פרדס יהודה עקב בלעטל תשס"ט

צוריק צו פרדס יהודה


עקב

שכר אויף דער וועלט!

1] והיה עקב תשמעון: (ז' י"ב) די בעל הטורים ברענגט די סמיכות פון סוף פ' ואתחנן: היום לעשותם - והיה עקב מיינט שכר איז בסוף, בעולם הבא: דארף מען אבער פארשטיין ווייל אין פסוק שטייט דאך שכר: ושמר וגו' ואהבך וברכך והרבך וגו'. וואס דאס איז שכר אויף דער וועלט! נאר מען קען דאס פארענטפערן לויט וואס עס שטייט אין אבות (פ"ד מי"ז) יפה שעה אחת קורת רוח בעולם הבא מכל חיי עולם הזה, דאס מיינט אז די שכר פון עולם הזה איז גארנישט אנטקעגן די שכר פון עולם הבא נאר א מענטש וואס איז א גשמי קען נישט משיג זיין די שכר וואס מען וועט באקומען אין עולם הבא נאר מען מוז האבן אמונה אז אזוי וועט זיין. ממילא קען זיין עקב איז א לשון פון טפל דאס מיינט די שכר וואס עס שטייט אין די פסוקים וואס מען וועט באקומען בעולם הזה איז נאר א טפל פון וואס מען וועט באקומען אין עולם הבא. ממילא איז פארענטפערט, אז די עיקר שכר איז למחר בעולם הבא נאר דער אויבערשטער גיט א ביסל שכר דא מען זאל קענען משיג זיין ווייל דאס איז נאר א מעין פון די שכר וואס מען וועט באקומען אין עולם הבא..
(עפ"י תורת משה - חתם סופר)

נעשה און נאך דעם נשמע

2] והיה עקב תשמעון: (ז' י"ב) עקב מיינט סוף. דער פסוק קומט אונז צו לערנען אז אוודאי איז א מצוה צו פארשטיין די טעמי המצות אבער פריערט דארף מען טאן די מצוה און נאך דעם קען מען זוכן צו פארשטיין, על דרך נעשה ונשמע פריער איז נעשה - טאן און נאך דעם נשמע. - פארשטיין. איז דאס שטייט אין פסוק והיה עקב, נאך דעם וואס מען טוט, איז תשמעון, און די פסוק חזר'ט איבער ושמרתם ועשיתם מען זאל היטן און טאן די מצות און נאך דעם תשמעון: וועט זיין ושמר ה' אלקיך את הברית. און דאס מיינט חז"ל )אבות פ"ג מי"ב( כל שחכמתו מרובה ממעשיו אין חכמתו מתקיימת חכמתו מיינט די טעמי המצות ער זוכט די טעם פאר ער טוט די מצוה איז אין חכמתו מתקיימת. וועט די מצות נישט האבן קיין קיום ווייל נישט אלע מאל פארשטייט מען דעם טעם המצוה, ומעשה אבות סימן לבנים ביי מתן תורה איז געווען נעשה ונשמע, פריערט נעשה און נאך דעם נשמע. (כתב סופר) מען קען צו שטעלן צו די הייליגע רייד, ווייל די סמיכות פ' ואתחנן צו פ' עקב. היום לעשותם - והיה עקב תשמעון: פריערט דארף זיין לעשותם טאן און נאך דעם והיה עקב תשמעון - פארשטיין דער טעם.
(המו"ל)

נישט זיך פארלאזן אויף דיין כח

3] כי תאמר בלבבך רבים הגוים האלה ממני איכה אוכל להורישם לא תירא מהם: (ז' י"ז) כי, קען זיין פשט כאשר-ווען - ווייל א מענטש דארף שטענדיג מתפלל זיין אויף סייעתא דשמיא סיי ברוחניות און סיי בגשמיות ווייל אלמלא הקב"ה עוזרו אין יכול לו (סוכה נ"ב) אבער א מענטש טאר זיך חלילה נישט פארלאזן אויף זיין כח ועוצם ידו. ווי דוד המלך זאגט שקר הסוס לתשועה וברוב חילו לא ימלט (תהלים ל"ג י"ז) איז פשט אין פסוק: כאשר תאמר בלבבך וגו' איכה אוכל להורישם. דו ביזט מכיר אז קענסט גארנישט טאן אליין, דאס מיינט איכה אוכל , דארף מען נאר האבן בטחון און מתפלל זיין צום רבש"ע, איז דעמאלט: לא תירא מהם. דארפסט נישט מורא האבן, ווייל דער אויבערשטער וועט דיר העלפן.
(דברי יחזקאל - שינאווא)

דער טאטע איז דער שליח פון ה'

4] וידעת עם לבבך כי כאשר ייסר איש את בנו ה' אלקיך מיסרך: (ח, ה') מען קען מרמז זיין צו וואס שטייט ווייטער אות 5 פון בעש"ט. דאס הייסט אלעס וואס ווערט געטאן אויף דער וועלט קומט פון ציווי ה' נאר די זאך ווערט געטאן בדרך שליח אויף דער וועלט. איז קען זיין פשט: כאשר ייסר איש את בנו אז א טאטע טוט שטראפן זיין זון, קומט דאס פון אויבן - ה' אלקיך מייסרך, נאר דער טאטע איז דער שליח פון ה'.
(שמח זבולון - המו"ל)

אלעס איז בהשגחה פרטית

5] וזכרת את ה' אלקיך כי הוא נותן לך כח לעשות חיל: (ח' י"ח) שטייט רשעים מלאים חרטה. וואס מיינט זיי האבן חרטה? נאר דער דרך העולם איז, אז מען טוט א זאך, און נאך דעם אז עס האט זיך נישט אויסגעארבעט ווי מען האט געוואלט האט מען חרטה, אבער דער ריכטיקער וועג איז, אז אלעס פירט זיך פון אויבן ווייל אלעס איז בהשגחה פרטית און אויב א מענטש האט חרטה אויף א זאך וואס ער האט געטאן אין עניני גשמיות פעלט אים אמונה אין השגחה פרטית. איז דאס איז מרומז אין פסוק וזכרת א מענטש זאל שטענדיק געדענקען, את ה' אלקיך כי הוא הנותן לו כח, אלעס קומט פון דער אויבערשטן, ער גיט כח און עצות וואס צו טאן און אויב מען האט חרטה איז מען בגדר פון רשעים מלאים חרטה, נאר מען דארף זיך שטענדיק שטארקן אין אמונה און אין השגחה פרטית.
(בעל שם טוב עה"ת)

כח התפלה

6] ולעבדו בכל לבבכם: (י"א י"ג) זאגן חז"ל (תענית ב.) איזו עבודה שבלב זו תפלה. און אזוי שטייט אויך אין ירושלמי (ברכות ד' ב) ממילא דארף א מענטש וויסן אז די כח התפלה איז זייער גרויס אז דאס קען 1) איבערדרייען די טבע. 2) אים ראטעווען פון א צרה. 3) מבטל מאכן א גזירה. אזוי ווי מען זעט ביי יצחק (בראשית כ"ה)ויעתר יצחק לה' לנכח אשתו, און חזל דארש'ענען ווייל דער אויבערשטער גלוסט צו די תפלות פון צדיקים און מען זעט אז זייערע תפלות האט איבער געדרייט די טבע. אויך שטייט (תהילים ק"ז) יורדי הים באניות וגו', ויצעקו אל ה' און נאך דעם שטייט יקם סערה לדממה ויחשו גליהם, זעט מען אז די כח התפלה קען ראטעווען א מענטש פון א סכנה און פון א צרה און אזוי זעט מען ביי חזקיהו המלך אז דער אויבערשטער האט געזאגט צו אים (ישעיה לח) שמעתי את תפלתך ראיתי את דמעתך הנני יוסיף על ימיך חמש עשרה שנה. און אזוי האט חזקיהו געזאגט פאר ישעיה בן אמוץ (ברכות י.) כלה נבואתך וצא אפילו חרב חדה מונחת על צוארו של אדם אל ימנע עצמו מן הרחמים : אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (איוב יג) הן יקטלני לו איחל. זעט מען די כח התפלה איז מבטל א גזירה. און אויך אז תפלה איז העכער פון נבואה. עיי"ש באריכות.
(רבינו בחיי)

געלערנט מיט יענעם איז מען זוכה צו אריכות ימים

7] ולמדתם אותם את בניכם לדבר בם וגו' למען ירבו ימיכם: (י"א י"ט) שטייט אין (אבות פ"ו מ"ז) גדולה תורה שנותנת חיים לעושיה. תורה גיט לעבן פאר א מענטש אבער מיר טרעפן אז דער וואס לערנט נאר פאר זיך און לערנט נישט מיט יענעם איז ער נישט מאריך ימים ווי מען זעט די תלמידים פון רבי עקיבא אזוי ווי עס שטייט אין מדרש (בראשית רבה פ' ס"א) אז כד אלף זענען געשטארבן ווייל עינם צרה וויבאלד זיי האבן נישט געלערנט מיט יענעם עכ. איז דאס מיינט דער פסוק ולמדתם אותם את בניכם. בניכם: מיינט מען תלמידים. לערנט תורה מיט א אנדערע וועסט זוכה זיין צו: למען ירבו ימיכם צו אריכת ימים.
(תורה וחיים לרבי חיים פלאגי)

א בריוו פון א לייענער

בס"ד לכבוד הרב יהודה זבולון קליטניק שליט"א מחבר ספר שמח זבולון וגליון הנפלא פרדס יהודה. לייענדיג גליון שני פעמים ח"י (36) וועגן כיבוד אב ואם איז פאסיג דער מספר צוויי מאהל ח"י ווייל דער וואס איז מקיים די מצות פון כיבוד אב ואם איז זוכה בזה ובבא אריכות ימים און נחלה בלי מצרים אהנע צרות און אהנע גרעניץ ואגב אורחא די אלע יאהרן וואס איך בין געפארען אין קאנטרי בין איך קיינמאל נישט געפארן פאר איך בין אריין צו מיין עלטערן און זיך געזעגנט מיט א גוט שבת ווען מען איז אנגעקומען און קאנטרי. פאר 36 יאהר צוריק איז די טעלעפאן נישט געווען ביליג ווי היינט האט מען גלייך גערופען די עלטערן אז מיר זענען אנגעקומען. ויהא חלקו עם מזכה הרבים ויהא חלקו מיט די אידן וואס זענען מקיים מצות כיבוד אב ואם. אשריך ידידי היקר שליט"א יעדען וואך מזכה זיין טויזענטער אידישע קינדער הי"ו ארום די וועלט וואס לאנג האט מען געווארט פאר אזא חשובע זאך אין די אידישע שפראך אז חדר אינגלעך און אויך די מיידל שולעס און אויך די נשים וכו' זאלען אויך קענען שבת קודש ביים טיש נאך זאגען א אידישע ווארט, איך בין אייך פשוט מקנא מיט דעם געוואלדיגע זכות בזה ובבא חזק חזק ונתחזק. אנווינטשען מיט א גוטן שבת און איהר זאלט זעהן א סאך אידיש נחת פון אייער גאנצע משפחה געזונד ברוחנית ובגשמיות אריכות ימים ושנים. אמן ואמן.
עש"ק ואתחנן תשס"ט בארא פארק , אייער ידיד אלכסנדר אליעזר קנאפפלער

מדור העובדות

עקב תשמעון – ענדע האט מען פארשטאנען

עס האט דערציילט דער הייליגער דרכי תשובה: אז דער אוהב ישראל מאפטא זיע"א איז געווען רב אין קאלבוסוב, יאס, מעזיבוז און אפטא, און נאך אפטא איז ער צוריק קיין מעזיבוז זי"ע און די מענטשן פון אפטא האבן נישט פארשטאנען און מען האט אים געפרעגט פארוואס ער וויל צוריק גיין צו מעזיבוז? און בפרט ווען זיי האבן אים אלץ געגעבן און געצאלט וואס ער האט געוואלט!

האט דער אפטא רב געזאגט אז איך וועל אייך דערציילן א מעשה פארוואס איך בין געקומען קיין אפטא, און עס וועט פארענטפערט ווערן אייערע קשיא: מיין טאטע איז געווען א מלמד אין א קליינע שטאט און זיין ברודער האט געוואוינט און די שטאט אפטא און איז געווען א גרויסער עושר. זיי האבן זיך אפגעשיידט ווען זיי זענען געווען 8 יאר אלט, און פון דעמאלסט אן האט מען נישט געוואוסט איינע פון דעם אנדערן, ביידע האבן נישט זוכה געווען צו האבן קינדער.

יארן שפעטער איידער דער ברודער פון מיין טאטע איז געשטארבן האט ער דערציילט פאר זיין ווייב אז ער האט א ברודער כדי צו נעמען פון אים חליצה. און ווען ער איז געשטארבן, האט זי געדארפט חליצה אבער זי האט נישט געוואוסט וואו צו טרעפן מיין טאטע האט איר רב מייעץ געווען אז זי זאל שיקן בריוו צו אלע רבנים פון געגענד און מפרסם זיין אין צייטונגען אז עס איז דא א אלמנה וואס דארף האבן חליצה פון ברודער פון איר מאן און אזוי הייסט ער, און דער ברודער וועט באקומען האלב פון די ירושה.

דער רב וואס האט געוואוסט מיין טאטע האט אים גערופן און פארציילט די גאנצע מעשה און ער האט אים געזאגט אז ווי באלד ער גייט יארש'ענן געלט פון זיין ברודער וועגן דעם איז ער מסכים צו געבן צידה לדרך, און ווען ער וועט צוריק קומען מיט די ירושה וועט ער צוריק געבן די צידה לדרך. מיין טאטע איז געגאנגען און דערציילט די מעשה פאר מיין מאמען האט זי געענטפערט אז די תורה האט דיר געגעבן א מצוה צו מקיים זיין און אזא מצוה איז נישטא ביי אלע מענטשן, און אז עס איז דיר צו געקומען די מצוה זאלסטו דאס טאן נאר פארן כבוד פון אויבערשטן. מיין טאטע האט מסכים געווען און ער האט צו געזאגט אז ער וועט נישט נעמען קיין געלט פאר די מצוה.

אבער מיין מאמע האט געזאגט איך ווייס אז דער יצר הרע איז גרויס און ווען דו וועסט זען דאס געלט וועסטו נישט קענען בייקומען דעם נסיון, אויב אזוי נעם די קרבן מנחה סידור אין דיין האנט און שווער אז אפילו א פרוטה וועסטו נישט נעמען פארן מצוה. און אזוי האט ער געטאן: מיין טאטע האט שוין נישט גענומען א הלואה פון רב און ער האט געמוזט גיין מיט די פיס צו אפטא. די אלמנה האט זיך זייער געפרייט און האט באפוילן מען זאל געבן מכובדיגע קליידער און אנגרייטן א בכבודיגע אכסניא פאר מיין טאטע. נאך די מעשה החליצה האט די פרוי געגעבן א זעקל געלט פאר מיין טאטע, האט מיין טאטע געזאגט אז איך נעם נישט קיין געלט פאר די מצוה, און איך האב דאס געטאן נאר לשם שמים און אזוי האב איך צוגעזאגט מיין ווייב.

אבער די אלמנה האט געזאגט אז זי וויל אויך נישט נעמען דאס געלט וואס באלאנגט נישט פאר איר און זיי האבן מחליט געווען אז די געלט זאל בלייבן ביים קהל, מיין טאטע האט אויסגעטאן די מכובדיגע קליידער און אנגעטאן זיינע אלטע קליידער און ער איז צוריק אהיים געגאנגען מיט זיין פיס, אין הימל איז געווארן א גרויסער רעש, פון דעם שטארקן נסיון און מסירת נפש פון מיין טאטן, און דער אויבערשטער האט זיי געשענקט א קינד אויפן עלטער, און דאס בין איך.

האט דער אפטא רב מסיים געווען: און יעצט ווען איך בין געווארן רב אין אפטא האב איך געמאכט א חשבון וויפיל געלט איז געווען די חלק ירושה פון מיין טאטע און דאס האב איך גענומען אלץ געהאלט פון קהל, וואס דאס באמת האט באלאנגט פאר מיר. נאר ווייל איר זענט געווען געטריי פאר מיר, זאג איך אייך צו אז איך וועל זיך אלעמאל ווערן אנגערופן אפטא רב. און כך הוה.

שלח לחמך על פני המים

דער הייליגער צאנזער רב איז אמאל געפארן אונטערוועגנס און ביי א באן סטאניצע האט ער געהערט וויינען אין דער דערנעבמענדיגע צימער שיקט דער הייליגער דברי חיים זיין חסיד זען ווער עס וויינט דארט, און יענער גייט און זעט אז א גויאישע מיידל וויינט ווייל זי האט פארלוירן איר טאשקע מיט געלט און ווייסט נישט ווי אזוי אהיים צו פארן דער חסיד זעט אז עס איז א גוי און גייט צוריק צו דער דברי חיים און זאגט גארנישט, ביז א פאר מינוט שפעטער פרעגט דער צאנזער רב ווער האט דארט געוויינט, דער חסיד האט מיט א געלעכטער געזאגט אז א גויאישע מיידל האט געוויינט.

זאגט אים שטרענג דער צאנזער רב גיי שנעל פרעג וויפיל זי דארף און גיב איר. די מיידל האט אים זייער שטארק באדאנקט און געזאגט אז איר טאטע איז א גרויסער שר אין א מדינה און ער וועט דאס באצאלן און גענומען די נאמען און אדרעס פון חסיד. ער גייט צוריק צום רבין און דער רבי זאגט אים שלח לחמך על פני המים, אזוי איז אריבער א שיינע פאר יאר און אין צווישן איז דער צאנזער רב נסתלק געווארן. און דער חסיד איז געווארן א בעל הבתישע סוחר פון שיך. איין מאל האט מען באשטעלט ביים חסיד א גרויסע באשטעלונג פון שיך פאר די מיליטער און ער האט דאס געמאכט און געשיקט פאר די מיליטער, ביים איינמאנען דאס געלט פאר די ארבעט האט מען אים נישט געוואלט באצאלן און דא האט ער אויסגעלייגט די גאנצע געלט פאר די ארבעט און סחורה און שטייט יעצט צו פארלירן זיין פארמעגן.

איז ער געגאנגען פון פלאץ צו פלאץ און אלע האבן אים אפגעשטופט ביז זיין חבר האט אים געזאגט אז ער זאל גיין אין ווין צו די הויפט שר פון די מדינה און נאר ער קען אים העלפן און אזוי האט ער געטאן. אנקומענדיג אהין און ער ווארט קומט אים אנטקעגן א פרוי און זאגט אים. אוי! אנטשולדיג מיר וואס איך האב דיר נישט באצאלט דאס געלט ביז יעצט וואס האסט מיר געגעבן ביי די באן סטאניצע און זיי מיר מוחל! איך האב די גאנצע צייט געוואלט דאס אפשיקן און יעצט וויל איך דאס צוריק געבן , זאגט דער סוחר אז ער דארף איר הילף און גיסט אויס זיין הארץ פאר איר, און זי הערט אלעס און זאגט, מיין טאטע איז דער הויפט שר פון די מדינה און ער וועט דאס דערליידיגן און אזוי גייט זי אריין מיט אים צו איר טאטן און דערציילט ווי ער האט איר מיט יארן צוריק געבארגט געלט אויף אהיים צו פארן און יעצט דארף ער זיין הילף און ער דערציילט די גאנצע פרשה פון די שיך וואס די מליטער וויל אים נישט באצאלן, און ער נעמט א צעטל און שרייבט א בריוו פארן הויפט פון די מיליטער אז ער באפוילט אים צו צאלן די גאנצע געלט אויך פאר די שיך. און אזוי האט ער באקומען זיין אלטן חוב און אויך זיין געלט פון די שיך און פון דעם איז ער געווארן א עושר . און אזוי ווי דער הייליגער דברי חיים האט אים געזאגט מיט יארן פריערט שלח לחמך על פני המים כי ברוב ימים תמצאנו . זיע"א