פרדס יהודה מטות מסעי בלעטל תשס"ט
פרשת חקת מטות מסעי
1] וידבר משה אל ראשי המטות לבני ישראל לאמר זה הדבר אשר צוה ה': (ל'
ב') מטות איז א לשון פון אראפפאלן מלשון וכי ימוך אחיך ומטה ידו עמך:
(ויקרא כ"ה ל"ה) אז אויב א איד זעט אז זיין מצב איז נישט ווי עס דארף צו
זיין, זאל ער חלילה נישט האבן קיין טענות צום רבש"ע, נאר ער זאל זאגן: זה
הדבר אשר צוה ה', אז דאס וויל דער רבש"ע און זאל דאס מקבל זיין
באהבה, און אז א מענטש וועט אזוי טאן איז זיכער אז עס וועט צוריק גוט
ווערן זיין הצלחה.
(הרה"ק ר' אברהם דוב מחמעלניק חתן התולדות זיע"א, בספר אוצרותיהם של צדיקים)
2] לא יחל דברו ככל וגו': שטייט אין קיצור שלחן ערוך (סימן קכ"ח סעיף ט"ז) נוהגין לעשות התרת נדרים בערב ראש השנה, און דער רמז איז: לא' יחל' דברו' ככל' דער סופי תיבות איז אלו"ל.
3] ככל היוצא מפיו יעשה: מענטשן רעדן פאר יענעם עניני מוסר וחסידות
אבער נישט אלעס וואס מען רעדט האלט מען דערביי, מען דארף זיין פיו
ולבו שוין און נישט אחד בפה ואחד בלב, איז דאס קען זיין דער רמז: ככל
היוצא מפיו וואס דו רעדסט, יעשה: זאלסטו אויך טאן.
(שמח זבולון המו"ל)
4] ככל היוצא מפיו יעשה: מען קען דאס צושטעלן צו וואס עס שטייט אין
הייליגן ספר בית אהרן (דף קנז מלין דרבנן כז) וז"ל איטליכער יוד האט איין
טעליגראף אין זיין מויל דורך אלע עולמות עכ"ל. און עס שטייט אין (קהלת ו
ז) כל עמל האדם לפיהו. זעט מען ווי חשוב עס איז וואס מען רעדט פון א
מויל, אז עס גייט דורך אלע עולמות, קען זיין פשט ככל היוצא מפיו אלעס
סיי גוטע רייד און סיי פארקערט, וואס גייט ארויס פון דיין מויל יעשה
זאלסט זען וואס עס ווערט געטאן פון דיין דיבור.
(שמח זבולון המו"ל)
5] ואת בלעם בן בעור הרגו בחרב: (ל"א ח') לכאורה איז זייער שווער ווייל עס
שטייט (כ"ד כ"ה) ויקם בלעם וילך וישב למקומו, און וואו בלעם האט
געוואוינט איז געווען ווייט פון מדין איז ווי קומט בלעם צו מדין אז ער זאל
געהארגעט ווערן אין מלחמה, נאר ווען בלעם איז אוועק פון בלק האט ער
גארנישט באקומען שכר פאר זיין ארבעט. אבער נאך דעם וואס ער האט
געהערט אז כד אלף אידן זענען געפאלן ביי די מגיפה האט ער געזען אז
דאס איז וועגן זיין עצה, דעריבער איז ער צוריק צו מדין איינמאנן זיין שכר
און דארט איז ער געהארגעט געווארן אין די מלחמה זעט מען דעם כח פון
תאוה צו געלט ווי ווייט בלעם איז געפארן און אויך נאר אויף א ספק.
(מעין בית השואבה)
אנשי צבא בזזו איש לו: (לא נג) וואס די אנשי צבא האבן געכאפט פון
מלחמה, איז געווען אנגעשריבן פאר אים: אלעס איז געווען בהשגחה
פרטית, דאס מיינט: איש לו, איז געווען פאר אים אנגעשריבן. און נאך
שטארקער שטייט פון הייליגן בעש"ט אז א חפץ פון א מענטש האט א
שייכות צו זיין שורש נשמה.
(צדיקים)
מסעי
1] אלה מסעי בני ישראל אשר יצאו בני ישראל מארץ מצרים לצבאותם ביד
משה ואהרן ויכתב משה את מוצאיהם למסעיהם: וגו' (ל"ג א') די טראפ אויף
אלה איז אזלא גרש, צו מרמז זיין אויף מסעי בני ישראל אין גלות, אז אידן
האבן געוואוינט אין א פלאץ און נאך דעם האט מען זיי פארטריבן, דאס
מיינט אזלא גרש. מען גייט און מען פארטרייבט, וואס איז די סיבה פון דעם?
וויבאלד די אידן זענען ארויס פון מצרים פאר די צייט ווי עס שטייט אין
ספרים הק' אז אויב די אידן וואלטן געווען אין מצרים 400 יאר וואלט
שוין מער נישט געווען קיין גלות. דעריבער שטייט אויף ויכתוב משה, די
טראפ קדמא ואזלא, צו מרמז זיין אז דעריבער האט דאס משה רבינו
געשריבן דעם רמז אין די תורה ווייל קדמא ואזלא, מען האט פארפריט און
ארויסגעגאנגען פאר די צייט אין מצרים, דעריבער איז אלה, אזלא גרש.
(גבעת פנחס- ביליצער)
אגב דער משך חכמה ברענגט אויך וועגן דעם ענין פארוואס אידן האבן אלעמאל געדארפט גיין פון איין פלאץ צו א אנדער פלאץ, אויפן פסוק ואף גם זאת בהיותם בארץ אויביהם. (ויקרא כ"א מ"ד).
2] אלה מסעי בני ישראל אשר יצאו מארץ מצרים לצבאתם ביד משה ואהרן:
שטייט אין תרגום יונתן. אלין מטלני בני ישראל די נפקו מארעא דמצרים
לחילותהן כד אתעבידו להון ניסון על ידי משה ואהרן עכ"ל דארף מען
פארשטיין וואו קומט דא אריין בשעת די מסעות אין מדבר צו דערמאנען די
ניסים פון יציאת מצרים . נאר מען דארף מקדים זיין די הייליגע רייד פון
הרה"ק ר' יונתן אייבשיץ זיע"א אין זיין ספר יערות דבש וואס איז מסביר
פשט אין גמ' מס' יומא למה נמשלה אסתר לשחר לומר לך מה שחר סוף כל
הלילה אף אסתר סוף כל הנסים עכ"ל הגמ'. איז דער גאון מסביר אז אלע
נסים וואס דער אויבערשטער האט געמאכט מיט כלל ישראל חוץ לדרך
הטבע איז נאר אריינצובאקן אמונה און די תורה אין הארץ פון מענטשען.
איז דאס איז געווען פאר אסתר, אבער נאך דעם וואס איז געווען קימו
וקיבלו און די אידן האבן געזען די גרויסע נס פון ונהפוך הוא וואס בדרך
הטבע וואלט דאך המן הרשע געדארפט מנצח זיין איז פון דעם איז אריין
געבאקן געווארן די אמונה אין כלל ישראל, קומט אויס אז דער
אויבערשטער מאכט נסים ווען כלל ישראל איז זיך טועה מיט ספיקות אין
אמונה און היטן נישט די תורה ווי מען באדארף, אבער ווען די אידן האבן
אמונה און היטן די תורה דארף דארף מען נישט קיין נסים. איז דאס קען
זיין פשט אין תרגום , ווייל דוקא אין מצרים האט מען געדארפט אנקומען
צו נסים חוץ לדרך הטבע ווייל די אידן האבן נאך נישט געהאט די תורה.
אבער דא אין מדבר איז דאך געווען ויחן שם ישראל און נאך קבלת התורה
און די אידן זענען געווען א דור דעה האט מען נישט געדארפט אנקומען צו
נסים. איז דאס מיינט כד אתעבידו להון נסים נאר דעמאלטס האט מען
געדארפט נסים.
(כוונת הלב)
3] רש"י ברענגט (ל"ג א') אז די אידן זענען געגאנגען מ"ב מסעות אבער
למעשה איז דא א מחלוקת. דער רמב"ם און טור (יו"ד סימן ער"ה) האלטן אז
עס זענען געווען מ"ח מסעות, אין די פסוקים אין פרשת מסעי ווערט
אויסגערעכנט נאר מ"א מסעות, אויף דעם ענטפערט רש"י אין פרשת פקודי
(מ' ל"ח) אז מען רעכענט דעם פלאץ וואס מען האט גערוהט פאר א מסע
ווייל פון דארט איז מען ווייטער געגאנגען, און פארוואס לערנט דער רמב"ם
און טור אז עס איז געווען מ"ח מסעות? ווייל נאך מיתת אהרן זענען די אידן
געגאנגען נאך 7 מסעות ממילא מ"א מיט ז' איז מ"ח, קומט אויס אז אלו
ואלו דברי אלקים חיים, ווייל אין די הייליגע תורה רעכענט מען אויס נאר
מ"א מסעות און רש"י לייגט צו דעם פלאץ וואס מען האט גערוהט, דאס איז
מ"ב מסעות. און דער רמב"ם האלט מ"ח מסעות ווייל נאך מיתת אהרן זענען
די אידן געגאנגען נאך 7 מסעות.
(פרישה על הטור יו"ד סימן ער"ה).
4] צו את בני ישראל ואמרת אליהם כי אתם באים אל הארץ כנען: (ל"ד ב')
פרעגט דער שך עה"ת עס האט געדארפט שטיין אל ארץ כנען אן א ה"א!
נאר מען קען ענטפערן אז דער אויבערשטער האט געגעבן ארץ ישראל נאר
אז מען זאל מקיים זיין די תורה אזוי ווי עס שטייט: ויתן להם ארצות גויים
וגו' בעבור ישמרו חקיו ותורתיו ינצרו (תהלים ק"ה מ"ד) זעט מען אז אי איז
נאר געגעבן געווארן צו מקיים זיין די הייליגע תורה, קען זיין א רמז: כי אתם
באים אל ה'ארץ דער ה' איז מרומז אויף ה' חומשי תורה: אז מען קומט צו
ארץ כנען נאר וועגן ה'ארץ, ה' חומשי תורה.
(בית ישראל למוח"ז אדמו"ר ממאטערסדארף זצ"ל).
5] ואלה שמות האנשים למטה יהודה: (ל"ד י"ט) דארף מען פארשטיין אז ביי די
אלע שבטים שטייען למטה בני שמעון, למטה בני דן: און ביי יהודה און
בנימין שטייט למטה יהודה, למטה בנימין, און נישט בני! נאר מען קען
ענטפערן ווייל פון יהודה און בנימין זענען ארויס מלכים. דוד איז פון שבט
יהודה און שאול פון שבט בנימין, ממילא קען זיין פשט, ווייל דער חילוק פון
א מלך און א נשיא, איז אז א נשיא פירט נאר די וואס זענען קלענער אין
מדריגה פון נשיא, אבער א מלך איז א מלך אויף גרעסערע פון אים און
קלענערע פון אים, ווייל דאס איז א מלך. דעריבער ביי אלע שבטים וואס פון
זיי איז ארויס נאר נשיאים שטייט בני: א לשון פון א קלענערע מדריגה וואס
א נשיא איז נאר אויף דער וואס איז קלענער פון אים, אבער ביי יהודה און
בנימין וואס פון זיי זענען ארויס מלכים, שטייט נישט בני ווייל א מלך איז
אויף גרעסערע פון אים און קלענערע פון אים.
(אהל יצחק, הר' יצחק חסון).
1] אין פ' שלח האט מען געברענגט דעם ענין אז שרי האט געגעבן איר יו"ד פאר הושע און איז געווארן יהושע: האט (פ.א.פ. ב"פ) מעורר געווען איז פון וואו האט שרה באקומען איר ה"א? און אויך פון וואו האט אברהם באקומען זיין ה"א?
2] אין פ' קרח ביי דעם מעשה פון ר' שלום שבדרון מיט דעם ניסים וואס מען האט אים חושד געווען אז ער האט באגנבט א אינגל און ער האט געזאגט אז ער האט נישט באקומען פון דעם אינגל נאר א בישליק און בי"ד האט מחייב געווען א שבועה: האט (הר' א.מ.ש. ב"פ) מעורר געווען אז אין רמב"ם הל' טוען ונטען איז געשריבן אז דא איז נישטא א חיוב שבועה. א] ווייל מיט דעם וואס דער קטן האט געזאגט איז דאס נישט א טענת ברי. ב] דא איז געווען טענו בחיטין והודה לו בשעורין דער טאטע טענ'ט נאפוליון און ניסים טענ'ט בישליק. וצ"ע.
3] אגב האב איך געהערט אז דער נסים האט זיך דעמאלט אריין געזעצט לערנען אין ישיבת שער השמים און ער און זיינע קינדער זענען געווארן פון די גדולי מקובלים אין ירושלים. איז ארויס געקומען א טובה פאר אים פון די עגמת נפש.
מדור העובדות
ויגש אליו ויאמרו גדרות צאן נבנה וגו' ויענו בני גד ובני ראובן את אשר דבר ה' אל עבדיך כן נעשה: (ל"ב,טז-לב) דער הייליגער שפת אמת ווען ער איז געווען נאך אין די יונגער יארן, האט אמאל פאסירט אז ער האט געלערנט מיט זיין חבורתא א גאנצע נאכט און ער האט זיך פארשלאפן און פארשפעטיגט אינדערפרי צום דאווענען, זיין הייליגער זיידע דער חידושי הרי"ם האט דאס געזען, און איידער וואס ווען, הויבט ער אים אן צו געבן מוסר פארוואס ער שלאפט אזוי שפעט, און דער שפת אמת האט געהערט די מוסר רייד פון זיידן און האט גארנישט גענטפערט. ווען זיינע חברים וואס האבן געוואוסט דעם אמת האבן זיי זיך זייער געוואונדערט און אים געפרעגט פארוואס האט ער נישט געענטפערט דעם זיידן גלייך אז ער איז געזעצן און געלערנט א גאנצע נאכט? האט דער שפת אמת זיך אנגערופן אז ער האט זייער געוואלט הערן די מוסר רייד פון זיין הייליגן זיידן, וויל דאס איז פאר אים א חשיבות, און ער האט אנגעוויזן אויף די פסוקים דערמאנט פריער, וואס פון דעם האט ער זיך אפגעלערנט. ווייל אז מען קוקט אריין אין די גאנצע פרשה פון די בני גד ובני ראובן זעט מען אז זיי האבן שוין פון אנפאנג מסכים געווען צו די אלע תנאים וואס משה רבינו האט זיי געבעטן און אויך צו גיין מיט כלל ישראל צו די מלחמה, איז אויב אזוי פארוואס האבן זיי געדארפט ווארטן ביז נאך וואס משה רבינו האט זיי געמוסרט און געמאכט גאנצע תנאים מיט זיי! נאר פון דעם איז א ראיה אז זיי האבן זייער שטארק געוואלט הערן די מוסר רייד פון זייער מנהיג און מיט'ן גאנצן הארץ האבן זיי אויסגעהערט די מוסר רייד, ווייל עס איז זייער חשוב צו באקומען תוכחה פון א צדיק.
(געבויט אויפן ספר לקוטי בתר לקוטי)
אמאל מוצאי יוט זענען געקומען חסידים זיך געזעגענען פון הייליגן אהבת ישראל מוויזניץ זיעא און עס איז געווען א גרויסער עולם און עס איז געווארן א שטופעניש און צוליב דעם האט מען צובראכן א גרויסן פענסטער, דער הייליגער רבי קוקט און גיט א שמייכל, און ווי עס איז באוואוסט אז דער אהבת ישראל האט קיינמאל נישט געווארן אין כעס און אויב עס איז געקומען צו א מצב אז מען זאל ווערן אין כעס האט ער געגעבן א שמייכל און אזוי איז אוועק די כעס,
און דער רבי האט אויסגענוצט דעם געלעגנהייט און דערציילט דעם עולם א מעשה וואס איז געשעהן ביי הרה"צ ר' מרדכי מנישכיז זצוק"ל וואס האט באקומען א טלית קטן פון ארץ ישראל און מען האט געדארפט מאכן א לאך פארן האלדז און מען האט דאס געגעבן פאר א חסיד דאס צו מאכן און צונייען דעם לאך, און פון רוב יראת הכבוד פון רבין האט ער בטעות אנטשאט בייגן דעם בגד נאר איין מאל האט ער דאס געבויגען צוויי מאל און אזוי איז געווארן צוויי לעכער אנשטאט איין לאך, און דער תלמיד פון שרעק ווייסט נישט וואו זיך צו באהאלטן פון די בזיונות און קפידא פון רבי'ן וואס ער האט געמאכט א שאדן אין א ארץ ישראלדיגע טלית קטן, וואס עס איז געווען א גרויסע יגיעה דאס צו באקומען, און פלוצלינג איידער דער חסיד קען עפעס טראכטן קומט אריין ר' מרדכיל'ע און פרעגט וועגן טלית קטן ענטפערט דער חסיד מיט א שרעק און צומישעניש, וואס זאל איךזאגן פארן רבי'ן אזוי און אזוי איז געשען. זאגט אים ר' מרדכיל'ע מיט א רוהיקייט: נו! וואס האסטו מורא א וודאי א טלית קטן דארף האבן צוויי לעכער, איין לאך אריין צו לייגן דעם האלדז פון מרדכי, און א צווייטער לאך צו פרווון צו מרדכי וועט ווערן אין כעס, אבער מרדכי ווערט נישט אין כעס ווייל דאס איז אויך דער רצון הבורא נישט ווערן אין כעס, און דער הייליגער אהבת ישראל האט זיך מיט דעם געזעגנט פון זיין עולם, וואס זענען אוועק געגאנגען פון רבין מיט א שטארקע איינדרוק זיע"א.
(אוצר הסיפורים ר' צבי מאשקאוויטש)