוי, איז דאָך טאַקע די קשיא: צו וואָס נאָך שרייען? דער תירוץ איז אָבער, איך בעט אייך איבער ווי אַן אייגענע מוטער: אַ יידענע, מחילה, בלייבט טאַקע אַ יידענע.

ר׳ אייזיק⸗דוד האָט זיך ערשט צעוויגט און געוואָלט, ווי זיין שטייגער איז, דעם שמועס זיינעם איבערשמועסן ווידער פאַרקערט, דערנאָך ווייטער אַמאָל פאַרקערט, און אַריינגעבן דערינען אַ ביסל פעפער מיט ציבעלע. נאָר פון ביידע זייטן קלאַדקע זענען געשטאַנען אַ סך מענטשן, וואָס זענען דערווייל אָנגעקומען. זיי האָבן פונדערווייטן זיך שטאַרק געבייזערט דערויף, וואָס יידן האָבן זיך אַוועקגעשטעלט דאָ שמועסן, גלייך ווי עס גייט זיי נישט אָן די גאַנצע וועלט, און לאָזן קיינעם נישט אַריבערגיין.

די קלאַדקע איז אַזוי שמאָל געווען, אַז צוויי מענטשן האָבן דאָרט זיך נישט געקענט מיידן. די, וואָס פון איין זייט, האָבן תמיד געמוזט וואַרטן, ביז יענע פון דער אַנדערער זייט וועלן פריער אַריבער. דעריבער האָט סענדערלס ווייב מיט ר׳ אייזיק⸗דודן ↰ 110 געמוזט צוריק גיין צו יענער זייט קלאַדקע, פונוואַנען זיי זענען אָנגעקומען. דעסגלייכן סענדערל מיט בנימינען האָבן אויך צוריקגעקערט זיך צו דער אַנדערער זייט, און ערשט דערנאָך האָט, פון דער דאָזיקער זייט טאַקע, דער עולם אָנגעהויבן איבערצוגיין די קלאַדקע.

— איך בעט דיך, סענדערל, וואָס שטייען מיר דאָ אַזוי און וואַרטן? — האָט זיך אָנגערופן בנימין, וואָס איז פריער צו זיך געקומען — עפּעס שטייען מיר דאָ, אַזוי גלייך ווי מען בינדט צו אַ יינגל מיט איין עק פאָדעם אין מויל און מיט דעם אַנדערן צום פיסל פון טיש. נאַרעלע, איצט האָבן מיר צייט ניצול צו ווערן.

— גערעכט, ווי איך בין אַ ייד! — האָט סענדערל אַ זאָג געטאָן פריילעך, ווי איינער, וואָס רייסט זיך אַרויס פון דער קלעם. — גיכער, גיכער, בנימין! אויב דו ווילסט, איך זאָל נישט אַריינפאַלן אין אירע הענט. דאָס איז נישט קיין קלאַדקע, נאָר זכות אבות האָבן דאָ פאַר אונדז זיך געלייגט...

אונדזערע פּאַרשוינען האָבן געמאַכט געשווינד אַ פּליטה, און אין עטלעכע מינוט זענען זיי שוין געווען ווייט ערגעץ אין אַן אַנדער עק שטאָט. זיי האָבן נישט געמאַכט לאַנג שהיות, פאַרנומען באַלד זייערע פּעקלעך און זיך געזעגנט מיט טעטעריווקע.

↤ 111

דאָס צענטע קאַפּיטל
הוראַ, רויטע יידלעך!

— היי, וויאָ, וויאָ! — האָט אויף דער קעלניע פון אַ בויד הייזעריק געשריגן אַ שמייסער און איז שיער מיטן דישעל נישט אַרויפגעפאָרן אויף צוויי ווייבלעך, וואָס זענען געשטאַנען אין⸗דערמיט גאַס, סאַמע די לעבעדיקסטע פון גלופּסקער גאַסן, ביידע מיט טאָרבעלעך שפּייז: פלייש, רעטעכלעך, ציבעלע, קנאָבל אונטערן אָרעם, און האָבן איינע דער אַנדערער איינגערוימט סודות אי אויסגעגאָסן דאָס האַרץ, שרייענדיק אויף אַ קולכל, אַז מען האָט אים געקענט הערן ווייט פאַר אַ מייל.

די ווייבלעך זענען אינמיטן שמועס זיך צעלאָפן, איטלעכע אין אַן אַנדער זייט גאַס, און זיך געשטעלט פונדערווייטנס צו ענדיקן זייער שמועס, אַריבערשרייענדיק מיט אַ ניגון איבער בוידן, דראָזשקעס, טעליגעס און פורלעך האָלץ, וואָס האָבן זיך געצויגן ↰ 112 איינע הינטער דער אַנדערער אין אַ גאַנץ לאַנגער שורה, אַזוי אַז אַ היפּשע צייט איז ריין אוממעגלעך געווען די גאַס איבערצוגיין.

— חסיא⸗ביילע! נו, וועסטו היינט ביי דער נאַכט קומען אַהינצו — צו דער קאָרטנוואַרפערן? איך וועל דאָרט זיין מיט מיינעם... דיינער וועט אויך אַהינצו קומען, ער האָט מיך געבעטן, איך זאָל דיר זאָגן, עס וועט דאָרט זיין פריילעך. קום, נאַרעלע, וועסט, כ׳לעבן, הנאה האָבן! נו, חסיא⸗ביילע, וועסטו קומען?

— מיין באַלעבאָסטע, ברענען זאָל זי, וויל מיך היינט מכבד זיין מיט ראָשטשינען ברויט און איבעררייסן גרייפּלעך. איך וועל מיך אָבער אויסדרייען און קומען. נאָר איך בעט דיך, דאָבריש, לאָז עס זיין בסוד, זאָג נישט קיינעם!

— וואַרט נאָר, חסיא⸗ביילע, וואַרט! דער רוח וועט דיין באַלעבאָסטע נישט נעמען, אַז דער וואַרמעס וועט שפּעטער מיט אַ שעה אַרויסקומען. זי וויל פרעסן? נו, לאָז זי עסן ווערעם, קרענק! איך האָב גאָר פאַרגעסן, חסיא⸗ביילע! זיפּ נישט איבער אַזוי די מעל. די מיטשניטשקע איז ניט צופרידן פון דיינע קלייען. וויפל איז דיר געבליבן היינט פונעם אָנקויפן?

— שייגעץ, שייגעץ! כאַפּט אים נאָר, דעם שייגעץ! וואָס איז עס פאַר אַ מאָדע כאַפּן? אַ, פאַרכאַפּט זאָל ער ווערן!

— וואָס איז דאָרט, חסיא⸗ביילע? וואָס שרייסטו אַזוי?

— אַ קאַרמאַנשטשיק, דאָבריש! ער האָט ביי מיר שיער⸗שיער נישט אַרויסגעשלעפּט דאָס טאָרבעלע שפּייז פון אונטערן אָרעם. אַ מערכה, וואָס איך האָב באַצייטן מיך אַרומגעקוקט.

— זע נאָר, זע, חסיא⸗ביילע! וואָס איז דאָרט אַזאַ צונויפלויפעניש? ↰ 113 עס מוז שוין ווייטער ערגעץ ברענען. ס׳איז שוין היינט די צווייטע שרפה. ביז נאַכט קען זיין נאָך עטלעכע שרפות.

— מען הערט נישט קלינגען, דאָבריש. אַ שרפה, וואָלט מען דאָך געקלונגען.

— שאַ, אָט גייט די מעקלערין. איך וועל זי אַ פרעג טאָן. סימע⸗דוואָסיע! סימע⸗דוואָסיע! וואָס לויפט מען דאָרט עפּעס אַזוי?

— איך ווייס נישט, קיין צער! אפשר ווייסט נחמה⸗גיסע. נחמה⸗גיסע! וואָס איז דאָרט פאַר אַ רעדל, סערדצע? אייערע קאַטשקעס שרייען עפּעס, אַז מען הערט נישט, וואָס מען רעדט, האָדל איז היינט געלעגן געוואָרן, זי וועט ביי אייך צונעמען די קאַטשקעס. הינער האָט איר אויך? זייער פעטע קאַטשקעס! אייער איז היינט נישט געווען זיך צו דערקויפן. וואָס איז דאָרט אַזאַ מהומה?

— ווייס איך? עפּעס רויטע יידלעך. עפּעס האָב איך געהערט שרייענדיק: רויטע יידלעך.

— וואָס, עס זענען אָנגעקומען רויטע יידלעך? אַי⸗אַי⸗אַי! מען מוז דאָך גיין אָנקוקן אויף חידושים, — האָבן אַלע מיטאַמאָל אַ געשריי געטאָן און זיך געלאָזט לויפן הענדום⸗פּענדום צום רעדל מענטשן.

— הוראַ, פּיפּערנאָטער, לינדנוואָרעם! הוראַ, רויטע יידלעך! — האָבן צווישן דעם רעדל מענטשן געשריגן אַ גאַנצע כאָפּטע ווייסע⸗חברה.

די דאָזיקע רויטע יידלעך — דאָס זענען געווען אונדזערע פּאַרשוינען, בנימין מיט סענדערלען, וואָס אין אַ קורצער צייט נאָך יענער מעשה, וועלכע עס האָט מיט זיי זיך געטראָפן אויף דער קלאַדקע, זענען זיי אָנגעקומען קיין גלופּסק און האָבן דאָרט במשך פון אַ פּאָר וואָכן שטאַרק קונה⸗שם געווען. עס האָבן זיך געפונען אַ סך ערלעכע יידן, וואָס האָבן פון זיי ↰ 114 פּשוט אָנגעקוואָלן, ממש אַזוי ווי פון דעם שוסטערל, וואָס ער איז אין יענער צייט דורך זיינע מופתים אין גלופּסק פּלוצלים נתגלה געוואָרן.

טאָלצע און טריינע, צוויי געוויסע אַלטע יידענעס, כשרע נשמות, וואָס פלעגן, ווי איטלעכן איז באַקאַנט, אַלע טאָג פאַרנאַכט שבתדיק זיך אָנטאָן מיט דער יופּע אי מיט דעם שטערן⸗טיכל און אַרויסגיין אונטער דער שטאָט באַגעגענען משיחן, אָט זיי זענען דאָס געווען די גליקלעכע אין איין פאַרנאַכט צו ווסטרענציען אויף יענער זייט ראָגאַטקע אונדזערע פּאַרשוינען ביים אָנקומען זייערן פון טעטעריווקע און אין אַ גוטע שעה אַריינצופירן זיי אין גלופּסק. באַלד טאַקע ביי דעם ערשטן באַגעגעניש האָבן שוין די ביידע יופּעס זיך דערוואוסט אַלצדינג, וועמען גאָט האָט זיי דאָ באַשערט. טאָלצע מיט טריינען האָבן פאַרוואונדערט זיך אָנגעקוקט, איינע די אַנדערע זיך געשטאָרכעט: — נו, טריינע? — נו, טאָלצע? — האָבן זיי זיך געשושקעט: — דאָס האַרץ אָבער האָט אונדז גלייך געזאָגט, אַז דאָס זענען עפּעס ניט גלאַט קיין מענטשן. טאָלצע און טריינע האָבן זיך געשמאָלצן אין אונדזערע פּאַרשוינען. זיי זענען עפּעס ווי יינגער געוואָרן, עס האָט זיי זיך געפרייט דאָס האַרץ, הערנדיק פון דער נסיעה, זיי האָבן געקוקט אויף זייערע באַשערטע און זיך אַלץ געשטורכעט מיט אַ שמייכעלע: — נו, טריינע? — נו, טאָלצע?.. טאָלצע האָט זיי אונטערגעאַרבעט זאָקן, טריינע האָט זיי פאַרלאַטעט העמדער, צוגענייט בענדלעך, און זענען געווען גליקלעך, איבערגליקלעך, אַקוראַט ווי כלהווייז, אַמאָל אין די יונגע יאָרן. הכלל, אונדזערע פּאַרשוינען האָבן אין גלופּסק אויף זיך געפונען מבינים. אַזעלכע לייט ווי זיי קען טאַקע נאָר איין גלופּסק שאַצן און פאַרשטיין זייער טייערן ווערט.

↤ 115

אַהין, אין גלופּסק אַריין, איר, יידישע קינדער! וואָס וואַלגערט איר זיך, נפשות, שיינע מענטשן, און ווערט ווי בטלנים פאַרפאַלן אין די קליינע שטעטלעך אונטערן אויוון?! אין גלופּסק אַריין, צו אַלדי שוואַרצע יאָר! דאָרט וועט איר געפינען אייער גלייכן, דאָרט וואַרטן אויף אייך אייערע טאָלצעס, אייערע טריינעס און טויזנטער ערלעכע יידן און כשרע נשמות, דאָרט קענט איר וואַקסן, דאָרט קענט איר אויפגעריכט ווערן, דאָרט קענט איר געפעלן, שטאַרק גילטן, אַ פּנים האָבן און ערשט לעבן!..

אין גלופּסק, אַ רוח אין אייער טאַטן אַריין!

אָט וויאַזוי אונדזער בנימין שילדערט די שטאָט גלופּסק:

„אַז איר קומט אָן קיין גלופּסק דורך דער טעטעריווקער גאַס, זאָלט איר מוחל זיין איבערשפּרינגען דאָרט איין בלאָטע, ווייטער אַ ביסל די צווייטע, נאָך ווייטער אַ ביסל די דריטע, סאַמע די גרעסטע, וואָס אַהינצו לויפן אַריין, מחילה, רינשטעקלעך אי באַלעבאַטישע פּאָמויניצעס און ברענגען מיט זיך אָן פון כל⸗טוב, איטלעכן טאָג עפּעס אַן אַנדער מין סחורה, אַנדערע סאָרטן חפצים פון אַלערליי קאָלירן און פאַרשיידענע מיני ריחות, ווי עס פּאַסט צום ענין, און דורך דעם איז זייער גרינג צו טרעפן דעם טאָג. גיסן זיך אַהין, אַשטייגער, געלע לוזשקעלעך פון זאַמד, מיט וועלכן מען וואַשט די פּאָלן, און טראָגן מיט זיך אָן לישקעס פון פיש, דרויב, פיסלעך, קעפּלעך פון הינער, אַ ביסל האָר מיט פאַרברענטע שטיקלעך קאַפּיטעס — זאָלט איר האָבן אַ סימן: היינט איז פרייטיק, נעמט אַ בעזעם מיט אַ ראַשקע און לויפט, זייט מוחל, אין מרחץ אַריין. טראָגן זיך אַהינצו אָן שאָלעכץ פון אייער, פון ציבעלעס, פון רעטעך, סוכעזשילעס פון לעבער מיט עקן פון הערינג און גרויסע אויסגעהוילטע מאַרך⸗ביינער, — אַהאַ! גוט⸗שבת אייך, יידישע קינדער! זאָל אייך וואויל באַקומען נאָכן קוגל. ↰ 116 זעט איר אָבער די רינשטעקלעך קוים⸗קוים וואָס זיי רירן זיך, עס שלעפּן זיך דאָרט פאַרברענטע שטיקלעך קאַשע, פאַרדאַרטע שטיקלעך טייג, אַ צעריסענע שמאַטע מיט אַ צעפאַלענעם וויכעטש, איז אַ סימן: דאָס איז היינט זונטיק. דער וואַסערפירער האָט נאָך נישט געבראַכט קיין וואַסער, קוים וואָס מען האָט אויסגעזויגן אַ ביסל פון דער פאַס אויף אויסצואוואַשן ווי ס׳איז כאָטש די טשאָלנט⸗טעפּ מיט די מאַקערטעס. און אַזוי אין אַלע איבעריקע טעג פון דער וואָך האָט איטלעכע לוזשע איר באַזונדער פּנים, איר באַזונדער געשטאַלט מיט איר באַזונדער ריח.

און אַז איר זענט בשלום איבערגעקומען אי די דאָזיקע בלאָטע אויך, וועט איר, רבותים, גיין פאַרביי אַ היפּשן בערגל מיסט, דאָס איז אַן איבערגעבליבענער זכר פון אַן אָפּגעברענט הייזל, וואָס אויבן שטייט געוויינטלעך אַ בהמה, גלייך ווי אַ קעלביקער מגיד, איז גאַנץ רואיק זיך מעלה גרה, מאַכט מיט דעם מויל און קוקט תמעוואַטע אויף דעם גאַנצן עולם יידן, וואָס לויפן אונטן ווי די פאַרסמטע מיט אַלערהאַנט שטעקנס, שטעקלעך אי פּאַראַסאָלן, טוט דערביי אַמאָל אַ סאָפּע, אָדער אַ קוישן זיפץ, טאַקע נאָר גלייך ווי זי וואָלט געזיפצט און געקרעכצט, מישטיינס⸗געזאָגט, אויף דעם דאָזיקן עולם, אויך אויף איר שלימזל, וואָס זי איז, נעבעך, אַריינגעפאַלן אין יידישע הענט... איבערקומענדיק אי דעם בערגל, וועט איר גיין גלייך, גלייך, אַלץ גלייך. אפשר וועט איר, לא יעלה ולא יבוא, זיך אַ זעץ געבן אין די שפּיצעכדיקע שטיינער פונעם ברוק, וואָס ליגן צעזייט, צעשפּרייט, משונה⸗ווילד, און, חס ושלום, פאַלן, זאָלט איר מוחל זיין אויפשטיין, אויב איר וועט קענען, ↰ 117 און אַלץ טאַקע גיין, גיין, באם איר האָט נישט אויסגעבראָכן קיין פוס, חלילה, ביז איר וועט קומען אויף עפּעס אַ מין פּלאַץ. דאָרט אויף דעם פּלאַץ וועט איר געפינען דעם תמצית פון גלופּסק.

און ווען ס׳איז נאָר אַ סברא טעטעריווקער גאַס אָנצורופן דעם מאָגן פון גלופּסק, קען מען נאָכדעם שוין מיט רעכט זאָגן, אַז דער דאָזיקער פּלאַץ איז איר האַרץ, וואָס דאָרט קלאַפּט זיך תמיד טאָג אי נאַכט, און וואָס דאָרט איז איר חיות, דאָס גאַנצע לעבן. דאָרט שטייען קלייטן, קלייטעלעך, שאַפקעס און די באַקאַנטע גנבה⸗שאַפקעלעך, וואו בעל⸗מלאכות זעצן דאָרט אויף דעם יתור: שטיקלעך מאַטעריע, טאַסמעס, בענדלעך, סאַמעט און שטיקלעך פּעלץ. דאָרט רודעוועט זיך זייער שטאַרק. עס שוויבלט און גריבלט, אַ געדיכטער עולם אָן עין הרע: יידן שטופּן זיך און כאַפּן, נעבעך, פון איטלעכער זייט דישלעס פון טעליגעס און פּאַרקעס. דאָקטוירים זאָגן, באשר אַז מען פּאַלמעסט אַ גלופּסקער יידן, געפינט מען דאָס רוב ביי אים אין לייב שטעקט אַ דישעל. נאָר אויף גלופּסקער דאָקטוירים קען מען זיך נאָך נישט סומך זיין. די רופאים שפּילן דאָרט אַ סך אַ גרעסערע ראָליע. דאָרט הערט מען תמיד אַ קול: הייסע באַבקעס, יידעלעך! אַהער, הייסע רעטשאַניקעס, קנאָבל, ציבעלעס, יידישע קינדער! פון אָפּגעריסענע יינגעלעך, וואָס גייען אַרום און שרייען מיט עפּעס אַ משונה ניגון. דאָרט כאַפּט מען אַמאָל פאַרנאַכט אַ דאַוון, מען איז מחדש גאַנץ הויך די לבנה און מען שרייט דערביי צו איטלעכן, וואָס גייט נאָר פאַרביי: שלום עליכם, פעטער! דאָרט שטייען ↰ 118 טרעגערס, אַרומגעגאַרטלט מיט גראָבע שטריק, אָטסטאַוונע סאָלדאַטן מיט אַלטע כאָליעוועס און אויסגעריסענע שינעלן, טאַנדעמניקעס מיט אַלטע תחתונים, קאַפטנס, לייבלעך און נאָך אַלערליי שמאַטעס. אינמיטן שטייט דער פּאַני סטאָראָזש און עסט געשמאַק אַ שטיק יידישן קוילעטש, וואָס ער באַקומט שבת פאַר די ליכט אָפּשניצן, און היט זיך, להבדיל, ווי אַ שמורהניק, בשעת ער גיט אַ ביס, עס זאָל, חלילה, קיין ברעקל נישט אַראָפּפאַלן. קאַרמאַנשטשיקעס דרייען זיך דאָרט אַרום צו מאַכן די קונץ. עפּעס אַ פאַרשמירט מיידל מיט צעשויבערטע, צעפּאַטלטע האָר שפּרינגט פּלוצלים פון דער העלער הויט אַרויס, רעוועט, בעט אַ נדבה אויף אַ צעריפּעטן קול, כאַפּט אָן פאַר דער פּאָלע און שרייט, כאָרכלט וויינענדיק, גלייך ווי איר וואָלט זי געקוילעט און צוגענומען ביי איר געלט. אַ פּעקל ווייסע⸗חברה לויפט דאָרט מיט אַ הוראַ נאָך עפּעס אַ משוגענעם, וואָס זינגט טרויערדיקע לידלעך, האַלב יידיש, האַלב פּויליש, און טראָגט אויפן קאָפּ אַ צעקנייטשט קאַפּעליושל. דאָרט שטייט אַ בחור מיט עפּעס אַ מין קעסטעלע, יידן קוקן אַהינצו אין לאָך, און ער רעדט דערביי מיט פּיסקעס זיין געוויינטלעכן פּזמון: דאָס איז לאָנדאָן, דער פּויפּסט פאָרט דאָ רייטנדיק אין רויטע הויזן, און אַלע שטייען פאַר אים אָן אַ היטל! איצט זעט איר, ווי נאַפּאָלעאָן מיט זיינע פראַנצויזלעך שלאָגן זיך מיט דעם פּרייס, און די פּרייסן צעלויפן זיך ווי די טאַראַקאַנעס! אָט אַצינד קומט פיר, ווי איינע פאָרט אינאיינעם מיט דעם תוגר אין איין קאַרעטע. דער גראָספעציר האַלט די בייטש און טרייבט אָן. די פערד האָבן זיך ראַספּאָלאָשעט, אויסגעקערט די קאַרעטע, דער תוגר, נעבעך, איז געפאַלן, זיך אַ גוטן זעץ געטאָן, ↰ 119 און זי זוכט אין איילעניש ווי זיך אויסצודרייען! נו, אַ סוף, גענוג שוין צו קוקן פאַר אַ האַרטן גראָשן. דאָרט זיצן שורותווייז אויסגעזעצט יידענעס מיט מולטערס, פול אָנגעלייגט מיט בינטלעך קנאָבל, מיט אוגערקעס, קאַרשן, אַגרעסן, וויימפּערלעך, ארץ ישראל⸗עפעלעך, כל⸗נדרי⸗באַרלעך און מיט נאָך אַנדערע זאַכן. אין דער זייט שטייט אויף הינערשע פיסלעך אַן אַלטע איינגעהויקערטע בודקע, אָן טיר און פענצטער, וואָס כפי אַלטע גרייז⸗גרויע יידן דערציילן, איז אַמאָל דאָרט געשטאַנען אַ בודאָטשניק, און די גאַנצע שטאָט איז דענסטמאָל געלאָפן אָנקוקן די בודקע מיט דעם סאָלדאַט אויף חידושים. לעבן דער אַלטער בודקע, מיט וועלכער גאַנץ גלופּסק איז זיך מיחס ווי מיט עפּעס אַן אַלטן קרעפּאָסט, דאָרט אונטער עפּעס אַ מין דעכל, באַדעקט מיט עטלעכע פאַרשימלטע ברעטלעך, מיט איבערגעפוילטע שטרוי און ראָגאָזשעס, אָנגעשפּאַרט אויף פיר קרומע אויסגעבויגענע סלופּעס, זיצט דוואָסיע די סעדעכע, אַרומגערינגלט פון אַלע זייטן מיט מולטערס. ביי איר געפינט זיך תמיד איר גרויסער פייערטאָפּ, וואָס ווינטער זיצט זי אויף אים, ווי אַ קוואָטשקע אויף די אייער, דעם גאַנצן טאָג כסדר, נאָר וואָס זי כאַפּט אים אַמאָל פון אונטער איר אַרויס אונטערצובלאָזן די קוילן און אַרויסצונעמען פונעם אַש געבראָטענע קאַרטאָפליעס.

פון יענע יידן, אַזוי גייט אַרום צווישן עולם אַ גאַנץ אַלטע אגדתא, פון יענע יידן, וואָס שלמה המלך האָט געשיקט אויף שיפן קיין אופיר נאָך גאָלד און אַנדערע מיני אויסלענדישע סחורות, זענען אַ סך, מחמת כמה טעמים, איבערגעבליבן דאָרט. זיי האָבן מיט דער צייט געעפנט אין אינדיען זייער טייערע ↰ 120 קלייטן אי גרויסע קאָנטאָרן, האָבן געהויבן ביי די דאָרטיקע דייטשן שטאַרקע הקפות און אַלערליי קאָמיסיעס, און דאָס מזל האָט זיי אַ לאַנגע צייט שטאַרק געדינט. דערנאָך אָבער האָט זיך איבערגעדרייט דאָס רעדל און אונדזערע סוחרים האָבן זיך געשטעלט און געמוזט עוקר זיין. אַ טייל פון זיי זענען פאַרפאַלן געוואָרן אין דער מדבר, אַ טייל זענען בשלום אַריבער די גרענעץ, האָבן זיך געזעצט אין אָקרענטן און געזעגלט אויף דער פּיאַטיגנילעווקע, וואָס איז אין יענער צייט אַריינגעפאַלן גלייך אין ים אַריין. אַזוי האָבן זיי געזעגלט, געזעגלט, ביז פּלוצלים איז אויפגעשטאַנען אַ שרעקלעכער שטורעם⸗ווינט, די כוואַליעס האָבן זיך אויפגעהויבן ביז דעם הימל, האָבן צעשלאָגן די אָקרענטן און אַרויפגעוואָרפן די מענטשן אויפן ברעג. דאָרט האָבן זיי אויסגעבויט אַ שטאָט און זי אַ נאָמען געגעבן גלופּסק.

די חוקרי קדמוניות, וואָס קענען מיט זייער גרויס חכמה מאַכן פון אַ גאָרנישט אַ מושקאַטקויל, האָבן פון דער דאָזיקער אגדתא געמאַכט אַ גאַנצן פּירוש און אויסגעדרונגען מיט טויזנטער שאַרפע שפּיצלעך, ווי זייער שטייגער איז, אַז דערינען ליגט אַ שטיק אמת. די ראיות, וואָס זיי ברענגען דערויף, זענען:

ערשטנס, דער פאַסאָן פון די הייזער, וואָס איז עפּעס משונה⸗ווילד, גאָר אויף דעם אַלטן שניט, ווי מיט טויזנטער יאָר צוריק, אַז מענטשן זענען נאָך געזעסן אין געצעלטן און זיך געוואַלגערט אין לעכער. פיל הייזער זענען דאָ אין גלופּסק, וואָס זעען באמת אויס נאָר ווי לעכער, און אַ סך האָבן אַ פּנים ווי די געצעלטן פונעם טאָטער. פון זייער אָנבליק און פון זייער ↰ 121 שטיין זעט אויס, ווי זיי זענען איינער מיט דעם אַנדערן עפּעס נישט שווה בשווה. דו שטייסט אַריינגערוקט, וויל איך מיר שטיין, דיר אויף צו להכעיס, אַרויסגערוקט; דו שטייסט פּאָפּערעק, און איך וויל מיר שטיין קאַפּויר; דו ווילסט אין דרויסן אַ טרעפּל, און איך, דווקא, אַ לייטערל, ווער עס באַדאַרף, וועט נישט קראַנק זיין קלעטערן. און אַז דו האָסט שוין יאָ עפּעס משונה הויך פאַרריסן דיין פאַרלאַטעט דעכל, נו, האַלט איך מיר מיין דעכל דווקא אַראָפּגערוקט. געשמאיע דיר פאַרפול! וועמען עס געפעלט נישט, לאָז זיך צומאַכן די אויגן... קורץ, דאָס אַלצדינג איז מרמז אויף אַלטע, גאַנץ אַלטע צייטן. צווייטנס, די מנהגים פון די איינוואוינער. צווישן זיי זעט מען נאָך עד היום אַזעלכע מנהגים, וואָס קומען אַרויס פון די היידן, צווישן וועלכע זיי האָבן אין פריערדיקע צייטן זיך אויפגעהאַלטן. דער כתב און חכמת החשבון איז דאָרט נישט שכיח, אַזוי, אַז אַלע עניני הקהילה און אַלע חברות דאָרט ווערן געפירט אָן ביכער, און די פירער גיבן קיינעם נישט אויף קיין חשבון.

דריטנס — די כיתות, די מענטשן טיילן זיך דאָ אויך אין פאַרשיידענע כיתות, ווי אַמאָל ביי די אינדיאַנער. ווי אַשטייגער די כיתה כאַפּלאַפּער, סאַמע דער צימעס, וואָס געוועלטיקן ביד רמה; די כיתה בלאַטהאַלטער, זאַשטשיטניקעס, וואָס האַלטן שטאָל⸗און⸗אייזן, קריגן און שלאָגן זיך פאַר די כאַפּלאַפּער מיט דעם שונא און נעמען דערפאַר ביי זיי געוויסע זשאַלאָוואַניעס און אומזיסט פלייש; די כיתה וחלקלקער, אַרויפפירער אויף אַ גליטשט, און וואָס אַליין דרייען זיי זיך אויס גלאַט ↰ 122 ווי אויף טעלער. די דאָזיקע לייט צעפאַלן אויף קוממיות⸗זאָגער, וועלטלעכע מענטשן, וואָס האָבן צו זאָגן אין עניני המסחר, און אויף צבועקאַנער, כלי⸗קודש, וואָס האָבן צו זאָגן אין עניני האמונה; די כיתה גלופּאָ⸗טרוסאָ⸗בעזיאַזיקאָ⸗קאַבצאַנער, דער פּראָסטער אָרעמער עולם, וואָס איז שטאַרק נכנע די אַלע איבעריקע כיתות און באַקומט פאַר זיי דאָס נייניאָריקע קדחת.

היינט, פערטנס, די מטבע, וואָס מען האָט אַמאָל, בשעת גראָבנדיק די גרעבליע, דאָרט געפונען. פון איין זייט איז זי געווען שטאַרק אָפּגעריבן, קוים⸗קוים וואָס מען האָט אַרויסגעזען עפּעס ווי אַ שטיקל פאַרטעך, צוגעטשעפּעט צו אַ שטעקן, אונטן עפּעס פּאָכאָזשע אויף אַ מולטערל, פונוואַנען עס האָבן אַרויסגעשטעקט שטיקלעך קעפּ. פון דער אַנדערער זייט איז די מטבע געווען כמעט גלאַט, נאָר אַז מען האָט זיך גוט צוגעקוקט, האָט מען דערקענט אַלטמאָדישע כתיבהטע אותיות: „יאשלג וענפ”. די געלערנטע האָבן אויף דער דאָזיקער אויפשריפט זיך געבראָכן די קעפּ און אַריינגעלייגט דערינען פּשטים, איטלעכער אויף זיין גאַנג. אַ טייל האָבן געהאַלטן אין דער סברא, אַז די י׳ און די ג׳ ביים אָנהייב און סוף וואָרט „יאשלג” זענען גאָר נישט קיין אותיות, נאָר שטיקלעך פון טשאַטשקעלעך, וואָס זענען פון דער צייט אָפּגעריבן געוואָרן. בכן מאַכט עס: אשל — אַ בוים, וענף — און אַ צווייג. און דאָס איז דער שטעקן מיט דעם פאַרטעך. ווידער אַ טייל האָבן עס דערקלערט גאָר אַנדערש, און די געלערנטע האָבן דערמיט מרעיש עולם געווען. ביז דערנאָך איז געקומען איינער מיט אָפענע ↰ 123 אויגן און האָט דערינען דערזען נאָר ראשי תיבות, וואָס זיי מאַכן: יהודי אופיר (אָדער אינדיאָ) שבאו לכאן (אָדער לק״ק) גלופּסק ונתישבו על נהר פּיאַטיגנילעווקע. דער שטעקן מיט דעם פאַרטעך און מולטערל מיט די קעפּ, דאָס באַטייט: אַן אָקרענט מיטן זעגל און מיט פּאַרשוינען. דער דאָזיקער געלערנטער האָט איבער דעם געמאַכט זייער אַ דיקן ספר און ווענדט זיך דאָרט צום עולם מיט אַ בקשה, אַז מען זאָל רייניקן דעם טייך, וועט מען דאָרט זיכער געפינען אַ סך אַלטע זאַכן, וואָס וואָלטן געעפנט די אויגן אין דער חקירה מכוח גלופּסקער יידן. נאָר די דאָרטיקע איינוואוינער שייען זיך אָבער אויסצורייניקן די בלאָטע און זאָגן: דאָס, וואָס מען האָט פון אַלטע צייטן אָנגעמאַכט, דאָס מוז בלייבן, קיין מענטשנס אויג טאָר אין דעם נישט פאַרבאָרגעניש אַריינקוקן...

אין דער שטאָט אַליין געפינען זיך אַקעגן אַ דרייסיק-פערציק לוזשעס, שוין מיט לעוואַדעס אינאיינעם. זיי פאַרייניקן זיך דורך היילן מיט די אָפּגרונטן פון דער פּיאַטיגנילעווקע, און אין געוויסע צייטן, בפרט נאָך פאַר אַ פאַר⸗פּסח, צעשפּילן זיי זיך שרעקלעך שטאַרק און פאַרפלייצן די גאַסן מיט אַזאַ טיפער, שיטערער בלאָטע, אַז ביי די הויך⸗געוואַקסענע מענטשן אַפילו ווערט גייענדיק פאַרשלומפּערט דאָס היטל. גלופּסק ווערט אין די פינצטערע נעכט באַלייכט פון איין קליינער לאַמטערנע, זי ווערט אויך באַוואַכט פון אַ פּאָר בודאָטשניקעס. פונדעסטוועגן פאַלט מען דאָרטן פאָרט ביי דער נאַכט און מען ברעכט האַלדז אי לייב. און גניבות טרעפן זיך דאָרט אויך זייער אָפט, כאָטש ↰ 124 ס׳איז דאָ אַזאַ שמירה. דערפון איז טאַקע געדרונגען, אַז מען קען זיך כלל נישט איינהיטן, מען קען זיך נישט באַוואָרענען, וואָס ס׳איז באַשערט דאָס איז באַווערט. עס העלפן גאָרנישט דעם מענטשנס חכמות מיט דאגה אַלע תחבולות.

דערום, — זאָגט בנימין, — באַדאַרפן מיר צומאַכן די אויגן און גיין תמיד אויף גאָטס באַראָט, מיט דעם בטחון, מסתמא וועט ער זיינע מלאכים געביטן אונדז צו היטן און אויף די הענט אונדז צו טראָגן. עס פאַלט נישט דער שפּאָן, ביז ס׳איז עפּעס דראָן. באַדאַרף מען מער, — זאָגט ער, — ווי איך האָב באַוואָרנט מיין טלית⸗ און תפילין⸗זאַק. איך האָב אים אַנידערגעלייגט אין בית מדרש אויף דער פּאָליצע. וואָס קען שוין, דאַכט זיך, זיין מער אַ זיכער אָרט ווי דאָ? פונדעסטוועגן, אַז גאָט האָט נישט געוואָלט אָפּהיטן, האָט מען אים אינאיינעם מיט די איבעריקע אונדזערע זאַכן פונדאַנען אויך אַוועקגעגנבעט!”

↤ 125

דאָס עלפטע קאַפּיטל
חידושים ונפלאות אויף דער פּיאַטיגנילעווקע

אויף דעם טייך פּיאַטיגנילעווקע, אַז אונדזערע פּאַרשוינען האָבן דאָס ערשטע מאָל אַ קוק געגעבן, זענען זיי נבהל ונשתומם געוואָרן. זיי האָבן אַזאַ מין טייך נאָך קיינמאָל אין די אויגן נישט געזען. סענדערל האָט געזאָגט, דאָס מוז זיין אַוודאי דער גרעסטער טייך אין דער גאַנצער וועלט. וואָרעם אַנדערש האָט אים גאָר אין קאָפּ זיך נישט געלייגט. אַ קאַטאָוועס אַזאַ טייך, וואָס איז אפשר אַ הונדערט מאָל גרעסער פון טונעיאַדעווקער. נאָר סענדערל איז געווען אַ פּראָסט מענטשל, מער ↰ 126 פון טונעיאַדעווקע האָט ער נישט געוואוסט. אין די קליינע אותיותלעך אַריינקוקן האָט ער נישט געקענט, דעריבער איז אַלצדינג וואָס נאָר עפּעס נישט אַזוי ווי אין טונעיאַדעווקע, ביי אים געווען אַ חידוש נפלא, און פלעגט מיינען, אַז דערמיט עקט זיך שוין טאַקע די וועלט. בנימין אָבער, וואָס פיל געלערנטער פון אים, וואָס האָט אין זיינע מיני חקירה⸗ספרימלעך שוין געכאַפּט, ווי מען זאָגט, אַ לעק פון די שבע חכמות, וואָס האָט געוואוסט אַ ביסל די באַשרייבונג פון דעם גן⸗עדן התחתון, פון די משונה⸗ווילדע באַשעפעניש אין הינדיא וכדומה נאָך אַזעלכע מיני זאַכן, הגם ער פלעגט ביים ערשטן מאָל, אָנקוקןדיק עפּעס נייס, זיך אויך שטאַרק חידושן אין האַרץ, נאָר ער פלעגט דערביי מאַכן אַזאַ מינע מיט אַ שמייכעלע, גלייך ווי איינער רעדט: עט, נאַרישקייטן, דאָס איז נאָך גאָרנישט אַקעגן יענץ, וואָס איז נאָך דאָ... ער האָט סענדערלען באַוויזן, אַז די פּיאַטיגנילעווקע איז פּשוט בלאָטע, איך בעט אייך איבער, טינוף, אַקעגן דעם ירדן, וואָס איז פיל מאָל גרעסער פון איר, זי וואָלט דעם שור הבר נישט געקלעקט אַפילו אויף איין צאָן, און פונעם נאָמען ירדן טאַקע איז אויך אַזוי די משמעות, וואָרעם ירדן איז דאָך דער טייטש: אַ גוזמא, אַ סך, אַ ירדן!

— ווייסטו סענדערל, וואָס מיר איז איינגעפאַלן? — האָט בנימין געזאָגט נאָך דעם, אַז ער איז געשטאַנען איינמאָל שטאַרק פאַרטראַכט לעבן דער פּיאַטיגנילעווקע. — מיר איז איינגעפאַלן צו לאָזן זיך פונדאַנען מיט דעם וואַסער.

— גאָט איז מיט דיר! — האָט סענדערל זיך אַ כאַפּ געטאָן פאַר גרויס שרעק. — דערמאָן זיך נאָר, בנימין, אַז אונדזער ↰ 127 טייך נעמט אַלע יאָר צו אַ מענטשן, היינט מי יודע וויפל מענטשן מוז דער דאָזיקער טייך אַ יאָר צונעמען. האָב רחמנות אויף אונדזער לעבן, אויף דיין ווייב און קינדער, בנימין!

— בטחון, בטחון, סענדערל! בטחון איז אַ יידישע זאַך, מיט בטחון איז יעקוב אבינו מיט זיין שטעקל דעם ירדן איבערגעגאַנגען. מיט בטחון, זעסטו, עפענען דאָ יידישע קינדער אויף גרויסע געוועלבן. אַלצדינג, וואָס דו זעסט דאָ, איז אַלץ לויטער בטחון. אַפילו טרעפּ און סטעליעס, ווי אויך פיל גרויסע הייזער, האַלטן זיך דאָ נאָר אויף בטחון...

— נאָר פאַרוואָס ווילסטו דווקא מיט דעם וואַסער, — האָט סענדערל געפרעגט, — אַז מיר קענען דאָס אייגענע אויך מיט דער יבשה?

— איך האָב דערויף אַ סך טעמים, — האָט בנימין געענטפערט — איינמאָל, וועט, ווי מיר דאַכט זיך, די נסיעה מיט דעם וואַסער זיין אי נעענטער אי גיכער. מיר באַדאַרפן זען אָנקומען אַהין ווי צום גיכסטן. וואָס פריער איז אַלץ בעסער. פאַרוואָס? דאָס ווייס איך שוין, דאָס איז שוין מיין זאַך! מיך קוועטשט, סענדערל, מיך קוועטשט זייער שטאַרק, עס פּיקט מיך אָט דאָ, דאָ אין קאָפּ. איך וואָלט שוין געוואָלט דאָרט זיין מיט לייב⸗און⸗לעבן. ווען עס זאָל מעגלעך זיין, וואָלט איך ווי אַ פויגל אין דער לופט אַהינצו געפלויגן... צווייטנס, אַז בנימין פון טודעלאָ}} האָט בימיו זיך געלאָזט אויף זיין נסיעה, איז ער תחילת אויך געפאָרן מיט דעם טייך עברא, אַזוי שטייט בפירוש געשריבן אין זיין ספר. מסתמא, אַז ער איז פאַרצייטן געפאָרן מיט דעם טייך און נישט מיט דער יבשה, באַדאַרף דאָך טאַקע זיין דווקא אַזוי און נישט אַנדערש. ↰ 128 מסתמא האָט ער געוואוסט, וואָס ער טוט, און איז אַזויפיל קלוג געווען ווי מיר אַלע, כ׳לעבן. רב בנימין איז אַ קדמון, אַ פריערדיקער פאַר אונדז, מוזן מיר אים הערן גאָר אָן קשיות...

— אויב אַזוי, — האָט סענדערל געמאַכט, — איז שוין טאַקע רעכט. ביי מיין יידישקייט, בנימין! נישט נאָר אויפן טייך, אַפילו ווען רב בנימין וואָלט פאַרצייטן געפאָרן רייטנדיק אויף אַ קאָטשערע, וואָלטן מיר דאָ נישט באַדאַרפט לאַנג טראַכטן, זיך גענומען אויפגעזעצט און אויך געפאָרן אויף אַ קאָטשערע.

— און דריטנס, — איז בנימין אַריינגעפאַלן סענדערלען אין די רייד, — שאָדט טאַקע כלל נישט, מיר זאָלן זיך געוואוינען צו פאָרן מיט דעם וואַסער, איידער נאָך עס וועט אונדז שפּעטער אויסקומען צו פאָרן אויפן ים אוקיינוס. איך וואָלט נאָך אַפילו געזאָגט, אַז איידער מיר וועלן זיך אָפּפאַרטיקן דאָ אין גלופּסק, וואָלט, אסור, גאָר נישט קרום געווען צו פּרואוון גלאַט אַזוי דורכצופאָרן זיך אַ ביסל אויפן טייך. דאָרטן, דאָרטן, זעסטו, שטייט איינער מיט אַ לאָדקע, אָט, כ׳לעבן, לאָמיר צוגיין און אים עפּעס געבן, וועט ער מיט אונדז אַ ביסל פאָרן.

אין עטלעכע מינוט אַרום זענען אונדזערע וואַנדרעווער באַהאַרצט אַריין אין אַ לאָדקע און האָבן זיך געשיפט איבער די פּיאַטיגניקעווקע. תחילת האָבן זיי אַפילו זיך געשראָקן. סענדערלען האָט זיך פאַרדרייט דער קאָפּ, און ער האָט געצאַפּלט מיט הענט און פיס. אָט⸗אָט, האָט ער געמיינט, קערט זיך די לאָדקע אום, און ער פאַלט אַריין אין די טיפע אָפּגרונטן פונעם טייך. ס׳איז אַן עק פון זיין לעבן, און זיין ווייב ↰ 129 בלייבט אַן אייביקע עגונה. נאָר דערנאָך איז אים געוואָרן אַ ביסל בעסער.

— נישקשה, סענדערל, — האָט בנימין אים געטרייסט, אַז זיי זענען אַרויס אויפן ברעג. — זאָל דיך נישט אַרן, וואָס דער קאָפּ דרייט זיך און עס ווערט עפּעס נישט גוט. דאָס איז די ים⸗קראַנקייט, וואָס איטלעכער מוז זי ליידן, אַז ער פאָרט דעם ערשטן מאָל אויפן ים. דעם צווייטן מאָל, וועסטו זען, וועט זיין בעסער און דו וועסט שוין גאָרנישט פילן.

פון יענער צייט אָן פלעגן אונדזערע פּאַרשוינען זייער אָפט פאָרן אויפן טייך און דערפון גרויס תענוג געהאַט. זיי זענען ביי זיך געוואָרן אַזוי שטאַרק, אַז איבערשיפן זיך דעם ים, האָט זיך זיי געדאַכט, איז אַ שפּיל.

בנימין פלעגט דורך סענדערלען זיך אַריינלאָזן אין אַ שמועס מיט דעם לאָדאָטשניק און אים פאַרוואַרפן מיט שאלות, ווי אַשטייגער: פרעג נאָר, סענדערל, דעם קאַפּיטאַן, וויפל מייל האָבן מיר פונדאַנען ביז דעם ים? פרעג אים, אויב ס׳איז דאָ עפּעס וויספּעס? וואָס פאַר אַ מיני לייט וואוינען דאָרט? צי וואוינען צווישן זיי יידן? וועמען צאָלן זיי מס, און צי ווייסן זיי פון אַ גלות? אָדער אַשטייגער אַזוי: פרעג, סענדערל, אויף אַ ציקאַוועשטש, דעם ערל וועגן די בערג גיסבון און דעם כופר אל טורך? צי ווייסט ער עפּעס מכוח די עשרת השבטים? אַ קשיא אויף אַ מעשה, אפשר האָט ער עפּעס געהערט, וכדומה נאָך און נאָך אַזעלכע שאלות פלעגט אַלץ בנימין הייסן פרעגן.

נאָר דאָס ביסל גויאיש, וואָס סענדערל האָט זיך אויסגעלערנט ↰ 130 רעדן, גייענדיק מיט זיין ווייב תמיד אויפן מאַרק, איז קאַרג געווען פאַר אַזעלכע הויכע ענינים. דינגען זיך פאַר אייער, ציבעלעס, קאַרטאָפל, דאָס האָט ער נאָך ווי ס׳איז געקענט; אָבער אויסטענהן זיך מיט אַ קאַפּיטאַן איבער געלערנטע זאַכן, דאָס האָט ער לחלוטין נישט געקענט. ס׳איז געווען אַ צער בעלי חיים ווי סענדערל, נעבעך, פלעגט זיך מוטשען אין אַזאַ שמועס. ער פלעגט רעדן מיט הענט און מיט פיס, אַרבעטן אויף אַלע כלים און אָפּגיין מיט שווייס, אַז איין גאָט האָט געמעגט אויף אים רחמנות האָבן. זיין קאַפּיטאַן פלעגט שפּייען, טענהן, אָנקוקן אים בייז פון איין זייט, און בנימין פלעגט אים דורען אַ קריזש, שטורכען און קוקן אים אין מויל אַריין פון דער אַנדערער זייט.

— ווין טשערוואָני זשידקי, ווין פּיטאַיע, — פלעגט סענדערל אַרויסגיין מיט אַזאַ שפּראַכע אַשטייגער.

— איז טשערוואָני זשידקואוו יא זנא לייבקו, שמולקו, באָגאַטיע זשידקי, — אַזאַ תשובה פלעגט סענדערל באַקומען פון זיין קאַפּיטאַן.

— ני לייבקאָ, ני, ני! ווין טשערוואָני זשידקי פּיטאַיע, טאַמאָטשקא, ווי זאָגט מען עפּעס, ני טאַמאָטשקא, לעבן בערגעלע גיסבון.

— גיסבאָנאַ, זשידקאָ, גיסבאָנאַ?

— זאָג אים, סענדערל, — פלעגט בנימין שרייען, — זאָגן זאָלסטו אים, אַ באַרג! מאָל אים אויס, ווי דו קענסט.

סענדערל פלעגט צונויפשטעלן הויך די הענט, אויסצומאָלן דערמיט אַ בערגעלע, און שרייען דערביי: העט, העט וויסאָקאַ!

— טפו! — פלעגט דער ערל אויסשפּייען, אויסבטלען אויף סענדערלען חלומות און אים אָפּשיקן צו אַלדי שוואַרצע יאָר.

↤ 131

פון זיינע נסיעות אויף דער פּיאַטיגנילעווקע דערציילט בנימין חידושים, וואונדערלעכע זאַכן, וואָס האָבן אין דער וועלט אַ רעש אָנגעמאַכט. מיר וועלן דערפון דאָ נאָר אַ מקצת אַרויסשטעלן.

שיפנדיק זיך איינמאָל אויף דער פּיאַטיגנילעווקע, האָט בנימין דאָרט דערזען אין⸗דערמיט טייך אַ גאַנץ גרויסן אָרט, וואָס איז געווען גרין באַוואַקסן און מיט זיין גרינקייט די אויגן פאַרנומען. ער האָט געמיינט, דאָס איז אַ וויספּע, באַוואַקסן מיט גראָז אי מיט שמעקנדיקע קרייטעכצער. אַז ער האָט אַרויסגעשטעלט אַ פוס און שוין געוואָלט אַ שפּרונג געבן אויף דער וויספּע, האָט דער קאַפּיטאַן פון דער לאָדקע אים פּלוצלים אַ כאַפּ געטאָן פון הינטן מיט אַ געשריי און אַ שליידער געגעבן אים צוריק אין דעם שיפעלע מיט דעם גאַנצן כוח אַזוי, אַז ער איז אַ היפּשע צייט געבליבן ליגן שטאַרק פאַרדולט. ער האָט מער נישט געהערט, ווי אַרום דעם שיפעלע קאָכט, רעשט זיך, גלייך ווי עס ראַנגלט זיך מיט עפּעס, און עס גייט מיט גרויס מי זיין וועג. און אַז ער איז שפּעטער צו זיך געקומען, האָט אים דער ערל געזאָגט, ער איז געווען אין אַ גרויסער סכנה דערטרונקען צו ווערן אין דעם גרינקייט. וואָרעם דאָס גרינקייט איז נישט קיין וויספּע, ווי ער האָט געמיינט, נאָר דאָס איז גאָר דער צוויט, וואָס די פּיאַטיגנילעווקע צוויטעט אַלע יאָר.

„איך אָבער, אַזוי שרייבט בנימין, האָב מיך נישט געקענט לאָזן איינרעדן, אַז דאָס זאָל זיין צוויט. אמת טאַקע, אַ ריח עפּעס האָט עס געהאַט, נאָר זינט איך לעב, האָב איך נישט געהערט און אויך אין מיינע ספרים נישט באַגעגנט, אַז וואַסער ↰ 132 זאָל צוויטען. ווען עס זאָל צוויטען, וואָלט דאָך דערויף באַדאַרפן וואַקסן דערנאָך עפּעס אַ מין פּרי. איך האַלט גאָר אין דער סברא, אַז דאָס איז דער משונה גרויסער ים⸗פיש כליינ״א, פון וועלכן ס׳איז דאָ זייער אַ שיינער שמועס אין דעם ספר „צל עולם” מיט די דאָזיקע ווערטער: „דער שרעקלעך גרויסער פיש באַדעקט זיך מיט גראָז און מיט ערד, ביז ער זעט אויס ווי אַ גרויסע וויספּע, און אַמאָל מיינען די, וואָס זעגלען אין ים, אַז דאָס איז אַ שיינער באַרג, זיי שטעלן זיך דערויף, טוען, וואָס זיי באַדאַרפן, קאָכן מאכלים, און אַז דעם פיש ווערט וואַרעם פונעם פייער, טוקט ער זיך אונטער אין די אָפּגרונטן, און אַלע, וואָס האָבן אויף אים געלאַגערט, ווערן דערטרונקען.” דערמיט טאַקע איז אַ שטאַרקע אייזערנע ראיה צו יענע ווילדע חקרנים, וואָס האַלטן, אַז די גלופּסקער איינוואוינער וואַקסן פון הינדיא. זעגלענדיק פון דאָרט איבער דער פּיאַטיגנילעווקע אין די אַלטע יאָרן, האָבן זיי מיט זיך פאַרשלעפּט דעם כליינ״א, וואָס האַלט זיך אויף באמת אין הינדיא און וואָס זיין טבע איז נאָכצולויפן נאָך די שיפן”.

אַז בנימין האָט איינמאָל אַריינגעקוקט אין טייך, האָט ער דאָרט דערזען טיף אין וואַסער עפּעס מיני באַשעפעניש, אַקוראַט גלייך צו די געשטאַלטן פון ווייבער.

„נאָך גאַנץ לאַנג, זאָגט בנימין, האָב איך געלייענט אין ספרים, אַז אין וואַסער זענען דאָ ים⸗מענטשן. פון אַלטע אמתע מענטשן, וואָס מען מעג זיי גלייבן אויפן וואָרט, האָב איך אויך געהערט דערציילנדיק, אַז זיי האָבן אַליין געזען אַזעלכע ים⸗מענטשן ביי קאָמעדיאַנטן, וואָס פלעגן געוויינטלעך נאָך דער קאָמעדיע זיי ווייזן יעדערן פאַר עטלעכע גראָשן. נאָר היינט האָב איך עס דערלעבט צו זען מיט מיינע אייגענע אויגן. איך האָב מיט גרויס וואונדער געוויזן דערויף דעם ערל, און ער האָט ↰ 133 מיר געוויזן אויף עפּעס פּראַטשקעס, וואָס זענען געשטאַנען ביים ברעג טייך און געוואַשן גרעט. איך ווייז אים אונטן אין וואַסער, און ער ווייזט מיר אויבן אויפן ברעג. און ווייל מיר האָבן איינער דעם אַנדערנס לשון נישט פאַרשטאַנען, האָט ער ניט געוואוסט, וואָס איך ווייז אים, און איך האָב ניט געוואוסט, וואָס ער ווייזט מיר, און איך האָב פון אים מכוח דעם גאָרנישט געקענט דערגיין.”

נישט ווייט פונעם ברעג לעבן דער שטאָט האָט בנימין געזען אַזאַ אָרט אין טייך, וואו דאָס וואַסער איז משונה געדיכט, ערטערווייז איז עס פאַרגליווערט עפּעס נאָר ווי דרילעס, און ערטערווייז איז דאָס וואַסער נאָך נעדיכטער. פון דעם דאָזיקן וואַסער פירן די וואַסערפירער צו די באַלעבאַטים אין די הייזער. דאָרט ווערן די געדיכטע דרילעס צעפירט מיט פּראָסט וואַסער אין דער פאַס און מען קאָכט דערמיט אַלע מאכלים.

„איך אַליין, זאָגט בנימין, האָב דאָס געקעכץ פון אַזאַ וואַסער געגעסן, איך זאָל אַזוי עסן פון דער סעודה של לוויתן. עס האָט געהאַט דעם זיבעטן טעם. אַ ראָסלפלייש דערפון איז אַ מאכל מלכים. איך האָב אָנגעלייגט מיט דעם וואַסער פולע קעשענעס און געהייסן סענדערלען מאַכן דערפון אַ פּעקל, מחמת אויף אונדזער ווייטער נסיעה אין ימים און אין מדבריות קען עס זייער גוט צוניץ קומען.”

לוסטיק און פריילעך זענען איינמאָל נאָך מיטיק אונדזערע פּאַרשוינען געגאַנגען נישט ווייט פון דער שטאָט, האָבן געלאַכט, געשפּאַסט, געקוקט איינער דעם אַנדערן אין די אויגן אַריין און ↰ 134 עפּעס זייער שטאַרק הנאה געהאַט. עס האָט אויסגעזען נאָר ווי אַ פאַרליבט פּאָרפאָלק באַלד נאָך דער חתונה, וואָס שפּאַצירט זיך פריי אויף דעם גרינעם גראָז און קוויקט זיך מיט איטלעכס וואָרט, מיט איטלעכן קוק. נאָר וואָס זשע איז מיט אונדזערע פּאַרשוינען עפּעס אַזוי די שמחה געווען? פאָרט, וואָס האָט זיי עפּעס אַזוינס משונה הנאה געטאָן, אַזש זיי האָבן געשפּרונגען, אונטערגעזונגען און געמאַכט אָנשטעלן ווי די ריינע משוגענע? אָט וואָס, רבותים: בלי נדר, מאָרגן, איז ביי זיי ביידע געבליבן, צו פאַרלאָזן גלופּסק און אין אַ גוטער שעה צו זעגלען העט אַהין...

און ווי זיי גייען זיך דאָ אַזוי לעבעדיק⸗פריילעך, קומט זיי אונטער פּלוצלים אַ פורל. אויפן וואָגן זיצן צוויי יידלעך, איינער טרייבט אָן, און דער אַנדערער זיצט אָנגעבויגן אויף דער זייט. דאָס היטל איז אים פאַררוקט, און האַלט אין מויל אַ שטרויעלע, — זייער גוטע סימנים, אַז דאָס יידישע קעפּל טראַכט דענסטמאָל עפּעס אַן אויבער⸗הסברהלע און דרייט זיך משונה שטאַרק.

די צוויי יידן האָבן אָנגעקוקט אונדזערע לוסטיקע פּאַרשוינען, זיי באַטראַכט פון קאָפּ ביז די פיס און זיך אַריינגעלאָזט דערנאָך מיט זיי אין אַ שמועס. די ערשטע שאלה איז, ווי דער שטייגער איז, געווען: פונוואַנען זענען עס יידן? דערנאָך — מה שמיכם? און דערנאָך דאָס איבעריקע צעטל שאלות, וואָס יידן פרעגן געוויינטלעך איינער דעם אַנדערן ביים ערשטן באַגעגעניש. מער האָבן אונדזערע פּאַרשוינען נישט באַדאַרפן, זיי האָבן געעפנט אַ מויל און זיך גענומען דערציילן אַלצדינג, ווי ↰ 135 מען זאָגט: וואָס אויף דער לונג — דאָס אויף דער צונג. די יידן האָבן זיך אָנגעקוקט מיט אַ שמייכעלע, זיך געשושקעט אַ ביסל, און דער ייד מיטן פאַררוקט היטל אי מיט דעם שטרויעלע אין מויל האָט דערביי געמאַכט: — עט, נישקשה, עס וועט אָפּלויפן, נאָר אין ערגסטן פאַל איז נאָך עטלעכע ממתקים...

— ווייסט איר וואָס? — האָבן די יידן צום סוף זיך אָנגערופן. — אונדזער שטאָט מעג, כ׳לעבן, אויך די זכיה האָבן צו זען ביי זיך אַזעלכע צוויי פיינע מענטשן. מיר בעטן אייך זייער שיין, אָט, כ׳לעבן, טוט אונדז אָן דעם כבוד און זעצט זיך, זייט מוחל, באַלד טאַקע מיט אונדז אויף, נישט לאַנג געטענהט! מיר זענען אייך ערב, אַז מען וועט אייך ביי אונדז זייער שיין צונעמען, מיט עסן, מיט טרינקען און מיט וואָס נאָר מעגלעך.

— מיר וואָלטן עס אייך, בנאמנות, צוליב געטאָן, — האָט בנימין געענטפערט, — נאָר ביי אונדז איז געבליבן, מאָרגן, בלי נדר, פונדאַנען זיך צו לאָזן מיט דעם וואַסער.

— האָט נישט קיין פאַראיבל, — האָבן די יידן געזאָגט, — איר רעדט, כ׳לעבן, נאַרישקייטן. אויך מיר אַ וואַסער די פּיאַטיגנילעווקע! זי איז, מחילה, אַ פּיש⸗גריבל, אַ טינוף, אַ פאַרשטונקענע בלאָטע, אַ פאַרצוויטעטע, פאַרשימלטע לוזשע. ביי אונדז האָט איר דעם דניעפּער, וואָס פאַלט גלייך אין ים אַריין. פון אונדז וועט איר טאַקע, אם ירצה השם, גיך און געשווינד קומען אַהין אין אייער רו אַריין. עקשנט זיך נישט, כ׳לעבן, היידאַ אַרויף אויפן וואָגן.

↤ 136

— וואָס זאָגסטו, סענדערל? — האָט בנימין זיך אָנגערופן — לאָמיר אפשר טאַקע די יידן צוליב טאָן און פאָרן?

— וואָס פאַר אַ דאגה איך האָב, — האָט סענדערל געענטפערט, — אַז דו ווילסט פאָרן, זאָל זיין פאָרן.

עס האָט נישט געדויערט לאַנג, זענען אונדזערע פּאַרשוינען שוין געזעסן אין וואָגן שטאַרק צופרידן אויף דעם כבוד, וואָס מען פאַרבעט זיי צוגאַסט, און האָבן זיך פירגעשטעלט גדולות. אַ וועג האָבן זיי געהאַט זייער אַ פריילעכן. די יידן האָבן אויף זיי געהאַט אַן אויג און פּשוט געהיט זייער טריט, האָבן זיי צוגעפּילעוועט מיט עסן און טרינקען אַזוי ווי אַ קימפּעטאָרין. אונדזערע פּאַרשוינען האָט זיך אַזוינס אין זייער לעבן נישט געחלומט.

אויף דעם צווייטן טאָג פאַרנאַכט זענען זיי אָנגעקומען בשלום קיין דניעפּראָוויץ. די יידן זענען מיט זיי פאַרפאָרן אויף אַ סטאַנציע און געמאַכט פאַר זיי אַ גוטע וועטשערע.

— היינט זענט איר פון אַ וועג מיד, שלעפעריק, — האָבן די יידן געזאָגט, — בכן איז גלייכער, איר זאָלט זיך לייגן פאַר פרי אויסרוען. מאָרגן, אם ירצה השם, אַז איר וועט אויפשטיין געזונט, פריש און שטאַרק, וועלן מיר אייך פירן צו עטלעכע גרויסע לייט, פאַרוואַרפן פאַר אייך אַ גוט וואָרט, און אַז זיי וועלן אייך אויפנעמען, זענט איר שוין פאַרזאָרגט מיט אַלע אייערע הצטרכות און וועט קענען גיך און באַלד מאַכן אייער ווייטע נסיעה. אַ גוטע נאַכט!

↤ 137

— אַ גוטע נאַכט, אַ גוט יאָר! — האָבן אונדזערע פּאַרשוינען געענטפערט, באַלד טאַקע האָבן זיי אָפּגעלייענט קריאת⸗שמע, זיך געגלעט אַ ביסל דעם בייכל, געגענעצט, געקראַצט זיך, ווי דער שטייגער איז, און זיך געלייגט מיט אַ פריילעך געמיט שלאָפן.

↤ 137

דאָס צוועלפטע קאַפּיטל
ווי מען פירט אונדזערע פּאַרשוינען אין באָד

— גוואַלד, ווידוי, כאָטש אָפּזאָגן ווידוי: — האָט סענדערל פונעם שלאָף נישט מיט זיין קול געשריגן און אויפגעוועקט מיט זיין געשריי בנימינען.

בנימין איז נישט טויט, נישט לעבעדיק אַראָפּגעשפּרונגען פון זיין געלעגער, האָט אין דער גיך אָפּגעגאָסן נעגלוואַסער און איז צוגעלאָפן צו סענדערלען זען, וואָס טוט זיך מיט אים אַזוינס.

אין דרויסן האָט אָנגעהויבן צו שאַריען אויף טאָג, און אומעטום איז געווען שטיל, מען האָט נאָר געהערט אַ כראָפּען פון ↰ 139 שלאָפנדיקע מענטשן אין דעם גאַנצן שטוב. איטלעכער האָט געכראָפּעט אויף זיין שטייגער: דער אויף אַ קול פון אַ באַנדורע, יענער אויף טרומייט, איינער האָט עס געמאַכט שטיל בקיצור, דער אַנדערער האָט עס געצויגן העכער, העכער אויף דריי גאָרן, דערנאָך אויסגעלאָזט מיט אַ דריי, מיט אַ בייזער, ווי איינער פרעגט אַ שטאַרקע קשיא, און צוגעפּויקט מיט די באַקן. אינאיינעם איז עס געווען אַ נאָזן⸗קאָנצערט, אין וועלכן די נעזער האָבן געטריי געאַרבעט אויף אַלע כלים און צוגעשפּילט לכבוד די באַרימטע דניעפּראָוויצער וואַנצן, בשעת זיי האָבן געשמאַק געגעסן די שלאָפנדיקע און געטרונקען זייער בלוט — יידיש בלוט!

דניעפּראָוויץ האָט אַ לאַנגע צייט געפּאַשעט אירע וואַנצן, אירע מענטשן⸗פרעסער דאָרט אין דער שרעקלעכער פּאָדוועריע, אין דער וויסטער אָפּגעזונדערטער יידישער אכסניא. וואו אַ וואַנץ אין עפּעס אַ קוואַרטאַל איז אַלץ אַהינצו געקראָכן און געזויגן, געצאַפּט יידיש בלוט...

קומענדיק קיין דניעפּראָוויץ, איז שוין אַ ייד מוכן ומזומן געווען, אַז ס׳וועט אים קאָסטן אַ ביסל בלוט, און אָן אַזאַ כאַבאַר איז גאָר קיין סברא נישט זיך אויסצודרייען. בייס שוין, בייס, דו „דניעפּראָוועצק”, שטינק שוין, שטינק, דו ווענצעלע, שרייב שוין, שרייב דיינע בלוטיקע צייכנס, און טראָג זיך, גיי דיר צו אַלדי שוואַרצע יאָר!

— וואָס שרייסטו אַזוי, סענדערל? — האָט בנימין אים געפרעגט, צוגייענדיק צו זיין געלעגער — אַוודאי אַ וואַנץ האָט דיך געמוזט שטאַרק אַ ביס טאָן? אַ שרעק, וויפל דאָ איז וואַנצן. זיי האָבן אַ גאַנצע נאַכט מיך נישט געלאָזט אַן אויג צוטאָן. ערשט נישט לאַנג, וואָס איך בין אַנטשלאָפן געוואָרן.

↤ 140

— אַי, אַי, גיכער, לאָמיר גיכער אַנטלויפן! — האָט סענדערל געשריגן נאָך אַלץ פאַרדולט.

— גאָט איז מיט דיר, סענדערל! וואָס רעדסטו? מילא, מה רעש, אַז אַ וואַנץ גיט אַ ביס? דערויף איז זי דאָך אַ וואַנץ, און דו ביסט אַ מענטש...

סענדערל האָט אַקעגן אַ פּאָר מינוט אָנגעקוקט בנימינען ווי צעמישט, דערנאָך זיך אויסגעריבן די אויגן און געזאָגט מיט אַ זיפץ:

— אוי, עס האָט מיר זיך געחלומט זייער אַ שרעקלעכער חלום! הלוואי דערפון זאָל זיך גאָרנישט אויסלאָזן.

— עט, מאַלע וואָס אַ מענטשן חלומט זיך אַמאָל, — האָט בנימין געמאַכט: — מיר האָט זיך היינט אויך געחלומט, עפּעס אַ פּיפּערנאָטער קומט צו מיר געשווינד צו, קוקט מיך שטאַרק אָן און זאָגט צו מיר: איר זענט עס רב בנימין פון טונעיאַדעווקע? קומט, זייט מוחל, מיט מיר אַהין, אַהין, אלכסנדר מוקדון שטייט דאָרט מיט זיין חייל און חלשט מיט אייך זיך צו באַקענען. איך גיב מיך אַ לאָז, דער פּיפּערנאָטער לויפט פאָרויס, איך נאָך אים. „איר לויפט, אָן עין הרע, געשווינד, ווי אַ פייל אויסן בויגן, איך קען אייך נאָר נישט אָניאָגן, הער איך עמעצן שרייענדיק הינטער מיר. איך קער מיך אום און דערזע אלכסנדר מוקדון. אדוני מלך! שריי איך, כאַפּ אים ביי דער האַנט, קוועטש און קוועטש. עס פאַרגייט מיר אָבער פּלוצלים אין דער נאָז עפּעס אַ מין שרעקלעכער געשטאַנק, טאַקע נאָר צום חלשן. איך כאַפּ מיך אויף און פיל אין דער האַנט אַ צעקוועטשטע וואַנץ... טפו זאָל עס ווערן! ↰ 141 אָט שפּיי, כ׳לעבן, דריי מאָל אויס, סענדערל, און פאַרגעס דיין חלום. וואָס האָט דיר אַזעלכעס געחלומט?

— טפו, טפו, טפו! — האָט סענדערל בתמימות דריי מאָל אויסגעשפּיגן און דערציילט זיין חלום:

— מיר האָט זיך געחלומט, ווי איך גיי מיר גלאַט אַזוי אויף דער גאַס און פאַרגיי מיר העט⸗ווייט. פּלוצלים גיט מען מיך פון הינטן אַ כאַפּ און מען וואַרפט מיך אין אַ זאַק אַריין, מען טראָגט מיך אַזוי אין דעם זאַק, מען טראָגט מיך, טראָגט, ביז מען האָט מיך ערגעץ עפּעס פאַרטראָגן. איך פיל, ווי עמעצער בינדט דעם זאַק אויף און דערלאַנגט מיר אַ פּאַטש, טאַקע וואָס אַ פּאַטש הייסט, אַז צוויי ציין זענען מיר אַרויסגעפאַלן. דאָס האָסטו דיר ערשט אַן אַדערויף, הער איך, ווי מען זאָגט, אינגאַנצן וועל איך דיר סילוקן שפּעטער. איך גיב אַ בליק, מיין ווייב אין אַ ספּאָדעק שטייט מיר אַקעגן שטאַרק אין כעס, די אויגן ברענען איר ווי אַ העליש פייער און פונעם מויל זעצט איר אַרויס אַ שוים. „וואַרט נאָר אַ ביסל, וואַרט, תכשיט מיינער, זאָגט זי מיט אַ בייזן געלעכטער, איך וועל גיין נעמען די קאָטשערע און דיר ווייזן, וואָס פאַר אַ גאָט מיר האָבן.” ווי זי גייט נעמען די קאָטשערע, אַז מיינער כאַפּט די פיס אויף די פּלייצעס און אַוועק, אַוועק, אַוועק. איך לויף, איך לויף און קום צו לויפן אין עפּעס אַ קרעטשמע. אין דער קרעטשמע איז פינצטער, גליטשיק, נישטאָ קיין נפש. איך לייג מיך אין אַ ווינקל, מאַך צו די אויגן און שלאָף. ווי איך שלאָף, קומט דער זיידע רב סענדערל, עליו השלום, צו מיר צו גיין, זייער אומעטיק, מיט פאַרוויינטע אויגן, און זאָגט: „סענדערל מיין קינד, שלאָף נישט! ווי גאָט איז דיר ליב, סענדערל, שטיי אויף, שטיי אויף, סענדערל, ↰ 142 און לויף פונדאַנען אַוועק! אַוועק, סענדערל, וואוהין די אויגן טראָגן, דו ביסט אין אַ סכנה!” איך וויל אויפשטיין, אָבער איך קען מיך נישט רירן, גלייך ווי מען האַלט מיך צו. איך נעם מיך צום קאָפּ און טאַפּ אויף מיר אָן עפּעס אַ קאָפּקע. הע⸗הע, איך בין גאָר נישט סענדערל, איך בין, מחילה, גאָר אַ יידענע, אָן אַ סימן באָרד, טראָג עפּעס אַ מין יופּע און מיין בויך, מיין בויך, נישט פאַר קיין יידן געדאַכט, טוט מיר שרעקלעך וויי! „נישקשה, רופט איינער עפּעס זיך אָן, ביי אַן ערשטלינג גייט עס תמיד אַ ביסל שווער צו.” אוי, פעטער, פעטער! שריי איך אין איין אָטעם, ס׳איז גאָר ניט פאַר מיינע כוחות, אָט, אָט פאַל איך חלשות. „אַ קולאַק אין דער פּאָטיליצע איז דערצו זייער אַ גוטע סגולה, דערמיט קען איך דיך מינטערן”, זאָגט דער פעטער, און לאָזט מיר טאַקע אַראָפּ עטלעכע קולאַקעס. „נאַ דיר פאַר פריער, פאַר אַצינד אי פאַר שפּעטער,” — מאַכט ער דערביי, דרייט זיך אויס און ווערט פאַרשוואונדן. איך ליג אין איינע צרות, ליג און ליג, ביז גאָט העלפט מיר, איך גיב מיך אַ ריס מיט גוואַלד און שטיי אויף. איך לויף צו גיך צו דער טיר, זי איז פאַרשפּאַרט, איך קלאַפּ, קלאַפּ און קלאַפּ, — אומזיסט די מי. פּלוצלים שפּרינגט די טיר זיך אויף, און ווי איך שטעל אַרויף אַ פוס, כאַפּן מיך גזלנים און פירן מיך אַוועק עפּעס אין אַ הייל. דאָרט נעמען זיי אַרויס אַ חלף און ווילן מיך קוילען. ווי זיי האַלטן דעם חלף מיר אויפן האַלדז, שריי איך: גוואַלד! לאָזט מיך כאָטש אָפּזאָגן ווידוי! אָט דאָס האָסטו דיר, בנימין, מיין חלום. הלוואי, ער זאָל זיין צו גוטן.

— שפּיי אויס, סענדערל, נאָך דריי מאָל, — האָט בנימין אים אַן עצה געגעבן, — און שלאָג דיר דיין חלום פונעם ↰ 143 קאָפּ אַרויס. איבעריקנס, אויב דו ווילסט, שטיי אויף, ס׳איז שוין טאָג, און זאָג עטלעכע קאַפּיטל תהילים.

סענדערל איז מיט אַ זיפץ אַראָפּ פון זיין געלעגער, האָט אָפּגעגאָסן נעגלוואַסער, אָנגעטאָן זיין כאַלאַטל און אַרויסבאַקומען זיין תהילים עברי⸗טייטש. עס האָט זיך אויפגעמישט דאָס צענטע קאַפּיטל, ביי וועלכן ער האָט געהאַלטן, און ער האָט מיט אַן אומעטיקן ניגון אָנגעהויבן:

וואָס שטייסטו, גאָט, פונווייטן,
פאַרבאָרגסט זיך אין שלעכטע צייטן?

זיין ניגונדל איז געוואָרן טרויעריקער און רירנדיקער ווייטער אַ ביסל ביי די דאָזיקע פּסוקים:

ער זיצט אין ערגעץ אַ פאַרטייעט אָרט,
אין שטילן טייט ער דעם ערלעכן דאָרט.
די אויגן דרייען אים זיך הין אי צוריק,
אויפן אָרעמען האָבן זיי אַ שטאַרקן קוק.
ווי אַ לייב אין זיין נאָרע לויערט אויך ער,
ער לויערט צו כאַפּן דעם אָרעמען אַהער.
דערלאַנגט דעם אָרעמען שוין טאַקע אַ כאַפּ
אַבי מיט זיין נעץ אַ צי נאָר, אַ קלאַפּ.

אַז סענדערל האָט אָפּגעזאָגט תהילים, איז שוין געוואָרן רעכט טאָג. אַלע מענטשן אין שטוב זענען שוין אויפגעשטאַנען. אַ גרויסער סאַמאָוואַר ווי אַ קעפּל האָט שטאַרק געקאָכט אויפן טיש, און דער עולם האָט געטרונקען טיי. בנימינען און סענדערלען האָט מען אויך געגעבן צו גלעזלעך וואַרעמס. זיי האָבן אַ ביסל זיך דערפרישט און פריילעכער געוואָרן.

די שטוב, וואָס פריער אַ ביסל איז זי געווען אַ ספּאַלניע, דערנאָך אַ טשיינע, איז פּלוצלים געוואָרן אַ קלייזל. עס האָבן ↰ 144 זיך פאַרקאַטשעט אַרבל, זיך אַנטפּלעקט נאַקעטע יידישע אָרעמס: רויכיקע, גלאַטע, דארע, פעטע, שוואַרצע, ווייסע, טונקעלע, פון אַלערליי קאָלירן און געשטאַלטן. איטלעכער איז אַריין אין טלית⸗און⸗תפילין און געגעבן אַ דאַוון.

אונדזערע צוויי יידן האָבן געדאַוונט געשמאַק, זיך געפּיעסטעט, געקרימט, געמאַכט חנדלעך און פּיסקעלעך, ווי אמת צעבראָכענע יידן. זיי האָבן אַוועקגעטיינעט מיטן רבונו של עולם אַלץ: טאַטעניו! פאָטערוניו! און שהיות געמאַכט אין דאַוונען מער פון אַלע אַנדערע. נאָכן דאַוונען האָבן זיי גענומען צו קעלישקעלעך שליש, אַ זופּ געטאָן פריער, זיך פּאָסמאַקעוועט, און אויף דער נאָז זענען אַרויסגעטראָטן רויטגלאַנצנדיקע וויימפּערלעך. דערנאָך האָבן זיי געמאַכט צום גאַנצן עולם: לחיים, לחיים. און צוגעווינטשעוועט: דער אייבערשטער זאָל שוין רחמנות האָבן אויפן גאַנצן כלל ישראל, נעבעך! האָבן פאַרגלאָצט דערביי די אויגן, געטאָן אַ שטילן זיפץ און אַריינגעגאָסן אין זיך דאָס קעלישעקל. אַ סימן, דאָס זענען געווען נישט קיין פּראָסטע יידן, נאָר פרומע, כשרע, שיינע יידן.

איינער פון די דאָזיקע שיינע יידן איז דערווייל אַוועקגעגאַנגען אין דער שטאָט און האָט זיך דאָרט פאַרזאַמט אַקעגן אַ פּאָר שעה. אַז ער איז צוריק געקומען, האָט דער חבר זיינער אים אַריינגעקוקט אין פּנים, וואָס האָט באַשיימפּערלעך געלויכט, און ביידע זענען געווען זייער צופרידן. זיי האָבן געהייסן גרייטן צום טיש, זיך געגאַנגען וואַשן און איבערגעקוקט פריער די קוואָרט, ווי דער שטייגער איז פון שיינע יידן, האָבן געבעטן אונדזערע פּאַרשוינען זאָלן אויך זיך וואַשן און מוחל זיין זעצן זיך מיט זיי אינאיינעם עפּעס איבערצובייסן. ביים טיש זענען זיי געווען לוסטיק, האָבן געלויבט די באַלעבאָסטע פאַר אירע ↰ 145 גוטע מאכלים און משונה פון איר הנאה געהאַט. זיי האָבן זיך אַריינגעלאָזט אין אַ שמועס, גערעדט מכוח דעם כלל יידן, ווי ס׳איז שוין טאַקע צייט, זיי זאָלן, נעבעך, אויפגעריכט ווערן. פאַרוואָס קומט אַזאַ פאָלק, אַזאַ טייער פאָלק זאָל, נעבעך, אַזוי פאַרשוואַרצט ווערן? זיי האָבן זיך צעלאָזט אין די שבחים פון די כנסת ישראל, געלויבט אין טאָג אַריין דאָס יידיש קעפּל.

— וואָס קענען דען יידן נישט? אַלע חכמות פון דער וועלט, ווי דער טעלעגראַף, אייזנבאַן און נאָך אַזעלכע זאַכענישן, געפינט מען נאָך גאַנץ לאַנג ביי יידן. נאָר דאָס אַלצדינג אָבער איז נאָך פון די קלייניקייטן, דער עיקר איז גאָר עפּעס אַנדערש, דאָס פּינטעלע, דאָס פּינטעלע, אָט וואָס דער עיקר איז!..

זיי האָבן זיך אַרויפגעכאַפּט אויף די אפּיקורסים, אויף די היינטיקע מאָדנע געלערנטע, פאַרשאָלטן זיי דאָס געביין, געשפּיגן קלעק אויף זיי אינגאַנצן און אויף די שקאָלעס, וואָס מען לערנט דאָרט טרפה⸗פּסול אָן אַ היטל.

— באַלד וועט טאַקע זיין אַ פּרק משניות אַ רענדל, און אַ פּראָשעניע אָנשרייבן — אַ גילדן. אוי, איז היינט אַ וועלט, אַ שיינע וועלט, כ׳לעבן!..

אַזוי האָבן זיי אַלץ גערעדט און זענען איבערגעגאַנגען דערפון אויף אַ שמועס מכוח דער נסיעה פון אונדזערע פּאַרשוינען.

— מיר ווינטשן אייך, — האָבן זיי געזאָגט, — השם⸗יתברך זאָל חסד טאָן און ממלא זיין דאָס אַלצדינג, וואָס מיר באַגערן אין אייך צו זען.

↤ 146

בנימין איז געווען אויף דעם זיבעטן הימל פון אַזאַ ברכה. דערצו איז ער נאָך געווען, ווי זאָגט מען עפּעס, אַ ביסל פאַרלעקט. ער האָט געעפנט אַ מויל און גערעדט פאַר פייער אי פאַר וואַסער.

— ווייסט איר וואָס, רב בנימין, רב סענדערל? — האָבן די יידן געזאָגט צעצויגן, נאָך דעם, אַז זיי האָבן זיך אויפגעהויבן פונעם טיש. — מיר וועלן זיך נוהג זיין בפּשטות, ווי פּראָסטע יידן, אַזוי ווי אונדזערע עלטערן האָבן זיך נוהג געווען. נאָך אַ וועג וועלן מיר זיך אַלע גיין אין מרחץ אַריין, צעפּאַרען די ביינער. איר וועט זיך מעגן דאָרט אָפּשערן אָדער אָפּגאָלן, איר וועט, כ׳לעבן, ווערן גאָר אַנדערע מענטשן. און נאָכן מרחץ וועלן מיר זיך נעמען צו אונדזערע עסקים. אַזוי טאַקע, בנאמנות, אַזוי וועט בפּשטות טאַקע זיין גוט. ס׳איז אפשר אַ ביסל נישט היינטמאָדיש, ביי די אפּיקורסים מעג זיך אַ מרחץ אויסקומען עפּעס ניט שיין, נאָר מיר זענען אָבער נישט קיין געבולבעטע, אָט לאָמיר זיך נוהג זיין ווי אונדזערע זיידעס פאַרצייטן!

פון אַ מרחץ זאָגט זיך אַ ייד קיינמאָל נישט אָפּ. דאָס, וואָס אַ שענק פאַר די פּויערן, אַ טייכל פאַר גענדז און קאַטשקעס, דאָס איז אין הונדערט גראַדן נאָך מער די באָד פאַר אַ יידן. דעם טעם, וואָס אַ ייד פילט אין אַ באָד, קען עס קיין אומה ולשון גאָר נישט פילן. די באָד האָט ביי אים אַ גרויס שייכות מיט זיין רעליגיע, מיט זיינע אינעווייניקסטע געפילן און נויט זיין סעמיינעם לעבן. קיין יידישע נשמה רירט זיך נישט פונעם הימל אַריינצוקריכן ערגעץ אין אַ בויך, מען קען זי נישט נעמען, איינבעטן דורך קיין שום זאַך, סיידן נאָר דורך אַ באָד. ↰ 147 דאָ איז די גלאַוונע אַגענטסטווע, די צענטראַלנע קאָנטאָר צווישן דעם הימל מיט דער ערד. איידער אַ ייד ווערט נאָך געבוירן, איידער נאָך עס וואַרפט זיך אין אים אַן אבר, ווייסט מען שוין פון אים אין דער דאָזיקער קאָנטאָר פונעם בעדער מיט דער בעדערקע ביז דער טוקערקע און דער ביטלמאַכערין. די נשמה יתרה שבת און יום⸗טוב פילט אין זיך נישט אַזוי אַ ייד, ווען ער שווענקט זיך פריער נישט אָפּ אין באָד. אָן דעם איז ער עפּעס אַלט⸗געבאַקן, נישט פריש. קוקט אָן אַ יידן פרייטיק קומענדיק פונעם מרחץ, ער בליט, ער איז יינגער מיט עטלעכע יאָר, דער יידישער פונק ברענט אין אים און לייכט אַרויס פון זיינע אויגן, אַלע זיינע געפילן זענען עפּעס שאַרפער, פרישער, דער ריח פון די געפילטע פיש אי פון דעם איינגעפּריעטן צימעס פאַרגייען אים ווי קטורת אין דער נאָז. זי שמעקט, שטאָרעט און איז מקבל⸗תענוג. עס זינגט זיך אים עפּעס אויפן האַרץ, ער גיט קאָנצערט אין טראָפּ, קנאַקט ווי אַ סאָלאָוויי שיר השירים, צעפּעסטעט זיך דאָרט ווי אַ קינד, צעפלאַקערט זיך, צעהיצט זיך און איז האַלב אויף יענעם עולם...

אין באָד קומט אַ ייד ווי אין אַ פאָטערלאַנד, ווי אין אַ פרייער מדינה, וואו איטלעכער האָט אַ גלייכע דעה, וואו עס שטייט פאַר אים פריי צו דערגרייכן גלייך מיט אַנדערע אַ הויכע שטופע — אַרויפקריכן אויף דער אייבערשטער באַנק, דערמונטערן זיין פאַראומערטע נשמה, כאָטש אויף אַ שעה אויסגלייכן זיינע ↰ 148 ביינער און אַראָפּוואַרפן פון זיך זיין פּעקל דאגות און יסורים. אָט וואָס אַ באָד איז ביי יידן!

דעריבער איז דער פּלאַן פון אין מרחץ גיין אונדזערע פּאַרשוינען געווען שטאַרק לרצון. זיי האָבן נישט געמאַכט קיין גרויסע הכנות, און אין עטלעכע מינוט אַרום זענען זיי שוין געגאַנגען מיט די צוויי שיינע יידן.

אונדזערע פּאַרשוינען האָבן זיך פירגעשטעלט אַ באָד, ווי געוויינטלעך אַ מרחץ איז אין די יידישע שטעטלעך, עפּעס אַ מין בנין, שוואַרץ, פאַרשמירט פון דרויסן, באַרג⸗אַראָפּ ערגעץ אין אַ העק, מיט אַ שווערן צוטריט אַהינצו אויף שמאָלע צעבראָכענע קלאַדקעס. און אַז די יידן זענען צוגעקומען צו אַ שיינעם דרייגאָרנדיקן מויער, סאַמע אין דער מיט גאַס, און געזאָגט: „אָט דאָס איז די באָד”, האָבן זיי פאַרריסן די אויגן און געקוקט שרעקלעך פאַרוואונדערט.

— איר זענט נאָך טאַקע גאָר אמתע פריצן, — האָבן די יידן פון זיי געשפּאַסט, — קומט, זייט מוחל, אַריין אינעווייניק, וועט איר נאָך עפּעס שענערס זען.

אַריינקומענדיק אין דער פּערעדניע, האָט אונדזערע פּאַרשוינען פאַרשיינט אין די אויגן דער געמאָלטער פּאָל מיט די אויסגעשפּרייטע סטעזשקעס. עס האָט זיי זיך אויסגעדאַכט, אַז זיי זענען אין דעם פאַרצויבערטן שלאָס, וואָס אין „בבא מעשה” און אין „טויזנט מיט איין נאַכט”. באַלד וועלן פּרינצעסינס, בת⸗מלכות זיי מקבל פּנים זיין, זיי וועלן זיך דאָ וואויל טאָן און לעבן, אויף וואָס די וועלט שטייט. נאָר אַנשטאָט די בת⸗מלכות איז צוגעגאַנגען צו זיי אַ סאָלדאַט מיט אייבעלעך און האָט שיין⸗פיין זיי געלאָזט בעטן זיך אויסצוטאָן.

↤ 149

— טוט זיך, זייט מוחל, אויס, — האָבן די שיינע יידן צו זיי געזאָגט, — מיר וועלן דערווייל אַריינגיין אַהין באַצאָלן באָד⸗געלט. נישקשה, איר וועט דאָ האָבן אַ גוט שוויצבעדל.

אַז אונדזערע פּאַרשוינען האָבן זיך אויסגעטאָן, האָבן זיי פאַרנומען זייער פּעקל זאַכן, ווי דער שטייגער איז, אויסצופּרודזען עס. קיין טוץ העמדער האָט אין זייער גאַרדעראָבע זיך נישט געפונען. זיי האָבן אַוועקגעטראָגן אַ העמד עטלעכע וואָכן. עס פאַרשטייט זיך, אַז עס האָט זיי, נעבעך, געביסן, און דאָס פּרודזען איז זיי געווען טאַקע נייטיק אין לעבן אַריין. נאָר דער סאָלדאַט האָט ביי זיי אַוועקגענומען די זאַכן און זיי אַריינגעפירט אין אַ חדר אַריין. דער חדר איז געווען אויסגעמעבלט מיט בענקלעך, אַרום אַ גרויסן טיש זענען דאָרט אויף שטולן געזעסן מענטשן פיין אָנגעטאָן. אונדזערע פּאַרשוינען האָבן זיך אַרומגעקוקט אין אַלע זייטן, זיי איז שטאַרק קשה געווען, וואו גיסט מען דאָ אויפן שטיין און וואו וועלן זיי דאָ שוויצן?

— צי טוט זשידאָווסקי באַניאַ? — האָט סענדערל אַ פרעג געטאָן נאָך דעם, אַז בנימין האָט אים אַ שטורך געגעבן און אים געהייסן נישט מאַכן דאָ קיין פיל שהיות און פרעגן.

איינער פון די לייט, וואָס אַרום טיש, איז צוגעגאַנגען, האָט אָנגעקוקט אונדזערע נאַקעטע פּאַרשוינען, וואָס זענען, נעבעך, געווען דאַר, אויסגעדייווערט, אָן אַ לויט פלייש, נאָר הויט און ביין, און געמאַכט מיט זיי עפּעס אַ שמועס אויף מאָסקאָוויטערש.

— האַ, וואָס זאָגט ער דאָ עפּעס, סענדערל? — האָט בנימין געפרעגט.

— איך זאָל דאָס אָנהייבן פאַרשטיין אַ וואָרט! — האָט סענדערל ↰ 150 געענטפערט און געמאַכט מיט די אַקסלען. — נאַט אייך, מישטיינס⸗געזאָגט, אַ לשון! עפּעס זאָגט ער אַלץ: בילעט, בילעט.

— אַ⸗אַ, נאַרעלע, — האָט בנימין זיך אָנגערופן, — וואָס פאַרשטייסטו דאָ נישט, נאַרעלע? דאָס איז דער בעדער, ער פאָדערט ביי אונדז אַ בילעט, וואָרעם אין אַזאַ באָד מוז מען גיין אויף בילעטן. זאָג אים, אַז די יידן האָבן שוין דאָך דאָ פריער באַצאָלט פאַר אונדזערע בילעטן.

— יאַק זשע, פּאַני, טייע זשידקי אָווזשע דאַלי טוטעטשקאַ זאַ... זאַ... — האָט סענדערל אַ רעד געגעבן און איז פּלוצלים געבליבן ווי דערוואָרגן, נישט געקענט אויספירן, וואָס ער האָט געוואָלט זאָגן.

— זאַ בילעט, פּאַני, סטייטש, זשידקי, להבדיל, פּאַני, זאַפּלאַטיל! — איז בנימין אַרויס אויף זיין לשון און האָט דערקלערט די זאַך גאַנץ קלאָר, קורץ און שאַרף.

דער דאָזיקער מענטש, וואָס איז פריער צוגעגאַנגען צו אונדזערע פּאַרשוינען, האָט אַ מאַך געטאָן מיט דער האַנט, און מען האָט זיי באַלד אַריינגעפירט ווייטער אין אַ חדר, וואָס דאָרט איז מען, כפי זייער מיינונג, מחויב געווען, אַפּנים, צו שוויצן געשמאַק...

אַז מען האָט בנימינען און סענדערלען שפּעטער אַ ביסל מיט אַ צייט אַרויסגעפירט אויף דער גאַס, איז שווער געווען זיי צו דערקענען, אַזוי פאַרענדערט זענען זיי, נעבעך, געוואָרן: אָפּגעגאָלט פון פאָרנט, אָן בערד, אָן פּאות, די אויגן פאַרדרייט, נאָר גלעזערנע, אויף דעם שטערן קאַלטע גרויסע טראָפּן שווייס, אַ וואָלקן, אַ כמאַרע אויפן גאַנצן פּנים, איינגענורעט, איינגעהויקערט, מיט אַ דראָזש איבער דעם גאַנצן לייב, און אַרום זיי סאָלדאַטן.

אויפן הימל האָט זיך אָנגערוקט אַ שוואַרצע פינצטערע כמאַרע. ↰ 151 אַ בליץ האָט מיטאַמאָל באַלייכטעט די דאָזיקע קאָמפּאַניע. באַלד דערויף האָט אַ דונער געגעבן שרעקלעך שטאַרק, אַז אַלע זענען פאַרציטערט געוואָרן. עס האָט זיך אויפגעהויבן אַ שטורעם⸗ווינט, רעדלעך שטויב האָבן זיך געטראָגן ווי די רוחות, פאַרכאַפּט אויפן וועג מיסט, שטרוי, בלעטלעך אי שטיקלעך פּאַפּיר. אַלע אינאיינעם האָבן געטאַנצט עפּעס אַ משוגענעם טאַנץ און זיך געדרייט, געדרייט אַלץ אין דער הייך אַרויף, אַרויף... די טשערעדע פונעם פעלד איז געלאָפן אומרואיק מיט אַ געשריי און אַ רעווען, ווי אַ סטייע הונגעריקע וועלף וואָלטן זי נאָכגעיאָגט. עס האָט געשטורעמט, געבליצט, געדונערט, גלייך ווי דער אייבערשטער איז שטאַרק אויפגעבראַכט געוואָרן אויף דער זינדיקער ערד און אויף אַלצדינג, וואָס דאָ גייט פיר. ער האָט זיך אָנגעכאַפּט ביים קאָפּ, געבליצט מיט זיינע צאָרנדיקע אויגן, געהילכט און געשריגן: אַי, אַי! מיט זיין דונערדיקן קול. עס האָט צום לעצט אַ זעץ געטאָן משונה אַ שרעקלעכער דונער, פון הימל האָט אַראָפּגעקאַפּעט ווי טרערן גרויסע טראָפּנס רעגן, וואָס אין זיי האָבן זיך אויסגעמישט טראָפּן נויט⸗שווייס און בלוטיקע טרערן פון אונדזערע בידנע, אומגליקלעכע פּאַרשוינען...

אַך, בנימין און סענדערל האָבן גאָר ניט געוואוסט, אַז נישט דווקא אין דער מדבר איז אַ סכנה צו רייזן מחמת די ווילדע שלעק, עקדישן, פּיפּערנאָטערן און חיות רעות, וואָס דאָרט, נאָר דאָ, אין די מקומות, דאָ איז ערשט די גרעסטע סכנה! יענע צייט, ווען אונדזערע פּאַרשוינען האָבן געוואַנדרעוועט, איז געווען די שווערע, פינצטערע, ביטערע צייט — די צייט, ווען איין ייד האָט געזוכט צו דערטאַפּן דעם אַנדערן און

ווי אַ לייב אין זיין נאָרע געלויערט האָט אויך ער,
געלויערט צו כאַפּן דעם בעזפּאַספּאָרטנע אַהער

↤ 152

און אים אָפּגעבן פאַר אַ פּוימענע, אַ קרבן פאַר זיינע, אָדער פאַר יענעמס קינדער! אַך, אונדזערע פּאַרשוינען, נעבעך, האָבן נישט געוואוסט, אַז זיי געפינען זיך שוין טאַקע אין דער מדבר, צווישן ווילדע באַשעפעניש אי חיות רעות, און די צוויי שיינע, כשרע יידן זענען גאָר פּיפּערנאָטערן!

↤ 153

דאָס דרייצנטע קאַפּיטל
זעלנער זענען, נעבעך, אונדזערע נוסעים געוואָרן

איטלעכער קען זיך משער זיין די שלעכטע לאַגע פון אונדזערע בידנע פּאַרשוינען, ווי פינצטער און ביטער זיי איז, נעבעך, געווען. מיר פאַרשפּאָרן עס צו שילדערן.

די ערשטע צייט זענען זיי געווען ווי צעמישט און האָבן לחלוטין נישט פאַרשטאַנען, וואָס מיט זיי טוט זיך אַזוינס. אַלצדינג איז פאַר זיי געווען פרעמד, אי די סבאָרנע, אי די סאָלדאַטן, אי דער לשון, און די אַלע זאַכן, וואָס מען האָט זיי געהייסן טאָן. דער שינעל איז אויף זיי געהאַנגען ווי אַ טאָרבע, ער האָט אויסגעזען טאַקע נאָר ווי אַ יופּע, און דאָס היטל, מישטיינס⸗געזאָגט, איז געלעגן ↰ 154 אויף זייער קאָפּ נאָר ווי אַ קאָפּקע. אָנקוקנדיק זיי, האָט זיך געדאַכט עפּעס איז עס אינגאַנצן נאָר אַן אָנשטעל, עפּעס האָבן צוויי יידן זיך פאַרשטעלט און מאַכן חוזק פון די אַלע זעלנער, קרימען זיי זיך נאָך און ווייזן פאַר איטלעכן גאַנץ פריי, ווי נאַריש, מישטיינס⸗געזאָגט, זיי אַלע זענען מיט זייער אַלץ⸗מיט⸗אַנאַנדער. אַז אָך⸗און⸗וויי צום ביקס, נעבעך, וואָס ער איז אַריינגעפאַלן צו אונדזערע פּאַרשוינען. ביי זיי אין די הענט האָט ער גאָר ניט געהאַט דאָס פּנים, אַקוראַט ווי אַ קאָטשערע אין די הענט פון אַ מאַנצביל, וואָס פּאָרעט זיך אין קיך ביים פּריפּעטשעק. ביי דער אוטשעניע פלעגן זיי אָפּאַרבעטן אַזעלכע שטוקעס מיט די הענטלעך און די פיסלעך, אַז ס׳איז געווען נאָר אַ ריינע קאָמעדיע.

אין קלעפּ, פאַרשטייט זיך, זענען זיי ניט זשעדנע געווען, נאָר וואו איז דען, זאָגט מען, אין דער וועלט עפּעס אַ צרה, וואָס דער מענטש זאָל מיט איר נישט געוואוינט ווערן? נישט נאָר דער מענטש, אַפילו אַנדערע באַשעפעניש ווערן אויך געוואוינט, באַדאַרף מען מער פריי ווי אַ פויגל איז, פונדעסטוועגן, אַז מען פאַנגט אים און מע זעצט אים אַריין אין אַ שטייגעלע, געוואוינט ער זיך צוביסלעך, הייבט אָן צו פּיקן זערנע מיט אַפּעטיט, שפּרינגט און זינגט פריילעכע לידער, גלייך ווי די גאַנצע וועלט מיט אירע פעלדער און וועלדער איז פאַר אים דאָ אין דעם ענגן שטייגעלע. אונדזער סענדערל האָט ווייטער⸗ווייטער טאַקע אָנגעהויבן מיט זיין לאַגע זיך צוגעוואוינען, פלעגט זיך גוט צוקוקן צום מושטיר פון די זעלנער און פּרואוון נאָכמאַכן זייערע אַלע שטוקעס אויף זיין שטייגער. ס׳איז געווען אַ פרייד צוצוזען, ווי סענדערל פלעגט אָפט פאַר זיך אַליין איבערחזרן דעם מושטיר, זיך אויסציען גלייך ווי אַ סטרונקע, פאַררייסן דאָס קעפּל, אָנבלאָזן די פּיסקלעך ווי אַ גיבור, הייבן פיסלעך און גיין אַ ↰ 155 מאַרש נאָר טאַקע ווי אַן אָנגעבלאָזענער אינדיק, פלעגט זיך דרייען, דרייען, און לסוף פאַרפּלאָנטען די פיסלעך און פאַלן. נאָר אַקעגן זשע בנימין אָבער, ער האָט מיט אַזעלכע זאַכן בשום אופן נישט געקענט זיך געוואוינען, ער איז געווען בטבע איינער פון יענע מיני פייגל, וואָס הייסן וואַנדער⸗פייגל, דאָס הייסט אַזעלכע, וואָס זייער טבע איז אַלע יאָר סוף זומער אַוועקצופליען און איבערווינטערן דאָרט אין די ווייטע וואַרעמע מקומות. די טבע צו וואַנדרעווען מאָנט אַזאַ מין פויגל אַזוי שטאַרק, אַז באם מען האַלט אים דענסטמאָל געפאַנגען אין אַ שטייגל, איז אים נישט ניחא דאָס לעבן. ער עסט נישט, טרינקט נישט, ער דראַפּעט זיך אויף די גלייכע ווענט און זוכט ערגעץ עפּעס אַ שפּאַלט אַנטרונען צו ווערן. די נסיעה אַהין אין יענע ווייטע מקומות, וואָס האָט ווי אַ זלידנע זיך איינגעגעסן אין בנימינס קאָפּ, וואָס איז אים געוואָרן די צווייטע נאַטור, וואָס צוליב איר האָט ער אַוועקגעוואָרפן ווייב און קינדער — די ריזיקע נסיעה האָט אים נישט געלאָזט רוען קיין רגע, האָט אים געבויערט, געפּיקט דעם קאָפּ, זי האָט אין אים געבורטשעט און אַלץ געשריגן: בנימין, גיי ווייטער! גיי ווייטער, ווייטער! דערווייל איז אַוועקגעגאַנגען אַזוי דער ווינטער, און אונדזער בנימין, נעבעך, האָט זיך שטאַרק געמוטשעט.

איינמאָל אין אַ שיינעם טאָג נאָך פּסח, אַז סענדערל האָט בינו לבין עצמו זיך געמושטירט, איז בנימין צו אים צוגעגאַנגען מיט אַזאַ שמועס:

— כ׳לעבן, סענדערל, דו ביסט אַ יינגל! דו שפּילסט זיך און מאַכסט עפּעס אַזעלכע קונצן ווי אַ קונדס. וואָס קען דערפון, איך בעט דיך, דער תכלית זיין? פאַרגעס נאָר נישט, אַז דו ביסט, ↰ 156 ברוך השם, אַ באַווייבטער, דערצו נאָך אויך עפּעס אַ ייד. היינט, צו וואָס פאַרנעמסטו זיך מיט אַזעלכע זאַכענישן און לייגסט דערינען דעם גאַנצן קאָפּ דיינעם אַריין? למאי נפקא⸗מינה, צי מיט דער לינקער צי מיט דער רעכטער פוס קרוגאָם, ווי זיי רופן עס דאָרט עפּעס, וואָס מאַכט עס אויס?

— ווייס איך? — האָט סענדערל געענטפערט, — מען הייסט קרוגאָם, זאָל זיין קרוגאָם, וואָס פאַר אַ דאגה איך האָב.

— און אונדזער נסיעה, זאָג נאָר, האָסטו שוין פאַרגעסן? גוואַלד, אונדזער נסיעה, אונדזער נסיעה אַהין, אַהין... לינדנוואָרעם, מויל⸗אייזל, פּיפּערנאָטער! — האָט בנימין גערעדט צעקאָכט.

— מאַרש, מאַרש, מאַרש! — האָט סענדערל געמאַכט און געהויבן פיסלעך.

— אַז אָך⸗און⸗וויי צו דיר, סענדערל, און צו דיין מאַרש! פע, מעגסט זיך, כ׳לעבן, שעמען! זאָג מיר נאָר בעסער, קונדס איינער, וועלן מיר מאַכן אונדזער נסיעה?

— פון מיינעטוועגן, אָך! — האָט סענדערל געענטפערט, — אַבי מען וועט אונדז נאָר לאָזן.

— וואָס טויגן מיר זיי, און וואָס באַדאַרפן זיי אונדז האָבן? — האָט בנימין זיך אָנגערופן. — אדרבא, סענדערל, זאָג אַליין, ביי דיין יידישקייט, אַז באם דער שונא זאָל, חס ושלום, קומען, וועלן דען אַזעלכע צוויי אירע, ווי מיר, זיך קענען שטעלן אים אַנטקעגן? און אַז דו וועסט אים טויזנט מאָל זאָגן: ”גיי דיר אַוועק, אלא ניט מאַך איך פּוי⸗פּוי!” וועט ער דען דיך הערן? פאַרקערט, ער וועט דיך נאָר אָנכאַפּן, און דיין גליק וועט זיין, אַז דו וועסט לעבעדיק פון זיינע הענט אַרויס. גלייך מיר, כ׳לעבן, ווי איך זע, זענען מיר דאָ אינגאַנצן איבעריק, זיי ↰ 157 וואָלטן גערן געווען אונדזערער פּטור צו ווערן. איך האָב אַליין געהערט, ווי דער עלטסטער האָט זיך איינמאָל אויסגעדריקט, אַז מיר זענען טאַקע נאָר אַן אָנשיקעניש, ווען עס זאָל אין אים געווענדט זיין, וואָלט ער אונדז שוין לאַנג אַרויסגעטריבן צו אַלדי שוואַרצע יאָר. און באמת טאַקע, וואָס טויגן מיר זיי? איך זאָג דיר, סענדערל, בפירוש, אַז דאָס איז גאָר לכתחילה געווען אַ קרומע זאַך, נישט קיין גלייכער שידוך. מיר טויגן זיי נישט, און זיי טויגן אונדז נישט. די יידן, וואָס האָבן אונדז אין זייערע הענט אַריינגעגעבן, האָבן זיכער געמוזט זיי דערציילן אויף אונדז, אַז מיר זענען ווילדע גיבורים און קענען טכסיסי מלחמה, טאַקע וואָס קענען הייסט. מילא, וואָס זענען מיר שולדיק, אַז די יידן האָבן זיי אָפּגענאַרט? למאי, אונדז האָבן די יידן אויך מיאוס אָפּגענאַרט. מיר זענען דאָך נאָר מיט דער דעה אַהער געקומען עפּעס צונויפצומאַכן און לאָזן זיך ווייטער אין וועג אַראָפּ. פון טכסיסי מלחמה איז כלל קיין מדובר נישט געווען. איך וועל שווערן אַפילו אין טלית און קיטל, אַז דערפון האָט מען אַפילו נישט מזכיר געווען. גלאַט כאַפּעניש⸗גילטעניש איז דאָך פּשוט שוין קיין יושר נישט, הערט דאָך שוין טאַקע אויף — אַלצדינג! קורץ, זיי זענען ניט שולדיק, וואָס מען האָט אונדז אָפּגענאַרט, און מיר זענען אויך ניט שולדיק, וואָס מען האָט זיי אָפּגענאַרט. שולדיק זענען דאָ נאָר די יידן, די ליגנער, די קאַלבויניקעס, וואָס האָבן ביידע צדדים אָפּגעליגנערט. די יידן, סענדערל, די יידן — זיי אַליין זענען דאָ טאַקע אינגאַנצן שולדיק, קיינעם באַדאַרף מען אין דער זאַך ניט באַשולדיקן, נאָר די יידן, די יידן און נאָכאַמאָל די יידן!..

↤ 158

— מילא, וואָס ווילסטו, בנימין, זאָלן מיר טאָן? — האָט סענדערל געפרעגט.

— איך וויל, — האָט בנימין געענטפערט, — מיר זאָלן זיך לאָזן ווייטער אויף אונדזער נסיעה. אויס כלה און ווייטער אַ מויד! מיר דאַכט זיך, אַז קיינער וועט אונדז דאָס נישט פאַרווערן, הן על⸗פּי דין והן על⸗פּי יושר טאָר קיינער נישט אונדז פאַרהאַלטן. אַי וואָס, דו האָסט מורא, טאָמער וועט מען אונדז פאָרט נישט לאָזן, איז דערצו אַ פּראָסטע תרופה, מיר זאָלן פונדאַנען שטילערהייט אַוועקגיין. וועמענס עסק איז דאָס ביי אונדז צו וויסן? געזעגענען באַדאַרפן מיר מיט קיינעם נישט.

— איך מיין אויך אַזוי, אַז געזעגענען זיך איז אַן איבעריקע זאַך, — האָט סענדערל געמאַכט, — להי, אַז מיר זענען פאַראַיאָרן אַוועקגעגאַנגען פון דער היים און קיינעם, נישט אַפילו ווייב און קינדער, נישט געזאָגט כאָטש נאַ... טעבי!

פון דעם דאָזיקן שמועס אָן האָבן אונדזערע פּאַרשוינען אָנגעהויבן טראַכטן ווידער פון זייער נסיעה און זיך אַלץ מישב געווען ווי צו מאַכן פּליטה. אין בנימינען האָבן זיך שטאַרק צעשפּילט די געבליטן, ער איז געווען שרעקלעך אומרואיק און אַרומגעפּאַדעט צעקאָכט ווי אַ הון, וואָס וויל, אין וועסנע, זיך זעצן אויף אייער. ער איז געווען אַזוי פאַרטיפט אין זיינע געדאַנקען, אַז ער האָט נישט געהערט, נישט געזען, וואָס אַרום אים טוט זיך. איז פאַרביי אים דורכגעגאַנגען עפּעס אַן עלטסטער, האָט ער מחמת צעטראָגנקייט נישט אַראָפּגענומען דאָס היטל; ער האָט געכאַפּט אַ פּאַטש אָדער אַ זעץ אין דער פּאָטיליצע, האָט ער אַפילו זיך נישט פאַרקרימט, גלייך ווי נישט אים מיינט ↰ 159 מען; האָט מען צו אים גערעדט עפּעס אין עניני המושטיר, איז אים נישט אַריין אַפילו אין דער לינקער פּאה. ער האָט געהערט דאָס וכדומה אַזעלכע זאַכן אַקוראַט ווי אין טשערנאָוויץ די מגילה. ער האָט אין זינען געהאַט נישט מער ווי די נסיעה, און דער קאָפּ זיינער איז געפלויגן ווייט, ווייט!

איינמאָל שפּעט ביי דער נאַכט, אַז אַלע זעלנער אין דער קאַזאַרמע האָבן געשמאַק געשלאָפן, איז בנימין אויף די שפּיץ פינגער צוגעגאַנגען צו סענדערלס געלעגער.

— סענדערל, דו ביסט פאַרטיק? — האָט בנימין שטילערהייט געפרעגט.

סענדערל האָט אַ שאָקל געטאָן מיט דעם קאָפּ, אָנגענומען בנימינען פאַר דער פּאָלע און זיינען ביידע שאַ⸗קיטש אַרויסגעגאַנגען אויפן הויף.

אין דרויסן האָט געבלאָזן אַ וואַרעם ווינטל, שטיקער שוואַרצע אי ברוין⸗בלויע וואָלקנס האָבן זיך געטראָגן אין דער הייך און זיך געצויגן איינע נאָך די אַנדערע, גלייך ווי טויזנטער טשומאַקעס גייען דאָרט מיט אָנגעלאָדענע פורן סחורות און יאָגן זיך באַצייטנס אָנצוקומען אין הימל אויף דעם יריד. די לבנה איז ווי אַ פּריקאַשטשיק אויך געגאַנגען מיט דעם דאָזיקן משונה⸗לאַנגן צוג, פלעגט אויף אַ מינוט נאָר אַרויסשטעקן דעם קאָפּ, אַ קוק טאָן, וואָס טוט זיך אין דרויסן, דערנאָך ווייטער אויף אַ היפּשע צייט זיך באַהאַלטן, און געלעגן איינגענורעט דאָרט ערגעץ אונטער אַ וואָלקנדיקן לאַנטוך, שוואַרץ אָפּגעשמירט ווי מיט סמאָלע.

אונדזערע פּאַרשוינען האָבן אין דער פינצטער זיך געלאָזט ↰ 160 גיין איבער דעם הויף און שטילערהייט צוגעגאַנגען צום פּלויט, זיי זענען אַרויפגעקראָכן אויף אַ באַרג מיט האָלץ, און פון דאָרט איז זיי שוין גרינג געווען אַרויפצוקלעטערן אויפן פּלויט. פּלוצלים האָט סענדערל זיך אַ כאַפּ געטאָן און געזאָגט בנימינען אין אויער אַריין:

— אַך, בנימין, איך האָב פאַרגעסן די טאָרבע! זאָל איך מיך אומקערן נעמען די טאָרבע?

— חלילה! — האָט בנימין געמאַכט — אומקערן זיך איז אַ מיאוסע זאַך, אַז גאָט העלפט אַ מענטשן, העלפט ער אים אויך אויף אַ טאָרבע!

— עס קומט מיר איצט פיר, — האָט סענדערל געזאָגט, — וואָס דער זיידע רב סענדערל, עליו השלום, האָט מיך געוואָרנט אין חלום: שטיי אויף, סענדערל, האָט ער געזאָגט, און לויף פונדאַנען אַוועק, וואוהין די אויגן טראָגן! הלוואי זיין זכות זאָל אונדז אַצינד ביישטיין. ער איז געווען טאַקע מיטן פולן מויל אַ ייד, גאָר אָן שום מלאכות, די באָבע, עליה השלום, פלעגט אַלץ דערציילן...

נאָר איידער סענדערל האָט זיך גענומען צו דערציילן, וואָס זיין באָבע פלעגט אַלץ דערציילן פון זיין זיידן, האָט זיך געלאָזט הערן אַ קול פון אַ זעלנער, וואָס איז דאָרט אין דער זייט געשטאַנען אויף דער וואַך.

אונדזערע פּאַרשוינען האָבן זיך צוגעטוליעט צום פּלויט, איינגעהאַלטן דעם אָטעם, געלעגן שטיל, קיין ריר זיך נישט צו טאָן, און אויסגעזען, ווי צוויי גרויסע אַלטע שמאַטעס. שפּעטער אַ ביסל, אַז ס׳איז ווידער געוואָרן רואיק⸗שטיל, האָבן די דאָזיקע שמאַטעס אַרויסגעוויזן אַ סימן פון לעבן און פּאַמעלעך זיך אַראָפּגעלאָזט פונעם פּלויט. זיי זענען געקראָכן אויף די הענט ↰ 161 און אויף די פיס און זיך גערוקט פּאַמעלעך אַלץ ווייטער, ווייטער, ביז גאָט האָט זיי געהאָלפן אויסצומיידן דעם זעלנער, וואָס אויף דער וואַך, און אַרויסצוקריכן אין אַ געסל. אונדזערע פּאַרשוינען האָבן זיך אויפגעשטעלט אויף די פיס, געשטאַנען אַ ביסל צו כאַפּן דעם אָטעם, און זיך אָנגעקוקט פריילעך מיט פייערדיקע אויגן.

— די באָבע, עליה השלום, פלעגט אַלץ דערציילן, — האָט סענדערל אָנגעהויבן צו רעדן, — ווי דער זיידע רב סענדערל, עליו השלום, פלעגט בחייו אַלץ דענקען פאָרן קיין ארץ ישראל. פאַרן טויט האָט ער זיך אויפגעזעצט און געזאָגט מיט די ווערטער: אויב איך האָב נישט זוכה געווען ביי נאָט פאָרן קיין ארץ ישראל, בין איך בטוח, אַז איינער פון מיינע קינדער וועט דאָרט זיין. דאָס האַרץ מיינע זאָגט מיר איצט, אַז דאָס האָט ער געמיינט מיך. הלוואי פון מיין מויל אין גאָטס אויערן אַריין!

נאָר פון סענדערלס מויל אָבער איז גאָר אין אַנדערע אויערן אַריין! קוים וואָס סענדערל האָט אַרויסנערעדט דעם וואונטש זיינעם, האָט פּלוצלים איינער אויף מאָסקאָוויטערש זיי אַ פרעג געגעבן: ווער איז דאָ? און אַז ער האָט נישט באַקומען קיין ענטפער, איז ער געשווינד צוגעגאַנגען און ווייטער געפרעגט.

די לבנה האָט, צום שלימזל, אַרויסגעשטעקט דעם קאָפּ פון אונטער אַ פינצטערן שטיק כמאַרע און באַלויכטן אונדזערע בידנע פּאַרשוינען, וואָס זענען געשטאַנען אָן לשון, טויט ווי די וואַנט, און דעם עלטסטן זייערן, וואָס האָט זיך שרעקלעך געבייזערט, געמאַכט מיט די הענט און זיי, נעבעך, געגעבן אין טאַטן און אין דער מאַמען אַריין.

↤ 162

אין עטלעכע מינוט אַרום זענען אונדזערע פּאַרשוינען געזעסן ווי אַרעסטאַנטן דאָרט אויף דער הויפּטוואַכטע!

ס׳איז גאָר נישטאָ אַזעלכע ווערטער צו באַשרייבן די שרעקלעכע יסורים, וואָס אונדזערע פּאַרשוינען האָבן געפילט, זיצנדיק אין געפענקעניש. זיי זענען, נעבעך, אַראָפּ שטאַרק פונעם פּנים און געוואָרן פּשוט אויס מענטשן. סענדערל כאָטש פלעגט נאָך שלאָפן, און שלאָפנדיק האָט ער ווייניקסטנס עטלעכע שעה נישט געפילט די ביטערע צרות. ער פלעגט נאָך אַמאָל האָבן אַ גוטן חלום. דער זיידע רב סענדערל האָט עפּעס אָנגעהויבן עפטערס זיך צו זען און געטריבן מיט אים שפּאַס. ער פלעגט קיינמאָל נישט קומען ליידיק: אַמאָל איז ער געקומען מיט אַ פיילנבויגן, מיט אַ שווערדל אָדער מיט אַ המן⸗קלעפּל, פלעגט אַ קניפּ געבן דעם אייניקל ביים בעקעלע און זאָגן מיט אַ שמייכעלע: נאַ דיר, קונדסל, טשאַטשקעלעך! שפּיל זיך, שקאָץ, דערמיט, מאַך פּוי, פּיף, פּאַף, סענדערל!.. און אַמאָל איז ער געקומען מיט אַ דריידל, זיך געזעצט שפּילן מיט זיין ליבהאַרצעדיקן סענדערוניען. סענדערל האָט געדרייט, געדרייט, געדרייט, געמאַכט „ג” און געוואונען ביים זיידן אַ גראָשן... גוט איז דעם מענטשן אי אַ גוטער חלום. די וועלט אינגאַנצן איז דען נישט אַ חלום? בנימין אָבער האָט דאָס אויך נישט געהאַט, עס האָט פון אים זיך אָפּגעטאָן דער שלאָף. ער איז געווען משונה צעטראָגן, און דאָס בלוט האָט אין אים געקאָכט ווי אַ קעסל. ער האָט געזען דורך דעם פענצטער, די זון שיינט גאָר מחיה, דאָס גרינע גראָז וואַקסט און שפּראָצט, ביימער צוויטען וואונדערשיין, מענטשן גייען, לויפן אַהין און אַהער, און פייגל פליען ↰ 163 פריי אין הימל. אַצינד איז די רעכטע צייט צו וואַנדרעווען, נאָר ער זיצט אָבער פאַרשפּאַרט און קען זיך נישט לאָזן אויף זיין נסיעה. ער פלעגט אַזש אונטערשפּרינגען פאַר גרויס עגמת נפש, זיך כאַפּן ביים קאָפּ, אַרומלויפן צעדולט און שרייען, רעדן מיט גאַל: גוואַלד וואָס האָב איך זיי געטאָן? גוואַלד, גוואַלד! וואָס האָבן זיי צו מיר?..

↤ 164

דאָס פערצנטע קאַפּיטל
אויס כלה — ווייטער אַ מויד!

אין דער וואָיענער קאַנצעליאַריע זענען שפּעטער מיט עטלעכע טעג, נאָך דער מעשה מיט אונדזערע פּאַרשוינען, געזעסן אַ סך אָפיצירן אין דער פּאָלנער פאָרמע, צווישן זיי דער יענעראַל מיטן פּאָלקאָווניק. אין דער זייט לעבן דער טיר זענען געשטאַנען צוויי זעלנער מיט אַראָפּגעלאָזענע קעפּ און האָבן אויסגעזען ווי אַ מויז, וואָס מען נעמט אַרויס פון אַ לאַדישקע זויערמילך. די אָפיצירן האָבן געקוקט אויף די זעלנער, זיי באַטראַכט פון קאָפּ ביז די פיס, דערנאָך צווישן זיך עפּעס גערעדט און אַ ביסל אונטערגעשמייכלט.

↤ 165

— הערסטו, סענדערל, — האָט איין זעלנער שטילערהייט געזאָגט, בשעת די אָפיצירן האָבן צווישן זיך געשמועסט, — איך זאָל וויסן מיין טויט זאָל דאָ אַפילו זיין, מוז איך זיי אַרויסזאָגן דעם גאַנצן אמת. איך בין שטאַרק אָנגעלאָדן.

— פון מיינעטוועגן, בנימין, זאָג דיר זיי דעם אמת, — האָט דער אַנדערער זעלנער זיך אָנגעלופן, — אויב דו ווילסט אַזוי, זאָל זיין אַזוי, וואָס פאַר אַ דאגה איך האָב.

— איר זענט עס די לייט, וואָס האָבן שפּעט ביי דער נאַכט זיך אַרויסגעגאנוועט פון דער קאַזאַרמע? — האָט דער יענעראַל געפרעגט סטראָגע. — איר ווייסט, וואָס קומט פאַר אַזאַ שולד?

— אָ⸗וואַ, אָ⸗וואַ! — איז בנימין אויף גאָטס באַראָט אַרויס מיט אַ שפּראַכע, האַלב יידיש, פּאָלאָווינע רייסיש, און אַנידערגעלייגט אַ שמועסל, אַז חייקל זאַאיקע, דער בעל⸗דברן פון טונעיאַדעווקע, האָט געמעגט, כ׳לעבן, זיך באַגראָבן ניין איילן אין דער ערד.

דער יענעראַל האָט אַוועקגעקערט דעם קאָפּ מיט אַ געלעכטער, אַ מאַך געגעבן מיט דער האַנט, און דער פּאָלקאָווניק האָט אַנשטאָט אים אָנגעהויבן צו רעדן.

— איר האָט זיך שטאַרק פאַרזינדיקט, אייך קומט מיאוס צו באַשטראָפן פאַר אַזאַ שולד.

— וואַשע בלאַגאָראָדיע! — האָט בנימין אויסגעשאָסן אויף אַ קול, — כאַפּן מענטשן אינמיטן העלן טאָג און פאַרקויפן זיי ווי הינער אויפן מאַרק, דאָס מעג מען, און אַז זיי, נעבעך, ווילן ניצול ווערן, דאָס רופט מען אָן אַ שולד! אויב אַזוי, איז דאָך טאַקע הפקר אַ וועלט, און איך פאַרשטיי שוין, אסור, נישט, וואָס הייסט אַזוינס מעגן און נישט מעגן! אדרבא, לאָמיר פרעגן דאָ טאַקע מענטשן, זאָלן זיי זאָגן, ווער איז שולדיק. ↰ 166 אַשטייגער, ווי וואָלט געווען, אַז מען זאָל אייך כאַפּן ערגעץ אויפן וועג און מיט גוואַלד אַריינשטופּן אין זאַק אַריין, נו, וואָלט איר, חלילה, שולדיק געווען, ווען איר וואָלט מיט אמצות⸗כוח פונעם זאַק אַרויס? איך זאָג אייך בפירוש, דאָס איז געווען לכתחילה אַ גענייטע זאַך, אַ גענאַרעריי. שולדיק זענען דאָ נאָר די יידן, מי יודע וואָס זיי האָבן נאָך אָנגערעדט. מיר זענען אייך מוסר מודעה — זאָג, סענדערל, זאָג! וואָס שטייסטו ווי אַ גולם? גיי אַרויס מיט דעם אמת אויף גאָטס באַראָט, גאָר אָן מורא, און זאָג מיט מיר איניינעם: — „מיר זענען אייך מוסר מודעה, אַז פון טכסיסי מלחמה האָבן מיר נישט געוואוסט, מיר ווייסן נישט און מיר ווילן נישט וויסן. מיר זענען, ברוך השם, באַווייבטע, האָבן אין זינען עפּעס גאָר אַנדערש, און מיט אַזעלכע זאַכענישן קענען מיר לחלוטין זיך נישט אָפּגעבן. זיי גייען אונדז אַפילו גאָר אין קאָפּ נישט. היינט, מילא, וואָס טויגן מיר אייך? מיר דאַכט זיך, אַז איר באַדאַרפט אַליין וועלן אונדזערער פּטור צו ווערן.

און באמת איז בנימין טאַקע זייער גערעכט געווען. מען איז נאָך לאַנג טאַקע גערן געווען זייערער פּטור צו ווערן. אַז די עלטסטע האָבן זיך געווען צוגעקוקט צו אונדזערע פּאַרשוינען, צו זייער הילוך, צו זייערע פּאָסטעמקעס, צו זייער שמועס, און צו זייערע מאַרשן, האָבן זיי שוין זיך אָנגעשטויסן, מיט וועלכע נפשות זיי האָבן צו טאָן, און פלעגן נישט איין מאָל זיך האַלטן ביי די זייטן לאַכנדיק. דער כיוון פון דער איצטיקער סאָבראַניע אָפיצירן איז געווען צו נעמען אונדזערע פּאַרשוינען אויפן פאַרהער און פּרואוון זען, מיט וועמען זיי האָבן אַן עסק. בנימין מיט סענדערלען האָבן דאָ זיך פאַרהערט, און, ברוך השם, שטאַרק אויסגענומען, נאָך מער ווי געוואונטשן, ↰ 167 אַזוי אַז די אַלע אָפיצירן האָבן עפּעס משונה הנאה געהאַט פאַר געלעכטער.

— נו, דאָקטער? — האָט דער יענעראַל געמאַכט צו איין אָפיציר, וואָס האָט זיך אַריינגעלאָזט אין אַ שמועס און מיט אונדזערע פּאַרשוינען זיך שטאַרק אָפּגעגעבן.

דער דאָקטער האָט אַנידערגעלייגט אַ פינגער אויפן שטערן און געמאַכט שאָקלענדיק מיטן קאָפּ, גלייך ווי ער וואָלט געזאָגט: דאָ פעלט אַ קלעפּקע!

דער שפּיץ איז געווען, נאָך דעם, אַז די אָפיצירן האָבן צווישן זיך גערעדט און עפּעס געשריבן, האָט מען געהייסן אָפּלאָזן אונדזערע פּאַרשוינען פריי פונעם דינסט.

— גייט אייך, — האָט מען צו זיי געזאָגט, — גייט אייך געזונטערהייט!

בנימין האָט זיך זייער שיין געזעגנט מיט אַ פאַרבייג און זיך געלאָזט אַוועקגיין.

סענדערל האָט ווי אַ זעלנער געהויבן פיסלעך און געגאַנגען נאָך אים מיט אַ מאַרש.