פרדס יהודה שבועות בלעטל תשס"ט

פרדס יהודה שבועות בלעטל תשס"ט - - - פרדס יהודה שבועות בלעטל תשס"ט המשך - - - צוריק צו פרדס יהודה בלעטל


חג שבועות

ראש חודש סיון

ביום הזה באו מדבר סיני: (שמות י"ט א).

ב' סיון יום המיוחס

1] דער אויבערשטער האט געזאגט: והייתם לי סגולה מכל העמים וגו' ואתם תהיו לי ממלכת כהנים וגוי קדוש: (שם ה-ו) כלל ישראל איז א אויסגעצייכנטע פאלק.

2] ווייל אין דעם טאג וועט אויספאלן יום הכיפורים אין דעם קומענדיגע יאר. (עירין קדישין רוזין) אגב האט מען מיר מעורר געווען אז דער ערוך השלחן ברעגט אראפ אויך דעם טעם.

3] אין פריערדיגע גליון 26 האבן מיר געברענגט א ילקוט שמעוני (סי' תרפ"ד) בשעה שקבלו ישראל את התורה נתקנאו בהם אומות העולם וכו' סתם הקב"ה את פיהם ואמר הביאו לי ספר יוחסין שלכם. ע"כ און דורך דעם ספר יוחסין פון כלל ישראל האט דער אויבערשטער געגעבן די תורה, קען מען זאגן אז ווייל ב' סיון האט נישט קיין חשיבות. דעריבער האט מען באשטימט ב' סיון א יו"ט און זכר פון ספר יוחסין וואס כלל ישראל האבן געברענגט קומט אויס אז א' סיון ר"ח ב' סיון יום המיוחס און נאך דעם שלשת ימי הגבלה, האבן אלע טעג פון א' סיון ביז שבועות א געוויסע חשיבות.
(שמח זבולון המו"ל)

שלשת ימי הגבלה

והיו נכנים ליום השלישי דריי טעג פון זיך מקדש ומטהר זיין און זיך גרייטן צו קבלת התורה. הרה"ק ר' מנחם מענדל מרימינוב זיע"א פרעגט וואס האבן די אידן געטאן ביים בארג סיני ביז קבלת התורה זיי האבן נישט געהאט די תורה צו לערנען דעמאלטס נאר ער ענטפערט אז זיי האבן געזאגט אהבה רבה. (ילקוט מנחם) אין זיין ספר בארת המים ברענגט ער אז כלל ישראל האבן געבעטן צום אויבערשטן והאר עינינו בתורתיך ודבק לבנו במצותיך. דער הייליגע סאדיגורא זאגט אז אין די טעג האבן די אידן זיך אויסגעארבעט און דערגרייכט צו מדריגת האבות הקדושים. וואס די הייליגע אבות האבן משיג געווען תורה איידער מען האט דאס געגעבן. אין זוהר הק' שטייט אז דער רבש"ע האט די אידן אויסגעלערנט (ח'"ב צ"ד) מעשה בראשית און מעשה מרכבה.

שמות החג

מתן דער יו"ט האט 4 נעמען שבועות, ביכורים, עצרת און תורתינו. מען זאגט נאך פון הגאון מווילנא זיע"א א רמז שבע"ת איז נוטריקון: שבועות, ביכורים, עצרת און תורתינו.

עצרת

פארוואס הייסט דער יום טוב שבועות עצרת? נאר ווייל אין יו"ט פסח האט דער רבשע אראפ געשיקט גרויסע השפעות און כל טוב, אבער כלל ישראל איז נאך נישט געווען אויסגערייניגט פון טומאת מצרים בשלימות און מען האט געמוזט ציילן ספירה ביז שבועות ווען כלל ישראל איז שוין געווארן אויסגערייניגט און געקענט נעמען די השפעות צו זיך אז דאס איז דער לשון עצרת מען נעמט צוזאמען די השפעות.

עס איז דא א טעם פון די חכמי הספרדים: ווייל עצרת איז א לשון פון זיך איינהאלטן מיינט מען פון יצר הרע. און די תורה איז דאך דער מיטל אז מען זאל זיך איינהאלטן פון פאלגן דעם יצר הרע. דעריבער רופט מען דעם יו"ט עצרת.

טעמי המנהגים: מילכיג'ס אין שבועות

1] אין ספר מטה משה פון די גדולי הפוסקים ברענגט א רמז מנחה ח'דשה ל'ה' ב'שבועותיכם איז די ר"ת חל"ב. 2] ווייל עס שטייט אין שע יוד אז מען זאל מאכן א סעודה ווען מען מאכט א סיום ביי א מצוה, דארף מען דאך מאכן אסעודה ווייל מען האט גע'ענדיגט דימצוה פון ספירת העומר, וואס דאס קומט אויס אין שבועות. און אין שבועות מאכט מען סיי ווי א סעודה לכבוד יו"ט וועט מען נישט דערקענען די סעודה לסיום המצוה עסט מען א סעודה פון חלב צו מאכן א היכר סעודה לכבוד דעם סיום.

קרעפלאך

1] עס איז א מנהג צו עסן קרעפלאך אין שבועות. איז לכאורה שווער ווייל עס איז באוואוסט אז מען עסט קרעפלאך נאר ווען מען קלאפט אדער מען שלאגט, פורים קלאפט מען המן: ערב יום כיפור שלאגט מען כפרות: הושענה רבה קלאפט מען הושענות: אבער וואס האט דאס א שייכות צו שבועות? ענטפערט דער הייליגער צדיק הרה"ק ר' יחיאל מאיר פון גאסטאנין, ווייל די גמרא זאגט בראתי יצר הרע בראתי תורה תבלין קומט אויס אז דורך די תורה שלאגט מען דעם יצר הרע, דעריבער עסט מען אויך קרעפלעך.
(שיח שרפי קודש)

2] ווייל קרעפלאך זענען האבן דריי עקן און אין דריי עקען אלע גלייך צו מרמז זיין וואס שטייט ויחן שם ישראל כאיש אחד בלב אחד וואס איז מרומז אויף אחדות. 3] נאך א טעם ווייל קרעפלאך האבן דריי עקן און אלעס ביי תורה איז מיט דריי: אוריין תליתאי, לעם תליתאי, על ידי תליתאי, ביום תליתאי, בירחא תליתאי.

4] נאך א טעם , ווייל אין הייליגן ספר בית אהרן לשבועות ברענגט עפ"י סוד והייתי לי סגולה. איז א לשון סגול דריי נקודות עי"ש. איז לויט דעם עסט מען קרעפלאך וואס איז ווי א סגול דריי עקן צו געדעקן וואס דער אויבערשטער האט געזאגט והייתי לי סגולה.
(שמח זבולון)

פניני המועדים

מעשה אבות סימן לבנים. 1] כפה עליהם הר כגגית פרעגן דאך אלע מפרשים עס איז דאך געווען נעשה ונשמע איז פארוואס האט געדארפט זיין כפה נאר אזוי ווי די אבות הקדושים אין זייערע אלע נסיונות נישט געווען פאר זיי ווייל זיי זענען שוין געווען אזוי הויך און העכער פון אלעס, נאר עס איז געווען א עבודה פאר די שפעטערדיגע דורות אז מען זאל קענען דורך מאכן די נסיונות און אויך א לימוד לדורות ווי מען דארף זיך פיהרן, דאס זעלבע איז ביי תורה אפילו א מענטש האט א מאל א חשק צו תורה און התמדה צו לערנען אבער עס ווערט נאך דעם א ביסל אפגעקילט דעריבער איז געווען כפה עליהם הר כגיגית אז אויף די שפעטערדיגע דורות ווען דער מצב ווערט זיין אביסל שוואכער אין דער חשק און התמדת התורה, דארף זיין כפה עליהם מען דארף זיך צווינגען צו לערנען כשור לעול וחמור למשא אזוי ווי דער הייליגער בית אהרן ברענגט און מען וועט דערנאך צוריק באקומען דעם געשמאק.
(שמח זבולון - המו"ל)

2] חג שבועות איז בגימ' כי הם חיינו ואורך ימינו ובהם נהגה יומם ולילה.

3] חג השבועות איז בגימ' והיית אך שמח.

4] עד ממחרת השבת השביעית תספרו חמישים יום: אויב א מענטש האט נאך נישט תשובה געטאן און זיך אויפגעוועקט פון זיינע מעשים ביז יעצט זאל מען נאך נישט זאגן אז עס איז נישטא קיין האפענונג נאר עד ממחרת השבת השביעית תספרו. נאר עד ממחרת השבת השביעית תספרו. אז כל זמן עס איז נאך דא נאך איין טאג פון ספירה, איז תספרו. א לשון פון באלייכטן, אז דעם טאג קען באלייכטן אלע 50 טעג דורך תשובה.
(עבודת ישראל קוזניץ)

5] ויגד משה את דבר העם אל ה' (שמות י"ט ט') זאגט רש"י רצונינו לראות את מלכינו דארף מען פארשטיין וואו איז מרומז און פסוק די רייד פון רש"י? נאר מען קען זאגן א רמז אז ויגד משה: משה האט דערציילט די רייד פון פאלק אז אל ה': זיי ווילן זיין נאנט צום אויבערשטן.
(קדושת לוי לשבועות דה ויגד משה)

6] זמן מתן תורתינו. דארף מען פארשטיין פארוואס הייסט נישט דער יו"ט זמן קבלת התורה? נאר דער מתן תורה איז געווען נאר אין יו"ט שבועות, אבער קבלת התורה איז דא יעדן טאג. בכל יום יהיה בעיניך כחדשים א נייער התחדשות און א נייע קבלת התורה.

7] אין הייליגן ספר בית אהרן שרייבט וז"ל כי באמת קבלת התורה הוא בכל זמן רק במעמד הר סיני היו קולות ולפידים וכו' אמנם אנו מאמינים כי בכל שנה ושנה ביום קבלת התורה נתעוררו כל הבחינות שהיו אז בקבלת התורה וכו' לזה כתיב ביום הזה באו מדבר סיני עכ"ל. דאס מיינט דעם טאג היינטיגע צייט אין דעם טאג איז דא קבלת התורה. דעריבער הייסט עס נישט זמן קבלת התורה.

פניני בית אהרן

ודיבר הרבה שלא ליכנוס בחשבונות וצריכים לשמוח בסגולת הימים ובקבלת התורה וליקח חיות מכל דבר הן בתפילה והן באמירת הקדמות.

משה ידבר לשון עתיד, כי עתיד הוא בכל דור ודור לדבר עם כל אחד ואחד הבא לטהר מסייען ולקבל עלין תורה בקדשה משה ידבר עמו. כי אתפשטותא דמשה בכל דרא ודרא.

הכלל הוא כי צריכים לשמוח מאד בקבלת התורה . כי כל אחד ואחד מקבל לפי ערכו וצריך שבוודאי עתה ישוב מאולתי וכו' ובלבד שיקבל עליו בלב שלם.

תיקון ליל שבועות

א חסיד איז געפארן צום הייליגן ריזינער אויף שבועות און דער רבי האט געפירט טיש ביז פארטאג'ס און דער חסיד האט געהאט חלישת הדעת אז ער וועט נישט קענען זאגן תיקון ליל שבועות , דער רבי האט מרגיש געווען וואס דער חסיד האט געטראכט און רופט זיך אן ביים טיש ת'ערוך ל'פני ש'לחן: די ר"ת איז נוטריקון תיקון ליל שבועות. דער חסיד האט פארשטאנען דעם רמז און געזען דאס גרויסקייט פון זיין רבי'ן.