פרדס יהודה בלעטל וישלח תש"ע

צוריק צו פרדס יהודה בלעטל


וישלח

א מלאך היט דעם מענטש

1] וישלח יעקב מלאכים: (ל"ב ד') זאגט רשי מלאכים ממ"ש: מלאכים איז בגימ' מצוה-141- יעקב האט געשיקט מלאכים וואס זענען באשאפן געווארן פון זיינע מצות. און ממ"ש איז נוטריקון ש'כר מ'צוה מ'צוה. צו מרמז זיין אז די שכר פון א מצוה וואס איז בגימ' מלאכים. גיט דער אויבערשטער שכר פאר די מצוה אז עס ווערט באשאפן א מלאך וואס היט דעם מענטש.
(ארון עדות)

מלאכים ממש

2] וישלח יעקב מלאכים: (ל"ב ד') זאגט רש"י. מלאכים ממש: שטייט פון הגאון ר' אהרן פרעסבורגער זצ"ל אב"ד באניהאד הי"ד: ממ"ש איז דער נוטריקון מנחה, מעריב, שחרית. ווייל פון יעדע תפלה מיט כוונה, באשאפט מען א מלאך וואס איז א מליץ יושר פארן מענטש, און די מלאכים האט יעקב געשיקט זיין א מליץ יושר פאר אים. (בית ישראל – מאטטערסדארף) דער ילקוט ראובני ברענגט א זוהר הקדוש (ח"א דף צ"ח אין רעיא מהימנא) ויאמר יעקב כאשר ראם אלו מלאכים, לשון רבים, ווייל עס איז געווען מלאכי לילה און מלאכי יום, נאר ביי מלאכי לילה שטייט מחנה אלקים און ביי מלאכי יום שטייט מחנה אלקים זה, דעריבער שטייט ויקרא שם המקום ההוא מחניים, א לשון רבים, ווייל עס איז געווען צוויי מחנות פון יום און לילה עכתו"ד. איז לויט דעם פשט אז ממ"ש איז נוטריקון מנחה, מעריב, שחרית. איז גוט דעם לשון מחניים צוויי מחנות פון יום און לילה, ווייל שחרית און מנחה האט געשאפט מלאכי יום, און מעריב האט געשאפט מלאכי לילה.
(ספר שמח זבולון)

ווארטן ביז עת"ה

3] כה אמר עבדך יעקב עם לבן גרתי ואחר עד עתה: (ל"ב ה) זאגט רש"י גרתי איז תרי"ג וואס איך האב געהיט די תרי"ג מצות ולא למדתי ממעשיו הרעים. דארף מען פארשטיין אויב יעקב אבינו האט די זכות פון תרי"ג מצות וועגן וואס האט ער מורא געהאט פון עשו. נאר מען קען זאגן אז עת"ה איז נוטריקון ע' שנה פון גלות בבל: ת' שנה פון גלות מצרים: און ה' איז די ה' אלפים וואס דארף דורך גיין און אז עס וועט קומען די אלף השישי די ימות המשיח. דאס מיינט 'ואחר עד עת"ה מען דארף נאך ווארטן ביז עת"ה און דעמאלטס וועט זיין ועלו מושיעים לשפוט את הר עשו
(וישא יעקב - ר' יעקב שמואל אלמליח)

געווארט פאר די מצוות

4] עם לבן גרתי: (ל"ב ה') רש"י זאגט ותרי"ג מצות שמרתי: דעם לשון פון שמירה איז ווייל עס איז שווער פאר א מענטש צו זאגן אז ער האט מקיים געווען תרי"ג מצוות , אבער שמרתי איז אזוי ווי ואביו שמר את הדבר, דאס הייסט ער האט געווארט פאר די מצוות וואס ער האט נישט געקענט מקיים זיין.
(חתם סופר)

נאר אחיך און נישט אדוני

5] וישבו המלאכים אל יעקב לאמר באנו אל אחיך אל עשו: (ל"ב ז') דארף מען פארשטיין דעם כפל הלשון אחיך און עשו?" (עיין רש"י) נאך איז שווער אז יעקב אבינו האט געזאגט צו די מלאכים כה תאמרון לאדני לעשו. יעקב רופט עשו אדוני און די מלאכים ענטפערן אחיך דיין ברודער און נישט דיין האר. נאר די מלאכים האבן געזאגט פאר יעקב אז די סיבה פארוואס דו זאגסט אדוני, איז ווייל ער איז עלטער פון דיר און מען איז מחוייב צו מכבד זיין א עלטערן ברודער אזוי ווי כיבוד אב ואם. (שו"ע יו"ד סי' ר"מ) אבער דער דין איז נאר אויב דיין ברודער פירט זיך בדרך התורה. דעריבער האבן די מלאכים געזאגט באנו אל אחיך ער איז באמת דיין עלטערע ברודער, אבער אל עשו, ער פירט זיך אויף ווי עשו און פירט זיך נישט בדרך התורה דעריבער דארפסטו אים נישט רופן אדוני מיין האר. איז ער נאר אחיך און נישט אדוני.
(תפארת יהונתן- אייבשיץ)

אחרים מיינט מען רבי מאיר

6] ויירא יעקב מאד ויצר לו: (ל"ב ח') זאגט רש"י ויירא ויצר, ויירא שמא יהרוג מען וועט אים הרגענע'ן ויצר לו אם יהרוג הוא את אחרים. (ב"ר ע"ח ב') לכאורה דארף מען פארשטיין דעם לשון אחרים ווייל מען מיינט דאך עשו. נאר מען קען דאס מסביר זיין לויט די גמ' (ברכות כ"ט) וואו עס שטייט אחרים מיינט מען רבי מאיר. און רבי מאיר האט געשטאמט פון גרים. קומט אויס אז די כוונה פון אחרים מיינט, אז אויב יעקב וועט הארגענע'ן עשו וועט נישט ארויס קומען פון עשו, אחרים, רבי מאיר, דעריבער ויצר לו.
(בת רבים- ר' רפאל יעקב סמחון)

והכהו ישר והפוך

7] אם יבוא עשו אל המחנה האחת והכהו: (ל"ב ט') והכהו שרייבט מען ישר והפוך. דאס הייסט אז ווען מען וועט שלאגן א איד וועט דער אויבערשטער דיר צוריק שלאגן, און דאס האט יעקב געזאגט אם יבא וכו' והכהו זאל מען וויסן והכהו אז דער אויבערשטער וועט צוריק שלאגן.
(אמרות ה')

לדורון ולמלחמה דארף אויך תפלה

8] והיה המחנה הנשאר לפליטה: (ל"ב, ט') זאגט רש"י התקין עצמו לשלשה דברים לדורון לתפלה ולמלחמה, שטייט אין די הייליגע ספרים פארוואס שטייט תפלה אין מיטן? ווייל צו דורון און מלחמה דארף מען האבן תפלה אז זיי זאלן מצליח זיין, מען קען צולייגן צו דעם וואס עס שטייט אין די הייליגע ספרים אז וישל"ח איז די אותיות פון וילח"ש לשון לח"ש , תפלה, און אויך ויחל"ש, אז יעקב אבינו האט געוואלט שוואך מאכן דעם כח פון עשו דורך תפלה, דעריבער שטייט אין רש"י מלאכים ממש, וואס ממ"ש איז די סופי תיבות, מגן אברה"ם מחיה מתי"ם האל הקדו"ש.
(ע"י המו"ל)

מיטן כח פון אמונה

9[ כי במקלי עברתי את הירדן וגו' (ל"ב י"א) דער הייליגער בעש"ט האט אמאל געזאגט אז ער איז אריבער דעם טייך נעסטער אן קיין שמות נאר ער האט געלייגט זיין גארטל אויפן וואסער און איז אריבער דעם טייך אויף זיין גארטל נאר מיטן כח פון אמונה, קען זיין אז דאס האט יעקב מרמז געווען פאר עשו, במקל"י איז בגימ' יעק"ב, וואס יעקב איז מדת האמת, און אמת איז דאך אמונה. מיטן כח פון מיין אמונה: עברתי את הירדן הזה בין איך אריבער דעם ירדן.
(דגל מחנה אפרים)

הראינו ה' חסדיך

10] ואתה אמרת היטב איטיב עמך: (ל"ב י"ג) צו פארשטיין דעם דאפעלטן לשון היטב איטיב –רש"י זאגט היטב אין דיין זכות -איטיב -אין זכות פון דיינע אבות-, קען מען זאגן פשט אז היטב איך וועל טאן גוט'ס פאר דיר, אבער דעם דרך ה' איז דאך אלעס נאר לטוב, אבער אסאך מאל זעט נישט דער מענטש דעם טובה, דעריבער האט יעקב אבינו געבעטן איטיב אז איך זאל אויך זען די טובה. ע"ד הראינו ה' חסדיך מיר זאלן זען די חסדים.
(קדושת לוי)

בראתי תורה תבלין

11] ויותר יעקב לבדו ויאבק איש עמו וגו': )(ל"ב כ"ה) עס איז משמע ווייל יעקב איז געווען אליין האט דער שרו של עשו געראנגעלט מיט אים! קען מען דאס מסביר זיין לויט וואס עס שטייט אין גמ' (קידושין ל:) בראתי יצר הרע בראתי תורה תבלין. אז די הייליגע תורה איז די רפואה זיך מתגבר זיין אויפן יצה"ר. און עס שטייט אין די הייליגע ספרים אז ישראל איז מרומז אויף א העכערע בחינה, פון תורה, און יעקב איז א קלענערע בחינה פן די פשוטי עם, אן תורה. זאגט די ר יעקב די פשוטי עם, לבדו. אן תורה, איז דעמאלטס ויאבק איש עמו איז די הרע מתגבר אויף דעם מענטש.
(אור יצחק – ראדוויל)

מיין נאמען איז ויברך

12] וישאל יעקב ויאמר הגידה נא שמיך ויאמר למה זה תשאל שמי ויברך אתו שם: (ל"ב ל') זאגט רש"י: למה זה תשאל. אין לנו שם קבוע משתנין שמותינו הכל לפי מצות עבודת השליחות עס שטייט אין מדרש פ' נשא אז דער מלאך וואס איז געקומען צו מנוח האט געהייסן פלאי. צו מרמז זיין אז לויט דעם ענין פון זיין שליחות האט ער אזוי געהייסן, ווייל מען האט אים געשיקט אז שמשון זאל זיין א נזיר און דארטן שטייט כי יפליא לנדור נדר נזיר להזיר (במדבר ו' ב') קען זיין אז דאס איז אויך געווען דא. אז דער מלאך איז געשיקט געווארן צו בענטשן יעקב. דעריבער שטייט אין פסוק למה זה תשאל שמי, ווייל מיין נאמען איז ויברך, ווייל איך בין דיר געקומען בענטשן.
(אמת ליעקב- אדמו"ר ר' יעקב יצחק שפירא)

אחרון אחרון חביב

13] וישם את השפחות ואת ילדיהן ראשונה ואת לאה וילדיה אחרונים: (ל"ג ב') שטייט אין רש"י אויף ואת לאה וילדיה אחרונים: אחרון אחרון חביב. דארף מען פארשטיין פארוואס שטייט נישט דעם דרש ביי ורחל וילדיה אחרונים? ווייל זיי זענען געווען די אמת'ע לעצטע. נאר מען קען זאגן אז רש"י איז מרמז די קשיא און דערפאר שרייבט ער אחרון אחרון צוויי מאל. איינע פאר לאה און איינע פאר רחל אונז צו לאזן וויסן אז יעקב האט ליב געהאט סיי לאה און סיי רחל. און אויב מען וואלט געשריבן דעם דרש פון אחרון אחרון ביי רחל וואלט מען געקענט מיינען אז יעקב האט נאר ליב געהאט רחל, דעריבער שטעלט רש"י דעם דרש ביי לאה און ער שרייבט אחרון אחרון חביב אז אויב ביי לאה שטייט חביב איז ביי רחל אויך געווען חביב, און דאס איז דער ענין פון אחרון אחרון איינע פאר לאה און איינע פאר רחל.
(שיח יצחק לזקני הרה"ח ר' יצחק באכנער ז"ל)

שלם איז נוטריקון ש"ם לשו"ן מלבו"ש

14] ויבא יעקב שלם: (לג-ח') שלם איז נוטריקון ש"ם לשו"ן מלבו"ש צו מרמז זיין אז יעקב אבינו האט זיך גארנישט געלערנט פון לבן. און האט נישט משנה געווען זיין נאמען זיין לשון און זיין מלבוש. (חתם סופר) קען מען צו לייגן אז דורך די כח פון יעקב אבינו האבן זיינע קינדער געקענט אויך ביישטיין דעם נסיון אין מצרים , אזוי ווי עס שטייט אין חזל שלא שינו את שמם לשונם ולבושם.
(המו"ל)

מדור העובדות

ער האט געשיינט דורך טאן א מצוה

אמאהל זענען חסידים געפארן קיין לובלין אויף שבת און ווייל עס איז שוין געווען שפעט האבן זיי מורא געהאט אז זיי זאלן נישט בלייבן שבת אינמיטן וועג, האבען זיי געבעטן דער בעל עגלה זאל שנעלער פאהרן, האט ער זיי געזאגט אויב זיי וועלן געבן א קוויטל פארן רבי'ן וועט ער פאהרן שנעלער, האבן זיי איהם צו געזאגט, ווען זיי זענען אריין געקומען קיין לובלין האבן זיי געשריבן קוויטלאך פאר זיך און פארן בעל עגלה, און זענען אריין צום רבי'ן און אראפּ געלייגט אלע קוויטלאך, האט דער רבי גענומען דעם בעל עגלה'ס קוויטל און האט שטארק געקוקט דערויף און האט געזאגט: עס שיינט ארויס א ליכטיגקייט פון דער מענטש. האבן די חסידים זיך געוואונדערט און געזאגט דעם רבי'ן אז דאס קוויטל איז פון זייער בעל עגלה, ער איז א פשוטער מענטש? האט זיי דער רבי געזאגט אפשר שיינט ער יעצט פון א מצוה וואס ער האט יעצט געטאן! ביי נאכט זענען זיי געקומען אויף זייער סטאנציע איז דער בעל עגלה נישט געווען, אויף מארגן האבן די מענטשן איהם געפרעגט, וואו איז ער געווען ביי נאכט? האט ער זיי דערצייילט אז ער האט געהערט אין די גאס שפילן איז ער געגאנגען זעהן ווי מען שפילט, האט ער געזעהן אז עס איז דארט א ארימע חתונה, איז ער דארט געשטאנען און געהערט שפילן, ווען עס איז געקומען צו גיין צו די חופה, האט דער חתן געזאגט אז ער וועט נישט גיין צו די חופה ביז דער מחותן וועט איהם געבן א טלית וואס ער האט איהם צו געזאגט, און דער מחותן האט נישט געהאט קיין געלט. און דער חתן האט געהאלטן ביי זיך אז דער שידוך זאל בטל ווערן. עס איז געווארן א קריגעריי צווישן די מחותנים, בין איך געגאנגען און איך האב געגעבען געלט פאר א טלית, אבי עס זאל זיין א חתונה, האבן זיי מיר שוין נישט אוועק געלאזט, און מיר האבן זיך געפרייט א גאנצע נאכט, האבן ערשט די חסידים פארשטאנען פארוואס דער רבי האט געזאגט אז עס שיינט ארויס א ליכטיגקייט דורך די גרויסער מצוה פון הכנסת כלה. וואס ער האט געטאהן.
(לב שמח)

צוויי ראשונים האבן אים באגלייט

דער הייליגער מאגלניצער רבי זצוק"ל האט דערציילט אז דער רבי ר' העשל פלעגט האלטן א מענטש זאל אכטונג געבן אויף זיינע מעשים אז אויב ער וועט טאן שלעכטס זאל ער איהם באלד מוסר'ן. ער האט אכטונג געגעבן צו דאווענען אין צייט, איינמאל האט ער געהאט א שווערן תוספות און ער האט זיך פארטיפט אין דעם תוספות ביז עס איז אריבער געגאנגען די צייט פון דאווענען, און ער איז נישט געקומען אין צייט צום דאווענען, דער מענטש וואס פלעגט איהם מוסר'ן, איז געשטאנען גרייט אז ווען ער וועט אריין קומען זאל ער איהם מוסר'ן פאר פארשפעטיגן די צייט פון דאווענען, דער רבי ר' העשיל האט געזעהן אז עס איז שוין נאך דער צייט פון דאווענען, האט ער געטראכט אז ווען ער וועט אריין קומען אין בית המדרש וועט אים דער מענטש א וודאי מוסר'ן! אבער ווי פאר וואונדערט איז ער געווארן אז ער איז אריין געקומען אין בית מדרש און האט געטראפן דעם בעל מוסר שטיין ביים טיר, און קוקט אים אן אבער ער שרייט אים נישט אן און זאגט אים גארנישט, איז ער געגאנגען אויף זיין ארט און האט זיך געשטעלט דאווענען. נאכ'ן דאווענען איז ער צו געגאנגען צום בעל מוסר און האט אים געפרעגט פארוואס ער האט אים נישט געמוסר'ט אויף דעם וואס ער איז שפעט אריין געקומען אין בית מדרש דאווענען און ער האט פארשפעטיגט דעם זמן פון דאווענען!!!, האט דער מענטש געזאגט אז איך בין געשטאנען ביים טיהר און אזוי ווי דו ביזט אריין געקומען זענען מיט דיר אריין געקומען דער רבינו יצחק און דער רבינו תם די מחברים פון תוספות, און האבן דיר ארום גערינגלט, האב איך זיך פאר זיי דערשראקן,און איך האב דיר נישט געמוסר'ט. ווייל איך האב געהאט פאר זיי דרך ארץ. האט דער רבי ר' העשיל געזאגט אז דאס איז געווען ווייל ער האט זיך געפלאגט צו פארענטפערן זייער רייד, וועגן דעם האב איך פארשפעטיגט דאס דאווענען, וועגן דעם זענען זיי מיט געקומען.
(לב שמח)