פרדס יהודה במדבר בלעטל תשס"ט המשך

פרדס יהודה במדבר בלעטל תשס"ט - - - פרדס יהודה במדבר בלעטל תשס"ט המשך - - - צוריק צו פרדס יהודה בלעטל


8] ויהי כל בכור זכר וגו' שנים ועשרים אלף: (ג' מ"ג) פרעגט דער רמב"ן היתכן אז שבט לוי האט געהאט אזוי ווייניג מענטשן וואס איז נישט העלפט פון די קלענסטע שבט. און ער ענטפערט, וויבאלד שבט לוי האט נישט געהאט קיין שיעבוד אין מצרים און די פסוק זאגט: וכאשר איז די ברכה פון (שמות א יב) יענו אותו כן ירבה וכן יפרוץ כן ירבה וכן יפרוץ, נאר פאר די וואס מען האט געפייניגט מיט שיעבוד, אבער נישט די בני לוי, דער כלי יקר ענטפערט ווייל שבט לוי זענען געווען די מחנה שכינה. ואין השכינה שורה פחות מכב אלף. דעריבער האט דער רבשע געוואלט אז זיי זאלן האבן נאר כב אלף אונז צו לערנען: אין השכינה שורה פחות מכב אלף. נאך א תירוץ פון כלי יקר: ווייל כלל ישראל האט געדארפט שפייזן שבט לוי האט מען זיי געמאכט ווייניגער פון די אנדערע שבטים עס זאל זיין גרינגער זיי צו מפרנס זיין, ער שלאגט דאס אפ ווייל צודען איז דער האנט פון אויבערשטן קליין צו קענען מפרנס זיין שבט לוי וואס טוען דעם רצון הבורא, אפי' זייענדיג א גרויסע פאלק. נאך א תירוץ וויל דער רמבן זאגן: אז דער ארון האט גורם געווען אז זיי זענען געווען ווייניג, אבער ער שלאגט דאס אפ ווייל די לוים האבן נאך נישט געטראגן דעם ארון.

*****************
מדור העובדות: געגעבן א נייע נשמה צו בלייבן לעבן

אין א שטאט לעבן רוזין האט געוואוינט ר' יוסף וואס איז געווען א איש מכובד, א עושר, וואס די גאנצע שטאט האט זיך געפירט אונטער אים, ער איז געווען פון די חבורה פון הייליגן ריזינער זצ"ל, וואס איז געפארן צו אים אסאך מאל, און האט גארנישט געטאן אן דעם וואס ער האט געפרעגט דעם רבי'ן, ער איז אויך געווען גבאי פון די חברה קדישא. איין מאל האט א עושר פון שטאט גערופן די חברה קדישא און האט געגעבן א שיינעם אלט'ן זילבענער לייכטער,וואס האט געהאט א ווערד פון 100 רובעל א גרויסע פארמעגן, וואס דורך דעם האט ער געבעטן א מקום קבורה וואס ער האט אויסגעוועלט. און די לייכטער איז געלעגן ביי ר' יוסף אין שטוב, דער עושר איז נפטר געווארן און מען האט אים געלייגט אין זיין פלאץ וואס ער האט געקויפט דורך די לייכטער. נאך די לויה האבן די אנשי העיר געזעהן אז דער בית החיים איז שוין קליין, און מען דארף דאס פארברייטערן. האט מען געבעטן פון ר' יוסף אז ער זאל פארן קיין רוזין און בעטן דעם הייליגע רבי'ן אז ער זאל קומען מתקן זיין דעם בית החיים און פאר זיין טירחה וועט מען אים געבען די חשוב'ע לייכטער. ער איז געפארן צום רבי'ן און געבעטן אז דער רבי זאל קומען און מען וועט אים געבן די לייכטער פאר א מתנה, דער רבי האט געזאגט: יעצט קען ער נישט פארן, אבער אז עס וועט זיך מאכן אז ער דארף זיין נאנט צו זייער שטאט וועט ער קומען, א צייט שפעטער האט מען געבעטן ר' יוסף נאכאמאל גיין און בעטן דער רבי אז ער זאל קומען און מוסיף זיין אויף דער בית החיים און איז געפארן, און דער רבי האט נאך נישט מסכים געווען צו קומען, אבער ער האט זיך אנגערופ'ן אז כל זמן ער וועט נישט קומען וועט מען נישט דארפן מוסיף זיין און מענטשן וועלן נישט שטארבן.

ר' יוסף איז צוריק געפארן אין שטאט אריין און דערציילט וואס דער רבי האט אים געזאגט, צדיק גוזר, און עס איז א דורך א גאנצע יאר וואס די רבי איז נישט געקומען, און קיינער איז נישט געשטארבן אין יענער שטאט, נאך דעם יאר האט פאסירט אז הרה"ק ר' מרדכי מטשרנאביל זיע"א איז געקומען אין שטאט און מען האט אים געבעטן אז ער זאל מוסיף זיין דער בית החיים, און פאר זיין טירחה וועלן זיי אים געבן די חשוב'ע לייכטר פאר א מתנה, דער רבי האט מסכים געווען, און ער איז געקומען מארגן אינדעפרי און די גאנצע שטאט האט זיך איין געזאמעלט. און ר' יוסף איז דעמאלטס נישט געווען אין דער היים. ווען ר' יוסף איז אנגעקומן ביינאכט. האט זיין ווייב דערציילט אז די מענטשן פון שטאט האבן געבעטן פון טשרנאבילער מגיד רבי אז ער זאל מוסיף זיין דער בית החיים און פאר זיין טירחה וועלן זיי אים געבן די חשוב'ע לייכטר פאר א מתנה, און ער האט מסכים געווען דערצו, ר' יוסף איז דאס נישט געפעלן און נישט געוואלט טשעפען דעם כבוד פון זיין רבי, ווען עס איז געווארן אין דעפרי זענען די שטאט'ס מענטשען געקומען צו ר' יוסף אפנעמען די לייכטער, וואס ער האט צוגעזאגט צו זיין רבין פון רוזין, און האט נישט מסכים געווען צו געבן, די אנשי העיר זענען אריין צום טשרנאבילער מגיד וואס האבן געזאגט אז ר' יוסף איז נישט מסכים דאס צו געבן, האט דער מגיד געהייסן אז מען זאל רופן ר' יוסף צו אים, און ער איז געקומען. ר' יוסף האט געזאגט דעם טעם פארוואס ער האט דאס נישט געוואלט געבן די חשוב'ע לייכטער פאר'ן רבי'ן, וויבאלד ער האט דאס צו געזאגט פאר'ן ריזינער, האט זיך דער רבי אנגערופן עטלעכער מאל אז ער זאל עס אים געבן די לייכטער, און ער האט נישט געוואלט, און דער רבי איז געווארן אין כעס אויף ר' יוסף און האט זיך אנגערופ'ן אן אז אויב וועסט דאס נישט געבן, וועסטו וויבאלד דער רבי האט געהאט נישט איבערלעבן דעם יאר, האט ר' יוסף חלישת הדעת און איז געווארן פארשעמט ברבים, געזאגט יהי' מה שיהי' איך קען נישט געבן א זאך וואס באלאנגט צום ריזינער, און דער מגיד האט נישט געוואלט מוסיף זיין אויף דעם בית החיים און איז אוועק פון שטאט, דער ר' יוסף האט למעשה געווארן דערשראקן פון קפידה פון הייליג'ן מגיד, און ער איז געפארן צום ריזינער, און דערציילט וואס האט דא פאסירט, און האט מורא פונעם קפידה, האט דער רבי'ן זיך אנגערופן אז ער זאל זיך נישט דערשרעקן ווייל עס וועט אים נישט שאטן נאר ער האט אים געווארנט ער זאל נישט באווייזן זיין פנים צום מגיד איז ער אים מבטיח אז עס וועט אים גארנישט שאטן, און דער ר' יוסף האט געפאלגט דעם רבי'ן און אזוי האט ער געלעבט זיין לעבן.

יארן שפעטער ווען דער זון פון הייליגער ריזינער הרה"צ ר' דוב בער איז געווארן א חתן ביי הרה"ק ר' אהרן דער זון פון טשערנאבילער מגיד, האט ר' יוסף אויך געקומען צו די חתונה אבער ער האט אכטונג געגעבן זיך נישט באווייזן פאר'ן מגיד ביים לעצטן שבע ברכות האט ר' יוסף שוין נישט געקענט איינהאלטן נישט זיין ביים הייליגן טיש פון זיין רבי, האט ער געשטאנען אונטער זיין רבין אז דער מגיד זאל אים נישט זען, אינמיטן סעודה איז דער ריזינער מכבד דעם מגיד צו טיילן וויין פאר דעם עולם וואס זיצן, נאך דעם האט דער מגיד זיך אויסגעדרייט און וויל טיילן פאר די אידן וואס שטייען אונטער אים און ער דערזעט ר' יוסף און קוקט און קוקט אויף אים און זאגט קען דאס זיין יענער ר' יוסף, און נאכאמאל האט ער געזאגט אז דאס קען נישט זיין, אזוי חזר'ט זיך איבער דריי מאל ביז דער הייליגער ריזינער האט זיך אנגעכאפט די הענט פון דער מגיד און ער האט אים אנגערופן און געזאגט איך בעט דיר מיין פעטער און צו שטער נישט מיין שמחה, און , לאז מיר אים אפ מחותן דער מגיד האט געפאלגט, און האט אים נישט אנגעקוקט, נאכ'ן סעודה ווען ר' יוסף איז געגאנגען זיך געזעגענען פון זיין רבי'ן ,האט ער אויף אים געבייזערט פאר וואס ער האט זיך נישט צו געהערט צו אים? זאלסט וויסן אז דו ביזט געווען אין א גרויסע סכנה, נאר איך האב רחמנות געהאט אויף דיר און איך האב אריין געלייגט א אנדערע נשמה אין דיין גוף און וועגן דעם האט דער מגיד דיר נישט דערקענט, אבער ווען איך האב געזעהן אז דער רבי קוקט דיר אן מער און מער, האב איך זיך דערשראקן און איך האב אים געבעטן אז ער זאל דיר אפלאזן.

געווינט א ספר נועם אלימלך

שרייבט אונז אריין וואס מען קען זיך אפלערנן פון דעם מעשה וואסמען האט געברענגט אין גליון, און מען וועט אריין גיין אין א גורל פאר א קליינער ספר נועם אלימלך וואס מען קען מיט זיך טראגן פאר א הייליגע שמירה. אויך פון די אינטרעסאנטע תשובות וועט מען דרוקן אי"ה אין א קומענדיגע גליון.

אינטרעסאנטע ידיעה: 2 רבינו בחיי און ווער איז רבינו יונה

דער ספר חובת הלבבות איז א יסודותדיגע מוסר ספר וואס האט אין זיך 10 שערים ווי צו דינען דעם אויברשטן, דער ספר איז געשריבן געווארן אין לשון ערבי וואס שפעטער האט מען דאס איבער געטייטשט אויף לשון הקודש, וואס אין ספר צדה לדרך - א תלמיד רבינו אשר דער טאטע פון ר' יעקב אשכנזי דער בעל הטורים, פון דעם רא"ש,- שרייבט אז מען זאל לערנען ספר חובת הלבבות אין עשרת ימי תשובה. און ספר ראשית חכמה איז אויך געבויט אויף דעם ספר. דער מחבר פון ספר איז רבינו בחיי בן יוסף אבן פקודה. אבער דאס איז נישט דער זעלבע מחבר פון רבינו בחיי אויף די תורה, וואס ער הייסט רבינו בחיי בר אשר מסקרקסטא, ער האט געלעבט בערך 130 יאר נאך דער רבינו בחיי מחבר פון חובת הלבבות. דער רבינו רבי שלמה ברבי אברהם בן בחיי עה"ת איז געווען א תלמיד פון רשבא, . דער רבי פון דער רשבא איז געווען רבינו אדרת נפטר ה' אלפים ע' וואס איז געווען דער רבי פון כ"ד אלפים נפטר ה' חשון ה' יונה מגירונדי די רבינו בחיי . און רבינו יונה איז געווען א תלמיד פון די רמב"ן, , רבינו יונה חוץ פון זיינע אלפים ל' רבי משה בן נחמן נפטר י"א ניסן ה' חידושים אויף שס, איז ער מער באוואוסט מיט זיין הייליגן ספר שערי תשובה לרבינו יונה. א מוסר ספר וואס אלע לערנען דאס, ער האט אויך מחבר געווען א פירוש אויף ספר משלי. אין ספר רבינו בחיי על התורה אין זיין הקדמה שרייבט ער דאס גדלות פון זיין רבי דער רבינו יונה עיי"ש. דער רבינו בחיי עה"ת האט אויך מחבר געווען א ספר כד הקמח. רבינו בחיי - וואס איז געווען א תלמיד פון די רשב"א און איז געווען א תלמיד פון רבינו יונה - איז מפליא דעם פירוש רבינו יונה אויף משלי און שרייבט אז מען זאל לערנען דעם פירוש צווישן פסח און שבועות. דבר בעתו מה טוב.