צימבלען
געזונגען דורך יום טוב עהרליך
צימבלען[1]
איינע האט אמאל חתונה געהאט,
מיט א גרויסן תלמיד חכם,
און האט צוגעזאגט פארן "הרי את",
אז זי וועט גיין אין זיינע דרכים,
צוגעדעקט דעם קאפ וועט זי שטענדיג גיין,
און היטן טהרות המשפחה,
און די קלייד זיין צניעות'דיג און שיין,
די קיך וועט אויך זיין כהלכה,
און דורך געגאנגען איז עטליכע יאר,
מען האט געקריגן שלעכטע שכנים,
און זיי האבן זיך מיט דער יונגע פּאר,
גענומען לעבן גוט אינאיינעם,
און קוקנדיג אזוי, האט די יונגע פרוי,
גענומען פירן זיך מאדערן,
מען איז יונגעלייט, און ס'איז א נייע צייט,
מען דארף שעמען זיך, אויפהערן,
און קומען וועט א שעה, וועט זי קריגן געסט,
א מלאך פרעגן וועט איר נאמען
זי וועט זאגן "נא" און ער וועט זאגן "יעס"
און ער וועט נעמען איר נשמה,
אָן צימבלען! צימבלען! אוי וועט מען איר דארטן צימבלען!
צימבלען! צימבלען! אוי וועט מען איר דארטן צימבלען!
פאר יעדן טריט און פאר יעדן שפאן,
וואס זי האט ניט דערציילט דעם מאן,
פאר אויפירן זיך ניט ווי עס פאסט,
פאר די קינדער פאר א גאסט,
פאר אפדעקן וואס עס דארף זיין פארשטעלט,
אפילו אין קאנטרע אין מיטן פעלד,
ווייל זי האט גערעדט, געזען, געהערט,
זאכן וואס די תורה האט פארווערט,
אז זי וועט קומען אין די הימלען,
אוי וועט מען איר צימבלען,
צימבלען! צימבלען! אוי וועט מען איר דארטן צימבלען!
צימבלען! צימבלען! אוי וועט מען צימבלען!
בעקאנט איז איבעראל, דער הייליגער חז"ל,
ניט דא קיין צדיק אן עבירות,
און יעדער איינער היינט, מיינע גוטע פריינד,
איז דאך פיל מיט אט די סחורות,
א קביעות זיך געמאכט, לערנען אלע נאכט,
מען וועט אנטשלאפן נישט ביים ווילן,
און אז מען נעמט אראפ, דעם "של ראש" פון קאפ,
דערמאנט מען זיך אז דאס איז תפילין,
איר קוקט ארויס פון הויז, איר גייט אין גאס ארויס,
חצופת פיל פון אלע זייטן,
איר דרייט אוועק די קאפ, איר קוקט ארויף אראפ,
און איך קענט זיי ניט אויסמיידן,
מען דארף פרנסה מער, מען ארבעט זייער שווער,
און דער לעבן אן א סדר,
די קאפ אזוי פארדרייט, מען ווייסט ניט ווו מען גייט,
און מען פאלט א דורך כסדר,
און קומען וועט א שעה, וועט מען קריגן געסט,
א מלאך פרעגן וועט דעם נאמען
מען וועט זאגן "נא" און ער וועט זאגן "יעס"
און ער וועט נעמען די נשמה,
אָן צימבלען! צימבלען! אוי וועט מען אונז דארטן צימבלען!
צימבלען! צימבלען! אוי וועט מען אונז דארטן צימבלען!
פאר יעדן שמייכל און פאר יעדן בליק,
פאר אויסדרייען זיך און קוקן צוריק,
פאר אנרירן און פאר געבן הענט,
וועט מען קריגן מיט פראצענט,
פאר ביטול תורה און דאווענען קאלטערהייט,
פאר לשון הרע און לצנות רייד,
פאר נישט טון קיין טובה ווער עס בעט,
פאר חשש גזילה אפגערעדט,
וועט מען נעמען אין די הימלען,
און מען וועט דארטן צימבלען,
אוי צימבלען! צימבלען! אוי וועט מען אונז דארט צימבלען!
צימבלען! צימבלען! אוי וועט מען אונז צימבלען!
הערות שוליים
רעדאַקטירן- ↑ צימבלען = צֶלְצְלִים (להכות במצלתיים)