פרדס יהודה בלעטל בשלח תש"ע

צוריק צו פרדס יהודה בלעטל


וואס מיינט כי קרוב הוא

ויהי בשלח פרעה את העם ולא נחם אלהים דרך ארץ פלישתים כי קרוב הוא: (י"ג י"ז) לכאורה דארף מען פארשטיין די טעם פארוואס דער אויבערשטער האט נישט געשיקט דרך ארץ פלשתים, נאר עס שטייט אין תוספות (גיטין ב' ע"ב) אז ארץ פלשתים איז ארץ ישראל, ווייל אויב נישט ווי אזוי האט אברהם און יצחק דארטן געוואוינט ווי עס שטייט ויגר אברהם בארץ פלשתים ימים רבים, און ביי יצחק שטייט ויגר יצחק בגרר. איז אויב פלשתים איז ארץ ישראל איז גוט פארוואס די אידן זענען נישט געגאנגען יענע וועג ווייל משה רבינו האט נישט געקענט אריינגיין אין ארץ ישראל וועגן דעם האט מען געדארפט ארום גיין דרך המדבר. וועגן דעם האט משה רבינו געשריגן וי וי, ווייל ער האט יעצט פארשטאנען אז ער וועט נישט אריין גיין אין ארץ ישראל. און אויך ווען די אידן וואלטן געגאנגען דורך ארץ פלשתים וואלט געווען א הכרח אז משה רבינו זאל אוועק גיין פון דער וועלט, דאס שטייט אין פסוק, כי קרוב הוא: דאס הייסט אז דאס גיין דורך ארץ פלשתים צו ארץ ישראל וועט מקרב זיין אז משה זאל גיין פון די וועלט, וועגן דעם ויסב אלקים דרך המדבר.
(היכל ישראל פון ספר בית שלמה)

די פושעי ישראל האבן געהאט עושר וכבוד אין מצרים

וחמושים עלו בני ישראל מארץ מצרים: (י"ג י"ח) זאגט רש"י אחד מחמשה יצאו וד' חלקים מתו בשלשת ימי אפילה, ע"כ דארף מען פארשטיין פארוואס ביי נס פורים זענען אלע אידן געראטעוועט געווארן פון המן און קיינע איז נישט געשטארבן און פארוואס ביי מצרים זענען ד' חלקים געשטארבן? נאר עס שטייט אין מדרש (שמות רבה פ' טו ה') אז אין מצרים האבן די פושעי ישראל געהאט עושר וכבוד און זענען געווען פריי פון שווערע ארבעט, איז וויבאלד זיי האבן נישט באטייליגט אין די צער גלות פון כלל ישראל האבן זיי נישט זוכה געווען צו די גאולה ע"כ. איז ממילא ביי המן הרשע וואס האט געוואלט מקיים זיין להשמיד ולהרוג את כל היהודים איז דאך געווען נכלל אויך די פושעי ישראל. האבן זיי דאך אויך מרגיש געווען דעם גלות פון המן, דעריבער זענען זיי אויך ארויס פון גלות צו גאולה, קומט אויס ביי די צווייטע וועלט מלחמה וואס דער רשע האט געוואלט אויסרייסן כלל ישראל אפי' די פושעי ישראל איז ווען עס וועט זיין די גאולה וועט זיין פאר אלעמען.
(דברי חנה אבד'"ק קאלאשיץ הי"ד)

כלל ישראל האבן א חלק אין ארויפצונעמען עצמות יוסף

ויקח משה את עצמות יוסף עמו כי השבע השביע את בני ישראל לאמר וגו' והעליתם את עצמותי מזה אתכם: (י"ג י"ט) פארוואס שטייט השבע השביע א דאפעלטער לשון? אויך איז שווער דער אריכות אין פסוק, עס האט געקענט שטיין ויקח משה את עצמות יוסף כאשר השביע את בני ישראל, נאך איז שווער דעם לשון אתכם, נאר מיר ווייסן אז א מענטש דארף טאן א מצוה בשלימות, און אויך דאס טאן בשם כל ישראל, איז ווען משה רבינו נעמט ארויף די עצמות יוסף האט ער אינזינען געהאט צו צאלן דעם חוב פון כלל ישראל צו יוסף ווייל השבע השביע את בני ישראל, יוסף האט באשוואוירן כלל ישראל אז אלע זאלן האבן א חלק אין ארויף נעמען זיין עצמות, איז דאס מיינט אתכם - בשם כל ישראל -, דעריבער שטייט השבע השביע אז אלע אידן זאל האבן א חלק אין דעם.
(חי' הרמבא"ד תלמיד הייטב לב)

דער לשון אתכם

עוד בפסוק הנ"ל: וואס איז די לשון אתכם? נאר באמת משה רבינו האט טאקע עוסק געווען ארויף צו ברענגען די עצמות יוסף, אבער די אידן האבן עס למעשה באגראבן, ווייל משה רבינו איז נישט אריין אין א"י, און א מצוה איז אויף דעם מענטש וואס ענגדיגט די מצוה, איז דאס מיינט אתכם. אז די מצוה וועט זיין ביי אייך כלל ישראל, ווייל די מצוה איז על שם הגומר.
(כרם הצבי)

המבלי אין קברים במצרים באגראבן דארט יוסף

ויאמר אל משה המבלי אין קברים במצרים לקחתנו למות במדבר: (י"ד י"א) מען קען מסביר זיין דעם פסוק: אז כלל ישראל וואס האבן געזען אז דער שיעבוד איז שוין אריבער און יעצט ווען זיי גייען ארויס פון מצרים ווערט א סכנה פון פרעה וחילו. און וואס טוט משה? ער איז עוסק בעצמות יוסף! פרעגן די אידן: המבלי אין קברים במצרים, צו באגראבן דארטן יוסף. לקחתנו: וועגן דעם. למות במדבר: יעצט אז דער שיעבוד איז אריבער קען מען שוין לעבן רוהיג אין מצרים.
(כרם הצבי)

אל יפתח פיו לשטן

לקחתנו למות במדבר: (י"ד י"א) די גמ' זאגט (ברכות י"ט. ס.) אל יפתח פיו לשטן מען זאל נישט עפענען א מויל און זאגן שלעכטס ווייל חלילה דער שטן וועט מקטרג זיין און קען חלילה ברענגן די שלעכטס אויפן מענטש. דאס זעלבע איז געווען דא. ווייל כלל ישראל האבן געזאגט לקחתנו למות במדבר. האבן זיי געעפענט א שלעכטע ווארט פארן שטן, איז דעריבער יענע דור געשטארבן אין מדבר.
(כרם הצבי)

וואס מיינט לא תוסיפו לראותם

כי כאשר ראיתם את מצרים היום, לא תוסיפו לראותם עוד עד עולם: (י"ד י"ג) לכאורה איז שווער עס וואלט געדארפט שטיין לא תראון עוד, וואס מיינט לא תוסיפו לראותם? נאר אין דעם פסוק ליגט א ווארענונג צו כלל ישראל אז עס וועט זיין אסור צוריק צו גיין קיין מצרים (סוכה נ"ה) מען קען דאס פארשטיין מיט א משל, א טאטע האט געוואלט לערנען זיין זון ער זאל זיך אויפפירן אין די ריכטיגע וועג, האט ער אים גענומען צו א תפיסה וואו מענטשן זענען געקייטלט און ארבעטן עבודת פרך, ווייזט דער טאטע דאס איז ווייל זיי האבן זיך נישט געפירט ווי מען דארף, און דער זון נעמט מוסר פון דעם. דאס זעלבע איז געווען דא: דער אויבערשטער ווייזט די אידן וואס פאר א עונש ער גייט געבן פאר די מצריים ממילא וועלן זיי זיך דערווייטערן פון זיי, ולא תוסיפו לראותם זיי וועלן מער נישט וועלן צוריק גיין צו מצרים.
(חי' הרמבא"ד תלמיד הייטב לב)

ואתם תחרישון מיינט שווייגן און נישט רעגן אין שול

ה' ילחם לכם ואתם תחרישון: (י"ד י"ד) שטייט אין מדרש אז יעדן טאג האט דער אויבערשטער א מלחמה מיטן שטן וואס זאגט אז די אידן זענען גנבים זאגט אים דער רבשע גיי צו די גוים וואס דארטן איז דא טויזענטער גנבים. אבער ווען דער שטן איז מקטרג אז אידן רעדן דברים בטלים אין שול האט דער רבש"ע נישט קיין וועג ארויס צו זאגן גיי צו די גוים ווייל זיי האבן מורא אין דרץ ארץ אין זייערע בית התיפלה ע"כ. דאס קען זיין פשט, ה' ילחם לכם דער אויבערשטער וועט מלחמה האלטן מיטן שטן פאר די אידן אבער נאר ואתם תחרישון אויב וועסטו שווייגן און זיך היטן נישט צו רעדן אין שול דברים בטלים און אוודאי נישט לשה"ר און רכילות.
(כרם הצבי מספר חידת שמשון)

משה וועט זאגן שירה כ"א יום

אז ישיר משה: (ט"ו א') שר לא נאמר אלא ישיר. מען קען מפרש זיין לויט וואס עס שטייט אין מדרש רבה (שמות פ"א און מס' סוטה דף י"ב.) אז דער טאג וואס מען האט אריין געלייגט משה רבינו אין טייך איז געווען כ"א ניסן. האבן די מלאכי השרת געזאגט רבון העולמים א מענטש וואס וועט זאגן פאר דיר שירה אין דעם טאג, זאל ער געשטראפט ווערן אין וואסער! און אין דעם זכות וואס משה וועט זאגן שירה כ"א ניסן איז ער געראטעוועט געווארן פון טייך כ"א ניסן. דאס איז פשט, אז: דעמאלטס כ"א ניסן ווען משה איז אריין אין טייך. האט אים דער אויבערשטער געראטעוועט, ווייל ישיר: אין דעם טאג וועט ער זאגן זאגן שירה.
(כרם הצבי בשם החיד"א)

מדור העובדות

געגעבן די האנט און אויסגעהיילט, מעשה מהרה"ק ר' שמואל אבא מזיכלין זצוק"ל

רבי ליב קושמערק - א גרויסן עושר און א חסיד פון הייליגן צדיק ר' שמואל אבא מזיכלין זיע"א- האט געקויפט א גרויסע חצר לעבן די שטאט בערשזין, און צו די חנוכת הבית, האט ער איינגעלדאנט זיין רבי, זענען געקומען ארימעלייט נעמען נדבות פון דעם גוט הארציגן גביר, חסידים פון רבין זענען אויך אנגעקומען.

אין שטאט טאמשוב וואס איז לעבן בערשזין, איז געווען א איד וואס איז געווען פאראליזירט ר"ל שוין 12 יאר, וואס פאר זיין מחלה האט ער געהאט שיין פרנסה, אויך האט ער געהאט א גרויסע משפחה וואס עטליכע האבן שוין געדארפט טאן שידוכים נאר זיי זענען געווען פארנומען מיט באדינען זייער טאטן וואס האט נאר געקענט רעדן און האט נישט געקענט רוקן קיין אבר ר"ל און פרנסה איז געווען פון וואס מענטשן האבן זיך מרחם געווען אויף זיי. ווען ער האט געהערט אז דער רבי פון זיכלין איז געקומען, האט ער געבעטן זיינע קינדער מען זאל אים אהין ברענגען ווייל ער וויך בעטן א ברכה פון רבין. און ער וועט באקומען א שיינע סכום פון גביר, און די קינדער האבן געטענה'ט אז חסידים פון גאנצן געגנט וועלן זיין און ווי וועט מען קענען דורך שטופן, און נאך מיט א וועגעלע, אבער דער טאטע האט געוויינט פאר זיינע קינדער ביז זיי האבן מסכים געווען, און האבן גענומען א וואגן אים צו פירן אין שטאט אריין.

ווען זיי זענען אנגעקומען האבן זיי געזען אז מען וועט נישט קענען צוקומען צום רבין, אבער זיי האבן געהערט אז נאך די סעודה וועט דער רבי שפאנצירן אין גארטן, האט מען מחליט געווען אז מען וועט פירן דעם טאטן ביים אריינגאנג צום גארטן און לייגן דעם חולה אויף דער ערד און אזוי אז די חסידים וועלן נישט טרעטן אויף אים, און דער רבי וועט אים באמערקן און אזוי וועט ער אים געבן א ברכה פאר א רפואה.

און אזוי איז געווען! אז נאך די סעודה איז דער רבי געקומען צום טויער פון גארטן און דער חולה האט אנגעהויבן שטארק צו וויינען און ער האט געזאגט רבי! קוק אויף מיין מצב און מיין גורל וואס איז אזוי ביטער אז איך קען נישט רוקן קיין אבר און איך האב נישט קיין געלט פאר ברויט. און דער רבי זאל רחמנות האבן אויף מיר, ר' ליב דער גביר וואס איז געווען גוט הארציג האט געזען דעם צער פון דעם איד און ער האט נישט געוואלט מצער זיין דעם רבין האט ער גענומען א גרויסע מטבע און איבערגעגעבן פארן חולה, און ער האט געבעטן דעם רבין ער זאל בענטשן דעם חולה, יעדער האט געטראכט אז דער רבי וועט אים געבן א ברכה און אריין גיין שפאנצירן אין גארטן. אבער צום וואונדער האט דער רבי אים געפרעגט זיין און זיין מאמע'ס נאמען און פרעגט אים וועגן זיין מצב, און דער חולה זאגט אים אלעס און דער רבי פארטראכט זיך א וויילע.

נאכדעם האט דער רבי זיך אויסגעדרייט צום עולם און זאגט! אז עס איז באוואוסט אז א יעדע נקודה און אות וואס געפינט זיך אין די הייליגע תורה סיי תורה שבכתב און סיי תורה שבעל פה, האט א מקום און א תכלית עד סוף כל הדורות. און אז מען טרעפט א סיפור אין די תורה אדער אין חז"ל, טאר מען נישט טראכטן אז דאס איז סתם א סיפור, נאר מען דארף וויסן דעם קלארן אמת, אז דאס איז געשריבן לזכרון בספר אויף א תכלית לדורי דורות.

און דעריבער דערציילט די גמרא (ברכות ה' ע"ב) אז ר' יוחנן איז געגאנגען מבקר חולה זיין ר' חייא בר אבא. וואס איז געווען קראנק, יהיב ליה ידיה ואוקמי', ר' יוחנן האט אים געגעבן זיין האנט און אויסגעהיילט ר' חייא בר אבא! און מען טרעפט נאך א זעלכע סיפורים אין חז"ל, קומט אויס אז דאס איז א וועג ווייזער און א סגולה פאר אלע דורות אז אויב מען דארף אז א חולה זאל זיך אויפשטעלן, גיט מען אים א האנט און ער ווערט געזונטז!

ווען דער רבי האט געענדיגט זיין דברי תורה האט ער אנגעכאפט דעם חולה ביי זיינע הענט און האט אים געזאגט קום מיט מיר שפאנצירן אין גארטן, און דער חולה האט זיך אויפגעהויבן און איז געגאנגען שפאנצירן מיט'ן רבי'ן. און דער רבי האט אים באפוילן אז ער זאל שנעל אהיים פאהרן, אז קיינער זאל אים נישט זען, און דער רבי איז ארויס פון גארטן צו זיין הויז. אבער ווען דער רבי האט געהערט דעם גרויסן רעש וואס טוט זיך צווישן דעם עולם האט ער געהייסן אז מען זאל שוין איינשפאנען זיין וואגן און ער איז אוועק געפארן פון דארטן, און אויך דער חולה איז בעזהי"ת אוועק געגאנגען פון דארטן א געזונטער מענטש.
(פון ספר להב אש תשס"ח)

רבי ר' אברהם אלימלך אדמו"ר מקארלין זיע"א. סדר השתלשלות אדמור"י קארלין סטאלין

א טייל חסידישע עולם איז נישט באקאנט אין דער סדר השתלשלות פון אדמור"י קארלין סטאלין וועלן מיר דאס באשרייבן:
א] הרה"ק ר' אהרן הגדול א תלמיד פון הייליגן מגיד ממעזריטש איז נסתלק געווארן י"ט ניסן תקל"ב מען רופט אים דער גרויסער.
ב] הרה"ק ר' שלמה מקארלין איז געווען א תלמיד פון דער גרויסער, געבוירן ת"ק ער איז געהארגעט געווארן כ"ב תמוז תקנ"ב.
ג] הרה"ק ר' אשר מסטאלין דער זון פון דער גרויסער איז געווען אלט 12 יאר ווען זיין טאטע איז נסתלק געווארן, און הרה"ק ר' שלמה מקארלין האט אים מגדל געווען. ער איז געבוירן תק"כ און ער איז נסתלק געוווארן כ"ו תשרי תקפ"ז מען רופט אים דער סטאלינער וי"א דער גרויסער סטאלינער.
ד] הרה"ק ר' אהרן מקארלין דער זון פון סטאלינער בעל מחבר ספר הק' בית אהרן איז געבוירן תקס"ב ער האט געפירט זיין מלוכה 47 יאר אזוי ווי מלכות בית דוד. ער איז אלט געווען 70 יאר. און ער איז נסתלק געוווארן טו"ב סיון תרל"ב, מען רופט אים דער בית אהרן, אדער דער אלטער רבי און אונזער רבי'ס ז"ל האבן אים גערופן דער אלטער זיידע.
ה] הרה"ק ר' אשר דער זון פון בית אהרן איז געבוירן תקפ"ז און ער איז נסתלק געוווארן ט"ו באב תרל"ג בעת עס איז געווען א מגיפה אין שטאט דרוהוביטש און ער איז געווען א כלי כפרה און והמגיפה נעצרה. ער איז אלט געווען 46 יאר. מען רופט אים דער יונגער רבי אדער דער יונגער זיידע, ער האט געפירט בחייו פון בית אהרן אין שטאט סטאלין.
ו] הרה"ק ר' ישראל איז געבוירן געווארן י' כסלו תרכ"ט צו זיין טאטן הרה"ק ר' אשר דער יונגער רבי און ווען זיין טאטע איז נסתלק געווארן איז ער געווען 4 1/2 יאר. און די זקני חסידים האבן אים אויף גענומען אלץ רבי. וועגן דעם רופט מען אים דער ינוקא, אבער אין סטאלין קארלין רופט מען אים דער פרנקפורטער ווייל ער איז נסתלק געווארן ב' דר"ה תרפ"ב אין נוהיים אין דייטשלאנד און מען האט אים געלייגט אין פרנקפורט אין בית החיים נאנט צו הרה"ק ר' שמשון רפאל הירש זצוק"ל, וואס איז אין מיטן שטאט און מיט נסים איז דער בית החיים געבליבן גאנץ ביי די צווייטע וועלט מלחמה.
ז] די הייליגע קינדער פון פרנקפורטער הרה"ק ר' אשר געווען אין סטאלין הי"ד ער"ה תש"ב הרה"ק ר' אהרן געפירט אין ווארשא הי"ד י"א אב תש"ב הרה"ק ר' יעקב חיים אין אמעריקא, דער דיטרויטער, ושם מנו"כ ו' אייר תש"ו הרה"ק ר' משה'לע אדמו"ר בסטאלין הי"ד ער"ה תש"ב הרה"ק ר' אברהם אלימלך אדמו"ר בקארלין, דער קארלינער, הי"ד בחשון תש"ג הרה"ק ר' יוחנן אדמו"ר בלויצק, דער רבי ז"ל. ער איז געבליבן פאר אונז לפליטה גדולה און געבויט די חסידות אין א"י און אין אמעריקא, ער איז נסתלק געווארן כ"א כסלו תשט"ז אין אמעריקא און י"ח אדר שני תשי"ז 16 חדשים שפעטער האט מען אים געלייגט אין טבריה לעבן די תלמידי הבעש"ט און זיין גוף איז געווען גאנץ. און האט איבערגעלאזט די הנהגה פאר זיין אייניקל כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א וואס פירט ווייטער די גאלדענע קייט, השי"ת יאריך ימיו על ממלכתו עד ביאת גואל צדק בב"א.
המשך יבא: