קידער-ווידער (= קריגעריי)
שמואל האלקין 1897 – 1960 תרנ"ז – תש"כ. שמואל האלקין, געבוירן: רוסלאנד. גשטארבן: 1960, רוסלאנד.
קידער-ווידער
און נאָכאַמאָל און ווידער – דו, און דו, און דו
אין האַרצן – קידער-ווידער, ווידער ניט קיין רו
און נאָכאַמאָל אין הייך דער זעלבער וואָלקן קרייַזט
און נאָכאַמאָל דער ווינט אויף שטורעם ווייַזט
און איך, ווי פריִער, זיץ – דער קאָפּ אין ביידע הענט
און דו, ווי פריִער, קוקסט – פונווייַטן, פון דער פרעמד