פרדס יהודה בלעטל ראה תשס"ט

צוריק צו פרדס יהודה


ראה

אנכי: האב איך אליין געזאגט

1] ראה אנכי נתן לפניכם היום ברכה וקללה: (י"א כ"ו) לכאורה איז שווער ווייל מיר ווייסן אז שכר בהאי עלמא ליכא און דא שטייט אין פסוק ראה אנכי נתן לפניכם היום און לכאורה מיינט דאס שכר אויף די וועלט? נאר עס איז באוואוסט די קשיא פארוואס שכר מצוה בהאי עלמא ליכא און עס איז נישטא די לאו פון לא תלין פעולת שכיר?נאר עס שטייט אז אויב מען דינגט א ארבעטארער דורך א שליח איז נישטא די לאו פון לא תלין און ווען משה רבינו האט געגעבן די תורה איז ער געווען א שליח אויב אזוי איז נישטא די לאו פון לא תלין ביי שכר פון די מצוות, אבער די מצוה פון אנכי ולא יהיה לך, האט דאך דער אויבערשטער אליין געזאגט, און נישט דורך א שליח, איז אויף דעם איז יא דא שכר אויף די וועלט, קען זיין פשט אין פסוק: ראה אנכי: איך האב אייך געגעבן, אנכי, איז דעריבער היום ברכה איז דא שכר אויף די וועלט און דאס שטייט ווייטער אין פסוק את הברכה, די שכר אויף די וועלט ווייל אשר תשמעו, פארוואס? ווייל אנכי: דאס האב איך אליין געזאגט.
(אמרי יהודה בערזאן)

אלעס איז מיט א חשבון

2] ראה אנכי נתן לפניכם היום ברכה וקללה: (י"א כ"ו) אלעס וואס טוט זיך אפ אין די וועלט איז פון רבש"ע און גארנישט איז בדרך הטבע אדער א מקרה -א טרעפונג- . קען זיין דער רמז ראה אנכי: אז איך בין דער וואס איז נתן לפניכם היום ברכה וקללה, אלעס איז פון מיין הנהגה. אלעס איז מיט א חשבון.
(רבי משה לייב מסאסוב)

ענדע וועלן אידן תשובה טאן

3] את הברכה אשר תשמעו והקללה אם לא תשמעו: (י"א כ"ז) פארוואס ביי די ברכה שטייט דער לשון אשר א לשון פון וודאי און ביי די קללה שטייט אם לא תשמעו א לשון פון ספק? נאר מען קען זאגן אז דאס איז זיכער אז ענדע וועלן אידן תשובה טאן און טאן די מצות פון ה' - ווי צדיקים טייטשן אויפן פסוק והיה עקב תשמעון אז ענדע וועט מען זיך מוזן צוהערן צו די מצות פון ה'-דעריבער שטייט ביי די ברכה אשר א לשון פון ודאי, אבער ביי די קללה איז א ספק ווייל הלואי וועלן די אידן נישט טאן עבירות וועט נישט זיין קיין קללה נאר ברכה
(פנים יפות לבעל הפלאה)

עושר פון ברכה

4] עשר תעשר: (י"ד כ"ב) דארש'נט חז"ל (שבת קיט.) עשר בשביל שתתעשר. לכאורה דארף מען פארשטיין ווייל עס שטייט (קהלת ה יב) עושר שמור לבעליו לרעתו, ומי שיש לו מנה רוצה מאתים, איז דאך עשירות נישט א ברכה, נאר מען מוז זאגן אז דער עושר וואס חז"ל זאגן צו , איז א עושר פון ברכה,. און נישט קיין שלעכטס פאר דעם מענטש.
(ליקוטי יהודה בשם האמרי אמת)

עסט נישט האבן קיין שלעכטע צייטן

5] נתון תתן לו ולא ירע לבבך בתתך לו: (ט"ו י) אמאל טראכט א מענטש אז ער קען נישט געבן קיין צדקה ווייל ער וועט דארפ'ן די געלט ווען ער וועט ווערן אלט און ער וועט דאס דארפן פאר דאקטוירים און אויף צו לעבן, איז די תורה מבטיח נתון תתן גיב צדקה ווייל ולא ירע לבבך: אז דו וועסט נישט ווערן קראנק ווען דו וועסט ווערן עלטער, און וועסט נישט האבן קיין שלעכטע צייט'ן, דאס מיינט לא ירע, דכל המרחם על הבריות מרחמין עליו מן השמים
(וחי בהם ר' חיים יהודה ווייס תלמיד ערוגת הבושם)

זאגן צום ארימאן דברי פיוס

6] על כן אנכי מצוה לאמר פתח תפתח את ידך לאחיך לענייך וגו' (ט"ו י"א) לכאורה דארף מען פארשטיין דעם לשון לאמר. עס האט געדארפט שטיין על כן אנכי מצוך פתח תפתח. נאר מיר ווייסן אז מען גיט צדקה און מען איז אויך מפייס דעם ארימאן באקומט מען י"א ברכות (ב"ב ט:) ממילא זאגט די הייליגע תורה אנכי מצוך לאמר: זאלסט זאגן צום ארימאן דברי פיוס: פתח תפתח את ידך אז דער אויברשטער וועט העלפן אז דו וועסט אויך ווערן א עושר און עפענען דיין האנט און אויסטיילן צדקה.
(הרה"ק ר' יצחק מווארקא).

שמחה דורך זיך האלטן קליין

7] והיית אך שמח: (ט"ז ט"ו) - דער שורש פון אלע שלעכטע מדות איז גאות מען האלט זיך גרויס ממילא קומט דיר דאס ווערן צו בראכן און מען ווערט אין כעס וכדומה אבער א מענטש וואס האלט זיך קליין און איז בשפלות אים קומט גארנישט ממילא איז ער בשמחה מיט וואס ער האט - איז דאס מיינט דער פסוק והיית אך - א לשון פון מיעוט . זיך האלטן קליין - ממילא שמח: וועט מען זיין בשמחה.
(געבויט אויף דא"ח פון אמרי חיים – וויזניץ)

א בריוו פון א לייענער

בס"ד, טייערע מערכת הי"ו
איך האב געזעהן אין אייער תורה בלעטעל פ' עקב דעם זכות אז מען לערנט מיט יענעם איז מען זוכה צו אריכת ימים, - פון הרה"ק ר' חיים פאלאג'י זיע"א- איך וויל צו לייגן א ווארט פון הייליגן חתם סופר זצ"ל זי"ע אז א איד וואס איז א מזכה את הרבים אזוי ווי איר זענט מזכה טויזענטער משפחות, איז מען זוכה צו גוטע קינדער (כל היום חונה ומלוה וזרעו לברכה) איז דאס דעם שענסטער אריכות ימים אויף די וועלט און אויף יענע וועלט צו האבן גוטע קינדער און איינקלאך בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצות עד ביאת גואל צדק בב"א. אייערע פירות וועט ברענגען פירותיהן בעולם הזה והקרן קיימת לעולם הבא איך ווינטש אייך הצלחה רבה.
א געטרייער לייענער

מדור העובדות

מען דארף פאלגן וואס די צדיקים זאגן אפילו מען פארשטייט נישט

את הברכה אשר תשמעו: מען דארף פאלגן וואס די צדיקים הייסן אפילו מען פארשטייט נישט זייערע כוונה, ווייל זיי מיינען נאר די טובה פון די חסידים מיט די סיפור קען מען דאס פארשטיין . הרה"ק ר' זעליג פון שרענצק (נס' ז' שבט תר"ז) וואס איז געווען פון די חבריא פון הייליגן פשיסחא און ער האט זיך נאך געווייגט ביי דעם רבי ר' זושא און הייליגן קדושת לוי זיע"א און שפעטער געפירט באדמורו"ת און איז געווען א גרויסער בעל מופת און שטענדיג גערעדט אפענע רייד.

חסידים און אנשי מעשה האבן דערציילט וואס האט פאסירט: איינמאל זענען זיי געזעצן צוזאמען ביים טיש פון הה"ק ר' זעליג זצוק"ל עסן א סעודה און האבן געזען א מעשה נורא וואס מען האט געזען ווי ער רעדט עתידות . ווען מען האט זיך געגעבן לחיים איז דארטן געווען א יונגערמאן נישט א חסיד פון רבי'ן וואס ווען ער האט געגעבן לחיים האט אים דער רבי געזאגט אז ער זאל שוין אהיים גיין און אוועק רוקן די בעט פון זיין קליין קינד פון זיין פלאץ, אבער דער יונגערמאן האט זיך נישט געמאכט צו טאן פון רבי'ן און ער איז ווייטער דארט געזעסן מען האט זיך געוואשן און מען האט געגעבן נאך אמאל לחיים און דער יונגערמאן איז אויך געגאנגען געבן לחיים האט אים דער רבי געזאגט אין א שטרענגן לשון אז ער זאל שוין אהיים גיין אזוי ווי פריערט, ווען די חסידים האבן דאס געהערט האבן זיי אים געזאגט אז ער זאל פאלגן דעם רבי'ן אבער ער האט זיך נישט געמאכט צו טאן ווען עס איז געקומען צום דריטן מאהל פון לחיים האט דער רבי אנגערופן און געשריגן מיט שטרענגע און שארפע רייד פארוואס הערסטו זיך נישטאיין? גיי שוין אהיים!! און יעצט האבן שוין די חסידים אים געשטופט און דער יונגערמאן האט זיך דערשראקן און ער איז אהיים געלאפן און שנעל אוועק גערוקט די בעט פון זיין קינד נישט פאר שטיין פאר וואס, און איז צוריק צו די סעודה פון רבי'ן און עס גייט נישט אריבער א פערטל שעה און א שליח קומט צו לויפן און דערציילט ווי דער לייכטער העכער וואו דער קינד האט געהאט געלעגן איז אראפ געפאלן אויפן ערד און נישט אויפן קינד. און ווען נישט דער רבי און די חסידים.......... זיע"א.

ראה אנכי נתן לפניכם היום ברכה וקללה: (יא כו) אלעס איז מיט א חשבון. (רבי משה לייב מסאסוב) אות 2

מען קען דא צו שטעלן א מעשה וואס איז געווען ביים הייליגן אבני נזר: עס איז געווען פון זיינע חסידים וואס איז געווארן א סוחר און וועגן זיין מסחר האט ער געדארפט פארן נאך פסח פון פוילן קיין רוסלאנד. און דארטן איז נישטא קיין אידן. ער האט געוואלט צוריק קומען אויף שבועות צו זיין מיט זיין רבי הגה"ק דער אבני נזר זצ"ל. אבער ער האט נישט געקענט צוריק קומען אין צייט, האט ער זיך משתדל געווען צו קומען צו א שטאט צו האלטן יו"ט. ערב יו"ט איז ער אנגעקומען אין א קליינע שטאט וואס דארט איז געווען א קליינע ישוב פון די קאנטאניסטן

[דער צאר ניקאלי האט געוואלט אז די אידישע קינדער זאלן אויך ארבעטן אין די מיליטער, און וועגן דעם האט מען געכאפט די קליינע קינדער ווען זיי זענען נאך געווען זייער יונג כדי זיי אוועק צורייסן פון אידישקייט און מען האט זיי געהייסן עסן טריפות און נבילות כדי צו פארגעסן אז זיי זענען אידן. ווען זיי זענען שוין געקומען אין מיליטער האבן אסאך פון די קינדער נישט געקענט ביישטיין דעם נסיון איז נאר איבער געבליבן אביסל פון זיי וואס האבן זיך אביסל געהאלטן ביי אידישקייט, ווען זיי זענען געווארן באפרייט פון מיליטער און זיי האבן נישט געטראפן קיין פלאץ האבן זיי געגרינדעט א יישוב און א שול פאר זיי אליין. און דער וואס האט נאך געדענקט די מערסטע פון זיי ער איז ער געווארן זייער מורה דרך און רב און פארשטיייט זיך אז זיי האבן געהאט מאדנע מנהגים ווייל זיי האבן אלעס פארגעסן].

דער סוחר וואס ער איז געווען א ירא שמים און א תלמיד חכם האט געהאט עגמת נפש צו זיין אין אזא חבורה יו"ט שבועות. אבער בלית ברירה האט ער געמוזט דארטן בלייבן כדי צו קענען דארטן הערן קריאת התורה און עשרת הדברות. נאך יו"ט ווען ער איז צוריק אהיים איז ער געגאנגען צו זיין רבי דער אבני נזר זצ"ל און ער האט אים דערציילט אלעס וואס האט פאסירט און וואס איז אריבער אויף די אידן די קאנטאניסטן און וואס ער האט געהאט צער וואס ער האט נישט געקענט זיך משתתף זיין ביים רבי'ן. ווען דער רבי האט געהערט האט ער אים געזאגט אז דו ביזט דארטן געווען מוז עס זיין א סיבה מן השמים, און ער האט אים אויס געפרעגט צו ער האט געהערט אדער געזען דארטן א חידוש? ווען דער סוחר האט אנגעהויבן רעדן וועגן זייערע מנהגים האט ער זיך דערמאנט אז דער רב האט זיך אויפגעשטעלט פאר קריאת התורה און ער האט גע'דארש'נט א דרשה ברבים פון דעם ענין פון קבלת התורה, אויף די חז"ל (שבת פ"ח) כפה עליהם הר כגיגית וכו' שם תהא קבורתכם, האט דער רב געפרעגט וואס איז פשט שם תהא קבורתכם, די אידן זענען דאך דארטן געשטאנען אונטער די בארג, אויב אזוי וואלט געדארפט שטייט פה תהא קבורתכם?

נאר מען קען זאגן א ביאור אז בשעת מתן תורה ווען אלע אידן זענען דארטן געשטאנען מיט משה און אהרן און די זקנים, אוודאי האבן זיי מקבל געווען די תורה, און פאר זיי האט נישט געדארפט זיין כפה עליהם הר כגיגית! אבער דער אויבערשטער האט געוואוסט אז זיי וועלן גיין אין גלות און די רשעים וועלן ווילן ארויס רייסן אונזערע אמונה, און דארט אויב מען וועט זיך נישט בויגן צו דעם אויבערשטן וועט מען נישט קענען בלייבן א ערלעכע איד און מען וועט זיך אפלערנען פון די גוים, און דאס האט דער אויבערשטער געזאגט: אם תקבלו את התורה מוטב ואם לאו, שם, דאס הייסט אין די מרחקים טיף אין גלות אין רוסלאנד תהא קבורתכם. איז יעצט ווען מיר זענען אין גלות דארף מען האבן א עקסטרע שמירה זיך צו האלטן אין אידישקייט און צו האלטן די תורה און שבת, און א יעדע איינער זאל מחזק זיין זיין חבר, און אזוי וועט מען קענען צו זאמען מיט אונזערע קינדער זיין ריכטיקע אידן. און דער סוחר האט דערציילט אז יעדע איינער האט אנגעהויבן צו וויינען און מען האט זיך פארגענומען אז מען וועט אפהיטן די תורה.

ווען דער גאון בעל אבני נזר האט געהערט דער דרשה פון דעם רב פון די קאנטאניסטן האט ער געזאגט פארן סוחר זיין חסיד: הערטס אויס!! מה' מצעדי גבר (תהלים ל"ז כ"ג) עס איז געווען כדאי דיינע אלע פלאגעניש פון די גאנצע וועג וואס דאס איז וועגן פון מסבב כל הסיבות האט דיר געפירט וועגן ארויס צונעמען דעם פירוש און האסט געהאט א זכיה ארויס ראטעווען א זעלכע הייליקע דיבורים און וועלן ווערן מפורסם, און דער אבני נזר האט כסדר איבערגע'חזר'ט די דרשה.

דער פסק הלכה איז געקומען פון אויבן.

עס ווערט דערציילט אז דער מנהג פון בעל מאיר נתיבים - א תלמיד פון בעל שם טוב - ווען ער האט געגעבן א היתר עגונה פאר א פרוי, ווען ער האט געענדיגט דעם היתר האט ער נישט גע'חתמ'עט נאר ער האט געפאסט א גאנצע טאג און נאך דעם האט ער גע'חתמ'עט אויף דעם היתר, און דאס געגעבן פארן פרוי, איינמאל האט ער געדארפט געבן א היתר עגונה פאר א פרוי און איז געגאנגען געבן א היתר אין דעם צייט וואס זי איז געקומען צו אים, און ווען ער האט געוואלט חתמען, איז די פעדער אראפגעפאלן, האט ער געזאגט זי זאל קומען נאך אמאל און די זעלבע זאך איז געשען, אויך א דריטע מאל איז די זעלבע זאך געשען, האט ער זיך אנגערופן אן אז דיין מאן לעבט, גיי זוך אים, איז זי ארויס געגאנגען אין שטאט און געטראפן איר מאן.