פרדס יהודה בלעטל לך לך תש"ע
לך לך
1] אל הארץ אשר אראך: (י"ב א') לא גילה לו הארץ מיד כדי לחבבה בעיניו,
ולתת שכר על כל דיבור ודיבור. רש"י לכאורה איז נישטא א גרעסערע שכר פון
וואס דער אויבערשטער רעדט מיט אים, איז פארוואס קומט פאר אברהם
שכר? נאר ווען דער אויבערשטער האט אים געהייסן: לך לך מארצך. און האט
נישט געזאגט וואו צו גיין. און מענטשן פרעגן וואו ער גייט? און פארוואס?
ענטפערט אברהם אז ער ווייסט נישט און מענטשן וואונדערן זיך אויף אים. און
ער גיט צו פארשטיין אז דער אויבערשטער האט אים געזאגט לך לך ! און ער
איז מאמין אז דער אויבערשטער הייסט גיין גייט מען. און אויף דעם וואס
אברהם איז געווען בצער וואס ער האט געדארפט אלעמען ענטפערן, אויף דעם
איז בדין שיטול שכרו.
(אמרי שאול –מודזיץ)
2] לך לך וגו' אל הארץ אשר אראך: (י"ב א') רש"י זאגט. לא גילה לו הארץ
מיד. דארף מען פארשטיין, אז דער אויבערשטער זאגט אברהם צו גיין און זאגט
נישט וואו צו גיין איז ווי אזוי האט אברהם געוואוסט וואו צו גיין? נאר מען זעט
ביי דוד המלך ע"ה וואס זאגט איך האב געוואלט גיין צו מיינע געשעפטן האבן
מיינע פיס מיר געפירט צום בית מדרש. ווייל דוד המלך האט אויסגעארבעט
זיינע פיס אז זיי גייען נאר צו א דבר מצוה, דאס זעלבע איז געווען ביי אברהם,
אלע זיינע איברים האבן געטאן נאר דעם רצון הבורא איז ווען דער
אויבערשטער הייסט אברהם גיין, ווייסן זיינע פיס וואו צו גיין פון זיך אליין, איז
ממילא ווען דער אויבערשטער זאגט פאר אברהם לך לך מארצך גייען זיינע פיס
שוין צום ציווי ה'.
(שמח זבולון המו"ל)
3] ואברכך: (י"ב ב') זאגט רש"י פון מדרש בממון. פארוואס האט דער אויבערשטער געדארפט בענטשן אברהם מיט געלט? נאר אברהם אבינו איז ארום געפארן פארשפרייטן אמונה אין דער וועלט וואס איז געווען דעמאלטס א חידוש, און האט געדארפט פירן וויכוחים מיט מענטשן, און ווען אברהם דארף אנקומען צו מענטשן וועגן געלט וואלט ער נישט געקענט פארשפרייטן זיינע רייד מיט שטרענגקייט, ווייל ער וואלט געדארפט מורא האבן פון די מענטשן וואס געבן אים געלט. דעריבער האט אים דער אויבערשטער געבענטשט מיט געלט און עשירות, דארף ער נישט אנקומען צו מענטשן און אזוי קענען פארשפרייטען אמונה אויף די וועלט. (בית יעקב אלכסנדר) מען קען צולייגן צודעם ווייל עס שטייט ווייטער ואברם כבד מאד במקנה בכסף ובזהב וילך למסעיו: .. מען האט געפרעגט דעם הייליגער ריזינער זיע"א פארוואס ער פיהרט זיין חסידות מיט אזא רחבות? האט ער געענטפערט אז אברהם אבינו איז געגאנגען און ער האט פארשפרייט די רייד פון דעם אויבערשטן, האט ער געמוזט מיט נעמען אסאך געלט פאר דעם ווייל מענטשן זענען מכבד און ווערן איבעראשט פון א עושר. אזוי ווי די גמרא זאגט (גיטין נ"ט) אז רבי האט מסדר געווען די משנה און רב אשי האט מסדר געווען די גמרא ווייל זיי ביידע זענען געווען עשירים. און עס איז געווען תורה וגדולה במקום אחד, ווייל אויב נישט וואלט מען פון זיי נישט מקבל געווען די תורה, טוב לי תורת פיך מאלפי זהב וכסף (תהלים קיט, ע"ב) דער וואס האט געלט האט מען ליב צו הערן זיין תורה. דריי פשטים אין וילך אברם כאשר דבר אליו ה'
4] וילך אברם כאשר דבר אליו ה' וילך אתו לוט ואברם בן חמש ושבעים
שנה בצאתו מחרן (י"ב ד') וילך אברם, אברם איז געגאנגען: כאשר דבר אליו ה',
ווייל דער אויבערשטער האט געהייסן. אבער לוט איז געגאנגען ווייל אברם בן
חמש ושבעים שנה, און האט געהאט אסאך געלט און האט נישט געהאט
קינדער, וועט ער דאס יארשענען וועגן דעם איז לויט מיט געגאנגען.
נאך א טייטש איז דא לשבח פון לוט: אז לוט איז געווען געטריי פאר אברם
ווייל ער איז שוין 75 יאר און איז שוין אלט האט ער געוואלט האבן א זכיה צו
באדינען אזא גרויסע צדיק.
(מפרשים)
א דריטע פשט: כאשר דבר אליו ה'. ווייל דער שטייגער איז אויב מען באקומט א
צווי פון ה' נעמט מען דאס אנווארעם און מען טוט דאס מיטן גרעסטן מאס
חשק, אבער שפעטער טוט מען דאס נישט מיט דעם זעלבן רצון, אבער ביי
צדיקים ווערט דאס נישט אויסגעוועבט, אזוי ווי עס שטייט ביי יתרו: וקדשתם
היום ומחר, אז דער זעלבער קדושה פון היינט וועט זיין מארגן. [און מען זעט ביי
אהרן הכהן וואס שטייט אין פ' בהעלותך ויעש כן אהרן: זאגט רש"י להגיד שבחו של אהרן
שלא שינה. ווייל אהרן האט נישט משנה געווען דעם חשק פון דעם ערשטן ציווי פון ה'-
המו"ל] דאס מיינט דער פסוק: כאשר דבר אליו ה' אברם האט דאס געטאן מיט
דעם זעלבן חשק און חיות ווי ווען דער אויבערשטער האט אים געהייסן.
(הגאון ר' יהושע מקוטנא)
5] למען ייטב לי בעבורך וחיתה נפשי בגללך: (י"ב י"ג) פרעגן אלע מפרשים
אז מיר זעהען שפעטער ביי מלך סדום זאגט אים אברהם אם מחוט ועד שרוך
נעל ואם אקח מכל אשר לך (י"ד כ"ג) אברהם וויל גארנישט נעמען! און דא ביי
מצרים איז ער מסכים צו נעמען מתנות? נאר מען קען לערנען פשט אין רש"י,
יתנו לי מתנות? די מצריים וועלן מיר וועלן געבן מתנות וועגן דיר, אבער איך
וועל נישט נעמען די מתנות פון זיי, ממילא וועט זיין שונא מתנות דער וואס
האט פיינט צו נעמען מתנות: יחיה ער וועט בלייבן לעבן. און דאס מיינט
וחיתה נפשי בגללך . וועגן די מתנות וואס זיי וועלן געבן וועגן דיר, וועל איך
נישט נעמען און איך וועל בלייבן לעבן.
(מחזה אברהם בוטשטאטש)
6] ויאמר אברם אל לוט אל נא תהי מריבה ביני ובינך ובין רעי ובין רעיך:
(י"ג ח') דארף מען פארשטיין אז עס איז נאר געווען א קריגעריי צווישן די רועים
ווי עס שטייט אין פריערדיגן פסוק ז' ויהי ריב בין רעי מקנה אברם ובין רועי
מקנה לוט? ענטפערט דער אור החיים הק' אז דאס מיינט על שם סופה. אז אויב
עס איז שוין דא א מחלוקת צווישן די רועים וועט צום סוף אויך זיין א מחלוקת
צווישן אונז, איז דעריבער לאמיר דא אפשטעלן יעצט, און גיין אין אנדערע וועגן
עיי"ש. דאס איז א לימוד אז מען זאל שנעל אפשטעלן א מחלוקת און נישט
דאס לאזן אנהאלטן אפי' איבערנאכט. איך האב געהערט פון הרה"צ ר'
אביגדור מיללער זצוק"ל אז מען טאר נישט איבערנעכטיגן א מחלוקת נאר
גלייך זען זיך איבער צו בעטן ווייל אויב נישט וועט דאס ווערן ערגער, און
שווערער דאס אפצושטעלן.
(שמח זבולון – המו"ל).
7] ויאמר כה יהיה זרעך והאמין בה' ויחשבה לו צדקה: (ט"ו ו') זאגט רש"י:
לא שאל לו אות על זאת אבל על ירושת הארץ שאל לו אות, ואמר לו במה אדע
עכ"ל. דארף מען פארשטיין דעם חילוק אז אויף קינדער האט אברהם נישט
געפרעגט א אות און אויף ירושת הארץ האט ער יא געפרעגט א אות? נאר דער
דרשות הר"ן (דרוש ב') ברענגט א מדרש (בראשית רבה ע"ו ב') אין הבטחה לצדיקים.
ווייל אפי' דער אויבערשטער וועט צו זאגן דעם צדיק, האט ער נאך אלץ מורא
שמא יגרום החטא. דעריבער איז דער צדיק נישט פארזיכערט אין דעם הבטחה
ווייל זיי האלטן זיך אלעמאל קליין און בשפלות אז זייערע זכותים זענען נישט
גענוג. אבער אויב זיי זעען א אות פון ה' אויף א זאך, דעמאלסט האט עס נישט
צו טאן מיט זכותים און זיי ווייסן אז די זאך וועט מקויים ווערן. קומט אויס א
הבטחה וואס האט צו טאן מיט זכותים האט דער צדיק מורא אז זיינע זכותים
וועלן נישט זיין גענוג דעריבער זאגן חז"ל (מו"ק כח.) בני חיי ומזונא לאו בזכותא
תליא. עכ. קינדער האט נישט צו טאן מיט זכותים, איז אז דער אויבערשטער
זאגט צו פאר אברהם קינדער, ווייסט ער אז עס וועט זיכער זיין, ווייל דאס האט
נישט צו טאן מיט זכותים, אבער אויף ירושת הארץ דארף מען זכותים פאר
דעם, דעריבער האט ער געבעטן א אות וואס דעמאלסט וועט די זאך זיכער זיין
אפי' אן זכותים, דעריבער בעט נישט אברהם א אות אויף קינדער נאר אויף
ירושת הארץ.
(ערבי נחל)
א וואונדערליכע מעשה מהרה"ק ר' פנחס מקאריץ זצוק"ל וואס דער הייליגער ריזינער האט דערציילט.
דער שפאלער זיידע האט געהאט א חסיד א מקורב וואס דער רבי האט אים שטארק ליב געהאט, ער האט נישט געהאט קיין קינדער און יעדן מאהל וואס ער איז געקומען קיין שפאלע צום רבי'ן פלעגט ער זיך מזכיר זיין ביים רבי'ן אז ער זאל מתפלל זיין פאר אים ער זאל געהאלפן ווערן, דער רבי האט אים אלע מאל אפגעשטופט מיט אנדערע תירוצים. אמאהל איז דער חסיד געפארן קיין שפאלע און ער האט ביי זיך אפגעמאכט אז ער וועט נישט אוועקפארן פון רבין ביז ער וועט אים מבטיח זיין א קינד. און עס איז טאקע אזוי געווען. ער פארט צום רבי'ן און זאגט אים זיין בקשה. אז ער האט נישט קיין קינדער... און דער רבי זאל מתפלל זיין. האט אים דער רבי געזאגט לאז מיר אפ! איך בין טרוד אין א זאך וואס איז נוגע צו כלל ישראל! האט דער חסיד ביי זיך געטראכט אז יעצט איז דער פאסיגע צייט אז ער זאל געהאלפן ווערן, אזוי ווי דער רבי וועט יעצט מעורר רחמים זיין פאר כלל ישראל, וועל איך אויך געהאלפן ווערן צוזאמען מיטן כלל. און זאגט: איך וועל זיך נישט אפטרעטן ביז דער רבי וועט מיר מבטיח זיין אז איך וועל האבן קינדער. וואס האט ער געטאן? ער האט בשום אופן נישט געלאזט דעם רבי'ן מעמיק זיין אין זיינע טיפע געדאנקען, נאר ער האט געהאלטן אין איין וויינען פאר דעם רבין אז ער זאל רחמנות האבן אויף איהם און ער זאל ווערן געבענטשט מיט קינדער, דער רבי האט זיך ביי אים געבעטן אז ער זאל איהם אפלאזן, און אויב דו וועסט מיר נישט אפלאזן וועט נישט גוט זיין פאר דיר! דער חסיד האט זיך אבער געעקשנ'ט, און האט בשום אופן נישט געוואלט אפטרעטן, ער האט ביי זיך געטראכט: אז דער רבי וועט מיר גארנישט טאן! ער איז זייער א גוט הארציגער מענטש וואס ער וועט נישט מעניש זיין.
דער רבי איז געווארן אין כעס און זאגט: ווייל דו האסט מיר מבלבל געווען פון א זאך וואס איז נוגע כלל ישראל, און זאגט צום חסיד: איך שווער אז דו וועסט נישט האבן קינדער כל זמן דו לעבסט. האט דער חסיד געזאגט צום רבי'ן אויב איך קען נישט געהאלפן ווערן, זע איך אז מיין פלאץ איז נישט ביי אייך און איך וועל פאהרן צו א אנדערן רבין. דער חסיד איז אבער אהיים געפארן זייער טרויערדיג ווייל ער האט געוואוסט אז דעם רבי'ןס ווערטער וועט האבן א כח אין הימל און קען זיך מייאש זיין פון האבן קינדער.
א צייט שפעטער איז דער חסיד געפארן קיין שטאט קאריץ אויף א יריד, נאך דעם יריד איז ער אריין אין בית מדרש און ער האט געזען ווי הרה"ק ר' פנחס פון קאריץ זיצט און לערנט. - איידער ער איז נתגלה געווארן אז ער איז א איש קדוש-. דער חסיד האט געזען פון זיין לערנען און התנהגות אז ער איז א איש אלהים קדוש. האט דער חסיד געפרעגט ביי די מענטשן וואס זענען געזעצן אין בית המדרש פון וואס האט דער ר' פנחס פרנסה? האט מען אים געענטפערט אז ער איז טאקע א גרויסער ארימאן און ער לערנט תורה מתוך הדחק און ער ליידט ממש פון הונגער.
עס איז דעמאלסט געווען פאר פסח און ר' פנחס האט געגעבן א קרעכץ און זאגט אז ער האט מורא ער זאל נישט דארפן מבטל זיין דאס לערנען כדי ער זאל דארפן גיין זוכן געלט לכבוד פסח. מען האט דאס דערציילט פאר דעם חסיד. האט זיך דער חסיד געטראכט: יעצט איז געקומען די צייט וואס ער קען געהאלפן ווערן.
ער איז שנעל אהיים געגאנגען צו ר' פנחס אין שטוב און פרעגט זיין ווייב צו זי האט געלט אויף יום טוב? האט זי געזאגט אז זי האט נישט קיין פרוטה. האט דער חסיד ארויס גענומען געלט און ער האט איר דאס געגעבן אז זי זאל איינקויפן אלעס פאר יום טוב, מצות וויין וכו'. און אלעס זאל מען צוגרייטן בהרחבה, און ער וויל אויך זיין מיט זיי אויף פסח. ער האט איר געבעטן אז זי זאל נישט דערציילן פאר איר מאן ווער עס האט אלעס געברענגט, ביז פסח ביינאכט, זי האט גענומען די גאנצע געלט און האט אזוי געטאן אזוי ווי מען האט איר געהייסן. און דער חסיד איז כסדר אריין געגאנגען אין שטוב און געפרעגט וואס עס פעלט נאך אויס. ביז ער האט געזען אז אלעס איז אנגעגרייט אויפן בעסטן און שענסטן אויפן, און דער חסיד הייסט קויפן גאר גרויסע ליכט אויף יום טוב וואס זאל ברענען א לאנגע צייט, אויך האט ער איינגעקויפט וויין און מלבושים פאר ר' פנחס און זיין גאנצע בני בית.
דערווייל ר' פנחס זיצט און לערנט, און פארגעסט אז עס גייט שוין יום טוב, און האט זיך נישט וויסענדיג געמאכט. ער האט זיין ווייב נישט געפרעגט פון וואו זי וועט נעמען געלט אויף פסח, ער האט זיך זייער געפרייט אז יעצט וועט ער קענען זיצן און לערנען. ערב פסח איז ער געגאנגען אין מקוה לכבוד יום טוב און ער איז צוריק אריין אין בית מדרש און זעצט זיך ווייטער לערנען. ביי נאכט נאכן דאווענען איז ר' פנחס אהיים מיט די פולע מאס שמחה און בטחון אז דער אויבערשטער האט אים געהאלפן, און ער דערזעט אז זיין שטוב איז ליכטיג און איז געווארן זייער פריילאך. און זיין ווייב האט איהם נאך צו געטראגן נייע מלבושים פאר יוט, וואס דער אורח האט געקויפט. און ער פרעגט זיין ווייב ווער האט דאס אלעס געגעבן? האט זי אנגעוויזן אויפן חסיד, און ר' פנחס דערלאנגט דעם אורח שלום, אבער ער האט מיט איהם נישט גערעדט, נאר ער האט זיך גלייך געזעצט צום סדר און ער האט דאס געפיהרט מיט גרויס התלהבות .
אין מיטן עסן האט ר' פנחס פארשטאנען אז דער חסיד האט עפעס א בקשה, און פרעגט דעם אורח וואס איז אייער בקשה? האט דער אורח דערציילט פאר ר' פנחס אז ער איז ביז יעצט געפארן צום שפאלער זיידן, און ער האט געשוואוירן אז ער וועט נישט האבן קיין קינדער, יעצט בין איך געקומען צו אייך אז איר זאלט מיר העלפן מיט קינדער, האט ר' פנחס געזאגט: אויב איך האב עפעס א זכות אין הימל, שווער איך אז אין דעם יאר וועסטו האבן א קינד צום לעבן און עס איז אזוי געווען. און ער איז געהאלפן געווארן מיט א בן זכר.
דער רבי פון רוזין האט דערצלייט: אז אזוי ווי ר'
פנחס האט געשוואוירן אז ער וועט געהאלפן ווערן
מיט א בן זכר, איז געווארן א רעש אין הימל וועמענס
שבועה זאל מען מקיים זיין? האט מען געפסקענט
מען זאל זען ווער עס האט נאך קיינמאל נישט
געשוואוירן אפילו אויף אמת, זאל מען מקיים זיין
די שבועה, האט מען געזען אז דער שפאלער זיידע
האט שוין אמאל געשוואוירן און ר' פנחס האט נאך
קיינמאל נישט געשוואוירן. האט מען ר' פנחס'ס
שבועה מקיים געווען. און דער חסיד האט זוכה
געווען צו א קינד.
(ספר שפתי צדיק ווארשא)
די מעשה וואס דער הייליגער ריזינער האט דערציילט פון זיין זיידן דער מגיד פון מעזריטש וועט דערשיינען אין קומענדיגן גליון בעזה"י.