פרדס יהודה קרח בלעטל תשס"ט

צוריק צו פרדס יהודה


פרשת קרח

קרח און חיים איז בגימטריא שלום

1] ויקח קרח: (טז א) עס שטייט אין בעל הטורים ויקח קרח בגימטריא: זה במקח רע. שטייט אין גמ' (סנהדרין ק) ויקח קרח אמר ריש לקיש: שלקח מקח רע לעצמו. קען מען דאס מפרש זיין ווייל עס שטייט ויקח טייטשט דער תרגום ואתפליג וואס דאס איז א לשון פון מחלוקת: אזוי ווי עס שטייט אין מס' אבות (פ"ה משנה י"ז) וואס הייסט מחלוקת שאינו לשם שמים? דאס איז די מחלוקת קרח ועדתו, שטייט אין די הייליגע תורה ראה נתתי לפניך וגו' החיים והמות נתתי לפניך הברכה והקללה ובחרת בחיים (דברים ל' טו) און קרח האט בוחר געווען אין רע וואס דאס איז מות: און א רמז דערצו איז ווייל דער מספר פון קרח און רע איז תקע"ח, אזוי ווי דער מספר פון מחלוקת. און ער האט נישט בוחר געווען אין חיים וואס דאס איז שלום, און דער רמז דערצו איז אז קרח און חיים איז בגימטריא שלום. און ווייל ער האט אויסגעקליבן אין מחלוקת וועגן דעם האט דאס גורם געווען פאר אים מות, אבער אויב ער וואלט אויסגעקליבן שלום וואלט דאס געברענגט פאר אים חיים.
(פנים יפות)

נשיאות דארף קומען פון אויבערשטן

2] ויקח קרח: (טז א) זאגט רש"י לקח את עצמו. טייטש דער הייליגע רבי ר' בונם מפאשיסחא זיע"א אז עס קען זיין פשט אז קרח האט באמת געדארפט זיין א מנהיג ווייל ער איז געווען א גרויסע מיוחס און א עושר און א פיקח, אבער זיין טעות איז געווען אז לקח את עצמו: ער האט געוואלט נעמען דאס נשיאות אליין און א מענטש קען נישט נעמען די נשיאות פון זיך אליין. נאר דאס דארף קומען פון דעם רבש"ע. אגב האב איך אמאל געהערט פון הרבני ר' יוסף חיים גרינוואלד שליט"א אויפן פסוק והמתנשא לכל לראש אז אפי' מען זאל האבן גענוג געלט צו קויפן א נשיאות דארף מען אויך האבן נשיאות חן און דאס איז והמתנשא לכל לראש: אז נשיאות חן קומט פון דעם רבש"ע און נישט פון געלט.

שלעכטע מקח

3] ויקח קרח: לקח מקח רע לעצמו. דארף מען פארשטיין וואס מיינט לעצמו, נאר מען ווייסט אז דער גאנצע ענין פון די מחלוקת איז ארויס געקומען א קידוש השם ברבים און אויך פאר אהרן הכהן האט מען געוויזן אז פון הימל האט מען אים געמאכט כהן גדול, פונדעסטוועגן פאר קרח איז דאס געווען א שלעכטע מקח.

נעמען פון די בעלי מחלוקת שטייען נישט אין די תורה

4] חמשים ומאתים נשיאי עדה קראי מועד אנשי שם (ט"ז ב) דארף מען פארשטיין, ביי אלופי עשו רעכענט אויס די תורה זייערע נעמען, און דא שטייט חמישים ומאתים נשיאי העדה, און נישט קיין נעמען, נאר די תורה קען אויסרעכענען נעמען פון רשעים, אבער נעמען פון בעלי מחלוקת קען נישט שטיין אין די תורה.

וואס נגיעות קען צוברענגען

5] וישמע משה ויפל על פניו: (ט"ז ד') שטייט אין גמ': (סנהדרין ק'י:) מלמד שחשדוהו באשת איש. פון דא זעט מען ווי ווייט די כח פון נגיעות קען גיין, משה רבינו וואס האט דערגרייכט מט שערי קדושה און איז ארויס געטאן פון דעם עולם און פונדעסטוועגן וועגן זייערע נגיעות האט מען חושד געווען משה רבינו. איך האב געהערט פון אדמו"ר משומר אמונים שליט"א שנת תשל"ה אז ביי זיין הייליגן טאטן הרה"צ ר' אהרן ראטה זצוק"ל אז עס איז געקומען א איד פרעגן א שאלה האט ער די ערשטע זאך געמוזט לייגן אלע נגיעות אויפן זייט און נאך דעם ענטפערן. זעט מען ווי ווייט וואס נגיעות קען צוברענגען

צדיק האט א כח אויסצוריינעגן א נשמה ביינאכט

6] בקר וידע ה' את אשר לו: (ט"ז ה') פארוואס שטייט בוקר אז מען האט געווארט ביז אינדערפרי און נישט געמאכט די פראבע גלייך אויפן פלאץ? און אזוי פרעגט אויך דער אוה"ח הק'. נאר איך האב געהערט א תירוץ פון הרה"ח ר' אליעזר דוד פרידמן שליט"א אין נאמען פון הייליגן אפטא רב זיע"א אז א נשמה וואס גייט ארויף ביינאכט האט דער צדיק א כח דאס אויסצורייניגן און ווען די נשמה קומט צוריק אויף דער וועלט האט ער א נייע נשמה. דאס זעלבע האט משה רבינו ע"ה געוואלט טאן ביי קרח ער האט געוואלט אז קרח זאל גיין שלאפן וועט זיין נשמה ארויף גיין וועט דעמאלטס משה רבינו אויסרייניגן זיין נשמה און עס וועט זיין א ענדע צו די מחלוקת, אבער קרח האט זיך געקליגט און פארשטאנען די כוונה פון משה רבינו און איז אין יענע נאכט נישט געגאנגען שלאפן איז זיין נשמה נישט ארויף האט דאס משה רבינו נישט געקענט אויסריינגן. דאס איז די כוונה בוקר אינדערפרי ווען איר וועט אויפשטיין ויודע ה' וועט איר שוין וויסן אז עס איז דא א רבש"ע.
(שמעתי)

אהרן קען מען נישט פארשעמען

7] ואהרן מה הוא כי תלינו עליו: (ט"ז י"א) די חז"ל זאגן אין עירובין (סה:) אז אין דריי זאכן דערקענט מען וואס א מענטש איז : בכיסו בכוסו ובכעסו. יעצט צו דערקענען אהרן הכהן בכיסו איז נישט שייך וויבאלד יעדע איינער האט געהאט פרנסה פון די מן, און בכוסו איז אויך נישט שייך וויבאלד איינער וואס טרינקט וויין איז אסור בעבודה און ממילא האט ער געדארפט נזהר זיין פון טרינקען וויין, קומט אויס אז נאר בכעסו האט מען געקענט זען, דאס האט משה רבינו געזאגט אויב איר ווילט 'ואהרן מה הוא' וויסן די טבע פון אהרן הכהן, איז אפילו מען וועט זיך קריגן מיט אים דאך וועט ער שווייגן און דעמאלטס וועט איר וויסן אז ער איז הייליג.
(הג"ר מאיר אריק זצ"ל אבד"ק טורנא)

אין מחזיקין במחלוקת

8] וישלח משה לקרוא לדתן ואבירם: (ט"ז י"ב) זאגט רש"י מכאן שאין מחזיקין במחלוקת , שהיה משה מחזר אחריהם וכו': די עבירה איז געווען דער דריטע עבירה וואס זיי האבן געטאהן, די ערשטע שטייט אין פרשת שמות וואס דתן ואבירם האבן געזאגט מי שמך לאיש (שמות ב' י"ד), און די צווייטע איז געווען ויפגעו את משה ואת אהרן נצבים (שם ה' כ') דארשענען חז"ל אז דאס איז געווען דתן ואבירם. און דא אין פרשת קרח איז געווען די דריטע עבירה ווייל עס שטייט ויקהלו על משה ועל אהרן (ט"ז ג') און אפילו זיי זענען געווען מוחזק דריי מאל צו זינדיקן פונדעסטוועגן האט זיי משה רבינו געזוכט צוריק צובררענגען.
(חתם סופר)

מדור העובדות

חלישת הדעת פון א רב קען שאטן

וישמע משה ויפל על פניו: (ט"ז ד') משה האט געהאט חלישת הדעת און דורך דעם איז געשטראפט געווארן קורח ועדתו. עס איז געווען א מעשה ביי הגאון ר' שמואל מקיידונאב [בעל תפארת שמואל על הש"ס ברכת שמואל עה"ת, שו"ת אמונת שמואל, ברכת הזבח און נאך ספרים] וואס ער איז געווען א חבר מיטן הייליגן גאון ר' שבתי כהן דער מחבר פון שפתי כהן על שו"ע דער ש"ך, און זיי האבן געלערנט ביי הגאון רבי ר' העשיל פון קראקא.

דער ר' שמואל האט מען אנגעטראגן דעם רבנות פון שטאט פראנקפורט דמיין און ער האט דאס אנגענומען. איין מאל איז פארגעקומען א שאלה פון א טריפה און ער האט דאס מכשיר געווען. און א דיין פון שטאט האט ארויס געגעבן א קול אז דער גאון האט מכשיר געווען א זאך וואס איז טריפה. ר' שמואל דער אב"ד פון שטאט האט געגעבן א כרוז אז דעם שבת זאל די גאנצע שטאט צוזאמען קומען ווייל ער גייט האלטן א דרשה, אין שבת ביי זיין דרשה הויבט דער גאון צו זאגן: אז מען האט מיר אנגעטראגן די רבנות פון שטאט און איך האט דאס נישט געוואלט אנעמען. און איך בין געווארן זייער קראנק, האב איך געזען אז דאס איז א סימן מן השמים וויבאלד איך האב נישט געוואלט אנעמען די רבנות, און דעריבער קראנק געווארן. האב איך מקבל געווען אז אויב איך וועל ווערן געזונט וועל איך אנעמען די רבנות, און כך הוה איך בין געווארן געזונט און טאקע אנגענומען די רבנות, האב איך געזען מיט דעם אז פון הימל האט מען מסכים געווען אז איך זאל זיין רב אין פראנקפורט ממילא איז פון הימל אויך מסכים צו מיינע פסקים. און ווער עס קריגט זיך מיט מיין פסק קריגט זיך אויף די הסכמה פון הימל, און אפילו די דיין וואס האט געהאלטן אז די שאלה איז געווען א טריפה און אפילו ער האלט אזוי ווי מיין ידיד דער ש"ך וואס האלט אויך אז דאס איז טריפה, אבער איך האב דאס מכשיר געווען, איז דאס כשר.

נאך שבת איז דער דיין לא עלינו קראנק געווארן און מען האט אים געבעטן אז ער זאל גיין מפייס זיין הגאון ר' שמואל אבער ער האט נישט געוואלט, און איז נסתלק געווארן פון דעם מחלה. זעט מען ווי ווייט דארף מען זיך אפלערנען פון די מעשה אז אפילו יענע רב איז געווען גערעכט....... א מחלוקת וואס האט גארנישט צו טאן מיט דיר זאלסט זיך נישט מישן.

ואון בן פלת בני ראובן: (ט"ז א) זאגן חז"ל (סנהדרין קט:) אמר רב, און בן פלת האט זיין ווייב אים געראטעוועט ווייל זי האט געזאגט פאר אים וואס איז דיר א נפקא מינה ווער וועט זיין דיין האר ווייל דו וועסט סיי ווי בלייבן א תלמיד. מען קען צושטעלן א מעשה שהיה אין ירושלים בשנת תרע"ד. א איד פון שטאט האט געהאט א מטבע א גאלדענער נאפוליון וואס איז געווען ווערט אסאך געלט און ער האט דאס באהאלטן אין א ספר, ערב פסח ווען מען רייניגט די ספרים טרעפט זיין אינגל דעם אוצר און לויפט אין געשעפט פון ניסים און קויפט א פאק זיסע זאכן. ווען דער טאטע קומט אהיים און זעט די ספרים ארויס גענומען פון שאפע דערמאנט ער זיך פון גאלדענעם מטבע נאפוליון, און לויפט שנעל זוכן די מטבע נאפוליון און טרעפט דאס נישט איז ער געגאנגען צו זיין ווייב און ער האט געפרעגט וואו די געלט איז, אין צווישן האט ער געזעהן ווי דאס קינד האט א סאך זיסע זאכן, און דער אינגל דערציילט אז אין געשעפט פון ניסים האט ער געקויפט די זאכן. איז ער שנעל געלאפן צום געשעפט און פרעגט ניסים צו דו האסט פארקויפט פאר מיין זון זיסע זאכן? ענטפערט ער, יא! אבער ניסים לייקנט שטיין און ביין און זאגט אז ער האט נאר באקומען א קופערנע מטבע וואס הייסט א בישליק, אבער די איד טענ'ט אז ער האט באקומען א נאפוליון, און הויבט זיך אן א וויכוח.
און מען האט גערופען ניסים צו א דין תורה. און ביידע האבן אויסגעגעבן זייערע טענות פאר בית דין. און בית דין זאגט אז אויב ער שווערט אז ער האט נאר באקומען א בישליק איז ער פטור, האט ניסים געענטפערט אז ער האט קיינמאל נישט געשווארן אפילו אויף א אמת אויך יעצט וויל ער נישט שווערן, און איז גרייט צו באצאלן די נאפוליון. אבער וויבאלד דאס איז א גאר גרויסער סכום וועל איך דאס מוזן באצאלן דורכ'ן יאר, און בלית ברירה האט בית דין געמוזט מסכים זיין דערצו, און ער האט באצאלט די געלט במשך דעם יאר.
אבער די מעשה איז געווארן על הפרק און ווי דער דרך פון אזא מעשה ווערט אנגעבלאזן און ניסים פסקנ'ט מען אפ אז ער האט אפגענארט דעם אינגל און גענומען א נאפוליון און נישט א בישליק. און במשך די צייט האבן מענטשן אויף געהערט אריין צו גיין אין זיין געשעפט און ער האט נישט געהאט קיין פרנסה, און ער האט אויך נישט געקענט דרייען אין די גאסן ווייל ער האט זיך געשעמט פון די מענטשן ביז ער האט נישט געהאט קיין ברויט אויף צו עסן.

נאך א שטיק צייט איז אנגעקומען א בריוו פון אמעריקא צום טאטן פון קינד, איינע אנטשולדיג'ס זיך און דערציילט אז א הונגער האט ארום גענומען ביי אים אין הויז און ער האט זיך משער געווען אז אויב א קינד קען זיך שפילן מיט א נאפוליון איז דאס א סימן אז ביי זיי פעלט נישט קיין געלט און וועגן דעם האט ער גענומען די געלט אלץ א הלואה ביז דער אויבערשטער וועט מיך צוריק שיקן, וואס האב איך געטאן? בין איך געגאנגען אויף געטוישט מיט דעם אינגל נאפוליון און אים געגעבן אנשטאט דעם א בישליק, און איך געשיקט דאס קינד צו גיין קויפן זיסע זאכן, און יעצט באצאל איך צוריק דעם חוב. און בעט פיל מחילה פון אים.

וואס האט זיך אויסגעלאזט פון די מעשה ווייסט מען נישט, אבער איינער פון די נקיי הדעת פון ירושלים האט דערציילט די מעשה און ער האט מסיים געווען מיט א מוסר השכל. וואס דארף מען זיך אפלערנען פון די מעשה. אז ניסים וואס האט נישט געוואלט שווערן און וועגן דעם האט ער מקבל געווען אויף זיך בזיונות און דורך דעם האט ער געהאט שאדן פון גרויס געלט האט ער זיכער באקומען גן עדן. דער טאטע וואס האט חושד געווען ניסים קען מען אויך מצדיק זיין וויבאלד ער האט נישט געזען וואס האט זיך אפגעטאן צווישן ניסים מיט זיין זון, און פון וואו האט ער געקענט וויסן אז מען האט אויפגעטוישט מטבעות. און די רבנים וואס האבן מחייב געווען ניסים, האבן אויך ריכטיג געפסקנ'ט כהלכה ווייל אין לו לדיין אלא מה שעיניו רואות.
און דער מענטש וואס האט גענומען און געטוישט די מטבע, אויף אים קען מען אויך מצדיק זיין ווייל עס שטייט. על פת לחם יפשע גבר: (משלי כ"ח כ"א) איינער וואס אים פעלט ברויט טוט פושע זיין און ווען ער איז געווען אין א שווערע מצב פון הונגער האט ער זיך מורה היתר געווען און ער האט נישט געטראכט וואס וועט געשען נאך דעם, אבער אויף וועמען איז דא א שטארקע טענה? אויף די אלע מענטשן וואס האבן זיך אריין געמישט און גורם געווען צו א מחלוקת און דורך דעם האט ניסים פארלוירן זיין פרנסה און נישט געהאט וואס צו עסן! אויף זיי קען מען נישט מצדיק זיין. זיי האבן זיך אריין געמישט אין א מחלוקת וואס האט גארנישט צו טאן מיט זיי.
(מדרשות הר"ר שלום שוואדרון זצל)