פרדס יהודה בלעטל בראשית תש"ע

צוריק צו פרדס יהודה


בראשית

מדרש פליאה אדם ראה שתים ולא ראתה שלש

1] בראשית ברא וגו' (א' א') עס שטייט א מדרש פליאה: "מה ראה אדם לחטוא, לפי שראה שתים ולא ראה שלש" פארוואס האט אדם געזינדיגט ווייל ער האט געזען צוויי און נישט דריי! א מדרש פליאה? מען קען דאס מפרש זיין לויט וואס עקביא בן מהללאל זאגט (אבות פ"ג מ"א) הסתכל בשלשה דברים ואין אתה בא לידי עבירה דע מאין באת, ולאן אתה הולך, ולפני מי אתה עתיד ליתן דין וחשבון. איז געווען שווער פארן מדרש, פארוואס האט אדם הראשון געזינדיגט ער האט געדארפט טראכטן פון די דריי זאכן און אזוי ניצול ווערן פון די עבירה? אויף דעם ענטפערט דער מדרש, אז ער האט געזען נאר צוויי און נישט דריי: ער האט געזען ולאן אתה הולך און לפני מי אתה עתיד ליתן דין וחשבון אבער דעם מאין באת האט ער נישט געקענט טראכטן, ווייל ער איז געווען א יציר כפיו פון ה' האט ער נאר געקענט זען צוויי זאכן איז דעריבער בא לידי עבירה.
(מפרשים)

מדרש פליאה אדם ראה שתים ולא ראתה שלש

2] נאך א פשט צו מפרש זיין דער מדרש פליאה: ווייל עס שטייט אין זוהר: בראשית. בי"ת ראשית: און רש"י ברענגט: בראשית בשביל ב' ראשית: בשביל ישראל שנקראו ראשית ובשביל התורה שנקראת ראשית: און אין מדרש שטייט נאך אז אויך בשביל ביכורים וואס ווערט אנגערופן ראשית, איז געווארן די וועלט, איז יעצט גוט וואס שטייט אין זוהר הק' בי"ת ראשית ווייל די נוטריקון פון בי"ת איז: ב'יכורים י'שראל ת'ורה: און אזוי שטייט בשם הרה"ק ר' בעריש מאושפיצין וואס איז אזוי מפרש דעם זוהר. און עס שטייט אין מזרחי בשביל ישראל ובשביל התורה: אז כדי די אידן זאלן לערנען די הייליקע תורה וועגן דעם האט דער אויבערשטער באשאפן די וועלט אזוי ווי עס שטייט אם לא בריתי יומם ולילה וכו'. אבער בשביל ביכורים איז דער טעם כדי די מענטשן זאלן נישט זיין א כפוי טובה, וואס דעריבער ברענגט מען ביכורים. און אדם הראשון האט געזאגט צום אויבערשטן (ג' י"ב) האשה אשר נתת עמדי היא נתנה לי וגו', זאגט רש"י: כאן כפוי בטובה, קומט אויס פארוואס איז ער געווען א כפוי טובה ווייל ער האט נישט געזען די מצוות ביכורים, אויף דעם זאגט דער מדרש ער האט נאר געזען צוויי זאכן: בשביל ישראל שנקראו ראשית ובשביל התורה שנקראת ראשית. און נישט דריי: מצוות ביכורים האט ער נישט געזען, וועגן דעם איז ער געווען א כפוי טובה.
(אמרי יוסף-טייכער)

בן ג' הכיר אברהם אבינו את בוראו

3] ויהי ערב ויהי בוקר יום אחד: (א' ה') פרעגן די מפרשים פארוואס שטייט נישט יום ראשון? נאר עס איז באוואוסט דער מדרש אז ווען אברהם אבינו איז געווען דריי יאר אלט האט ער געזען די זון שיינט ביי טאג, האט ער געזאגט אז דאס איז גאט, און נאך דעם ביי נאכט ווען ער האט געזען די לבנה, האט ער אויך געזאגט אז דאס איז גאט: ביז ער האט פארשטאנען אז זיי זענען נישט גאט נאר איין איינציקער גאט וואס פירט זיי, דאס מיינט דער פסוק ויהי ערב: אין די נאכט איז געווען די לבנה ויהי בוקר: און אין טאג איז געווען די זון. און אזוי איז געווארן יום: איז דורך דער האט מען געזען אז. אחד: ווייל ה' אחד און דעריבער שטייט אחד און נישט ראשון.
(אמרי שמעון- אגסי)

טעם העץ כטעם פרי

4] עץ פרי עשה פרי למינו: (א י"א) שטייט אין רש"י שיהיה טעם העץ כטעם פרי, והיא לא עשתה כן אלא ותוצא הארץ וגו' עץ עושה פרי ולא העץ פרי לפיכך כשנתקלל אדם על עונו נפקדה גם היא על עוונה ונתקללה עכל. דארף מען פארשטיין דעם שייכות! פארוואס נאכדעם ווען אדם האט געזינדיגט האט מען דעמאלסט געשטראפט דעם בוים. נאר די גמרא זאגט (חולין דף ק"ט:) אז אלעס וואס די תורה האט געאסרט איז דא א קעגן דעם א זאך וואס איז מותר, למשל דם איז אסור איז דם פון די לעבער וואס איז מותר, חזיר איז אסור איז דא די מוח פון א פיש וואס האט דעם זעלבן טעם פון חזיר עיי"ש, און דאס איז צו בארוהיקן דעם יצר הרע אז אויב מען גלוסט זיך צו א דבר איסור איז דא א עצה פון א דבר היתר וואס האט דעם זעלבן טעם פון דעם איסור: איז יעצט שטייט (ב' י"ז) ומעץ הדעת טוב ורע לא תאכל ממנ"ו: דאס מיינט מען טאר נישט עסן פון דעם פרי אבער פון דעם עץ אליין מעג מען יא עסן. ווייל מען טרעפט ביי ערלה א לימוד את פריו: הטפל לפריו אויף צו אסר'ן דעם האלץ פון בוים. אבער ביי די עץ הדעת איז נאר דא דעם איסור פון עסן פון די פרוכט און נישט די האלץ פון בוים, איז ווען חוה האט געזאגט צום נחש (ג' ג') ומפרי והעץ אשר בתוך הגן אמר אלקים לא תאכלו ממנו: איז וואלט געווען א עצה פאר חוה וואס האט געגלוסט צו עסן פון דעם פרי העץ, צו עסן פון דעם האלץ וואס וואלט געהאט דעם זעלבן טעם פון די פרוכט, אבער ווייל די ערד האט געזינדיגט און געמאכט עץ עושה פרי ולא העץ פרי, איז נישט געווען טעם העץ כטעם פרי, און האט דורך דעם גורם געווען אז עס זאל זיין א חטא ביי חוה ווייל עס איז נישט געווען ווי צו פארזוכן דעם טעם הפרי מיט עסן פון דעם עץ, דעריבער אז מען האט געשטראפט אדם וועגן עץ הדעת האט מען שוין דעמאלטס געשטראפט דעם ערד, ארורה האדמה וגו'.
(אמרי יעקב להר' יעקב מאיר בן יצחק).

5] תדשא הארץ תדשא עשב מזריע זרע: (א' י"א) פארוואס שטייט דשא וואס איז א מאכל בהמה פאר זרע וואס איז א מאכל אדם? נאר צו מרמז זיין אז מען טאר נישט עסן פאר מען גיט פאר די בהמה צו עסן.

ווי אזוי האט קין געהארגעט הבל?

6] ויאמר קין אל הבל אחיו ויהי בהיותם בשדה ויקם קין אל הבל אחיו ויהרגהו: (ד' ח') לכאורה שטייט נישט וואס קין האט גערעדט צו הבל. רש"י זאגט: נכנס עמו בדברי ריב. ער האט זיך געקריגט מיט אים, נאר מען דארף פארשטיין לויט דעם פארוואס שטייט נאך דעם ויהי בהיותם בשדה. וואס דאס איז לכאורה איבעריק. ווייל עס האט געקענט שטיין ויאמר קין אל הבל וגו' ויקם וגו' ויהרגהו, אויב די סיבה פון מיתה איז ווייל זיי האבן זיך געקריגט! אויך דארף מען פארשטיין דעם לשון: אל הבל אחיו! נאר מען קען זאגן א אנדערע אופן: אז ויאמר איז א לשון פון חיבה אזוי ווי עס שטייט (דברים כ"ו י"ח) וה' האמירך היום. ווייל הבל האט באמת נישט געוואלט זיך טרעפן מיט קין, אבער קין האט גערעדט מיט הבל מיט דברי חיבה און אזוי געצויגן זיין הארץ צו אים, און דאס מיינט ויאמר קין מיט א לשון פון ליבשאפט , איז ממילא האט הבל מסכים געווען זיך צו טרעפן מיט קין, איז ווען ויהי בהיותם בשדה, איז דעמאלסט: ויקם קין אל הבל אחיו ויהרגהו, האט ער געקענט טאן וואס ער האט געוואלט. איז אויך פארענטפערט דעם לשון פון אחיו ווייל קיין האט זיך באוויזן פאר הבל ווי א ברודער דעריבער האט ער נישט מורא געהאט פון אים.
(שמח זבולון- המו"ל)

שת איז אנשטאט הבל

7] כי שת לי אלהים זרע אחר תחת הבל כי הרגו קין: (ד' כ"ה) לכאורה די ווערטער כי הרגו קין איז איבעריק, אויך איז שווער פון וואו האט חוה געוואוסט אז שת איז אנשטאט הבל? נאר חוה האט געוואוסט אז דער אויבערשטער באשטימט וויפיל קינדער א מענטש זאל האבן, און זי האט געוואוסט אז זי דארף האבן צוויי קינדער, איז אויב א רשע נעמט צו א קינד און ווייל ער איז א בעל בחירה, וועט דער אויבערשטער שיקן א אנדערע קינד אנשטאט דעם, דעריבער זאגט די פסוק שת לי זרע אחר תחת הבל, פארוואס? כי הרגו קין וואס ער איז א בעל בחירה.
(אפריון עה"ת)

נוח לבריות

8] ונח מצא חן בעיני ה': (ו' ח') דער תנא זאגט כל שרוח הבריות נוחה הימנו רוח המקום נוחה הימנו און דאס זאגט די פסוק ונח: מיינט ווייל נח איז געווען נוח לבריות, וועגן דעם איז געווען מצא חן בעיני ה', ווייל רוח המקום נוחה הימנו.

מדור העובדות

אהבת ישראל

הרב הצדיק ר' מענדל פון קאסוב זצוק"ל דער מחבר פון דער הייליגער ספר אהבת שלום איז געווען באוואוסט ביי אלע אידן צו זיין א אוהב ישראל אז אפילו די פשוטי עם זענען געקומען צו אים און זיי זענען אויך געווען באליבט אין זיינע אויגן, דער רבי איז געווען א אוהב ישראל און איז אויך געווען א רודף שלום בין אדם לחבירו אין זיין ספר וואס ער האט געשריבן איז אויך וועגן שלום.

פאר ער איז געווארן א מנהיג איז ער געווען א גרויסער ארעמאן, איינמאל איז געווען וואס ער האט געוואלט פארן באזוכן הרב הצדיק ר' זאב וואלף פון טשארנא אסטרא, און וועגן זיין גרויסע ארעמקייט האט ער נישט געהאט קיין געלט צו גיין מיט א וואגן נאר ער האט געדארפט גיין צו פוס פון דערפל צו דערפל. איינמאל האט פאסירט אז אין מיטן וועג האט זיך דער רבי אפגעשטעלט אין א גאסט הויז זיך אפצורוען. און האט דארטן איבערגענעכטיגט, אין מיטן נאכט הערט ער ווי די בעל הבית וויינט ביטערליך. גייט צו אים דער רבי און פרעגט פארוואס ער וויינט אזוי? האט ער זיך געגעבן א רוף אן אז ער האט נישט קיין געלט ביי זיך און יעצט דארף ער באצאלן געהאלט פאר זיין קרעטשמע און אויב ער וועט נישט באצאלן וועט מען אים ארויס ווארפן. און וואס וועט ער טאן מיט זיינע קליינע קינדער? האט זיך דער רבי אנגערופן אז ער זאל זיך נישט זארגן ווייל עס איז דא א גרויסע באשעפער אויף די וועלט, אבער דער איד האט נישט געוואלט הערן פון דעם ווייל ער איז געווען זייער צובראכן ביי זיך, און עס האט זייער שטארק וויי געטאן פארן רבין אז ער קען אים נישט העלפן, ווייל ער אליין איז אויך געווען א ארעמאן, עס איז געווארן אינדערפרי און דער רבי איז אוועק געגאנגען און ער האט מחזק געווען דעם בעל הבית אז דער אויבערשטער וועט אים זיכער העלפן.

אזוי גייענדיג אין וועג זעט דער רבי ווי עס גייט א שיינעם וואגן און דער רבי האט געזען ווי דער פירער איז א עושר וואס גייט אויך זיין וועג און דער רבי איז געגאנגען צו פיס. און מאכט זיך נישט וויסענדיג פון רבין און פארט ווייטער. א ביסל ווייטער אין מיטן וועג האט זיך דער עושר געגעבן א שטעל אפ און גייט צוריק און בעט דעם רבין ער זאל ארויף קומען אויף זיין וואגן, אבער דער רבי האט נישט געוואלט ארויף גיין, און האט זיך אנגערופן אויב דו ביזט טאקע אזא אוהב ישראל זאלסטו וויסן אז עס דא א איד וואס איז אויך אמאל געווען אזא עושר ווי דיר, און ער האט יעצט נישט קיין געלט און אויב ער וועט נישט באצאלן זיין געהאלט פון 60 רענדלאך וועט מען אים ארויסווארפן פון זיין פרנסה, און אויך זיינע קליינע קינדער, האט ער זיך אנגערופן צום רבין אז ער קען נישט העלפן דער איד און ער איז ארויף געגאנגען אויף זיין וואגן . און ער איז ווייטער געפארן זיין וועג און דער רבי זיין וועג.

דער עושר וויל פארן ווייטער אבער די הארץ קלאפט אים אז ער טוט נישט ריכטיק און איז מחליט אז ער ווארט פארן רבין אז ער זאל ארויף קומען אויף זיין וואגן, און דער עושר זאגט פארן רבין אז ער איז מסכים צו געבן האלב פון די געלט, האט אים דער רבי געזאגט א אז אויב עס וועט פון דעם געלט פעלן אפילו א קאפעק נעמט ער דאס נישט פון אים, און וועט אויך נישט פארן מיט אים, אבער אויב דו וועסט יא געבן די 60 רענדלאך וועלן מיר דאס גלייך איבערגעבן פארן איד און איך וועל דיר געבן א ברכה אז עס זאל זיין גוט פאר דיר דיין גאנצע לעבן. און אויך וועסטו באקומען א ברכה פון מיין רבי פון טשארנא אסטרא, האט דער עושר מסכים געווען, און ביידע זענען געגאנגען און איבער געגעבן די גאנצע געלט פארן איד, וואס האט זיך זייער געפרייט צו דעם און זיי געדאנקט און געבענטש, און דער רבי האט געבענטש דעם עושר און זיי זענען געפארן ווייטער אין וועג.

דער רבי פון טשארנא אסטרא, האט זיי ביידע מקבל פנים געווען בסבר פנים יפות. און קוקט אויפן רבין און זאגט דיין גאנצע גוף איז ארום גענומען מיט א געוואלדיגע ליכט פון דעם מצוה וואס דו האסט געטאן ראטעווען א משפחה, זאגט אים דער רבי אז דאס איז נאר אין זכות פון דעם עושר וואס איך האב אים געגעבן א ברכה און אויך האב איך אים צוגעזאגט אז דער רבי וועט אויך מסכים זיין צו די ברכה, און דער רבי פון טשארנא אסטרא הרב זאב זיע"א האט מסכים געווען צו די ברכה און דער עושר איז געווען פריילעך און איז געגאנגען זיין וועג.

פרעגט דער רבי ר' זאב פארוואס ער איז געקומען צו אים האט ער זיך אנגערופן אז ער דארף א רבי פאר זיך, זאגט אים ר' זאב אז דו דארפסט נישט קיין רבי נאר דו אליין זאלסט זיין א רבי, ווייל מיט דיין גרויסע חסדים וואס דו טוסט מיט כלל ישראל האסטו דו א כח צו זיין א פועל ישועות, דעריבער גיי צוריק אין קאסוב און זיי א מנהיג, און האט אים געגעבן א ברכה ער זאל מצליח זיין, און אזוי האט ער זיך געזעגנט פון הייליגער רבי ר' זאב און איז צוריק געפארן צו קאסוב, און איז געווארן א מנהיג און א פועל ישועות.

אוועק געגעבן א גרויסע סכום צדקה

דער רבי פירט זיין מלוכה און אידן ווערן געהאלפן כסדר, איינמאל האט פאסירט אין א שטעטל נאענט צו קאסוב האט געוואוינט א אידישער סוחר וואס האט געארבעט פארן פריץ און די אלע געשעפטן איז א דורך נאר דורך דעם איד, און ער האט געגעבן פארן איד 400 רייניש - וואס דאס איז געווען א גרויסע פארמעגן - אז ער זאל איינקויפן פערד און אקסן פאר אים אין דער יריד וואס איז געווען אין שטאט קאסוב, דער איד פארט צום יריד, און גייט אריין אין א קרעטשמע זיך אפצורוען כדי צו קענען גלייך אינדערפרי גיין אין מארק און איינהאנדלן פארן פריץ די בעסטע בהמות. דער אידישער סוחר לייגט זיך שלאפן און אינדערפרי ווען ער האט זיך אויפגעוועקט, האט ער געזען ווי דאס געלט איז נישטא, איז ער ארויס אין גאס היסטעריש און אנגעהויבן צו וויינען און שרייט ווי אזוי וועל איך קענען קומען צום פריץ אן בהמות וואס ער וועט מיר זיכער הארגענען, און אזוי גייט ער אין גאס ביז ער קומט אן אין שול כדי מתפלל זיין פאר א ישועה.

דער סוחר האט נישט געקענט דעם אהבת שלום, אין מיטן האט דער רבי געזען ווי איינער וויינט ביטערלעך האט אים דער רבי געפרעגט פארוואס וויינט ער? האט ער אים געפרעגט וואס קענסטו מיר העלפן! האט אים דער רבי געבעטן אז ער זאל אים דערציילן וואס האט פאסירט. און האט אים דערציילט אז מען האט אים באגאנבעט 400 רייניש. און ווי וועל איך קענען קומען צום פריץ אן בהמות וואס ער וועט מיר זיכער הארגענען, זאגט אים דער רבי ער זאל נישט אוועק גיין ביז ער וועט צוריק קומען, און אזוי ווארט דארטן דער איד אין שול און גיסט אויס זיין הארץ פארן באשעפער אז ער זאל מרחם זיין אויף אים. און אזוי ווארטענדיג קומט צוריק דער רבי און זאגט אים דא האסטו 400 רייניש און איך גיב דיר דאס א מתנה, און דער אידישער סוחר ווייסט נישט ווי צו באדאנקען דעם רבי און גייט אין מארק איינקויפן בהמות פארן פריץ. און דער איד ווייסט נישט ווער איז דער איד וואס האט אים געראטעוועט.

דאס איז א גאר גרויסע מדריגה אין געבן אזא גרויסע סכום פאר צדקה און אויך נישט מודיע זיין ווער איז דער נותן, זיע"א.