פרדס יהודה פנחס בלעטל תשס"ט

צוריק צו פרדס יהודה


פרשת חקת פנחס

פנחס האט מתקן געווען דעם חטא העגל

1] השיב את חמתי מעל בני ישראל: (כ"ד י"א) שטייט פון בן איש חי אז ווען די אידן האבן געזינדיגט מיטן עגל האט זיי משה רבינו געראטעוועט מיט זיין תפלה: שוב מחרון אפיך והנחם על הרעה לעמיך (שמות ל"ב י"א). און דער אויבערשטער האט געענטפערט: סלחתי כדבריך (שם ל"א). אבער דער אויבערשטער האט געזאגט וביום פקדי ופקדתי (שם ל"ד) , אז עס איז נאך נישט אינגאנצן פארגעבן געווארן, נאר צייטווייליג, אבער ביי פנחס שטייט השיב את חמתי מעל בני ישראל מיט דעם איז פארגעבן געווארן דער חטא העגל, קומט אויס אז פנחס האט מתקן געווען דער חטא העגל וואס איז געווען דורך זיין זיידן אהרן הכהן עכ"ד. דאס זעלבע איז געווען ביים בעש"ט: אין מעזיבוז האט געוואוינט א איד א ארימאן א תלמיד חכם וואס האט געלערנט טאג און נאכט, דאס דחקות האט מען געפילט אין שטוב, און זיין ווייב דריקט אים אז ער זאל עפעס טאן, אבער ער האט נישט געוואלט הערן דערפון. און אזוי איז אנגעגאנגן אסאך יארן וואס זיי האבן געליטן פון הונגער אין שטוב, איין מאל זאגט די ווייב אז דער הייליגער בעל שם טוב איז מפורסם צו העלפן אידן און ער וואוינט ביי זיי אין שטאט, און בעט ער זאל גיין, און ער האט מסכים געווען. קומט ער אריין צום הייליגן בעשט און גיסט אויס זיין הארץ, זאגט אים דער בעשט זאלסט פארן אין שטאט קוזמיר און דארט זאלסטו נאך פרעגן אויף א איד אליהו בן יצחק וואס האט געהאט א קרעטשמע אין שטאט און פרעג זיך נאך וועגן זיינע מעשים און וועסט פארשטיין אלעס. דער איד פארט אין קוזמיר און פרעגט זיך נאך ביי די זקנים פון שטאט אויף אליהו בן יצחק וואס האט געהאט א קרעטשמע און זיי האבן אים דערציילט וואס פאר א שלעכטע מענטש ער איז געווען און זיינע מעשים וואס ער האט אפגעטאן אז מענטשן ליידן נאך ביז היינט פון אים. קומט ער צוריק צום בעש"ט און וואונדערט וואס ער האט אויפגעטן אין קוזמיר. ענטפערט אים דער בעשט זאלסט וויסן אז דו ביסט געווען דער אליהו בן יצחק און מען האט מרחם געווען און דיר אראפגעשיקט נאך אמאל אויף דער וועלט צו ליידן פון ארעמקייט און אויב דו וועסט אלעס מקבל זיין באהבה וועסטו מתקן זיין וואס דו האסט געטאן אין פריערדיגן גלגול און וועסט זוכה זיין צו עולם הבא. דער איד האט שוין פארשטאנען און האט מקבל געווען זיין מצב, באהבה.

בדין הוא שיטול שכרו שכר מצוה בהאי עלמא ליכא

2] הנני נותן לו בריתי שלום: (כד יב) שטייט אמר הקב"ה בדין הוא שיטול שכרו (במדב"ר כ"א א). דארף מען פארשטיין אז שכר מצוה בהאי עלמא ליכא איז ווי אזוי האט פנחס געקענט באקומען שכר אויף דער וועלט? נאר דער ענין פארוואס גיט מען נישט שכר אויף די וועלט כדי עס זאל נישט זיין וישמן ישורון ויבעט אז מען קען דורך דעם גוטע שכר חלילה קומען זיך צו דער ווייטערן פון השית, אבער פנחס איז דאך געווען א מזכה את הרבים וכל המזכה את הרבים אין חטא בא על ידו, ווייל ער האט א עקסטרע שמירה פון השית אז ער וועט שוין נישט זינדיגן, איז דעריבער ווייל פנחס האט א הבטחה אז ער וועט שוין נישט זינדיגן קען ער שוין יא האבן שכר אויף דער וועלט.
און נאך א תירוץ: ווייל עס שטייט שכר מצוה מצוה. קען זיין די כוונה אז א מענטש וואס דינט (אבות ה' ב') דעם רבשע מיטן גאנצן הארץ גלוסט נישט קיין שכר נאר ער גלוסט אז עס זאל קומען צו אים נאך א מאל די מצוה, דאס הייסט שכר מצוה אז ער זאל נאך אמאל טאן די מצוה. אבער דא ביי פנחס האט ער זיכער נישט געוואלט אז די מצוה פון קנאות וועגן א נשיא בישראל זאל ער נאך אמאל טאן איז נישט שייך צו זאגן שכר מצוה מצוה, דעריבער איז בדין הוא שיטול שכרו אז ער זאל באקומען שכר אויפן מצוה.
(תורת משה - חתם סופר)

380כהנים גדולים פון פנחס

3] את בריתי שלום: (שם) דער ווא"ו פון שלום איז אפגעהאקט און עס שטייט שלים (קדושין דף סו) קען מען זאגן א רמז. אין גמרא (זבחים ק"א) שטייט אז פנחס איז געווארן כהן נאך דעם וואס ער האט געהארגעט זמרי און תוס' ברענגט דארט אז פון פנחס איז ארויסגעקומען כהנים גדולים, און תוס' ברענגט פון ספרי אז מען לערנט דאס ארויס פון פסוק את בריתי שלום. אכציג כהנים אין בית ראשון און דריי הונדרעט כהנים אין בית שני. דאס איז סך הכל 380 כהנים גדולים, איז פון וואנען נעמט דאס די ספרי? נאר ווייל שלום שטייט שלים, און שלים איז בגימ' 380 מרמז זיין אויף 380 כהנים גדולים וואס זענען ארויס פון פנחס.
(כתנות אור לבעל פנים מאירות)

אריכות ימים פאר פנחס

4] את בריתי שלום: (שם) וואס איז דער ענין פון שלום? ענטפערט די ספורנו: שלום מיינט מען געמאכט שלום מיט'ן מלאך המות. אזוי ווי עס שטייט עושה שלום במרומיו. (איוב כ"ה ב') מיינט מען שלום פון מלאך המות, און מען זעט ביי פנחס אז ער האט מאריך ימים געווען ווייל ער האט משמש געווען בכהונה אין משכן שילה אין צייט פון פלגש בגבעה וואס דאס איז געווען נאך די צייטן פון יהושע. און מיר טרעפן אים אין די צייטן פון יפתח וואס ער האט געשריבן צו מלך בני עמון (שופטים י"א כ"ו) בשבת ישראל וגו' שלש מאות שנה, און חז"ל זאגן אז פנחס האט נישט געוואלט מתיר נדר זיין פאר יפתח, זעט מען אז פנחס האט זייער לאנג מאריך ימים געווען. און כל שכן לויט חז"ל אז פנחס איז אליהו איז ער חי וקיים, איז דאס איז דער ברית פון שלום, אריכות ימים פאר פנחס.
(ספורנו)

פנחס האט געמיינט כולו לשם שמים

5] ושם איש ישראל המכה וגו' זמרי בן סלוא: (כ"ה י"ד) דארף מען פארשטיין פארוואס ביז יעצט רופט אים די תורה נאר איש ישראל (כ"ה ו') און נאר שפעטער שטייט זיין נאמען? נאר עס קען זיין אז אין יעדן קנאות קען זיין אריין געמישט עפעס נגיעות פון נקמה איז וואלט מען געקענט מיינען אז פנחס האט עפעס געהאט א עסק מיט זמרי און יעצט האט ער געטראפן די פאסיגע מינוט צוריק צו באצאלען זמרי דורך קנאות. דעריבער איז די הייליגע תורה מעיד אז פנחס האט גארנישט געוואוסט ווער איז דער איד וואס האט עובר געווען די עבירה דעריבער שרייבט די תורה אז איש ישראל איז זמרי נאך די גאנצע מעשה. און נישט ביי די מעשה פון קנאות.
(בית ישראל למוח"ז אדמו"ר ממאטעסדארף בשם זקנו התפארת אהרן הגר' אהרן זינגר)

די הייליגע צורה פון א צדיק ווערט אריין געקריצט

6] יפקד ה' אלקי הרוחת לכל בשר איש על העדה אשר יצא לפניהם ואשר יבא לפניהם וגו' (כ"ז ט"ז) מען קען מפרש זיין דעם פסוק מיט א הקדמה פון ספר אך פרי תבואה וואס פרעגט עס שטייט (מלכים ב' ד-ט) הנה נא ידעתי כי איש אלקים (אלישע הנביא) קדוש הוא עובר עלינו תמיד. פרעגט די גמ' (ברכות י"ז) פון וואנעט האט זי געוואוסט עייש. ענטפערט ער אז יעדן דבר שבקדושה מאכט א רושם אין הארץ פון א מענטש אז ער זאל נישט פארגעסן פון דעם. און דאס זעלבע ווען א מענטש קוקט אויף א צדיק ווערט די הייליגע צורה אריין געקריצט אין דער מענטשנ'ס זכרון און דורך דעם ווערט ער נתעורר צו גיין אין וועג פון צדיק. דאס זעלבע איז געווען ביי אלישע ווען זי האט געזאגט הנה נא ידעתי כי איש אלקים קדוש הוא. פון וואנעט האט זי געוואוסט אז ער איז א קדוש. ווייל כי עובר עלינו תמיד. זיין היייליגע צורה איז געווארן אריין געקריצט ביי איר אז שטענדיג זעט מען אים צו גיין און זיינע וועגן עכ"ד. קען מען זאגן דאס זעלבע איז פשט אין פסוק יפקוד ה', דער אויבערשטער זאל שטעלן א מנהיג אויף כלל ישראל, אשר יצא לפניהם ואשר יבא לפניהם, אז די אידן זאלן שטענדיג טראכטן פון אים ווייל זיי וועלן זען זיין הייליגע צורה און מיט זיינע גוטע מעשים ממילא וועלן זיי אויך וועלן גיין אין זיינע וועגן.
(ערוגת הבושם)

מדור העובדות

צדיקים מעסט מען לויט זייערע אהבת ישראל

הרה"ק ר' יהושע מדינוב זצ"ל זצ"ל איז געבוירן געווארן אין בערטש צו זיין טאטן ר' ארי' ליב א בעקער, ווען זיינע עלטערן האבן אים געשיקט לערנען אין שטאט ריבטיטש ביים דיין פון שטאט. רבי ר' זושא האט זיך אנגעטראפן מיטן אינגל און אים מקרב געווען און אזוי האט ער זיך צוגעבונדען און פארברענגט מיט אים, זיינע עלטערן האבן זיך דערוואוסט אז ער פארברענגט מיט א רבי'ן האבן זיי שנעל געקומען און אים אהיים געברענגט צו בערשט. אבער דאס אינגל איז געווען צוגעבינדן מיט אייזענע קייטן צו רבי ר' זושא און איז שוין געווען אריין געטאן אין חסידות און איז יענע נאכט אנטלאפן פון שטוב און איז געגאנגען אין גלות מיט רבי ר' זושא א גאנץ יאר.

[און אזוי האט ער זיך אויך אנגעווארעמט בחסידות פון הרה"ק ר' יחיאל מיכל דער מגיד פון זלאטשוב און הרה"ק ר' מרדכי מנישכיז, אויך האט ער זיך געהאלטן א תלמיד פון הייליגן קדושת לוי פון בארדיטשוב, און רבי ר' משה לייב מסאסוב זיע"א און זיך געהאלטן א תלמיד פון הייליגן רבי ר' מענדל מרימינוב זיע"א.]

און ער האט שפעטער געפירט באדמורו"ת, ער האט מקבל געווען אז אין פיר פרסה פון ר' מענדל'ע האט ער נישט גענומען קיין קוויטל. ער האט זוכה געווען צו צוויי גרויסע תלמידים הרה"ק ר' צבי אלימלך מדינוב דער בני יששכר און דער שר הזוהר הרהק ר' צבי הירש מזידיטשוב זיע"א, ער האט געהאט גילוי אליהו, און אליהו הנביא איז געקומען צו אים און געלערנט מיט אים סתרי תורה, דער טיש וואס איז געווען א אמה אויף א אמה איז געווען ביי די משפחה ביזן חורבן און מענטשן האבן געדענקט דעם צימער און טיש וואס אליהו הנביא האט געלערנט מיט אים.

ווען חסידים פון שטאט בערטש זענען געקומען צו רבי מאיר'ל מפרימישלאן פלעגט ער אלץ פרעגן וועגן דעם צימער וואס אליהו הנביא פלעגט דארטן לערנען מיט ר' יהושע. און הרה"ק ר' דוד מדינוב דער זון פון הייליגן בני יששכר פלעגט אריין גיין אין יענעם חדר, ר' יהושע איז נסתלק געווארן כ"ג אייר תקע"ד זיע"א.

גאנץ אונגארן וועט ברענען כדי א איד זאל האבן פרנסה

איין מאל ווען ר' יהושע איז געווען ביי זיין הייליקן רבי אין רימינוב איז אריין א איד פון אונגארן מיט א געפערליכער געוויין צום הייליגן רימינובער, אז היות זיין מסחר איז וואס ער האנדעלט מיט טאבאק פאר רייכערן, און ער האט גענומען סחורה פון די ממשלה, און יענץ יאר איז געווען א שווערע יאר אין מסחר און ער האט ווייניג פארקויפט און איז געבליבן מיט מערסטערנ'ס סחורה און די ממשלה וויל דאס געלט, און זיי דריקן אים און ווילן צו נעמען זיין הויז, אויב ער וועט נישט צאלן ביז א געוויסע צייט. און וויינט פאר'ן רבי'ן ער זאל בעטן פאר אים אז ער זאל זיך קענען ארויסדרייען פון דעם חוב. האט אים דער הייליגער רימינובער געזאגט ער זאל גיין צו זיין תלמיד ר' יהושע מדינוב און ער וועט אים העלפן, און ר' יהושע זאגט אים ער זאל זאגן די מענטשן וואס מאנען די חוב אז ער זאגט צו אז ביז א געוויסע צייט ארום וועט ער באצאלן די גאנצע חוב.

דער סוחר איז ארויס מיט א צופרידן הארץ פול מיט בטחון אז דער אויבערשטער וועט אים העלפן. און אין די זעלבע צייט גייט ער אריין זיך געזעגענען פון הייליגן רימינובער. און דערציילט אים וואס ר' יהושע האט אים געזאגט: רופט זיך אן דער רימינובער זעט ווי גרויס איז דער אהבת ישראל פון דינובער וואס צוליב איין איד וועט ברענען גאנץ אונגארן. דער סוחר פארשטייט נישט וואס דער רבי זאגט און פארט אהיים. און ער זאגט די מענטשן אז ער וועט באצאלן די חוב צו א באשטימטע טאג, און זיי האבן געזאגט זיי וועלן ווארטן.

אין צווישן האט זיך געמאכט א שטארקע היץ, און די טאבאק פאר רייכערן וואס האט געוואקסן אין אונגארן, איז פון גרויס היץ אלעס האט זיך אויסגעטריקינט און מען האט זיי נישט געקענט נוצן, איז געווארן א מאנגל אין טאבאק און אלע האבן געזוכט טאבאק, און ביים סוחר איז געווען טאבאק פון פאר יארן וואס איז נאך געווען גוט פאר רייכערן, און פארשטייט זיך אז מען האט באצאלט א גרויסן פרייז פארן טאבאק פון סוחר, אז ער איז נאך דעם געווארן א גרויסער עושר. יעצט האט ער שוין פארשטאנן וואס דער הייליגער רימינובער האט געזאגט אז גאנץ אונגארן וועט ברענען כדי א איד זאל האבן פרנסה. מיינענדיג די גרויסע היץ.

הרה"ח ר' יו"ט עהרליך ז"ל האט דערציילט אז מען האט א מאל געמוזט מאכן א מלחמה צווישן צוויי מדינות כדי א שידוך זאל געשלאסן ווערן.

דער צדיק טיילט נישט שיריים

דער הייליגער אהבת ישראל פון וויזניץ איז אמאל געווען אין א שטאט אויף שבת און צו וואונדער פון עולם האט דער רבי אויף געגעסן אלעס פון זיין טעלער און נישט איבערגעלאזט קיין שיריים. שפעטער האט דער רבי דערציילט אז ווען ער האט געגעסן דעם מאכל האט ער געשפירט אז די קעכערין אנשטאט אריין לייגן שמן האט זי אריינגעלייגט א שארפע זאך וואס דאס וואלט געקענט שאטן פארן עולם און כדי עס זאל נישט ווערן קיין בזיונות פאר די קעכערין דעריבער האט דאס דער רבי אלעס אויפגעגעסן.

דער גאון היט אויפן פערד

אין א ווינטערדיגע נאכט הערט דער גאון הגדול ר' נתן אדלר זצוק"ל א קלאפ אויפן טיר און עפענט די טיר און זעט א איד דורך געווייקט פון דעם רעגן שטייט אין דרויסן, לאדנט ער אים אריין און גיט אים א ווארימע טיי זיך אנצוווארעמען, דער איד הויבט אן זיין בקשה פארן רב אז היות ער מאכט מארגן א ברית און וויל אז דער רב זאל זיין סנדק, דער רב ענטפערט אז מארגן אינדעפרי וועט ער קומען, זאגט דער איד אז ער וואלט געוואלט אז דער רב זאל זיין ביי די סעודה פון דער וואך נאכט און דער רב זאגט, גוט מיר וועלן גיין.

זיי פארן צו די סעודה און מען האט געגעבן גרויס כבוד פארן רב. אין מיטן סעודה הויבט זיך אויף דער רב און ער ווערט פארשוואונדן, איז מען געגאנגען זוכן דעם רב, און אים נישט געטראפן ביז מען האט געזען פערד שטייען לעבן א שייער פון תבואה און מען הערט א קול פון א מענטש. פרעגט מען ווער איז דארט? ענטפערט מען נתן פון פראנקפורט מיט א ציטערידיגער שטימע, זענען די מענטשן אריין און מען זעט דעם גאון האלב א פארפרוירענע. פרעגן זיי! רבי וואס איז געשען? ענטפערט ער: אז אין מיטן סעודה האט ער געטראכט אז אלע זענען ווארעם אבער דער בעל עגלה איז אין דרויסן אין די גרויסע קעלט און איך האב מרחם געווען אויפן בעל עגלה און אים געהייסן אריין גיין אנווארעמען, און אין צווישן וועל איך אכטונג געבן אויפן פערד, איז מען געגאנגען זוכן דעם בעל עגלה און אים געטראפן שלאפן זייער טיף לעבן אויבן האט מען אים געוואלט אויף וועקן האט דער גאון געזאגט בשום אויפ'ן נישט! נאר מען האט געמוזט שטעלן א אנדערן מענטש צו היטן אויפן פערד און אזוי איז דער גאון אריין צו די סעודה.