פרדס יהודה בלעטל כי תצא תשס"ט

צוריק צו פרדס יהודה


כי תצא

א שטענדיגע מלחמה

כי תצא למלחמה על אויבך: (כ"א י) עס איז דא א מענטש וואס פירט א מלחמה מיטן יצר הרע און איז אים מנצח, אבער נאך דעם איז דער יצה"ר זיך מתגבר אויף אים און וואונדערט זיך אויב דאס וועט אזוי אנגיין, וואס וועט זיין דער סוף! זאגט דער פסוק כי תצא למלחמה על אויבך, זאלסט וויסן אז דער עיקר פון דיין קומען אויף דער וועלט איז שטענדיג מלחמה האלטן מיטן יצר הרע און נישט דוקא אים מנצח זיין נאר שטענדיג מלחמה האלטן און זיך שלאגן מיט אים, דאס מיינט כי תצא: אז ביזט ארויס אויף דעם עולם: למלחמה: א שטענדיגע מלחמה, )אדמו"ר רבי שלמה מרדומסק( עס וועט געברענגט פון הייליגן בית אהרן וואס האט געזאגט פאר א חסיד א פאטש פאר א פאטש אבער דער לעצטן פאטש זאלסטו געבן ע"כ, דאס מיינט אז עס איז א שטענדיגע מלחמה אבער דער לעצטן פאטש זאל דער מענטש געבן און מנצח זיין דער יצה"ר.
(המו"ל)

משכהו לבית המדרש

כי תצא למלחמה על אויבך: איז די ס"ת אהלי"ך אוהל של תורה א רמז אז אויב דו וועסט מלחמה האלטן מיטן יצר הרע און ווילסט אים מנצח זיין דארפסט גיין אין בית המדרש, אזוי ווי די גמ' זאגט (קידושין ל:) אם פגע בך וכו' משכהו לבית המדרש.
(חומת אנך – החיד"א)

מבשרך אל תתעלם ביי הגאון ר' עקיבא איגר

לא תוכל להתעלם: (כ"ב ג) הגאון ר' עקיבא איגר זי"ע איז אריינגעקומען אין א שטאט וואו זיין משפחה האט געוואוינט ווען דער גאון האט אים געוואלט גיין באזוכן האבן די מענטשן זיך קעגן געשטעלט, וויבאלד ער איז א פשוטע מענטש, איז עס נישט פארן כבוד פון גאון, האט ר' עיקבא איגר געזאגט אז מיר טרעפן צוויי מאהל אין די תורה לא תוכל להתעלם א. בהשבת אבידה. ב. מבשרך אל תתעלם (ישעיהו נ"ח, ז) און ביי השבת אבידה דארשענ'ען חז"ל (ב"מ ל:) והתעלמת (דברים כב, א) אז עס איז דא א מאל וואס מען קען זיך יא פארהוילן למשל א זקן ואינו לפי כבודו, אבער לגבי דין פון מבשרך: א קרוב : איז נישט דא קיין פטור איז אייביג מען מחויב גיין באזוכן.
(ציצים ופרחים)

עבירות בין אדם למקום העלפט תשובה

זכור את ה' עשה אלקיך למרים: (כ"ד ט) שטייט אין מדרש (דברים פ"ו הי"ג) אל נא רפא נא לה וכו' אמר משה וכו' אם אתה מרפא אותה הרי מוטב ואם לאו אני מרפא אותה ע"כ לכאורה איז דאס א מדרש פליאה אז משה רבינו זאל זיין א רופא! נאר חז"ל זאגן (יומא דף פה:) עבירות בין אדם למקום העלפט תשובה, אבער עבירות שבין אדם לחבירו העלפט נישט תשובה ביז יענער זאגט אז ער איז מוחל. איז משה רבינו האט געזען אז מרים איז געשטראפט געווארן אבער ער האט נישט געוואוסט צו די שטראף איז וועגן עבירה שבין אדם למקום צו בין אדם לחבירו, איז דאס איז פשט אין מדרש: אם אתה מרפא אותה ווייל זי האט עובר געווען בין אדם למקום, מוטב, אבער אויב די עבירה איז געווען בין אדם לחבירו דעריבער ביזטו איר נישט מוחל, הרי אני מרפא אותה, איך בין איר מוחל און איך בין דער רופא.
(כתב סופר)

ביומו תתן שכרו די ר"ת שבת

ביומו תתן שכרו: (כ"ד ט"ו) איז די ר"ת שבת , צו מרמז זיין אויב מען איז מקיים די מצוה פון ביומו תתן שכרו ווי עס דארף צו זיין וועט מען באקומען חוץ די נשמה יתירה פון שבת נאך א נשמה יתירה , ווייל עס שטייט דאך אין פסוק ואליו הוא נושא את נפשו און נפשו איז נשמה.
(שער הליקוטים האריז"ל)

דער אויבערשטער ווייסט צו די תשובה איז באמת

ונקלה אחיך לעיניך: (כ"ה ג') דארשנ'ט חז"ל (מגילה דף ז:) כיון שנקלה נאך ווען ער וועט באקומען מלקות הרי הוא כאחיך. דארף מען פארשטיין פארוואס שטייט לעיניך? עס האט געקענט שטיין ונקלה אחיך? ווייל נאך ונקלה איז ער אחיך. נאר עס שטייט אין (מכות דף יג:) חייבי מיתה בידי שמים העלפט תשובה און מען באקומט נישט מיתה בידי שמים, אבער חייבי מיתת ביד אפילו מען טוט תשובה העלפט נישט צו פטר'ן פון מיתת בית דין. פארוואס איז דאס אזוי? ווייל די עיקר תשובה איז בלב און א בי"ד קען נאר זען וואס זייערע אויגן זען אבער נישט אין יענעמ'ס הארץ, ווייסט מען נישט אויב די תשובה איז באמת, דעריבער ביי מיתת בית דין קען בית דין נישט זען צו זיין תשובה איז באמת דעריבער באקומט ער מיתה, אבער מיתה בידי שמים וואס דער אויבערשטער איז דאך בוחן לבבות און ווייסט וואס איז אין הארץ פון א מענטש, ווייסט ער אז דער תשובה איז באמת, דעריבער ווערט ער פטור פון מיתה בידי שמים. איז דאס מיינט דער פסוק ונקלה: נאך וואס מען באקומט מלקות איז ער אחיך, איי וואלט מען געקענט פטר'ן פון מלקות דורך תשובה? אבער לעיניך! ביד זעט נאך וואס זיין אויגן זען און ווייסט נישט צו ער האט תשובה געטאן באמת, אבער נאכ'ן מלקות איז ער זיכער לעיניך. (כתב סופר) מען טרעפט ביי משה רבינו אז ער האט אויך געזען ביי א דין תורה ווער איז זכאי און ווער איז חייב. און דאס מיינט ואתה תחזה, דו משה רבינו זעסט אלעס אבער קענסט דאך נישט שטיין א גאנצן טאג מיט דיין דין תורה דעריבער נאר הדבר הגדול יביאו אליך, נאר די שווער דין תורות, אבער די קליינע דין תורה ישפטו הם.
(שמח זבולון המו"ל)

טאן א מצוה בשמחה און לשמה

לא תזרע כרמך כלאים: (כ"ב ט) כרם איז מרומז אויף מצות ווייל כלל ישראל וועט אנגערופן כרם ווי עס שטייט, כי כרם ה' אלקים בית ישראל, וועגן די מצות וואס די אידן האבן ווערן זיי אנגערופן כרם. און א כרם האט אסאך מיני גפנים. א גפן וואס האט א סאך צווייגן און א גפן וואס האט ווייניג. א גפן גיט ארויס אסאך טרויבן און א גפן גיט ווינציגער, א גפן וואס די טרויבן זענען זיס און א גפן וואס די טרויבן זענען נישט זיס. דאס זעלבע איז ביי מצות ווי חז"ל זאגן ואין אתה יודע מתן שכרן של מצות, ווייל אלעס איז תלוי לויטן זמן און אויפן פון טאן די מצוה, ווייל אז מען טוט א מצוה בשמחה און לשמה וואקס די פירות פון דעם בעסער און גרעסער. אבער טאן נאר בשמחה און נישט לשמה אדער לשמה און נישט בשמחה איז אנדערע סארט פירות און שכר. איז דאס זאגט דער פסוק לא תזרע כרמך: זאלסט נישט אויס מישן בשעת דו טוסט די מצות: כלאים. ווייל זריעה איז א ענין פון טאן מצות אזוי ווי עס שטייט זרעו לכם לצדקה, זאלסט נישט טאן די מצוה מיט פניות אדער נישט בשמחה, פן תקדש: טייטש דער תרגום פן תסתאב א לשון פון טומאה ווייל דו וועסט פארלירן שכר פון דיין מצוה. נאר זאלסט טאן די מצות ווי ווייט מעגלאך לשמה און בשמחה וועט זיין די פירות גרויס.
(ישמח ישראל לבעל כף החיים)

א מעשה אז אין זכות פון איין יחיד איז געקומען רעגן

אבן שלמה וצדק יהיה לך איפה שלמה וצדק יהיה לך: (כ"ה ט"ו) דאס איז די מצוה פון האנדלען ערלעך. עס האט פאסירט א מעשה אין בבל, פאר 70 יאר איז געווען א עצירת גשמים, און דער שר פון בבל האט פארשטאנען די כח התפלה פון די אידן, האט ער גערופן די רבנים פון שטאט און ער האט זיי אנגעווארנט אז אויב מען וועט נישט ברענגען רעגן וועט ער זיי אלע פארטרייבן פון שטאט. די רבנים האבן קובע געווען א יום תפלה ותענית אבער עס איז אריבער א שטיק צייט און די טאג פון די גזירה איז אנגעקומען אבער עס איז נאך נישט געקומען קיין רעגן, די רבנים פון שטאט האבן באפוילן אז אנשים נשים וטף זאלן זיך איינזאמלען אין די גרויסע בית מדרש,קיינער טאר נישט פעלן! די בית מדרש איז געווארן אנגעפילט, און דער רב האט שטיל געמאכט און אויס גערופן מיטן קול: אויב עס איז דא איינער וואס קען העלפן, האט ער א אחריות דאס שוין צו טאן! הערט מען דער קול פון א פשוטער איד א סוחר וואס האט פארקויפט ירקות און רופט זיך אן אז ער קען העלפן, און איז געלאפן צו זיין געשעפט ברענגען זיין וואגשאל, ער האט ארויף געלייגט די וואגשאל אויפן טיש פאר די רבנים און ער האט אנגעהויבן צו זאגן: רבונו של עולם די וואגשאל איז עדות אז איך האב קיינמאל נישט אפגענארט מיינע קונים, אויב אזוי האב רחמנות און אין דעם זכות גיב זיי רעגן כדי זיי זאלן נישט ווערן פארשיקט פון לאנד. און אין יענע רגע האט זיך די וואלקענעס זיך גע'עפענט און עס האט געדונערט און געבליצט, און עס איז געקומען א שטארקע רעגן. אלעס אין די זכות פון איין יחיד וואס האט געהאנדעלט באמונה.
(מרדכי אברהם - ברייטשטיין וואס האט געהערט פון הרה"צ המקובל חכם ר' אפרים כהן זצ"ל)
קען מען צולייגן צו דער מעשה וואס די פסוק פירט אויס למען יאריכו ימיך על האדמה, אז אין זכות פון אבן שלימה וצדק וועסטו קענען בלייבן וואו דו וואוינסט און מען וועט דיר נישט פארטרייבן פון דיין לאנד וועגן דעם.
(שמח זבולון המו"ל)

מדור העובדות

דער צדיק האט געזען אלעס

עס האט דערציילט הרה"צ מו"ה משה ארי' לעוו ז"ל מטעמעשוואר, וואס ער האט געהערט מפ"ק פון מרן מהר"י ט"ב מסאטמאר זצוק"ל, וואס הרבני החסיד מו"ה קלמן כהנא פון שטאט סיגעט האט נישט געהאט קיין קינדער, איז ער געגאנגען צו הרה"ק ר' מאיר'ל מפרימישלאן זיך מזכיר זיין פאר קינדער. האט אים ר' מאיר'ל געפרעגט אויב ער האט זוכה געווען צו זען די הייליגע ישמח משה זי"ע. האט ער געענטפערט יא! האט זיך ר' מאיר'ל געפרייט און געזאגט אויב אזוי לאמיר מאכן א סעודה פאר א איד וואס האט זוכה געווען צו זען די ישמח משה, אין מיטן סעודה האט דער רבי דערציילט נישט קשה! דער ישמח משה האט איבערגעלאזט אן אייניקל וואס וועט דערלייכטן די וועלט – הגה"ק בעל ייטב לב מסיגעט זי"ע, ה' אלול - און ער האט באפוילן פאר זיין משמש ר' ארי' אז ער זאל שרייבן די נעמען וואס עס ווערט ווערן געבוירן ווערן ביי ר' קלמן. די ערשטע קינד זאל מען רופן משה שמחה. משה נאכן ישמח משה, און שמחה נאך דעם וואס ער האט געהאט די זכי' צו זען דער ישמח משה. און נאך דעם האט ער אויסגערופן די נעמען פון די קינדער ביז ער איז אנגעקומען צו די לעצטע קינד וואס ער האט געהייסן רופן שמואל זנוויל, נאך דעם טאטע פון ר' קלמן. וואס ער האט נאך געלעבט, און אזוי געזעגנט ער פון רבין מיט א זיכערקייט אז ער איז א געהאלפענע. און אזוי איז געווען ווי ר' מאיר'ל האט פארגעזאגט, ביים לעצטן קינד האט נאך געלעבט ר' קלמן'ס טאטע- שמואל זנוויל- אבער פארן ברית איז ער נפטר געווארן. דער צדיק האט געזען אלעס.
(אמרי דבש)

ער איז געווארן אינגאנצן געזונט

הרה"צ ר' איתמר ראזענבוים זצוק"ל מטשערנאוויץ האט דערציילט א מעשה וואס האט אים דערציילט א חסיד מו"ה יוסף קאהם ע"ה, אז ווען ער איז געווען א יונגערמאן איז ער קראנק געווארן אויף די לונגען און איז געווען א חולה מסוכן, און די דאקטוירים האבן אים געהייסן פארן אין שטאט בושטינא, דארט האט געוואוינט זיין זיידע הרה"ק רבי מרדכי מנאדבורנא זיע"א. און ווען ער איז דארטן אנגעקומען האט ער געבעטן אז ער וויל אריין גיין האט ער קודם געבעטן פון גבאי רשות, איז דער גבאי אריין צום רבי'ן פרעגן רשות האט דער רבי געהייסן אים זאגן אז יעצט איז נישט קיין שעת הכושר, נאר ער זאל דא בלייבן און ווארטן ביז ווי לאנג מען וועט איהם הייסן אריין גיין. ער ווארט דריי וואכן אבער אין צווישן האט דער רבי געשיקט פאר ר' יוסף שיריים. וואס איז געווען א מאכל וואס עס איז געווען געמישט אלע מיני מאכלים, און די עסן איז געלעגן שוין פון לאנג און איז געווארן פארשמילט אויבן, אבער ר' יוסף פילט א העכערע טעם און באלעקט יעדן שטיקל, עס איז אריבער די דריי וואכן זאגט אים דער רבי ער קען אהיים פארן לחיים ולשלום, און אזוי איז טאקע געווען און ער איז געווארן אינגאנצן געזונט.
(אמרי דבש)

א בריוו פון א ליינער

הקם תקים עמו

איך האב געזען דעם ווארט פון הירא ורך הלבב: גליון 38 - דברי הרמב"ן (דברים כ"ז כו) אויפן פסוק ארור אשר לא יקום את דברי התורה הזאת לעשות אותם. אז אויב איינער האט די מעגליכקייט צו טאן און מחזק זיין אנדערע מענטשן, און ער טוט נאר מיט זיך איז ער אין כלל פון ארור אשר לא יקום עיי"ש. לויט דעם איז מפרש הרה"ק ר' בונם מפשיסחא זיעא דער פסוק ולא ימס את לבב אחיו כלבבו. אז אויב א מענטש וועט נישט ארבעטן מיט יענעם אז זיין הארץ זאל צו גיין נאר ער וועט טראכטן פון זיך, וועגן טאן מיט אנדערע,- האב איך געוואלט שרייבן אז אין די וואכעדיגע סידרא כי תצא שטייט הקם תקים עמו טייטשן צדיקים הקם אז דו וועסט שטעלן יענעם אויף די פיס תקים עמו וועסט זיך אליין אויך שטעלן, אויך האב איך געזען בשם צדיקי לעלוב זיע"א וז"ל הרוצה לתקן את שנותיו הצעירים יכול לעשות כן ע"י שיתמסר לעזור ולסייע לבחורים צעירים לעבודת השי"ת וללמדם תורה עכ"ל, און א שטארקע חיזוק האט איך באקומען ווען איך האב געזעהן א הייליגע בריוו פון בעל בית ישראל מגור זיע"א פון יום ה' קדושים צו הרה"ח ר' יעקב יצחק פינק וז"ל ואם יעלה בידך להביא אחרים לקרבם תחת עול מלכות שמים כפי יכלתך ויכלתם יתוסף גם לך עידוד וחיזוק כאשר רבותינו הגידו על ותרא כי מתאמצת כו' שנעמי ראתה שיש לה חיזוק מהתקרבות רות לעומ"ש וראתה שכוונתה באמת לשמים, וכן המקרב את חבירו אין מדה גדולה יותר מזה וכן מחזיק במדתו של הקב"ה שחושב מחשבות לבלתי ידח ממנו נדח וכו' עכ"ל . ואסיים בברכת חזק ואמץ ביזט מחיה נפשות יעדן וואך מיט דיין גליון.
(הרוצה בעילום שמו)

איך בין מכיר טוב צו די אלע וואס געבן מיר חיזוק מיט ווערטער און בריוו און נאר בס"ד און אין אייער זכות גייט דאס אן והברכות יחולו על ראשכם.