פֿ‏‎ון אליעזר שינדלער (1892 – 1957)


פֿאַרנאַכט אין סטעפּ

עס ווערן די סטעפּעס פֿאַרנאַכט איבערקערט,
ווי ס׳וואָלט זיך גענידערט דער הימל אויף דרערד;

ווי אויבן די מחנות גינגאָלדענע שטערן
אין סטעפּ זיך די שטרויענע פֿײַערלעך מערן.

עס קאָכט זיך דער פּויער — דער פּאַסטעך זײַן עסן,
דערצײלנדיק מעשהלעך לאַנג שוין פֿאַרגעסן —

פֿון קריגן, גזלנים, מחלוקות, משפּטים...
פֿאַר פּחד בלײַבט שטיל אַזש בײַ יעדן דער אָטעם...

דער עולם בעט ווײַטער און ווײַטער דערצײלן
פֿון אַלטע זכרונות, פֿאַרבאָרגענע הײלן,

פֿון יאָרן געבענטשטע, פֿון צײַטן גאָר שלעכטע,
פֿון סעקטעס, גלחים און צאַרן גערעכטע...

שינדלער, א. „לידער‟. ווילנע: גרינינקע בײמעלעך, 1929. ז. 11.