פרדס יהודה בלעטל וארא תש"ע

צוריק צו פרדס יהודה בלעטל


1] וגם אני שמעתי נאקת וגו' לכן וגו' ולקחתי אתכם וגו' והבאתי וגו': (ו' ה') וואס איז דער שייכות נאקת בנ"י מיט ולקחתי והבאתי? נאר עס שטייט אין גמ' (ברכות ה') אז תורה און ארץ ישראל זענען נקנין מיט יסורים, איז דאס שטייט אין פסוק: וגם אני שמעתי את נאקת בני ישראל, וואס דאס איז יסורים פון גלות און פון שיעבוד. איז נאך דעם וועט זיין ולקחתי אתכם לי לעם וואס דאס איז מתן תורה. און אויך וועט זיין והבאתי אל הארץ וואס דאס איז ארץ ישראל.
(תורת משה - חתם סופר)

פארוואס שטייט צוויי מאל וגם

2] וגם הקימותי את בריתי וגו' וגם אני שמעתי את נאקת בני ישראל (ו' ד'-ה') לכאורה דארף מען פארשטיין פארוואס שטייט צוויי מאל וגם? אויך פארוואס שטייט מגוריהם אשר גרו בה צוויי מאל א לשון פון גירות? נאר באמת די גלות האט געדארפט זיין 400 יאר. נאר די תירוץ איז ווייל מען רעכנט פון לידת יצחק איז דא 400 יאר, אדער דער קושי השיעבוד האט משלים געווען צו די 400 יאר. קען זיין דאס איז מרומז אין פסוק: וגם הקימותי את בריתי אז איך רעכן די גזירה פון 400 יאר, ווייל מגוריהם אשר גרו בה וואס דאס איז פון יצחק וואס פון דעמאלטס האט מען זיך געפירט ווי גרים. א בחינה פון גלות. און די צווייטע פסוק וגם אני שמעתי את נאקת בני וגו' וואס דאס איז די קושי השיעבוד וואס דאס האט אויך משלים געווען צו 400 יאר.
(ילקוט אפרים)

שיינע דרוש אויף ואזכר את בריתי

3] וגם אני שמעתי את נאקת בני ישראל אשר מצרים מעבידים אותם ואזכר את בריתי: (ו' ה') לכאורה דארף מען פארשטיין ווי קומט אריין בריתי מיט נאקת בני ישראל? נאר מען קען דאס מסביר זיין מיט דעם וואס די גמרא (חגיגה ה.) זאגט: רבי יוחנן כי מטי להאי קרא בכי, והיה כי תמצאן אותו רעות רבות וצרות (דברים ל"א, כ"א) עבד שרבו ממציא לו רעות וצרות תקנה יש לו ? לכאורה 1) וואס איז די לשון פון ממציא עס וואלט געדארפט שטיין שרבו מביא וכו'. 2) וואס איז די לשון תקנה, עס וואלט געדארפט שטיין כלום יש לו תקוה א האפענונג? נאר מען קען דאס פארענטפערן מיט דעם וואס עס שטייט אין גמרא (ברכות ה.) א מחלוקת צווישן ר' יוחנן און ריש לקיש פון וואו ווייסט מען אז יסורין ממרקין עונותיו של אדם: ר' יוחנן זאגט מען לערנט א ק"ו פון שן ועין אויב דער אדון האט ארויס געהאקט א אויג אדער א צאן פון זיין קנעכט גייט ער ארויס פריי איז כ"ש יסורים וואס דאס איז אויף די גאנצע גוף פון א מענטש איז כ'"ש אז דאס נעמט אוועק די עבירות פון מענטש. און ריש לקיש זאגט נאמר ברית במלח ונאמר ברית ביסורין נאמר ברית במלח ולא תשבית מלח ברית ונאמר ברית ביסורין דכתיב אלה דברי הברית מה ברית האמור במלח מלח ממתקת את הבשר אף ברית האמור ביסורין יסורין ממרקין כל עונותיו של אדם . לכאורה וואס איז די נפקא מינה פון וואו מען לערנט דאס ארויס? נאר דער נפקא מינה איז אז ביי שן ועין גייט ער ארויס פריי נאר אויב די האר טוט דאס אליין אבער אויב דער אדון שיקט א שליח אדער עס פאלט אליין ארויס גייט דער עבד נישט ארויס פריי. איז די זעלבע איז ביי יסורים אויב דער אויבערשטער אליין גיט יסורים דעמאלטס גייט אוועק די עוונות אבער אויב יסורין געשענט דורך א שליח גייט נישט אוועק די עוונות, אבער אויב ווי ריש לקיש וואס האלט אז מען לערנט דאס ארויס פון ברית מלח, איז נישטא קיין נפקא מינה ווי אזוי די יסורין קומען, אלע מאל איז דאס ממרק עוונות. אזוי ווי זאלץ נעמט ארויס בלוט פון די פלייש. איז מיט דעם פארענטפערט די מאמר חז"ל: ר' יוחנן כי מטי להאי קרא בכי: א עבד וואס דער אדון איז ממציא יסורין פארן עבד דורך א שליח איז דען דא א תקנה דאס מיינט אז דער עבד קויפט זיך אפּ די עבדות און ווערט פריי? איז יעצט זייער גוט די פסוק: שמעתי את נאקת בני ישראל אשר מצרים מעבידים: דאס איז דורך א שליח און וועגן דעם שרייען די אידן ווייל עס איז נישטא קיין תקנה דורך די יסורין, דעריבער זאגט דער אויבערשטער אז רל לערנט דאך ארויס יסורין פון מלח און דאס שטייט אין פסוק ואזכור את בריתי דאס איז ברית מלח וואס פון ברית מלח לערנט מען ארויס אז עס איז נישטא קיין נפקא מינה יסורין פון אויבערשטן אליין אדער א שליח, אלעמאל איז ממרק עוונות. ממילא נאך די שווערע יסורים פון עבודה וועט איר ארויס גיין פון מצרים.
(מנחת יצחק בשם ר"ש מאוסטראפאלר זצ"ל)

וישלח אדער ושלח

4] בא דבר אל פרעה מלך מצרים וישלח את בני ישראל (ו' י,א) דארף מען פארשטיין פארוואס דא שטייט וישלח מיט א יו"ד און שפעטער (ז' ב') שטייט ואהרן אחיך ידבר אל פרעה ושלח את בני ישראל מארצו. שטייט ושלח אן א יו"ד, נאר ווען דער אויבערשטער האט געשיקט משה צו פרעה וואס משה איז ערל שפתים איז נישט זיכער אז פרעה וועט אים פארשטיין און וועט וועלן ארויסלאזן די אידן. אבער ווען אהרן וואס רעדט קלאר און שיין ער וועט יא משפיע זיין אויף פרעה, דעריבער שטייט ושלח, פרעה וועט זיכער מסכים זיין ארויס שיקען די אידן.
(מהרי"א)

וואס פאר א ק"ו איז דאס

5] הן בני ישראל לא שמעו אלי ואיך ישמעני פרעה: (ו' י"ב) פרעגט דער רמבן וואס פאר א ק"ו איז דאס? די אידן האבן נישט געהערט וועגן קוצר רוח וכו' אבער פרעה קען דאך יא הערן? נאר מען קען ענטפערן ווייל באמת ווי אזוי האט משה בכלל געקענט מבשר זיין א גאולה בשעת די אידן האבן געוואוסט אז דער גלות דארף זיין 400 יאר? נאר משה האט געזאגט פאר די אידן אז דער קושי השיעבוד וועט משלים זיין צו די 400 יאר, און עס איז שוין די צייט פון די גאולה. האט משה געזאגט צום רבש"ע ולא שמעו אל משה מקוצר רוח ומעבודה קשה זיי האבן דאס נישט געוואלט הערן אז די עבודה קשה האט משלים געווען די גלות. איז ואיך ישמעני פרעה וואס ווייסט אז דער גלות דארף זיין 400 יאר און ער ווייסט נישט די טעם פון קושי השיעבוד.
(הרה"צ ר' בצלאל אב"ד אוסטהרהא)

דער זמן הגאולה איז באהאלטן פון אונז

6] ובני עזיאל מישאל ואלצפן וסתרי (ו' כ"ב)מען דערציילט אז הרה"ק ר' יעקב הלוי ממרוויש מחבר ספר שו"ת מן השמים א חבר פון הייליגע רמב"ם האט געפרעגט אין הימל ווען וועט זיין די גאולה? האט מען געענטפערט דעם פסוק, האט ער פארשטאנן מי שאל ווער פרעגט: אל צפן א באהאלטענע זאך: וסתרי און עס איז באהאלטן:

אהרן ומשה ווייסן ווי צו רעדן מיט די אידן און מיט פרעה

7] הוא אהרן ומשה אשר אמר ה' להם הוציאו את בני ישראל מארץ מצרים הם המדברים אל פרעה וגו' להוציא וגו' (ו' כ"ו) לכאורה פארוואס שטייט אשר אמר להם הוציאו וגו', עס האט געקענט שטיין הוא אהרן ומשה המדברים אל פרעה וגו' להוציא וגו'? נאר מען קען זאגן אזוי ווי מיר האבן געברענגט אין פ' וישב אויפן פסוק והוא נער את בני בלהה. אז יוסף האט געוואוסט ווי אזוי צו רעדן מיט די ברידער און ווי אזוי צו רעדן מיט די בני השפחות. ווייל א חכם און מנהיג דארף וויסן ווי זיך צו רעדן מיט יעדן אנדערש. קען זיין דאס זעלבע דא אויך. ווייל ווען משה רבינו האט גערעדט מיט די אידן איז דאס געווען אנדערש ווי מען רעדט צו פרעה. דעריבער שטייט הוא אהרן ומשה וואס דארפן ארויסנעמען די אידן ווייסן ווי צו רעדן מיט די אידן, און הם המדברים אל פרעה: זיי האבן געוואוסט ווי אזוי מען רעדט צו פרעה.
(שמח זבולון - המו'"ל)

וואס מיינט אשר שם לפרעה

8] ויצעק משה אל ה' על דבר צפרדעים אשר שם לפרעה (ח' ח') לכאורה איז שווער וואס מיינט דער פסוק אשר שם לפרעה? עס האט געקענט שטיין ויצעק וגו' על דבר הצפרדעים? אויך פרעגן אלע פארוואס ביי די צפרדעים איז געווען ויצעק און ביי די אנדערע מכות שטייט ויעתר? נאר דא שטייט אז משה האט געזאגט צו פרעה התפאר עלי למתי אעתיר להכרית הצפרדעים ויאמר למחר. און דאס איז נישט געווען די צווי פון ה' נאר משה האט דאס געזאגט פון זיינעט וועגן, אז וואס פרעה וועט בעטן וועט ער טאן און משה האט געמיינט לשם שמים אז עס זאל זיין א קידוש השם, אבער פון דעסטוועגן האט ער געמוזט בעטן שטארק אז דער אויבערשטער זאל מסכים זיין. דעריבער איז גוט וואס עס שטייט אשר שם לפרעה וואס משה האט אליין מוסיף געווען פון זיינעט וועגן און אויך איז גוט פארוואס עס האט געדארפט זיין ויצעק.
(בית אהרן רייזמאן)

אמונת צדיקים בזמנינו

9] וידבר אלקים אל משה ויאמר אליו אני ה: (ו' ב') א מענטש דארף גלויבן באמונה שלימה אז אין יעדן דור איז דא צדיקים, און ווער עס זאגט אז נאר אמאל איז געווען צדיקים און נישט יעצט, האט ער נישט אמונה אין אויבערשטן: וז"ל המכילתא: ויאמינו בה' ובמשה עבדו. אם במשה האמינו קל וחומר בה', בא ללמדך שכל מי שמאמין ברועה נאמן כאילו מאמין במאמר מי שאמר והיה העולם כיוצא בדבר אתה אומר (במדבר כ"א) וידבר העם באלקים ובמשה: אם באלקים דברו קל וחומר במשה אלא זה בא ללמדך שכל מי שמדבר ברועה כאילו מדבר במי שאמר והיה העולם, [אויב זיי האבען געגלויבט אין משה רבינו איז דאס א קל וחומר אז זיי האבען געגלויבט אין דעם אויבערשטן, נאר עס קומט צו לערנען אז דער וואס גלויבט אין דעם רועה נאמן איז כאילו ער גלויבט אין אויבערשטן, ווי עס שטייט (במדבר כ"א ה') וידבר העם באלקים ובמשה. אויב זיי האבן גערעדט אויף דעם אויבערשטער איז קל וחומר אז זיי האבן אויך גערעדט אויף משה רבינו נאר עס קומט אונז צו לערנען אז דער וואס רעדט אויף א רועה נאמן איז כאילו ער רעדט אויפן אויבערשטן.] (מכילתא פ' בשלח פ"ו משנה ט').

אויב אזוי דארף מען יעצט אויך גלויבן אין צדיקים. און דאס איז מרומז אין רש'"י וארא: אל האבות: דאס הייסט אז ווער עס זאגט וארא אל האבות: אז נאר פריערט זענען געווען צדיקים און נישט היינט. איז ושמי ד' לא נודעתי להם. די מענטשן האבן אויך נישט אמונה אין אויבערשטן, ווייל מען דארף גלויבן אז אין יעדן דור איז דא צדיקים אזוי ווי אין יענע צייט. און דאס זאגט דעם זוה'"ק: ר' אבא פתח בטחו בד' עדי עד (זוהר פרשת שמות דף כ"ב.): דאס הייסט אז די פריערדיגע צדיקים זענען געווען בחינת השם, אזוי עס שטייט אז דער אויבערשטער האט גערופן יעקב - אל, (מגילה י"ח.) און די צדיקים וואס זענען היינט זענן נאר א טפל צו דעם אויבערשטן, אבער מען דארף אויך האבן בטחון אין זיי, ווייל זיי קענען משפיע זיין פרנסה, אזוי ווי הרה"'צ ר"מ זצ"ל מפשעווארסק האט דערציילט, אז די לבנה האט אים געזאגט, באחרית הימים וועט זיין קליינע צדיקים וואס וועלן קענען משפיע זיין פרנסה. דאס מיינט בטחו בד': האבן בטחון אין די צדיקים וואס זיין זענען א טפל צו דעם אויבערשטן, וועט זיין עד"י ע"ד, צוויי מאל ע"ד גימ' קמ"ח, אז זיי זאלן משפיע זיין פרנסה, וואס איז מרומז אין קמ"ח, איז דאס זאגט רש"י: נאמן לשלם שכר טוב, משפיע זיין פאר אונז גשמיות.
(עטרת ישועה דזיקוב)

מדור העובדות

דער סוחר א מתנגד זעט רוח הקודש ביים צדיק

א מעשה פון הרה"ק ר' דוד מטאלנא זיע"א וואס איז געהערט געווארן פון הרב מקובצקי מחרקוב וואס ער האט געהערט די מעשה פון דעם סוחר וואס ער איז געווען די בעל המעשה. איינמאל האט א סוחר איבערנעכטיגט אין א גאסט הויז. און האט געבעטן פון בעל הבית אז ער וויל א פּריוואטן צימער. אינמיטן די נאכט איז געווארן א גרויסע בהלה אין הויף, עס איז אנגעקומען אסאך אורחים און דער בעה"ב האט אריין געקלאפּט אין צימער פון סוחר און בעט אים אז ער דארף האבן זיין צימער ווייל ר' דוד'ל טאלנער איז דא און ער דארף האבן א פּריוואטע צימער! דער סוחר אפי' ער איז געווען א מתנגד האט גלייך מסכים געווען און האט זיך געפרייט אז ער וועט זיך קענען טרעפן מיטן רבין און באטראכטן זיין הנהגה. בליץ שנעל איז פארשפּרייט געווארן די ידיעה אז דער רבי איז דא און די חסידים קומען פון אלע זייטן פאר ברכות, און אויך דער בעה"ב פון הויז איז געקומען בעטן א ברכה, דער סוחר וואס איז נאך נישט געווען ביי א רבין האט געטראכט אז ער וויל גיין זען א זאך וואס ער האט נאך קיינמאל נישט געזעהן. אינצווישן הערט דער סוחר א וויכוח צווישן מאן און ווייב פון גאסט הויז, ער האט געהערט אז דער רבי בעט פון זיי 200 רובל וואס איז זייער אסאך געלט פאר א ברכה און דער בעה"ב איז נישט מסכים צו געבן אזויפיל געלט.

דער סוחר איז געווארן אין כעס. און טראכט ווי אזוי קען מען נעמען פון א איד אזוי פיהל געלט? נאך א שטיק צייט האט ער געהערט ווי דער מאן זאגט פאר זיין ווייב אז ער גלויבט אין רבין און איז מסכים צו ברענגען די געלט פארן רבין כדי דער רבי זאל זיי געבן א ברכה. דער סוחר פארשטייט דאס נישט, און זעט אז ווען דער בעה"ב איז ארויס פון צימער פון רבין איז שוין געווען שפּעט אין די נאכט, און זעט ווי דער רבי גייט ארויס מיטן גבאי אין הויף. און דער רבי דרייט זיך אויס צום גבאי און זאגט אים אז אויף דעם פלאץ האב איך געטראכט אז עס איז א גוטע פּלאץ פאר אסאך שיינע הייזער און דארטן וואלט געווען א שיינע פּלאץ פאר א שטאל פאר אסאך פערד! און דער רבי איז ממשיך זיין שפּאציר אין רעדט נאר וועגן בויען. און דערנאך האט דער רבי געהייסן איינשפּאנען די פערד און פאהרן. דער סוחר וואס איז לכתחילה געווען א מתנגד האט יעצט באקומען מער א שנאה צו חסידים.

עס איז אריבער א שטיק זייט און דער סוחר האט געוואלט נעכטיגן אין יענעם גאסט הויז. און נעמט דאס זוכן און באמערקט אז וואו דער גאסט הויז איז געווען איז דא נייע שיינע הייזער און א גרויסן שטאל פון פערד! און פּלוצלינג האט ער זיך דערמאנט דעם שפּאציר פון ר' דוד'ל מיט זיין גבאי וועגן בויען און אלעס וואס דער רבי האט אויס געמשלט איז צו א האר געווארן, און טאקע די ברכה פון רבין פארן בעה"ב און זיין ווייב איז מקויים געווארן, פארשטייט זיך אז דאס האט משפיע געווען אויפן סוחר און האט מחליט געווען ער גייט פאהרן צום רבין! נאר איין זאך האט ער נישט געקענט פארשטיין אויב דער רבי איז א בעל מופת פארוואס האט ער געמוזט בעטן אזא פארמעגן פאר א ברכה פון בעה"ב?

איז ער געפארן צום רבין און ער האט געבעטן מסביר צו זיין וואס דא איז געשעהן. האט דער רבי געענטפערט אז דער איד האט געהאט 200 רובל וואס דאס איז א שיין פארמעגן אבער ער האט נאר זיך פארלאזט אויף די געלט, מען דארף זיך גארנישט זארגן ווייל מיר האבן 200 רובל און מיט 200 רובל וועט מען נישט גיין לאיבוד, און אזוי האט ער ארויף געלייגט זיין גאנצע בטחון אויף די געלט. האט דער רבי זיך אנגערופן אז בטחון איז נישט אין 200 רובל, נאר די בטחון איז אין אויבערשטן, און דער בעה"ב האט געדארפט ווערן א גרויסן עושר נאר די געלט וואס איז געווען פאר אים א עו"ז האט אים אפּגעהאלטן פון עשירות! איז כדי די ברכה פון עשירות זאל קענען חל זיין, האב איך זיי געדארפט בעטן אז זיי זאל'ן מבער זיין די עו"ז, און דעמאלטס וועט ווערן אויפגעלאכטן די הצלחה דורך דעם וואס ער איז מעביר די עו"ז, און זענען טאקע געווארן גרויסע עשירים.

רבי ר' אברהם אלימלך אדמו"ר מקארלין זיע"א

דער רבי ז"ל האט מרגיש געווען די ריכטיגע פּלאץ

8] מען דערציילט אז ווען די קארלינער איז געווען אין צפת אויף א שבת האט ער געדאוונט שבת אינדערפרי אין שול פון הייליגן בת עין פון אווריטש זצוק"ל. ווען דער רבי זל איז אריין אין שול איז ער ארום געגאנגען אלע טישן ביז ער איז צוגעגאנגען צו א טיש אויף די לינקע זייט פון ארון קודש און ער האט זיך דארט אוועקגעשטעלט און ער האט זיך פארטיפט אין זיינע מחשבות. אפאר מינוט שפעטער איז צוגעקומען צו אים איינער פון די זקנים פון שטאט און זאגט פאר'ן רבי'ן אז דער הייליגער אווריטשער איז געשטאנען אויף די רעכטע זייט פון ארון קודש, דער רבי ז"ל איז אוועק פון דארט'ן און צוגעגאנגען צו זיין פלאץ וואס מען האט אים אנגעגרייט, און זיך געוואלט דארט'ן שטעלן דאווענען. ביז דערווייל איז אריינגעקומען איינע פון די חשובע זקנים פון צפת וואס האט געהייסן ר' הערשיל שמש און גייט צו צום רבי'ן און זאגט אים אז דער הייליגער אווריטשער איז געשטאנען אויף די לינקע זייט פון ארון קודש, איז דער רבי ז"ל צוריק געגאנגען און געזאגט צו זיך שטילערהייט: מיר האבן געזאגט ! מיר האבן געזאגט!!

דער רבי ז"ל האט מרגיש געווען די קדושה פון טאץ

נאך א מעשה איז געשעהן וואס פרייטאג צו נאכטס ביים טיש און דער רבי האלט פאר קידוש מאכן און ער קוקט אריין אין די זילבערנע טאץ פון בעכער און ער פארטראכט זיך א וויילע, און פרעגט צו מען ווייסט ווער איז דער בעל הבית פון טאץ? האט מען געזאגט אז דאס באלאנגט צו הרה"ח ר' ישראל דוב שיפמאן, רופט אים דער רבי צו, און פרעגט אים פון וואו האט ער די טאץ? האט ער געענטפערט אז זיין שווער הרה"ח ר' יוסף אלי' קירשנבוים האט אים דאס געקויפט א מתנה פאר זיין חתונה, מער ווייסט ער נישט, דער רבי בעט אים צו מברר זיין פון וואו שטאמט די טאץ, מוצאי שבת איז ר' ישראל דוב געגאנגען צו זיין שווער און פרעגט אים וואס דער רבי האט אים געבעטן, זאגט אים זיין שווער עס איז אינטרעסאנט אז דער רבי פרעגט, ווייל דער בעכער איז טאקע א פשוטע בעכער אבער די טאץ איז געמאכט געווארן פון מטבעות וואס זענען געווען א שמירה פון צדיקים, אויף מארגן איז ר' ישראל דוב מיט זיין שווער אריין צום רבי'ן און דערציילט פאר'ן רבי'ן וועגן דעם טאץ, דער רבי ז"ל נעמט די טאץ אין זיין האנט און שמעקט עס און רופט זיך אן: אה!!!
המשך יבא.

מנהג ישראל לגבי ברכי נפשי

אין סידור בית יעקב - עמדין: פאר ברכי נפשי ברענגט ער: אז ווייל די גמ' אין מס' ברכות שטייט אז דוד המלך ע"ה האט געזאגט ברכי נפשי ווען ער האט געזען די מלחמת גוג ומגוג (וואס איז בגימ' ע"א) און דאס וועט זיין אין מוצאי שבת דעריבער זאל מען דאס זאגן ביי מנחה צייט כדי מען זאל זיך ראטעווען פון די מלחמה. און מען זאגט אויך די 15 שיר המעלות. און ער זאגט אז באמת וואלט מען דאס געדארפט זאגן א גאנץ יאר, נאר ווייל אין ווינטער איז א צייט פון רעגן און מען דארף בעטן פאר רעגן אבער פסח בעט מען שוין נישט פאר רעגן, דעריבער הערט מען אויף צו זאגן ברכי נפשי און שיר המעלות אין שבת הגדול. אויך איז דער טעם ווייל פסח זענען די אידן ארויס פון מצרים צו מקבל זיין די תורה און משה איז דאך געווען פארנומען מיט די תורה און מיט די לוחות הראשונות און לוחות שניות א גאנץ זומער דעריבער זאגט מען פרקי אבות אין זומער. לויט אים איז דער מנהג צו זאגן ברכי נפשי פאר עלינו פון מנחה און נאך ברכי נפשי זאגט מען עלינו און קדיש יתום. ביי פרקי אבות שרייבט ער אז מען זאגט דאס אויך פאר עלינו און נאך עלינו זאגט מען קדיש דרבנן. המשך יבא. פארשטייט זיך אז דער סוחר האט שוין אלעס פארשטאנען