פרדס יהודה בלעטל מקץ תש"ע
ופרעה חלם והנה עמד על היאר: (מ"א א') דארף מען פארשטיין פארוואס ווען
פרעה האט דערציילט זיין חלום פאר יוסף (שם י"ז) האט ער געזאגט הנני עמד
על שפת היאור? ער לייגט צו שפת! נאר מען קען דאס ענטפערן לויט וואס עס
שטייט אין תהלים (פ"א ה') עדות ביהוסף שמו בצאתו על ארץ מצרים שפת לא
ידעתי אשמע. וואס לכאורה פארשטטיט מען נישט פשט אין לא ידעתי אשמע!
און וואס מיינט עדות ביהוסף? נאר פרעה האט געהאט א כוונה און געוואלט
זען צו יוסף איז א איש אלקים האט ער בדווקא צוגעלייגט דער ווארט על שפת
היאור און זען צו יוסף וועט דאס מרגיש זיין! קומט דוד המלך ע"ה און זאגט
אונז: עדות ביהוסף: פרעה האט זיך געוואלט איבערצייגן דעם גרויסקייט פון
יוסף, שמו על ארץ מצרים: און אים ארויף לייגן אויף לאנד מצרים. איז מיט וואס
איז ער געווארן פארזיכר'ט אין דעם גרויסקייט פון יוסף? ווייל יוסף האט
געזאגט פאר פרעה: שפת. דאס וואס דו זאגסט אז הנני עמד על שפת. לא
ידעתי. איך וויס נישט אז דאס איז געעווען אין דיין חלום. נאר אשמע. איך הער
דאס פון דיר. איז וועגן דעם האט פרעה געזאגט : הנמצא כזה איש אשר רוח
אלקים בו.
(מיוסד עפ"י ספרים ע"י המו"ל)
ויכר יוסף את אחיו והם לא הכרהו: (מ"ב ח) יוסף האט דערקענט זיינע
ברידער אבער זיי האבן אים נישט דערקענט- איז שווער א קשיא ווייל רשי
זאגט אויפן פסוק כי בן זקנים הוא לו - שהיה זיו איקונין שלו דומה לו- ער איז
געווען מיט זיין געשטאלט ענדלאך צו יעקב ,אויב אזוי פארוואס האבן זיי איהם
נישט דערקענט? נאר באמת איז יוסף געווען ענדלאך צו יעקב און ער האט
אויסגעזען יעצט ביי ניין און דרייסיג יאהר, פונקט ווי יעקב האט אויסגעזען ווען
ער איז געווען ניין און דרייסיג יאהר. ממילא האבן אים די ברידער נישט
געקענט דערקענען, ווייל זיי זענען דאך געבוירן געווארן ווען יעקב איז שוין אלט
געווען איבער אכציג יאר, און האבן זיין יונגע צורה נישט געזעהן.
(שפתי צדיק)
והם לא הכרהו: (שם) פארוואס האט יוסף גערעדט שטרענג מיט זיינע ברידער?
נאר ווי באלד ער האט געזעהן אז זיי דערקענן אים נישט, האט ער געטראכט אז
דאס איז דאס א סימן אז זיי האלטן אז זיי האבן נישט געטאן א עבירה אז מען
האט אים פארקויפט פאר די מדינים דעריבער האבן זיי פארגעסן פון אים און
דעריבער דערקענן זיי אים נישט, דעריבער האט ער גערעדט שטרענג מיט זיי.
(כתב סופר)
וישלח פרעה ויקרא את יוסף ויריצהו מן הבור: (מ"א י"ד) זאגט דער חפץ
חיים אויפן פסוק ויריצוהו מיינט מען במהירות מיט שנעלקייט, מן הבור, ווייל
ווען עס האט זיך געענדיגט דער צייט וואס יוסף דארף זיין אין תפיסה וועט עס
נישט נעמען נישט א מינוט לענגער. און אזוי וועט זיין ווען משיח וועט קומען,
אלעס וועט געטאן ווערן מיט א שנעלקייט.
(מפרשים)
ד] ויען יוסף את שלום פרעה לאמר בלעדי אלקים יענה את שלום פרעה:
(מ"א ט"ז) ולכאורה וועןמען איז מעיין אין די פסוקים איז זייער שווער די שינוי
לשונות פון יוסף און פרעה. יוסף דערמאנט דעם אויבערשטער'ס נאמען
האלקים מיט א הא: אשר האלקים עושה הגיד לפרעה (כ"ה). אשר האלקים
עושה הראה את פרעה (כ"ח). כי נכון הדבר מעם האלקים. וממהר האלקים
לעשותו (ל"ב).און פארקערט, פרעה זאגט: הנמצא כזה איש אשר רוח אלקים
בו (ל"ח). אחרי הודיע אלקים אותך וכו' (ל"ט). אן א הא, אויך פארוואס די
ערשטער מאל האט יוסף געזאגט אלקים יענה, נאך איז שווער וואס איז פשט
ווען ער האט געזאגט רק הכסא אגדל ממך (מ'), פארוואס רופט ער די מלוכה
בלשון כסא. און נאך דארף מען פארשטיין די כוונה פון ויסר פרעה טבעתו.
(מ"ב)
נאר מען קען דאס מבאר זיין דאס לויט וואס עס שטייט און ספהק דאס וואס שטייט און פ' שמות אז פרעה האט געזאגט: לא ידעתי את ה' (שמות ה' ב') דאס הייסט אז פרעה האט געלייקענט אין שם הוי' וואס דאס ווייזט אמונה אין השגחה פרטית, און אין אדנ' וואס דאס ווייזט שהשי"ת רבון כל העולמים ואדוני העליונים והתחתונים. ער האט געגלויבט אז אלעס פירט זיך בדרך הטבע, פרעה האט געזאגט לא ידעתי את ה' אבער אין אלקים גלויבט ער יא, ווייל אלקים איז כמנין 86 אזוי ווי הטבע=86, אבער האלקים איז כמנין 91 אזוי ווי הוי' אדנ'=91,
לויט דעם קען מען יעצט אלעס פארשטיין, און דאס איז געווען די וויכוח פון יוסף מיט פרעה, יוסף הצדיק גלויבט אין הוי' אדנ' וואס דאס איז מספר האלקים 91. אז די וועלט פיהרט זיך חוץ לדרך הטבע, אבער פרעה גלויבט נאר אין אלקים מספר הטבע. די ענין אז יוסף האט געהאלטען. מה שאין כן פרעה האט געהאלטען פארקערט אז דאס איז בדרך הטבע. אז די וועלט פיהרט זיך נאר בדרך הטבע,
און יעצט ווען יוסף איז געקומען צו פרעה איז געווען די ערשטע מאל זאגט ער בלעדי אלקים יענה. אלקים וואס איז בגימ' הטבע און בלעדי מלשון חוץ דאס איז חוץ לדרך הטבע יענה את שלום פרעה.אז דער אויבערשטער פיהרט אלעס בהשגחה פרטית חוץ לדרך הטבע, אבער פרעה האט נאר געגלויבט אז די אויבערשטער האט באשאפן די וועלט און נאך דעם פיהרט זיך אלעס דורך אלהים דייקא, בדרך הטבע.
און דאס האט פרעה געזאגט רק הכסא אגדל ממך. פארוואס האט ער נישט
געזאגט: רק המלוכה אגדל ממך. נאר הכסא איז בגימ' הטבע=86, הכסא וואס
דו זאגסט, אז די וועלט פיהרט זיך חוץ לדרך הטבע לא אשמע לך. איז יעצט
שווער אויב יוסף איז געווען אזא קלוגער מענטש פארוואס האט ער נישט
געקענט מנצח זיין פרעה, נאר באמת פרעה האט יא מודה געווען צום סוף צו
יוסף. און דעריבער שטייט ויסר את טבעתו מעל ידו.ויסר ער האט אויס געטאן
טבעתו וואס איז מלשון טבע. און ער האט שוין געגלויבט אין השגחה פרטית,
והראי', פרעה זאגט: לכו אל יוסף כל אשר יאמר לכם תעשו (שם נ"ה) ואפילו
למול עיש רש"י. און כל זמן יוסף האט געלעבט איז פרעה געווען א מאמין,
אבער נאך דעם וואס יוסף איז געשטארבען האט ער געזאגט הבה נתחכמה
וואס דאס איז בדרך הטבע ביז ער האט געזאגט לא ידעתי את ה'.
(דברי ישראל מאדזיץ)
ווייל אין דער פרשה איז דא אסאך רמזים אויף חנוכה
1] די שבע פרות הרעות האבן אויפגעגסן די שבע פרות היפות און די שבלים
הדקות האבן אויפגעגעסן די שבלים הבריאות, און ביי חנוכה איז אויך געווען
גבורים ביד חלשים, ורבים ביד מעטים.
(חנה דוד)
2] וחמש את ארץ מצרים: וחמש איז ר"ת ח'ודש מ'ילה ש'בת ג' מצוות שקיימו
ישראל במצרים. (ערוגת הבושם). אויך וחמש את ארץ מצרים, חמש - איז ח'ודש,
מ'ילה, ש'בת, דאס האבן די יוונים געוואלט מבטל זיין. (בני יששכר) קען מען
מוסיף זיין אז עס שטייט אין ספרים הק' אז די יוונים האבן געוואלט עוקר זיין
ש'בת מ'ילה ח'ודש וואס די ר"ת איז שמ"ח, וואס וועגן דעם איז די רמז מ'זמור
ש'ר ח'נוכת רת שמ"ח און ולא שמח"ת אויבי לי. וואס די יוונים האבן געוואלט
עוקר זיין די דריי זאכן.און וועגן דעם זאגט מען דער מזמור ביי הדלקת נר
חנוכה, קען מען זאגן אז אין זכות פון די אידן פון מצרים וואס האבן געהיטן די
דריי זאכן דעריבער האבן די יוונים נישט געקענט עוקר זיין די דריי זאכן פון די
אידן.
(שמח זבולון – המו"ל)
3] וטבח טבח (מ"ג ט"ז) - איז בגימטריא מ"ד - וואס דאס איז די מספר פון די מ"ד נרות חנוכה. (נר ישראל). אויך שטייט אז די ח' פון טבח מיט דער ווארט והכן איז חנוכה.
4] שנתים: איז ר"ת : ש'מאל נ'ר ת'דליק י'מין מ'זוזה (שלטי גבורים)
שטייט אין רוקח אז מען זאל אנצינדן ערב שבת ל"ו נרות כנגד די ל"ו שעות
וואס דער ערשטן אור האט געדינט ל"ו שעות י"ב שעות ערב שב"ת און כ"ד
שעות אין שבת איז צוזאמען ל"ו, און נאך דעם האט מען דאס באהאלטן ווא
דא איז דער אור הגנוז. עס שטייט פון מיין היילגן רבי'ן דער בעש"ט זיע"א אז
דער אור הגנוז געפינט זיך אין די ל"ו מסכתות פון ש"ס. און דעריבע איז דא ל"ו
נרות אין חנוכה וואס דעמאלטס איז נתגלה דער אור הגנוז נאך האב איך
געהערט פון אים אז בשעת הדלקת נר חנוכה איז נתגלה דער אור הגנוז וואס
דאס איז דאך אורו של משיח.
(נופת צופים - הק' ר' פנחס קארעץ)
דער אגרת הטיול (דער ברודער פון הייליגן מהר"ל) שרייבט אז משיח איז נוטריקון מ'דליקין ש'מנה 'ימי ח'נוכה ע"כ, איז דאס איז דער קשר פון משיח צו הדלקת חנוכה ווייל אזוי ווי מען האט פריערט געזאגט פון הרה"ק ר' פנחס מקארץ אז בשעת הדלקת נר חנוכה איז נתגלה דער אור הגנוז. וואס אור הגנוז איז דער אורו של משיח (ס' טיול בפרד"ס פון הג' רש"ז עהרענרייך) און דאס איז מרומז אין פ' בראשית (ב' ט') וכי הוא נחמ"ד למראה נחמ"ד איז נוטריקון נר חנוכה – מ"ד נרות, ווייל ל"ו נרות מיט 8 שמשים איז מ"ד, למראה אז מען זאל קוקן אויף די נרות זיך צו דערמאנען די ניסים וואס דער אויבערשטער האט געטאן מיט אונז. להדליק נר חנוכה 518 איז בגימטי' די זעלבע ווי מלך רופא נאמן 518, ווייל דורך הדלקת נר חנוכה קען מען ממשיך זיין אויף זיך רפואות.
חנוכה איז א זמן פון בעטן פאר קינדער ווייל חנוכה איז בגימטי' פ"ט אותיות. ט"ף מיינט קליינע קינדער.
אלע ימים טובים זענען אדער אין אנהויב פון חודש אדער אין מיטן אבער חנוכה איז דער איינציגסטער יום טוב ביים סוף חודש. ווייל חנוכה איז מעלה דעם גאנצן חודש,און שבת חנוכה איז דער תענוג פון משיח (נופת צופים מהנ"ל). פארוואס האט מען נישט קובע געווען אין חנוכה ימי משתה ושמחה אזוי ווי ביי פורים? ווייל אין פורים איז געווען די הצלה גלייך און קיין איד איז נישט געהארגעט געווארן משא"כ ביי נס חנוכה זענען טויזענטער אידן געשטארבן פאר דער נס דעריבער איז עס נישט ימי משתה ושמחה.
נאך א תירוץ: ווייל די גזירה פון חנוכה איז געווען א לענגערע צייט וואס עס איז
געווען א שטארקע ביטול תורה משאכ ביי פורים וואס איידער עס איז ארויס
דער גזירה האט אסתר ומרדכי מעורר געווען די אידן צו תשובה מיט שק ואפר
און איז נישט געווען א ביטול תורה, דעריבער אז עס ימי משתה ושמחה.
(שו"ת שערי צדק או"ח קכ"ח)
הרב הצדיק מו"ה שמואל מרגליות זללה"ה אב"ד זאלישטשיק - (נולד תצ"ג- נס' כ"ד שבט תקס"ה) איז געווען א תלמיד פון הייליגן בעל שם טוב און א ברודער פון הייליגן ר' מאיר מאוסטרהא בעל מחבר ספר מאיר נתיבים אויך א תלמיד פון הייליגן בעל שם טוב.- ער איז געווען באוואוסט אין שטאט ווי אזוי מען דארף מפרנס זיין ארימעלייט שטילערהייט און מיט קלוגשאפט און קיינער איז נישט געווארן פארשעמט. ער איז געגאנגן שטילערהייט און אראפגעלייגט ביי די טיר און אזוי האבן זיי נישט געוואוסט ווער עס האט דאס געשיקט. די משפחה דערציילט אז זיין מנהג איז געווען א יעדן שבת פאר קידוש פלעגט ער ארום גיין אין שטאט אליין און ער איז אויך געגאנגען ביי די גאס פון זווינעטשקי וואס איז לעבן דער טייך נעסטור, און האט קיינעם נישט דערציילט, און ער איז צוריק אהיים געקומען און געמאכט קידוש, איינמאהל האט פאסירט און די געגענט פון זווינעטשקי האט געוואוינט א איד א ארימאן געהייסן האט ער יהושע וואס זיין סדר איז געווען ער האט געשפארט יעדן טאג אביסלגעלט אזוי אז ער זאל האבן גענוג געלט אז לכבוד שבת האט ער געקויפט פון די בעסטע מעל און פון דעם האט זיין ווייב געבאקן געשמאקע חלות און ר' יהושע האט זיך זייער געפרייט יעדן וואך מיט די חלות. איינמאהל האט פאסירט אז די גאנצע טייג האט זיך איבערגעדרייט און מען האט עס שוין נישט געקענט באקן פון דעם חלות לכבוד שבת, איז זי געגאנגן צום שכן פארמשכ'נן א חפץ כדי צו קויפן עפעס מעל און באקן פון דעם חלות לכבוד שבת, ווען די מאן איז אהיים געקומען פון שול האט ער געזעהן אז עס איז נישט די זעלבע חלות און איז געווארן א רייבעריי צווישן זיי, ר' שמואל וואס פלעגט גיין אין די גאסן פאר זיין קידוש מאכן האט מרגיש געווען וואס טוט זיך ביי די הויז פון ר' יהושע און האט געוועלט אפשטעלן דער מחלוקת, און איז שנעל אהיים געלאפן און זאגט זיין וויב גיי שנעל צו די הויז פון ר' יהושע און גיב פאר זיין ווייב אונזערע חלות פון די גוטע מעל און זוך עפעס א תירוץ פאר איר פארוואס דו ברענגסט דאסץ די רביצין פארשטייט איר הייליגע מאנ'ס כוונה און טראכט נישט צופיל און ברענגט די געשמאקע חלות צו ר' יהושע'ס וויב און זי לויפט שנעל אריין צו איר מאן מיט די בשורה טובה אז זי האט באקומען חלות פון די גוטע מעל. און ר' יהושע ווערט פריילאך און בעט איבער זיין ווייב, אזוי מיט זיין חכמה האט הרה"ק ר' שמואל געמאכט שלום בין איש לאשתו, און קיינער איז נישט געווארן פארשעמט. זיע"א.
דער ענין וואס מען חנוכה פאלט אויס אין פ' מקץ איז מרומז אין דעם חידה. קח
מציאות יוסף - אל בגדי יוסף - ומחיר יוסף - אל תוספות יוסף - ותמצא חנוכה.
דער פתרון איז אזוי - מציאות יוסף איז ח"ן אזוי ווי עס שטייט וימצא יוסף ח"ן.
בגדי יוסף איז געווען פון שש ווי עס שטייט וילבש אותו בגדי שש וואס איז
זעקס = ו'. מחיר יוסף וואס מען האט אים פארקויפט איז עשרים כסף = כ'- אל
תוספות יוסף, איז אות ה"א ווי עס שטייט עדות ביהוסף, וואס דאס איז די
אותיות חנוכה.
(בארניבער רב בספרו מגדיל ישועות פון זיין רבי'ן)