צווישן צוויי וועלטן (דער דיבוק)/מאָדערנער אויסלייג

צווישן צוויי וועלטן (דער דיבוק)
מחבר:ש. אנ–סקי
אויסגאַבע:ווילנע, 1919
ערשטע אויסגאַבע:1914
פאַרלאַג:אַרויסגעגעבן דורך ישראל קוויאַט
סקאַנירטע ווערסיע אין Internet Archive:tsvishntsveyveltansk
די צאָל זייטן:83
זע אין אָריגינעלן אויסלייג


ש. א. אנ–סקי.



צווישן
צוויי
וועלטן


(דער דיבוק)



אַ דראַמאַטישע לעגענדע
אין פיר אַקטן.

↤ 0




דרוקעריי „ווילנער פאַרלאַג”, קליין סטעפן גאַס, 23.

↤ 1




דעם אָנדענק
פונעם טראַגיש און הייליק אומגעקומענעם
פריינד א. ווייטער
ש. אנ–סקי

↤ 3

פּערזאָנען


ר׳ סנדר בריניצער. 1־טער
לאה — זיין טאָכטער. 2־טער בטלנים
פראַדע — איר אַלטע ניאַניע. 3־טער
גיטל
לאה׳ס חברטעס. 1־טער
בתיה 2־טער חסידים
מנשה — לאה׳ס חתן. 3־טער
נחמן — זיין פאָטער.
ר׳ מענדל — מנשה׳ס רבי. אַ באַיאָרנטע יידענע.
דער משולח. אַ חתונה־אורח.
ר׳ עזריאלקע מיראָפּאָליער אַ הויקערדיקער
אַ צדיק. אָרעמע־לייט.
מיכאל — זיין גבאי. איינער אויף קוליעס
ר׳ שמשון — רב אין מיראָפּאָליע.
1־טער אַ הינקעדיקע
דיינים אַ איינהאַנטיקע אַלטע אָרעמע ווייבער.
2־טער אַ בלינדע
מאיר — שמש אין שול אין בריניץ.
חנן אַ הויכע בלאַסע ווייבל
הענעך ישיבה־בחורים אין בריניץ. יונגע אָרעמע ווייבער
אשר אַ ווייבל מיט אַ קינד אויף די הענט




דער ערשטער און צווייטער אַקס קומט פאָר אין בריניץ, דער דריטער און פערטער — אין מיראָפּאָליע. צווישן ערשטן און צווייטן אַקס — דריי חדשים, צווישן צווייטן און דריטן — צוויי טעג, צווישן דריטן און פערטן — אַ האַלבער מעת־לעת.

↤ 5

ערשטער אַקט.

איידער דער פאָרהאַנג הייבט זיך אויף, ביי אַ פולקומער פינצטערניש, הערט זיך ווי פונדערווייטן אַ שטילער מיסטישער געזאַנג:

מחמת וואָס, מחמת וואָס
איז די נשמה
פון העכסטער הויך
אַראָפּ אין טיפסטן גרונט?
— דאָס פאַלן טראָגט
דעם אויפקומען אין זיך...

דער פאָרהאַנג הייבט זיך לאַנגזאַם אויף.

אַ הילצערנע שול, זייער אַן אַלטע מיט שוואַרצע ווענט. דער באַלטן אונטערגעשפּאַרט מיט צוויי סלופּעס. פון מיטן באַלטן, איבערן בימה, לאָזט זיך אַראָפּ אַן אַלטער מעשענער היינגלייכטער. די בימה, שיפּועדיק, איז באַדעקט מיט אַ טונקעלן טישטעך. אין פאָדערשטער וואַנט, אינדערהויך, קליינע פענצטערלעך פון דער ווייבערשער שול, אַ לאַנגע באַנק. פאַר איר אַ לאַנגער הילצערנער טיש פאַרוואָרפן מיט ספרים. אויף אים ברענען אין ליימענע לייכטערלעך צוויי שטיקלעך חלבנע ליכט, וואָס קומען אויס נידעריגער, ווי די אָנגעוואָרפענע ספרים. נאָך דעם באַנק מיטן טיש, לינקס, אַ קליינע טיר אין חדר מיוחד. ביים עק וואַנט אַן אַלמער מיט ספרים. — וואַנט רעכטס: אינמיטן דער ארון קודש, לינקס פון אים דער עמוד, אויף וועלכן עס ברענט אַ דיקע וועקסענע יאָרצייטליכט. פון ביידע זייטן ארון קודש צוויי פענצטער. ביינק אין דער גאַנצער ליינג פון וואַנט. אַנטקעגן זיי עטלעכע שטענדערס. וואַנט לינקס: אַ גרויסער קאַכלנער אויוון, ביי אים אַ באַנק. אַנטקעגן באַנק אַ לאַנגער טיש, ↰ 6 אויך פאַרוואָרפן מיט ספרים. אַ האַנטפאַס מיט אַ האַנטעך אין אַ רינג. אַ ברייטע טיר פון גאַס. נאָך דער טיר אַ קאַסטן, איבער אים אין אַ פאַרטיפונג ברענט אַ נר תמיד.

נאָענט פון עמוד ביי אַ שטענדער זיצט הענעך שטאַרק פאַרטיפט אין אַ ספר. אַרום טיש ביי דער פאָדערשטער וואַנט זיצן פינף־זעקס ישיבה־בחורים, האַלב צעלייגט אין מידע פּאָזעס, און לערנען שטיל מיט אַ פאַרחלומטן ניגון גמרא. ביי דער בימה שטייט איינגעבויגן מאיר און לייגט פונאַנדער אין בימה זעקלעך מיט טלית און תפילין. אַרום טיש ביי דער לינקער וואַנט זיצן 1־טער, 2־טער און 3־טער בטלנים אינגאַנצן פאַרחלומט, מיט פאַרגלאָצטע אויגן און זינגען. אויפן באַנק ביים אויוון ליגט דער משולח מיט אַ זאַק צוקאָפּן. ביים אַלמער מיט ספרים, האַלטנדיק זיך מיטן האַנט פאַרן אויבערשטן ברעג אַלטער, שטייט שטאַרק פאַרטראַכט חנן. אָוונט. די שול איז באַנומען מיט אַ מיסטישער שטימונג. אין די ווינקלען שאָטנס.

1־טער, 2־טער׳ 3־טער בטלנים.

ענדיקן זינגען

מחמת וואָס, מחמת וואָס
איז די נשמה
פון העכסטער הויך
אַראָפּ אין טיפסטן גרונט?
— דאָס פאַלן טראָגט
דעם אויפקומען אין זיך...

לאַנגע פּויזע. אַלע דריי זיצן אומבאַוועגט, שטאַרק פאַרחלומט.

1־טער בטלן.

ווי מען דערציילט אַ מעשה

ביי ר׳ דודל טאַלנער, זכותו יגן עלינו, איז געווען אַ גילדענער שטול און אויף אים איז געווען אויסגעקריצט: „דוד, מלך ישראל, חי וקים”. — פּויזע.

2־טער בטלן.

מיט דעמזעלבן טאָן

ר׳ ישראל רוזינער, זכרונו לברכה, האָט זיך אויפגעפירט, ווי אַן אמת׳ער מאָנאַרך. ביי זיין טיש האָט שטענדיק געשפּילט אַ קאַפּעליע ↰ 7 פון פיר און צוואַנציק קלעזמאָרים און אַרויספאָרן פלעגט ער ניט אַנדערש ווי אויף זעקס פערד נאַ־שפּיץ.

3־טער בטלן.

מיט התפּעלות

און וועגן ר׳ שמואל קאַמינקער דערציילט מען, אַז ער איז אומגעגאַנגען אין גילדענע פּאַנטעפעלעך, (אנציקט) אין גילדענע פּאַנטעפעלעך!

דער משולח.

הייבט זיך אויף פון באַנק, בלייבט זיצן אויסגעגלייכט. מיט אַ רואיק זאַנפטן קול ווי אינדערווייטן.

דער הייליקער ר׳ זוסיע אַניפּאָליער איז כל ימיו געווען אַן אביון, האָט געקליבן נדבות, איז אומגעגאַנגען אין אַ פּויערשן טיזליק, מיט אַ שטריק אַרומגעגאַרטלט און האָט פונדעסטוועגן ניט ווייניקער אויפגעטאָן ווי דער טאַלנער אָדער דער רוזינער.

1־טער בטלן.

ניט קאָנטעט.

איר, האָט קיין פאַראיבל ניט, ווייסט ניט וועגן וואָס מען רעדט און מישט זיך אַריין. אַז מען דערציילט וועגן דער גרויסקייט פונעם טאַלנער אָדער רוזינער, רעדט זיך דען וועגן זייער רייכקייט? ווייניק גבירים אדירים איז דאָ אויף דער וועלט? מען דאַרף דאָך פאַרשטיין, אַז אי אין דעם גאָלדענעם שטול, אי אין דער קאַפּעליע, אי אין די גילדענע פּאַנטעפעלעך איז געלעגן אַ טיפער סוד, אַ טעם הכמוס.

3־טער בטלן.

עס פאַרשטייט זיך! ווער פאַרשטייט דאָס ניט!

2־טער בטלן.

ווער עס האָט געהאַט אָפענע אויגן, דער האָט געזען. מען דערציילט, אַז בשעת דער אַפּטער רב האָט זיך צום ערשטן מאָל באַגעגנט אין וועג מיטן רוזינער, האָט ער זיך אַ וואַרף געטאָן קושן די רעדער פון זיין וואָגן. און אַז מען האָט אים געפרעגט, וואָס דאָס באַטייט, האָט ער אַ געשריי געטאָן: „טיפּשים! איר זעט דען ניט, אַז דאָס איז די מרכבה של מעלה?”

↤ 8

3־טער בטלן.

אַנטציקט

אַי, אַי, אַי!

1־טער בטלן.

דער תוכן איז דאָך אין דעם, וואָס דער גילדענער שטול איז קיין שטול ניט געווען, די קאַפּעליע קיין קאַפּעליע און די פערד זיינען קיין פערד ניט געווען. דאָס אַלץ איז געווען נאָר אַ דמיון, אַן אָפּשיין, און האָט געדינט ווי אַ בגד, ווי אַ שייד פאַר זייער גרויס.

דער משולח.

אמת׳ע גרויס דאַרף ניט האָבן קיין שיינעם בגד.

1־טער בטלן.

איר האָט אַ טעות! אמתע גדלות מוז האָבן אַ פּאַסיקן לבוש!..

2־טער בטלן.

קוועטשט מיט די פּלייצעס.

זייער גדלות! זייער תקיפות! עס איז דען משער צו זיין?

1־טער בטלן.

אַ חדוש זייער תקיפות! איר האָט געהערט די מעשה מיט ר׳ שמעלקע ניקלשבערגערס קאַנטשיק? כדאי צו הערן. אַמאָל זיינען צו ר׳ שמעלקען געקומען לאָדן זיך אַן אָרעמאַן מיט אַ גביר, וועלכער איז געווען אַ קרוב למלכות און פאַר וועמען אַלע האָבן געציטערט. ר׳ שמעלקע האָט אויסגעהערט ביידע צדדים און אַרויסגעגעבן אַ פּסק־דין, אַז דער אָרעמאַן האָט געוואונען דעם משפּט. איז דער גביר ברוגז געוואָרן און האָט געזאָגט, אַז ער וועט ניט מקיים פּסק דין. רופט זיך אָפּ רואיק ר׳ שמעלקע: „דו וועסט מקיים זיין. אַז אַ רב הייסט, מוז מען מקיים זיין”. איז שוין דער גביר אין כעס געוואָרן און האָט אָנגעהויבן שרייען: „איך לאַך זיך אויס פון אייך מיט אייער רבנות!” דאָ האָט זיך ר׳ שמעלקע אויפגעהויבן מלוא קומתו און אַ געשריי געטאָן: „בזה הרגע זאָלסטו מקיים פּסק זיין! אַז ניט — נעם איך דעם קאַנטשיק”, דאָ איז דער גביר אינגאַנצן אַרויס פון די כלים, האָט אָנגעהויבן מחרף ומגדף זיין דעם רבין. נעמט ר׳ שמעלקע און גיט אַן עפן, רוקט אַביסל אַרויס דעם קעסטל פון טיש. אַז פון דאָרטן שפּרינגט מיט אַ מאָל ↰ 9 אַרויס דער נחש הקדמוני, דער אוראַלטער שלאַנג און וויקלט זיך אַרום דעם גביר אַרום האַלדז. נו, נו, האָט זיך שוין דאָרט אַביסל געטאָן. דער גביר שרייט און וויינט: „גוואַלד, רבי, זייט מיר מוחל, איך וועל טאָן אַלץ, וואָס איר וועט הייסן, נאָר נעמט צו דעם שלאַנג!” האָט אים ר׳ שמעלקע געזאָגט: „דו וועסט שוין פאַרזאָגן די קינדער און קינדס־קינדער, זיי זאָלן פאָלגן דעם רבין און מורא האָבן פאַר זיין קאַנטשיק”. און האָט אַראָפּגענומען פון אים דעם שלאַנג.

3־טער בטלן.

כאַ־כאַ־כאַ! אַ פיינער קאַנטשיק! פּויזע.

2־טער בטלן.

צום ערשטן.

איר האָט, ווייזט אויס, אַ טעות געהאַט. די מעשה האָט געמוזט פּאַסירן ניט מיט דעם נחש הקדמוני...

3־טער בטלן.

וואָסי? פאַרוואָס?

2־טער בטלן.

גאָר פּשוט. עס קאָן ניט זיין, אַז ר׳ שמעלקע ניקעלשבורגער זאָל זיך באַנוצן מיט דעם נחש הקדמוני. דער נחש הקדמוני איז דאָך דער סמך־מם, אַליין די סטרא אחרא, רחמנא לצלן. שפּייט אָפּ.

3־טער בטלן.

נו, פּטור! ר׳ שמעלקע האָט מסתמא געוואוסט וואָס ער טוט!

1־טער בטלן.

באַליידיקט.

איך פאַרשטיי ניט, וואָס דו רעדסט! איך דערצייל אַ מעשה, וואָס האָט פּאַסירט לפני כל עם ועדה, צענדליקע מענטשן האָבן דאָס מיט זייערע אויגן געזען, און דו קומסט און זאָגסט, אַז דאָס האָט ניט געקאָנט פּאַסירן. גלאַט אין דער וועלט אַריין גערעדט.

2־טער בטלן.

חס ושלום! נאָר איך האָב גערעכנט, אַז עס זיינען ניט פאַראַן אַזעלכע שמות און צירופים, וואָס מען זאָל קאָנען אַרויסרופן מיט זיי דעם סמך־מם. שפּייט אויס.

↤ 10

דער משולח.

אַרויסרופן דעם טייוול קען מען נאָר מיט דעם גרויסן צווייפאַכיק אויסגעדריקטן שם, וואָס שמעלצט צונויף אין זיין פלאַם די העכסטע בערג־שפּיצן מיט די טיפסטע טאָלן. חנן היינט אויף דעם קאָפּ און הערט זיך אויפמערקזאַם צו.

3־טער בטלן.

אומרואיק.

און עס איז קיין סכנה ניט צו באַנוצן דעם גרויסן שם?

דער משולח.

פאַרטראַכט.

אַ סכנה?... ניין... נאָר פון גרויס גלוסטיקייט, וואָס דער פונק גלוסט צום פלאַם, קאָן פּלאַצן די כלי...

1־טער בטלן.

אין מיין שטעטל איז דאָ אַ בעל־שם, אַ ווילדער בעל־מופת. דהיינו, מיט אַ שם מאַכט ער אָן אַ שריפה און פאַרלעשט זי גלייך מיט אַ צווייטן שם. ער זעט, וואָס עס טוט זיך פאַר הונדערט מייל פון אים, צאַפּט מיטן פינגער וויין פון וואַנט וכדומה. האָט ער מיר אַליין געזאָגט, אַז ער ווייס פון אַזעלכע שמות, וואָס מען קאָן מיט זיי באַשאַפן אַ גולם, מחיה מתים זיין, ווערן אַ רואה ואינו נראה, אַרויסרופן ניטגוטע... אַפילו דעם סמך־מם. שפּייט אויס. איך האָב דאָס פון זיין מויל געהערט.

חנן.

וועלכער איז די גאַנצע צייט געשטאַנען אומבאַוועגט און האָט זיך מיט קאָפּ צוגעהערט, מאַכט אַ טריט צום טיש, קוקט אויפן משולח, נאָכדעם אויפן ערשטן בטלן. מיט אַ ווייטן פאַרטראַכטן קול.

וואו איז ער? דער משולח שטעלט אָפּ זיין גליק אויף חנן׳ען און לאָזט די גאַנצע צייט פון אים ניט אַראָפּ די אויגן.

1־טער בטלן.

פאַרוואונדערט.

ווער?

חנן.

דער בעל שם.

↤ 11

1־טער בטלן.

וואו זאָל ער זיין! ביי מיר אין שטעטל, אויב ער לעבט נאָך.

חנן.

ווייט פונדאַנען?

1־טער בטלן.

דאָס שטעטל? ווייט! אַ מהלך רב! אין טיף פּאָלעסיע!

חנן.

וויפיל גאַנג?

1־טער בטלן.

גאַנג וויפיל? אַ גוטן חודש, אויב ניט מער... פּויזע. אַנטקעגן וואָס פרעגסטו דאָס? ווילסט אפשר גיין צו אים? חנן שווייגט. דאָס שטעטל רופט זיך קראַסנע. דער בעל־שם הייסט ר׳ אלחנן.

חנן.

פאַרוואונדערט, פאַר זיך.

אלחנן? אל חנן?... גאָט פון חנן?...

1־טער בטלן.

צו די בטלנים.

איך זאָג אייך, דאָס איז אַ בעל מופת! ער האָט געפּרואווט אין מיטן העלן טאָג מיט אַ שם...

2־טער בטלן.

שלאָגט אים איבער.

זאָל זיין גענוג צו ריידן וועגן אַזעלכע זאַכן צו דער נאַכט! בפרט נאָך אין אַ מקום קדוש. מ׳קען זיך חס ושלום אומגערן אַרויסכאַפּן מיט אַ שם, מיט אַ צירוף און עס וועט געשעהן אַן אומגליק... שוין געווען, רחמנא לצלן, אַזעלכע סיבות. חנן גייט לאַנגזאַם אַרויס. אַלע קוקן אים נאָך. פּויזע.

דער משולח.

ווער איז דער בחור?

1־טער בטלן.

אַ בחור, אַ ישיבה־בחור. מאיר מאַכט צו די טירלעך פון בימה און גייט צו צום טיש.

↤ 12

2־טער בטלן.

אַ טייערע כלי, אַן עילוי!

3־טער בטלן.

אַן אייזערנער קאָפּ! פינף הונדערט בלאַט גמרא אויסווייניק אויפן פינגער!

דער משולח.

פונוואַנען איז ער?

מאיר.

ער איז ערגעץ פון דער ליטע! געלערנט דאָ אין דער ישיבה. גע׳שם׳ט פאַרן ערשטן בחור. באַקומען סמיכה אויף הוראה. מיט אַ מאָל איז ער פאַרשוואונדן געוואָרן, קיינער האָט ניט געוואוסט וואוהין, און האָט זיך אַ גאַנצן יאָר ניט געוויזן. מיהאָט געזאָגט, ער איז אַוועק אָפּריכטן גלות. ניט לאַנג האָט ער זיך אומגעקערט. גאָר ניט יענער בחור, וואָס געווען. שטענדיק פאַרטראַכט, פאַסט הפסקות משבת לשבת, פּראַוועט מקואות... שטילער. מי זאָגט, אַז ער עסקט זיך מיט קבלה...

2־טער בטלן.

שטיל.

אין שטאָט רעדט מען אויך וועגן דעם... מ׳איז שוין געווען בעטן ביי אים קמיעות. נאָר ער גיט ניט...

3־טער בטלן.

ווער ווייס ווער ער איז? אפשר פון די גדולים! ווער קאָן וויסן? און נאָכקוקן איז אַ סכנה... פּויזע.

2־טער בטלן.

גענעצט.

שפּעט... צייט לייגן זיך שלאָפן... צום 1־טן בטלן מיט אַ שמייכל. אַ שאָדן, וואָס דאָ איז ניטאָ אייער בעל־שם, וואָס קאָן צאַפּן וויין פון וואַנט... איך וואָלט זיך איצט מחיה זיין מיט אַ קאַפּעלע בראַנפן. איך האָב היינט אַ גאַנצן טאָג ניט געהאַט אין מויל!

1־טער בטלן.

ביי מיר איז היינט אויך כמעט אַ תענית. מערניט נאָכן דאַוונען געמאַכט שהכל אויף אַ הריצענעם קיכל.

↤ 13

מאיר.

האַלב בסוד, קאָנטעט.

וואַרט אַקאָרשט, מיר וועלן, דוכט זיך, באַלד האָבן אַ גוט ביסל משקה. סנדר איז געפאָרן זען אַ חתן פאַר זיין בת־יחידה. זאָל ער נאָר שרייבן למזל תנאים, וועט ער שוין שטעלן אַ פיינעם תיקון.

2־טער בטלן.

אַ! איך גלויב ניט, ער זאָל ווען עס איז שרייבן תנאים. דריי מאָל געפאָרן זען חתנים און אַלץ אומגעקערט זיך מיט גאָרנישט. דאָס געפעלט אים ניט דער חתן, דאָס איז אים קנאַפּ יחוס, דאָס ווייניק נדן... מען טאָר ניט זיין אַזאַ אויסקלייבער!

מאיר.

סנדר מעג זיך פאַרגינען, אָן עין הרע, אַ גביר, אַ מיוחס, די בת־יחידה אַ געראָטענע, אַ יפת תואר...

3־טער בטלן.

מיט אַנטציקונג.

איך האָב האָלט סנדרן! אַן אמת׳ער חסיד, טאַקע פון די מיראָפּאָליער חסידים, מיטן ברען!...

1־טער בטלן.

קאלט.

אַ חסיד איז ער אַ גוטער, ניטאָ וואָס צו ריידן. נאָר די בת־יחידה זיינע האָט ער געמעגט אויסגעבן אויף איין אַנדער אופן.

3־טער בטלן.

וואָסי? וואָס?

1־טער בטלן.

אַמאָליקע צייטן, אַז אַ גביר, און נאָך פון אַ פיינער משפּחה, פלעגט דאַרפן אַ שידוך טאָן, פלעגט ער ניט זוכן ניט קיין געלט, ניט קיין יחוס־אבות, נאָר יחוס עצמו. פלעגט אַוועקפאָרן אין דער גרויסער ישיבה, אָפּגעבן דעם ראש־ישיבה די שיינע מתנה און יענער פלעגט אים שוין אויסקלייבן אַ בחור פון די שופרא דשופרא. סנדר האָט אויך געקאָנט טאָן אַזוי.

דער משולח.

ער וואָלט אפשר דאָ אין דער ישיבה אויך געפינען אַ פּאַסיקן חתן.

↤ 14

1־טער בטלן.

פאַרוואונדערט.

פונוואַנען ווייסט איר?

דער משולח.

איך בין משער.

3־טער בטלן.

געאיילט.

נו, נו, נו, ניט גערעדט קיין לשון הרע, בפרט וועגן אנשי שלומינו... אַ שידוך טוט מען מיט דעם, וועלכער איז באַשערט... עס עפנט זיך האַסטיק די טיר און עס לויפט אַריין אַ עלטערע יידענע, פירנדיק פאַר די הענט צוויי קליינע קינדער.

עלטערע יידענע.

לויפט מיט די קינדער צום ארון קודש, שרייענדיק מיט אַ געוויין.

אַי, אַי רבונו של עולם! העלף מיר! לויפט צום ארון קודש. קינדערלעך! מיר וועלן עפענען דעם ארון קודש, מיר וועלן צופאַלן צו די ספרי תורות און ניט אַוועקגיין ביז מיר וועלן אויסוויינען אַ רפואה שלמה פאַר אייער מאַמען! עפנט דעם ארון קודש, וואַרפט זיך אין אים מיטן קאָפּ און הייבט אָן מיט אַ וויינענדיקן רעטשיטאַטיוו. גאָט פון אברהם, פון יצחק און פון יעקב, קוק אויף מיין בראָך, קוק אָן דעם צער פון די יונגע קינדערלעך און ניט נעם צו זייער מאַמען יונגערהייט פון דער וועלט. הייליקע תורות, שטעלט זיך איין פאַר אַ ביטערע אלמנה! הייליקע אבות, ליבע אמהות, גייט, לויפט צום רבונו של עולם, שרייט, בעט, אַז דאָס שיינע ביימעלע זאָל ניט אַרויסגעריסן ווערן מיטן וואָרצל, אַז דאָס יונגע טייבעלע זאָל ניט אַרויסגעוואָרפן ווערן פון נעסט, אַז דאָס שטילע שעפעלע זאָל ניט צוגענומען ווערן פון טשערעדע!... היסטעריש. איך וועל איינרייסן וועלטן, איך וועל שפּאַלטן הימלען! איך וועל ניט אַוועקגיין פונדאַנען, ביז מי וועט מיר ניט אומקערן די קרוין פון מיין קאָפּ!...

מאיר

גייט צו, רירט זי שטיל אן, רעדט געלאסן.

חנה־אסתר, אפשר אַוועקזעצן אַ מנין זאָגן תהלים?

↤ 15

עלטערע יידענע.

גיט אַרויס דעם קאָפּ פון ארון קודש. קוקט אויף מאירן ניט פאַרשטייענדיק. מיט אַ מאָל געאיילט.

אַי! זעצט אַ מנין יידן תהלים זאָגן, זעצט! אָבער גיכער, גיכערן יעדע מינוט איז טייער! שוין צוויי טעג ווי זי ליגט נעבעך אָן אַ לשון און ראַנגלט זיך מיטן טויט.

מאיר.

די רגע! אָט גלייך זעץ איך צען מענטשן! מיט אַ בעטנדיקן קול. אָבער מי דאַרף דאָך זיי עפּעס געבן פאַר דער טרחה... אָרעמע לייט.

עלטערע יידענע.

זוכט אין קעשענע.

נאַט אייך אַ גילן! אָבער זעט, עס זאָל זיין געזאָגט!

מאיר

אַ גילן... צו דריי גראָשן אויף אַ פּאַרשוין... ווייניקלעך...

עלטערע יידענע.

ניט הערנדיק אים.

קומט, קינדערלעך, לאָמיר לויפן אין אַנדערע קלויזן! גייט געשווינט אַרויס.

דער משולח.

צום דריטן בטלן.

אינדערפרי איז געקומען אַ יידענע עפענען דעם ארון קודש פאַר אַ טאָכטער, וואָס גייט צוויי טעג צו קינד און קען ניט מוליד זיין. איצט איז געקומען אַ יידענע עפענען דעם ארון קודש פאַר אַ טאָכטער, וואָס ראַנגלט זיך צוויי טאָג מיטן טויט...

3־טער בטלן.

נו? איז וואָס?

דער משולח.

פאַרטראַכט.

אַז אַ נשמה פון אַ מענטשן, וואָס איז נאָך ניט געשטאָרבן, דאַרף אַריין אין אַ גוף, וואָס איז נאָך ניט געבאָרן געוואָרן, קומט פאָר אַ געראַנגל. שטאַרבט די קראַנקע, ווערט געבאָרן דאָס קינד. ווערט די קראַנקע געזונט, וועט געבאָרן ווערן אַ טויט קינד.

↤ 16

3־טער בטלן.

איבערראַשט.

אַי, אַי, אַי! ווי בלינד אַ מענטש איז! ער זעט ניט וואָס לעבן אים טוט זיך!

מאיר.

גייט צו צום טיש.

נו, אָט האָט דער אויבערשטער צוגעשיקט אויף תיקון. אָפּזאָגן תהלים, מאַכן לחיים, און דער אויבערשטער וועט זיך מרחם זיין און צושיקן דער קראַנקער אַ רפואה שלמה.

1־טער בטלן.

צו די בחורים, וואָס זיצן פאַרשלאָפן ביים גרויסן טיש.

בחורים! ווער וויל זאָגן תהלים? איר וועט באַקומען יעדערער צו אַ הרעצענעם קיכל. די בחורים הייבן זיך אויף פון אָרט. מיר וועלן גיין אין חדר מיוחד. די דריי בטלנים, מאיר און די ישיבה־בחורים חוץ הענעכן גייען אַוועק אין חדר מיוחד, באַלד הייבט זיך אָן הערן פון דאָרטן אַ וויינענדיק: ”אשרי האיש”. ביים קלענערן טיש בלייבט די גאַנצע צייט אומבאַוועגט דער משולח, וואָס לאָזט ניט אַראָפּ דעם בליק פון ארון קודש. לאַנגע פּויזע. עס גייט אַריין חנן.

חנן.

זייער מיד, גייט פאַרטראַכט, ווי אָן אַ ציל, צום ארון קודש. באַמערקט, אַז ער איז אָפן. שטעלט זיך אָפּ איבערראַשט.

דער ארון קודש אָפן? ווער האָט אים געעפנט? פאַר וועמען האָט ער זיך געעפנט אום האַלבע נאַכט? קוקט אין ארון קודש. ספרי תורות... שטייען זיך צוגעטוליעטע איינע צו די אַנדערע, רואיקע, שווייגנדיקע. און אין זיי זיינען פאַרבאָרגן אַלע סודות און רמזים, אַלע צירופים פון ששת ימי בראשית ביז דעם סוף פון אַלע דורות. און ווי שווער עס איז צו דערגיין פון זיי אַ סוד אָדער אַ רמז, ווי שווער! ציילט די ספרי־תורות. איינס, צוויי, דריי, פיר, פינף, זעקס, זיבן, אַכט, ניין ספרים. דאָס וואָרט „אמת”, אין מספּר קטן... און אין יעדן ספר — פיר עץ חיימ׳ס... ווייטער זעקס און דרייסיק! ניטאָ קיין שעה, איך זאָל זיך ניט אָנשטויסן אויף אָט דער צאָל — און וואָס זי באַטייט, ווייס איך ניט. נאָר איך פיל, אַז אין איר ליגט דער גאַנצער תוכן... 36 איז די צאָל פון לאה. דריי מאָל ↰ 17 36 — איז חנן... לאה מאַכט „לא ה׳”. ניט גאָט... ניט דורך גאָט... גיט אַ ציטער. וואָס פאַר אַ שרעקלעכער געדאַנק, און ווי ער ציט מיך צו זיך...

הענעך.

הייבט אויף דעם קאָפּ, קוקט מיט קאָפּ אויף חננען.

חנן! דו גייסט אום די גאַנצע צייט פאַרחלומט...

חנן.

טרעט אָפּ פון ארון קודש. גייט לאַנגזאַם צו צו הענעכן, שטעלט זיך אָפּ. פאַרטראַכט.

סודות, רמזים אָן אַ סוף און דעם גלייכן וועג זעט מען ניט... קליינע פּויזע. דאָס שטעטל הייסט קראַסנע... דער בעל שם ר׳ אלחנן...

הענעך.

וואָס זאָגסטו?

חנן.

ווי אויפוואַכנדיק.

איך? גאָרנישט... איך האָב געטראַכט...

הענעך.

שאָקלט מיטן קאָפּ.

האָסט זיך צו פיל אַריינגעטאָן אין קבלה, חנן... זינט דו האָסט זיך אומגעקערט, האָסטו קיין ספר אין האַנט ניט גענומען.

חנן.

ניט פאַרשטייענדיק.

קיין ספר אין האַנט ניט גענומען? וואָס פאַר אַ ספר?

הענעך.

וואָס פרעגסטו? גמרא, פּוסקים, פאַרשטייט זיך...

חנן.

אַלץ ניט קומענדיק צו זיך.

גמרא?... פּוסקים?... אין האַנט ניט גענומען?... גמרא איז קאַלט און טרוקן... פּוסקים זיינען קאַלט און טרוקן. קומט מיט אַ מאָל צו זיך, לעבהאַפט. אונטער דער ערד איז דאָ אַקוראַט אַזאַ וועלט ווי אויף דער ערד. דאָרטן זיינען דאָ פעלדער און וועלדער, ימים און מדבריות, שטעט און דערפער. אין די פעלדער און מדבריות טראָגן ↰ 18 זיך דאָרט אום שטאַרקע שטורעם־ווינטן, און אויף די ימים שווימען גרויסע אָקרענטן און אין די געדיכטע וועלדער הערשט אַן אייביקער פּחד, און עס דונערן דונערן... נאָר איין זאַך איז דאָרטן ניטאָ. ניטאָ קיין הויכער הימל, פונוואַנען עס זאָלן זיך טראָגן פייערדיקע בליצן, פונוואַנען עס זאָל בלענדן די זון... אַזוי איז גמרא. זי איז טיף, זי איז גרויס און הערלעך. אָבער זי שמידט צו צו דער ערד, זי לאָזט ניט פליען אין דער הויך. מיט התלהבות. און קבלה! און קבלה! זי רייסט אָפּ די נשמה פון דער ערד! זי הייבט אויף דעם מענטשן צו די העכסטע היכלים, זי עפנט פאַר די אויגן אַלע הימלען. זי פירט גלייך צום פּרדס, זי ציט זיך צום אין־סוף! זי אַנטפּלעקט אַ ברעג פון גרויסן פאָרהאַנג... וואַרפט זיך אָפּ. ניטאָ קיין כח... דאָס האַרץ חלשט...

הענעך.

זייער ערנסט.

אַלץ אמת. אָבער דו פאַרגעסט, אַז פליען אַרויף מיט אַ התלהבות איז די גרעסטע סכנה. מי קען לייכט זיך אָפּרייסן און אַריינפאַלן אין תהום אַריין... גמרא הייבט די נשמה אין דערהויך, פּאַמעלעך, אָבער זי שיצט דעם מענטשן ווי אַ געטרייער וועכטער, וואָס שלאָפט ניט און דרימלט ניט. זי נעמט אַרום אַ מענטשן ווי מיט אַן אייזערנעם פּאַנצער און לאָזט אים ניט אָפּקערן פון גלייכן וועג ניט רעכטס, ניט לינקס. אָבער קבלה? דו געדיינקסט די גמרא. מיט אַ גמרא־ניגון. „פיר זיינען אַריין אין פּרדס: בן עזאי, בן זומא, אחר און ר׳ עקיבא. בן עזאי האָט אַריינגעקוקט און איז געשטאָרבן. בן זומא האָט אַריינגעקוקט און איז אַראָפּ פון זינען. אחר האָט אונטערגעהאַקט די פלאַנצונגען, האָט כופר בעיקר געווען, און נאָר איין ר׳ עקיבא איז אַריין און אַרויס בשלום...

חנן.

שרעק מיך ניט מיט זיי. מיר ווייסן ניט, ווי זיי זיינען געגאַנגען און מיט וואָס זיי זיינען געגאַנגען. אפשר זיינען זיי געשטרויכלט געוואָרן, ווייל זיי זיינען געגאַנגען אָנקוקן, ניט מתקן זיין... אָט זעען מיר דאָך, אַז נאָך זיי זיינען געגאַנגען אַנדערע — דער אר״י הקדוש, דער בעל שם טוב הקדוש — און זיינען ניט נכשל געוואָרן.

↤ 19

הענעך.

דו גלייכסט זיך צו זיי?

חנן.

איך גלייך זיך ניט. איך גיי מיט מיין וועג...

הענעך.

מיט וואָס פאַר אַ וועג?

חנן.

דו וועסט מיך ניט פאַרשסיין.

הענעך.

איך וועל דיך פאַרשטיין. מיין נשמה ציט זיך אויך צו די הויכע מדריגות.

חנן.

טראַכטגדיק אַוויילע.

די עובדה פון צדיקים באַשטייט אין דעם, וואָס זיי רייניקן אָפּ מענטשלעכע נשמות, רייסן פון זיי אַראָפּ די קליפּה פון זינד און הייבן זיי אויף צו זייער ליכטיקן מקור. די עובדה איז אַ שווערע, וואָרעם „ביין טיר הויערט די זינד”. אָפּגערייניקט איין נשמה, קומט אויף איר אָרט איין אַנדערע, אַ באַפלעקטע מיט נאָך גרעסערע זינד. געבראַכט צו תשובה איין דור, קומט אויף זיין אָרט איין אַנדערער, נאָך אַ מער האַרטנעקיקער... און די דורות ווערן אַלץ שוואַכער און די זינד אַלץ שטאַרקער, און צדיקים — אַלץ ווייניקער.

הענעך.

וואָס־זשע דאַרף מען נאָך דיין שיטה נאָך טאָן?

חנן.

שטיל, נאָר זייער זיכער.

מי דאַרף ניט קיין מלחמה האַלטן מיט דער זינד, נאָר אויסבעסערן זי. ווי אַ גאָלדשמיד לייטערט גאָלד אין אַ שטאַרקן פייער ווי איין ערד־אַרבעטער זיפּט אָפּ פולע קערנער פון פּוסטע קאָסטרע, אַזוי דאַרף מען אויסלייטערן די זינד פון איר טומאה, אַזוי, אַז אין איר זאָל בלייבן נאָר קדושה...

↤ 20

הענעך.

פאַרוואונדערט.

קדושה אין זינד? פונוואַנען קומט דאָס?

חנן.

אַלץ, וואָס גאָט האָט באַשאַפן, האָט אין זיך אַ פונק פון הייליקייט...

הענעך.

זינד האָט באַשאַפן ניט גאָט, נאָר די סטרא אחרא!

חנן.

און ווער האָט די סטרא אחרא באַשאַפן? אויך גאָט. סטרא אחרא הייסט די צווייטע זייט פון גאָט. ווי באַלד זי איז אַ זייט פון גאָט, מוז זי האָבן אין זיך קדושה.

הענעך.

דערשיטערט.

קדושה אין דער סטרא אחרא!! איך קאָן ניט! איך פאַרשטיי ניט! לאָז מיך באַטראַכטן! לאָזט אַראָפּ דעם קאָפּ, צוגעדריקט צו די הענט, אויפן שטענדער, פּויזע.

חנן.

גייט צו, בייגט זיך אָן צו אים. מיט אַ ציטערנדיקן קול.

וואָסער זינד איז די שטאַרקסטע? וואָסער זינד איז שווערער ווי אַלץ מנצח צו זיין? די זינד פון אַ גלוסטונג צו אַ נקבה? יאָ?

הענעך.

ניט אויפהייבנדיק דעם קאָפּ.

יאָ...

חנן.

און אַז מי לייטערט אויס אָט די זינד אין אַ שטאַרקן פייער, רעדט פון דער גרעסטער טומאה די העכסטע קדושה, ווערט „שיר השירים” מיט אַ פאַרכאַפּטן אָטעם. „שיר השירים”! גלייכט זיך אויס און מיט אַ אַנטציקונג־התלהבות הייבט ער אָן שטיל זינגען. „שיין ביסטו מיין באַשערטע, שיין ביסטו. דיינע אויגן ווי טויבן קוקן אַרויס פון אונטער דיינע אויג־ברעמען. דיינע האָר זיינען ווי אַ טשערעדע צוגעגליכן, וואָס לויפן אַראָפּ פון באַרג גלעד. דיינע ציין זיינען ↰ 21 ווי אַ טשערעדע שאָף, וואָס האָבן זיך נאָר־וואָס אויסגעבאָדן, און אַלע זיינען זיי צווילינגען און קיין שום אומפרוכפּערדיקע איז ניטאָ צווישן זיי... פון חדר מיוחד גייט אַרויס מאיר. עס הערט זיך אַ שטילער קלאַפּ אין טיר, זי עפנט זיך אומזיכער. עס גייען אַריין לאה, פירנדיק פאַרן האַנט פראַדען, נאָך זיי גיטל. שטעלן זיך אָפּ ביין טיר.

מאיר.

דערזעענדיק זיי, זייער פאַרוואונדערט. מיט אַ חניפהדיק־אַנטציקטן קול.

זע?... ר׳ סנדר׳ס טאָכטער?... לאהלע?...

לאה.

פאַרשעמט.

איר געדענקט, איר האָט צוגעזאָגט ווייזן מיר די אַלטע געשטיקטע פּרוכתן... ווי נאָר עס דערהערט זיך איר קול, האַקט איבער חנן דעם זינגען. ער קוקט מיט ברייט געעפנטע אויגן אויף לאהן. די גאַנצע צייט — אָדער ער קוקט אויף איר אָדער ער שטייט מיט געשלאָסענע אויגן אין איין עקסטאַז.

פראַדע.

ווייז איר, מאירקע, די פּרוכתן, די אַלטע, די שענסטע, ווייז איר... לאהלע האָט צוגעזאָגט אויסצושטיקן צו דער מאַמעס יאָרצייט אַ פּרוכת. אויסשטיקן וועט זי אים מיט גינגאָלד אויף דעם בעסטן סאַמעט, ווי מי פלעגט אַמאָל אויסשטיקן, מיט לייבעלעך, מיט אָדלערס. וועט מען אויפהענגען דעם פּרוכת אויפן ארון קודש, וועט איר מאַמעס כשרע נשמה שרייען זיך אין גן עדן. לאה קוקט זיך ניט זיכער אַרום, באַמערקט חננען, לאָזט אַראָפּ די אויגן און בלייבט אַזוי די גאַנצע צייט מיט אַראָפּגעלאָזענע אויגן, אָנגעשטרענגט.

מאיר.

אָך! מיטן גרעסטן פאַרגעניגן! ווי דען! ווי דען! די רגע ברענג איך די פּרוכתן, די שענסטע, די עלטסטע. גייט אָפּ צום קאַסטן ביין גאַס־טיר און נעמט פון דאָרט אַרויס פּרוכתן.

גיטל.

כאַפּט אָן לאהן ביין האַנט.

לאהלע, האָסט קיין מורא ניט ביי נאַכט אין שול?

↤ 22

לאה.

איך בין קיין מאָל ניט געווען ביי נאַכט אין אַ שול... חוץ שמחת־תורה, נאָר שמחת־תורה איז ליכטיק און פריילעך, און איצטער... ווי טרויעריק דאָ איז, ווי טרויעריק!

פראַדע.

טעכטערלעך, אין אַ שול מוז זיין טרויעריק. אום האַלבע נאַכט קומען אַהער מתים דאַווענען און לאָזן דאָ זייער טרויער...

גיטל.

באָבוניו! רעדט ניט וועגן טויטע, איך האָב מורא!

פראַדע.

ניט הערנדיק זי.

און אַלע פרימאָרגן, אַז דער אַלמעכטיקער וויינט אויפן חורבן בית המקדש, פאַלן זיינע הייליקע טרערן אין די שולן. דערפאַר זיינען אין די אַלטע שולן די ווענט פאַרוויינטע. און מי טאָר זיי ניט קאַלכן. אַז מען קאַלכט זיי, בייזערן זיי זיך און וואַרפן מיט שטיינער.

לאה.

ווי אַלט זי איז, ווי אַלט! פון דרויסן האָב איך דאָס ניט אַזוי געמערקט.

פראַדע.

אַלט, זייער אַלט, טאָכטערל. מי זאָגט אַפילו, אַז מי האָט זי געפונען אַ געבויטע אונטער דער ערד. וויפיל חורבנות זיינען דאָ געווען, וויפיל מאָל איז די גאַנצע שטאָט אָפּגעברענט, און זי איז גאַנץ געבליבן. איין מאָל נאָר האָט זיך אין איר אָנגעכאַפּט דער דאַך, זיינען אָנגעפלויגן טייבעלעך, אָן אַ צאָל טייבעלעך, האָבן גענומען פאָכן מיט די פליגעלעך און פאַרלאָשן דעם פייער...

לאה.

ניט הערנדיק זי, ווי פאַר זיך.

ווי טרויעריק דאָ איז און ווי ליבלעך! מיר ווילט זיך ניט אַוועקגיין פונדאַנען, מיר ווילט זיך צופאַלן צו די פאַרוויינטע ווענט, אַרומנעמען זיי האַרציק און פרעגן: פאַרוואָס זיי זיינען אַזוי טרויעריק און פאַרטראַכט, אַזוי שטיל און פאַראומערט. איך וואָלט וועלן... ↰ 23 איך ווייס אַליין ניט וואָס, נאָר מיין האַרץ צורייסט זיך פון צאַרטקייט און רחמנות...

מאיר.

בריינגט צום בימה פּרוכתן, שפּרייט פונאַנדער איינעם.

אָט דער איז דער עלטסטער. מער ווי צווייהונדערט יאָר אַלט, מי היינגט אים אויף נאָר אויף פּסח.

גיטל.

אַנטציקט.

זע, לאהלע, וואָס פאַר אַ פּראַכט! אויף האַרטן ברוינעם סאַמעט איז אויסגעשטיקט מיט דיקע גאָלד צוויי לייבן. זיי האַלטן אַ מגן דוד. ביי ביידע זייטן צוויי ביימער און אויף זיי טויבן! איצט איז ניט צו קריגן ניט אַזאַ סאַמעט, ניט אַזאַ גאָלד.

לאה.

דער פּרוכת איז אויך אַ האַרציקער און אַ טרויעריקער. גלעט אים און קושט.

גיטל.

כאַפּט אָן לאהן ביין האַנט. שטיל.

זע, לאהלע. דאָרטן שטייט אַ בחור און קוקט אויף דיר! ווי מאָדנע ער קוקט אויף דיר!

לאה.

נאָך מער אַראָפּלאָזנדיק די אויגן.

דאָס איז אַ ישיבה־בחור... חנן... ער האָט ביי אונדז געגעסן טעג...

גיטל.

ער קוקט אויף דיר אַזוי, ווי ער וואָלט דיך רופן מיט די אויגן. ער וויל אַוודאי צוגיין, נאָר ער וואַגט זיך ניט.

לאה.

איך וואָלט וועלן וויסן, פאַרוואָס ער איז אַזוי בלייך און טרויעריק. ער האָט געמוזט קראַנק זיין...

גיטל.

ער איז גאָרניט טרויעריק. ביי אים פינקלען די אויגן.

↤ 24

לאה.

ביי אים פיגקלען שטענדיק די אויגן. אַזעלכע אויגן ביי אים. און אַז ער רעדט מיט מיר, פאַרכאַפּט ביי אים דער אָטעם. און ביי מיר אויך... עס איז דאָך ניט פּאַסיק, אַז אַ מיידל זאָל ריידן מיט אַ פרעמדן בחור.

פראַדע.

צו מאירן.

וואָלטסט אונדז געבן, מאירקע, אַ קוש טאָן די רייניקייטן. ווי איז דאָס: זיין צו גאַסט ביי גאָט און ניט אַ קוש טאָן זיין הייליקע תורה.

מאיר.

אַדרבא! אַדרבא! קומט. ער גייט פאָראויס, גיטל פירט פראַדען, נאָך זיי לאה. מאיר נעמט אַרויס אַ ספר־־תורה, גיט פראַדען קושן.

לאה.

אויסגלייכנדיק זיך מיט חננען, שטעלט זיך אויף אַ רגע אָפּ, שטיל.

גוטן אָוונט, חנן... איר זייט צוריק געקומען?

חנן.

מיט אַ פאַרכאַפּטן אָטעם.

יאָ

פראַדע.

קום, לאהלע, קושן די רייניקייט! לאה גייט צו צום ארון קודש. מאיר דערלאַנגט איר די ספר תורה. זי כאַפּט זי אַרום און פאַלט צו איר צו מיט די ליפּן, קושט זי ליידנשאַפטלעך. נו, טאָכטערל, גענוג! אַ רייניקייט טאָר מען לאַנג ניט קושן. רייניקייטן זיינען דאָך געשריבן מיט שוואַרצן פייער אויף ווייסן פייער! מיט אַ מאָל שטאַרק דערשראָקן. אוי, ווי שפּעט עס איז, ווי שפּעט! קומט, טעכטערלעך, אַהיים קומט גיכער אַהיים! גייען געאיילט אַוועק. מאיר פאַרמאַכט דעם ארון קודש, גייט אַרויס נאָך זיי.

חנן.

שטייט אַוויילע מיט געשלאָסענע אויגן, הייבט אָן ווייטער זינגען „שיר השירים” פון אָרט, וואו ער האָט איבערגעריסן.

„ווי אַ פּורפּור־פאָדעם זיינען די ליפּן דיינע און דיינע לעפצן זיינען ↰ 25 אייטל־שיין. ווי אַ גראַנאַט־עפּל זיינען די שלייפן דיינע אונטער דיין דעקטוך”.

הענעך.

הייבט אויף דעם קאָפּ, קוקט אויף חננען.

חנן! וואָס זינגסטו? חנן ווערט אַנטשוויגן, עפנט די אויגן, קוקט אויף הענעכן. דיינע פּאות זיינען נאַס, ביסט נאָר וואָס ווידער געווען אין מקווה.

חנן.

יאָ.

הענעך.

בשעת דו ביסט זיך טובל באַנוצטו שמות? פּראַוועסט כוונות און יחודים לויטן „ספר רזיאל”?

חנן.

יאָ.

הענעך.

און דו האָסט קיין מורא ניט?

חנן

ניין.

הענעך.

און דו פאַסט משבת לשבת? דיר איז דאָס ניט שווער?

חנן.

מיר איז שווערער שבת צו עסן איידער די גאַנצע וואָך צו פאַסטן. איך האָב אָנגעוואָרן דעם גלוסט צום עסן. פּויזע.

הענעך.

אינטים.

פון וואָס וועגן טוסטו דאָס אַלץ? וואָס ווילסטו דערמיט דערגרייכן?

חנן.

ווי ריידנדיק צו זיך.

איך וויל... איך וויל דערגרייכן אַ קלאָרן און פינקלענדיקן דימענט. צושמעלצן אים אין טרערן און אַריינזאַפּן אין מיין נשמה... איך וויל דערגרייכן די שטראַלן פונעם דריטן היכל, פון דער דריטער ↰ 26 ספירה — תפארת... איך וויל... מיט אַ מאָל זייער אומרואיק. יאָ! איך מוז נאָך באַקומען צוויי פעסלעך מיט גילדענע רענדלעך... פאַר יענעם, וואָס קען נאָר ציילן רענדלעך...

הענעך.

דערשטוינט.

אָט־וואָס?... זע, חנן, היט זיך, דו שטייסט אויף אַ גליטשיקן וועג... דורך הייליקע כחות וועסטו דאָס אַלץ ניט דערגרייכן...

חנן.

קוקט אים אָן דרייסט.

און אַז ניט דורך הייליקע? האַ? אַז ניט דורך הייליקע?

הענעך.

שטאַרק דערשראָקן.

איך האָב מורא מיט דיר צו ריידן. איך האָב מורא צו שטיין לעבן דיר! גייט געאיילט אַרויס. חנן בלייבט אומבאַוועגט מיט אַ דרייסטן אויסדריק. פון גאַס גייט אַריין מאיר, פון חדר מיוחד גייט אַרויס 1־טער בטלן.

1־טער בטלן.

אָפּגעזאָגט אַכטצען קאַפּיטלעך תהלים און גענוג. וואָס, דעם גאַנצן תהלים אָפּזאָגן פאַר אַ גילן? איז רייד מיט זיי. האָבן זיך אַריינגעזאָגט — זאָגן זיי ווייטער. עס לויפט אַריין אַשר זייער פאַרהאַוועט.

אשר.

נאָר־וואָס באַגעגנט ברוך דעם שניידער. ער איז געקומען פון קלימאָווקע, וואו סנדר איז זיך צונויפגעפאָרן מיט די מחותנים, און זאָגט, אַז מי איז ניט דורכגעקומען. סנדר האָט געמאָנט ביין חתנס צד צען יאָר קעסט, און די מחותנים האָבן געגעבן נאָר פינף, — איז מען זיך צופאָרן...

מאיר.

שוין דאָס פערטע מאָל!

3־טער בטלן.

וואָס פאַר אַ האַרצווייטיק!

דער משולח.

צום 3־טן בטלן מיט אַ שמייכל.

↤ 27

איר האָט אַליין געזאָגט, אַז אַ שידוך טוט מען דעם, וועלכער איז באַשערט.

חנן.

גלייכט זיך אויס, מיט העכסטער באַגייסטערונג.

איך האָב ווידער מנצח געווען. פאַלט אָן כח אויפן באַנק און בלייבט זיצן מיט איין אויסדרוק פון גליק אויפן פּנים.

דער משולח.

נעמט זיין זאַק, נעמט אַרויס פון אים אַ לאַנטערנע.

צייט קלייבן זיך אין וועג מאיר.
וואָס איילט איר?

דער משולח.

איך בין דאָך אַ משולח. פּריצים שיקן דורך מיר איינער צום אַנדערן וויכטיקע ידיעות, זעלטענע חפצים. דאַרף איך זיך איילן. די צייט איז ניט מיינע.

מאיר.

איר וואָלט כאָטש וואַרטן ביז עס וועט אָנהייבן טאָגן.

דער משולח.

צום טאָגן איז ווייט, און מיין וועג איז לאַנג. אַרום האַלבע נאַכט וועל איך אַרויסגיין.

מאיר.

דרויסן איז שטאָק־פינצטער.

דער משולח.

מיט מיין לאַנטערן וועל איך ניט פאַרבלאָנדזן. פון חדר מיוחד גייען אַרויס 2־טער און 3־טער בטלנים און די ישיבה־בחורים.

2־טער בטלן.

מזל־טוב! זאָל דער אייבערשטער צושיקן אַ רפואה שלמה דער חולנית!

אַלע.

הלוואי, אמן!

1־טער בטלן.

געדאַרפט איצט פאַרן גילן קויפן אַביסל משקה און קיכלעך.

↤ 28

מאיר.

איך האָב שוין צוגעגרייט. נעמט אַרויס פון בוזעם אַ פלעשל מיט קיכלעך. קומט אין פּאָליש, וועלן מיר דאָרטן מאַכן „לחיים”. עס עפנט זיך ברייט די טיר און עס גייט אַריין סנדר אין פונאַנדערגעשפּילעטן בגד, די היטל אַרויסגערוקט, פריילעך. נאָך אים דריי — פיר יידן.

מאיר און די בטלנים.

צוזצמען.

אָ! ר׳ סנדר: ברוך הבא!

סנדר.

געפאָרן פאַרביי קלויז — קלער איך, מען דאַרף אַריינגיין אַ קוק טאָן, וואָס טוען אנשי שלומינו. באַמערקט די פלעשל ביי מאירן. געמיינט, זיי זיצן און לערנען אָדער ריידן וועגן הויכע ענינים. ערשט זיי קלייבן זיך גאָר טרינקען תיקון! כאַ — כאַ! אמתע מיראָפּאָליער חסידים!

3־טער בטלן.

איר וועט מיט אונדז נעמען אַ קאַפּעצקע, ר׳ סנדר.

סנדר.

פּרא אדם! איך וועל אַליין שטעלן תיקון, און אַ פיינעם תיקון. גיט מיר אָפּ מזל־טוב! אין אַ גוטער שעה פאַרקנסט די טאָכטער. חנן כאַפּט זיך אויף פון אָרט דערשיטערט.

אַלע.

מזל־טוב! מזל־טוב!

מאיר.

און אונדז האָט מען נאָר־וואָס אָנגעזאָגט, אַז איר זייט ניט דורכגעקומען מיטן מחותן. און דער ענין איז בטל געוואָרן.

3־טער בטלן.

מיר האָבן זיך אַזוי מצער געווען!

סנדר.

געוועסט טאַקע בטל געוואָרן, נאָר אין דער לעצטער רגע האָט דער מחותן מסכים געווען און מיר האָבן געשריבן למזל תנאים.

↤ 29

חנן.

תנאים?!... תנאים?!... ווי הייסט? ווי קאָן דאָס זיין?... אין גרויס פאַרצווייפלונג. האָבן, הייסט דאָס, ניט געהאָלפן ניט די תעניתים, ניט די מקוואות, ניט די צירופים, ניט די סיגופים? אַלץ אומזיסט?... וואָס־זשע איצטער?... מיט וואָסער וועג? מיט וואָסערע כחות? כאַפּט זיך פאַרן ברוסט, גלייכט זיך אויס, מיט אַ התלהבותדיקן פּנים. אַ — אַ — אַ!... פאַר מיר אַנטפּלעקט זיך דער סוד פון גרויסן צווייפאַכיק־אויסגעדריקטן שם!!! איך... זע אים!!.. איך... איך.. איך האָב מנצח... געווען!!! פאַלט אויף דער ערד.

דער משולח.

עפנט דעם לאַנטערן.

דאָס ליכטל האָט אויסגעברענט. מען דאַרף אָנצינדן אַ נייע. שרעקנדיקע פּויזע.

סנדר.

מאיר! וואָס איז דאָ אַזוי פינצטער! וואָלטסט אָנצינדן ליכט. מאיר צינדט אָן.

דער משולח.

גייט שטיל צו צו סנדרן.

זייט איר מיט דעם מחותן דורכגעקומען?

סנדר.

קוקט אים אָן פאַרוואונדערט, אַביסל דערשראָקן.

יאָ...

דער משולח.

עס טרעפט, אַז מחותנים זאָגן צו און האַלטן ניט וואָרט. עס דערגייט איין אַנדערש מאָל צו אַ דין־תורה. מי דאַרף זיין זייער אָפּגעהיט...

סנדר.

דערשראָקן, צו מאירן.

ווער איז דער ייד? איך קאָן אים ניט?

מאיר.

ער איז אַ ניט־היגער, אַ משולח...

↤ 30

סנדר.

וואָס וויל ער פון מיר?

מאיר.

איך ווייס ניט.

סנדר.

באַרואיקענדיק זיך.

אשר! גיב אַ שפּרונג צו מיר און זאָג, אַז איך האָב געהייסן צוגרייטן משקה, איינגעמאַכץ און אַ גוטן פאַרבייסן. געשווינט! אויף איין פוס. אשר לויפט אַרויס. ביז מען וועט דאָרטן צוגרייטן, וועלן מיר דאָ אַוויילע זיצן און פאַרבריינגען... אפשר ווייס ווער אַ נייעם וואָרט פון אונדזער רבין, אַ מופת, אַ משל. יעדע תנועה זיינע איז טייערער פון פּערל.

1־טער בטלן.

צו מאירן.

באַהאַלט דאָס פלעשל. וועט צוניץ קומען אויף מאַרק. מאיר באַהאַלט.

דער משולח.

איך וועל אייך דערציילן זיינעם אַ משל. עס איז געקומען צום רבין אַ חסיד, אַ גביר, נאָר אַ גרויסער קמצן. האָט דער רבי אים אָנגענומען פאַרן האַנט, צוגעפירט צום פענצטער און געזאָגט: „קוק”. האָט דער גביר אַרויסגעקוקט אויפן גאַס. פרעגט אים דער רבי: „וואָס זעסטו?” ענטפערט ער: „איך זע מענטשן”. נעמט אים ווידער דער רבי פאַרן האַנט און פירט אים צום שפּיגל און זאָגט: „קוק, וואָס זעסטו איצט?” ענטפערט ער: „איצט זע איך זיך”. זאָגט אים דער רבי: „פאַרשטייסט דו מיך. אין פענצטער איז גלאָז און אין שפּיגל איז גלאָז. נאָר די גלאָז פון שפּיגל איז אַביסל באַזילבערט. און ווי באַלד נאָר באַזילבערט, הערט מען אויף צו זען מענטשן און מען הייבט אָן זען נאָר זיך”.

3־טער בטלן.

אָ! אָ! אָ! מתוק מדבש.

1־טער בטלן.

הייליקע ווערטער!...

↤ 31

סנדר.

צום משולח.

האַ? וואָס?... איר האָט דאָס מיר געוואָלט אַ שטאָך טאָן...

דער משולח.

חס ושלום.

2־טער בטלן.

געדאַרפט עפּעס זינגען. צום 3־טן בטלן. זאָג דעם רביס ניגון! 3־טער בטלן הייבט אָן זינגען אַ שטילן מיסטישן חסידישן ניגון, אַלע העלפן אונטער.

סנדר.

כאַפּט זיך אויף פון אָרט.

און איצט אַ טאַנץ, אַ ריקודל! וואָס? סענדער גיט אויס זיין בת־יחידה און מען זאָל ניט מאַכן קיין ריקודל. וואָס פאַר מיראָפּאָליער חסידים וואָלטן מיר געווען! סנדר, די דריי בטלנים און מאיר לייגן אַרויף איינער דעם צווייטן די הענט אויף די אַקסלען, מאַכן אַ רעדל, פאַרגלאָצן די אויגן, זינגען אַ מאָנאָטאָן—מיסטישן ניגון און דרייען זיך לאַנגזאַם אויף איין אָרט. סנדר רייסט זיך אַרויס פון רעדל, פריילעך. און איצט אַ פריילעכן טענצל. אַלע אַהער!

3־טער בטלן.

בחורים! בחורים! אַלע אַהער. עס גייען צו עטלעכע בחורים. הענעך! חנן! וואו זייט איר? אַהער! אַ פריילעכן ריקודל?

סנדר.

אַביסל צומישט.

אַ — אַ! חנן! מיין חנקע איז דאָך דאָ! וואו איז ער? וואו איז ער? בריינגט אים מיר אָקאָרשט אַהער!

מאיר.

דערזעט חננען אויף דער ערד.

ער שלאָפט גאָר אויף דער ערד.

סנדר.

וועק אים אויף, וועק אים אויף!

מאיר.

וועקט אים. דערשראָקן.

ער וואַכט ניט אויף! אַלע גייען־צו, בייגן זיך אָן, וועקן.

↤ 32

1־טער בטלן.

שרייט אויס דערשראָקן.

ער איז געשטאָרבן!!

3־טער בטלן.

ביי אים פון האַנט איז אַרויסגעפאַלן דער „ספר רזיאל המלאך”!! אַלע זיינען דערשיטערט.

דער משולח.

ער איז געניזוקט געוואָרן.
(פאָרהאַנג).

↤ 33

צווייטער אַקט.

אַ פּלאַץ אין בריניץ. לינקס — די אַלטע הילצערנע קלויז, פאַרצייטיקע אַרכיטעקטור. פאַרן קלויז, אַביסל אָן אַ זייט, אַ בערגל מיט אַן אַלטן מצבה־שטיין, וואָס אויף אים איז אויפגעשריבן: „פּ. נ. הקדושים והטהורים, חתן וכלה, שנהרגו על קידוש השם, שנת ת״ח, לפ״ק. ת׳נ׳צ׳ב׳ה”. נאָכן קלויז — אַ געסל, און אַ פּאָר קליינע הייזלעך, וואָס גיסן זיך צונויף מיט דער דעקאָראַציע. רעכטס — סנדרס הויז, אַ גרויסע הילצערנע הויז מיט אַ גאַניק. נאָכן הויז אַ ברייטער טויער פון הויף, ווייטער, אַ געסל, אַ ריי קרעמלעך, וואָס גיסן זיך אויך צונויף מיט דער דעקאָראַציע. אויף דער דעקאָראַציע רעכטס, נאָך די קראָמען, אַ קרעטשמע, אַ גרויסער פּריצישער גאָרטן, דעם פּריצ׳ס פּאַלאַץ. אַ ברייטע וועג לאָזט זיך אַראָפּ צום טייך. אויף יענער זייט טייך אויפן הויכן ברעג אַ בית־עולם מיט מצבות. לינקס אַ בריק איבערן טייך, אַ מיל, נעענטער אַ מרחץ, דער הקדש. אויפן פאָן — אַ געדיכטער וואַלד.

די טויערן פון סנדרס הויף זיינען ברייט געעפנט. אין הויף שטייען לאַנגע טישן, וואָס ציען זיך און גייען אַרויס אויפן פּלאַץ. די טישן זיינען געגרייט און אַרום זיי זיצן אָרעמעלייט, קאַליקעס, אַלטע און קינדער, און עסן ווי הונגעריקע. שאַרווערס גייען אַרויס פון שטוב מיט גרויסע פּאָלומעשקעס מאכלים און קאָרזינעס ברויט און דערלאַנגען צום טיש.

פאַר די קרעמלעך און הייזער זיצן ווייבער, מאַכן זאָקן און לאָזן ניט אַראָפּ די אויגן פון סנדרס הויז. בעלי־בתים און בחורים גייען אַרויס פון קלויז מיט טלית און תפילין און גייען אין די קראָמען און הייזער, אַנדערע שטעלן זיך אָפּ אין רעדלעך. פון סנדרס הויף הערט זיך אַ מוזיק־שפּיל, טענץ און אַ טומל־געשפּרעך.

אָוונט. אין מיטן גאַס, פאַר דער קלויז, שטייט דער חתונה־אורח, אַ באַיאָרנטער ייד אין איין אַטלעסענער זשופּיצע, פאַרלייגט די הענט הינטערן גאַרטל. לעבן אים דער צווייטער בטלן.

↤ 34

דער אורח.

קוקט אַרום די שול.

אַ געהויבענע שול ביי אייך... אַ פיינע, אַ גרויסע. די שכינה רוט אויף איר. ווייזט אויס, זייער אַן אַלטע?

2־טער בטלן.

זייער אַן אַלטע. זקנים זאָגן, אַז זייערע זיידעס האָבן ניט געדענקט, ווען מי האָט זי געבויט.

דער אורח.

דערזעט די מצבה.

און וואָס איז דאָס? גייט צו, לייענט. „פּה נקברו הקדושים והטהורים, חתן וכלה, שנהרגו על קדוש השם, שנת ת״ח”. אַ חתן מיט אַ כלה געהרגעטע אויף קדוש השם?

2־טער בטלן.

אַז דער צורר האַמעליוק, ימח שמו, איז אָנגעפאַלן מיט זיינע קאָזאַקן אויפן שטאָט און האָט אויסגעקיילעט אַ העלפט יידן, האָט ער געהרגעט אַ חתן מיט אַ כלה, בשעת מען האָט זיי געפירט צו דער חופּה. מען האָט זיי מקבר געווען דאָ אויפן אָרט, וואו מי האָט די געהרגעט, ביידן אין איין קבר, און פון יעמאָלט אַן רופט מען אים „דער הייליקער קבר׳ל”. שטיל, ווי אַ געהיימעניש. יעדן מאָל, בשעת דער רב איז מסדר קידושין, הערט ער זיפצן פון קבר׳ל... און ביי אונדז איז פון לאַנג אָן אַ מנהג, אַז נאָך דער חופּה גייט מען טאַנצן אַרום קבר׳ל, משמח זיין די באַגראָבענע חתן און כלה...

דער אורח.

אַ פיינער מנהג! פון סנדרס הויף גייט אַרויס מאיר, גייט־צו.

מאיר.

מיט היץ.

איז עס אַן אָרעם־מאָלצייט! זינט איך שטיי אויף די פיס האָב איך אַזאַ אָרעם־מאָלצייט ניט געזען!

↤ 35

דער אורח.

קיין חידוש ניט. סנדר גיט אויס אַ בת־יחידה...

מאיר.

מיט התלהבות.

מי טיילט יעדערן צו שטיק פיש, נאָכדעם צו שטיק געבראָטנס, און נאָך צימעס! און פאַר דער סעודה האָט מען געטיילט ברוינפן און לעקעך! דאָס דאַרף דאָך אָפּקאָסטן מיליאַסן געלט, ניט צו משער זיין!

2־טער בטלן.

סנדר ווייס וואָס ער טוט. אַז מי איז ניט יוצא פאַר איין גערופענעם אורח, איז ניטאָ קיין גרויסע אחריות. וועט ער זיך בלאָזן! אָבער אַז מי איז ניט יוצא פאַר אָרעמעלייט, איז טאַקע אַ גרויסע סכנה... מי קאָן דאָך קיינמאָל ניט וויסן, ווער עס געפינט זיך אין די בגדים פון איין אָרעמאַן. אפשר אַ בעטלער און אפשר גאָר אַנדערש ווער. אַ נסתר, אַ למד־וואָווניק...

מאיר.

פאַר וואָס ניט אליהו הנביא? ער ווייזט זיך דאָך אַלעמאָל אין געשטאַלט פון אַן אביון.

דער אורח.

אָפּגעהיט דאַרף מען זיין ניט נאָר מיט אָרעמעלייט. וועגן קיין מענטשן קאָן מען ניט וויסן, ווער ער איז, ווער ער איז געווען אין פריערדיקן גלגול און צוליב וואָס ער איז געקומען אויף דער וועלט. פון געסל לינקס גייט אַרויס דער משולח מיטן זאַק אויף די פּלייצעס

מאיר.

דערזעענדיק דעם משולח, גייט צו צו אים.

שלום עליכם. איר זייט ווידער געקומען צו אונדז?

דער משולח.

מען האָט מיך ווידער געשיקט אַהער.

מאיר.

איר זייט געקומען אין אַ גוטער צייט, צו אַ גבירישער חתונה.

דער משולח.

וועגן דער חתונה רעדט מען אין גאַנצן געגנט.

↤ 36

מאיר.

איר האָט אפשר געטראָפן וואו אין וועג די מחותנים? זיי האָבן פאַרשפּעטיקט.

דער משולח.

דער חתן וועט קומען באַצייטנס. גייט צום קלויז. דער אורח, 2־טער בטלן און מאיר גייען אין הויף. הינטער די טישן באַווייזט זיך לאה אין חתונה־קליידער, דרייט זיך טאַנצנדיק מיט איינע נאָך די אַנדערע פון די אַלטע אָרעמע יידענעס. אַנדערע אָרעמע ציען זיך צו איר. די וואָס האָבן געענדיקט טאַנצן גייען אַרויס אויפן פּלאַץ, מאַכן רערלעך.

אַ יידענע מיט אַ קינד.

קאָנטעט.

איך האָב געטאַנצט מיט דער כלה.

אַ הינקעדיקע.

איך אויך. האָב זי אַרומגענומען און געטאַנצט, כי, כי!

דער האָרבאַטער.

וואָס טאַנצט עפּעס די כלה נאָר מיט ווייבער? איך וואָלט אויך וועלן אַרומנעמען זי און דרייען זיך מיט איר, כע, כע, כע!

עטלעכע אָרעמעלייט.

כע, כע, כע! עס גייען אַרויס פון שטוב אויפן גאַניק פראַדע, גיטל, בתיה.

פראַדע.

אומרואיק.

וויי איז מיר! לאהלע טאַנצט נאָך אַלץ מיט די אָרעמעלייט. ביי איר וועט זיך די קאָפּ פאַרדרייען. טעכטערלעך, בריינגט זי צופירן אַהער. זעצט זיך אויף אַ ביינקל. גיטל און בתיה גייען צו לאהן.

גיטל.

גענוג, לאהלע, צו טאַנצן. קום.

בתיה.

דיר וועט זיך די קעפּעלע פאַרדרייען. זי און גיטל נעמען אָן לאהן פאַר די הענט און ווילן זי אָפּפירן.

די אָרעמע ווייבער.

רינגלען אַרום לאהן, מיט אַ בעטנדיקן, וויינענדיקן געשריי:

↤ 37

— זי האָט נאָך מיט מיר ניט געטאַנצט! מיט וואָס בין איך ערגער פאַר אַן אַנדערער?
— אַ גאַנצע שעה ווי איך וואַרט, זי זאָל מיט מיר טאַנצן!
— לאָזט מיך. נאָך עלקען דאַרף איך מיט איר טאַנצן.
— מיט דער הינקעדיקער יחנה האָט זי זיך געדרייט אפשר צען מאָל, און מיט מיר אַפילו איין מאָל ניט! איך האָב צו גאָרנישט קיין מזל! מאיר גייט אַרויס פון הויף און שטעלט זיך אויף אַ ביינקל.

מאיר.

אויפן קול מיט אַ געזאַנג ווי אַ מאַרשעלאַק.

האָט געלאָזט בעטן דער מחותן דער גביר
אַלעמען קומען אין שפּייכלער צום טיר!
ס׳וועט טיילן נדבות ר׳ סנדר אַליין
צו 10 גראָשן פאַר יעדער פּאַרשוין!

די אָרעמעלייט.

לויפן געאיילט, שטופּנדיק איינער דעם אַנדערן אין הויף, שרייען אויפגערעגט.

צען גראָשן!! צען גראָשן!! דער פּלאַץ ווערט פּוסט. עס בלייבן נאָר לאה, גיטל, בתיה און אַ בלינדלעכע אַלטע.

די בלינדלעכע אַלטע.

כאַפּט אָן לאהן.

איך דאַרף ניט די נדבה, נאָר טאַנץ מיט מיר. כאָטש איין מאָל דריי זיך אַרום מיט מיר. שוין פערציק יאָר ווי איך האָב ניט געטאַנצט! אוי, האָב איך געטאַנצט אין דער יוגנט, האָב איך געטאַנצט! לאה נעמט אַרום די אַלטע, דרייט זיך מיט איר. די אַלטע לאָזט זי ניט אָפּ, בעט. נאָך! נאָך! זיי דרייען זיך. די אַלטע מיט אַ פאַרכאַפּטן אָטעם, היסטעריש. נאָך!... נאָך!... גיטל פירט אָפּ די אַלטע מיט גוואַלד אין הויף, קערט זיך אום און צוזאַמען מיט בתיהן פירן זיי אָפּ לאהן צום גאַניק, זעצן אויף אַ ביינקל. די שאַרווערס און דינער נעמען צו די טישן, שליסן צו טויער.

פראַדע.

ביסט גלייך ווי אַ טוך, לאהלע. האָסט זיך פאַרמאַטערט?

לאה.

מיט געשלאָסענע אויגן, פאַרוואָרפענעם קאָפּ, רעדט ווי אין חלום.

↤ 38

זיי האָבן מיך אַרומגענומען, אַרומגערינגלט, געדריקט זיך צו מיר, געצויגן זיך צו מיר מיט זייערע קאַלטע טרוקענע פינגער... דער קאָפּ האָט זיך געדרייט, דאָס האַרץ האָט געחלשט... נאָכדעם האָט מיך אימיצער אויפגעהויבן אין דער לופטן און אַוועקגעטראָגן ווייט... ווייט...

בתיה.

דערשראָקן.

לאהלע! זע ווי זיי האָבן צוקנייטשט אין פאַרפלעקט דיין קלייד! וואָס וועסטו איצטער טאָן!

לאה.

ווי פריער.

אַז מי לאָזט די כלה אַליין פאַר דער חופּה, קומען רוחות און טראָגן זי אַוועק...

פראַדע.

דערשראָקן.

וואָס פאַר אַ ווערטער רעדסטו, לאהלע! די שוואַרצע טאָר מען ניט דערמאָנען מיט זייער נאָמען. די זיצן זיך באַהאַלטן און פאַרגראָבן אין אַלע ווינקעלעך, אין אַלע לעכעלעך, אין אַלע שפּעלטעלעך. אַלץ זעען זיי, אַלץ הערן זיי און וואַרטן נאָר, מי זאָל זיי אָנרופן מיט זייער טרפהנעם נאָמען, שפּרינגען זיי באַלד אַרויס און וואַרפן זיך אָן אויף אַ מענטשן. טפו! טפו! טפו!

לאה.

עפנט די אויגן.

זיי זיינען ניט קיין בייזע...

פראַדע.

גלויבן זיי טאָר מען אויך ניט. אַז מי גלויבט אַ ניטגוטן, ווערט ער צולאָזן און הייבט אָן שטיפן...

לאה.

זייער זיכער.

באָבינקע! אונדז רינגלען אַרום ניט בייזע רוחות, נאָר נשמות פון מענטשן, וואָס זיינען געשטאָרבן פאַר דער צייט. אָט זיי קוקן זיך דאָס צו און הערן זיך צו צו אַלץ, וואָס מיר טוען און ריידן...

↤ 39

פראַדע.

גאָט איז מיט דיר, טאָכטערל! וואָס רעדסטו! נשמות. וועלכע נשמות? ריינע כשרע נשמות פליען אַרויף אויפן הימל, רוען אין ליכטיקן גן־עדן...

לאה.

ניין, באָבוניו, זיי זיינען מיט אונדז! מיט אַן אַנדער טאָן. באָבע! אַ מענטש ווערט דאָך געבאָרן אויף אַ גרויסן לאַנגן לעבן. און אַז ער שטאַרבט פאַר דער צייט, וואו קומט אַהין זיין ניט דערלעבטער לעבן? זיין פרייד און זיין לייד? זיינע געדאַנקען, וואָס ער האָט קיין צייט געהאַט צו טראַכטן, זיינע מעשים, וואָס ער האָט קיין צייט געהאַט צו טאָן? וואו קומען אַהין די קינדער, וועלכע ער האָט קיין צייט געהאַט צו האָבן? וואו קומט דאָס אַלץ אַהין? וואו? פאַרטראַכט. האָט געלעבט אַ בחור, געווען איז ביי אים אַ הויכע נשמה און טיפע געדאַנקען. אַ לאַנגער לעבן איז געווען פאַר אים... און מיט אַ מאָל, אין איין רגע האָט זיך איבערגעריסן זיין לעבן, אין עס זיינען געקומען פרעמדע מענטשן און האָבן אים מקבר געווען אין אַ פרעמדער ערד. מיט פאַרצווייפלונג. וואו־זשע איז אַהינגעקומען זיין איבעריקער לעבן? זיינע רייד, וואָס זיינען אַנשוויגן געוואָרן, זיינע תפילות, וואָס זיינען איבערגעריסן געוואָרן?... באָבע אַ ליכט, אַז זי ווערט פאַרלאָשן, צינדט מען זי ווידער אָן און זי ברענט ווייטער ביז זי ברענט אויס ביזן סוף. ווי־זשע קען פאַרלאָשן ווערן אויף אייביק אַ ניט־אויסגעברענטע ליכט פון לעבן? ווי קען דאָס זיין?

פראַדע.

שאָקלט מיטן קאָפּ.

מי טאָר ניט, טאָכטערל, טראַכטן וועגן אַזעלכע זאַכן! דער אייבערשטער ווייס וואָס ער טוט, און מיר זיינען בלינדע, מיר ווייסן גאָרנישט. עס גייט צו אומבאַמערקט דער משולח און שטעלט זיך אָפּ ניט ווייט הינטער די ריידנדיקע.

לאה.

ניט הערנדיק זי, זיכער.

ניין, באָבוניו. אַ מענטשנס לעבן גייט ניט פאַרפאַלן. אַז אימיצער שטאַרבט פאַר דער צייט, קערט זיך זיין נשמה אום אויף דער ↰ 40 וועלט, כדי צו דערלעבן די איבעריקע יאָרן, צו פאַרענדיקן די ניט־געטאָנענע מעשים, דורכפילן די ניט־איבערגעלעבטע פריידן און ליידן. פּויזע. באָבע! איר האָט דערציילט, אַז אום האַלבע נאַכט קומען אין שול מתים דאַווענען. דאָס קומען זיי פאַרענדיקן די תפילות, וואָס זיי האָבן קיין צייט געהאַט אַרויסצוזאָגן. פּויזע. מיין מאַמע איז געשטאָרבן אין דער יוגנט, האָט קיין צייט געהאַט איבערלעבן וואָס איר איז באַשערט געווען. וועל איך היינט גיין אויפן בית־עולם און וועל זי בעטן, זי זאָל קומען און צוזאַמען מיטן טאַטן פירן מיך אונטער דער חופּה. און זי וועט קומען און וועט נאָכדעם טאַנצן מיט מיר. און אַזוי איז מיט אַלע נשמות, וואָס זיינען פאַר דער צייט אַוועק פון דער וועלט. זיי זיינען צווישן אונדז, נאָר מיר זעען זיי ניט, מיר פילן זיי ניט... שטיל. באָבוניו, אַז מי זאָל שטאַרק וועלן, קען מען זיי זען און הערן זייער קול און פאַרשטיין וואָס זיי טראַכטן... איך ווייס... פּויזע, ווייזט אויפן קבר׳ל. אָט דער הייליקער קבר׳ל, איך געדיינק אים פון קינדווייז, איך קען דעם חתן־כלה, וואָס זיינען דאָרט באַגראָבן. איך האָב זיי פיל מאָל געזען אין חלום און אויפן וואָר, און זיי זיינען מיר נאָענט, ווי אייגענע. פאַרטראַכט. יונגע און שיינע זיינען זיי געגאַנגען צו דער חופּה, פאַר זיי איז געווען אַ לאַנגער לעבן, אַ שיינער לעבן. מיט אַ מאָל זיינען אָנגעלאָפן בייזע מענטשן מיט העק — און דער חתן־כלה זיינען געפאַלן טויטע. מי האָט זיי ביידן באַגראָבן אין איין קבר, זיי זאָלן בלייבן אויף אייביק ניט צושיידט. און ביי יעדער חתונה, אַז מי טאַנצט אַרום זייער קבר, גייען זיי אַרויס און נעמען אַ טייל אין דער פרייד פון חתן־כלה... הייבט זיך אויף און גייט צום קבר׳ל. פראַדע, גיטל און בתיה גייען איר נאָך. שפּרייט אויס די הענט, הויך. הייליקע חתן־כלה! איך פאַרבעט אייך צו מיר אויף חתונה! קומט און שטעלט זיך לעבן מיר אונטער דער חופּה! עס דערהערט זיך מיט אַ מאָל אַ פריילעכער כלי־זמר־מאַרש. לאה שרייט אויס פון שרעק און פאַלט שיער ניט.

גיטל.

האַלט זי אונטער.

וואָס האָסטו זיך דערשראָקן. דאָס איז מסתמא געקומען דער חתן. האָט מען אים ביין אַריינפאָר אין שטעטל באַגעגנט מיט מוזיק.

↤ 41

בתיה.

אויפגערעגט.

איך וועל לויפן שטילערהייט אָנקוקן אים.

גיטל.

איך אויך. נאָכדעם וועלן מיר קומען זאָגן דיר, אַ וועלכער ער איז. ווילסט?

לאה.

שאָקלט מיטן קאָפּ.

ניין.

בתיה.

זי שעמט זיך! שעם זיך ניט, נאַרעלע, מיר וועלן קיינעם ניט אויסזאָגן. גייען געשווינט אַוועק. לאה און פראַדע קערן זיך אום צום גאַניק.

פראַדע.

אַ כלה בעט אַלע מאָל די חברטעס, זיי זאָלן גיין שטילערהייט אָנקוקן דעם חתן און קומען זאָגן איר, אַ וועלכער ער איז, אַ ווייסינקער, צי אַ שוואַרצינקער.

דער משולח.

גייט צו נעענטער.

כלה.

לאה.

גיט אַ גיטער, קערט זיך אום.

וואָס ווילט איר? קוקט אויפמערקזאַם אויף אים.

דער משולח.

נשמות פון געשטאָרבענע קערן זיך אום אויף דער וועלט, אָבער ניט ווי רוחות אָן אַ גוף. פראַן נשמות, וואָס גייען דורך עטלעכע גופים, ביז זיי דערגרייכן זייער אויסלייטערונג. לאה הערט אים צו מיט אַלץ שטאַרקערער אויפמערקזאַמקייט. זינדיקע נשמות ווערן מגולגל אין חיות, אין עופות, אין פיש, אַפילו אין צמחים, און זיי קענען זיך אַליין ניט אויסלייטערן און זיי וואַרטן ביז אַ צדיק וועט די באַפרייען און מתקן זיין. און עס זיינען דאָ נשמות, וואָס קומען אַריין אין אַ ניי־געבאָרענעם גוף און לייטערן זיך אַליין אויס, מיט די אייגענע מעשים...

↤ 42

לאה.

ציטערנדיק.

רעדט! רעדט ווייסער!

דער משולח.

און עס זיינען דאָ פאַרוואָגלטע נשמות, וואָס געפינען זיך קיין רו ניט און זיי דרינגען אַריין אין אַ פרעמדן לעבעדיקן גוף, ווי אַ „דיבוק”, און דורך דעם דערגרייכן זיי זייער אויסלייטערונג... ער פאַרשווינדט. לאה בלייבט איבערראַשט. עס גייט אַרויס פון שטוב סנדר.

סנדר.

וואָס זיצטו דאָ, טאָכטערל?

פראַדע.

זי האָט משמח געווען די אָרעמע־לייט פון אָרעם־מאָלצייט, געטאַנצט מיט זיי, האָט זי זיך פאַרמאַטערט און רוט אָפּ.

סנדר.

אָ! די אָרעמע־לייט משמח געווען — דאָס איז אַ גרויסע מצווה! קוקט אום הימל. שוין שפּעט. די מחותנים מיטן חתן זיינען שוין געקומען. זייט איר גרייט?

פראַדע.

זי דאַרף נאָך גיין אויפן הייליק אָרט...

סנדר.

גיי, טאָכטערל, גיי, צו דער מאַמען אויפן קבר. זיפצט. וויין זיך אויס דאָרטן און פאַרבעט די מאַמען אויף חתונה. זאָג איר, אַז איך וויל מיט איר אינאיינעם פירן צו דער חופּה אונדזער בת־יחידה... זאָג איר, אַז איך האָב מקיים געווען אַלץ, וועגן וואָס זי האָט מיך געבעטן פאַרן טויט. דעם גאַנצן לעבן האָב איך אָפּגעגעבן נאָר דיר, האָב דיך אויסגעהאָדעוועט, געמאַכט פאַר אַ כשרע יידישע טאָכטער. און איצטער גיב איך דיך אויס פאַר אַ בחור אַ וואויל־לערנער, אַ ירא־שמים און אַ מיוחס... ווישט אָפּ די טרערן און מיט איין אַראָפּגעלאָזענעם קאָפּ קערט זיך אום אין שטוב. פּויזע.

לאה.

באָבוניו, אויפן בית־עולם מעג איך רופן אויף חתונה אַנדערע, אַ חוץ דער מאַמען?

↤ 43

פראַדע.

נאָר די נאָענטע קרובים. וועסט רופן דעם זיידע ר׳ אפרימען, די מומע מירעלע.

לאה.

איך וואָלט וועלן רופן איינעם... ניט אַ קרוב.

פראַדע.

מי טאָר ניט, טאָכטערל. אויב דו וועסט רופן אַ פרעמדן, וועלן די איבעריקע מתים פאַראיבל האָבן און זיי קענען בייז טאָן...

לאה.

ניט קיין פרעמדער... ער איז געווען ביי אונדז ווי איין אייגענער...

פראַדע.

שטיל, דערשראָקן.

אָ... טאָכטערל, איך האָב מורא!... מי זאָגט, ער איז געשטאָרבן מיט אַ מיאוסן טויט... לאה וויינט שטיל. נו, וויין ניט, וויין ניט. רוף אים. איך נעם אויף זיך דעם חטא... דערמאָנט זיך. אָבער איך ווייס דאָך ניט, וואו זיין קבר איז, און פרעגן איז ניט פּאַסיק.

לאה.

איך ווייס, וואו ער איז.

פראַדע.

פאַרוואונדערט.

פונוואַנען ווייסטו?

לאה.

איך האָב געזען אין חלום זיין קבר. מאַכט צו די אויגן, פאַרטראַכט. און אים האָב איך אויך געזען. און ער האָט מיר דערציילט, וואָס מיט אים טוט זיך... און האָט געבעטן, איך זאָל אים רופן אויף חתונה. עס קומען צולויפן גיטל און בתיה.

גיטל, בתיה.

צוזאַמען אויפגערעגט.

מיר האָבן אים געזען! מיר האָבן אים געזען.

לאה.

דערשיטערט.

וועמען? וועמען האָט איר געזען?

↤ 44

גיטל.

דעם חתן! ער איז אַ שוואַרצינקער, אַ שוואַרצינקער!

בתיה.

ניין, אַ ווייסינקער! ניין, אַ ווייסינקער!

גיטל.

קום, מיר וועלן אים נאָך אַ מאָל אָנקוקן! גייען געשווינט אַוועק.

לאה.

שטייט אויף.

באָבע! קומט אויפן בית־עולם.

פראַדע.

טרויעריק.

קום, טאָכטערל, אָך־אָך־אָך! לאה נעמט אַ שוואַרצן שאַל אויף די פּלייצעס און גייט מיט פראַדען אין געסל רעכטס. אַוויילע שטייט די סצענע פּוסט. עס הערט זיך מוזיק־שפּילן. פון געסל לינקס גייען אַרויס נחמן, ר׳ מענדל און מנשה, אַ קליינער, דאַרער בחורל, אַ דערשראָקענער מיט גרויסע פאַרוואונדערטע אויגן; נאָך זיי מחותנים, מחותנתטעס, אָנגעטאָן יום־טובדיק. זיי אַנטקעגן גייט אַרויס סנדר.

סנדר.

דערלאַנגט די האַנט נחמנ׳ען

שלום עליכם, מחותן. ברוך הבא! קושן זיך. סנדר גיט שלום מנשה׳ן, קושט זיך מיט אים, גיט שלום די איבעריקע. ווי איז געווען די וועג, מחותן?

נחמן.

מיר האָבן געהאַט זייער אַ שווערע און ביטערע וועג! מיר זיינען אַראָפּ פון שליאַך און אַ לאַנגע צייט געבלאָנדזעט אין פעלד, נאָכדעם זיינען מיר פאַרקראָכן אין אַ זומפּ און שיער דאָרט ניט איינגעזונקען געוואָרן, קוים אַרויסגעקראָכן. מיר איז שוין אַריינגעפאַלן אַ מחשבה, אַז די ניט־גוטע, רחמנא לצלן, האָבן זיך דאָ אַריינגעמישט און לאָזן אונדז ניט פאָרן... נאָר, ווי די מעשה איז, אַ דאַנק גאָט, געקומען אין דער צייט.

סנדר.

איר זייט אַוודאי מיד פון וועג. איר ווילט מסתמא אָפּרוען?

↤ 45

נחמן.

קיין צייט ניטאָ אָפּצורוען. מיר האָבן נאָך פיל צו ריידן וועגן אונדזערע התחייבותן, וועגן איינלייגן דעם נדן, מתנות, רח״ש וכל״ז.

סנדר.

אַדרבא! ער נעמט אים אַרום און זיי הייבן אָן אומגיין הין און צוריק איבערן פּלאַץ און ריידן שטיל.

ר׳ מענדל.

צו מנשה׳ן.

געדענק־זשע! ביין טיש דאַרפסטו זיצן שטיל, ניט רירן זיך פון אָרט, און האַלטן אַראָפּגעלאָזן די אויגן... און באַלד נאָך דער חופּה־וועטשערע, ווי נאָר דער בדחן וועט אויסרופן: „דער חתן וועט זאָגן די דרשה!” זאָלסטו גלייך אויפשטיין, שטעלן זיך אויפן ביינקל און זאָלסט אָנהייבן זאָגן אויפן קול, מיט אַ ניגון. וואָס העכער דו וועסט שרייען, איז אַלץ בעסער. און שעם זיך ניט! הערסט?

מנשה.

מעכאַניש.

איך הער... שטיל. רבי, איך האָב מורא...

ר׳ מענדל.

דערשראָקן.

וואָס האָסטו מורא? האָסט אפשר פאַרגעסן די דרשה?

מנשה.

די דרשה געדענק איך...

ר׳ מענדל.

וואָס־זשע האָסטו מורא?...

מנשה.

מיט אַ שטאַרקן צער.

איך ווייס ניט... ווי נאָר מיר זיינען אַרויסגעפאָרן פון דער היים, איז אויף מיר אָנגעפאַלן אַ שטאַרקער פּחד: מיר זיינען פרעמד די ערטער, וואו מיר זיינען דורכגעפאָרן, איך האָב קיין מאָל ניט געזען אַזוי פיל פרעמדע מענטשן... מיך נעמט אָן אַ שרעק, אַז זיי קוקן אויף מיר... איך האָב מורא פאַר זייערע אויגן... ציטערט. ↰ 46 רבי! פאַר קיין זאַך ציטער איך ניט אַזוי, ווי פאַר דעם בליק פון פרעמדע אויגן!

ר׳ מענדל.

איך וועל דיר אָפּשפּרעכן עין־הרע.

מנשה.

רבי! איך וואָלט וועלן בלייבן אַליין, פאַרבאָרגן זיך ערגעץ אין אַ ווינקל, און דאָ רינגלען מיך אַרום פון אַלע זייטן פרעמדע מענטשן, איך דאַרף מיט זיי ריידן, ענטפערן זיי... ווי מי וואָלט מיך פירן צו דער תליה! מיט אַ מיסטישער שרעק. רבי! און מער פאַר אַלץ פירכט איך זיך פאַר איר... פאַר דער בתולה!...

ר׳ מענדל.

טו אָן אויף זיך אַ כח! זיי מנצח די שרעק, אַ ניט — וועסטו די דרשה, חלילה, פאַרגעסן... קום, מיר וועלן אַריינגיין אין אכסניה, וועסט זי נאָך אַמאָל איבערחזרן. זיי גייען.

מנשה.

דערזעט פאַר זיך דעם הייליקן קבר׳ל, ווערט פאַרציטערט, כאַפּט ר׳ מענדלען פאַרן האַנט. רבי! וואָס איז דאָס? אַ קבר אין מיטן גאַס!! שטעלן זיך אָפּ. לייענען שווייגנדיק די מצבה. שטייען אַוויילע און גייען מיט אַראָפּגעלאָזענע קעפּ אין געסל לינקס. סנדר, נחמן און די מחותנים גייען אַריין אין הויז. פון סנדרס הויף גייען אַרויס איינע נאָך די אַנדערע אָרעמע־לייט, מיט די טאָרבעס אויף די פּלייצעס, מיט שטעקנס אין די הענט, גייען־דורך שטיל און טרויעריק דעם פּלאַץ און פאַרשווינדן אין געסל לינקס. אייניקע שטעלן זיך אָפּ אויף אַ רגע.

אַ הויכע בלאַסע ווייבל.

אָט איז דער אָרעם־מאָלצייט אויך פאַרביי, גלייך ווי ניט געווען...

אַ הינקעדיקע זקנה.

געזאָגט, אַז מי וועט געבן צו אַ טעלער יויך, און מי האָט ניט געגעבן.

אַ האָרבאַטע.

חלה געגעבן צו קליינע המוציאלעך...

אַן אָרעמאַן אויף קוליעס.

אַזאַ גביר! קראַנק איז ער געווען צו געבן צו גאַנצע בולקעס יעדערן?

↤ 47

אַ הויכע בלאַסע ווייבל.

געמעגט געבן צו שטיקעלע עוף. נישקשה, פאַר די גבירישע אורחים האָט מען אָנגעגרייט אי הינער, אי גענדז, אי נישטאָפּטע ענדיקעס...

בלינדלעכע זקנה.

אַלץ איינס... נאָכן טויט וועט אַלץ אָנקומען די ווערעם. אָך־אָך־אָך! גייען לאַנגזאַם אַוועק. די סצענע שטייט אַוויילע פּוסט. דער משולח גייט לאַנגזאַם דורך איבער דער סצענע, גייט אַריין אין שול. עס ווערט פינצטערלעך. די קרעמער שליסן די קראָמען, גייען אַוועק. אין קלויז און ביי סנדרן אין הויז צינדט זיך אָן פייער. אויפן גאַניק גייען אַרויס סנדר, גיטל און בתיה, קוקן זיך אום.

סנדר.

אומרואיק.

וואו איז לאה? וואו איז די אַלטע? פאַרוואָס קומען זיי ניט אַזוי לאַנג פון הייליקן אָרט? צי האָט זיך מיט זיי, חס ושלום, עפּעס ניט געטראָפן.

גיטל, בתיה.

מיר וועלן גיין זיי איינקעגן. פון געסל רעכטס גייען געאיילט אַרויס פראַדע און לאה.

פראַדע.

געכער, געכער, טאָכטערל! איי, ווי מיר האָבן פאַרשפּעטיקט!... נאָך וואָס האָב איך דיך געדאַרפט פאָלגן! איך ציטער, עס זאָל ניט טרעפן עפּעס אַן אומגליק, חס ושלום.

סנדר.

נו! אָט זיינען זיי! וואָס האָט איר אַזוי פאַרשפּעטיקט? פון שטוב גייען אַרויס ווייבער.

ווייבער.

פירט די כלה ליכט בענטשן! זיי פירן אַריין לאהן אין שטוב.

פראַדע.

שטיל צו גיטל און בתיה.

זי איז געפאַלן חלשות. קוים אָפּגעמינטערט זי! איך ציטער נאָך...

↤ 48

בתיה.

זי פאַסט דאָך, האָט איר פאַרחלשט דאָס האַרץ.

גיטל.

זי האָט שטאַרק געוויינט אויף דער מאַמעס קבר?

פראַדע.

מאַכט מיטן האַנט.

פרעג בעסער ניט.. וואָס דאָרטן האָט זיך געטאָן! איך ציטער! מי גרייט צו לעבן טיר אַ שטול, מי פירט אַרויס לאהן און מי באַזעצט זי. עס שפּילט מוזיק. פון געסל לינקס גייען אַרויס נחמן, מנשה, ר׳ מענדל, די מחותנים. מנשה טראָגט אין ביידע הענט אַ דעקטוך און גייט צו לאהן אַרויפוואַרפן איר אויפן פּנים. פון קלויז גייט אַרויס דער משולח.

לאה.

רייסט אַראָפּ דעם דעקטוך, שפּרינגט אויף פון אָרט, שטויסט אָפּ מנשה׳ן און שרייט אויס.

ניט דו ביסט מיין חתן!! עס ווערט אַ שטאַרקער טומל. אַלע רינגלען אַרום לאהן.

סנדר.

דערשיטערט.

טאָכטערל! טאָכטערל! לאה! וואָס איז מיט דיר?!

לאה.

רייסט זיך אַרויס, לויפט צו צום קבר׳ל, שפּרייט אויס די הענט.

הייליקע חתן־כלה, באַשיצט מיך, ראַטעוועט מיך! זי פאַלט. מי לויפט צו צו איר, מי הייבט זי אויף. זי קוקט זיך ווילד אַרום און שרייט ניט מיט איר קול, מיט אַ מאַנסבילשן. אַ־אַ! איר האָט מיך מקבר געווען! און איך האָב זיך אומגעקערט צו מיין באַשערטער און וועל ניט אַוועקגיין פון איר! נחמן גייט צו צו לאהן. זי שרייט אים אויס אין פּנים. האַמעליוק!!

נחמן.

פאַרציטערט.

זי איז משוגע געוואָרן.

דער משולח.

אין דער כלה איז אַריין אַ דיבוק. אַ שטאַרקער טומל.
(פאָרהאַנג).

↤ 49

דריטער אַקט.

אין מיראָפּאָליע. ביי ר׳ עזריאלקע מיראָפּאָליער אין הויז. אַ גרויסער חדר רעכטס אַ טיר אין די אינווייניקסטע חדרים. אין מיטן דער פאָדערשטער וואַנט אַ טיר פון גאַס. ביי ביידע זייטן טיר שול־בענק. אין וואַנט פענצטער. לינקס, כמעט אין דער גאַנצער לענג פון וואַנט, אַ ברייטער טיש באַדעקט מיט אַ ווייסן טישטעך. אויפן טיש בערגלעך אָנגעשניטענע חלה אויף המוציא. אויבנאָן אַ פאָטעל. אין דער רעכטער וואַנט, נאָך דער אינווייניקסטער טיר, אַ קליינער ארון קודש מיט אַן עמוד. אַנטקעגן זיי ניט קיין גרויסער טיש. אַ קאַנאַפּע, עטלעכע שטולן.

שבת צו נאַכטס. באַלד נאָך מעריב. אין חדר זיינען חסידים. דער גבאי מיכאל שטייט פיין טיש און לייגט פונאַנדער די בערגלעך חלה. לעבן ארון קודש זיצט דער משולח. אים רינגלט אַרום אַן עדה חסידים. עטלעכע חסידים זיצן באַזונדער, קוקן אַריין אין ספרים. ערשטער און צווייטער חסידים שטייען אין מיטן חדר ביין קליינעם טיש. פון די אינווייניקסטע חדרים הערט זיך אַ שטילער געזאַנג: „גאָט פון אברהם, פון יצחק און פון יעקב”.

1־טער חסיד.

דער אורח דערציילט עפּעס זייער וואונדערלעכע מעשיות... עס נעמט אָן אַ פּחד. איך האָב מורא זיי צו הערן...

2־טער חסיד.

וואָס?

1־טער חסיד.

אין זיי זיינען דאָ טיפע רמזים, ניט צו פאַרשטיין... אין זיי מוז זיין עפּעס פון דעם בראַסלאַווערס שיטה... ווער ווייס...

2־טער חסיד.

עלטערע חסידים הערן, מסתמא איז ניטאָ קיין חשש. גייען צום רעדל אַרום דעם משולח.

↤ 50

3־טער חסיד.

דערציילט נאָך עפּעס!

דער משולח.

שפּעט. די צייט איז קורץ.

4־טער חסיד.

נישקשה. דער רבי וועט נאָך ניט באַלד אַרויסגיין.

דער משולח.

דערציילט.

אין עק וועלט איז דאָ אַ הויכער באַרג, און אויף דעם באַרג ליגט אַ גרויסער שטיין, און פון דעם שטיין שלאָגט אַ לויטערער קוואַל. און אויף דעם אַנדער עק וועלט געפינט זיך דאָס האַרץ פון דער וועלט, וואָרעם יעדער זאַך אין דער וועלט האָט איר האַרץ און די וועלט אינגאַנצן האָט איין גרויסע האַרץ. און דאָס האַרץ פון דער וועלט לאָזט ניט אַראָפּ איר בליק פון לויטערן קוואַל און קען זיך אויף אים זאַט ניט אָנקוקן, און עס ביינקט און גלוסט און ציט זיך דורשטיק צום לויטערן קוואַל, נאָר עס קען דעם קלענסטן טראָט צו אים ניט מאַכן. וואָרעם ווי דאָס האַרץ רירט זיך נאָר פון אָרט, פאַרלירט עס פון די אויגן דעם שפּיץ באַרג מיט דעם לויטערן קוואַל, און אַז דאָס האַרץ פון דער וועלט זעט ניט דעם לויטערן קוואַל כאָטש איין רגע, פאַרלירט עס דעם חיות. און צוגלייך מיט דעם הייבט אָן שטאַרבן די וועלט. און דער לויטערער קוואַל האָט ניט קיין אייגענע צייט און ער לעבט מיט דער צייט, וואָס דאָס האַרץ פון דער וועלט שיינקט אים. און דאָס האַרץ גיט אים נאָר איין טאָג. און אַז דער טאָג פאַרגייט, הייבט אָן דער לויטערער קוואַל זינגען צו דעם האַרץ פון דער וועלט. און דאָס האַרץ פון דער וועלט זינגט צום לויטערן קוואַל. און זייער געזאַנג פאַרשפּרייט זיך איבער דער וועלט, און עס גייען אַרויס פונעם געזאַנג לייכטענדיקע פאָדעם אין ציען זיך צו די הערצער פון אַלע זאַכן אין דער וועלט און פון איין האַרץ צום אַנדערן... און עס איז פאַרהאַנדן אַ רעכטפאַרטיקער און לייטזעליקער מאַן, וואָס גייט אום איבער דער וועלט און קלייבט די ליכטיקע פאָדעם פון די הערצער און וועבט פון זיי צייט. און אַז ער וועבט אויס אַ גאַנצן טאָג, גיט ער אים אָפּ דעם האַרץ פון ↰ 51 דער וועלט, און דאָס האַרץ פון דער וועלט גיט עס אָפּ דעם לויטערן קוואַל. און ער לעבט נאָך אַ טאָג...

3־טער חסיד.

דער רבי גייט! אַלע ווערן אַנשוויגן, הייבן זיך אויף — פון טיר רעכטס גייט אַרויס ר׳ עזריאל, אַ טיפער זקן אין אַ ווייסער זשופּיצע און אין אַ שטריימל.

ר׳ עזריאל.

גייט לאַנגזאַם מיד און פאַרטראַכט צום טיש, לאָזט זיך שווער אַראָפּ אין פאָטעל. מיכאל שטעלט זיך ביי זיין רעכטער האַנט, די חסידים זעצן זיך אַרום טיש. די עלטערע זעצן זיך אויף די ביינק. די יינגערע שטייען הינטער זיי. מיכאל טיילט חלה די חסידים. ר׳ עזריאל הייבט אויף דעם קאָפּ, הייבט אָן שטיל מיט אַ ציטערנדיקן קול זינגען.

דא היא סעודתא דדוד מלכא משיחא.

אַלע ענטפערן, מאַכן המוציא, מי הייבט אָן זינגען שטיל אַ ניגון אָן ווערטער, אַ טרויעריק־מיסטישן. פּויזע. ר׳ עזריאל גיט אַ טיפן זיפץ, שפּאַרט אונטער דעם קאָפּ מיט ביידע הענט און זיצט אַוויילע פאַרטיפט אין די געדאַנקען. עס הערשט אַן אימהדיקע שטילקייט. ר׳ עזריאל הייבט אויף דעם קאָפּ און הייבט אָן שטיל מיט אַ ציטערנדיקן קול.

מי דערציילט וועגן בעל שם הקדוש, זכותו יגן עלינו. קליינע פּויזע. אַ מאָל זיינען געקומען אין מעזשיבוזש דייטשלעך, קונצנמאַכער, וואָס ברעכן זיך אין די גאַסן: האָבן די איבערגעצויגן איבערן ברייט פון טייך אַ שטריק און איינער פון זיי איז געגאַנגען איבערן שטריק. איז מען זיך פון גאַנצן שטאָט צונויפגעלאָפן צום טייך קוקן אויף דעם בייזוואונדער. איז דער בעל שם הקדוש אויך אַרויס צום טייך און איז געשטאַנען מיט אַלעמען און האָט אויך געקוקט אויף דעם מענטשן, וואָס איז געגאַנגען איבערן שטריק. איז דאָס געווען פאַר די תלמידים אַ גרויסער וואונדער און זיי האָבן געפרעגט, וואָס דאָס באַטייט, וואָס ער איז געגאַנגען אָנקוקן די קונצן. האָט דער בעל שם הקדוש זיי געענטפערט: „איך בין געגאַנגען אָנקוקן און זען, ווי אַזוי אַ מענטש גייט דאָס איבער אַ טיפן אָפּגרונט. און איך האָב געקוקט און געטראַכט: ווען דער מענטש וואָלט אַזוי פיל אַרבעטן אויף זיין נשמה, וויפיל ער האָט געאַרבעט אויפן גוף, איבער וועלכע טיפע אָפּגרונטן וואָלט זי געקאָנט אַריבערגיין אויף דעם דינינקן שנירעלע פון לעבן!” אַ טיפער זיפץ. פּויזע. די חסידים קוקן זיך איבער מיט התפּעלות.

↤ 52

1־טער חסיד.

הויך ווי די וועלט!

2־טער חסיד.

פּלאי פּלאים!

3־טער חסיד.

שופרא דשופרא!

ר׳ עזריאל.

שטיל צו מיכאלן, וואָס בייגט זיך אָן צו אים.

דאָ געפינט זיך אַ פרעמדער...

מיכאל.

קוקט זיך אום.

דאָס איז אַ משולח, ווייזט אויס, אַ בעל מקובל...

ר׳ עזריאל.

מיט וואָס פאַר אַ שליחות איז ער געקומען אַהער?

מיכאל.

איך ווייס ניט. אפשר בעטן אים אַרויסגיין?

ר׳ עזריאל.

חלילה. אַדרבא, אַ ניטהיגן דאַרף מען אָפּגעבן כבוד. דערלאַנג אים אַ שטול. מיכאל אַביסל פאַרוואונדערט, דערלאַנגט דעם משולח אַ שטול. קיינער באַמערקט עס ניט. ר׳ עזריאל גיט אַ בליק אויף איינעם פון די חסידים, יענער זינגט אַ מיסטישן ניגון אָן ווערטער. פּויזע. ר׳ עזריאל ווי פריער. גאָטס וועלט איז גרויס און הייליק. דאָס הייליקסטע לאַנד אין דער וועלט איז ארץ ישראל. אין ארץ ישראל איז די הייליקסטע שטאָט ירושלים, אין ירושלים איז דער הייליקסטער אָרט געווען דער בית המקדש און אין בית המקדש איז הייליקער פון אַלץ געווען דער קדשי קדשים. קליינע פּויזע. עס זיינען דאָ אויף דער וועלט זיבעציק אומות. דאָס הייליקסטע צווישן זיי איז דאָס פאָלק ישראל. אין פאָלק ישראל איז הייליקער פון אַנדערע דער שבט לוי, אין שבט לוי זיינען די הייליקסטע די כהנים. צווישן די כהנים איז דער הייליקסטער געווען דער כהן גדול. קליינע פּויזע. אין יאָר זיינען דאָ 354 טעג. צווישן זיי זיינען הייליק ימים טובים. העכער פון זיי ↰ 53 איז די הייליקייט פון שבתים. צווישן שבתים איז דער הייליקסטער יום כיפּור, שבת שבתון. קליינע פּויזע. עס זיינען דאָ אין דער וועלט זיבעציק לשונות. דער הייליקסטער איז לשון הקודש. הייליקער פאַר אַלץ איז אויף דעם לשון די הייליקע תורה, אין דער תורה איז דאָס הייליקסטע די עשרת הדברות. אין די עשרת הדברות איז הייליקער פון אַלע ווערטער דער שם הויה. קליינע פּויזע. און איין מאָל אין יאָר, אין אַ באַשטימטער שעה, פלעגן זיך די אַלע פיר העכסטע הייליקטומען פון דער וועלט צונויפקומען מיט אַנאַנדער. דאָס איז געווען יום כיפּור, בשעת דער כהן גדול פלעגט אַריין אין קדשי קדשים און דאָרטן אַרויסריידן דעם שם המפורש — און ווייל אָט די שעה איז געווען אָן אַן ערך הייליק און פורכטבאַר, איז זי געווען די סכנותדיקע, ווי פאַרן כהן גדול, אַזוי פאַר דעם כלל ישראל. וואָרעם ווען אין דער שעה וואָלט דעם כהן גדול, חס ושלום, אַריינגעפאַלן אין זינען אַ זינדיקער געדאַנקען אָדער אַ מחשבה זרה, וואָלט די וועלט חרוב געוואָרן. פּויזע. יעדער אָרט, וואָס אַ מענטש הייבט פון אים אויף דעם בליק צום היטל, איז קדשי קדשים; יעדער מענטש, וועלכן גאָט האָט באַשאַפן בצלמו וכדמותו, איז אַ כהן גדול; יעדער טאָג פון אַ מענטשנס לעבן איז יום כיפּור און יעדער וואָרט, וואָס אַ מענטש רעדט אַרויס מיט תמימות, איז אַ שם הויה. דרום — יעדער עבירה און יעדער עולה, וואָס אַ מענטש טוט, בריינגט אַ חורבן פון דער וועלט. מיט אַ ציטערדיקן קול. מענטשישע נשמות — דורך גרויסע יסורים און פּיין, דורך פיל גלגולים ציען זיי זיך, ווי אַ קינד צו דער מוטערס ברוסט, צו זייער מקור, אין דער הויך צום כסא הכבוד. נאָר עס טרעפט, אַז בעת אַ נשמה דערגרייכט שוין די גאָר הויכע מדרגות, איז מיט אַ מאָל גובר די קליפּה, חס ושלום, און די נשמה ווערט געשטרויכלט און פאַלט. און וואָס העכער זי איז געווען אויפגעהויבן, אַלץ טיפער איז איר פאַלן. און אַז אַזאַ נשמה פאַלט, ווערט חרוב אַ וועלט, און עס ווערט פינצטער אין אַלע היכלים און עס קלאָגן אַלע צען ספירות. פּויזע. ווי אויפוואַכנדיק. קינדער! היינט וועלן מיר מקצר זיין מיט דער מלווה מלכה. אַלע, חוץ מיכאלן, גייען שטילערהייט אַרויס אונטער דעם איינדרוק פון געהערטן. קליינע פּויזע.

מיכאל.

גייט צו צום טיש, ניט זיכער.

↤ 54

רבי! ר׳ עזריאל קוקט אויף אים מיד און טרויעריק. רבי, עס איז געקומען סנדר בריניצער...

ר׳ עזריאל.

ווי ער וועלט נאָכזאָגן.

סנדר בריניצער... איך ווייס...

מיכאל.

אים האָט געטראָפן אַן גרויסער אומגליק. אין זיין טאָכטער איז אַריין אַ דיבוק, רחמנא לצלן.

ר׳ עזריאל.

אַריין אַ דיבוק... איך ווייס...

מיכאל.

ער האָט זי געבראַכט צו אייך...

ר׳ עזריאל.

ווי פאַר זיך.

צו מיר?... צו מיר?... ווי האָט ער געקאָנט קומען צו מיר, אַז מיין „איך” איז גאָר ניטאָ...

מיכאל.

רבי, צו אייך פאָרט אַ גאַנצע וועלט.

ר׳ עזריאל.

אַ גאַנצע וועלט... אַ בלינדע וועלט... בלינדע שאָף גייען נאָך אַ בלינדן פּאַסטעך... ווען זיי וואָלטן ניט זיין בלינד, וואָלטן זיי גיין ניט צו מיר, נאָר צו יענעם, וועלכער קען זאָגן „איך”. צום איינציקן „איך” פון דער וועלט.

מיכאל.

רבי, איר זייט זיין שליח...

ר׳ עזריאל.

דאָס זאָגט די וועלט, און איך ווייס ניט... שוין פערציק יאָר ווי איך זיץ אויף דעם שטול פון אַ רבין. און איך בין עד היום ניט זיכער, אַז איך בין באמת גאָט ברוך הוא׳ס אַ שליח... פראַן צייטן, אַז איך פיל מיין נאָענטקייט צום כביכול, יעמאָלט זיינען ביי מיר ניטאָ קיין ספקות, יעמאָלט האָב איך אין זיך תקיפות, און ↰ 55 איך האָב אַ שליטה איבער די הויכע עולמות. אָבער עס טרעפט צייטן, אַז איך פאַרליר מיין זיכערקייט. און יעמאָלט בין איך קליין און שוואַך ווי אַ קינד. יעמאָלט נייטיק איך זיך אַליין אין הילף...

מיכאל.

רבי, איך געדענק... איין מאָל זייט איר צו מיר געקומען אום האַלבע נאַכט און געבעטן, איך זאָל מיט אייך זאָגן תהלים. מיר האָבן יעמאָלט די גאַנצע נאַכט געזאָגט תהלים און געוויינט...

ר׳ עזריאל.

דאָס איז אַמאָל געווען. איצט איז מיר נאָך ערגער. מיט אַ ציטערנדיקן קול. וואָס וויל מען פון מיר? איך בין אַלט און שוואַך. דער גוף דאַרף רו, די נשמה דורשט צו התבודדות. און צו מיר ציען זיך דער צער און יסורים פון דער וועלט. יעדער קוויטל, וואָס מי דערלאַנגט מיר, שטעכט מיך ווי אַ נאָדל אין לייב. איך האָב שוין מער קיין כח ניט... איך קאָן ניט!...

מיכאל.

דערשראָקן.

רבי! רבי!

ר׳ עזריאל.

כליפּעט.

איך קאָן מער ניט! איך קאָן ניט! וויינט.

מיכאל.

רבי! איר טאָרט ניט פאַרגעסן, אַז גאַנצע דורות צדיקים און קדושי עליון שטייען הינטער אייך. אייער פאָטער ר׳ איצעלע, זכרונו לברכה, אייער זיידע דער אַדמו״ר ר׳ וועלוועלע דער גרויסער, דעם בעל שם׳ס תלמיד...

ר׳ עזריאל.

קומט צו זיך. הייבט אויף דעם קאָפּ.

מיינע אבות... מיין הייליקער פאָטער, וואָס האָט דריי מאָל געהאַט גילוי אליהו... דער פעטער, רב מאיר בער, וואָס פלעגט צו שמע ישראל אַרויפגיין אויפן הימל... דער זיידע, דער גרויסער ר׳ וועלוועלע, וואָס האָט מחיה מתים געווען. גיט זיך אַ קער צו מיכאלן. ↰ 56 לעבהאַפט. ווייסט, מיכאל, דער זיידע, דער גרויסער ר׳ וועלוועלע, פלעגט אַרויסטרייבן אַ דיבוק אָן שמות און השבעות, נאָר מיטן געשריי, מיט איין געשריי! אין אַ שווערער צייט ווענד איך זיך צו אים און ער האַלט מיך אונטער. ער וועט מיך איצט אויך ניט פאַרלאָזן... רוף אַריין סנדרן. מיכאל גייט אַרויס און קערט זיך אום מיט סנדרן.

סנדר.

אויסשטרעקנדיק די הענט מיט אַ וויינענדיקן געבעט.

רבי! האָט רחמנות! העלפט מיר, ראַטעוועט מיין בת־יחידה!

ר׳ עזריאל.

ווי אַזוי האָט זיך דער אומגליק געטראָפן.

סנדר.

צום רעכטן באַדעקנס. ווי נאָר...

ר׳ עזריאל.

שלאָגט אים איבער.

ניט דאָס פרעג איך. ווי אַזוי האָט זיך דער אומגליק געקענט טרעפן? אַ וואָרעם קאָן אַריינדרינגען אין אַ פּרי נאָר יעמאָלט, ווען זי הייבט אָן פוילן.

סנדר.

רבי! מיין בת־יחידה איז אַ גאָטספאַרכטיקע יידישע טאָכטער. זי גייט מיט אַראָפּגעלאָזענע אויגן און טרעט ניט אַרויס פון מיין ווילן.

ר׳ עזריאל.

קינדער ווערן אַן אַנדערש מאָל געשטראָפט פאַר די זינד פון די עלטערן.

סנדר.

ווען איך וואָלט וויסן אויף זיך אַ זינד, וואָלט איך תשובה טאָן...

ר׳ עזריאל.

האָט מען געפרעגט דעם דיבוק, ווער ער איז און פאַרוואָס ער איז אַריין אין דיין טאָכטער?

סנדר.

ער ענטפערט ניט. נאָר נאָכן קול האָט מען אין אים דערקענט ↰ 57 אַ בחור פון אונדזער ישיבה, וואָס איז מיט עטלעכע חדשים פריער פּלוצלינג געשטאָרבן אין שול. ער האָט זיך געפּאָרעט אין קבלה־מעשיות און איז ניזוק געוואָרן.

ר׳ עזריאל.

דורך וועלכע כחות?

סנדר.

מי זאָגט, דורך די ניטגוטע... עטלעכע שעה פאַרן טויט האָט ער געזאָגט זיינעם אַ חבר, אַז מי דאַרף ניט מלחמה האַלטן מיט זינד און אַז אין דער סטרא אחרא, רחמנא לצלן, איז דאָ אַ ניצוץ פון קדושה, ער האָט נאָך געוואָלט דורך כישוף באַקומען צוויי פעסלעך גאָלד...

ר׳ עזריאל.

דו האָסט אים געקענט?

סנדר.

יאָ... ער האָט ביי מיר געגעסן טעג.

ר׳ עזריאל.

קוקט אויפמערקזאַם אויף סנדרן.

האָסט אים אפשר מיט עפּעס מצער געווען, מבייש געווען? דערמאָן זיך.

סנדר.

איך ווייס ניט... איך געדענק ניט! מיט פאַרצווייפלונג. רבי, איך בין דאָך ניט מער ווי אַ מענטש. פּויזע.

ר׳ עזריאל.

פיר אַריין די בתולה. סנדר גייט אַרויס און קערט זיך גלייך אום מיט פראַדען, פירנדיק פאַר די הענט לאהן. זי שפּאַרט זיך איין ביין שוועל און וויל ניט גיין.

סנדר.

מיט געוויין.

טאָכטערל, האָב רחמנות, זיי מיך ניט מבייש פאַרן רבין. גיי אַריין.

פראַדע.

גיי אַריין, לאהלע, גיי אַריין, טייבעלע!

↤ 58

לאה.

איך וויל אַריין, נאָר איך קאָן ניט!

ר׳ עזריאל.

בתולה! איך באַפעל דיר אַריינגיין. לאה טרעט איבער דעם שוועל, און גייט צום טיש. זעץ זיך.

לאה.

זעצט זיך געהאָרכזאַם. מיט אַ מאָל שפּרינגט זי אויף פון אָרט און שרייט ניט מיט איר קול.

לאָזט מיך! איך וויל ניט! זי וויל לויפן, סנדר און פראַדע האַלטן זי איין.

ר׳ עזריאל.

דיבוק, איך בין גוזר אויף דיר, זאָלסט זאָגן, ווער דו ביסט.

לאה (דיבוק).

מיראָפּאָליער רבי! איר ווייסט אַליין ווער איך בין און פאַר אַנדערע וויל איך מיין נאָמען ניט אַנטפּלעקן.

ר׳ עזריאל.

איך פרעג ניט דיין נאָמען. איך פרעג, ווער ביסטו?

לאה (דיבוק).

שטיל.

איך בין פון די וואָס האָבן געזוכט נייע וועגן...

ר׳ עזריאל.

נייע וועגן זוכט יענער, ווער עס האָט פאַרלאָרן דעם גלייכן וועג.

לאה (דיבוק).

ער איז צו ענג...

ר׳ עזריאל.

דאָס האָט שוין געזאָגט איינער, וואָס האָט זיך ניט אומגעקערט צוריק. פּויזע. פאַרוואָס ביסטו אַריין אין דער בתולה?

לאה (דיבוק).

איך בין איר באַשערטער.

ר׳ עזריאל.

נאָך אונדזער הייליקער תורה, טאָר אַ מת ניט געפינען זיך אין דער סביבה פון לעבעדיקע.

↤ 59

לאה (דיבוק).

איך בין ניט געשטאָרבן.

ר׳ עזריאל.

דו ביסט אַוועק פון אונדזער וועלט און טאָרסט זיך אַהער ניט אומקערן ביז מען וועט בלאָזן אין גרויסן שופר, דרום בין איך גוזר אויף דיר, דו זאָלסט פאַרלאָזן דעם גוף פון דער בתולה, כדי עס זאָל ניט פאַרוועלקט ווערן אַ לעבעדיקער צווייג פון אייביקן בוים פון פאָלק ישראל.

לאה (דיבוק).

שרייט.

מיראָפּאָליער רבי! איך ווייס, ווי שטאַרק און אַלמעכטיק איר זייט! איך ווייס, אַז איר קאָנט באַפעלן מלאכים און שרפים, אָבער מיט מיר וועט איר גאָרנישט ניט מאַכן. איך האָב ניט וואוהין צו גיין! פאַר מיר זיינען פאַרצוימט אַלע וועגן און פאַרשלאָסן אַלע שטעגן און פון אַלע זייטן לויערן אויף מיר בייזע רוחות, גרייטע מיך איינצושלינגען. מיט אַ ציטערנדיקן קול. עס איז דאָ הימל און ערד, עס זיינען דאָ אָן אַ צאָל וועלטן און ניט אין איינעם פון זיי האָט זיך ניט געפונען קיין אָרט פאַר מיר. און איצט, אַז מיין פאַרביטערטע, פאַריאָגטע נשמה האָט געפונען איר רו, ווילט איר מיך אַרויסטרייבן פונדאַנען. האָט רחמנות, יאָגט מיך ניט, פאַרשווערט מיך ניט.

ר׳ עזריאל.

פאַרוואָגלטע נשמה! איך בין דורכגעדרונגען מיט אַ טיפן רחמנות צו דיר און וועל זיך מיען אויסלייזן דיך פון די מלאכי חבלה. אָבער פון דעם גוף פון דער בתולה מוזסטו אַרויסגיין.

לאה (דיבוק).

אַנטשיידן.

איך וועל ניט אַרויסגיין!

ר׳ עזריאל.

מיכאל, רוף אַריין פון קלויז אַ מנין יידן. מיכאל גייט אַרויס און קערט זיך באַלד אום. נאָך אים גייען אַריין צען יידן, שטעלן זיך אין אַ זייט. עדה קדושה! גיט איר מיר רשות אין אייער נאָמען און מיט ↰ 60 אייער מאַכט אַרויסטרייבן פון אַ גוף פון אַ יידישער טאָכטער אַ רוח, וואָס וויל ניט אַרויס מיט גוטן?

אַלע צען יידן.

רבי! מיר גיבן אייך רשות אין אונדזער נאָמען און מיט אונדזער מאַכט אַרויסטרייבן פון גוף פון אַ יידישער טאָכטער אַ רוח, וואָס וויל ניט אַרויס מיט גוטן.

ר׳ עזריאל.

הייבט זיך אויף.

דיבוק! נשמה פון אַ מענטשן, וואָס איז אַוועק פון אונדזער וועלט, אין נאָמען און מיט דער מאַכט פון אַ הייליקער עדה יידן בין איך, עזריאל בן הדס, גוזר אויף דיר, דו זאָלסט פאַרלאָזן דעם גוף פון דער בתולה לאה בת חנה און זאָלסט אַרויסגייענדיק ניט מזיק זיין ניט זי, ניט קיין שום לעבעדיקע באַשעפעניש... אויב דו וועסט ניט מקיים זיין מיין באַפעל, וועל איך אַרויסטרעטן איינקעגן דיר מיט קללות און חרמות, מיט השבעות און נידויים, מיט גאַנצער מאַכט פון מיין אויסגעשפּרייטן אָרעם, ווען אָבער דו וועסט פאָלגן מיין באַפעל, וועל איך אָנווענדן אַלע כחות מתקן זיין דיין נשמה און אָפּטרייבן די בייזע רוחות און מחבלים, וואָס רינגלען דיך אַרום...

לאה (דיבוק).

שרייט.

איך פורכט מיך ניט פאַר אייערע קללות און חרמות און גלויב ניט אין אייערע הבטחות! עס איז ניטאָ קיין כח אין דער וועלט, וואָס זאָל מיר קענען העלפן! עס געפינט זיך ניט אַזאַ העכסטע הויך, וואָס זאָל זיך גלייכן צו מיין איצטיקן רו־אָרט, און עס איז ניטאָ אַזאַ פינצטערער תהום ווי דער, וואָס ערוואַרט מיך! איך וועל ניט אַרויסגיין!

ר׳ עזריאל.

אין נאָמען פון אַלמעכטיקן גאָט! באַשווער איך דיך דאָס לעצטע מאָל און באַפעל דיר אַרויסגיין. ווען ניט — בין איך דיך מחרים און גיב דיך איבער אין די הענט פון די מלאכי חבלה! אַ שרעקנדיקע פּויזע.

↤ 61

לאה (דיבוק).

אין נאָמען פון אַלמעכטיקן גאָט בין איך באַהעפט מיט מיין באַשערטער און וועל זיך מיט איר ניט שיידן ביז אייביק.

ר׳ עזריאל.

מיכאל, הייס אַריינטראָגן פאַר אַלעמען, וואָס געפינען זיך דאָ, ווייסע קיטלען. ברענג זיבן שופרות, זיבן שוואַרצע ליכט. נאָכדעם נעם אַרויס פון ארון קודש זיבן ספרי תורות... אַ שרעקנדיקע פּויזע, בשעת וועלכער מיכאל גייט אַרויס און קערט זיך אום מיט שופרות און שוואַרצע ליכט. נאָך אים גייט אַריין דער משולח מיט קיטלען.

דער משולח.

ציילט די קיטלען.

עס איז דאָ אַן איבעריקער קיטל. קוקט זיך אום. אפשר פעלט דאָ אימיצער אין חדר?

ר׳ עזריאל.

אומרואיק, ווי דערמאָנענדיק זיך.

אום צו מחרים זיין אַ יידישע נשמה, דאַרף מען דאָך נעמען רשות , פון דעם שטאָט־רב... מיכאל, באַהאַלט דערווייל די שופרות, די ליכט און די קיטלען... מיכאל, נעם מיין שטעקן און גיי צום רב רב שמשונען און בעט אים אין מיין נאָמען קומען אַהער תיכף ומיד. מיכאל פאַרנעמט די שופרות און ליכט און גייט צוזאַמען מיטן משולח, וואָס טראָגט די קיטלען אַרויס. ר׳ עזריאל צו די צען מענטשן. איר קענט דערווייל אַרויסגיין. זיי גייען אַרויס. פּויזע. ר׳ עזריאל הייבט אויף דעם קאָפּ. סנדר! וואו זיינען פאַרבליבן די מחותנים מיט דעם חתן?

סנדר.

זיי זיינען פאַרבליבן אויף שבת ביי מיר אין בריניץ.

ר׳ עזריאל.

שיק אַ רייטער אָנזאָגן זיי אין מיין נאָמען, אַז זיי זאָלן דאָרט פאַרבלייבן און וואַרטן אויף מיין באַפעל.

סנדר.

איך שיק גלייך אַ רייטער.

↤ 62

ר׳ עזריאל.

דערוייל קענט איר אַרויסגיין און אַרויספירן די בתולה אין צוייטן חדר.

לאה.

וואַכט אויף, מיט איר קול, ציטערנדיק.

באָבע! איך האָב מורא... וואָס וויל מען מיט אים טאָן? וואָס וויל מען טאָן מיט מיר?

פראַדע.

האָב קיין מורא ניט, מיין קינד! דער רבי ווייס, וואָס ער טוט. ער וועט קיין בייז ניט טאָן. דער רבי קען קיין בייז ניט טאָן. זי און סנדר פירן אַרויס לאהן אין צווייטן חדר.

ר׳ עזריאל.

זיצט טיף פאַרזונקען אין די רעיונות. ווי אויפוואַכנדיק.

און ווען אַפילו אין די הויכע עולמות האָט מען גוזר געווען אַנדערש, וועל איך ברעכן דעם גזר־דין! עס גייט אַריין ר׳ שמשון.

ר׳ שמשון.

גוט וואָך, רבי!

ר׳ עזריאל.

הייבט זיך אויף אים אַנטקעגן.

גוט וואָך, גוט יאָר, רב. זיצט! ר׳ שמשון זעצט זיך. איך האָב אייך מטריח געווען צוליב זייער אַ וויכטיקן ענין. אין אַ יידישער טאָכטער איז אַריין אַ דיבוק, רחמנא לצלן, און וויל בשום אופן ניט אַרויס. עס איז געבליבן דאָס לעצטע מיטל — אַרויסטרייבן אים מיט חרמות און נידויים. בעט איך אייער באַוויליקונג אויף דעם, און די מצווה פון פּיקוח נפש וועט אייך ביישטיין.

ר׳ שמשון.

זיפצט.

אַ חרם איז אַ האַרבע שטראָף פאַר אַ לעבעדיקן, בפרט פאַר אַ טויטן... נאָר וויבאַלד קיין אַנדער מיטל איז ניטאָ און אַזאַ געטלעכער מענטש ווי איר געפינט עס פאַר נייטיק, גיב איך מיין הרשאה. אָבער פריער מוז איך אייך, רבי, אַנטפּלעקן אַ סוד, וואָס האָט אַ שייכות צום ענין.

↤ 63

ר׳ עזריאל.

אַדרבא.

ר׳ שמשון.

איר געדענקט, רבי, מיט אַ יאָר 20 צוריק פלעגט צו אייך פאָרן פון בריניץ אַ יונגערמאַן, אַ חסיד און אַ מקובל, ניסן רבקה׳ס.

ר׳ עזריאל.

ער איז אָפּגעפאָרן אין מרחקים און דאָרטן יונגערהייט געשטאָרבן.

ר׳ שמשון.

יאָ... איז אָט דער ניסן רבקה׳ס די נאַכט געקומען צו מיר דריי מאָל צו חלום און געפאָדערט, איך זאָל אַרויסרופן סנדר בריניצער צו אַ דין־תורה מיט אים.

ר׳ עזריאל.

וואָס פאַר אַ תביעות האָט ער צו סנדרן.

ר׳ שמשון.

דאָס האָט ער ניט געזאָגט. ער האָט נאָר געטענהט, אַז סנדר האָט פאַרגאָסן זיין בלוט.

ר׳ עזריאל.

אַז אַ ייד מאָנט דעם אַנדערן צו אַ דין־תורה, טאָר זיך אַ רב, פאַרשטייט זיך, ניט אָפּזאָגן. בפרט אַז עס רופט אַרויס אַ מת, וואָס קען מאָנען צום בית־דין של מעלה... נאָר וואָס פאַר אַ שייכות האָט דאָס צום דיבוק?

ר׳ שמשון.

עס האָט אַ שייכות... איך האָב געהערט, אַז דער געשטאָרבענער בחור, וואָס איז אַריין ווי אַ דיבוק אין סנדרס טאָכטער, איז געווען ניסן רבקה׳ס אַ זון... מי דערציילט נאָך וועגן עפּעס אַ התחייבות, וואָס סנדר האָט געהאַט איינקעגן ניסנ׳ען און ניט אויסגעפילט...

ר׳ עזריאל.

טראַכט אַוויילע.

אויב אַזוי, וועל איך אָפּלייגן דעם אַרויסטרייבן פון דיבוק ביז מאָרגן האַלבן טאָג. אם ירצה השם, אינדערפרי נאָכן דאַווענען וועלן מיר אייך מטיב חלום זיין און איר וועט אַרויסרופן דעם מת ↰ 64 צו אַ דין־תורה. נאָכדעם וועל איך מיט אייער רשות אַרויסטרייבן דעם דיבוק מיש אַ חרם...

ר׳ שמשון.

אַזוי ווי אַ דין־תורה צווישן אַ לעבעדיקן מיט אַ טויטן איז זייער אַ האַרבע און אַ ניט געוויינלעכע, וואָלט איך בעטן אייך, רבי, איר זאָלט באַוויליקן זיין דער ראש הדיינים און אָנפירן די דין־תורה.

ר׳ עזריאל.

איך בין מסכים. מיכאל! עס גייט אַריין מיכאל. הייס אַריינפירן די בתולה. סנדר און פראַדע פירן אַריין לאהן, וואָס זיצט מיט געשלאָסענע אויגן. דיבוק! איך גיב דיר צייט אַ האַלבן מעת לעת, ביז מאָרגן האַלבן טאָג. אויב דו וועסט צו דער באַשטימטער צייט ניט אַרויסגיין מיטן גוטן ווילן, וועל איך דיך, מיט דעם רשות פון דעם מרא דאתרא, אַרויסציען מיט גוואַלד דורך אַ האַרבן חרם. פּויזע. איצט קען מען אַרויספירן די בתולה. סנדר און פראַדע ווילן אַרויספירן לאהן. סנדר! דו פאַרבלייב נאָך דאָ. פראַדע פירט אַרויס לאהן. סנדר! דו געדענקסט דיין אַמאָליקן חבר ניסן רבקה׳ס?

סנדר.

דערשראָקן.

ניסן רבקה׳ס?... ער איז דאָך געשטאָרבן...

ר׳ עזריאל.

זיי וויסן, אַז די נאַכט איז ער דריי מאָל געקומען צום מרא דאתרא צו חלום. ווייזט אויף ר׳ שמשון. און האָט געפאָדערט, ער זאָל אַרויסרופן דיך אויף אַ דין־תורה מיט אים.

סנדר.

דערשיטערט.

מיך אויף אַ דין־תורה?... וויי איז מיר!... ראש וויל ער פון מיר?... וואָס סוס מען, רבי?

ר׳ עזריאל.

איך ווייס ניט, אין וואָס ער באַשולדיקט דיך, נאָר אָננעמען די דין־תורה מוזסטו.

↤ 65

סנדר.

איך וועל מאַן ווי איר הייסט.

ר׳ עזריאל.

מיט אַן אַנדער טאָן.

תיכף ומיד שיק אין בריניץ די פלינקסטע פערד נאָך די מחותנים מיטן חתן, זיי זאָלן קומען אַהער מאָרגן פאַר האַלבן טאָג, כדי אַז גלייך ווי דער דיבוק וועט אַרויס זאָל מען שטעלן די חופּה.

סנדר.

רבי! אפשר וועלן זיי ניט וועלן איצט מיט מיר זיך מתחתן זיין און וועלן ניט וועלן קומען. אין טיר ווייזט זיך דער משולח.

ר׳ עזריאל.

מיט תקיפות.

זאָל מען זיי זאָגן, אַז איך האָב באַפוילן... נאָר זע, דער חתן זאָל קומען באַצייטנס.

דער משולח.

דער חתן וועט קומען באַצייטנס. דער זייגער שלאָגט 12.
(פאָרהאַנג).

↤ 67

פערטער אַקט.

זעלביקער צימער וואָס אין דריטן אַקט. אָנשטאָט דעם לאַנגן טיש לינקס, ניט אַ גרויסער טיש, נעענטער צום ראַמפּאַ. פאַר אים אין אַ פאָטעל און אויף צוויי שטולן זיצן: ר׳ עזריאל אין טלית און תפילין און ביידע דיינים. ביין טיש שטייט ר׳ שמשון, פונדערווייטנס מיכאל. מען פאַרענדיקט מטיב חלום זיין.

ר׳ שמשון.

חלמא טבא חזאי, חלמא טבא חזאי, חזאי!

ר׳ עזריאל, 1־טער און 2־טער דיינים.

צוזאַמען.

חלמא טבא חזית, חלמא טבא חזית, חלמא טבא חזית!

ר׳ עזריאל.

רב! מיר האָבן פּותר געווען אייער חלום צו גוטן. איצט זעצט זיך מיט אונדז ווי שופט. ר׳ שמשון זעצט זיך צום טיש, לעבן ר׳ עזריאלן. איצט וועלן מיר שיקן אָנזאָגן דעם מת, ער זאָל קומען צום דין־תורה. נאָר פריער וועל איך אָפּצוימען פאַר אים אַ ראָנד, פון וועלכן ער זאָל קיין רשות ניט האָבן אַרויסצוטרעטן. מיכאל, דערלאַנג מיר מיין שטעקן! מיכאל דערלאַנגט דעם שטעקן. ר׳ עזריאל שטייט אויף פון אָרט און מאַכט אין לינקן ווינקל פון חדר מיטן שטעקן אַ קיילעכדיקן ראָנד, פון לינקס אויף רעכטס. זעצט זיך צוריק צום טיש. מיכאל! נעם מיין שטעקן און גיי אויפן בית עולם, און אַז דו וועסט אַרויפגיין אויפן בית עולם, מאַך צו די אויגן און שאַר פאַר זיך מיטן שטעקן, און ביי דעם ערשטן קבר, אָן וועלכן דער שטעקן וועט זיך אָפּהאַלטן, שטעל זיך אָפּ, און גיב אַ קלאַפּ מיטן שטעקן איבערן קבר דריי מאָל און זאָג בזה הלשון: „מת טהור! עזריאל, דער זון פון דעם גרויסן צדיק ר׳ איצעלע מיראָפּאָליער האָט מיך געשיקט בעטן דיך מחילה, וואָס ער שטערט דיין רו ↰ 68 און באַפעלט דיר, דו זאָלסט דורך וועגן, וואָס זיינען דיר באַוואוסט, אָנזאָגן דעם מת טהור ניסן בן רבקה, אַז דער בית־דין צדק פון מיראָפּאָליע רופט אים אַרויס תיכף ומיד אויף אַ דין־תורה הייסט אים קומען אין די בגדים, אין וועלכע ער איז געקומען צו קבר ישראל. זאָלסט דאָס איבערחזרן דריי מאָל. נאָכדעם קער זיך אויס און גיי צוריק. און ניט קוק זיך אום, וואָס פאַר אַ געשרייען, קולות און רופענישן דו זאָלסט ניט הערן הינטער זיך, און ניט לאָז אַרויס פון האַנט מיין שטעקן ניט אויף איין רגע, אַז ניט — ביסטו אין גרויסער סכנה. גיי, און גאָט זאָל דיך היטן, וואָרעם די, וואָס ווערן געשיקט וועגן אַ מצווה־ענין, ווערן ניט געניזוקט... גיי, נאָר פריער שיק אַריין צוויי מענטשן מאַכן מחיצה פאַרן מת. מיכאל גייט אַרויס. עס גייען אַריין צוויי מענטשן מיט אַ ליילעך, מיט וועלכן זיי פאַרהענגען ביז דער ערד דעם גאַנצן לינקן ווינקל, און גייען אַרויס. רופט אַריין סנדרן. עס גייט אַריין סנדר. סנדר, האָסטו מקיים געווען, וואָס איך האָב דיר באַפוילן? האָסטו געשיקט פערד נאָך די מחותנים מיטן חתן?

סנדר.

איך האָב געשיקט די פלינקסטע פערד, נאָר די מחותנים זיינען נאָך ניט געקומען.

ר׳ עזריאל.

שיק זיי איינקעגן אַ רייטער, זיי זאָלן פאָרן וואָס גיכער.

סנדר.

איך וועל עס טאָן. פּויזע.

ר׳ עזריאל.

סנדר! מיר האָבן געשיקט אָנזאָגן דעם מת טהור ניסן בן רבקה, אַז דער בית־דין רופט אים אַרויס אויף אַ דין־תורה מיט דיר. נעמסטו אָן אונדזער משפּט?

סנדר.

איך נעם אים אָן.

ר׳ עזריאל.

וועסטו מקיים זיין אַלץ, וואָס מיר וועלן באַשטימען?

↤ 69

סנדר.

איך וועל מקיים זיין.

ר׳ עזריאל.

גיי אָפּ און שטעל זיך רעכטס.

סנדר.

רבי! איך האָב זיך דערמאָנט... ניסן רבקהס מוז מיך אַרויסרופן צו אַ דין־תורה וועגן אַ תקיעת כף, וואָס איז געווען צווישן אונדז... נאָר איך בין אין דעם ניט שולדיק...

ר׳ עזריאל.

דאָס וועסטו דערציילן שפּעטער, אַז דער בעל תביעה וועט אַרויסזאָגן זיינע תביעות. פּויזע. באַלד וועט זיך באַווייזן צווישן אונדז אַ מענטש פון דער אמת׳ער וועלט, כדי מיר זאָלן אים משפּטן מיט אַ מענטשן פון אונדזער עולם הדמיון. פּויזע. אַזאַ דין־תורה באַווייזט, אַז די דינים פון דער הייליקער תורה הערשן איבער אַלע וועלטן און איבער אַלע באַשעפענישן און זיינען אַ חוב אי פאַר לעבעדיקע אי פאַר טויטע. פּויזע. אַזאַ דין־תורה איז זייער האַרב און פורכטבאַר. אויף איר ווערט געקוקט פון אַלע היכלות. און ווען דער בית־דין זאָל חס ושלום אויף אַ האָר אָפּטרעטן פון דין, ווערט אַ רעש אין בית־דין של מעלה. דערפאַר דאַרף מען צו אַזאַ משפּט צוטרעטן מיט אימה און פּחד... אימה... און פּחד... קוקט זיך אומרואיק אַרום, שטעלט זיך אָפּ מיטן בליק אויפן פאָרהאַנג און ווערט אַנטשוויגן. אַ שרעקנדיקע שטילקייט.

1־טער דיין.

צום צווייטן. שטיל, דערשראָקן.

דוכט זיך, ער איז דאָ...

2־טער דיין.

אינעם זעלבן טאָן.

ער איז, דוכט זיך, דאָ...

ר׳ שמשון.

ער איז דאָ...

ר׳ עזריאל.

מת טהור, ניסן בן רבקה דער בית־דין צדק איז גוזר אויף דיר, ↰ 70 דו זאָלסט ניט אַרויסטרעטן פון דעם ראָנד און פון דער מחיצה, וואָס עס איז פאַר דיר געמאַכט. פּויזע. מת טהור, ניסן בן רבקה. דער בית־דין צדק באַפעלט, דו זאָלסט זאָגן, וואָס פאַר אַ טענות ותביעות דו האָסט צו סנדר בן העניע? שרעקנדיקע פּויזע. אַלע הערן זיך צו ווי פאַרשטיינערט.

1־טער דיין.

ווי פריער.

דוכט זיך, ער ענטפערט...

2־טער דיין.

דוכט זיך, ער ענטפערט...

1־טער דיין.

איך הער אַ קול, נאָר קיין ווערטער הער איך ניט.

2־טער דיין.

איך הער ווערטער, נאָר קיין קול הער איך ניט...

ר׳ שמשון.

צו סנדרן.

סנדר בן העניע! דער מת טהור ניסן בן רבקה טענהט און זאָגט, אַז אין דער יוגנט זייט איר געווען חברים אין איין ישיבה און אייערע נשמות האָבן זיך פאַרקניפּט דורכאַנאַנדער אין אַ געטרייער פריינדשאַפט. איר האָט ביידע אין איין וואָך חתונה געהאַט. נאָכדעם אַז איר האָט זיך געטראָפן אויף ימים נוראים ביים רבין, האָט איר אָפּגעמאַכט מיט אַ תקיעת־כף, אַז אויב אייערע ווייבער וועלן פאַרנומען ווערן אין טראָגן און וועלן געבאָרן איינע אַ יינגל, די אַנדערע אַ מיידל, וועט איר זיך מתחתן זיין.

סנדר.

מיט אַ ציטערנדיקן קול.

יאָ, דאָס איז אַזוי געווען.

ר׳ שמשון.

דער מת טהור ניסן בן רבקה דערציילט ווייטער, אַז אינגיכן איז ער אָפּגעפאָרן אין מרחקים, דאָרטן האָט זיין ווייב געבאָרן אַ זון אין דער זעלביקער צייט וואָס דיין ווייב האָט געבאָרן אַ טאָכטער. ↰ 71 באַלד נאָך דעם איז ער אַליין נפטר געוואָרן. קליינע פּויזע. אין דער אמת׳ער וועלט האָט ער זיך דערוואוסט, אַז זיין זון איז געבענטשט מיט אַ הויכער נשמה און ער שטייגט פון איין מדרגה אויף דער אַנדערער. און זיין פאָטער־האַרץ האָט זיך געפרייט און געגרויסט. און ער האָט ווייטער געזען, אַז ווען זיין זון איז געוואָרן עלטער, האָט ער זיך געלאָזן איבער דער וועלט און איז געגאַנגען פון אָרט צו אָרט, פון לאַנד צו לאַנד, פון שטאָט צו שטאָט, וואָרעם זיין נשמה האָט זיך געצויגן צו זיין באַשערטער. און ער איז געקומען אין דער שטאָט, וואו דו וואוינסט, און איז אַריין צו דיר אין הויז און געזעצט זיך ביי דיין טיש. און זיין נשמה האָט זיך באַהעפט אין דער נשמה פון דיין טאָכטער. נאָר דו ביסט געווען רייך און ניסנ׳ס זון איז געווען אָרעם. און דו האָסט אָפּגעקערט דיין בליק פון אים און ביסט געגאַנגען זוכן פאַר דיין טאָכטער שידוכים פון הויכן יחוס און מיט פיל נדן. קליינע פּויזע. און ניסן האָט ווייטער געזען, אַז זיין זון פאַלט אַריין אין יאוש. און איז אַוועק וואַנדערן איבער דער וועלט און זוכן נייע וועגן, און דעם פאָטערס נשמה האָט זיך דורכגעדרונגען מיט אומרו און טרויער. און די שוואַרצע מאַכט, דערזעענדיק דעם יאוש פון בחור, האָט אויסגעשפּרייט פאַר אים אירע נעצן און האָט אים געפאַנגען און צוגענומען פאַר דער צייט פון דער וועלט, און זיין נשמה האָט געבלאָנדזעט ביז זי איז אַריין ווי אַ דיבוק אין גוף פון זיין באַשערטער. קליינע פּויזע. ניסן בן רבקה זאָגט: מיט דעם זונס טויט איז ער געוואָרן אָפּגעשניטן פון ביידע וועלטן, געבליבן אָן אַ נאָמען און אָן אַ געדעכעניש, אָן אַ יורש און אָן אַ קדיש. עס איז פאַרלאָשן געוואָרן אויף אייביק זיין ליכט, און די קרוין פון זיין קאָפּ האָט זיך אַראָפּגעקייקלט אין אָפּגרונט, און ער בעט דעם בית־דין צדק, ער זאָל משפּטן סנדרן על פּי דין פון אונדזער הייליקער תורה פאַר די פאַרגיסונג פון בלוט פון ניסנ׳ס זון און דעם זונס קינדער און קינדס קינדער עד סוף כל הדורות. שרעקנדיקע שטילקייט. סנדר כליפּעט.

ר׳ עזריאל.

סנדר בן העניע. האָסט געהערט די טענות פונעם מת טהור ניסן בן רבקה? וואָס קענסטו אויף זיי ענטפערן?

↤ 72

סנדר.

איך קען ניט עפענען דעם מויל און איך האָב ניט קיין ווערטער צו פאַרענטפערן זיך. נאָר איך בעט מיין אַלטן חבר, ער זאָל מיר מוחל זיין מיין זינד, וואָרעם ניט פון בייזן ווילן בין איך עס באַגאַנגען. באַלד נאָך אונדזער תקיעת־כף איז ניסן אַוועקגעפאָרן און איך האָב ניט געוואוסט, אויב זיין ווייב האָט געבאָרן אַ קינד און וואָס פאַר אַ קינד. נאָכדעם האָב איך זיך דערוואוסט, אַז ער איז געשטאָרבן. מער קיין ידיעות האָב איך וועגן זיין געזינט ניט געהאַט און האָב ביסלעכווייז פאַרגעסן וועגן דעם.

ר׳ עזריאל.

פאַרוואָס האָסטו זיך ניט נאָכגעפרעגט? ניט אויסגעפאָרשט דעם ענין?

סנדר.

געוויינלעך מאַכט דעם חתנס צד דעם ערשטן שריט. האָב איך גערעכנט, אַז אויב ביי ניסנ׳ען וואָלט געבאָרן ווערן אַ זון, וואָלט ער מיר מודיע זיין. פּויזע.

ר׳ שמשון.

ניסן בן רבקה פרעגט, פאַר וואָס, אַז זיין זון איז אַריין צו דיר אין הויז און געזעצט זיך ביי דיין טיש, האָסטו אים קיין מאָל ניט געפרעגט, ווער ער איז און פונוואַנען ער שטאַמט?

סנדר.

איך ווייס ניט... איך געדענק ניט... נאָר איך שווער, אַז מיך האָט שטענדיק געצויגן נעמען דעם בחור פאַר אַן איידעם. דערפאַר האָב איך ביי יעדן פאָרגעלייגטן שידוך געשטעלט אַזעלכע שווערע תנאים, אַז די מחותנים זיינען אויף זיי ניט איינגעשטאַנען, אויף אַזאַ אופן זיינען זיך דריי שידוכים פונאַנדערגעגאַנגען. נאָר די ווייב, די קרובים זיינען צוגעשטאַנען... פּויזע.

ר׳ שמשון.

ניסן בן רבקה זאָגט, אַז דו האָסט טיף אין האַרצן דערקענט זיין זון און האָסט מורא געהאַט פרעגן, ווער ער איז. דו האָסט געזוכט פאַר דיין טאָכטער אַ רייכן און אַ זאַטן לעבן און האָסט איבער דעם אַראָפּגעשטויסן זיין זון אין אָפּגרונט. סנדר וויינט שטיל פאַרדעקנדיק דעם פּנים. שווערע פּויזע. עס גייט אַריין מיכאל און גיט אָפּ ר׳ עזריאלן דעם שטעקן.

↤ 73

ר׳ עזריאל.

רעדט שטיל מיט ר׳ שמשון און די דיינים. הייבט זיך אויף, נעמט דעם שטעקן אין האַנט.

דער בית־דין צדק האָט אויסגעהערט ביידע צדדים און טראָגט אַרויס אַזאַ פּסק־דין: היות ווי עס איז ניט באַוואוסט, אויב ביין תקיעת־כף צווישן ניסן בן רבקה און סנדר בן העניע זיינען זייערע ווייבער שוין געווען פאַרנומען אין טראָגן און היות ווי לויט אונדזער הייליקער תורה האָט ניט קיין ממשות אַן אָפּמאַך וועגן אַ זאַך, וואָס איז נאָך ניט באַשאַפן געוואָרן, קענען מיר ניט באַשטימען, אַז סנדר איז מחויב געווען מקיים זיין דעם תקיעת־כף. נאָר אַזוי ווי אין די היכלים האָט מען אָנגענומען דעם תקיעת־כף און מען האָט איינגעפלאַנצט ביי ניסן בן רבקה׳ס זון אין האַרצן די מחשבה, אַז סנדר בן העניעס טאָכטער איז זיין באַשערטע, און אַזוי ווי דורך סנדרס ווייטערדיקע אויפפירונג זיינען פאָרגעקומען גרויסע אומגליקן פאַר ניסן בן רבקה און זיין זון, — איז דער בית־דין צדק גוזר, אַז סנדר זאָל אָפּגעבן אַ העלפט פון זיין פאַרמעגן אָרעמע־לייט און זאָל זיין גאַנצן לעבן שטעלן יאָרצייט און זאָגן קדיש נאָך ניסן בן רבקה און נאָך זיין זון, ווי נאָך אייגענע קינדער. פּויזע. דער בית־דין צדק בעט דעם מת טהור ניסן בן רבקה, ער זאָל מוחל זיין סנדרן במחילה גמורה. און נאָך בעט ער אים, ער זאָל גוזר זיין אויף זיין זון בגזרת אב, יענער זאָל פאַרלאָזן דעם גוף פון דער בתולה לאה בת חנה, כדי עס זאָל ניט פאַרדאַרט ווערן אַ צווייג פון פרוכטבאַרן בוים פון פאָלק ישראל. און דערפאַר וועט דער אַלמעכטיקער אַרויסווייזן זיין גרויס גנאָד צו ניסן בן רבקה און צו זיין פאַרוואָגלטן זון.

אַלע.

אמן! פּויזע.

ר׳ עזריאל.

מת טהור ניסן בן רבקה. האָסט געהערט אונדזער פּסק־דין? נעמסטו אים אָן? אַ שרעקנדיקע פּויזע. סנדר בן העניע! האָסטו געהערט אונדזער פּסק־דין? נעמסטו אים אָן?

סנדר.

יאָ. איך נעם אים אָן.

↤ 74

ר׳ עזריאל.

מת טהור ניסן בן רבקה. די דין־תורה צווישן דיר מיט סנדר בן העניע האָט זיך געענדיקט. איצט מוזסטו זיך אומקערן אין דיין רו אַריין. און מיר זיינען גוזר, אַז אין וועג זאָלסט ניט שעדיקן ניט קיין מענטשן און ניט קיין שום לעבעדיקע באַשעפעניש. פּויזע. מיכאל! הייס אַראָפּנעמען די מחיצה און געבן וואַסער. מיכאל רופט אַריין צוויי מענטשן, וואָס נעמען אַראָפּ דעם פאָרהאַנג. ר׳ עזריאל מאַכט מיטן שטעקן אַ קיילעכדיקן ראָנד אויפן זעלביקן אָרט וואו פריער, נאָר פון רעכטס אויף לינקס. מען טראָגט אַריין אַ שיסל מיט אַ קענדל. אַלע וואַשן די הענט. סנדר? זיינען די מחותנים געקומען?

סנדר.

עס האָט זיך נאָך ניט געהערט קיין רעש פון זייער אָנפאָרן.

ר׳ עזריאל.

שיק זיי איינקעגן נאָך אַ רייטער. זיי זאָלן טרייבן די פערד מיט אַלע כחות. הייס צוגרייטן די חופּה מיט די קלעזמאָרים. הייס אָנטאָן די כלה אין אירע חופּה־קליידער, אַזוי, אַז ווי נאָר דער דיבוק וועט אַרויס, זאָל מען זי קענען פירן צו דער חופּה. וואָס עס וועט זיין געטאָן — וועט זיין אָפּגעטאָן! סנדר גייט אַרויס. ר׳ עזריאל נעמט אַראָפּ און לייגט צונויף דעם טלית און תפילין.

ר׳ שמשון.

שטיל צו די דיינים.

איר האָט פאַרשטאַנען, אַז דער מת האָט ניט מוחל געווען סנדרן?

1־טער און 2־טער דיינים.

שטיל, דערשראָקן.

מיר האָרן פאַרשטאַנען.

ר׳ שמשון.

איר האָט פאַרשטאַנען, אַז דער מת האָט ניט אָנגענומען דעם פּסק־דין?

1־טער און 2־טער דיינים.

מיר האָרן פאַרשטאַנען.

↤ 75

ר׳ שמשון.

איר האָט געפילט, אַז אויף ר׳ עזריאלקעס ווערטער האָט ער ניט געענטפערט אמן?

1־טער און 2־טער דיינים.

מיר האָבן געפילט.

ר׳ שמשון.

דאָס איז זייער אַ שלעכטער סימן!

1־טער און 2־טער דיינים.

דאָס איז זייער אַ שלעכטער סימן!

ר׳ שמשון.

זעט ווי ר׳ עזריאל איז צורודערט. ביי אים ציטערן די הענט. פּויזע. מיר האָבן אונדזערס אָפּגעטאָן, קענען מיר גיין... די דיינים גייען שטיל אומבאַמערקט אַרויס. ר׳ שמשון קלייבט זיך אויך אַרויסגיין.

ר׳ עזריאל.

רב. בלייבט דאָ ביז דער דיבוק וועט אַרויס, וועט איר מסדר קידושין זיין. ר׳ שמשון גיט אַ זיפץ און מיט אַן אַראָפּגעלאָזענעם קאָפּ זעצט ער זיך אָן אַ זייט. אַ דרייענדיקע פּויזע. רבונו של עולם! פאַרבאָרגן און וואונדערבאַר זיינען דיינע וועגן. אָבער די וועג, מיט וועלכער איך גיי, איז דאָך באַלויכטן מיט דעם שיין פון פלאַם פון דיין הייליקן ווילן. און איך וועל פון אים ניט אָפּטרעטן ניט רעכטס ניט לינקס... הייבט אויף דעם קאָפּ. מיכאל. האָסטו אַלץ צוגעגרייט?

מיכאל.

יאָ, רבי.

ר׳ עזריאל.

הייס אַריינפירן די בתולה. סנדר און פראַדע פירן אַריין לאהן אין אַ ווייסער חופּה־קלייד מיט אַ שוואַרצן מאַנטל אויף די פּלייצעס. זעצן זי אויפן סאָפע, ר׳ שמשון זעצט זיך לעבן ר׳ עזריאלן. דיבוק! אינעם נאָמען פון דעם מרא דאתרא, וואָס זיצט דאָ, אינעם נאָמען פון אַ הייליקער עדה יידן, אינעם נאָמען פון דעם גרויסן סנהדרין פון ירושלים בין איך, עזריאל בן הדס, דעם לעצטן מאָל גוזר אויף דיר, זאָלסט פאַרלאָזן דעם גוף פון דער בתולה, לאה בת חנה!

↤ 76

לאה (דיבוק).

אַנטשיידן.

איך וועל ניט אַרויסגיין!

ר׳ עזריאל.

מיכאל, רוף אַריין מענטשן און ברענג קיטלען און שופרות און שוואַרצע ליכט. מיכאל גייט אַרויס און קערט זיך אום מיט פופצן מענטשן, צווישן זיי — דער משולח. זיי טראָגן אַריין קיטלען, שופרות און ליכט. נעמט אַרויס די ספרים! מיכאל נעמט אַרויס זיבן ספרי תורות, צוטיילט זיבן מענטשן. גיט פאַנאַנדער זיבן שופרות. האַרטנעקיקער רוח! אַזוי ווי דו ביסט זיך ניט מכניע אונדזער באַפעל — גיב איך דיך איבער אין רשות פון די העכערע רוחות, זיי זאָלן דיך אַרויסציען איבערגוואַלד. בלאָזט תקיעה. מען בלאָזט תקיעה.

לאה (דיבוק).

גיט זיך אַ ריס פון אָרט, וואַרפט זיך, שרייט.

לאָזט מיך! ציט מיך ניט! איך וויל ניט! איך קען ניט אַרויסגיין!

ר׳ עזריאל.

אַזוי ווי די העכערע רוחות קענען דיך ניט גובר זיין, גיב איך דיך איבער אין רשות פון די מיטעלע רוחות, די ניט גוטע ניט שלעכטע, זיי זאָלן דיך מיט זייער אכזריות אַרויסציען. בלאָזט שברים. מען בלאָזט שברים.

לאה (דיבוק).

מיט אָפּגעשלאַפטע כחות.

וויי איז מיר: אַלע כחות פון דער וועלט זיינען אויפגעשטאַנען איינקעגן מיר. מיך ציען די שרעקלעכסטע רוחות, וואָס ווייסן ניט קיין רחמנות; איינקעגן מיר שטייען גדולים און צדיקים און צווישן זיי מיין פאָטערס נשמה און זיינען גוזר אויף מיר, איך זאָל אַרויס. ניין. און כל זמן אין מיר וועט בלייבן כאָטש איין פונק כח, וועל איך זיך ראַנגלען און ניט אַרויסגיין.

ר׳ עזריאל.

פאַר זיך.

ניט אַנדערש אַז אימיצער אַ מעכטיקער העלפט אים: פּויזע. מיכאל! זאָל מען אַריינשטעלן די ספרים אין ארון קודש (מען שטעלט ↰ 77 אַריין. פאַרהענג דעם ארון קודש מיט אַ שוואַרצן פּרוכת. מיכאל פאַרהענגט. צינד אָן די שוואַרצע ליכט. מען צינדט אָן. זאָלן אַלע אָנטאָן ווייסע קיטלען. אַלע און אויך ר׳ עזריאל און ר׳ שמשון טוען אָן ווייסע קיטלען: ר׳ עזריאל שטעלט זיך, הייבט אויף די האַנט. הויך און שרעקנדיק. שטיי אויף, גאָט! און זאָלן זיך צושפּרייטן און אַנטלויפן דיינע פיינט פון פאַר דיר. ווי עס צושפּרייט זיך רויך, זאָלן זיי זיך צושפּרייטן... זינדיקער און ווידערשפּעניקער רוח! מיט דעם כח פון אַלמעכטיקן גאָט און מיטן רשות פון דער הייליקער תורה צורייס איך, עזריאל בן הדס, אַלע פעדעם, וואָס פאַרקניפּן דיך מיט דער לעבעדיקער וועלט און מיט דעם גוף און נשמה פון דער בתולה לאה בת חנה...

לאה (דיבוק).

שרייט אויס.

וויי איז מיר!

ר׳ עזריאל.

און איך בין דיך מחרים פון כלל ישראל!! תרועה!!!

דער משולח.

דער לעצטער פונק האָט זיך צונויפגעגאָסן מיטן פלאַם.

לאה (דיבוק).

אָן כחות.

איך קען זיך מער ניט ראַנגלען... מען הייבט אָן בלאָזן תרועה

ר׳ עזריאל.

שטעלט געשווינט אָפּ די שופרות, צו לאהן.

גיסטו זיך אונטער?

לאה (דיבוק).

מיט אַ טויטן קול.

איך גיב זיך אונטער...

ר׳ עזריאל.

זאָגסטו צו מיטן גוטן ווילן פאַרלאָזן דעם גוף פון דער בתולה לאה בת חנה און מער זיך אין אים ניט אומקערן?

↤ 78

לאה (דיבוק).

ווי פייער.

איך זאָג צו.

ר׳ עזריאל.

מיט דעם זעלביקן כח און רשות, מיט וועלכע איך האָב דיך מחרים געווען, נעם איך אַראָפּ פון דיר דעם חרם. צו מיכאל׳ן. לעש אויס די ליכט און נעמט אַראָפּ דעם שוואַרצן פּרוכת. מיכאל טוט עס. באַהאַלט די שופרות. מיכאל קלייבט זיי צונויף. און זאָלן די אַריינגערופענע מענטשן אַראָפּנעמען די קיטלען און אַרויסגיין. די פערצן מענטשן טוען אויס די קיטלען און גייען אַרויס צוזאַמען מיט דעם משולח און מיכאל׳ן. ר׳ עזריאל הייבט אויף די הענט אין דער הויך. רבונו של עולם! גאָט פון רחמים און לייטזעליקייט! קוק אָן אויף דעם גרויסן צער פון דער פאַרוואָגלטער און געפּלאָגטער נשמה, וואָס איז איבער פרעמדע זינד און טעותן געשטרויכלט געוואָרן. קער אָפּ דיין בליק פון אירע חטאים און זאָלן ווי אַ דעמפונג אַרויפגיין צו דיר אירע פריערדיקע גוטע מעשים, איר גרויסער צער און דער זכות פון אירע אבות. רבונו של עולם, רוים אָפּ פון איר וועג אַלע מלאכי־חבלה און גרייט איר צו אַן אייביקע רו אין דיינע פּאַלעצן. אמן!

אַלע.

אמן!

לאה (דיבוק).

גיט אַ שטאַרקן ציטער.

זאָגס נאָך מיר קדיש. די באַשטימטע צייט גייט אויס!

ר׳ עזריאל.

סנדר! זאָג דעם ערשטן קדיש.

סנדר.

יתגדל ויתקדש שמיה רבא. בעלמא די ברא כרעותיה... דער זיינער שלאָגט 12.

לאה (דיבוק).

שפּרינגט אויף פון שרעק.

אַ־אַי!!! פאַלט אויפן סאָפע ווי אין אוממאַכט.

↤ 79

ר׳ עזריאל.

פירט די כלה צו דער חופּה! עס לויט אַריין מיכאל.

מיכאל.

זייער צורודערט.

נאָר־וואָס אומגעקערט זיך דער לעצטער רייטער. ער זאָגט, ביי די מחותנים האָט זיך צובראָכן אַ ראָד און זיי גייען צופוס. נאָר זיי זיינען שוין נאָענט, אויפן בערגל, מען זעט זיי פונדאַנען!

ר׳ עזריאל.

שטאַרק איבערראַשט.

וואָס עס האָט געזאָלט זיין — זאָל זיין! צו סנדרן. די אַלטע בלייבן דאָ מיט דער כלה און מיר אַלע וועלן גיין מקבל פּנים זיין דעם חתן. מאַכט אַרום לאהן מיטן שטעקן אַ ראָנד פון לינקס אויף רעכטס. נעמט אַראָפּ דעם קיטל, הענגט אים אויף לעבן טיר און גייט אַרויס מיטן שטעקן אין האַנט, נאָך אים סנדר און מיכאל. לאַנגע פּויזע.

לאה

וואַכט אויף. מיט זייער אַ שוואַכן קול.

ווער איז דאָ מיט מיר? דאָס זייט איר, באָבינקע? באָבוניע? מיר איז שווער. העלפט מיר... פאַרוויגט מיך...

פראַדע.

גלעט זי.

זאָל דיר ניט זיין שווער, טאָכטערל. שווער זאָל זיין דעם טאָטער, דעם שוואַרצן קאָטער, און דיר אויפן הערצעלע זאָל זיין גרינג ווי אַ פּוכעלע, ווי אַ הויכעלע, ווי אַ ווייסע שנייעלע, הייליקע מלאכים׳לעך זאָלן אַרומפאָכן דיך מיט זייערע פליגעלעך. עס הערט זיך אַ כלי־זמר־שפּיל, ווי מ׳פירט צו דער חופּה.

לאה.

פאַרציטערט, כאַפּט פראַדען פאַרן האַנט.

איר הערט? דאָס גייט מען טאַנצן אַרום הייליקן קבר׳ל, משמח זיין די טויטע חתן־כלה!

פראַדע.

ציטער ניט, טאָכטערל, האָב קיין מורא ניט. אַרום דיר שטייט אַ׳גרויסע וואַך, אַ מעכטיקע וואַך. זעכציק גיבורים מיט בלויזע ↰ 80 דעגנס באַשיצן דיך פון אַ בייזער באַגעגעניש, די הייליקע אבות און די הייליקע אמהות באַשיצן דיך פון אַ בייז אויג. גייט ביסלעכווייז אַריבער אין אַ סקאַנדירנדיקן געזאַנג.
ּבאַלד וועט מען דיך פירן צו דער חופּה
אין אַ גוטער שעה, אין אַ מזלדיקער שעה...
דיין מאַמע די צדקניות גייט זיך פון גן־עדן אַרויס,
פון גן־עדן אַרויס,
אין גאָלד און אין זילבער אויסגעצירט.
גייען איר צוויי מלאכים׳לעך איינקעגן אויס,
איינקעגן אויס.
נעמען זיי זי פאַר די הענט,
איינער רעכטס און איינער לינקס:
„חנה׳לע דו מיין, חנה׳לע דו פיין,
וואָס האָסטו זיך אויסגעצירט אין גאָלד און זילבער און שיין?”
ענטפערט זיי חנה׳לע אַזוי און אַזוי:
„ווי זאָל איך זיך ניט אויסצירן? דער יום־טוב איז מיר גרויס!
מיין איינציקע טאָכטער, מיין ליכטיקע קרוין,
טוט צו דער חופּה מיט מזל גיין!
— „חנה׳לע דו מיין, חנה׳לע דו פיין!
פאַרוואָס איז אויף דיין פּנים לייד און פּיין?”
ענטפערט זיי חנה׳לע אַזוי און אַזוי:
ווי זאָל איך ניט טרויערן? דער יום־טוב איז מיר וויי!
מיין טאָכטער צו דער חופּה פירן פרעמדע לייט,
און איך מוז זיך שטיין אין טרויער אָן אַ זייט...
פירט מען די כלה צו דער חופּה באַלד,
גייען איר איינקעגן יונג און אַלט.
קומט אליהו הנביא און נעמט דעם גרויסן בעכער אין האַנט...
מאַכט ער אַ ברכה אויפן גאַנצן לאַנד...
אמן ואמן... ווערט אַנטשלאָפן, לאַנגע פּויזע.

לאה.

מיט געשלאָסענע אויגן. לאָזט אַרויס אַ שווערן זיפץ, עפנט די אויגן.

ווער זיפצט דאָ אַזוי שווער.

↤ 81

חנן׳ס קול.

איך.

לאה.

איך הער דיין קול, נאָר איך זע דיך ניט.

חנן׳ס קול.

דו ביסט אָפּגעצוימט פון מיר מיט אַ פאַרשוואָרענעם ראָנד...

לאה.

דיין קול איז מיר זיס ווי דער געוויין פון אַ פידל אין אַ שטילער נאַכט... זאָג מיר ווער ביסטו?

חנן׳ס קול.

איך האָב פאַרגעסן... נאָר דורך דיין געדאַנקען קען איך געדענקען זיך...

לאה.

איך דערמאָן זיך... מיין האַרץ האָט זיך געצויגן צו אַ ליכטיקן שטערן... איך האָב אין שטילע נעכט פאַרגאָסן זיסע טרערן און האָב אין חלום געזען שטענדיק אַ געשטאַלט... ביסטו דאָס געווען?

חנן׳ס קול.

איך...

לאה.

איך דערמאָן זיך... ביי דיר זיינען געווען ווייכע ווי פאַרוויינטע האָר און טרויעריקע מילדע אויגן... ביי דיר זיינען געווען לאַנגע און דינע פינגער... טאָג און נאַכט האָב איך געטראַכט נאָר וועגן דיר... פּויזע. טרויעריק. נאָר דו ביסט אַוועק פון מיר, און מיין ליכט האָט זיך אויסגעלאָשן און מיין נשמה איז פאַרוועלקט געוואָרן. און ווי אַ וויסטע אלמנה בין איך געווען, אַז צו מיר האָט זיך אַ פרעמדער מאַן דערנעענט... נאָכדעם האָסטו זיך אומגעקערט און אין מיין האַרצן האָט אויפגעבליט אַ לעבן פון טויט און אַ פרייד פון טרויער... פאַרוואָס האָסטו מיך ווידער פאַרלאָזן?

חנן׳ס קול.

איך האָב צובראָכן אַלע צוימען, איך האָב איבערגעשטיגן איבערן טויט, האָב פאַרשטערט אַלע געזעצן פון צייטן און דורות. איך ↰ 82 האָב זיך געראַנגלט מיט שטאַרקע, מיט מאַכטיקע, מיט אומבאַרמהאַרציקע. און אַז ביי מיר האָט זיך אויסגעשעפּט דער לעצטער פונק כח האָב איך פאַרלאָזן דיין גוף, כדי אומקערן זיך צו דיין נשמה.

לאה.

צאַרט.

קער זיך אום צו מיר, מיין חתן, מיין מאַן... איך וועל דיך אַ טויטן טראָגן אין מיין האַרצן און אין די חלומות פון נאַכט וועלן מיר צוזאַמען וויגן אונדזערע ניט געבאָרענע קינדערלעך. וויינט. מיר וועלן זיי נייען העמדעלעך, מיר וועלן זיי זינגען לידעלעך. זינגט וויינענדיק.
באַיו, באַיו, קינדערלעך,
אָן אַ וויג אָן ווינדעלעך,
טויטע ניט געבאָרענע,
אָן אַ צייט פאַרלאָרענע...

פון דרויסן הערט זיך אַ חופּה־מאַרש, וואָס דערנעענט זיך. לאה פאַרציטערט.

מען גייט מיך פירן צו דער חופּה מיט אַ פרעמדן! קום צו מיר, מיין חתן!

חנן׳ס קול.

דיין גוף האָב איך פאַרלאָזן און קום צו דיין נשמה. ער באַווייזט זיך אין וואַנט אין ווייסן.

לאה.

מיט פרייד.

דער ראָנדן־צוים צובראָכן! איך זע דיך, חתן מיין! קום צו מיר!

חנן.

ווי אַ ווידערהאָל.

קום צו מיר!

לאה.

שטייט אויף מיט פרייד.

איך גיי צו דיר.

↤ 83

חנן.

ווי אַ ווידערהאָל.

איך גיי צו דיר.

קולות.

הינטערן סצענע.

פירט דאָ כלה צו דער חופּה! אַ חופּה־מאַרש. לאה פאַרלאָזט אויפן סאָפע דאָס שוואַרצע מאַנטל און אינגאַנצן אין ווייסן גייט זי אונטערן חופּה־מאַרש צו חנן׳ען, שטעלט זיך אויף זיין אָרט און ווי זי גיסט זיך צונויף מיט אים. עס גייט אַריין עזריאל מיטן שטעקן אין האַנט, נאָך אים דער משולח. שטעלן זיך אָפּ ביין טיר. אין טיר סנדר, פראַדע, די איבעריקע.

לאה.

מיט אַ קול ווי פונדערווייטנס.

אַ גרויסע ליכט צוגיסט זיך רונד־אַרום... איך בין באַהעפט מיט דיר אויף אייביק, מיין באַשערטער... צוזאַמען שוועבן מיר אַלץ העכער, העכער, העכער... עס ווערט אַלץ פינצטערער.

ר׳ עזריאל.

אַראָפּלאָזנדיק דעם קאָפּ.

פאַרשפּעטיקט.

דער משולח.

ברוך דיין האמת. עס ווערט שטאָק־פינצטער. פונדערווייטנס הערט זיך שטיל־שטיל.
מחמת וואָס, מחמת וואָס
איז די נשמה
פון העכסטער הויך
אַראָפּ אין טיפסטן גרונט?
— דער פאַלן טראָגט
דעם אויפקומען אין זיך...
(פאָרהאַנג).