פֿ‏‎ון אליעזר שינדלער (1892 – 1957)


פֿון באַשטאַן

פֿאָרט אַהײם דער גוי פֿון באַשטאַן,
שפּרינגט זײַן יונגוואַרג אים אַקעגן:
— פֿאָטערל, וואָס ברענגט דער קאַשטאַן? —
איז דאָס ערשטע, וואָס זײ פֿרעגן.

עפֿנט ברײטלעך זיך דער טויער,
בלײַבט די פֿור אין מיטן הויף.
לאַנגזאַם קריכט אַראָפּ דער פּויער,
קינדער דראַפּען זיך אַרויף...

גראַבלען, ראָיען טיף אין שטרוי.
טראָגט אין הויף זיך שטויב, מיעקינע.
חבֿרה שלעפּט אַפֿיר אַזוי
דאָ מעלאָנען, דאָרט אַ דיניע.

שינדלער, א. „לידער‟. ווילנע: גרינינקע בײמעלעך, 1929. ז. 16.