פרדס יהודה בלעטל ויחי תש"ע

צוריק צו פרדס יהודה בלעטל


פארוואס איז יעקב נישט צוריק געגאנגען קיין ארץ ישראל

1] ויחי יעקב בארץ מצרים: (מ"ז כ"ח) פרעגן די מפרשים פארוואס איז יעקב נישט צוריק געגאנגען קיין ארץ ישראל ווען די הונגער האט זיך געענדיגט? נאר יעקב האט געזען אז אין ארץ ישראל איז פון אים אוועק דער רוח הקודש און ווען ער איז געקומען קיין מצרים האט ער צוריק באקומען זיין רוח הקודש וועגן דעם איז ער געבליבן אין מצרים. איז וועגן דעם שטייט ויחי יעקב בארץ מצרים. אזוי ווי מען טייטש ותחי רוח יעקב אביהם (מ"ה כ"ז) זאגט רשי שרתה עליו שכינה שפירשה ממנו. איז דאס מיינט ויחי יעקב בארץ מצרים אזוי ווי די שכינה האט גערוהט אויף אים דעריבער ויהי ימי יעקב האט ער אויסגעלעבט זיין יארן אין מצרים כדי צו זוכה זיין צו השראת השכינה.
(בית יוסף להבה - ר' יוסף דוכס)

רמז חסד של אמת

2] ועשית עמדי חסד ואמת: (מ"ז כ"ט) זאגט רש"י חסד של אמת שאיני מצפה לתשלום גמול ע"כ. אמת: ווייל מען ערוואט נישט קיין טובה צוריק פון דעם מענטש. דעם כתב סופר ברענגט א רמז צו דעם: אמ"ת איז די ר"ת א'ינו מ'צפה ת'שלום.
(כתב סופר)

מבקר זיין א חולה מיט צוויי מענטשן

3] ויקח את שני בניו עמו: (מ"ח א') פרעגט דער אור החיים הק' פארוואס שטייט שני בניו עס וואלט געדארפט שטיין ויקח בניו. נאר אין שאילתות פ' אמור ווערט געברענגט אז מען זאל מבקר זיין א חולה מיט צוויי מענטשן. דעריבער שטייט שני בניו דאס צו מרמז זיין.
(צפנת פענח ראגאטשאווער גאון)

רחל אמינו קומט צום טשערנאבילער מגיד

4] ואני בבואי מפדן מתה עלי רחל וגו' ואקברה שם וגו' (מ"ח ז') שתהא לעזרה לבניה: רש"י. דער מנחת אלעזר זיע"א האט דערציילט אז די רשעים האבן אריינגעלייגט אין תפיסה דער טשערנאבל'ער מגיד, דער שר איז געווען א גרויסע רשע און מען האט נישט געקענט פוילן אים ארויסצונעמען פון תפיסה, אבער נאר נאך אסאך השתדלות האט מען געפויעלט מען זאל אים אריינברעגנען טלית ותפילין, אויך האט מען געפויעלט אז ער זאל קענען טיילן געלט פאר ארימעלייט וואס פלעגן קומען וואס ער האט אייביג אזוי געטאהן.

איינמאהל איז א פרוי געקומען און זאגט זי דארף נישט קיין געלט, נאר זי וויל פרעגן אז עס שטייט אין חז"ל (ב"ק נ:) א מעשה מיט דער זון פון נחוניא חופר שיחין וואס ער איז אריין געפאלן אין די גרוב האט ר' חנינא בן דוסא געזאגט עלתה: ער איז ארויס פון גרוב : ווי האט ער געוואוסט? נאר אזוי שטייט אזאך וואס א צדיק איז אויף דעם מצטער וועלן זיינע קינדער נכשל ווערן אין דעם? זאגט די פרוי נאך דעם וואס דיין טאטע האט עוסק געווען מיט פדיון שבויים איז ווי אזוי קען זיין קינד נכשל ווערן אז ער זאל מוזן זיין אין תפיסה? האט דער הייליגע רבי ר' מרדכי מטשערנאביל זיע איר געזאגט: פרעגטסט א שטארקע קשיא און איך וואונדער זיך אויך אויף דעם! האט די פרוי געענטפערט איך גיי דיר בענטשן אז זאלסט ארויס גיין פון תפיסה, און אין יענעם טאג האט דער שר התפיסה געזאגט מען זאל אים ארויס נעמען פון תפיסה, דער רבי האט פארשטאנען אז דאס איז נישט קיין פשוטע זאך און ער האט געטאהן פעולות ביז מען האט אים מגלה געווען מן השמים אז דאס איז געווען רחל אמנו וואס זי איז געקומען פרעגן די קשיא פון די גמרא כדי מעורר זיין רחמים. ווי רש"י זאגט.
(ספר אוצר אפרים פון ירחון חודש בחדשו מונקאטש חשון תשנ"ט)

כאפרים וכמנשה אן מחלוקת

5] ויברכם ביום ההוא לאמור בן יברך ישראל לאמר ישימך אלהים כאפרים ומנשה: (מ"ח כ') פארוואס איז די ברכה ישימך כאפרים ומנשה און נישט ווי אנדערע צוויי שבטים? נאר מיר זעהען ביי אברהם איז געווען א מחלוקת ביי זיינע קינדער יצחק און ישמעאל. ביי יעקב איז געווען מחלוקת מיט עשו, און ביי די שבטים, צווישן די ברידער מיט יוסף. אבער ביי אפרים ומנשה. האט יעקב געזען אז ער האט געזאגט ואחיו הקטן יגדל ממנו. און מנשה האט גארנישט געזאגט און עס שטייט אויך וישם את אפרים לפני מנשה. איז דעריבער דאס איז די ברכה כאפרים וכמנשה אן מחלוקת.
(ציצים ופרחים מפ' השמועה)

נישט קיין כבוד צו רופן א מלך ביים נאמען

6] בן פרת יוסף: (מ"ט כ"ב) לכאורה דארף מען פארשטיין פארוואס ביי אלע שבטים הויבט אן יעקב מיטן נאמען פון שבט: ראובן בכורי וגו' שמעון ולוי אחים און ביי יוסף הויבט ער אין בן פורת און נאך דעם יוסף! נאר יוסף איז געווען א מלך און עס איז נישט קיין כבוד צו רופן א מלך ביים נאמען, דעריבער שטייט פריער בן פורת און דערנאך יוסף.
(ספר מושב זקנים)

למה לא עלו מיד ממצרים לארץ ישראל

7] ויעל יוסף לקבור את אביו וגו' ויבאו עד גרן האטד אשר בעבר הירדן וגו' וישאו אתו בניו ארצה כנען וגו' וישב יוסף מצרימה וגו' ויראו אחי יוסף כי מת אביהם ויאמרו לו ישטמנו יוסף: וגו' (נ"ז- ט"ו) לכאורה איז דא א פליאה. יוסף נעמט יעקב פון מצרים קיין ארץ ישראל אים צו באגראבן אין מערת המכפלה אין חברון. און מצרים איז אין דרום זייט פון ארץ ישראל, און אז מען גייט צו צפון קומט מען אן אין חברון, איז פארוואס איז מען געגאנגען דורכן מדבר אנצוקומען צו גרן האטד אשר בעבר הירדן וואס איז אין מזרח א"י, און אזוי אריין אין ארץ ישראל? בשלמא ווען די אידן זענען ארויס פון מצרים שטייט ולא נחם אלקים דרך ארץ פלשתים כי קרוב הוא (שמות י"ג י"ז) ווייל מען האט מורא געהאט פון די פלשתים. אבער דא האבן זיי געקענט גלייך אריין גיין אין ארץ ישראל ארויף צו חברון?

נאר מען קען ענטפערן: אויפן פסוק לו ישטמנו יוסף, שטייט אין בעל הטורים וז"ל כשחזרו מלקבור את אביהם עבר יוסף על הבור ובירך בדרך ברוך שעשה לי נס במקום הזה. אמרו עדיין הוא זוכר בלבו מה שעשינו לו: (בשם מדרש תנחומא ויחי י"ז) לויט דעם קען מען מחדש זיין אז יוסף האט געוואלט זאגן דער ברכת הנס ביי דעם בור, און ער האט געוואוסט אז ער וועט מער נישט ארויף גיין קיין ארץ ישראל. און שכם איז אין צפון זייט פון חברון, איז אויב יוסף וואלט ארויף פון מצרים גלייך צו חברון, וואלט יוסף נאך די קבורה פון יעקב, נישט געקענט ארויף גיין צו שכם, מצד די מצריים, ווייל זיי וועלן זאגן עס איז ארויס פון וועג, וועט יוסף פארפאסן צו מאכן דעם ברכת הנס ביים בור אין שכם. און וויבאלד יעקב אבינו איז אוועק, נסתמו עיניהם. און וועגן דעם האט יוסף געדארפט בעטן רשות פון פרעה צו גיין באגראבן יעקב, און וועט דארפן בעטן רשות גיין פון חברון צו שכם. וועגן דעם האט יוסף מיט זיין חכמה געגאנגען דורכן מדבר אין די אנדערע זייט ירדן און געזאגט צו די מצריים דאס איז כדי צו געבן כבוד פאר יעקב, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק ויספדו שם מספד גדול וכבד מאד, און מיט זיין חכמה איז ער צוריק פון חברון קיין שכם און צוריק דורכן מדבר אז ער זאל קענען אריבער גיין די בור און מאכן א ברכת הנס. און די מצריים האבן מסכים געווען צוריק גיין דורכן מדבר, ווייל אזוי איז געווען ביי אברהם אבינו: וילך למסעיו (בראשית י"ג ב') זאגט רשי אז ווען ער איז צוריק געקומען פון מצרים האט ער גענעכטיגט אין די זעלבע פלעצער וואו ער איז געגאנגען, לערנט מען דרך ארץ אז א מענטש זאל נישט משנה זיין פון זיין אכסניא: וועגן דעם האבן די מצריים געמוזט מסכים זיין. יעצט אויף דעם וועג אהין, האט יוסף נישט געהאט די מעגליכקייט צו גיין מאכן די ברכת הנס, אבער ווען ער איז צוריק געגאנגען נאך די קבורה, זענען זיי געגאנגען פון חברון צו עבר הירדן צוריק גיין קיין ארץ מצרים, האט יוסף געהאט די מעגלאכקייט צו גיין צו שכם און דארטן ביי דעם בור האט ער געמאכט א ברכת הנס. איז די ברידער האבן געטראכט אז דאס איז א סימן אז יוסף האט נאך א שנאה אין זיין הארץ, אבער יוסף האט חלילה נישט אזוי געטראכט, נאר ער האט געוואלט מאכן א ברכה אויף די נס, און וועגן דעם האט ער זיך מטריח געווען.

ממילא האט יוסף געהאט צוויי כוונות: א', ער האט געוואלט מאכן א ברכת הנס ביים בור און ווען ער גייט פון מצרים גלייך צו חברון וואלטן די מצריים אים נישט געלאזט גיין פון חברון צו שכם ווייל עס איז ארויס פון וועג. און ב', ער האט אויך געזען ברוהק אז די אידן וועלן דארפן גיין שפעטער פון מצרים דורך די מדבר אריין גיין קיין ארץ ישראל, האט ער געוואלט אויס טרעטן א וועג פאר די דור המדבר, אזוי ווי יעקב האט געשיקט יהודה לפניו להורות אויס צוטרעטן א קדושה פאר כלל ישראל אין גושן.
(שמח זבולון - המו"ל)


מדור העובדות

די זכות פון מלוה מלכה האט אים געראטעוועט פון טויט

אין א שטאט האט געוואוינט צוויי אידישע סוחרים וואס זענען געפארן צוזאמען אויף מסחר צו די ירידים איינקויפן סחורה. איינע פון די שותפים איז געווען זייער נזהר אויף סעודת מלוה מלכה איז ווען זיי האבן געדארפט פארן אין א נאנטע שטאט פלעגן זיי ארויספארן זונטיג אינדערפרי, און אויב דער יריד איז געווען א ביסל ווייטער פלעגן זיי ארויספארן מוצאי שבת, איינמאל איז אויסגעקומען דער יריד אין א ווייטער פלאץ און זיי האבן געדארפט ארויספארן מוצאי שבת און דער שותף האט דאך געפראוועט מלוה מלכה יעדן וואך האט דער אנדערע שותף געזאגט איך וועל ביז דערווייל אנגרייטן די פערד און וואס מען דארף און דערווייל גיי פראווע מלוה מלכה, און מיר וועלן זיך טרעפן אין דער קרעטשמע אין שטאט. און אזוי איז געווען, דער שותף האט געפראוועט א מלוה מלכה מיט שירות ותשבחות און א סעודה לכבוד דוד המלך ע"ה. און ווען ער האט געענדיגט זיין מלוה מלכה איז ער ארויס פון שטוב און דערזעט פאר זיך א וואלד און וואונדערט זיך ווי קומט דא א וואלד אבער ער טראכט נישט און גייט אין די וועג און אזוי גייט ער אריין טיפער אין וואלד ביז דער וועג ווערט אפגעהאקט. און ער ווייסט נישט וואס צו טאן. פון דער ווייטנס זעט ער א שטוב וואס איז ליכטיג און גייט דארטן אויסצוגעפינען ווי מען גייט ארויס פון וואלד.

ווען ער קלאפט אן אין טיר עפענט אים א גוי וואס פריידט זיך צו אים און זאגט אים אריינצוקומען, ווען ער איז געווען אינעווייניג כאפט אים אן דער גוי און זאגט אז מיין הונט איז זייער הונגעריג און יעצט וועט ער האבן וואס צו עסן דער איד קען גארנישט טאן קעגן דער שטארקן גוי. און א שרעק פון טויט פאלט אויף אים. אזוי גייענדיג צו זיין הונט פילט דער איד ווי איינער כאפט אים אן און שלעפט אים אוועק פון דער גוי און זאגט אים קום מיט מיר, איך וועל דיר שוין ווייזן דער וועג וואו צו גיין ארויס פון וואלד. אזוי גייענדיג איז שוין דער איד געווארן בארוהיגט און ער דערזעט דעם קרעטשמע פון דערווייטענס. דער איד בעט זיך ביי יענעם אים צו דערציילן ווער ער איז, זאגט ער אים, גוט: דער אמת איז, אז דו האסט עובר געווען אויף א חז"ל וואס שטייט היוצא יחידי בלילה הרי זה מתחייב בנפשו. און מען האט דיר דן געווען אין הימל צו שטארבן, דעריבער האט זיך געמאכט די וואלד זאלסט אריינגיין און אזוי זאלסטו באקומען דיין עונש, און ביים אויספירן דעם עונש האבן די מלאכים ממליץ געווען אז היות דער איד איז זייער נזהר אויף מלוה מלכה און איז ארויס צו די וואלד פון דעם סעודת מלוה מלכה, און ווען ער וואלט נישט געפראוועט מלוה מלכה וואלט ער דאך געגאנגען מיט זיין שותף צוזאמען צו דער יריד, און שומר מצוה לא ידע דבר רע, האט דער מלאך המליץ מנצח געווען און מען האט געפאסק'נט אז דוד המלך זאל גיין דיר ראטעווען פון גוי, זאלסטו וויסן אז איך בין דוד המלך און איך האב זיך מטריח געווען דיר צו ראטעווען אין זכות פון מלוה מלכה.
דער מעשה האט הרה"צ ר' אברהם יצחק אב"ד זינקאוויץ אליין געהערט פון הייליגן טשארנאבילער מגיד הרה"צ ר' מרדכי זצוק"ל וואס די מעשה איז געשען אין די צייט פון זיין הייליגן טאטן דער מאור עינים זיע"א.
(סיפורי צדיקים החדש)

מנהג ישראל לגבי אמירת ברכי נפשי בשבת

אין שו"ע או"ח סי' רצ"ב ס"ב שטייט אין רמ"א אבל אומרים פרקי אבות בקיץ ושיר המעלות בחורף וכל מקום לפי המנהג, און אין הל' פסח סי' ת"ל שטייט אז בשבת הגדול פוסקים לומר ברכי נפשי, פון די רמ"א איז משמע אז מען זאגט ברכי נפשי צווישן מנחה און מעריב.און מנהג סטאלין קארלין איז אז מען זאגט דאס פאר מנחה, און ביי דעם איז שוין דא מנהגים אסאך. און ביי אנדערע פלעצער זאגט מען נישט ברכי נפשי, אבער פרקי אבות זאגט מען יא. איז דערפאר א חידוש וואו טיילט זיך דאס אפ אז ברכי נפשי זאגט מען נישט און פרקי אבות זאגט מען יא. עס איז אויך דא א שאלה אויב איינער האט אויסגעזאגט גאנץ תהלים פאר מנחה צו ער דארף נאך אמאל זאגן די קאפיטלאך פון ברכי נפשי. איינע פון די טעמים פארוואס מען הויבט אן זאגן ברכי נפשי פון שבת בראשית איז ווייל אין דעם קאפיטל רעדט דוד המלך וועגן די בריאה און אין שבת בראשית רעדט מען אויך וועגן די בריאה דעריבער זאגט מען ברכי נפשי פון שבת בראשית.
(ס' זיו השבת)
המשך יבא.

רבי ר' אברהם אלימלך אדמו'"ר מקארלין זיע"א

6] המשך:. ווי אזוי איז הרב ש"'ך געווארן ראש ישיבה דערצייילט מען אז איז שנת תר"ץ האט דער קארלינער געשיקט א בריוו צו הגאון ר' חיים עוזר זוכענדיג א ראש ישיבה און דעמאלטס איז אויסגעקומען אז דער קארלינער איז געווען ביי א אסיפה אין הויז פון הגאון ר' חיים עוזר בעת מרן הרב ש"ך איז געווען ביי ר' חיים עוזר און געלערנט אין א זייטיגן צימער און אין מיטן אסיפה ווען עס איז געווען שווער א קשיא ביי הרב ש"ך לויפט ער אריין אין מיטן אסיפה און זעהט נישט די רבנים און לויפט גלייך צו הגאון ר' חיים עוזר און פרעגט אים זיין קשיא ווען די רבנים זענען מעורר: יונגערמאן א ביסל דרך ארץ. ענטפערט זיי ר' חיים עוזר דער יונגערמאן ווען ער לערנט זעט ער קיינעם נישט נאר פארוואס האט ער מיר יא געזען איז נאר ווייל ער האט מיר געוואלט פרעגן זיין קשיא .

דער הייליגע קארלינער האט געזען אין דעם יונגערמאן א פלאם פייער פון קדושת התורה און רופט זיך אן צו הר' חיים עוזר דער מענטש איז פאסיג פאר מיין ישיבה. למעשה איז הרב ש"ך געווארן ראש ישיבה. נאר אין שנת תרצ"ו. הר' ש"ך האט באזוכט לונינעץ אין שנת תר"ץ און הגאון ר' אהרן קאטלער זצ"ל איז אויך געווען אין לוניניעץ שנת תר"צ און געזאגט א שיעור פון א שעה א האלב פאר דעם עולם אין לונינעץ און האט געזען אז דער עולם האט מיטגעהאלטן מיטן שיעור. און דאס האט ר' אהרן איבערגעגעבן פאר הר' ש"ך, אבער הר' ש'"ך איז נאך געבליבן אין קלעצק ביז שנת תרצ"ו ווען ער האט איבערגענומען דער בקשה פון קארלינער.

אגב בנוגע צו הר' ש"ך'ס פייער אין תורה האב איך געהערט פון המגיד ר' ישראל מאיר שושן שליט"א וואס א דאקטער פון הר' ש"ך א פרייער איד האט געפרעגט הר' ש'"ך וועלכע טאג טיילט מען חנוכה געלט, הר' ש"ך זאגט אז עס שטייט נישט אין רמב"ם אדער אין די פוסקים ווען מען זאל טיילן. און ר' ש'"ך קאכט זיך, טאקע ער האט קיינמאל נישט געטראכט וועגן דעם. רופט זיך אן דער דאקטער אז זיין מאמע האט אים געזאגט אז מען טיילט חנוכה געלט דער פינפטע ליכט! פארוואס? ווייל דער פינפטע ליכט קען נישט אויסקומען שבת. און הר' שך כאפט התפעלות און קאכט זיך אז ער האט געהערט א חידוש אין לערנען.
המשך יבא