פרדס יהודה ואתחנן בלעטל תשס"ט

צוריק צו פרדס יהודה


ואתחנן

אוצר מתנת חנם

1] ואתחנן אל ה' בעת ההוא לאמר: (ג' כ"ג) זאגט רש"י פארוואס שטייט דעם לשון פון חנון ווייל צדיקים אפילו זיי האבן גענוג גוטע מעשים פון דעסטוועגן בעטן זיי נאר פון דער אוצר פון מתנת חנם . קומט אויס אז עס איז דא א גרויסע אוצר וואס הייסט מתנת חנם, איז אויב אזוי פארוואס באקומען נישט אלע מענטשן פון דעם מתנת חנם נאר די צדיקים? נאר באמת דער אוצר גיט מען פאר איינעם וואס האלט אז אים קומט טאקע נישט און דאס זענען די צדיקים , דעריבער הייסט דאס מתנת חנם אבער מענטשן וואס האלטן אז זיי קומט עפעס זיי קענען זיי נישט באקומען פון אוצר מתנת חנם.
(חידושי הרי"ם)


תקט"ו תפלות

2] ואתחנן אל ה': (ג' כ"ג) עס שטייט אז משה רבינו האט מתפלל געווען תקט"ו תפלות וואס דאס איז דער מספר פון ואתחנן, אויך דעם מספר פון תפלה איז תקט"ו: און אויב משה רבינו וואלט געבעטן נאך איין תפלה וואלט השי"ת זיך צו געהערט צו זיין תפלות, אבער דער אויבערשטער האט אים געזאגט רב לך אל תוסף, משה רבינו איז א סאלדאט און ער פאלגט אפילו ער האט געוואוסט אז ער קען פועל'ן פאר זיך מיט נאך איין תפלה.
(המו"ל)

געבליבן אין גן עדן דורך היטן א שבועה

3] אתה החלות להראות את עבדך וגו': (ג' כ"ד) שטייט אין מדרש שוחר טוב: אמר משה כבר התרת לי שבועה במדין, אעברה נא ואראה וכו' א מדרש פליאה!! נאר עס שטייט אין מסכת (כתובות עז:) ר' יהושע בן לוי ווען עס איז געקומען די צייט ער זאל אוועק גיין פון די וועלט, איז געקומען דער מלאך המות האט ר' יהושע בן לוי אים געבעטן אז ער זאל אים ווייזן זיין פלאץ אין גן עדן, און אזוי האט ער געטאן. ווען ער איז אנגעקומען אין גן עדן האט ריבל געשוואוירן אז ער וועט נישט ארויסגיין פון דארט! האט דער אויבערשטער געזאגט אויב ער האט אמאל מתיר געמאכט זיין שבועה וועל איך דאס מאל זיין שבועה אויך מתיר זיין און אויב נישט, וועל איך, נישט מתיר זיין, און וויבאלד ריב"ל האט קיינמאל נישט מתיר געווען זיין שבועה וועט ער יעצט קענען דארטן בלייבן. יעצט שטייט אז משה רבינו האט נאר געוואלט אריין גיין זען ארץ ישראל און נאך דעם צוריק גיין צו חוץ לארץ ווייל עס איז נגזר געווארן אז משה רבינו דארף באגראבן ווערן אין חוץ לארץ, איי וועסטו מורא האבן אז איך וועל שווערן און איך וועל בלייבן דארט! זאגט משה: ניין, אתה החילות: וויבאלד האסט מיר שוין מתיר געווען מיין שבועה אין מדין, דארפסטו נישט מורא פון מיין שבועה, ממילא בעט איך דיר לאז מיר אריין, חאטש נאר צו זען די לאנד.
(זקני מחנה יהודה- ר' בלעכערוביץ)

תפלה עושה מחצה

4] אעברה נא ואראה את הארץ וגו' רב לך אל תוסף דבר אלי עוד בדבר הזה: (ג' כ"ה ו') עס איז געווען צוויי צדיקים וואס האבן געפועל'ט ישועות: איינער פלעגט געבן קמיעות, און דער צווייטער נישט, האט מען געפרעגט פארוואס גיט ער קמיעות, האט ער געענטפערט ווייל תפלה עושה מחצה. אויב אזוי זיין תפלה העלפט נאר פאר האלב, און אנטקעגן דעם האלב גיט ער קמיעות. האט מען געפרעגט דעם צווייטער פארוואס ער גיט נישט קמיעות אויב די תפילה העלפט נאר אויף האלב, האט ער גענטפערט אז זיין עצה איז אז ער דאווענט דאפעלט און אזוי וועט נאך איבערבלייבן די האלבע תפלה צו העלפן, יעצט קען מען אויך פארשטיין אז משה רבינו האט מתפלל געווען אויף צוויי זאכן: איינס אז ער זאל קענען אריבער גיין קיין ארץ ישראל און די אנדערע אז ער זאל קענען זען ארץ ישראל. און אויף דעם האט אים דער אויבערשטער געזאגט אז ער קען זען דאס לאנד, אזוי עס שטייט און פסוק (דברים ל"ד א') ויראהו ה' את כל הארץ: אבער אריין גיין האט ער נישט געקענט, אבער משה רבינו האט נאך געקענט דאווענען מער ווי ער דארף!, וועגן דעם האט דער אויבערשטער אים געזאגט אל תוסף דבר אלי דאס הייסט: אז דו זאלסט נישט בעטן מער ווי דו דארפסט און אזוי וועט מען דיר געבן נאר האלב. נאר וועסט זוכה זיין צו זען א"י און נישט אריבער גיין.
(גבעת פנחס - ביליצער - בשם אביו)

דורך תפלה בכוונה ווערט מען געהאלפן

5] ובקשתם משם ה' אלקיך ומצאת כי תדרשנו בכל לבבך ובכל נפשך: (ד' כ"ט) דארף מען פארשטיין פארוואס הויבט מען אן ובקשתם מיט א לשון רבים און מען ענדיגט מיט א לשון יחיד. ומצאת. דו וועסט טרעפן? נאר מען טרעפט אין די גמ' (ר"ה י'"ח) שנים שעלו לגרדום צו געהארגעט ווערן ודינם שוה, איינער ווערט געראטעוועט און איינער נישט. פרעגט די גמרא פארוואס? נאר זה התפלל ונענה וזה התפלל ולא נענה, פרעגט די גמרא פארוואס זה נענה וזה לא נענה? נאר זה שהתפלל תפלה שלימה נענה וזה שלא התפלל תפלה שלימה לא נענה. איז רש"י מפרש: תפלה שלימה מיינט, ער האט מתפלל געווען מיט כוונה, דעריבער איז ער געראטוועט געווארן, קען זיין פשט אין פסוק ובקשתם: רעדט מען וועגן צוויי מענטשן זענען מתפלל אויף דעם זעלבן ענין. ומצאת אבער נאר איינער ענטפערט מען, פארוואס? כי תדרשנו בכל לבבך ובכל נפשך. ווייל ער האט מתפלל געווען בכוונה מיטן גאנצע הארץ וואס דאס איז תפלה שלימה.
(גן רוה בשם ספר אוהל מועד)

נאך א תירוץ דורך תפלה בציבור

6] א מענטש איז מחוייב זיך אויס צו לייטערן אויף דער וועלט און נאר דורך דאווענען מיט כוונה און ביראה ואהבה דורך דעם קען מען צוקומען צו גרויסע און הויכע מדריגות, [ווי עס איז באוואוסט אז הרה"ק ר' אשר דער גרויסער סטאלינער זיע"א האט געהאט חסידים בעלי רוח הקודש נאר דורך זייער עבודה פון שרייען ביים דאווענען] און הרהק ר' משה מפשעווארסק שרייבט אז דאס האט מרמז געווען דוד המלך עה פנה אל תפלת הערערע ולא בזה את תפלתם תכתב זאת לדור אחרון (תהלים ק"ב י"ח) אז דער לעצטער דור פאר משיח וועט קומען, וועט זיין זייער חשוב די עבודת התפלה און דער רבשע וועט זיך צוהערן צו די תפלות. אבער עס זאל זיין תפלה בציבור ווייל עס איז זייער חשוב תפלה בציבור כדי מען זאל קענען צו קומען צו גרויסע מדריגות, און דאס מיינט ובקשתם לשון רבים: תפלה בציבור. און נאך דעם איז ומצאת א לשון יחיד דאס ווענדענד זיך אין יעדן יחיד לויט זיין עבודה און הכנה צום דאווענען.
(מאור ושמש)

געדינט דעם רבש"ע כל הימים

7] ושמרת את חקיו ואת מצותיו וגו' אשר ה' אלוקיך נותן לך כל הימים: (ד'מ') דארף מען פארשטיין וואס מיינט כל הימים , נאר א מענטש דארף דאך דינען דעם רבש"ע זיין גאנצן לעבן אבער פון דעסטוועגן איז דאך א מענטש עוסק אין צרכי גשמיות א גרויס חלק פון זיין צייט איז ווי קען ער יוצא זיין צו זיין א עובד ה' זיין גאנצן לעבן, איז די תירוץ איז, אויב ווען ער איז נישט עוסק בצרכי גשמיות דערפילט ער זיין צייט מיט לערנען און דאווענען און טאן מצוות - נותן לך- שענקט אים דער רבש"ע די אנדערע צייט דאס הייסט כל הימים אז ער איז גערעכנט ווי ער האט געדינט דעם רבש"ע אלע זיינע טעג.
(תפארת שלמה)

שכר פאר טאן די מצוות מיט שמחה

8] ושמרת את המצוה וגו' אשר אנכי מצוך היום: (ז' י'"א) דרשענ'ט חז"ל (עירובין כ"ב) היום לעשותם ולמחר לקבל שכר: פרעגן די ראשונים אויב אז עס איז נישטא קיין שכר אויף דער וועלט איז ווי אזוי שטייט גלייך נאך דעם: והיה עקב תשמעון וגו' ושמר ה' אלקיך דאס הייסט שכר אויף דער וועלט? איז דאס לכאורה א סתירה אין די צוויי פסוקים נאר שכר פון טאן א מצוה מיט א יגיעה און מיט שמחה אויף דעם גיט מען שכר אויף דער וועלט אויך, איז דאס קען זיין די כוונה אשר אנכי מצוך היום לעשותם היום- לעשותם ולמחר לעולם הבא ליטול שכרם. אבל והיה אין והיה אלא לשון שמחה )ויקרא רבה י"א ז'( אויף דעם חלק המצוה וואס מען האט געטאן מיט שמחה איז אויף דעם ושמר ה' אלקיך וגו' ואהבך וברכך ובירך פרי בטנך שכר אויף די וועלט.
(ראש דוד להחיד"א)

מדור העובדות

כבד את אביך ואת אמך: (ה' ט"ז) יעדע מינוט מאכט אויס ביי דעם ענין פון בארוהיגן די עלטערן

אין ארץ ישראל שנת תש"ו אונטער די ענגלאנדער, האט מען א ירושלימ'ער יוגערמאן געלייגט אין תפיסה דורך די ענגלישע סאלדאטן אלץ חשד אז ער איז א אידישע טעראריסט וואס האבן זיך דעמאלטס געשלאגן מיט די ענגלישע ארמיי. ער איז געזעסן צוויי חדשים ביז מען האט איינגעזען אז ער איז נישט קיין טעראריסט, און זיי האבן אים באפרייט.

דער הייליגער סאטמאר רבי זי"ע איז דעמאלטס געווען אין ירושלים , און גלייך נאך זיין באפרייאונג איז יענער גלייך געלאפן דערציילן די גוטע בשורה פארן רבי זי"ע. האט אים דער רבי געפרעגט צו ער האט שוין געלאזט וויסן זיין טאטע אז ער איז באפרייט? האט ער געזאגט ניין! ווייל זיין טאטע וואוינט אין צפת און ער האט נישט קיין טעלעפאן ממילא איז זייער שווער זיך צו פארבינדן מיט אים. האט אים דער רבי שטרענג אנגעשריגן און געזאגט אין דעם לשון: "דו זאלסט זיך נישט פארהאלטן קיין איין מינוט, דערצייל מיר נישט קיין מעשיות אז דו באקומסט נישט קיין פארבינדונג , נעם און פאר שנעל קיין צפת אויב די האסט נישט קיין אנדערע וועג , און דערפריי דיין פאטער מיט די בשורה אז דו ביסט שוין באפרייט געווארן, אבער מאך עס שנעלער."

און דער רבי האט אים כמעט ווי ארויס געשטופט פון שטוב. האט דער סאטמאר זי'"ע דעמאלטס מסביר געווען פאר די מענטשן ווואס זענען דארט געווען , ווי הארב עס איז די צער וואס מען איז גורם פאר א צווייטן, אפילו ווען דאס איז נאר מינוטן פון צער, ווי די גמרא דערציילט (מכות י"א) ווען דוד המלך האט געגראבן די יסודות פון דעם בית המקדש, איז ארויפגעקומען די וואסער פון דעם אפגרונד, און האט געוואלט פארפלייצן די וועלט. דוד המלך האט געוואוסט אז אויב מען שרייבט דעם נאמען פון השי"ת אויף א טאוול און מען לייגט דאס אריין אין דעם גרוב וועט די וואסער אויפהערן ארויפצוקומען. עס איז אבער געווען א שאלה צו מען מעג דאס טאן ווי באלד דעם נאמען פון אויבערשטן וועט ווערן ויסגעמעקט האט דוד המלך אויסגערופען ווער עס ווייסט די הלכה און זאגט דאס נישט גלייך, זאל ער דערשטיקט ווערן איז דארט געשטאנען אחיתופל, און ער האט ארויסגעלערנט מיט א קל וחומר אז מען מעג דאס טאן. כדי צו ראטעווען די וועלט כאטש עס וועט ווערן אויסגעמעקט דעם נאמען פון השי"ת. און פונדעסטוועגן האט זיך אחיתופל שפעטער אליין דערשטיקט . זאגט דארט דער הייליגער רמב"ן אז די קללה פון דוד המלך איז מקוים געווארן, ווייל דוד המלך האט געזאגט "ווער עס ווייסט און זאגט עס נישט גלייך." און אפילו אחיתופל האט דאס געדארפט ארויסלערנען פון א קל וחומר אז מען מעג, , אבער וויבאלד אין יענע קליינע צייט וואס עס האט גענומען צו לערנען דעם קל וחומר האט דוד המלך געהאט צער, איז די קללה מקוים געווארן, זעט מען פון דעם אז די קללה פון דוד המלך איז מקוים געווארן צוליב אייניגע מינוטן פון צער. און דאס לערענט אונז ווי ווייט מען דארפן זיך צואיילן צו פארמיידן אפילו מינוט'ן פון עגמת נפש פאר א צווייטן (פארגאנגענע וועלטן קאפיטל כ"ח)

וואס איז נוגע לדעתי היינטיגע צייט אז בחורים אדער קינדער גייען אויף א שמחה אדער פארן אויף א נסיעה און די עלטערן ווארטן אויס צו הערן וואו די קינדער זענען און עס קען אמאל אריבער גיין שעות און די עלטערן שטיין און ווארטן אויס און די נשמה גייט ארויס און די קינדער מיט א קאלט קייט טראכטן נישט פון די צער פון די עלטערן וואס היינטיגע צייט איז גאר גרינג צו רופן ווייל אסאך מענטשן האבן סעלפון'ס און בפרט ביינאכט קאסט נישט קיין געלט צו רופן, ליגט א חיוב אויף קינדער און בחורים אלץ כיבוד אב ואם צו בארוהיגן עלטערן און נישט לאזן א צער פאר עלטערן אפילו איין מינוט? אויך צו מעורר זיין אז אויב מען דארף אהיים קומען פון ישיבה אדער פון שול און מען וועט זיך דארפן פארשפעטיגן איז מען מחוייב צו מודיע זיין די עלטערן, און עס איז נישטא קיין שום תירוץ צו די צער וואס מען איז גורם פון דעם.

און אין ספר חסידים סימן תקע"ה רעדט ער וועגן דעם און פירט אויס וז"ל מצוה על הבן אם יכול, לשכור השליח מיד וישלח כתב לאביו ואמו שכבר יצא ממקום סכנה ובא למקום שרצה ללכת ואל יצטערו עוד עכ"ל. שטייט בפירוש אין ספר חסידים וואס עס געזאגט וועגן דעם ענין, אז עס איז א מצוה אפילו דינגען א שליח מודיע זיין עלטערן וואו מען איז און נישט לאזן זיי זיין אין צער. און די שכר פון די שמחה וואס מען איז גורם פאר עלטערן איז גאר גרויס, ווי מען זעט אז סרח בת אשר האט געלאזט וויסן פאר יעקב אבינו אז יוסף הצדיק לעבט אז זי האט זיך געזעצט לעבן יעקב אבינו און געשפילט מיט א פידל און געזונגען א ניגון . און אינמיטן ניגון האט זי אריין געלייגט די ווערטער "יוסף חי וכי הוא מושל בארץ מצרים" אז יוסף לעבט און ער איז א מושל אין לאנד מצרים. און צוליב דעם וואס סרח האט אויפגעלעבט די הארץ פון יעקב אבינו דורך די גוטע בשורה , האט יעקב אבינו איר געבענטשט אז זי זאל אייביג לעבן. און זי האט טאקע זוכה געווען צוליב דעם אריין גיין לעבעדיגערהייט אין גן עדן. (ילקוט מעם לועז פ' ויגש מ"ה)

און בפרט אז די וועלט איז זייער נזהר אין די רייד פון ספר חסידים וואס מען זאגט בדרך הלצה אז די עשרת הדברות וואלט געדארפט שטיין אין ספר חסידים וואלט מען געווען שטארק נזהר אין דעם, און אין זכות פון כיבוד אב ואם וועט מען זוכה זיין צו למען יאריכו ימיך ולמען ייטב לך אמן.

בזכות כיבוד אם איז געווען א ישועה

דער הייליגער אהבת ישראל מוויזניץ זיע"א האט געדארפט פועל'ן א ישועה פאר א מיידל וואס איז געווען גייסטיש קראנק כדי צו קענען זאגן "א גוטע וואך" פאר זיין מאמע אזוי ווי ער האט זיך געפירט, ווייל זיין מאמע האט זיך אויסגעדרייט איר קאפ ווען איר זון איז געקומען זאגן א גוטע וואך, און אים געזאגט אז ער מוז צוזאגן א רפואה פארן מיידל און האט צוגעזאגט און טאקע יענע וואך איז אהיים געפארן די מיידל פון רבי'ן א געזונטע.