קום מיין פריינד אין גארטן

געזונגען דורך יום טוב עהרליך


אמונה

קום מיין פריינד אין גארטן
לאמיר ארויס אויפן פעלד
און באטראכטן דארטן
די גרויסקייט פון באשעפער פון דער וועלט
קריכט א מוראשקע צו זיך אין שטעטל
און עס האט אויף זיך א שווערע בלעטל
דער זומער גייט אוועק, עס קומען קאלטע טעג
מען דארף זיין ווארים צוגעדעקט

זעה די שיינע בלומען
די בלעטאלאך פונקטליך אין צאל
זומער ווינטער קומען
אלע יאהר פונקט אין צייט אלע מאהל
פונקטליך קומט די נאכט און טאג נעמט ווערן
און פונקטליך דרייען זיך ארום די שטערן
און וואו די וועלט איז ווייס, אויף די בערג פון אייז
דער ווייסער בער קריגט אויך זיין שפייז

א מענטש פון פלייש און ביינער
האט אונזער גרויסער באשעפער געמאכט
און פארשטיין קען קיינער
ווי אזוי ער זעהט, און ער רעדט, און ער טראכט
מיליאנען שרייפעלאך צונויף געפלאכטן
רערן פוהל מיט שטאפן אלע סארטן
און ווער נאר שכל האט, קען פארשטיין דעם סוד
אז אלעס איין באשעפער האט

אני מאמין איך טוה גלויבן
אז דער באשעפער דארט פון אויבן
באשאפן האט געקענט נאר איינער
אזא גרויסע וועלט א שיינע
געווען, און איז, און וועט זיין איינער
און איהם דארף נישט העלפן קיינער
ווייל קיינער קען איהם נישט פארשטיין
ווי אזוי ער מאכט עס אלץ אליין

ווען טינט וואלט ווערן אלע ימ'ען
און א פען פון יעדן גראז
און אלע הימלען זיי צוזאמען
א שטיק פארמעט אן א מאס
און שרייבן דארט מיליאנען יארן
וואלט קיין אנפאנג נישט געווארן
פון די שבחים פון דעם העלד
דעם באשעפער פון דער וועלט

2

עס ווייסט דאך יעדער איינער
אז מען קען נישט רירן קיין האנט און קיין פיס
דאס עסן ביי די ציינער
און מען קאן נאכנישט געבן קיין ביס
ביז מען קריגט נישט קיין רשות פון אויבן
דער באשעפער זאל אליין ערלויבן
הייסט ער גיין איז גיין, הייסט ער שטיין איז שטיין
מען קען דאך גארנישט טאן אליין

וואו א איד טוט וואוינען
מיט וועמען א שידוך ער טוט
ניט ווייל איהם טוט ער לוינען
און ער מיינט אז עס איז פאר איהם גוט
אלעס שטייט פון אויבן אנגעשריבן
דער הוט, דער שוך, וואס ער האט אויסגעקליבן
און אלעס וואס ער טוט, קען נאר ווערן גוט
נאר ווען עס קומט אן די מינוט

א שטרוי עס פאלט פון וואגען
א בלעטל פון בוים אויף דער ערד
דער ווינט טוט עס פארטראגען
און לייגט אוועק דארט וואו עס איז באשערט
און פונקט אין דער מינוט וואס עס דארף טויגן
און פונקט אויף וועלכען זייט עס דארף זיך לייגן
און קיין זאך איז נישט סתם, א צופאל מן הסתם
נאר יעדע זאך עס האט א טעם

אני מאמין איך טוה גלויבן
אז דער באשעפער קוקט פון אויבן
און ער אליין טוט עס אנפירן
מיט אלעס וואס עס טוט פאסירן
און אכטונג גיט אויף יעדן איינעם
און פארזעהט ניט קיינמאל קיינעם
און מען דארף גלויבן שטארק אין דעם
און זיך פארלאזן נאר אויף איהם

צום הימל וואלט איך זיך געפלויגן
ווען איך וואלט פליגלען נאר פארמאגט
און פון שפיץ פון רעגן-בויגן
וואלט איך פאר דער וועלט געזאגט
ווער עס טוט באמת גלויבן
און ער דארף א הילף פון אויבן
דארף ער גארנישט טוהן צו דעם
און דער באשעפער העלפט גלייך איהם