פרדס יהודה בלעטל נח תש"ע
נח
1] צדיק תמים היה בדורותיו: (ו' ט') דער הייליגער בעש"ט איז מפרש דעם
פסוק (תהלים קי"ט) מאויבי תחכמנו מצותיך, אז דורך די מסירת נפש פון מיינע
שונאים לערן איך זיך אפ ווי צו טאן מצות, איז אז נח האט זיי געווארענט אז
עס וועט זיין א מבול זענען זיי געווען אריין געטאן אין גזל און חמס מיט
מסירת נפש, און פון דעם האט נח אפגעלערנט א דרך אין עבודת השי"ת אז
מען דארף טאן מצוות ומעשים טובים מיט מסירת נפש, און דורך דעם איז ער
געווארן א צדיק תמים, דאס מיינט בדורותיו: אז דורך זיין דור האט נח זיך
אפגעלערנט ווי צו זיין א צדיק תמים.
(תפוחי חיים פאנעט)
2] צדיק תמים היה בדורותיו: (ו' ט') זאגט רש"י יש דורשין לגנאי לפי דורו
היה צדיק ואילו היה בדורו של אברהם לא היה נחשב לכלום: לכאורה דארף
מען פארשטיין אז די תורה רופט אים אן א צדיק איז ווי קען מען זאגן אז לא
נחשב לכלום? נאך דארף מען פארשטיין וואס אלע מפרשים פרעגן פארוואס
איז נח נישט ארומגעגאנגען זאגן מוסר אז עס וועט קומען א מבול כדי מען
זאל תשובה טאן און האט נאר עוסק געווען אין בויען א תיבה אז מענטשן
זאלן פרעגן? נאר יעדער צדיק טוט זיין הנהגה לויט דעם דור ווי מען זעט אז
אברהם אבינו האט געהאלטן וויכוחים מיט די גוים צו ווייזן אז עס איז דא א
באשעפער אויף די וועלט, ווייל אין זיין דור האט מען דאס געקענט טאן אבער
אין דער דור פון נח איז די הנהגה געווען, ווייזן ווי א צדיק דארף זיך אויפפירן
כדי דער דור זאל זיך אפלערנען, אבער זאגן מוסר וואלט נישט געהאלפן ווייל
דער דור איז געווען אזוי אריינגעלייגט אין גזל, חמס און עבודה זרה, איז קען
זיין פשט אין רש"י: בדורו של אברהם לא היה נחשב לכלום, נישט פשט אז נח
וואלט נישט געווען א צדיק, נאר זיין עבודה פון ווייזן ווי א צדיק דארף זיך
אויפפירן וואלט נישט געהאלפן, און די זעלבע ווען אברהם וואלט געווען אין
דור המבול וואלט זיין רעדן אפשר אויך נישט געהאלפן, דעריבער זאגט רש"י,
לא היה נחשב, זיין עבודה וואלט נישט משפיע געווען אויפן דור, דעריבער איז
גוט פארוואס נח איז נישט ארומגעגאנגען זאגן מוסר.
(שמח זבולון)
3] צדיק תמים היה בדורותיו: (ו' ט') דארף מען פארשטיין: אז דא רופט מען
נח א צדיק תמים און שפעטער (ז' א) שטייט כי אותך ראיתי צדיק לפני, נאר א
צדיק און נישט א תמים. נאר מען קען דאס פארענטפערן מיט וואס עס
שטייט אין ספר בארות המים פון הרה"צ ר' מענדל מרימינוב זצוק"ל, אז אין
הימל איז געווען אן געשריבן אז נח דארף זיין דער צדיק הדור נאר דער דור
האט אים אפגעהאלטן, האט דער אויבערשטער געשיקט א מבול און דורך
דעם איז געווארן דער רצון פון השית דערפילט, און נח איז געווארן דער
צדיק הדור עכ. איז מיט דעם קען מען זאגן בדרך אפשר אז צדיק תמים
מיינט מען צדיק הדור וואס ער איז די שלימות פון דור, דעריבער שטייט נח
איש צדיק תמים ווייל עס איז נגזר געווארן אז ער זאל זיין דער צדיק הדור.
אבער אין פסוק א' שטייט כי אותך ראיתי צדיק, ווייל יעצט איז געווען פארן
מבול וואס דער דור האט אים אפגעהאלטן פון זיין א צדיק תמים און
דעריבער רופט אים אן די תורה נאר צדיק.
(שמח זבולון המו'ל)
4] צדיק תמים היה בדורותיו: ברענגט רש"י יש מרבותינו דורשים אותו
לשבח ויש שדורשים אותו לגנאי, לפי דורו היה צדיק. אסאך פשטים זענען
געזאגט געווארן אויף דעם רשי: דער מקור פון רש"י איז פון די גמ' אין
סנהדרין (דף ק"ח.) און פון מדרש רבה (פ"ל ט). אין די גמ' איז דא א מחלוקת ר'
יוחנן און ריש לקיש, ר' יוחנן זאגט בדורותיו ולא בדורות אחרים און ר"ל זאגט
בדורותיו וכ"ש בדורות אחרים. און אין מדרש איז דער מחלוקת צווישן ר'
יהודה און ר' נחמיה, לויט ר' יהודה, ווען נח וואלט געווען אין דור פון משה
אדער שמואל וואלט ער נישט געווען א צדיק, איז לכאורה לויט די צוויי
מקומות זעט מען נישט דערמאנט דעם נאמען פון אברהם דארף מען
פארשטיין פון וואו נעמט רש"י זיין לשון ואלו היה בדורו של אברהם לא היה
נחשב כלום וצ"ע, אויך איז לכאורה שווער, ווייל בדורותיו מיינט אין די דורות
וואס נח האט געקענט און לויטן חשבון האט אברהם אבינו געזען נח אויב
אזוי אז עס שטייט תמים היה בדורותיו מיינט מען צדיקים אין זיין דור און
אברהם איז געווען אין זיין דור, און לויט ר' יהודה אז ער זאגט בדור של משה
אדער שמואל איז גוט וצ"ע. נאר דער מהר"ל אין גור אריה שרייבט: אז
בדורותיו מיינט צו ממעט זיין דעם צדיק וואס איז געקומען נאך זיין דור וואס
דאס איז געווען אברהם, איז לויט דעם פארענטפערט רש"י. וואס ברעגט דעם
לשון בדורו של אברהם.
(שמח זבולון- המו"ל)
5] עשה לך תיבת עצי גפר: (ו' י"ד) נח האט געארבעט אויפן תיבה 120 יאר און איז געגאנגען ברענגען טייערע האלץ. דארף מען פארשטיין אויב דער דור זענען געווען גזלנים פארוואס האבן זיי נישט צו גענומען די האלץ פון נח? נאך דארף מען פארשטיין אז חז"ל זאגן אז די תיבה האט נאר אריינגענומען ווער עס האט נישט געזינדיגט, איז ווי אזוי האט דאס די תיבה געוואוסט? נאר מען קען דאס מסביר מיט א מעשה וואס איז געשען אין שטאט לעמבערג וואס דארטן איז געווען א צדיק נסתר מיטן נאמען ר' וועלוועל בלוטניק זצ"ל וואס האט געוואוינט אין א אלטע שטוב און דער בעל הבית האט געוואלט איינווארפן די שטוב און דאס מאכן גרעסער, האט ער געדונגען ארבעטארער'ס דאס צו טאן, דער ר' וועלוועל האט געהאט זיין געלט באהאלטן אין דעם דאך און די ארבערטארער האבן אין דעם דאך געטראפן דעם אוצר, און זיי האבן געטראכט אז מען וועט נישט דערציילן און זיי זענען געגאגען אין שענק צו טרינקן, ווען זיי האבן געוואלט ארויסנעמען די געלט צו באצאלן האט אנגעהויבן זייער הענט צו ציטערן, און אויך די הענט פון דעם שענקער האט אויך געציטערט, אין מיטן קומט אריין דער בעל הבית וואס האט זיי געדונגען און זעט וואס גייט דא פאר, האט ער געפרעגט צו זיי האבן גענומען די געלט וואס איז געלעגן אינעם דאך? זאלט איר ווייסן אז דאס באלאנגט צום צדיק ר' וועלוועל און זיין הייליגער געלט האט אייך נישט געלאזט גאנבענען. זיי האבן שנעל גערופן ר' וועלוועל און אים צוריק געגעבן זיין אוצר און זייערע הענט האבן אויפגעהערט צו ציטערן.
זעט מען אז א צדיק לייגט אריין א קדושה אין זיינע חפצים אז זיי לאזן נישט
אז מען זאל טאן א עבירה מיט זיין חפץ, קען זיין די זעלבע איז געווען ביי נח,
וואס האט אריינגעלייגט א קדושה אין די האלץ אז דורך דעם האט די חפץ
פון צדיק נישט געלאזט אז מען זאל טאן א עבירה מיט דעם, דעריבער האט
מען נישט געקענט גאנבענען די האלץ פון די תיבה, און מיט דעם קען מען
פארשטיין פארוואס די תיבה האט נישט אריינגעלאזט די בעל עבירה ווייל נח
האט געבויט די תיבה מיט אזא קדושה וואס האט נישט געקענט סובל זיין
בעלי עבירה דעריבער האט זיי די תיבה נישט אריינגענומען.
(היכל ישראל)
6] ויבוא נח וגו' מפני מי המבול: (ז 'ז') זאגט רש"י נח מקטני אמנה היה,
מאמין ואינו מאמין שיבא המבול. איז שווער צו זאגן אויף נח מקטני אמונה!
נאר די ווארט אמונה האט צוויי פירושים, 1] פשוט גלויבן אז דער זאך וועט
געשען, 2] א לשון פון המשכה ווייל דורך אמונה איז מען ממשיך די זאך אז עס
זאל קומען בשלימות. נח האט אוודאי געגלויבט אז אלעס וואס דער
אויבערשטער האט אים געזאגט וועט זיין. אבער ער האט מורא געהאט אז
דורך זיין שטארקע אמונה וועט ער זיין דער גורם צו ממשיך זיין דער מבול
אויף דער וועלט, און ער האט נישט געוואלט זיין דער גורם. זאגט רש"י מקטני
אמנה היה מאמין ואינו מאמין. דאס הייסט ער האט זיכער געגלויבט, אבער
ער האט מורא געהאט צו גלויבן דאס מיינט די חלק פון אמונה וואס דאס איז
המשכה, ווייל ער וויל נישט זיין דעם גורם פון מבול.
(אוהב ישראל – אפטא)
7] והנה עלי זית טרף בפיה: (ח' י"א) שטייט אין בעל הטורים ב' במסורה,
איינס דא. און נאך אמאל שטייט (הושע ו' א') כי הוא טרף וירפאנו ע"ש מען קען
דאס מסביר זיין לויט וואס די גמ' ברענגט אין (מס' תענית) אז אמאל איז געווען
א מגיפה און א הונגער און מען דארף בעטן א ישועה און מען ווייסט אז מען
קען נאר בעטען פאר איין זאך, איז פאר וועלכע זאך זאל מען בעטן? האבן די
חכמים געזאגט מען זאל בעטן פאר מזונות פאר לעבעדיגע ממילא וועט מען
פארדינען סיי מזונות און סיי לעבן. דא אין פסוק שטייט טרף בפיה זאגט
רש"י אמרה יהיו מזונותי -טרף- מרורין כזית בידו של הקב"ה ולא מתוקין
כדבש ביד בשר ודם עכל. כלל ישראל וואס איז נמשל צו א יונה, און זיי בעטן
פאר מזונות, פארוואס בעטן זיי נאר פאר מזונות און נישט פאר רפואה? ווייל
כי הוא טרף וירפאנו, אז דער אויבערשטער וועט געבן מזונות וועט אויך זיין א
רפואה, ווייל מאן דיהיב מזוני לחיי הוא דיהיב. מזונות גיט מען נאר פאר
לעבעדיגע.
(תפארת יעקב – ליפשיץ)
8] ויהי מקץ ארבעים יום ויפתח נח את חלון התיבה אשר וישלח את
הערב: )ח' ו- ז( רש"י איז מפרש מקץ ארבעים יום נראו ראשי ההרים וואס איז
געווען ביום הכיפורים. קען מען מרמז זיין צו דאס וואס שפעטערדיגע דורות
האט מען געשיקט דעם שעיר לעזאזל אין יום הכיפורים.
(תפארת יעקב – ליפשיץ)
מדור העובדות
היות עס איז געווען דער הילולא פון הייליגן ריזינער זיע"א ג' חשון וועל איך אויך ברענגען א מעשה וואס דער ריזינער האט דערציילט וואס ער האט אליין געהערט פון א איד וואס איז געווען בשעת דער הייליגער בעש"ט האט מחיה מתים געווען. דער סיפור שטייט אין א אלטע ספר וואס דער מחבר האט דאס אליין געהערט פון ריזינער זיע"א.
עס איז באוואוסט אז דער הייליגער ריזינער האט געדארפט אוועק גיין פון רוזין און איז געגאנגען קיין סאדיגורא. איידער ער איז געגאנגען קיין סדיגורא האט ער געוואוינט אין שטאט סקאלא. איין טאג פרעגט דער הייליגער ריזינער צו עס איז נאך דא אין שטאט א איד וואס געדענקט דעם הייליגן בעש"ט הק', האט מען אים געזאגט אז עס איז דא א זקן וואס האט נאך געקענט דעם בעש"ט, און דער ריזינער בעט מען זאל אים ברענגען צו אים, די חסידים זענען געגאנגען און געבעטן דעם זקן אז ער זאל קומען צום רבין, האט ער נישט געוואלט, א צווייטע מאל זענען די חסידים געגאנגען און געבעטן דעם זקן ער זאל קומען צום רבין, האט ער נישט געוואלט, דער דריטע מאל שיקט דעם רבי'ן אים רופן און דעמאלסט זאגן די חסידים אויב דו וועסט נישט קומען וועלן מיר דיר נעמען מיט געוואלד, האט דער זקן געזאגט אז ער איז מסכים צו גיין.
ווען ער קומט אן צום רבי'ן בעט ער אים מחילה וואס ער איז ביז יעצט נישט געקומען, נאר ווייל ער האט ביי זיך מחליט געווען אז ער האט נאר איין צדיק וואס ער איז געווען מקורב צו אים וואס דאס איז דער בעש"ט, וואס איך האב אליין געזען ווי ער האט מחיה מתים געווען..... בעט אים דער ריזינער צו דערציילן די מעשה, און ער הויבט אן דערציילן:
אין א שטעטל האט געוואוינט א איד א חסיד פון בעש"ט וואס האט געהאט א מיל-ריחיים- וואס ביי אים האט געארבעט א איד וואס לא עלינו איז זיין ווייב געווארן נישט געזונט און דער מצב ווערט נישט גוט, זאגט אים זיין בעל הבית אז ער זאל פארן צום הייליגן בעש"ט פאר א ברכה. און ער וועט אים געבן זיין וואגן אויף צו פארן, דער איד וואס איז קיינמאל נישט געפארן צו א רבי האט געבעטן זיין בעל הבית ער זאל פארן מיט אים און האט מסכים געווען. זיי קומען אן צום בעש"ט וואס זאגט מען גייט שוין פארן צו אויסהיילן די פרוי. און ווען זיי קומען אן צום שטעטל פון דעם איד, קומט מען אנטקעגן אים זאגענדיג אז די ווייב איז יעצט נפטר געווארן און מען האט איר שוין געלייגט אויף דער ערד, און מען האט נישט וואס צו טאן מיט איר! דער בעש"ט האט זיך נישט צוגעהערט און זאגט: מען גייט, און דער בעש"ט גייט אריין אין א צימער און רופט צו דעם איד און זאגט אים גיי צו דיין ווייב און זאג איר אריין אין איר אויער אז זי זאל שוין אויפשטיין און גיין קאכן א סעודה ווייל מיר האבן א חשובע גאסט רבי ישראל בעל שם טוב און דער איד איז מקיים וואס מען האט אים געהייסן און האט אריין גערעדט שטילערהייט אין זיין ווייב'ס אויער און איר געזאגט אז זי זאל שוין אויפשטיין ווייל אונז האבן א חשובער גאסט, אבער זי איז נישט אויפגעשטאנען, איז ער צוריק געקומען נאך אמאל צום בעל שם טוב און געזאגט אז זי שטייט נישט אויף. האט ער זיך געגעבן א רוף אן אז ער זאל גיין א צווייטע מאל, דאס מאל האט עס אויך נישט געהאלפן. האט ער געזאגט אז ער זאל גיין א דריטע מאל און זאגן די זעלבע רייד און אויב זי וועט נישט אויפשטיין וועט מען איר שלאגן מיטן שטעקן פון ישראל בעל שם. און אזוי איז טאקע געווען: ער האט אריין גערעדט אין איר אויער אזוי ווי מען האט אים געהייסן. ווען ער האט דאס געענדיגט זאגן, האט מען געזען ווי זי הויבט זיך אן צו רוקן און זי האט זיך אויפגעשטעלט און זיך אפגעווישט איר אויגן אזוי ווי א מענטש וואס שטייט יעצט אויף פון שלאף. און זי איז געגאנגען קאכן די סעודה. האט געזאגט דער זקן פארן הייליגן ריזינער, אז איך האב דאס געזען מיט מיינע אייגענע אויגן אז דער בעש"ט האט מחיה מתים געווען, איז ווי אזוי קען מען ווערן מקורב צו א רבי חוץ דעם בעל שם טוב, דעריבער האב איך נישט געוואלט קומען צו דיר. האט דער הייליקער ריזינער געזאגט פארן זקן איך וועל דיר פארציילן אן ענלעכע מעשה וואס האט פאסירט ביי מיין זיידן דער מגיד פון מעזריטש.
פארזעצונג בקרוב אי"ה