פרדס יהודה שלח בלעטל תשס"ט
פרשת שלח
1] שלח לך אנשים: (י"ג א) למה נסמכה פרשת שטייט אין רש"י:
מרגלים לפרשת מרים לפי שלקתה על עסקי דבה שדברה
באחיה, ורשעים הללו ראו ולא לקחו מוסר. (מדרש תנחומא ה')
מען קען זאגן א רמז: משה רבינו האט געזאגט אל נא רפא נא לה:
(י"ב י"ג) האבן יהושע און כלב אפגעלערנט מוסר פון די
מעשה פון מרים און נישט גערעדט שלעכטס אויף ארץ ישראל,
קען זיין דער רמז! אל נא רפא נא לה: איז כמנין 449. און יהושע
וכלב איז אויך כמנין 449. נאך א רמז: שטייט שלח לך אנשים,
אז דער אויבערשטער האט געזאגט מען זאל שיקן מענטשן.
וועמען זאל מען שיקן, יהושע און כלב! און דא קען מען אויך
זאגן א רמז: שלח, די אותיות נאך שלח איז תמ"ט וואס דאס איז
דער מספר 449 אזוי ווי דער מספר פון יהושע וכלב 449. מען
זאל שיקן, מענטשן נאר ווי יהושע און כלב.
(כמים מים לכסים)
2] ויקרא משה להושע בן נון יהושע: (במדבר יג טז)
(תרגום יונתן) וכד חמא משה ענוותנותיה קרא משה ליהושע בר נון יהושע
יה יושיעך מעצת מרגלים: (סוטה דף לד ע"ב.) דער בעל תפארת יוסף
[הגאון ר' יוסף פרעסבורגר אב"ד מאטטרסדורף תלמיד הכתב סופר זי"ע]
איז מסביר דעם תרגום מיטן הקדמה פון הייליגן חת"ם
סופר אויפן מאמר פון ר' יוחנן: צוליב די עניוות פון רבי זכריה
בן אבקולס האט מען חרוב געמאכט דעם בית המקדש און
פארברענט דעם היכל און פארטריבן די אידן פון א"י. (גיטין נו ע"א)
איז לכאורה שווער וואס האט עניוות צוטאן מיט גורם זיין
די דריי זאכן? זאגט דער חתם סופר פשט, עס שטייט אין
דיני נפשות מתחילין מן הצד. סנהדרין (פ"ד מ"ב)
דאס מיינט אז מען הויבט אן פון די קלענערע דיינים, זאגט רב אחא בר פפא:
ווייל עס שטייט ולא תענה על רִב, (שמות כג ב') און מען קען לייענען ולא תענה על רַב:
זאגט רש'"י: זאלסט נישט קריגן אויף דעם וואס דער עלטסטע
פון בית דין פאסק'נט, וועגן דעם הויבט מען נישט אן פון אים,
וויבאלד עס קען זיין ער וועט טרעפן א חוב און מען וועט נישט
קענען חולק זיין אויף אים דעריבער הויבט מען אן מיט די
קליינע דיינים, מן הצד. יעצט אויב ר' זכריה בן אבקולס וואלט
אנגעהויבן מן הצד וואלטן אלע דן געווען בר קמצא צו מיתה,
און ר' זכריה בן אבקולס וואלט געווען א יחיד, עס וואלט
נישט ארויס געקומען דער חורבן. אבער ווייל רבי זכריה בן
אבקולס איז געווען א עניו האט ער גלייך אנגעהויבן: יאמרו
מטיל מום בקדשים יהרוג! ווייל ער איז מן הצד: האבן זיינע
חברים נישט געקענט קריגן אויף אים: דעריבער ענוותנותו של
רבי זכריה בן אבקולס האט חרוב געמאכט דעם בית המקדש,
עכ"ד החת"ם סופר.
מיט דעם קען מען מפרש זיין דעם תרגום, משה האט געוואוסט אז יהושע איז די גרעסטע פון זיי און אויב
יהושע וועט ווארטן מיט זיין מיינונג ביז יעדערן וועט געבן זייער
מיינונג וועט גארנישט געשעהן צו יהושע, ווייל ער וועט מוזן
מסכים זיין צו זיי. אבער ווען משה זעט די עניוות פון יהושע,
האט ער מורא געהאט אז ער וועט נישט ווארטן מיט זיין
מיינונג, און עס וועט נישט געפעלן די מרגלים און וועלן מוזן
אננעמען זיין מיינונג און זיי וועלן הרגענען יהושע, און וועגן דעם
האט משה געזאגט יה יושיעך מעצת מרגלים.
(בית ישראל למוח"ז אדמו"ר ממאטעסדארף זצוק"ל מאת חותנו הגאון בעל תפארת יוסף זצ"ל)
3] ויקרא משה להושע בן נון יהושע: (י"ג ט"ז) די גמרא
דרש'נט יהושע: (סוטה ל"ד:) י"ה יושיעך מעצת מרגלים: יעצט
טרעפט מען אין רש"י (בראשית י"ז ה') אז דער יו"ד פון שרי האט
מען געגעבן צו הושע און עס איז געווארן יהושע. מען ברענגט א
ירושלמי אז דער אות יו"ד האט געהאט א טענה אז מען נעמט
אים צו פון א צדקניות, האט דער אויבערשטער געענטפערט:
ביז יעצט ביסטו געווען ביי א נקיבה יעצט וועסטו זיין ביי א
זכר. ביז יעצט ביסטו געווען ביי די ענדע פון א נאמען : שרי,
יעצט וועסטו זיין ביים אנהויב פון א נאמען: הושע.
פארשטייט מען דעם יו"ד. יעצט דארף מען פארשטיין: יהושע איז דער
ניקוד פון יו"ד א שווא: וואס האט צוויי נקודות. און דער יו'"ד
פון שרי האט נישט קיין ניקוד, איז פון וואו האט מען גענומען דעם ניקוד שווא ביי הושע. נאר ביי הושע בֶן נון שטייט: ויקרא משה להושע בִן נון יהושע, מיט איין נקודה. און פון סגול פון בֶן וואס האט דריי נקודות האט מען גענומען פון דעם צוויי נקודות פאר'ן יו"ד פון יהושע און
געלאזט איין נקודה פאר בִן וא"ש.
(פנינים ר' גרשון שטיינברג)
4] והערים בצרות גדלת מאד: (י"ג כ"ח) זאגט רש"י לשון בירונית עגולות. דאס מיינט רונדע הייזער, דארף מען פארשטיין, וואס איז די לשון הרע אז די הייזער זענען רונד. נאר עס שטייט
אין (נגעים פי"ב מ"א) בית עגול אינו מטמא בנגעים, ווייל עס שטייט (ויקרא י"ד ל"ז-ח)
2 מאל בקירת הבית: וואס דאס מיינט פיר ווענט,
און מיר ווייסן אז דער ענין פון נגעי בתים איז געווען א טובה אזוי ווי רש"י זאגט: ונתתי נגע צרעת
(שם ל"ד) ווייל די אמוריים האבן באהאלטן זייערע אוצרות אין די ווענט און מען האט
צוליב די נגע אראפגענומען דעם וואנט און אזוי האט מען
געטראפן די אוצרות. איז דאס איז נאר ביי א הויז וואס האט
גלייכע ווענט, איז דא שייך נגעי בתים און מען קען טרעפן
אוצרות, אבער אז די מרגלים האבן געזאגט: הערים בצורות,
לשון עגולים. אז די ווענט זענען עגולים ממילא וועט נישט זיין
קיין נגעי בתים ביי זיי און מען וועט נישט טרעפן די אוצרות פון
די אמוריים. דאס איז לשון הרע אויף ארץ ישראל.
(מאת הגאון ר' שלמה קלוגר)
וימצאו איש מקשש עצים אין גמרא (שבת צ"ו) שטייט: רבי עקיבא
זאגט אז דאס איז געווען צלפחד וואס זיין עבירה איז געווען
מקושש עצים ביום השבת: אין ספר בן יהוידע פון דעם בן איש
חי ברענגט ער אראפ פון ספר פתח עינים פון הייליגן חידא,
און פון ספר לקוטי הש"ס פון הייליגן אריזל: אז די גמרא ברענגט (שבת דף ק"נ)
מעשה בחסיד אחד וואס עס איז געווארן א
לאך אין דעם גדר פון זיין פעלד, און ער האט געהאט נאר א
מחשבה דאס צו פארעכטן און האט זיך דערמאנט אז עס איז
שבת, און האט זיך געקאנסעט און דאס קיינמאל נישט
פאראכטן, איז געשען א נס אז עס איז געוואקסן א בוים וואס
הייסט צלף. און פון דעם האט ער געהאט פרנסה. זאגט דער
הייליגע אריזל אז דער חסיד איז געווען א גלגול פון צלפחד
וואס האט מחלל שבת געווען במזיד פון מקושש עצים, און
יעצט האט ער דאס מתקן געווען דורך זיין חסידות פון נישט
פארמאכן דעם גדר נאך שבת, און זיין שכר איז געווען: איין צלף
בוים, דאס מיינט: צלף חד: אותיות צלפחד. און ווייל די תשובה
איז געווען מאהבה דעריבער איז פון דער מזיד געווארן זכויות.
דעריבער איז געשען א נס פון דעם צלף דורך זיינע זכותים.
(בן יהוידע - בן איש חי)
ויהיו בני ישראל במדבר וימצאו איש מקשש עצים ביום השבת: (במדבר ט"ו ל"ב)
זאגט די גמרא מקושש, זה צלפחד וכן הוא אומר ויהיו בני ישראל
וימצאו איש מקשש עצים במדבר, און ווייטער שטייט (כ"ג ז') אבינו מת במדבר,
אזוי ווי דארטן איז געווען צלפחד אזוי אויך דא איז צלפחד דברי רבי עקיבא, זאגט
אים רבי יהודה בן בתירא, עקיבא! בין כך אתה עתיד ליתן את
הדין! ווייל אויב עס איז ווי דו זאגסט, האט די תורה דאס
פארדעקט, און האסט דאס מגלה געווען, און אויב עס איז
נישט אמת, ביסטו מוצא לעז אויף א צדיק. איי רבי עקיבא האט א גזירה
שוה, זאגט רבי יהודה בן בתירא, די גזירה שוה האב איך נישט מקבל געווען (שבת צו:).
פון הגאון ר' יצחק שטיינער אב"ד יעמערינג
הי"ד האט געהערט א פירוש אין די מחלוקת רבי עקיבא און רבי יהודה בן בתירא
לויט די גמרא (שבת צו:) אמר רב יהודה אמר
שמואל: מקושש מעביר ד' אמות ברשות הרבים, אין די ברייתא
שטייט, תולש הוה: שטייט אין אור החיים הק', ויהיו בני ישראל
במדבר וגו' לכאורה איז שווער וואס קומט אונז די תורה צו
לאזן הערן אז די אידן זענען געווען אין מדבר? נאר די גמרא זאגט
רב יהודה אמר שמואל: מקושש מעביר ד' (שבת ו ע"א)
אמות ברשות הרבים היה. אויך שטייט דארטן: תנו רבנן וכו'
סרטיא ופלטיא כו' איז רשות הרבים פרעגט די גמ' פארוואס
שטייט נישט אויך אז מדבר איז רשות הרבים? ווייל דאס ווערט
אויך גערעכנט אין די ברייתא פאר א רשות הרבים! ענטפערט
אביי לא קשיא. ווען די אידן זענען געווען אין מדבר איז דאס א
רשות הרבים, אבער ווען די אידן זענען נישט אין די מדבר, איז
דאס נישט א רשות הרבים. לערנט אונז די ברייתא אז אין
היינטיגע צייטן אויב עס איז דא א רבים אין מדבר איז דאס
אויך א רשות הרבים, לערנט אונז דער פסוק אז די עבירה פון
מקושש ד' אמות, לויט רב יהודה אמר שמואל, איז ווייל: ויהיו
בני ישראל במדבר: אז מיט דעם ווערט מקושש גערעכנט פאר
חילול שבת צו מחייב זיין מיתה, אבער אויב די אידן וואלטן
נישט געווען אין מדבר איז נישטא חילול שבת פון מקושש ווייל
עס איז נישט א רשות הרבים. ע"כ דבריו.
יעצט שטייט אין מס' שבת (קל"א ע"א) ושמעינן לר' אליעזר דאמר מופנה מצד אחד
למידין ומשיבין: זאגט רשי אז א גזירה שוה וואס איז נישט
איבעריג פון ביידע זייטן, נאר עס איז איבעריג פון איין זייט קען
מען ארויסלערנען פון דעם אבער מען קען דאס אויך אפפרעגן
ע"כ. און די הסבר פון דעם איז, אז אויב עס איז איבעריג פון
איין זייט ווערט דאס נישט גערעכנט אזוי עס שטייט בפירוש
אין די תורה און מען קען דאס אפפרעגן, אבער אויב עס איז
איבעריג פון ביידע זייטן איז דאס אזוי ווי עס שטייט בפירוש
אין די תורה. קומט אויס, אז רבי יהודה בן בתירא האלט אזוי
ווי רב יהודה אמר שמואל אז מקושש איז מעביר ד' אמות
ברשות הרבים, אויב אזוי איז דער פסוק ויהיו בני ישראל
נישט איבעריג ווייל די טעם פארוואס מקשש איז חייב במדבר
מיתה איז ווייל די אידן זענען געווען במדבר, און וועגן דעם
ווערט דאס גערעכנט ווי א רשות הרבים, האט שוין די גזירה שוה
במדבר במדבר א דין פון מופנה מצד אחד און עס איז
נישט ווי עס שטייט בפירוש אין די תורה, דעריבער זאגט ער צו
רבי עקיבא בין כך אתה עתיד ליתן את הדין! וויבאלד די תורה
האט דאס פארדעקט און דו ביזסט דאס מגלה. אבער רבי
עקיבא האלט אז מקשש איז געווען חייב משום תולש, איז דאס ווארט במדבר
איבעריג, איז ביידע ווערטער במדבר איבעריג,
איז דאס א גזירה שוה מופנה משני צדדים וואס עס איז ווי עס שטייט בפירוש אין דער תורה
האט רבי עקיבא גארנישט מגלה געווען אז מקושש איז צלפחד וא"ש.
(בית ישראל למוח"ז אדמו"ר ממאטעסדארף זצוק"ל)
מדור העובדות
איינמאל איז הרה"צ ר' יצחק מאיר מזינקוב זיע"א געווען אין
שטאט קאמעניץ, אינמיטן די סעודת שבת, האט ער געהייסן
ברענגען דעם ספר עבודת ישראל פון קאזניצער מגיד זצוק"ל.
און מען האט דאס געברענגט צום טיש, און ער האט אין דעם
מעיין געווען, נאך דעם האט ער געזאגט אז ווייניג חסידים
פארשטייען דעם ספר, ער האט דערציילט אז ער האט געקענט
דעם צדיק, ווייל דער טאטע האט מיר באפוילן איך זאל פארן
צו אים, און איך בין געפארן, איך בין דארטן געפארן אויף א
שבת, ערב שבת נאך חצות פלעגט מען ברענגען א ספר תורה
צום רבין'ס שטוב. און דעמאלטס בין איך דארט געווען ווען
דער רבי האט געלייענט אין דעם ספר תורה. אינמיטן ליינען איז
א פרוי אריינגעקומען און בלייבט שטיין ביים טיר אבער דער
רבי איז פארטיפט אינעם ספר תורה און מערקט איר נישט, און
ווען דער רבי האט געענדיגט ליינען אין דער ספר, האט זיך
דער רבי אן גערופן אז די פרוי זאל אריינקומען, האט דער רבי געפרעגט איז דיין נאמען איז לאה בת זיסל? האט זי געזאגט יא ! האט דער רבי זיך אן גערופן: ביסט געקומען בעטן פאר
קינדער? האט זי געענטפערט יא. האט דער רבי געזאגט שטייט אין פסוק: (במדבר י"ד ל"א)
וטפכם אשר אמרתם לבז יהיה: לב"ז, איז ר"ת לאה בת זיסל, יהיה, עס וועט זיין:
און די קענסט אהיים גיין. און אזוי שטייט אין די תורה הקדושה.
(ספר סיפורי צדיקים החדש תרס"ח מהרהצ ר'אברהם יצחק אבד זינקאוויץ וואס האט געהערט די
מעשה פון זיין טאט'ן הרב ר' אשר ענזיל וואס האט דאס אליין געהערט פון
הרה"צ ר' יצחק מאיר מזינקוב בן הרה"ק מאפטא זצוק"ל זיע"א).